מהר"א מסאטמאר : א פראטעסט ווערט געפלאנט
486 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3293
מהר"א מסאטמאר : א פראטעסט ווערט געפלאנט
סאטמער רבי האט געהאלטען א דרשת שבת הגדול קודם האט ער געזאגט דרוש בענין מצות עשה שהזמן גרמא אין נאכדעם האט ער גערעט דברי מוסר אין סוף דרשה האט ער געזאגט אז מען פלאנט אן פראטעסט קעגן די מדינת הציונות. א פראטעסט פין כלל ישראל וועגן גיוס בני ישיבות( ווי סקוקט אויס רעדט זיך עס פין א פראטעסט פין אלע קהילות אין מסתם ליטווישע אויכעט) אין אזוי ווי היינט צוטאגס איז איינער זאגט אזוי וויל די אנדערע פארקערט (זאליס ) בעט ער אז זיי זאלן זיך צושטעלן אין נישט שטערן.
איז איינער ווייסט מער פרטים איבער דעם פראטעסט זאל זיך אנריפען
מ'מעג יא גיין צוזאמען מיט די ליטאים אדער נישט? ער קאלעכט אזוי אינג?
מר. האלאנד, דארפסט נישט בלעימן די זאליס אז זיי גייען פארקערט, דאס איז א נארמאלע זאך ביי יעדעם, ביי כינוס כלל ישראל ווען עס האט נישט געשמעקט פאר דיין רבי׳ן איז ער אויך געגאנגען פארקערט.
זר זהבמ'מעג יא גיין צוזאמען מיט די ליטאים אדער נישט? ער קאלעכט אזוי אינג?
טעות, דא איז נישט די שאלה צו מ'מעג גיין מיט די ליטאים, די שאלה איז דא די פארקערטע, צו די ליטאים מעגן גיין מיט סאטמאר, דאס איז זייער פראבלעם זיך צו קימערן
Wow mr gold teritzimim starting already HYPCRYTS
אזא טיפזיניגער ענטפער איך קען פשוט נישט מיטהאלטן
אויב האט ער געזאגט ברבים שבת הגדול, אז ער בעט זיי אז מען זאל מיטגיין און נישט שטערן, איז ער דער ערשטער מחרחרי ריב און אנזייער פון די מחלוקה, וד"ל.
אלע haters קריכט צוריק אין די מייזן לעכער. ער האט בסך הכל געזאגט אז מען ברויך מאכן א פראטעסט און אפשרייען די גזירה און ער האפט אז יעדער און טאקע יעדער זאל זיך צושטעלן. ער האט נישט גערעדט פון ליטאים אדער זאליס. אויף וועם עס ברענט דאס היטל זאל זיך ווי אלעמאל שטארק אנברויזן דא אין קאווע שטיבעל און זיך אויסגעבן דאס גאנצע כעס אזוי וועט איר האבן א פרייליכן פסח
ער האט גערדט פון חב"ד? פון די 5 טאונערס? פון די עשרת השבטים? פון וועם?
און ווי ס'קוקט אויס וואלט איר געקענט בלייבן אין מייזן לעכל
זר זהבמ'מעג יא גיין צוזאמען מיט די ליטאים אדער נישט? ער קאלעכט אזוי אינג?
כינוס כלל ישראל יוכיח.
ער האט עס נאכמאל דערמאנט האנט ביי די צענטראלע דרשה אין וויליעמסבארג
אוי טאטימר. האלאנד, דארפסט נישט בלעימן די זאליס אז זיי גייען פארקערט, דאס איז א נארמאלע זאך ביי יעדעם, ביי כינוס כלל ישראל ווען עס האט נישט געשמעקט פאר דיין רבי׳ן איז ער אויך געגאנגען פארקערט.
מציאות הדברים איז אז ער האט געזאגט ער גייט נישט צום כינוס, ״דערנאך״ האבן די זאליס געזאגט אז זיי גייען יא
סא ווער גייט אלס פארקערט?
ביזט צוקער זיס..
מען רעדט דא פון גיין פארקערט פון איהם? אדער פון אן אויבער חכם וואס גייט אלץ פארקערט פון רוב רבנים?!
