☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » מאסן דעמאנסטראציע א' חוקת קעגן גיוס בני ישיבות

מאסן דעמאנסטראציע א' חוקת קעגן גיוס בני ישיבות

477 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3987
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10

גאלד » זונטאג יוני 9, 2013 2:12 pm

· #123131
זר זהב
📎 LRYN2G.jpg


COWERDS

זר זהב » זונטאג יוני 9, 2013 2:19 pm

· #123138
BAL TSHIVA

Wow! As an outsider reading here the satmar politics for a few months now I was wondering who is right and which side just spins ?
As a Talmud of the Rosh Yeshiva and being close to him I know what was going on I most tell you Rabbi Zalmens side are excellent spinners (LIARS) but I'm not going my self in to trouble and quote what the Rosh Yeshiva shlita expressed himself in the past Weeks on Rabbi zalmens people it wasn't a happy family as you try to play it out

put up or shut up

איך אויך » זונטאג יוני 9, 2013 2:22 pm

· #123142
טעפל
איז דאס ריכטיג?

מזוייף פון די בריוו.
📎 kan.jpg

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 9, 2013 2:29 pm

· #123147
OK
שוין צייט די גדולי ישראל זאלן איינזעהן, אז מ'גלייבט שוין נישט זייערע צעטלעך.
אז זיי ווילען ארויסלאזען א קול קורא, זאלן זיי זיך באנוצען מיט יו-טוב. נאר אזוי וועט מען זיי גלייבן.

שעפטל » זונטאג יוני 9, 2013 2:40 pm

· #123151
בדרך התורה נלך! ונצא ברחובה של עיר! לקדש שם שמים!


דעם היינטיגן זונטאג לס'דר "דא גזירת אורייתא" שנת תשע"ג לפ"ק וועט אריינגיין אין די היסטאריע פון כלל ישראל אלס גאהר היסטארישער טאג, ווען רבבות אלפי ישראל פון איבער גרעיטער ניו יארק, ניו דשערזי און אומגעגענט ובראשם מנהיגי ודולי הדור וראשי הישיבות שליט"א, וועלן אי"ה ארויסגיין אין די גאסן פון מאנהעטן מיט קול זעקה גדולה ומרה, און אויסשרייען דעם וויי-געשריי און זיך אננעמען פאר כבוד שמים איבער די ביטערע גזירת גיוס בני ישיבות וואס די ממשלת זדון והכופרים אין ארצינו הקדושה האט פראקלאמירט ר"ל.

דער ציבור ווערט געבעטן צו קומען נאר מיט די פאבליק טראנספארטאציע צוליב וואס עס איז נישט דא קיין פארקינג אין די געגענט.

ביטע אויספאלגן די אנווייזונגען פון די עסקניןם און די פאליציי, און אזוי אויך זיך האלטן רואיג און געלאסן דוירכאויס דעם גאנצן מעמד, אז ס'זאל אי"ה ארויסקומען די מאקסימום שם שמים.

בייגעלייגט איז די מודעות און סדר הבאסעס פון איבעראל אלע געגענטער.

-מי לה' אלי!-

איש בל יעדר!

געפילטע פיש » זונטאג יוני 9, 2013 2:47 pm

· #123152
קאווע טרינקער
כל ימי הייתי מצטער, מתי יבוא לידי ואקיימנה.
מ'האט מיך אויסגעלערנט אז מ'טאר נישט זיין קלוגער פון רבנים, מ'דארף פאלגען אפילו מ'פארשטייט נישט.
ביז יעצט דענק איך נישט א רוף פון רבנים אויף א זאך וואס איך פארשטיי נישט. נישט אז אלעמאל איז מיין דעת תורה ענדליך צו זייער דעת תורה, אבער יש מקום, איך קען הערן וואס זיי ווילן פון מיר.
אבער היום הזה, דעם היינטיגען עצרת איז ממש beyond מיין השגה. כ'האב נישט געטראפן א פה מפיק זאל מיר מסביר זיין פארוואס חרדים דארפען נישט גיין אין מיליטער, וויאזוי קען מען זיין גלייכגילטיג און צוקוקען ווי מזרחי'ניקס שטעלן זיך איין זייער לעבען צו שוצען זייערע ברודער און שוועסטער, אזויווי די תורה פארלאנגט אז אין סומכין על הנס וכו'.
איך קען הערן אז דער רוח אינערהאלב די מיליטער איז נישט געאייניגט פאר שומרי תורה ומצוות, נו, אויף דעם איז דא אן עצה, ווי מער פרומע חיילים ס'וועלן זיין, אלץ מער וועט מען זיך רעכענען מיט זיי. אבער צו פראטעסטירן על לא דבר?! לא מבין.
ע"כ, יעצט איז די פאסיגע געלעגנהייט אוועק צו קוקען פונעם אייגענעם פארשטאנד, און זיך גענצליך איבערגעבן בידי אחרים, ככל אשר יורוך.

