☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » מאסן דעמאנסטראציע א' חוקת קעגן גיוס בני ישיבות

מאסן דעמאנסטראציע א' חוקת קעגן גיוס בני ישיבות

477 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3987
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10

שעפטל » דאנערשטאג יוני 6, 2013 4:20 pm

· #122463
📎 x9q2_ProtestSivan7311.jpg

שעפטל » דאנערשטאג יוני 6, 2013 4:20 pm

· #122464
📎 x9q2_ProtestSivan737.jpg

שעפטל » דאנערשטאג יוני 6, 2013 4:20 pm

· #122465
📎 x9q2_ProtestSivan738.jpg

שעפטל » דאנערשטאג יוני 6, 2013 4:21 pm

· #122466
📎 x9q2_ProtestSivan739.jpg

בן-זומא » דאנערשטאג יוני 6, 2013 4:28 pm

· #122472
די בחורים אויף די בילדער זעען אויס אסאך בעסער ווי די בחורים וואס דרייען זיך אויף די גאס אין אלע היימישע געגנטער. אויב יענץ איז שמד, ווייס איך נישט וואס דאס איז

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 6, 2013 4:40 pm

· #122484
שמד איז לאו דוקא וואס דו זעהסט אויפן פנים

בן-זומא » דאנערשטאג יוני 6, 2013 4:43 pm

· #122486
איך האב פארשטאנען, אבער דאס זעלבע קען מען דאך זאגן פאר אונזערע בחורים וואס דרייען זיך אויף די גאסן, ניין?

איך אויך » דאנערשטאג יוני 6, 2013 5:10 pm

· #122502
ידען
ביידע סאטמאר גייען גיין צום פראטעסט.

התאחדות גייט עס פירן.

איך וויל נישט אריינגיין אין די גאנצע צואה אבער איין פוינט איז מיר אינטרעסאנט.

עס לאזט זיך זאגן אז די גרעסטע פארדינער איז די סאכדעס ,די עלטערע פון אונז געדענקען נאך די מאפיע און זייער שטארקע צייטן אבער היינט כליפ כליפ ווער גיבט ניטאמאל א נפיחה צו די דירעקציע פון איצא גליק'ס ביזנעס.

אבער אויב זיי בייווייזן צאמצוברענגן ביידע סאטמורים וועלן זיי די מערסטע פארדינען דערביי. נקודה למחשבה.

יונגערמאנטשיק » פרייטאג יוני 7, 2013 3:28 am

· #122731
ווער נאך ווי התאחדות ווייסט ווי ביטער אין דער ערד זיי זענען? זיי האבן זיך געדארפט קומען בעטן אז ביי א פראטעסט קעגן די ציונים זאל מען זיי לאזן רעדן און ס'זאל הייסן אז ס'איז אונטער זייער פירערשאפט. גאר שוואך!

שעפטל » פרייטאג יוני 7, 2013 8:26 am

· #122741
ותהי כל הגולה כמודורת אש!!!!

א דינער פון "מי לה' אלי" שטורעמט היינט אין די ביינער פון יעדן ערליכן איד איבער אמעריקא, אין די צייט וואס עס וואקסט דער שפאנונג און פייערדיגער גרייטקייט ארויסצוגיין מיט א פאראייניגטע מערכה לעשות רצון אבינו שבשמים, זיך אנצונעמען פאר אונזערע ברודער אין אר"י אויף וועמען עס לויערט א ביטערע גזירת שמד.

אן א צאל קהילות און ראשי ישיבות זענען אנגעשלאסן אין די מערכת קודש של כל מנהיגי יהדות הגולה, ארויסצוברענגען זייער ציבור צו די היסטארישע מעכטיגע הפגנה דעם זונטאג אין פעדעראל סקווער פלאזא, און עס שפ]ורט זיך אין די לופט א מצב אז יעדער יחיד ויחיד שופורט פאר א חוב קדוש ארויסצוקומען אינאיינעם און אויסשרייעם דעם ווייגעשריי אויף אזא היסטארישן פארנעם.

