שעפטלדברי נעילה הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » מאסן דעמאנסטראציע א' חוקת קעגן גיוס בני ישיבות
מאסן דעמאנסטראציע א' חוקת קעגן גיוס בני ישיבות
477 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3987
שעפטלהגאון ר' יעקב הורוויץ ר"י בית מאיר, אפאר ווערטער
שעפטלקבלת עול מלכות שמים: האורח הגאון הגדול רבי נפתלי הירצקא פרענקל שליט"א חבר בדי"צ עדה החרדית בירושלים עיה"ק
שעפטלהרב דוד ארי' דונער פון לעיקוואד באדאנקט זיך פאר די פאליציי
שעפטלליטוואק פון בודאפעסטס'איז געווען אין די בילדער הרב מנחם סאוויץ שליט"א (מחבר ספר משמחי לב ועוד) א נאנטע תלמיד פון ר' אליה בער וואס ער טוט עפעס ביים בימה. וואס טוט עהר? עהר זאגט תהלים? זיין נאמען איז נישט דערמאנט.
מיינסט הרב מנחם צביאק שליט"א?? ער האט פארגעדאווענט מנחה
און כ'מיין אז איך בין שוין פערטיג...
גיימער שוין שיקן די ביל צו סאכדעס...
גיימער שוין שיקן די ביל צו סאכדעס...
שעפעטעלע היקר, איך האב נישט די ווערטער דיר צו באדאנקען פארן אזוי לעבעדיג אראפלייגן יעדע דעטאל, מיט בילדער, אינפארמאציעף דא זעה איך אלעס בעסער און שענער ווי דארטן אליינס!
זאלסטו זיין געבענטשט בכל משאלות לבך.
===
איך פארלייד נישט לופטיגע הוילע דרשות, וואס האט נישט קיין האפט אין זיך. ווי צב"ש:
וואס... וואס.. וואס...? איך ציטער אין די הויזן!... גייסט נישט איינזיצן? וואס גייסטע טון? זאג מיר שנעל, בעפאר איך כאפ א הארצאטאקע און באקום שלאפלאזע נעכט.

און ווי עס האט אויסגערופן הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א ביים שליסן דעם היסטארישן מעמד קידוש שם שמים בקול זעקה גדולה, איז דער היינטיגער עצרת אדיר נישט געווען קיין שליסונג פון א מלחמה, נאר פארקערט, דאס איז געווען א אנהייב פון א מלחמה, א שוועבעלע וואס האט נארוואס אנגעהויבן ברענען און וועט פון דא און ווייטער אנגיין מיט א פייערדיגע קאמפ, לא ננוח ולא נשקוט, מיר וועלן נישט רוען און נישט איינזיצן ביז ווילאנג די מלכות הרשעה וועט נישט אראפנעמען זייערע נעגל פונעם פארבליבענעם יהדות החרדית צו וועמען משיח צדקינו וועט בקרוב קומען,
וואס... וואס.. וואס...? איך ציטער אין די הויזן!... גייסט נישט איינזיצן? וואס גייסטע טון? זאג מיר שנעל, בעפאר איך כאפ א הארצאטאקע און באקום שלאפלאזע נעכט.
שמעקעדיגאיך פארלייד נישט לופטיגע הוילע דרשות, וואס האט נישט קיין האפט אין זיך. ווי צב"ש:און ווי עס האט אויסגערופן הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א ביים שליסן דעם היסטארישן מעמד קידוש שם שמים בקול זעקה גדולה, איז דער היינטיגער עצרת אדיר נישט געווען קיין שליסונג פון א מלחמה, נאר פארקערט, דאס איז געווען א אנהייב פון א מלחמה, א שוועבעלע וואס האט נארוואס אנגעהויבן ברענען און וועט פון דא און ווייטער אנגיין מיט א פייערדיגע קאמפ, לא ננוח ולא נשקוט, מיר וועלן נישט רוען און נישט איינזיצן ביז ווילאנג די מלכות הרשעה וועט נישט אראפנעמען זייערע נעגל פונעם פארבליבענעם יהדות החרדית צו וועמען משיח צדקינו וועט בקרוב קומען,
וואס... וואס.. וואס...? איך ציטער אין די הויזן!... גייסט נישט איינזיצן? וואס גייסטע טון? זאג מיר שנעל, בעפאר איך כאפ א הארצאטאקע און באקום שלאפלאזע נעכט.
אזוי טאקע האט ער געזאגט, און ער מיינט מסתמה פיקעטונג'ס און נאך פראטעסטן...
בקיצור מיינע תגובות און לייקס וועלן ארויפגיין...
דער בלאט
דער בלאט איז ווידער ארויס פון די גלייזן? אנגעטון א רעזשעוואלעקע.....(קרעדיט: דער בלאט)
דער איד
שעפטעל, איךך וועל דיר נאכאמאל זאגען. דער מענטש איז מנחם סאוויץ און ער האט געשריבען א ספר ישמח לב (נישט משמחי לב, אנטשולדיגס) וואס מ'קען זעהן דא <a class="postlink" href="http://hebrewbooks.org/9767">http://hebrewbooks.org/9767</a>.
אין לעיקוואוד זאגט מען אז ער האט געדאאוענט נוסח אשכנז. איז דאס אמת?

