☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » ידיעה ובחירה - פראקטיש גערעדט

ידיעה ובחירה - פראקטיש גערעדט

204 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4174
בלאט: 1 2 3 4 5

מי אני » דאנערשטאג יאנואר 27, 2022 12:33 pm

· #493106
לגבי ״פראקטיש גערעדט״ אין דעם שרייבט דר. דערק פּערעבּוּם:
First of all, note that being morally responsible is distinct from behaving responsibly, that is, behaving morally, and from taking responsibility for something – making a sincere commitment to a task in one’s community, for example, or to care for someone. It is also different from the legitimacy of holding oneself and others morally accountable, where this amounts to the legitimacy of demanding that agents explain how their decisions accord with the moral point of view, and that they consider what their decisions reveal about their moral character and dispositions. The notions of behaving responsibly, taking responsibility, and moral accountability are independent of moral responsibility, and can survive without it

Furthermore, absence of moral responsibility is compatible with our actions being good and bad, or right and wrong. By ordinary intuitions, the actions of a small child can be good or bad, right or wrong, before he or she qualifies as morally responsible. A legal analogy also indicates why this might be so. Suppose that someone has, unbeknownst to you, slipped a drug into your seltzer that makes you compulsively speed in your car – so much so that it causally determines you to speed. Suppose that an officer stops you as you are speeding on the freeway. Even if you are not blameworthy for speeding in this case, what you were doing was manifestly legally wrong. By analogy, moral wrongdoing is also consistent with the absence of blameworthiness. Even if an agent is not blameworthy for lying, it may still be wrong for him to lie

דאס גאנצע וואס ס׳שאדט פאר איז מושגי ״שכר ועונש״ וממילא תשובה (ועיין במאמר השני שלי בוועקער 19). ער טענה׳ט אבער אז דאס׳ן אויפגעבן מאראלישע רעספּאַנסיבּיליטי איז ל״ד א הכרח צו שטערן דאס׳ן אים מאכן תשובה טוהן.

לבי ובשרי » זונטאג יאנואר 30, 2022 11:35 pm

· #493519
לבי ובשרי
דאכט זיך אז לויט דעם מהלך וועט אויך פארענטפערט ווערן דאס וואס ס'האט געקוועטשט פאר @מאטי
מאטי
הגם איך האב אסאך קושיות וואס זענען מיר נאכנישט פארענפערט אויפן פיליזאפישער חלק הידיעה ובחירה, וויל איך יעצט בארירן דער סייענטיפישער פאראדאקס וואס ידיעה ובחירה ברענגט מיט זיך און איז דא נאכנישט ארום גערעדט געווארן.
והנה: אויב גלייבן מיר אין השגחה פרטית, דאן איז טייטש אז יעדער כח וואס איז פארהאן קומט פון גאט. און אויב גאט איז זיך מסלק דערפון איז אויס דערמיט ניטאמאהל אש און פארעך נאר דאס אויך נישט.
יעצט איז אזוי, ווען א מענטש רירט זיין פינגער האט א מחשבה פון רוקען דעם פינגער געמוזט מקדים זיין און דער מחשבה וואלט נישט געקענט באשאפן ווערן נאר פון גאט אויב גלייב איך אין השגחה פרטית. נו וויאזוי קען זיין אז דער מענטש איז בוחר ? איז דען דא א כוח חוץ פון גאט? בוחר זיין מיינט אן דעם בורא דאס הייסט גאט איז זיך מסלק פון מיין כח המחשבה און האט דערמיט קיין שייכות און איך בלייב מיטן כח המחשבה! פון ווי קומט דער כח ? פון גאט ? דאן ווי איז מיין בחירה? גאט האט דאך מיר מכריח געווען צו מחשיב זיין די מחשבה.
און זאגן אז גאט האט מיר געגעבן אן עקספענדעבל כח וואס קען ארבייטן אפילו נאכדעם וואס ער איז זיך מסלק דערפון. קודם קאנטראדיקט דאס דער גאנצער באגריף פון השגחה פרטית. ווייל אויב איז דא אזא כח קען דאך דאס שוין ארויפגיין אויף א יעדן בוים בלעטל וכו׳ והשנית ווי איז שייך אזא זאך? אינדעפענדענט ענערדשי ארבייט נאר אויב דער מקור פון דער ענערדשי איז נאך דא און אויב דער מקור פון דער כח המחשבה איז גאט וועט דאס ווייטער נאר ארבייטן ווילאנג גאט וויל ס׳זאל ארבייטן און אנדערע ווערטער גאט קען יעדע רגע אוועקנעמען דער כח הבחירה אפילו יעצט למעשה לויפט דאס אליינס . קומט אויס אז דער שלילות פון גאט אוועק צו נעמען דער כח איז ווי א רצון אז ס׳זאל בלייבן אזוי. איז הדרה קושיא לדוכתא ווי איז דער בחירה?
כ׳האף כ׳האב מיר גוט אויסגעדרוקט.


