☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » מאסן דעמאנסטראציע א' חוקת קעגן גיוס בני ישיבות

מאסן דעמאנסטראציע א' חוקת קעגן גיוס בני ישיבות

477 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3987
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יוני 10, 2013 10:15 am

· #123535
ליטוואקס
איך, פערזענליך, האט זיך נישט געראכטען אויף אזוי פיל ליטוואקעס. א. ווייל נאטורלעך זענען מיר פוילע מענטשען און זוכען נישט זיך אויפצושטעלען עפעס טוהן. ב. ווייל דער ענין פון הפגנות איז זייער פרעמד. קוק וויפיל ארבעט מ'האט געמוזט אריינלייגען צו שלעפען דער עולם אויף סיטיפילד. נישט וועגען די פאליטיק אזוי ווי ביי סאטמאר, נאר בלויז ווייל מ'פארשטייט נישט דער נויטיגקייט דערפון (אגב, איך פארשטיי נאך אלס נישט!!!) ג. ווייל דער שמעק איז געווען אז די גדולים זענען נישט אזוי בעד דער זאך. ד. ווייל דער נוסח וועט זיין פון סאטמאר וואס דאס איז סתם א פרעמד נוסח.
פון די בילדער האט זיך באוויזען אז אסאך מער ליטוואקעס זענען געווען ווי ווייניג, אבער מ"מ ס'איז געווען א קליינע פראטעסט, דער גויישע מידיא האט זיך כמעט נישט וויסענדיג געמאכט, און די נומערען זענען גאנץ ווייניג לויט וויפיל מענטשען ס'זענען דא אין די היימישע ציבור. איך האב נישט באמערקט קיין שום מענשט וואס באלאנגט אין בארא פארק אדער סקוועא וכדו'. אלע פנימ'עם זענען געווען אדער פון וויליאמסבורג אדער לעיקוואוד\בענסאנהורסט.
נאך איין נקודה.
מוחה זיין דארף מען דאך טוהן מיט מסירות נפש. נו, אז מ'שטעלט זו באסעס און בענקלעך, פאנטש און קוקי'ס, וויאזוי קען מען מוסר נפש זיין? מה עשה הקב"ה? ער האט אנגעדרייט באופן טמיר ונעלם אז ס'זאל זיין א פירוד צווישען די צווי אחים הקדושים לבית התמרים, וואס באמת יעדער וואס קוקט צו פון די פרעמד זעהט אז ס'איז אן עלילה, און כך גזרה חכמתו ית' אז ס'זאל זיין א פירוד צווישען די צוויי, (פונקט ווי יוסף און די ברידער) און דעריבער כאשר קמה וגם נצבה הגזירה הנוראה הזה, האבען זיי געהאט די מעגליכקייט מוחה זיין במסירות נפש, און אזוי איז נתקיימה גזירותיו של הקב"ה, וה' החפץ למען צדקו, האט אונז צוגעשטעלט א געלעגענהייט פאר א מצוה, ער האט אונז געגעבען א אתרוג מהודר אויף וואס צו בענטשען סוכות.

טעפל » מאנטאג יוני 10, 2013 10:20 am

· #123536
שכוח פאר אלע אינפארמירער ובראשם שעפטעל!
שכוח פאר אלע בילדער ברענגער, און א שכוח זר פאר בילדער פון דיין רבי'ן..

בן תמליון » מאנטאג יוני 10, 2013 10:26 am

· #123538
מיר געפעלט דעם זשואיש פרעס' איינציקן זאץ איבער'ן עצרת אינטער א בילד פונעם מעמד:

.The way these guys can mobilize and organize, it’s a crime they’re not serving in the army

<a class="postlink" href="http://www.jewishpress.com/news/photos/satmar-protesting-draft-in-manhattan/2013/06/10/">http://www.jewishpress.com/news/photos/ ... 013/06/10/</a>

שמעקעדיג » מאנטאג יוני 10, 2013 10:39 am

· #123541
גם אני מצטרף צו באדאנקען יעדן באזונדער, שעפטל און זר פאר די אינפארמאציע, בילדער, און די קיוט פייט וואס איז ווי אביסל זאלץ און פעפער..

מיינע אבזערוואציעס, קודם כל דאס געפארעכץ אויף די טאנצעדיגע סקול באסעס האט מיר געמאכט רחמנות האבן אויף מיינע קינדער וואס דארפן דאס יעדן טאג אדורכגיין, און אויך האב איך געטראכט פון די ארעסטאנטן וואס גייען דאס אדורך אפטמאל פאר גאנצע טעג אן עירקאנדישאן. זאל ה' רחמנות האבן אויף זיי און זיי באפרייען בעגלא ובזמן קריב (הגם ס'איז א סתירה צו די אלע ריזיגע "JAIL" פלאקאטן וועלכע האבן באשיינט די באסעס און אנדערע טאוולען...)

די אלע וועלכע זענען געקומען צום פראטעסט, עכ"פ די היימישע זיכער, האבן געוואוסט פארוואס מען קומט, די שיטה איז קלאר, די אלע דרשות און בראשורן בעפאר האבן קלאר מסביר געווען די "סכנה עצומה". וואס איז פשט צו נעמען רעדנער פאר 2 שעה און איבערקייען די זעלבע זאך? וואס האט מען געוואלט? "אונז" מעורר זיין? "אונז" קענען עפעס טון (אויסער שרייען פוי)? לפי עניית דעתי וואלט דער עצרת געזאלט זיין געווענדעט אך ורק צו די גוי'אישע דורכגייער, צו די מידיא, צו א קאנסולאט, צו ווייסעך וועמען, אבער וואס איז פשט פון האלטן לאנגע דרשות און ציטירן שטיקער גמרא און מדרש פאר אונז אידן? די רעדנערס האבן דען געוואוסט עפעס וואס אונז ווייסן נישט? מיר האבן געדארפט עפעס חיזוק אין דער ענין? אתמהה.

