☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מיין שלום בית געשיכטע

מיין שלום בית געשיכטע

394 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3076
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8

יתרו » מוצ"ש מערץ 2, 2013 9:58 pm

· #91854
גאלאציאנער איר שטאלפערט ?

שמעקעדיג » מוצ"ש מערץ 2, 2013 10:47 pm

· #91871
חשבון
וועלכע שווארצע קאץ איז דורכגעלאפן צווישן דיצוויי?


זיי האבן נישט קיין שלום בית.

איחוד פעלד » מוצ"ש מערץ 2, 2013 10:56 pm

· #91877
לכן מן דבעי להבין

ביי די סומעטאכע הידוע, איז זר זהב אפסעט געווארען און געגאנגען פאר א שטיק צייט.

נישט געפעהרליך, ער קען מיר נאך נישט מוחל זיין פאר דער חוצפה.

גראדע אויף מיין אנדערע ניק איז ער מיט מיר גאר גוט.

קינות גירושין » זונטאג מערץ 3, 2013 12:12 am

· #91910
איך אגרי שטארק מיט דיר מיט אלע נקידות, אבער מיט חלק א׳, חוץ פון דעם וואס ממי זאגט אז די ווייזט שנאה נישט ליבשאפט און סאיז זייער קינדעראיש אזוי צו רעדן,דארפסט אויך פארשטיין אז ווען ער געט נישט קיין גט בלייבט ער אויך אליינס סא די שווער וועט זיך גווענליך נישט דערשרעקן ,חוץ מזה איז דער חיוב שכר לימוד אויף דער טאטע נישט אויף די זיידע ,סא סאיז אבי גערעדט... 

מאטי » זונטאג מערץ 3, 2013 12:16 am

· #91911
איחוד פעלד
לכן מן דבעי להבין

ביי די סומעטאכע הידוע, איז זר זהב אפסעט געווארען און געגאנגען פאר א שטיק צייט.

נישט געפעהרליך, ער קען מיר נאך נישט מוחל זיין פאר דער חוצפה.

גראדע אויף מיין אנדערע ניק איז ער מיט מיר גאר גוט.

מסתם האלטסטו אז מדארף ווארפן קרויס צו די קעץ מיטן אנדערן ניק

יאיר » זונטאג מערץ 3, 2013 12:36 am

· #91914
איך ווייס נישט ווי אזוי דער עולם האט דא כוח זיך צו נאריש מאכן, ביי מיר רינען טרערן סי פון דעם איבערלעבעניש וואס אונזער דרייווער איז דורכגעגאנגען, און סיי פון דעם ביטערן מצב וואו אונזערע יונגעלייט און ווייבלעך האלטן, אז יעדער געלטגייציגער און מאכט-הונגעריגער מטורף קען זיך שפילן מיט זיי ווי מיט א שטיקל קלעי. און איך טראכט צו מיר, ווען אונזער באס דרייווער וואלט נאר געווען א...

טעפל » זונטאג מערץ 3, 2013 4:02 am

· #91997
נו ר' באס דרייווער ס'גייט דא מכות מ'געט אהער מ'געט אהין, און דו זיצט דיך רואיג מיט דיין ווייב (אזוי האף איך) און האסט א גוטן שבת (זאל דיר נאר אלעמאל זיין גוט), בקיצור המעשה קום ארויס און דערצייל ווייטער פאר ס'ווערט דא צרות.

שומרים » זונטאג מערץ 3, 2013 7:09 am

· #92010
דרייווער דיין מעשה איז ממש שרעקעדיג, אבער ליידער האב איך שוין מיטגעהאלטן נאך אזעלכע משוגעים ווי דיין שווער לרפו״ש,
אויב קענסטו אראפלייגן אויף א איידעלע וועג די שוידערליכע עבירה וואס דו האסט עובר געווען וואלט מען בעסער געקענט מיטהאלטן דיין מעשה.

באס דרייווער » זונטאג מערץ 3, 2013 11:05 am

· #92047
א גיט יאר מיינע חבירים

קודם א ישר כח פאר דע תגיבות דעיס געט מיר גוואלדיגע חיזוק אויף ווייטער אז מען דעהערט מיר
באמת קימט זיך א ישר כח פאר דע הנהלה פארן צי שטעלן אזא פלאץ אז מענטש זאל זיך קענען אויסגעבען זאכן וואס איז שווער צי דערציילן פאר אנדערע
דע גאנצע אשכול דרייט זיך שוין און מיין קאפ א לאנגע צייט, נאכן אנהייבען שרייבען אביסעל וואס איך בין דורך האב איך שוין געשפירט ממש א שטיין אראפ פין מיין האלז

באמת האב איך נאך אסאך אין בוך צי דערציילן וואס איך בין אלטס דורך ביז איך האב דעגרייכט מיין יעצטיגער מצב ב"ה
איך וויל אזוי פיל מגיב זיין אל תדין את חברך עד שתגיע למקומו
עטס דארף פארשטיין איך בין געווען נארמאלער אינגערמאן וואס האט קיינמאל נישט געחלומ'ט אז איך קען זיין א גרוש איך געהאלטען ווי יענער אז עס איז דע חברה שטארבערס און מיט מיר עס קיין שייכות נישט
חוץ מזה קיין שטארקע סעלף קאנפידענס האב איך דענסמאל אויך נישט געהאט, מיינע הצלחות איז געווען געוואנדען ווי אזוי יענער קיקט מיר אן
פארדעים איז נישט קין קשיא פארוואס איך בין אזוי צישאסען געווען און פארוואס זי האט געקענט ראטען אויף דיעם

איך וויל נאר זאך אריין האקען אז איינע פין מיינע גרעסטע מיסטעק איז געווען אז איך האב מיר אינטער געוווארפען צי איר
ווייל א פרוי נישט קיין חילוק ווי קליג זי איז איז מיט דיעם פינק ווי א 3 יעריג קינד
א קינד וואס וועט שפירן אז ער ווארפט זיך אראפ אויף דער ערד אין שטויסט מיט דע פיס באקימט ער ואס ער וויל וועט דאס אייביג טיען
א פרוי איז דע זעלבע טאמער זי באקימט דע מעסעזש אז טאמער ער איז א שמאטע אדער טאמער איך בלאז אדער דיגרעיט אים באקום איך וואס איך וויל וועט זי עס האלטען און אייו טיען


גראדער ער ברעננט זייער גיט ארויס איך מיז אים גראטאלירן
ווען איך ווייס ווען פארדיעם דע זאכען וואס ער שרייבט וואלט איך מיר געקענט איינשפארן אסאך ווייטאגען און שברי לב

דער עולם וויל וויסען וואס דע קלייניקייטען זענען איך האב נישט געהאט קיין חשק צי פארציילן
אבער איך האב געקלערט אז עס וועט זיין לתעלת וועל איך יא זאגען

מיין ווייב האט געהאט א קאמפיאטער אינדערהיים אן אינטערנעט איך אין שוואכע מיניט געכאפט א וויי פיי פין א שכן
וואס טיט א נייגעריגער אינגערמאן ווען הערט אזוי פיל פין אינטערנעט ער גייט ווי ער גייט וד"ל
דע גאנצע זאך האט געדויערט צווישען 5-10 מיניט איך גדענק נאך דע אנדערע טאג האב איך געוויינט געזאגט תהלים איך בין געווען באמת צישאסען אויף שטיקער
איין זאך האב איך נישט געוויסט אז מען דארף אויסמעקען דע היסטארי אין זי האט באמערקט אז עפעס קיק איך זי האט נאכגעטשעק דע היסטארי און פארטיג
נאכדעים האט זיך אנגעהויבן דרייען א ראד זי האט שוין געזעין אז איך היט נישט מיינע אויגען ווען איך גיי איו גאס וכדומה וכדומה

