דאקיומענטרי איבער די עירמאנט קאמיוניטי
257 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3381
דאקיומענטרי איבער די עירמאנט קאמיוניטי
זיי שילדערן א קאמיוניטי געבויעט דורכן ציבור, פארן ציבור.
<a class="postlink" href="http://vimeo.com/55743492#at=0">http://vimeo.com/55743492#at=0</a>
שוואכע קוואליטי און אקוראט שילדערונגן איז מערקבאר פאר איינער וואס קען ק"י. זיי ברענגן ווידיאו פוטיזש מענין לענין באותו ענין, למשל ווען מ'רעדט פון פאשקעווילן קעגן אינדיג, צייגן זיי הויכהילכער אויסריפונגן פון די אינערליכע פאליטישע רייבערייען. אויך קען זיך דאכטן פון אנפאנג אז ליפא איז אויפגעוואקסן אין ק"י, ס'איז נישט קלאר איבעראל צו די פוטיזש איז א חלק פון די נערעטעאר אדער בלויז א מאנטאזש פון אלגעמיינע פוטיזש.
די נקודה איז די צוועק וואס די עירמאנט קאמיוניטי דינט און די כאראקטער וואס ס'האט אנגענימען אין לעצטערע יארן. דאס איז עטוואס קלארער ארויסגעברענגט.
די לינק ארבעט נישט דערווייל
וער איז דער היימיש ווייבעל וואס רעדט דארט? וואס איז איר היסטאריע?
smartוער איז דער היימיש ווייבעל וואס רעדט דארט? וואס איז איר היסטאריע?
זי זאגט דאך איר היסטאריע. זי האט זיך ליידער געלאזט וואקסן האר צו די אנטריסטונג פון אכט מיטעליעריגע באבערדעלטע מאנספערזאנען.
גיי פארצייל פאר די באבערדעלטע אז אידישקייט פארט ב"ה זייער אין א גוטע ריכטונג
קרעקערגיי פארצייל פאר די באבערדעלטע אז אידישקייט פארט ב"ה זייער אין א גוטע ריכטונג
אירעליווענט צו פארציילען, ווייל אידשקייט ווערט נישט נשפע פון געציילטע וואס זענענן אנדערש, די פערצענט וואס זענענן אנדערש מאכט נישט אויס צו אידישקייט זאל פארען אדער בלייבען שטיין,
איי געס די לעבסט אויך טיף פארשלאסען אינעם באבערדעלטען קאמיוניטי
די פראצענטען וואקסען ליידער נעבעך זייער זייער הויעך, און זיי זענען שוין דע וואס זענען נישט אינגאנצן אפגעפארען נאר געבליבען ביי יודישקייט אויף זייער ווערסיע
און וואס דו זעהסט דא איז אויכט נאר דע וואס זענען זיך שוין גרייט ארויסצושטעלען
האסטו א אהנונג וויפעל לעבען יא אונטערען שלייער אין די קאמיונעטי און האבען נאך נישט די באליס זיך ארויסצושטעלען אפען? ציליב משפחה אדער סביבה פרעשור?
אונזערע רבנים געבען זיך אויך א ציה אראפ דע ברייטע היט און שרייען אזוי ווי דיר אז דאס זענען געציילטע אויסווארפען טשאווערגאס
וועיק אפ ביפאר עס איז נישט צו שפעט
קרעקער. בארואיג דיך. קום אריין אין שומר שבת, ליע גארדענס, צו מנחה מעריב. אדער אין קווינס סאטמאר ישיבה אדער וואלפסאן שול אויף זעכצן ווען דו ווילסט...
איך האב נישט געזאגט אז ליפא שמעלצערס קולט איז שוין איבערגעשטיגען די נארמאלע אידישע פאלק
אבער אונזער מענטאליטי פון לייגן דעם קאפ אין זאמד און יעדעס מאל מען זעהט נאך אן אפגעפארענער און נאך א אוועקגעפאלענער און נאך א דאקומענטרי און נאך א ארטיקל געט מען א מאך מיט די הענט מיט אזא ביטול דאס איז נישט גוט, ווייל ספאלט שטיקער פין כלל ישראל
דער ווידיאו איז געווארן פריוואט?
ווי אזוי קען מען דאס זעהן?
ווייסט וויפיל דאקיומענטיריס מען קען מאכן פון יעדן שולעכל אין ווילי. יעדע ישיבהלע. יעדע אידישע קאך.
עס פאלן נישט שטיקער...יחידים דא און דארט. נא, נישט גיפערליך.
