וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
2551 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8116
שמעקעדיגאיך וויל מיך נאכאמאל שטארק באדאנקען פאר אונזער געטרייער וועטער באריכטער וואס יומם ולילה לא ישבות אונז צו באריכטן מיט א פונקטליכקייט אלע געגנטער, און טוט באררייכערן אונזערע ידיעות אין דעם פעלד,
און ככלב שב על קיאו וויל איך זיך באזונדער באדאנקען פארן אינזין האבן ביי אלע בילדער - לויט מיין פארלאנג אין אישי - אראפצונעמען דעם וואטערמארק. עס איז כשה אחת בין שבעים זאבים, שיינע קלארע בילדער. ממנו ילמדו וכן יעשו.
יישר כח, פאר די ווארעמע ווערטער, עס איז מיר א פארגעניגען צו מיטיילען דער וועטער אין אביסעל דורכשמיעסען די זאך, ספעציעל דער לעצטע פאר וואכען ווען עס איז אינטערסאנט. וועגען די בילדער אין די וואטערמארק, פארקערט, די default איז אז עס גייט ארויף די וואטערמארק, אין אדרבה טאמער איינר האט suggestions בין איך ציפרידען צו מיט גיין מיט דעם. מיין מטרה איז צו טוהן אין מיין hobby, אין to share a little knowledge, איך בין אלעמאל אפען פאר עצות צו מאכען דעם אשכול ניצבאר .
איך ווייס דאס איז off topic אבער איך האב אריינגעשריבען א שאלה איך דארף אן עצה לגבי אן אנדערער ענין פליז גייט נאך דער לינק, אפשר קען מיר איינער דא העלפען. <!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/8272">viewtopic.php?uid=2388&f=25&t=8272&start=0</a><!-- l -->
א גרויסען יישר כח
Snowshower moving through into brooklyn
.א snowshower ריקט זיך יעצט אריין שנעל אריין אין נאו יארק סיטי, עס קען שנייען heavy פאר א פאר מיניט. עס קען זיין מער snowshowers ווי דעם דורכאויס דער נאכמיטאג. טעמפרטורס זענען נאך גאנץ ווארעם 39, יעצט אבער זיי וועלען אנפאנגען צו טראסקענען שפעטער.
📎 image.jpg
מעפ פון די קאלד פראנטס
עס איז דא צוויי, איינס איז א שוואכע און דער צווייטע די ארטיק קאלד פראנט דארף זיך נאך אדורכריקען דערנאך ווערט ווערען א סאך קעלטער שנעל.
דער ארטיק פראנט איז נאך אין western new york state. אבער עס ריקט זיך שנעל....
📎 image.jpg
אפדעיט אין וועטער discussion דאנערשטאג נאכמיטאג
א גיטען , עס גייט יעצט פונקט אדורך א snowshower דא אין בארא פארק ווילאנג איך שרייב, אבער אויסער א פאר snowshowers אין פלאריס, זעט נישט אויס אז אינז זעהן מיר מער ווי דעם היינט. די ערד איז גראדע נאך גאנץ מילד וועט עס נישט קלעבען. לאמיר ציגיין צום אפקאמינג וועטער. היינט אווענט, קומט אדורך דער ארטיק קאלד פראנט אין ציפידיגע ווינטען ביז 45 mph וועלען שנעל אריינשלעפען גאר קאלטע לופט. היינט נאכט וועט זיין נאנט צו די קעלטסטע נאכט פונעם ווינטער , וואס ביז יעצט איז שוין געווען 8 דעגריס אין די שטאט. די ווינט וועט עס נאר מאכען פילען אפילו קעלטער ביז 15 below zero ווען עס בלאזט שטארק. פרייטאג וועט בלייבען גאר קאלט אין טעמפעראטורס וועלען בלייבען נאנט צו 15 דעגרי , פרייטאג צונאכטס וועט בלייבען קאלט אבער מיט וואלקענעס וועט עס נישט אראפגיין צו סאך פון פרייטאג.
פאר שבת קומט דער שטורם, די מאדעלס האבען זיך נישט קיין סאך געטוישט אין זענען נאך מחולק וואס גייט דא פונקטלעך זיין. דער איינציגער וואס ווייזט א וויכטיגער שניי איז דער קאנאדיען, דער european איז פאר א שיינע אבער נישט ערענסטע שניי, אין די gfs וואס איז איז די אמעריקאנער מאדעל ווייזט א קליינער שניי. סאו וואס גייט טאקע זיין? איך האלט אז based אויף די היסטאריע פון דער ווינטער אין דער פעטטערן וואס שטורמס האבען ליב דאס יאר צו פארען אין דעוועלאפען north and east פון נאו יארק מיינט אז דער שבת - מוצאי שבת שניי וועט זיין א light snow, מיר קענען זען 2-4 אין שטאט אין מאנסי מאנרא אויך, לעיקוואד ווייניגער, אין אפשר 5-6 אינטשעס אין לאנג איילענד . א שיינער שבת שניי א שיינער ווייסער צודעק אבער עס זעט נישט אויס צו זיין ערענסט. אין באסטאן אין אין maine ווי עס איז שוין געווען אזוי א פאר מאל די לעצטע חודש וועט עס זיין א בליזזערד מיט 1-2 פוס , ווינטען ביז 70 מייל א שעה וכו׳ מען זאגט א ווערטעל , the rich get richer etc....