נאך איין זאך. ביטע הער אויף מיט דער עיה"ת שטותים. ס'איז נישט דא אזא זאך ווי אן 'עיר התורה' און ס'איז זיכער נישט דא אז ראשי תיבות.
אויך, איך האב במאערקט אז ס'פעלט אסאך ווערטער אין דער אידיש שפראך. מ'האלט אין איין זאגען אז ס'איז נישט דא דער ווערטער צו שילדערען דאס און יענס. אפשר קען מען דינגען אפאר חשוב'ער יונגעלייט וואס זאלען באשאפען ווערטער פאר יעדער געלעגענהייט, על כל צרה שלא תבוא. אזוי וועט מען קענען באשרייבען דער רבינ'ס הקפות או שובבי"ם תורה'ס, די געפילען ווען דער עלטע באבע איז אראפ פון הימעל פאר'ן חתונה, די זארג פון די מאמע'ס וואס שיקען די קינדער אין קאמפ, די געשמאק פונ'ם קעז קיכען אין גאמבא'ס בעקעריי, און איבערהויפט די התרגשות דקדושה בשעת'ן מקיים זיין די גרויסע מצוה פון פראטעסט'ן.

Oh thats why the blatt writes on the headline that protest was called by reb aron
[ציטאט אראפגענומען]
אויף אן עפל שרייבט קיינער נישט אז דאס איז אן עפל, ווען איינער מאכט א פאלשע עפל, שרייבט ער אויף מען זאל וויסן דאס איז א עפל, פארוואס, ווייל אז ס'איז נישט קיין עכטע עפל דארף מען אויפשרייבן אז דאס זעט אויס ווי א עפל.
ליטוואק פון בודאפעסטאין לעיקוואוד זאגט מען אז ער האט געדאאוענט נוסח אשכנז. איז דאס אמת?
יא ס'איז אמת
איך געדענק אמאל האט מען געליינט דער איד/בלאט כדי צו וויסן וואס זיי זאגן. היינט ליינט מען צו וויסן וויאזוי זיי זאגן.
אמת און דאס זעלבע גייט פאר'ן פאסוט און ניוז..
moti107איך געדענק אמאל האט מען געליינט דער איד/בלאט כדי צו וויסן וואס זיי זאגן. היינט ליינט מען צו וויסן וויאזוי זיי זאגן.
דאפעלטע לייק! 👍
blauveltOh thats why the blatt writes on the headline that protest was called by reb aron
שתי תשובות בדבר
ס'איז אמת ער האט עס אנגעפירט
ס'פאריגע וואך נישט געשטאנען אין דער בלאט
Is it not true that because zalmen leib there was a bigger olam thats all that the yid writes and
Aron did not call the protest he tried to hijack it and zalmen leib sais i wont break a thing
That everyone was working on just because he called out first and thats a rabbi that puts political
Agendas in the side lhagdil shmoi yisburech

כ"ק אדמו"ר מהרז"ל שליט"א האט דא געשאסן צוויי האזלעך מיט איין קויל.
1) ער האט רואיג געקענט שלאפן די לעצטע 2 וואכן. ער מאכט עס סיי-ווי.
2) עס האט אים נישט געקאסט קיין איין פרוטה. די ארונים האבן אלעס באצאלט. דאס הייסט באקומען א פראטעסט אויף א גאלדענעם טאץ - אומזיסט. א שיינער פארדינסט.

