ידיעה ובחירה - פראקטיש גערעדט
204 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4174
אויב וויל ער אז מען זאל בוחר זיין בטוב פארוואס גיבט ער נסיונות? אלא מאי, דאס איז א חלק מרצונו צו געבן בחירה, און מפעם לפעם וועט מען אדורך פאלן. דאס איז part of the process.
ווען מיין ווייב וויל אז די קינדער זאלן אויסזעהן שיין גרייט זי זיי אן די קליידער, זי טוט זיי אן און זי מאכט די האר/פאות. אלע אנדערע טעג פון די יאר וויל זי אז זיי זאלן זיך אויסלערנען זיך אליינס קער נעמען, לאזט זי אז זיי זאלן זיך אליינס אנטון. ווען זי זעהט מפעם לפעם דאס קינד זעהט נישט אויס אזוי איי איי איי, איז זי נישט upset, ווייל זי ווייסט אז אזוי לערנען זיך קינדער אויס.
והנמשל מובן.
הוגהאויב וויל ער אז מען זאל בוחר זיין בטוב פארוואס גיבט ער נסיונות? אלא מאי, דאס איז א חלק מרצונו צו געבן בחירה, און מפעם לפעם וועט מען אדורך פאלן. דאס איז part of the process.
ווען מיין ווייב וויל אז די קינדער זאלן אויסזעהן שיין גרייט זי זיי אן די קליידער, זי טוט זיי אן און זי מאכט די האר/פאות. אלע אנדערע טעג פון די יאר וויל זי אז זיי זאלן זיך אויסלערנען זיך אליינס קער נעמען, לאזט זי אז זיי זאלן זיך אליינס אנטון. ווען זי זעהט מפעם לפעם דאס קינד זעהט נישט אויס אזוי איי איי איי, איז זי נישט upset, ווייל זי ווייסט אז אזוי לערנען זיך קינדער אויס.
והנמשל מובן.
אבער ביסט מודה אז דער ענד ציל איז אז מ׳זאל יא מאכן גוט די פיאות, נאר יעצט בדיעבד אז ס׳איז נישט געלונגען איז דיין ווייב צופרידן אז זיי גייען זיך לערנען פונעם דורכפאל, אבער ביים נמשל אויב איז געווען רצון השם איך זאל יעצט דורכפאלן. מוז זיין א תכלית לכתחילה אינעם דורכפאל לויט וויאזוי ביסט מסביר אז ידיעה ברענגט רצון השם און בהכרח מוז געשען וואס געשעהט הגם צו דער זעלבער צייט איז דא בחירה.
אבער אויב לערנט מען פשט אזויווי לו
@ונבנתה העיר אז השם איז גענצליך מסלק זיין עפעקטיוו רצון און האט בכלל נישט קיין רצון וואס איז מכריח די מעשה הגם כביכול במחשבה וויל דער אייבישטער זאלסט יא בוחר זיין בטוב אבער דער רצון איז בכלל נישט עפעקטיוו. וואס יא? ער האט שוין די ידיעה פון וואס דו גייסט בוחר זיין איידער דו ביסט בוחר, איי העסטו פרעגן נו קען איך דאך טון פונקט פארקערט? אויף דעם איז דער תירוץ
א׳ דו ווייסט נישט וואס ער ווייסט און וועסט קיינמאהל נישט וויסן אים צו קענען אויסשפילן.
ב׳ גאט ווייסט אויך אז דו גייסט אים אויסשפילן און ער ווייסט דיין לעצטע רגע פון דיין נקודת הבחירה וואס דו גייסט טאקע בוחר זיין.
הוגה
moti107 האט געשריבן:
לאמיר זאגן איך האב יעצט א מחשבה צו טוען אן עבירה, דער ערשער נקודת המחשבה וואס פאר דער נקודה איז גארנישט געווען [יש מאין] איז דא א בחירה דערויף? ווען? פארן טראכטן איז דאך נישטא וואס בוחר צו זיין, ווידער בשעת די מחשבה בין איך דאך געצווינגען צו טראכטן וואס דער יש מאין'דיגער מחשבה זאגט מיר צו טראכטן און פון דארט איז כלי מעשה גומרים.
בפשטות קומט די מחשבה פונעם ייצר הרע - evil inclination (לאמיר נישט יעצט פארקריכן אין ווער און וואס די ייצר הרע איז), אויף דעם איז נישט דא א בחירה. פון דא און ווייטער איז אבער יא דא א בחירה. אפצושטעלן די מחשבות וכ"ש המעשים. אם פגע בך מנוול זה משכהו לביהמ"ד.
וואס הייסט פון דא און ווייטער? כ׳האב אויבן געשריבן, יעדע זאך וואס א מענטש טוט בפועל איז ער מקדים במחשבה. משכהו לביהמ״ד דארף אויך קודם האבן מחשבה און דער מחשבה איז א יש מאין וואס קומט פון גאט והדרי קושיא לדוכתי
דער אמת אז דער דרך פין רמ"ק אר"י וואס אויף דעם בויט ר' צדוק דער תירוץ פין תשובה און קודם החטא און לאחר החטא, איז צריך עיון גדול.
דער תירוץ גייט בערך אזוי, לאמר זאגען עס איז דא צוויי מלכים, איינער ווייסט נישט וואס גייט זיין און דער אנדערע ווייסט יא.
איז טאמער איינער זינדיגט, כאפט אים דער ערשטע מלך און ווייל אים געבען א עונש. זאגט מען אים א עצה אנטלויף צום יוריסדיקציע פינים אנדערע מלך, ער וועט דיך גארנישט טוהן ווייל ער ווייסט וואס גייט זיין ממילא ווייסט אז די ביסט נישט אין קאנטראל, און וועט דיר פטר'ן פין אלעס. עד כאן דבריהם.
התינח אויב דער מלך שאינו יודע ווייסט נישט פין דער אנדערע מלך, ניחא, אבער היות די מלכים וויסען איינער פין די אנדערע, ווייסט דרך דער מלך שאינו יודע אז עס איז דא א מלך היודע, און פארוואס גיט ער אים א עונש?
moti107
אבער ביסט מודה אז דער ענד ציל איז אז מ׳זאל יא מאכן גוט די פיאות, נאר יעצט בדיעבד אז ס׳איז נישט געלונגען איז דיין ווייב צופרידן אז זיי גייען זיך לערנען פונעם דורכפאל, אבער ביים נמשל אויב איז געווען רצון השם איך זאל יעצט דורכפאלן, מוז זיין א תכלית לכתחילה אינעם דורכפאל לויט וויאזוי ביסט מסביר אז ידיעה ברענגט רצון השם און בהכרח מוז געשען וואס געשעהט הגם צו דער זעלבער צייט איז דא בחירה. אבער אויב לערנט מען פשט אזוי ווי ובנתה העיר אז השם איז גענצליך מסלק זיין עפעקטיוו רצון און האט בכלל נישט קיין רצון וואס איז מכריח די מעשה הגם כביכול במחשבה וויל דער אייבישטער זאלסט יא בוחר זיין בטוב אבער דער רצון איז בכלל נישט עפעקטיוו. וואס יא? ער האט שוין די ידיעה פון וואס דו גייסט בוחר זיין איידער דו ביסט בוחר, איי העסטו פרעגן נו קען איך דאך טון פונקט פארקערט? אויף דעם איז דער תירוץ, א׳ דו ווייסט נישט וואס ער ווייסט און וועסט קיינמאל נישט וויסן אים צו קענען אויסשפילן. ב׳ גאט ווייסט אויך אז דו גייסט אים אויסשפילן און ער ווייסט דיין לעצטע רגע פון דיין נקודת הבחירה וואס דו גייסט טאקע בוחר זיין.
וואס די ענד ציל פונעם באשעפער איז ווייסן מיר נאר איינמאל מיר קומען אן צום ענדע. דאס וואס איז למעשה געשעהן איז געווען זיין רצון, נישט בדיעבד נאר לכתחלה. ידיעה ברענגט נישט רצון השם, ידיעה איז די רצון השם. ס'נישט כאילו ער ווייסט אז עס וועט זיין א דורכפאל און בלית ברירה איז ער משלים דערמיט, ער פלאנט עס כביכול אזוי אויס מלכתחילה. פארדעם פארשטיי איך נישט ונבנתה, אויב ווייסט די באשעפער אז דו וועסט גיין היפך 'רצונו' און ער גייט ווייטער מיט די פלאן, אבוויעסלי זעהט ער דערין א תכלית, נו אויב אזוי איז דאס דאך זיין רצון.
moti107וואס הייסט פון דא און ווייטער? כ׳האב אויבן געשריבן, יעדע זאך וואס א מענטש טוט בפועל איז ער מקדים במחשבה. משכהו לביהמ״ד דארף אויך קודם האבן מחשבה און דער מחשבה איז א יש מאין וואס קומט פון גאט והדרי קושיא לדוכתי
איין מאל וואס עס איז דא א train of thought, איז די מחשבה שוין נישט א יש מאין נאר א תוצאה פון א פריערדיגע מחשבה. למשל, לאמיר זאגן אז out of nowhere טראכט א מענטש פון קאמפיוטערס, דערנאך פאלט אים איין צו זינדיגן דורך די קאמפיוטער, דערנאך מאכט ער זיך א גדר נישט צו שטיין אין די ד' אמות פון א קאמפיוטער כדי להינצל. די ערשטע מחשבה האט ער נישט בוחר געווען נאר עס איז געווען מעשה ייצר. דערנאך האט ער בוחר געווען א מחשבת עבירה, און דערנאך האט ער בוחר געווען א מחשבת גדר. און נאכדעם דארף ער נאך בוחר זיין עס אויס צו פירן למעשה. (אפילו ס'געווען זיין בחירה קומט עס נאך אלץ פון גאט, וכנ''ל.)