דאס אויסרופן נאכאנאנד, איבער 20 מאל אז מען זאל נישט ארום מארשירן מיט די טאוולען איז אויך געווען מאדנע. פארוואס דארף מען יעדע זאך איבערזאגן אזויפיל מאל. ווער עס האט נישט געפאלגט ביים 19'טן מאל, מהיכי תיתי אז ער וועט ביים 20'טן אויסרוף יא טוישן זיין מיינד. אזעלכע אויסרופן טוט סתם פארדרייען דעם קאפ פארן פשוט'ן באטייליגטן, וואס ווייסט נישט וואס דו ווילסט פון אים. מילא הצלה, דארף מען שרייען אויפן מייק, און אז די אומוויכטיגע זאלן אראפגיין פונעם אויבן-אן אפשר אויכעט, אבער אבי צו נוצן די מייק און אויסליידיגן דעם אינהאלט פון בויך איז לדעתי גענצליך איבעריג.

וואסער און ביהכ"ס איז כמעט נישט געווען צום געפינען. קוקיס איז יא געווען עטליכע באקסעס. עט ליעסט אויפן באס איז געווען וואסער. א דאנק פאר די צושטעלער. ב"ה דער וועטער האט גאנץ גוט צוגעשפילט, עס איז נישט געווען צו הייס, און א געשמאקע לופטעלע האט געבלאזן דא און דארט.

אלענפאלס, לאמיר האפן אז מען האט עפעס אויפגעטון, מסיר געווען דעם חרון אף, און די גזירה וועט בטל ווערן.

בן תמליון » מאנטאג יוני 10, 2013 10:45 am

· #123542
איינער האט אריינגעשיקט א CNN איי ריפארט. דער חכם דא זאגט אז דער גיוס וועט נישט צושטאנד קומען ווייל די איצטיקע חברי ממשלה וועלן "דראפן דעד" דורך הייליקע כוחות פון די רבנים.

<a class="postlink" href="http://ireport.cnn.com/docs/DOC-985741">http://ireport.cnn.com/docs/DOC-985741</a>

בעריש » מאנטאג יוני 10, 2013 10:45 am

· #123543
Starbucks
לדעתי איז די פראטעסט געווען א ריזיגע סוקסעס. חוץ פון די געוואלדיגע פאליטישע אויפטוהן וואס גייען דא געשען א דאנק די פראטעסט, פשוט צו זעהן אזא ריזיגן ציבור איז פאר זיך א געוואלדיגע חיזוק. מיר זענען נישט עפעס אפאר משוגעים ליידיג גייער מיט פאני אהנטועכץ, ניין, מיר זענען א מאסן ציבור מיט א כוח! מיר זענען דא, מיר גייען נישט אין ערגעץ, און מיר האלטן בשום אופן נישט ביים ארבייטן!

אז מ׳רעדט שוין פונעם ציבור, איך האב גענומען די מיה און אפגעציילט, ס׳געווען דארט א גוטע 2 מיט א האלב טויזענט מענטשן בליע״ה!!
שטימט נישט? אדרבה, צייל דו אפ.


איך האב נישט די סקיל צי קענען ציילען פון אזא בילד.
אויב ביסטי אבער דארט געווען ווייסטי מסתמה אז דאס בילד איז איז פון גאר א קליינער חלק פון דעם ציבור.

בן תמליון » מאנטאג יוני 10, 2013 10:55 am

· #123544
הערליכע בילדער אויף כיכר השבת. אמעזינג שאטס.

<a class="postlink" href="http://www.kikarhashabat.co.il/%D7%A2%D7%A6%D7%A8%D7%AA-%D7%94%D7%A8%D7%91%D7%91%D7%95%D7%AA-%D7%91%D7%9E%D7%A0%D7%94%D7%98%D7%9F-%D7%92%D7%9C%D7%A8%D7%99%D7%AA-%D7%A2%D7%A0%D7%A7.html?gview=photoblog#img136095">http://www.kikarhashabat.co.il/%D7%A2%D ... #img136095</a>

בעריש » מאנטאג יוני 10, 2013 11:02 am

· #123548
moti107
יואליש
בעריש
ווער סווייסט היסטאריע פלעגט דאס אמאל זיין דער נארם ביי די פראטעסטען, אויף די בילדער פון יענע יארן קענסטי נישט טרעפן א ווארט קעגן די עקזיסטענץ פון די מדינה
דער יושב ראש דער וואדעסלאווער רב פלעגט מאכן זיכער צי דערמאנען איבערן קיום המדינה זעלבסט
דאס אנחזערען מיט פלאקאטן איבער די שלש שבועות איז אינגאנצען אלט 10 אדער 15 יאר
איך האב הנאה אז דאס מאל האט מען און אכט גענומען אז נוטרנא זאל נישט מישען מיט זייערע אגענדעס.


קען זיין ביסט גערעכט, און כ'וואלט געוואלט הערן מער איבער דעם. אבער צו זאגן אז דאס איז אן אנטוויקלונג בלויז אין די לעצטע צען פופצען יאר איז א ראדיקאלע גוזמא. ס'איז לכאורה געווען גאר ווינציג פראטעסטן אין די צען פופצען יאר ווען סאטמאר איז געווען פארנימען מיטן זעלבסט-צושפליטערונג. די לעצטע דרייסיג יאר זענען די פראטעסטן געווען לויטער סאטמאר, אן קיין שום קאליציע, און אזא פשרה האט ניטאמאל אויסגעפעלט. איז די שאלה וועלכע פון די בראשית יארן פראטעסטן איז נישט געווען אנטי מדינה אין מעסעדזש?