ווען עס קומט צו די קעלט זענען מיר אויך אין די פרשה אבער , אין מוצאי שבת פאלט עס צו לעבען 12 , זינטאג בלייבט אין די 10-15 range, אין זינטאג נאכט זעט נאך אויס צו זיין די גאר פראסטיגע נאכט די וואך. פון 0-5 אין שטאט אין לעבען אדער below zero אין מאנסי אין מאנרא. פיינעלי דער נעקסטע שטורם קומט זיך אהן בערך דינסטאג אין עס וועט זיך אנהויבען ווי שניי אבער עס קען אריבער גיין צו אייז אדער אפילו פריזינג רעגען... בקיצור מפטירין כדאתמול... א גיטען , איך וועל ארויפלייגען דער forecast אין דער אווענט אי״ה.
ווי קומט אינזערע קאלטע לופט ?
די שטארק קאלטע לופט וועט אריינפליסען פון נארט-איסט קענעדע, דאס איז דער קעלטסע לופט פאר ניו יארק סיטי, עס קומט אראפ גלייך פון דער נארט פון Quebec, און נישט פון די great lakes, וואס דעמאלטץ ווערט עס מילדער מיט דער צייט.
די לופט וועט אוודאי נישט בלייבן 25-35 below zero ווען עס קימט south ביז ניו יארק, מער ארום 15 בייטאג, 8 ביינאכט, אבער גלייב מיר עס וועט זיין קאלט גענוג.
📎 image_02.jpg
דאנערשטאג אווענט- וועטער באריכט.
א גיטען אווענט, איך האב ארויפגעלייגט א discussion וועגען די קומענדיגע וועטער אין א פריערדיגע פאוסט דא האט איהר די forecast.
וועטער ברוקלין-
דאנערשטאג נאכט - א שניי פלארי מעגליך , דערנאך קלאר ,זייער ווינטיג אין קאלט, 8. ( Wind chills -10)
פרייטאג- זיניג, גאר קאלט אין ווינטיג , 18 . טייל פארוואלקענט אין קאלט ביינאכט, 15.
(Wind chills near 0)
שבת- פארוואלקענט , שניי מעגליך נאכמיטאג , נישט אזוי קאלט 30.
מוצאי שבת- שניי מעגליך, זייער ווינטיג, 13.(wind chills 10 below)
זינטאג -טייל זיניג אין גאר קאלט ,18-בייטאג, ארום 0 ביינאכט. (wind chills 15 below zero)
מאנטאג- זיניג אין קאלט , 22. קלאר אין קאלט, 10 ביינאכט.
דינסטאג-פארוואלקענט, שניי מעגליך נאכמיטאג , 34.
מיטוואך- רעגען אדער שניי 35.
וועטער לעקוואוד -
דאנערשטאג נאכט - א שניי פלארי מעגליך , דערנאך קלאר ,זייער ווינטיג אין קאלט, 10. ( Wind chills -10)
פרייטאג- זיניג, גאר קאלט אין ווינטיג , 20 . טייל פארוואלקענט אין קאלט ביינאכט, 13.
(Wind chills near 0)
שבת- פארוואלקענט , שניי מעגליך נאכמיטאג , נישט אזוי קאלט 37.
מוצאי שבת- שניי מעגליך, זייער ווינטיג, 10 דעגריס.(wind chills 10 below)
זינטאג -טייל זיניג אין גאר קאלט ,20-בייטאג, ארום 0 ביינאכט. (wind chills 15 below zero)
מאנטאג- זיניג אין קאלט , 24. קלאר אין קאלט, 13 ביינאכט.
דינסטאג-פארוואלקענט, שניי אדער רעגען געמישט מיט שניי מעגליך נאכמיטאג , 36.
מיטוואך- רעגען אדער שניי 35.
וועטער מאנסי -
דאנערשטאג נאכט - א שניי פלארי מעגליך , דערנאך קלאר ,זייער ווינטיג אין קאלט, 6. ( Wind chills -10)
פרייטאג- זיניג, גאר קאלט אין ווינטיג , 15 . טייל פארוואלקענט אין קאלט ביינאכט, 8.
(Wind chills near -10)
שבת- פארוואלקענט , שניי מעגליך נאכמיטאג , נישט אזוי קאלט 26.
מוצאי שבת- שניי מעגליך, זייער ווינטיג, 9 דעגריס .(wind chills 15 below)
זינטאג -טייל זיניג אין גאר קאלט ,10-בייטאג, ארום 5- ביינאכט. (wind chills 20 below zero)
מאנטאג- זיניג אין קאלט , 18 . קלאר אין קאלט, 0-5 ביינאכט.
דינסטאג-פארוואלקענט, שניי מעגליך נאכמיטאג , 28.
מיטוואך- שניי מעגליך , 32.
וועטער מאנרא-
דאנערשטאג נאכט - א שניי פלארי מעגליך , דערנאך קלאר ,זייער ווינטיג אין קאלט, 3. ( Wind chills -15)
פרייטאג- זיניג, גאר קאלט אין ווינטיג , 12 . טייל פארוואלקענט אין קאלט ביינאכט, 2 דעגריס.
(Wind chills near -10)
שבת- פארוואלקענט , שניי מעגליך נאכמיטאג , נישט אזוי קאלט 23.
מוצאי שבת- שניי מעגליך, זייער ווינטיג, 5 דעגריס .(wind chills 15 below)
זינטאג -טייל זיניג אין גאר קאלט ,9-בייטאג, ארום 8- ביינאכט. (wind chills 25 below zero)
מאנטאג- זיניג אין קאלט , 15 . קלאר אין קאלט, 0-ביינאכט.
דינסטאג-פארוואלקענט, שניי מעגליך נאכמיטאג , 25.
מיטוואך- שניי מעגליך , 29.
