☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מיין שלום בית געשיכטע

מיין שלום בית געשיכטע

394 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3076
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8

אויס מענטש » מאנטאג מערץ 11, 2013 1:19 pm

· #95637
דיין מעשה קען נישט זיין אמת
אלעס ביי איין מענטש נישט מעגליך
זיכער איז עס צוזאמגעשטעלט פון אפאר מעשיות

gehlungen » מאנטאג מערץ 11, 2013 1:34 pm

· #95643
געפילטע פיש
איך טענה זיך נישט מיט דיר אז די חתן\כלה טיטשערס דארפן א גרויסע תיקון, נאר אז די פראבלעם הייבט זיך נישט אן דארט, נאר די גאנצע שידוכים סיסטעם פון צאם פארן פאסיגע מחותנים וואס גראדע האבן זיי א בחור און א מיידל, דאס אז רוב בחורים שטעלן זיך פאר צו זיין עפעס אינגאנצען אנדערש ווי דאס וואס זיי זענען באמת, נאר כדי צו האבן א גוטע נאמען און טרעפן א גוטע שידוך, דאס איז נאך אזא שטארקע גורם ווי דאס נישט אויסלערנען אז מ'קען מבשל זיין א דג, צולה זיין, אדער פרעגלען מיט אונטערגעשלאגענע אייער.

Wow you really hit the hammer on the point & there is much more to be said on this subject ! You only touched it like they say " oifen shpits fin goople "

וואלפה » מאנטאג מערץ 11, 2013 1:36 pm

· #95644
איך האב הנאה אז די האלטס ביי א מצב וואס די קענסט עס נישט פארשיין, אבער ווי אזוי האט מיין טאטע געזאגט ווען איך האב איהם געפרעגט א זאך וואס איך האב נאך נישט געמעגט וויסען האט ער מיך געזאגט "שעפעלע טייערע ווען די וועסט זיין עלטער וועסטו פארשטיין"
אזוי אייך אויך ווען די וועסט א ביסל ארומנאשען וואס קומט אלטס פאר וועבטו פארשטיין צדק'יל

Lexus » מאנטאג מערץ 11, 2013 1:45 pm

· #95648
אויס מענטש
דיין מעשה קען נישט זיין אמת
אלעס ביי איין מענטש נישט מעגליך
זיכער איז עס צוזאמגעשטעלט פון אפאר מעשיות

you are in the wrong eshkol...
And why is sitting now a bochur next to a computer? Grow up and then welcome back here

shlomyg » מאנטאג מערץ 11, 2013 1:46 pm

· #95650
I just want to express publicly my support to Mr Bus Driver!!
here comes a person, cries his heart out and is looking for support and all we can do is attack him?
what a shame!
I am with you!

געפילטע פיש » מאנטאג מערץ 11, 2013 1:49 pm

· #95652
וואלפה
איך האב הנאה אז די האלטס ביי א מצב וואס די קענסט עס נישט פארשיין, אבער ווי אזוי האט מיין טאטע געזאגט ווען איך האב איהם געפרעגט א זאך וואס איך האב נאך נישט געמעגט וויסען האט ער מיך געזאגט "שעפעלע טייערע ווען די וועסט זיין עלטער וועסטו פארשטיין"
אזוי אייך אויך ווען די וועסט א ביסל ארומנאשען וואס קומט אלטס פאר וועבטו פארשטיין צדק'יל

Lexus
אויס מענטש
דיין מעשה קען נישט זיין אמת
אלעס ביי איין מענטש נישט מעגליך
זיכער איז עס צוזאמגעשטעלט פון אפאר מעשיות

you are in the wrong eshkol...
And why is sitting now a bochur next to a computer? Grow up and then welcome back here

כעוורע! וואלמארט האט א סעיל פון סארקאזם דיטעקטערס, גייטס קויפטס, ס'לוינט זיך!

Lexus » מאנטאג מערץ 11, 2013 2:24 pm

· #95659
Dear readers, thanks for your support all the way, but the story was FALSE... It was just a big joke


heymishe litvak: i knew, i told you

memee sheomru: oh finaly, i knew it from the first second

not a human: i saw straight so many questions in this story

i also i also i also

BUT WHAT SHOULD I DO THAT THE STORY IS 100% TRUE??