@איחוד פעלד, מיר פארשטייען בכלל נישט אייער תירוץ/הסבר, ביטע ערקלערט אייך בעסער. יישר כח.
כ'האב געהאט סיעתא דשמיא, לכבוד יולי די פערטע האב איך אראפ געקלעטערט אין די קעלערן פון קאווע שטיבל צו זוכן אוצרות. כ'האב געטראפן אן אינטערעסאנטע מדובר אנגעהויבן דורך
@זר זהב. דארט האב איך געטראפן דריי אינטערעסאנטע תגובות פון
@qwerty וואו ער שרייבט ווי מיך. איר קענט זעהן די תגובות פון
דא און ווייטער. בכלל איז יענער אשכל מלא סחורה.
מי יגלה עפר מעיניכם
@נולד מאוחר ,
@שמעקעדיג און
@ונבנתה העיר ווייטער ממשיך צו זיין די שמועס דארט.
איחוד פעלדדער אמת אז דער דרך פין רמ"ק אר"י וואס אויף דעם בויט ר' צדוק דער תירוץ פין תשובה און קודם החטא און לאחר החטא, איז צריך עיון גדול.
פארשטייסט נישט די תירוץ פין אר"י ווי אזוי ידעיה איז נישט סותר בחירה אויף די וועלט אדער שטימט דיר נישט די מהלך פין תשובה לויט ר' צדוק?
הוגה, for the time being lets assume אז ידיעה מיינט נישט אטאמאטיש "רצון", די so called סתירה פין ידיעה און בחירה איז שווער אן דעם אויך, אמת "רצון" מאכט די דילעמע שווערער. די תריצים וואס ווערן גענפערט עדרעסירן נישט "רצון" - we could deal with "רצון" באלד.
ביז דערווייל האבן מיר דא א total פין 3 מהלכים פארוואס ידיעה איז ניישט סותר free choice אין פארוואס איך און ארן לווי זעמער fully responsible פאר אינזער מעשים. און מיר זענען בארעכטיגט צו שכר וענש פאר אינזער מעשים.
1. רמב"ם (אייבישטערס ידיעה איז אן אנדערע סארט ידיעה) 2. ראב"ד (ווייסט פריער ווייל סאיז שוין געשען די נאכדעם) 3. אר"י (אין עולם עשיה איז דא בחירה)
בכלל איז כדי צו מחלק צו זיין צווישען די "אזוי" און די "וויאזוי" - די "מה" און די "איך"
אלע תיריצים זאגן נאר די "מה" אבער נישט די "איך". די "איך" קען א מענטש נישט זיך מצייר זיין ווייל ס'פשוט נישט דא אין זיין וועלט.
איך קען הערן אז ס'דא א זעקסטער חוש אבער איך קען נישט משיג זיין וואס דאס איז.
די פראבלעם מיט option וואס הוגה זאגט לייגט די burden פין "אזוי" און די וויאזוי אויף דער מענטש. דער מענטש דארף גלייבן אז ער האט נישט בחירה ער קען גארנישט בוחר זיין אליין און אויך דארף ער גלייבן אז ער האט יא בחירה - ער האט נישט קיין ברירה די תורה זאגט גלייב ביידע! איי ווי אזוי it is up to you געב דיך אן עצה (איך האף אז איך מאך מיך קלאר - i need some feed back)
הוגה אויב פארשטיי איך גיט זאגט moti אז א יעדע link אין די chain פין מחשבה איז א נייע יש מאין
@moti107', קען די כל יכול געבען פאר א בשר ודם די כח צו באשאפען א יש מאין?
בנוגע רצון:
הוגהאויב וויל ער אז מען זאל בוחר זיין בטוב פארוואס גיבט ער נסיונות? אלא מאי, דאס איז א חלק מרצונו צו געבן בחירה, און מפעם לפעם וועט מען אדורך פאלן. דאס איז part of the process.
אמת ס'דא רצון אויף the process אבער דאס איז נישט פ
נימיות הרצון העליון
איך האב א
רצון צו ארבטען שווער ווייל איך האב א
רצון צו מאכן אסך געלט ווייל איך האב א
רצון צו קויפען א summer home ווייל איך האב א
רצון צו זיין באקוועם!
זענען די אלע רצונות די זעלבע. די רצון פין די מאמע אז די קינד זאל גיין מיט שיינע פאות איז גאר אן אנדער רצון ווי ווען די קינדער גייען מיט צושלאכעטע פאות ווייל זיי האלטן זיך אימיטען לערנען. (unless די חינך פין די קינדער איז איר וויכטעגער ווי וואס די שכינה וועט זאגן, but this is usually not the case)
הקטן, דאס מאל וועלן מיר גיין על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון.
איך זאג נישט אז ידיעה מיינט רצון, איך זאג אז אויב איז דא ידיעה מוז זיין אז עס איז אזוי אויך זיין רצון. נאר א מוגבל קען זיין ידיעה זיין אנדערש ווי זיין רצון. א כל יכול, אויב האט ער א ידיעה איבער עפעס וואס איז נגד רצונו, דאן וועט ער אפהאלטן יענע זאך פון געשעהן. און אויב לאזט ער עס געשעהן (ווייל ער וויל עס זאל זיין א ריכטיגע בחירה) איז די סיבה ווייל ער ווייסט אז דאס איז בעסער למען תכלית הנרצה. נו אויב אזוי איז דאך דאס רצונו.
דו ברענגסט אראפ דריי מהלכים אין ידיעה ובחירה. (אגב, די רמב"ם און די ראב''ד פירן ביידע אויס אז מ'קען עס נישט פארשטיין עד הסוף.) אבער לאמיר געדענקן די קעפל פונעם אשכל. דא רעדט מען 'פראקטיש גערעדט'. דאס מיינט אז דאס וואס איך זאג אז די מענטש דארף טראכטן איז אפגעזעהן ווי אזוי דו פארענטפערסט די עצם סתירה. לאז מיך ערקלערן. ווי אזוי דו וועסט נאר האלטן, ווי די רמב''ם, ראב''ד אדער די אר''י, האב איך פאר דיר א פראקטישע עצה. לפני החטא פאוקעס אויף בחירה, און לאחר החטא פאוקעס אויף ידיעה. נישט ווייל פאקטיש איז בחירה נאר אן איינרעדעניש, און אויך נישט ווייל בחירה איז נאר שולט לפני המעשה, עס איז נאר 'פראקטיש' בעסער אזוי. פארוואס? קוק אין מיינע ערשטע פאר תגובות וואס איך שרייב באריכות.
הקטן
די פראבלעם מיט option וואס הוגה זאגט לייגט די burden פין "אזוי" און די וויאזוי אויף דער מענטש. דער מענטש דארף גלייבן אז ער האט נישט בחירה ער קען גארנישט בוחר זיין אליין און אויך דארף ער גלייבן אז ער האט יא בחירה - ער האט נישט קיין ברירה די תורה זאגט גלייב ביידע! איי ווי אזוי it is up to you געב דיך אן עצה.
איך זאג אז עס איז זיכער דא ידיעה, אויף דעם דארף מען נישט קיין ראיות והסברים. די אייבישטער ווייסט אלעמאל וואס די מענטש'ס בחירה וועט זיין. פאקט! (כ'האב עס גוט מסביר געווען אין מיין דעבאטע מיט הרב וואקסמאן, אין די ערשטע תגובה.) אבער אויך האט יעדער מענטש א בחירה. דאס רעקאנסיילד מען מיט דיינע דריי תירוצים פון אויבן.
יעצט צו 'רצון'. די רצון השם איז צו צו קומען לתכלית הנרצה (אדער ווי אנדערע רופן עס 'תיקון עולם'). אבער כדי אנצוקומען צום תכלית פעלט זיך אויס איין קאמפאונענט וואס הייסט בחירה, און נאך א קאמפאונענט וואס הייסט העלאת ניצוצות, און נאך אנדערע קאמפאונענטס. יעצט אויב דאס איז די וועג אנצוקומען צום תכלית הנרצה, דאן ווערט אלעס אין דער מיט אויך זיין רצון. ובע''כ מיזטו זאגן אז די איינציגסטע וועג אנצוקומען לתכלית הנרצה מוז אינקלאדען אלע עבירות, ווייל ווען עס איז ווען דא אן אנדערע וועג אנצוקומען וואלט גאט גענומען יענע וועג.
.
הוגההקטן, דאס מאל וועלן מיר גיין על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון.
איך זאג נישט אז ידיעה מיינט רצון, איך זאג אז אויב איז דא ידיעה מוז זיין אז עס איז אזוי אויך זיין רצון. נאר א מוגבל קען זיין ידיעה זיין אנדערש ווי זיין רצון. א כל יכול, אויב האט ער א ידיעה איבער עפעס וואס איז נגד רצונו,
דאן וועט ער אפהאלטן יענע זאך פון געשעהן. מאן ימר אז א כל יכול וועט אפהאלטען? קען א כל יכול דעסיידען נישט אפצוהאלטען? for whatever reason
און אויב לאזט ער עס געשעהן (ווייל ער וויל עס זאל זיין א ריכטיגע בחירה) איז די סיבה ווייל ער ווייסט אז דאס איז
( בעסער
) [גענוג גוט] למען תכלית הנרצה. נו אויב אזוי איז דאך דאס רצונו.
