☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » מאסן דעמאנסטראציע א' חוקת קעגן גיוס בני ישיבות

מאסן דעמאנסטראציע א' חוקת קעגן גיוס בני ישיבות

477 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3987
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10

זר זהב » זונטאג יוני 9, 2013 10:26 pm

· #123416
בד"וו, יעצט רעד איך צו א תמימות'דיגע אינגערמאן, א מאנראו תלמיד, זאגט ער מיר אז ס'ערשטע מאל ער זעהט מהרז"ל אין א לאנגע תקופה, ער האט אים באטראכט, און ס'האט אים נישט אויסגעקוקט צו זיין דער מהרז"ל וואס מ'האט אים אויסגעלערנט, עכ"פ, ער פילט אז ס'שוואך געווארן ביי אים זיין קולא צוגאנג צו אריזונא ווייץ.
מ'דארף וויסען, אז אפילו ווען מ'קומט זיך צוזאמען אויף איין מטרה, דארף מען זיך אבער האלטן שטארק מיטן אייגענעם מסורה, און נישט חלילה קאלט ווערן.
א גוטע נאכט

berlbalaguleh » זונטאג יוני 9, 2013 10:26 pm

· #123417
קאווע טרינקער
בד"וו, יעצט רעד איך צו א תמימות'דיגע אינגערמאן, א קווינס תלמיד, זאגט ער מיר אז ס'ערשטע מאל ער זעהט מהר"א אין א לאנגע תקופה, ער האט אים באטראכט, און ס'האט אים נישט אויסגעקוקט צו זיין דער מהר"א וואס מ'האט אים אויסגעלערנט, עכ"פ, ער פילט אז ס'שוואך געווארן ביי אים זיין חומרא צוגאנג צו אריזונא ווייץ.
מ'דארף וויסען, אז אפילו ווען מ'קומט זיך צוזאמען אויף איין מטרה, דארף מען זיך אבער האלטן שטארק מיטן אייגענעם מסורה, און נישט חלילה קאלט ווערן.
א גוטע נאכט

וואס איך ליין אראפ פון די בילדער איז אז מהר"א זעיט אויס ווי א שמייכלדיגער אידל. לעומת זה, דער מהרז"ל זעיט אויס זייער שטארק אנגעצויגן.

outspoken » זונטאג יוני 9, 2013 10:32 pm

· #123418
די פראטעסט האט זיכער געגעבען א פלוק פאר די מחלוקה, לאמיר האפן א טויט קלאפ.

בעריש » זונטאג יוני 9, 2013 10:36 pm

· #123419
outspoken
די פראטעסט האט זיכער געגעבען א פלוק פאר די מחלוקה, לאמיר האפן א טויט קלאפ.

אמן,
סאיז אבאוט טיים

זר זהב » זונטאג יוני 9, 2013 10:37 pm

· #123421
עצרת-מחאה-במנהטן-נגד-גזירת-הגיוס-חלק-א-7.jpg

outspoken » זונטאג יוני 9, 2013 10:39 pm

· #123423
שמעקעדיג
VIN רעגט מיך אויף
זיי לייגן שיינע בילדער, אבער ביי יעדע עטליכע לייגן זיי אריין אויסגעלאסענע נשים וועלכע גייען דארט אדורך ברחובה של עיר, און זיי טוען דאס בלי שום ספק לגנאי.
עס איז טאקע געווען א שאד אז די גאנצע צייט האבן אדורכשפאצירט אזעלכע פרויען וועלכע זענען נישט געאייגענט פאר די בחורים, אבער מען דארף נאך נישט לייגן 20 בילדער דערפון.
אויך זעה איך דארט היימישע פרויען. זענען געקומען דארט היימישע חברה? איך האב נישט באמערקט.


מ'קען זען אויף די בילדער די ערליכקייט פון די בחורים, קיינער קוקט נישט אויף די פריצות.

זר זהב » זונטאג יוני 9, 2013 10:41 pm

· #123425
סאטמאר רב מאנסי, סאטמאר רבי, בן אדמור סקווירא, דושינסקי, גאלאנטע.jpg

שעפטל » זונטאג יוני 9, 2013 11:02 pm

· #123431
📎 IMG-20130609-WA213.jpg

יואליש » זונטאג יוני 9, 2013 11:05 pm

· #123432
[ציטאט אראפגענומען]



The organizers tried their best to hide any anti-Zionist sentiments and focus only on the anti-draft message during the two-hour rally. Speakers on the stage repeatedly asked the crowd to put away any signs with messages against the State of Israel, and there were at least three cases in which protesters physically took down anti-Zionist signs held up by other protestors.

איז דאס וואר? אויב יא, איז סאטמאר א נייע בריה פון היינט און ווייטער, א פשרה'דיגע' פראקטישע און מעינסטריעם סאטמאר מיט א חוש אין פאליטיק צו פאראייניגן א קאליציע אויפן חשבון פונעם ויואל משה. לאמיר זעהן וואס מנשה פילאף'ס אנטווארט צו דעם וועט זיין אין די צייטונג די וואך. ווארשיינליך וועט ער עס לייקענען און באשולדיגן די פארווארד און פלאצן פאר שנאה און פארשפרייטן שקרים.

קען איינער מברר זיין אויב ס'איז אמת אז מ'האט געהייסן אוועקלייגן געוויסע אנטי-ישראל שילדן בשעת ביידע סאטמאר'ע רביים זענען דערביי געווען?

