☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » ידיעה ובחירה - פראקטיש גערעדט

ידיעה ובחירה - פראקטיש גערעדט

204 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4174
בלאט: 1 2 3 4 5

הקטן » מיטוואך יולי 17, 2013 2:31 pm

· #134240
kliger, נאכן ליינען הקטן רעדט ער נאך sam harris צו דער זאך. אויב יא זיי ביטע מסביר, נישט מאך א היט און ראן

יאיר » מיטוואך יולי 17, 2013 3:07 pm

· #134253
הקטן
שכח פארען הערה אויף מיין שרייבן. איך האב דאס מוסיף געווען

יעצט א יעדע זאך וואס איינער איז בוחר האט א סיבה פארוואס ער האט בוחר געווען אבער די סיבה האט נישט געדארפט צו פירען נאר צו איין outcome.
משל למה הדבר דומה דו dow jones industrial average איז געפאלען מיט 200 פוינטס, דו סיבה דערפין איז ווייל דו פעדס האבען געשניטען interest rates - נא א פיינע סיבה. פאריגע וואך איז דו dow ארויף - פארוואס ? ווייל די פעדס האבן געשניטען אינטרעס רעטעס.

אין אנדערע ווערטער די געזעץ פין בחירה גייט B נעמעט זיך פין מכח A אבער A האט פינקט אזוי געקענט פירן צו C - ווער האט גענייגט A צו פירען צו B דאס איז געטין געווארן דארך אינזער שטארקער אייגענארטיגע "בוחר"


סוף פסוק, צו איז דא א סיבה פארוואס איך זאל בוחר זיין אז A זאל פירן צו B אנשטאט צו C? אדער איז די בחירה געטון געווארן אן קיין שום סיבה, סתם על לא דבר? מיין שוועריקייט יעצט איז נישט מיט דעטערמיניזם, נאר מיט דעם גאנצן ענין פון בחירה, מיר קוקט דאס אויס ווי עפעס א לופטיגע דמיון פון טון זאכן על לא דבר אויף וואס מען באקומט שפעטער שכר ועונש געוואנדן לויט ווי אזוי מיין בחירה האט געהאט מזל זיך אויסצושפילן יענע מינוט.
אויסער דעם, איז סעם העריס לכאורה גערעכט. איך ווייס נישט פון וואו דו נעמסט אז ס'איז נישטא קיין זייטיגע סיבה פארוואס עי זאל פירן צו בי אנשטאט צו סי. פונקט ווי אן עקאנאמיסט וועט דיר קענען מסביר זיין גענוי פארוואס שניידן די אינטערעסט רעיטס קען אמאל העכערן די סטאקס און אמאל נידערן די סטאקס. א געלונגענער פסיכאלאג וואס קען דורכזען דיין מוח וועט דיר אויך קענען פאראויסזאגן גענוי לויט דיינע תכונות הנפש און לויט דיין היינטיגע גיסטע אויב דו גייסט אינזין האבן דעם לשם יחוד אדער נישט.

מאטי » מיטוואך יולי 17, 2013 3:18 pm

· #134256
יאיר, לויט ר' חסדאי קרשקשׂ'ס בחירה, איז דיר אויך שווער?

יאיר » מיטוואך יולי 17, 2013 3:24 pm

· #134257
moti107
יאיר, לויט ר' חסדאי קרשקשׂ'ס בחירה, איז דיר אויך שווער?

אויבנאויף נישט. אבער כמדומה לי אז רבי חסדאי זאגט אז מ'וועט באקומען אן עונש נישט אויף די כפירה, נאר אויף די שמחה דערפון. פון דעם זעט מיר אויס אז ער איז נישט געווען קיין עכטע דעטערמיניסט, ווייל לויט סעם העריס איז אויף די שמחה אליין אויך נישטא א בחירה.

מאטי » מיטוואך יולי 17, 2013 3:32 pm

· #134260
היתכן? די פּעולה פון שמחה איז נאך אסאך ווייניגער בחירה מאטעריאל. אפילו הקטן וועט מודה זיין. דער רבי שרייט... לאך נישט!! און דאן לאכט מען נאך שטערקער!

יאיר » מיטוואך יולי 17, 2013 3:35 pm

· #134261
moti107
היתכן? די פּעולה פון שמחה איז נאך אסאך ווייניגער בחירה מאטעריאל. אפילו הקטן וועט מודה זיין. דער רבי שרייט... לאך נישט!! און דאן לאכט מען נאך שטערקער!

אבער מאטי, ער גלייבט דאך נישט אז דער רבי שרייט!

מאטי » מיטוואך יולי 17, 2013 3:40 pm

· #134264
אינעם נמשל איז "כפירה" דער רבי וואס שרייט זיי בשמחה, ניין?

יאיר האט געשריבן:
אבער כמדומה לי אז רבי חסדאי זאגט אז מ'וועט באקומען אן עונש נישט אויף די כפירה, נאר אויף די שמחה דערפון.

יאיר » מיטוואך יולי 17, 2013 3:42 pm

· #134266
moti107
אינעם נמשל איז "כפירה" דער רבי וואס שרייט זיי בשמחה, ניין?

יאיר האט געשריבן:
אבער כמדומה לי אז רבי חסדאי זאגט אז מ'וועט באקומען אן עונש נישט אויף די כפירה, נאר אויף די שמחה דערפון.

כ'האב געמיינט אז אין דעם נמשל לאכט דער כופר פון דעם גרויסן גאט וואס בייזערט זיך אז מען גלייבט נישט אין אים.

מאטי » מיטוואך יולי 17, 2013 3:48 pm

· #134267
יא יא! און אויף דעם דאזיגן לאכן גיט מען אים אן עונש, לויט ר' ח'ק ?

יאיר » מיטוואך יולי 17, 2013 3:50 pm

· #134269
moti107
יא יא! און אויף דעם דאזיגן לאכן גיט מען אים אן עונש, לויט ר' ח'ק ?

יא, ריכטיג. כ'האב סתם געמאכט א וויץ פריער. גיב א שמייכל, דער עיקר איז אז אידן לאכן און זענען פרייליך. נישט דאס וויל גאט?

