מאסן דעמאנסטראציע א' חוקת קעגן גיוס בני ישיבות
477 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3987
מאסן דעמאנסטראציע א' חוקת קעגן גיוס בני ישיבות
קול מלחמה במחנה!
א עקסטאז פון גרייטקייט און אנטשלאסנקייט הערשט ביי שלומי אמוני ישראל אין אמעריקא, זיך גרייטנדיג צום ריזיגן עצרת מחאה אדירה וואס דאס יהדות הגולה וועט אפרעכטן בס"ד ווען טויזנטער אידן וועלן אי"ה אויסשרייען א היליכגער פראטעסט קעגן די רשעי ישראל אין די מדינה של שמד וועלכע זוכן אויסצו'שמד'ן דעם חרדישן אידנטום, מיטן ארויפצווינגען צו גיין אין זייער טמאנעם מיליטער מיט א סטראשונג פון תפיסות, מיט א ציהל צו אונטערדרוקן די ערליכע אידן און ברענגען צו ענדע די גאנצע חרדישע אידנטום אין אר"י חס מלהזכיר, היו לא תהיה.
אין די צייט וואס דאהי איז די הכרזת מלחמה אויפגענומען געווארן מיט א אש קודש, איז אין ארץ ישראל די נייעס אויפגענומען געווארן מיט א גרויס שמחה, אז דער ווייגעשריי פון די אידן וועלכע שטייען אויף אזא שווערע פראנט איז שוין ב"ה דערהערט געווארן אין אמעריקא און עס איז שוין אונטערגענומען געווארן די ריכטיגע שטאנדהאפטע שריט אויפצושטורעמען די וועלט איבער די ביטערע מצב.
מערערע גדולי ישראל ובתוכם גדולי רבני העדה החרדית האבן היינט אפגעהאלטן ספעציעלע רופן צו כ"ק מרן אדמו"ר מהר"א מ'סאטמאר שליט"א מחזק צו זיין די מערכה וואס איז אויסגערופן געווארן, און באזונדער איז אנגעקומען געשריבענע בריוון פון מערערע גדולי הדור, פון הגאון הגדול ר' אליקים שלעזינגער שליט"א ראש ישיבה הרמה דלאנדאן, און פון הגאון ר' משולם דוד הלוי סולווייטשיק שליט"א ראש ישיבת בריסק, און מיט אים אויך הגאון ר' מאיר סולווייטשיק שליט"א ראש ישיבת בריסק וועלכע שרייבן גאר גאר הייסע און ווארימע ווערטער צום יהדות הגולה קעגנצוקומען דעם רוף און אויפשטורעמען די וועלט, נישט צו שטיין גלייכגילטיג אין אזא צייט ווען די רשעים שארפן זיך די ציין אויף גזירות וואס מען האט שוין יארן אזאנס נישט מיטגעמאכט.
אין די טעג וואס דער ווינט אין די גאס ווערט מער און מער אינגעהייצט זיך צוצושטעלן צום גרויסארטיגען קול מלחמה, האבן עטליכע ראשי שיבות פון איבער ניו יארק און ניו דשערזי זיך געוואנדן צו מרן אדמו"ר מהר"א מ'סאטמאר שליט"א פערזענליך מיט א בקשה אפצורוקן דעם פראטעסט ביז זונטאג פ' חקת הבעל"ט כדימען זאל פילפאכיג מער קענען ארויסברענגען דעם ציבור פון אלע שיכטן און קרייזן און דער וויי-געשריי זאל דערהערט ווערן מיט א שטארקייט.
דערפאר האט טאקע מרן אדמו"ר מהר"א מ'סאטמאר שליט"א אפגערוקט דעם זמן אויפ'ן קומענדיגן זונטאג ווען כל הגולה כמדורת אש וועלן זיך ארויסשטעלן אין די גאסן פון ניו יארק אן אויסשרייען דעם קול מלחמה אקעגן די ציוניסטי'שע רדיפות הדת ר"ל.
נעכטן במשך די גאנצע טאג פארגעקומען אסיפות פון מערערע ראשי עסקנים אינאיינעם מיט די עסקנים פונעם ועד משמרת חומותיך ירושלים שע"י קהל יטב לב ד'סאטמאר, און די גאנצע טאג איז פארגעקומען יעדע שעה נאך פרישע אנטוויקלונגען און צוגרייטונגען, און די פלענער לויפן אויף פאראויס צו זיין גרייט מיטן פראגראם און מיט אלע דעטאלן פון דעם מפגן האדיר.
אין קרית יואל איז פארקומען א עפענטליכע אסיפת עסקנים נעכטן נאכט אין ביהמ"ד הגדול וואו אלע עסקנים וואס זענען גרייט צוצוהעלפן צום סוקסעס פון דעם קידוש שם שמים זענען געלאנדט געווארן אנטיילצונעמען, און האבן ערהאלטן פאזיציעס אינעם מערכת סיי מיט די הכנות און אזוי אויך אויף בשעת מעשה.
אויך אין בארא פארק איז נעכטן פארגעקומען א אסיפה אין כולל דברי יואל דסאטמאר וואו די עסקנים האבן זיך צוטיילט מיט די ארבעט וואס איז שוין ארויס אין גאנג, און אין וומסב"ג גרייטן זיך די ראשי עסקנים ארויסצוקומען מארגן פארמיטאג מיט א אסיפה פאר אלע עסקנים וואס וועלן ארויסהעלפן צום פראטעסט.
אין די יעצטיגע שעה'ן קומט פאר באראטונגען און אסיפות מיט רבנים פון מערערע קהילות קדושות בישראל איבער דאס השתתפות אינאיינעם מיט די טויזנטער אידן וואס וועלן בעז"ה ארויסקומען אין די מאסן פארנט פונעם ציוניסטישן קאנסולאט און דעמאנסטרירן די ווייגעשריי פונעם גאנצן חרדישן אידנטום קעגן די ציוניסטישע חוטאים ומחטיאים.
