☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מיין שלום בית געשיכטע

מיין שלום בית געשיכטע

394 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3076
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 8:26 pm

· #94595
@ פרומאק, שמך נאה לך ואתה נאה לשמך, אזא באלערנדע תגובה האבעך שוין לאנג נישט געליינט!
קיפ איט קאמינג........

(אגב וואס איז דאס מיסער פלעצער? 'מוסר'?)

יאיר » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 8:29 pm

· #94598
don't feed the troll

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 8:29 pm

· #94599
באס דרייווער האט שוין לאנג א נייע ניק (אדער צוריק צו זיין אלטע), די מעשה האט זיך שוין געענדיגט, כאטש נישט אזוי דראמאטיש ווי מאנכע האבן געהאפט, און דער ויכוח צי די מעשה איז יא אמת אדער נישט איז ענדלאז.
איך פערזענליך בין "מצדד" (זיכער איז דאס טויט און זיכער נישט איז א ציפ) אז די מעשה איז אמת ויציב!
ממילא וואלט איך דא ארויפגעברענגט א סאלוציע (מלשון solution) מ'זאל דא מאכן אזא סארט אנקעטע ווי יעדער וועט קענען וועלן איינס פון 3: אדער אז מ'איז מצדד אז ס'איז אמת; מצדד אז נישט אמת; אדער קען מען וועלן present, אזויווי אבאמא אין קעפיטאל, דאס הייסט אז מ'נעמט נישט קיין שטעלונג.
כמעט פארגעסן, אדער קען מען אינגאנצן נישט וועלן.
און מיט דעם וועט זיך שליסן די לאנג-פארצויגענע לאנגווייליגע דיסקוציע (מלשון discussion) צו דער מעשה איז געשטויגן אדער געפלויגן.

יונגערמאנטשיק » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 8:30 pm

· #94600
אויס מענטש, איך וויל דיך נישט נאכמאל מאכן אויס מענטש אזוי וואו דעמאלטס, אבער איך גיי נאכאמאל קומען צו אן אנדערע החלטה וואו דיר.

קאווע שטיבל איז געמאכט געווארן אז יעדער זאל קענען אויסדריקן זיין מיינונג (ע"פ תורה) דאס מיינט אז מ'מעג זיין סקעפטיש ביי יעדע ארטיקל אפילו ס'דא סיבות ס'זאל יא זיין אמת.

Just for the record, איך האלט אז סיי ממי שאמרו'ס מעשה איז אמת, און סיי באס דרייווערס מעשה איז אמת. די חילק איז נאר ממי שאמרו איז א געוואלדיגע שרייבער, האט ער באוויזן אראפצולייגן זיין מעשה דברים כהויתן אן קיין גוזמאות, און ס'זאל נאכאלץ בלייבן אינטערעסאנט. ווידער דער באס דרייווער איז נישט אזא מעכטיגע שרייבער, האט ער געמוזט אביסל צו-ספייסן זיין געשיכטע, ס'זאל זיך בעסער הערן.

דאס איז מיין מיינונג.

יאיר » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 8:34 pm

· #94603
יונגערמאנטשיק, מען דארף צולייגן א וויכטיגע נקודה. דער אופן ווי אזוי מען קריטיקירט די מעשה מוז זיין מיט אן ערנסטער רעספעקט - און אנטשולדיגונג.

יונגערמאנטשיק » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 8:46 pm

· #94615
איך בין נישט זיכער אז דו מיינסט מיך, אבער פון די פאקט אז איך ענטפער קענסטו אליין פארשטיין אז איך פיהל אז דו מיינסט מיך. עכ"פ ווען איך בין געווען סקעפטיש, האב איך געשריבן מיט רעספעקט, (אפילו פאר די וואס האבן מיך קריטיקירט האב איך געענטפערט מיט מער רעספעקט וואו די קריטיקירער האבן זיך באצויגן צו מיר) און איך האב מיך פארשטענדיגט תיכף מיטן שרייבער.

אויב מעגליך וואלט געווען בעסער ווען מ'פארט נישט צוריק אהין, איך גלייב אז ממי שאמרו וואלט געקענט באשטיין אז מ'זאל נישט צוריקגיין צו זיין געשיכטע.

יאיר » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 8:50 pm

· #94616
איך האב לאו דוקא געמיינט דיך, נאר אין דזשענעראל, בעיקר בנוגע די תגובות אין דעם אשכול. עס איז דא א וועג פון קריטיקירן און וועלן פארשטיין, און עס איז דא א וועג פון אטאקירן. דער חילוק צווישן די צוויי איז זייער פשוט.

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 9:46 pm

· #94660
וזאת למודעי, איך האב אויך געהאט אפאר ספיקות און געטראכט אז אינטרעסאנט ווי דער שלימזל לויפט אים כסדר נאך, און איך האב אנגעשריבן א לענגערע תגובה, און בעפארן דריקן "שיק" האב איך זיך מיישב געווען אז איך שפיל נישט מיט א ספק פון יענעמ'ס בלוט.
פאר די וואס ווילן מאמת זיין א מעשה, פרובירט קודם אין אישי. פרובירט מיט שיינעם, אפילו איר זענט גערעכט.

און צום סוף, די וועלט זאגט אז פאר א ... ווייזט מען נישט קיין האלבע ארבעט, עס איז אלץ גוט צו לאזן יענעם אויסרעדן ביז צום סוף, און נאר נאכדעם פרעגן די שאלות. הגם איך פארשטיי אז דא האט מען געצויגן די נערוון מיט פארזעצונגען, אבער איך רעד אין דזשענעראל.