נישט צו פארגלייכן מיט גדלות פון רביה״ק מסאטמאר זי״ע, אבער ער איז אויך געגאנגען אייביג קעגן רוב רבנים
אויף אברהם אבינו שטייט אויך למה נקרא שמו אברהם שכל העולם מעבר זה והוא מעבר אחר
סאטמאר איז קיינמאל נישט געגאנגען צו פראטעסטן פין די אגודה מען פלעגט זיי אבער אייביג רופן ביי די פראטעסטן, למעשה זענען זיי כמעט קיינמאל נישט געקומען חוץ ביי גיוס בנות, אין די וואס זיכן צו 'קריטיקירן וועלן סייווי טרעפן איך האב פאר פאר זיי עצה זיי זאלען מאכען א פראטעסט אין וואשינגטאן אדער שרייען שעת מלחמה
וואס איז שייך מאכן א פראטעסט אויב אין יעדע צוויליזירטע לאנד איז אנגענומען אז די יונגע דארפן דינען אין די מיליטער?
איך האב די זעלבע שאלה. יא זיי זענען ציונים און רשעים אבער גיי זיי דאס מסביר פאר די אמעריקאנע גאס? וואס קען א פראטעסט אויפטוען?
די פרייע וואס דרייען זיך ארויס און די מאסן דרייט מען נישט קיין קאפ,מען ארעסטירט זיי נישט און מרודפט זיי נישט די יארן, די
קאלעדזשעס זענען פול מיט צענדליגע טויזנטער סטודענטן און יעדער איינער באקומט א פטור,מה שאין כן די חרדים.
דאס איז זייער גיט צו רעדן אין ביהמ"ד וויאזוי איז מען דאס מסביר פאר די גויאישע גאס? למעשה גייען די פרייע יא אין מיליטער
מאנכע האלטן דא און איין פרעגן, וואס דער פראטעסט גייט אויף טאן,
בשנת תשי''ד, ווען דער ציוניסטישער ראש ממשלת הכופרים, דוד בן גיריון ימ''ש, האט ארויס געגבן די גזירה פון גיוס נשים, אז יעדע פרוי פון מדינות ישראל, דארף דינען אונעם ציוניסטישען מיליטער, האבן אלע גדולי ישראל און שפיטץ פונעם הייליגן חזון איש, מיטן בריסקער רב זי''ע, אויסגעריפן א מלחמת מצוה קעגן די גזירה, און ארויס געגבן זייער פסק הלכה, אז דאס אז א פרוי זאל דינען און מיליטער, איז ביהרג ועל יעבור.
בן גיריון ימ''ש האט דאן געפינען פאר וויכטיג זיך צו טרעפן מיט די גדולי ישראל, און מסביר זיין זיין שטעלונג, ער האט געוואלט באזיכען ביים בריסקער רב זי''ע, אבער דער בריסקער רב האט אים נישט געוואלט אויף נעמען, אבער דער חזון איש האט אים אבער יא אויפגענימען, און בן גריון האט דאן געטענה'עט פארן חזון איש, אז דאס אז פרויען זאלן דינען און מיליטער איז א זיכערהייטס פראגע, דעריבער האבן די גדולי ישראל נישט וואס אריין צו רעדען דעראינען, דאס איז א זאך וואס נאר די זיכערהייטס כוחות פון די מדינה קען האבן א מיינונג.
דער חזון איש האט אים שארף אפגעווארפן, און אים געזאגט, אז ביי יודן איז נישט דא אזא זאך, א יוד איז אנגעבינען מיט דעם דעת תורה, אויב די תורה זאגט יא, איז יא, און אויב די תורה זאגט ניין, איז נישט. און די תורה זאגט אז פרויען טארן נישט דינען און מיליטער.
האט אים בן גיריון געפרעגט, אז למעשה האבן מיר א פאליציי קראפט, און א מיליטער, און מיר קענען אונפארסירן דאס געזעץ מיט כוח, און מיט וואס פאר א כוח פלאנט איר זיך שלאגן מיט אונז? האט אים דער חזו''א גענפערט:
אז ענקער מיליטער און פאליציי האבן נאר א כוח, וואו לאנג די רבנים געבן נישט ארויס דער פסק הלכה פון יהרג ועל יעבור, אבער איינמאל מיר געבן ארויס דער פסק אז פרויען דינען און מיליטער, איז ביהרג ועל יעבור, דאן וואס פאר א כוח, האט ענקער גאנצע מיליטער און פאליציי?
בן גריון האט דאס גוט פארשטאנען, און די גזירה פון גיוס נשים איז נישט אריין און קראפט, עד היום הזה:
איז אזוי:
דער גוי פארשטייט אז מיר האבן א תורה, און מיר האבן רבנים וועמען מיר פאלגען.
אויב דער גוי זעט וואו מען צווינגט יודן צו טון קעגען די תורה, און קעגען די רבנים, קיקט ער אן די באצווינגער, וואו בארבארן.