נעכטן נאכמיטאג זענען די חרדישע פאליציי לעיזאנס שוין ארויסגעפארן אויפן שטח און זיך געטראפן אויפן פלאץ מיט די פאליצייאישע פירער פון די סיטי, און עס זענען אויסגעארבעט געווארן די זיכערהייט דעטאלן און אויסשטעל פון די מאסן דעמאנסטראציע, וועלכע וועט ווי ערווארטעט אי"ה האבן א באטייליגונג פון צענדליגער טויזנטער אידן פון איבער נוי יארק און נוי דשערסי.

די נטרונא ארגאניזאציע איז איינגעשפאנט אויפן העכסטן פארנעם ארויסצוברענגען אין די פרעסע א קידוש השם אויפן העכסטן פארנעם מער ווי סיי ווען בעפאר, און די סייעתא דשמיא זעהט זיך אוין אן ווען נעכטן ביינאכט האט נטרונא שוין ארויסגעשיקט די ערשטע פרעס רעליס צו אלע פרעסעלייט אונטערנאציאנאל, און היינט האט שוין די ריזיגע רויטערס נייעס אגענטור ארויסגעשטעלט די פרעס רעליס פארן פובליק, וואו עס ווערט געמאלדן אז הונדערט טויזנט חרדישע אידן וועלן זיין פארזאמלט זונטאג נאכמיטאג פארנט פון די פעדעראל פלאזא אין ליכט פון די נייע געזעצן אין די איזרעלי דרעפט וואס טוט שרעקליך באדראען אונזער רעליגיע.

אין די לעצטע שעהן איז אנגעקומען א פייערדיגע ווארימע בריוו צום ריזיגן מאסן הפגנה, פונעם זקן ראשי ישיבות משיירי כנסת הגדולה הגאון ר' אליקים שלעזינגער שליט"א ראש ישיבה הרמה, וועלכע האט ספעציעל געשיקט א בריוו צו תלמידיו וחסידיו ומעריציו הנאמנים פון איבער אמעריקא, מיטן חובת השעה.

נאכן שרייבן איבער די באדייט פון די גזירה וואס איז בלויז א המשך צום ציהל פון די מדינה וואז איז אויפגעשטעלט געווארן דורך כופרים ואפיקורסים מיטן ציהל אויסצושמדן כלל ישראל היו לא תהיה, שרייבט דער ראש ישיבה די צו השעה אז יעדער וואס האט א זינק פון יראת שמים איז מחוייב ארויסצוגיין צום כינוס הצדיקים הזה, צולייגנדיג אז ער אליינס וואלט געוואלט זיך באטייליגן אבער מחמת קושי הנסיעה בזקנתו וועט ער זיך נישט קענען משתתף זיין, אבער ער וויל כאטש מעורר זיין זיינע תלמידים און ידידים מען זאל וויסן דעם חוב וואס ליגט אויף יעדן יחיד ויחיד ארויסצוקומען, און ער לייגט צו גאר שארפע ווערטער איבער דעם וואס עס שטייט אין ספרים הקדושים אז פאר ביאת המשיח וועט זיין דער בירור האחרון "מי לה' ומי לבעל", און דער חפץ חיים זי"ע האט געזאגט אז ווען מען וועט הערן דעם רוף פון "מי לה' אלי" זאל מען זיך נעמען לויפן, פירט ער אויס אז עס לאזט זיך קלערן אז דער יעצטיגער רוף איז דער רוף פון וואס מען רעדט וואס דאס איז דער נסיון האחרון, מען זאל ארויסגיין זיך אננעמען פאר די ערליכע אידן, און ער ענדיגט צו מיט ווארימע ברכות.

דער בריוו אין שוין אין די שעה'ן פארשפרייט געווארן אין מערערע געגנטער, און עס האט אנגעצינדן א אש קודש ביי די טויזנטער בריסקע תלמידים פון מאנסי, בארא פארק, לעיקוואד און פעלטבוש, ביי וועמען עס האט א ספעציעלע ערנסטע באיידט אזא בריוו פונעם גרויסן ראש ישיבה וואס איז פון די פארבליבענע מעתיקי שמועה פון בית בריסק, וואס פירט אן מיט א אש קודש די אויסגעטרעטענע מלחמה להשם בעמלק וואס מען האט געלערנט אין די בריסקע ישיבה, און איז היינט פון די גרעסטע עמודי האש שהולך לפני מחנה ישראל בעניני קנאות דקדושה, און טאקע פאר די יעצטיגע הפגנה האט דער ראש ישיבה אריינגעלייגט גאר אסאך כוחות אויסצונוצן די פארבינדונגען מיט מערערע גדולי ישראל שליט"א און ברענגען צו דעם הצלחה בס"ד.

