☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » מאסן דעמאנסטראציע א' חוקת קעגן גיוס בני ישיבות

מאסן דעמאנסטראציע א' חוקת קעגן גיוס בני ישיבות

477 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3987
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10

פשוט-קאמפליצירט » מאנטאג יוני 17, 2013 1:15 pm

· #125467
shem-tov
אבער דערנאך אז ס'עפענט זיך אזאנס קלאפט מען דאס אראפ אז ספארגייט די אפעטיט פון א נארמאלן מענטש צו טאן דערינען.

הונדערט פראצענט גערעכט.

shem-tov
און רוב טאטעס פייניגען די ראשי ישיבות און מנהלים אז זיי מיזן ארויסווארפן דעם און יענעם בחור ווייל אז נישט נעמט ער ארויס זיין בחור, איז דער טאטע גערעכט? איז דער ראש ישיבה גערעכט?

אינטערעסאנט, אז ביים נישט אננעמען א בחור, לאזן די ראשי ישיבות און מנהלים זיך נישט אזוי פייניגן. דעמאלט ווייסן זיי פינקטליך וויאזוי צו ניצן דעם "איגנאר" באטן.
כ'האב א חשש, אז די טאטעס וואס "פייניגן" די מנהלים זענען די מיט געלט אדער "מצויינים". נו, זיי טוען דאך גארנישט מער ווי זיכער מאכן אז דעם געפייניגטן ראש ישיבה'ס וואונטש ווערט פולשטענדיג אויסגעפירט.

shem-tov
נו וואס ברויך א מנהל היינט צו טאן און אז די כאפסט נאכאמאל דעם בחור מיט א מאשינדעל אין ישיבה - ווייל זיי וועלן קיינמאל נישט אויפגעבען טארסט די דאך אים נישט ארויסווארפן.

מ'וואלט געקענט דן זיין צי דאס איז אן אויסגעהאלטענע נקודה, ווען נישט דעם פאקט אז דאס ווארפן זיך טוט מען פונקט אזוי מיט קינדער - פיצלעך קינדער וואס קענען נאכנישט געהעריג לייענען די בוכשטאבן אויף די כלים.

shem-tov
ווער ס'האט עצות פאר די מנהלים וראשי ישיבות זאלן ביטע געבען, זיי לעכצן פאר הילף אין די נייע תקופה היינט

איך האב פרובירט. פונעם אנטווארט האב איך געדרינגען אז זיי לעכצן מער פאר א רואיגן שינת צהריים ווי די טובה פון די קינדער.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יוני 17, 2013 1:17 pm

· #125468
איך בין נישט פון וויליאמסבורג און איך בין נישט חסידיש, איך קען דער קולטור נאר פון חברים, דער איד און אזעלכע וועבסייט"ס ווי קאווע שטיבעל. אבער סדנא דארעא חד הוא, און הגם אז ס'איז פארהאנען ווייטער חילוקים צווישען די צוויי סארטן ישיבות, מ'קען נאך אלס צוזאמען רעדן און האנדלען. דאס ווארט 'אריינשיינען יראת שמים' איז בלאף און פלאף (fluff). ס'איז נישט דא אזא זאך. א מענטש קען ארבעטען אויף זיך, און א ישיבה קען צושטעלען א סביבה וואס איז נישט מנגד אויף יר"ש. למשל, דאווענען איז אויף צייט און געלאסען כדי דער וואס וויל דאווענען ערנסט, קען אזוי טוהן און דער ארום וועט איהם נישט שטערן. אבער ס'איז אוממעגליך צו צווונגען, שטופען, באצאלען אדער 'אריינשיינען' אז א בחור זאל דאווענען עהרליך.

דער זעלבע איז מיט אנדערע ענינים פון יר"ש. ישיבות וואס פראבירען צו טוהן אין די בחורים'ס שמירת עינים אדער קדושה וטהרה זענען א באנדע מאלעסטער'ס וואס הרג'נען אוועק בחורים. א מענטש קען נאר ארבעטען אין די זאכען אליינס, מיט זיין מוסר ספר'ל וכדו'.

ר' ישראל סאלאנטער האט קיינמאל נישט געהאט קיין ישיבה און ער האט נאר געגעבען עצות אין מוסר וואס תלמידים האבען אנגענומען (און דערנאך געמאכט א גאנצע פארטיי כדרך העולם!). ישיבות האבען געהאט א שטיקל מוסר, אבער דאס איז כמעט קיינמאל נישט געווען קיין עיקר אין א ישיבה.