לפי דבריי איז דאס אבער זייער פארשטענדליך. ווייל אוודאי איז פארהאן א כח און חק פון השגחה פרטית און א מענטש רירט נישט זיין פינגער אן השגחה פרטית. מיט דעם אלעם האט דער מענטש א געוואלדיגער כח צו קענען מאנעווירן די מעכאניזם פון השגחה פרטית און דאס צופירן לויט זיין מענטשליכן רצון און מחשבה. [פאר מאטי איז אבער לכאורה שווער געווען על זה גופא, ווי אזוי איז שייך אז א מענטש זאל קענען האבן א מחשבה וואס זאל אנדערש מאנעווירן דעם חק ההשגחה פרטית? ס'איז אבער נישט אזוי שווער צו פארשטיין, ווייל יש מקום לומר, אז טראצדעם וואס א מענטש טראכט נישט קיין איין מחשבה אנעם רצון און השגחה פונעם אויבערשטן, איז אבער יתכן לומר, אז דא ליגט די כח הבחירה וואס דער אויבערשטער האט איבערגעלאזט פאר'ן מענטש, ד.מ. אז כאטש וואס דער אויבערשטער האט אנגעשריבן אז איינס אזייגער זאל דער מענטש שטארבן דורך אן עקסידענט, האט דער אויבערשטער געגעבן די רעכט און כח פאר א מענטש צו קענען טראכטן אינטענסיוו פאזעטיוו וואס דאס זאל קענען מאנעווירן דעם חק ההשגחה פרטית]


קליק אויפ'ן פייל עס צו זען קלארער
📎 בחי.PNG

מי אני » מוצ"ש סעפטעמבער 3, 2022 11:53 pm

· #508148
מי אני
אין דעם שמועס (ולגבי דעטערמעניזם) איז אויך אינטרעסאנט צוצוצייכענען צו ניוקומב׳ס פאראדאקס אין געים טעאריע וואס קען האבן א שייכות דערצו. די פאראדאקס ארבעט אזוי:

עס איז דא א פאראויסזאגער און א שפילער. די פאראויסזאגער איז אלעמאל גערעכט. יעצט, ער לייגט אראפ פאר דיר צוויי באקסעס; אן אפענע און א צוגעמאכטע. אין די אפענע איז דא א זיכערע $1,000. אין די צוגעמאכטע איז אדער דא $1,000,000 אדער גארנישט. עס וועט זיך ווענדן אויב דער פאראויסזאגער האט פאראויסגעזאגט אז דער שפילער וועט נעמען נאר די צוגעמאכטע, האט עס $1,000,000. אויב האט ער אבער פאראויסגעזאגט אז דער שפילער וועט נעמען ביידע, האט עס גארנישט. וואס זאל דער שפילער טוהן?