איך געדענק פאר 20 15 יאהר צוריק ווען מ׳איז געגאנגען פראטעסטירן ביי וואל סטריט איז געווען א רעדע אז סאטמאר זאל מיטקומען, אבער דער איד (א ל קעניג וחבריו) איז געווען פול מיט סטעיטמענטס אז מ׳מוז אויך רעדן קעגן די מדינה, און אויב זיי ווילן נישט איז טייטש אז א סאטמאר איד האט נישט וואס צו זוכן דארט.
און דאס איז געווארן די צענטער פון די טענות דארף מען יא דערמאנען מדינה הטמאה אדער דארף מען נישט.
איז יואליש לכאורה יא גערעכט אז ס׳איז א נייער פרעצעדענט אז מ׳האט מפשר געווען כדי זיך אויסצוקומען מיט די אנדערע קרייזן.

פון די וואל סטריט עצרת איז דערווייל נאר דא 14 יאר.
די האסט נישט אויפגעפאסט אז דא רעדט מען פון פלאקאטן און נישט די דרשות, דאס אז די סיינס זאלן שרייען התנגדות אנקעגן די מדינה (וואס לויט הרב דעת תורה איז דער סאטמארער רב גאר געווען קעגען דעם) דאס איז א לעצטיגע זאך בעיקר זינט די ספליט און די אויפקום פון די פארשידענע ערליי אינטערנעט אנטי מדינה ארגענעזאציעס.

איך זאג 15 ווייל עס דאכט זיך מיר אז די הפגנה נ"ט איז עס שוין יא געווען.

לגבי מזכיר זיין די התנגדות אנקעגן די מדינה פלעגט מען יא מאכן זיכער אריינציווארפען כאטש ווייט נישט אזוי סאך ווי נעכטען ווי אלע 5 סאטמארע רעדנערס האבן זיכער געמאכט דאס ארויסציברענגען, כרעד שוין נישט ר"נ שטויבער וואס האט געהאלטן א קלאסיש סאטמארע דרשה.
איך בין געווען זיכער אז נאכן רופען די ברייטער חסידישע ציבור וועט מען זיין מער איינגעהאלטען מיט דעם.
איך ווינדער זיך אויב איינער וועט נעמען די מי אויסציהערן די פראטעסטען פון די כ' יארן ווען מ'איז טייל מאל געגאנגען מיט די ליטווישע וויפיל אזאנע אנטי סטעיטמענט מ'וועט דארט הערן.

שעפטל » מאנטאג יוני 10, 2013 11:12 am

· #123551
המודיע
Thousands Protest Ending Draft Exemption for Students

📎 IMG-20130609-WA218.jpg

שעפטל » מאנטאג יוני 10, 2013 11:13 am

· #123552

שעפטל » מאנטאג יוני 10, 2013 11:15 am

· #123555

שעפטל » מאנטאג יוני 10, 2013 11:16 am

· #123556

שעפטל » מאנטאג יוני 10, 2013 11:17 am

· #123558

שעפטל » מאנטאג יוני 10, 2013 11:17 am

· #123559

שעפטל » מאנטאג יוני 10, 2013 11:18 am

· #123560

שעפטל » מאנטאג יוני 10, 2013 11:19 am

· #123561

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יוני 10, 2013 11:29 am

· #123566
שעטפטעל - מ'באצאלט דיר כאטשיג פאר דער ארבעט לשם שמים. טוה נישט אומזיסט, ס'איז דא גענוג געלט פאר דעם. מ'דארף נאר בעטען.

boxcover » מאנטאג יוני 10, 2013 11:30 am

· #123567
ס'איז מורא'דיג, די נארישקייטן וואס דער פלוני רעדט. עס איז אנגעקומען צו סי.ען.ען.

ער פראבירט מסביר צו זיין די וואס מען לערנט נישט קיין ברטנורה אז די היינטיגע גדולים קענען מעביר זיין די רשעים מיט העכערע כוחות ביז מ'עט זוכה זיין אז זיי וועלן drop dead...

שעפטל » מאנטאג יוני 10, 2013 11:33 am

· #123570
כמאה אלף איש זעקו: – ה’ הוא האלוקים – במרכז מנהטן

אחדות מופלאה בעצרת המחאה נגד גזירת הגיוס שנערכה במנהטן, מאות אדמו”רים רבני וראשי ישיבות וכמאה אלף איש שקידשו שם שמים ברבים | ומה אמר הגרא”ב וואכטפויגל לאדמו”ר מסאטמאר בצאתו מהעצרת? | סיקור מלא

כמאה אלף איש קידשו אתמול (ראשון) שם שמים ברבים, כאשר התאחדו בכיכר פדראל פלאזה במרכז מנהטן למחות נגד חוק גיוס בני הישיבות בארץ הקודש, ובראשם ראשי אלפי ישראל אדמו”רים רבנים ראשי ישיבות וראשי קהילות מכל שכבות הציבור, חסידים ליטאים וגם מבני עדות המזרח.

את עצרת הענק יזם כזכור כ”ק אדמו”ר מסאטמאר שליט”א, שקיים אסיפה בביתו לאחר כינוס ‘הדר קבלוה חומותייך וויליאמסבורג’, בו החליט על קיום העצרת במטרה לאחד את כלל ישראל, איש לא האמין שתוך שבוע יהיה ניתן להגיע לתוצאות כאלו, בתוך שבוע לאחד את כל הקהילות ולקיים מפגן אדיר רצוף אחדות למען המטרה הנעלה, וברוב סייעתא דשמיא צלחה דרכו ורצונו של האדמו”ר, ואתמול קצר את פירותיו בראותו את הרבבות גודשים את הכיכר.