ביסט מסכים צי דעם חילק פין פנימיות הרצון אין א רצון וואס איז א כללותדיגע רצון, א רצון נאר פאר די ביג פיקטעשר? אדער דו האלסט אז א כל יכול קען נישט דאס באווייזעןדו ברענגסט אראפ דריי מהלכים אין ידיעה ובחירה. (אגב, די רמב"ם און די ראב''ד פירן ביידע אויס אז מ'קען עס נישט פארשטיין עד הסוף.
דאס האב איך געוואלט מסביר זיין מיט די מה און די איך, זיי זענען נאר מסביר די וואס אין נישט די וויאזוי, ווייל מ'קען נישט מסביר זיין פאר א בלינדער די קאלער רויט, אבער נישט ווייל עס פעלט עפעס פין זייער תירוצים) אבער לאמיר געדענקן די קעפל פונעם אשכל. דא רעדט מען 'פראקטיש גערעדט'. דאס מיינט אז דאס וואס איך זאג אז די מענטש דארף טראכטן איז אפגעזעהן ווי אזוי דו פארענטפערסט די עצם סתירה. לאז מיך ערקלערן. ווי אזוי דו וועסט נאר האלטן, ווי די רמב''ם, ראב''ד אדער די אר''י, האב איך פאר דיר א פראקטישע עצה. לפני החטא פאוקעס אויף בחירה,
וואס שטערט דיך צו פאקעסען קודם החטא אויף ידיעה ס'וועט עניוועי גארנישט טוישן, ס'איז ממילא נאר א setup , אין וויאזוי ס'וועט נאר זיין איז רצון ה'. פארוואס נישט זיך enjoyען אין די מיען טיים, seriously speaking איז דאס זייער מסוכן אין נישט פראקטיש צו מאכן אזא split קודם החטא, ווייל אויב שוין יא א ספליט האב די בעל דבר א בעסער וועג. און לאחר החטא פאוקעס אויף ידיעה. נישט ווייל פאקטיש איז בחירה נאר אן איינרעדעניש, און אויך נישט ווייל בחירה איז נאר שולט לפני המעשה, עס איז נאר 'פראקטיש' בעסער אזוי. פארוואס? קוק אין מיינע ערשטע פאר תגובות וואס איך שרייב באריכות.
איך האב געזען א יעדעס ווארט, איך זעה אבער נאר די אויפטו פין פאקעסען אויף ידיעיה נאר אויב איך קען עקסקלאדען בחירה פין די פיקטעשר, אויב לאז איך אבער בחירה אויך אין די mix דאס מיינט אז די ביסט ווייטער ריסבאנסעבל אויפן עבר זעה איך נישט וויאזוי די avoid'ס עצבות מיט נישט פאקעסען הקטן
די פראבלעם מיט option וואס הוגה זאגט לייגט די burden פין "אזוי" און די וויאזוי אויף דער מענטש. דער מענטש דארף גלייבן אז ער האט נישט בחירה ער קען גארנישט בוחר זיין אליין און אויך דארף ער גלייבן אז ער האט יא בחירה - ער האט נישט קיין ברירה די תורה זאגט גלייב ביידע! איי ווי אזוי it is up to you געב דיך אן עצה.
איך זאג אז עס איז זיכער דא ידיעה, אויף דעם דארף מען נישט קיין ראיות והסברים. די אייבישטער ווייסט אלעמאל וואס די מענטש'ס בחירה וועט זיין. פאקט!
מסכים! (כ'האב עס גוט מסביר געווען אין מיין דעבאטע מיט הרב וואקסמאן, אין די ערשטע תגובה.) אבער אויך האט יעדער מענטש א בחירה. דאס רעקאנסיילד מען מיט דיינע דריי תירוצים פון אויבן.
רעקאנסיילד! די סיבה פארוואס איך מיז אננעמען אז ס'דא בחירה איז נישט נאר ווייל גאט זאגט ובחרת בחיים האב איך נישט קיין בריירה און איך מיז זאגן אז "ובחרת" מיינט עפעס, משהו לא ברור, נאר אן בחירה חפשית מאכט בכלל נישט קיין סענס גאנץ תורה ומצות און שכר ועונש. unless ס'מיז נישט מאכן קיין סענס
יעצט צו 'רצון'. די רצון השם איז צו צו קומען לתכלית הנרצה (אדער ווי אנדערע רופן עס 'תיקון עולם'). אבער כדי אנצוקומען צום תכלית פעלט זיך אויס איין קאמפאונענט וואס הייסט בחירה, און נאך א קאמפאונענט וואס הייסט העלאת ניצוצות, און נאך אנדערע קאמפאונענטס. יעצט אויב דאס איז די וועג אנצוקומען צום תכלית הנרצה, דאן ווערט אלעס אין דער מיט אויך זיין רצון. ובע''כ מיזטו זאגן אז די איינציגסטע וועג אנצוקומען לתכלית הנרצה מוז אינקלאדען אלע עבירות,
ווייל ווען עס איז ווען דא אן אנדערע וועג אנצוקומען וואלט גאט גענומען יענע וועג. ???, ניין! ווער זאגט??דאס הייסט אז גאט האט איבער געגעבן די בחירה צום מענטש! אין אויב דער מענטש וויל נעמען א דיטאר אויף א באמ-פו road, וועט ער מיזען תשובה טוען אדער גיין אין גיהנום און אנדערע תיקינים אלס כדי סוף סוף זאל זיין "תיקון עולם". און גאט אלס כל יכול קען דאס באווייזען, און איבער געבען אינגאנצען ביד האדם, חאטש ער ווייסט אלעס פון פריער.
[/.justify]
in general שיקסטו אביסעל mixed messages וועגן דיין שיטה און בחירה למשל די שרייבסט "נישט ווייל פאקטיש איז בחירה נאר אן איינרעדעניש, און אויך נישט ווייל בחירה איז נאר שולט לפני המעשה" און אויך פאריפסטו זיך אויף qwert וואס שרייבט לכורה אז בחירה איז יא אן איינרעדעניש, א total setup א פאפעט show, הגם איך גלייב נישט אז qwert האלט אזוי בפשטות. די פראבלעם אבער איז אז ער האט געוואלט סימפלעפייען דו קאמפלעק, האט ער געשריבן אויף א וועג וואס לאזט זיך טיישען אויף א וועג וואס איז קוצץ בנטיעות, אזוי ווי ער שרייבט אליין "דער אויבענדעראנטער מושג איז זייער טיף אבער באקאנט פאר די אלע וואס זיינען גוט באהאווענט אין קבלה און ספרי חסידות"
די זעלבע איז מיט די שטיקעל ר' צדוק וואס דו האסט געברענגט, אין איחוד האט א hard time צו פארשטיין, כדי דאס צו פארשטיין פלעט קודם אויס אפאר הקדמות, אפשר וועט ונבתה דארפן שרייבן א מאמר אויף "אני הויה לא שיניתי" וכו' פאר מען נעמט זיך צי די ר' צדוק.
איך האב יא געטראפען א חובת הלבבות וואז זאגט נישט ווי option ב אבער איך מיין אז ס'אויך נישט option א. basically וואס איך מיין ער זאגט (איך האב זיך נאך נישט מעמיק געווען אין זיינע ווערטער) איז אזוי, היות מיין קאפ פארשטייט נישט ווי אזוי עס קען זיין ידיעה אין בחירה אין ווי אזוי איך זאל נאר טראכטען בין איך כופר בתורת משה ע"כ טראכט נישט!! ווען ס'איז דיר שווער זאג איך פארשטיי נישט און שוין! all i know is what i got to do מיין קאפ זאגט אז ס'איז נישט דא קיין בחירה אבער איך קען נישט זיין קליגער פינעם אייבישטער ע"כ מיז איך היטען תורה ומוצות, אן נעמען סיי וואספארא שטעלאנג אין דעם ענין
דאס איז די לשון פין חובת הלבבות:
כבר ארכו מחלוקת החכמים באופני ההפקה בין ההכרח והצדק. מהם מי שאמר כי כל המעשים האנושיים הולכים כחפץ האדם בהם ויכולתו וכוחו, מסר אלוהים בידו ענייניהם, והשליטו בהם, וכי כבוד האלוהים נקי מהם. ועל כן התחייב אליהם הגמול והעונש. ומהם מי שמשיב המעשים האנושיים וזולתם אל הבורא יתברך, ואומר כי כל תנועה המתחדשת בעולם ממדבר ודומם, היא ברשות הבורא ית' וגזרתו ודינו ותחת מאסרו, אין נמלט ממנו כשערה, לא פחות ממנה ולא למעלה הימנה. וכאשר הקשו עליהם בדרך הגמול והעונש, אמרו עניין הגמול והעונש, אין אנו יודעים צורתו ולא מהלכי דיניו, והאלוהים צדיק ולא יעוול, ונאמן במה שיעד מן הגמול והעונש ולא יעבור… ומהם מי שראה להאמין בשתי הדעות ההכרח והצדק, ואמר כי המעמיק בהם אינו ניצול מחטא ומכשול על איזה דרך שיסבור אותם.