Lexus » מאנטאג מערץ 11, 2013 2:36 pm

· #95664
Yes and if it's not to hard please give also a like, thanks

gehlungen » מאנטאג מערץ 11, 2013 2:49 pm

· #95666
גנדי
איך האב לעצטנס באקומען א שאק.

איך האב געהערט אז א גאר נאנטע חבר מיינע האט זיך סעפערעטעט.

ווען איך האב גערעדט צו אים, זאגט ער מיר ער ווייסט נישט צו וועם צו גיין.

וואס וואלט די עולם מציע געווען?

I would send him to the LIMINOVER ROV (Rav Meisels ) in willamsburg !

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 11, 2013 3:10 pm

· #95673
לעקסוס, קענסט נישט שרייבן אין אידיש?
ס'מאכט נערוועז אזויפיל ענגליש.

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 11, 2013 3:14 pm

· #95678
......והמבין יבין........

זר זהב » מאנטאג מערץ 11, 2013 3:16 pm

· #95681
מיינסט א אידיש איז בעסער? ס'א מיטאס!

בעל הבית » מאנטאג מערץ 11, 2013 3:45 pm

· #95685
[ציטאט אראפגענומען]


אה.... לימנובער רב א גרוסע חכם !!!! יעצט פארשטיי איך שון פארוואס פאפא רב ז "ל האט עם גענומען פאר א איידעם

זר זהב » מאנטאג מערץ 11, 2013 3:47 pm

· #95689
פארוואס? ווייל איידעמער האט ער כאטש געוואלט קלוגע?

בעל הבית » מאנטאג מערץ 11, 2013 3:50 pm

· #95692
פארוואס האט עם אוסגעפעלט קליגע איידעמער סתם צופארהארגנען א משפחה?

Lexus » מאנטאג מערץ 11, 2013 3:53 pm

· #95695
[ציטאט אראפגענומען]

someone that's thinking otherwise then you makes you nervous?
I think that you are making nervous more people...
I'm sure that if it would be here a option to dislike someone, you would be the lucky winner..


And now to all people that are loving my comments, i'm planning to be updated soon with a hebrew keyboard!
Stay tuned, all the best

זר זהב » מאנטאג מערץ 11, 2013 3:57 pm

· #95696
Are you ok?

Mayby you missed your meds ?

nobody loves your comments besides your husband

sunbar » מאנטאג מערץ 11, 2013 3:58 pm

· #95697
זר זהב
Are you ok?

Mayby you missed your meds ?

nobody loves your comments besides your husband


👍

מזלטוב » מאנטאג מערץ 11, 2013 4:03 pm

· #95698
לימנובער רב איז געוואלדיג. הארנאסטייפלער פון פלעטבוש איז אויך גאר גוט ,אביסל מער אפען מיינדעד.
מיינער גאר אנאנטער מאכט יעצט מיט אין לאנדאן א ענליכע פרשה ווי באס דרייווער אז מען וואלט געדארפט דעם אזוי גערופענער שלום בית מאכער געדארפט הענגען. וויפל צער ער פארשאפט פאר א משפחה און ברענגט זיי נישט מיט איין טריט נענטער צו א ישועה

Lexus » מאנטאג מערץ 11, 2013 4:05 pm

· #95700
Mr sunbar, I think that after such a good one you can give your first like, it's not enough your stupid smiley

בעל הבית » מאנטאג מערץ 11, 2013 4:08 pm

· #95702
מזלטוב
לימנובער רב איז געוואלדיג. הארנאסטייפלער פון פלעטבוש איז אויך גאר גוט ,אביסל מער אפען מיינדעד.
מיינער גאר אנאנטער מאכט יעצט מיט אין לאנדאן א ענליכע פרשה ווי באס דרייווער אז מען וואלט געדארפט דעם אזוי גערופענער שלום בית מאכער געדארפט הענגען. וויפל צער ער פארשאפט פאר א משפחה און ברענגט זיי נישט מיט איין טריט נענטער צו א ישועה




אין לאנדאן איז דא א באקאנטע זייער געלונגענע שלום בית מאכער הרב ר" חיים האלפערן זאג דיין חבר זאל גיין צו עם (אויב ער איז ארוס פין זשעיל )

sunbar » מאנטאג מערץ 11, 2013 4:12 pm

· #95703
Lexus
Mr sunbar, I think that after such a good one you can give your first like, it's not enough your stupid smiley


It would be nice if you would first greet me, before bashing me.