די פאראדאקס איז אז צוויי קעגנזייטיגע מהלכים זעהן אויס צו זיין ביידע אינגאנצן לאגיש אויסגעהאלטן. דהיינו, די ריעליסט מהלך איז אז מ׳זאל נעמען ביידע באקסעס. דאס איז וויבאלד די שפילער איז בוחר מדעת עצמו ובחופש לאחר און אומאפהענגיג פון דאס פאראויסזאגען פונ׳ם פאראויסזאגער. קומט דאך אויס אז מיט׳ן נעמען ביידע האט דער שפילער זיכער פארדינט $1,000; אויב האט ער פאראויסגעזאגט ביידע פארדינט ער $1,000 און אויב נאר די צווייטע פארדינט ער/זי $1,001,000. (דאס גייט צוזאמען מיט׳ן דאמינענס פרינציפ אין געים טעאריע.)

משא״כ אויב נעם איך אן אז די פאראויסזאגן וועט ממש מיטגיין מיט וואס די שפילער איז בוחר קומט דאך אויס אז ער זאל נאר נעמען די צווייטע, ווייל דאס גיבט אים/איר $1,000,000 אנשטאטס $1,000. (דאס גייט צוזאמען מיט׳ן עקספעקטעד-יוטיליטי פרינציפ אין געים טעאריע.)

‏דאס (אויב זאגט מען אז דער פאראויסזאגער איז אייביג גערעכט) רירט אויך אן אין דעם שמועס פון טיים טרעוול, דהיינו אז די עתיד איז פועל אויפ׳ן עבר צוריקצווועגס (אין דעם געביט פון בחירה וכו׳), ועיין כאן.
ווען מאַרטין גאַרדנער האט באשריבן אין 1973 די פּאראדאקס אין זיין קאלומן אין סייענטיפיק אמעריקען האט ער באקומען א געוואלד בריוון וואו רוב, אין א רעישיאו פון 5 צו 2, האבן געוועהלט דעם צוגעמאכטן איין-בּאַקס אויסוואל ווי איידער נעמען ביידע. איינע פון די וואס האבן גע׳ענטפערט איז געווען יצחק אסימאוו וואס האט בוחר געווען צו נעמען ביידע צו ווייזן אז ער האט בחירה און אנטקעגן דעם פאראויסזאגער וועמען ער האט צאמגעשטעלט מיט ג-ט.

ניוּקאמבּ אליין האט געהאלטן פון נאר נעמען דעם צוגעמאכטן איין בּאַקס. דער פילאזאף דר. ראַבּערט נאָזיק האט מעיקרא געהאלטן פון נעמען ביידע, אבער האט געזאגט ביידע תירוצים/מהלכים זענען בעצם וואליד. והא ראיה, אויב איז אין די אפענע בּאַקס נאר דא $1 וועלן רוב פון די וואס האלטן מ׳זאל נעמען ביידע זאגן אז מ׳זאל ענדערשער נעמען נאר די צוגעמאכטע. און טאמער איז אין די אפענע דא $900,000 וועלן רוב פון די וואס האלטן מ׳זאל נאר נעמען די צוגעמאכטע האלטן אז מ׳זאל נעמען ביידע.