ואמרו: הנכון שנעשה מעשה מי שיאמין כי המעשים מונחים לאדם ייגמל וייענש עליהם, ונשתדל בכל אשר יועילנו אצל הבורא בשני העולמים, ונבטח באלוהים בטחון מי שהתברר אצלו, כי ממשלת כל המעשים והתנועות והתועלת והנזק בגזרת ה' ורשותו ובמאמרו. וכי לאל ית' הטענה הנצחת על האדם, ואין טענה לאדם אל האלוהים יתברך. והדעת הזאת קרובה אל דרך ההצלה מכל אשר קדם זכרו, כי מן האמת והנכונה שנודה בסיכלות בדבר הזה מחכמת הבורא יתברך, מפני חלישות דעתנו וממיעוט הכרתנו. ובסכלותנו בו פנים מאופני הטובה, ולזה נעלם ממנו. ואילו הייתה לנו בעומדנו על הסוד הזה תקנה, היה הבורא מגלה אותה לנו. (חובות הלבבות, ג:ח)
moti', דאס האט qwert געשריבן
qwerty
אין געוויסע בחינות זיינען מיר טאקע גלייך אזוי ווי למשל אז א איד האט א חלק אלו' ממעל ממש און ישראל ... וקוב"ה, וקוב"ה, כולא חד און דער גרעסטער חידוש וואס ווייזט עס ארויס אממערסטען איז די בחירה חפשית וואס א איד האט בדומה לבוראו.
אבער דאס איז אלעס אין פאטענציעל, בכח, אבער כדי עס זאל אזוי אויך זיין אויך בפועל, איז עס ווען מיר טיען תורה ומצוות בפועל.
דאס איז דער חלק פין מענטש וואס לאזט אים באשעפען א יש מאין
עמיר פרובירן מעיר צו זיין אויפן לעצטע תגובה.
1) הקטן: קען א כל יכול דיסיידען נישט אפצוהאלטן?
הוגה: יא, אודאי קען ער דיסיידען, אבער דאן ווערט 'דאס' זיין רצון.
2) הקטן: דאס איז 'גענוג גוט' למען תכלית הנרצה.
הוגה: ביי א בשר ודם איז שייך צו זאגן אז אויב ער קען נישט באקומען די בעסטע רעזאלטס גייט ער בלית ברירה צו עפעס וואס איז 'גענוג גוט'. ביים באשעפער איז נישט שייך אזא זאך. ער איז נישט מוגבל, גארנישט (אפילו מענטשליכע בחירה) האלט אים צוריק פון באקומען די 'בעסטע' למען תכלית הנרצה.
3) כ'פארשטיי נישט וואס דו ווילסט מיט 'פנימיות הרצון' און ביג פיקטשער, ביטע ערקלערט בעסער.
4) כ'האב דאס שוין אפאר מאל געזאגט און איך וועל עס פרובירן נאך אמאל צו קלאר שטעלן. כ'האף אז דער מאל וועט מען פארשטיין וואס איך זאג.
א, עס איז אלעמאל דא ידיעה, די באשעפער ווייסט וואס גייט זיין און וואס איז געשעהן, אפי' ביי זאכן וואס עס איז דא דערויף א בחירה.
ב, די מענטש האט אלעמאל אן עכטע פולע בחירה בוחר צו זיין בטוב או ברע (און מעגליך אויך ביי פארעווע ענינים). דאס איז נישט קיין טריק און נישט קיין משל, נאר ממש בחירה. און ער איז ריספאנסיבל אויף וואס ער טוט.
ג' ווען א מענטש שטייט פאר א ניסיון זאל ער געדענקן אז טראץ דעם וואס ה' ווייסט למעשה וואס ער גייט בוחר זיין דאך איז די בחירה גענצליך בידו און ער מוז בייקומען זיין ייצר און בוחר זיין בטוב.
ד' נאכן אדורך פאלן זאל ער נישט ווערן געפאלן ביי זיך נאר ער זאל וויסן אז כך הי' רצונו יתברך אז ער זאל אדורך פאלן. אדרבא, ער זאל זיך פרייען אז דער עבירה האט ה' געברענגט אויף אים כדי עס זאל צוברענגן אים און די גאנצע וועלט נענטער צום תיקון השלם.
ה' ער זאל געדענקן אז יעצט ליגט אויף אים די פליכט מקיים צו זיין מצוות תשובה שציוונו הבורא ברוך הוא, פונקט ווי די מצוה פון סוכה לולב און תפילין. און ער דארף עס מקיים זיין אזוי ווי חז''ל לערנען אונז מיט חרטה עזיבה וכו'.
5) בעיסיקלי דו האלטסט אז די באשעפער וואלט געוואלט אז אלע זאלן ביישטיין אלע נסיונות און מען זאל צוקומען צום תיקון השלם גאר שנעל. אבער ליידער ליידער וואס קען ער טון, די מענטשן וואס ער האט באשאפן ראונירן זיין גאנצע פלאן און ער וועט מוזן ווארטען (אומ)געדולדיג ביז אלעס ווערט נתקן. איי געס אז קען זיין א צווייטע גאט וואלט זיך אפשר געקענט באווארענען פון דער פראבלעם, אבער ה' אלוקינו האט דייקא געוואלט בחירה, און בחירה קומט מיט pros and cons. אזוי זאגסטו, ניין? Come on! די באשעפער איז בלי גבול ער קען אלעס מאכן אן קיין cons, און אויב עפעס גייט אין א געוויסע וועג האט ער עס דייקא אזוי געוואלט און נישט א משהו אנדערש. איך גלייב אין א גאט וואס איז בלי גבול ובלי מעצור און דו גלייבסט אין א גאט וואס קען נישט קאנטראלן אלעס.
הוגה
1) הקטן: קען א כל יכול דיסיידען נישט אפצוהאלטן?
הוגה: יא, אודאי קען ער דיסיידען, אבער דאן ווערט 'דאס' זיין רצון.
פארשטיי איך גוט, אויב גאט וויל אז א מענטש זאל האבען די כח צו בוחר און קענען טון "נגד רצונו" איז גאט די נמנע הנמנעות stuck מיט א catch 22 ווייל דאס ווערט אטאמאטיש זיין רצון?
איך גלייב אין א גאט וואס איז בלי גבול ובלי מעצור און דו גלייבסט אין א גאט וואס קען נישט קאנטראלן אלעס.
פארוואס גאט זאל דוקא ווילען pros and cons איז א שמיעס פאר זיך.
ער איז נישט stuck, ער וויל אזוי! ווען ער וויל ווען נישט אזוי וואלט ער געטוישט די סיסטעם. ער האט געוואלט אז מענטשן זאלן זינדיגן.
הוגהער איז נישט stuck, ער וויל אזוי! ווען ער וויל ווען נישט אזוי וואלט ער געטוישט די סיסטעם. ער האט געוואלט אז מענטשן זאלן זינדיגן.
ok, ביסט מודה אז ער קען ווען אויך באשאפען א וועלט וואס מען זאל קענען בוחר זיין צו גיין
קעגען זיין רצון, דו פארשטייסט נאר נישט פארוואס זאל ער דאס ווילען, זאגסטו מכח סברה אז זיכער וויל ער אז מען זאל יא זינדיגען. וויאזוי דען.
איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז איך פארשטיי נישט פארוואס, איך האב אלץ געזאגט אז ער וויל זיכער אזוי. ווי אזוי דען?
ר' צדוק לערנט ר' נחמן'ס ספרים און האט זאגאר פארפאסט מראי מקומות צו זיין "ספר המדות" גאנץ מעגליך האט ער גענומען די מהלך פון דארט. אבער איזביצא איז אויך געגאנגען דארט. ועיי' בפ' זמרי.
אין ברסלב זאגט מען בקיצור ווי דער רבי האט אמאל געזאגט "יש ענין שנתהפך הכל לטובה"
דייטל
אין ברסלב זאגט מען בקיצור ווי דער רבי האט אמאל געזאגט "יש ענין שנתהפך הכל לטובה"
ישר כח!
חז"ל זאגן דאס בקיצור זדונות נהפכות לו לזכויות
הקטןדייטל
אין ברסלב זאגט מען בקיצור ווי דער רבי האט אמאל געזאגט "יש ענין שנתהפך הכל לטובה"
ישר כח!
חז"ל זאגן דאס בקיצור זדונות נהפכות לו לזכויות
פיין!
איז עס טאקע די זעלבע זאך?
@דייטל, ביטע זייט זיך בעסער מסביר, מיר ווילן אויך פארשטיין.
@הקטן, מיר ווארטן נאך אויף א הסבר אויף די דברי הפרי צדיק הנ''ל. ילמדינו רבינו.
דייטלהקטןדייטל
אין ברסלב זאגט מען בקיצור ווי דער רבי האט אמאל געזאגט "יש ענין שנתהפך הכל לטובה"
ישר כח!
חז"ל זאגן דאס בקיצור זדונות נהפכות לו לזכויות
פיין!
איז עס טאקע די זעלבע זאך?
ר' צדוק שטעלט דאס אפאר מאל צוזאם. יעצט וואס מיינט תשובה מאהבה? וואס מיינט זדונות נהפכות לו לזכויות? ווי אזוי ארבעט דאס? אין דעם איז שוין דא פארשידענע באירים
ס'כדי צו וויסען אז ר' נחמן צו ר' צדוק זענען נישט אויפגעקימען מיט קיין נייע חידשים, סך הכול האבן זיי גוט אפגעלערנט חז"ל לאור זייער מהלך. נא, אוודא וועט ר' צדוק זאגן אז ס'איז די זעלבע זאך. ר' חיים, אבער, מיז נישט אזוי זאגן, ר' חיים וועט אריינלערנען אן אנדער פשט.
אויב וויל מען פארשטיין וואס ר' צדוק זאגט דארף מען האבען א שיינע פאר הקדמות, און אויך וויסען אז דברי ר' צדוק איז עניים במקום אחד ועשירים במקום אחר. מיט די מהלך ווי אזוי דו לערענסט אפ ידיעה און בחירה קען איך נישט פארשטיין וואס ר' צדוק זאגט - אסך ווערטער זענען איבריג אדער מאכן אינגאנצען נישט קיין סענס.