בשעה 14:30, יצאו האוטובוסים הראשונים עליהם כאלף בחורי ישיבה גדולה סאטמאר בקרית יואל, בשעה 15:00 הגיעו 40 אוטובוסים לעיר לייקווד, ובתוך 20 דקות התמלאו כולם, עסקני המקום ארגנו במהירות עוד 20 אוטובוסים המשמשים ביום יום להסעת תלמידים.

בשעה 15:30 יצאו מאות אוטובוסים מקרית יואל, מונסי, שיכון סקווירא, תוך דקות התמלאו כולם ויצאו מיד לעבר מיקום העצרת, בשעה 16:00 התחילה הנהירה ההמונית מוויליאמסבורג, בורו פארק ופלעטבוש, באותה עת יצאו כ-6000 בחורי ישיבות בצעדה רגלית כשהם לבושים שקים ושלטים חלקם בתוך מכלאות, לעבר מיקום העצרת במנהטן, זאת במטרה להראות לעם היושב בציון ולממשלת הזדון, כי שום דבר לא יצליח לשבור את רוחם של בחורי ישראל, אפילו אם יכלאו לא יפסקו מפתגמי אורייתא.

אחד העסקנים מספר לJDN, כי בצעדה נטלו חלק בחורי ישיבות סאטמאר, סקווירא, לייקווד, מיר, סאוט פאלסבורג וישיבת רבינו חיים ברלין.

גם בימת הכבוד בכיכר שנבנתה 5 קומות, התמלאה במהרה, דבר שלא היה צפוי, והמשטרה נאלצה לסגור מספר פעמים את במת הכבוד, ולהוסיף עוד מקומות ישיבה, וכבר בתחילת העצרת הפכה הבימה ל8 קומות, כאשר נוספו עוד שלשה שורות, בין הקומות על גבי במות נמוכות, כך שעל הבימה היו בסך הכל כ-2000 מקומות ישיבה לאדמו”רים רבנים ורובם היו ראשי ישיבות.

בשעה 17:15 נפתחה העצרת על ידי הרה”ג ר’ יעקב וייס שליט”א ר”מ בישיבת סאטמאר בקרית יואל, אחריו ניגש המנחה יו”ר העצרת הרב יצחק גליק שליט”א, שקרא לראש ישיבת מיר הגה”צ רבי אשר קלמנוביץ שליט”א לקרוא פרקי תהילים ולעורר את ההמון.

אח”כ קרא היו”ר להגאון הגדול רבי אלי’ בער וואכטפויגל שליט”א ר”י זכרון משה סאוט פאלסבורג לשאת את דברו, אחריו נשאו דברים כ”ק האדמו”ר מגאלנטא, הרה”צ ישכר דוב כ”ץ אבד”ק דושינסקיא, הרה”ג ר’ נח אייזיק אלבוים אב”ד הימנוב קווינס, הרב פנחס יונג ממונסי שנשא דרשה באנגלית לתקשורת בארה”ב, הרה”ג רבי יעקב הורביץ ר”י בית מאיר, הרב הגאון רבי נחמן יעקב שטויבער ר”מ בישיבת סאטמאר קווינס, הגר”י וייס שפתח את העצרת נשא דברי נעילה.

לאחר מכן נשא דברים בשם בד”ץ העדה החרדית הגאון הגדול רבי נפתלי הירצקא פרנקל שליט”א שהגיע במיוחד להביא את דבר ‘העדה’ בעצרת הענק, שגם קיבל עם הרבבות עול מלכות שמים, אחריו עלה ראש עיריית לייקווד שהודה באנגלית לכוחות הבטחון ולעיריית מנהטן על עזרתם הרבה לקיום העצרת, את הנאום האחרון נשא הרב מרדכי אלעזר הירש מנכ”ל מוסדות סאטמאר בוויליאמסבורג.

באותה העת ישבו מאות אברכים בבית המדרש סאטמאר ברח’ יונה בירושלים, והאזינו למסכת הנאומים שהועברו בשידור חי.

בשעה 19:30 הסתיימה העצרת, מאות אוטובוסים החזירו את הרבבות לביתם, עיריית מנהטן הציבה רכבת חינם לשכונות החרדיות בורו פארק, וויליאמסבורג, פלטבוש וקראון הייטס.

כשירדו הגרא”ב וואכטפויגל והאדמו”ר מסאטמאר מבימת הכבוד, אמר ראש הישיבה לאדמו”ר, אני יגיד רק מקצת שבחו של אהרן ‘שלא שינה’, היום הזכרתם לי את דודכם הקדוש הסאטמאר רב ז”ל, וככה הצלחתם לאחד את כל היהדות החרדית, בעיקר בזכות הענווה הגדולה, שוויתרתם על הכל. כשנכנס האדמו”ר לרכבו אמר למקורבים, בטוחני שדודי הקדוש (הדברי יואל) היה בעצרת והותיר את ברכתו על כל המשתתפים.

היום (שני) בשעות הצהריים יעלה האדמו”ר מסאטמאר לאהל אדמו”רי סאטמאר בקרית יואל, שם יעורר רחמי שמים בציון דודו הקדוש בעל ה’דברי יואל’ זי”ע ובציון אביו הקדוש בעל ה’ברך משה’ זי”ע, שיתבטלו כל הגזירות מעל עם ישראל בכל מקומות שהם, ובפרט מעל יושבי ארץ ישראל.