זעהט אויס ווי א געשמאקע אידישקייט. כ'בין נייגעריג ווי די דארטיגע קינדער וועלן גיין ווען זיי וועלן זיין "עירמאנט דראפאויטס"
אן קיין שטעלונג איבער די אלע צדדים לכאן ולכאן, האבן די אלע מענטשן וואס מ'זעט דא אינעם פילם, און וואס מ'זעט נישט, א בעסערע רילעישענשיפ? לעבן זיי גליקליכער ווי א עוורידש אינגערמאן אדער ווייבל ביי אינז? כ'רעד נישט פון די וואס האבן גענומען אינזער דרך אויפן עקסטרעמען לעוול
איך בין זיכער אז ר' מנשה פילאף לעבט גליקליכער פון די טשאווערגאס
וואס ווייסען זיי וואס מיינט בכלל א לעבן?
א בעסערע רילעישענשיפ ווייס איך נישט, אבער די קינדער לעבן לכאורה מיט ווייניגער פרעשור, צו סאיז בעסער צו נישט וועט מען מוזן ווארטן ביז די דור וועט אינטערוואקסן און מ'וועט קענען מאכן אן אנקעטע
איך קען גראדע עטליכע פון די 'גליקליכע' עירמאנטע, וואס דארפן ווען זיין די גליקליכסטע אויפן שפיץ, אלעס גייט זיי גוט ממש ווי ס'איז אראפגעלייגט אויפן פילם, אבער זיי זענען דעפרעסט און צעמזיקט אויף א שטארקע פארנעם, איך טראכט נאר צו זיי זענען די ארויסגעפאלענע פונעם גליקליכן עירמאנטן פרעשורלאזן לעבן
אין די שטאט קראלי אין רומעניע, איז געווען רב הגה''צ רבי שאול בראך זי''ע, און ער האט געפירט די שטאט ביד רמה, למעשה איז געווען אין קראלי א היפשע פאר יודן, וואס זענען נישט געווען אזוי פרום און ערליך ווי די אלגעמיינע איינוואוינער, זיי האבן זיך נישט געוואלט אונטערווארפן אונטער די שטרענגע תקנות וואס דער רב האט אראפגעשטעלט אינעם שטאט למשמרת הדת, (דא אינעם קאווע שטיבל ריפט מען דאס "אויפגעקלערט", אבער אין דער אלטער היים האט מען אזאנע גערופן "נישט אזעלכע ערליכע יודן".)
האט דער רב רבי שאול זי''ע געמאכט פאר זיי אן עקסטערע מנין, וואו זיי האבן זיך געדאווענט אויף זייער שטייגער, (איך גלייב נישט אז זיי האבן געפירט אינגאנצן אויף נוסח עירמאנט, אבער עפעס אזא גאטונג) און ער האט געמאכט זיין זון הרה''ג רבי אלעזר ז''ל פאר רב דארט, און אלעס איז געווען על מי מנוחות.
דערנאך האט געדינט דארט אלס רב רבינו הק' מסאטמאר זי''ע, און ער האט זיך געפירט אויף די זעלבע וועג ווי דער פריערדיגער רב הרה''ק רבי שאול זי''ע, און אלעס איז געווען בכי טוב, יעדער האט פארשטאנען וואו ער באלאנגט, קיינער האט זיך נישט געמישט אין דעם צווייטענס געשעפטן, און שלום און מנוחה האט געהערשט אינעם שטאט.
ווען רבינו הק' זי''ע האט פארלאזט קראלי, און איז געווארן אויף גענומען פאר רב אין סאטמאר, זענען די אלע נישט פרומע ארויסגעקראכן פון די מייז לעכער, און זיי האבן זיך משתלט געווען אויף די צענטראלע קהלה, און געברענגט א רב קיין קראלי, הרה''ק רבי אביש האראוויטץ זי''ע, דער טאטע פון הרה''ק רבי הערשלע ספינקער זי''ע.
למעשה האבן די ערליכע יודן אין די שטאט נישט געוואלט דעם רבי אביש פאר רב, צוליב פארשידענע סיבות. דאס האט געברענגט א פייערדיגע מחלוקת, פון די ערלכע יודן מיט די נישט פרומע, עס איז געווען פון די גרויליגסטע מחלוקות וואס איז נאר אמאל געווען אין די יודישע היסטאריע, און די גאנצע שטאט איז געגאנגען א גאנג.