פארדעם שטייט אין די צעטליך אז ס'איז שטרענג פארבאטן צו רעדן מיט די מידיע, ס'וועלן זיין ספעציעל צוגעגרייט ספינערס וואס וועלן רעדן מיט זיי און איינרעדן א קאץ אין בויך, אויב ציווילע מענטשען וועלן פראבירן מסביר'ן וואס די פראטעסט איז וועט זיין בושות, ווייל קיינער ווייסט נישט גענוי.

בכלל גייט דארט זיין א מורא'דיגע בילבול, די ליטוואקעס קומען דארט אלץ ביטול תעירע, די סאטמוירים אלץ התגרות באומות, און די אגודיסטן וועגן די קיצוצים, און אלע פאראייניגן זיך כאילו די עצם צו גיוס, וואס איז בד"וו נאך נישט אין קראפט, באדערט זיי.

שעפטל » זונטאג יוני 9, 2013 2:49 pm

· #123153
שעפטל
דער ציבור ווערט געבעטן צו קומען נאר מיט די פאבליק טראנספארטאציע צוליב וואס עס איז נישט דא קיין פארקינג אין די געגענט.

בייגעלייגט איז די מודעות און סדר הבאסעס פון איבעראל אלע געגענטער

📎 וומס.jpg
📎 בפ.jpg
📎 קי.jpg
📎 מאנסי.jpg

שעפטל » זונטאג יוני 9, 2013 2:51 pm

· #123154
שעפטל
דער ציבור ווערט געבעטן צו קומען נאר מיט די פאבליק טראנספארטאציע צוליב וואס עס איז נישט דא קיין פארקינג אין די געגענט.

בייגעלייגט איז די מודעות און סדר הבאסעס פון איבעראל אלע געגענטער

📎 סקווירא.jpg
📎 לעיקוואד.jpg

שמעקעדיג » זונטאג יוני 9, 2013 2:51 pm

· #123155
יעצט באקומען

היום!! פעדערעל פלאזא!! לחלל שם שמים!
דער אייבערשטער וויל אינז ווייזען אז ענק ווארפען זיך מיט בחורים, קען ער בעסער!!!...
רשעי ישיבות.....הערטס ענק אויף צו ווארפען מיט די טייערע בחורי חמד וועט בטל ווערן די גזירה..!!

איך אויך » זונטאג יוני 9, 2013 2:55 pm

· #123156
סאונדס לייק מוסטר פון כווייס-נישט-וויזוי-מען שרייבט-זיין-ארגאניזאציע.

שעפטל » זונטאג יוני 9, 2013 2:57 pm

· #123157
מ'ענדיגט די לעצטע דעטאלן....
📎 IMG-20130609-WA064.jpg

שמעקעדיג » זונטאג יוני 9, 2013 2:58 pm

· #123158
איך בין סתם נייגעריג, איך קען זיך נישט אויס אין מאנהעטן,
וואס איז דער פלאץ?

שעפטל » זונטאג יוני 9, 2013 2:59 pm

· #123159
יעצט באקומען!!! (כ'האב עס נישט קאנפירמט)

הגאון הגדול ר' מתתי' סולומון שליט"א המשגיח, נכנס כעת לישיבה בלייקווד והורה לציבור לנסוע לעצרת, הוא אמר ששאל את המשגיח הגאון ר' דן סגל שליט"א מה דעתו של ראש הישיבה הגראי"ל שטיינמן שליט"א, וענה לו שלא אמר אף פעם לא לנסוע לעצרת.

יצמחפרקני » זונטאג יוני 9, 2013 3:05 pm

· #123161
שמעקעדיג
איך בין סתם נייגעריג, איך קען זיך נישט אויס אין מאנהעטן,
וואס איז דער פלאץ?


