☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן

וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן

2551 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8116
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52

וועטערבאריכט » מאנטאג מערץ 16, 2015 11:55 pm

· #259115
שמעקעדיג
דאס איז נייעס פאר מיר! איך האב ביי מיר בילדער פון עטליכע יאר צוריק ווי איך האב געזען 2 זונ'ען... איך בין שיער אראפ פון "זינען" פרובירנדיג אויסצופיגור'ן פשט דערין!


מסתמא דער לשון רבים פון זין זענען אויך" זין" מען דארף פרעגען איינער וואס קען אידיש בעסער ווי איך. אפשר קענען מיר עס רופען א שמש אין צווי שמשים 😂 דא האט איהר א בילד פון א שטערקערע פאל , עס הייסט mock sun or son dog אין ענגליש.

ייש"כ פארן מיר אויפקלערן!!
📎 image.jpg

ישראל קאפקע » דינסטאג מערץ 17, 2015 12:21 am

· #259135
זונען.
אגב ר' וועטער נביא, ווי מער איך לייען אייערע תגובות (חוץ אייערע נוצבארע אפדעיטס איבער דעם וועטער) אלץ מער גלייך איך אייער גלייכער שכל, ישרות און מעסיגקייט.

וועטערבאריכט » דינסטאג מערץ 17, 2015 2:36 pm

· #259269
דינסטאג נאכמיטאג אפדעיט
א גיטען , עס איז אינטראסאנט אז די לאנג רענ׳ג מאדעלס האבען געוויזען עפעס א שטורם קומט , דערנאך עס פארלוירען אין בעק אין פארט . למעשה זענען מיר שוין א פאר טעג אוועק אין די לעצטערע מאדעלס קומען אביסעל צו א קאנסענסאס. די קאלטע לופט איז דא געניג אין דער הייך ביי די וואלקענעס, אין ספרינג איז דער upper atmosphere געווענטליך שטארק קאלט. די ווארעמקייט איז מער נאנט צו דער ערד, וואס דאס איז ביי די וועי פארקערט ווי אין fall אדער early winter. די שאלות בלייבען נאך אזוי וועט די שטורם קומען נאנט געניג צו אינז ? אויב דער שניי אדער precipitation פאלט שטארק געניג שלעפט עס אראפ איר אייגענע קאלטע לופט אין דאס העלפט עס בלייבען שניי לענגער. אויב אבער איז די שניי שוואך דעמאלטס איז גראדע נישט דא א שטארק קאלטע היי פרושער אריינציהאלטען די קאלטע לופט. די ערד איז אסאך ווארעמער יעצט אין אפילו אויב עס שנייעט פיין וועט עס קלעבען אויפן גראז , אין אנדערע קעלטערע surfaces. אויב איינער פרעגט מיר יעצט וואלט איך געזאגט עס איז מעגליך צו זעהן 2-6 אינטשעס כמעט איבעראל. אין שטאט וועט נישט זיין אזוי קאלט אבער עס קען שנייען heavier, אין אפסטעיט וועט שנייען שוואכער אבער דארט איז קעלטער. די העכערע elevations וועלען זען די העכסטע accumulations. איין זאך זעט אויס גאנץ קלאר, אייז, פריזינג רעין וועט נישט זיין א פראבלעם. דאס איז שניי אדער שניי געמישט מיט רעגען . אויך אלעס וואס טוט פאלען וועט זיך צולאזען גאנץ שנעל אין ביי שבת נאכמיטאג וועט מען מסתם נישט זען א זכר פון די שניי. איך וועל מער אפדיעטען אין באשרייבען אי״ה היינט אווענט.
📎 image.jpg

וועטערבאריכט » דינסטאג מערץ 17, 2015 2:42 pm

· #259273
דער טאג איז פונקטליך 12 שעה היינט
עס איז סתם אינטרעסאנט אז היינט איז דער טאג exactly 12 hours . דא האט איהר פון myzmanim.com .
Sunrise** **הנץ החמה
Level region at sea level 7:04:36 מישור בגובה פני הים