נעסקטע וועטער באריכט מוצאי שבת , אפדעיטס וועגען דער שניי מארגען אי״ה.
Snowmaps for shabbos storm
עס ווערט שוין גאנץ קאלט, יעצט 8:45 איז 30 אין לעיקוואד, 28 אין בארא פארק , 21 מאנסי, 19 מאנרא.
Oh no.... not again ...boston
איך האף די שבת שטורם בלייבט טאקע א קליינער דא , נאו יארק סיטי שיקט טראקס קיין באסטאן ארויסצוהעלפען .נאך אפאר בילדער פון באסטאן.
📎 image.jpg 📎 image.jpg 📎 image.jpg 📎 image.jpg
וועטער explanation -פארוואס missed דער גרויסער שטורם Nyc
א קליינער הסברה אין וואס גייט פאר דא. דער שטורם וואס קומט אדורך שבת וועט ווערען גאר שטארק אין וועט אריינשיקען גרויסע שנייען אין ווינטען נאנט צו ווי ער דעוועלאפט, איז וואס איז די דיפירענצין ציווישען די מאדעלס אין פארוואס. נאר מען דארף וויסען אז פונקט אזוי ווי עס איז דא א שטורם סענטער אדער א low pressure נאנט צו די ground איז אויך דא אן upper level low , דאס איז כמעט א reflection פון די low pressure דאס קאנטראלירט ווי דער שטורם ווערט שטערקער אין ווי עס ריקט זיך. ווען די upper level low ווערט closed דאס הייסט עס דרייט זיך ווי א שטארקען רינג פון ווינטען הויך אין די אטמאספער ווערט דער אינטערשטער שטורם ציווילדעוועט. קומט אויס אז אויב דער upper level low ווערט closed ווייט צו אינזער south איבער delware אדער southern new jersey( גרינע circle אויפען מעפ) דעמאלטץ קען מיר נאך אריין כאפען א גיטע שניי שטורם. אויב אבער עס ווערט closed off נאנט צי אינז ) בלויע circle אויפען מעפ. )אדער צו אינזער נארטאיסט איז עס צו שפעט פאר אינז צו אריינכאפען.
עס איז נאך אלס דא א קליינער chance אז עס קען זיין ווי די גרינע איז, אזוי זאגט דער קאנאדיען, אביסעל אזוי דער euro, אין יעצט אויך דער nam. לאמיר זען וואס די נייע מאדעלס זאגען היינט ביינאכט, אבער עס איז אינטרעסאנט צו ווויסען וואס עס האנדעלט זיך אין
📎 image.jpg
עס ווערט גוט קאלט.. 23 אין לעיקוואד, 21 אין בארא פארק, 11 אין מאנסי, 10 אין מאנרא.
פרייטאג צופרי אפדעיט
א גיטען ערב שבת קודש,
עס איז א פראסטיגען צופרי, עס איז יעצט 8 דעגריס אין בארא פארק, 7 אין לעיקוואוד, 3 אין מאנסי, 1 אין קרית יוא-ל, דער עכטער פראבלעם איז די ווינט, די wind chills ארום new york city, זענען ארום 10 below zero. אין קענעדי עירפארט למשל איז יעצט 10 דעגריס אין די ווינט בלאזט 32 מייר פער שעה , מיט gusts ביז 44 mph. די wind chill דארט איז 13 below zero ! היינט וועלען די טעפרעטורס נישט גיין העכער ווי 15 דעגרי אין א ציפידיגע ווינט וועט אנהאלטען א גאנצען טאג. לגבי דער שניי עס איז דערווייל געבליבען אויף בערך 2-4 אינטשעס, ברוקלין, אפשר 3-5 פאר מאנסי אין מאנרא , אין 1-3 אינטשעס פאר לעיקוואד. מוצאי שבת ווען די שטורם פאנגט זיך אהן צו דעוועלאפען זייער שטארק איבערן אטלאנטיק קענען מיר זען א פאר שעה פון heavy snow אין אפילו blizzard conditions, ווינט קען גיין אזוי הויך ווי 40-50 אפילו 60 מייר פער שעה . דער שניי וועט זיך ענדיגען באנאכט אין גאר קאלטע לופט פליסט צירוק פאר מוצאי שבת זינטאג. גראדע שבת אליין וועלען די טעמפרוטערס זיך אנווארעמען ביז 30-32 פאר דער שטורם קומט אהן נאכמיטאג.
א גיטען שבת.
Snow maps
פרייטאג מיטאג אפדעיט
א גיטען ערב שבת,
פאר איך לעש אויס דעם קאמפוטער. דער שטורם זעט דערווייל אויס די זעלבע , 2-4 סיטי, 1-3 לעיקוואוד, 3-5 מאנסי אין מאנרא, נאר מען זאל וויסען אז א לייכטע שניי וועט אנהויבען צו פאלען שבת נאכמיטאג , עס וועט נישט זיין צו קאלט אדער ווינטיג דורכען טאג שבת,, אבער מוצאי שבת שפעט וועט זיך דעוועלאפין א שטארקע בענד שניי דאס איז שווער צו וויסען פונקטליך ווי, אבער דאס קען צולייגען א פאר אינטשעס ערגעץ לעבען נאו יארק סיטי . אויך די ווינט וועט ווערען א גרויסער פראבלעם מיט גאר שטארקע ווינטען פון שפעט מוצאי שבת אין גאנץ זינטאג, עס קען בלאזען ביז 60 mph עס קען זיין power outages אין אפסטיעט אדער ווי די עלעקטריק איז נישט underground
. די wind chills מיט די שטארקע ווינטען וועלען אויך זיין זייער low וועט מען מיזען זיין געווארענט ספעציעל, מיט די קליינע קינדער אין עלטערע מענטשען.