איך האב געוואלט וויטער ממשיך זיין נאר איך בין זיייער צישאסען פין דע טראגעדיע וואס איז פארגעקימען ביי אינז שטאט דיע נאכט
א משפחה וואס איך קען זייער גיט
איך האף איך וועל מיר באלד ציזאמנענען און שרייבען ווייטער

לבי במזרח » זונטאג מערץ 3, 2013 1:04 pm

· #92152
Bus Driver, I can't type yiddish from where I am now, but I just want to tell you that you sound like a real Tzadik and good natured person (which very possibly added to your misfortunes back then) and I'm sure now that you have your eyes open and much more self awareness you will iy"h get out of your misery and have a happy successful life. Its great what are you doing here (and no, I'm not one who likes just gossip), talking about it, it could go a long way in your rehabilitation. I wish you, your wife (this one or any future one) and kids all the best!

קרעקער » זונטאג מערץ 3, 2013 2:19 pm

· #92200
דיין שווער איז א אפגעפליקטער בהמה אזוי ווי אסאך זיינס גלייכן
אויב מיין איידעם וואלט דעס געטוהן וואלט איך קיינמאל נישט געלאזט מיין טאכטער גט'ן
אפילו ער איז איינמאל דורכגעפאלען מיט ערגערס וואלט איך עם פארשטאנען און נישט וועגען דעם חרוב געמאכט מיין טאכטערס לעבן
נאר אויב ער איז א טשיילד מאלעסטער אדער הוקט ארום מיט פרויען אין גרויסן, דעמאלס איז ער א סכנה

צוויייטנס, געב ארויס דעם נאמען פון דעם אפגעפליקטען מנוול רב און טעראפיסט וואס האבען זיך אויפגעפירט אזוי גרויליג
געענדיגט מיט די אלטע סאקאמארע מארמארישע דרעקישקייט פון קענען זיך ארומשפילן מיט יענעמ'ס לעבן ווי ס'וואלט געוועהן קלעי
לאזן זיי דא אויסגעפראקט ווערן, וועט עס זיין כאטש א למען ישמעו ויראו פאר אנדערע זיך גוט אויפצופירן.

נולד מאוחר » זונטאג מערץ 3, 2013 3:02 pm

· #92219
באס דרייווער, טאקע א קליינעקייט לגבי די מערכה וואס זיי האבן אנגעדרייט.

באס דרייווער » זונטאג מערץ 3, 2013 6:58 pm

· #92330
איך בין נאך זייער ציבראכען פין דע היינטיגע טראגעדיע
עס מיר שווער צי האבען דע ריכטיגע ישוב הדעת וואס מען דארף האבן צי שרייבן

איך וויל נאר איין זאך מתקן זיין וואס איך האב פריער געשריבן
עס טאקע געווען נאר ממש קלייניקייטן אבער איין גרויסע זאך האט געפעילט
דעים " על כל פשעים תכסה אהבה" דיעס האט געפיעלט פאר דעים איז נישט קיין קשיא פארוואס אז קלייניקייט האט געקענט אנמאכען א זעלכע צרות

אגב אורחא מיין ציהל איז נישט קיינעם אנצילערנען איך בין שוין ב"ה דורך דעים סטעיזש
דיע אלע זאכען לאז איך פאר דיעם פין אויבן ער זאל קער נעמען פין זיין וועלט ווי אזוי ער פארשטייט
איך האב איין ציהל אויפצישטעלן הערליכע שיינע שטיב מיט מיין ווייב אינאיינעם עמוע"ש

מיין ציהל דא איז צוויי זאכן
איינס אלטס דאגה בלב איש ישחנה
צווייטנס אנדערע און מיין מצב זאלן וויסען וואס ציטיען און וואס נישט ציטיען

איך האף מארגען אי"ה ממשיך צי זיין

זר זהב » זונטאג מערץ 3, 2013 7:07 pm

· #92334
באס דרייווער
מיין ציהל דא איז צוויי זאכן
איינס אלטס דאגה בלב איש ישחנה
צווייטנס אנדערע און מיין מצב זאלן וויסען וואס ציטיען און וואס נישט ציטיען

דאן מוזטע זאגן ווער יענער טעראפיסט איז געווען. ניין?

באס דרייווער » זונטאג מערץ 3, 2013 7:11 pm

· #92337
וועסט גארנישט האבען פין דע נאמען ווייל עס דא נאך 50 צי מער וואס זענען און דע זעלבע מצב
וואס האבן איין ציהל געלט מיט ניול פה

זר זהב » זונטאג מערץ 3, 2013 7:12 pm

· #92338
אוקעי

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 3, 2013 9:05 pm

· #92382
איך וויל דא אויפקלערן דעם ענין וואס קוקט אויס אז א גרויסער עולם דא איז אנגעווייטאגט דערויף, איך האב שוין אביסל מאריך געווען דערין אין מאחורי הפרגוד, און אביסל ביי די וועבערמאן סומאטאכע, ועוד יש דברים בגו און ס'איז וויכטיג צו וויסן.

גיין צו פראפעסיאנאלע הילף איז וויכטיג פאר יעדן, און בפרט פאר איינעם וואס איז אין א קלעם און דערזעהט נישט א וועג ארויס מיט זיין שלום בית. פארשטייט זיך מען זאל מאכן ריסוירטש בעפאר דעם, מען זאל נישט גיין צו סתם א געלט פרעסער, און א טויגניכס, און איינער וואס ציהט אויס שעות ארוכות, און לכתחילה זאל מען גיין צו א לייסענסד. אבער מען דארף פארשטיין אז דער טעראפיסט/מערידזש קאונסלער האט זיך געלערנט דערויף לאנגע חדשים און יארן, און אויב טוט ער שוין יארן דערין, האט ער שוין אויך אסאך עקספיריענס אין די זייט, און ער דארף צוריק פארדינען זיין אינוועסטירטע געלט, ער דארף דאך אויך פארדינען פרנסה. ס'איז נאריש צו באשולדיגן די קאונסלערס פארן נעמען געלט פאר זייער דזשאב, בלויז ווייל א גרויסער חלק עולם איז שוין געספויעלט מיט מעדיקעיד/העלט קעיר פאר פיזישע דאקטוירים.

עס איז גרינג צו זאגן 'מען זאל גיין צו איינעם וואס נעמט נישט קיין געלט און ארבעט לשם מצוה', וויפיל אזעלכע טרעפט מען בכלל? און אסאך וועלכע זענען שוין יא גרייט צו העלפן ווייסן נישט די ריכטיגע שריט און קענען מער אפטון ווי אויפטון ח"ו, און אפילו די וואס ווייסן יא, וועלן טון פאר יענעם נאר ווילאנג ער האט צייט און געדולד, און שפעטער ווען ער ווערט ביזי קען ער דראפן די גאנצע קעיס, און אפשטופן אויף ווען ער וועט האבן מער צייט, און דאס איז נישט קיין תכלית.