ביי א זיצונג וואס איז היינט פארמיטאג פארגעקומען צווישן די ראשי העסקנים וועלכע שטייען אין שפיץ פון די מאסיווע הכנות צום ריזיגן מאסן דעמאנסטראציע, איז יעצט באשטימט געווארן אז דער מקום של קידוש שם שמים בחוצות העיר וועט זיין ביים גרויסן סקווער אויף 26 פעדעראל פלאזא, אין לויער מאנהעטן, וואו עס וועט דערהערט ווערן קבל תבל ומלואה אויף א היסטאריש-הילכיגער פארנעם דער קול מחאה פונעם יהדות החרדית קעגן די ציוניססטישע אונטערדרוקונג.ווי באקאנט איז געווען אין פלאן דאס אפצורעכטן מיטוואך אויפן טראדיציאנאלן אופן פארנט פונעם מדינת ישראל קאנסולאט, אבער זינט דער עצרת איז נעכטן נאכט באשטימט געווארן אויף קומענדיגן זונטאג, האבן די עסקנים אנגעהויבן זוכן א נייער פאסיגער ריזיגער פלאץ, סיי צוליב די ערווארטונג פון א פילע מאסן פון שווערע טויזנטער אידן פון איבער נוי יארק און נוי דשערסי בעז"ה, און סיי צוליב וואס זונטאג וועט פארקומען אין מאנהעטן א גויאישע פאראדע וואס נעמט אריין ווילדע עלעמענטן, און צוליב זיכערהייט און צניעות אנגעלעגנהייטן איז באשלאסן געווארן אז יענער מקום וועט נישט זיין פאסיג, און אצינד קומט די נייעס פון די עסקנים אז ביים יעצטיגן זיצונג האבן זיי ענדגילטיג באשטעטיגט דעם נייעם פלאץ וועלכע איז בס"ד גאר געאייגענט פאר אזא מעכטיגער מעמד קידוש שם שמים, ביים סקווער פון 26 פעדעראל פלאזא, אשר משם תצא קול מחאה לכל העולם כולו!די שפאנונג וואקסט, די הכנות לויפן אויף פאראויס, לקדש שם שמים.
-כולנו למחלמה, איש בל יעדר, לקדש, שם, שמים!!!!-
קרעדיט: בחצרות סאטמאר <!-- e --><a href="mailto:BechatsrosSatmar@Gmail.com">BechatsrosSatmar@Gmail.com</a><!-- e -->
📎 נדחה.jpg
📎 חומותיך.jpg
פאולי סקווער - 26 פעדעראל פלאזא
📎 foley-square-blog480.jpg
וואס איז פשט אז מ'מאכט עס אויף א פלאץ ווי מ'זעט נישט דארט קיין ברי' זונטאג, אפשר זאל מען עס מאכען אין מדבר אדער אין יונגעל קעמפ...
outspokenוואס איז פשט אז מ'מאכט עס אויף א פלאץ ווי מ'זעט נישט דארט קיין ברי' זונטאג, אפשר זאל מען עס מאכען אין מדבר אדער אין יונגעל קעמפ...
דו ביסט שוין אמאל געווען אין מאנהעטן זונטאג נאכמיטאג? ס'קוקט נישט אויס
מיילא ביי גווענליכע פראטעסטען וויל מען פארשעמען מדינת ישראל פאר די גויים, דא וועלען זיי זיך גארנישט שעמען, אדרבה אונז וועלען זיך שעמען איז וואס איז דער תכלית פין מאכען א פראטעסט?
דעס וועלן מיר שוין איבערלאזן פאר די חשובע רעדנערס מסביר צו זיין.
אינטערסאנט איז נאר אז ס'גייען זיין רעדנערס וואס זענען בפשטות נאכנישט געווען ביי קיין פראטעסט קעגן די ציונים, און טאקע זיי וועלן דאס אויך דארפן מסביר זיין..... מילא סאטמאר, נא איני מכיר, אבער די אנדערע...?
איחוד פעלדמיילא ביי גווענליכע פראטעסטען וויל מען פארשעמען מדינת ישראל פאר די גויים, דא וועלען זיי זיך גארנישט שעמען, אדרבה אונז וועלען זיך שעמען איז וואס איז דער תכלית פין מאכען א פראטעסט?
פארוואס?
שעפטלאין די צייט וואס דאהי איז די הכרזת מלחמה אויפגענומען געווארן מיט א אש קודש, איז אין ארץ ישראל די נייעס אויפגענומען געווארן מיט א גרויס שמחה, אז דער ווייגעשריי פון די אידן וועלכע שטייען אויף אזא שווערע פראנט איז שוין ב"ה דערהערט געווארן אין אמעריקא און עס איז שוין אונטערגענומען געווארן די ריכטיגע שטאנדהאפטע שריט אויפצושטורעמען די וועלט איבער די ביטערע מצב.
sorry to bust your bubble, אבער לויט וויפיל איך האב זיך נאכגעפרעגט, ווייסט מען גארנישט אין ארץ ישראל פון דעם פראטעסט, חוץ אפשר אויף רחוב יואל, עזרת תורה און יונה.
לאמיר האפן ס'עט האבן די ריכטיגע אפקלאנג.
פיין, די רעדנער'ס וועלן מסביר זיין פאר העם הנאספים פארוואס מ'איז זיך צוזאמגעקומען וכו' וכו'
אבער וואס גייטסטו מסביר זיין פאר עובר ושב, סתם א נארמאלע גוי, וואס פרעגט מה כל קול הרעש?
"עמממממ.... די רעגירונג אין ישראל.... וויל נעמען אונזערע ברודער און שוועסטער צו דינען אין די מיליטער פאר צוויי דריי יאר....
דער גוי האקט אריין: you mean the IDF? very nice, I always read the news how wonderful the're doing, so what's the protest ..
עמממממ "די ראבייס האלטן אז ס'איז נישט מותר לויט אונזער תורה"....
really ?
interesting, because I saw pictures from solders, a lot of them look religious
יא, ס'באדערט אונז זייער אז אסאך פאלן דורך, מיר וואלטן שטארק געוואלט אז קיין איד זאל זיך נישט געפונען אין די מיליטער...
okay, have I a nice day, I'm confused
so you want the American army to take over the IDF ?
איציקאבער לויט וויפיל איך האב זיך נאכגעפרעגט, ווייסט מען גארנישט אין ארץ ישראל פון דעם פראטעסט, חוץ אפשר אויף רחוב יואל, עזרת תורה און יונה.
לאמיר האפן ס'עט האבן די ריכטיגע אפקלאנג.
לייג צו רחוב פרס, שטראוס און נאך עטליכע פון די מאה שערים געסעלעך אין י-ם.
ישמח משה, קדושת יו"ט (נחמי' ?#) און חזון איש 5 אין ב"ב.
אזוי אויך הילכט עס אין די הויפטקוואטירן פון די אזויגערופענע חרדישע פארטייען און זייער מידיא, פאפיערענע און ווירטואלישע.