Sunset** **שקיעת החמה
Level region at sea level 7:04:25 מישור בגובה פני הים

געוואלדיג » דינסטאג מערץ 17, 2015 3:29 pm

· #259289
וועטערבאריכט

Sunrise** **הנץ החמה
Level region at sea level 7:04:36 מישור בגובה פני הים

Sunset** **שקיעת החמה
Level region at sea level 7:04:25 מישור בגובה פני הים


נישט אינגאנצן

וועטערבאריכט » דינסטאג מערץ 17, 2015 4:44 pm

· #259308
געוואלדיג
וועטערבאריכט

Sunrise** **הנץ החמה
Level region at sea level 7:04:36 מישור בגובה פני הים

Sunset** **שקיעת החמה
Level region at sea level 7:04:25 מישור בגובה פני הים


נישט אינגאנצן

ביסט גערעכט , ווייניגער מיט 9 סעקאנדס . 🤓

וועטערבאריכט » דינסטאג מערץ 17, 2015 4:59 pm

· #259312
Normal highs and lows for march in nyc
דער חודש גייט די average נארמאלער טעמפרעטורס ארויף כמעט א יעדע טאג צוויי אין פון 43-53 ביים סוף חודש פאר די היי, אין 27-37 פאר די. לאס. איך לייג דאס צו אז מען זאל קענען זען ווי מיר האלטן. מארגען און אויך פאר א פאר טעג נעקסטע וואך קען זיין א גיטע 10 דעגריס אינטער נארמאל. די long range forecasts ווייזן דערווייל א קילער spring. לאמיר האפען אז אונז דריי מיר זיך נישט ארום מיט א מאנטעל און א קוטשמע ביז פסח. אבער thats the way it looks right now.
קוקנדיג אויף די רעקארדס זעט מען אז אמאל קען די וועטער מאכען א שטארקע turnaround, זעט למשל 1986, דאס יאהר אבער זעט די פאטטערן צו זיין לאקד אן אין ווייניגער עקסטרים קאלט אבער אויך נישט קיין פיין ווארעמערע וועטער.
📎 image-59.jpg 📎 image-58.jpg

וועטערבאריכט » דינסטאג מערץ 17, 2015 5:36 pm

· #259323
דינסטאג אווענט-וועטער באריכט
א גוט אווענט, היינט איז געווען 58 אין בארא פארק, 63 אין לעיקוואוד אין נאנט צו 50 אין מאנרא אין מאנסי, אבער די מילדערע וועטער איז דערנאך. עס איז זייער ווינטיג אין די טעמפערוטורס פאלען שנעל יעצט. עס גייט אראפ צו די 20s ביינאכט אין מארגען וועט עס נישט ארויס פון די 30s. דער אמת איז אז אויסער אויף שבת וואס וועט זיין ציווישען צוויי קאלטע לופט מאסעס וועלען די טעגליכע טעמפרעטורס נישט זיין העכער ווי 40 פאר די גאנצע וואך. וועגען די שטורם פאר וואס זעט אויס פאר דאנערשטאג נאכט ביז פרייטאג צונאכטס אזוי ווי איך האב געשריבען פריער נאכמיטאג, עס זעט אויס ווי אפאר אינטשעס קען פאלען איבעראל, אבער בפרטיות קען מען נאכנישט פונקטליך זאגען.

וועטער ברוקלין-

דינסטאג נאכט- שטארק ווינטיג אין קעלטער , 27.
מיטוואך אין דאנערשטאג-זיניג , ווינטיג אין קילער , ארום 40 בייטאג, 25-30 ביינאכט.
פרייטאג - שניי אדער שניי געמישט מיט רעגען , ארום 38 בייטאג, 32 ביינאכט.
שבת- טייל זיניג אין נישט אזוי קאלט, ארום 50 בייטאג, ארום 30 מוצאי שבת.
זינטאג ביז דינסטאג - זיניג אין קיל , 37-42 בייטאג, 25-30 ביינאכט.

וועטער לעקוואוד -

דינסטאג נאכט- שטארק ווינטיג אין קעלטער , 26.
מיטוואך אין דאנערשטאג-זיניג , ווינטיג אין קילער , ארום 40 בייטאג, ארום 25 ביינאכט.
פרייטאג - שניי אדער שניי געמישט מיט רעגען , ארום 38 בייטאג, 32 ביינאכט.
שבת- אביסעל שניי אינדערפרי דערנאך טייל זיניג אין נישט אזוי קאלט, ארום 50 בייטאג, ארום 30 מוצאי שבת.
זינטאג ביז דינסטאג - זיניג אין קיל , ארום 40 בייטאג, ארום 25 ביינאכט.



וועטער מאנסי-

דינסטאג נאכט- שטארק ווינטיג אין קעלטער , 22.
מיטוואך אין דאנערשטאג-זיניג , ווינטיג אין קילער , ארום 35 בייטאג, 20-25 ביינאכט.
פרייטאג - שניי אדער שניי געמישט מיט רעגען , ארום 36 בייטאג, 30 ביינאכט.
שבת- טייל זיניג אין נישט אזוי קאלט, ארום 48 בייטאג, ארום 28 מוצאי שבת.
זינטאג ביז דינסטאג - זיניג אין קיל , 35-40 בייטאג, 20-25 ביינאכט.