שלומי אומוני ישראל וואונטשן פארן ראש ישיבה עוד יניבון בשיבה, מען זאל נאך פאר לאנגע יארן זוכה זיין צו הערן דעם דבר ה' פון די אמתע לוחמי מלחמת השם.

-בדרך התורה נלך-


קרעדיט: בחצרות סאטמאר

newkave » פרייטאג יוני 7, 2013 9:34 am

· #122748
עס זענען דא היינט טויזענטער שיירי כנסת הגדולה... וואס איז דאס??

שעפטל » פרייטאג יוני 7, 2013 10:02 am

· #122756
בריוו פון הגאון הרב וואכטפויגעל, ראש ישיבת סאוט-פאלבורג בשם הגאון הפוסק רבי חיים קנייבסקי שליט"א
📎 IMG-20130607-WA006.jpg

שעפטל » פרייטאג יוני 7, 2013 10:04 am

· #122757
מכתב קודש מזקני האדמורי"ם כ"האדמו"ר מ'וויזשניץ מאנסי שליט"א און כ"ק האדמו"ר מ'סקולען שליט"א אנטייל צו נעמען.
אזוי אויך האט כ"ק האדמו"ר מ'ראחמיסטריווקא שליט"א אינטערגעשריבן דערויף
📎 IMG-20130607-WA003.jpg

שעפטל » פרייטאג יוני 7, 2013 10:42 am

· #122767
כ"ק האדמו"ר מ'בעלזא שליט"א האט געהייסן אויסרופן אין זיינע שוהל'ן אין אמעריקע אנטייל צו נעמען אינעם פראטעסט

שעפטל » פרייטאג יוני 7, 2013 10:44 am

· #122768
כ"ק האדמו"ר מ'קלויזענבערג שליט"א האט נעכטן געמאלדן אז ער וועט אי"ה אנטייל נעמען אינעם פראטעסט.

שעפטל » פרייטאג יוני 7, 2013 10:49 am

· #122770
אזוי אויך האט כ"ק האדמו"ר מ'מונקאטש שליט"א געמאלדן זיך צו באטייליגן.
(געלאדענט געווארן נעכטן נאכט ביי הגה"צ רבי מענדל טייטלבוים שליט"א אב"ד ור"מ סאטמאר [מהר"א] וויליאמסבורג)

משגיח » פרייטאג יוני 7, 2013 10:53 am

· #122771
ר' מענדל ט"ב אב"ד וומ"ס האט נעכטן געשיקט א דעליגאציע צום מונקאטש רב איינצולאדענען צום פראטעסט ווי ער האט געזאגט אז ער פלאט זיך בעזרת השם צו באטייליגן ווי אויך רעדן צו די חסידים שבת דערוועגן (אגב מונקאטש רב איז געווען שטארק דערקעגן כינוס כלל ישראל)
שעפטל האקט

יפיש חייהון » פרייטאג יוני 7, 2013 11:26 am

· #122773
למעשה ווייס איך נישט פארוואס ס׳בכלל דא א פראטעסט על פי חוק יעצט אין מדינת ישראל איז יעדער ישיבה בחור א ״עריק״ און דארף זיצן אין תפיסה (ווייל חוק טל האט עקספייערט און ס׳שוין נישטא קיין ספעשעל עקסעמפשען׳ס פאר בני תורה) אבער מ׳האט קיינעם נישט ארעסטירט ס׳דא 8,000 בחורים וואס דרייען זיך פראנק און פריי אין די גאסן וואס טוט מען דא פראטעטירן?
(יא קול מבשר, די איד מיט די בלאט זיכען יעדע וואך א 35 יעריגע בעל תשובה פרענק וואס איז ארעסטירט געווארן וועגן צבא רבותי ס׳דא 8,000 וואס זענען נישט אין תפיסה)

אפילו אויב מ׳וואלט יא ארעסטירט בחורים וואלט מען נישט געדארפט מאכן א הפגנה ווייל די סטראשע פון א הפגנה אין אמעריקע איז די לעצטע קויל וואס יהדות החרדית האט און עס איז אסאך מער powerful ווי עני הפגנה די קענסט מאכן ווייל וואס וועט מען טוען מאנטאג ווען די ציונים וועלן זעהן אז ס׳געווען א הפגנה און אמעריקא און ס׳גארנישט געשעהן וואס וועט זיין דעמאלס?