Lexus » מאנטאג מערץ 11, 2013 4:39 pm

· #95724
You are right, hello nice to welcome you here, just tel me how can i update my profile to put a picture from my new lexus?

זר זהב » מאנטאג מערץ 11, 2013 4:47 pm

· #95728
First make a drivers permit, than drivers licence, then if you're lucky ul buy a jalopy from a junk yard

Lexus » מאנטאג מערץ 11, 2013 4:52 pm

· #95733
It sounds from your reaction that i hit you, don't take it personally, i really didn't know that you are sensitive

sunbar » מאנטאג מערץ 11, 2013 5:12 pm

· #95748
איך פארשטיי אז די האסט א לעקסעס, אבער עס איז נישט שיין אריינצושניידען אין דער וואס פארן פארנט פון דיר, און דער וואס זענען אויפן ראוד א שטיק צייט.

לעמאן דזשוס » דינסטאג מערץ 12, 2013 1:03 pm

· #96079
געערטער באס-דרייווער האמנם לא ידעתי אכנהו אבל פונה אני אליך בכבוד רב מחמת שראיתי הלם אחרי רואי שרוחך נמוכה...עכ יהי נא בעיניך כאילו הייתי פורטם.

גיב א קוק דא האט קינות גירושין אפגעשריבן א לענגערע הארץ רייסענדע שטיקל איבער זיינע מיטמאכענישן אלס גרוש...די ווייען און שרייען מנהמת לבו האט יעדן פון אונז טיף בארירט ווי עס שרייט קלאר די פאקט אז ער איז ארויס א געווינער און אויפן העכסטן ארט, און ווי שוין ערווענט בשעתו האט דאס קלאר ארויסגעברענגט אז דא אין קאווע שטיבל דרייען זיך מענטשן מיט ווארעמע הערצער, כאטש צומאל קאלטע מוחות!!!

איצט, דו קענסט אליין צושטימען און זאגן א הויכע מבשרי אחזה, אנהייב ווען האסט אנגעהויבן פארציילן דיין געשיכטע האט דיך דער גאנצער עולם ממש באווארפן און באזינגען זאלסט שנעלער שרייבן דיין געשיכטע ווארום עס איז רירנד, הארצרייסענד און האר-אויפשטעלנד...ואטו כי רוכלא, גיי איך נישט דא צוצייכענען, בפרט האט יאנקל און פשוט-קאמפליצירט און אנדערע גאר שטארק מיטגעווייטאגט און דיר מחזק געוועהן...

נאכער האט מען אנגעהויבן ספק'ן אזוי ווי כאב שוין געשריבן ספיקות דא אין קאווע שטיבל איז א העכסט נארמאלע זאך, דא ספק'ט מען אין פיל העכערע און וויכטיגערע זאכן ווי דיין פאסירונג-כאטש וואס עס איז אויך זייער וויכטיג..

ווערן באלאדיגט און מקבל זיין שכר על הפרישה האט נישט קיין פשט בעולם, ווילסט נישט שרייבן געזונטערהייט...גיי צוריק צום באס, און זעה נישט צו מאכן קיין תאונת דרכים, זאג ויהי נועם און תפלת הדרך מיט תפלת השל"ה. אבער אויב ווילסטו ווייטער דיין הארץ אויסגיסן שרייב געהעריג ווייטער, און האמת יורה דרכו, ויוכח אמש. און נאכאמאל זעה קלאר, קינות גירושין האט קיינער נישט גע'ספק'ט און אזוי אויך אנדערע, און דאס לעצטע פלאץ ווי מען וועט נישט טאלערירן געשרייען אויף רבנים איז קאווע שטיבל. מילא איז דאס נישט קיין פאקטור געוועהן.

אביגדור » דינסטאג מערץ 12, 2013 2:03 pm

· #96114
נאכ'ן לייענען יוסי גרין'ס אינטערוויו אינעם "עמי" מאגאזין לעצטע וואך, האב איך פארשטאנען וואס דער פראבלעם דא איז.