בן תמליון » זונטאג יוני 9, 2013 11:10 pm

· #123433
[ציטאט אראפגענומען]


אזאנע באריכטן וועלן זיין דערנער אין די אויגן פון די ארגינעלע סאטמארע. ער ברענגט ארויס אז דער מעסעדזש פון פראטעסט איז געווען אנטי דרעפט נישט אנטי מדינה.

ניו יארק » זונטאג יוני 9, 2013 11:13 pm

· #123434
Watch "Thousands of Orthodox Jews in NYC Foley Square protest Israeli draft" on YouTube - <a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=eHvrf6K77-4&feature=youtube_gdata_player">https://www.youtube.com/watch?v=eHvrf6K ... ata_player</a>

יואליש » זונטאג יוני 9, 2013 11:18 pm

· #123437
ניו יארק
Watch "Thousands of Orthodox Jews in NYC Foley Square protest Israeli draft" on YouTube - <a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=eHvrf6K77-4&feature=youtube_gdata_player">https://www.youtube.com/watch?v=eHvrf6K ... ata_player</a>


גראדע זייער שיין און הערליך וויאזוי מ'האט אויסגעארבייט אז ביידע סאטמאר זאלן דארט זיין, אלע קינידישע "סטראטעגישע" געווינסן פון וועלכע אונטער שמש און עסקן לכל דבר שבקדושה ס'שטייט ווי און שמייכעלט צו וועם אין די זייט געלייגט.

הדד בן בדד » זונטאג יוני 9, 2013 11:27 pm

· #123442
יואליש
[ציטאט אראפגענומען]



The organizers tried their best to hide any anti-Zionist sentiments and focus only on the anti-draft message during the two-hour rally. Speakers on the stage repeatedly asked the crowd to put away any signs with messages against the State of Israel, and there were at least three cases in which protesters physically took down anti-Zionist signs held up by other protestors.

איז דאס וואר? אויב יא, איז סאטמאר א נייע בריה פון היינט און ווייטער, א פשרה'דיגע' פראקטישע און מעינסטריעם סאטמאר מיט א חוש אין פאליטיק צו פאראייניגן א קאליציע אויפן חשבון פונעם ויואל משה. לאמיר זעהן וואס מנשה פילאף'ס אנטווארט צו דעם וועט זיין אין די צייטונג די וואך. ווארשיינליך וועט ער עס לייקענען און באשולדיגן די פארווארד און פלאצן פאר שנאה און פארשפרייטן שקרים.

קען איינער מברר זיין אויב ס'איז אמת אז מ'האט געהייסן אוועקלייגן געוויסע אנטי-ישראל שילדן בשעת ביידע סאטמאר'ע רביים זענען דערביי געווען?



יא, ס'איז אמת, געהערט פון עטליכע משתתפים

הדד בן בדד » זונטאג יוני 9, 2013 11:28 pm

· #123443
שמעקעדיג
VIN רעגט מיך אויף
זיי לייגן שיינע בילדער, אבער ביי יעדע עטליכע לייגן זיי אריין אויסגעלאסענע נשים וועלכע גייען דארט אדורך ברחובה של עיר, און זיי טוען דאס בלי שום ספק לגנאי.
עס איז טאקע געווען א שאד אז די גאנצע צייט האבן אדורכשפאצירט אזעלכע פרויען וועלכע זענען נישט געאייגענט פאר די בחורים, אבער מען דארף נאך נישט לייגן 20 בילדער דערפון.
אויך זעה איך דארט היימישע פרויען. זענען געקומען דארט היימישע חברה? איך האב נישט באמערקט.


אויב האסטו ערווארטעט עניטינג בעסער פון ווי"ן, איז דאס דיין שולד. ווי"ן איז א געהעריגע אנטיסעמיטישע סייט. מיר איז מער ניחא צו ליינען פעילד מעסייע

זר זהב » זונטאג יוני 9, 2013 11:30 pm

· #123444
הדד בן בדד
יואליש
[ציטאט אראפגענומען]



The organizers tried their best to hide any anti-Zionist sentiments and focus only on the anti-draft message during the two-hour rally. Speakers on the stage repeatedly asked the crowd to put away any signs with messages against the State of Israel, and there were at least three cases in which protesters physically took down anti-Zionist signs held up by other protestors.

איז דאס וואר? אויב יא, איז סאטמאר א נייע בריה פון היינט און ווייטער, א פשרה'דיגע' פראקטישע און מעינסטריעם סאטמאר מיט א חוש אין פאליטיק צו פאראייניגן א קאליציע אויפן חשבון פונעם ויואל משה. לאמיר זעהן וואס מנשה פילאף'ס אנטווארט צו דעם וועט זיין אין די צייטונג די וואך. ווארשיינליך וועט ער עס לייקענען און באשולדיגן די פארווארד און פלאצן פאר שנאה און פארשפרייטן שקרים.

קען איינער מברר זיין אויב ס'איז אמת אז מ'האט געהייסן אוועקלייגן געוויסע אנטי-ישראל שילדן בשעת ביידע סאטמאר'ע רביים זענען דערביי געווען?



יא, ס'איז אמת, געהערט פון עטליכע משתתפים

אויפן קליפ וואס אנאנים האט געלייגט קעמען הערן ווי מ'בעט די בחורים אוועקצולייגן די סיינס

יואליש » זונטאג יוני 9, 2013 11:34 pm

· #123446
קוקענדיג אויפן קליפ פון אנאנים, מערקט מען אז ווען ר' זלמן לייב פילאף קומט ווען אן פינעף מינוט פריער וואלט ער אריינגעכאפט צו הערן דאס ערשטע מאל א ר' שמעון שקאף.