<a class="postlink" href="http://www.jdn.co.il/news/231695">http://www.jdn.co.il/news/231695</a>

שעפטל » מאנטאג יוני 10, 2013 11:34 am

· #123572
ליטוואק פון בודאפעסט
שעטפטעל - מ'באצאלט דיר כאטשיג פאר דער ארבעט לשם שמים. טוה נישט אומזיסט, ס'איז דא גענוג געלט פאר דעם. מ'דארף נאר בעטען.

אודאי, ס'נאך אלס איבערגעבליבן אביסל, לייג צו א פלייצע און שיק א ביל

שמעקעדיג » מאנטאג יוני 10, 2013 11:38 am

· #123574
boxcover
ס'איז מורא'דיג, די נארישקייטן וואס דער פלוני רעדט. עס איז אנגעקומען צו סי.ען.ען.

ער פראבירט מסביר צו זיין די וואס מען לערנט נישט קיין ברטנורה אז די היינטיגע גדולים קענען מעביר זיין די רשעים מיט העכערע כוחות ביז מ'עט זוכה זיין אז זיי וועלן drop dead...


זאל ער זיי פארציילן אז מען דארף נישט קיין גדולים דערצו, וואס אפאר טשולענט בונדלעך קענען אויפטון קען קיין צווייטער נישט!

קאווע טרינקער » מאנטאג יוני 10, 2013 11:41 am

· #123577
ווער איז געווען דער דרייווער וואס האט געפירט די באס צו קרואן הייטס? פלעטבוש?

שעפטל » מאנטאג יוני 10, 2013 11:41 am

· #123578

שרייבער » מאנטאג יוני 10, 2013 12:14 pm

· #123588
[ציטאט אראפגענומען]

שכויעך פארן דערמאנען איך דארף עס שוין טוישן

שרייבער » מאנטאג יוני 10, 2013 12:16 pm

· #123591
ליטוואק פון בודאפעסט

פון די בילדער האט זיך באוויזען אז אסאך מער ליטוואקעס זענען געווען ווי ווייניג, אבער מ"מ ס'איז געווען א קליינע פראטעסט, דער גויישע מידיא האט זיך כמעט נישט וויסענדיג געמאכט, און די נומערען זענען גאנץ ווייניג לויט וויפיל מענטשען ס'זענען דא אין די היימישע ציבור. איך האב נישט באמערקט קיין שום מענשט וואס באלאנגט אין בארא פארק אדער סקוועא וכדו'. אלע פנימ'עם זענען געווען אדער פון וויליאמסבורג אדער לעיקוואוד\בענסאנהורסט.


אבי גערעדט, איך ווייס נישט ווי דו ביסט געשטאנען, איך האב מיך אנגעשטויסן מיט אסאך סקווערע און גאר אסאך בארא פארקע חברה וכן ממאנסי, ס'איז געווען א ריכטיגער געמיש פון אלע שיכטן און קרייזן (חוץ גור)

בעריש » מאנטאג יוני 10, 2013 12:34 pm

· #123594
געווען א געמיש פון נישט סאטמאר, אבער סאטמאר זעלבסט האט באטראפן 75 פראצענט אדער מער פון דעם ציבור דארט.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יוני 10, 2013 12:52 pm

· #123598
שרייבער - איך בין נישט געווען דארטען, איך האב נאר געזען די בילדער און איך האב נישט געזען קיין בילדער פון מענטשען וואס קוקען אויס אז זיי באלאנגען אין סקווער אדער ב.פ.. אדרבה אויב איהר האט יא אזעלכע בילדער ווייסט אויף.
איך האב געטראכט. למעשה די אלע גוים וואס האבען יא געהערט פון דער מחאה, כולל די פאליציי און פארבייגייער און די מענטשען פון סיטי-האלל וואס האבען געהאנדעלט די זאך, האבען געהערט אז 'שווארצע' אידען זענען נישט קיין אוטומאטישע שטימונג פאר די מדינה הציונית. פון היינט ווען זי זע'ען און האנדלען מיט א איד פון ב.פ. אדער וויליאמסבורג וכדו' וועלען זי איהםם נישט אנקוקען ווי א שטיצער פון איזרא'על. דאס איז נישט גוט פאר די ציונים. זיי דארפען אנקומען צו די פאקט אז אלע אידען אין חוץ לארץ האבען א זיקה פאר זייערע מדינה, און ס'איז זייער אינטערעס אנצוהאלטען דער דמיון. אלזא, ס'איז נישט אזא וודאות אז הפגנות העלפען נישט, אפילו פון די ליטווישע שטאנדפונקט. דאס איז אנדערש פון ארץ ישראל, ווי על פי רוב העלפען נישט קיין הפגנות, און ס'איז סתם א תירוץ זיך אויסצולאזען.