להענין:
יעדער פארשטייט, אז נישט יעדער באלאנגט אין קרית יואל, אדער אין סקווירא, די תקנות ווי אזוי א חסידיש שטעטל איז אוועקגשטעלט, איז נישט געמאכט געווארן פאר יעדן, און קיינער קען נישט קומען זאגן אז מען האט אים געצוואונגען צו וואוינען אין סקווירא אדער אין קרית יואל, למשל: איך האלט נישט ביים גיין מיט גרויסע שטיוול ווען עס איז 150 דעגרי, און ווי אויך שפיר איך נישט קיין באזונדער געשמאק אין דעם העליגען מאכל צוויבל קיגל, דעריבער וואוין איך נישט אין סקווירא.
איז אזוי, די אלע חשוב'ע יונגעלייט מיט די אלע חשובע נשים, איר זאלט אלע זיין געזונט און שטארק, מיר רעספעקטירן אייער לעבנ'ס שטייגער, מיר פארשטייען איז איר ווילט גיין מיר א "מרגליות בטבור" און איר ווילט זיין הויך געבילטע דאמען, (אגב, פון די אלע וואס זענען נישט געווען צופרידן פון די נידריגע בילדינג פון בית רחל, און זענען געגאנגען שטודירען אין שרה לארענס, האב איז נאך נישט געזען קיין איין דאקטאר, לויער, פסיכיאטער, ceo פון א קאמפעני אד"ג, ס''ה זענען זיי געווארן דיפרעסטע משוגעים, און מאכן קליפס וויי כלומר'שט צופרידן זיי זענען, און יעדער קען זען ווי דאס אנגעזעצטקייט טראפט זיי אראפ פון די שיינע נעזער זייערע).
די שאלה איז נאר: וואס ווילט איר פון אונז האבן? פארוואס גייט איר צו די פרעסע אינז באזינגען בשירות ותשבחות? קריכט אראפ פון אונז! מיר האבן אנדערע השגות אין לעבן ווי אייך, מיר ווילן זיין ערליך און פרום, און מיר ווילן דינען דעם הייליגען באשעפער באמת ובתמים, מיר ווילן גיין בצניעות, און מיר ווילן נישט זיין געבילדעט, און אויסזען ווי אייך.
איר קענט געזינטערהייט וואוינען אין עירמאנט, און זיין דבוק אינעם הייליגען עירמאנטער צדיק, מיט זיינע קאלירפולע יארמולקעס, אבער פון אונז קריכט אראפ, גייט אונז נישט באזינגען אין די פרעסע, און מאכט נישט קיין קליפס ווי איר משל'ט אונז אראפ פאר בהמות און מאלפעס, איר זענט דאך צופרידן פון אייער לעבנס-שטייגער? ניין? אלזא, וואס קוקט איר אויף צוריק?
ס'באוויסט די געדאנק פון סאטמר רב,
אל נא תהי מריבה -הפרד נא מעלי
אפטיילן - איז נישט קיין מחלוקת
אויך האט סאטמאר רב געזאגט אז אים באדערט די הרכב פון זיין ביהמ"ד נאכן קריג, ווייל ר' (נאמען געהיטן אין רעדאקציע) ברויך נישט דאווענען אונטער איין דאך מיט ר' יודל ראזנבערג ז"ל
קאך_לעפל למשל: איך האלט נישט ביים גיין מיט גרויסע שטיוול ווען עס איז 150 דעגרי, און וואו אויך שפיר איך נישט קיין באזינדער געשמאק, און דעם העליגען מאכל צוויבל קיגל, דעריבער וואוין איך נישט און סקווירא.
כ'קען עטליכע וואס האבן זיך אפגעלאזט פון סקווירא אבער די צוויבל קיגל האבן זיי נישט אפגעלאזט, זיי זענען אדיקטעד דערצו.
להערה בעלמא, אויפן קליפ האט זי נישט קיין שייטל
גערעכט.
עס געפעלט מיר די אפציעלע איבערטייטש פון וועד הצניעות צו Modesty Police
גנדידער ווידיאו איז געווארן פריוואט?
ווי אזוי קען מען דאס זעהן?
און אויף וועלכע עבירה האט מען געשאסן אין ק"י פאשקעווילן (PASHKIVILIM) אויף דעם אינגערמאן סעם, ווייסט איינער? דאכט זיך מיר זיין טאטע איז פון די העכערע פענסטער דארטן
ידעןגנדידער ווידיאו איז געווארן פריוואט?
ווי אזוי קען מען דאס זעהן?
זעהט אויס קאך_לעפל האט געפויעלט
וואס איז געווען די נאמען פון די ווידיא?