אזא נייגעריגער, ווארטס אויס בלויז 1 שעה וועסטו אליין זעהן!

עס איז הארט נעבן סיטי-האל! דאס ווייסטו יא? ממש ביים ברוקלין בריק, נישט ווייט פון די געוועזענע טווין טאוערס

יואליש » זונטאג יוני 9, 2013 3:06 pm

· #123162
כ'האב פרובירט צו העלפן נוטרונא יארן צוריק. זיי זענען נישט מער פון א אפיס און א ראטערי פאן. קיין שום עקספערטיז אין מידיא, פאליטיקס, און קאמיוניקאציע. אבער דען איגען, די אלע אקטיוויטעטן זענען ממילא פארן אינערליכע עולם. קען מיר איינער זאגן וואס מיינט א סוקסעספול פראטעסט, א סוקסעספול מידיא קאמפעין? וואס איז די ציל און וויאזוי מעסט מען סוקסעס. איז די פראטעסט געצילט צו טוישן דעת האומה"ע (אראפנעמען די חרון אף, צו ניצען סאטמערע לינגא)? אויב יא, ווייסט איינער ווי די דעת שטייט יעצט, אז מ'זאל קענען מעסטן צו די מערכה מאכט פראגרעס? איז דא פאקוס גרופעס? אנטקעטעס? אדער איז די ציל צו ווירקען אויף ישראל'ס פאליסיס לגבי חרידים? דאס איז שוין גרינגער צו מעסטן, הגם נישט אזוי גרינג צו לינקן עס צו די איינע פראטעסט פון דריי שעה אין א ווינקעל אין מאנהעטן אויף א וויקענד נאכמיטאג.

אבער מיין עקספעריענס איז געווען אז די ציל פון פראטעסטן איז אז סאטמאר זאל שפירן פאר זיך אליין אז די מערכה וואס האט אמאל עקזעסטירט (הגם איבערגעטריבן אין איינפלוס אין די סאטמאר'ע מיינד) גייט ווייטער אן, דאס גיט א סענס אוו שטאלץ אינעם סאטמארן אידענטיטעט (וואס איז באמת וויכטיג), ווי אויך איז דא די דיימענשאן פון די מיהו סאטמאר קאמפלעקס, ווי יעדער פרובירט צו צייגן איך בין די אוטענטישע סאטמאר. ממילא ערווארט איך אז דער איד און דער בלאט זאלן האבן אויפן פראנט פעידזש אז די ניו יארק טיימס מיטן וואל סטריט זשורנאל האבן דאס געקאווערט, און אז פאליציי האט געשאצט, און אז ס'האבן געפלאסן אוטובאסן און זיך געשלענגעלט קאראוואנען, בייגעלייגט מיט אויסצוגן פון אפאר בלאג פאוסטס, און טריאמפירן אז מאז היתה ישראל לגוי איז נאכנישט געווען אזא הפצה פון די שיטה. אבער באמת אויב איינער זאל שפענדן די געלט, וואלט אן אנטקעטע מסתם געוויסן אז מער מענטשן ווייסן צו זאגן פון מציצה בפה און מאלעסטעשאן מיסברויכן אין סאטמאר ווי ווייסן צו זאגן אז א שיטה עקזעסטירט.

חרון אף מיין פיס.

שעפטל » זונטאג יוני 9, 2013 3:09 pm

· #123164
חלק אויבן אן
📎 IMG-20130609-WA069.jpg

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 9, 2013 3:11 pm

· #123165
יעצט באקומען, (כ'ווייס נישט פון וועלכע חצר דאס איז)
📎 Image (17).jpg

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 9, 2013 3:19 pm

· #123166
שעפטל
חלק אויבן אן

ס'פעלט א פינטל אין די ה"א פון "תילה".
בד"וו, פארוואס האט מען משנה געווען דעם קמ"ץ? רח"ל, ס'קומט צו זיין רינדיג פון אונטען.

יידל » זונטאג יוני 9, 2013 3:20 pm

· #123167
נישט געוואוסט אז פעדעראל פלאזא איז הר הקודש.

דעת תורה » זונטאג יוני 9, 2013 3:34 pm

· #123172
דער לעיקוואודער עולם קומט אין גרויסן.

אנשי חזו"א 5 טוען וואס זיי קענען צו בויען ר' שמואל און שוואך מאכן הגראי"ל'ס השפעה.