מאטי » מיטוואך יולי 17, 2013 3:56 pm

· #134272
😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂

יאיר » מיטוואך יולי 17, 2013 3:58 pm

· #134274
moti107
:lol: 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂

פריי דיך נישט אזוי, דו האסט דאך נישט קיין בחירה, דו ביסט סתם א מאשין וואס מ'האט אנגעשטעלט צו לאכן.

מאטי » מיטוואך יולי 17, 2013 4:01 pm

· #134276
נו ערנסט גערעדט, וואו קען זיין אז אויף די פעולה פון כפירה, קיין עונש. און אויף "שמחה" - דער פועל יוצא דערפון - יא?

יאיר » מיטוואך יולי 17, 2013 4:06 pm

· #134279
moti107
נו ערנסט גערעדט, וואו קען זיין אז אויף די פעולה פון כפירה, קיין עונש. און אויף "שמחה" - דער פועל יוצא דערפון - יא?

רבי חסדאי איז איבערצייגט אז אויף אמונה איז זיכער נישט דא קיין בחירה. ווי איז דען מעגליך פאר א איד וואס האט געזען יציאת מצרים נישט צו גלייבן אין גאט? און ווי איז מעגליך פאר איינעם וואס וואקסט אויף אין 2012 ווען יעדער לאכט פון די תורה צו גלייבן אין אידישקייט? מ'קען דאך אבער נישט איגאנצן פטר'ן דעם כופר, מוז ער אויסזוכן עפעס אן הינטער טיר. האט ער געטראפן, בומפס, פארוואס פרייסטו דיך? זאל דיר כאטש פארדריסן אז דו קענסט נישט גלייבן ווי אלע ערליכע אידן. אויף דעם איז זיין עונש. אודה ולא אבוש אז כ'האב נישט דורכגעטון געהעריג זיין שיטה ממקורו. אור ה' איז פון די שווערסטע ספרי חקירה אין יהדות.

מאטי » מיטוואך יולי 17, 2013 4:07 pm

· #134281
און אז איך האב דיר שוין דא אויף אן אינטערוויו דאס האב איך אויבן געשריבן
איך מיין אז מ'דארף פארשטיין וויאזוי געשעט מחשבה? דהיינו וואס געשעט פאר איך טראכט אז איך זאל טראכטן וואס איך גיי טראכטן? און ווי כ'האב אויבן בארירט, אז דער נקודת הבחירה איז נישט אין די מעשים ווייל די האנט פאלגט דאך נאר דעם מח וואס פאלגט די מחשבה. במושכל ראשון איז מחשבה - וואס דארט ליגט די נקודת הבחירה - א יש מאין, וואס נאר גאט קען מאכן.

קען דען א מענטש מחליט זיין וואס ס'זאל אים בייפאלן?

לאמיר זאגן איך האב יעצט א מחשבה צו טוען אן עבירה, דער ערשער נקודת המחשבה וואס פאר דער נקודה איז גארנישט געווען [יש מאין] איז דא א בחירה דערויף? ווען? פארן טראכטן איז דאך נישטא וואס בוחר צו זיין
, ווידער בשעת די מחשבה בין איך דאך געצווינגען צו טראכטן וואס דער יש מאין'דיגער מחשבה זאגט מיר צו טראכטן און פון דארט איז כלי מעשה גומרים.

וועסטו זאגן, לערן מוסר ספרים וועט דיר בייפאלן צו טון מצוות!

יא! אבער די מחשבה וואס איז מחליט צו לערנען מוסר ספרים אדער אנצנעמן אז דו האסט א פוינט, דארף מקדים זיין מיין בחירה כדי איך זאל מחליט זיין צו לערנן מוסר.
ויש להאריך....

שמעקט דאס פון דיטערמאניזם?

יאיר » מיטוואך יולי 17, 2013 4:10 pm

· #134283
איך זע אז דו פרובירסט צוצוקומען דערצו. אבער כ'פארשטיי נישט פונקטליך די שאלה. אפשר איז דער מחשבה פון א יש מאין די תוצאה פון מיין בחירה? דהיינו, מיין נשמה איז בוחר וועלכע מחשבות זי זאל באשאפן יש מאין? (נישט אז איך פארשטיי ווי אזוי אזא זאך קען זיין, איך פרעג נאר לדברך אז ס'איז דא אזא זאך ווי א מחשבה ממש יש מאין).

מאטי » מיטוואך יולי 17, 2013 4:21 pm

· #134285
אויב 30 4 גיי איך טראכטן אז איך וויל גיין אין גראסערי, איז 29 4 שייך צו בוחר זיין פארקערט?

יאיר » מיטוואך יולי 17, 2013 4:22 pm

· #134286
moti107
אויב 30 4 גיי איך טראכטן אז איך וויל גיין אין גראסערי, איז 29 4 שייך צו בוחר זיין פארקערט?

אויב מחשבות ווערן באשאפן יש מאין, אן קיין שום פריערדיגע סיבה, יא.

מאטי » מיטוואך יולי 17, 2013 4:25 pm

· #134287
אבער דער סיבה איז דאך אויך געקומען דורך א מחשבה וואס האט גורם געווען אז סזאל זיין א סיבה.

יאיר » מיטוואך יולי 17, 2013 4:30 pm

· #134289
moti107
אבער דער סיבה איז דאך אויך געקומען דורך א מחשבה וואס האט גורם געווען אז סזאל זיין א סיבה.

דעמאלט איז עס נישט קיין יש מאין. ביסטו א געהעריגע דעטערמיניסט. וועלקאם טו די קלאב.

הקטן » מיטוואך יולי 17, 2013 4:55 pm

· #134295
איך האב נאך נישט געענדיגט סעם העריס אבער ביז דערווייל שטעלט ער צוזאם א "וואלקען" מיט א "בוחר". דאס מאכט אזויפיל סענס ווי פרעגן אויף "פייער" פין די חקי הטבע פין "וואסער"
ער איז גערעכט אז עס איז מעגליך אז דער סירעל קילער האט נישט קיין בחירה ביי די 30סטע וויקטאם פינקט ווי איך האב נישט געהאט קיין בחירה אייער נעכטען אויף מיין לייגען תפילין, אבער דאס זאגט בכלל נישט אז איך האב אויף גארנישט קיין בחירה.

נישט אויף אלעם וואס מיר טוען זענען מיר בעה"ב, מיר געפינען זייער אסך מאל לא היה .. ראים לאותו מעשה אלא להורת ...