זלמן זאפיר » מאנטאג יוני 10, 2013 1:16 pm

· #123609
איך האלט דאס גרעסטע סוקסעס איז פינעם מעמד קידוש השם אין מאנהעטן
אז מען האט צוריק געברענגט דאס נארמאלקייט אין באזעסנקייט ביי א פראטעסט

די לעצטע פאר יאר האט זיך געיאוועט פראטעסטן יעדן שני וחמישי אויף שטותים אין נער'שיקייטן ס'האט פארלוירן די וועליאו פין א פראטעסט
מושגעים האבן עס פארכאפט ציהיצטע יונגע רעדנער'ס אן קיין טראפ ערפארנונג האבן געשריגן
אן נארמאלער מענטש סאטמאר'ער מענטש אפגערעדט א פרעמדער האט זיך גע'עקל'ט צי קוקן אויף זייער ד' אמות

פראטעסטן האבן זיך פארמערט אין דער ציבור איז געווארן פוחת והולך

א גרויסן דאנק פארדעם נעכט'יגן פראטעסט איז הרב ר' מרדכי אלעזר הירש פין די סאטמאר'ער ישיבה
ווי ער האט אנגעפירט דעם פראטעסט מיט א מורא'דיגען יושב הדעת מיט א גראדן שכל האט ער נישט צי געלאזט אז אזא מעמד זאל ווערן פארכאפט צי ציגענייער טראץ דעם וואס איז נישט גרינג אנגעקומען איז ער געשטאנען פעלזן פעסט אין זיך נישט גערירט צי לאזן פאלן צי ציהיצטע יונגען

סאיז קלאר אז דעם נאמען רבינו יואל איז נעכטן פריש נתקדש אין ס'איז א קידוש השם ציווייזן אז סאטמאר איז געטרייע צי די שיטה הקדושה

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יוני 10, 2013 1:21 pm

· #123610
ס'איז געווען אין די בילדער הרב מנחם סאוויץ שליט"א (מחבר ספר משמחי לב ועוד) א נאנטע תלמיד פון ר' אליה בער וואס ער טוט עפעס ביים בימה. וואס טוט עהר? עהר זאגט תהלים? זיין נאמען איז נישט דערמאנט. אויך זעה אויך הרב דאננער (נישט דונער און נישט קיין משפחה מיט די דונער'ס) שטייט ביים 'מייק', אבער איך זעה נישט די מעיאר פון לעיקוואוד הרב אקערמאן. וואס איז געשען, און ווער האט געדאנקט די פאליציי?

זר זהב » מאנטאג יוני 10, 2013 1:24 pm

· #123613
טעפל
שכוח פאר אלע אינפארמירער ובראשם שעפטעל!
שכוח פאר אלע בילדער ברענגער, און א שכוח זר פאר בילדער פון דיין רבי'ן..

מיין רבי וואוינט אין אר"י. ער איז נישטא געווען בכלל

atmybest » מאנטאג יוני 10, 2013 1:27 pm

· #123617
זר זהב
טעפל
שכוח פאר אלע אינפארמירער ובראשם שעפטעל!
שכוח פאר אלע בילדער ברענגער, און א שכוח זר פאר בילדער פון דיין רבי'ן..

מיין רבי וואוינט אין אר"י. ער איז נישטא געווען בכלל


קען נישט זיין. איך האב געזען דיין רבי וואקן אונטער הגז'ל.

איך אויך » מאנטאג יוני 10, 2013 1:30 pm

· #123619
זלמן ,דבריך דברים של טעם באשכול מלא שטויות.

שעפטל » מאנטאג יוני 10, 2013 1:52 pm

· #123628
ליטוואק פון בודאפעסט
ס'איז געווען אין די בילדער הרב מנחם סאוויץ שליט"א (מחבר ספר משמחי לב ועוד) א נאנטע תלמיד פון ר' אליה בער וואס ער טוט עפעס ביים בימה. וואס טוט עהר? עהר זאגט תהלים? זיין נאמען איז נישט דערמאנט.

מיינסט הרב מנחם צביאק שליט"א?? ער האט פארגעדאווענט מנחה
ליטוואק פון בודאפעסט
אויך זעה אויך הרב דאננער (נישט דונער און נישט קיין משפחה מיט די דונער'ס) שטייט ביים 'מייק', אבער איך זעה נישט די מעיאר פון לעיקוואוד הרב אקערמאן. וואס איז געשען, און ווער האט געדאנקט די פאליציי?

הרב דונער האט זיך באדאנקט פאר די פאליציי

דעת תורה » מאנטאג יוני 10, 2013 2:38 pm

· #123654
אז מען קוקט גוט קען מען זען ווי דער באריכט אויף jdn און דער באריכט אין בחדרי קומען פונעם זעלבן פארגעשריבענעם סקריפט, ביידע מיט איין ציל גרויס צו מאכן איינעם פון די הויפט משתתפים אין די עצרת. (צוליב די אחדות וואס הערשט יעצט שרייב איך נישט וועם איך מיין...)

זר זהב » מאנטאג יוני 10, 2013 2:41 pm

· #123658
JDN האט בכלל נישט געדעקט דעם לשמור ולעשות אין וויליאמסבורג

דעת תורה » מאנטאג יוני 10, 2013 2:41 pm

· #123659
שמעקעדיג


דאס אויסרופן נאכאנאנד, איבער 20 מאל אז מען זאל נישט ארום מארשירן מיט די טאוולען איז אויך געווען מאדנע. פארוואס דארף מען יעדע זאך איבערזאגן אזויפיל מאל. ווער עס האט נישט געפאלגט ביים 19'טן מאל, מהיכי תיתי אז ער וועט ביים 20'טן אויסרוף יא טוישן זיין מיינד. אזעלכע אויסרופן טוט סתם פארדרייען דעם קאפ פארן פשוט'ן באטייליגטן, וואס ווייסט נישט וואס דו ווילסט פון אים. מילא הצלה, דארף מען שרייען אויפן מייק, און אז די אומוויכטיגע זאלן אראפגיין פונעם אויבן-אן אפשר אויכעט, אבער אבי צו נוצן די מייק און אויסליידיגן דעם אינהאלט פון בויך איז לדעתי גענצליך איבעריג.


עס האט געהאט א טיפערע באדייט ווי סתם אויסרופן, אלעס איז געווען וויכטיגע חשבונות.