איהר רעדט אלע פון דער חילוק צווישען א משחית און א מושחת, און מ'האט שוין מעורר געווען אז דער קו איז נישט אזוי קלאר. ווען דער חזון איש האט זיך געקימערט מיט ישיבות אין ארץ ישראל, האט ער שטארק געארבעט קעגן ארויסווארפען בחורים. אבער, פארשטייט זיך, ווען א בחור האט פארדארבט אנדערע, האט ער געזאגט אז יעצט מוז מען ארויסווארפען. אבער ער האט געמאכט א תנאי מיט דעם ראש ישיבה אז ער מוז זיך אליינס מאכען א סדר מיט דעם בחור. ווען א ראש ישיבה וועט זעהן אז ארויסווארפען פטר'ט איהם נישט פון דעם אחריות פאר דעם בחור, און אדרבה, יעצט וועט עס איהם נאך מער קאסטען ווייל ער וועט זיך מוזן מוטשען צו לערנען מיט איהם און ארויסהעלפען אין זיין לעבן, וועט ער שוין אנדערש טראכטען. מ'דארף איינפירען אזא פאדערונג, ווען א בחור ווערט ארויסגעווארפען פון ישיבה, זאל דער טאטע פילען אז ער האט א רעכט צו פאדערן פון דעם ראש ישיבה ווייטער צו האנדלען דעם אחריות פון דעם בחור.

איך בין נישט קלאר אין דער גאנצע געשיכטע פון יואל ראטה, אבער לויט ווי איך האב געהערט איז דאס געווען זייער א לייכטער סיסטעם. צו ווייט איז אויך נישט גוט. און דער עיקר, ווער זאגט אז מ'דארף זוכען לייכטקייט? די תורה איז פאר יעדן איינעם. אפשר דער מיט א שוואכען כשרון דארף אן אנדערע צוגאנג, אבער דער סיסטעם פון מוותר זיין אויף גדלות בתורה פאר איינער וואס איז נישט אזא בעל כשרון איז נישט עפ"י תורה. מ'דארף מיט איהם לערנען וואס ער קען און וויאזוי ער קען, אבער נישט זוכען לייכטקייט. אז ער האלט נישט ביים לערנען ווייל ער איז שוין אביסל פארדארבען און ער וועט נישט פאלגען, דארף מען אפשר מאכען קירוב ישיבות, אבער נישט בלויז ווייל ער איז א שוואכע בעל כשרון און קען נישט גלייך פארשטיין די לומדות וואס מ'דערשטיקט בחורים דערמיט. (אגב, ווער זאגט אז א בעל כשרון פארדינט אזויפיל פון דער דרך הלימוד, אבער דאס איז אן אנדער שמועס).

פשוט-קאמפליצירט, ייש"כ פאר דיין הסכמה אויף מיין געהעריגע שרייבען. איך מאך פרנסה פון מיין שרייבען, נאר בעיקר אין לשה"ק און אביסל אין ענגגליש, קיינמאל אויף אידיש. געווענליך ליין איך איבער וואס איך האב געשריבען איידער איך שיק עס אריין, און דעמאלס האב איך נישט אזוי געטוהן. א דאנק פאר'ן קריטיק.

שמעקעדיג » מאנטאג יוני 17, 2013 1:29 pm

· #125470
ליטוואק פון בודאפעסט
ישיבות וואס פראבירען צו טוהן אין די בחורים'ס שמירת עינים אדער קדושה וטהרה זענען א באנדע מאלעסטער'ס וואס הרג'נען אוועק בחורים..

OMG 😲 😕

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יוני 17, 2013 1:37 pm

· #125474
וואס, דיר שמעקט אנדעריש? אדרבה זאג דיין טענות.

shem-tov » מאנטאג יוני 17, 2013 2:30 pm

· #125487
שכוח אבגד - אן אסיפה טוט זיכער אויף אז פיוטשער קינדער זאלן זעהן ווי ס'בלוטיגט פאר די עלטערען ואולי ירחם
שמעקעדיג - לדעתי איז יואל ראטה ישיבה בכלל נישט קיין ישיבה נאר א דעי קעיר און ווען די זאגסט מ'זאל ארויסשיקן דעם קליינעם בחור טאן "וואטעווער" ביטע זיי מסביר.
פשוט - דיין טענה לגבי קינדער איז גאר א שטארקע טענה, מיר רעדען אבער דא פון בחורים שהגיע לדעת עצמן
ליטוואק - אריינשיינען יראת שמים איז נאך דער איינציגער זאך וואס מיר פארמאגען, די עלטערען און מחנכים וואס ארבעטען שווער,