וועטער מאנרא-

דינסטאג נאכט- שטארק ווינטיג אין קעלטער , 20.
מיטוואך אין דאנערשטאג-זיניג , ווינטיג אין קילער , ארום 35 בייטאג, 15-20 ביינאכט.
פרייטאג - שניי מעגליך , ארום 35 בייטאג, 28 ביינאכט.
שבת- טייל זיניג אין נישט אזוי קאלט, ארום 45 בייטאג, ארום 25 מוצאי שבת.
זינטאג ביז דינסטאג - זיניג אין קיל , 32-37 בייטאג, 15-20 ביינאכט.



נעסקטע וועטער באריכט מיטוואך אווענט אי״ה . א גוטע נאכט.

וועטערבאריכט » דינסטאג מערץ 17, 2015 8:19 pm

· #259361
Aurora borealis מקען אפשר זען היינט נאכט.
עס איז דא א שטארקע solar storm אין היינט נאכט קען מען זען די northern lights אין אפסטיעט אין אפשר אפילו אין די שטאט אוועק פון שטארקע לייטס. דאס קען מען אפשר זען אין די הימל צו די נארט זייט. שטייטס ווייט פון סיטי לייטס.
📎 image.jpg 📎 image.jpg 📎 image.jpg 📎 image.jpg 📎 image.jpg

וועטערבאריכט » דינסטאג מערץ 17, 2015 8:30 pm

· #259365
הערליכע פיקטשערס פון northern lights - alaska and finland
.
📎 image.jpg 📎 image.jpg 📎 image.jpg 📎 image.jpg 📎 image.jpg

וועטערבאריכט » מיטוואך מערץ 18, 2015 7:01 am

· #259492
מיטוואך צופרי אפדעיט- א שנייעדיגע פרייטאג?
מער אין מער מאדעלס ווייזען קעלטערע סעלושענס פאר די שטורם פון פרייטאג נעכטען נאכמיטאג האב איך ארויסגעלייגט א first guess פון 2-6 אינטשעס דורכאויס די גאנצע היימישער געגענט. דאס זעט אויס צו זיין גיט פאר דערווייל.
איך לייג יעצט ארויף די נעשינעל וועטער שניי מעפס אין די euro model פון איבערנאכט . שפעטער אין אווענט וועל אין אי״ה ארויפלייגען מער פונקטליכע אמאונטס. גראדע זייט 1996 איז נישט געפאלען מער ווי 3 אינטשעס נאך מארטש דער 20th לאמיר זען אויב דאס געשעט דאס יאהר.
א גיטען טאג.
📎 image.jpg 📎 image.jpg 📎 image.jpg

צדיק נסתר » מיטוואך מערץ 18, 2015 11:51 am

· #259537
וועטערבאריכט
גראדע זייט 1996 איז נישט געפאלען מער ווי 3 אינטשעס נאך מארטש דער 20th.

מארטש 22 1998 איז געפאלען 5 אינטשעס (סענטרעל-פארק)
עפריל 7 2003 איז געפאלען 4 אינטשעס (סענטרעל-פארק)

צדיק נסתר » מיטוואך מערץ 18, 2015 12:31 pm

· #259550
אנאנים, אונזער באליבטער וועטער באריכטער וועט עס באלד באשטעטיגן..

ווארט צו אביסעלע;

וועטערבאריכט » מיטוואך מערץ 18, 2015 5:53 pm

· #259608
[ציטאט אראפגענומען]

ביסט גערעכט צדיק נסתר, איך האב עס געליינט ערגעץ אין נישט געמאכט געניג research צו זען אויב עס איז אמת . יישר כח פאר עס ציפיקסען. אויב די קענסט ברענג דער ליסט אין פאוסט עס מיט די מארטש שנייען.איך טרעף נאר א ליסט פון טאטעל שניי פער חודש.
ביי די way , איך האב גערעדט מיט צדיק נסתר אין אישי אין ער איז באמת׳ן אינטערסירט אין וועטער אין ער קען זיך אויס , סאו איך בין באמת׳ן צופרידען צו הערען פון איהם.
📎 image.jpg

צדיק נסתר » מיטוואך מערץ 18, 2015 6:10 pm

· #259609
צדיק נסתר
אנאנים, אונזער באליבטער וועטער באריכטער וועט עס באלד באשטעטיגן..

ווארט צו אביסעלע;

נו וואס האב איך דיר געזאגט?

צדיק נסתר » מיטוואך מערץ 18, 2015 6:15 pm

· #259611
וועטערבאריכט
ביי די way , איך האב גערעדט מיט צדיק נסתר אין אישי אין ער איז באמת׳ן אינטערסירט אין וועטער אין ער קען זיך אויס , סאו איך בין באמת׳ן צופרידען צו הערען פון איהם.

איך האף אז ר' פישעלע הערינג וועט עס אויך איינזעהן 😃

צדיק נסתר » מיטוואך מערץ 18, 2015 6:23 pm

· #259616
וועטערבאריכט
אויב די קענסט ברענג דער ליסט אין פאוסט עס מיט די מארטש שנייען.איך טרעף נאר א ליסט פון טאטעל שניי פער חודש.

