☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » מאסן דעמאנסטראציע א' חוקת קעגן גיוס בני ישיבות

מאסן דעמאנסטראציע א' חוקת קעגן גיוס בני ישיבות

477 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3987
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10

קינות גירושין » מאנטאג יוני 10, 2013 4:33 pm

· #123716
זלמן זאפיר
איך האב געהערט פין געניג גאנץ נארמאלע זאלי'ס אז ביי זיי אין די קאמפעני פעלט אזא יוד ווי ר' מרדכי אלעזר
די זאלי'ס האבן פארן מעמד ארויס געשטעלט יצחק שטערן צי זיין זייער אנפירערער

די קאנטראסט פין די 2 מענטשן איז אזוי גרויס ווי פין די זאלי'ס פין אהרונים

ר' מרדכי אלעזר איז א שכל הישר אלעס מיט א שמייכל
אין יצחק שטערן איז א טעראריסט

איך מיין אז חיים יצחק מאנדעל איז א שכל הישר און געלונגען ווי מרדכי אלעזר, ניין?
איך זעה אין זיי ביידע די זעלבע

יידל » מאנטאג יוני 10, 2013 4:53 pm

· #123722
דער ארטיקל אין פארווערטס איבערן פראטעסט איז קא-געשריבן געווארן דורך פרומעט גאלדבערגער (וועלכע ערשיינט אין די עירמאנט דאקיומענטערי). מרת. גאלדבערגער איז א בית רחל תלמידה פון קרית יואל וועלכע ארבעט יעצט אלץ אן אינטערניסט ביי די פארווערטס אלץ חלק פון אירע דזשורנאליסטישע שטודיעס אין שרה-לאורענס קאלעדזש. אויף איר פעיסבוק בלאט האט מרת. גאלדבערגער געשריבן (מיין איבערזעצונג) "איך בין פארביי געגאנגען צוויי רעדהעדס - מיין שוואגער און מיין ברודער. איך בין אוועקגעטאנצן, אבער כ'האב זיך גלייך געכאפט אז מען האט מיך נישט דערקענט, און מ'וועט מסתמא קיינמאל נישט."

זלמן זאפיר » מאנטאג יוני 10, 2013 5:13 pm

· #123730
קינות גירושין
זלמן זאפיר
איך האב געהערט פין געניג גאנץ נארמאלע זאלי'ס אז ביי זיי אין די קאמפעני פעלט אזא יוד ווי ר' מרדכי אלעזר
די זאלי'ס האבן פארן מעמד ארויס געשטעלט יצחק שטערן צי זיין זייער אנפירערער

די קאנטראסט פין די 2 מענטשן איז אזוי גרויס ווי פין די זאלי'ס פין אהרונים

ר' מרדכי אלעזר איז א שכל הישר אלעס מיט א שמייכל
אין יצחק שטערן איז א טעראריסט

איך מיין אז חיים יצחק מאנדעל איז א שכל הישר און געלונגען ווי מרדכי אלעזר, ניין?
איך זעה אין זיי ביידע די זעלבע



איך האבן אים קיינמאל נישט געזעהן האנדלן מיטן א צד השני סאו ווייס איך נישט

אדער ניין אדער נישט

לכבוד שבת קודש » מאנטאג יוני 10, 2013 5:59 pm

· #123738
שעפטל
די עסקנים וואס האבן צוגעשטעלט דעם גאנצן פראטעסט
📎 IMG-20130609-WA168.jpg
ר' יואל איצקאוויטש, ר' יואל לאנדא, ר' יואל גאנדל, ר' יואל שפילמאן



גיב איך אזא קוק אויפן בילד און איך זעה אן אינטערעסאנטע זאך. די אידן אינעם בילד זענען היבש נידעריגער פון די גוים. זענען טאקע אידן אין אלגעמיין נידעריגער פונעם עוורידזש אמעריקאנער גוי?

שרייבער » מאנטאג יוני 10, 2013 6:07 pm

· #123739
יידל
דער ארטיקל אין פארווערטס איבערן פראטעסט איז קא-געשריבן געווארן דורך פרומעט גאלדבערגער (וועלכע ערשיינט אין די עירמאנט דאקיומענטערי). מרת. גאלדבערגער איז א בית רחל תלמידה פון קרית יואל וועלכע ארבעט יעצט אלץ אן אינטערניסט ביי די פארווערטס אלץ חלק פון אירע דזשורנאליסטישע שטודיעס אין שרה-לאורענס קאלעדזש. אויף איר פעיסבוק בלאט האט מרת. גאלדבערגער געשריבן (מיין איבערזעצונג) "איך בין פארביי געגאנגען צוויי רעדהעדס - מיין שוואגער און מיין ברודער. איך בין אוועקגעטאנצן, אבער כ'האב זיך גלייך געכאפט אז מען האט מיך נישט דערקענט, און מ'וועט מסתמא קיינמאל נישט."