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 9, 2013 3:35 pm

· #123173
יידל
נישט געוואוסט אז פעדעראל פלאזא איז הר הקודש.

ס'איז מיר אויך געווען א פלא, אבער ערשט פראביר איך צו דערגיין ווער דער "אדמו"ר שליט"א" איז.

יואליש » זונטאג יוני 9, 2013 3:38 pm

· #123175
צו אפלערנען די פראטעסט מיז מען האבן עט ליעסט צען יאר פאליטיק, חסידיש און ליטוויש, אונטערן פאסיק. און דאס איז צו לערנען אויבערפלעכליך. צו יורד זיין לעומקה של דברים מיז מען זין אויסגעקאכט אין יעדן חצר, יעדן קוויטל פארצימער, יעדע סארט בעקישע, און יעדן סארט קנייטש אינעם היט.

ענן כבד » זונטאג יוני 9, 2013 3:52 pm

· #123185
קינדער פראטעסטירן
📎 IMG-20130609-WA0003.jpg

בן תמליון » זונטאג יוני 9, 2013 4:08 pm

· #123191
📎 IMG-20130609-WA0000.jpg

טעפל » זונטאג יוני 9, 2013 4:32 pm

· #123207
בן תמליון
📎 IMG-20130609-WA0000.jpg

די לייק האסטו באקומען פארן מיך מאכען לאכען, אבער דעם רעבין וואס האט עס געשריבען וואלט איך איבערגעלייגט און דערלאנגט מיט א קרבן מנחה טאוול...

מאן דאמר » זונטאג יוני 9, 2013 4:42 pm

· #123215
YWN האט יעצט אן ארטיקעל אז עס דרייט זיך ארום א געפעלטשטן בריוו פון ר' חיים קנייבסקי אז מען זאל זיך יא באטייליגען ביי דעם הפגנה, אן אנדער בריוו האבן זיי וואס זיי זאגן אז דאס איז אוטענטיש, וואו ער שרייבט אז מען זאל זיך נישט באטייליגען, ווידעראום ביי לכה דודי האב איך געלעזן א בריוו פון ר' אלי בער אז ער האט באקומען א תשובה פון ר' חיים דורך זיין זון ר' שלמה מען זאל זיך יא באטייליגען, קען עמיצער דאס מפרש זיין דא?
<a class="postlink" href="http://www.theyeshivaworld.com/news/General+News/172117/Forged-Letter-of-Maran-Hagon-HaRav-Chaim-Kanievsky-Disseminated-To-Bnei-Torah.html">http://www.theyeshivaworld.com/news/Gen ... Torah.html</a>

זר זהב » זונטאג יוני 9, 2013 4:46 pm

· #123219
YWN וויל נישט אז ס'זאל זיין א פראטעסט. הער נישט אויס וואס דער האט טעמפערט משוגענער שרייבט

מאן דאמר » זונטאג יוני 9, 2013 4:56 pm

· #123230
אבער וואס איז פשט פון די סתירה מיט ר' אלי בער'ן און די בריוו וואס גייט ארום אז ער האט געזאגט מען זאל נישט גיין?

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 9, 2013 5:05 pm

· #123236
מאן דאמר
אבער וואס איז פשט פון די סתירה מיט ר' אלי בער'ן און די בריוו וואס גייט ארום אז ער האט געזאגט מען זאל נישט גיין?

ס'וועט זיין א "שיעור כלאלי", אוואו מ'וועט דוירעך טוהן דעם נוישע בעיון.

שעפטל » זונטאג יוני 9, 2013 5:22 pm

· #123245
הרה"ח ר' מרדכי אלעזר הירש הי"ו אדמיניסטראטאר מוסדות סאטמאר (מהר"א) וויליאמסבורג האט געעפענט די מעמד און אויסגערופן הרב יצחק גליק, מנהל התאחדות הרבנים צו דינען אלס יושב ראש

איך אויך » זונטאג יוני 9, 2013 5:22 pm

· #123246
[ציטאט אראפגענומען]

אי משום הא איז בכלל נישט שווער.

