וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
2551 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8116
מיטוואך אווענט- וועטער באריכט.
א גיט אווענט, נאך איין שיינע טאג גייט מען צוריק צו די reality פון א שווערער ווינטער. היינט באנאכט קומט א ארטיק קאלד פראנט אדורך איבערנאכט , א לייכטע שניי וועט מיטקומען מיט דעם פראנט דער שניי וועט זיך ענדיגען מארגען צופרי אין א סאך קעלטערע לופט וועט אריינפליסען דורכ׳ן טאג. מארגען נאכט וועט זיין נאנט צו די קעלטסע נאכט פון די יאהר. פרייטאג וועט נאך זיין קאלט אבער שבת וועט זיין בעסער. פון מוצאי שבת ביז דינסטאג אינדערפרי וועלען מיר האלטען אן אויג אויף א מעגליכקייט פאר שניי. בעסיקלי, די ארטיק קאלד פראנט וועט בלייבען שטעקען צו אינזער south די קאלטע היי פרעשור פון קאנאדא וועט אריינשיקען פרישע קאלטע לופט וואס. אין דער זעלבע צייט וועט ווארעמע לופט פריבירען צו קומען העכער צו קאלד פראנט, מען רופט דאס overrunning precipation, עס קען שנייען פאר א לאנגע צייט אבער לייכט, אין אויך א שטערקערע שטורם קען דיוועלאפין נאנט געניג צו אינזער region. די וועטער מאדעלס ווייזען פון 1-3 ״פוס״! ערגעץ אין די נאו יארק געגענט. אזא מין שניי איז זייער נישט גיווענטליך. עס איז אויך דא א סאך זאכען וואס קענען גיין ראנג מיט אזא פרידיקטשין. נאמבער 1 - אויב דער היי פרושור ווערט שטערקער ווי גערעכנט דעמאלטס שטופט עס די שניי מער south אין אינז קענען מיר נאר זעהן א לייכטע שניי. נאמבער 2- אויב די היי פרושור איז שוואכער קומט די שטורם אין דער פראנט ארויף צו נאנט צו נאו יארק אין מען קען זען א אייזיגע אדער רעגעדיגע מיקס, ווייניגער שניי. דאס איז א scenario. וואס דארף זיך פונקטליך אויסארבעטען אין דעמאלטס וועט מען זען א ריזיגע שניי. דאס יאהר איז א שווערער יאר פאר וועטער באריכטען אין מיר וועלען אי״ה פרובירען איבערצוגעבען פאר׳ן עולם די דיטעלס ווי מער מעגליך.
איך וועל ארויפלייגען א עקסטערע פאוסט מיט מעפס , שפעטער מיט די דיטעילס פון די זינטאג-דינסטאג שניי.
וועטער ברוקלין
מיטוואך נאכט-snowshowers אדער לייכטע שניי שפעט ביינאכט, קען זיך מישען מיט רעגען אין אנהויב 32.
דאנערשטאג-פארוואלקענט. שניי אינדערפרי,1-2 אינטשעס מעגליך ,קעלטער 30 אינדערפרי טעמפרוטורס וועלען פאלען דורכאויס דעם טאג.
דאנערשטאג נאכט-שטארק קאלט ביינאכט 8 , wind chills near 5 below zero.
פרייטאג - זיניג זייער קאלט, 24 בייטאג,קלאר קאלט, 18 ביינאכט.
שבת -רוב פארוואלקענט , מילדער, 38. לייכטע שניי מעגליך שפעט ביינאכט, 27.
זינטאג ,מאנטאג, דינסטאג אינדערפרי - פארוואקענט לייכטע שניי מעגליך, שטערקע שניי מאנטאג אין מאנטיג נאכט 28-32-בייטאג, ביינאכט 23-28.
דיסטאג נאכמיטאג- מיטוואך- טייל זיניג , קאלט, 30-35 בייטאג, 20-25 ביינאכט.
וועטער לעקוואוד -
מיטוואך נאכט-snowshowers אדער לייכטע שניי מעגליך נאך 4 am , קען זיך מישען מיט רעגען , 32.
דאנערשטאג-פארוואלקענט. שניי מעגליך אינדערפרי קאטינג צו אפשר איין אינטש,קעלטער 30 אינדערפרי טעמפרוטורס וועלען פאלען דורכאויס דעם טאג.
דאנערשטאג נאכט-שטארק קאלט ביינאכט 8 , wind chills near 5 below zero.
פרייטאג - זיניג זייער קאלט, 27 בייטאג,קלאר קאלט, 20 ביינאכט.
שבת -טייל פארוואלקענט , מילדער, 38. פארוואלקענט אין קאלט ביינאכט , 27.
זינטאג ,מאנטאג, דינסטאג אינדערפרי - פארוואקענט ,לייכטע שניי , אייז אדער רעגען מעגליך, שטערקע שניי , אייז געמישט מיט רעגען -מאנטאג אין מאנטיג נאכט 32-37-בייטאג, ביינאכט 25-30.
דיסטאג נאכמיטאג- מיטוואך- טייל זיניג , קאלט, 33-38 בייטאג, 23-28 ביינאכט.
וועטער מאנסי -
מיטוואך נאכט-snowshowers אדער לייכטע שניי שפעט ביינאכט, 25.
דאנערשטאג-פארוואלקענט. שניי אינדערפרי,1-2 אינטשעס מעגליך ,קעלטער 25 אינדערפרי טעמפרוטורס וועלען פאלען דורכאויס דעם טאג.
דאנערשטאג נאכט-שטארק קאלט ביינאכט 3 , wind chills near 10 below zero.
פרייטאג - זיניג זייער קאלט, 22 בייטאג,קלאר קאלט, 12 ביינאכט.
שבת -רוב פארוואלקענט , מילדער, 32. לייכטע שניי מעגליך שפעט ביינאכט, 27.
זינטאג ,מאנטאג, דינסטאג אינדערפרי - פארוואקענט לייכטע שניי מעגליך, שטערקע שניי מאנטאג אין מאנטיג נאכט 25-30-בייטאג, ביינאכט 20-25.
דיסטאג נאכמיטאג- מיטוואך- טייל זיניג , קאלט, 30-35 בייטאג, 20-25 ביינאכט.
וועטער מאנרא -
מיטוואך נאכט-snowshowers אדער לייכטע שניי שפעט ביינאכט, איין אינטש איבערנאכט, 20.
דאנערשטאג-פארוואלקענט. שניי אינדערפרי,1-3 אינטשעס סך הכל ,קעלטער 22 אינדערפרי טעמפרוטורס וועלען פאלען דורכאויס דעם טאג.
דאנערשטאג נאכט-שטארק קאלט ביינאכט 1- , wind chills near 15 below zero.
פרייטאג - זיניג זייער קאלט, 20 בייטאג,קלאר קאלט, 8 ביינאכט.
שבת -רוב פארוואלקענט , מילדער, 30 . לייכטע שניי מעגליך ביינאכט, 20.
זינטאג ,מאנטאג, דינסטאג אינדערפרי - פארוואקענט לייכטע שניי מעגליך, שטערקע שניי מאנטאג אין מאנטיג נאכט 20-25-בייטאג, ביינאכט 18-23.
דיסטאג נאכמיטאג- מיטוואך- טייל זיניג , קאלט, 25-30 בייטאג, 13-18 ביינאכט.
נעסקטע אפדעיט דאנערשטאג אווענט אי״ה.
היינט נאכט אין מארגען צופרי snow map
היינט נאכט אין מארגען
גרעפיקס פאר נעקסטע וואכידיגע שניי
דא האט איהר אפאר מעפס אין גרעפיקס. די זאכען טוישען זיך אפט אין ווי געזען פריער עס קען זיין פון א לייכטע שניי צו א מיקס צו א heavy שניי. עס זעט אויס די בעסטע chance פאר א סאך שניי איז אין מאנסי אין מאנרא 60 פערצענט, ברוקלין 40 פערצענט, לעיקוואוד 20 פערצענט. איין זאך איז זיכער טאמיר עס אנטוויקעלט זיך אויף די worst case scenario גייט זיין לעבעדיג נעקסטע וואך.