איך בין שוין געווען ביי עטליכע קאונסלערס צוליב פארשידענע ענינים, מחוטב עציך עד שואב מימיך, פון סתם שוסטערס לא יוצלח'ניקעס וועלכע רייסן געלט און טוען גארנישט אויף, און שלעפערס וועלכע נעמען דעם אויסגעקארגטן 3/4 שעה און גייען איבער די פאריגע וואכעדיגע סעסיע, און מען רעדט וועגן באצאלן, און ביז וואס-ווען-וואו איז די צייט פאריבער, ביז וואונדערבארע קאונסלערס ביי וועלכע איך האב זיך דערוואוסט פול מיט נייע נוצליכע אינפארמאציע וואס קומט מיר צוניץ יעדן טאג אין לעבן (וואס מען לערנט נישט אויס אלס חתן/כלה), און זענען ווערד יעדן דאלער.

סך הכל פון מיין תגובה, ווארפט נישט זאמד אין די אויגן פון אלע שלום בית העלפערס, זיי מיינען אונזער טובה אויך, מען דארף זיי האבן (היינט מער פון אלעמאל), נאר מען דארף זיך גוט נאכפרעגן בעפאר מען גייט, וועלכע איז גראדע אביסל שווער, די קאונסלערס קענען נישט געבן רעפערענסעס צוליב קאנפידענשאל אישוס, אבער מען קען געוואויר ווערן מיט אביסעלע ריסוירטש, און מען קען זעהן א שיינע הצלחה. און די געלט וואס מען אינוועסטירט ביי זיי קען זיך אויסצאלן בעסער ווי סיי וועלכע ביזנעס אינוועסטמענט!

נולד מאוחר » זונטאג מערץ 3, 2013 9:11 pm

· #92386
אויב באס דרייווער געט נישט ארויס די שלעכטע. זאל כאטש זיין דא אפאר גוטע נעמען.

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 3, 2013 9:22 pm

· #92398
באס דרייווער
וועסט גארנישט האבען פין דע נאמען ווייל עס דא נאך 50 צי מער וואס זענען און דע זעלבע מצב
וואס האבן איין ציהל געלט מיט ניול פה

אין לאנדאן איז געווען אן ענליכע מעשה.

מאראנצןזאפט » זונטאג מערץ 3, 2013 9:51 pm

· #92428
כל ימי עני רעים, זה רחמן. עס איז זייער ווייטאגליך מיטצוהאלטן אזעלכע פעלער וואו יונגעלייט דארפן מיטמאכן אלעס מצד א "חסרון הבנה" פון דער פרוי.

איחוד פעלד » זונטאג מערץ 3, 2013 11:18 pm

· #92466
באס דרייווער.

עס איז וויכטיג צו וויסען די פאלגענדע.

זאגסט אז דיין ווייב האט געהאט א קאומפיוטער און זי האט געזעהן אין היסטערי ווי די ביסט געגאנגען.

עס זעהט אויס אז דיין ווייב איז נישט אזוי נאאיוו און זי פארשטייט צו קוקען אין דיין היסטערי זעהן ווי די ביסט געגאנגען.

ווען ענק האבען זיך מפשר געוועהן און שלום געמאכט, האלט דיין ווייב נאך אלץ חשבון ווי די גייסט אויף א קאמפיוטער, אדער די טראסט איז אזוי שטארק אז זי לאזט דיך ניצען א קאמפיוטער אויף וואס די ווילסט?

בעצם פין דיין שרייבען דא אויף ק"ש וואלט איך תולה געוועהן אז די קענסט טוהן וואס די ווילסט, איז די שאלה, וויאזוי האסטו דאס געטוהן? פין ווערען געכאפט על דבר האסור אויף'ן קאמפיוטער, ביז א טראסט צו קענען גיין אויף די אינטערנעט און אפילו שרייבען אויף ק"ש אהן איר וויסען?


והעיקר שאלה וואס איך בין זעהר נייגעריק צו וויסען, דיין שווער, וואס האט פארשטאנען אז זיין טאכטער דארף דיך גט'ן רח"ל צוליב די גרויסע בגידה, וואסערע מין מענטש איז ער, א בן תורה אדער א בעה"ב? האט ער אינטערנעט בכלל אדער נישט? כלומר, איז ער א מענטש וואס האט אליין אינטערנעט און פארשטייט אויך די תאוות פין די אינטערנעט, און איז סתם א היפאקריט וואס האלט אז ער מעג אבער זיין איידעם נישט, אדער איז ער א פרומע אנגעהיטענער וואס קוקט נישט און ווייסט נישט פין קיין קאמפיוטער צו זאגען?

אביגדור » מאנטאג מערץ 4, 2013 11:26 am

· #92604
איך וואלט געוואלט וויסן, אויב איינער ווייסט דא, אויב הרב חנוך ראזענבערג פון מאנסי/וויליאמסבורג איז עפעס ווערד ווען עס קומט צו שלום בית.

ביטע זיך האלטן צום ענין פון שלום בית, נישט פון חינוך.

אויס מענטש » מאנטאג מערץ 4, 2013 5:19 pm

· #92717
איחוד איך מיין אז דער שווער האט שוין זיכער טועם געווען טעם חטא
און מוז אליינס שמוציג ווייל אז נישט וואלט ער זיך נישט געזוכט אזוי מוחל צו זיין די עבירות אויף יענעם'ס חשבון
מיין נישט אז עס איז א ווערטל
מיר האט געזאגט איינער פון די גרויסע חי"ת זיי"ן'ס וואס זענען ביזי מיטן חטא הידוע, צו צושפרייטן די אלע שטיקלעך וכו'
אז דער רבי האט געזאגט אז, איינער וואס האט פוגם געווען איז א תיקון, ער זאל מתקן זיין אנדערע,
פארשטייסט זיך האלט ער נישט ביים מתקן זיין יענעם וויל ער מתקן זיין???!!!

באס דרייווער » מאנטאג מערץ 4, 2013 6:23 pm

· #92738
א גיט יאר איך וועל יעצט אביסעל ממשיך זיין ווי איך האב געהאלטען

מין מגי"ש נישט קיין עקספיריענס ווען א פראבליעם מאכט זיך שוין,אבער זייער גיט פארשטאנען און שלום בית
ער געהאט מיט מיר א שמיעס קודם האט ער מיר אריין געגעבן א שטארקייט אז דע וועלט ענדיגט זיך נישט טאמער מען גט זיך
נאכדיעם האט ער אריין מיר געגעבן א שטארקייט נישט צי מורא צי האבען פין איר

ער מיר געהייסען אז ווען איך קום אהיים זאל איר זאגען דע ווערטער
ווי שטארק די האסט געוואלט בלייבן מיט איר פשוט ווייל איך האלט איך וועל קיינמאל נישט טרעפען אזא גלונגענע מיט אזוי פיל מעלות ווי איר דע עיקר ריעם איר אויס ביזן הימל
זאג איר אויך אז אז איך (זאג איר מיין נאמען זי מיז וויסען אז די האסט בעקאפ וואס שטייען אינטער דיר)מאך דיר שוין משיגע א לאנגע צייט אז די זאלסט איר אפלאזען
איך האלט אז די קענסט זייער גרינג טרעפן א צוויטער זאג איר אז איך האב אפילו שוין אנגעטראגן א גרושה וואס וואלט געחלש'ט פאר דיר
נאר ביז יעצט האסטי נישט געוואלט ווייל די האסט געהאלטן אז קיינער קען איר נישט ריפליעסען
אבער יעצט האסטי מחליט געווען געניג איז געניג די קענסט נישט קען חרוב מאכן דיין גאנצער לעבען פאר דע אלע מעלות פאר א ווייב וואס איז נישט גרייט צי זיען א צווייטען מעלות אויך
און זאג איר קלאר אז ביסט גרייט זיך צי גט'ן און לאמיר שוין זיך פארבינדען מיט א רב וואס וועט עס מסדר זיין