איך ווייס נישט אויב עס קומט דא אריין,
כ'האב געטראפן א קליפ ווי צה"ל זינגט "ונתנה תוקף".. מיט מוזיק.
<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=wajx7za8JSg">http://www.youtube.com/watch?v=wajx7za8JSg</a>
קאווע טרינקערso you want the American army to take over the IDF ?
נישט אזא ווייטע געדאנק, אומאפיציעל איז די מדינה סיי ווי די 51 סטעיט פינאנציעליש, אז נישט פון די רעגירונג קאסע איז פון שנארן אירע בירגער.
📎 5945~1.JPG
WASHINGTON, May 22, 2013 /PRNewswire-USNewswire/ -- Orthodox Jews in New York are rallying in support of their counterparts in Jerusalem, who are currently facing the prospect of conscription into the Israeli army.
"The Orthodox community in the Holy Land views the Israeli government's plan to draft them as a direct attack on their freedom of religion," said Yirmiyahu Cohen , a spokesman for True Torah Jews. "According to the Torah, G-d commanded the Jewish people in this era not to fight any wars against other nations. The current Israeli government plans to force the Orthodox to violate their conscience and principles. They should be exempt just like the Israeli Arabs, whom the Israelis do not expect to fight against their Arab brethren.
"Some argue that the Orthodox must share the burden because they too are being protected by the Israeli army. But the truth is that they were living there a hundred years before the Zionist movement even began. The Orthodox community lived peacefully alongside the Arabs in the 1800s. It was Zionism that gave rise to the current conflict, so they should not expect the Orthodox to help them deal with the problem they created.
"Furthermore, a large percentage of the Orthodox live in Jerusalem, which the international community, including the United States, has never recognized as part of the State of Israel. In 1947 the United Nations designated all of Jerusalem and its environs as an international zone. Thus the Israelis do not have the right to force Jews living in that zone to serve in their army."
Historically, Orthodox young men have avoided serving in the Israeli army, often using their ongoing study in a religious academy, known as a yeshiva, as an excuse for exemption. But last year, after the Israeli supreme court struck down the law granting yeshiva students exemption, the Orthodox community was left without a legal means of avoiding service. The current government is preparing a plan to draft some or all of the Orthodox in the near future. Most in the Orthodox community would rather go to jail or emigrate from the country than be drafted. Ironically, the so-called "Jewish state" is becoming the most difficult place in the world for Jews to follow their traditional laws and beliefs.
"The Orthodox in the Holy Land have the Torah, international law and justice on their side," Cohen concluded. "They will fight, and we will fight for them, until they prevail and are free to continue living according to their beliefs."
SOURCE
True Torah JewsThe following message is brought to you by True Torah Jews. The Israeli government is currently preparing a plan to forcibly draft Orthodox Jews into its army. This is a
direct attack on their freedom of religion. According to Jewish belief, G-d has commanded the Jewish people not to establish a Jewish army and fight wars against other nations. The Israeli government wants to force the Orthodox to violate their conscience and principles. American Jewry will not tolerate such an injustice! For more information, visit true torah jews dot org.
<a class="postlink" href="http://www.truetorahjews.org/images/radio_may_2013.mp3">http://www.truetorahjews.org/images/radio_may_2013.mp3</a>
ישראל כשיורדין וכו'
לראשונה אחרי 14 שנים: האדמו"רים מסאטמר יפגינו יחד נגד גזירת הגיוס
לראשונה בהיסטוריית שני הפלגים היריבים של סאטמר: איחוד לקראת 'עצרת הרבבות' נגד גזרת הגיוס שתתקיים ביום א' במנהטן • על תנאי שהציב נציג פלג מהרי"י, אמר האדמו"ר מסאטמר: "לא משנה לי מה שתבקש, אני רוצה שיהיו כמה שיותר אנשים" • ראשי ישיבת לייקווד אישרו סופית הגעתם
אם לא יחול שינוי של הרגע האחרון, הרי שלראשונה בהיסטוריית שני הפלגים היריבים של חסידות סאטמר, כולם יתאחדו יחד לקראת 'עצרת הרבבות' הצפויה להתקיים ביום ראשון הקרוב בכיכר פדראל פלאזה במנהטן, במחאה על גזרת הגיוס של 'ועדת פרי'.
לא בקלות הגיעו הצדדים הניצים להבנות. מדובר במשא ומתן מרתוני שנמשך באינטנסיביות מאז ההכרזה הפומבית על העצרת, במהלך הכינוס נגד 'פגעי הטכנולוגיה' שקיים האדמו"ר מסאטמר ביום ראשון. מרגע ההכרזה, לא הפסיקה הדלת במעונו של האדמו"ר לנוע על צירה והטלפונים בביתו לא חדלו לצלצל. משלחות באו ויצאו. רבנים ועסקנים התרוצצו, בהם כאלו המייצגים את שני פלגי סאטמר, וכמובן מחצרות וקהילות נוספות.
אתמול בערב הגיע אל ביתו של האדמו"ר מסאטמר - המגיע פעם בשבוע לוויליאמסבורג שבברוקלין - רבי יצחק גליק, הספרא דדיינא של 'התאחדות הרבנים בארה"ב וקנדה', והודיע כי גם הפלג של האדמו"ר מהרי"י מסאטמר יצטרף להפגנה, אך בכפוף למספר תנאים.
ל'בחדרי חרדים' נודע, כי הרב גליק דרש בשם הקהילה של מהרי"י מסאטמר, כי גם רב מטעם קהילתם יישא דברים בעצרת.
האדמו"ר מסאטמר הביע הסכמתו לבקשה ואמר: "לא משנה לי מה שתבקש, אני רוצה שיהיו כמה שיותר אנשים שיצאו להפגין בכל מחיר".
כך יצא המהלך לדרך. היום בשעה 10 בבוקר (שעון ניו-יורק) תיתן התשובה הסופית. "99.9 אחוז שהתשובה תהיה חיובית", אומר גורם במארגני ההפגנה.
כפי שכבר דווח, עלה האדמו"ר מסאטמר מיד בתום הכינוס נגד 'פגעי הטכנולוגיה', לביתו של האדמו"ר מגאלנטא, המשמש כחבר 'התאחדות הרבנים', כדי לדון עמו באפשרות של חבירה של שתי הקהילות, שתעמודנה בראשות העצרת.
המאמצים נשאו פרי. וכך, יזכו כולם לראות את שני האדמו"רים-האחים מעל בימה אחת, מלוכדים במפגן רבבות. לצידם יופיעו גם ראשי ישיבות ליטאיות, ובראשם ראשי ישיבת לייקווד, שאישרו אמש סופית את הגעתם.