📎 image.jpg 📎 image.jpg
וועטערבאריכט
די וועטער מאדעלס ווייזען פון 1-3 ״פוס״! ערגעץ אין די נאו יארק געגענט. אזא מין שניי איז זייער נישט גיווענטליך. דאס איז א scenario. וואס דארף זיך פונקטליך אויסארבעטען אין דעמאלטס וועט מען זען א ריזיגע שניי. דאס יאהר איז א שווערער יאר פאר וועטער באריכטען אין מיר וועלען אי״ה פרובירען איבערצוגעבען פאר׳ן עולם די דיטעלס ווי מער מעגליך.
וואס איז אייער פרייוואטע מיינונג, ס'האט בכלל עפעס שאנס אז ס'זאל זיך פונקטליך אויסארבעטן און אונז זאל מיר באקומען 1 ביז 3 פיס שניי?
לויט climatology שטימט עס נישט, ווי איר האט שוין געשריבן פאר 2 וואכן צוריק בערך
וועטערבאריכטעס איז דא א זאך וואס הייסט climatology. דאס הייסט דער study פון דער געווענטליכע קליימאט פון א פלאץ. למשל לאמיר זאגען אז א מאדעל ווייזט טאקע 24-36 אינטשעס פאר new york, יעצט טראכט אריין אין 160 יאר וואס עס זענען דא רעקארדס איז קיינמאל ן נישט געווען אזא שטורם וואס האט אראפגעטראסקעט אזוי פיל שניי, די קליימאט זאגט א גרויסע שניי פאר new york איז 20-25 אינטשעס מיט די העכסטע פון 26.9
אז די פרעגסט מיך מיין gut feeling איז no, קודם כל עס וועט נישט שנייען פאר 3 טעג , איך האלט אז מאנסי אין מאנרא זעט א שיינע פוס שניי פון די גאנצע מעשה, ברוקלין ווענדט זיך אבער איך דארף מער אינפארמעשען.
א בליק פארוואס די זינטאג צו דינסטאג שניי קען יא אין נישט זיי
What could go wrong?
📎 image.jpg
אפדיעט דאנערשטאג 6:30 am
א גוט מארגען, דער ארטיק קאלד פראנט איז שוין אדורך קרית יוא-ל אין מאנסי אין ריקט זיך דורך דער שטאט ממש יעצט, דער שניי וועט קומען מיט אין נאך דער פראנט פאר א פאר שעה, עס קען שנייען שטארק פאר א שעה צוויי, אין נאכדעם ווערט ווערען זייער ווינטיג אין קעלטער דורך דעם טאג. איבערנאכט האבען די מאדעלס זיך אביסעל רילעקסט וועגען נעקסטע וואך, עס זעט אויס ווי עס וועט נאך שנייען אבער א לייכטער שניי שפעט מוצאי שבת אין זינטאג אין דערנאך אביסעל א break, דערנאך קען א צווייטע מער וויכטיגע שניי אנקומען פאר שפעט זינטאג נאכט אין מאנטאג דאס קען אראפלייגען פון 6-12 אינטשעס. (מען זעט שוין נישט די משונה׳דיגע נאמבערס פון 1-3 פוס) דאס איז שוין מער ריעליסטיק. אין אלספאלס, קאלט גייט זיין פאר די נעקסטע 7-10 טעג. א גיטען טאג, איך וועל אפדעיטען ווי מעגליך מיט דער אויבערשטערס הילף.
📎 image.jpg
אפדעיט דאנערשטאג צופרי
א גוט מארגען, דער ארטיק קאלד פראנט איז שוין אדורך קרית יוא-ל אין מאנסי אין ריקט זיך דורך דער שטאט ממש יעצט, דער שניי וועט קומען מיט אין נאך דער פראנט פאר א פאר שעה, עס קען שנייען שטארק פאר א שעה צוויי, אין נאכדעם ווערט ווערען זייער ווינטיג אין קעלטער דורך דעם טאג. איבערנאכט האבען די מאדעלס זיך אביסעל רילעקסט וועגען נעקסטע וואך, עס זעט אויס ווי עס וועט נאך שנייען אבער א לייכטער שניי שפעט מוצאי שבת אין זינטאג אין דערנאך אביסעל א break, דערנאך קען א צווייטע מער וויכטיגע שניי אנקומען פאר שפעט זינטאג נאכט אין מאנטאג דאס קען אראפלייגען פון 6-12 אינטשעס. (מען זעט שוין נישט די משונה׳דיגע נאמבערס פון 1-3 פוס) דאס איז שוין מער ריעליסטיק. אין אלספאלס, קאלט גייט זיין פאר די נעקסטע 7-10 טעג. א גיטען טאג, איך וועל אפדעיטען ווי מעגליך מיט דער אויבערשטערס הילף.
Cold front and radar
.
📎 image.jpg 📎 image.jpg 📎 image.jpg
דאנערשטאג אווענט - וועטער באריכט
א גיטען אווענט, קאלטע וועטער איז צוריקגעקומען אין גרויסען היינט, אין היינט ביינאכט וועט זיין גאר שטארק קאלט. מארגען וועט נאך זיין גאנץ קאלט אין ווינטיג . אויף שבת וועט מען אנפאנגען צו זען וואקענעס פון דער קאלד פראנט וואס אינז האבען מיר שוין ארומגערעדט, דער ווינטער איז unbelievable לגבי מאכען predictions. איך האב געוויזען אין א פאוסט ווי אזוי די position פון די קאלד פראנט אין די שטארקייט פון די היי פרעשור וועט מאכען א גרויסער חילוק אויב אינז וועלען מיר זען שניי, אייז , רעגען , אדער גארנישט. וואס האט לכתחילה אויסגעזען צו זיין א העפטיגע שטורם מיט אפאר טעג פון שניי זעט יעצט אויס צו זיין א mess. ווייל דער היי פרעשור איז שוואכער וועט די פראנט זיך ארויפציען נאנטער צו נאו יארק. נאר אין קרית יוא-ל אין אפשר מאנסי קען מען נאך דערווייל האפען צו א decent שניי , דער שטאט זעט אויס צו האבען א מיקס פון שניי ,אייז אין אפילו רעגען יעצט מיט שוואכע accumulations. אזוי ווי מען האט זיך שוין אויסגעלערנט די זאכען טוישען זיך אסאך מאל ביז דער שטורם קומט....didn't we hear this before.
וועטער ברוקלין
דאנערשטאג נאכט-שטארק קאלט ביינאכט 10 , wind chills near 5 below zero.
פרייטאג - זיניג זייער קאלט, 24 בייטאג,קלאר קאלט, 21 ביינאכט.
שבת -עס ווערט פארוואלקענט , מילדער, 40. לייכטע שניי , אייז אדער רעגען מעגליך שפעט ביינאכט, 32.
זינטאג-שניי, אייז אדער רעגען, 35. ביינאכט- שניי, אייז , אדער רעגען, 32.
מאנטאג-שניי, אייז אדער רעגען, 34. ביינאכט- שניי, אייז , ענדיגט זיך, קעלטער 26.
דינסטאג ביז דאנערשטאג- טייל זיניג , קאלט, 30-35 בייטאג, 18-23 ביינאכט.
וועטער לעקוואוד -
דאנערשטאג נאכט-שטארק קאלט ביינאכט 10 , wind chills near 5 below zero.
פרייטאג - זיניג זייער קאלט, 28 בייטאג,קלאר קאלט, 23 ביינאכט.