(מ'דארף אריינלייגן עטליסט אזויפיל מח ווי אין א שטיקעל ניטשה)קודם וויל איך פשוט ווייזען אין די ווערטער פין ר' צדוק זעלבסט:
1) ר' צדוק רעדט בכלל נישט פין קיין "פראקטיש גערעט" ער רעדט פין א מהלך אין תשובה זעלבסט און נישט א מהלך ווי אזוי אפצילייגן תשיבה ביז דערווייל כדי נישט צו קימען צו קיין עצבות
2) אז ר' צדוק רעדט פין א
מהלך און נישט פין עפעס וואס קימט ממילא, ווייל anyway איז דאס רצון ה'
3) ביז ווילאנג ער האט נישט תשיבה געטיען איז ער ווייטער fully responsible פאר זיינע מעשים, ע"כ קען ער דאס נישט ניצען פאר ביז דערווייל זיך צו באראאיגען - ווייל ער באראיגט זיך מיט שקר און דאס איז נישט פראקטיש
איך וועל אינטער ליינען וואס ער שרייבט:
עיקר התשובה הוא עד שיאיר ה' עיניו שיהיו זדונות כזכיות, רוצה לומר שיכיר ויבין שכל מה שחטא היה גם כן ברצון השם יתברך וכטעם ידיעה ובחירה, כמו שפירש האריז"ל בסוף ספר ארבע מאות שקל כסף, ששניהם אמת כל אחד במקום בפני עצמו, במקום הבחירה שם אין מקום לידיעה, ובמקום הידיעה שם אין מקום באמת לבחירה. וכשמשיג לאור זה העצום, אז שבו כל זדונותיו בלתי יוצאים מעומק ידיעת הש"י והוא ודעתו ורצונו הכל אחד, ומאחר שהש"י רצה כן הרי הכל זכויות, וזוכה לכפרה גמורה שביום הכיפורים.
וזהו שאמרו שאליהו לא נענה אלא בתפילת המנחה, כי הוא בא בטענה ואתה הסבות את ליבם דהגם דבתחילה הבחירה ביד האדם מכל מקום אחר שנעשה כבר מה שנעשה החטא. האמת דהכל מה' יתברך ועל ידי זה נעשים החטאים כשנים הללו שסדורות ובאות מששת ימי בראשית כמו שאמרו בפרק ר' עקיבא, ועל כן יצחק אבינו ע''ה הוא הממליץ בעד החטאים ואמר פלגא עלי ופלגא עלך כדאיתא שם. ופלגא עלך היינו כטענת אליהו ואתה הסבות שהוא בתפלת המנחה שאחר הפעולה דכל היום. והיינו כידוע בסוד הידיעה והבחירה דשניהם אמת. ובעולם הזה משמש הבחירה וזה קודם המעשה. אבל אחר כך דמה שעבר כבר איננו ואינו עוד בעולם הזה יוכל לתקן הקודם ע''י התגלות אור הידיעה וכו' עיין שם באריכות.
קליינע הקדמות וואס איך מיין איז כדי צו וויסען, און אן דעם הייבט מען נישט אן צו פארשטיין וואס ער שרייבט
1) השתלשלות העולמות
2) כוונת הבריאה - פנימיות הרצון
3) אור אין סוף און עצמות אין סוף
4) המתקת הדינים בשורשם - וואס מיינט בשורשם
5)פירש האריז"ל אין ידיעה ובחירה
ידיעה און בחירה פראקטיש.
דער אשכול איז אלעס אויסער "פראקטיש".
מאראנצןזאפטידיעה און בחירה פראקטיש.
דער אשכול איז אלעס אויסער "פראקטיש".
אפשר דארף זיך דאס ליינען "ידיעה און בחירה פראקטיש???"
איז מעגליך צו ציטיילען דיעה און בחירה פאר פראקטישקייט ?
ומבטן מי יצא הדבר? איז דאס new age חסידות אדער די real deal
@מאראנצןזאפט, איך פארשטיי נישט, ביטע זייט מסביר. די קעפל פונעם אשכל מיינט ''ווי אזוי צו לעבן פראקטיש מיט ידיעה ובחירה'', נישט אז ידיעה ובחירה איז א פראקטישע זאך.
@הקטן, let's get down to business. איך ווייס שוין וואס דו האלטסט אז ר' צדוק זאגט 'נישט' . איך ווייס שוין אויך אז מען דארף אסאך אסאך הקדמות צו פארשטיין ר' צדוק. (although it looks pretty simple to me.) איך בין גרייט! מיינע אויערן און אויגן זענען אפען. The stage is all yours. לאמיר הערן און פארשטיין, וואס זאגט ער?
איך זע אז מען טענה'ט זיך דא אין אזעלכע געהויבענע אין טיפע ענינים, וואס ווייסן מיר דען וואס צדיקים האבן אלס אנגעארבעט אין די מושגים. אבער פאר מיר, א פשוטער מענטשעלע איז דאס אלעס הויכע מדרגות. איך האלט נאך ביי אלף בית. איך וויל איינער זאל מיר געבן צו פארשטיין אין פשוט'ע ווערטער וואס דאס מיינט "בחירה" איבער וואס מען טענה'ט זיך דא. איך פארשטיי אז דאס מיינט נישט עפעס וואס מען טוט לויט די נאטור, ווייל דעמאלט איז דאך עס נישט בבחירתי. נאר ווען איך גיי קעגן די נאטור און איך בין "בוחר" צו טון עפעס "אנדערש". יעצט וויל איך וויסן, וואס איז די סיבה פארוואס איך בין בוחר עפעס אנדערש? אויב איז עס צוליב א סיבה וואס האט צו טון מיט מיין איינגעבוירענע נאטור, דאן איז דאך ווייטער נישט קיין בחירה, ווייטער אויב טו איך סתם אן קיין שום סיבה א רענדאם זאך, מיינט דאך דאס אז איך בין בכלל נישט בעל הבית דערויף. איך מאך נישט אפ, עס טוט זיך פון זיך אליין אבי געטון. און בכלל, וואספארא סארט בוחרים זענען דאס, אזעלכע מענטשן וואס טוען זאכן אין די וועלט אריין? און ווי איז שייך צו מעניש זיין און געבן שכר פאר זאכן וואס מען טוט אן קיין אינערליכע סיבה?
און אז מ'רעדט שוין, וואס איז דאס די ידיעה פון גאט? איז דא עפעס א גאט אינדרויסן פון די וועלט וואס ער "ווייסט"? אויב גאט איז די גאנצע שורש הידיעה והחכמה, קומט אויס אז ווען מ'רעדט פון חכמה וידיעה רעדט מען בעצם פון א חלק פון גאט. קומט אויס אז די "ידיעה" פון גאט איז נישט מער ווי די פאקטישע מציאות וואס גייט געשען. איז דאך דאס די פשוט'ע שאלה פון דעטערמיניזים אקעגן בחירה.
ביטע זייט מיר מוחל אויב מיין שאלה איז שלא מן הענין, אדער אויב מ'האט עס שוין באהאנדלט. איך האב נישט דורכגעקוקט אלע פריערדיגע תגובות וויבאלד עס פעלט מיר אן עצם הבנה אין דעם שורש פון די משוגים. אזוי אויך האב איך מעגליך נישט געשריבן קלאר וויבאלד מיין מוח ארבעט נישט דאס בעסטע אין די שעות פון טאג.
@יאיר, דו פרעגסט גוט און מיר פארשטייען אלעס קלאר. דיינע קשיות זענען אלע שוין ארויפגעברענגט געווארן דא און דארט פארווארפן צווישן די לאנגע תגובות וואס פילן אן די כותלי האשכל. קיין ענדגילטיגע תירוץ ע"פ לאגיק וועט דיר קיינער דא נישט קענען געבן ווייל איך גלייב שווער אז עס איז דא דא איינער וואס איז קלוגער ווי די רמב"ם וואס ער אליינס האט עס אויך נישט קלאר געקענט מסביר זיין. איז למעשה מוז מען צוקומען צו אמונה - faith. דו מיזט אפשר נישט גלייבן דערין, אבער אויב זאגסטו אז דו גלייבסט שהוא יודע הכל, און אויב גלייבסטו אין די אז די תורה מפי הגבורה ניתנה ואשא"כ דאס וואס שטייט ובחרת מוז זיין אמת, מוז זיין אז דו ביזט א מאמין אן קיין הסברים וראיות. אדרבא, דו ביסט א קלוגע איד, לאמיר טאקע הערן ווי אזוי דו פארשטייסט עס.
פראקטיש גערעדט (אן קיין הסברים) ע"פ פשטות מיינט בחירה מאכן א קאנטשעס אויסוואל, איי די באשעפער האט מיר געגעבן די די כלים צו מאכן די אויסוואל? גערעכט, אבער איך מאך נאך אלץ די אויסוואל. פונקט ווי די פאקט אז מיין בעל הבית האט מיר געקויפט א קאר מיינט נאך נישט אז איך בין נישט דער וואס דרייווט עס. די אייבישטער האט אונז געגעבן די שכל הבוחר און די tools צוצוקומען צו החלטות וכו' אבער ער האט זיך גענצליך מסלק געווען נאך דעם כדי מיר זאלן קענען מאכן די אייגענע בחירה.
לגבי ידיעה ביסטו לכאורה גערעכט אז די ידיעת השם איז די פאקטישע מציאות. און בעצם קען מען גיין נאך ווייטער און זאגן אז בחירה איז אויך עצמותו יתברך און איז אויך די פאקטישע מציאות. לפי"ז איז ידיעה ובחירה איין זאך. הא? וואס זאגט איר?