שעפטל » פרייטאג יוני 7, 2013 11:31 am

· #122774
שעפטל
לויט ווי איך הער איז די סדר המעמד אזוי:

יושב ראש: הרב יצחק גליק, ספרא דדיינא פון די התאחדות הרבנים

מעמד פתיחה: הרב הגאון רבי יעקב ווייס שליט"א, ראש ישיבה גדולה ד'סאטמאר-קרית יואל - סניף ברך משה

נאכדעם וועלן אויפטרעטן:
הרב הגאון רבי אליהו בער וואכטפויגל שליט"א, ראש ישיבת סאוט-פאלסבורג,
הרב הגאון רבי יעקב הורוויץ שליט"א, ראש ישיבת בית מאיר,
הרב הגאון רבי נח אייזיק אלבוים שליט"א, אב"ד הומנא בשכונת קווינס
כ"ק אדמו"ר מגאלאנטא שליט"א
הרב הגאון רבי בערל כ"ץ שליט"א, אב"ד דושינסקיא וויליאמסבורג
הרב הגאון רבי אפרים וואקסמאן שליט"א, ראש ישיבת מאור יצחק
הרב הגאון רבי יעקב נחמן שטויבער שליט"א, ממנהלי ישיבת סאטמאר-קווינס

דבר ה' מירושלים: הגאון הגדול האורח רבי נפתלי הירצקא פרענקל שליט"א, חבר ביה דינא רבה בד"צ 'עדה החרדית'

דברי נעילה: הרב הגאון רבי יעקב ווייס שליט"א, ראש ישיבה גדולה ד'סאטמאר-קרית יואל - סניף ברך משה

א דרשה אין ענגליש פאר די פרעסע: הרב מנשה פרענקל (ב"ר הערץ)

לויט ווי איך הער יעצט איז די סדר הרעדנער'ס אזוי:

יושב ראש: הרב יצחק גליק, ספרא דדיינא פון די התאחדות הרבנים

מעמד פתיחה: הרב הגאון רבי יעקב ווייס שליט"א, ראש ישיבה גדולה ד'סאטמאר-קרית יואל - סניף ברך משה

נאכדעם וועלן אויפטרעטן:
הרב הגאון רבי אליהו בער וואכטפויגל שליט"א, ראש ישיבת סאוט-פאלסבורג,
כ"ק אדמו"ר מגאלאנטא שליט"א
הרב הגאון רבי נח אייזיק אלבוים שליט"א, אב"ד הומנא בשכונת קווינס
א דרשה אין ענגליש פאר די פרעסע: הרב מנשה פרענקל (ב"ר הערץ), מעיאר אין לעיקוואד
הרב הגאון רבי יעקב הורוויץ שליט"א, ראש ישיבת בית מאיר,
הרב הגאון רבי בערל כ"ץ שליט"א, אב"ד דושינסקיא וויליאמסבורג
הרב הגאון רבי יעקב נחמן שטויבער שליט"א, ממנהלי ישיבת סאטמאר-קווינס

(הרב הגאון רבי אפרים וואקסמאן שליט"א, ראש ישיבת מאור יצחק ווייסעך נישט)

דבר ה' מירושלים: הגאון הגדול האורח רבי נפתלי הירצקא פרענקל שליט"א, חבר ביה דינא רבה בד"צ 'עדה החרדית'

תהילים: הרב הגאון ר' ארי' שעכטער שליט"א, ראש ישיבת ר' חיים בערלין

דברי נעילה: הרב הגאון רבי יעקב ווייס שליט"א, ראש ישיבה גדולה ד'סאטמאר-קרית יואל - סניף ברך משה

