אביגדור » דינסטאג מערץ 5, 2013 10:53 am
· #93106😂
אביגדורשכויח באס דרייווער, זעהט אויס אז דו הערסט אויס טוירע טעיפס אויפ'ן וועג... א ברכה אויף דיין קאפ פאר'ן דערמאנען די גמרא פונקטליך און ווייזן ווי עס שטייט.
איינגעמיירעטהיימישער ליטוואקאיך האב געלייענט וואס דער באס דרייווער שרייבט. אויב וואלט געווען אמת זיין געשיכטע וואלט איך געהאט א שטארקע מיטלייד-געפיהל.
ביי מיר איז כמעט ברור אז מען דארף צו לייענען זיינע פארזעצונגען און פארשידענארטיגע כתיב טעותים אזויווי מען לייענט א נאוועל, א טראגי-ראמאנטישע נאוועל.
די לעכער אין זיין מעשה זענען מער ווי די געלט וואס א טעראפיסט נעמט פער שעה (מיט רעכט, א.מ.א.)
איך בעהט אייך איבער, חשוב'ער באס-דרייווער, אויב איך בין זיך טועה, און ביטע זיי ממשיך מיט דיינע שיינע ערצעהלונגען.
אזא פנים האבען אבזערוואציעס און אנטליזען און סתירות וואס ווערען געמאכט דורך די גרויסע חכמים דא און קאווע שטיבעל,
רב ליטוואק סדא א פראצענט מעגליכקייט אז באס דרייווער נעמט דא דער עולם אויף א רייד,פון די אנדערע זעעט זיך אויס אז דא זיצט איינער וואס סגיסט זיך בלוט פון עם,אז און דיין קאפ שטימט דיר נישט קיין חלקים פון זיין געשרייבאכטס,זיי תולה די חיסרון און דיר,דאס וואס שטימט נישט און דיין קאפ זאגט גארנישט איבער די מציאות הדברים,אסאך זאכען האבען שוין און פאסירען כסדר אויב האסטיך מגביל געווען און א לאך פון געוויסע פאקטען און מיט דעם דארף אלעס שטימען,דענסמאל העל איך מיך וואגען און דיך אנרופען א מצומצם,טאקע א חכם אבער מצומצם בתוך חכמתו
קאווע טרינקערהארנעסטייפלער רבי פון פלעבוש, הייבט אן מיט א סעריע פון שיעורים געאייניגט פאר די וואס טוהען/ווילען טוהען אין שלום בית.
דולה ומשקהקאווע טרינקערהארנעסטייפלער רבי פון פלעבוש, הייבט אן מיט א סעריע פון שיעורים געאייניגט פאר די וואס טוהען/ווילען טוהען אין שלום בית.
ער האט דעגרי אדער נאך א זעלבסט געקרוינטע מומחה?
דולה ומשקהקאווע טרינקערהארנעסטייפלער רבי פון פלעבוש, הייבט אן מיט א סעריע פון שיעורים געאייניגט פאר די וואס טוהען/ווילען טוהען אין שלום בית.
ער האט דעגרי אדער נאך א זעלבסט געקרוינטע מומחה?
בענדזשאמין פרענקליןדי אלע וואס שפוקעלירן דא צו ער דער באס דרייווער באקט א מעשה, וויל איך פרעגן וואס זאל זיין זיין מאטיוו צו אויפמאכן אזא מעשה בשעת ער גיט נישט ארויס קיין שום נאמען פון קיין רב אדער טערעפיסט ?
כ'מיין אונזערע רבי'ס האבן אונז געלערנט יעדע זאך האט א סבה און א מסובב וואס איז דא דע סבה ?
איך פערזענליך האלט באזירט אויפן באזיס פון ניכרים דברי אמת אז יעדעס ווארט זיינע איז באשמירט מיט אידיש בלוט.
איחוד פעלד[ציטאט אראפגענומען]
דאס איז זיכער נישט אמת.
מען קען אין קארט זאגען פין היינט ביז מארגען אז מען וויל גיין אין דין תורה, אבער ווען די תובע וויל נישט גיין אין דין תורה וועט די קארט קיינמאל נישט דיסמיסען דער קעיס פאר א דין תורה.
אקיצור
שטרי בירורין אין א שלום בית קעיס מיינט נישט קיין סאך. וכן אין א יעדע זאך וואס אנבאלאנגט נישט קיין געלט (קרימענאלע וכו'). כנלע"ד.