יוסי טייטשט, דאגה בלב איז ישיחנה לאחרים, פארוואס? ווייל ווילאנג די דאגה איז נאר אין מחשבה, ארבעט די פאנטאזיע און פארגרעסערט און פארטיפט די דאגה אסאך מער ווי ס'איז באמת, ווייל עולם המחשבה האט נישט קיין צמצום. אבער איינמאהל מ'רעדט עס ארויס, לאנדעט די דאגה אויפ'ן עולם המעשה, און ס'איז שוין מוגבל צום דיבור בעלמא, ממילא שפירט זיך עס קלענער.

ווען באס דרייווער האט זיך ארומגעדרייט מיט זיינע ווייטאגן, האט עס איהם געעגבערט אין מחשבה טאג און נאכט. הלמאי?! פונקט איך פון אלע מענטשן דארף אהיימקומען צו א שלאק? מה עשיתי כי תשא עלי חטאת? און די מחשבה דמיונ'ט און ער איז אלץ געווארן מער און מער אויפגעגעסן אין הארצן. ער האט געטראכט: אפשר וואלט געוועהן א פלאן דאס אלעס אראפצושרייבן אינעם קאווע שטיבל ויקראו חכמים ויקחו לקח.

אבער ער האט נישט געוואוסט דאס וואס יוסי גרין האט געוואוסט: איינמאהל דו ביזט מצמצם דיינע מחשבות צו א קיבאורד און א סקרין, ווערט ארויס געוועקיומט ס'רוב נשמה פון דיין מעשה, און ס'לייענט זיך לעכערלעך.

מ'דארף זיין גאר א גוטע שרייבער, אזוי ווי גאר א גוטע קאמפאזירער, צו קענען איבערגעבן דאס וואס מען טראכט במחשבה צו א כלי גשמי אן דעם וואס ס'זאל פארלירן פון איר טיפקייט.

green sunday » מיטוואך מערץ 13, 2013 5:55 pm

· #96719
איך קען נאר אזויפיל צולייגן אז דו ביסט 100% גערעכט, דו ווייסט נישט וויפיל אינגעלייט (ווי אויך עלטערע בע"ב) האבן פראבלעמען מיט די ווייב, פשוט ווייל זיי ווייסן נישט וואספארא באשעפעניש די פרוי איז און ווי אזוי מען דארף דאס הענדלען, עס איז אזוי ווי מען זאל אריינשטעלן א פרישע אינגערמאן נאך די חתונה אין א באדי שאפ און מען זאגט אים פאנג אן צו פארעכטן קארס אן געבן די מינדעסטע אינסטראקשענס וואס א קאר איז בכלל.

איך גיי נישט אדווערטייזען קיינעם, אבער דעם אמת מעג איך זאגן, איך אליין האב מיך היבש געמוטשעט מיט די פראבלעמען, ביז איך בין איינמאל געגאנגען צו ר' אלעזר פרידמאן'ס שיעור פון "שעורי הלב", עס איז נישט קיין שלום בית שיעור, ער איז פשוט מסביר פארוואס דער באשעפער האט באשאפן אזא מין זאך ווי א פרוי, אין פארוואס עס איז אזוי וויכטיג פאר'ן זכר, און וויאזוי מען דארף דאס הענדלען, און ב"ה איך האב באקימען גאר א נייע בילד פין דעס מין זאך וואס רופט זיך חתונה האבן, און אסאך זאכן האבן זיך געטוישט צום גוטן ב"ה, השי"ת זאל העלפן אויף ווייטער אויך. פון מיין קוק ווינקל קען א יעדער בר דעת נוצן אזא שיעור, עס איז פשוט אן אינסטראקשען מעניואל.

היימישער ליטוואק » מיטוואך מערץ 13, 2013 6:34 pm

· #96745
זיי דארפן אן אניסטרוקשן מעניואל אויף דאס וואס א מאן איז, בעסער געזאגט: אויף דאס וואס א מענטש איז!

פוןדעסטוועגןדאך » מיטוואך מערץ 13, 2013 6:44 pm

· #96751
היימישער ליטוואק
זיי דארפן אן אניסטרוקשן מעניואל אויף דאס וואס א מאן איז, בעסער געזאגט: אויף דאס וואס א מענטש איז!
דא מי א פלעיוואר. מען שלאגט זיך און מען הרגעט זיך איבער די גאנצע וועלט. באשולדיג נישט דעם חסידישען דרעליאק דא.