בתוך כך, 'העדה החרדית' בירושלים הודיעה כי חבר הבד"ץ הגאון רבי נפתלי הירצקה פרנקל יגיע לניו יורק כדי לנאום בהפגנה.
זיי מיר נישט קיין צדיק ,זאג מיר שנעל וועלכע וואלסטו געפיקט פאר א נאכט..
ביטע נישט פארפארן פונעם ענין דא.
שכח
איך האב איין שאלה -
וואס גייט זיין ממחרת דעם דעמאנסטריישן?
ביבי רופט האדמורי ם לבית סטאמאר, או קיי, איך גיב זיך אונטער צו אייך - עד חצי המלכות ותעש.
לפיד גייט בעטן מחילה ביים קבר פון רב אלישיב
אדער... מה שהיה הוא שיהיה!!! און וואס גייט מען יעצט טוהן?
אויב עס איז פאראן אן עצה אויף דעמאלט, פארוואס טוט מען זי נישט שוין?
ביי אונז האט מען געלערנט: מען דארף טון, נישט אויפטון...
טון=תורה בהתמדה.
אויפטון=דעמאנסטראציא.
🙄
היימישער ליטוואקאיך האב איין שאלה -
וואס גייט זיין ממחרת דעם דעמאנסטריישן?
ביבי רופט האדמורי ם לבית סטאמאר, או קיי, איך גיב זיך אונטער צו אייך - עד חצי המלכות ותעש.
לפיד גייט בעטן מחילה ביים קבר פון רב אלישיב
אדער... מה שהיה הוא שיהיה!!! און וואס גייט מען יעצט טוהן?
אויב עס איז פאראן אן עצה אויף דעמאלט, פארוואס טוט מען זי נישט שוין?
האב מיר נעכטן געלערנט אין די גמרא מיט חבורת תורתך שעשועי שבת דף נד ע"ב
כל מי שאפשר למחות לאנשי ביתו ולא מיחה נתפס על אנשי ביתו באנשי עירו נתפס על אנשי עירו בכל העולם כולו נתפס על כל העולם כולו זאגט רש"י נתפש - נענש על עבירות שבידן.
Dont understand reason for protest. You claim they have nothing with Judaism. On what base are you telling them what to do? You don’t like, move to jordan
איך פיל אַזוי שלעכט איך קענען נישט זייַן דאָרט זונטיק, איך האב אַ זייער נאָענט קאָרעוו חתונה
איך האב חשק צו ארענדשזן א קאונטער-פרוטעסט.
ווער וויל זיך משתתף זיין?
לא.
ברעיקינג: התאחדות הרבנים זאגט פארן קרית יואלער רבי'ן: ידינו מסולוקת, מיר גייען נישט מיט'ן פראטעסט!
פון בעפאר פסח האי שתא זענען די ראשי ישיבות פון די קנאי'שע ליטווישע קרייזן, ווי הרב וואכטפויגל פון פאלסבורג און זיין תלמיד הרב יעקב הורוויץ פון ישיבה בית מאיר, געווען ביי די גרויסע רבי'ס בעטן, אז מען מוז מאכן א כינוס כלל ישראל סארט עצרת קעגן די גזירה פון גיוס בני ישיבות. אלע האבן געזאגט אז זיי זענען מסכים זיך צו צושטעלן און מען וועט אויסארבעטן די דעטאלן דאס זאל קענען צושטאנד קומען.
איז אבער געווען דער רשכבה"ג וואס האט באשלאסן ארויסצונעמען דאס מאקסימום פאר זיינעט וועגן, און ער האט שוין שבת הגדול און חוה"מ פסח געפעדערט יעדן, מעלדנדיג, אז "ער" מאכט אן עצרת כלל ישראל, ברחובה של עיר, און ער בעט די וואס שטערן אלעס, זאלן איצט נישט שטערן.
דער רבשכבה"ג האט געוואוסט אז עס איז נישט ער וואס פאררופט עס, אבער ער מיט שמואל ווידער האבן אויך געוואוסט אז מרדכי לאנדא מיט הערץ הערשקאוויטש וועלן מיינען אז ער איז דער וואס פאררופט דעם כלל ישראל, און ער איז ממש דער סאטמאר רב! דאס האט ער אבער נישט געוואוסט, מחמת טפשתו, אז מיט אזעלכע שיסנדע פראזן וועט קיין עצרת כלל ישראל נישט זיין. יעדער נארמאלער רב און ראש ישיבה וואס איז נישט איינגעטונקען אין די טינופות, קען דאך נישט דולדן אזא סארט גערעדעכץ און וועט זיך אפשאקלען אין דער ענדע.
למעשה זענען די ליטווישע ראשי ישיבות געווען אין דער טונקעל. זיי האבן נישט נאכגעהערט וואס דער רשכבה"ג רעדט אלץ און זיי האבן געוואוסט אז סאטמאר איז צוזאמגעשטעלט און מ'וועט גיין אינאיינעם.
דעם זונטאג נאכט, נאכן גרויסן געווינס פונעם טעילאר כינוס, באקומט הרב וואכטפויגל א פאון-קאל פון הירצקע צוויבל, אז מ'האט שוין אנאנסירט דעם גרויסן עצרת און מ'האט שוין רעדנערס און א פלאץ. אלעס אלעס איז מסודר. הרב וואכטפויגל רופט אן ר' יצחק שטערן און פרעגט צי עס איז טאקע ביים מדינת ישראל קאנסולאט? ווייל מ'האט דאך געשמועסט אז מ'וועט עס מאכן ערגעץ וואו די ליטווישע קרייזן וועלן אויך קענען גיין! זאגט אים ר' יצחק שטערן, אז ער ווייסט פון גארנישט, נאר איין זייט סאטמאר האט דאס פאררופן און זיי נוצן דאס אויס פאר זייער פאליטיק. עס איז ליצנות. זיי האבן מיט אונז קיינמאל נישט גערעדט דערוועגן.
דער הרב וואכטפויגל האט זיך געשפירט זייער אפגעפאטשט. אמער, ער איז דער וואס פרובירט צוצושטעלן די ליטווישע קרייזן און דערווייל איז סאטמאר נישט אינאיינעם. און הלמאי, מ'האט אים אויסגעשפילט און אויסגערופן איינזייטיג, געמאכט אליין פלענער, און ברחובה של עיר א.א.וו.