הה"ד, זכה מלאכתו נעשית ע"י אחרים
זר זהבהה"ד, זכה מלאכתו נעשית ע"י אחרים
ביינונז אינדערהיים זאגט מען אז דער טאטע באצאלט (!)
blauvelt מאך בעסער א שתיקה ווייל דו מאכסט זיך ללעג ולקלס פונקט ווי דער איד. יעדער נארמאלער זאלי מיט וועם איך האב גערעדט די וואך הייבט דאס היטל למחצה לשליש ולרביע אז דאס מאל האט ר' זלמן גארנישט מיטן פראטעסט חוץ דאס רעדן ביי שלוש סעודות און נישט שטערן. אמת עס איז אויך אסאך אבער פון ער זאל עס אראנדזשירן ביז די חלומות אין איד אז רבנים קאלן אים באדאנקן איז פאלג מיך א גאנג.
פיינע קאוועblauvelt מאך בעסער א שתיקה ווייל דו מאכסט זיך ללעג ולקלס פונקט ווי דער איד. יעדער נארמאלער זאלי מיט וועם איך האב גערעדט די וואך הייבט דאס היטל למחצה לשליש ולרביע אז דאס מאל האט ר' זלמן גארנישט מיטן פראטעסט חוץ דאס רעדן ביי שלוש סעודות און נישט שטערן. אמת עס איז אויך אסאך אבער פון ער זאל עס אראנדזשירן ביז די חלומות אין איד אז רבנים קאלן אים באדאנקן איז פאלג מיך א גאנג.
פריער געזען טאקע איינער הייבט זיך דאס היטל פאר א צווייטן אויף ליע עוו. דאס זענען ענק געווען?
דאס איז געווען באריכטעט אויף מערערע פלעצער
קינדער! שוין צייט אהיים צו גיין פון חדר! מ׳קריגט זיך ארום דא ווי קינדער ער האט עס געמאכט אדער יענער האט עס געמאכט, קרעדיט פאר אים אדער פאר יענעם, נארישקייט! עס איז געלונגען? עס איז ארויס געקומען כבוד שמים? וואס א חילוק ווער עס האט עס געמאכט? דער אויבערשטער ווייסט שוין פאר וועם צו באצאלן!
טראכטס אריין ווען עס געלונגט ווען נישט וואלט עטס זיך אויך ארום געקריגט?
Please grow up!!!!!!