איחוד פעלד » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 10:30 pm

· #94677
אבער ר' שמעקעדיג,

איר זענט דאך א גרויסע שלום בית מאכער, הגם אומן שונא בני אומנתו, אבער איז דא שלום בית מאכערס וואס ביהעיווען אזויווי באס דרייווער לייגט אראפ?

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 11:13 pm

· #94709
איך האב נאך נישט אנגעטראפן אזא איינעם ממש, אבער גענוג שלום בית מאכערס געטראפן וואס וואלטן מער אויפגעטון ווען זיי שטייען אין גראסערי ביים רעזשיסטער.
(און אגב, איך בין נאך נישט אזוי גרויס...)

בענדזשאמין פרענקלין » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 11:40 pm

· #94724
סאררי טעות (ביזט נייגעריג וואס כ'האב געשריבן דא ? קעינט העלפ יאו)

יאיר » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 11:43 pm

· #94726
איך זע אז דער עולם וויל אזוי שטארק וויסן ווער עס איז דער רב דער מנובל. איך בין אסאך מער נייגעריג צו וויסן ווער עס איז דער בעל הבית וועלכער האט זיך אוועקגעגעבן ביז די שפעטע נאכט שעות שלא על מנת לקבל פרס און איז אזוי נזהר אין שמירת עינים און ערליכקייט. איך האלט אז מפרסם זיין דעם נאמען קען ברענגען גאר אסאך נוצן פאר'ן עולם, אדער לכל הפחות זאל ער לאזן וויסן דעם נאמען פאר ר' שמעקעדיג וועלכער טוט אין שלום בית.

לעמאן דזשוס » פרייטאג מערץ 8, 2013 12:38 am

· #94759
הרב באס-דרייווער,

איך ווייס נישט וואס די גאנצע בלוט פארגיסונג, ווייטאגן, און שלעכטע געפילן איר באקומט דא....

א מעשה וואס סיי ווער זאל פארשרייבן און בפרט אויב עס האט זייער אסאך פראוואקאטיווע שטעלונגען מעג ווערן דעבאטירט, אויב ווילט איר קענט איר שרייבן ווייטער כאוות נפשכם על אף די סקעפטיקער ספק'ן, און אויב נישט דאן אויך נישט קיין פראבלעם. אבער זיך באליידיגן טייטשט ווי איינער זאגט קבלו דעתי, און דא אין קאווע שטיבל בפרט האט אזא הנהגה בכלל נישט קיין זין און קיין אויסזיכט אויף קיום.

זייט וויסן דא אין קאווע שטיבל ספק'ט מען זיך און מען אייסערט זיך אויף סך סך גרעסערע און וויכטיגערע זאכן און געשעענישן ווי דיין פאסירונג, כאטש דיין מעשה איז אויך זייער וויכטיג, גיב א קוק אין די וועבערמאן סאמאטוכע אשכול ווי שטארק מען ספק'ט אהער און אהין, גיב א בליק אינעם תורה ודעת אפטיילונג ווי מען ספק'ט בדברים העומדים ברומו של עולם ועד בכלל...

עס איז נישט קיינע בייז בלוט, עס איז פשוט אז דאס איז די סדר פון מענטשן, ובפרט מענטשן וואס זענען קריטיקירער און סקעפטיקער, מען וויל דיך נישט אויפעסן אדער אפפרעגן חס ושלום. ..אויב ווערט איר באליידיגט דאן איז ג'ט ברוך הוא שוין לאאאאנג באליידיגט אויף קאווע שטיבל!!

יאיר » פרייטאג מערץ 8, 2013 12:40 am

· #94761
לעמאן, איך האף אז וועבערמאן ליינט נישט קאווע שטיבל. און אויב יא? ער האט ליידער גרעסערע צרות.

טעפל » פרייטאג מערץ 8, 2013 2:35 am

· #94802
מ'דארף מאכען אן אנקעטע צו טוישן דעם קעפל
1) פארוואס איז קאווע שטיבל געמאכט געוארען?
2) ווער איז א גוטע שלום בית מאכער
3) איז נישטא קיין איין גוטע שלום בית מאכער?
4) איז באס דרייוער'ס מעשה אמת?

טעפל » פרייטאג מערץ 8, 2013 2:35 am

· #94803
יאיר
don't feed the troll

וועלעכע?

diff » פרייטאג מערץ 8, 2013 6:53 am

· #94833
As nobody mentions it .will have to say it.
Sadly the way it is setup by us is. It’s the mediator / arbitrator who must win the case, to make himself worthwhile. (Not one of the sides). For that he normally picks on the weakling because him he could break easily.
Another point. There was no such issue especially in torah as cheating against a wife. It’s none of her business whatever he does. In parshas gerushin and motsei shem ra only the opposite is mentioned.

gehlungen » פרייטאג מערץ 8, 2013 7:00 am

· #94834
יאיר
לעמאן, איך האף אז וועבערמאן ליינט נישט קאווע שטיבל. און אויב יא? ער האט ליידער גרעסערע צרות.