באנאכט ווען איך בין אהיים געקימען האב איך איר געזאגט אלעס וואס ער האט מיר געהייסן
גלייך האב איך געזעין ווי זי האט געטוישט קאלירן
זי איז געווארן אזוי באמאכט איך געדענק א גאנצע נאכט האט זי זיך געדרייט אין בעט
שפעטער מסתם 2 אזייגער האב איך געזען זי גייט ארויס קאלן וועמען זי האט געקאלט ווייס איך נישט, אבער פינעם רעדען האב איך פארשטאנען אז עס איז געווען מיין שווער

דע אנדערן טאג האט מיר מיין מגי"ש פארבינדען מיט א רב וואס ער האט געקענט אביסעל און ער הייסט און שטאט שטארק און דע עינינים
ער האט מיר געמאכט א אפויטמענט מיט יענעם רב מען האט אפגעשמיסט א זמן עטליכע טעג שפעטער זיך צי טרעפן מיט מיין ווייב

איך בין נאך נישט געווען קליג וואס דע רבנים זענען אין מיין מגי"ש וואס איז עלטער פין מיר מיט א שיינע פאר יאר האט אויך נישט געוויסט
למעשה ווי עס זיעט אויס האט זיך מיין שווער פארבינדען מיט אים פאר איך מיט מיין ווייב האבען זיך געטראפן מיט אים
ווייל ווען איך געקימען צי אים האב איך געזעין אז ער האט שוין אויף מיר א שווארצע בליק

למעשה ווען אינז זענען געקימען צי אים דע ערשטע האט זאך אנגעהויבן מיט זיינע שטיקעס אז ער זיכט נישט דע גאנצע זאך און אפשר זאל מיר זיכן א צווייטער רב ער וויל נישט דע געשעפטען,
איך האב אים שטארק געבעטען אז איך שפיר ער איז דער איינציגסטער וואס איך שפיר ער קען שטעלן דע זאך, בלייבן אדער גט'ן, ענדליך מכלמומרשט איינגעגבען
ער זעץ זיך אראפ דע ערשטע זאך נעמט ער ארויס שטרי ברירין אינז זאלן ביידע אינטער שרייבען

איך וויל דא אריין האקען מיט א פאר ווערטער דע גרעסטע טעות וואס איך האב געמאכט במשך דע גאנצע צייט איז געווען אז איך האב אינטערגעשריבען דע פאפיר
ווייל און דע סקאנדע וואס איך האב אינטערגעשריבען דיעם פאפיר בין איך געווארן און זיינע הענט כחומר ביד היוצר
איך האב פארלוירן אלע מיינע רעכטען סיי בד"ת סיי און קארט, ער האט מיר געקענט סטראשען מיט דע ערגסטע און ער האט מיר טאקע ווי איר וועט שפעטער ליינען
פארוואס זאג איך עס אייך ווייל איך איר זאלט וויסען קיינמאל נישט אינטער שרייבן קיין שטרי בירירין נאר מיט א עקספיריענס טוען

למעשה האבען אינז ביידע אינטערגעשריבן, ער הייבט אן פרעגען אירע טענות
זי הייבט אן צי מיט אירע מעשיות יעצט האט זי שוין נייע מעשיות ווי געטראפען זביב על בגדו וד"ל, און אויב זי האט זיך נישט געקענט אויסדריקען געהעריג האט ער איר ארויס געהאלפען
ער האט גאנצע צייט געמאכט מיט דע קאפ ווי געפערליך עס איז, און געגבען אזא שטרענגע בליק אויף מיר אבער רוב צייט איז ער געשטאנען און געשמייכעלט צי איר
איך געדענקט נאך ווי און מיטן פרעגט ער איר ווי איך האלט מיינע הענט ווען איך שלאף
איך האב געמיזט א גאנצע צייט שווייגען און בייסען מיינע ליפן ווי אזוי מען טיט מיר אויס נאקעט
איז אזוי איז עס אנגעגאנגען בערך 2 שעה, יעדע 20 מיניט בערך האט מען אריין געהאקט מיט א טעלאפאן פאר 5-10 מיניט

ביי דע ענדע פין דע צווי שעה ווען זי האט גענדיגט מיט אירע טענות האב איך איך געוואלט אנהייבען צי רעדען
ריפט ער זיך אן יעצט איז שוין אביסעל שפעט לאמיר עס איבער לאזן פאר א צווייטע מאל איך האב האב געמיינט איך פאל חלשות אבער קיין ברירות האב איך סייוווי נישט געהאט
למעשה איז געבליבן דע נעקסטע זיצונג וועט זיין דע אנדערע וואך

כאטש איך בין אוועק זייער ציבראכען דאך האב איך זיך איינגערעדט ווען ער וועט מיר אויסהערן וועט ער זיך טוישן
פאר מיין מגי"ש האב איך נישט דערציילט אלע פרטים פשוט ווייל איך האב מיר געשיעמט , אים האב איך געזאגט אז עס איז געווען גאנץ כמעשה

שפעטער וועל איך ממשיך זיין ווייטער

פשוט-קאמפליצירט » מאנטאג מערץ 4, 2013 6:36 pm

· #92742
באס דרייווער היקר,

איך האב געלייענט דיין געשיכטע ביז אהער, און דאס בלוט זידט מיר.

איין זאך: כ'וויל זייער שטארק אז דער לעצטער פאסט פון דער געשיכטע זאל דערציילן ווי גליקליך דו ביזט היינט, אז אלעס אין לעבן גייט דיר געשמירט אין אלע הינזיכטן. איך ווינטש עס דיר, ווייל עס קומט זיך דיר. אבער אפילו אן דעם: דו דארפסט -- ביזט מחיוב -- צו זיין גליקליך, פשוט אויף צו'להכעיס די אלע פסיכאפאטן וואס זענען דיר דערגאנגען די יארן.

איך אויך » מאנטאג מערץ 4, 2013 6:39 pm

· #92744
זאלסט שוין פארקויפן די בוך/מאווי רייטס...

ובכלל האסטו א זעלטענע טאלאנט צו שרייבן שפאנענד און דראמאטיש.