למעשה שרייבט צו פאזיטיוו אדער נעגאטיוו?

געוואלד געשריגן » מאנטאג יוני 10, 2013 6:27 pm

· #123742
לכבוד שבת קודש
שעפטל
די עסקנים וואס האבן צוגעשטעלט דעם גאנצן פראטעסט
📎 IMG-20130609-WA168.jpg
ר' יואל איצקאוויטש, ר' יואל לאנדא, ר' יואל גאנדל, ר' יואל שפילמאן



גיב איך אזא קוק אויפן בילד און איך זעה אן אינטערעסאנטע זאך. די אידן אינעם בילד זענען היבש נידעריגער פון די גוים. זענען טאקע אידן אין אלגעמיין נידעריגער פונעם עוורידזש אמעריקאנער גוי?


יא. נאר אביסל

דעת תורה » מאנטאג יוני 10, 2013 6:45 pm

· #123748
צו אלע מגיבים, דער לשון וואס איך האב געשריבן "ווילד" איז לאו דוקא.

און איך האב בכלל נישט קריטיקירט זיין אקט, עס איז געווען אפגעשמועסט פון פאראויס אז ביידע רבי'ס וועלן באקומען אייניג כבוד. (דער פונקטליכער מקום ווי צו זיצן איז כידוע נישט אריין גערעכנט אין דעם).

און אפשר האט ער אויך געמיינט דאס וואס שרייבער האט געשריבן. איך האב זיך בכלל נישט באצויגן צו זיינע מאטיוון דערונטער. איך האב בלויז ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט פון די הכרזות.

קאווע טרינקער » מאנטאג יוני 10, 2013 6:55 pm

· #123752
קען אפשר איינער מאכן א ליסטע פון רבנים און אדמורים וואס האבן נישט אנטייל גענומען אין די נעכטיגיע עצרת?
סקולען,
קלויזענבורג
וויזניץ
סקווירא

נא......

משה געציל » מאנטאג יוני 10, 2013 7:17 pm

· #123757
כ"ק קאווע טרינקער שליט"א

אין אנדערע נייעס ווערט באריכטעט דורך די ווייסע הויז פרעס סעקרעטאר אז אין א אומגעווענליכער שריט האט פרעזידענט אבאמא טעלעפאנירט דעם איזרעלישן ראש הממשלה ביבי נתניהו און אים פארגעהאלטן; "היתכן מען צווינגט אריין חרדיש'ע בחורים אינעם ציוניסטישן ארמיי"!
אבאמא האט קלאר געשטעלט פאר ביבי אז אמעריקא דרייט זיך איבער ווען איבער הונדרעט טויזענט הסידים האבן זיך פארזאמעלט אין ניו יארק צו דעמאנסטרירן די אומבארעכטיגטע אקט פון צווינגן חרדים אין מיליטער!
ביבי האט זיך אנטשולדיגט פארן פרעזידענט איבער די אומאנגנעמליכע סוטאציע וואס זיין קאבינעט האט אומדירעקט גורם געווען פאר אמעריקא אבער האט צוגעלייגט; "וואס זאלן מיר טוהן? מיר ברויכן דאך א שטארקע מיליטער קראפט אפצושלאגן אונזער שונאים פון ארום"! אבאמא האט נישט נאכגעלאזט און געזאגט אז די ראבייס טענה'ן אז; "דורכן לערנען תלמיד איז מען ענדערשט באהיט פון די פיינט"! אויף דעם האט ביבי א בייסיגער פארגעשלאגן; "זאל אמעריקא ארויסצוהען אירע טרופען פון די פיינטליכע לענדער און אנשטאט אויפבויען תלמיד'ישע אינסטעטאציעס".
אויף דעם האט אבאמא צוריק געטענה'ט; "עס איז א גרויסע נפק"מ ווען די רעדע איז פון א אידישע לאנד וואס אין אזא פאל ברויך מען זיך רעכענען מיט די תלמיד, משא"כ אמעריקא וואס איז געבויט אויף פרייהייט פרינציפן אן קיין רעליגיע דערין".
ווען א רעפארטער האט אנגעפרעגט ביי דזשאול פון וויליאמסבורג וואס וויל נישט ארויסגעבן זיין פולען נאמען איבער דעם, איז זיין אנטווארט געווען; "די רבנים זענען נישט געווען צופרידן פון אבאמא'ס טענה זאגענדיג אז דער מדינה האט נישט קיין שום שייכות מיט אידישקייט".