יאיר
סוף פסוק, צו איז דא א סיבה פארוואס איך זאל בוחר זיין אז A זאל פירן צו B אנשטאט צו C? אדער איז די בחירה געטון געווארן אן קיין שום סיבה, סתם על לא דבר?

ניין, נישט על לא דבר, די סיבה פארוואס די ביסט בוחר בטוב איז ווייל דו ווילסט זיין ווויל, די ווילסט בוחר זיין בטוב, ווייל גאט האט דיר געזאגט ובחרת בחיים. ע"כ נייגסטו דיין רצון לטוב. sam זאגט אז דו קענסט דאס נישט טוען, אבער ער האט נישט קיין פראף דעראויף אויסער די פראף וואס ער ברענגט פין א סיריעל קילער וואס האט טאקע נישט קיין בחירה.
דאס אז איך האב אמאל נישט קיין בחירה ווי אזוי איך זאל טראכטען זאגט בכלל נישט אז איך האב קיינמאל נישט קיין בחירה וויאזוי איך זאל טראכטען. דאס אז איך האב נישט קיין בחירה אויף אפארזאכן זאגט בכלל נישט אז איך האב נישט קיין בחירה אויף גארנישט . חז"ל האבן דאס געשריבען ווען זיי האבן אנערקענט די פאקט אז ס'דא אזא מציאות, ווען זיין האבן געזאגט די מציאות פין "תחילתו ברצון וסופו באונס" .

נייגען א רצון קאסט כח און אויף דעם באקימסטו שכר. דיין בחירה האט נישט געהאט מיט קיין מזל אין די מינוט, דאס האט "יאיר" אליין געטוען. יאיר, יא דו! נישט דיין שכל (דיין שכל איז נישט דו, דיין קאנשעס, דיין רצון, דיין נפש, דיין וואט עווער דאס ביסטו - דיין שכל איז סך הכול א געצייג א tool וואס דו ניצט, וועל דו מאכסט ליבע ניצטו נישט אייביג דיין שכל)
יאיר
איך ווייס נישט פון וואו דו נעמסט אז ס'איז נישטא קיין זייטיגע סיבה פארוואס עי זאל פירן צו בי אנשטאט צו סי.

פין משה רבינו, סעם העריס זאגט אז ער האט א באווייז אז סנישט דא אזא זאך, די בארדען אויף פראף ליגט אויף אים ביז דערוויל איז ער אויפגעקימען מיט א "לא ראינו", לא ראינו אינו ראיה!
יאיר
א געלונגענער פסיכאלאג וואס קען דורכזען דיין מוח וועט דיר אויך קענען פאראויסזאגן גענוי לויט דיינע תכונות הנפש און לויט דיין היינטיגע גיסטע אויב דו גייסט אינזין האבן דעם לשם יחוד אדער נישט.

צו מאכן זיין קעס דארף ער ברענגן אזא געלונגענער פסיכאלאג וואס קען אייביג אלעס צוטרעפן - אויב נישט איז דאס סערקילער ריזעניג. ער זאגט אזוי ווייל ער האלט אזוי משה רבינו וועט עם זאגן אז א געלונגענער פסיכאלאג וועט נישט וויסען וואס איך גיי טוען.

moti107
יאיר, לויט ר' חסדאי קרשקשׂ'ס בחירה, איז דיר אויך שווער?

סארי פאר מיין איגנערעס, ווער איז דאס?
איך זעה נישט וואס איז די חיליק פון רצון צו שמחה, האסט סך הכול געריקט די באל
moti107
היתכן? די פּעולה פון שמחה איז נאך אסאך ווייניגער בחירה מאטעריאל. אפילו הקטן וועט מודה זיין. דער רבי שרייט... לאך נישט!! און דאן לאכט מען נאך שטערקער!

איך האב טאקע נישט געהאט קיין בחירה, איך האב נישט געקענט סטאפען צו לאכן - אבער אין די בעק אף מיי מיינד האט א קול אט אף נא ווער געזאגט "דריי דיך חאטש אויס, אז דו רבי זאל זיך נישט פארשעמען" אין איך האב בוחר געווען, ניין, גייט מיך נישט אן! ועל אלה אני בוכיה

יאיר » מיטוואך יולי 17, 2013 5:02 pm

· #134297
הקטן
ניין, נישט על לא דבר, די סיבה פארוואס די ביסט בוחר בטוב איז ווייל דו ווילסט זיין ווויל, די ווילסט בוחר זיין בטוב, ווייל גאט האט דיר געזאגט ובחרת בחיים. ע"כ נייגסטו דיין רצון לטוב. sam זאגט אז דו קענסט דאס נישט טוען, אבער ער האט נישט קיין פראף דעראויף אויסער די פראף וואס ער ברענגט פין א סיריעל קילער וואס האט טאקע נישט קיין בחירה.

מיר גייען דא ארום אין סירקלס. אויב עס איז דא אן אינהערענט סיבה אין מיר פארוואס איך בין בוחר, און דאס איז ווייל איך וויל זיין וואויל, דעמאלט מיינט דאס אז איך האב נישט קיין בחירה. איך טו עס ווייל די רצון הטוב שבי צווינגט מיר אזוי. בקיצור, ענטפער מיר די איינע שאלה, וואס מאכט א מענטש "וועלן זיין וואויל" און וואס מאכט א מענטש "וועלן זיין שלעכט"?

יאיר » מיטוואך יולי 17, 2013 5:30 pm

· #134303
עס זעט נישט אויס ווי איינער דא אין קאווע שטיבל גיבט א דעמן אויב עס איז יא אדער נישט דא בחירה. דער עולם לעבט און לאכט און וויינט.

הקטן » מיטוואך יולי 17, 2013 6:34 pm

· #134321
יאיר
איך טו עס ווייל די רצון הטוב שבי צווינגט מיר אזוי

דו שטעלסט אראפ א כלל אז איך קען נאר עפעס טוען אויב בין איך געצווינגען, און דערנאך מיט דעם כלל פרעגסטו.
ניין, יאיר האט כוחת הנפש וואס הייסט "בחירה" יאיר קען בוחר זיין עקסערסייזען זיין בחירה און נישט פאלגען זיין evil inclination אדער יא פאלגן. דו האלסט אבער אז כדי דאס צו טוען אין באקימען שכר דארף דאס קימען מיט אן הקדמה און הסכמה פין יאיר'ס cognition. און אויב נישט הייסט דאס על לא דבר.