איחוד פעלד[ציטאט אראפגענומען]
איך פארשטיי נישט פונקטלעך דער מעשה וואס די ברענגסט, אויב די קענסט בעסער ארויסברענגען די מעשה.
אבער לכאורה פין דעם ביסל פארשטיי איך, אז ער האט געמוזט גיין אין קארט, צו וועמען זאל ער שרייען אז ער וויל דין תורה, אין קארט? אין קארט קען מען קיינמאל נישט וועלען א דין תורה.
היימישער ליטוואקאיך האב געלייענט וואס דער באס דרייווער שרייבט. אויב וואלט געווען אמת זיין געשיכטע וואלט איך געהאט א שטארקע מיטלייד-געפיהל.
ביי מיר איז כמעט ברור אז מען דארף צו לייענען זיינע פארזעצונגען און פארשידענארטיגע כתיב טעותים אזויווי מען לייענט א נאוועל, א טראגי-ראמאנטישע נאוועל.
די לעכער אין זיין מעשה זענען מער ווי די געלט וואס א טעראפיסט נעמט פער שעה (מיט רעכט, א.מ.א.)
איך בעהט אייך איבער, חשוב'ער באס-דרייווער, אויב איך בין זיך טועה, און ביטע זיי ממשיך מיט דיינע שיינע ערצעהלונגען.
באס דרייוועראיך האב נישט קיין טענות פארן נישט גלייבען ווייל איך וואלט עס אויך נישט געגלייבט ווען נישט איך ביך נישט אליין א עדות וואס דא גייט פאר
לאמיר ענק זאגען יותר ממה שקראתי לפניכם כתוב כאן ענק ווייסען נישט וופיל גירישין מען וואלט גערקענט צירוק געהאלטען ווערן
איך וויל דא קלאר מאכן איך בין נישט דע וואס ווילן אינטערייסען אינזער רבנים
ביי מיר אינדערהיים בין איך מחנך אז מען מיז האבען א ערליכע איד און איך גיי כסדר
איך רעד פין דע ערליכע רבנים נישט וואס זיי זאגען אז זיי זענען ערליך
נאר פינק ווי ביי א חולה גייט מען נאר צום רב זיך מזכיר זיין און מען אינטעסירט זיך אויף א גיטע דאקטאר אין אים לאזט מען שניידען
אזוי אויך ביי א שלום בית פארבליעם דארף מען גיין צי אזא אייינער וואס מען ווייסט אז ער האט עקספיריענס און ער האט שוין אויפגעטיען
דער עיקר נישט זיין קיין בהמה ניט לאזען איינרעדען וואס ער זאגט דיר, נאר זיך דורך רעדען מיט איינעם וואס פארשטייט און דיעם
יאירדולה ומשקהקאווע טרינקערהארנעסטייפלער רבי פון פלעבוש, הייבט אן מיט א סעריע פון שיעורים געאייניגט פאר די וואס טוהען/ווילען טוהען אין שלום בית.
ער האט דעגרי אדער נאך א זעלבסט געקרוינטע מומחה?
ער איז שוין א לאנג יעריגער פראפעסיאנעלער פסיכאלאג מיט עטליכע בוכשטאבן נאך זיין נאמען.
באס דרייוועראיך געדענק נאך ווי האב מיר געשעמט צי קוקען אים און פנים, ווען ער האט מיר איבער געזאגט, וויאזוי איך האב איר געבעטן אנצוטוהן וכדו'
באס דרייווערלמעשה האט נאר זי גערעדט און ער האט איר אויס געפרעגט ברחל בתך הקטנה וואס איך דעמאלטס געטיען איו וואס איך געבעטען ממש אז איך זאל מיר שפירען ווי צווי סענט
באס דרייווערדער עולם וויל וויסען וואס דע קלייניקייטען זענען איך האב נישט געהאט קיין חשק צי פארציילן
אבער איך האב געקלערט אז עס וועט זיין לתעלת וועל איך יא זאגען
מיין ווייב האט געהאט א קאמפיאטער אינדערהיים אן אינטערנעט איך אין שוואכע מיניט געכאפט א וויי פיי פין א שכן
וואס טיט א נייגעריגער אינגערמאן ווען הערט אזוי פיל פין אינטערנעט ער גייט ווי ער גייט וד"ל
דע גאנצע זאך האט געדויערט צווישען 5-10 מיניט איך גדענק נאך דע אנדערע טאג האב איך געוויינט געזאגט תהלים איך בין געווען באמת צישאסען אויף שטיקער
באס דרייוועראנגעהויבן האט זיך עס מיט א קלייניקייט, זי האט געזען עפעס א נארישקייט ביי מיר און זי איז געלאפען גלייך צי איר טאטע אזוי ווי מען לערענט אויס אין בית רחל.