הוגה, ביטע ערקלער מיר עס בעסער. איך דארף גלייבן אין בחירה, אבער קיינער ווייסט נישט וואס בחירה איז? אין
וואס דארף איך גלייבן? אויב איך דארף גלייבן אין עפעס וואס איז זיך סותר מיניה וביה, איז דאס כאילו איך זאל זאגן איך דארף גלייבן אז מיין קאר איז סיי גרויס און סיי קליין. דאס אליין וואלט נאך געווען מעגליך צו זאגן, ווייל מיר ווייסן וואס גרויס מיינט און וואס קליין מיינט, אבער ווי איך האב פריער ערקלערט, פארשטיי איך בכלל נישט וואס בחירה מיינט, פארוואס איז א מענטש בוחר אין עפעס? על לא דבר? אויב איז דא א סיבה איז עס דאך נישט בחירה, כמו שהסברתי.
הוגהלגבי ידיעה ביסטו לכאורה גערעכט אז די ידיעת השם איז די פאקטישע מציאות. און בעצם קען מען גיין נאך ווייטער און זאגן אז בחירה איז אויך עצמותו יתברך און איז אויך די פאקטישע מציאות. לפי"ז איז ידיעה ובחירה איין זאך. הא? וואס זאגט איר?
דאס איז אן אייזערנע זאץ, כראוי וכיאות להוגה, אבער איך האף אז דו כאפסט וואספארא ראדיקאלע ווערטער דו זאגסט דא. דאס מיינט אז בעיסיקלי איז בחירה אן אנדערע שפראך וואס מען נוצט צו ערקלערן די מציאות, אבער בחירה ווי אזוי אלגעמיינע מענטשן פארשטייען עס איז בעיסיקלי אן אילוזיע. וה' הטוב יכפר בעדי.
וויפיל טינט איז שוין אויסגעגאסן געווארן איבער די נושא פון ידיעה ובחירה, וויפיל שפייאכץ איז שוין אויסגעטרוקנט געווארן איבער די נושא. אשר על כן פעלט אויס אן infinite צייט אז מיר זאלן קענען אדורך טון די נושא על בורי'. עס איז כאילו דו ווילסט אז איך זאל שרייבן אין איין תגובה ווער און וואס איז גאט, ווי אזוי ער איז צושטאנד געקומען, ווען און פארוואס האט ער מחליט געווען צו באשאפן די וועלט און פונקטלעך ווי אזוי ער האט עס געטון. מיר ווייסן אז מיר קענען נישט משיג זיין דאס אלעס. אבער השי"ת ברוב רחמיו האט אונז געשאנקן גענוג חכמה ומדע צו קענען משיג זיין כטיפה מן הים פון אפס קצהו, אבער גענוג צו וויסן אז ער איז גרעסער פון אלעס און אלעם, און אז ער איז נישט מוגבל צו די norms וואס מיר קענען משיג זיין. אשר על כן, איז די זעלבע ביי ידיעה ובחירה. ס'איז א סתירה? ביי אונז איז עס א סתירה אבער נישט ביים באשעפער. ביי אים קען זיין ליכטיג און טונקל אין די זעלבע צייט, נעכטן און מארגן אויף אמאל, און משה רבינו מיט מוטה פראנק קען זיין איינס און די זעלבע. ווי אזוי? כ'ווייס נישט אבער עס קען זיין. די זעלבע וועג קען זיין ידיעה ובחירה. (פארשטייט זיך אז ס'דא הסברים בספרי מחקר וואס מען קען אדורך טון אויב מען וויל, אבער סוף כל סוף וועט מען אלעמאל מוזן בלייבן מיט די אמונה ווייל מען קען למעשה נישט משיג זיין גאט.) דאס איז לגבי ווי אזוי עס ארבייט.
לגבי וואס מיינט ידיעה און וואס מיינט בחירה. כ'פארשטיי נישט וואס דו פארשטייסט נישט. ידיעה מיינט אז די באשעפער ווייסט פונקטלעך וואס די אויסקום וועט זיין, און למעשה איז דאס (ווי דו האסט געזאגט) די פאקטישע מציאות.
בחירה מיינט אז דו האסט די כח אויסצווועהלן בין ימין לשמאל ובין טוב לרע. דו דארפסט גלייבן אז עס ליגט בידך מחליט צו זיין אויב דו וועסט קוקען אדער אוועק-קוקען, גנב'נען אדער נישט. קיינער קען נישט מחליט זיין דערויף אויסער דיר. כ'פארשטיי נישט פארוואס דו האלטסט אז א מענטש האט נישט א בחירה אויב ס'דא א סיבה? ווען א מענטש האלט ביי א stop sign האט ער א געהעריגע בחירה אויב ער זאל זיך אפשטעלן אדער נישט. ער איז מחליט זיך אפצושטעלן אויס מורא פאר א טיקעט און עקסידענט, הייסט דאס אז ער האט נישט געהאט קיין בחירה? גיב נאר א קוק וויפיל מענטשן שטעלן זיך נישט אפ, דאס איז די גרעסטע ראי' אז ס'יא דא א בחירה.
בחירה איז מציאות, אבער עס איז נישט קיין עלוזיע, די מענטש האט די פאקטישע choice, עס ליגט בידו. דאס איז אלץ א טייל פון די מציאות סיי די פאקט אז ער האט א choice און סיי די פאקטישע זאך וואס ער האט אויסגעקליבן צו טון. ראדיקאל? מעגליך. וועלכער טייל פון אמונה איז דען נישט ראדיקאל?
הוגה, יאיר מיינט לכאורה די פראבלעם פון דיטערמעניזם, אויב ראובן און שמעון שטייען אין דעם זעלבן מצב, פארוואס איז ראובן בוחר בטוב און שמעון ברע? האט דאס מיט זייער די ען עי אדער מיט זייער חינוך, סביבה וכו'?
ונבנתה העירהוגה, יאיר מיינט לכאורה די פראבלעם פון דיטערמעניזם, אויב ראובן און שמעון שטייען אין דעם זעלבן מצב, פארוואס איז ראובן בוחר בטוב און שמעון ברע? האט דאס מיט זייער די ען עי אדער מיט זייער חינוך, סביבה וכו'?
און נאך ווייטער. אפילו מיר גלייבן נישט אין דעטערמיניזם און מיר זאגן עפעס א מאדנע איידיע אז מענטשן קלויבן אויס זייערע החלטות נישט באזירט אויף עני פריערדיגע הנחות, וועט דאס דאן מיינען אז בחירה מיינט - טון זאכן אן קיין שום סיבה. ביטע זאג מיר נישט אז דאס מיינט ובחרת בחיים.
יאיראון נאך ווייטער. אפילו מיר גלייבן נישט אין דעטערמיניזם און מיר זאגן עפעס א מאדנע איידיע אז מענטשן קלויבן אויס זייערע החלטות נישט באזירט אויף עני פריערדיגע הנחות, וועט דאס דאן מיינען אז בחירה מיינט - טון זאכן אן קיין שום סיבה. ביטע זאג מיר נישט אז דאס מיינט ובחרת בחיים.
לאמיר לאזן דעטירמיניזם אין א זייט דערווייל.
וואס איז שלעכט מיט בחירה אזוי ווי איך האב געשריבן אין מיין לעצטע תגובה? פארוואס הייסט יענץ נישט קיין בחירה?
הוגהבחירה מיינט אז דו האסט די כח אויסצווועהלן בין ימין לשמאל ובין טוב לרע. דו דארפסט גלייבן אז עס ליגט בידך מחליט צו זיין אויב דו וועסט קוקען אדער אוועק-קוקען, גנב'נען אדער נישט. קיינער קען נישט מחליט זיין דערויף אויסער דיר. כ'פארשטיי נישט פארוואס דו האלטסט אז א מענטש האט נישט א בחירה אויב ס'דא א סיבה? ווען א מענטש האלט ביי א stop sign האט ער א געהעריגע בחירה אויב ער זאל זיך אפשטעלן אדער נישט. ער איז מחליט זיך אפצושטעלן אויס מורא פאר א טיקעט און עקסידענט, הייסט דאס אז ער האט נישט געהאט קיין בחירה? גיב נאר א קוק וויפיל מענטשן שטעלן זיך נישט אפ, דאס איז די גרעסטע ראי' אז ס'יא דא א בחירה.
ווייל די אלע מענטשן וואס זענען "בוחר" זיך נישט צו אפשטעלן איז דאס צוליב א סיבה וואס איז שוין פרי דעטערמינד נאך פאר זיי זענען אנגעקומען צום סטאפ סיין. מעגליך אז ער איז א לייכטזיניגער מענטש בטבע, אפשר האט ער א סאך געלט און האט נישט מורא פון א טיקעט, אפשר איז ער נישט אינטערעסירט צו לעבן און האט נישט מורא פון אן עקסידענט. בקיצור, אויב איך ווייס אלע דעטאלן פון פריער קען איך אליין אויס'חשבונ'ען וואס גייט פאסירן. וואסארא סארט בחירה איז דאס?