Please stay & don't change the subject !(Webberman had already his chance in KAVEH SHTIBLE ) !

gehlungen » פרייטאג מערץ 8, 2013 7:12 am

· #94835
יידל
איחוד פעלד
אנגעהויבען אז א פרוי רעדט מיר איר טאטע גלייך ווען ער כאפט איר מאן ביי אביסל פארנאגראפיע,
זאגט אים אפילו גארנישט.
א שווער וויל גלייך א גט.
דער רב ארבעט מיט מיט דער שווער.
דער רב דרייט אים א ספאדיק.
דער שלום בית מאכער שלעפט אים ארום וואכען לאנג, בשליחות פין דער טאטע, און לאזט אים נישט אויסרעדען, אהן ארויסהאבען זיין מטרה.
נאך א רב.
נאך א שלום בית מאכער וואס איז קאראפטירט.

די אלע זאכען געשעהן נישט.

די אלע זאכן זענען מעשים בכל יום.

Do you think before you write or you just want to say the opposite (even though it doesn't make any sense)?

DotCom » פרייטאג מערץ 8, 2013 1:08 pm

· #94947
אלס איינער וואס האט מיטגעהאלטן א ענליכע מעשה פון דער נאנט (ליידער גענדיגט נישט גוט) זעה איך נישט קיין שום נאן-סענס אין די מעשה, אדרבה עס שטימט זייער גוט און סאונד זייער אמת.

יידל » פרייטאג מערץ 8, 2013 1:25 pm

· #94954
gehlungen
יידל
איחוד פעלד
אנגעהויבען אז א פרוי רעדט מיר איר טאטע גלייך ווען ער כאפט איר מאן ביי אביסל פארנאגראפיע,
זאגט אים אפילו גארנישט.
א שווער וויל גלייך א גט.
דער רב ארבעט מיט מיט דער שווער.
דער רב דרייט אים א ספאדיק.
דער שלום בית מאכער שלעפט אים ארום וואכען לאנג, בשליחות פין דער טאטע, און לאזט אים נישט אויסרעדען, אהן ארויסהאבען זיין מטרה.
נאך א רב.
נאך א שלום בית מאכער וואס איז קאראפטירט.

די אלע זאכען געשעהן נישט.

די אלע זאכן זענען מעשים בכל יום.

Do you think before you write or you just want to say the opposite (even though it doesn't make any sense)?

ניין, כ'האב קיין פינטעלע נישט געטראכט בשעת'ן שרייבן. כ'האב פשוט גענומען א רענדאם תגובה פון דעם אשכול און געשריבן פארקערט פון וואס דארט שטייט. 🙄
עס מאכט נישט קיין סענס? ניין. עס איז אבער ליידער אמת.

יאיר » פרייטאג מערץ 8, 2013 1:31 pm

· #94958
DotCom
אלס איינער וואס האט מיטגעהאלטן א ענליכע מעשה פון דער נאנט (ליידער גענדיגט נישט גוט) זעה איך נישט קיין שום נאן-סענס אין די מעשה, אדרבה עס שטימט זייער גוט און סאונד זייער אמת.

יאיר
שוין ווייטער מיט די אנאנימע שלום בית עסקנים. יעדער וואס האט א מעשה וואס איז ענליך צו דעם ווערט געבעטן מיט'ן גרעסטן כבוד עס ארויסצולייגן, וירא הקהל וישפוט. נישט ווארפן סטעיטמענטס אין די וועלט אריין.

DotCom » פרייטאג מערץ 8, 2013 1:38 pm

· #94964
יאיר
DotCom
אלס איינער וואס האט מיטגעהאלטן א ענליכע מעשה פון דער נאנט (ליידער גענדיגט נישט גוט) זעה איך נישט קיין שום נאן-סענס אין די מעשה, אדרבה עס שטימט זייער גוט און סאונד זייער אמת.

יאיר
שוין ווייטער מיט די אנאנימע שלום בית עסקנים. יעדער וואס האט א מעשה וואס איז ענליך צו דעם ווערט געבעטן מיט'ן גרעסטן כבוד עס ארויסצולייגן, וירא הקהל וישפוט. נישט ווארפן סטעיטמענטס אין די וועלט אריין.

מיין מעשה וואלט קיינעם נישט איבערצייגט עניוועי, און איך בין נישט אין אויסן צו איבערצייגן קיינעם ניטאמאל דיר, איך האב אבער יא געוואלט אויסדרוקן מיין מיינונג... איך האב געמעגט? שקויעך.

יאיר » פרייטאג מערץ 8, 2013 1:39 pm

· #94965
[ציטאט אראפגענומען]

אודאי אזוי. דער עיקר חידוש פון די מעשה איז א) די משונה'דיגע רשעות פון דעם שווער-רבנים-עסקנים, ב) אז אלעס האט זיך געטראפן ביי איין מענטש, וואס מיינט אז די פעלד פון שלום בית עסקנים זענען אינפעסטעד מיט אזעלכע רשעים. אויב איינער וויל צושטעלן א מעשה דארף ער זאגן פונקטליך מיט וואס עס איז גלייך, סיי מיט די נידריגע רשעות, און סיי מיט די גרויסע צאל עסקנים וואס זענען אלע רשעים. אויב נישט נעם איך אן אז ס'איז פשוט א מעשה ווי א שלום בית עסקן האט שלעכט געהאנדלט אדער א רב וואס איז באגאנגען אן עולה.

מאטי » פרייטאג מערץ 8, 2013 1:41 pm

· #94966
נישט קיין חילוק וואס דער שווארצער מציאות איז, אויב זיץ איך ביי א קארופטירטע טעראפיסט פאר 2 שעה און לאזט מיך פשוט נישט קומען צום ווארט און איך דארף זיצן און הערן נאר דער אנדערע זייט, וואלט איך נאך א 1/2 שעה זיך געעפנט דאס מויל און געשריגען אזעלעכע קולות אז די דאך וואלט זיך געעפנט....