3 22 1998
📎 3221998.JPG

צדיק נסתר » מיטוואך מערץ 18, 2015 6:24 pm

· #259617
4 7 2003
📎 472003.JPG

וועטערבאריכט » מיטוואך מערץ 18, 2015 6:57 pm

· #259622
מיטוואך אווענט- וועטער באריכט
א גוט אווענט, א קאלטע אין ווינטיגער טאג איז אדורך אין דער ווינטער איז נאך נישט גענדיגט מיט אינז. היינט נאכט וועט זיין שטארק קאלט מיט טעמפרעטורס ארום 20. מארגען וועט זיין קאלט אבער נישט אזוי ווינטיג אין מאגען נאכט וועט ווערען פארוואלקענט. די מאדעלס זענען געבליבען שנייעדיג פאר פרייטאג אין פרייטאג צונאכטס. עס זעט אויס ווי שניי פאנגט אן צו פאלען פרייטאג אינדערפרי אין עס קען ווערען heavy נאכמיטאג. די שטארקייט פון דער זין radiation אפילו אין א פארוואלקענטער טאג ( טראכט מים שלנו ) אין די טעמפרעטורס אין די low 30s מיינט אז די שניי וועט קלעבען על פי רוב אויף גראז, קארס , קעלטערע פלעצער ווי ענדרעשט אויפן גאס אדער ראודס. אויב עס פאלט שווער אין שנעל געניג קען עס קלעבען איבעראל בפרט שפעטער נאכמיטאג. ביי פרייטאג צונאכטס קען זיך די שניי מישען מיט רעגען אדער אביסעל אייז פאר עס ענדיגט זיך. ווי עס זעט אויס יעצט קען די סיטי זען 2-4 אינטשעס , מאנסי 3-5 , מאנרא 3-6 אינטשעס אין לעיקוואוד 1-3. דערנאך וועט שבת זיין גאנץ שיין לעבען 50 , אבער דאס וועט נישט בלייבען לאנג מיט קעלטערע לופט אין אפשר נאך א שטורם פאר די מיטען פון נעקסטע וואך.

וועטער ברוקלין-


מיטוואך נאכט- קלאר , ווינטיג אין זייער קאלט, 24. Windchill in the teens .
דאנערשטאג-זיניג , אין קאלט, נישט אזוי ווינטיג, ארום 40 בייטאג, ווערט פארוואלקענט , 28 ביינאכט.
פרייטאג - שניי מעגליך heavy נאכמיטאג , ארום 35 בייטאג, שניי קען זיך ענדיגען ווי א מיקס מיט רעגען אין אייז 32 ביינאכט.
שבת- טייל זיניג אין נישט אזוי קאלט, ארום 48 בייטאג, ארום 30 מוצאי שבת.
זינטאג ביז מיטוואך - זיניג אין קיל , 35-45 בייטאג, 25-30 ביינאכט.

וועטער לעקוואוד -


מיטוואך נאכט- קלאר , ווינטיג אין זייער קאלט, 22. Windchill in the teens .
דאנערשטאג-זיניג , אין קאלט, נישט אזוי ווינטיג, ארום 40 בייטאג, ווערט פארוואלקענט , 28 ביינאכט.
פרייטאג - שניי מעגליך געמישט מיט רעגען נאכמיטאג , ארום 37 בייטאג, שניי געמישט מיט רעגען אין אייז 32 ביינאכט.
שבת- טייל זיניג אין נישט אזוי קאלט, ארום 50 בייטאג, ארום 30 מוצאי שבת.
זינטאג ביז מיטוואך - זיניג אין קיל , 38-48 בייטאג, 25-30 ביינאכט.



וועטער מאנסי-

מיטוואך נאכט- קלאר , ווינטיג אין זייער קאלט, 20. Windchill in the teens .
דאנערשטאג-זיניג , אין קאלט, נישט אזוי ווינטיג, 38 בייטאג, ווערט פארוואלקענט , 23 ביינאכט.
פרייטאג - שניי מעגליך heavy נאכמיטאג , ארום 33 בייטאג, שניי ענדיגט זיך שפעט ביינאכט, 29.
שבת- טייל זיניג אין נישט אזוי קאלט, ארום 45 בייטאג, ארום 28 מוצאי שבת.
זינטאג ביז מיטוואך - זיניג אין קיל , 35-45 בייטאג, 22-28 ביינאכט.

וועטער מאנרא-

מיטוואך נאכט- קלאר , ווינטיג אין זייער קאלט, 16 דעגריס . Windchills around 10 .
דאנערשטאג-זיניג , אין קאלט, נישט אזוי ווינטיג, 35 בייטאג, ווערט פארוואלקענט , 20 ביינאכט.
פרייטאג - שניי מעגליך heavy נאכמיטאג , ארום 32 בייטאג, שניי ענדיגט זיך שפעט ביינאכט, 27.
שבת- טייל זיניג אין נישט אזוי קאלט, ארום 45 בייטאג, ארום 25 מוצאי שבת.
זינטאג ביז מיטוואך - זיניג אין קיל , 32-42 בייטאג, 15-25 ביינאכט.