שבת -עס ווערט פארוואלקענט , מילדער, 40. פארוואלקענט ביינאכט, קיל, 30.
זינטאג-שניי, אייז אדער רעגען מעגליך נאכמיטאג, 38. ביינאכט- שניי, אייז , אדער רעגען, 32.
מאנטאג-שניי, אייז אדער רעגען, 38. ביינאכט- שניי, אייז , ענדיגט זיך, קעלטער 26.
דינסטאג ביז דאנערשטאג- טייל זיניג , קאלט, 30-35 בייטאג, 18-23 ביינאכט.
וועטער מאנסי -
דאנערשטאג נאכט-שטארק קאלט ביינאכט 5 , wind chills near 10 below zero.
פרייטאג - זיניג זייער קאלט, 22 בייטאג,קלאר קאלט, 19 ביינאכט.
שבת -עס ווערט פארוואלקענט ,קען זיין אביסעל שניי, מילדער, 36. לייכטע שניי , אייז אדער freezing rain מעגליך שפעט ביינאכט, 27.
זינטאג-שניי, אייז אדער פריזינג רעגען, 32. ביינאכט- שניי, אייז , אדער פריזינג רעגען 27.
מאנטאג-שניי, אייז אדער פריזינג רעגען, 28. ביינאכט- שניי, אייז , ענדיגט זיך, קעלטער 22.
דינסטאג ביז דאנערשטאג- טייל זיניג , קאלט, 25-30 בייטאג, 12-17 ביינאכט.
וועטער מאנרא -
דאנערשטאג נאכט-שטארק קאלט ביינאכט 0 , wind chills near 10 below zero.
פרייטאג - זיניג זייער קאלט, 18 בייטאג,פארוואלקענט קאלט, 16 ביינאכט.
שבת -עס ווערט פארוואלקענט קען זיין א לייכטער שניי נאכמיטאג, מילדער, 32. לייכטע שניי , אייז אדער פריזינג רעגען רעגען מעגליך ביינאכט, 23.
זינטאג-שניי, אייז אדער פריזינג רעגען, 28. ביינאכט- שניי, אייז , 23.
מאנטאג-שניי מעגליך heavy. ביינאכט- שניי ענדיגט זיך, קעלטער 25 בייטאג, 20 ביינאכט.
דינסטאג ביז דאנערשטאג- טייל זיניג , קאלט, 23-28 בייטאג, 10-15 ביינאכט.
נעסקטע אפדעיט מוצאי שבת אי״ה. אויב עס איז דא עפעס גרויסע changes וועל איך אריינשרייבען מארגען אי״ה. א גוט שבת.
א קאלטע ערב שבת
א גיטען ערב שבת, היינט אינדערפרי איז גאנץ קאלט אינדרויסען , אין ברוקלין איז 12, לעיקוואוד 10, מאנסי 6, מאנרא 0. אין די קאנטרי 7-, מאנטריאל 6-, טאש 12-. היינט וועט זיין קאלטע טאג אבער אויף שבת טאג וועט שוין זיין נאנט צו 40.
וועטערבאריכטא גיטען ערב שבת, היינט אינדערפרי איז גאנץ קאלט אינדרויסען , אין ברוקלין איז 12, לעיקוואוד 10, מאנסי 6, מאנרא 0. אין די קאנטרי 7-, מאנטריאל 6-, טאש 12-. היינט וועט זיין קאלטע טאג אבער אויף שבת טאג וועט שוין זיין נאנט צו 40.
ס'נאר גאנץ קאלט? 😉
הרב
@וועטערבאריכט, א טיפען דאנק פאר די וועטער באריכטען, אזוי ווי די ווואך איז געוועזען די
גראונד-האג דעי, אפשר קענסטו אונז אביסעל מיטטיילען איבער דעם גאנצען פענעמאן, אונז וואס זיינע נייע רעזולטאטען האבען געוויזען.
שכויעך
קאצקע ציקערוועטערבאריכטא גיטען ערב שבת, היינט אינדערפרי איז גאנץ קאלט אינדרויסען , אין ברוקלין איז 12, לעיקוואוד 10, מאנסי 6, מאנרא 0. אין די קאנטרי 7-, מאנטריאל 6-, טאש 12-. היינט וועט זיין קאלטע טאג אבער אויף שבת טאג וועט שוין זיין נאנט צו 40.
ס'נאר גאנץ קאלט? 😉
ווארט ביז די ענדע פון נעקסטע וואך וועסטו פארשטיין אז היינט אידערפרי איז געווען גאנץ קאלט, נעקסטע וואך וועט זיין גאר שטארק קאלט. 🙄
עס זענען דא מאדעלס וואס ווייזען טעמפערוטארס פון 40-60 דיגרי below normal, סאיז נישט זיכער אבער איך לייג דא צו א בילד פון וואס עס ווייזט פאר נעקסטען פרייטאג. איך גלייב נישט עס וועט טאקע ווערען גאר אזוי קאלט אבער 0 וועט מען קענען אפשר זען אין ברוקלין , אין 10- אין מאנרא, מאנסי. Thats bad enough.
📎 image.jpg 📎 image.jpg
אפדעיט פרייטיג 1:30pm
ניין עס איז נאך נישט מוצאי שבת 😲 אבער אפאר זאכען וועגען נעקסטע וואכידיגע שטורם, די מאדעלס זענען נאך אויף די ראולערקאוסטער . דערווייל זעט עס אויס ווי לייכטע שניי פאר קרית יוא-ל , אפשר מאנסי, ברוקלין וועט נישט זען קיין סאך איבער שבת- זינטאג. זינטאג נאכט אין מאנטיג פרי קען זיין זייער icy איבעראל, עס זעט אויס ענדליך צו די וואכידיגע שטורם אסאך פריזינג רעגען וואס טוישט אויף שניי צו דער ענד. איך וועל ארויסגעבען א פולע אויסקוק אי״ה מוצאי שבת.
א דאנק
Kool manהרב
@וועטערבאריכט, א טיפען דאנק פאר די וועטער באריכטען, אזוי ווי די ווואך איז געוועזען די
גראונד-האג דעי, אפשר קענסטו אונז אביסעל מיטטיילען איבער דעם גאנצען פענעמאן, אונז וואס זיינע נייע רעזולטאטען האבען געוויזען.
שכויעך
איך האב דאס שוין געדעקט לעצטער וואך דא האט איר דער ריפארט.
לגבי דער groundhog פרעדיקטשען איז דא א מחלוקת דער phil פון פענסלאוועניא, טענה׳ט נאך 6 וואכען ווינטער. דערווייל דער פון סטעטען איילענד chuck זאגט פארקערט אז דער פרילינג קומט אט באלד. כמעט ווי אלעס דאס ווינטער עס איז שווער צו טרעפען איין שיטה.