היימישער ליטוואק » מיטוואך מערץ 13, 2013 7:19 pm

· #96765
אין די גאנצע וועלט איז כאטש דא א תקופה פון עטליכע חדשים/יאר נאך די חתונה + א פאר יאר פריער ווען זיי האבן זיך ליב. נאר שפעטער וועפט דאס אויס מחמת כמה סיבות, און דער יצר פון רציחה שלאפט אויך נישט וכו'. אבער ביי אונז איז דער חסרון אז מיר זענען בכלל קיין מענטשן נישט.

פוןדעסטוועגןדאך » מיטוואך מערץ 13, 2013 8:37 pm

· #96810
וואס פארא שייכות האט ליבשאפט, מיט זיין א מענטש?
בכלל, ווארפט מען זיך דא ארום מיט 'ליבשאפט' ווי דאס איז מעשים בכל יום. קוק דא אז 30% מענער אין אמעריקא זענען מודה אז זיי וועלן מתחלה חתונה האבן אפי' זיי האבן נישט קיין אהבה. עס איז זיכער דא אסאך מער וואס רעדן זיך און דעם ווייב איין אז זיי האבן זיך ליב.
קוק אויך דא אז שידוכים סיסטעם איז מער מצוי אז עס זאל געלונגען.

green sunday » מיטוואך מערץ 13, 2013 8:50 pm

· #96815
היימישער ליטוואק
זיי דארפן אן אניסטרוקשן מעניואל אויף דאס וואס א מאן איז, בעסער געזאגט: אויף דאס וואס א מענטש איז!

הוא אשר דברתי אז מען פארשטייט די גאנצע קאנצעפ פין א פרוי האט מען נישט די קשיא בכלל

אביגדור » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 11:29 am

· #97013
ואני אומר, אז מען דארף בכלל נישט קיין שיעורים און קיין רבי'ס. מען דארף שכל. ווען איך האב ביי מיר געזעהן אז מיינע שמועסן זענען איר נישט אינטרעסאנט, וכדומה, האב איך צוגעלייגט אביסל קאפ צו די שמועסן וואס זי האט מיט אירע חבר'טעס. איך האב אריינגעטראכט פארוואס צו די און די חבר'טע האט זי א געשמאק מה שאין כן צו אן אנדערע וואס זי האט נישט אזוי ליב מיט איר צו רעדן.

יגעת ומצאת תאמין, כ'בין דערגאנגען איר גאנג. כ'האב ארויסגעהאט וואס עס מאכט איר tick'ען. פון דאן און ווייטער דעליווער איך איר נאר די סחורה וואס זי האט ליב, און וואונדער איבער וואונדער!

gehlungen » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 12:20 pm

· #97021
Ha Ha easier said then done. We still say "sheloi usonee eeshoo !

אביגדור » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 12:27 pm

· #97022
געלונגען,

ועוד אני אומר, "שלא עשני issue"...

אז מ'מאכט נישט קיין אישו, האט מען נישט קיין פראבלעם מיט'ן אשה...

קאווע טרינקער » פרייטאג מערץ 15, 2013 4:37 pm

· #97438
קאווע טרינקער
הארנעסטייפלער רבי פון פלעבוש, הייבט אן מיט א סעריע פון שיעורים געאייניגט פאר די וואס טוהען/ווילען טוהען אין שלום בית.

<a class="postlink" href="http://tcciinternational.org/">http://tcciinternational.org/</a>

נארמאלער » זונטאג מערץ 17, 2013 2:17 am

· #97538
ער איז גאנץ פארשטענדליך אין אויסגעהאלטן צים פּאונט

טעפל » זונטאג מערץ 17, 2013 3:42 am

· #97558
ביסט גערעכט ביי רוב מקרים, איך האב קיינמאל נישט געמאכט קיין ערענסטע נושא דערפון און אונז שמואסן א מחיה, זי רעדט מיט מיר מער ווי מיט איהרע חבערטעס

בדחן » דינסטאג אפריל 9, 2013 2:09 pm

· #102935
איך וויל איבערבעטן ברבים דעם ניק "באס דרייווער" פאר'ן זיין פון צווישען די ניקים וואס האבן עפענטליך געצווייפעלט אין זיין מעשה.