דו סיבה פארוואס דו האלסט אזוי קען זיין איז, ווייל דו איידענטופייסט יאיר מיט יאיר'ס cognition, און נישט מיט יאיר'ס נפש. למעשה האט דיין נפש די כח, און בוחר זיין קאסט כח, אין אויב ניצט יאיר די כח קימט פאר יאיר שכר. איך מיין די שוועריקייט דאס צופארשטיין נעמט זיך פין נישט קלאר ארויסהאבען ווער איז דאס יאיר

יאיר » מיטוואך יולי 17, 2013 6:41 pm

· #134323
למעשה ביסטו מיר שולדיג אן ענטפער, וואס מאכט אז דער נפש - אדער ווי אזוי דו ווילסט עס רופן - זאל בוחר זיין צו הרג'ענען. אויב עס איז נישט פארהאן עפעס וואס מאכט עס זאל בוחר זיין, איז לדעתי השפלה די תוצאה פון די בחירה א יש מאין. א זאך אן א סיבה. אויב איז עס די "כוחות הנפש" וואס דו רופסט בחירה, דעמאלט איז דאס ווייטער עפעס א סיבה. איך זע נישט ווי אזוי דו פארענטפערסט דאס מיט'ן איינטיילן דעם מענטש אויף נפש און קאגנישאן. למעשה איז די געזעץ פון קאוז און עפעקט ווייטער גילטיג, רוף עס בחירה, רוף עס כוחות הנפש, רוף עס קאגנישאן, און קאוז און עפעקט ביסטו דאך מודה אז עס איז מבטל בחירה.

הקטן » מיטוואך יולי 17, 2013 7:34 pm

· #134329
אמת, ס'איז א יש מאין! און ווער זאגט אז דיין נפש קען נישט? ווייל א וואלקען האט גאט געמאכט אז דאס דארף האבן א קאוז?
קען גאט מחליט זיין אן א קאוז? סתם, איך וויל מיך מאכען א וועלטעלע? אן קיין שום סיבה מקדמת
דיין "כוחת הנפש" איז נישט די סיבה פארוואס די ביסט בוחר דאס איז סך הכול די כוח וואס די ניצט בוחר צו זיין - נעם א בעטערי לדגמא, די בעטערי איז נישט די סיבה פארוואס די fan דרייד זיך, די בעטערי איז די כח מיט וואס די fan דרייד זיך, די בעטערי קען פינקט אזוי באלייכטען א flash light. כן הדבר הזה דיין נפש האט די כח בוחר צי זיין בטוב און אויך די כח בוחר צו זיין ברע.
אמת, אז די בעטערי דארף צוקימען צי א מענטש - א סיבה - פארוואס ער זאל שיינען און נישט דרייען, דאס איז אלס ווייל א בעטערי איז נישט קיין חלק אלוה ממעל, אבער דיין נפש יא!

יעצט אז דו ווילסט קענסטו פרעגן, נא, וואס האט גאט פון נעמען א שטיקעל גאט אין אים געבען אטינאמיע, מיט א כח פין באשאפען א יש מאין, וואס זאל אנקימען מיט הארוואניע, אין ווערט זיין צו באקימען דעראף שכר, אין אים דערנאך טאקע געבען שכר? (אפשר איז דאס א חלק פון דיין ידיעה שאלה)
דאס איז חלק ב'

פארשטייט איינער וואס איך שרייב? אויב יא, שאקעל דיין קאפ

יאיר » מיטוואך יולי 17, 2013 7:42 pm

· #134332
אה, דאס האב איך געוואלט הערן. א דאנק פאר'ן ארויסברענגען מיט א קלארקייט. בחירה, לויט דיר, מיינט אז מענטשן באשאפן זאכן יש מאין, אזוי ווי גאט. דו ביסט מדמה מיין לייגן תפילין צו גאט'ס באשאפן די וועלט.
יעצט איז מיין שאלה, צו איז שייך צו געבן שכר פאר גאט פאר'ן באשאפן אזא שיינע וועלט יש מאין? איך פרעג נישט וואס גאט פארדינט פון דעם שפיל פון באשאפן נאך א גאט און אים געבן שכר (כאטש איך פארשטיי נישט ווי אזוי דאס ארבעט), איך פרעג פארוואס ס'קומט זיך פאר גאט שכר פאר'ן טון עפעס יש מאין, אן קיין שום אייגענע אנשטרעגונג.

הקטן » מיטוואך יולי 17, 2013 8:11 pm

· #134335
איך האב נישט געזאגט אז א חלק אלוה ממעל - א קליינע גאט - מיט לימעטעט אטינאמיע קען באשאפען וועלטן. סדא אסך חולקים פין צווישען "גאט" און "חלק אלוה ממעל". איינע פין די חליקים זענען אז פאר גאט האט דאס נישט געקאסט קיין עפערט און כח און פאר דעם חלק אלוה ממעל קאסט דאס כח און אנשטרעגונג. ווען די נייגסט דיין רצון צי לייגען תפילין ווען די ביסט אין א דילעמע, אדער ווען די האסט א שטארקע urge צו פארשעמען דיין חבר ביסטו ווערט שכר -

מיין שאלה צו דיר איז. אויב איז דא א גאט, קען ער אהער שטעלען אזא מצואות? אדער Sam Harris לאזט נישט.


וואס גאט האט דערפין איז א באזינדער שאלה

הקטן » מיטוואך יולי 17, 2013 8:27 pm

· #134337
יאיר
moti107
אויב 30 4 גיי איך טראכטן אז איך וויל גיין אין גראסערי, איז 29 4 שייך צו בוחר זיין פארקערט?

אויב מחשבות ווערן באשאפן יש מאין, אן קיין שום פריערדיגע סיבה, יא.

מיז זיין אז אלע מחשבות ווערן באשאפען די זעלבע וועג? אדער איז מעגליך ס'דא יש מאין'דיגע אין אויך אזאלעכע מחשבות וואס זענען א פועל יוצא פין א פריערדיגע מחשבה אדער אן אנדערע גורם?