דער פראבלעם איז נאר אז די רבנים וואס נעמען שוין יארן לאנג פעטע סומעס געלט פון די ממשלה, און פרעסן שוין יארן לאנג אויפן חושבן פון די מדינה, שטעלן זיך נישט גענוג שטארק ארויס קעגן די גזירה, אויב די רבנים וואלטן זיך ארויס גשטעלט מיטן גאנצען שארפקייט, און מיט אן אחדות, און געלייגט דעם פארפוילטער פאליטיק און דער זייט, איז קלאר אז די מדינה וועט זיך מיזן רעכענען דערמיט, און די גזירה וועט איינשלאפן, אזוי עס איז געווען ביי גיוס נשים.
אבער די מדינה ווייסט ליידער זייער גוט אז די היינטיגע מרנן ורבנן, זענען אינגעוויזען אויף 2 זאכען: אויף שררה, און אויף געלט, איינמאל די צוויי זאכן ווערן קער גענימען, קיקן זיי אויף די אנדערע זייט, און זאגן "אז זיי מישען זיך נישט און פאליטיק".
און די גאנצע וועלט ווייסט מען אז די וואס לערנען און סקול דארפען נישט גיין און מיליטער און מדינת ישראל לגבי די פרייע האלטען זיי אויך אזוי נאר ביי די חרדים ווילען זיי עס נישט פארשטין
קאך_לעפל האקט
לעמיל, #נישטאמת. סטודענטן אין די מדינה גייען אויך אין מיליטער.
אין א שעת מלחמה גייט יעדער! און ליידער איז די מדינה אין א מלחמה יעדע ליבע טאג
אל כבוד קודשת מהר"א שליט"א,
א קורצע שאלה, וואס גייט זיין כבוד קדושתו'ס סטראשע א טאג נאך דעם פראטעסט?
ה"ל
אויב האלטסטו אז דערווייל האט ער א גוטע סטראשע און ס' קען איהם העלפן, זאל ער עס נישט טוהן ווייל נאכדעם ווייסטו נישט וואס עס גייט זיין סטראשע? האט ער נישט יעצט און נישט נאכדעם. אפשר גייט זיך די מדינה אינטערגעבן און מ' וועט נישט דארפן מער קיין סטראשע (?..).
מיר האט אויך געבאדערט די טענה וואס איז מען מסביר פארן גוי?
למעשה האט מיר איינער מסביר געוען אז בחורים אין די יארן דארפן לערנען אין דארפן נישט גיין אין מיליטער עס איז נגד התורה און מען טאר נישט צווינגען,וואס זענען מיר אנדערשט ווי די פרייע?
smart איך ווייס נישט וויפיל גויים וועלן דאס פארשטיין. יעדע מדינה נעמט דאס יוגענט אין מיליטער
היימישער ליטוואק. מען שמועסט אז ר' אהרן האט נארוואס פארענדיגט לייענען דיין שאלה און ער וועט זיך אוודאי שואל עצה זיין מיט דיר אינגיכען איבער די סטראשע
מען רעדט שוין פין א פראטעסט אזוי פרי ווי נעקסטע וואך זינטאג. אבער פארוואס איז שטיל. פארוואס דרייען זיי נישט איבער די אידישע אידענטום??
די צייט איז אנגעקומען א מעכטיגע דענמעסטרעישן ווערט שוין געפלאנט וואכן און חדשים. און מען האט געוואלט אויס ארבעטען מיט די זאליס. אויך די וואך איז געווען א מיטונג פין איינעם פין די ארונים און צוויי פין די זלונים. און פארשטייט זיך אז די זאליס קומען זיך אן מיט תנאים ואמוראים. כינוס דוויאלעמסבורג יוכיח. און די ענד האבן די ארונים געזאגט ישקינו. און די קומענדיגע מיטוואך ווערט עס פאררופען בחוצות מאנהעטען בהשתתפות סאטמער סקווערא א חלק פון די ליטאים און נאך פרטים יבאו
האלאנדקומענדיגע מיטוואך ווערט עס פאררופען בחוצות מאנהעטען בהשתתפות סאטמער סקווערא א חלק פון די ליטאים
און וואס איז מיט באבוב, גור, אשכנזים וכו'
די פראטעסט איז -עפ"י בקשת רמ"י ישיבה לעיקוואד- אפגעשטיפט געווארן אויפן קומענדיגע זינטאג
ס'געפעלט מיר, יעצט האלטן די ליטאים אז מ'מעג פרטעסטירן קעגן מד"י. ווען ס'רירט זיי אן
יאפ קוק אין ארץ ישראל שטעלן זיי זיך אויך צו. איין שטיינעמאן פייט נאך...