ווען ס'קומט צו היימישע בחורים און ישיבות איז דא צוויי קאטעגאריעס

חלק א'
א טאטע וואס קעירט אויף זיין נאמען, זיין בחור וויל הייסן א גוטער בחור, דער בחור טוט אן עבירה פילט ער זעך ווי צוויי סענט, ער שעלט נישט הויעך, ער וויל א שידוך טאן, ער קען גאנץ כמעשה לערנען, האט נישט קיין דיסעביליטי, דער בחור איז טאקע א נארמאלער מענטש, לערנט אין א גרויסע מעין סטריעם ישיבה וואס וויל אז אלעס זאל זיך פירן ווי ס'ברויך צו זיין, זיי רעכענען זיך מיט דער טאש פונעם טאטען, דער בחור חוצפה'ט נישט מוראדיג. מען האט אים קיינמאל נישט מאלעסטעד און אפ' יא דיעלט ער דערמיט באשיידן. ער וויל האבן נארמאלע חברים. דער פחד פון פליען פון ישיבה איז דער ערשטער און לעצטער מיטל וואס האלט אים אין די ראמען.
אזוי זענען רוב גרויסע ישיבות היינטיגע צייטען, און אויב מאכט זיך אמאל א פראבלעם מיט איין זאך קען מען עס געווענליך שנעל מסדר זיין.

חלק ב'
א טאטע וואס קעירט נישט אויף זיין נאמען ווייל ער וויל טאן וואס זיין הארץ גלוסט. א בחור וואס ס'גייט אים נישט אן קיין כי הוא זה דעם גאנצן הלוך ילך פון א ישיבה. פרעגסט אים איבער שידוכים, ענפערט ער כ'וועל מיך אליינס טרעפן, ס'דא גענוג מיידלעך. פרעגסט אים איבער ווערן א מענטש ענפערט ער אפען אז ער קעירט נישט אויף זיין נאמען, אדרבה ער וויל הייסען א באם. ער זיכט צו געפעלען ביי גאר אן אנדערען עלעמענט ווי דער נארמאלער בחור. ער וויל האבן א סעל, ער וויל האבן פעיסבוק, מיט אלעם.

מצידו וואלט ער געווען אויף די גאס נאר ער ציטערט נאך פון זיין טאטע וואס סטראשעט אים אז ער גייט כאפן אן הארץ אטאקע אדער אז ער גייט רופען טשיילד פראטעקטיוו סערוויסעס. ער טרעפט א ישיבה מצא מין את מינו, דער ראש ישיבה שפייט בלוט דער בחור לאכט זיך אויס, אויף די גאס לעקט דער ראש ישיבה נישט קיין כבוד, דער בחור איז געווענליך מאלעסטעד געווארן און זיין קאפ ליגט אים אין טינוף כל היום כולו. ער קען נישט לערנען ער האלט נישט ביים דאווענען, דער ראש ישיבה קען אים נישט סטראשענען מיט גארנישט.

דאס מיז דאך יעדער מודה אז די צוויי חלקים באלאנגען בכלל נישט אינאיינעם, ווייל וואו אלע האבן ארויסגעברענגט, איז היינט דער פאקט אז יעדער פארדארבענע בחור, נישט נאר א מושחת נאר א משחית, סאיז נישט מעגליך אנדערשער, בלייבט איבער די שאלה וואס יא וואס טוט מען מיט זיי, רבש"ע אין קאלעדש נישט, אין ארמי נישט, ארבעטען קען מען נאך נישט, זיך דרייען אויף די גאס אויך נישט, וואס איז די עצה לאמיר שוין אויפהערן צו בלעימען די מנהלים און עפעס אויסטראכטן.


אגב איך האלט אויך אז רעדן מיט א בחור פריוואט לאנגע שמועסן איבער קדושה ענינים איז די פארקערטע פון קדושה און דאס איז געווען דעם רבי ז"ל מיינונג, אפי' שובבי"ם תורות איז געווען נאר אין גרויסען ביהמ"ד און נישט אין ישיבה

רוזעוולט » מאנטאג יוני 17, 2013 2:53 pm

· #125491
די מושחתים/משחיתים נומבער'ס זענען בערך אזוי: 90% מושחתים. פון דעים זענען נאר 15% משחיתים..

שמעקעדיג » מאנטאג יוני 17, 2013 2:56 pm

· #125493
מען דארף עפענען באזונדערע אשכולות אויף עניני קדושה פאר בחורים ווייל מען פארפארט אינגאנצן פון דעם נושא האשכול.

איך ווייס עס איז פאראן אסאך וואס לאכן דערפון, אבער דער מציאות איז אז אין די פלעצער ווי מען פרעדיגט קדושה און שמירת עינים (אויף א נארמאלן אופן, נישט עקסטרעם), א שטייגער ווי גער און תולדות אהרן און נאך געציילטע מקומות, זענען בחורים מער AWARE און אפגעהיטן ווי אנדערע.

איך אויך » מאנטאג יוני 17, 2013 4:52 pm

· #125533
אויב גער און תולדות אהרן הייסן ביי דיר 'נארמאל' איז די שמועס געשלאסן.