א גוט שבת.
And the good news is...
It's Too Cold To Murder Anybody In NYC
<a class="postlink" href="http://gothamist.com/2015/02/13/too_cold_to_kill_nyc.php">http://gothamist.com/2015/02/13/too_col ... ll_nyc.php</a>
מוצאי שבת אפדעיט
א גיטע וואך. פאר מען מיינט אז דער שניי איז over, זאל מען וויסען אז דער נאכמיטאג אינטש פון שניי איז נאר געווען איין חלק פון די שטורם, דער צווייטען חלק וואס גייט זיין heavy bands of snow מיט אפילו דינערען אין בליצען וועט קומען ארום 10pm אין לעיקוואוד, 11:30-12:30 אין ברוקלין אין אין מאנרא, מאנסי. דער צווייטען חלק איז די ארטיק קאלד פראנט צוזאמען מיט די upper level low חלק פון די שטורם. אין פענסעלוועניא אין western new york שנייעט יעצט זייער heavy מיט דינערען אין בליצען .... דאס קומט אלעס ציביסילעך אין אינזער direction.
די שניי וועט אויך קימען מיט שטארקע ווינטען פון 30-35 מייל פער שעה ביז gusts צו 50-55. ביי זינטאג צופרי וועט ברוקלין זען ארום 4 אינטשעס ביז אפשר 6 , לעיקוואד 2 ביז אפשר 4. מאנסי אין מאנרא, 4 ביז אפשר 6. אזוי ווי שוין דערמאנט אויף פרייטאג, די בענדס זענען זייער שווער צו אויסרעכענען פונקטליך. איך וועל פראבירען צו אפדיעטען במשך די נאכט. אי״ה. א גיטע וואך.
New snow maps
גרעפיקס פון די צווייטע חלק פון שטורם
פידלערAnd the good news is...
It's Too Cold To Murder Anybody In NYC
<a class="postlink" href="http://gothamist.com/2015/02/13/too_cold_to_kill_nyc.php">http://gothamist.com/2015/02/13/too_col ... ll_nyc.php</a>
איך וואונדער זיך אויב דער רעקארד האלט נאך אן.
מוצאי שבת-וועטער באריכט
וועטער ברוקלין-
מוצאי שבת- שניי מעגליך נאך 12 midnight, זייער ווינטיג , א נייע 2-4 אינטשעס איבערנאכט , 15 דעגריס.(wind chills 5 below)
זינטאג -שניי אינדערפרי, טייל זיניג אין גאר קאלט נאכמיטאג ,18-בייטאג, ווינטען קענען זיין פון 45-60 mph , דורכען טאג.
זינטאג נאכט- קלאר , שטארק פראסטיג -ארום 0 דעגרי. (wind chills 15 below zero)
מאנטאג- זיניג אין קאלט , 17. קלאר אין קאלט, 10 ביינאכט.
דינסטאג-פארוואלקענט, שניי מעגליך ביינאכט , 25 בייטאג, 20 ביינאכט.
מיטוואך- שניי מעגליך 28.
וועטער לעקוואוד -
מוצאי שבת- שניי מעגליך נאך -10-11 אזייגער, זייער ווינטיג , א נייע 2-3 אינטשעס איבערנאכט , 15 דעגריס.(wind chills 5 below)
זינטאג -שניי אינדערפרי, טייל זיניג אין גאר קאלט נאכמיטאג ,18-בייטאג, ווינטען קענען זיין פון 45-60 mph , דורכען טאג.
זינטאג נאכט- קלאר , שטארק פראסטיג -ארום 0 דעגרי. (wind chills 15 below zero)
מאנטאג- זיניג אין קאלט , 20. קלאר אין קאלט, 6 ביינאכט.
דינסטאג-פארוואלקענט, שניי מעגליך ביינאכט , 28 בייטאג, 20 ביינאכט.
מיטוואך- שניי מעגליך 30.
וועטער מאנסי -
מוצאי שבת- שניי מעגליך נאך 12 midnight, זייער ווינטיג , א נייע 2-4 אינטשעס איבערנאכט , 12 דעגריס.(wind chills 10 below)
זינטאג -שניי אינדערפרי, טייל זיניג אין גאר קאלט נאכמיטאג ,14-בייטאג, ווינטען קענען זיין פון 45-55 mph , דורכען טאג.
זינטאג נאכט- קלאר , שטארק פראסטיג -ארום 5 below zero,די wind chills 25 below zero)
מאנטאג- זיניג אין קאלט , 15. קלאר אין קאלט, 2 ביינאכט.
דינסטאג-פארוואלקענט, שניי מעגליך ביינאכט , 22 באטאג, 15 ביינאכט.
מיטוואך- שניי מעגליך 27.
וועטער מאנרא-
מוצאי שבת- שניי מעגליך נאך 12 midnight, זייער ווינטיג , א נייע 2-4 אינטשעס איבערנאכט , 10 דעגריס.(wind chills 15 below)
זינטאג -שניי אינדערפרי, טייל זיניג אין גאר קאלט נאכמיטאג ,12-בייטאג, ווינטען קענען זיין פון 45-55 mph , דורכען טאג.
זינטאג נאכט- קלאר , שטארק פראסטיג -ארום 8 below zero,די wind chills 25 below zero)
מאנטאג- זיניג אין קאלט , 12. קלאר אין קאלט, 0 דעגריס ביינאכט.
דינסטאג-פארוואלקענט, שניי מעגליך ביינאכט , 20 בייטאג, 10 ביינאכט.