אין קבלה (וואס איז אן אנדערע דיסיפלין) איז דא אזא מישג פין חכמה וואס איז חכמה מאין תמצא ס'אויך דא כתר וואס דאס איז העכער\טיפער ווי חכמה.

מאטי » מיטוואך יולי 17, 2013 9:32 pm

· #134343
הקטן
יאיר
moti107
אויב 30 4 גיי איך טראכטן אז איך וויל גיין אין גראסערי, איז 29 4 שייך צו בוחר זיין פארקערט?

אויב מחשבות ווערן באשאפן יש מאין, אן קיין שום פריערדיגע סיבה, יא.

מיז זיין אז אלע מחשבות ווערן באשאפען די זעלבע וועג? אדער איז מעגליך ס'דא יש מאין'דיגע אין אויך אזאלעכע מחשבות וואס זענען א פועל יוצא פין א פריערדיגע מחשבה אדער אן אנדערע גורם?

אין קבלה (וואס איז אן אנדערע דיסיפלין) איז דא אזא מישג פין חכמה וואס איז חכמה מאין תמצא ס'אויך דא כתר וואס דאס איז העכער\טיפער ווי חכמה.

הקטן ממנ״פ ביסטו אין פעקל אויב איז די מחשבה א פועל יוצא פון פריער, דאן קומט יאיר צו לויפן שרייען אז די סיבה פון פריער - צו א ממשות׳דיגער צו א פסיכישער רצון - נעמט אוועק בחירה חופשית.
זאגסטו ווידער אז דער מחשבה איז א נייער יש מאין, דאן קומט מאטי צולויפן פרעגן ווי איז שייך בוחר צו זיין?. ביפאר דער מחשבה איז דאך נישטא וואס בוחר צו זיין! בשעת די מחשבה, עקספיריענסעס איך א יש מאין ווי קען איך אפילו בוחר זיין . אלזא קרח מכאן וקרח מכאן.

איך וויל אויפטון א חידוש, אבער ווארפט מיר נישט ארויס פון דא!

באמת! איז נישטא קיין בחירה, נאר סך הכל איז דא אן אילוזיע אז איך האב א בחירה.

דאכט זיך מיר ר׳ שלום שוואדראן דערציילט א מעשה, ווי איינער איז יעדן טאג געגאנגען צום הויפט גאס קאנטראלירן דעם פארקער. ווען ס׳איז געווארן ״גרין״ דאן האט ער געוויזן ״גייטס״, ווען ס׳איז געווארן ״רויט״ האט ער געוויזן סטאפ״ מיינענדיג אז אלע פאלגן אים...

לעניננו; מיר אלע האבן אן אריינגעבויטן איינרעדעניש אז מיר זענען בוחר,אויף אזוי ווייט אז אפילו נאכן אייך אויסזאגן דעם סוד, פילט איר נאך אלס ווי איר קענט בוחר זיין .והא ראיה, איך מאך אויף די לייט ווען איך וויל, ווייל איך וויל ס׳זאל זיין ליכטיג. איך מאך אים צו ווען ס׳געפעלט מיר. איך קאנטראליר די זאך פונקט ווי דער נעבאכ׳דיגער פארקער טרייבער. און ס׳לאזט זיך הערן אז פארן ״וועלן״ בוחר זיין ברע ׳אינעם אילוזיע׳ קומט עונשים, הגם באמת איז דא א רעד לייט גרין לייט סיסטעם.

יאיר » דאנערשטאג יולי 18, 2013 1:21 am

· #134444
הקטן
איך האב נישט געזאגט אז א חלק אלוה ממעל - א קליינע גאט - מיט לימעטעט אטינאמיע קען באשאפען וועלטן. סדא אסך חולקים פין צווישען "גאט" און "חלק אלוה ממעל". איינע פין די חליקים זענען אז פאר גאט האט דאס נישט געקאסט קיין עפערט און כח און פאר דעם חלק אלוה ממעל קאסט דאס כח און אנשטרעגונג. ווען די נייגסט דיין רצון צי לייגען תפילין ווען די ביסט אין א דילעמע, אדער ווען די האסט א שטארקע urge צו פארשעמען דיין חבר ביסטו ווערט שכר -

מיין שאלה צו דיר איז. אויב איז דא א גאט, קען ער אהער שטעלען אזא מצואות? אדער Sam Harris לאזט נישט.


וואס גאט האט דערפין איז א באזינדער שאלה

אלזא, דו גלייבסט אין איין אייזן-שטארקע גאט און אין זעקס ביליאן קופער-שטארקע געטער? איך מיין עס גאר ערנסט. דער שפראך איז ביי מיר גענצליך פרעמד. יואיל נא להודיעני.
אבער אויסער דעם, ברגע דו ביסט מגביל דעם חלק אלוק ממעל, פאלט דאך אוועק דיין גאנצער מהלך אז ער באשאפט יש מאין, ווייל ס'איז נישט מאין, ס'איז לויט זיינע כוחות. וא"כ נפל פיתא בבירא והדרא קושיא לדוכתיה, ונכתב ונחתם בטבעת הכופר אין להשיב.
אנטשולדיגט מיין שפראך, איך האב א נטיה צו אריינגיין אין די כלים נאך חצות הלילה. נישט סתם כלים, נאר כלים מכלים שונים.

מאטי » דאנערשטאג יולי 18, 2013 1:27 am

· #134445
יאיר, האט דען נישט גאט א יכולת צו באשאפן נאך געטליכע כוחות אז א מענטש זאל קענען יש מאין׳נען איה״נ ער קען דאס יעדע רגע אוועקנעמען אבער ווילאנג ער לאזט, פארוואס דען נישט. דו מאכסט סך הכל אן עמוציאנאלע קעיס ווען דו זאגסט 6 ביליון געטער.

יאיר » דאנערשטאג יולי 18, 2013 1:28 am

· #134446
moti107
יאיר, האט דען נישט גאט א יכולת צו באשאפן נאך געטליכע כוחות אז א מענטש זאל קענען יש מאין׳נען איה״נ ער קען דאס יעדע רגע אוועקנעמען אבער ווילאנג ער לאזט, פארוואס דען נישט. דו מאכסט סך הכל אן עמוציאנאלע קעיס ווען דו זאגסט 6 ביליון געטער.

גאט קען שטארבן?