אבער דען איגען, ר' שמעון שקאף האט קיינמאל נישט געהערט פון ר' זלמן לייב פילאף.

זר זהב » זונטאג יוני 9, 2013 11:36 pm

· #123447
ס'נישט די זעלבע קליפ

זר זהב » זונטאג יוני 9, 2013 11:38 pm

· #123449
גראדע האב איך יא געהערט פון ר' שמעון שקאפף. איך בין שרעקלעך קיהל

outspoken » זונטאג יוני 9, 2013 11:39 pm

· #123450
נאך אינם רושם פונם גרויסע מעמד קידוש השם, וויל איך דאס ארויסברענגן מיט א קאפיטל אין תנ''ך שופטים ה'

לבי לחוקקי ישראל המתנדבים בעם ברכו השם, עורי עורי דבורה עורי עורי דברי שיר קום ברק ושבה שביך בן אבינעם׃ אז ירד שריד לאדירים עם השם ירד לי בגבורים׃

דערנאך רעד זי זיך אפ אויף די שבטים וואס זענען נישט ארויסגעקומען העלפען זייערע ברודער בשעת צרתם,
למה ישבת בין המשפתים לשמע שרקות עדרים לפלגות ראובן גדולים חקרי לב וכ''ו

און שעלט זיי
אורו מרוז אמר מלאך יהוה ארו ארור ישביה כי לא באו לעזרת יהוה לעזרת יהוה בגבורים׃

די מדרש זאגט כי לא באו לעזרת ה'. אתה מוצא כל מי שהוא עוזר לישראל אלו עוזר למי שאמר והיה העולם שנאמר כי לא באו לעזרת ה', לעזרתנו לא נאמר אלא לעזרת ה'. וכל מי שהוא קם על ישראל כאלו קם על מי שאמר והיה העולם שנאמר כי הנה אויביך יהמיום אובינו אין כתיב כאן אלא אויביך.

פון איין זייט זענען אידן ארויסגעקומען לעזרת יהוה בגבורים אויסצושרייען די ווייטאג פון אינזער ברודער פון ארצנו הקדושה, און דערנאך זענען געווען די וואס '' כל מי שהוא קם על ישראל כאלו קם על מי שאמר והיה העולם'', און איך קען דאס נישט מער אראפלייגען ווי רב ראזענבערגער שליט''א (כ'קען קוים ווארטן ער זאל קומען קיין אמעריקע און אים קושען כפות רגליו.)
📎 Rosenberg.jpg

זר זהב » זונטאג יוני 9, 2013 11:47 pm

· #123451

יואליש » זונטאג יוני 9, 2013 11:50 pm

· #123452
[ציטאט אראפגענומען]



To passersby on Sunday, the crowd had a simple message, one that rings sympathetically to American ears. It’s a savvy move, and one with the added benefit of obscuring the anti-Zionism that is at the heart of the protest.


לינקן צום פארווארד'ס אבזערוואציע.

אבגד » זונטאג יוני 9, 2013 11:59 pm

· #123457
יואליש
[ציטאט אראפגענומען]



The organizers tried their best to hide any anti-Zionist sentiments and focus only on the anti-draft message during the two-hour rally. Speakers on the stage repeatedly asked the crowd to put away any signs with messages against the State of Israel, and there were at least three cases in which protesters physically took down anti-Zionist signs held up by other protestors.

איז דאס וואר? אויב יא, איז סאטמאר א נייע בריה פון היינט און ווייטער, א פשרה'דיגע' פראקטישע און מעינסטריעם סאטמאר מיט א חוש אין פאליטיק צו פאראייניגן א קאליציע אויפן חשבון פונעם ויואל משה. לאמיר זעהן וואס מנשה פילאף'ס אנטווארט צו דעם וועט זיין אין די צייטונג די וואך. ווארשיינליך וועט ער עס לייקענען און באשולדיגן די פארווארד און פלאצן פאר שנאה און פארשפרייטן שקרים.
קען איינער מברר זיין אויב ס'איז אמת אז מ'האט געהייסן אוועקלייגן געוויסע אנטי-ישראל שילדן בשעת ביידע סאטמאר'ע רביים זענען דערביי געווען?

א בחינה פון ״טאטע שיק מיר הויזן״, מ׳הערט וואס מ׳וויל, נאר די אמת איז אזוי ווי מ׳האט גערופן די ליטווישע עולם און א טייל פון דעי זענען נישט געשטימט מיט אלע פרטים וואס סאטמאר האלט, ע״כ האט מען זיי נישט געוואלט שטעכן אין פנים אריין, האט מען נישט געוואלט טוהן אזעלעכע זאכן וואס זיי זענען נישט געוואוינט וואס פעלט נישט אויס פאר די מערכה, ווי למשל שרייען פ.., ווי אויך דאס האלטן די פלאקאטן, ווי אויך די רעדנערס האבן קלאר ארויס געברענגט די חורבן פון די עצם מדינה אהן די גזירה אויך, נאר בעיקר געשריגען אויף די ענין העומד על הפרק, איז עס גארנישט קיין שלעכטע זאך אדרבא געארבעט מיט שכל.