נעסקטע וועטער באריכט דאנערשטאג אווענט אי״ה . א גוטע נאכט.

וועטערבאריכט » מיטוואך מערץ 18, 2015 6:58 pm

· #259623
.
📎 image.jpg 📎 image.jpg

וועטערבאריכט » מיטוואך מערץ 18, 2015 10:17 pm

· #259659
חשבון פון שנייען פאר די ווינטער פאר ברוקלין
Winter of 2014-2015
11/26/14 - 0.1"
12/10/14 - 0.3"
1/6/15 - 1.2"
1/9/15 - 1.7"
1/24/15 - 2.8"
1/26-27/15 - 10.7"
2/1-2/15 - 6.1"
2/14/15 - 0.3"
2/17/15 - 4.0"
2/21/15 - 4.0"
3/1/15 - 3.5"
3/3/15 - 1.2"
3/5/15 - 8.0"
____________
TOTAL:44.0"
דאס איז פאר ברוקלין , אין סענטרעל פארק איז שוין אפיציעל געפאלען - 42.5 אינטשעס , נארמאל איז 24.2 , לעצטע יאהר ווינטער איז געווען 57.4 אינטשעס שניי.
אין laguadia עירפארט איז שוין געפאלען דערווייל 49.1 אינטשעס , נארמאל דארט איז 25.3 , לעצטע יאהר ווינטער איז געווען 52.1 אינטשעס שניי.
All in all איז עס געווען גאנץ א שנייעדיג יאר אבער די קעלט איז געווען די big story. אינז האבען מיר נישט געקענט באקומען א גיטע גרינלענד בלאק מיט א געזינטע בלאק וואלטען מיר געקענט זען א 75 אינטשעס דאס ווינטער. יעצט אין די ספרינג לאמיר האפען אז דער בלאק וועקט זיך נישט אויף ווייל עס ברענגט קילע , נאסע וועטער אין גאר א שוואכע ספרינג.

וועטערבאריכט » מיטוואך מערץ 18, 2015 10:49 pm

· #259670
קען דאס זיין?
דער קענאדיען וועטער מאדעל פון היינט פארמיטאג האט געוויזען א גרויסע שטורם מעגליך שניי מיט 12 -18 אינטשעס פאר central new jersey דאס איז פאר נעקסטע וואך.... סקען זיין... סמיז זיין אז עס חלומט אבער איך לייג עס ארויף ... 😞
📎 image.jpg 📎 image.jpg

וועטערבאריכט » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 6:53 am

· #259737
דאנערשטאג צופרי- אפדעיט
דערווייל איז דער שניי on track. דא האט איהר די נייע שניי מעפס. מיינע נאמבערס בלייבען 2-4 סיטי, 3-5 מאנסי, 3-6 מאנרא, 1-3 לעיקוואוד. היינט גייט זיין קאלט אבער נישט אזוי ווינטיג ווי נעכטען. דער שניי פאנגט זיך אהן אי״ה מארגען אינדערפרי. Stay tuned.
📎 image.jpg 📎 image.jpg

וועטערבאריכט » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 7:04 am

· #259738
Oh ביי די וועי די קענעדיען האט געהאט א hiccup נעכטען מיט א מעגליכע גרויסע שטורם פאר די מיטען פון נעסטע וואך , איבערנאכט האט דאס געוויזען אז דער שטורם רוקט זיך ארויס ווייט צו אינזער סאוט אין אינז בלייבען מיר טרוקען.
( Just in case you couldnt sleep last night because of it)

וועטערבאריכט » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 4:39 pm

· #259914
אפדעיט שניי שטורם עש״ק
די מאדעלס האלטען זיך גאנץ שטארק וועגען א פעסטע שניי פאר אינז מארגען. עס זעט אויס ווי עס הייבט שנייען אינדערפרי 8-10 אזייגער אין די heaviest שניי פאלט 2-8 אזייגער, עס איז מסתם over ביי 10 אזייגער ליל שבת. די מאדעלס זענען געקומען מער סאוט מיט די גרעסטע accumulations יעצט זעט אויס ווי די שטאט אין מאנסי קענען באקימען א גיטע 4-6 אינטשעס. מאנרא אביסעל ווייניגער מיט 3-5 אין לעיקוואוד מיט 1-3 אינטשעס. דא האט איר אפאר מעפס ציגעלייגט. עס איז unbelievable אין זייער זעלטען אז מען זאל באקומט אזא שניי אזוי שפעט אין ווינטער. איך וועל ארויפלייגען א וועטער באריכט שפעטער בעזרת ה׳.
📎 image.jpg 📎 image.jpg 📎 image.jpg 📎 image.jpg

