תרמבווער האט אייך געוואלט אויסשפארן? ס’איז דא פאלטיקעל בייעס אין די וועטער אויך? ביי די טראמפיסטן רעגנט אנדערע טעג?
א גוטען , סאיז א גוטע שאלה , אבער וואס איז בעסיקלי געשעהן איז אז איך שרייב די וועטער מדי יום ביומו. איך האב אויסגעפונען אז איינער פלעגט צו קאפיען און פעיסטען די וועטער באריכטען אויף די z9 telegram פלאטפארמע. איך האב געבעטען אז מען זאל דאס נישט טוהן אהן מיין רשות אבער עס האט נישט געהאלפען. צום סוף האט מיר די אדמין פון די טשענעל געפרעגט צו שרייבען פאר זיין אידישע טשענעל און ער וועט אדווערטייזען אין ברענגען אן עולם. צום העכסטע האב איך געהאט ציווישען 2-3 טויזענט פאללאווערס.
פון צייט צו צייט האב איך געקלערט , וואס האב איך פון דעם אויב איך בין נישט אן אדמין , און ווען איך האב זיך אפגערעדט אז איך טוה אין דעם לטובת בציבור וואס לייענען אידיש, האט ער זיך ציקריגט מיט מיר אין אינגאנצען ארויסגעווארפען פון די טשענעל. צום סוף איז די מכה בפטיש געווען אז ער האט פארקויפט אסאך פון די יודישע טשענעלס פאר גוט געלט , אבער די נייער אדמיניסטראציע האט נישט געקענט פטור ווערען פון איהם אין איך בין געקומען די די השערה אז איך זאל אליינס עפענען א וואטסאפפ און טעלעגראם טשענעל אזוי שרייב איך וועטער אין איך האב די פולע קאנטראל.
איך וואלט באמת געשריבען ווייטער דא אויף קאווע שטיבעל אבער עס איז שווער ארויצילייגען בילדער און מיטציהאלטען מיט אלע אפדעיטס. אויב איהר ווילט קענט איהר זיך איינשרייבען ביי מיין אייגענע טעלעגראם אדער וואטסאפפ און באקומען קלארע שטענדיגע אפדעיטס מיט 7 טעג וועטער באריכטען פאר די שטאט, לעיקוואד, מאנסי , קרית יוא-ל (און די קעצטקיל בערג, דורך די זוממער).
מיין אייגענע טעלעגראם טשענעל איז : <a class="postlink" href="https://t.me/HeimisheWeather">https://t.me/HeimisheWeather</a>
און אויף וואטסאפפ אויף <a class="postlink" href="https://chat.whatsapp.com/IXdWkHrHcHQJpOo11lrh66">https://chat.whatsapp.com/IXdWkHrHcHQJpOo11lrh66</a> .
א יישר כח איך האף איהר שרייבט זיך איין ,די ימים טובים קומען און עס וואלט געווען זייער הילפבאר און עס געט מיר כוחות אנציגיין ווייטער וואס מער מעמבערס איך קען שרייבען פאר און העלפען מיט די היימישע יודישע וועטער .
א כתיבה וחתימה טובה , א גוט געבענטשט יאהר פון געזונט , נחת און פרנסה בכבוד וויל איך ווינטשען פאר יעדער איינער.
-וועטערבאריכט.
-וועטערבאריכט