שמעקעדיג » מאנטאג יוני 17, 2013 5:03 pm

· #125538
גור זאג איך נאר מפי השמועה,
אין תו"א האב איך קרובים. אויף אלע אידן געוואונטשן אזעלכע בחורים.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יוני 17, 2013 5:43 pm

· #125559
שם טוב
א פיינעם אנאליז. איך מערק אז ביי אייך איז אלס געוואנדען אויפ'ן סטראשע פון א ראש ישיבה. ביי ליטווישע ישיבות קען עס זיין אינגאנצען אנדעריש. אוודאי איז דא אזעלכע ישיבות א שטייגער ווי ריווערדעיל (אונטער ר' אברהם אזבאנד) און ספרינגפילד (אונטער ר' אליה מאיר סורוצקין) וואס נוצען פחד אלס א מיטל מחנך צו זיין א בחור. אבער אנדערע ישיבות זענען בכלל נישט אזוי. דער גייסט אין א ישיבה ווי בית התלמוד אדער פאטערסאן וכדו' איז אזוי צוגעשטעלט צו וואס דער ישיבה וויל, אז א בחור גייט נישט טראכטען פון ארויס גיין פון די ראמען פון די חוקים פון די ישיבה. אין פאלסבערג איז אויסגעשטעלט הפקרדיג אויך, אבער דער גייסט האלט נאך אלס צוריק פון אסאך זאכען. און בפרט אז ס'איז פראקטיש דא וויניג עבירות צו טוהן זייענדיג אינדערויסען פון שטאט, און די בחורים עפ"ר קומען פון די פרומערע עלעמענט פון די ליטווישע ציבור.
אפשר קענען די חסידיש'ער ישיבות זיך אפלערנען פון די ליטווישע דער ענין, וויאזוי מחנך זיין א בחור אהן צו סטראשען, אז א בחור זאל פילען פון זיך אליינס אז געוויסע זאכען פאסען נישט.

געפילטע פיש » מאנטאג יוני 17, 2013 5:44 pm

· #125561
shem-tov
לדעתי איז יואל ראטה ישיבה בכלל נישט קיין ישיבה נאר א דעי קעיר

ביטע זיי מסביר די חילוק.

shem-tov
ווען ס'קומט צו היימישע בחורים און ישיבות איז דא צוויי קאטעגאריעס

חלק א'
א טאטע וואס קעירט אויף זיין נאמען, זיין בחור וויל הייסן א גוטער בחור, דער בחור טוט אן עבירה פילט ער זעך ווי צוויי סענט, ער שעלט נישט הויעך, ער וויל א שידוך טאן, ער קען גאנץ כמעשה לערנען, האט נישט קיין דיסעביליטי, דער בחור איז טאקע א נארמאלער מענטש, לערנט אין א גרויסע מעין סטריעם ישיבה וואס וויל אז אלעס זאל זיך פירן ווי ס'ברויך צו זיין, זיי רעכענען זיך מיט דער טאש פונעם טאטען, דער בחור חוצפה'ט נישט מוראדיג. מען האט אים קיינמאל נישט מאלעסטעד און אפ' יא דיעלט ער דערמיט באשיידן. ער וויל האבן נארמאלע חברים. דער פחד פון פליען פון ישיבה איז דער ערשטער און לעצטער מיטל וואס האלט אים אין די ראמען.
אזוי זענען רוב גרויסע ישיבות היינטיגע צייטען, און אויב מאכט זיך אמאל א פראבלעם מיט איין זאך קען מען עס געווענליך שנעל מסדר זיין.

דו האסט יעצט זייער גוט אראפגעלייגט גענוי די סארט בחור וואס ווערט אפגעזאגט פון ישיבות אויף א טעגליכע פארנעם.

ניו יארק » מאנטאג יוני 17, 2013 8:07 pm

· #125609
אויב וועט זיין עפעס א שינו לטובה אין דעם ישיבת ענין וועט גיין אויף לאפיד'ס קאנטע, די פראטעסט איז דאך זיין קרעדיט. (מיט הגרז"ל שטייטזעך)

אבגד » מאנטאג יוני 17, 2013 8:56 pm

· #125622
נאך אזעלעכע גרויסע תגובות איז זייער שווער צו שרייבן און עפעס מוסיף זיין אבער איך וויל דא מאכן א שטיקל סיכום און ירא הקהל וישפוט!