קאווע טרינקער » מאנטאג יוני 10, 2013 8:03 pm

· #123761
אכן נודע, יעצט פארשטיי איך שוין וויאזוי די עסקנים קומען אן צו די הויכע פענסטערס... זיי קריכען ארויף...
📎 high.JPG

George » מאנטאג יוני 10, 2013 8:05 pm

· #123762
אווי זעסטו פענסטערס דא?

קאווע טרינקער » מאנטאג יוני 10, 2013 8:13 pm

· #123769
George
אווי זעסטו פענסטערס דא?

זיי שטייען אויף א פלאטפארמע פארנט פון א פעדעראלע בנין

קאווע טרינקער » מאנטאג יוני 10, 2013 8:36 pm

· #123778
קאווע טרינקער
די באס קאמפאני זאגט אז זיי האבן געברענגט מער מענטשען פון וויפיל זיי האבן אהיים געטראגען... זעהט זיך אויס אז מאנכע זענען שוין פארבליבן לתור את הארץ...

חיים שאלזאהן ליינט קאווע שטיבל?
וואס איך האב געשריבן "נאך פאר מ'איז בכלל אהיים געפארן", שרייבט ער פאר א פאקט...
<a class="postlink" href="http://bshch.blogspot.com/2013/06/blog-post_7205.html">http://bshch.blogspot.com/2013/06/blog-post_7205.html</a>

אבגד » מאנטאג יוני 10, 2013 8:37 pm

· #123780
יואליש
אבגד, כ'האב נישט פארזעהן די חלק הפאליטיק און חכמה וואס שטעקט אין די מאוו פון כובש זיין די פראטעסט צום עצם המדינה. אזא שריט איז מעשים בכל יום אין אלע ווינקלן פון פאליטיק. מיין שאלה איז אבער אויב סאקמיר רב וואלט געשפילט אזא פאליטיק. איז דא אזא פרעצעדענט? מיין איינדרוק איז אז פונקט פארקערט, ער וואלט געהאלטן אזא פאקט וואלט געדינט ווי א קאנסעסיע אויף א קארדינאלע פרינציפל כדי צו בויען אן אגודה אחת, א קאליציע. מיר ליגט אין קאפ א מעשה ליסתור אז ער האט בשום אויפן נישט געוואלט מ'זאל אים איינטיילן צו זיך איינהאלטן פון האקן אויך די מדינה אפי' ווען די פרייז איז געווען דאס פארלירן אנדערע קרייזן. מיין זכרון זאגט מיר אז ס'איז געווען אזא אסיפה מיט די ליטווישע און ס'איז געווען א דיעל, וואס סאטמער רב האט געבראכן, און זינט דאן האט ער בלויז געמאכט שבת פאר זיך כדי נישט צו ברויכן איינגיין אויף אזוינע פשרות.

אדרבה, זאלן די היסטאריקער און "שיטה" עקספערטן מברר זיין דאס עסק.

איך ווייס נישט וואס די מעשה לסתור איז, און וואס דו ביסט דא סותר, למעשה האט מען פיין געהאקט אויף די מדינה און ארויס געברענגט די נידריגקייט און שמוציגקייט פון די פירער און די מיליטער, נאר די אלע זייטיגע שטותים ווי האלטן פלאקאטן און צווישן רופן.. דאס פעלט נישט אויס, און דאס וואלט סאטמאר רב זיכער, נישט נאר מסכים געווען, נאר געהייסן טוהן, אבער אוודאי מוותר זיין צו האקן אויף די עצם מדינה וואלט מען דא אויך בשום אופן נישט מסכים געווען, ממילא כל התגובה מופרך מעיקרא....

קאמענטירער » מאנטאג יוני 10, 2013 9:04 pm

· #123790
לכבוד שבת קודש
שעפטל
די עסקנים וואס האבן צוגעשטעלט דעם גאנצן פראטעסט
📎 IMG-20130609-WA168.jpg
ר' יואל איצקאוויטש, ר' יואל לאנדא, ר' יואל גאנדל, ר' יואל שפילמאן



גיב איך אזא קוק אויפן בילד און איך זעה אן אינטערעסאנטע זאך. די אידן אינעם בילד זענען היבש נידעריגער פון די גוים. זענען טאקע אידן אין אלגעמיין נידעריגער פונעם עוורידזש אמעריקאנער גוי?

נאך א זאך איז דא אינטערסאנט אז די אלע "עסקנים" רופען זיך יואלי...