מיטוואך- שניי מעגליך 26.
נעסקטע וועטער באריכט זינטאג אווענט אי״ה.
Radar
דער situation טוישט זיך נאך אין די final amounts פון שניי פון די צווייטע חלק וועט זיך ווענדען פינקטליך ווי די upper level low אנטוויקעלט זיך, עס קיין זיין צום סוף אז central and south new jersey וועט זען די העכערע נאמבערס. דערווייל ממה נפשך וועט זיין א צווייטע חילוק ארום 11pm אבער פונקטליך ווי לאנג עס last אין ווי שטארק עס איז וועט זיך טוישען פון שעה צו שעה...
שניי ריקט זיך אריין אין די נעסטע שעה, 1-2 אינטשעס א שעה ציווישען 10:45 אין 12 . לעיקוואוד וועט אויך שנייען שטארק , מאנסי אין מאנרא דערוויייל נאך נישט, קען זיין וויניגער דארט.
Radar 10 pm
עס וועט אנהויבען שנייען שטארק מיט שטארקע ווינטען אין ברוקלין אין די נעקסטע האלבע שעה, ליעקוואוד שנייעט שוין גאנץ גיט. מאנסי מאנרא זעט אויס יעצט צו באקימען לייכטערע שנייען.
אפדעיט 11 אזייגער
א גיטע וואך,
דער יאהר איז ממש א שווערער יאר פאר שניי פרעדיקטשונס ביז יעצט אין עס האט זיך נישט געטוישט.איך האב פרעדיקטעט 2-4 אינטשעס פרייטאג אין מיר וועלען אפשר זען די 2 אינטשעס צום מערסטענס. וואס האט אויסגעזען צו זיין א שטארקע בענד פון שניי איז צופאלען אין די נייע שטורם ( חלק ב) האט זיך געפארעמט ארויס אויפ׳ן אטלאנטיק דאס האט אריינגעצויגען רוב פון שניי מיט זיך. א כלל דאס זעט אויס צו זיין אפשר נאך אן אינטש פאר ברוקלין אין אפשר 1-2 לעיקוואד, אין אפשר א קאטינג פאר מאנסי אין מאנרא. אינטרעסאנט איז אפילו אין באסטאן ווי דאס האט געדארפט צו זיין א גרויסען שטורם זעט אויס זיי ווועלען נאר אפקומען מיט א פאר אינטשעס. איך וואלט געוואלט זען א נארמאלען שטורם וואס קומט ארויף די east coast א miller A וואס דאס איז גרינגער צו פרעדיקטען , דערוויל דאס יאר קען מען דאס נישט טרעפען מיט לעכט אין ממש א יעדע שטורם וויזט די וועטער עקספערטס אז זיי זענען נישט די בעלי בתים. צום פוינט- גאר קאלט אין גאר ווינטיג דאס זעט אויס צו זיין אינזער big story די נעקסטע 24-48 שעות. א גיטע וואך.📎 image.jpg
זינטאג צופרי אפדעיט
א גיט מארגען, די שניי איז טאקע געווען ווייניגער צו א סאך ווייניגער ווי גערעכנט, אבער די פראסטיגע קעלט אין די ווינט איז יא אנגעקומען. יעצט (8 אזייגער) איז 14 דעגריס אין בארא פארק, 10 דעגרי אין מאנסי אין מאנרא, אין לעיקוואוד איז גראדע די קעלטסטע מיט 9 דעגרי. דער ווינטען זענען גאר שטארק פון 25-30 mph מיט gusts ביז 45 mph. עס פילט אינטער zero אין אלע פלעצער ארום. היינט בייטאג גייט זיין מערסטענס פארוואלקענט מיט אביסעל זין דא אין דארט. די טעמפרעטורס גייען נישט גיין העכער ווי 12-18 דעגריס .
דערווייל איז די שניי אמונטס אריינגעקומען red bank , nj האט באקומען 7 אינטשעס דאס איז די העכסטע ארום די טריי סטעיט. לעיקוואוד האט באקומען 2 אינטשעס פרישע שניי איבערנאכט. מענהעטען אין די דריי עירפארטס ארום נאך אן אינטש. מאנרא אין מאנסי זעט אויס ווי אפילו ווייניגער.
א גוטען טאג , האלט אייך ווארעם. איך וועל אי״ה האבען אן אפדיעט שפעטער מיט א נייער וועטער באריכט וועגען דער שניי דינסטאג- מיטוואך אין די קעלטסע נאכט אין לאנגע יאהרען וואס קומט.
National weather service sorry we were wrong again
אזוי ווי איך האב נעכטן געשריבן, די גרויסע וועטער חכמים אליין קענען נישט גוט פרעדיקטן דער שניי דאס ווינטער. קוק אויפן תירוץ אין די reactions. איך פריי זיך אז דאס איז נישט מיין job, מען וואלט שוין געפייערט איינער.
📎 image03.jpg 📎 image02.jpg 📎 image01.jpg
וועטערבאריכטדערווייל איז די שניי אמונטס אריינגעקומען red bank , nj האט באקומען 7 אינטשעס דאס איז די העכסטע ארום די טריי סטעיט. לעיקוואוד האט באקומען 2 אינטשעס פרישע שניי איבערנאכט. מענהעטען אין די דריי עירפארטס ארום נאך אן אינטש. מאנרא אין מאנסי זעט אויס ווי אפילו ווייניגער.