נו, מוז מען צוריקציען, האט מען שנעל געטוישט דעם 'ברחובה של עיר' צו 'בקצה העיר' און געטוישט דעם דאטום אויף זונטאג ווייל די ליטאים האבן געזאגט אז מ'דארף געהעריג אפשמועסן מיט זיי קודם א זמן, און הירצקא צוויבל קען נישט אפמאכן זאכן אויף די אייגענע האנט.
איצט קומט אריין רבינו שליט"א אינעם בילד. דער ראש ישיבה בית מאיר איז אריבערגעקומען צום רבי'ן און דער רבי זאגט אים, איך פאררוף נישט קיין פראטעסט און איך גיי נישט צו קיין פראטעסט, נאר אויב די התאחדות הרבנים פירט עס אן אזוי ווי ס'איז אייביג געווען. אז זיי וועלן עס אנפירן און די רבנים חברי התאחדות הרבנים וועלן מסכים זיין, וועל איך מיך צושטעלן.
די ליטאים האבן גלייך געזאגט אז זיי גייען זיך נישט צושטעלן נאר אויב ביידע אדמורי"ם מסאטמאר גייען און ארבעטן אויס אז עס זאל קלאפן.
אז דער רשכבה"ג האט געזען אז עס איז צרות מיט זיין גראנדיעזן פלאן מרדכי לאנדא זאל זען אז ער איז דער מנהיג הדור, ער האט געזען אז אן די אנדערע סאטמאר, וועלן די ליטאים נישט מיטשטיין, האט ער מסכים געווען אז די התאחה"ר זאל עס אנפירן. ער האט נאכמער געזאגט, אז ער איז אויף אלעם גרייט מוותר צו זיין, ווייל ער מיינט בלויז דעם כבוד שמים.
רבינו האט געבעטן אז התאחה"ר זאל פאררופן אן אסיפה פון אלע רבנים און אינאיינעם זען צי ס'איז נאך אפילו שייך צו מאכן א פראטעסט אויף זונטאג, ווען עס איז קלאר פאר אלעמען אז עס איז זייער א קורצע צייט פאר אן עכט סוקסעפולער עצרת. אזוי איז געבליבן אז מיטוואך וועט זיין אן אסיפה אין דער התאחדות, וואו אלע רבנים וועלן אנטיילנעמען, ביז... דער רשכבה"ג האט געקאלט אז ער קומט נישט און ער ווארפט זיך אינגאנצן אונטער וואס די התאחדות וועט מחליט זיין.
דערווייל האט מען אין קרית יואל און אין די ארוינישע שולן אנגעפירקלט די גאסן, אז עס גייט פארקומען א' חקת א פראטעסט און אויך מיט צעטלען פון קהל יטב לב אז זיי פאררופן דעם פראטעסט. אהרן האט שוין מכבד געווען דעם גאלאנטער רבי מיט א דרשה, און די אהרונישע פי.אר. האט געשיקט מעלדונגן פאר די ישראלישע פרעסע מיטן פונקטליכן סדר היום.
דער ראש ישיבה בית מאיר האט געבעטן, אז ער האלט אז דאס מאל מיינט דער רשכבה"ג יא ערנסט און ער וויל זיך טאקע צושטעלן. ער איז דאך מסכים אויף אלעם, ער מצדו איז מוותר אויף א רעדנער און ער איז גרייט נאכצוגעבן וואס אונז ווילמער. פששששש. אזא ערנסטער מענטש!
דינסטאג ביינאכט איז דער רשכבה"ג געווען אין שטאט, זענען אריבערגעקומען איצא גליק און דער ר"י בית מאיר, אין שליחות צו ביידע רבי'ס, וואס איז געפארן אהער און אהין. ביז מ'האט פון בית רבינו מסביר געווען דעם ר"י פון בית מאיר, אז מ'האט צוטון מיט ביליגע לצים וואס האבן מיט שם שמים נישט קיין שייכות, זייער ווארט איז קיין ווארט און זיי האבן איין מטרה: ווייזן! אלעס צו ווייזן!
איצא גליק האט געזאגט פארן רשכבה"ג, אז אויב די התאחדות פירט עס אן, פארוואס דעמאלט הענגט מען קהל יטב לב צעטלען? האט דער רשכבה"ג געענטפערט אז דאס זענען סתם יונגלעך און ער גייט עס טאקע אפשטעלן. די התאחדות הרבנים האט אפגעשמוסט, אז יעדע צד זאל צושטעלן דריי עסקנים און זיי זאלן אויסארבעטן אלע פרטים, ווי צייט, פלאץ און דרשנים א.א.וו., וואס אויף דעם האט דער רשכבה"ג געענטפערט פאר איצא'ן אז ער וועט אים ענטפערן מארגן - מיטוואך 10 אזייגער צופרי.
אבער דער 10 אזייגער האט געהאט א פלאן פון פאראויס, און דאס האט מען געזאגט פארן ר"י בית מאיר. פון בית רבינו האט מען אים געזאגט אז דער רשכבה"ג וויל דא ווידער מאכן לצנות. און אקוראט דאס האט צוגעפירט אז סיי די התאחדות — וואס דאס מיינט רבינו — און סיי די ליטווישע קרייזן זענען געקומען צו דער זעלבער החלטה, אז דער רשכבה"ג איז טאקע דאס, וואס יעדער בר-דעת האט געוואוסט ער איז: א גרויסער גארנישט.
הערט און שטוינט:
עס איז אריינגעגאנגען אין "נייעס באריכט" א מודעה, אז קהל יטב לב פאררופט א פראטעסט פארן גאנצן כלל ישראל. ס'איז אויך ארויסגעקומען זייער פלאן פון רעדנער און א פלאן צו שפאצירן אויפן ברוקלין בריק. האט מען געזען אז דא איז דא איין מטרה: זיך צו בויען. ווייל אויב וויל מען די ליטווישע קרייזן, איז נישט מעגליך צו מאכן א מארש אויפן ברוקלין בריק ווען זיי ציטערן אז שטיינמאן זאל אלעס אפשטעלן, עס איז א פשוט אן אומ'אחריות'דיגער קינדישער שריט אזאנס צו מאכן. דאס איז איינס. צווייטנס אויב פירט דאס די התאחדות, וואו אין דער וועלט איז דא א ליסטע פון רעדנערס ווען מ'האט נאך אפילו נישט געמאכט א מיטינג דערויף, ווי פירט מען אזא הייקעלע מערכה אויף אזא קינדישן און נארישן וועג?