עס איז אנגעקומען א ליטוואק פון בודאפעסט, אז עטס כאפטס האט ער אלע מיני מעלות וואס קען מאכן דעם מענטשהייט פאררוקט! א ליטוואק - און פון בודאפעסט! און קודם האט ער אימפארטירט אביסל זויערע מילך סטרעיט פון בודאפעסט און האט שוין א גאנצע מיינונג ווי אזוי מדארף פירן א ישיבה און ממילא איז מען בארעכטיגט אפצוזאגן אלע בחורים און זיי דארפן זיך אליין אויס ארבעטן, איך וויל נישט איבערקייען אלע שטותים! אזוי האט ער אנגעהויבן, און צום סוף זענען אלע מחנכים וואס בלוטיגן יא אויף יראת שמים און קדושה געווארן מאלעסטערס! און רבי ישראל סאלאנטער האט נאר אויפגעשטעלט א פארטיי, און אזוי ווייטער און ווייטער, נאר מדארף געבן פרייהייט פאר די בחורים אזוי ווי די אלע ליטווישע ישיבות וואס ער האט אויסגערעכענט,

איז אזוי, איך וויל נישט יעצט אריין גיין אין קיין פרטים, אבער יעדער דא ווייסט וויפיל קדושה האט א ליטווישע בחור ווען ער האט חתונה, נאך אלע דעיטס און חאזעריי, און אסאך פון דעם קומט פון אסאך קדושה וואס זיי נעמען זיך אליין פון די מוסר ספרים......, איך גיי נישט יעצט אריין אין די ענין פון דעיטס נאר איך האב נאך געהערט פון אסאך פון די ליטווישע ראשי ישיבות וואס בלוטיגן אויף דעם, שוין גענוג מיט זיינע...

קומט נאכדעם שם טוב און רעדט דברים של טעם, און נאכדערצו שמעקעדיג שטעלט עס אוועק אויף זייער א שיינע פארנעם, און דער נאך ברסלבר און לעיקוואד זענען מחלק צווישן א מושחת און א משחית, ממש צו די זאך, עס איז א שאד אז די אלע זאכן ווערן נאר דא ארום גערעדט און נישט אויף די ריכטיגע פלעצער, אפשר וועט ארויס גיין פון דא א מעסעדזש וד״ל, און ווייטער פשוט קאמפליצירט איז אביסל קאמפליצירט וואס ער וויל דא.

איך מיין איך האב געמאכט א שטיקל סיכום דא ניין?

יעצט ירא הקהל וישפוט דברים של מי ראוי לאומרן!!!!!

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 18, 2013 10:32 am

· #125747
איהר האט זייער גוט ארויסגענומען פון מיין ווערטער. איך האב געזאגט אז מ'איז בארעכטיגט ארויסצוווארפען בחורים פון ישיבות? איך האב נאר גערעט פון די וועג וויאזוי צו פירען ישיבות וואס איינער האט געזאגט אז ישיבות טויגען נישט ווייל זיי לערנען נישט קיין קדושה וטהרה און שיינען נישט קיין יראת שמים אין די בחורים (ד.ה. אפילו די א.ג. גוטע בחורים) האב איך רע'אגירט אז ס'איז נישט דא אזא זאך ווי אריינשיינען יראת שמים, און רעדען פון קדושה וטהרה מיט בחורים איז אן אנדערע וועג פון מאלעסטען.

אגב, ביי אונז איז באקאנט דער שיטה פונ'ם חפץ חיים און אויך פון ר' חיים וואלאזשינער, אז מ'טאר נישט רעדען פון קדושה וטהרה מיט בחורים. איך פארשטיי אז ס'איז זייער שווער פאר א מענטש צו פארשטיין א קולטור וואס איז נישט זיינס, און איך האב פערזענליך נישט דורכגעלעבט די אמעריקאנער ליטווישער דעיטינ"ג סיסטעם, אבער לויט ווי איך האב געהערט פון חברים איז עס בכלל נישט ווי מען מיינט אין דער וועלט אינדערויסען. דער לחץ און משוגעס וואס טוט זיך אפ אין דער דעיטינ"ג סיסטעם נעמט ארויס יעדער טעם חטא פון דער ענין, און ס'האט נישט קיין שום שייכות נישט מיט כאזערעיי. ס'איז שווער צו פארשטיין פון דערויסען אבער אזוי איז. ווען מ'טרעפט א בחור נאך א דעי"ט איז אויסגעמוטשעט און נישט פון די עבירה נאר פון די לחץ. גיי צו שומרי שבת אין בארא פארק ארום עלעף אזייגער און ווייטער און דו וועסט זען וויפיל בחורים שטראלען פון פרייד נאך א דעי"ט.

ר' ישראל סאלאנטער האט נישט אויפגעשטעלט א פארטיי מער ווי דער בעל שם טוב. זיין תלמידים האבען עס געטוהן, און רוב דער שיטה פון מתנגדי המוסר פון בריסק וכדו' איז קעגען זיין תלמידים. עהר האט בעיקר מחדש געווען א דרך וויאזוי צו באקעמפען דער יצר הרע פאר פריוואטע מענטשען, ווי סדרים קבועים פאר זיך אין מוסר, און מוסר בהתפעלות און א מוסר שטיבל וכו' עי' בספר אור ישראל ליתר פרטים.