און דא איז ער געזיצן און אויסגעהערט קלונו פאר צוויי שעה און נישט געהאט קיין מעגליכקייט פאר זעלבסט פארטיידיגונג נישט נאר איינמאהל און נישט נאר צוויי מאל, און ביי אפאר אנדערע מענטשן? אפילו זיי זענען קארופטירט קען א יונגערמאן אפאר יאהר נאך די חתונה וואס האט די מינדעסטע שכל און קאפ צווישען 3 סעסיעס מאנעוורירן אז זיין צד זאל געהערט ווערן אדער עטליסט ארויסוואקן אלץ פראטעסט אדער ריקארדן צו ווייזן פאר די וואס הערן אים יא אויס וואס דא גייט פאהר.

DotCom » פרייטאג מערץ 8, 2013 1:43 pm

· #94967
[ציטאט אראפגענומען]

קלאר אזוי, איך זעה עס אויך מיט געווענליכע דין תורות, ווער עס איז נאר געווען ביי א דין תורה, אפילו ער געוואונט צום סוף, ער וועט שוין אלעס גלייבן אויף די רבנים, ליידער ליידער.

קרעקער » פרייטאג מערץ 8, 2013 1:45 pm

· #94968
אין אזא צייט איז מען באקאקט און מ'שרייט שוין גארנישט אריין מיט קולות. מ'שעהמט זיך אפילי די אויגען אויפצוהייבן.

יא, די אינדוסטרי איז קאראפטעד אסאך מער ווי דו מיינסט.

DotCom » פרייטאג מערץ 8, 2013 1:49 pm

· #94970
יאיר
דער עיקר חידוש פון די מעשה איז א) די משונה'דיגע רשעות פון דעם שווער-רבנים-עסקנים, ב) אז אלעס האט זיך געטראפן ביי איין מענטש, וואס מיינט אז די פעלד פון שלום בית עסקנים זענען אינפעסטעד מיט אזעלכע רשעים. אויב איינער וויל צושטעלן א מעשה דארף ער זאגן פונקטליך מיט וואס עס איז גלייך, סיי מיט די נידריגע רשעות, און סיי מיט די גרויסע צאל עסקנים וואס זענען אלע רשעים. אויב נישט נעם איך אן אז ס'איז פשוט א מעשה ווי א שלום בית עסקן האט שלעכט געהאנדלט אדער א רב וואס איז באגאנגען אן עולה.


moti107
נישט קיין חילוק וואס דער שווארצער מציאות איז אויב זיץ איך ביי א קרופטירטער טעראפיסט פאר 2 שעה אין לאט מיך פשוט נישט קומען צום ווארט און איך דארף זיצן אין הערן נאר דער אנדערע זייט וואלט איך נאך א1/2 שעה זיך געעפנט דאס מויל און געשריגען אזאליכע קולות אז די דאך וואלט זיך געעפנט....
אין דא איז ער געזיצן און אויס געהערט קלונו פאר צוויי שעה און נישט געהאט קיין מעגליכקייט פאר זעלבסט פארטיידיגונג נישט נאר איינמאהל און נישט נאר צוויי מאהל און ביי אפאהר אנדערע מענטשן? אפילו זיי זענען קרופטירט קען א יונגערמאן אפאר יאהר נאך די חתונה וואס האט די מינדעסטע שכל און קאפ צווישען 3 סעסיעס מאנאווירן אז זיין צד זאל געהערט ווערן אדער עטליסט ארויסוואקן אלץ פראטעסט אדער ריקארדן צו ווייזן פאר די וואס הערן אים יא אויס וואס דא גייט פאהר.


די ביידע תגובות פארענטפערן איינעם דעם צווייטן, די כלל איז ווי ווייניגער זעלבסט-זיכערקייט א אינגערמאן פארמאגט וועט ער מער ליידן! (וזה מה שאמרו "אז דו לאזט דיר בא'קטן'ען וועט מען דיר בא'גדול'נען")

שמעקעדיג » פרייטאג מערץ 8, 2013 2:13 pm

· #94977
קרעקער
אין אזא צייט איז מען באקאקט און מ'שרייט שוין גארנישט אריין מיט קולות. מ'שעהמט זיך אפילי די אויגען אויפצוהייבן.

יא, די אינדוסטרי איז קאראפטעד אסאך מער ווי דו מיינסט.


און דא וועל איך געבן גערעכט פאר קרעקער, פון נאנטע עקספיריענס וואס איך ווייס. יונגעלייט אזא צייט זיצן איינגעלייגט, פארשעמט, און ציטערט אז יעדע ווארט - און אודאי אויסברוך - וועט גענוצט ווערן אנטקעגן אים צו באשולדיגן. "קוק נאר אן, ער איז נאך צו אלע זיינע מעלות אויך א כעסן, אן אומגעדולדיגער..."

איך האב זיך גע'אישי'ט מיט איינעם דא, און יענער האט מיר דערמאנט א מעשה מיט א פראמינענטן רב. יענער רב הייסט א מבין אין שלום בית, ער מיינט אפשר גוט, אבער האט אין זיך א געוויסע שארפקייט וואס האט שוין מער ווי איין שטוב כמעט צוגרונד געלייגט. ווער עס פרעגט מיר, רעקאמענדיר איך צו שטיין ווי ווייטער מעגליך פון יענעם רב. (ב"ה ער האט זיך אוועקגעצויגן פון די היימישע געגענט, ממילא דארף מען נישט חייש זיין לעת עתה).