וועטערבאריכט » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 4:55 pm

· #259919
א פרעדיקשען פון א גאנצע וואך צוריק ווערט א ריאלעטי
דא האט איהר א screenshot פון א פאוסט איך האב ארויפגעלייגט לעצטע פרייטאג, דער שטורם האט זיך ארויפגעריקט צו פרייטאג אנשטאט שבת . אבער overall נישט א שלעכטע פרעדיקשען פאר אזא לאנג רענד׳ג דורך דער european . די אריגענעל פאוסט איז אויף דער לינק.
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/8116">viewtopic.php?f=3&t=8116&start=550</a><!-- l -->
📎 image-65.jpg

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 4:56 pm

· #259920
וואס וועט זיך אויסלאזן מיט די שניי? וועט אלעס צוגיין שבת מיט די ווארימע זוניג 40+ וועטער'ס?

אויב יא, וועלן מיר לויבן:
משליך קרחו כפתים, לפני קרתו מי יעמוד
ישלח דברו וימסם, ישב רוחו יזלו מים

געוואלדיג » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 5:01 pm

· #259922
דער עיקר אז אפשר וועט מארגן נישט זיין קיין חדר 😂

וועטערבאריכט » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 5:18 pm

· #259930
שמעקעדיג
וואס וועט זיך אויסלאזן מיט די שניי? וועט אלעס צוגיין שבת מיט די ווארימע זוניג 40+ וועטער'ס?
שבת ווערט ווערען זיניג אין נישט אזוי קאלט יעצט זעט אויס ווי 40-45 איז דער ווארעמסטע עס ווערט שבת אבער די זין איז שטארק לכאורה וועט זיך דער שניי אין slush שנעל צילאזען . נעקסטע זינטאג אין מאנטיג וועט נאר זיין אין די 30s סאו שבת וועט זיך נאך פילען גאנץ גיט.
אויב יא, וועלן מיר לויבן:
משליך קרחו כפתים, לפני קרתו מי יעמוד
ישלח דברו וימסם, ישב רוחו יזלו מים

וועטערבאריכט » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 5:20 pm

· #259932
געוואלדיג
דער עיקר אז אפשר וועט מארגן נישט זיין קיין חדר 😂

דאס וועט זיך נישט אנהויבען פרי געניג אין עס איז נישט אן ערענסט געניג שטורם צו קענסעלען חדר. דער שטערקסטער חלק קומט פון 2-8 נאכמיטאג.

געוואלדיג » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 5:32 pm

· #259933
קאליע געמאכט מיין הנאה

וועטערבאריכט » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 5:38 pm

· #259937
Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
Sorry [emoji45]


Sent from my iPad using Tapatalk

וועטערבאריכט » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 5:45 pm

· #259941
Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
איך טריי דער עפפ אויף מיין אייפון , עס איז פיינע נייעס, יעצט קען איך ארויפלייגען תגובות אין בילדער פון מיין phone.


Sent from my iPhone using Tapatalk

וועטערבאריכט » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 5:49 pm

· #259944
Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
טעסט סיגנאטשור


וועטערבאריכט [emoji295]️[emoji296]️[emoji297]️[emoji298]️[emoji298]️[emoji300]️

וועטערבאריכט » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 5:56 pm

· #259948
Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן



[emoji297]️[emoji299]️[emoji298]️וועטערבאריכט [emoji300][emoji295]️[emoji296]️️

געוואלדיג » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 7:01 pm

· #259966
אבער ביז היינט האב איך געקענט זעהן דיינע בילדער און עפעס יעצט עפנט זיך עס נישט אויף אויף מיין קאמפיוטער

וועטערבאריכט » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 7:37 pm

· #259989
געוואלדיג
אבער ביז היינט האב איך געקענט זעהן דיינע בילדער און עפעס יעצט עפנט זיך עס נישט אויף אויף מיין קאמפיוטער

איז דאס נאר די פאוסטס וואס איך לייג ארויף פון tapatalk אדער די אנדערע פאוסטס. איך האב נאך קיינמאל נישט געניצט א געהערעגע קומפיוטער נישט צו פאוסטען אדער לייענען. איך ניץ safari אויף מיין ipad אין ביז יעצט איז עס קיינמאל נישט געווען א פראבלעם.

געוואלדיג » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 7:44 pm

· #259991
אקעי לאמיר זעהן וואס עס וועט זיין ווייטער

וועטערבאריכט » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 8:00 pm

· #259998
דאנערשטאג אווענט-וועטער באריכט
א גוט אווענט, לאמיר גייען גלייך צו דער וועטער באריכט.