מאטי » דאנערשטאג יולי 18, 2013 1:36 am

· #134450
שטארבן איז א לימיטעשן, און אויב גאט קען נישט שטארבן כדי צו בלייבן אנלימיטעד מאכט אים דער נישט קענען שטארבן פאר א כל יכול און נישט פאר א מוגבל. גאט קען נישט שטארבן = מוגבל, איז בלויז א ווערטער שפיל, ווייל מיר זענען צוגעוואוינט אז נישט קענען, הייסט מוגבל.

יאיר » דאנערשטאג יולי 18, 2013 1:38 am

· #134452
moti107
שטארבן איז א לימיטעשן, און אויב גאט קען נישט שטארבן כדי צו בלייבן אנלימיטעד מאכט אים דער נישט קענען שטארבן פאר א כל יכול און נישט פאר א מוגבל. גאט קען נישט שטארבן = מוגבל,איז בלויז א ווערטער שפיל ווייל מיר זענען צוגעוואוינט אז נישט קענען הייסט מוגבל.

אז גאט קען נישט באשאפן זעקס ביליאן שוואכע געטער מאכט אים אויך פאר א כל יכול. הקטן איז נישט דער ערשטער אויפצוקומען מיט דעם געדאנק, אין דעם אור אלטן מיטל מזרח זענען די בני אלים געווען א גאנגבאר ארטיקל.

מאטי » דאנערשטאג יולי 18, 2013 1:43 am

· #134453
למעשה קען גאט יעדע רגע אוועקנעמען דעם כוח פון די 6 ביליון יש מאין׳נ׳קערס. דוגמת ער קען שטארבן אבער ער קען זיך צוריק לעבעדיג מאכן עני טיים. דאס מאכט אים נישט אויס אנלימיטעד.

יאיר » דאנערשטאג יולי 18, 2013 1:47 am

· #134455
אלזא, דיין גאט קען שטארבן און אויפשטיין תחיית המתים. זאג נאר, מאטי, ווער איז דיין גאט? איך וואלט געוואלט כאפן א שמועס מיט אים.

מאטי » דאנערשטאג יולי 18, 2013 1:53 am

· #134457
ליצנות אחד דוחה מאה תוכחת.....

יאיר » דאנערשטאג יולי 18, 2013 2:01 am

· #134463
moti107
ליצנות אחד דוחה מאה תוכחת.....

פלוצלינג ווערסטו מיר א מוכיח, זאג נאר מאטי, וועמען זאגסטו תוכחה אויב ס'איז נישטא קיין בחירה?

מאטי » דאנערשטאג יולי 18, 2013 2:09 am

· #134465
איך גיי בדרך אתמ"ל.. ועי״ל איך האב שוין אויבן געשריבן איך רעדט צו דיין איינרעדעניש אז דו האסט יא... איין מינוט!! איך האב אויך נישט געהאט קיין בחירה דיר נישט מוכיח צו זיין, טא וואס ווילסטו פון מיר? אוי דו האסט אויך נישט.... שוין ס׳איז אין לדבר סוף...

הוגה » דאנערשטאג יולי 18, 2013 10:32 am

· #134497
פארשאלטן זאל זיין די שלאנג וואס האט איבער גערעדט די זיידע רבי אדם און די באבע רעביצן חוה (שוין דעמאלטס איז נישט געווען קיין בחירה?) און האט גורם געווען די בזיעת אפיך אויף אונז (ווידער אן עונש, פארוואס?). איך האב פארפאסט א הערליכע קיבוץ'עראציע צווישן יאיר, מאטי, הקטן און סעם העריס. רבותי, נעקסט טיים גיבטס מיר אפאר טעג נאטיס כדי איך זאל עס קענען אריין לייגן אין מיין סקעדזשועל.

כמעט יעדע תגובה איז געשריבן מיט אזא ישרות, although מיר ווייסן נישט עכט וועלכע ליניע איז די ריכטיגע ישרות, די גראדע אדער די קרומע. עס פליען פונקן פייער פון אלע זייטן אבער קיין קאמפלימענטן קומט אייך נישט, היות אייערע מחשבות ודיבורים זענען פרי-פראגראמד, ולא מחכמתכם בכלל, כמבואר לעיל.

איין זאך איז אבער יא דא א קאנצענזוס, כ'מיין אז אלע דא שטומען מיט מיר אין מיין דעבאטע מיט הרב וואקסמאן. איז דא איינער דא וואס האלט אז בחירה איז מער פשוט ווי ידיעה?

בנוגע די עצם שמועס דא בין איך מחולק מיט אלע פון אייך! איר וואונדערט זיך ווי אזוי עס קען זיין אז איך קריג מיך סיי מיט הקטן און סיי מיט יאיר און מאטי, ווען ס'איז שיטות חלוקות ביניהם? הסכת ושמע.

פאר סאם ריזען טייטשט איר אפ אז בחירה מיינט אז איינער טוט עפעס אן דעם וואס ער זאל האבן א סיבה ומסובב דערויף, ווייל אויב איז דא א סיבה האט די סיבה אים געמאכט עס טון. וממילא האט יאיר קשיות, און הקטן דארף בויען תירוצים גג על גג.

רבותי, איר קענט נישט טייטשען! גייט צוריק אין חדר! בחירה איז טייטש אויסוועלן צו טון עפעס משום סיבה. וואס איז? געפעלט דיר נישט? ס'וואלט געווען געשמאקער צו זאגן אז בחירה מיינט פולשטענדיג אן קיין מניעה וסיבה, אבער ס'נישט אזוי. איך זאג דאס סיי מסברא און סיי מן התורה.

מסברא: ווען מיין יונגעלע ברענגט אהיים א צעטל אז ער האט פיין געלערנט די וואך אין חדר באקומט ער א פרייז, טראץ דעם וואס ער האט געלערנט פאר א סיבה, אויס מורא פונעם רבי אדער מנהל, צו קענען פארן בחינה וכדומה. דאך קומט אים א פרייז פארן לערנען פיין, ווייל יא סיבה נישט סיבה האט ער למעשה געארבייט שווער.

מן התורה: ראה נתתי לפניכם את החיים ואת המוות ובחרת בחיים. דו זאגסט מיר וועלכע איז חיים און וועלכע איז מוות און דערנאך זאגסטו מיר ובחרת? איז נאך שייך בוחר צו זיין? יא. עס איז אפשר אן easy choice אבער עס איז פארט א choice.