להצלחה אבות רבים.
זר פרעג רבי ליפא טייטלבוים פארוואס ער איז נישט געקומען ?
דערמאנונג: ס'דא א צימעס דערפאר. שכח
כלל ישראל נאך אונטער'ן רושם פונעם מאסן מחאה אדירה פארגאנגענעם זונטאג העעל"ט
דער שטארקער אפקלאנג און פרסום פונע'ם מעכטיגן און היסטארישן עצרת איז א זאך וואס שטורעמט ווי הויכע וואסער-כוואליעס איבער די גאנצע וועלט, און שוין האלטנדיג געציילטע טעג שפעטער ווערט עס נאר שטערקער פארשפרייט מיט יעדע פארבייגייענדע מינוט און עס קלינגט אפ מיט א ווידער קול ווי קיינמאל בעפאר, און דערפאר איז טאקע גוט פארשטענדליך פארוואס בנעט און לאפיד זענען ביידע היינט געווען פארנומען צו פרובירן צוריק צו חנפ'נען די חרדים מיט זייער טמאנעם מויל, ווי מיר וועלן שפעטער באריכטן.
סיי אין ארץ ישראל אליינס איז די נייעס פארשפרייט געווארן ווייטער און ווייטער אינרהאלב די אנלגעמיינע פרייע גאס, אנגעהויבן פון די פרייע "ישראל היום" סטאנציע וואס געהערט פאר'ן ביליאנער פון אמעריקא שעלדאן עדעלסאן און איז היינט די גרעסטע צייטונג אין די פרייע גאס, און זיי האבן באריכטעט די פראטעסט באגלייט מיט צוויי רעקארדירונגען וואו מען זעהט סיי די שטורעמישע דרשות און סיי די מעכטיגע בני הישיבות מארש מיט די ספעציעלע שילדן וועלכע שטעכן אריין אין די אויגן פון די זרעליס, און דער מעסעדש ק'ומט אן אזוי קלאר אז אויך זיי שרייבן עס אראפ מיטן בעסטן שפראך אז די חרדים אין אמעריקא האבן אויסגעשריגן אז ס'איז ענעדרש צו גיין אין תפיסה ווי צו גיין אין די ציוניסטישע מיליטער.
אויך די "גלי צה"ל", די נייעס סטאנציע וועלכע געהער פאר די טמא'נע צה"ל און איז די אפיציעלע טעלעוויזיע און רעדיא סטאנציע אין די לאנד, האט אויך באריכטעט די מעכטיגע עצרת אין א בחינה פון "ומלאך רע בעל כורחה יענה אמן", שרייבנדיג אז אריבער 100,000 אידן אין אר"י האבן פראטעסטירט קעגן די פערי גיוס פלאן, און זיי שרייבן אז די גרויסקייט פון די עצרת איז עגווען דריי מאל אזוי גרויס ווי די גרעסטע עצרת וואס זיי האבן שוין אמאל געזעהן דארט אין ירושלים.
אזוי איז די נייעס דארט אנגעקומען צו יעדן פארשטופן ווינקל, און דער מעסעדש איז דעהערט געווארן קלאר אויפן בעסטן פארנעם העכער אלע ערווארטונגען.
אויך אין די וועלטס מידיע איז די נייעס ארומגעפארן נאך אסאך מער ווי וויפיל מיר האבן נעכטן באריכטעט, ווי לדוגמה די ריזיגע אונטערנאציאנאלע סטאנציע "סי ען ען" וואס האט געברענגט בילדער און רעקארדירונגען, באגלייט מיט א באשרייבונג איבער די ריזיגע פראטעסט קעגן די ציוניסטישע דרעפט פלאן.
באזונדער איז די קידוש השם געוואקסן היינט אינדערפרי ווען די מוסד הקדוש נטרונא האט ארויסגעשיקט א פרישע "פרעס רעליס" איבער די גרויסע עצרת מחאה, און מער ווי סיי ווען בעפאר איז די פרעס רעליס ארויסגעשטעלט געווארן דורך אזויפיל ווי 109 וועבזייטליך.
די קאמפאני וואס שטעלט אהער די פרעס רעליס האט שפעטער געשיקט א באריכט צו נטרונא איבער די שנעלע פארפלייצונג וואס דער יעצטיגער פרעס רעליס האט געהאט, מיט א פונקטליכע באריכט איבער די 109 זייטלעך וואס האבן עס ארויסגעשטעלט, און זיי לייגן אויך צו די פאקטישע ציפערן וויפיל באזוכער יעדער פון די אלע האבן אויף א טעגליכע באזיס.
רוב פון די 109 האבן צווישן 100,000 ביז צו אזויפיל ווי א מיליאן טעגליכע באזוכער, וואס דאס מיינט אז בסך הכל איז פון דעם פרעס רעליס אליינס געוויזן געווארן די נייעס פאר א געשאצטע 20 מיליאן מענטשן איבער די גאנצע וועלט.
עס שטעלט זיך ארויס אז אין די צייט וואס דער גאנצער עצרת איז לויט יעדנס מיינונג געווען באגלייט מיט נסים מן השמים און א אויסטערלישע סייעתא דשמיא וויאזוי זאכן האבן זיך געדרייט אז עס זאל ארויסקומען אזא פאראייניגטער קידוש השם אויף אזא היסטארישע און אומגלויבליכע פארנעם, איז טאקע די סייעתא דשמיא געגאנגען ווייטער אז אין די צייט וואס ביז היינט פלעגט די גויאישע וועלט כמעט נישט דעקן קיין פראטעסטן בכלל, איז דא געווען א אויסנאם ווען עס האט אפגעקלינגען אזוי שטארק איבער די וועלט ב"ה, און עס איז קלאר אז אין די אויערן פון די רשעי ישראל קלינגט אין די טעג א פייף וואס לאזט נישט קיין מנוחה, עס דינערט און קאכט אין די אויערן און אין די אויגן דער פאקט אז דאס יהדות החרדית איז נישט איינער וואס מען קען אזוי גרינג טשעפען זיין אידישקייט, נאר עס קאסט א פרייז פון ווערן ביטער פארשעהמט אויף די גאנצע וועלט, און עס קאסט א פרייז פון אריינגיין אין א ענדלאזע מלחמה גדולה, ווען דאס גאנצע יהדות החרדית איבער די וועלט שטעלט זיך צו די רעכטע זייט פון די ערליכע אידן אין ארץ ישראל מיט א מלחמה גדולה ועצומה.
-ואנחנו בשם ה' אלוקינו נזכיר-
קרעדיט: בחצרות סאטמאר
די רבנים פון "התאחדות הרבנים" לאדענען רבנים צום פראטעסט
<a class="postlink" href="http://blogs.yiddish.forward.com/yiddish-with-an-aleph/170598/">http://blogs.yiddish.forward.com/yiddis ... ph/170598/</a>
(איך בין נישט דער בן זומא פון יענע ארטיקל. מיר זענען מסתמא קאזינס וואס הייסן נאכן זעלבן עלטער עלטער זיידע...)