שעפטל » פרייטאג יוני 7, 2013 1:02 pm

· #122790
מכתב קודש מ'כ"ק מרן אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א
📎 IMG-20130607-WA017.jpg

שעפטל » פרייטאג יוני 7, 2013 1:34 pm

· #122798
מכתב קודש מהביד"צ עדה החרדית בעיה"ק ירושלים הרהגוה"צ שרי התורה שליט"א
(מערקט דעם נייער חבר הבד"ץ הגאון רבי יהודה פישער שליט"א)
📎 x9q2_ProtestSivan7317 (1)(1).jpg

שעפטל » פרייטאג יוני 7, 2013 1:43 pm

· #122802
אמעריקא שטורעמט ווי קיינמאל בעפאר!

אין יעדע ווינקל איבער די לאנד וואו עס געפינט זיך א ערליכער איד ווייסט יעדער צו רעדן און איבערשמועסן איבער די גרויסע ריזיגע מאסן פראטעסט וואס וועט ברעכן יעדע פריערדיגע היסטאריע און שלאגן טיפע ווארצלען אויסצורופן מיט א מעכטיגן כח אז דאס יהדות החרדית אין אמעריקא שטייט מיט מיט די חרדישע אידן אין ארץ ישראל, און וועלן זיי פארטיידיקן בקול גדול קעגן די ביטערע רדיפת הדת וואס זיי שטייען אויס דורך די ציוניסטישע מלכות של שמד.

עס גייען אצינד אן די לעצטע הכנות אינעהאלב די ספעציעלע עסקנים-שטאב ווילכע פירן אן מיט די ריזיגע היסטארישע "בני ישיבות מארש", וואו טויזנטער בני הישיבות פון נוי יארק און נוי דשערסי וועלן ארויסגיין אין א ריזיגע לאנגע מארש און אויסרופן אויף א הילכיגן פארנעם זייער סאלידאריטעט מיט די בני הישיבות אין אר"י וועלכע ווערן גערודפט און געסטראשעט ביז תפיסה דראאונגען.

די באסעס פון די ישיבות וועלן פארן ספעציעל פריער ווי די באסעס פארן ברייטן ציבור, און די באסעס וועלן אראפלייגן די בחורים ביי בראדוועי קארנער ווארט סטריט, וואו א שטאב פון עסקנים וועלן אפווארטן די בחורין און אויסטיילן די זעק און די ספעציעלע שילדן.

אנדערש ווי פריער געפלאנט, וועט דער מארש נישט ארויפגיין אויפן ברוקלין בריק, אויפן ראט פון די מנהלי הישיבות וועלכע האלטן א אחריות אויף די רוחניות'דיגע שמירה, און דורכציוואקן דעם בריק איז זייער נישט מסוגל ליראת שמים.
דער מעכטיגער מארש וועט ארויסגיין אום 3:45, ווען די טויזנטער בחורים וועלן ארומגיין אויף די גאסן ארום די "פעדעראל פלאזא סקווער" מיט זעק, ווען אין זייערע הענט וועלן זיי האלטן די ספעציעלע טייערע שילדן וואס וועט איבערגעבן דעם ריכטיגן באדייט פון די בני ישיבות מארש.
מען וועט ארומגיין בערך א דריי פערטל שעה, און דערנאך צוריקקומען צום סקווער וואו עס וועט זיך דאן אנהייבן דער ריזיגער היסטארישער דעמאנסטראציע, און במשך די צייט וועלן די בחורין מיט די זעק שטיין אינאיינעם אויף א ספעציעלע דעזיגנירטע ארט, כדי צו ציען די אויפמערקזאמקייט פון די פרעסע במשך די גאנצע צייט.
די ארגאניזירער גיבן איבער אז עס איז ראטזאם די בחורים זאלן קומען מיט חאלאטן, כדי נישט צו ווערן דערשוויצט פון די זעק העכער די דיקע רעקלעך.
ביים שלוס פונעם מעמד קידוש שם שמים וועט דער מארש ווידער ארויסגיין, לויט א ספעציעלע וועג ווי די עסקנים וועלן אנצייגן, און נאך בערך א האלבע שעה וועט מען שפאצירן ביז די באסעס וועלכע וועלן אהיימפירן יעדן על מחנהו ועל דגלו.
עס איז וויכטיג צו באטאנען אז אויך ביי די מארש וועלן זיין ספעציעל-געשטעלטע מענטשן וואס וועלן רעדן צו די פרעסעלייט, און דעריבער זאל קיינער נישט איבערגעבן קיין שום אייגענע סטעיטמענטס.