דעת תורה » מאנטאג יוני 10, 2013 12:03 am

· #123458
עס איז גאר אינטערעסאנט אז דער המבשר פון היינט האט אנגענומען א פולקאמע שטיל שווייגעניש! ביז היינט האבן זיי יעדן טאג געדעקט שיין דעם פראטעסט, און היינט דערמאנען זיי נישט קיין ווארט דערוועגן! אנשטאט רעדן זיי פון די דורכגעפאלענע - הרב שטיינמאן אינציאנירטע - פראטעסט ביים כותל. דאס האט מען ערווארטעט פונעם יתד, נישט פון המבשר. סאמטינג גאואינג אן הער.

אפשר איז דער שלימות הארץ׳דיקער פרוש ברוגז אז ר׳ נחמן שטויבער האט גערעדט קעגן ציונות? אדער איז דאס די ארבעט פון חזו״א 5 וואס מאכן זיכער אז אלע אנגלא אידישע וועב סייטס זאלן האבן אויפן קעפל דאס בילד פון דעם צודרייטן שפיטיווקער מיט זיין שילד קעגן הרב שטיינמאן, און דאדורך לייגן דרוק אויף די איזראעלי חרדי׳שע מידיע אז מעלדן דעם פראטעסט איז א מלחמה אויסרוף מיט הגראי״ל? ווער ווייסט. פאני איז עס זיכער.

יואליש » מאנטאג יוני 10, 2013 12:04 am

· #123459
זר זהב
אויפן קליפ וואס אנאנים האט געלייגט קעמען הערן ווי מ'בעט די בחורים אוועקצולייגן די סיינס


אמת. ער זאגט נישט פארוואס, נאר אז די רבנים האבן געזאגט בחורים זאלן נישט ארומגיין מיט קיין סיינס.

אבי גערעדט » מאנטאג יוני 10, 2013 12:05 am

· #123460
מיר טוט וויי איין זאך, עס איז געווען דא א מעכטיגע פראטעסט מיט אלע קליפערלעך, שטארק און געלונגען, א פרידליכע שטומינג האט געהערשט און די לופט, און ווי נאר די מעמד האט זיך געענדיגט האט זיך דער עולם ברידערלעך און רוהיג צושפרייט, אז ס'געווען א נחת צו קוקן.

פון די אנדערע זייט, ווען די זעלבע דעמאנסטראציע וואלט ווען פארגעקומען אין מיטל מזרח, און א שטאט וואס הייסט ירושלים וואלט נאכן פראטעסט פארגעקומען ביליגע מיעוסע ראיאטן, מיט שטיינער און פייערן, ס'איז א שרעק צו קוקן די אלע קליפס פון נאך אזא פראטעסט, מען געדענקט שוין גארנישט די דרשות און החלטות פונעם מעמד, מ'געדענקט בלויז אז מ'האט פיין מסדר געווען די משטרה, און מ'פיהלט זיך נאך מיליאן.

דארט און ארץ ישראל האבן די פאליציי פיינט די חרדים שנאת מוות צוזאמען מיט אלע חילונים פון די מדינה,שטייסטו און די צינדסט זיי אונטער, און נאכדעם ווייסטו נעבאך נישט וואס מ'וויל פון דיין לעבן האבן, ווי איז אביסל שכל?

יואליש » מאנטאג יוני 10, 2013 12:10 am

· #123461
אבגד, כ'האב נישט פארזעהן די חלק הפאליטיק און חכמה וואס שטעקט אין די מאוו פון כובש זיין די פראטעסט צום עצם המדינה. אזא שריט איז מעשים בכל יום אין אלע ווינקלן פון פאליטיק. מיין שאלה איז אבער אויב סאקמיר רב וואלט געשפילט אזא פאליטיק. איז דא אזא פרעצעדענט? מיין איינדרוק איז אז פונקט פארקערט, ער וואלט געהאלטן אזא פאקט וואלט געדינט ווי א קאנסעסיע אויף א קארדינאלע פרינציפל כדי צו בויען אן אגודה אחת, א קאליציע. מיר ליגט אין קאפ א מעשה ליסתור אז ער האט בשום אויפן נישט געוואלט מ'זאל אים איינטיילן צו זיך איינהאלטן פון האקן אויך די מדינה אפי' ווען די פרייז איז געווען דאס פארלירן אנדערע קרייזן. מיין זכרון זאגט מיר אז ס'איז געווען אזא אסיפה מיט די ליטווישע און ס'איז געווען א דיעל, וואס סאטמער רב האט געבראכן, און זינט דאן האט ער בלויז געמאכט שבת פאר זיך כדי נישט צו ברויכן איינגיין אויף אזוינע פשרות.

אדרבה, זאלן די היסטאריקער און "שיטה" עקספערטן מברר זיין דאס עסק.

בעריש » מאנטאג יוני 10, 2013 12:25 am

· #123465
ווער סווייסט היסטאריע פלעגט דאס אמאל זיין דער נארם ביי די פראטעסטען, אויף די בילדער פון יענע יארן קענסטי נישט טרעפן א ווארט קעגן די עקזיסטענץ פון די מדינה
דער יושב ראש דער וואדעסלאווער רב פלעגט מאכן זיכער צי דערמאנען איבערן קיום המדינה זעלבסט
דאס אנחזערען מיט פלאקאטן איבער די שלש שבועות איז אינגאנצען אלט 10 אדער 15 יאר
איך האב הנאה אז דאס מאל האט מען און אכט גענומען אז נוטרנא זאל נישט מישען מיט זייערע אגענדעס.