באס דרייווער » מאנטאג מערץ 4, 2013 7:45 pm

· #92776
במשך דע גאנצע וואך האב איך מיר אנגעגרייט ווי אזוי אפציטענטפערן אירע טענות
איך האב מיר אנגערייט מיט ריאיות און הוכחות אז דע גאנצע זאך איז שקר וכזב

למעשה דע אנדערע וואך זענען מיר צירוק געגאנגען צי אים
אינז זעץ מיר זיך אראפ ער הייבט גלייך אן אז ער דורך געטראכט דע גאנצע זאך אין ער האט מחליט געווען אז ער וויל איך זאל גיין צי א ס' טרעפיסט ער זאל געבען זיין דייגענאז אויף מיר
איך הייב אים צי בעטען אז מען האט מיר נאך איגאנצען נישט אויס געהערט איך האב אויך זאכן צי זאגען
זאגט ער מיר אז זיעט נישט דע נחיצות פין דעים ער האט שוין עניוויע ארויס דע גאנצע פרשה סאיז אים אשאד דע צייט
וויפיל איך האב פראבירט צי בעטען איז געווען צי טויבע אויערען

ער זאגט מיר מיט א תמימות אז דע אלע זאכן וועל איך קענען זאגען פארן טערעפיסט
ער זאגט נאך דער טערעפיסט וועט גלייך זיען דע אמת אין ער איז א ספעשליסט און דיען ענינים סא וואס פיעלט אויס דע גאנצער וויכח
איי פארוואס האט אויס געפיעלט אויסציפרעגען מיין ווייב אלע דיטעלס וואס ווי אינזער פריוואטע לעבען גייט צי, גיי פריעג
איך בהמה האט באמת געמיינט אז א טרעפיסט וועט אויספרעגען און ער איך דאך ספעליסט וועט ער גליייך זיען דיעם אמת האב איך מסכים געווען בלית ברירה

למעשה באנאכט האט מיין מגי"ש געקאלט ווי אזוי איז געווען האב איך אים אלעס דערציילט
זאגט ער מיר גלייך עפעס שמעקט נישט גיט
בערך צוויי שעה שפעטער קאלט ער מיר צירוק אז ער האט מיר פארבינדען מיט א עסקן און יענער וויל זיך טרעפען מיט מיר און ער וועט אויך דארט זיין בערך 12:00 אזייגער באנאכט

איך קען מיר פשוט אייננהאלטען צי זאגען ראו מה בין בני לבן חמי
דער עסקן איז אבעה"ב וואס איז טרוד א גאנצער טאג על המחיה באנאכט איז ער גרייט ארויס צי העלפן אנדערע אידן בלי שום תשלום גמול
מיינע עלטערן האבן אים געבעטען עטליכע מאל זיי ווילן אים געבען עפעס געלט נאכדעים וואס ער האט אריין געלייגט אזוי פיל שעות , ער בשום אופן געוואלט נעמען איין פעני
נאך אזאך ער קיינמאל נישט במשך דע גאנצע צייט זיך געוואלט טרעפען צייט מיט ווייב נאר אויפן טעלאפאן פשוט אלטס ערליכקייט
ער זאגט ער האט א פאלעסי זיך נישט צי טרעפען מיט קיין פרוי נישט א חילוק וואס
משא"כ דע רב פינק פארקערט חוץ מזה וויל איך נישט זאגען ווי זיינע אויגען געלאפען א גאנצע ציייט

למעשה האב איך מיט מיין מגי"ש זיך געטראפען מיט אים איך דערצייל אים דע גאנצע פרשה
ער איז נישט געווען אינטערסירט צי הערן קיין שום בעדרום סטאריס למעשה האב איך אים דערציילט אז יעצט וויל ער איך זאל גיין צי א ס.. טערפי
ער זאגט מיר גלייך הייב שוין דער טלעפאן און זאג אים לא מיט אלף ווייל וויסען זאלסטי טאמער די גייסט פארלירסטי אלע דיינע רעכטען נישט אויך דיין ווייב נאר אויף דיינע קינדער אויך
דיעס איז נאר א שטיקעל דיר צי מסדר זיין אז די וועסט זאגען אז די האסט אמאל געבאדען דינע קינדער מיינט עס די טיסט ר"ל דע ערגסטע עבירות
און דע חברה ווייסען ווי אזוי דיר עס צי מאכן זיי זענען געשאלטע חברה
איין זאך וואס איך האב אים נישט דערציילט איז אז איך האב אינטער געשריבן שטרי בירורין

איך האב אים תכף געקאלט דיעם רב זאגען אז דעיס קימט נישט און באטראכט איך גיין נישט צי א טעראפיסט
זאגט ער מיר ר'איד טייערע די האסט אינטער געשריבן שטרי בירירן און וועסט פאלגען ווי א טאטעלע
איך האב אים אנגעהויבן בעטען פארוואס ער טיט עס צי מיר ווען ער האט אפילו מיר נישט אויסגעהערט
זאגט איך ווייס אויך וואס איך האב ציטען און א גיטע נאכט, און מיר געלאזט הערן דע דייל טאן

איך בין צירוק אריין צי דעים עסקן איך דערציילט וואס ער האט מיר געזאגט
אים איז שווארטץ געווארן פאר דע אויגען אז איך האב שוין אינטער געשריבן פאר אים
ער מיר גלייך געזאגט איך מיז אים געבען א טאג ווייל אינז זענען אויף גרויסע צרות ער מיז טראכטען ווי אזוי אינז פארן ווייטער

איך האף שפעטער אדער מארגען צי ממשיך זיין

באס דרייווער » מאנטאג מערץ 4, 2013 7:48 pm

· #92780
איחוד פעלד
באס דרייווער.

ווען ענק האבען זיך מפשר געוועהן און שלום געמאכט, האלט דיין ווייב נאך אלץ חשבון ווי די גייסט אויף א קאמפיוטער, אדער די טראסט איז אזוי שטארק אז זי לאזט דיך ניצען א קאמפיוטער אויף וואס די ווילסט?

בעצם פין דיין שרייבען דא אויף ק"ש וואלט איך תולה געוועהן אז די קענסט טוהן וואס די ווילסט, איז די שאלה, וויאזוי האסטו דאס געטוהן? פין ווערען געכאפט על דבר האסור אויף'ן קאמפיוטער, ביז א טראסט צו קענען גיין אויף די אינטערנעט און אפילו שרייבען אויף ק"ש אהן איר וויסען?


היינט ב"ה איז דא זייער א גיטע שלום בית און עס אינטעסירט איר אינגאנצען נישט מיין רוחניות

באס דרייווער » מאנטאג מערץ 4, 2013 7:51 pm

· #92784
איחוד פעלד
באס דרייווער.
והעיקר שאלה וואס איך בין זעהר נייגעריק צו וויסען, דיין שווער, וואס האט פארשטאנען אז זיין טאכטער דארף דיך גט'ן רח"ל צוליב די גרויסע בגידה, וואסערע מין מענטש איז ער, א בן תורה אדער א בעה"ב? האט ער אינטערנעט בכלל אדער נישט? כלומר, איז ער א מענטש וואס האט אליין אינטערנעט און פארשטייט אויך די תאוות פין די אינטערנעט, און איז סתם א היפאקריט וואס האלט אז ער מעג אבער זיין איידעם נישט, אדער איז ער א פרומע אנגעהיטענער וואס קוקט נישט און ווייסט נישט פין קיין קאמפיוטער צו זאגען?