וועטער ברוקלין- winter weather advisory

דאנערשטאג נאכט-קלאר דערנאך ווערט עס פארוואלקענט, קאלט ארום 30.
פרייטאג - שניי מעגליך heavy נאכמיטאג , ארום 34 בייטאג,2-4 אינטשעס.
ליל שבת- שניי קען זיך מישען מיט אביסעל רעגען אדער אייז אין ענדיגט זיך שפעט , סך הכל 4-6 אינטשעס , קאלט 30 .
שבת- ווערט טייל זיניג אין נישט אזוי קאלט, ארום 45 בייטאג, ארום 30 מוצאי שבת.
זינטאג אין מאנטאג - זיניג אין קאלט , 35-40 בייטאג, 25-30 ביינאכט.
דינסטאג אין מיטוואך- טייל זיניג אין קיל, 42-47 בייטאג, 32-37 ביינאכט

וועטער לעקוואוד - winter weather advisory

דאנערשטאג נאכט-קלאר דערנאך ווערט עס פארוואלקענט, קאלט ארום 28.
פרייטאג - שניי מעגליך heavy נאכמיטאג געמישט מיט רעגען שפעט, ארום 37 בייטאג ,1-2 אינטשעס.
ליל שבת- שניי קען זיך מישען מיט אביסעל רעגען אדער אייז אין ענדיגט זיך שפעט , סך הכל 1-3 אינטשעס , קאלט 30 .
שבת- ווערט טייל זיניג אין נישט אזוי קאלט, ארום 48 בייטאג, ארום 30 מוצאי שבת.
זינטאג אין מאנטאג - זיניג אין קאלט , 35-40 בייטאג, 22-28 ביינאכט.
דינסטאג אין מיטוואך- טייל זיניג אין קיל, 45-50 בייטאג, 30-35 ביינאכט

וועטער מאנסי- winter weather advisory

דאנערשטאג נאכט-קלאר דערנאך ווערט עס פארוואלקענט, קאלט ארום 23.
פרייטאג - שניי מעגליך heavy נאכמיטאג , ארום 32 בייטאג,2-4 אינטשעס.
ליל שבת- שניי ענדיגט זיך שפעט , סך הכל 4-6 אינטשעס , קאלט 28 .
שבת- ווערט טייל זיניג אין נישט אזוי קאלט, ארום 43 בייטאג, ארום 28 מוצאי שבת.
זינטאג אין מאנטאג - זיניג אין קאלט ,32-37 בייטאג, 20-25 ביינאכט.
דינסטאג אין מיטוואך- טייל זיניג אין קיל, 40-45 בייטאג, 25-30 ביינאכט

וועטער מאנרא-winter weather advisory

דאנערשטאג נאכט-קלאר דערנאך ווערט עס פארוואלקענט, קאלט ארום 20.
פרייטאג - שניי מעגליך heavy נאכמיטאג , ארום 30 בייטאג,2-4 אינטשעס.
ליל שבת- שניי ענדיגט זיך שפעט , סך הכל 3-5 אינטשעס , קאלט 25 .
שבת- ווערט טייל זיניג אין נישט אזוי קאלט, ארום 42 בייטאג, ארום 26 מוצאי שבת.
זינטאג אין מאנטאג - זיניג אין קאלט ,ארום 35 בייטאג, ארום 20 ביינאכט.
דינסטאג אין מיטוואך- טייל זיניג אין קיל, 40-45 בייטאג, ארום 25 ביינאכט



נעסקטע וועטער באריכט מוצאי שבת אי״ה .שניי אפדעיטס איבערנאכט אין מארגען ווי עס פארלאנגט זיך, א גוטע נאכט.

וועטערבאריכט » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 9:29 pm

· #260028
Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן



וועטערבאריכט

געוואלדיג » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 10:06 pm

· #260043
הרב @וועטערבאריכט איך קען דיינע בילדער נישט זעהן, די אלטע קען איך יא, עס ווייטאגט מיר די הארץ, האסט א עצה פאר מיר?

וועטערבאריכט » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 11:20 pm

· #260068
געוואלדיג
הרב @וועטערבאריכט איך קען דיינע בילדער נישט זעהן, די אלטע קען איך יא, עס ווייטאגט מיר די הארץ, האסט א עצה פאר מיר?

אוי איך פיל שלעכט, עס זעט אויס אז טאמיר איך ניץ דער tapatalk app ארויפצילייגען א בילד דעמאלס איז עס א פראבלעם פאר אייך צו זען אויף א קאמפיוטער. איך וועל צירוקגיין צו פאוסטען נאר ווי איך פלעג פון Safari ביז עמיצער קען אויספיגערען וואס איז wrong.