איך בין פונקט געווען אויף שבת אין מאנרא, ס'האט געשנייט ארום א אינטש ביז מוצאי שבת, און נעכטן 12:00 ביינאכט האט נאכאמאל אנגעהויבן שטארק צו שנייען, ס'איז צוגעקומען א פרישע האלבע אינטש בערך, צוזאמען אנדערהאלבן אינטש. וואס ס'טוט זיך אין מאנסי ווייס איך נישט, אבער אין מאנרא בין איך א עד ראי' אז ס'איז געווען עטליסט אנדערהאלבן אינטש.
יעצט זעה איך טאקע אז די נעשענעל וועטער האט ארויסגעלייגט א רעפארט אז אין הערימאן וואס איז אין גלילות פון מאנרוי נ.י. איז געווען 1.5 אינטשעס.
צדיק נסתרוועטערבאריכטדערווייל איז די שניי אמונטס אריינגעקומען red bank , nj האט באקומען 7 אינטשעס דאס איז די העכסטע ארום די טריי סטעיט. לעיקוואוד האט באקומען 2 אינטשעס פרישע שניי איבערנאכט. מענהעטען אין די דריי עירפארטס ארום נאך אן אינטש. מאנרא אין מאנסי זעט אויס ווי אפילו ווייניגער.
איך בין פונקט געווען אויף שבת אין מאנרא, ס'האט געשנייט ארום א אינטש ביז מוצאי שבת, און נעכטן 12:00 ביינאכט האט נאכאמאל אנגעהויבן שטארק צו שנייען, ס'איז צוגעקומען א פרישע האלבע אינטש בערך, צוזאמען אנדערהאלבן אינטש. וואס ס'טוט זיך אין מאנסי ווייס איך נישט, אבער אין מאנרא בין איך א עד ראי' אז ס'איז געווען עטליסט אנדערהאלבן אינטש.
א יישר כח פאר אריינשרייבען דער ריפארט, עס וואלט גיט געווען אויב מיר האבען לאקאל ריפארטס פון די היימישע געגענטער ווען עס איז דא גרויסע וועטער נייעס.
די ווינט עדווייסערי איז געקענסלט.
וואס איז פשט?
מיטאג אפדעיט פאר דינסטאג שטורם
די נייער מאדעלס זענען ארויס אין די קומינדיגע שטורם זעט אויס ווי עס ריקט זיך נאנט געניג פאר א decent שניי, די ערשטע נאמבער זענען 2-4 פאר ברוקלין , מער south אין לעיקוואוד, ווייניגער north אין מאנרא , מאנסי. פאר די וואס האלטען מיט דער שטורם איז א miller A דאס הייסט אז עס איז שוין דעוועלאפט אין עס רוקט זיך נארטאיסט ארויף פון די deep south states. די קאלטע לופט איז דא , די שטורם איז דא , יעצט איז די שאלה נאר אויב עס קומט נאנט געניג אין ווי שנעל עס פארט אדורך. דאס יאר איז די פאקט אז מיר האבען נישט א גרינלאנד בלאק מאכט זיכער אז די שטורם פארען שנעל דורך אין בלייבען מער איסט. וועגען דעם וועט דאס שטורם נישט זיין א גרויסע פאר אינז. קענען מיר זעהן א פאר אינטשעס צו אפילו 5-6 אינטשעס קען זיין, פרטים יבואו .
שמעקעדיגדי ווינט עדווייסערי איז געקענסלט. עס איז דא א criteria וואס די מינאמאם ווינט ווען מען ריפט אן אדווייזערי, עס איז טאקע זייער ווינטיג אבער מסתמה איז עס נישט מיט די ספידס וואס מען דארף פאר א wind advisory .
וואס איז פשט?
📎 image.jpg
מיטאג אפדעיט דינסטאג מעגליכע שטורם
די נייער מאדעלס זענען ארויס אין די קומינדיגע שטורם זעט אויס ווי עס ריקט זיך נאנט געניג פאר א decent שניי, די ערשטע נאמבער זענען 2-4 פאר ברוקלין , מער south אין לעיקוואוד, ווייניגער north אין מאנרא , מאנסי. פאר די וואס האלטען מיט דער שטורם איז א miller A דאס הייסט אז עס איז שוין דעוועלאפט אין עס רוקט זיך נארטאיסט ארויף פון די deep south states. די קאלטע לופט איז דא , די שטורם איז דא , יעצט איז די שאלה נאר אויב עס קומט נאנט געניג אין ווי שנעל עס פארט אדורך. דאס יאר איז די פאקט אז מיר האבען נישט א גרינלאנד בלאק מאכט זיכער אז די שטורם פארען שנעל דורך אין בלייבען מער איסט. וועגען דעם וועט דאס שטורם נישט זיין א גרויסע פאר אינז. קענען מיר זעהן א פאר אינטשעס צו אפילו 5-6 אינטשעס קען זיין, פרטים יבואו .
[ציטאט אראפגענומען]
זעט די לינק צו אן ארטיקעל ווי איך האב באשריבען דער ענין פון בלאקינג וכו׳ דער פאוסט הייסט ״וועטער- ווי אזוי ארבייט עס ?חלק ב׳״
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/8116#p248993">viewtopic.php?f=3&t=8116&start=25#p248993</a><!-- l -->
Boston update
טאמיר איר זענט נאך נישט סיק אין טייערד פון הערען פון באסטנס שניי , דא האט איהר אפאר פיקטשורס.