זר זהב » מאנטאג יוני 10, 2013 12:28 am

· #123466
Times of Israel

<a class="postlink" href="http://www.timesofisrael.com/thousands-of-orthodox-jews-protest-haredi-draft-in-manhattan/">http://www.timesofisrael.com/thousands- ... manhattan/</a>

דעת תורה » מאנטאג יוני 10, 2013 12:30 am

· #123467
מיר דוכט זיך אז אין טעאריע איז ער איינגעגאנגען דערויף כדי צו קענען האבן אנדערע קרייזן, אבער ווען סאיז געקומען למעשה האט ער נישט געקענט איינהאלטן זיין ווייטאג איבער די עצם קיום מלכות המינות.

די שבת פאר זיך האט ער נישט געמאכט, די אנדערע קרייזן האבן געמאכט סזאל ווערן אזוי. זיי האבן זיך נישט געוואלט צו שטארק צושטעלן. און מצד די ״סאטמאר איבער אלעס״ מענטאליטי וואס האט געהערשט אין סאטמאר איז טאקע נישט געמאכט געווארן צופיל אנשטרענגונגן צו אקאמאדירן די אנדערע קרייזן ביז עס איז צוגעקומען אז זיי זאלן בלייבן אליין.

גראדע לגבי די זאך גופא איז דאך ידוע זיין מיינונג אז פאר די גוים אויף ענגליש זאל מען נישט רעדן קעגן די עצם קיום המדינה.

יואליש » מאנטאג יוני 10, 2013 12:35 am

· #123469
בעריש
ווער סווייסט היסטאריע פלעגט דאס אמאל זיין דער נארם ביי די פראטעסטען, אויף די בילדער פון יענע יארן קענסטי נישט טרעפן א ווארט קעגן די עקזיסטענץ פון די מדינה
דער יושב ראש דער וואדעסלאווער רב פלעגט מאכן זיכער צי דערמאנען איבערן קיום המדינה זעלבסט
דאס אנחזערען מיט פלאקאטן איבער די שלש שבועות איז אינגאנצען אלט 10 אדער 15 יאר
איך האב הנאה אז דאס מאל האט מען און אכט גענומען אז נוטרנא זאל נישט מישען מיט זייערע אגענדעס.


קען זיין ביסט גערעכט, און כ'וואלט געוואלט הערן מער איבער דעם. אבער צו זאגן אז דאס איז אן אנטוויקלונג בלויז אין די לעצטע צען פופצען יאר איז א ראדיקאלע גוזמא. ס'איז לכאורה געווען גאר ווינציג פראטעסטן אין די צען פופצען יאר ווען סאטמאר איז געווען פארנימען מיטן זעלבסט-צושפליטערונג. די לעצטע דרייסיג יאר זענען די פראטעסטן געווען לויטער סאטמאר, אן קיין שום קאליציע, און אזא פשרה האט ניטאמאל אויסגעפעלט. איז די שאלה וועלכע פון די בראשית יארן פראטעסטן איז נישט געווען אנטי מדינה אין מעסעדזש?

שעפטל » מאנטאג יוני 10, 2013 12:41 am

· #123473
איבער די ענין פון סיינס ווי איך האב פארשטאנען איז געווען צוליב דעם וואס די ליטאים האבן אויך מיטגעברענגט סיינס און מ'פארלירט קאנטראל וואס ס'שטייט און וואס די מעסעדזש איז.

איבער די חלק המחאה, איך האב נישט ממש אויסגעהערט יעדעס ווארט פון די רעדנערס, אבער רבי יעקב ווייס האב איך יא אויסגעהערט און ער האט פיין געהאקט קעגן דעם גאנצן רעיון הציונות, ווי ס'קוקט אויס האט ער זיך בכלל נישט גערעכענט מיט די ליטווישע און חסידישע משתתפים וואס האבן נאך קיינמאל נישט פראטעסטירט קעגן די ציונים.

יואליש » מאנטאג יוני 10, 2013 12:48 am

· #123474
בעריש

איך האב הנאה אז דאס מאל האט מען און אכט גענומען אז נוטרנא זאל נישט מישען מיט זייערע אגענדעס.


יעקב שפירא איז נוטרנא'ס ווארטזאגער.

זר זהב » מאנטאג יוני 10, 2013 12:53 am

· #123478
אדונינו מורינו ורבינו מסאטמאר (550 בעדפארד) קומט אן צום פראטעסט

מאטי » מאנטאג יוני 10, 2013 1:17 am

· #123485
יואליש
בעריש
ווער סווייסט היסטאריע פלעגט דאס אמאל זיין דער נארם ביי די פראטעסטען, אויף די בילדער פון יענע יארן קענסטי נישט טרעפן א ווארט קעגן די עקזיסטענץ פון די מדינה
דער יושב ראש דער וואדעסלאווער רב פלעגט מאכן זיכער צי דערמאנען איבערן קיום המדינה זעלבסט
דאס אנחזערען מיט פלאקאטן איבער די שלש שבועות איז אינגאנצען אלט 10 אדער 15 יאר
איך האב הנאה אז דאס מאל האט מען און אכט גענומען אז נוטרנא זאל נישט מישען מיט זייערע אגענדעס.


קען זיין ביסט גערעכט, און כ'וואלט געוואלט הערן מער איבער דעם. אבער צו זאגן אז דאס איז אן אנטוויקלונג בלויז אין די לעצטע צען פופצען יאר איז א ראדיקאלע גוזמא. ס'איז לכאורה געווען גאר ווינציג פראטעסטן אין די צען פופצען יאר ווען סאטמאר איז געווען פארנימען מיטן זעלבסט-צושפליטערונג. די לעצטע דרייסיג יאר זענען די פראטעסטן געווען לויטער סאטמאר, אן קיין שום קאליציע, און אזא פשרה האט ניטאמאל אויסגעפעלט. איז די שאלה וועלכע פון די בראשית יארן פראטעסטן איז נישט געווען אנטי מדינה אין מעסעדזש?