שרייבער » מאנטאג יוני 10, 2013 2:43 pm

· #123660
הו קער'ס וועם JDN וויל גרויס מאכן, ס'מאכט סיי נישט גרויס נאר אין די אויגן פון יענעם'ס אייגענע חסידים

דאס איז זיכער
דער נאמען פון רבינו יואל איז זיכער נתגדל ונתקדש געווארן, און ס'האט געוויזן אז ביי אזא זאך וואס ער האט געבלוטיגט מיט א אמת לייגט מען אוועק אלע דיפרענצן אין א זייט, זעט אויס די וואס בלוטיגן פארן אינטערנעט מיינען עס נישט אזוי אמת'דיג

בעריש » מאנטאג יוני 10, 2013 2:46 pm

· #123662
דעת תורה
אז מען קוקט גוט קען מען זען ווי דער באריכט אויף jdn און דער באריכט אין בחדרי קומען פונעם זעלבן פארגעשריבענעם סקריפט, ביידע מיט איין ציל גרויס צו מאכן איינעם פון די הויפט משתתפים אין די עצרת. (צוליב די אחדות וואס הערשט יעצט שרייב איך נישט וועם איך מיין...)

איך דענק פאר א יאר ביים כינוס כלל ישראל האבן אויך די סייטס פראבירט גרויס צי מאכן איינער פון די אדמורים המשתתפים
סאיז נישט אזא שווערע כאפ ס'האט פשוט צי טאן ווער סאיז געווען און טשארדזש אויף די בילדער געכאפעריי....

שמעקעדיג » מאנטאג יוני 10, 2013 2:47 pm

· #123663
דעת תורה
שמעקעדיג


דאס אויסרופן נאכאנאנד, איבער 20 מאל אז מען זאל נישט ארום מארשירן מיט די טאוולען איז אויך געווען מאדנע. פארוואס דארף מען יעדע זאך איבערזאגן אזויפיל מאל. ווער עס האט נישט געפאלגט ביים 19'טן מאל, מהיכי תיתי אז ער וועט ביים 20'טן אויסרוף יא טוישן זיין מיינד. אזעלכע אויסרופן טוט סתם פארדרייען דעם קאפ פארן פשוט'ן באטייליגטן, וואס ווייסט נישט וואס דו ווילסט פון אים. מילא הצלה, דארף מען שרייען אויפן מייק, און אז די אומוויכטיגע זאלן אראפגיין פונעם אויבן-אן אפשר אויכעט, אבער אבי צו נוצן די מייק און אויסליידיגן דעם אינהאלט פון בויך איז לדעתי גענצליך איבעריג.


עס האט געהאט א טיפערע באדייט ווי סתם אויסרופן, אלעס איז געווען וויכטיגע חשבונות.

איך פארשטיי, מען האט שוין אויבן גערעדט דערפון. אבער דאס פארענטפערט נאך נישט מיין טענה.

דעת תורה » מאנטאג יוני 10, 2013 2:52 pm

· #123664
איז לאמיר דיר געבן איין משל.

ווען רז"ל איז אנגעקומען צום פראטעסט, איז פונקט געווען בין גברא לגברא, איצא האט שוין געהאט אפילו באדאנקט דעם רעדנער אבער ער איז עפעס שטיל געווארן פארן אויסרופן דעם נעקסטן, אפשר האט ער געדארפט בלעטערן אין זיין פאלדער זען וועמען אויסצורופן נעקסט. מרדכי אלעזר הירש איז געווארן ווילד מורא האבנדיג אז אויב עס וועט זיין שטיל ווען מהרז"ל וואקט ארויף דעם סטעיזש וועט עס נישט טויגן, איז ער צוגעלאפן צום מייק און אנגעהויבן אויסרופן די רוטינע הכרזות.

פארשטייסטו שוין פארוואס די הכרזות זענען באשאפן געווארן?

בעריש » מאנטאג יוני 10, 2013 3:13 pm

· #123674
דעת תורה
איז לאמיר דיר געבן איין משל.

ווען רז"ל איז אנגעקומען צום פראטעסט, איז פונקט געווען בין גברא לגברא, איצא האט שוין געהאט אפילו באדאנקט דעם רעדנער אבער ער איז עפעס שטיל געווארן פארן אויסרופן דעם נעקסטן, אפשר האט ער געדארפט בלעטערן אין זיין פאלדער זען וועמען אויסצורופן נעקסט. מרדכי אלעזר הירש איז געווארן ווילד מורא האבנדיג אז אויב עס וועט זיין שטיל ווען מהרז"ל וואקט ארויף דעם סטעיזש וועט עס נישט טויגן, איז ער צוגעלאפן צום מייק און אנגעהויבן אויסרופן די רוטינע הכרזות.

פארשטייסטו שוין פארוואס די הכרזות זענען באשאפן געווארן?

סאיז דאך געווען א דיעל אז משטעלט זיך נישט אפ ביי קיינעם האט ער זעט אויס דאס געוואלט איינהאלטען לחומרא...

בן תמליון » מאנטאג יוני 10, 2013 3:22 pm

· #123680
זעט דעם שפיטיווקער - שטיינמאן סומאטאכע מיט ווידיא און בילדער דא:

<a class="postlink" href="http://www.ladaat.info/article.aspx?artid=6278">http://www.ladaat.info/article.aspx?artid=6278</a>

זלמן זאפיר » מאנטאג יוני 10, 2013 3:26 pm

· #123682
דעת תורה
איז לאמיר דיר געבן איין משל.