לגבי אויב דאס האט עפעס אין די פרעדיקשענס , מען זאגט אז חיות קענען אסאך מאל פילען וועטער אין earthquakes אין מען קען אמאל פארזאגען א ווינטער אויב עס גייט זיין ווארעם אדער קאלט וכו׳ מיט דעם וואס מען אבסערווירט חיות ווי אזוי זיי גרייטען צו זייער עסען , נעסט וכו׳ דאס קען זיין. אבער די groundhog day זאך איז באמת נאריש, עס העט צו טון אויב ער זעט זיין שאטען דעמאלטס גייט ער צוריק אין זיין הייל אין דעמאלטס דארף צו זיין 6 מער וואכען פון ווינטער. אויב זעט ער נישט זיין שאטען בלייבט ער אינדרויסען אין ווינטער איז אריבער. די פראבלעם מיט דעם איז אז דאס ווענדט זיך אויב עס איז זיניג אדער פארוואלקענט. אויב עס איז פונקט פארוואלקענט זעט ער נישט זיין שאטען. איז לכאורה מיט דעס אז עס איז פונקט זיניג אדער פארוואלקענט אויף feburary 2 ווען די groundhog קומט ארויס איז א שוואכע באווייז אויב ווינטער האט זיך געענדיגט אדער נישט. עס קען אויך זיין based אויף א אלטער גוישע האלידעי. אין אני קעיס געווענטליך זעט ער זיין shadow , אין געווענטליך איז סיי ווי סיי דא נאך 6 וואכען פון ווינטער .....נאך february 2nd.📎 image.jpg 📎 image.jpg
מוצאי שבת אפדעיט
א גיטע וואך, איך וועל ארויפלייגען די גאנצע וועטער באריכט שפעטער ביינאכט, אויף דערווייל זעט אויס ווי אינז האבען פארמיידט א גרויסער שניי אבער עס וועט זיין אייז אין פריזינג רעגען אין אויך שניי צום סוף. זינטאג וועט נאר זיין א לייכטע רעגען אבער זינטאג נאכט אין מאנטאג וועט זיין פראבלעימען גראדע זעט עס אויס ענדליך צו לעצטער וואכידיגע שטורם. דאס איז פאר די שטאט, פאר מאנרא זעט אויס ווי זיי קענען זען 6-9 אינטשעס אין מאנסי 4-6 אין אויך אייז. לעיקוואד זעט אויס צו בלייבען מערסטענס רעגען ביז מאנטאג נאכט וואס דעמאלטס קענען זיי אויך זעהן אייז אין שניי פאר עס ענדיגט זיך. פרטים יבאו אי״ה.
דערווייל לאמיר זיין צופרידען אינז וואינען מיר נישט אין באסטאן, זיי האבען געהאט כמעט 40-50 אינטשעס די לעצטע 2 וואכען אין זיי דארפען צו באקומען נאך 1-2 פוס ouch!!!📎 image.jpg 📎 image.jpg 📎 image.jpg 📎 image.jpg 📎 image.jpg
מוצאי שבת- וועטער באריכט
וועטער ברוקלין-
מוצאי שבת- טייל פארוואלקענט, קיל, 35.
זינטאג-פארוואלקענט רעגען מעגליך נאכמיטאג, 38.
זינטאג נאכט- רעגען טוישט אויף פריזינג רעגען , שניי, אדער האגעל , 28.
מאנטאג-שניי, געמישט מיט פריזינג רעגען אדער האגעל אינדערפרי, 30. 2-3 אינטשעס שניי אין אייז מעגליך.
מאנטאג ביינאכט- שניי, אייז , ענדיגט זיך, קעלטער 27.
דינסטאג ביז דאנערשטאג- טייל זיניג , קאלט, 30-35 בייטאג, 20-25 ביינאכט.
פרייטאג & שבת -זיניג אין גאר קאלט ,15-25 בייטאג, 0-10 ביינאכט.
וועטער לעקוואוד -
מוצאי שבת- טייל פארוואלקענט, קיל, 32.
זינטאג-פארוואלקענט אין מילדער, 44.
זינטאג נאכט- רעגען ,קיל , 36.
מאנטאג-רעגען פריזינג רעגען אדער האגעל נאכמיטאג , 42.
מאנטאג ביינאכט- רעגען, געמישט מיט שניי, אייז , ענדיגט זיך שפעט, קעלטער 27.
דינסטאג ביז דאנערשטאג- טייל זיניג , קאלט, 33-38 בייטאג, 20-25 ביינאכט.
פרייטאג & שבת -זיניג אין גאר קאלט ,18-28 בייטאג, 0-10 ביינאכט.
וועטער מאנסי -
מוצאי שבת- טייל פארוואלקענט, קיל, 28.
זינטאג-פארוואלקענט פריזינג רעגען אין שניי מעגליך נאכמיטאג, 32.
זינטאג נאכט- פריזינג רעגען , שניי, אין האגעל ,1-2 אינטשעס מעגליך, 28.
מאנטאג-שניי, געמישט מיט פריזינג רעגען אדער האגעל אינדערפרי, 27. נאך 2-3 אינטשעס שניי אין אייז מעגליך.
ביינאכט- שניי, ענדיגט זיך, קעלטער 22.
דינסטאג ביז דאנערשטאג- טייל זיניג , קאלט, 30-35 בייטאג, 15-25 ביינאכט.
פרייטאג & שבת -זיניג אין גאר קאלט ,10-20 בייטאג, 0-5 ביינאכט.
וועטער מאנרא - Winterstorm watch 4-8 inches possible
מוצאי שבת- טייל פארוואלקענט, קיל, 26.
זינטאג-פארוואלקענט פריזינג רעגען אין שניי מעגליך נאכמיטאג, 30.
זינטאג נאכט- , שניי, געמישט מיט פריזינג רעגען אין האגעל ,1-3 אינטשעס מעגליך, 26.
מאנטאג-שניי, געמישט מיט פריזינג רעגען אדער האגעל אינדערפרי, 27. נאך 3-5 אינטשעס שניי אין אייז מעגליך.
ביינאכט- שניי, ענדיגט זיך, קעלטער 20.
דינסטאג ביז דאנערשטאג- טייל זיניג , קאלט, 25-30 בייטאג, 10-20 ביינאכט.
פרייטאג & שבת -זיניג אין גאר קאלט ,8-18 בייטאג, 5- ביינאכט.
נעסקטע אפדעיט זינטאג אווענט אי״ה.
ס'פאלט יעצט א פאראויסגעזאגטע האגל אין ברוקלין
זינטאג אווענט - וועטער באריכט
א גיטען אווענט, היינט איז געווען גאנץ א מילדע טאג אבער יעצט גייט די וועטער בארג אראפ. די קאלד פראנט האט זיך אדורכגערוקט בערך מיטאג, אין קעלטערע לופט קומט ציביסליך אריין אין ברוקלין, אין מאנרא שנייט שוין נאכמיטאג, אין מאנסי קען באלד זען שניי אדער רעגען שניי געמישט.
אין מאנרא איז גאנץ קלאר אז מען וועט זעט א שניי פון 4-אפשר ביז 8 אינטשעס אין אויך אייז קען זיך מישען מיט די שניי היינט נאכט. אין מאנסי זעט אויס צו זיין א מיקס פון שניי, האגעל אין פריזינג רעין היינט נאכט וואס גייט איבער צו שניי מארגען, זיי קענען אויך זען 3-6 אינטשעס. אין ברוקלין איז מער complicated, די קעלטערע לופט איז low level cold air. דאס מיינט אז לעבען די ערד וועט ווערען קעלטער א גאנץ נאכט אבער אין די הייך אין די וואלקענעס בלייבט ווארעמער , דעריבער אנשטאטס שניי ווען מיר זען א קאלטע רעגען וואס וועט אנפאנגען צו פריזען אויף די גראונד. די שניי אין אייז וואס ליגט שוין אויף די ערד ביז יעצט וועט נאר העלפען מאכען אלעס זייער גליטשיג. נאך א זאך וואס איז נישט אזוי קלאר איז אז עס זעט אויס ווי דער שטורם וועט נישט אראפלאזען אזעלעכע אמוינטס פון precipitation. דאס מיינט אז דער פריזינג רעין , האגעל אדער שניי אין ברוקלין וועט זיין lighter, ווי לעצטער וואך. אויף דער אנדערער צד דארף מען פארשטיין אז עס נעמט נישט קיין סאך אייז אדער פריזינג רעין צו מאכען די גאסען אין סיידוואלקס סכנה׳דיג גליטשיג. עס קען זיין מער אייזיג אויף די north side פון ברוקלין ווי וויליאמסבורג ווי אין בארא פארק . די גאנצע mess קען זיך ענדיגען ווי שניי אבער nothing major, איינס צו צוויי אינטשעס. אין לעיקוואוד דערווייל זעט אויס ווי עס נעמט ביז מאנטאג נאכט אין די ענדע פון די שטורם פאר די קאלטע לופט אנצוקימען.
