☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » קאמענטארן אויף די פאעזיע פארמעסט, אדר-תשע"ג

קאמענטארן אויף די פאעזיע פארמעסט, אדר-תשע"ג

296 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2933
בלאט: 1 2 3 4 5 6

לעמאן דזשוס » דינסטאג פעברואר 19, 2013 4:14 pm

· #88800
שמעקעדיג
איך זעה 13 שרייבערס אויף 15 פאעמ'ס?
2 שרייבערס האבן געשריבן מער פון איינס?


יעפ!

דרך אגב, האב איך פריש ארויפגעלייגט דעם פידיעף בראש פון די אשכול...ווייל די וואס איז אין דעת הקהל קען נאר ווערן געזעהן פאר שטים בארעכטיגטע!

יידל » דינסטאג פעברואר 19, 2013 4:31 pm

· #88805
מיין אנאליז:

באמת קום איך דא ווי א שירעם נאכן רעגן, נאך וואס די גדולי עמודי פאעזיע האבן שוין אפגעזאגט זייערע מיינונגען, קריטיק, קאמפלימענטן און הרגשים. נאר וואס דען? די אלע וואס האבן געשריבן אנאליזן און רעצענזיעס זענען דאך באמת מבינים צו פאעזיע. פון די שאר פשוטי העם וואס זענען נישט קיין מבינים האט כמעט קיינער זיך נישט אויפגעשטעלט זאגן זיין מיינונג. האב איך געשפירט א פליכט, במקום שאין איש, זאל כאטש איין נאוויס זאגן זיין אנאליז וכל העם ישמעו ויראו. און טאקע וויבאלד כ'בין דער קנאפער מבין וועל איך זיך נישט קאנצעטרירן אויף אזלעכע דערהויבענע ענינים ווי משקל און בתים, נאר כ'וועל זיך מער אפגעבן מיט די פשוט'ערע ענינים, ווי שעפערישקייט און הויעכע וואקאבולאר, ווערטער וואס גראמען, געדאנקן און אריגינאליטעט וכדומה. פארשטייט זיך אז פיל פון מיינע פונקטן וועלן זיין פשוטע חזרות אויף די נקודות וועלכע זענען שוין אויבן ארויסגעברענגט געווארן, ובזה יצאתי ידי חובת פלאגיאריזם והאומר דבר בשם אמרו.

נומער איינס, "ווינטער נאכט". עס גראמען יעדע צווייטע שורה, און פון גראם אויס איז עס זייער שיין, כאטש נישט פונקטליך (שווארצע - קורצע, ווינט - קינד, בלומען - באקומען, גלאט - ווייט). די מעשה איז אז די ערשטע 5 בתים האבן מיר מורא'דיג באיינדרוקט, אבער די אנדערע 7 נישט, כאטש עס באטראכט דעם ווינטער פון אן אינטערעסאנטן פערספעקטיוו. די סיבה איז מסתמא (אזוי ווי איינער האט שוין אויבן דערמאנט) וויבאלד עס איז א נייטראלע טאפיק. מה שאין כן די ערשטע 5 בתים ברענגן אריין מער מיסטישע געפילן מיטן דערמאנען די שדים, גייסטער, טייוולען און יענער וועלטישער געשריי. א סקרוך איז מיר דורך אין די ביינער ביים ליינען די שורות, און דאס פארבינדן די העכערע כוחות מיט דאס פייף פונעם ווינט איז זייער הערליך ארויסגעברענגט געווארן. ווידעראום די אנדערע 7 בתים זענען גאנץ פשוט, און טראגן נישט אוועק דעם מענטש צו אן אנדערע פלאץ. נאך א געוואלדיגע נקודה: עס דערקענט זיך א שעפערישקייט אין אויסדרוקן און לאו דוקא ווען ס'קומט צוניץ ביים גראם. (לדוגמא: שטראלן דינע צוגאסן, ס'שטרייטן גייסטער אפנים, זויגט בלוט די בלומען, א שטאלענער הימל.) לויט די משקל און נישט פונקטליכע גראמען וואלט איך געגעסט אז עס איז בן תמליון, נאר למעשה נוצט בן תמליון נישט געווענליך אזעלכע הויעכע אומבאקנטע אויסדרוקן.

נומער צוויי, "איך וויל מיין טאטן צוריק". יעדע שורה גראמט, און גאנץ פשוטע גראמען. כ'וואלט אפילו געזאגט אז ס'מער גראמען ווי פאעזיע. דער געדאנק אבער איז אן אינטערעסאנטער. צו נעמען א לידל פון א קליין אינגל אדער מיידל פארזינקען און זיינע/אירע צובראכענע געפילן ווען זי טראכט פון זיין/איר טאטן וועלכער איז גרויזאמערהייט אוועקגעריסן געווארן פון איר - דאס ברענגט ארויס זייער שטארקע געפילן ווען מ'קוקט פונעם קינד'ס פערסעפקטיוו. ס'האט מיר אביסל געבאדערט אז דאס פאעמע רעדט פון תפיסה. א קליין קינד פארשטייט נישט ווי אהין דער טאטע איז פארשוואונדן. אלץ וואס דאס קינד ווייסט איז אז דער טאטע איז אוועקגעגאנגען. פונעם קינד'ס שטאנדפונקט איז נישט קיין חילוק צו דער טאטע גייט אוועק ווייל ער גט זיין ווייב, ווערט איינגעזעצט אין תפיסה אדער ווערט נפטר. דאס קינד וויל זיין טאטע, פעריאד. דאס פאעמע וואלט געווען פיל הארציגער - אין מיינע אויגן - ווען עס רעדט נישט בלויז פון א טאטע וואס גייט זיצן. אבער אפשר איז דאס גופא געווען די כוונת המחבר, און טאקע אין ליכט פון די וועבערמאן פרשה. דאס מאכט מיך טראכטן אז דער פאעמע איז שמעקעדיג. (בן תמליון שליס איך אויס באזירט אויף זיינע שיר השירים פאעמעס.)