דער זויערע מילך משל איז געקומען פון ר' מרדכי גיפטער ז"ל, וואס עהר פלעגט פארציילען א משל דערמיט, און ביי די הספדים אויף איהם האט מען אסאך פארציילט דער משל פון א מענטש וואס גייט צום לווורע (louvre) אין פאריז און זאגט אויף יעדער שיינע מאלעריי אז ס'איז בלויז זויער מילך. ביז מ'האט איהם געוויזען אז ביי איהם אין בריללען איז דא א פלעק פון זויערע מילך. איך האב געמיינט צו זאגען אז ישיבות פארמאגען אסאך מעלות, און טאמער א מענטש זעט נאר די חסרונות, מיינט עס אז ביי איהם איז עפעס שמוציג. אוודאי איז דער ארויסווארפען בחורים און נישט אריינעמען בחורים א געפערליכע עוולה, און ס'ברענגט א מורא'דיגער חרון אף אויף די וועלט, אבער דאס פרעגט נישט אפ דער ענין פון ישיבות, און די תיקונים טארען נישט געטוהן ווערען אין אן אופן וואס פארדרייט דער גאנצע סיסטעם, וואס איז געגרינדעט דורך גדולי עולם וכנ"ל, אויף איהר קאפ. פאררעכט עס מיט א פארשטאנען צו וואס איהר מעלות זענען. אנדעריש ביסטו פונקט ווי דער נייער דור פון פרויען וואס גייען אראפ פון אידיש'ן וועג, און שרייבען ביכער אז ווייל זיי האבען אפאר ריכטיגע טענות אויף דער סיסטעם מוז דער גאנצע זאך ווערען אפגעשטעלט.don't throw out the baby with the bath water.

אבגד » דינסטאג יוני 18, 2013 6:47 pm

· #126013
איר האט זייער שיין פארענטפערט און שיין ארויסגעברענגט דיין צד וואס איז קודם נישט געווען הערבאר און אנטשולדיגט טאמער איך האב דיך וויי געטוהן, אבער הגם איך בין נישט אינגאנצן מסכים צו וואס דו זאגסט, און איך האב פשוט נישט קיין געדולד מגיב צו זיין, און זיך דינגן אויף כמה פרטים, וואס לכאורה די חילוקי דיעות צווישן אונז איז די חילוק וואו אונז זענען מיר אויפגעוואקסן, און די אנדערע ישיבות וואו אונז האבן מיר געלערנט אבער איך הער שוין דיין צד אויך, איז ממילא אנטשולדיגט פאר די מיספארשטענדעניש!

שעפטל » דינסטאג יוני 18, 2013 11:07 pm

· #126128
פראטעסט אין אייראפע!
הכנות אין אייראפע לקראת א גרויסער מעמד מחאה אדירה


עס קומט יעצט אריין די נייעס פון אייראפע, אז די ארטיגע עסקנים אין שפיץ פון די רבני ועד משמרת חומותיך ירושלים סניף אייראפע, גייען אן מיט ערנסטע פלענער צו גיין אין די וועגן פון יהדות אמעריקא, און אראנדשירן א פאראייניגטע עצרת מחאה פון אלע אייראפעישע שטעט ווי חרדש'יע אידן וואוינען, ווי לאנדאן, אנטווערפן און מאנשעסטער, און ארויסגיין אויף א היליכטיגע פראטעסט אינאיינעם, אויף א פארנעם וואס אייראפע האט נאכנישט געזעהן אין איר היסטאריע.

לויט די יעצטיגע פלענער וועט דאס בס"ד פאררופן ווערן אויף די גאר נאנטע טעג, ביי די אייראפעישע פארלאמענט אין די הויפטשטאט בריסל, וואס דארט וועט מען אינאיינעם אויסרופן דאס וויי געשריי פונעם גאנצן יהדות אייראפע קעגן די ביטערע גזירת הגיוס.

די פרישע נייעס ווערט אצינד פארשפרייט אין אלע שטעט איבער אייראפע, און עס נעמט ארום א גרויסע ווארימקייט ביים גאנצן ציבור אז אויך זיי וועלן האפנטליך בקרוב זוכה זיין מקדש צו זיין שם שמים, און זיך אנשליסן אין די מעכטיגע פאראייניגטע מערכה פונעם יהדות החרדית .

פארגאנגענעם זונטאג ביינאכט זענען די פלענער אריין אין קראפט ביז צום אנהייבן די פאקטישע גרויסע הכנות, נאכדעם וואס ס'איז פארגעקומען אין לאנדאן א גרויסע מיטינג וואו עס האבן זיך באטייליגט די ראשי העסקנים און אויך פארשטייער פון מערערע קהילות פון איבער די שטאט, און אויך איז אראפגעקומען א פערזענליכער שליח פון זקן ראשי ישיבות הגאון הגדול ר' אליקים שלעזינגער שליט"א.