ער איז דיין משרת צו וואס? שעם דיך.
יעצט געהערט אז ביידע סאטמערס פלאנען זיך צו באטייליגן
ווען איז דער פראטעסט?
משגיחיעצט געהערט אז ביידע סאטמערס פלאנען זיך צו באטייליגן
שקר מוחלט
זר זהבס'געפעלט מיר, יעצט האלטן די ליטאים אז מ'מעג פרטעסטירן קעגן מד"י. ווען ס'רירט זיי אן
ווען די עדה האט געמאכט די פראטעסט זענען אויך א חלק לוטאים פין ר' שמואל אויערבאך'ס לאגער געקומען
אין מען האט לכבוד דעם ס'ערשטע מאל אין די
היסטאריע גערעדט עיברית דרשות ביים פראטעסט
איז דער פראטעסט זונטאג אדער פרייטאג?
רוזעוולטאיז דער פראטעסט זונטאג אדער פרייטאג?
זונטאג
זלמן זאפירמשגיחיעצט געהערט אז ביידע סאטמערס פלאנען זיך צו באטייליגן
שקר מוחלט
ביסט אזוי זיכער?
עס גייט יעצט אן פארהאנדלונגען אז ביידע סאטמערס זאלן זיך באטייליגן
און דאס איז די עיקר סיבה פארוואס מען האט אפגעשטיפט די פראטעסט
קיין שום עיקר סיבה. די סיבה איז אז מיטוואך איז די יארצייט פון הגאון ר' שניאור קאטלער זצ"ל
שעפטלקיין שום עיקר סיבה. די סיבה איז אז מיטוואך איז די יארצייט פון הגאון ר' שניאור קאטלער זצ"ל
אמת אז ביז פאריגע וואך איז מען געזעסן מיט צד רז"ל און פרובירט צו פארהאנדלען מען זאל קענען גיין צוזאמען, און דער איין איינציגער וואס האט געשטופט מען זאל פארהאנדלען מיט זיי איז געווען האדמו"ר מהר"א שליט"א, אלע עסקנים ארום האבן געשריגן מען קען גיין אליין אויך, מען וועט נאר האבן צרות פון זיי, אבער מהר"א האט געזאגט, איך ווייס אז מען וועט גיין מיט זיי וועט מען האבן אביסל עגמת נפש, אבער ס'איז ווערט כדי ס'זאל דערהערט ווערן דער קול מחאה.
ווי האט איינער געזאגט,
ס'איז דא צוויי ברודער אין אמעריקא וואס טראגן דעם טיטל סאטמאר רבי, איינעם גייט נישט אן וואס טוט זיך אין אמעריקא נאר וואס טוט זיך אין ארץ ישראל, און דעם צווייטן גייט נישט וואס טוט זיך אין ארץ ישראל נאר אין אמעריקא.מהר"א האט דאס נישט געוואלט דעהערן ביז די חברה האבן געוויזן זייער פרצוף מיטן כינוס, דעמאלטס איז געפאלן די החלטה אז מ'לאזט זיי לויפן.
למעשה איז שוין געקומען מעלדונגען פון זיי אז זיי ווילן יא גיין צוזאמען זיי האבן נאר פארלאנגען, אויף דערווייל ווייס איך נישט וואס איז געווארן מיט זיי, אבער דאס איז קלאר, די דיחוי פונעם פראטעסט איז צוליב די לעקוואדער יארצייט
דער פראטעסט ווערט געפירט דורך האדמו"ר מסאטמאר שליט"א מהר"א זעלבסט
ס'קוקט נישט אויס נאך אזא וואך וואס איז דורך געגאנגען מען זאל אפילו חלומ'ן פין גיין צי זאמען
דערווייל איז די רעדע בלויז סאטמאר מהר"א מען האפט אז די ליטואים וועלן אריין טשיפען
אזוי זאגן ענק
עפל סדראזוי זאגן ענק
און דו זאגסט?
קוק צוריק 6 תגובת
ס'איז פריער געקומען א פאן קאל פין שטוב מענטשן פין הגז"ל צי האדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א אז זיי
זענען גרייט צי קומען צים פראטעסט ( דערווייל )
ימים ידברו
lol
JUST IN: Due the Porto-Rican Parade this coming Sunday in Manhattan, & due to the Joining of Thousand of Bnei Toira w/the Rushi Yeshives, the Protest will be Held @ "The Federal Plaza Center" 26 Federal Plaza in Lower Manhattan!!