גינות » דינסטאג יוני 11, 2013 12:11 pm

· #123929
מענטש רעגט זיך אויף איינער מיט א סיין אנטקעגן ר' שטיינמן

קאווע טרינקער » דינסטאג יוני 11, 2013 1:12 pm

· #123947
מיין נעפיו זאגט מיר אז זיין רבי האט נעכטען געזאגט אין חדר, אז פון היינט און ווייטער וועט מען טייטשען "כל יוצא צבא בישראל":" אלע וואס פראטעסטירן קעגען מדינת ישראל ".

משה געציל » דינסטאג יוני 11, 2013 1:51 pm

· #123956
"שאו את ראש כל עדת בני ישראל", מיינט לכאורה דער שפיטיוויקער וואס פראטעסטירט אנטקעגן די גדולים בישראל...

זר זהב » מיטוואך יוני 12, 2013 1:59 am

· #124250
[ציטאט אראפגענומען]


<a class="postlink" href="http://youtu.be/Q93ihdiu9jY?t=2m55s">http://youtu.be/Q93ihdiu9jY?t=2m55s</a>

איילבירט » מיטוואך יוני 12, 2013 12:48 pm

· #124341
איך האב אן אראבער מיט ווען איך דיל, שיקט ער מיר היינט אן אימעיל און בעט מיר איך זאל עס מפרסם זיין ביים היימישן עולם וזה לשון קדשו
مرحبا لجميع اليهود في أمريكا التي احتجت على هذه الأمة مجنون دعا إسرائيل، التي تضع ينتن! استمروا في عملكم عظيم!
איר קענט עס טרענסעלעיטן דורך גוגל

שעפטל » מיטוואך יוני 12, 2013 12:53 pm

· #124342
Hello to all the Jews in America, which protested against this crazy nation called Israel, that place stinks! Keep up your great work!

בן תמליון » מיטוואך יוני 12, 2013 12:55 pm

· #124343
שעפטל
Hello to all the Jews in America, which protested against this crazy nation called Israel, that place stinks! Keep up your great work!


וואס לויט גוגל טייטשט עס:

Hello to all the Jews in America, which protested against this crazy nation called Israel, that place stinks! Keep up your great work!

גאלד » מיטוואך יוני 12, 2013 12:56 pm

· #124344
יעצט האב איך אויך באקומען א מעסעדש פון א אראבער פון עזה מיט וועם איך האב עפעס א שייכות

شكرا لك آرون لتنظيم احتجاج، ونحن العرب نعرف أن شقيقه هو الخاسر

שעפטל » מיטוואך יוני 12, 2013 1:00 pm

· #124345
האהאהא - מ'האמער אים!!!!!!!

גאלד
יעצט האב איך אויך באקומען א מעסעדש פון א אראבער פון עזה מיט וועם איך האב עפעס א שייכות

شكرا لك آرون لتنظيم احتجاج، ونحن العرب نعرف أن شقيقه هو الخاسر

Thank you Aaron for organizing a protest, and we, the Arabs know that his brother is a loser

פסיכאלאג » מיטוואך יוני 12, 2013 1:02 pm

· #124346
נו שעפטל מיר זיכען איינער וואס קען אראביש איבערצוזעצן הרב גאלד

געוואלד געשריגן » מיטוואך יוני 12, 2013 1:07 pm

· #124349
שעפטל
Hello to all the Jews in America, which protested against this crazy nation called Israel, that place stinks! Keep up your great work!


I thought this was about the draft? Apparently I was sadly misinformed

you should take away the comma and the word "all"..it implies that the protest represented the views of all Jews in America

ברסלבער » מיטוואך יוני 12, 2013 1:25 pm

· #124355
[ציטאט אראפגענומען]

דאס איז שוין אלטע נייעס.
יעצט אריינגעקומען: الأخبار العاجلة! كوبرنيكوس هو العودة!

בן תמליון » מיטוואך יוני 12, 2013 1:41 pm

· #124358
יעצט א ריזיגן העדליין אויפן וועבסייט פונעם גרעסטן טערקישן דעילי!

!kupernices bizimle kal

קאווע טרינקער » מיטוואך יוני 12, 2013 2:29 pm

· #124373
קופרניקוס, כ'האב נעכטען געצינדען ליכט לע"נ.
איר לעבט נאך?