שעפטל » זונטאג יוני 9, 2013 5:23 pm

· #123247
הרב גליק האט אויסגערופן הרה"ג ר' יעקב ווייס, ממנהלי ישיבת סאטמאר ק"י מיט דברי פתיחה

זר זהב » זונטאג יוני 9, 2013 5:25 pm

· #123251
[ציטאט אראפגענומען]

מאן דאמר » זונטאג יוני 9, 2013 5:26 pm

· #123253
די בריוו איז יא אמת?? מ'קען משוגע ווערן יעדע פינעף מינוט איז דא אנדערע בריווען. פארוואס זאל איך גלייבען YWN אז ס'איז געפעלטשט אז איך זעה קלאר ר' חיים'ס כתב יד?? איך גלייב נישט אז סאטמאר וואלט זיך אראפגעלאזט צו אזא נידעריקייט צו פעלשען א בריוו פון ר' חיים נאר ווייל זיי ווילן נאך מענטשען

הער זיך איין, איין בריוו איז זיכער פאלש, און דער אמת וועט ארויסקריכען, און פון דעסוועגן דאך האט מען ארומגעפעלשט, ממילא זאג מיר נישט ווער וואלט זיך נישט אראפגעלאזט וואו.
איך פערזענליך נעם אן אז ר' אלי בער וויסט וואס ער רעדט, וואס איך וויל פארשטיין איז די וואס ברענגען די אנדערע בריווען, וואס ענפערן זיי אויף ר' אלי בער?

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 9, 2013 5:27 pm

· #123255
פון טוויטער:
די לעיקוואודע מעיאר וועט זיך באדאנקען פאר די NYPD (הודו און כוש)
יושב ראש המעמד, ר' יצחק גליק
ראש ישיבת ר' חיים ברלין, ר' אהרן שכטר וועט זאגן פרקי תהילים
הרב קאצין (געווען ביים סיום השס) איז דארט.

שעפטל » זונטאג יוני 9, 2013 5:29 pm

· #123257
הגאון ר' אשר קאלמאנאוויטש, ר"י מיר, קאפיטלעך תהילים

מאן דאמר » זונטאג יוני 9, 2013 5:31 pm

· #123259
איז דא ערגעץ וואו מען קען מיטהאלטן לייוו?

גאלד » זונטאג יוני 9, 2013 5:31 pm

· #123260
יעצט אנגעקומען,

ס'א גאר גרויס פלאץ, ספיטן אריין א גוטע 25 אלפים, מענטשן שטראמען נאך, איך וואלט געזאגט, ס'דא בערך 40% ליטוואקעס, פונעם ערשטן בליק קוקט מיר אזוי אויס

שעפטל » זונטאג יוני 9, 2013 5:34 pm

· #123264
הרב איצא גליק מיט א דרשה

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 9, 2013 5:35 pm

· #123265
וואס איז נייעס. גע'כאפט א אינגערמאן רעדן צו א ריפארטער.
📎 nyc.jpg

שעפטל » זונטאג יוני 9, 2013 5:43 pm

· #123268
הגאון ר' אלי' בער וואכטפויגעל שליט"א ר"י סאוט פאלסבורס

שעפטל » זונטאג יוני 9, 2013 5:50 pm

· #123270
כ"ק אדמו"ר מ'גאלאנטא שליט"א

בן תמליון » זונטאג יוני 9, 2013 6:08 pm

· #123277
📎 IMG-20130609-WA0007.jpg

שעפטל » זונטאג יוני 9, 2013 6:09 pm

· #123278
הגה"צ ר' בערל כ"ץ, אב"ד דושינסקיא וויליאמסבורג

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 9, 2013 6:09 pm

· #123279
דאס איז טעילער אדער יוניאן ?

בן תמליון » זונטאג יוני 9, 2013 6:09 pm

· #123280
📎 IMG-20130609-WA0006.jpg

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 9, 2013 6:13 pm

· #123285
זייער שיין, מ'זעהט קלאר די "שיכטען" און די "קרייזען"...

זר זהב » זונטאג יוני 9, 2013 6:13 pm

· #123286
אדמו"ר מהרי"י מסאטמאר אנקומענדיג צום פראטעסט

IMG-20130609-WA0022.jpg

קרעדיט

שעפטל » זונטאג יוני 9, 2013 6:25 pm

· #123290
הגאון רבי אייזיק אלבוים שליט"א אב"ד הימנא קווינס

יואליש » זונטאג יוני 9, 2013 6:29 pm

· #123291
קאווע טרינקער
זייער שיין, מ'זעהט קלאר די "שיכטען" און די "קרייזען"...


נישט חוגים למיניהם?
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10