דאס זיין מעין פוינט וואס ער זאגט דארט:
און איר ווייסט וואס כ’וועל אייך זאגן? איך זע אין „גיוס בני ישיבות‟ דעם הימלישן ענטפער אויף דער פארדארבענער בתי-חינוך אפזאגונגס קולטור; אויף דעם ארויסווארפן און לכתחילה נישט אננעמען קינדער און בחורים, וואס ווילן באמת ובתמים זיין אין א ישיבה! א גענוג גרויסע צאל פון עלטערן האבן געלאזט גענוג טרערן, אז דער דריטער שותף שבשלשה שותפים באדם זאל קומען צושטעלן א לעזונג. די ווארפערס/נישט-אננעמערס זענען בעלי בחירה, און אויב זיי זענען נישט גרייט איבערצוקומען זייערע פארדארבענע מידות, ברענגט דער אויבערשטער א ישועה פון אן אנדער ריכטונג. און די השגחה האט דא אויסגעדרייט דעם דאשיק: אנשטאט דעם וואס די דאזיגע קינדער און בחורים זאלן זיך פילן אנדערש און אויסגעשלאסן, וועלן זיי באמת ווערן דער לכתחילה. אנשטאט זיך באהאלטן אין א ווינקל און באוויינען זייער שלעכט מזל, וועלן זיי מיט א געהויבענעם קאפ גיין אין מיליטער, אינאיינעם מיט רוב אנדערע זייערסגלייכן. די בחורים וועלן דארט לערנען תורה, און, להבדיל, באקומען א פאך און מענטשליכקייט.

גוד פוינט!
אנאנים
א מענטש וואס האט זויער מילך אין די ברילען זעט נאר זויער מילך, אפילו ווען ער שטייט פאר'ן שענסטע וויסטא. אמת, ס'איז דא פראבלעמ'ן אין ישיבות. אבער פון דארט ביז אפזאגען אלע ישיבות פה אחד איז א ביסל א ווייטער שריט. ישיבות זענען אפיציעל אויסגעשטעלט אז א בחור זאל טרעפ'ן אין זיך די כוחות אויסצושטייגען. דעריבער חוץ פון א שיעור גיבט מען זיך נישט אפ צו פיל מיט א בחור כדי ער זאל נוצען זיין אייגענע כוחות צו שטייגען. אוודאי איז דא אזעלכע וואס פארלירען דערפון, אבער דאס פרעגט נישט אפ דער גאנצע סיסטעם.
די סיסטעם פון ישיבות איז געגרינדעט געווארען דורך גדולי עולם; הג"ר אריה לייב מאלין און הג"ר אהרן קאטלער און הג"ר ראובן גראזאווסקי דאהי אין אמעריקה, און פאר זיי הג"ר ברוך בער ליבאוויץ און דער חפץ חיים און הג"ר שמעון שקאפ און אזוי ווייטער ביז צו הג"ר חיים וואלאזשינער זכרון צדיקים לברכה. אוודאי טאר מען נישט זיין נעריש און בלינד נאכגיין זייער וועגען אן צו פארשטטין וואס זיי האבען געוואלט, אבער אפצופרעגען מיט אזא ברייטען קוק איז נעריש, קינדעריש און בלינד.
אדרבה, אז דו קענסט אזוי גוט, מאך א ישיבה ווי מ'גיט זיך אפ מיט די לערנען און אידישקייט וכדו', נעמט אריין יעדער איינער וואס וויל קומען, און העלף זיי אלע ארויס. האקען יענעם וואס טוט נישט מער ווי זיין רבי'ס און טוהן גארנישט אליינס איז א שאד די צייט.

וועל סעיד. די ישיבות זענען אזוי אויסגעשטעלט ווייל זיי קעיטערן צו א געוויסע סארט בחורים. די איבריגע, האבן נישט וואס צו זוכן. די שאלה איז, ווער און וואס מאכט די איבריגע בחורים גיין אין ישיבה בכלל? זאלן די ווער און וואס צושטעלן די פאסיגע ישיבה פאר זיי אויכעט.
נאך א נקודה, אין די פארקערטע ריכטונג: אנדערעיזש ארבעט איז נישט לעגאל דא אין אמעריקע, און אויך איז דא אכט עלעמענטרי קלאסן וואס יעדער איינער דארף פארענדיגן.
א דריטע זאך, די חסיד'ישע ישיבות, און אפילו די קלענערע אונגארישע ישיבות, קומען נישט אויסגעשטעלט אינגאנצן ווי די ליטווישע.