לא עלתה על דעתי אז אזעלכע זאכן קענען זיין אמת, ליידער האב איך די לעצטע עטליכע וואכן מיטגעהאלטן צוויי מעשות אקוראט די זעלבע ווי באס דרייווער האט געהאט, איך האב עס מיטגעהאלטן ערשט-האנטיג ווי אזוי א (אומ)מענטש וואס טוט אין שלום בית, ער הייסט א ריזיגער תלמיד חכם און ער איז א געלערענטער דערצו פאר פעסיכילאגיע, ביי איינס האט מען אים אפגעטעיפט ווי דער אינגערמאן וויינט ווי צו א גזלן צו זיין אפיס צוויי מאל צו באקומען א אפויטמענט און מען לאכט זיך אויס פון אים, און יענער גייט אן מיט א העצע צו די פרויען קעגן די מענער,

וויבאלד איין פאל איז מיין נאנטע חבר, בין איך געווארן אריינגעדרייט אויך ביי די צווייטע מעשה, און איך זע אלעס ערשטהאנטיג. אוי לנו שכך עלתה בימינו..!!

פוןדעסטוועגןדאך » דינסטאג אפריל 9, 2013 2:18 pm

· #102938
אזוי ווי דו ביסט בכלל נישט פון די וואס זוכען צו האקן אויפן סיסטעם, נעם איך שטארק אהן דיינע ווערטער. עס כאפט מיר א ציטער.

משה געציל » דינסטאג אפריל 9, 2013 2:24 pm

· #102940
עס כאפט מיר אן א ציטער אז די וואס נעמען זיך אייביג אן פאר'ן סיסטעם, פארשטייען אויך אז אלעס איז פיין און וואויל ביז עס קומט צו אים פרעזענדליך.

בדחן » דינסטאג אפריל 9, 2013 2:31 pm

· #102944
עס כאפט אן א עקל און גרויל צו זען די שנאה און אפשיי פון א טייל מענטשן צו יעדע זאך וואס שמעקט מיט ערליכע אידישקייט..

---

אגב, איך האב דערציילט א מעשה.. קענסט ארויס נעמען דערפון ווי אזוי דו ווילסט אז מאך זיכער נישט צו ציטערן קענסט ח״ו באקימען א סידשער.

שמעקעדיג » דינסטאג אפריל 9, 2013 2:38 pm

· #102949
משה געציל, איך מיין אז דו גייסט צו שארף.
ס'איז באמת פאראן מענטשן וואס גלייבן נישט געוויסע זאכן און צווייפלען אין געוויסע מעשיות, ביז זיי איבערצייגן זיך דאס מיט די אייגענע אויגן. איך בין אויך אמאל אזוי געווען מיט געוויסע ענינים,
אבער מען לעבט און מען לערנט זיך.

גיב קרעדיט ווען עס קומט זיך. ער האט די קוראזש מודה צו זיין, און איבערבעטן א חבר דא ברבים (ער וואלט עס געקענט טון אין אישי פונקט אזוי)... מודים דרבנן היינו שבחייהו!

בדחן! 👍 👍 👍

משה געציל » דינסטאג אפריל 9, 2013 2:44 pm

· #102956
ווען איינער וואס פארשטייט אייביג אז די סיסטעם האט נישט קיין שום לאך, אלעס פארט געשמירט, און איינער וואס ריפט זיך אן א ווארט ווערט אראפגעריסן בכל התוקף, שרייט עס אויס פון זיך אליינטס "פארוואס ווען עס קומט צו דיינע אינטערעסן זענען די הלכות אנדערשט".

זר זהב » דינסטאג אפריל 9, 2013 2:46 pm

· #102958
אקעי אבי מ'קען זיך שלאגן אויף עפעס ווייטער....

בעל הבית » דינסטאג אפריל 9, 2013 3:29 pm

· #102971
ווי קען זיין, אז די קענסט מסיח דעת פין דיין טייערע כאצימאטידית ?

אויס מענטש » מיטוואך אפריל 10, 2013 10:20 am

· #103195
בדחן די חלומסט !
די ערשטע מעשה איז א דמיון און די צווייטע א פאנטאזיע
זיי מודה און זיי נישט קיין בעבי

איחוד פעלד » מיטוואך אפריל 10, 2013 10:23 am

· #103197
אויס מענטש
בדחן די חלומסט !
די ערשטע מעשה איז א דמיון און די צווייטע א פאנטאזיע
זיי מודה און זיי נישט קיין בעבי


ג"א מצטרף
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8