באס דרייווערמיין שווער ווייסט גראדע נישט צי זאגען פין קיין קאמפיאטער
ער אויף מיר סתם א שלעכעטע אויג ווייל ער האלט האט נישט באקימען וואס ער ערווארטעט אויף זיין גלאנגענע טאכטער
באס דרייווערמין מגי"ש נישט קיין עקספיריענס ווען א פראבליעם מאכט זיך שוין,אבער זייער גיט פארשטאנען און שלום בית
באס דרייווערלמעשה איין אלטע מגי"ש פין ישיבה וואס איך בין געבליבען נאנט מיט אים, איך פליעג דאווענען איו איין שיהל מיט אים, ער האט מיר געריפען אין א זייט ער זאגט מיר אז עפעס גייט פאר איך זאל אים עס דערציילען
איין זאך וויל איך דיר בעטן, לאז וויסן אינזער עולם וואס ס'גייט פאר מיט די שלום בית מאכערס - און די רבנים, וואס מער ווי געלט און בעדראם סטאריס, אינטערסירט זיי נישט גארנישטזיי האבען נישט קיין פראבלעם אז א אידישע שטוב זאל גיין דאון די דרעין
איך וויל דא קלאר מאכן איך בין נישט דע וואס ווילן אינטערייסען אינזער רבנים
ביי מיר אינדערהיים בין איך מחנך אז מען מיז האבען א ערליכע איד און איך גיי כסדר
איך רעד פין דע ערליכע רבנים נישט וואס זיי זאגען אז זיי זענען ערליך
קרעקעראויב פאלגסטי מיר דאן שרייב נישט ווייטער דא
כהאב נישט געגלייבט אז סאיז נאך דא אזאנע נאאיוועדיגע יונגעלייט וואס הייבען נישט אן צו וויסען וואס גייט פאר
איך קען ענק פארציילען פעלער וואס רבנים זענען געוועהן אסאך גרעסערע רשעים ווי דעס אבער איך הייב נישט אן מוועט מיר נישט גלייבען
אויב איך בין ווען מנהל וואלט איך אויסגעשפארט דע חברה ווייל זיי הרגנן אפ דע אלע מעשיות פון ארויסצוקומען
איך פרזענדליך האלט אז סאיז דא אפאהר רבנים וואס שטייען אונטער דעם ודל
ברסלב'ערבקיצור מיין השערה איז אז די מעשה איז יא אמת, נאר דער שרייבער האט א שטארקע כח הדמיון, וואס איז נישט אייביג א חסרון, עס קען אסאך צוניץ קומען אין לעבן, און דערפאר שרייבט ער אביסל מוגזם'דיג און עקסטרעם.
ברסלבעריאיר, איך האב הנאה געהאט פון דיין גרינטליכע אנאליז פון די מעשה, אבער די סתירות וואס דו ברענגסט קען מען פארענטפערן..........
בקיצור מיין השערה איז אז די מעשה איז יא אמת, נאר דער שרייבער האט א שטארקע כח הדמיון, וואס איז נישט אייביג א חסרון, עס קען אסאך צוניץ קומען אין לעבן, און דערפאר שרייבט ער אביסל מוגזם'דיג און עקסטרעם. און בכל אופן איז די מעשה זייער שיין צו ליינען, און מען קען זיך לערנען פון דעם אסאך, און ווי איינער האט שוין געשריבן אז אפילו על צד הספק אז עס איז אמת, טאר מען נישט גיסן יענעמ'ס בלוט.
בד"וו ווי איז דער באס דרייווער אליינ'ס? לאמיר הערן וואס ער אליינ'ס האט צו זאגן.