מיין שווער ווייסט גראדע נישט צי זאגען פין קיין קאמפיאטער
ער אויף מיר סתם א שלעכעטע אויג ווייל ער האלט האט נישט באקימען וואס ער ערווארטעט אויף זיין גלאנגענע טאכטער

יעצט האט ער שוין געהאט א תירוץ פארוואס זי דארף מיר אפלאזען

אויס מענטש » מאנטאג מערץ 4, 2013 8:47 pm

· #92813
כבוד הרב באס דרייווער
מילא די צייטונגען מוזן מאכן פארזעצונגן, ווייל אז נישט וועט נישט זיין די אנדערע וואך וואס צו ליינען
אבער איר טייערער איד, האלט אייך נישט צוריק, דער עולם דא איז געשפאנט ביזן דאך, יעדע ווארט פון אייך, ווערט געליינט בטוב טעם ודעת, און עפענט די אויגן און פארטונקלט די הערצער, פון אונז אלע, ביטע ענדיגט שוין מיט די גאנצע געשיכטע און מיט די פרייליכע ענדע, ווייל אונזער הארץ איז מיט אייך און קען נישט אריבער טראגן אייער צער, און די צער פון די יונגעלייט וואס האלטן יעצט בשעתן שרייבן די שורות עס אינמיטן דורכמאכן, און איר מיט אייערע וועטרער קען זיי שטארק מחזק זיין און עפענען די אויגן,

איך וואלט געבעטן די טויגליכע דא, אז ווען אלע מאמרים פון דעם הויעכגעשעצטן מנהיג ישראל, וועט פארענדיגט ווערן זאל זיך יאווען אן עסקן, וואס זאל עס צוזאמנעמען און ארויף לייגען מיט תיקוני והגהות הכותבים, אויף א פי די עף, לזכות הרבים יישר כח

חזקיהו המלך » מאנטאג מערץ 4, 2013 11:37 pm

· #92939
פראטאקאלירט: קיינמאל נישט אינטער שרייבען קיין שטרי בירורין, [חוץ נאכען גוט אדורעך טוהן אין איבערעדען מיט עקפיריענס מענטשען אן קיין נגיעה צי די צווייטע זייט, אין איבער שלאפען זיבען נעכט]

לעמאן דזשוס » דינסטאג מערץ 5, 2013 12:06 am

· #92954
פשוט-קאמפליצירט
באס דרייווער היקר,

איך האב געלייענט דיין געשיכטע ביז אהער, און דאס בלוט זידט מיר.

איין זאך: כ'וויל זייער שטארק אז דער לעצטער פאסט פון דער געשיכטע זאל דערציילן ווי גליקליך דו ביזט היינט, אז אלעס אין לעבן גייט דיר געשמירט אין אלע הינזיכטן. איך ווינטש עס דיר, ווייל עס קומט זיך דיר. אבער אפילו אן דעם: דו דארפסט -- ביזט מחיוב -- צו זיין גליקליך, פשוט אויף צו'להכעיס די אלע פסיכאפאטן וואס זענען דיר דערגאנגען די יארן.

לעמאן דזשוס » דינסטאג מערץ 5, 2013 12:07 am

· #92956
חזקיהו המלך
פראטאקאלירט: קיינמאל נישט אינטער שרייבען קיין שטרי בירורין, [חוץ נאכען גוט אדורעך טוהן אין איבערעדען מיט עקפיריענס מענטשען אן קיין נגיעה צי די צווייטע זייט, אין איבער שלאפען זיבען נעכט]


דאן אויך נישט, אויף מיין עקספיריענס, קיינמאל קיינמאל, ווען באס דרייווער איז פערטיג וועל איך אפשר שרייבן מיין שטרי בירורין סאמאטוכע, ב"ה נישט אין שלום בית אישו'ס כן יעזור השם הלאה!

לעמאן דזשוס » דינסטאג מערץ 5, 2013 12:11 am

· #92959
באס דרייווער האט געשריבן....און איך זיד...

איך קען מיר פשוט אייננהאלטען צי זאגען ראו מה בין בני לבן חמי
דער עסקן איז אבעה"ב וואס איז טרוד א גאנצער טאג על המחיה באנאכט איז ער גרייט ארויס צי העלפן אנדערע אידן בלי שום תשלום גמול
מיינע עלטערן האבן אים געבעטען עטליכע מאל זיי ווילן אים געבען עפעס געלט נאכדעים וואס ער האט אריין געלייגט אזוי פיל שעות , ער בשום אופן געוואלט נעמען איין פעני
נאך אזאך ער קיינמאל נישט במשך דע גאנצע צייט זיך געוואלט טרעפען צייט מיט ווייב נאר אויפן טעלאפאן פשוט אלטס ערליכקייט
ער זאגט ער האט א פאלעסי זיך נישט צי טרעפען מיט קיין פרוי נישט א חילוק וואס

היימישער ליטוואק » דינסטאג מערץ 5, 2013 1:37 am

· #93007
איך האב געלייענט וואס דער באס דרייווער שרייבט. אויב וואלט געווען אמת זיין געשיכטע וואלט איך געהאט א שטארקע מיטלייד-געפיהל.
ביי מיר איז כמעט ברור אז מען דארף צו לייענען זיינע פארזעצונגען און פארשידענארטיגע כתיב טעותים אזויווי מען לייענט א נאוועל, א טראגי-ראמאנטישע נאוועל.
די לעכער אין זיין מעשה זענען מער ווי די געלט וואס א טעראפיסט נעמט פער שעה (מיט רעכט, א.מ.א.)
איך בעהט אייך איבער, חשוב'ער באס-דרייווער, אויב איך בין זיך טועה, און ביטע זיי ממשיך מיט דיינע שיינע ערצעהלונגען.

diff » דינסטאג מערץ 5, 2013 7:43 am

· #93035
Seems you also agree that it could be true. These stories happen daily. The damage starts at the beginning when she works so that he shall koletz. she gets the idea that his rochneus are her responsibility. bless the litvacs.

gehlungen » דינסטאג מערץ 5, 2013 8:35 am

· #93040
לעמאן דזשוס
באס דרייווער האט געשריבן....און איך זיד...

איך קען מיר פשוט אייננהאלטען צי זאגען ראו מה בין בני לבן חמי
דער עסקן איז אבעה"ב וואס איז טרוד א גאנצער טאג על המחיה באנאכט איז ער גרייט ארויס צי העלפן אנדערע אידן בלי שום תשלום גמול
מיינע עלטערן האבן אים געבעטען עטליכע מאל זיי ווילן אים געבען עפעס געלט נאכדעים וואס ער האט אריין געלייגט אזוי פיל שעות , ער בשום אופן געוואלט נעמען איין פעני
נאך אזאך ער קיינמאל נישט במשך דע גאנצע צייט זיך געוואלט טרעפען צייט מיט ווייב נאר אויפן טעלאפאן פשוט אלטס ערליכקייט
ער זאגט ער האט א פאלעסי זיך נישט צי טרעפען מיט קיין פרוי נישט א חילוק וואס

Chevreh if you want a name of a GOOD & ERLICHEH asken 1 is Reb YAKOV SHLOIMEH MEISELS chason bal V"YSF PUPA ZTZ"L he is smart & shrewd & most of all ERLECH !

איינגעמיירעט » דינסטאג מערץ 5, 2013 8:48 am

· #93041
היימישער ליטוואק
איך האב געלייענט וואס דער באס דרייווער שרייבט. אויב וואלט געווען אמת זיין געשיכטע וואלט איך געהאט א שטארקע מיטלייד-געפיהל.
ביי מיר איז כמעט ברור אז מען דארף צו לייענען זיינע פארזעצונגען און פארשידענארטיגע כתיב טעותים אזויווי מען לייענט א נאוועל, א טראגי-ראמאנטישע נאוועל.
די לעכער אין זיין מעשה זענען מער ווי די געלט וואס א טעראפיסט נעמט פער שעה (מיט רעכט, א.מ.א.)
איך בעהט אייך איבער, חשוב'ער באס-דרייווער, אויב איך בין זיך טועה, און ביטע זיי ממשיך מיט דיינע שיינע ערצעהלונגען.