דערנאך קומט קאלטע אבער טריקינע וועטער פאר א מעגליכען שניי אויף דאנערשטאג, דאנערשטאג נאכט וועט זיך ממה נפשך אראפלאזען די קעלטסע לופט פון א גאנץ ווינטער דערווייל אין אויך מעגליך קעלטער ווי די לעצטע פאר ווינטער. עס איז דא געניג צייט דאס אי״ה צו באשרייבען, stay tuned....
וועטער ברוקלין-
Winter weather advisory for 1-2 inches snow , 1/4 inch ice
זינטאג נאכט- רעגען טוישט אויף פריזינג רעגען , געמישט מיט שניי, אדער האגעל , 28.
מאנטאג-שניי, געמישט מיט פריזינג רעגען אדער האגעל , 28 דעגרי.
1-2 אינטשעס שניי אין אייז מעגליך ספעציעל אין וויליאמסבורג.
מאנטאג ביינאכט- שניי, אייז , ענדיגט זיך, קעלטער 25.
דינסטאג & מיטוואך - טייל זיניג , קאלט, 30-35 בייטאג, 20-25 ביינאכט.
דאנערשטאג- פארוואלקענט , שניי מעגליך, 32. שטארק קאלט אין ווינטיג ביינאכט 5-10.
פרייטאג ביז זינטאג -זיניג אין גאר קאלט ,15-25 בייטאג, 0-10 ביינאכט.
וועטער לעקוואוד -
זינטאג נאכט- רעגען שפעט ביינאכט,קילער , 35.
מאנטאג-רעגען קען זיך מישען מיט האגעל , ווינטיג , קאלט 37 דעגרי.
מאנטאג ביינאכט- רעגען קען זיך ענדיגען ווי שניי, אייז , קעלטער 25.
דינסטאג & מיטוואך - טייל זיניג , קאלט, 30-35 בייטאג, 20-25 ביינאכט.
דאנערשטאג- פארוואלקענט , אביסעל שניי מעגליך, 37. שטארק קאלט אין ווינטיג ביינאכט 5-10.
פרייטאג ביז זינטאג -זיניג אין גאר קאלט ,20-25 בייטאג, 0-10 ביינאכט.
וועטער מאנסי -
Winter weather advisory for 2-5 inches snow and 1/4 inch ice
זינטאג נאכט- פריזינג רעגען , געמישט מיט שניי, אדער האגעל , 26. איין אינטש אין אייז מעגליך.
מאנטאג-שניי, (געמישט מיט פריזינג רעגען אדער האגעל אינדערפרי ) , 26 דעגרי.
2-4 אינטשעס שניי אין אייז מעגליך.
מאנטאג ביינאכט- שניי, ענדיגט זיך, קעלטער 20.
דינסטאג & מיטוואך - טייל זיניג , קאלט, 28-33 בייטאג, 15-20 ביינאכט.
דאנערשטאג- פארוואלקענט , שניי מעגליך, 32. שטארק קאלט אין ווינטיג ביינאכט ארום 0 .
פרייטאג ביז זינטאג -זיניג אין גאר קאלט ,10-20 בייטאג, 0-5 ביינאכט.
וועטער מאנרא -
Winter weather advisory for 4-8 inches snow and 1/10 inch ice
זינטאג נאכט- שניי, געמישט מיט פריזינג רעין אדער האגעל , 23. איין אינטש אין אייז מעגליך.
מאנטאג-שניי, ווינטיג אין קאלט , 24 דעגרי.
נאך 3-5 אינטשעס שניי מעגליך.
מאנטאג ביינאכט- שניי, ענדיגט זיך, קעלטער 18.
דינסטאג & מיטוואך - טייל זיניג , קאלט, 27-32 בייטאג, 10-15 ביינאכט.
דאנערשטאג- פארוואלקענט , שניי מעגליך, 28. שטארק קאלט אין ווינטיג ביינאכט ארום 0-5- .
פרייטאג ביז זינטאג -זיניג אין גאר קאלט ,8-18 בייטאג, 0-5- ביינאכט.
נעסקטע אפדעיט מאנטאג אווענט אי״ה. איך וועל אויך פרובירען צו אפדעיטען במשך דער שטורם ווי מעגליך ,בעזרת השם .
א גיטע נאכט. Be careful out there!📎 image.jpg
עס איז יעצט 32 סיי אין מאנסי אין סיי אין קרית יוא-ל, 35 אין בארא פארק אין 38 אין לעיקוואד. דערווייל פאלט גארנישט פון די הימל אין ברוקלין אין לעיקוואד, מאנרא אין מאנסי זעט א געמיש פון שניי, אין האגעל.
לינק צו וועטער סטעשען אין די היימישע געגענטער
<a class="postlink" href="http://www.wunderground.com/personal-weather-station/dashboard?ID=KNYNEWYO176">http://www.wunderground.com/personal-we ... NYNEWYO176</a> בארא פארק
<a class="postlink" href="http://www.wunderground.com/personal-weather-station/dashboard?ID=KNYBROOK40">http://www.wunderground.com/personal-we ... KNYBROOK40</a> וויליאמסבורג
<a class="postlink" href="http://www.wunderground.com/personal-weather-station/dashboard?ID=KNYSUFFE3">http://www.wunderground.com/personal-we ... =KNYSUFFE3</a> מאנסי
<a class="postlink" href="http://www.wunderground.com/personal-weather-station/dashboard?ID=KNYMONRO5#history">http://www.wunderground.com/personal-we ... O5#history</a> מאנרא
<a class="postlink" href="http://www.wunderground.com/personal-weather-station/dashboard?ID=KNJLAKEW5">http://www.wunderground.com/personal-we ... =KNJLAKEW5</a> לעיקוואוד
אפדעיט 8:30
דערווייל איז נאר פארוואלקענט, די שניי אדער אייז פאלט ווייט צו אינזער north, לכאורה דארף דער precipitation אנפאנגען זיך צו גליטשען צו די south אין א לייכטע רעגען, אדער שניי וועט אנהויבען פון אפסטעיט אין זיך אריינרוקען צו די שטאט נאך 12-1 אזייגער. דערווייל זעט נישט אויס צו נאס אדער קאלט געניג אין שטאט פאר פראבלעמען. 📎 image.jpg
נייע שניי אין אייז nws maps
.
📎 image.jpg 📎 image.jpg 📎 image.jpg 📎 image.jpg
11 pm אפדעיט
טעמפערעטורס זענען געפאלען אינטער פריזינג יעצט אין ברוקלין , בארא פארק 32, וויליאמסבורג 30, מאנסי 26, מאנרא 28 , עס פאלט נישט קיין סאך אפסטיעט אין דער שטאט פאלט בכלל גארנישט, דער קעלט איז אבער דא אין שוין ווי עס פאנגט אהן צו רעגענען וועט זיין icy roads and sidewalks. דערווייל אין לעיקוואד איז 36 אין ווי פריער געזאגט וועלען זיי נישט האבען א פראבלעם ביינאכט.
אפדעיט 1am ICE WARNING
עס איז שטארק קאלט געווארען עס איז 27 אין ברוקלין אין 24 אין מאנרא מאנסי, 32 אין לעיקוואד, לויט טייל מאדעלס וועט זיין גאר א סכנה׳דיג אייז שטורם מאנטאג צופרי .... דערווייל זעט מען נאך נישט קיין רעגען אין דער שטאט אבער ווען עס קומט אהן גייט זיין מער גליטשיג אין dangerous ווי לעצטע וואך.