דער מצב איז קלאר קארופטירט.

איך אויך » מוצ"ש מערץ 9, 2013 11:21 pm

· #95064
[ציטאט אראפגענומען]

אחלק_שלל » מוצ"ש מערץ 9, 2013 11:50 pm

· #95074
יעצט אריינגעקומען אהער, און דורכגעליינט די גאנצע דיסקוסיע, די מיימינים (מאמינים) און די משמאילים. דוקא די תמימות'דיגע שרייב-טעותים האבן מיר יא געמאכט גלייבן דעם באס דרייווער, וועלכער צייגט נישט צו זיין א שרייבער, נאר ענדערש ווי איינער וואס זוכט ארויסצוגעבן מצפוני לבו, אויף א איבערלעבעניש וואס האט איבערגעלאזט אויף אים א טראומאטישן איינדרוק, אבער אט דער קומענדיגער איינציגער פאראגראף האט מיר זייער פארעקלט, און האט מיר געמאכט שפירן אז מעגליך באהאלט זיך דא יא א פארזוך ארויפצולייגן א נאס ליילעך אויף די רבנים וועלכע טוהען אין דעם פעלד.

באס דרייווער

איך קען מיר פשוט אייננהאלטען צי זאגען ראו מה בין בני לבן חמי
דער עסקן איז אבעה"ב וואס איז טרוד א גאנצער טאג על המחיה באנאכט איז ער גרייט ארויס צי העלפן אנדערע אידן בלי שום תשלום גמול
מיינע עלטערן האבן אים געבעטען עטליכע מאל זיי ווילן אים געבען עפעס געלט נאכדעים וואס ער האט אריין געלייגט אזוי פיל שעות , ער בשום אופן געוואלט נעמען איין פעני
נאך אזאך ער קיינמאל נישט במשך דע גאנצע צייט זיך געוואלט טרעפען צייט מיט ווייב נאר אויפן טעלאפאן פשוט אלטס ערליכקייט
ער זאגט ער האט א פאלעסי זיך נישט צי טרעפען מיט קיין פרוי נישט א חילוק וואס
משא"כ דע רב פינק פארקערט חוץ מזה וויל איך נישט זאגען ווי זיינע אויגען געלאפען א גאנצע ציייט


און לו יהא אז ס'איז ריכטיג די דעטאלן פונעם קאנטראסט צווישן רב און דעם עסקן, וואס איז דער מה בין בני לבן חמי. דער שארפער אויסדריק שיינט מער צו זיין א באשולדיגונג'ס בריוו פאר אלע רבנים וועלכע ברויכן זיך שעמען פון אלע עסקנים אין די ענינים וויאזוי מ'באהאנדלט שלום בית פראבלעמען. און אפילו דא ספעציפיש איז עס געווען אמת, מעג מען דען אוועקשטעלן פאר א פאקט, א בני מיט א בן חמי, אין די צייט וואס ס'איז קלאר אז אין אלגעמיין זענען רבנים מער נזהר אין שמירת עינים און שמירת הדיבור - אדער לפחות נישט ווייניגער - ווי די עסקנים ???

חשבון » זונטאג מערץ 10, 2013 1:09 am

· #95093
בכלל איז דאס א געבארגט לשון אן די טיפע באדייט וואס דו קלערסט דערין

היימישער ליטוואק » זונטאג מערץ 10, 2013 1:24 am

· #95094
איז ערלויבט צו קוועסטשיאנען אחלק-שלל'ס ניי'קייט? איז ער אפשר משפחה מיט לעקסוס?
עניוועי, שלום עליכם אחלק!

העי נאו » זונטאג מערץ 10, 2013 3:45 pm

· #95251
טאמער איך מעג וואויסן מיין אפיניען. איך זעה נישט פארוואס עס איז אזוי שווער צו גלייבן דעם "דרייווער".
אין די רבנים'ס מיט די עסקנים'ס אויגן איז ער דער שולדיגער דא. און ווער ווייסט וואס זיין שווער האט אלס צוזאם גערעדט אויף אים.

איז נאך פאר זיי האבן אפילו אנגעפאנגען רעדן מיט אים איז ער שוין געווען שולדיג, און זיי האבן נאר געטרייט איר צו העלפן.

באס דרייווער » זונטאג מערץ 10, 2013 5:21 pm

· #95278
כשם שמקבל שכר על הדרישה כך מקבל על הפרישה
א גיט יאר מיינע חבירים

איך וויל מיר פשוט געזעגענען פין דעים אשכול וויל איך ארויס געבען מיינע געפילען

דער אשכול ליגט שוין און מיין קאפ צישרייבען זייער לאנגע צייט

למעשה וואס האט מיר געברענגט צי טעין למעשה איז געווען דע קינות גירישין ווי איך האב געליינט זיינע ווייטאגען האב איך אבגעמאכט אז איך טאנץ אריין
למעשה האב איך עס אנגעהויבן שרייבען אלטס המשך צי קינות גירישין נאר דע גבאים האבען אפגעטיילט פאר א עקסטערע אשכול