אזא פנים האבען אבזערוואציעס און אנטליזען און סתירות וואס ווערען געמאכט דורך די גרויסע חכמים דא און קאווע שטיבעל,
רב ליטוואק סדא א פראצענט מעגליכקייט אז באס דרייווער נעמט דא דער עולם אויף א רייד,פון די אנדערע זעעט זיך אויס אז דא זיצט איינער וואס סגיסט זיך בלוט פון עם,אז און דיין קאפ שטימט דיר נישט קיין חלקים פון זיין געשרייבאכטס,זיי תולה די חיסרון און דיר,דאס וואס שטימט נישט און דיין קאפ זאגט גארנישט איבער די מציאות הדברים,אסאך זאכען האבען שוין און פאסירען כסדר אויב האסטיך מגביל געווען און א לאך פון געוויסע פאקטען און מיט דעם דארף אלעס שטימען,דענסמאל העל איך מיך וואגען און דיך אנרופען א מצומצם,טאקע א חכם אבער מצומצם בתוך חכמתו

קרעקער » דינסטאג מערץ 5, 2013 9:32 am

· #93054
כעל איבערחזרען וואס כאשוין געשריבען
אויב פראקסטו נישט אויס דע אלע שקצים ורמשים מיט די נעמען וועט אלעס זיין מפטירין כדאתמול
און ""דו"" און אזעלעכע וואו דיר זענען שולדיג ווייל דו לאזט זיי ווייטער אנגיין מיט זייער רשעות
האסט די געלעגענהייט זיי אפצושטעלען
אויב האסטו קארעדזש גיי ווייטער און געב אריין א לאסוט קעגען זיי נעם זיי צו זייער בית המדרש

טעפל » דינסטאג מערץ 5, 2013 9:35 am

· #93056
אידען קודם לאטס איהם קומען צו ווארט און הערען זיין גאנצע מעשה און דערנאך וועט מען אריינפראקען אין יעדעם וועם ס'פעהלט אויס..
ומכאן יוצא הקריאה לנהג האוטובוס דנן זיי ממשיך די מעשה שנעל ווייל אונז פלאצען אוועק און ווארטען אויף דיין זיסע פעדער..

gehlungen » דינסטאג מערץ 5, 2013 9:45 am

· #93060
טעפל
אידען קודם לאטס איהם קומען צו ווארט און הערען זיין גאנצע מעשה און דערנאך וועט מען אריינפראקען אין יעדעם וועם ס'פעהלט אויס..
ומכאן יוצא הקריאה לנהג האוטובוס דנן זיי ממשיך די מעשה שנעל ווייל אונז פלאצען אוועק און ווארטען אויף דיין זיסע פעדער..

They & we have to remember that the famous saying "chnoich lenar al pee darkoi " is shiech by shver & eidem just a different age !

חשבון » דינסטאג מערץ 5, 2013 9:53 am

· #93063
ווי קען מען זיין אזוי קאלטבלוטיג און שרייבן אז דאס איז אויפגעטראכט? עס גייט מיר נישט אין קאפ

אביגדור » דינסטאג מערץ 5, 2013 10:04 am

· #93072
דער מהרש"ם פון ברעזאן האט נאכגעזאגט פון דער שר שלום מבעלזא זי"ע, אז די מעשיות אויפ'ן רבי פון לובלין מוזן נישט זיין אמת, אבער דער רבי פון לובלין איז געוועהן אזא קדוש עליון "אז די מעשיות האבן געקענט זיין אמת"!

באס דרייווערס סיפור הדברים מוז נישט זיין אמת, אבער עס וואלט געקענט זיין אמת. און דאס איז גענוג. דאס אז א שווער מיינט אז ער מוז "העלפן" זיין טאכטער, און אז יעדעס שטות פון רוחניות איז א סיבה זיך צו גט'ן, איז א שורש פורה ראש ולענה אינעם היינטיגן דור עקש ופתלתול.

איך געדענק נישט גענוי די מעשה, אבער די גמרא דערציילט אויף איינע פון די אמוראים, איך וועל שוינען זיין נאמען כאטש די גמרא אליינס שוינט עס נישט, אז ער איז געוועהן אזוי קדוש אז ער האט קיינמאהל נישט געקוקט ווי מען דארף נישט, מסתמא האט ער קיין עקסעסס צום אינטערנעט אויך נישט געהאט (כ'מיין אז ער איז סייווי געוועהן בלינד), און זיין אשת חיל'טע האט מחליט געוועהן אז זי דארף איהם שטעלן אויף א פארהער, האט זי זיך אויסגעפוצט, אנגעשמירט און אנגעשמעקט אזוי ווי א באקאנטע אדרעסס'נטע פון שטאט, און זיך געדרייט אונטער די פיס ווי ער האט געלערנט. בקיצור הדברים, ער האט געוואלט נכשל ווערן מיט איר, און זי האט איהם מגלה געוועהן אז דאס איז זי, זיין ווייב, נישט יענע זונה. ער האט זיך געוואלט - אדער ער האט - זיך נעמען דאס לעבן. - - -

א פרוי דארף העלפן און שטיצן איר מאן מיט זיין מלחמת היצר, נישט שטיין און אפמעסטן אויב ער געווינט דעם מלחמת היצר. די מלחמה איז טאג טעגליך, איין טאג איז דער מאן מנצח און איין טאג איז דער שטן מנצח.

אין די תורה שטייט ובחרת בחיים למען תחיה אתה וזרעך, ס'שטייט נישט "ובחרת בחיים על פי כל הפאשקעווילן והאיסורים והקונמות היוצאים על פני חוצות העיר והנהוגים בגזירת כינוס כלל ישראל או חותמים בני בלי שם כי כל העובר גטוט יגטט". אונז זענען אלע בשר ודגים'ס, און מיר אלע שטייען אויס נסיונות, און דערפאר זענען מיר אידן.

ביים חתונה האט מען געוואונטשן פאר'ן פרוי "זאלסט מערצעשעם 'בויען' א בית נאמן". בויען געדויערט לאנג, מען דארף כלים, מען דארף א גוטע וועטער, מען דארף פעאיגע ארבייטער, און על כל אלה דארף מען א גענויע פלאן. ס'גייט נישט פון זיך אליינס, זי מוז עס בויען.