די עסקני ועד משמרת חמותיך ירושלים גיבן איבער, אז דער גליון החלצו וואס איז ערשינען אין די לעצטע

פאלגנד גיבן מיר איבער דעם גאר רייכער סדר העצרת פונעם היסטארישן ריזיגן מאסן דעמאנסטראציע פון רבבות אלפי ישראל דעם זונטאג אינעם ריזיגן שטח פון פעדעראל סקווער פלאזא.
פתיחת המעמד וועט זיין דורך הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א, מנהל במתיבתא הקדושה.
דער יושב ראש המעמד וועט זיין הרה"ג ר' יחיאל יצחק גליק שליט"א מזכיר פון די התאחדות הרבנים ארגאניזאציע,
און דערנאך געהויבענע דרשות פון די פאלגנדע גדולי הרבנים וראשי ישיבות:
הגאון רבי אלי' בער ווארכטפויגל שליט"א ראש ישיבת סאוט פאלסבורג,
כ"ק אדמו"ר מגאלאנטא שליט"א,
הגאון ר' נח אייזיק אלבוים אב"ד הומנא שליט"א פון קווינס,
און דערנאך וועט זיין איין דרשה אויף די ענגלישע שפראך פאר די פרעסע.
דערנאך וועט ממשיך זיין די פייערדיגע דרשות, הגאון ר' יעקב הורוויץ שליט"א ראש ישיבת בית מאיר,
הרה"ג ר' בערל כ"ץ אב"ד דושינסקי שליט"א,
הרה"ג ר' נחמן שטויבער שליט"א מנהל בישיבת קווינס,
און דערנאך וועט זיין נעילת המעמד אויך דורך הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א.
עטליכע קאפיטלעך תהלים וועט געזאגט ווערן אינאיינעם מתפלל צו זיין אינאיינעם און מעורר זיין רחמי שמים אז די רשעים זאלן נישט האבן קיין שליטה אויף כלל ישראל, עס וועט פארגעזאגט ווערן דורך הגאון ר' אהרן משה שעכטער שליט"א ראש ישיבת ר' חיים בערלין.
דערנאך וועט דער לעיקוואדער מעיאר איבערגעבן די דאנק פאר די פאליציי בשם דאס גאנצע יהדות החרדית וועלכע וועט זוכה זיין מיטצוהאלטן דעם עצרת המחאה.

דאס יהדות הגולה איז אין א פאראייניגטע שטימונג, אין א פייערדיגע שטימונג, אין א התרגשות'דיגע שטימונג, לקדש, שם, שמים!
-ברחובה של עיר נלך לקדש שם שמים!-


קרעדיט: בחצרות סאטמאר

שמעקעדיג » פרייטאג יוני 7, 2013 2:02 pm

· #122812
שקויעך שעפטל פאר דיינע באריכטן. איז דאס אלעס אייגענס? אדער באקומסט דאס, אזוי ווי די טעגליכע נייעס?
מיין טמא'נער סקרין פארנעמט שוין נישט אזויפיל מכתבי "קודש", דער אשכול איז שוין צו הייליג. פליז גיב א ברעיק.

שעפטל » פרייטאג יוני 7, 2013 2:08 pm

· #122818
ווי איך ענדיג, קרעדיט: בחצרות סאטמאר

שעפטל » פרייטאג יוני 7, 2013 2:10 pm

· #122822
📎 IMG-20130607-WA021.jpg

זר זהב » פרייטאג יוני 7, 2013 2:13 pm

· #122827
אה יעצט זאג איך טאקע פאר שווערער טויזענטער ביים פראטעסט. ל"ע

שעפטל » פרייטאג יוני 7, 2013 2:21 pm

· #122832
א בריוו פאר איין פראקציע פון די ליטאים...
📎 רב אויערבאך.jpg

שעפטל » פרייטאג יוני 7, 2013 2:27 pm

· #122836
שעפטל
מכתב קודש מזקני האדמורי"ם כ"האדמו"ר מ'וויזשניץ מאנסי שליט"א און כ"ק האדמו"ר מ'סקולען שליט"א אנטייל צו נעמען.
אזוי אויך האט כ"ק האדמו"ר מ'ראחמיסטריווקא שליט"א אינטערגעשריבן דערויף
]