מי אני » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 5:30 pm

· #535895
סטיפען וועסט איז מסכם שיטתו של דר וויליאם דזשעימס בזה (ובפרט בתוך זיין פּרעגמעטיסט פילאזאפיע אין "אמת", און אז עס איז שייך צו וועהלן א גלויבונג):
William James wrote a great essay in 1884, titled The Dilemma of Determinism. In it he talks about how you can view the entire history of the world, everything that's ever happened, through the lens of both determinism or free will. He says you can see history as the intersection of millions of free acting moral agents all making decisions, and those decisions colliding with each other, sometimes in extremely random and violent ways over the years. You can see it that way, or you can see history as a chain of causally related events all unfolding based on a predictable order that's written into the structure of the universe and into human psychology. But he says, regardless of how you view history, there's only one rational way to be looking at the future of your life and that is under the pragmatic assumption that you do have free will. He famously says, "My first act of free will shall be to believe in free will". And I think no matter what you do when you're deciding where you're going to land on this stuff, when it comes to your personal life I think it's important to remember that there's definitely downsides to being too extreme into one camp or another. If you lean too far in the direction of free will, then you run the risk of becoming someone that sits around blaming yourself all the time and hating on decisions that you should or shouldn't have made in moments in the past. But if you lean too far in the direction of determinism, you run the risk of externalizing everything and never taking accountability for yourself and really just becoming a victim. Maybe there's a case to be made that even if you're a hard determinist when it comes to the universe, there's still a case to be made for being a compatibilist when it comes to your relationship to yourself
‏דא ברענגט ער צו דאס וואס דר. סטיפען קעידזש שלאגט פאר, אז פונקט אזוי ווי עס זענען דא IQ טעסטס צו מעסטן די מאס אינטעלידזשענס, און EQ טעסטס צו מעסטן ווי גוט מ׳פארשטייט די אייגענע און אנדערע׳ס עמאָשענס, זאל זיין אַן FQ טעסט וועלכע זאל מעסטן די דעגרי פון פרייהייט א מענטש האט אין זיינע אקטן. דאס וועט ארבעטן מיט מעסטן דריי אספּעקטן:

1). די קאפאציטעט פונעם אינדיווידואל צו מציע זיין צו זיך אליינס מערערע אפציעס וואס צו טוהן אין א מצב; דאס גייט אין איינקלאנג מיט קריעיטיוויטי

2). דאס יכולת אפצומאכן צווישן די אפציעס מ׳האט ולחשוב שכרן נגד הפסידן; דאס גייט אין איינקלאנג מיט שכל

3). דאס יכולת אויסצופירן די געוועהלטע אפציע בלי מעצר; דאס גייט אין איינקלאנג מיט וואס מיר פארשטייען אלס בחירה חופשית און מיט די יכולת פון א מענטש אויף delayed gratification

וויפיל א מענטש scored אויף יעדעס איינס צוזאמען, ער קען זיין גוט אין איינס און שוואך אין א צווייטע (פונקט אזוי IQ טעסטס וואס מעסטן אויף פארשידענארטיגע חלקים), געבט זיין כלליות׳דיגע סקאָר ווי פריי ער איז בוחר צו זיין (הנראה לעינינו). און ווי ער שרייבט:
we would expect those scoring highly to be good decision-makers, with a strong sense of ownership of their actions and control over their fate; whereas those scoring lowly would be those who see few options for themselves, who feel compelled or addicted, and who are unable to meet their goals or stick to their plans

Roy Baumeister, a psychologist at Florida State University and a leading advocate of a naturalised approach to free will, has argued that our capacities for reason, self-control and so forth evolved to enable us to live in complex societies. The notion that we need a significant part of our free will in order to follow rules might at first sound counter-intuitive. But it is actually a familiar idea: we know, for example, that a strong will is required to resist temptation. Often those temptations are to do things that violate social norms, such as coveting your neighbour’s ass or punching him if he covets yours. Hence it is a good guess that prison populations will have lower than average FQs and – equally – that raising FQs would reduce crime
ער זאגט אז דאס קען שטימען אפילו אויב זאל מען אָננעמען דיטערמעניזם; עס איז פסיכאלאגיש ווי איידער פילאזאפיש. ווי ער ענדיגט צו:
For much of the past 2,000 years in the West, intelligence was conceived in terms of a God-given faculty of reason that set humans wholly apart from other creatures. ‘Intellect’ and ‘will’ were seen by the medieval theologian Thomas Aquinas, for example, as the two pre‑eminent faculties of the soul, which did not depend at all on the body

Now we know differently: we know that we have evolved through a long process of natural selection and that we share our faculties to varying degrees with other animals. Upon realising this, we did not conclude that there wasn’t really any such thing as intelligence – rather, psychologists set about putting it on a scientific footing. Similarly, we should not say that there is no such thing as free will, just because it is not how the theologians imagined; rather, it is time we put it, too, on a scientific footing
בלאט: 1 2 3 4 5