Freezing rain and ice now
א גוט מארגען, עס פאלט יעצט פריזינג רעין אין האגעל, די טעפרעטורס זענען גאר קאלט ארום 25. אלעס קען זען איבערגעדעקט מיט א אייזיגע שיכט. Be very careful. עס גייט בלייבען זייער קאלט מיט showers פון פריזינג רעין אין האגעל וואס וועט זיך ציביסילעך טוישען אויף שניי נאכמיטאג.
לעיקוואד אפדעיט
איבערנאכט איז די קעלטערע לופט יא אנגעקומען אין לעיקוואד איז אויך below freezing, דערווייל זעט מען נאך נישט קיין רעגען אבער עס איז זייער מעגליך אז ווען די רעגען קומט אן וועט עס זיין freezing rain.
8am אפדעיט
א פאר בענדס פון האגעל אין פריזינג רעין גייען אדורך דער שטאט. עס קען זיין א ברעיק דא אין דארט פאר א שעה צוויי אבער עס וועט בלייבען אין די מיטעלע 20s אין עס וועט זיין icy דורך דער טאג. איך וועל אפדעיטען אי״ה במשך דער טאג.
9:30 אפדעיט
די פריזינג רעין אין האגעל וועט פאלען שטערקער אין שוואכער ווען די בענדס ריקען זיך אדורך פון west to east, די גאסען זענען אביסעל בעסער מיט די האגעל אריינגעמישט ווי עס וואלט געווען מיט בלויז פריזינג רעין. די האגעל איז צאמגעשטעלט פון קליינע שטיקלעך אייז דאס מאכט א פריקטשען (friction) אין עס איז נישט אזוי גליטשיג וועגען דעם.
אפילו ציווישען די בענדס קען נאך זיין פריזינג דריזעל. ציביסלעך וועט קעלטערע לופט אויך אנקומען העכער אין די אטמאספאר אין עס וועט אריבערגיין צו מער שניי. אבער רוב פון די moisture איז north פון די מאנסי area. איז מער ווי אן אינטש פון שניי זעה איך דערווייל נישט פאר׳ן שטאט. 📎 image.jpg
ווען ענדיגט זיך דער ווינטער.....?
נאך די יעצטיגע אייז, שניי בין איך נישט אויף vacation , עס איז דא צווי מעגליכער שנייען , איינס איז פאר דאנערשטאג, דערווייל זעט עס אויס ווי נישט קיין גרויסע זאכען פאר׳ן שטאט אדער אפסטיעט , עס קען זיין א long island אין א new england special ווי מען רופט די מין שטורם. די צווייטע מער וויכטיגע קען קומען נעקסטע זינטאג, מיט שטארקע קעלט אין ווינט קען דאס זיין די big one פאר אינז דאס יאהר.....? קען זיין, טיים וויל טעל.....
Boston snow pictures, anybody jealous
.
📎 image.jpg 📎 image.jpg 📎 image.jpg 📎 image.jpg 📎 image.jpg
אויב כ'וואלט געווען א אינגל וואלט איך זיכער געווען דזשעלעס 🙂
1pm update
דער שטורם איז כמעט פארטיג פאר דער שטאט , אפשר נאך א shower פון האגעל, אפאר שניי פלאריס אין עס איז דעריבער. עס גייט ווערען זייער ווינטיג אין קאלט היינט נאכט. א ברעיק פאר א טאג צוויי אין נאכדעם קומט א שניי פאר דאנערשטאג , לויט די gfs מאדעל קען דער שטאט זען 4-6 אינטשעס , לויט די קאנעדיען אפשר 2-4 די european איז ממש יעצט ארויסגעקימען אין עס ווייזט ווי די קאנעדיען אז די שטאט באקימט נישט מער ווי א פאר אינטשעס.
דער אינטערסאנטער זאך איז אז דער פאטטערן איז טאקע נישט גיט פאר ״גרויסע שניי״ אין נאו יארק סיטי דער יעצטיגען פאטטערן איז גוט פאר new england (באסטען, אפסטעיט וכו׳)אין וועגען דעם איז שווער דערווייל ארויסציקוועטשען א נארמאלער pure snow storm . לאמיר זען וואס קומט פאר די נעקסטע פאר טעג....📎 image.jpg
מאנטאג אווענט- וועטער באריכט
א גיטען אווענט, א קאלטע נאסע icy טאג איז אדורך ,אבער אויסער פאר א פאר פלאריס איז דער שטורם פארביי. סא לאמיר גייט ווייטער ,עס קומט צוויי טעג פון בעסערע וועטער ,עס וועט נישט זיין אזוי קאלט אין מיר וועלען אויך זעהן די זין. טעפרעטורס וועלען זיין אין די 30s. דאנערשטאג קומט ווינטער צוריק מיט א מעגליכע שניי, עס זעט אויס דערווייל א נאנטע miss. אין עס איז נאר ערווארט א פאר אינטשעס פאר די שטאט. דערנאך קומט גאר קאלטע לופט פאר דאנערשטאג נאכט ביז מאנטאג. בערך שפעט שבת ביז זינטאג קען אויך אנקומען א גרויסע שניי, די נייער european ווייזט 12-18 אינטשעס פאר נעקסטע וואכידיגע שטורם פאר נאו יארק. אבער אינז האבען שוין געשפילט דער געים. אינטריסאנט אז געווענטליך איז דער euro מאדעל דער king -דאס הייסט ער איז דער מערסטע באגלייבט פאר פרעדיקשונס , דאס יאהר איז ער בכלל נישט געווען אזוי גיט. אין עס איז א יאר וואס עס איז שווער צו פארצוזאגען דעם וועטער א טאג פאר דעם, קל וחומר א וואך פאראויס.
וועטער ברוקלין-
מאנטאג ביינאכט- טייל פארוואלקענט , ווינטיג , אין קאלט, 24.
דינסטאג & מיטוואך - טייל זיניג , קאלט, 30-35 בייטאג, 20-25 ביינאכט.
דאנערשטאג- פארוואלקענט , שניי מעגליך, 32. שטארק קאלט אין ווינטיג ביינאכט, 10.
פרייטאג ביז זינטאג -זיניג אין גאר קאלט ,18-25 בייטאג, 5-10 ביינאכט.
(שניי מעגליך מוצאי שבת)
וועטער לעקוואוד -
מאנטאג ביינאכט- טייל פארוואלקענט , ווינטיג , אין קאלט, 26.
דינסטאג & מיטוואך - טייל זיניג , קאלט, 35-40 בייטאג, 20-25 ביינאכט.
דאנערשטאג- פארוואלקענט , שניי מעגליך, 37. שטארק קאלט אין ווינטיג ביינאכט, 10.
פרייטאג ביז זינטאג -זיניג אין גאר קאלט ,20-25 בייטאג, 5-10 ביינאכט.
(שניי מעגליך מוצאי שבת)
וועטער מאנסי -
מאנטאג ביינאכט- שניי ענדיגט זיך , טייל פארוואלקענט , ווינטיג , אין קאלט, 20.
דינסטאג & מיטוואך - טייל זיניג , קאלט, 27-32 בייטאג, 20-25 ביינאכט.
דאנערשטאג- פארוואלקענט , שניי מעגליך, 27. שטארק קאלט אין ווינטיג ביינאכט, 5-10.
פרייטאג ביז זינטאג -זיניג אין גאר קאלט ,12-18 בייטאג, ארום 0 ביינאכט.
(שניי מעגליך מוצאי שבת)
וועטער מאנרא-
מאנטאג ביינאכט- שניי ענדיגט זיך , טייל פארוואלקענט , ווינטיג , אין קאלט, 18.
דינסטאג & מיטוואך - טייל זיניג , קאלט, 27-32 בייטאג, 13-18 ביינאכט.
דאנערשטאג- פארוואלקענט , שניי מעגליך, 25. שטארק קאלט אין ווינטיג ביינאכט, 0-5.