📎 וויזניץ, סקולען , ראחמעסטריווקע.jpg

שעפטל » פרייטאג יוני 7, 2013 2:31 pm

· #122837
שעפטל

עס גייען אצינד אן די לעצטע הכנות אינעהאלב די ספעציעלע עסקנים-שטאב ווילכע פירן אן מיט די ריזיגע היסטארישע "בני ישיבות מארש", וואו טויזנטער בני הישיבות פון נוי יארק און נוי דשערסי וועלן ארויסגיין אין א ריזיגע לאנגע מארש און אויסרופן אויף א הילכיגן פארנעם זייער סאלידאריטעט מיט די בני הישיבות אין אר"י וועלכע ווערן גערודפט און געסטראשעט ביז תפיסה דראאונגען.

די באסעס פון די ישיבות וועלן פארן ספעציעל פריער ווי די באסעס פארן ברייטן ציבור, און די באסעס וועלן אראפלייגן די בחורים ביי בראדוועי קארנער ווארט סטריט, וואו א שטאב פון עסקנים וועלן אפווארטן די בחורין און אויסטיילן די זעק און די ספעציעלע שילדן.

אנדערש ווי פריער געפלאנט, וועט דער מארש נישט ארויפגיין אויפן ברוקלין בריק, אויפן ראט פון די מנהלי הישיבות וועלכע האלטן א אחריות אויף די רוחניות'דיגע שמירה, און דורכציוואקן דעם בריק איז זייער נישט מסוגל ליראת שמים.
דער מעכטיגער מארש וועט ארויסגיין אום 3:45, ווען די טויזנטער בחורים וועלן ארומגיין אויף די גאסן ארום די "פעדעראל פלאזא סקווער" מיט זעק, ווען אין זייערע הענט וועלן זיי האלטן די ספעציעלע טייערע שילדן וואס וועט איבערגעבן דעם ריכטיגן באדייט פון די בני ישיבות מארש.
מען וועט ארומגיין בערך א דריי פערטל שעה, און דערנאך צוריקקומען צום סקווער וואו עס וועט זיך דאן אנהייבן דער ריזיגער היסטארישער דעמאנסטראציע, און במשך די צייט וועלן די בחורין מיט די זעק שטיין אינאיינעם אויף א ספעציעלע דעזיגנירטע ארט, כדי צו ציען די אויפמערקזאמקייט פון די פרעסע במשך די גאנצע צייט.
די ארגאניזירער גיבן איבער אז עס איז ראטזאם די בחורים זאלן קומען מיט חאלאטן, כדי נישט צו ווערן דערשוויצט פון די זעק העכער די דיקע רעקלעך.
ביים שלוס פונעם מעמד קידוש שם שמים וועט דער מארש ווידער ארויסגיין, לויט א ספעציעלע וועג ווי די עסקנים וועלן אנצייגן, און נאך בערך א האלבע שעה וועט מען שפאצירן ביז די באסעס וועלכע וועלן אהיימפירן יעדן על מחנהו ועל דגלו.
עס איז וויכטיג צו באטאנען אז אויך ביי די מארש וועלן זיין ספעציעל-געשטעלטע מענטשן וואס וועלן רעדן צו די פרעסעלייט, און דעריבער זאל קיינער נישט איבערגעבן קיין שום אייגענע סטעיטמענטס.