(במאמר המוסגר, וואלט איך יא געוואלט וויסן מער פרטים איבער די שטרי בירורין, וויאזוי איר האט זיך ארויסגעדרייט דערפון. אני כשלעצמי האב גענוג עצות דערפאר, אבער כ'וואלט יא געוואלט וויסן מער ספעציפיש אין אייער קעיס וויאזוי איר האט דאס געטוהן. - בכלל איז וויכטיג צו וויסן, אז דאס וואס מען שיסט דא אריין אזוילכע גלייכגילטיגע זאצן ווי "קיינמאהל טאר מען נישט חתמ'נען שטרי בירורין" וכדומה, איז סתם נאריש און קינדעריש און עס קען קאליע מאכן פאר אזעלכע וואס דארפן צוקומען דערצו. דיני תורה זענען מיט אלע חסרונות פיל בעסער - על פי רוב - ווי די ערכאות של עכו"ם, חוץ פון דעם וואס אלס ערליכע אידן האבן מיר ממילא נישט קיין צוויי ברירות און מיר טארן נישט גיין אין ערכאות, און דער איינציגע וועג וויאזוי א בית דין קען אינפארסן זייער פסק לטובת שני הצדדים געווענליך, איז עס דורך די שטרי בירורין. נאר וואס דען? איידער מען חתמ'ט, איז כדאי צו רעדן מיט איינעם וואס טויג דערויף, און לויט אייער דין תורה זאל אייך יענער עצה'ן וואס צו פארלאנגען, אריינצושרייבן אדער ארויסצונעמען פון דער סטאנדארד נוסח, און אז מען ווייסט וואס מען וויל, און מען שטייט פאר פאראנטווארטליכע דיינים, למשל קלוגערע און פראפעסיאנאלע בוררים - נישט היציגע כולל יונגעלייט פון חושן משפט כוללים וואס האלטן יעדעס ווארט פאר א "פגיעה בכבודם" אדער אנדערע wanna-be דיינים'לעך - איז עס א גרינגע זאך דורכצופירן.) - יתכן אז דער שמועס באלאנגט אין אן אנדערע אשכול, און כ'האב נישט קיין פראבלעם מיט דעם.

ברסלבער » דינסטאג מערץ 5, 2013 10:13 am

· #93076
כבודה
איך געדענק נישט גענוי די מעשה, אבער די גמרא דערציילט אויף איינער פון די אמוראים, איך וועל שוינען זיין נאמען כאטש די גמרא אליינס שוינט עס נישט,

דאס איז געווען ברורי' די ווייב פון רבי מאיר וואס זי האט חוזק געמאכט פון "נשים דעתן קלות" און רבי מאיר האט געשיקט זיין תלמיד איר אויפציווייזן אז עס איז אמת.

טעפל » דינסטאג מערץ 5, 2013 10:31 am

· #93086
ברסלבער
כבודה
איך געדענק נישט גענוי די מעשה, אבער די גמרא דערציילט אויף איינער פון די אמוראים, איך וועל שוינען זיין נאמען כאטש די גמרא אליינס שוינט עס נישט,

דאס איז געווען ברורי' די ווייב פון רבי מאיר וואס זי האט חוזק געמאכט פון "נשים דעתן קלות" און רבי מאיר האט געשיקט זיין תלמיד איר אויפציווייזן אז עס איז אמת.

גמ' עבודה זרה דף י"ח ע"ב.

באס דרייווער » דינסטאג מערץ 5, 2013 10:32 am

· #93088
ברעסלעווער ר' מאיר איז געווען מיטן שטן
דיע מעשה איז געווען מיט חייא בר אשי קידושין פ"א ע"ב
רבי חייא בר אשי הוה רגיל כל עידן דהוה נפל לאפיה,
הוה אמר: הרחמן יצילנו מיצר הרע.
יומא חד שמעתינהו דביתהו,
אמרה: מכדי הא כמה שני דפריש ליה מינאי, מאי טעמא קאמר הכי?
יומא חדא הוה קא גריס בגינתיה,
קשטה נפשה חלפה ותנייה קמיה.
אמר לה: מאן את?
אמרה: אנא חרותא דהדרי מיומא,
תבעה,
אמרה ליה: אייתי ניהליה להך רומנא דריש צוציתא,
שוור אזל אתייה ניהלה.
כי אתא לביתיה, הוה קא שגרא דביתהו תנורא,
סליק וקא יתיב בגויה.
אמרה ליה: מאי האי?
אמר לה: הכי והכי הוה מעשה,
אמרה ליה: אנא הואי.
לא אשגח בה, עד דיהבה ליה סימני,
אמר לה: אנא מיהא לאיסורא איכווני.
כל ימיו של אותו צדיק היה מתענה, עד שמת באותה מיתה
-----
ליטוואק איך ווייס נישט וואס די האסט קעגען מיר?

אויס מענטש » דינסטאג מערץ 5, 2013 10:46 am

· #93101
באס דרייווער' איך זעה ביסט א ביסל ניי' דא אין שטיבל וויל איך דיר עפעס אויסלערנען
עס איז דא ארבע מדות בקאווע שטיבל
דא איז דא
1)אמת'ע חכמים, און גוטע דורכטוער'ס אין אלע ענינים, וואס דאס קומט פון יארן הארעוואניע, און ווען זיי שרייבן עפעס, איז זיך דער עולם מחי',
2)נאכדעם איז דא גוטע שרייבערס וואס, וואס זיי זאלן נאר שרייבען איז דאס מלא טעם וחיות, און איך קען מיר נישט איינהאלטן נישט צו רעדן פון מיין פעיווארד קופערניקס.
3) נאכדעם איז דא וואס שרייבן, איין צוויי גוטע תגובות אין זיי מיינען שוין אז זה הוא זה, זיי קענען שוין האבן א מיינונג אין אלץ דונג,
4)און נאכדעם איז דא אזעלכע וואס ווילן אלץ שרייבן פארקערט פון וואס יעדער נארמאלער מענטש טראכט, פלעין צו ווייזן רוב חכמתם ובינתם, און פאר זיי איז איז א שאדע צו ענטפערן.
די וואלסט געקענט אין די צייט ממשיך זיין מיט דיין מעשה און עס וואלט געווען א גרעסערע תועלת ווי גיבן דעם אטענשין סיקער זיין אקסעדזשין.
זיי ממשיך we are with you

אביגדור » דינסטאג מערץ 5, 2013 10:47 am

· #93102
שכויח באס דרייווער, זעהט אויס אז דו הערסט אויס טוירע טעיפס אויפ'ן וועג... א ברכה אויף דיין קאפ פאר'ן דערמאנען די גמרא פונקטליך און ווייזן ווי עס שטייט.

אגב, דער פתחי תשובה ברענגט אנהויב שו"ע או"ח, בשם דער חיד"א דאכצעט זיך, אז ס'נישט דא קיין בעסערע מוסר ספר ווי רויע מאמרי חז"ל. דארט זעהט מען די אמת'ע אידישע השקפה. .

געפילטע פיש » דינסטאג מערץ 5, 2013 10:50 am

· #93104
באס דרייווער
ברעסלעווער ר' מאיר איז געווען מיטן שטן
דיע מעשה איז געווען מיט חייא בר אשי קידושין פ"א ע"ב

ר' מאיר'ס מעשה איז געווען מיט זיין ווייב ברוריה, די מקור מיין איך איז א רש"י. די מעשה מיטן שטן איז געווען ר' מתיא בן חרש.

ברסלבער » דינסטאג מערץ 5, 2013 10:50 am

· #93105
באס דרייווער, אלו ואלו דברי אלקים חיים, די מעשה וואס איך ברענג האט שוין טעפל געברענגט דעם מקור עבודה זרה דף י"ח ע"ב, קוק אין רש"י דארט, און דארט איז געווען די מעשה אז זי האט זיך גענומען דאס לעבן, וואס ער האט געשריבן.

עניוועיס דאס איז נאר געווען בדרך אגב, דו זיי ווייטער ממשיך מיט דיין שוידערליכע מעשה, ווואס האט אין זיך אסאך זאכן וואס זיך אפצולערנען.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8