📎 image.jpg 📎 image.jpg 📎 image.jpg 📎 image.jpg
איר מיינט עס איז קאלט דא? Northern nys wind chills tonight
וועטערבאריכטדי נייער מאדעלס זענען ארויס אין די קומינדיגע שטורם זעט אויס ווי עס ריקט זיך נאנט געניג פאר א decent שניי, די ערשטע נאמבער זענען 2-4 פאר ברוקלין , מער south אין לעיקוואוד, ווייניגער north אין מאנרא , מאנסי. פאר די וואס האלטען מיט דער שטורם איז א miller A דאס הייסט אז עס איז שוין דעוועלאפט אין עס רוקט זיך נארטאיסט ארויף פון די deep south states. די קאלטע לופט איז דא , די שטורם איז דא , יעצט איז די שאלה נאר אויב עס קומט נאנט געניג אין ווי שנעל עס פארט אדורך. דאס יאר איז די פאקט אז מיר האבען נישט א גרינלאנד בלאק מאכט זיכער אז די שטורם פארען שנעל דורך אין בלייבען מער איסט. וועגען דעם וועט דאס שטורם נישט זיין א גרויסע פאר אינז. קענען מיר זעהן א פאר אינטשעס צו אפילו 5-6 אינטשעס קען זיין, פרטים יבואו .
📎 image.jpg
וועטערבאריכטא גיטע וואך
אינטרעסאנט איז אפילו אין באסטאן ווי דאס האט געדארפט צו זיין א גרויסען שטורם זעט אויס זיי ווועלען נאר אפקומען מיט א פאר אינטשעס.
למעשה האט באסטאן יא באקומען איבער 16 אינטשעס.
צדיק נסתרוועטערבאריכטא גיטע וואך
אינטרעסאנט איז אפילו אין באסטאן ווי דאס האט געדארפט צו זיין א גרויסען שטורם זעט אויס זיי ווועלען נאר אפקומען מיט א פאר אינטשעס.
למעשה האט באסטאן יא באקומען איבער 16 אינטשעס.
Cmon, איך האב קלאר געזאגט אז דער לעצטע פאר שטורמס זענען געווען שווער צו פרעדיקטען, נעכטען נאכט האט אויסגעזען אז די צווייטע חלק פארט ווייט גינוג סאוט אין איסט אז אפילו באסטאן וועט נישט זען אזוי סאך. איך. קען נישט האלטען אן אויג אויף אלעס אויף די זעלבע צייט. איך פרוביר צו קאנצעטרירען אויף די היימישע שטעט. איך קען נאר נגלה נישט נסתר ווי אייך. 😂 טריי די נעשינעל וועטער סערוויס אדער accuweather, אויך איינער האט מיר אריינגעשיקט א לינק אז נאך א היימישע וועטער באריכטער שרייבט אז ער איז אפגעבריעט געווארען וועט ער נישט אפילו ארויסלייגען נאמבערס פאר׳ן נעקסטען שניי. איך נעם עס נישט אזוי צום הארצען, אויב עס איז נישט פונקליך געלונגען לערן איך זיך אביסעל צו דער נעקסטען שטורם. Its a tough year to forecast. איך האלט אז א גרעסערע טעות איז צו פרידיקטען איין אינטש אין מען באקומט א פוס , אזוי ווי די וויץ גייט איינער רופט אריין צו א station אין זאגט: please tell your weatherman to come shovel the 6 inches of partly cloudy out of my driveway. בקיצור איך וועל פראבירען צו זיין מער אקוראט, אין ציזאמען וועלען מיר זיך אויסלערנען אביסעל וועגען די וועטער.
זינטאג אווענט- וועטער באריכט
א גיטען אווענט, נאך זייער א קאלטען ווינטיגער טאג, וועט ווערען גאר קאלט, אין די שטאט אין אויך אין לעיקוואוד וועט מען זיך זען נאנט צו zero , אין מאנסי אין מאנרא וועט זיין פון 5-10 below zero. די ווינט וועט עס נאך מאכען פילין קעלטער פון 20 below אין שטאט, צו 30 below אין מאנרא. אזעלעכע טעמפראטורס זענען זעלטען אין זייער סכנה׳דיג אויב מען איז נישט ריכטיג אנגעגרייט. מארגען וועט נישט זיין א סאך בעסער אבער די ווינט וועט זיך ציביסעליך בארואיגען. מארגען נאכט וועט א שטורם אנפאנגען צו אריינשיקען וואקעלקענעס אין שניי איז מעגליך דינסטאג צופרי. דערווייל זעט אויס ווי אינז וועלען מיר זעהן א שיינע פאר אינטשעס -לאמיר זאגען 3-6 אינטשעס, אבער נישט א major storm. מער אין לעיקוואוד, ווייניגער אין מאנסי אין מאנרא. דערנאך קומט נאך א קאלטע פאר טעג. נעקסטע מאל מיר וועלען זיך זען above freezing , קען זיין דער קימענדיגער זינטאג.
וועטער ברוקלין-
זינטאג נאכט- קלאר , שטארק פראסטיג -ארום 0 דעגרי. (wind chills 20 below zero)
מאנטאג- זיניג אין קאלט , 18. פארוואלקענט אין קאלט,לייכטע שניי מעגליך שפעט, 12 ביינאכט.
דינסטאג-פארוואלקענט, שניי מעגליך 3-6 אינטשעס , 25 בייטאג, 15 ביינאכט.
מיטוואך- טייל זיניג, א snowshower מעגליך.28, קלאר שטארק קאלט 10, ביינאכט.
דאנערשטאג & פרייטאג - זיניג, ווינטיג זייער קאלט, 15-20 בייטאג, 5-10 ביינאכט.
וועטער לעקוואוד -
Winterstorm watch : 5-8 inches possible Monday night and Tuesday.
זינטאג נאכט- קלאר , שטארק פראסטיג -ארום 0 דעגרי. (wind chills 20 below zero)
מאנטאג- זיניג אין קאלט , 18. פארוואלקענט אין קאלט,שניי מעגליך שפעט, 12 ביינאכט.