נאך מיינע ערשטע פאר תגיבות האב איך באקימען א סאך חיזוק פין דע עולם דא, איך האב געפילט אז איך וועל דא האבען א אוזן כשבת
למעשה שפעטער איז דא געווארן א גאנצע גראטזקע איבער מיין נאמנות קודם האב איך געמיינט אז דאס קימט פשוט פין נאיווקייט אזוי ווי איך געווען
באמת האב איך גענטפערט אלע קשיות ווי לאנג מען האט געפרעגעט נארמאל
שפעטער האב איך געזען אז מען האט זיך גענומען אויף מיר פרעזענליך אזוי ווייט אז איינער האט מיר געניצט פאר א משל פין א ליגענער
א צווייטער האט גאר געווולט אז איך זאל מיר אלעס אויסטיען אנדערש בין איך א שקרן
יעצט לאמיר אפילו זאגען דע גאנצע מעשה איז שקר וכזב איז דעיס דאך א וויכטיגע אשכול וואס וואלט נאר נארמאל געווען צי גיט שטאדירען
ווי איינער האט געשריבען אזא אשכול איז דע וויכטיגסטער אשכול וואס ער האט געטראפען

און אישי האבען מיר עטליכע געשריבן אז זיי האבן אויך ענדליכע מעשיות וואס דער עולם וואלט זיך געקענט לערנען אסאך פין דיעם
למעשה וועגען דע פאר מיט ווייניג .....האט עס דע גאנצע זאך געהארגעט

ביים געזעגענען וויל איך נאכאמאל קלאר מאכן אז איך האב אפשר געמאכט א טעות מיט געבען א בילד אז אלע רבנים זענען אזוי
וויל איך קלאר מאכן אז דאס איז נישט מיין מיינונג קען זיין מען קען האבן א טעות און מיין לשון אבער איך פרעזענליך בין מחנך מיין שטיב אז אז איד דארף גיין צי ערליכע אידן און אזוי טי איך אליין
נאר מען דארף וויסען פאר גייט דארף מען וויסען צי דע רב פארשטיט צי דעי ענינים ווייל אפילו מען איז זייער ערליך מיינט נישט ער פארשטיט צי דעי ענינים
און אמאל טאקע ווייל ער איז זייער ערליך ווייסט ער נישט ווי אזוי מען הענדעלט דע פראבליעמען

ווער וויל מער וויסען קען זיך פארבינדען און אישי

איחוד פעלד » זונטאג מערץ 10, 2013 5:52 pm

· #95288
יישר כח פאר דיינע דברי ברכה.

איך האב אסאך מיטלייד מיט דיר, איך האף אז די וועסט האבען מער הצלחה נעקסט טיים (והמ"י) ווי אזוי זאגט די וועלט? יא לערן פראם דע מיסטעיקס.

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 10, 2013 6:37 pm

· #95313
איחוד.......... COME ON!!!!!!

קאווע טרינקער » זונטאג מערץ 10, 2013 6:42 pm

· #95315
באס דרייווער!!
לאז אונז נישט איבער אינמיטן וועג.
כ'ווארן דיר. בלייב דא, אז נישט עפען איך אן אייגינע באס קאמפאני!

באס דרייווער » זונטאג מערץ 10, 2013 6:46 pm

· #95318
אפשר מאכט מען יעצט פארקערט
די שרייב און איך וועל דיר טשלענזשען?

חשבון » זונטאג מערץ 10, 2013 7:02 pm

· #95332
באס איך בין אייביג געווען פון דיינע שטיצער און מיין מח פראסעצירט נישט וויאזוי אזאנע איחוד קענען עס טון צו דיר

יואליש » זונטאג מערץ 10, 2013 7:51 pm

· #95360
היום יצאתי והיום באתי. געליינט אלע תגובות אין איין שאס. אנפאנג בין איך אריינגעשפלעט געווארן מיט די דראמאטישע מעשיות. די בערך'דיגע פרטים דא דארט האב איך געהערט אין אמת'ע מעשיות במשך די יארן. מיין הארץ האט פארפעלט א קלאפ ווען כ'האב געליינט אז דער אינגערמאן האט בידים אינטערגעשריבן שטרי בירורין.

אבער די גאנצע צייט האב איך איבערגעלאזט א סקעפטישע קעמערל אין מיין מוח הגם כ'האב באשלאסן פאר די מינוט צו "סוספענדירן מיט דיסבעליף," און ווארטן צו זעהן וואס די נקודה איז. ווארום יעדער קען הנאה האבן פון א מעשה'לע, ס'איז ווען דער שרייבער ברענגט די ליינער צו צוהען מסקנות ווען מ'ברויך אפירנעמען די טראכטער קאפל און זיך פרעגן, פארוואס נעם אים אן אזוי אדער אזי.

אלענפאלס, ווען די ריכטונג פון די אשכול האט גענימען די שינעס פון באהאנדלן די ווארהייט בין איך אנפאנג געווען געבאדערט, אזוי ווי איינער זאל וועלן מיט מיר כאפן א שמועס איבער די ווארהייט פון א בוך בשעת איך האלט אימיטן ליינען בתוקפו. אבער וואס האב איך ערווארטעט? ס'איז פארט קאווע שטיבל און די סקעפטיסיזים איז בארעכטיגט און איך ליעב עס.