ביי די אסיפה זענען אויפגעברענגט געווארן מערערע הצעות און פלענער איבער וויאזוי אויסצושטעלן די מערכה, און נאכן דן זיין א לענגערע צייט איז ענדגילטיג באשלאסן געווארן אלע דעטאלן איבער די פאראייניגטע מחאה אדירה אין די הויפטשטאט פון אייראפע, פארנט פון די אייראפעישע פארלאמענט אין בריסל, וואס דאס וועט בעז"ה זיין דער בעסטער שליסל אנצוצינדן די שטורעמישע מערכה וואס דער אייראפעישער אידנטום וועט אי"ה ווייטער באגלייטן פאר א לאנגע צייט אינאיינעם מיטן גאנצן יהדות הגולה.

די עסקנים האבן זיך פאראייניגט אויף א דאטום ווען דער היסטארישער עצרת מחאה וועט ווארשיינליך פארקומען, און עס וועט נתפרסם ווערן בקרוב נאכן באשטעטיגט ווערן דורך אלע קהילות קדושות בס"ד, און באזונדער איז שוין אויך פארהאן מערערע פלענער וואס וועלן נאכפאלגן נאכן צענטראלן עצרת, אנצוהאלטן א מלחמה וואס וועט נישט פארלאשן ווערן ביז ווען די רשעי ישראל וועלן נאכלאזן פון די שרעקליכע גזירות.

היינט איז אויך אנגעקומען א ווארימער בריוו פונעם בי"ד הגדול שבירושלים ספעציעל צו יהדות אייראפע, וואו די שרי התורה שליט"א דרוקן אויס די בקשה פונעם יהדות החרדית אין אר"י אז יעדער זאל זיך אנשליסן אין די מלחמה, און ספעציעלע עסקנים טוען איבערגעבן די מכתב בקשה צו אלע רבנים שליט"א איבער אייראפע.

היינט מיטאג האבן די פירנדע עסקנים פון אנשי שלומינו ערהאלטן ברכת קדשו ועידודו פון מרן רבינו שליט"א, נאכדעם וואס די רבי האלט שוין מיט און באגלייט די פלענער שוין אריבער א וואך צייט, און היינט האבן די עסקנים איבערגעגעבן די לעצטע אנטוויקלונג אז די ארבייט איז ב"ה אריין אין שוואונג, און די רבי האט געגעבן ברכת קדשו מען זאל זוכה זיין מקדש צו זיין שם שמים, און דערביי האט די רבי איבערגע'חזר'ט רצון קדשו פאר די עסקנים אז מען זאל טוטהן כל מה שביכולת אריינצונעמען און אנשליסן וואס מער קהילות אין די מלחמה גדולה.

די עסקנים ארבעטן שוין טאקע אצינד מיט מערערע קהילות גרויסע און קליינע צוגלייך, און היינט האט מען שוין אפילו אנגעבינדן א עסקנות ביז צו פראנקרייך פון וואו עס וועלן האפנטליך אויך ארויסקומען א שיינע צאל ערליכע אידן שומרי תורה ומצוות, וועלכע וועלן זיך אינאיינעם אנשליסן מיטן גאנצן יהדות אייראפע צו די מלחמה גדולה נגד הגזירות הנוראות פון די רשעי ישראל.

אין אנטווערפן איז שוין אויך היינט פארגעקומען א זיצונג צווישן אלע עסקנים אינאיינעם, און עס איז שוין איינגעטיילט געווארן די פאזיציעס און אויפגאבעס פאר די קומענדיגע פאר טאג.

-כולנו למערכה!!!-


קרעדיט: בחצרות סאטמאר

קאווע טרינקער » דינסטאג יוני 18, 2013 11:14 pm

· #126134
וואו אין אירופה איז דא אזא גרויסע שטח פאר 100,000 מענטשן?

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 19, 2013 5:51 am

· #126205
אבגד - איך בין נישט געווארען באליידיגט. איך ארבעט אביסל אין שרייבען (אין לה"ק און ענגליש, נישט אין אידיש), און טאמער איך זעה אז מ'פארשטייט מיר נישט, איז דאס א פראפעסיאנעלע פלעק. כנראה, וואלט מען געדארפט א ספעציעלען אשכול פאר דער נושא.