ווען רז"ל איז אנגעקומען צום פראטעסט, איז פונקט געווען בין גברא לגברא, איצא האט שוין געהאט אפילו באדאנקט דעם רעדנער אבער ער איז עפעס שטיל געווארן פארן אויסרופן דעם נעקסטן, אפשר האט ער געדארפט בלעטערן אין זיין פאלדער זען וועמען אויסצורופן נעקסט. מרדכי אלעזר הירש איז געווארן ווילד מורא האבנדיג אז אויב עס וועט זיין שטיל ווען מהרז"ל וואקט ארויף דעם סטעיזש וועט עס נישט טויגן, איז ער צוגעלאפן צום מייק און אנגעהויבן אויסרופן די רוטינע הכרזות.

פארשטייסטו שוין פארוואס די הכרזות זענען באשאפן געווארן?



ווען האדמו"ר מהר"א מסאטמאר איז אריין געקומען האט ר' מרדכי אלעזר זיכער געמאכט אז הרב הגאון ר' יעקב ווייס שליט"א רעדט ווייטער אין שטעלט זיך נישט אפ

אין למעשה ווען ר' זלמן לייב איז אריין געקומען האבן די יונגע קווינסער בחורים אן געהויבן צי מאכן צווישנריפן ס'האט געפעלט א האר מען זאל זיך נעמען שרייען זאלי זאלי האט ר' מרדכי אלעזר זיכער געמאכט אז די אלע שישקערייען זאל פאלן אין טויבע אויערן

ר' מרדכי אלעזר איז צי פארדאנקען אז דער מעמד איז נישט פארכאפט געווארן דורך די יונגען אין געפירט דעם מעמד לרבבות מיט א שטארקן סוקסעס

רוזעוולט » מאנטאג יוני 10, 2013 4:00 pm

· #123692
חברע עטס כאפטס נישט די היסטארישקייט! זלמן זאפיר שרייבט אין א פלאץ וואס איז נישט צימעס!!!

שעפטל » מאנטאג יוני 10, 2013 4:03 pm

· #123693
שעפטל
איבער די ענין פון סיינס ווי איך האב פארשטאנען איז געווען צוליב דעם וואס די ליטאים האבן אויך מיטגעברענגט סיינס און מ'פארלירט קאנטראל וואס ס'שטייט און וואס די מעסעדזש איז.

בן תמליון
זעט דעם שפיטיווקער - שטיינמאן סומאטאכע מיט ווידיא און בילדער דא:
<a class="postlink" href="http://www.ladaat.info/article.aspx?artid=6278">http://www.ladaat.info/article.aspx?artid=6278</a>

יעצט פארשטייסטו שוין אביסל?

קינות גירושין » מאנטאג יוני 10, 2013 4:11 pm

· #123699
דעת תורה, כווייס נישט צו די קענסט מרדכי אלעזר ער איז נישט א מענטש וואס ווערט ווילד
און בכלל האט ער גארנישט קעגן זאלי, בעליוו מי, ער האלט פון אהרן פונקט אזוי ווי זלמן לייב, ער איז אביסען קלוגער פון די קרעפ
ער טוט א גוטע זשאב און פערטיג

שעפטל » מאנטאג יוני 10, 2013 4:22 pm

· #123707
די עסקנים וואס האבן צוגעשטעלט דעם גאנצן פראטעסט
📎 IMG-20130609-WA168.jpg
ר' יואל איצקאוויטש, ר' יואל לאנדא, ר' יואל גאנדל, ר' יואל שפילמאן

גאלד » מאנטאג יוני 10, 2013 4:22 pm

· #123709
דאס איז דערווייל דער בעסטער קליפ וואס געבט א שטיקל השגה פונעם ציבור, מ'זעהט פארוואס ס'זייער שווער צו כאפן איין בילד פונעם גאנצן עולם, ס'א גאר גרויס פלאץ, אבער נישט קיין גראדער שטח, נאר געדרייט, אויך איז עס א שטיקל פארק מיט ביימער א פאונטען מיט בודקעס, וכדומה

עכ"ז קען מען זעהן אז אפי' אויף דעם קליפ נעמט ער נישט אריין אלעס,



<a class="postlink" href="http://live.wsj.com/video/ultra-orthodox-ny-jews-protest-israeli-legislation/73F53E19-FD31-4842-ADE5-6AF9E60BE95B.html#!73F53E19-FD31-4842-ADE5-6AF9E60BE95B">http://live.wsj.com/video/ultra-orthodo ... F9E60BE95B</a>

זלמן זאפיר » מאנטאג יוני 10, 2013 4:22 pm

· #123710
איך האב געהערט פין געניג גאנץ נארמאלע זאלי'ס אז ביי זיי אין די קאמפעני פעלט אזא יוד ווי ר' מרדכי אלעזר
די זאלי'ס האבן פארן מעמד ארויס געשטעלט יצחק שטערן צי זיין זייער אנפירערער

די קאנטראסט פין די 2 מענטשן איז אזוי גרויס ווי פין די זאלי'ס פין אהרונים

ר' מרדכי אלעזר איז א שכל הישר אלעס מיט א שמייכל
אין יצחק שטערן איז א טעראריסט

יידל » מאנטאג יוני 10, 2013 4:28 pm

· #123713
דעת תורה
אז מען קוקט גוט קען מען זען ווי דער באריכט אויף jdn און דער באריכט אין בחדרי קומען פונעם זעלבן פארגעשריבענעם סקריפט, ביידע מיט איין ציל גרויס צו מאכן איינעם פון די הויפט משתתפים אין די עצרת. (צוליב די אחדות וואס הערשט יעצט שרייב איך נישט וועם איך מיין...)

סוף זמן אחדות איז געווען נעכטן 8:00 PM
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10