אין מיין מיינונג, איז די ערגסטע פאל, אפי' לויט די קריטיקערער, אז די מעשה פון באס_דרייווער א ליקוט פון מערערע אמת'ע מעשה'לעך פאסירט ביי אים זעלבסט אדער ביי אדערע באקאנטע. כ'גלייב שווער אז איינער וואס איז ערוואקסן, דרייט זיך מיט ערוואקסענע מענטשן און האלט יארן נאך די חתונה זאל נישט האבן געהערט פון ענליכע עפיזאדן. אויב איז דאס די פאל, איז עס עפעס אזוי ווי דבורה פעלדמאן'ס "אנארטאדאקס" בוך. אפי' אירע קריטיקירער, פון רעכטס און פון לינקס, זענען מודה אז די צענדליגע עפיזאדן האט געקענט פאסירן, און טיט ווירקליך פאסירן, ביי צענדליגע אנדערע מענטשן. די גרעסטע טענה קעגן פעלדמאן איז געווען אז ס'איז נישט "איר" מעשה. ס'איז נישט געווען אזוי אומגליקליך (אדער גליקליך, פון א שרייבער'ס פערספעקטיוו) אז דאס זאל אלעס האבן פאסירט צו איר. זי האט געבארגט עקספערינעסעס פון אנדערע מענטשן וועלכע זענען מער פון איר איינגעטינקן אין די קאמיוניטי, און דאס אריינגעפלאכטן אין איר מעשה. (דאס איז אויסער אנדערע קריטיק אז זי גיט נישט די פולע בילד, זעהט בלויז נעגעיוויטי און האט פראבלעמען זיך אריינצולייגן אין יענעם'ס שיך צו פארשטיין אנדערע מענטשן'ס צוגאנג און מאטיוון.)

אלזא איז די פראגע אזוי. איז דא עפעס ווערט אין אזא סארט ליטעראטור? קען אזא סטיל שרייבן אונז לערנען עפעס זאכליך, אדער טיט עס מער שאדן ווי אויפטוה? איז וויכטיג אז דער שרייבער זאל אלעמאל קלאר ארויסזאגן וואס איז אמת, וואס איז געבארגט, און וואס איז צוגעפיצט? אדער איז א ביאגראפיע ביי דעפינישן פארדעכטיגט, וויבאלד ס'איז פון א איינצעלע מענטש'ס פערספעקטיוו וואס קען פיל מאל כולל זיין הויל דמיונות און מיסאינפארמאציע געמישט מיט בייעסעס און ס'איז די ארבייט פונעם ליינער דאס צו נעמען מיט א געזינטע סקעפטישע מיינד?

גנדי » מאנטאג מערץ 11, 2013 1:45 am

· #95522
איך האב לעצטנס באקומען א שאק.

איך האב געהערט אז א גאר נאנטע חבר מיינע האט זיך סעפערעטעט.

ווען איך האב גערעדט צו אים, זאגט ער מיר ער ווייסט נישט צו וועם צו גיין.

וואס וואלט די עולם מציע געווען?

Lexus » מאנטאג מערץ 11, 2013 5:49 am

· #95545
He can go to "heymishe litvak"
i'm sure that he wil help him,
he wil say that the fight is never happened and that the couple never fight together and it's just a big lie,
trust me that it's worth to go to him because he is charging very cheap rates, and he is not trying to extort money so after one session everything wil be back as usual.....

בדחן » מאנטאג מערץ 11, 2013 10:34 am

· #95568
גנדי
איך האב לעצטנס באקומען א שאק.
איך האב געהערט אז א גאר נאנטע חבר מיינע האט זיך סעפערעטעט.
ווען איך האב גערעדט צו אים, זאגט ער מיר ער ווייסט נישט צו וועם צו גיין.
וואס וואלט די עולם מציע געווען?


וואס הייסט צו וועם צו גיין? וואס א נפק"מ ווער עס מאכט אים די גט? די עיקר אז עס זאל זיין כשר,
און ב"פ איז דא עטליכע בתי דינים וואס מאכען גיטין, און וומסב"ג איז דא עטליכע, אא"וו האט יעדע שטאט א אויסוואל פון עטליכע און זיכער זאל ער גיין צום ביליגסטען.

אביגדור » מאנטאג מערץ 11, 2013 11:38 am

· #95599
עיקר חסר מן הספר.

דאס אז יונגעלייט האבן פראבלעמען, און דערנאך איז נישט דא צו וועמען צו גיין, איז א תוצאה פון א פראבלעם, נישט די עצם פראבלעם.

דער עיקר פראבלעם הייבט זיך אן ביי די חתן שיעורים, וואס באשטייען פון כאפ-לאפ הלכות. הלכות וואס זענען ווילד פרעמד, מען לערנט נישט אויס נעמען notes פון די שיעורים, און ועל כולם אז מען האקט אריין יעדעס "כאילו כפאו שד" און "משבת לשבת" און "לכוון את שמות האבות הקדושים" (נישט קיין וויץ), וכדומה יעדעס מין פרומעניש וואס איז נאר שייך.

מען לערענט נישט ריכטיג די פסיכאלאגיע פון א פרוי, וואס זי ערווארטעט, וואס זי דארף האבן.

מען לערנט נישט קיין שכל הישר און סענסעטיוויטי.

די הלכות זענען דאס לעצטע וואס א יונגערמאן דארף לערנען. זיין רביצין לערנט עס חדשים לאנג, און זי האט דעטאלירטע נאטען פון אירע שיעורים. קיינער דארף נישט דעם יונגערמאן'ס צוויי צענט ווען עס קומט צו די הלכות.

די פרויען אבער, זיי לערנען יא וויאזוי צו טאלערירן א בחור וואס איז פריש ארויס פון חיות שטאל. זיי געבט מען דעם know how וויאזוי צו פלעגן און בויען דעם עגא פון א מאן. מען לערענט זיי הכנעה. מען לערנט זיי וויאזוי א מאן נעמט אויף ליבע.