דא איז באמת דא נאך א פראבלעם און דאס איז דער הארבסטער. די ליטאים ווייסן נישט וואס הרב שטיימאן קען יעדע מינוט זאגן, און דער עצרת קען ווערן אפגעשטעלט ספאנטאניש פון זייער זייט. א כינוס הסברה, וועט ער לאזן און דאס קען זיך בעסער אויסארבעטן, אבער אויף שטארק קנאי'שע דרשות אויף דער גאס, איבערהויפט אן אפגעריסענעם מארש איז א געזיכערטע זאך אז זיי וועלן נישט קענען מיטגיין אויף אזא דערהער. מיינט דאך דאס אז מ'האט זיכער נישט די ליטווישע קרייזן.
האבן די אלע פארמיטלער איננגעזען אז עס איז נישטא קיין התאחדות, קיין וותרנות, קיין שם שמים, און עס איז נישטא מיט וועם צו ארבעטן. האט די התאחדות הרבנים זיך אפגעשאקלט, ממילא האט זיך רבינו אפגעשאקלט, און אז איין זייט סאטמאר גייט נישט, האט זיך הרב וואכטפויגל אפגעשאקלט עס וועל.
איצט קען מען זאגן, אז מ'גייט נישט מיטן רשכבה"ג, ווייל נפתלי בלומענפעלד גייט נישט רעדן...
פליז זאל מען מיר נישט אנפרעגן אין אישי דערוועגן. סאיז א קאפירטער מעסעדזש
דער עולם פארשטייט נישט וואס דו שרייבסט דא, און איך וויל נישט אז דו זאלסט ערקלערן.
שעפטל
עס איז דיוע אז א יעדע רע האט א חלק הטוב אין זיך, עס האט מיר אלטס געוואונדערט וואס די חלק הטוב פון די מדינת עמלק איז. ב"ה מיר האבן דערלעבט צו א פארווערטס העדליין; "סאטמארע חסידים פאראיינינגען זיך צו פראטאסטירן אנטקעגן דאס שלעפן חרידים אין מיליטער" יבא לא תעשה דשלש שבועות, וידחה האגדתא של מחלוקת.
מויליאמסבורג למנהטן: אלפים יצעדו בלבוש שק
סופית: הפלגים היריבים בסאטמר הסכימו להתאחד בהפגנה נגד גזירת הגיוס • אלפי בחורי ישיבות של סאטמר יצעדו לבושים בשקים מברוקלין למנהטן • ומי יהיו הנואמים?
כפי שנחשף באתר 'בחדרי חרדים': לראשונה בהיסטוריית שני הפלגים היריבים של חסידות סאטמר, יתאחדו שתי הקהילות ב'עצרת הרבבות' הצפויה להתקיים ביום ראשון הקרוב בכיכר פדראל פלאזה במנהטן, במחאה על גזרת הגיוס של 'ועדת פרי'.
היום בבוקר העבירו אנשי פלג המהרי"י את הסכמתם הסופית להשתתף בהפגנה. האישור לאיחוד ניתן לאחר שאתמול בערב הגיע אל ביתו של האדמו"ר מסאטמר - המגיע פעם בשבוע לוויליאמסבורג שבברוקלין - רבי יצחק גליק, הספרא דדיינא של 'התאחדות הרבנים בארה"ב וקנדה', והודיע כי גם הפלג של האדמו"ר מהרי"י מסאטמר יצטרף להפגנה, אך בכפוף למספר תנאים.
מארגני ההפגנה כבר פירסמו את רשימת הנואמים, המייצגים את שני הפלגים בסאטמר ואת החוגים הליטאיים.
מנחה ההפגנה יהיה הרב יצחק גליק, ספרא דדיינא של 'התאחדות הרבנים'. יפתח את העצרת הגאון רבי יעקב וייס, מראשי ישיבת סאטמר-קרית יואל, ואחריו ינאמו הרבנים הגאונים: רבי אליהו בער וואכטפויגל ראש ישיבת סאוט-פולסבורג, רבי יעקב הורוביץ ראש ישיבת בית מאיר, נח אייזיק אלבוים רב בשכונת קווינס, האדמו"ר מגאלנטע, רב קהילת דושינסקיא, רבי נפתלי הערצקה פרנקל מבד"צ 'העדה החרדית', ואפרים ווקסמן ראש ישיבת מאור יצחק. את הערב ינעל רבי יעקב וייס שפתח. גם הרב מנשה פרענקל, שנאם בכל ההפגנות לתקשורת באנגלית - ינאם גם הפעם.
מויליאמסבורג תצא צעדה של אלפי בחורי ישיבות, שיצעדו לבושים בשקים, עד למקום העצרת בכיכר פדרל פלאזה במנהטן.
מארגני העצרת פועלים מול גורמי התחבורה בעיר, להסדיר הוספת קרונות ברכבות משכונות בורו-פארק וויליאמסבורג אל רחבת העצרת במנהטן, הממוקמת מעל תחנת רכבת.
BREAKING NEWS
מדינת ישראל פירער האבן אריבערגשיקט א דעלעגאציע פון הויכרענגיקער דיפלאמאטן צו ביידע סאטמארער רבי'ס, ווי אויך צו די זקני תלמידי מרן הג"ר אהרן קוטלר, זיך צו בעטן מבטל צו זיין דעם באפארשטייענדען פרוטעסט. די מדינה זאגט אז זי וועט נישט קענען איבערטראגן אזא מאסיווע דעמאנסטראציע, צולייגענדיג אז דאס וועט פילייכט צופירן צו איר טוטאלער אינטערגאנג, היל"ת. די ליטווישע געמיינדע פירער האבן געזאגט אז היות דא האנדלט זיך פון פקוח נפש, גייען זיי אננעמען דעם הלכה פון ספק פקוח נפש להקל, און זיך צוריקהאלטן פון גיין פרוטעסטירן.
די סאטמארע רבי'ס זענען אין א שטארקע דילעמא, פון איין זיין, אל הנער הזה התפללנו אזוי פיל יאר האפן מיר דאך אויף דעם אז די טמא'נע מדינה זאל שוין אויפגלעזט ווערן, אבער, לאידך גיסא, אויב גייט איינער אפרופן דעם פרוטעסט וועט ער פארשריגן ווערן אלס נישט קנאי'ש גענוג. צוליב די שווערע און סענסיטיווע סיטואציע האבן זיי דערווייל נישט געגעבן קיין אנטווארט.