דינסטאג- שניי מעגליך ,5-8 אינטשעס , 25 בייטאג, 15 ביינאכט.
מיטוואך- טייל זיניג, א snowshower מעגליך.28, קלאר שטארק קאלט 8, ביינאכט.
דאנערשטאג & פרייטאג - זיניג, ווינטיג זייער קאלט, 15-20 בייטאג, 0-5 ביינאכט.
וועטער מאנסי -
זינטאג נאכט- קלאר , שטארק פראסטיג -ארום 5 below zero דעגרי. (wind chills 25 below zero)
מאנטאג- זיניג אין קאלט , 15. פארוואלקענט אין קאלט,לייכטע שניי מעגליך שפעט, 8 ביינאכט.
דינסטאג-פארוואלקענט, שניי מעגליך 1-3 אינטשעס , 20 בייטאג, 10 ביינאכט.
מיטוואך- טייל זיניג, א snowshower מעגליך.27, קלאר שטארק קאלט 5, ביינאכט.
דאנערשטאג & פרייטאג - זיניג, ווינטיג זייער קאלט, 12-17 בייטאג, 0-5 ביינאכט.
וועטער מאנרא-
זינטאג נאכט- קלאר , שטארק פראסטיג -ארום 8 below zero דעגרי. (wind chills 30 below zero)
מאנטאג- זיניג אין קאלט , 13. פארוואלקענט אין קאלט, 3 ביינאכט.
דינסטאג-פארוואלקענט, שניי מעגליך ,1-2 אינטשעס , 18 בייטאג, 5 ביינאכט.
מיטוואך- טייל זיניג, א snowshower מעגליך.25, קלאר שטארק קאלט 0, ביינאכט.
דאנערשטאג & פרייטאג - זיניג, ווינטיג זייער קאלט, 10-15 בייטאג, ארום 0 ביינאכט.
נעסקטע וועטער באריכט מאנטאג אווענט אי״ה.
National weather service snowmaps
דיסקלעימער: אוואדע קען זיך דאס טוישען, אבער איך האב א פילינג דאס מאל וועט עס יא זיין למעשה. 🙄
📎 image.jpg 📎 image.jpg
8pm אפדעיט זייער א קאלטע נאכט
די נאכט איז נאך יונג, אבער עס איז שוין גאר שטארק קאלט, עס איז נאר 8 אזייגער אין עס איז שוין 9 אין לעיקוואוד, 8 אין בארא פארק, 1 אין מאנסי אין 1 below zero אין קרית יוא-ל , געווענטליך קען די טעמפרוטורס נאך פאלען 8-10 דעגריס איבערנאכט דאס מיינט אז לעיקוואוד אין בארא פארק קענען זיך זען מיט 0, אין מאנסי 5 צי 6 below, מאנרא קען זען 8-9 below. אויב נאו יארק פאלט אינטער 1, איז דאס די ערשטע מאל זייט 2004, אין אויב עס פאלט צו below zero , איז דאס די ערשטע מאל זייט 1994, (עס איז אבער א קליינע מעגליכקייט אז נאו יארק זעט below zero).
Wind chills -15 in nyc and -31 in the mountains
.
📎 image.jpg 📎 image.jpg 📎 image.jpg 📎 image.jpg 📎 image.jpg
9 pm
בארא פארק- 6, לעיקוואוד-9, מאנסי-0, מאנרא 1.5-.
10:30pm אפדעיט
עס איז שוין 5 אין ברוקלין, 7 אין לעיקוואוד, 1 below zero אין מאנסי, 2.5- below zero אין מאנרא. איינמאל עס איז שוין אזוי קאלט וועט עס נאר פאלען מער שטאטליך... א גיטע נאכט.
מאנטאג צופרי אפדעיט
א גיט מארגען, עס איז גאר קאלט אבער איבערנאכט איז נישט געפאלען דער טעמפרעטורס סאך פון ווי זיי זענען געווען ביי 10:30 נעכטען. די lowest איז געווען, 4.1 אין ברוקלין אין מענהעטען, 0 אין לעיקוואוד, 2.5 below zero אין מאנסי, אין 4.6- below אין מאנרא.
היינט גייט זיין נאך א גאר קאלטע טאג מיט שטארקע ווינטען וואס ווערען ציביסילעך שוואכער דורך דעם טאג. היינט נאכט פאנגט אן צו שנייען קודם אין לעיקוואוד ארום 10pm אין ברוקלין ארום 12-1am, אין מאנסי אין מאנרא 3-4 am. דער שניי וועט זיך ענדיגען דינסטאג נאכמיטאג. איך האב אביסעל אראפגענימען פון די שניי אמאונטס ווייל דער שטורם זעט אויס צו גיין שנעל אין אויך אביסעל מער צו די south. יעצט וואלט איך געזאגט 3-4 אינטשעס אין ברוקלין, בערך 2-3 אין מאנסי, 1-2 אין מאנרא. די גרויסער געווינער דאס מאל מיט די שניי איז לעיקוואוד מיט 4-6 אינטשעס.
א גיטען טאג.
אויך מיר א גרויסע געווינער.
שניי מעפ ספעציעל פאר קאווע שטיבל
אנשטאטס ארויפלייגן די נעשענאל וועטער סערוויס מעפס, וועל איך פרובירען אדורך צו קוקען די אינפארמעישען און ארויסגעבען א מעפ פאר מיינע חשובע לייענערס.
איך וועל אפדיעטען די מעפ ווי עס פארלאנגט זיך אי"ה.
📎 image11.jpg