שמעקעדיג » מיטוואך יוני 12, 2013 2:51 pm

· #124383
מיינסט להכעיס דיינע חברים

דעת תורה » מיטוואך יוני 12, 2013 3:01 pm

· #124389
y-net האט אזוי געשריבן

בן תמליון » מיטוואך יוני 12, 2013 3:21 pm

· #124393
[ציטאט אראפגענומען]


<a class="postlink" href="http://www.ynetnews.com/articles/0,7340,L-4390353,00.html">http://www.ynetnews.com/articles/0,7340 ... 53,00.html</a>

שעפטל » מיטוואך יוני 12, 2013 4:04 pm

· #124400
[ציטאט אראפגענומען]

📎 די צייטונג.jpeg

שעפטל » מיטוואך יוני 12, 2013 4:05 pm

· #124401
די וואך - די קידוש ה'
📎 די וואך.jpg

שעפטל » מיטוואך יוני 12, 2013 4:07 pm

· #124402
📎 הציבור.jpg

כ'האף אז קיינער וועט נישט ברוגז זיין אויף מיינע רייד, אבער דער הציבור האט געטוהן א נידריגע זאך מיטן לייגן א פאלש בילד אויפן דעקל!!!

שעפטל » מיטוואך יוני 12, 2013 4:15 pm

· #124406
הפלס
📎 הפלס.jpeg

שעפטל » מיטוואך יוני 12, 2013 4:27 pm

· #124409
<a class="postlink" href="http://youtu.be/XYqnhNtavd4">http://youtu.be/XYqnhNtavd4</a>

(פארוואס איך קען עפעס נישט אריינלייגן געהעריג ווייסעך נישט...)

היימישער ליטוואק » מיטוואך יוני 12, 2013 4:41 pm

· #124412
שעפטל
📎 הציבור.jpg

כ'האף אז קיינער וועט נישט ברוגז זיין אויף מיינע רייד, אבער דער הציבור האט געטוהן א נידריגע זאך מיטן לייגן א פאלש בילד אויפן דעקל!!!


און די צוויי ווישניצע ברודער, וועלכע לעבן יא בשלום האבן זיין פונאנדערגטיילט... עולם הפוך ראיתי!

שעפטל » מיטוואך יוני 12, 2013 5:17 pm

· #124424
ברוך המקדש שמו ברבים, אשרי העם שככה לו, אשרי העם שהשם אלוקיו!


עס איז שוין פאריבער 3 טאג זינט דאס יהדות החרדית האט פארענדיגט דעם מעכטיגן היסטארישן עצרת הרבבות וואו אזויפיל טויזנטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן פונעם גאנצן יהדות החרדית איבער אמעריקא האבן אזוי הילכיג אויסגעשריגן אז זיי זענען דא מיט א געטריישאפט זיך אנצונעמען פאר כבוד שמו יתברך, אז זיי זענען דא מיט א אנטשלאסנקייט צו קעמפן לטובת אונזערע ברודער אין ארץ ישראל, און אז זיי זענען דא מיט א פעסטע החלטה נישט צוצולאזן אז די הענט פון די רשעי ישראל אין ארץ ישראל זאל חלילה פאלן אויף די פארבליבענע ערליכע טייל פונעם יהדות החרדית.

עס איז נישטא די ווערטער מיט וואס צו באצייכענען די הרגש וואס די רבבות ישראל האבן געשפורט אין די מינוטין ווען א בליץ פון א פייערדיגע קידוש שמו יתברך איז אדורכגעלאפן אין זייער הארץ, ווען מען האט אויסגעשירגן דעם "שמע ישראל ה' אלוקינו ה' אחד" הארט בעפארן שליסן דעם היסטארישן עצרת מחאה אדירה, ווען יעדער איד פאר זיך, טראץ וואס ער האט נישט געזעהן מער ווי די 100 אדער 200 מעעטשן וועלכע זענען געשטאנען ארום אים, האט ער אבער געוויסט אז דא געפינען זיך יעצט מיט אין אינאיינעם דאס גאנצע ערליכע טייל פונעם יהדות החרדית ממש בלי שום יוצא מן הכלל, און אזא שמע ישראל האט א טיפער און התעוררותדיגער באדייט, ווען עס האט זיך געשפורט ווי עס שרייט זיך ארויס צו השי"ת אז יא! משיח צדקינו האט נאך דא אין גלות א פארזאמלונג פון רבבות ישראל וועלכע שרייען אויס א שמע ישראל וואס איז לויטער און ריין, א שמע ישראל וואס איז נישט פארמישט מיט עבודה זרה, א שמע ישראל וואס איז א האפענונג אויפן ריכטיגן "שתהא שמו שלום וכסאו שלום", און טאקע אט דער היינט נאכטיגער אחדות לטובת קידוש שמו יתברך וועט בלי ספק דערנענטערן די גאולה שלימה בקרוב ממש!