די מדינה פירער האבן פארגשלאגן, אז אפילו אויב די החלטה וועט בלייבן יא צו מאכן א פרוטעסט, זאלן מען אבער עכ"פ נישט ארויסברענגן אז דער עצם קיום פון די מדינה איז א מרידה במלכות שמים, ווייל דאס וועט זיי שוין ממש צושאקלן, ווער ווייסט ואס קען ארויסקומען נאך פון אזא באמבאסטישע ערקלערונג. נאר די מחאות זאלן קאנצעטרירט ווערן איבער די גזירות שמד פון גיוס בני ישיבות רח"ל.
פרטים וועלן צוגעלייגט ווערן ווי נאר זיי וועלן ווערן אווייליבל.
היימישער ליטוואק, אפשר היינט האסטע א פוינט. אבער די פראטעסטן וואס דער בעל ויואל משה האט אנגעפירט האט היבש אויסגעמאכט אין יענער צייט.
פיבערהאפטיגע הכנות צום מעמד עצרת מחאה אדירה קומענדיג'ן זונטאג הבעל"ט
ווי געלמאדן זענען די הכנות צום גרויסארטיגן פראטעסט ביי די שטאפלען פון הלכה למעשה, און די זיצונגען גייען אן רונדע דעם זייגער וואו עס ווערט אהערגעשטעלט דער פראגראם, אנגעהויבן מיטן סדר היום און געענדיגט ביי יעדע קליינע ענין וואס איז נוגע צום סוקסעס פונעם קידוש שם שמים.
א בוזונדערע שטאב פון עסקנים ארבעטן אויפן פעלד פון פובליק רילעישן, צוגרייטנדיג די פאסיגע סיינס און די פאסיגע מעסעדשעס צו די ברייטע גאס, און אויך א פרעס רעליס וואס ווערט גאר גרונטליך דורכגעארבעט דרוך די גרעסטע עקספערטן, אהערצושטעלן א מעסעדש אויף א וועג אז יעדער אמעריקאנער גוי זאל דאס גוט פארשטיין, און עס זאל זיין קלאר די נקודה אז די מדינת הציונים זוכן איין זאך, צו אונטערדרוקן די רעליגיע פון אידישע קינדער, און דערפאר איז דער יהדות הגולה דא תצ ערקלערן דעם "לא ננוח ולא נשקוט".
ווי געזאגט איז אונטערגענומען געווארן א באזונדערע פראיעקט וואס איז ערווארטעט צו האבן א שטארקער אפקלאנג, אז טויזנטער בחורים וועלן ארויסגיין אויף א "בני ישיבות מארש", און אויסרופן סאלידאריטעט מיט זייערע ברודער די בני ישיבות פון אר"י.
די עסקנים גיבן איבער אז מארגן וועט אי"ה זיין גרייט די דעטאלן איבער די באסעס וואס וועלן ארויספארן פון אלע שטעט איבער נוי יארק און נוי דשערסי, פאלגט נאך מיט אינטערעסע.
אין בארא פארק זענען שוין היינט די עסקנים געזיצן נאך געלט בית מדרשינו הגדול וואו תלמידי וחסידי סאטמאר נעמען אנטייל אין די הויכע קאסטן פון דעם ריזיגן מערכה גדולה, און אין וויליאמסבורג וועלן אין דעי קומענדיגע טעג ארומייגן די רבני הועד משמרת חומותיך ירושלים צווישן דעם ציבור אנשי שלומינו.
אין קרית יואל וועלן זיצן די דייני העיר ובראשם הגאון הגדול דומץ דמתא שליט"א, דעם דאנערשטאג אין ביהמ"ד הגדול, און עס איז נישט קיין ספק אז אין אזא מצב איז איבריג יעדעס ווארט, די לופט וואס מען אטעמט דערצייילט שוין פון זיך אליינס אז עס איז א שעת מלחמה און עס פעהלט אויס יעדנס הילף.
במשך די היינטיגע טאג האבן פילע רבנים ומנהיגים שליט"א פון אלע שיכטן פונעם יהדות החרדית מצרף געווען זייער מיטארבעט מיט די פאראייניגטע מערכה, אזוי אז אויף א היסטארישער פארנעם איז אצינד דאס גאנצע יהדות החרדית פארכאפט אין א שפאנענדע ערווארטונג מקדש צו זיין שם שמים אויף א פארנעם ווי קיינמאל בעפאר און זיך אננעמען פאר אונזערע ברודער וועלכע ווערן אונטערדרוקט פארן חטא פון וועלן זיין ערליכע אידן שומרי תורה ומצוות.
-לא ננוח ולא נשקוט, אמעריקא למלחמה!!!-
שעפטל, שרייבסט כאטש פארן בלאט? אשאד קענסט כאטש מאכן געלט אין די זייט! ס'איז א פראפעסיאנאלע פארמאלע שריפט.
שעפטל
במשך די היינטיגע טאג האבן פילע רבנים ומנהיגים שליט"א פון אלע שיכטן פונעם יהדות החרדית מצרף געווען זייער מיטארבעט מיט די פאראייניגטע מערכה, אזוי אז אויף א היסטארישער פארנעם איז אצינד דאס גאנצע יהדות החרדית פארכאפט אין א שפאנענדע ערווארטונג מקדש צו זיין שם שמים אויף א פארנעם ווי קיינמאל בעפאר און זיך אננעמען פאר אונזערע ברודער וועלכע ווערן אונטערדרוקט פארן חטא פון וועלן זיין ערליכע אידן שומרי תורה ומצוות.
ס'איז גארנישט. די מעלדונג האט מען שוין אנגעגרייט אפאר וואכן צוריק אויף צו ארום שיקן היינט,
וואס וואלטן די זאלי ניקס דא געשריבן יעצט, ווען די ענגילטיגע החלטה - אז מען גייט נישט מיט - וואלט ווען נישט געמאלדן געווארן דורך די עמטליכע נייעס קוואל סאטמארHQ?
כ'וויל דא בעטן אלע מיינע חשובע פריינט נישט אריינצוווארפן דעם געהענגל אין צימעס. דארט איז שוין דא איינס דערפאר, עטס קענטס אויך עפענען איינס פארן פראטעסט וואס וועט פארופן ווערן אין די נאנטע טעג דורך די אנדערע פראקציעס, און איך וועל אויך נישט אריינהאקן דארט.
ביטע נאר לאזן דעם אשכול פאר פראטעסט אפדעיטס.