פרייטאג ביז זינטאג -זיניג אין גאר קאלט ,10-20 בייטאג, ארום 0 ביינאכט.
(שניי מעגליך מוצאי שבת)
נעסקטע אפדעיט דינסטאג אווענט אי״ה.
א גיטע נאכט. Be careful out there!
א פאר snowshowers or sleetshowers קענען אדורכגיין די שטאט ציווישען 8-9 אזייגער.
אפדעיט אויף די נעקסטע פאר טעג
בקיצור צוויי אדער דריי שטורמס אין אסאך גאר קאלטע לופט זענען אויף די menu פאר דער נעקסטע וואך. מארגען נאכט אין דאנערשטאג קומט אהן א ארטיק קאלד פראנט מיט א wave אזוי הייסט דער מין שטורם , אמאל ווען עס קומט אהן צום אטלאנטיק ווערט עס שטערקער אין ווארפט צוריק העיווי שניי, דאס מאל ווי א גאנץ ווינטער זעט אויס אז עס וועט זיך נאר שטערקערען ווייט איסט פון אינז. סא א פאר אינטשעס שניי קען פאלען אבער נישט מער. דערנאך קומט דער גאל קאלטען לופט אהן עס גייט אויך פארביי די נעקסטען שטורם שפעט שבת צו זינטאג, דאס איז נאר שניי אבער דאס זעט אויך אויס לויט די לעצעטערע מאדעלס ווי נישט מער ווי אפאר אינטשעס, א דריטען שטורם קען אנקומען אינמיטען נעקסע וואך וואס איז אויך דארווייל נישט major. פאר א סיכום הדברים , קאלט, אביסעל שניי, גאר קאלט, שניי , גאר קאלט , שניי .....וכו׳
איך וועל האבען די פול forcast אי״ה דער אווענט.
א פאר מעפס אין גרעפיקס וועגען די upcoming weather
.
📎 image.jpg 📎 image.jpg 📎 image.jpg 📎 image.jpg 📎 image.jpg
דינסטאג נאכט - וועטער באריכט
א גיטען אווענט, איך האב ארויפגעלייגט א discussion וועגען די קומענדיגע וועטער אין א פריערדיגע פאוסט דא האט איהר די forecast.
וועטער ברוקלין-
דינסטאג נאכט- טייל פארוואלקענט, ווינטיג אין קעלטער. 23.
מיטוואך - טייל זיניג , קאלט, 29. ביינאכט - ווערט פארוואלקענט , 20.
דאנערשטאג- שניי, 1-3 אינטשעס זענען מעגליך 32.
דאנערשטאג נאכט - שניי ענדיגט זיך, זייער ווינטיג אין קאלט, 10. ( Wind chills -10)
פרייטאג- זיניג, גאר קאלט אין ווינטיג , 20 . קלאר אין קאלט ביינאכט, 10.
שבת- פארוואלקענט , שניי מעגליך נאכמיטאג , קאלט 25.
מוצאי שבת- שניי מעגליך, קאלט אין ווינטיג, 10.
זינטאג -טייל זיניג אין גאר קאלט ,18-בייטאג, 0-5 ביינאכט.
מאנטאג- זיניג אין קאלט , 22.
וועטער לעקוואוד -
דינסטאג נאכט- טייל פארוואלקענט, ווינטיג אין קעלטער. 23.
מיטוואך - טייל זיניג , קאלט, 32. ביינאכט - ווערט פארוואלקענט , 20.
דאנערשטאג- שניי, 1-2 אינטשעס זענען מעגליך 35.
דאנערשטאג נאכט - שניי ענדיגט זיך, זייער ווינטיג אין קאלט, 12. ( Wind chills -5)
פרייטאג- זיניג, גאר קאלט אין ווינטיג , 22 . קלאר אין קאלט ביינאכט, 10.
שבת- פארוואלקענט , שניי מעגליך נאכמיטאג , קאלט 30.
מוצאי שבת- שניי מעגליך, קאלט אין ווינטיג, 10.
זינטאג -טייל זיניג אין גאר קאלט ,18-בייטאג, 0-5 ביינאכט.
מאנטאג- זיניג אין קאלט , 22
וועטער מאנסי -
דינסטאג נאכט- טייל פארוואלקענט, ווינטיג אין קעלטער. 17.
מיטוואך - טייל זיניג , קאלט, 27. ביינאכט - ווערט פארוואלקענט , 16.
דאנערשטאג- שניי, 1-2 אינטשעס זענען מעגליך 29.
דאנערשטאג נאכט - שניי ענדיגט זיך, זייער ווינטיג אין קאלט, 8. ( Wind chills -12)
פרייטאג- זיניג, גאר קאלט אין ווינטיג , 15 . קלאר אין קאלט ביינאכט, 0.
שבת- פארוואלקענט , שניי מעגליך נאכמיטאג , קאלט 20.
מוצאי שבת- שניי מעגליך, קאלט אין ווינטיג, 5.
זינטאג -טייל זיניג אין גאר קאלט ,15-בייטאג, 5-ביז 0 ביינאכט.
מאנטאג- זיניג אין קאלט , 20
וועטער מאנרא-
דינסטאג נאכט- טייל פארוואלקענט, ווינטיג אין קעלטער. 13.
מיטוואך - טייל זיניג , קאלט, 26. ביינאכט - ווערט פארוואלקענט , 12.
דאנערשטאג- שניי, 1-2 אינטשעס זענען מעגליך 27.
דאנערשטאג נאכט - שניי ענדיגט זיך, זייער ווינטיג אין קאלט, 5. ( Wind chills -15)
פרייטאג- זיניג, גאר קאלט אין ווינטיג , 12 . קלאר אין קאלט ביינאכט, 0.
שבת- פארוואלקענט , שניי מעגליך נאכמיטאג , קאלט 17.
מוצאי שבת- שניי מעגליך, קאלט אין ווינטיג, 0.
זינטאג -טייל זיניג אין גאר קאלט ,10-בייטאג, 10 - ביז 5- ביינאכט.
מאנטאג- זיניג אין קאלט , 20
נעסקטע אפדעיט מיטוואך אווענט אי״ה.
Boston snow pictures after yesterdays storm
.
📎 image.jpg 📎 image.jpg 📎 image.jpg 📎 image.jpg
Accuweather graphics
.
📎 image.jpg 📎 image.jpg 📎 image.jpg
וועטער אפדעיט
א גיטען , איך וועל אביסעל ביישרייבען דער וועטער יעצט , אין שפעטער ארויפלייגען די געווענטליכע וועטער באריכט,א פאר וויכטיגע פונקטען. איינס , דער וועטער גייט ווערען שטארק קאלט, צוויי עס איז דא א מעגליכקייט פאר גאנץ א לייטישע שניי שבת נאכמיטאג ביז זינטאג צופרי. קודם וועט מען זען א לייכטע שניי מארגען מיט נישט מער ווי אן אינטש. איין מאל דאס איז אדורך וועט זיין זייער קאלט דאנערשטאג נאכט ארום 10 דעגריס, אבער דאס איז נאר די פארשפייז, פרייטאג וועלען מיר זיך נישט זען העכער ווי 18, אין פרייטאג צונאכט וועט די שטאט אראפגיין נאנט צו 5 דעגריס. די ווינט וועט בושעווען אין עס וועט זיך שפירען ווי 5-15 below zero ביידע נאכט אין לעבען 0 פרייטאג. דערנאך קומט א שטורם פאר שבת נאכמיטאג , דאס מאל איז עס בלויז שניי אבער ווי געווענטליך איז דא שאלות וועגען ווי נאנט עס קומט צו אינז. דערווייל זעט עס אויס ווי א טראסק פאר באסטען אבער עס טוט אינז נישט שוינען אינגאנצען. די אמעריקאנער מאדעל ווייזט 2-4 אינטשעס, די קאנאדיען 12 אינטשעס פלאס, די european ערגיץ אינדערמיט מיט 4-6 אינטשעס. דער גאנצע קלער איז ווי ווייט south דער שטורם וועט זיין ווען עס דעוועלאפט זיך, דער שטורם ענדעלט זיך צו אינזער בליזזארד וואס האט זיך דעוועלאפט צו ווייט. עס איז דא מער צייט צו זען מער פונטקליך אבער וואס עס וועט יא פאלען וועט פאלען אין שטארק קאלטע לופט אין דאס העלפט ארויפברענגען די accumulations. איינמאל דער שטורם גייט פארביי ווערט עס ווי א ווייסער קאלטער hurricane אינעם אטלאנטיק, דאס וועט העלפען אריינשלעפען די קעלטסטע לופט פינעם ווינטער אין פון א סאך יארען. די לעטצע מאל עס איז געווען 0 אדער ווייניגער אין נאו יארק סיטי איז געווען 20 יאר צוריק אין jan. 1994. די לעצע מאל עס איז געווען 1 דעגריס איז געווען 10 יאר צוריק אין jan 2004. עס איז דא א chance אינז קענען זען אזעליכע נידריגע טעמפרוטערס זינטאג נאכט. פיינעלי דינסטאג קען מען זען א שניי וואס טוישט צו אייז אין רעגען ביי מיטוואך. עס גייט זיין א ביזי וואך מיט די וועטער אין איך האף צו האלטען די עולם אפדעיטען בעזרת השם.