ווער עס האט דאס נישט מיטגעלעבט אליינס וועט קיינמאל נישט פארשטיין פארוואס יעדער איד האט געשפורט אז מען טוט היינט אויספירן א רצון השם אויף אזא היליכגן פארנעם וואס מען געדענקט נישט סיי ווען בעפאר, און שוין אפגערעדט פון די טויזנטער סאטמארע אידן וועלכע האבן געקוקט מיט די אויגן וויאזוי עס ווערט ווירקליך אפגעשפילט דער חלום אויף וואס מרן רבינו שליט"א האט געזאגט פארגאנגענעם חוה"מ פסח בלשון קדשו אז אויב וועט דאס פאסירן וועט דער פעטער ז"ל אין הימל זיכער האבן א גרויס נחת רוח, און אט האט דאס טאקע ווירקליך פאסירט, און עס איז זיכער אז די אלע צדיקים וקדושים וועלכע האבן אזוי ביטער געקעמפט מיט א מלחמה לה' בעמלק אז דער חרדישער אידנטום זאל נישט פארכאפט ווערן אין די באן פון כפירה ומינות ושמד פון די ציוניסטישע רעגירונג, אט די אלע צדיקים לאזט זיך זאגן אז זיי האבן היינט אויפדערנאכט זיכער געמאכט א מחול לצדיקים, און געטאנצן פאר פרייד אז שוין שטייענדיג 63 יאר נאכדעם וואס די מרידה בה' איז אויסגערופן געווארן, איז נאך דא א ערליכער כח וואס קען צאמברענגען אזויפיל רבבות ישראל זיך מעורר צו זיין נישט צו ווערן פארשלעפט אינעם שמד אפאראט פון די מדינה הציונות, א שמד אפאראט וואס האט שוין היינט ליידער די אונטערערדישע מיטארבעט פון אזויגערופענע גדולי הדור וואס פון זייערע שטובער ווערן ליידער רח"ל אנגעפירט די גרעסטע מעשי שטן בשליחות פון די ציוניסטישע רשעים אליינס, פארט אבער איז פארבליבן זה לעומת זה אזא מעכטיגער כח וואס איז בלויז צו פארדאנקען די רוחניות'דיגע פייער וואס אונזערע פריערדיגע צדיקי הדור האבן אין אונז אנגעצינדן, והאש תמיד תוקד עד ביאת הגואל!

די גדולי הבעלי דרשנים האבן אייניג ארויסגעברענגט דער צוויי זייטיגער ציהל פון די מערכה, פון איין זייט אויסצורופן פאר די רשעי ישראל אויף א הילכיגן פארנעם אז מיר וועלן נישט צולאזן זייערע פינסטערע פלענער זאלן ח"ו אויסגעפירט ווערן נאר מיר וועלן קעמפן אלוועלטליך קעגן יעדע פריוו פון אויסשמד'ן חרדישע בחורין אין די טמאנע מיליטער היו לא תהיה, און פון די צווייטע זייט דער אויסרוף פון חיזוק פארן יהדות החרדית אין אר"י, און די הייסע בקשה געמישט מיט א ברכה פונעם יהדות הגולה צום יהדות אר"י, אנא אחינו , מיר בעטן אייך אונזערע ברודער, אל תראו ואל תחתו, שרעקט אייך נישט און גיט אייך נישט אונטער, האלט אייך פעסט אויפן פראנט מיט א מלחמה גדולה קעגן די רשעי עמינו, און גיט אייך נישט אונטער צו סיי וועלכער כת וואס וועט וועלן אפקילן ענקער מסירת נפש למען כבוד שמו יתברך, איר האט א פעסטער רוקן-ביין דאהי אין אמעריקא וועלכע וועט אייך האלפן קעמפן לכל אורך הדרך אן קיין שום פשרות כלשהוא ח"ו!!!

און ווי עס האט אויסגערופן הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א ביים שליסן דעם היסטארישן מעמד קידוש שם שמים בקול זעקה גדולה, איז דער היינטיגער עצרת אדיר נישט געווען קיין שליסונג פון א מלחמה, נאר פארקערט, דאס איז געווען א אנהייב פון א מלחמה, א שוועבעלע וואס האט נארוואס אנגעהויבן ברענען און וועט פון דא און ווייטער אנגיין מיט א פייערדיגע קאמפ, לא ננוח ולא נשקוט, מיר וועלן נישט רוען און נישט איינזיצן ביז ווילאנג די מלכות הרשעה וועט נישט אראפנעמען זייערע נעגל פונעם פארבליבענעם יהדות החרדית צו וועמען משיח צדקינו וועט בקרוב קומען, און אויסלייזן פון די ביטערע גלות אונטער רשעי ישראל וואס איז די ערגסטע גלות וואס אידן קענען נאר האבן.