שכח למפרע ומחכה לקאפאראציעתכם
זר זהבהיימישער ליטוואק, אפשר היינט האסטע א פוינט. אבער די פראטעסטן וואס דער בעל ויואל משה האט אנגעפירט האט היבש אויסגעמאכט אין יענער צייט.
איך ווייס נישט, איך בין דאן נאך גווען באוצר הנקרא "גוף", אפשר יא מסתם נישט.
אפילו אויב יא, איז דאס געווען צוליב דעם אלטן מענטאליטעט פון די יוראפעישע צוקלאפטע אידן, וואס האבן גציטערט פון "דעם גוי". איך גלייב אז ווען זיי האבן באמת מורא פון א פרוטעסט וואלט דער סאטמרער רבי ז"ל גקענט אויסקוועטשן אסאך גוטע קונסעשנס פון די "ציונים הארורים"...
אוי לאזנים שכך שומעות.
דאס איז די סיבה פארוואס מדארף לוחם זיין אין די טריפה'נע ישיבות ראשי ישיבות.
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/3910">viewtopic.php?f=22&t=3910</a><!-- l -->
הכונו למעמד הפראטעסט הגדול נגד לימוד בחורים בישיבות.
היימישער ליטוואקזר זהבהיימישער ליטוואק, אפשר היינט האסטע א פוינט. אבער די פראטעסטן וואס דער בעל ויואל משה האט אנגעפירט האט היבש אויסגעמאכט אין יענער צייט.
איך ווייס נישט, איך בין דאן נאך גווען באוצר הנקרא "גוף", אפשר יא מסתם נישט.
אפילו אויב יא, איז דאס געווען צוליב דעם אלטן מענטאליטעט פון די יוראפעישע צוקלאפטע אידן, וואס האבן גציטערט פון "דעם גוי". איך גלייב אז ווען זיי האבן באמת מורא פון א פרוטעסט וואלט דער סאטמרער רבי ז"ל גקענט אויסקוועטשן אסאך גוטע קונסעשנס פון די "ציונים הארורים"...
היינטיגע פראטעסטן טוען אויף די זעלבע וואס אמאליגע. האט מען דען דאמאלט נישט אפגע'חוזק'ט? זענען נישט געווען אזעלכע קלוגע אידן ווי היימישער ליטוואק וואס האבן אנאליזירט פסיכאלאגיש און גלייכצייטיג אפגעלאכט די פלאטשיגקייט פון די אונגארישע נערנים?!
חא חא חא! מנחם בגין און גאלדע מאיר וועלן קומען מקבל נזיפה זיין ביים רבין'ס שוהל'כל אויף בעדפארד...
דער רבי זי"ע האט אונז געוויזן דעם וועג, און אזוי פירן מיר זיך. מיר שפירן נישט קיין פליכט זיך צו פארענטפערן.
ס'איז נאר אינטערסאנט אז די היינטיגע (פונקט ווי די אמאליגע) ליטווישע גדולים נעמען אויך אנטייל. אפשר ליידן זיי אויך אויף די "יוראפעישע צוקלאפטע אידן" סינדראם.
ביידע סאטמאר גייען גיין צום פראטעסט.
התאחדות גייט עס פירן.
לויט ווי איך הער איז די סדר המעמד אזוי:
יושב ראש: הרב יצחק גליק, ספרא דדיינא פון די התאחדות הרבנים
מעמד פתיחה: הרב הגאון רבי יעקב ווייס שליט"א, ראש ישיבה גדולה ד'סאטמאר-קרית יואל - סניף ברך משה
נאכדעם וועלן אויפטרעטן:
הרב הגאון רבי אליהו בער וואכטפויגל שליט"א, ראש ישיבת סאוט-פאלסבורג,
הרב הגאון רבי יעקב הורוויץ שליט"א, ראש ישיבת בית מאיר,
הרב הגאון רבי נח אייזיק אלבוים שליט"א, אב"ד הומנא בשכונת קווינס
כ"ק אדמו"ר מגאלאנטא שליט"א
הרב הגאון רבי בערל כ"ץ שליט"א, אב"ד דושינסקיא וויליאמסבורג
הרב הגאון רבי אפרים וואקסמאן שליט"א, ראש ישיבת מאור יצחק
הרב הגאון רבי יעקב נחמן שטויבער שליט"א, ממנהלי ישיבת סאטמאר-קווינס
דבר ה' מירושלים: הגאון הגדול האורח רבי נפתלי הירצקא פרענקל שליט"א, חבר ביה דינא רבה בד"צ 'עדה החרדית'
דברי נעילה: הרב הגאון רבי יעקב ווייס שליט"א, ראש ישיבה גדולה ד'סאטמאר-קרית יואל - סניף ברך משה
א דרשה אין ענגליש פאר די פרעסע: הרב מנשה פרענקל (ב"ר הערץ)
שעפטללויט ווי איך הער איז די סדר המעמד אזוי:
יושב ראש: הרב יצחק גליק, ספרא דדיינא פון די התאחדות הרבנים
מעמד פתיחה: הרב הגאון רבי יעקב ווייס שליט"א, ראש ישיבה גדולה ד'סאטמאר-קרית יואל - סניף ברך משה
נאכדעם וועלן אויפטרעטן:
הרב הגאון רבי אליהו בער וואכטפויגל שליט"א, ראש ישיבת סאוט-פאלסבורג,
הרב הגאון רבי יעקב הורוויץ שליט"א, ראש ישיבת בית מאיר,
הרב הגאון רבי נח אייזיק אלבוים שליט"א, אב"ד הומנא בשכונת קווינס
כ"ק אדמו"ר מגאלאנטא שליט"א
הרב הגאון רבי בערל כ"ץ שליט"א, אב"ד דושינסקיא וויליאמסבורג
הרב הגאון רבי אפרים וואקסמאן שליט"א, ראש ישיבת מאור יצחק
הרב הגאון רבי יעקב נחמן שטויבער שליט"א, ממנהלי מתיבתה סאטמאר וומסב''ג-קווינס
דבר ה' מירושלים: הגאון הגדול האורח רבי נפתלי הירצקא פרענקל שליט"א, חבר ביה דינא רבה בד"צ 'עדה החרדית'
דברי נעילה: הרב הגאון רבי יעקב ווייס שליט"א, ראש ישיבה גדולה ד'סאטמאר-קרית יואל - סניף ברך משה
א דרשה אין ענגליש פאר די פרעסע: הרב מנשה פרענקל (ב"ר הערץ)
המממממממממממ.......
📎 x9q2_ProtestSivan7310.jpg