Snow maps for thursday
מיטוואך אווענט - וועטער באריכט
א גיטען אווענט, איך האב ארויפגעלייגט א discussion וועגען די קומענדיגע וועטער אין א פריערדיגע פאוסט דא האט איהר די forecast.
וועטער ברוקלין-
מיטוואך נאכט - ווערט פארוואלקענט איבערנאכט , 22.
דאנערשטאג- שניי, ווינטיג , איין אינטש מעגליך 37.
דאנערשטאג נאכט - שניי ענדיגט זיך, זייער ווינטיג אין קאלט, 10. ( Wind chills -10)
פרייטאג- זיניג, גאר קאלט אין ווינטיג , 18 . טייל פארוואלקענט אין קאלט ביינאכט, 10.
(Wind chills near 0)
שבת- פארוואלקענט , שניי מעגליך נאכמיטאג , קאלט 27.
מוצאי שבת- שניי מעגליך, זייער ווינטיג, 10.
זינטאג -טייל זיניג אין גאר קאלט ,18-בייטאג, 0-5 ביינאכט.
מאנטאג- זיניג אין קאלט , 22. קלאר אין קאלט, 10 ביינאכט.
דינסטאג-פארוואלקענט, שניי מעגליך, 30.
וועטער לעקוואוד -
מיטוואך נאכט - ווערט פארוואלקענט איבערנאכט , 22.
דאנערשטאג- שניי אדער רעגען showers , ווינטיג , 37.
דאנערשטאג נאכט - שניי ענדיגט זיך, זייער ווינטיג אין קאלט, 10. ( Wind chills -10)
פרייטאג- זיניג, גאר קאלט אין ווינטיג , 20 . טייל פארוואלקענט אין קאלט ביינאכט, 12.
(Wind chills near 0)
שבת- פארוואלקענט , שניי מעגליך נאכמיטאג , קאלט 32.
מוצאי שבת- שניי מעגליך, זייער ווינטיג, 10.
זינטאג -טייל זיניג אין גאר קאלט ,18-בייטאג, 0-5 ביינאכט.
מאנטאג- זיניג אין קאלט , 22. קלאר אין קאלט, 10 ביינאכט
דינסטאג-פארוואלקענט, שניי מעגליך, 32.
וועטער מאנסי -
מיטוואך נאכט - ווערט פארוואלקענט איבערנאכט , 16.
דאנערשטאג- שניי, ווינטיג , איין אינטש מעגליך 32.
דאנערשטאג נאכט - שניי ענדיגט זיך, זייער ווינטיג אין קאלט, 5. ( Wind chills -15)
פרייטאג- זיניג, גאר קאלט אין ווינטיג , 13 . טייל פארוואלקענט אין קאלט ביינאכט, 0.
(Wind chills near -10)
שבת- פארוואלקענט , שניי מעגליך נאכמיטאג , קאלט 22.
מוצאי שבת- שניי מעגליך, זייער ווינטיג, 10.
זינטאג -טייל זיניג אין גאר קאלט ,12-בייטאג, 0 ביינאכט.
מאנטאג- זיניג אין קאלט , 18. קלאר אין קאלט, 7 ביינאכט.
דינסטאג-פארוואלקענט, שניי מעגליך, 27.
וועטער מאנרא-
מיטוואך נאכט - ווערט פארוואלקענט איבערנאכט , 14.
דאנערשטאג- שניי, ווינטיג , איין אינטש מעגליך 32.
דאנערשטאג נאכט - שניי ענדיגט זיך, זייער ווינטיג אין קאלט, 0. ( Wind chills -20)
פרייטאג- זיניג, גאר קאלט אין ווינטיג , 12 . טייל פארוואלקענט אין קאלט ביינאכט, 2-.
(Wind chills near -15)
שבת- פארוואלקענט , שניי מעגליך נאכמיטאג , קאלט 20.
מוצאי שבת- שניי מעגליך, זייער ווינטיג, 5.
זינטאג -טייל זיניג אין גאר קאלט ,10-בייטאג, 5- ביינאכט.
מאנטאג- זיניג אין קאלט , 15. קלאר אין קאלט, 5 ביינאכט.
דינסטאג-פארוואלקענט, שניי מעגליך, 25.
נעסקטע אפדעיט דאנערשטאג אווענט אי״ה.
היינטיגע דאטום 32 יאר צוריק - בליזארד אף 83.
איך געדענק נאך אהיימקומען פון ישיבה איך בין געווען 8 יאר אלט, עס איז געווען פרייטאג אין שניי האט אנגעפאנגען צו פאלען ליל שבת איז געווען בליזזארד קאנדישענס מיט העיבי שניי אין אפילו דינערען אין בליצען, איך געדענק זיצען ביי די פענסטער מיט מיין טאטע מאמע אין געשוויסטער טרינקענדיג א הייסע טיי אין מיטהאלטען מיט דעם שטורם. דער נעקסטען אינדערפרי איז די שניי געווען אזוי הויך אז די גארבעז טראקס זענען געווארען סטאק אין אסאך האבען פשוט אויפגעגעבען עס איז געווען שווער צו גיין אין שוהל אין אסאך עלטערע אידען זענען געבליבען אינדערהיים יענעם שבת צופרי. עס איז דאכצעך מיר געווען שבת שירה. דא האט איהר אפאר בילדער פון ברוקלין אין אפילו פון בארא פארק פון דעם שטורם.
📎 image.jpg 📎 image.jpg 📎 image.jpg 📎 image.jpg 📎 image.jpg
נאך אפאר שניי בילדער פון בארא פארק 1975-76, 77-78, 83
.
📎 image.jpg 📎 image.jpg 📎 image.jpg 📎 image.jpg 📎 image.jpg
Wind chills
איך וויל מיך נאכאמאל שטארק באדאנקען פאר אונזער געטרייער וועטער באריכטער וואס יומם ולילה לא ישבות אונז צו באריכטן מיט א פונקטליכקייט אלע געגנטער, און טוט באררייכערן אונזערע ידיעות אין דעם פעלד,
און ככלב שב על קיאו וויל איך זיך באזונדער באדאנקען פארן אינזין האבן ביי אלע בילדער - לויט מיין פארלאנג אין אישי - אראפצונעמען דעם וואטערמארק. עס איז כשה אחת בין שבעים זאבים, שיינע קלארע בילדער. ממנו ילמדו וכן יעשו.