בשעת דעם גאנצן מעמד איז פארגעקומען דעם היסטארישן "בני הישיבות מארטש" ווי אריבער צוויי טויזענט בחורים חסידישע און ליטווישע אינאיינעם האבן הילכיג דעמאנסטרירט זייער סאלאדיריטעט און חיזוק פאר זייערע ברודער די טויזענטער בחורים אין ארצינו הקדושה וועלכע זענען אין צענטער פונעם ביטערן גזירה און וועלן מעגליך אויסשטיין ביטערע תפיסה שטראפן פארן וועלן לערנען די הייליגע תורה.

דער מארטש איז געניטערהייט געפירט געווארן דורך הרה"ח ר' אלי' שלמה קאהן שליט"א מנהל בית רחל אין קרית יואל, מיט פאליצייאישע באגלייטונג, אזוי אויך איז דער מארטש באגלייט געווארן דורך פילע וואלאנטירן פון חברים דקרית יואלך וועלכע האבן שטארק צוגעגבן צו די מייסטערהאפטיגע ארדענונג פונעם מארטש.

דער מארטש איז געווען אויסגעשפרייט אויף פיר סקווער בלאקן ווי די בחורים האבן די גאנצע צייט ארומגעוואקט, האלטענדיג אין די הענט פאסיגע שילדן וואס האט געבעטן דעם ממשלת הכופרים צו אויסשפרייטן זייערע תפיסות פאר אלע אונזערע בחורים וואס זענען ליבערשט גרייט צו גיין אנפילן די ציוניסטישע תפיסות ווי איידער זיך מטמא צו זיין אינעם טמא'נעם צה"ל, אזוי אויך האבן די בחורים געהאלטן שילדן פון א קאראקטור וועלכע צייגט אן אז די גויאישע מלכות של חסד אמעריקא פארשטייט אז מען דארף האבן "פרידאם אוו רעליגיע" אבער אין די אידישע מדינה איז נישט פארהאנען אזא מושג ווי פרייהייט פון רעליגיע, נאר מיר ווערן געפייניגט דערפאר וואס מיר ווילן אפהיטן אונזער תורה און מצות.

פארנט פונעם מארשט איז געטראגן געווארן א ריזיגע קאסטן אן אפשפיגלונג פון א תפיסה, מיט צוויי בחורים דערין, אנגעטוהן אין תפיסה קליידער און איין הענט צוגעבינדן,און אין די אנדערע הענט האלטן זיי א גמרא, דעמאנסטרירענדיג אז מיר וועלן גיין לערנען תורה אין די ציוניסטישע תפיסות, ווי איידער גיין אין צה"ל.

דער בחורים מארטש האט ב"ה געהאט אן הילכיגן אפקלאנג אין די פרעסע, וועלכע האט דאס ברייט באריכטעט,מיט אלע פארבן.

מען קען הערן א הערליכע אינטערוויו איבער דעם קידוש ה' פון דעם היסטארישן "בני הישיבות מארטש" מיט הרה"ח ר' אלי' שלמה קאהן וועלכע האט געניטערהייט אנגעפירט מיטן מארטש, הערט ביים פאריגן מעניו נומ. 1

און אוודאי זענען אידישע קינדער אצינד מתפלל אז די מעכטיגע און שטורעמישע אתערותא דלתא וואס מיר האבן היינט געמאכט בעולם הזה, זאל זיך נישט אפטוהן און נישט פארשווינדן ווערן פוןן אונזערע אויגן, מיר זאלן זוכה זיין מיט אונזערע אויגן צו זעהן און דערלעבן דעם "וכל הרשעה כולה כעשן תכלה, ותעביר ממשלת זדון מן הארץ", בביאת משיח צדקינו במהרה אמן!

-אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו, שזכינו לקדש שם שמים!-


קרעדיט: בחצרות סאטמאר

קאווע טרינקער » מיטוואך יוני 12, 2013 5:24 pm

· #124425
די בילדער רעדן ווייניגער ווי 10,000 מענטשען.