שעפטל » דאנערשטאג יוני 20, 2013 1:54 pm

· #126684
יהדות אייראפע גרייט זיך צום מעכטיגן הפגנה אדירה


אין לאנדאן זענען שוין די בתי מדרשים פוהל מיט די פלאקאטן איבער די גרויסע פאראייניגטע הפגנה וואס וועט בס"ד מקדש זיין שם שמים דעם קומענדיגן מאנטאג מטו"מ אין די הויפטשטאט פון בעלגיע בריסל, פארנט פון די אייראפעישע פארלאמענט – ווי שוין באריכטעט, און אין אנטווערפן וועט אי"ה דעם שב"ק ארויסגיין דער עפענטליכער קאמפיין וואס וועט אי"ה ארייננעמען אלע חרדישע ערליכע קהילות קדושות, און דאן וועט עס נאכפאלגן אין אלע איבריגע שטעט.

די עסקנים איז לאנדאן זיצן שוין טאג טעגליך אויף זיצונגען אויסצוארבעטן די טראנספארטאציע פון די לאנגע 5 שעה וועג קיין בריסל, און מען האפט דאס צו קענען צושטעלן פאר א ביליגע פרייז בס"ד, די פרטים וועלן אי"ה נאכפאלגן.

אין די זעלבע צייט גייט מען שוין ארום שאפן געלט ביי די נדיבים בעם איבער אייראפע צו קענען העלפן אויסצאלן די טייערע נסיעות און אזוי אויך די גאנצע קאסטבארע קאמפיין וואס וועט אריינציען אין גאר גרויסע ציפערן, און די קומענדיגע וואך וועט מען אויך זיצן אין די סאטמארע בתי מדרשים וואו דער ציבור וועט האבן די זכי' צו נעמען אנטייל אין די מצוה גדולה בגוף ובממון, דורכן מנדב זיין סכומים הגונים פאר דעם היסטארישן עצרת מחאה וואס וועט בס"ד אנצינדן א פייער פון מלחמה קעגן די ביטערע גזירת הגיוס און די אנדערע שווערע ציוניסטישע גזירות פון הפרת הדת, און וועט בס"ד נאכפאלגן מיט נאך ערנסטע מערכות.

יהדות אייראפע איז פאראייניגט, די חרדישע קרייזן זענען אין שפאנונג, לקדש שם שמים.

📎 x9q2_ProtestEU731.jpg
📎 x9q2_ProtestEU732.jpg
קרעדיט: בחצרות סאטמאר

שמעקעדיג » פרייטאג יוני 21, 2013 2:21 pm

· #127091
בילד
📎 עגלה ערופה.jpg

זר זהב » מיטוואך יוני 26, 2013 5:35 pm

· #128312
זר זהב
דער פערד פון RCA מאכט זיך כאילו ער ווייסט נישט אז די פראטעסט איז נישט נאר א סאטמארע זאך. און ער נוצט נאך סאטמארע רב פאר זיין אגענדע.

עפעס טוט זיך א קריגעריי צווישן RCA און די המודיע צייטונג. דער המודיע האט געשריבען אן עדיטאריעל יוני 18 The Hypocrisy of the RCA וואו צווישן ברענגען זיי ארויס דאס וואס איך האב ציטירט פון מיר אליינס און נאך. כאנישט יעצט צייט צו ליינען.

דער המודיע האט געלאזט די RCA ענטפערן, און דער המודיע האט עס אריינגעלייגט. אבער דער המודיע האט ווידער אפגעענטפערט היינט Let’s State the True Facts

קומט זיך זיי קרעדיט

טישו באקס » מיטוואך יוני 26, 2013 6:25 pm

· #128327
די פאסיגסטע פלאץ צו מאכן דעם "מעמד עגלה ערופה" דער סטאטוע אינדערמיט זעהט אויס ווי א שווערד וואס טוט פרעזענטירן דעם "ידינו שפכו"...

קאווע טרינקער » מיטוואך יוני 26, 2013 6:35 pm

· #128329
"אלף (וואס?)" מאכן זיי דעם פראטעסט?

אבגד » מיטוואך יוני 26, 2013 7:31 pm

· #128336
אלף שמות!!!
מ׳וועט שוין זעהן וועלעכע פרשה עס פעלט אויס

קאווע טרינקער » מאנטאג יולי 1, 2013 7:51 pm

· #129881
די ערשטע ריפארט פון אירופה קומט אריין...
קרוב צו דריי הונדערט (טויזענט) משתתפים

נאר,,פרייליך » פרייטאג יולי 12, 2013 7:59 pm

· #133144
ווער איז דאס רב יעקב שפירא פון נטרונה ער רעדט אין בריסעל בשם דער יהדות החרדית
און אויף טעלעפוינען אין אמעריקא קול מבשר חומת דת און קול סאטמאר ווי ער איז מסביר שיטת סאטמאר
מי הוא זה???

אשכולות אויפוועקער » זונטאג יוני 22, 2014 8:10 am

· #207360
אויפגעוועקט
צום יארטאג
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10