איך געדענק פאר 20 15 יאהר צוריק ווען מ׳איז געגאנגען פראטעסטירן ביי וואל סטריט איז געווען א רעדע אז סאטמאר זאל מיטקומען, אבער דער איד (א ל קעניג וחבריו) איז געווען פול מיט סטעיטמענטס אז מ׳מוז אויך רעדן קעגן די מדינה, און אויב זיי ווילן נישט איז טייטש אז א סאטמאר איד האט נישט וואס צו זוכן דארט.
און דאס איז געווארן די צענטער פון די טענות דארף מען יא דערמאנען מדינה הטמאה אדער דארף מען נישט.
איז יואליש לכאורה יא גערעכט אז ס׳איז א נייער פרעצעדענט אז מ׳האט מפשר געווען כדי זיך אויסצוקומען מיט די אנדערע קרייזן.

זר זהב » מאנטאג יוני 10, 2013 1:32 am

· #123487

זר זהב » מאנטאג יוני 10, 2013 1:32 am

· #123488

זר זהב » מאנטאג יוני 10, 2013 1:34 am

· #123489

היימישער ליטוואק » מאנטאג יוני 10, 2013 1:42 am

· #123490
עסקנים אין ירושלים גיבן איבער, אז א ריזן מאסן דעמאנסטריישן איז אין פלאן צוליב די גזירה פון "מציצה בפה" וועלכע דרויעט אויף די ניו יורקער איינוואוינער.
דער פרוטעסט וועט פארקומען ווארשיינליך אויף כיכר השבת. אבער כדי צופרידנצושטעלן אויך די ליטווישע קרייזן וועט מען דאס מאל נישט פארברענען קיין מיסט קעסטלאך.
פרטים יבואו!

Starbucks » מאנטאג יוני 10, 2013 2:44 am

· #123493
לדעתי איז די פראטעסט געווען א ריזיגע סוקסעס. חוץ פון די געוואלדיגע פאליטישע אויפטוהן וואס גייען דא געשען א דאנק די פראטעסט, פשוט צו זעהן אזא ריזיגן ציבור איז פאר זיך א געוואלדיגע חיזוק. מיר זענען נישט עפעס אפאר משוגעים ליידיג גייער מיט פאני אהנטועכץ, ניין, מיר זענען א מאסן ציבור מיט א כוח! מיר זענען דא, מיר גייען נישט אין ערגעץ, און מיר האלטן בשום אופן נישט ביים ארבייטן!

אז מ׳רעדט שוין פונעם ציבור, איך האב גענומען די מיה און אפגעציילט, ס׳געווען דארט א גוטע 2 מיט א האלב טויזענט מענטשן בליע״ה!!
שטימט נישט? אדרבה, צייל דו אפ.

ר' שמחה » מאנטאג יוני 10, 2013 5:16 am

· #123501
אינטערעסאנט, די דריי זקני צדיקי הדור (התוארים הם כפי שפירסמו) האבן זיך נישט מטריח געווען פערזענליך צו קומען.

אזוי אויך צאנז-קלויזענבורג.

ר' שמחה » מאנטאג יוני 10, 2013 5:20 am

· #123502
דעת תורה
עס איז גאר אינטערעסאנט אז דער המבשר פון היינט האט אנגענומען א פולקאמע שטיל שווייגעניש! ביז היינט האבן זיי יעדן טאג געדעקט שיין דעם פראטעסט, און היינט דערמאנען זיי נישט קיין ווארט דערוועגן! אנשטאט רעדן זיי פון די דורכגעפאלענע - הרב שטיינמאן אינציאנירטע - פראטעסט ביים כותל. דאס האט מען ערווארטעט פונעם יתד, נישט פון המבשר. סאמטינג גאואינג אן הער.

אפשר איז דער שלימות הארץ׳דיקער פרוש ברוגז אז ר׳ נחמן שטויבער האט גערעדט קעגן ציונות? אדער איז דאס די ארבעט פון חזו״א 5 וואס מאכן זיכער אז אלע אנגלא אידישע וועב סייטס זאלן האבן אויפן קעפל דאס בילד פון דעם צודרייטן שפיטיווקער מיט זיין שילד קעגן הרב שטיינמאן, און דאדורך לייגן דרוק אויף די איזראעלי חרדי׳שע מידיע אז מעלדן דעם פראטעסט איז א מלחמה אויסרוף מיט הגראי״ל? ווער ווייסט. פאני איז עס זיכער.

קען זיין אז זיי זענען שוין געגאנגען צום דרוק פאר די פראטעסט האט זיך אן געהויבן ?

וועלן מיר זיי געבן נאך א טאג, זען אויב די לימוד זכות איז אקטועל.

יואליש » מאנטאג יוני 10, 2013 8:29 am

· #123511
מאטי, כ'האב יענעם סומעטאכע אויך געהאט אין געדאנק אבער כ'האב נישט געוואלט רעדן ווארום די דעטאלן איז מיר נישט געווען קלאר אין זכרון. אלימלך שטערן'ס צוויי אדער דריי ארטיקלן אונטערן קעפעל "וואל סטריט יא, פורטי סעקאנד סטריט נישט" איז געווען א וויכוח מיט אן אנאנאמיס שרייבער וועלכע האט אים אפגעענטפערט און פארשפרייט זיינע מאמרים אין די בתי מדרשים. שטערן האט נאכדעם אויפגעגעבן. יענעם וויכוח האט לכאורה באצייכענט א פריע שפאלט אין די סאטמארע אידיש מידיא דאמינאנץ.