אבער זי באקומט נישט קיין return אויף איר אינוועסטמענט, ווייל דער יונגערמאן הייבט נישט אהן צו וויסן וואס טוהט זיך מיט זיך, אויף וועלכע וועלט ער שוועבט.

דער תמים פרעגט זיך ביים חתן מדריך וויפיל מאהל ער "מעג" דאס און יענץ און וואס ער "טאר נישט". יענער וויל דאך נישט אז ס'זאל אויף איהם ארויס א שם אז ער איז א קל, פארגלייזט ער זיך די אויגן, פארגעסט מאמענטאל פון די ווערטער פון אונזערע חכמים וואס האבן געלערנט פונקטליך משל לדג רוצה צלי מבושל וכו', און רעדט איהם איין כל מיני שטויות און איינצוימינגען.

מיט אזא הדרכה, מיט אזא הכנה צום חתונה, איז א וואונדער אז פרויען זענען אנטוישט?

איין מזל איז, אז רוב יונגעלייט האבן חבירים וואס האבן פאר זיי חתונה געהאט, און די חברים לערנען שוין אויס וואס מען דארף. אבער פאר די וואס האבן דאס נישט, איז א בראך.

געפילטע פיש » מאנטאג מערץ 11, 2013 12:17 pm

· #95615
ס'הייבט זיך אן סאאאאאאך פריער.

אביגדור » מאנטאג מערץ 11, 2013 12:22 pm

· #95618
פליז זייט אייך מסביר.

געפילטע פיש » מאנטאג מערץ 11, 2013 12:35 pm

· #95625
איך טענה זיך נישט מיט דיר אז די חתן\כלה טיטשערס דארפן א גרויסע תיקון, נאר אז די פראבלעם הייבט זיך נישט אן דארט, נאר די גאנצע שידוכים סיסטעם פון צאם פארן פאסיגע מחותנים וואס גראדע האבן זיי א בחור און א מיידל, דאס אז רוב בחורים שטעלן זיך פאר צו זיין עפעס אינגאנצען אנדערש ווי דאס וואס זיי זענען באמת, נאר כדי צו האבן א גוטע נאמען און טרעפן א גוטע שידוך, דאס איז נאך אזא שטארקע גורם ווי דאס נישט אויסלערנען אז מ'קען מבשל זיין א דג, צולה זיין, אדער פרעגלען מיט אונטערגעשלאגענע אייער.

באס דרייווער » מאנטאג מערץ 11, 2013 12:36 pm

· #95626
איך שריי נאכאמאל אויס ווען איך האב אייך פאר א מדריך וואלטאיך נישט דורך מינע אלע וויטאגען
איך האב עס געמיזט לערנען דע שווערע וועג

איין זאך קריג מיט דיר וואס די זאגסט אז דע פרויען לערענט מען עס יא
אפשר און באבעוו (איך געדנק שוין נישט וואס דע ד"ת האט געפאסקענט צי ספעלען)
דיעס איז אמת אז מען לערנט דע ווייבער הכנעה, אבער וואס א מאן'ס פערזאן איז הייבט מען נישט אן צי לערנען

וואלפה » מאנטאג מערץ 11, 2013 1:03 pm

· #95630
"שווער'ע" אריינמישינגן
קודם כל האלט איך אז 1 לייק איז צו א שוואכע ראטע צו געבן פאר דיר חשובע באס דרייווער נאכען אזוי קלאר און הארציג ארויס שרייבען דיין איין געגעסענע אלטע ווייטאג אויפן אויבער פלאך כאטש איך בין זעכער אז עס איז ווייט פון געשמאק אויף צי גראבען אלטע גאר ווייטיגליכע קאשמארן און וואונדען (אנטשילדיג פאר די אינטערגעשאצטע לשונות) כדאי יודישע קינדער הנתינים בצרות השוויגער שווער זאלען וויסען א ביסל וואס נישט צו טוהן.
איך וויל אויפן שפיץ גאפל אראפ ברענגען וואס מיין טייערע קאזען האט מיך מיטגעטיילט וואס ער ליידט נעבעך צוזאם ףון זיין אזוי גערופענם צווייטע טאטע (-ניין, צו שוואך!) זיין אימגעוואונטשעם ווייב וואס טראגט א שיינעם טיטול ""שווער""
מען רעדט נישט פון א יונגערמאן דער גרעסטער מתמיד, ער האלט איבער צוויי יאהר נאכן חתנה און ער "מוז" ליידער בלייבען אין כולל ווייל זיין שווער גייט צו זיין ווייב און האלט איר פאר פארוואס אור מאן קומט אהיים צוויי מנוט פריער פון כולל!!!, און ער דריידט זיך מוט פשוטע יונגעלייט -אזויגערופענע ליידיג גייערס!!!, און ער האט א סעלפון מיט טעקסט..... וכדומה אזעלכע שטותים וואס צובלאזען זייער באמת שטארקע שלום בית איינס צוויי , זי ווייסט איין זאך אז איר טאטעס ווערטער זענען קדשי קדשים,
נישט צוויי מאהל האט זיין שווער איהם שוין באשייגעצט און פארנט פון זיין גאנצע משפחה וואס פאר א באם ער איז ווען זיין ווייב שטייט דארטען און קוקט זיך אלעס צו אז איר טאטע מיינט נאר זייער גוטס.....!!!!
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8