📎 בני ישיבות מארש.jpg
📎 מארש.jpg

שעפטל » פרייטאג יוני 7, 2013 2:35 pm

· #122838
קול קורא מרבני סאטמאר והאדמו"ר (מהרי"י)
📎 IMG-20130607-WA027.jpg

זר זהב » פרייטאג יוני 7, 2013 2:38 pm

· #122839
מכתב קודש מכ"ק מרן אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א והדיינים אתם עמו

IMG-20130607-WA027.jpg

סאשי פיש » פרייטאג יוני 7, 2013 2:42 pm

· #122840
שעפטל
קול קורא מרבני סאטמאר והאדמו"ר (מהרי"י)

זר זהב
מכתב קודש מכ"ק מרן אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א והדיינים אתם עמו


שעפטל » פרייטאג יוני 7, 2013 2:43 pm

· #122841
אפיציעלע התאחדות הרבנים צעטיל
📎 IMG-20130607-WA028.jpg

שעפטל » פרייטאג יוני 7, 2013 2:45 pm

· #122843
קול קורא פון צענדליגע רבנים ואדמורי"ם שליט"א
📎 IMG-20130607-WA030.jpg

מאראנצןזאפט » פרייטאג יוני 7, 2013 3:06 pm

· #122847
יישר כח שעפטל פאר'ן אונז האלטן אפ טו דעיט.

שמעקעדיג » פרייטאג יוני 7, 2013 3:26 pm

· #122852
שעפטל
אפיציעלע התאחדות הרבנים צעטיל
📎 IMG-20130607-WA028.jpg

והיתה עת צרה.. אשר לא נהייתה עד הנה..
דאס מיינט אין מיין ווערטער בוך אז די גזירה שטייגט איבער דעם אינטערנעעאט! שומו שמים.

ניו יארק » פרייטאג יוני 7, 2013 4:05 pm

· #122870
קומען די ליטווישע אדער יא?

יונגערמאנטשיק » פרייטאג יוני 7, 2013 4:25 pm

· #122875
זר זהב
מכתב קודש מכ"ק מרן אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א והדיינים אתם עמו

📎 IMG-20130607-WA027.jpg



דערמאנונג: זר אינטערעסירט נישט די גאנצע זאך.

זר זהב » פרייטאג יוני 7, 2013 4:37 pm

· #122878
עקזעקטלי! דערפאר האב איך די פריוויליגיע פון בלויז קאפירן יענעמס ארבעט!!!

smart » פרייטאג יוני 7, 2013 4:37 pm

· #122879
וואו קען מען זעהן א קלארערע בילד פונעם קול קורא?

זר זהב » פרייטאג יוני 7, 2013 4:40 pm

· #122880
here
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/122876">viewtopic.php?p=122876#p122876</a><!-- l -->

זר זהב » פרייטאג יוני 7, 2013 4:54 pm

· #122883

שעפטל » פרייטאג יוני 7, 2013 5:05 pm

· #122886
מודעה מטעם ק"ק בעלזא
📎 IMG-20130607-WA039.jpg

שעפטל » פרייטאג יוני 7, 2013 5:17 pm

· #122890
קומט אריין די נייעס אז אין אלע סקווירא בתי מדרשים וועט מען אויסרופן אז מ'זאל זיך באטייליגן.
אין שיכון סקווירא וועט דאס זיין בנוכחתו פון כ"ק האדמו"ר שליט"א

שעפטל » פרייטאג יוני 7, 2013 5:18 pm

· #122891
מאראנצןזאפט
יישר כח שעפטל פאר'ן אונז האלטן אפ טו דעיט.

האסט הנאה? ווארף צו א לייק.....

אביגדור » פרייטאג יוני 7, 2013 5:42 pm

· #122910
יישר כח.

שעפטל » פרייטאג יוני 7, 2013 6:28 pm

· #122923
און ס'הייבט זיך אן....
📎 l.jpg

שעפטל » פרייטאג יוני 7, 2013 6:30 pm

· #122926
נאך קעגן...
📎 IMG-20130607-WA049.jpg

שעפטל » פרייטאג יוני 7, 2013 6:49 pm

· #122931
אינטערוויו אויף קול מבשר 1-1-4 מיט די ראשי העסקנים בק"ק סאטמאר (ביידע...) הרב יואל גאנדל, און הרב אייזיק דאסקאל, איבער די דעטאלן פונעם פראטעסט

שמעקעדיג » פרייטאג יוני 7, 2013 6:51 pm

· #122933
בעלזא צעטל רעדט אויך נאר איבער תפילת רבים, נישט קיין ווארט איבער הפגנה.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10