הקטן » דאנערשטאג יולי 18, 2013 9:14 pm

· #134690
moti107
יאיר, האט דען נישט גאט א יכולת צו באשאפן נאך געטליכע כוחות אז א מענטש זאל קענען יש מאין׳נען איה״נ ער קען דאס יעדע רגע אוועקנעמען אבער ווילאנג ער לאזט, פארוואס דען נישט. דו מאכסט סך הכל אן עמוציאנאלע קעיס ווען דו זאגסט 6 ביליון געטער.

יאיר, איז דאס טאקע די ערשטע מאל וואס דו הערסט פין א "חלק אלוה ממעל" אדער דו ביסט בוחר, פאר וואט עווער ריזען, זיך צו מאכן אזוי ?
ב.ד.וו. די חלק אלוה ממעל" שטארבט נישט.

הוגה
פאר סאם ריזען טייטשט איר אפ אז בחירה מיינט אז איינער טוט עפעס אן דעם וואס ער זאל האבן א סיבה ומסובב דערויף, ווייל אויב איז דא א סיבה האט די סיבה אים געמאכט עס טון. וממילא האט יאיר קשיות, און הקטן דארף בויען תירוצים גג על גג.

הוגה, איך זאג די זעלבע ווי דו איך זאג בחירה איז נישט געטריבען פין קיין סיבה - הגם מחשבה קען זיין געטריבען פין א סיבה קודמת.

moti107
זאגסטו ווידער אז דער מחשבה איז א נייער יש מאין, דאן קומט מאטי צולויפן פרעגן ווי איז שייך בוחר צו זיין?. ביפאר דער מחשבה איז דאך נישטא וואס בוחר צו זיין! בשעת די מחשבה, עקספיריענסעס איך א יש מאין ווי קען איך אפילו בוחר זיין . אלזא קרח מכאן וקרח מכאן.

דו בויסט אויף מחשבה און איך זאג אז בחירה איז אין רצון , רצון איז קודם מחשבה - ואין טעם ברצון!

אויב קענסטו אננעמען אז די נפש קען פוילן אויף רצון א יש מאין, איז צייט דאס אביסל מקרב זיין אל השכל. ומבשרי אחזה אלוה - פין מחשבה וואס איז מער בשרי, וועלן מיר מסביר זיין די נפש וואס איז א חלק אלוה.

קודם לאמיר פארשטיין וויאזוי א קליין בעבי וואס איז היינט געבוירן פאנגט אן זיין מחשבה-צוג. אויב א יעדער מחשבה ווערט געטירבן פין א פריערדיגער מחשבה, איז ווער טרייבט די ערשטע מחשבה?
אן עקסטערנעל זאך קען נאר געזעהן ווערן דארך די מח, די מח דארף דערנאך מאכן סענס וואס ס'האט געזעהן, ווערט לערענט דאס ערשט אויס פארן מח וויאזוי צו טראכטען - א יש מאין? א ביג בענק, יאיר?

איינע פין די וועגן דאס מסביר צו זיין, קען זיין אז די מח קימט שוין פרי-פראגרעמעט מיט געוויסע סאפט-ווער ווי למשל די כח מדמה זיין מילתא למילתא וכד'
די זעלבע זאך די נפש, די נפש האט בעסיק אינסטראקשענס ווי למשל פארשטיין וואס איז טוב און וואס איז רע - ראה נתתי לפניך היום.. הטוב ואת הרע - די menu ליגט אגאנצע צייט לפניך פאר דיר, וואס דו דארפסט טון איז פשוט בוחר זיין איינע פין די צויי. אויך האט מען דיר געזאגט וואס צו טוען ובחרת בחיים! נייג דיין רצון לטוב - יא, גאט האט דיך געגעבען די כח דערפאר. דו קענסט סעלעקטען פין א מעניא, אין דו ווייסט אויך וואס מען ערווארט פון דיר. אבער דו האסט די כח צו מאכן די ראנג פיק

א איד דינט דעם אייביישטער במחשבה דיבר ומעשה (דאס איז נישט די נפש זעלבסט - דאס זענען נאר לבישי הנפש) ווי שוין געשריבן איז נישט אייביג א מענשט בעה"ב אויף זיין מחשבה דיבור אדער מעשה, למשל א איד וויל לייגן תפילין אבער זיין כלי המעשה ארבעט נעבעך נישט, נא, ער קען נישט קענער נישט - ווילאנג ער וויל טון די מצוה איז חישב לעשות מצוה ולא. עשאה מעלה עליו... די זעלבע איז אויך א איד האט א מצוה צו זיין א מאמין במחשבה, און זיין נפש פארשטייט דאס, אין ווייסט זייער גוט וואס איז חיים - לעבען! און וואס איז נעבעך מות לעבען אן א ציל נאר ווייל טבע האט מיך באשאפען. אבער וואס טוט א איד וואס האט געליינט אסך כפירה און איז שטראק איבערצייגט אזוי ער קען נעבך נישט דינען דעם בורא כל העלמים במחשבה, האט יעצט זיין נפש צוויי ברירות אדער זיין בשמחה אז ער
איז אן אויבער חכם אדער חאטש זיין צובראכן.

ונבנתה העיר » פרייטאג יולי 19, 2013 6:51 pm

· #134881
יאיר
כמדומה לי אז רבי חסדאי זאגט אז מ'וועט באקומען אן עונש נישט אויף די כפירה, נאר אויף די שמחה דערפון.

עפעס דארף זיין א ווארט פון הפלאה אויפן פסוק תחת אשר לא עבדת את ה"א בשמחה ובטוב לבב, אז די פראבלעם איז אז דער לא עבדת איז געווען בשמחה, און עפעס רעדט ער דארט וועגן ע"ח שחטאנו לפניך באונס וברצון.