די קאוד איז AIRMONT
A Shtetl Of Our Own
עפעס אזוי
אוהב ספריםדי קאוד איז AIRMONT
גייט נאך אלטס נישט
לעמילאוהב ספריםדי קאוד איז AIRMONT
גייט נאך אלטס נישט
עס האט געארבעט פאר מיר
יעצט איז עס גוט
airmont
(נישט קעפיטל)
מ'רודפ'ט, מ'טערארעזירט, מ'אינטימידירט ("נישט איך, חלילה, נאר דער צי-שטארק-פארפרימטער שכן") און דערנאך ווען עס פייערט אויף צוריק שרייט מען ווי דעם בא'גזל'טן קאזאק "קריכטס אראפ פון אונז! אל תבט מאחוריך!" מ'עסט וואס מ'האט אליינס אנגעפלאנצט.
סכאפט פשוט א שרעק וואס דא טוהט זיך,
שוין אפגערעדט די געהעריגע איסורים ווי גיין מיט אויפגעדעקטע האר טאטשן גוים און פיערסען די בעלי באטען נאר פשוט די בשרירות לבי אילך אויפען ערגסטען פאנעם
מדראמט אריין ביי די שבת סעודה און מקלאטשט נאך תקיעות שופר און דעס איז ביי זיי אידישקייט און מזאגט נאך לכבוד שבת קודש - אוי זענען זיי קילע ליצים
סאיז קלאר אז זיי האבען א ציל און מישאן מיט דע ווידיאס און דעס גייט זעכער געבען דעם שטופ פאר נאך יונגעלייט זיי נאכצוטוהן
די וועג דאס אפצושטעלען איז נישט מיטען אראפשלעפען די ברייטע הוט און שרייען טשאווערגאס און מאכען דעם שטערן פארען גרעסטען פראבלעם פון דור
ווער זענען די הויפט שפילערס?
ווער איז גאלדעבערגער? ווער איז איר טאטע?
ווער איז דער אינדיג?ווער איז איר טאטע?
הציץ ונפגעמ'רודפ'ט, מ'טערארעזירט, מ'אינטימידירט ("נישט איך, חלילה, נאר דער צי-שטארק-פארפרימטער שכן") און דערנאך ווען עס פייערט אויף צוריק שרייט מען ווי דעם בא'גזל'טן קאזאק "קריכטס אראפ פון אונז! אל תבט מאחוריך!" מ'עסט וואס מ'האט אליינס אנגעפלאנצט.
הציץ ונפגע........... שמך נאה לך, ואתה נאה לשמך...............
שלום וברכה, וכט''ס, אמן ואמן.
מען טערארזירט? דאס איז לכאורה אן הגדרה, וואס קימט פון דיפרעסיע...
טיה א קיק, עס וואוינט א יוד און שטעטל, ער האט זיך א וועק געצויגן פון די שטאט, עס איז נישט אנגעקימען גרינג, אבער וואס טיט מען נישט פאר די קינדער?
ער האט איין ציל און לעבן, ער וויל מגדל זיין ערליכע יודישע קינדער, על דרך ישראל סבא, אויף די וועג וואו דער מייסד השטעטל האט געוואלט, מער וויל ער גארנישט.
ציהט זיך אריין לעבן אים, א פאר פאלק, וואס וויל דער היפך פון אים, און דער היפך פון דער מייסד השטעטל, בהפקירה ניחא ליה, דער ווייב גייט אנגעטאן נישט בצניעות, זי דרייווט א קאר, ער גייט אנגעטאן וואו אן ערמאנטער חסיד.
און דער יוד מיז שווייגן? און צו זען ואוו זיינע קינדער לערנען זיך אפ פון דעם "אויפגעקלערטען שכן" היש לך טעראר גדול מזה? ווער איז דא דער טעראריסט?
זאג נאר די אנגעווייטאגסט די וואלסט ווען געוואלט וואוינען און איין הויז מיט אן עקסטרימער אראבער? אדער מיט א שמיציגער פאטריקאנער?
טעראזירט האט מען זיי? מען האט זיי פשוט געבעטן אז זיי זאלן גיין וואוינען, און א סביבה וואס איז צוגעפאסט צו זייער טיפזינגע הויעכע אידאלאגיע, און וע''כ זיי זענען נאך צופרידן דארט און ערמאנט, טא? וואס קריכען זיי אונז אויף די הינער אויג?