דעת תורה » מאנטאג יוני 10, 2013 8:30 am

· #123512
דעת תורה
עס איז גאר אינטערעסאנט אז דער המבשר פון היינט האט אנגענומען א פולקאמע שטיל שווייגעניש! ביז היינט האבן זיי יעדן טאג געדעקט שיין דעם פראטעסט, און היינט דערמאנען זיי נישט קיין ווארט דערוועגן! אנשטאט רעדן זיי פון די דורכגעפאלענע - הרב שטיינמאן אינציאנירטע - פראטעסט ביים כותל. דאס האט מען ערווארטעט פונעם יתד, נישט פון המבשר. סאמטינג גאואינג אן הער.

אפשר איז דער שלימות הארץ׳דיקער פרוש ברוגז אז ר׳ נחמן שטויבער האט גערעדט קעגן ציונות? אדער איז דאס די ארבעט פון חזו״א 5 וואס מאכן זיכער אז אלע אנגלא אידישע וועב סייטס זאלן האבן אויפן קעפל דאס בילד פון דעם צודרייטן שפיטיווקער מיט זיין שילד קעגן הרב שטיינמאן, און דאדורך לייגן דרוק אויף די איזראעלי חרדי׳שע מידיע אז מעלדן דעם פראטעסט איז א מלחמה אויסרוף מיט הגראי״ל? ווער ווייסט. פאני איז עס זיכער.


בבחינת הפוך על הפוך האט אויך די חסיד'ישע המודיע נישט געדעקט דעם פראטעסט בכלל. (דאס קען מען מער פארשטיין זינט גור איז נישט געווען ביים הפגנה).

אבער די עיקר סורפרייז איז געווען אז דוקא דער יתד האט עס ברייט געדעקט! נאר צוגעלייגט א לחש אז עס איז געווען די אדמו"רים און חסידישער עולם (כלומר נישט די ליטוויקעס).

גנדי » מאנטאג יוני 10, 2013 9:49 am

· #123526
moti107
יואליש
בעריש
ווער סווייסט היסטאריע פלעגט דאס אמאל זיין דער נארם ביי די פראטעסטען, אויף די בילדער פון יענע יארן קענסטי נישט טרעפן א ווארט קעגן די עקזיסטענץ פון די מדינה
דער יושב ראש דער וואדעסלאווער רב פלעגט מאכן זיכער צי דערמאנען איבערן קיום המדינה זעלבסט
דאס אנחזערען מיט פלאקאטן איבער די שלש שבועות איז אינגאנצען אלט 10 אדער 15 יאר
איך האב הנאה אז דאס מאל האט מען און אכט גענומען אז נוטרנא זאל נישט מישען מיט זייערע אגענדעס.


קען זיין ביסט גערעכט, און כ'וואלט געוואלט הערן מער איבער דעם. אבער צו זאגן אז דאס איז אן אנטוויקלונג בלויז אין די לעצטע צען פופצען יאר איז א ראדיקאלע גוזמא. ס'איז לכאורה געווען גאר ווינציג פראטעסטן אין די צען פופצען יאר ווען סאטמאר איז געווען פארנימען מיטן זעלבסט-צושפליטערונג. די לעצטע דרייסיג יאר זענען די פראטעסטן געווען לויטער סאטמאר, אן קיין שום קאליציע, און אזא פשרה האט ניטאמאל אויסגעפעלט. איז די שאלה וועלכע פון די בראשית יארן פראטעסטן איז נישט געווען אנטי מדינה אין מעסעדזש?

איך געדענק פאר 20 15 יאהר צוריק ווען מ׳איז געגאנגען פראטעסטירן ביי וואל סטריט איז געווען א רעדע אז סאטמאר זאל מיטקומען, אבער דער איד (א ל קעניג וחבריו) איז געווען פול מיט סטעיטמענטס אז מ׳מוז אויך רעדן קעגן די מדינה, און אויב זיי ווילן נישט איז טייטש אז א סאטמאר איד האט נישט וואס צו זוכן דארט.
און דאס איז געווארן די צענטער פון די טענות דארף מען יא דערמאנען מדינה הטמאה אדער דארף מען נישט.
איז יואליש לכאורה יא גערעכט אז ס׳איז א נייער פרעצעדענט אז מ׳האט מפשר געווען כדי זיך אויסצוקומען מיט די אנדערע קרייזן.


ווער עס געדענקט איינע פון די טענות איז געווען אז די אגודה פראטעסט איז זונטאג אין וואל סטריט קעגן ליידיגע בנינים און נישט קעגן די איזראעלי קאונסולאט.

פארוואס איז זונטאג אין פעדעראל פלאזא בעסער?

outspoken » מאנטאג יוני 10, 2013 9:55 am

· #123528
ס'האט טאקע נישט געהאט די טעם פון מיד טאון אקעגן די איזראעלי קאונסולאט. מ'האט נישט געטארט שרייען באא אדער פוי, די פאפעריי פון די טרעפיק, די גרויסע מידיא טראקס, נישט געטארט האלטען סיינס, אלעס פאר די ליטווישע וואס זענען נישט אנגעקומען...