עכ"פ זוכענדיג דעם הפלאה האב איך זיך אנגעטראפן אין אן אנדערע שטיקל בנוגע ידיעה ווס. בחירה:

שכבר הקשו כיון שהקב״ה יודע עתידות א״כ למה יהי׳ שכר ועונש כיון שלא הי׳ הבחירה ביד אדם לשנות מידיעת הש״י, אך באמת לא יתכן זה אלא בשכר הצדיקים, אבל בעונש רשעים כיון שאחז"ל כל דיבור שיצא מפי הקב״ה לטובה אינו חוזר אבל לרעה חוזר, כ״ש שהידיעה לרע אינה מתקיימית ויכולה לחזור בבחירת האדם לטוב.

וז״ש שאין טענה לרשעים בעונש המשפט, כי יודע ה׳ דרך צדיקים שהוא ידיעה לטובה, אבל דרך רשעים תאבד, א״כ מעשה הצדיקים באמת הוא מחמת ידיעת הש״י לטובה לכך אמרו מתן שכר של צדיקים שבאמת הוא מתנה, וגם זה הוא בכלל מ״ש לך ה׳ חסד כי אתה תשלם לאיש כמעשהו, פי׳ כאילו הוא הבוחר במעשיו, ובאמת שהי׳ הכרח מחמת ידיעת הש"י.


און יאיר, ווער נישט דעפרעסט, איך בין זיך מחי' מיט יעדעס ווארט פון יעדן.

יאיר » זונטאג יולי 21, 2013 3:05 am

· #134945
א דאנק, ונבנתה, פאר דעם הערליך ווארט פונעם הפלאה. מיר ליגט אין קאפ אז דער ערשטער ווארט זאגט ער (אדער א צווייטער) אויפ'ן פסוק והיה אם שכוח תשכח, אז דער עולה איז נישט אז מ'פארגעסט, נאר אז ס'איז והיה, בלשון שמחה. און וועגן ידיעה ובחירה, געדענק איך אז דער הפלאה זאגט אויף א פלאץ דעם תירוץ אז וויבאלד עס איז נישט שייך קיין זמן ביים באשעפער ממילא איז דאך אלעס אויף איינמאל, איז נישטא אזא זאך ווי בחירה פאר ידיעה.
און יאיר, ווער נישט דעפרעסט, איך בין זיך מחי' מיט יעדעס ווארט פון יעדן.

😂 😃 🙂 איך האף אז וואס איך זאג איז אויסגעהאלטן על פי תורה, ממילא מעג איך זיך פרייען.
הוגה
רבותי, איר קענט נישט טייטשען! גייט צוריק אין חדר! בחירה איז טייטש אויסוועלן צו טון עפעס משום סיבה. וואס איז? געפעלט דיר נישט? ס'וואלט געווען געשמאקער צו זאגן אז בחירה מיינט פולשטענדיג אן קיין מניעה וסיבה, אבער ס'נישט אזוי. איך זאג דאס סיי מסברא און סיי מן התורה.

גאר גוט געזאגט. להוי ידוע אז וואס דו זאגסט איז ריכטיג דעטערמיניזם. לויט דיין הבנה איז נישטא קיין קשיא פון בחירה און ידיעה, ווייל מען קען אלעס וויסן פון פאראויס דורך אויס'חשבונ'ען די סיבה ומסובב פון יעדע זאך און אזוי אנקומען צו די מסקנא וואס גייט פאסירן, ובכל זאת נעמט עס נישט אוועק פון בחירה, ווייל בפועל איז מען בוחר.
בעצם האסטו שוין עטליכע מאל געזאגט דעם געדאנק, אבער משום איזה סיבה כאפסטו נישט וואספארא ראדיקאלע ווערטער די לייגסט אריין אין בחירה. דיין "בחירה" איז סעם העריס'ס דעטערמיניזם, אדרבה זאג מיר וואס איז דעטערמיניזם אנדערש ווי דיין בחירה.

נולד מאוחר » זונטאג יולי 21, 2013 3:36 am

· #134953
די אשכול איז לגבי די פראקטישע חלק. איז דא א נפק''מ צי מיר האבן בחירה?

יאיר » זונטאג יולי 21, 2013 3:48 am

· #134955
נולד מאוחר
די אשכול איז לגבי די פראקטישע חלק. איז דא א נפק''מ צי מיר האבן בחירה?

ניין.
נעקסטע שאלה?

הוגה » זונטאג יולי 21, 2013 10:02 am

· #134975
יאיר
נולד מאוחר
די אשכול איז לגבי די פראקטישע חלק. איז דא א נפק''מ צי מיר האבן בחירה?

ניין.


איך קען נישט דיסיידען אויב דו ביזט סארקאסטיש אדער נישט, אבער כ'בין זיכער אז דו פארשטייסט אז ס'איז דא א גרויסע נפקא מינה אויב מיר האבן בחירה אדער נישט.

יאיר » זונטאג יולי 21, 2013 11:39 am

· #134983
הוגה, איך בין גאר ערנסט. אויב דו טרעפסט א נפקא מינא זאג מיר. איך האב שוין דורכאויס מיין לעבן עטליכע מאל זיך געטויפט פון בחירה צו דעטערמיניזם און פארקערט, און מיין לעבן האט זיך נישט געטוישן קיין כי הוא זה. און דו מיינסט טאקע אז סעם העריס לעבט ווי א ראבאט? לאמיר הערן פון דיר, וואס באדייט דעטערמיניזם?

הוגה » זונטאג יולי 21, 2013 11:47 am

· #134985
די פאקט אז דו האסט דיך געטויפט צו דעטערמיניזם מיינט נאך נישט אז דו האסט פארלוירן די בחירה. דו האסט אלץ ווייטער געהאט א געהעריגע בחירה, אפגעזעהן וואס דו האסט געגלייבט, און פארדעם האסטו נישט געשפירט קיין חילוק אין דיין לעבן.

דו קומסט מיר פאר ווי דער חכם וואס האט געטענה'ט אז ס'נישט קיין נ''מ צו עס איז דא א באשעפער אויפן וועלט, ווייל אפילו אין דער צייט וואס איך בין געווען אן אטעאיסט האב איך נאך אלץ געשפירט השגחה פרטית...

יאיר » זונטאג יולי 21, 2013 12:22 pm

· #134991
איך האב געמיינט אז נולד פרעגט אויב די שאלה איז נוגע פראקטיש. די שאלה פון גאט, למשל, איז נוגע פראקטיש (כאטש אויך על פי רוב זייער ווייניג). די שאלה פון בחירה איז נישט.
בלאט: 1 2 3 4 5