די שוועריקייט וואס מיר האבן מיט בחירה איז ווייל מיר זענען געווינט אז א יעדע זאך און די וועלט וואס געשענט נעמט זיך מכח א סיבה, און די סיבה איז א דירעקטע גורם פאר די outcome. אויב איך ווייס אלע דעטאלן פון פריער קען איך אליין אויס'חשבונ'ען וואס גייט פאסירן. אויב א בלעטעל פאלט אראפ דא און נישט א inch ארויפציר איז דאס ווייל די ווינט האט געבלאזען אזוי און אזוי שטארק און די וואג פין די בלעטעל איז געווען כך וכך שווער און נאך א צאל פאקטארען, בקיצר די בלעטעל האט נישט געהאט קיין אנדערע ברירה נאר פאלען דארט ווי זו איז געפאלען, און אויב די וואלסט ווען גענימען 10000 בלעטער אין א יעדע בלעטעל געשטעלט די זעלבע תנאים וואלטען אלע בלעטער געפאלען ממש אויף די זעלבע פלאץ. און אזוי איז אויך אין א יעדע אנדערע זאך וואס מיר קענען אין די וועלט. ע"כ טוען מיר קאנסטרעפעלעטן אז הוא הדין איז אויב איך זעה איינער גנבעט נישט איז דאס ווייל ער האט געלרענט אין ישבה אביסל מער מוסר ווי זיין חבר, אדער אויב איינער פארט דארך א סטאפ סיין מיז זיין אז די סיבות זענען דירעקטע גורמים און די מעשים דיטערמינד פין די סיבות.
איך מיין אז די בליק, הגם פין אויבען אויף איז דאס סייענטיפיש פארשטענדליך איז אבער אביסעל נאאיו, און גייט ארויס פין די תחום פין סייענס. די ארבעט פין סייענס איז זיך אימצוקיקען און די וועלט און זעהן די "וואס" און דערנאך אויפקימען מיט א "פארוואס" נאך וואס סייענס וועט באמערקען א געוויסע פאנאמענע, און די זאך וועט זיך איבער שפילען אין א יעדע זאך, וועט דאס סייענס באשטעטיגן אלס א law of science און אזוי ארים פרעדיקטען ווי אזוי אנדערע זאכן אין די זעלבע אימשטענדען וועלען ביהעווען. אויב נאך א משך זמן וועט סייענס טרעפען אן exception to the rule וועט סייענס טרייען דאס צו פארשטיין. אמאל מאכט זיך אז סייענס וועט נישט טרעפען די עקסעפשען צו די rule פשוט ווייל זיי האבן נישט די tools דאס צו טרעפען, דאס זאגט בכלל נישט אז ס'איז נישט דא קיין עקסעפשענס.
now lets assume אדם הראשון איז א סייענטיסט און קימט אויף מיט א סייענטיפק law אז א יעדע גשם פאלט צו דער ערד, און א יעדע זאך וואס ער checked שטימט מיט די כלל, ער טרעפט א פארשטויבטע ספר מיטען נאמען "ספר הברית" און דארט שטייט עפעס אז ס'דא א זאך אין די וועלט וואס גייט יא ארויף ס'הייסט "אש"! אין אויך איז דאס אנדערש ווי אלע אנדערע זאכן אין די וועלט די מאדענע אש איז אויך "הייס" - איז דאס אז אדם האט אלעס אלעס געזעהן אויסער "אש" עפעס א סתירה צו די מציאות פין "אש"?
אויב וועט קימען אן עליען פין mars און וועט אינז פארציילען אלס א פאקט א זאך וואס שטימט נישט מיט וואס מיר ווייסן האבן מיר צוויי options אדער זאגן "דאס קען נישט זיין"!!! אדער דאס טרייען צו פארשטיין אויב מיר קענען.
פינקט ווי דו פארשטייסט אז מען קען נישט אפפרעגן "פייער" ווייל ס'איז אנדערש ווי אנדערע זאכן און טבע אזוי אויך קען מען נישט פרעגן אויף בחירה ווייל ס'איז אנדערשט פין אלע אנדערע זאכן און טבע. אמת אלע אנדערע זאכן אין די וועלט האט א יעדע outcome א סיבה, און די סיבה קען פירען נאר צו איין outcome חוץ ווען דו רעדטס פין א "בוחר"
יעצט א יעדע זאך וואס איינער איז בוחר האט א סיבה פארוואס ער האט בוחר געווען אבער די סיבה האט נישט געדארפט צו פירען נאר צו איין outcome.
משל למה הדבר דומה דו dow jones industrial average איז געפאלען מיט 200 פוינטס, דו סיבה דערפין איז ווייל דו פעדס האבען געשניטען interest rates - נא א פיינע סיבה. פאריגע וואך איז דו dow ארויף - פארוואס ? ווייל די פעדס האבן געשניטען אינטרעס רעטעס.
אין אנדערע ווערטער די געזעץ פין בחירה גייט B נעמעט זיך פין מכח A אבער A האט פינקט אזוי געקענט פירן צו C - ווער האט גענייגט A צו פירען צו B דאס איז געטין געווארן דארך אינזער שטארקער אייגענארטיגע "בוחר"
(איך האב נישט באררירט די ידיעה חלק )
דער לייכטזיניגע רייכער מענטש האט אויך א בחירה, והא ראיה, אמאל שטעלט ער זיך אפ ביי די stop sign און אמאל נישט. איך בין בטבע נישט קיין רוצח, אבער כ'האב נאך אלץ א בחירה צו רציחה. All I need to do איז ארויס נעמען א מעסער און שטעכן איינעם, איך בין אבער בוחר עס נישט צו טון. קענסט אפשר טענה'ן אז ס'קומט מיר נישט קיין גרויסע שכר דערויף, דאס עמיר לאזן פאר די big boss מחליט צו זיין. ע''פ שכל וואלט איך טאקע געזאגט אז כ'וועל באקומען מער שכר ווען איך קום איבער א נסיון וואס איז נגד מיין טבע.
הקטן האקט...
הקטן, איך באוואונדער די קלארקייט מיט וואס דו ערקלערסט דיין שטעלונג, און איך בין מסכים צו א טייל פון דיינע באהויפטונגען (כאטש, איך מוז מודה זיין, די ענגלישע בוכשטאבן שטערן מיר די פליסיגקייט פון ליינען). אבער לאמיר פרובירן צו פארשטיין דיין מסקנא. דו זאגסט אז בחירה מיינט, טון זאכן אן קיין שום סיבה? די קאוז און עפעקט געזעץ גייט נישט אן ביי בחירה?
הוגהדער לייכטזיניגע רייכער מענטש האט אויך א בחירה, והא ראיה, אמאל שטעלט ער זיך אפ ביי די stop sign און אמאל נישט. איך בין בטבע נישט קיין רוצח, אבער כ'האב נאך אלץ א בחירה צו רציחה. All I need to do איז ארויס נעמען א מעסער און שטעכן איינעם, איך בין אבער בוחר עס נישט צו טון. קענסט אפשר טענה'ן אז ס'קומט מיר נישט קיין גרויסע שכר דערויף, דאס עמיר לאזן פאר די big boss מחליט צו זיין. ע''פ שכל וואלט איך טאקע געזאגט אז כ'וועל באקומען מער שכר ווען איך קום איבער א נסיון וואס איז נגד מיין טבע.
הקטן האקט...
און דו האלטסט אז אונטער יעדן יא אדער נישט אפשטעלן זיך ליגט נישט קיין שום סיבה? אויב נישט, זע מיין שאלה צו הקטן.
און ניין, דו האסט נישט קיין בחירה צו ווערן א רוצח, דיינע מאראלישע געפילן לאזן עס נישט צו. (איך האף אזוי).
שכח פארען הערה אויף מיין שרייבן. איך האב דאס מוסיף געווען
יעצט א יעדע זאך וואס איינער איז בוחר האט א סיבה פארוואס ער האט בוחר געווען אבער די סיבה האט נישט געדארפט צו פירען נאר צו איין outcome.
משל למה הדבר דומה דו dow jones industrial average איז געפאלען מיט 200 פוינטס, דו סיבה דערפין איז ווייל דו פעדס האבען געשניטען interest rates - נא א פיינע סיבה. פאריגע וואך איז דו dow ארויף - פארוואס ? ווייל די פעדס האבן געשניטען אינטרעס רעטעס.
אין אנדערע ווערטער די געזעץ פין בחירה גייט B נעמעט זיך פין מכח A אבער A האט פינקט אזוי געקענט פירן צו C - ווער האט גענייגט A צו פירען צו B דאס איז געטין געווארן דארך אינזער שטארקער אייגענארטיגע "בוחר"
דו עפעקט איז א תוצאה פין די קאז, אבער דו קאז האט נישט
געמיזט פירען צו די דאזיגע עפעקט. (דאס איז מער ווייניגער וואס הוגה זאגט - פאר איינער פארשטייט דיין דילעמע מיט דיטעמעניזעם. וואס איך זאג סך הכול איז די סיבה פארוואס דו ביסט סטאק מיט דיטערמעניזעם איז ווייל אזוי קענסט דו וועלט, אבער די וועלט האט אויך א "בוחר" )
ניין, עס ליגט קלאר יא א סיבה אונטער יעדע בחירה. איך האב יא א בחירה צו זיין א רוצח, אפשר האב איך נישט א נסיון אבער א בחירה (מעגליכקייט) האב איך יא.
הוגהניין, עס ליגט קלאר יא א סיבה אונטער יעדע בחירה. איך האב יא א בחירה צו זיין א רוצח, אפשר האב איך נישט א נסיון אבער א בחירה (מעגליכקייט) האב איך יא.