דער מפלפל מארץ הגר קומט עפעס נישט אריין קלאר ווי געהעריג. שמו קא גרים?
קען איינער ביטע מאכן א ליסט פון אלע רבנים וואס האבן א טייל גענומען ביי די פרוטעסט, און דאס אהער שטעלן לטובת הציבור?
א יישר כח פון פאראויס!
א יישר כח פון פאראויס!
פשוט-קאמפליצירטדער מפלפל מארץ הגר
וואס עפעס "מפלפל" פאר ליטוואק?
איך מיין די ריכטיגע טייטש פאר ליטוואק איז "צלם קאפ".
אריין אין שפראך פארום.
ליטוואק פון בודאפעסטאנאנים
א מענטש וואס האט זויער מילך אין די ברילען זעט נאר זויער מילך, אפילו ווען ער שטייט פאר'ן שענסטע וויסטא. אמת, ס'איז דא פראבלעמ'ן אין ישיבות. אבער פון דארט ביז אפזאגען אלע ישיבות פה אחד איז א ביסל א ווייטער שריט. ישיבות זענען אפיציעל אויסגעשטעלט אז א בחור זאל טרעפ'ן אין זיך די כוחות אויסצושטייגען. דעריבער חוץ פון א שיעור גיבט מען זיך נישט אפ צו פיל מיט א בחור כדי ער זאל נוצען זיין אייגענע כוחות צו שטייגען. אוודאי איז דא אזעלכע וואס פארלירען דערפון, אבער דאס פרעגט נישט אפ דער גאנצע סיסטעם.
די סיסטעם פון ישיבות איז געגרינדעט געווארען דורך גדולי עולם; הג"ר אריה לייב מאלין און הג"ר אהרן קאטלער און הג"ר ראובן גראזאווסקי דאהי אין אמעריקה, און פאר זיי הג"ר ברוך בער ליבאוויץ און דער חפץ חיים און הג"ר שמעון שקאפ און אזוי ווייטער ביז צו הג"ר חיים וואלאזשינער זכרון צדיקים לברכה. אוודאי טאר מען נישט זיין נעריש און בלינד נאכגיין זייער וועגען אן צו פארשטטין וואס זיי האבען געוואלט, אבער אפצופרעגען מיט אזא ברייטען קוק איז נעריש, קינדעריש און בלינד.
אדרבה, אז דו קענסט אזוי גוט, מאך א ישיבה ווי מ'גיט זיך אפ מיט די לערנען און אידישקייט וכדו', נעמט אריין יעדער איינער וואס וויל קומען, און העלף זיי אלע ארויס. האקען יענעם וואס טוט נישט מער ווי זיין רבי'ס און טוהן גארנישט אליינס איז א שאד די צייט.
איך בין נישט מקבל קיין לשון הרע אויף אזעלעכע גדולים! און טאמער האבן זיי דאס אזוי מייסד געווען איז זיכער געווען מיט א גאנץ אנדערע סדר ווי היינט! און מ׳האט זיכער יא אריינגעבראקען יראת שמים אין די בחורים! דאס זיך אליין אויסבויען איז אין עניני לימוד אז מ׳זאל זיך אליין אויסשארפן און אויסשטייגען, אבער אין עניני יראת שמים אוודאי קען עס נישט קומען פון ערגעץ אנדערש נאר פון ישיבה, און אזוי איז געווען די סדר אין אלע ישיבות בפרט אין די ליטווישע תלמידי רבי ישראל סאלאנטער, און נישט ווי די היינטיגע פארפוילטע סיסטעם, ווי די ישיבה דארף האבן א גוטע נאמען און וועגען דעם וועט מען נאר אריין נעמען מצויינים און מ׳וועט נישט ארבעטן אויף די בחורים נאר ענדיגען ווי מער בלעטער אדער לערנען ווי טיפערע רבי חיים׳ס און גיין ווי מער אויף שבת התוועדות ואכ״מ להאריך, ע״כ דאס צושטעלן די היינטיגע סדר פון די ישיבות צו די אמאליגע גאונים וקדושים איז א טעות מוחלט און אפשר הוצאת לעז, אוודאי דארף מען אכט געבן נישט אריין נעמען קיין פארדארבענע בחורים, אבער שוואכע כשרונות און וועגן דעם אפזאגען א בחור איז א עון פלילי.