מאן דאמר » מיטוואך יוני 12, 2013 5:34 pm

· #124428
קאווע, דו רעכענסט נאר דו שיכטן, צייל צוזאמען מיט דו קרייזן ודו"ק

שעפטל » מיטוואך יוני 12, 2013 5:35 pm

· #124429
שעפטל
הרה"ח ר' מרדכי אלעזר הירש הי"ו אדמיניסטראטאר מוסדות סאטמאר (מהר"א) וויליאמסבורג האט געעפענט די מעמד

📎 הרבני החסיד מוה''ר מרדכי אלעזר הירש הי''ו אדמיניסטראטאר מוסדות סאטמאר.jpg
שעפטל
און אויסגערופן הרב יצחק גליק, מנהל התאחדות הרבנים צו דינען אלס יושב ראש

📎 יו''ר המעמד הר''ר יצחק יחיאל גליק שליט''א רב דק' בית אברהם וסד''ד התאחדות הרבנים.jpg
📎 הרבני החסיד מוה''ר מרדכי אלעזר הירש הי''ו אדמיניסטראטאר מוסדות סאטמאר.jpg 📎 יו''ר המעמד הר''ר יצחק יחיאל גליק שליט''א רב דק' בית אברהם וסד''ד התאחדות הרבנים.jpg

שעפטל » מיטוואך יוני 12, 2013 5:36 pm

· #124430
שעפטל
הרב גליק האט אויסגערופן הרה"ג ר' יעקב ווייס, ממנהלי ישיבת סאטמאר ק"י מיט דברי פתיחה

📎 דברי פתיחת המעמד דורך הרה''ג ר' יעקב ווייס שליט''א מנהל בישיבה גדולה ד'סאטמאר - סניף ברך משה.jpg
📎 דברי פתיחת המעמד דורך הרה''ג ר' יעקב ווייס שליט''א מנהל בישיבה גדולה ד'סאטמאר - סניף ברך משה.jpg

שעפטל » מיטוואך יוני 12, 2013 5:36 pm

· #124432
שעפטל
הגאון ר' אשר קאלמאנאוויטש, ר"י מיר, קאפיטלעך תהילים

📎 הגאון רבי אשר קאלמאנאוויטש שליט''א ראש ישיבת מיר ביים פאהרזאגן מזמורי תהלים.jpg
📎 הגאון רבי אשר קאלמאנאוויטש שליט''א ראש ישיבת מיר ביים פאהרזאגן מזמורי תהלים.jpg

שעפטל » מיטוואך יוני 12, 2013 5:37 pm

· #124434
שעפטל
הגאון ר' אלי' בער וואכטפויגעל שליט"א ר"י סאוט פאלסבורג

📎 הגאון רבי אלי' דוב וואכטפויגעל שליט''א ראש ישיבת זכרון משה סאוט פאלסבורג.jpg
📎 הגאון רבי אלי' דוב וואכטפויגעל שליט''א ראש ישיבת זכרון משה סאוט פאלסבורג.jpg

שעפטל » מיטוואך יוני 12, 2013 5:38 pm

· #124435
שעפטל
כ"ק אדמו"ר מ'גאלאנטא שליט"א

📎 האדמו''ר מ'גאלאנטא שליט''א.jpg
📎 האדמו''ר מ'גאלאנטא שליט''א.jpg

שעפטל » מיטוואך יוני 12, 2013 5:38 pm

· #124436
שעפטל
הגה"צ ר' בערל כ"ץ, אב"ד דושינסקיא וויליאמסבורג

📎 הגה''צ אבד''ק דושינסקיא שליט''א.jpg
📎 הגה''צ אבד''ק דושינסקיא שליט''א.jpg

שעפטל » מיטוואך יוני 12, 2013 5:39 pm

· #124437
שעפטל
הגאון רבי אייזיק אלבוים שליט"א אב"ד הימנא קווינס

📎 הגאון רבי נח אייזיק אהלבוים שליט''א רב דקהל נחלת צבי ד'הימנא ובעמח''ס שו''ת מנחת חן.jpg
📎 הגאון רבי נח אייזיק אהלבוים שליט''א רב דקהל נחלת צבי ד'הימנא ובעמח''ס שו''ת מנחת חן.jpg

שעפטל » מיטוואך יוני 12, 2013 5:40 pm

· #124438
שעפטל
הרב פנחס יאונג, מנהל בית חינוך לבנות 'בית רחל' ב'מאנסי, א דרשה אין ענגליש

📎 הרב פנחס יונג שליט''א מנהל בית חינוך לבנות בית רחל מאנסי גיט א דרשה אין ענגליש פאר די גוי'שע גאס.jpg
📎 הרב פנחס יונג שליט''א מנהל בית חינוך לבנות בית רחל מאנסי גיט א דרשה אין ענגליש פאר די גוי'שע גאס.jpg

שעפטל » מיטוואך יוני 12, 2013 5:40 pm

· #124439
שעפטל
הרה"ג ר' נחמן שטויבער, מנהל סאטמאר קווינס

📎 הרה''ג ר' יעקב נחמן שטויבער שליט''א, מנהל ישיבה לצעירים ב'קווינס.jpg
📎 הרה''ג ר' יעקב נחמן שטויבער שליט''א, מנהל ישיבה לצעירים ב'קווינס.jpg
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10