צופרידענע מענטשען, הויעך געבילדטע דאמען, ליבלעראלען, אלעקטוראלע מענטשען וואס זענען געבענשט מיט א אומהויערע אהבת ישראל, ( נישט צו ערליכע יודן, ערליכע יודן האבן זיי מער פיינט פון די נאציס, נאר אן אהבה צו יעדען יוד וואס גייט מיט פאני ברילן, און א כזית קאפעלע) פירן זיך אזוי נישט אויף!
קרעקערווער זענען די הויפט שפילערס?
ווער איז גאלדעבערגער? ווער איז איר טאטע?
ווער איז דער אינדיג?ווער איז איר טאטע?
דער גאלבערגער הייסט יעקב הערש בן ר' ישראל ארי' בן ר, אבא גאלדבערגער ר' ישראל ארי איז אן איידעם ביי ר' יושע ניינשטאט ע'ה,
דער סעם אינדיג הייסט שמואל בן ר' מאיר יעקב בן ר' בן ציון אינדיג
קאך_לעפלקרעקערווער זענען די הויפט שפילערס?
ווער איז גאלדעבערגער? ווער איז איר טאטע?
ווער איז דער אינדיג?ווער איז איר טאטע?
דער גאלבערגער הייסט יעקב הערש בן ר' ישראל ארי' בן ר, אבא גאלדבערגער ר' ישראל ארי איז אן איידעם ביי ר' יושע ניינשטאט ע'ה,
דער סעם אינדיג הייסט שמואל בן ר' מאיר יעקב בן ר' בן ציון אינדיג
ווער איז דער גראסס?
קרעקערמדראמט אריין ביי די שבת סעודה און מקלאטשט נאך תקיעות שופר
הכאת כף על כף פסל'ט תקיעת שופר? אדער איז דער פראבלעם אז ס'ווערט נישט דערמאנט אין שער המלך?
איי נעבעך נעבעך, איך קען זיי ביידע, באט סאומטינג איז מיסינג הער
זיי זענען דאך אזוי צופרידן אין עירמאנט, ווער בעט זיי ארויסצוקומען זיך אפצורעדן אויף אלע זאכן וואס זיי האבן נישט ליב געהאט
<a class="postlink" href="http://katlekanye.blogspot.com/2010/10/blog-post.html?m=1">http://katlekanye.blogspot.com/2010/10/ ... t.html?m=1</a>
פון סעם אינדיג
"פיפעל דאנט אנדערסטענד דהי דיפנעס אוו שבת, איף דהעי וואלד אנדערסטענד איט, דהעי וואלד אינדזשאי איט..."
אוהב ספריםקאך_לעפלקרעקערווער זענען די הויפט שפילערס?
ווער איז גאלדעבערגער? ווער איז איר טאטע?
ווער איז דער אינדיג?ווער איז איר טאטע?
דער גאלבערגער הייסט יעקב הערש בן ר' ישראל ארי' בן ר, אבא גאלדבערגער ר' ישראל ארי איז אן איידעם ביי ר' יושע ניינשטאט ע'ה,
דער סעם אינדיג הייסט שמואל בן ר' מאיר יעקב בן ר' בן ציון אינדיג
ווער איז דער גראסס?
כ'ווייס נישט ווער גענוי ווער ער איז, כ'מיין א יליד ק"י. אבער ווארט צוויי מינוט אין איימיצער וועט שוין קלאר וויסן אז ער איז דעפרעסט. דאס אז דער שכן אונטער די נאז פון רעכטס און לינקס איז אויף אנטי דעפרעסענט ווייסט מען נישט פאר קלאר, אבער דרייסיג מייל אוועק איז יעדער דעפרעסט. וויאזוי דער אינגערמאן האט געשפירט אין ק"י איידער ער האט זיך אוועקגעצויגן, ווען מ'האט אים באווארפן מיט פאשקעווילן און בודק געווען אין קלאזעט, האט קיינער נישט געוויסט אדער קיינעם נישט אינטערעסירט. פלוצים איז יעדער זייער נייגעריג ווי אויפן העפיניס מעסטער יעדער מעסט זיך. דאס אז מ'שטיפט זיך מער נישט אריין אין איר הויז און צו בודק זיין די האר ווי נורסערי קינדער די לייז און מ'גאלט איר נישט די האר ווי די אוישוויץ פליכטליגן איז קלאר. פאר געוויסע איז אזא פערזענליכע פרידאם ווערט א הויכע פרייז.