מבני משהקען איינער ביטע מאכן א ליסט פון אלע רבנים וואס האבן א טייל גענומען ביי די פרוטעסט, און דאס אהער שטעלן לטובת הציבור?
א יישר כח פון פאראויס!
פאר $2.50 קענסטו טרעפן דעם ליסטע.
אין דעם איד אדער אין בלאט.
און פאר א באונעס וועסטו שוין האבן נאך אפאר ארטיקלען צו ליינען.
אבגד, די פראבלעם מיט היסטאריע איז אז זי איז נישט אייביג פונקטליך וויאזוי דו טראכסט אז זי איז. דו ביסט נישט דער איינציגסטער, כמעט קיינער האלט נישט בים אקצעפטירן היסטאריע וויאזוי זי איז באמת.
איך האב זייער ליב ווי יעדער זאגט מ'דארף אנעמען יעדען בחור, און די ישיבות זענען שולדיג, אבער "פארשטייט זיך נישט קיין פארדארבענע בחורים" אויך זאגט מען פארוואס ס'עפענען זיך נישט מער ישיבות מיט לייכטערע סדר היום'ס און לייכטערע תקנות מיט עפארדעבעל שכ"ל כמיין, נישט מער פון דריי פיר הונדערט דאלער און נישט די רשעות'דיגע צוויי אהאלב טויזענט דאללער א חודש. אבער דערנאך אז ס'עפענט זיך אזאנס קלאפט מען דאס אראפ אז ספארגייט די אפעטיט פון א נארמאלן מענטש צו טאן דערינען.
רבותי דאס איז דער פראבלעם, די גאנצע וועלט איז היינט פארדארבן און פארקראכן מיט די מאשינדלעך און סאשעל קאנעקשאנס און מאוויס לרחצה, און רוב טאטעס פייניגען די ראשי ישיבות און מנהלים אז זיי מיזן ארויסווארפן דעם און יענעם בחור ווייל אז נישט נעמט ער ארויס זיין בחור, איז דער טאטע גערעכט? איז דער ראש ישיבה גערעכט?
יעדער קליינער בחור'ל קען זיך היינט דרייען מיט א קליינער מאשין וואס קען צוקומען צום שאול תחתית רח"ל און ס'ווערט נאך ערגער מקען שוין היינט נישט ארויפלייגען קיין שום פילטער אויף גארנישט. איר האט דאס געהערט פון שם-טוב. איך ווייס פון מיין ראש ישיבה. וואס די זאלסט נאר ארויפלייגען אלץ פילטער וועלן די אינגע מוחות איבערקלוגען, ס'דא אזא זאך אויפן איי פאד אז אפי' אויב די מעקסטעס אויס (צו ווייזען פארן מנהל) קענסטו עס צוריק לייגן מיט א דריק אויף א קנעפעל - הונדערטער מאוויס. נו וואס ברויך א מנהל היינט צו טאן און אז די כאפסט נאכאמאל דעם בחור מיט א מאשינדעל אין ישיבה - ווייל זיי וועלן קיינמאל נישט אויפגעבען טארסט די דאך אים נישט ארויסווארפן.
ווער ס'האט עצות פאר די מנהלים וראשי ישיבות זאלן ביטע געבען, זיי לעכצן פאר הילף אין די נייע תקופה היינט, אבער ביטע זאג נישט אז אויב אזוי און אזוי דעמאלטס ווארף אים טאקע ארויס, ווייל ס'איז טאקע אזוי און אזוי און ארויסווארפן איז נישט די עצה.
ס'איז קריאת ים סוף מיט חינוך הבנים און עקסטער ברויך א בחור צו הערען פיר און צוואנציג שעה א טאג פון א געטרייער ראש ישיבה איבער די גרויסע זכי' פון זיין א בן מלך און די זכי' פון לימוד התורה אשרינו מה טוב חלקינו. השי"ת שיק אונז שוין משיח אדער א מנהיג וואס זאל אונז ראטעווען אזוי ווי האסט אלעמאל געטאן אין שווערע תקופות. אמן סלה