געוואלדיג » פרייטאג מערץ 20, 2015 12:17 am

· #260091
יישר כח זאלסט זיין געבענטשט וויאזוי דו רעכנסט זיך מיט אנדערע

וועטערבאריכט » פרייטאג מערץ 20, 2015 6:47 am

· #260105
פרייטאג צופרי - שניי אפדעיט
א גיט מארגען אין א גיטען ערב שבת קודש, עס איז פארוואלקענט אין די שניי איז אויפן וועג , אין אנטפאנג וועט עס נעמען צייט אז דער שניי זאל זיך אנהויבען ווייל די לופט איז זייער טרוקען יעצט אין עס נעמט צייט ביז די שניי וואס פאלט פון די וואלקענעס הייבען די humidities ארויפ געניג אז דער שניי זאל אנקומען צו די גראונד. עס וועט מסתם אנהויבען צו שנייען בערך 10 אזייגער אין שטאט. אבער די heaviest שניי וועט זיין ציווישען 1-6 אזייגער. די שניי אמאונטס זענען כמעט די זעלבע מיט אפאר קליינע changes. לעיקוואוד 1-3 אינטשעס , פאר די שטאט , מאנרא , אין מאנסי -וואלט איך יעצט געזאגט 3-5 אינטשעס, די שטאט באקימט טאקע heavier שניי ווי אפסטעיט אבער עס איז נישט אזוי קאלט ווי פריער גערעכנט אין above freezing היינט ציפרי. (גראדע איינמאל די שניי פאנגט אהן צו פאלען פאלט דער טעמפרעטור אויך )אפסטיעט איז קעלטער וועט עס קלעבען בעסער. נו לאמיר זען וויאזוי דאס גייט צו ,אין איך וועל אפדעיטען במשך דער טאג אי״ה.
📎 image.jpg 📎 image.jpg 📎 image.jpg

געוואלדיג » פרייטאג מערץ 20, 2015 8:24 am

· #260112
יישר כח יעצט קען איך צוריק זעהן די בילדער

וועטערבאריכט » פרייטאג מערץ 20, 2015 1:01 pm

· #260203
מיטאג אפדיעט
דערווייל נעמט עס לענגער ווי גערעכנט פאר די שניי צו אנקומען אבער דער שטורם איז נישט געקענסעלט. די טרוקענע לופט עסט אויף די שניי פאר עס קומט אהן צו דער ערד , דאס רוםט מען evaporation , אין אלספאלס די שניי וועט ווערען מער steady and heavier דורכאויס די נאכמיטעג שעות. די ראודס וועלען מסתם נישט זיין א פראבלעם ביז נאך 3-4 אזייגער, וואס דעמאלטס ווען עס שנייט heavy אין די טעמפרעטורס פאלען וועט אנהויבען צו קלעבען איבעראל. דער נעשאנעל וועטער סערוויס האלט ביי זיינס אין לייגט נאר צו אז עס זענען דא פלעצער ספעציעל פון די סיטי אין גלייך סאוט אין סענטרעל nj וואס קענען זען אפילו מער ווי 6 אינטשעס , נאכאמאל, לטמיר זעהן ווי אזוי עס אנטוויקעלט זיך א שניי שטורם איז זייער שווער צו פראדיקטען אין אלע אומשטענדען אין פארשטיי זיך אין שפעט ווינטער, אויב דער שטורם דיוועלאפט זיך שטארק קען זיין א פאר שעה פון גאר heavy שניי אין דאס קען אראפלייגען א שיינע accumulation. איך וועל בעזרת ה׳ אפדעיטען במשך דער נאכמיטאג.
📎 image.jpg 📎 image.jpg

וועטערבאריכט » פרייטאג מערץ 20, 2015 1:20 pm

· #260210
טעמפרעטורס
טעפרעטורס זענען ארום 30 אין מאנסי אין אויך קרית יוא-ל , אין לעיקוואוד איז 32, אין אין בארא פארק ווי זיי זענען געווען כמעט 38 אחז עס געפאלען שנעל אין עס פאלט ווייטער מיט די steadier and heavier שניי.

וועטערבאריכט » פרייטאג מערץ 20, 2015 1:21 pm

· #260211
בארא פארק
.
📎 image.jpg

וועטערבאריכט » פרייטאג מערץ 20, 2015 1:52 pm

· #260222
Heavier snow moving in to nyc
בארא פארק איז שוין 33 אין דער שניי פאנגט אהן צו קלעבען אויפן גראז אויף דעכער אין קארס . ראודס אבער וועלען בלייבען נאס פאר די נעקסטע פאר שעה.
📎 image.jpg

וועטערבאריכט » פרייטאג מערץ 20, 2015 2:51 pm

· #260239
2 pm אפדעיט
עס שנייט שוין heavy יעצט אין דער שטאט , עס פאנגט אהן צו קלעבען אויף די קעלטערע זייט אין בארא פארק, אין לעיקוואוד גראדע איז שוין דא א גיטע 1-2 אינטשעס זעט די בילד.
📎 image.jpg
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52