שרייבער » מאנטאג יוני 10, 2013 9:56 am

· #123529
יואליש
בעריש
ווער סווייסט היסטאריע פלעגט דאס אמאל זיין דער נארם ביי די פראטעסטען, אויף די בילדער פון יענע יארן קענסטי נישט טרעפן א ווארט קעגן די עקזיסטענץ פון די מדינה
דער יושב ראש דער וואדעסלאווער רב פלעגט מאכן זיכער צי דערמאנען איבערן קיום המדינה זעלבסט
דאס אנחזערען מיט פלאקאטן איבער די שלש שבועות איז אינגאנצען אלט 10 אדער 15 יאר
איך האב הנאה אז דאס מאל האט מען און אכט גענומען אז נוטרנא זאל נישט מישען מיט זייערע אגענדעס.


קען זיין ביסט גערעכט, און כ'וואלט געוואלט הערן מער איבער דעם. אבער צו זאגן אז דאס איז אן אנטוויקלונג בלויז אין די לעצטע צען פופצען יאר איז א ראדיקאלע גוזמא. ס'איז לכאורה געווען גאר ווינציג פראטעסטן אין די צען פופצען יאר ווען סאטמאר איז געווען פארנימען מיטן זעלבסט-צושפליטערונג. די לעצטע דרייסיג יאר זענען די פראטעסטן געווען לויטער סאטמאר, אן קיין שום קאליציע, און אזא פשרה האט ניטאמאל אויסגעפעלט. איז די שאלה וועלכע פון די בראשית יארן פראטעסטן איז נישט געווען אנטי מדינה אין מעסעדזש?

נישט נאר ר' יעקב ווייס נאר אויך גאלאנטער רב האט גערעדט גאר שטארק קעגן די עצם המדינה, ער האט דערמאנט א פאר נקודות און אויסגעפירט "אבער נישט פון דעם וויל מיר יעצט רעדן" ער האט אבער גערעדט

אגב, איך האב גערעדט צו א פאר עלטערע אידן און זיי זאגן אז די גאנצע פוי געשרייעכץ ביי פראטעסטן האט זיך אנגעהויבן אין די נ' יארן, קען עס איינער קאנפירמען<?

שרייבער » מאנטאג יוני 10, 2013 9:59 am

· #123530
outspoken
ס'האט טאקע נישט געהאט די טעם פון מיד טאון אקעגן די איזראעלי קאונסולאט. מ'האט נישט געטארט שרייען באא אדער פוי, די פאפעריי פון די טרעפיק, די גרויסע מידיא טראקס, נישט געטארט האלטען סיינס, אלעס פאר די ליטווישע וואס זענען נישט אנגעקומען...

איך מיין אז פון די פראטעסט האט מען זיך גוט געלערנט פארן עתיד

די ארונים מיט די זאליס קענען גיין פרידליך צוזאמען (איך מיין מען האט געהאלטן דעם אפמאך און קיינער האט קיינעם נישט אויסגעשפילט)

און אז פון די ליטווישע קען מען גארנישט עספעקטן (חוץ 4 בריוון אהין און צוריק)

ברסלבער » מאנטאג יוני 10, 2013 10:02 am

· #123531
עס האט בכלל נישט געהאט קיין כאראקטער פון א פראטעסט, עס האט מער אויסגעזעהן ווי א כינוס תפלה והתעוררות, איך ווייס נישט פארוואס מען האט געהייסן נישט צו האלטן קיין סיינס, עס איז סיי ווי נישט געווען ווער עס זאל ליינען די סיינס, עס איז נישט געווען אינטערעסאנט צו שרייען פוי, ווען עס נישטא ווער עס זאל עס הערן.
איך האב געמיינט אז כאטש ביי קבלת עול מלכות שמים וועט אפדינערן די קול פון די צענדליגע טויזענטער מענטשן, אבער למעשה איז עס געווען א קול דממה דקה, דער עולם האט שטילערהייט געמורמעלט שמע ישראל, ווי נישט אויפציוועקן די שכנים.
פון איין זייט איז געווען זייער שיין צו זעהן אזויפיל טויזענטער אידן קומען זיך צוזאם כאיש אחד בלב אחד, אבער קיין פראטעסט איז עס בכלל נישט געווען.

שרייבער האקט מיט זייער א גוטע פוינט, די ליטוויקעס האבן אזויפיל אויפגעטוהן אוועקצונעמען די גאנצע השפעה וואס אזא פראטעסט וואלט ווען געקענט מאכן.

אביגדור » מאנטאג יוני 10, 2013 10:05 am

· #123532
.

גנדי » מאנטאג יוני 10, 2013 10:08 am

· #123534
יואליש
מאטי, כ'האב יענעם סומעטאכע אויך געהאט אין געדאנק אבער כ'האב נישט געוואלט רעדן ווארום די דעטאלן איז מיר נישט געווען קלאר אין זכרון. אלימלך שטערן'ס צוויי אדער דריי ארטיקלן אונטערן קעפעל "וואל סטריט יא, פורטי סעקאנד סטריט נישט" איז געווען א וויכוח מיט אן אנאנאמיס שרייבער וועלכע האט אים אפגעענטפערט און פארשפרייט זיינע מאמרים אין די בתי מדרשים. שטערן האט נאכדעם אויפגעגעבן. יענעם וויכוח האט לכאורה באצייכענט א פריע שפאלט אין די סאטמארע אידיש מידיא דאמינאנץ.


דער אנאנאמיס שרייבער איז געווען א וויזניץ מאנסי חסיד פון בארא פארק, אלי' ....
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10