פוןדעסטוועגןדאךוואס איז דע א נפק"מ אויב די מעשה בפרטיות איז אמת אדער נישט. זייט ווען איז די value פון א מעשה אפהענגיג אויב איז עס אמת? די סייענטיפישע מעטאדע ציט שוין איבער דעם שטריקל דא. אפשר קען מען טאקע נעמען א לימוד פון דא אז מאנכע כאפען נישט ווי איין און ווי אויס. ווען מען דארף ניצען די מעטאדע און ווען נישט. כ'דענק אמאל און חדר פלעגט מען זאגען אויף אזא סצענע ווי דא אז ער פרעגט א קשיא אויף א מעשה.
אוודאי געוויס קען מען דן זיין צו דאס איז א גאר יחידותדיגע מקרה, אדער צו דאס איז מעשים בכל יום. אבער וועם שטערט מיטצושפילען מיט זיין מעשה? דו האלטסט דען אז ווען מען דערציילט די גרויסע מדות פין א נפטר וואס איז אוועק אויף א טראגישען אופן, איז דוקא יא אמת? וועם שטערט דאס דען? ”
בדחןוואס הייסט בכל אופן איז די מעשה גוט? ער האקט דאך אויף געוויסע מענטשן מיטען ערגעסטן, ווייל זיי זענענן רבנים איז אלעס מותר?
מילא אויף ברסלב איז נישט דא קיין קשיא, ווייל שיטת ברסלב איז אז זייט ר״נ איז אוועק איז נישט דא מער קיין רבנים, אבער אויף די מער באזעסענע וואס גייען נישט מיט ברסלב איז די קשיא זיער שטארק, היתכן? אויב די מעשה איז אמת דאן החרשתי ווייל אין אדם נתפס על צערו, אבער אויב די מעשה איז שקר דאן איז ער א פלענע מסית ומדיח,
ברסלבערבדחןוואס הייסט בכל אופן איז די מעשה גוט? ער האקט דאך אויף געוויסע מענטשן מיטען ערגעסטן, ווייל זיי זענענן רבנים איז אלעס מותר?
מילא אויף ברסלב איז נישט דא קיין קשיא, ווייל שיטת ברסלב איז אז זייט ר״נ איז אוועק איז נישט דא מער קיין רבנים, אבער אויף די מער באזעסענע וואס גייען נישט מיט ברסלב איז די קשיא זיער שטארק, היתכן? אויב די מעשה איז אמת דאן החרשתי ווייל אין אדם נתפס על צערו, אבער אויב די מעשה איז שקר דאן איז ער א פלענע מסית ומדיח,
קודם, איך האב געשריבן אז איך האלט אז די מעשה איז יא אמת.
צווייטנ'ס, איך ווייס נישט פון ווי דו נעמסט די שיטת ברסלב וואס דו זאגסט, לפי מיטב ידיעתי איז דאס שקר ווי די עבודה זרה.
דריטנ'ס, קיינער האקט נישט אויף "רבנים" בשם הכולל, מען האקט אויף מענטשן וואס רופן זיך רבנים בשעת זיי זענען נישט ראוי לאותו איצטלא, נאר ווייל זייער עלטער זיידע איז געווען א רב אינדערהיים.
ווי האט יענער געזאגט? "אזוי ווי מען טאר נישט רעדן אויף קיין מענטשן, וועט מען זיי קודם מאכן אויס מענטשן, און נאכדעם וועט מען רעדן אויף זיי", וכן הוא בענין הרבנים.
פוןדעסטוועגןדאךבדחן, דו האלטסט נישט אז אין דער גרויסער גארער וועלט פון עיר הקודש וויליאמסבורג זענען דא צוויי רבנים טשאווערגאוס? די מעשה רעדט פון די צוויי רבנים. אזוי ווי איך האב געשריבען, מען דארף דן זיין צו דאס איז מעשים בכל יום אדער נאר איין מקרה אחד מני אלף, ווי ער האט פונקט אנגעטראפען די צוויי פאסקוניאקס פון שטאט.
בדחןוואס הייסט בכל אופן איז די מעשה גוט? ער האקט דאך אויף געוויסע מענטשן מיטען ערגעסטן, ווייל זיי זענענן רבנים איז אלעס מותר?
בדחןמילא אויף ברסלב איז נישט דא קיין קשיא, ווייל שיטת ברסלב איז אז זייט ר״נ איז אוועק איז נישט דא מער קיין רבנים, אבער אויף די מער באזעסענע וואס גייען נישט מיט ברסלב איז די קשיא זיער שטארק, היתכן?