@הוגה קען זיין אז יא קען זיין אז נישט - זייער שווער צו וויסען, קען זיין דיין געוויסען האבן פין דיר אוועקגענימען אויך די מעגליכקייט -אבער שרייען אויף יענעם fu קען זיין אז האסט יא געקענט (זיי דיך מודה) אין דאס איז געווען דיין נקידת הבחירה אין יענע פייט (קרעדיט - הרב דעסלער)
איך מיין איך גיי נישט באקימען קיין שכר פאר היינט לייגן תפילן, איך האב נישט געהאט קיין בחירה אויף דעם מיין חינך אין די סאשעל אינווייערמענט וואס איך בין האט מיר נישט געגעבן קיין צוויי ברירות. וואס איך וויל אבער יא שערען איז אז אינמיטען לשם יחוד האב איך זיך געכאפט אז איך האב נישט אינזיען קיין איין ווארט. יעצט האב איך געהאט צוויי ברירות מיין יצר הרע, איין צד אין מיר האט געזאגט "לאז געמאכט" מארגען וועסטו שוין אינזינען האבען אן אנדערע קליינע קול האט געזאגט "טו די ריכטיגע זאך" - איך בין געשטאנען אינדערמיט, די קימעדיגע סעקאנדעס איז געווען גורל'דיגע. דא איז נישט געווען די שאלה וואס שכל זאגט, איך האב דאס שוין געהאט מערערע מאל, איך קען גוט אלע זייטען פין די מטבעה - די נסיון איז געווען וועלעכע זייט וועל איך נייגען מיין "רצון" אין איך אלס בעל בחירה בין איך דער בעל הרצון! "איך" קען סטרען אין נייגן מיין רצון ווי אזוי איך בין בוחר.
נאך א זאך צו פאנדערען, "רצון" און "שכל" ווער איז די פערד און ווער איז די וואגן?
אמאל נוץ איך רצון צו נייגען מיין שכל צו נייגען מיין רצון
איך האב בוחר געווען מיט מיין רצון נאכצוגעבען מיין גוף אין לאזען די היינטיגע לשם יחוד גיין פארפאלען, מיין רצון האט איינגעשפאנט דו שכל און די שכל האט מיט געארבעט - יעצט זאגט מיין שכל א שאד! א שאד!
זייער שיין הקטן. אבער איך מוז מיך קריגן מיט דיר און זאגן אז דו האסט יא א בחירה נישט צו לייגן תפילין איין טאג. און איך קען דיר prove'ן שווארץ אויף ווייס.
קען זיין איין טאג וועל איך האבען אזא נסיון, היינט אבער מיט די היינטיגע אימשטענדען אין מיין היינטיגע מיינד סעט איז דאס נישט געווען קיין בחירה. מיין בחירה איז געווען אויף אסך אנדערע פראנטען.
קארעקשאן: דיינע נסיונות זענען געווען אויף אנדערע פראנטען אבער דיין חופש בחירה איז געווען אויף אלע פראנטען.
הוגהקארעקשאן: דיינע נסיונות זענען געווען אויף אנדערע פראנטען אבער דיין חופש בחירה איז געווען אויף אלע פראנטען.
על זה אנו דנים. קען זיין דו רעדסט פין טערעטיש מעגליך - איך גלייב דאס אויך נישט, וואס איז א חילוק פארוואס איך האב נישט קיין בחירה
פארוואס מיינסטו אז איך רעד טעארעטיש? דו האלטסט באמת אז ווען דו ביסט ווען מחליט נישט צו לייגן קיין תפילין היינט וואלסטו נישט געקענט? איינער וואלט דיך געצווינגען? אדרבה, לאמיר עס פרובירן, לייג נישט קיין תפילין מארגן וועסטו קלאר זעהן אז דו האסט יא א בחירה.
הוגה, ווי עס זעט מיר אויס רופסטו אן סיבה ומסובב נאר מאטעריאליסטישע זאכן. אויב איינער האלט מיר איינגעשפארט אין תפיסה און צווינגט מיר צו לייגן תפלין האב איך טאקע נישט בחירה, אבער אויב האב איך תפילין אין מיין האנט, האב איך דאך א ברייטע בחירה יא אדער נישט צו לייגן תפילין.
אבער לאמיתו של דבר איז דאס נישט ריכטיג. אויב איך האב א פסיכאלאגישע סיבה פארוואס איך שפיר אז איך "מוז" לייגן תפילין, איז דאס פונקט אזוי אי בחירה ווי ווען מען שפארט מיר איין אין תפיסה און מען צווינגט מיט כח צו לייגן תפילין. ס'איז דא די פסיכאלאגישע פחד וואס צווינגט מיר צו לייגן תפילין ווייל מען האט מיר אריינגעבאקן אז אויב נישט גיי איך באקומען גיהנם, איך האב נישט קיין ברירה. ווייל לעיני בשר זעט אויס אז דער מענטש דרייט באקוועם ארויף די רצועות מרצונו הטוב מיינט נאכנישט אז עס איז נישטא א טיף באהאלטענע סיבה פארוואס ער "מוז" עס טון, און די סיבה קען מען אפילו אפטמאל פאראויסזען. לאמיר יעצט מאכן א פרעדיקשאן: הקטן (אויב איז ער אן ערליכער איד א ירא שמים) וועט לייגן תפילין מארגן צוליב עפעס א פסיכאלאגישע סיבה וואס רופט זיך מיט'ן שם הכולל "יראת שמים" (אין דעם איז נכלל פחד, מאראל, און לאגיק). אויב מארגן וועט הקטן צוריקקומען באריכטן (נאך מנחה!) אז ער האט געלייגט תפילין, דאן קען דאס ווערן א געהעריגע סייענטיפישע געזעץ פון קאוז און עפעקט, יראת שמים מאכט אז מענטשן זאלן לייגן תפילין. יעצט איז לייגן תפילין אויס בחירה. ס'איז פשוט א רעזולטאט פון די סייענטיפישע לאו פון יראת שמים.
@יאיר, איך האב שוין געהערט דער טענה אפאר מאל אבער איך פארשטיי עס בכלל נישט. איך מיין אז עס איז א טעות. לאמיר זאגן אז מיין זון פרעגט מיך אויב ער מעג עסן קענדיס. איך וויל אים נישט הייסן וואס צו טון ווייל איך וויל אז ער זאל זיך אויסלערנען צו מאכן די ריכטיגע choice על דעת עצמו. זאג איך אים '' דו קענסט טון וואס דו ווילסט, אבער געדענק אז קענדיס איז נישט גוט פאר די ציין''. איך גיי ווייטער. יעצט האט מיין זון נאך א בחירה לגבי עסן קענדיס אדער נישט? אודאי יא. אפשר האב איך אים פארגרינגערט די נסיון אבער ער קען נאך בוחר זיין.
הקטן האט געהעריג א ברירה נישט צו לייגן קיין תפילין, גארנישט וועט געשעהן צו אים. איי ער האט יראת שמים וואס מאכט אים לייגן תפילין? סך הכל מיינט עס אז די באשעפער וויל אים נישט אויספראואווען מיט דעם. דו טענה'סט אז אויב ער האט א סיבה צו לייגן תפילין הייסט שוין נישט אז ער האט א בחירה, מהיכן דנתני?
הוגהדו טענה'סט אז אויב ער האט א סיבה צו לייגן תפילין הייסט שוין נישט אז ער האט א בחירה, מהיכן דנתני?
א וואלקן האט א בחירה נישט צו אראפנידערן איר וואסער? אדער דו זאגסט אז וויבאלד ס'איז דא א סיבה פארוואס זי "מוז" אראפנידערן וואסער האט זי נישט קיין בחירה?
יאירהוגהדו טענה'סט אז אויב ער האט א סיבה צו לייגן תפילין הייסט שוין נישט אז ער האט א בחירה, מהיכן דנתני?
א וואלקן האט א בחירה נישט צו אראפנידערן איר וואסער? אדער דו זאגסט אז וויבאלד ס'איז דא א סיבה פארוואס זי "מוז" אראפנידערן וואסער האט זי נישט קיין בחירה?
א וואלקן האט בכלל נישט קיין אפציע צו האלטן די וואסער. משא''כ הקטן האט יא די אפציע נישט צו לייגן קיין תפילין. איי פארוואס לייגט ער למעשה יא, ווייל ער האט נישט קיין נסיון נישט צו לייגן. איך קען אסאך הקטן'ס גרויסע יראי שמים וואס האבן איין מאל ביודעים אויסגעלאזט תפילין. זיי האבן שוין מן הסתם תשובה געטון אויך
הוגה, שא, זאג נישט אויס פאר מוהר"ר הקטן ווי גרינג דאס איז נישט צו לייגען תפילין איין טאג אדער אפילו אפאר טעג, איינע פון די זאכען וואס מאכען עם לייגען תפילין יעדער טאג איז דאס אליינס וואס ער איז זיכער ער האט נישט קיין בחירה דערויף. ודו"ק היטב.
שכח לעקוואד און הוגה - היינט איז שוין מיין תפילין לייגען און די פענסטער פון בחירה און איך וועל באקימען דערפאר עטוואס שכר. הגם די צדדים זענען נאך נישט 50\50. אויב וואלט איך געווען א וואלקען וואלט איך זיכער יא געלייגט תפילין, היינט אבער אלס "בוחר" איז מיין פענסטער ווי איך קען בוחר זיין פין 40 ביז 60. ביי 55 הייסט שוין א שווערע ניסון ביי 58 א זייער א שווערע ניסון, 60 איז שוין די טיפינג פוינט דארט האב איך שוין נישט קיין בחירה אין איך קען מער נישט לייגען, נעכטען בין איך געווען אינטער 40 און איך האב אויך נישט געהאט קיין בחירה אויף הנחת תפילין, היינט ב"ה נאך הוגה'ס טשעלענדש האלט איך ביי א 43 (שכר, קליינע שכר)
וואס פארשטייט א וואלקען
.
ער איז מסביר ווי הרב יאיר
<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=pCofmZlC72g">http://www.youtube.com/watch?v=pCofmZlC72g</a>