געוואלדיג געזאגט! דאס איז טאקע די פראבלעם!
און ממילא די פארריקטע מענטשען וואס שרייען מאך נישט קיין כינוסים פאר די אינטערנעט נאר פאר ישיבות אז מזאל ארייננעמען די בחורים, זענען ראנג!!! די ערשטע עצה פאר די ישיבות איז רייניגען די שמוץ וועט מען קען אננעמען אלע בחורים!
נאכאמאל געוואלדיג שם טוב!!
און דער אויבערשטער זאל שוין שיקן משיח און אונז אלע מקדש ומטהר זיין!
ומלאה הארץ דעה את ה׳

שם טוב, דו טרייבסט איבער,
קיינער האט נישט געזאגט אז מען דארף אננעמען "יעדן" בחור, אבער פון נישט אננעמען יעדן בחור ביז זיך קלויבן בלויז מצויינים און בעלי עשירים איז א ריזיגער חילוק.
יעדער פארשטייט אז א איש משחית איז שווער צו האלטן א ישיבה, און אזוי אויך א מחוצף וואס דרייעט איבער די סדרי הישיבה און שטערט די ארדענונג פון אנדערע.
זיי טארן אויך נישט זיין אויף הפקר, אבער דארט קען מען הערן דעם צד פון די ישיבה. דאס איז אלץ געווען, אז פארדארבענע ממש האט מען פארשיקט. זיי ברויכן צו גיין ארבעטן. חתונה האבן. וואטעווער.
אז מען כאפט א בחור מיט א אייפאד, אפילו ער ווייזט אויף אז ס'איז "ליידיג", אדער ער האט נאר "תורה שיעורים" דערויף, דארף עס אנצינדן א רויט לעמפל. א משגיח וואס ווערט פארקויפט פון א "ליידיגע" אייפאד דארף זיך אויפוועקן פון זיין שלאף.
איין זאך בינעך מודה צו דיר, ועל דא קבכינא, וואס דו שרייבסט "אויך זאגט מען פארוואס ס'עפענען זיך נישט מער ישיבות מיט לייכטערע סדר היום'ס און לייכטערע תקנות... אז ס'עפענט זיך אזאנס קלאפט מען דאס אראפ אז ס'פארגייט די אפעטיט פון א נארמאלן מענטש צו טאן דערינען."
דאס איז ליידער אמת לאמיתו, וישיבת יואל ראטה יוכיח, און דערנאך שרייט מען אז ס'איז נישטא קיין ישיבות. די אלע פארפרומטע מוחים זענען עתיד ליתן את הדין.
אונטערשטע שורה, יעדער עוורידזש יונגערמאן היינט, האט א הארד טיים ביים טרעפן א פאסיגע ישיבה, און דאס שוין נאך אלע ארגאניזאציעס למיניהם. רעד צו סיי וועלכן טאטן פון א בחור'ל, וועסטו הערן הארצווייטאג און עגמת נפש.

עס איז דא א גרויסע חילוק פון א מושחת ביז א משחית.
א בחור וואס מען כאפט מיט אן אייפאד מיט שלעכטע זאכן, ווי לאנג ער האט נישט משחית געווען א צווייטן, דארף מען אים נאכנישט ארויס ווארפן, פארקערט מען דארף אים מקרב זיין און מחזק זיין אז ער זאל זיך צוריק שטעלן אויף די פיס, א בחור איז נאר א מענטש, א בשר ודם, און מען קען נישט האבן קיין טענות ווען ער פאלט דורך, פארקערט דאס איז דאך די ארבעט פון די ראשי ישיבות, אים צו העלפן ארויסקריכן פון זיין פלאנטער. און א ראש ישיבה וואס ווארפט ארויס אזא בחור איז עתיד ליתן את הדין, ער איז מועל בשליחותו, ארור עושה מלאכת ה' ברמיה.
דאס איז לגבי א "מושחת", אבער א משחית איז שוין אן אנדערע מעשה, די אנדערע בחורים זענען דאך נישט שולדיג, און זיי דארפן נישט ליידן פון דעם בחור, פאר אזא בחור דארף מען טרעפן א דזשאב צו שלעפן באקסעס, ער זאל ארבעטן שווער און פארגעסן פון זיינע תאוות ביז ער וועט טרעפן זיין באשערטן.

דער חילוק איז הלכתא למשיחא. עס איז כמעט נישטא אזא זאך איינער וואס מ'קען זאגען אויף עם אינגאנצן אז ער איז נאר אליינס פארדארבען אבער ער פארדארבט נישט קיינער אנדערש. מענטשען האבען חברים נארמאל און זיי ווערן נשפע איינער פונ'ם צווייטען. קיינער קומט נישט במחשבה תחלה ווי א מיסיאנער צו פארדארבען א צוייטער, נאר כדרכה של עולם מ'איז חברים שעירט מען זאכען וואס טוט זיך. ממילא אויב פארשטייסטו אז נישט יעדער נארמאלער בחור מיט א יצר הרע וואס איז נכשל דארף מען דן זיין למיתה, אדער צו שלעפן באקסעס, איז דארפסטו טרעפן א בעסער חילוק ווי "משחית" מיט "מושחת".
דרך אגב, איך האב נאכנישט געטראפען דער וואס האט געארבעט גענוג שווער אז ער זאל פארגעסן פון זיינע תאוות, אפשר אין נאצי ארבעט'ס לאגערס. ממילא איז דיין עצה פאר דער "משחית" נישט אזוי פראקטיש.

א משחית מיינט נישט וואס ער טוט צווישן זיך אינעם חבר שטילערהייט. זיי זענען כעין "מאלעסטערס" וואס לויפן נאך איין בחור נאכן צווייטן און קענען זיך נישט זעטיגן, ממש קראנקע.
משביעו רעב אין פולן זין פון ווארט.
משביעו רעב אין פולן זין פון ווארט.
אויב רעדט מען פון אזא סארט קיצוני'שע פאל בין איך מסכים, איך האב נאר מעורר געווען באופן כללי אז דער תירוץ וואס מנוצט אסאך אויף ארויסווארפען בחורים אז "ער פארדארבט אנדערע" איז סתם א תירוץ וויבאלד יעדער איינער וואס לעבט אין א חברה איז בהכרח משפיע אויך אויף אנדערע.