שרייבעראיי נעבעך נעבעך, איך קען זיי ביידע, באט סאומטינג איז מיסינג הער
זיי זענען דאך אזוי צופרידן אין עירמאנט, ווער בעט זיי ארויסצוקומען זיך אפצורעדן אויף אלע זאכן וואס זיי האבן נישט ליב געהאט
דאס איז איין (דעפענסיוו) וועג פון עס אנקוקן. נאך א וועג איז אז זיי שילדערן זייער זושרני פון איבערפלאנצן זיך פון ארץ מולדתם צו אן ארץ לא זרועה און געבויט א קאמיונטי פאר זיך. ס'איז נישט דוקא זיך אפרעדן ווי ס'איז צו שילדערן די פאקטן וואס האט זיי געברענגט דערצו.
די מעשה ארבעט אזוי: אויב איינער וואוינט אין, לאמיר זאגן, ק"י און באקלאגט זיך פאר די מידיא, ווארפט מען אים פשוט ארויס די קינדער, ווייל כ'קען. דארט ווי מ'קען נישט ארויסווארפן די קינדער, מאכט מען א שקליא וטריא איבער זייער צופרידנהייט.
איך מיין אז יעדער פארגינט זיי צופרידנקייט אין זייער ניי לעבן כ'האב אבער א געפיל אז קיינער למשל דא אין שטיבל נאכן וואטשן דעם טרויעריקן פילם טראכט צן זיך הלואי קען איך מיר אהינציען און איינגלידערן אינעם עירמאנט קאמיוניטי.
ביי די וועי
איינער זעט דא פאשקעוויל אויף שמואלי אינדיג? דאס איז די באקאנטע פאשקעווילן ביי די סידור קידושין פרשה, ווי אויך די גארביטש אויסגיסעריי, ס'ערשטע מאל איך הער מען האט געווארפן אויף אים פאשקעווילן
שרייבערביי די וועי
איינער זעט דא פאשקעוויל אויף שמואלי אינדיג? דאס איז די באקאנטע פאשקעווילן ביי די סידור קידושין פרשה, ווי אויך די גארביטש אויסגיסעריי, ס'ערשטע מאל איך הער מען האט געווארפן אויף אים פאשקעווילן
מ'האט געווארפן, מ'האט געווארפן. ס'איז נישט אויסגעטראכטע מעשיות. אבער כ'האב שוין ארויסגעברענגט אז זיי, די פראדעצירערס פונעם פילם, פארן צוזאם הוידל מיט בוידל.
אינדיג האט בכלל געוואינט אין קרית יואל נאך די חתונה, ער איז א איידעם ביי גרין און וויליאמסבורג
צו מיינע אלע חביבים וואס אפלאדירן די עירמאנט מאוומענט.
וואויל איז אייך, אבער לעבט נישט אין קיין אילוזיעס ווי גלייך דאס איז ארגינעלע אידישקייט.
פרומעט גאלבערגער זאגט קלאר, זיי האבן געקלערט צו זיי זאלן דראפן רעליגיע, לסוף האבן זיי באשלאסן אז זיי גלייכן די שבתים און ימים טובים וכדומה און זיי וועלן האלטן א רעליגיעזע לייף סטייל.
אויב איז דאס געווען די ארגינעלע כוונה אויף מאונט סיני "זכור את יום השבת - כל העושה בו מלאכה יומת" איז עס ביי מיר א נייעס.
כ'מיין די חביבים אפאלאדירן אז זי האט "נישט" געדראפט אידישקייט, און דאס איז א דאנק די מקום ווי זי האט זיך געפינען באקוועם. איז דאס נישט באגריסענד ווערט? ווען איימיצער טוט ליידער פורק עול זיין אינגאנצען הערט מען פרעגן פון אלע זייטן, "כ'פארשטיי נישט, ער\זי האט נישט געקענט טרעפן א לעוועל אין אידישקייט וואס איז באקוועם פאר אים\איר?" נו, דא האט איר אזא פאל. יעצט וואס?
אמת, יואליש איך האב דאס אמאל שטארק גע׳טענה׳ט בנוגע שלום דין דא אין שטיבל. זוך עס אויף.
הגם, מיין טענה איז געוועהן; טרעף עפעס א לעוועל. און זיי גייען און ׳שאפן׳ א פרישן לעוועל...עפעס א נייע סארט היפי סטייל לייף קען זיין אז יסודתם בהררי קרליבך...
און וואס זאגט מורינו ר׳ מוטה?
איך מיין אז לויטן רמב"ם איז נישט קיין גרויסע נפק"מ צו זי האט יא געדראפט אדער נישט.