נומער דריי, "דער זארגלאזער אמאל". די משקל איז קונסטליך. צוויי שורות וואס גראמען איינס מיטן צווייטן, דערנאך א שורה, דערנאך נאך צוויי שורות וואס גראמען איינס מיטן צווייטן, און א זעקסטע שורה וואס גראמט מיטן דריטן שורה. די בתים זענען ווייטער זייער שיין. עס איז צעטיילט אין דריי פעריאדס. 6 בתים פאר יעדן פעריאד, 4 דערפון זענען אייגענארטיג און די לעצטע צוויי גייען איבער די זעלבע בתים אבער מיט וועריאציעס געוואנדן לויטן פעריאד. נישטא קיין גרויסע שעפערישקייט פון ווערטער און די גראמען זענען גאנץ פשוטע אבער די געדאנק איז א מעכטיגער, סיי מכוח אויסלייג און סיי מכוח אינהאלט! כ'האב א געפיל אז די פאעמע איז משה געציל'ס.

נומער פיר, "מיין פאסט קעסטל, מיין טרייסט". יעדע שורה גראמט מיט צוויי שורות דערנאך (שורה א מיט שורה ג און שורה ב מיט שורה ד). צוזאמגעשטעלט פון 11 בתים, 4 שורות יעדע איינע. א זיסער געדאנק און גראדע שטארק אריגינעל, וועלכע מאכט מיך טראכטן אז אפשר זאל איך שטימען דערפאר. דער מחבר האט גאנץ א גוטער שעפערישקייט אין ווערטער ווען עס קומט צו טרעפן ווערטער וואס גראמען, און דוקא אין א נישט ערווארטעטע ריכטונג. געווענליך זוכט מען ווערטער אין אידיש. אונזער מחבר האט נישט קיין פראבלעם צו נוצן "אינגלישע" ווערטער, (ענליך צו דער מחבר פון נומער 13, "יגיע כפיך כי תאכל, אשריך!", נאר יענער האט געשפירט פאר וויכטיג צו שרייבן די ווערטער אין ענגלישע אותיות). על זה הדרך טרעפן מיר אינפארמעישאן, אינוויטעשאן, אפפער און ביל. איך וואלט געזאגט אז דאס איז די ערשטע שטיקל פאעזיע פון דעם שרייבער וועלכע ער שטעלט ארויף אין קאווע שטיבל.

נומער פינף, "דאס הינער איי". שוין, מ'האט דאך שוין באזונגען דעם מחבר'ס בקיאות און אריגינעליטעט אזש ס'מיר גארנישט געבליבן וואס צוצולייגן. איך פערזענליך האב גאר שטארק הנאה געהאט דערפון און כ'גלייך זייער דעם סטיל. די גראמען זענען געווענליך, יעדע שורה גראמט מיט די קומענדיגע. לדעתי לדעתי איז דער מחבר נישט קיין אנדערער ווי אחד מגדולי השטיבל, יאיר זאל זיין געזונט. דאס בקיאות, די לייכטע הומאר, ס'שרייט ארויס פון זיך יאיר. אבער - עז אלוועז - איי מייט בי ראנג. אן ערנסטער קאנדידאט פאר מיין שטימע, פשוט אלס די אריגינעלע געדאנק און די שווערע ארבייט וואס איז אריינגעגאנגען מלקט צו זיין די מקורות.

נומער זעקס, "דאס בלעטל, מיין שפיגל". די משקל איז על אותו הדרך פון נומער 4. דער געדאנק איז היבש אריגינעל, און ס'הערט זיך ווי א לעמאן-דזשוס'ישער פאעמע. די שטרעכל נאך די פרעפיקס "גע" (ווי "גע'גלעט"), שטימט אויך מיט לעמאן דזשוס. די ווערטער זענען נישט מחודש'דיג, אבער די געדאנק ווערט זייער שטארק ארויסגעברענגט און איז, ווי מ'רופט עס "א פאוערפול שטיקל".

נומער זיבן, "איך בין הייליג!". א פשוט'ער משקל. דער געדאנק איז מעסיוו!! און די חידוש שבו איז געוואלדיג. עס ברענגט זייער גוט ארויס זיין נקודה, און הונטער די גראמען ליגן אסאך באהאלטן. לולא דמסתפינא וואלט איך מסכים געווען צו יאנקל'ס באהויפטונג אז דאס מייסטערהאפטיג שטיקל איז נתחבר געווארן דורך דעם גברא רבא, איש האשכולות המכונה קאווע טרינקער. נאר היות איך האב אויך א שטיקל ספק אז נומער 13 איז מעשי ידי ר' קאווע טרינקער וועל איך מיך צוריקהאלטן פון זאגן מיט א זיכערקייט אז 7 איז טאקע דעם רבי'נס. דאס באקומט א זיכערע שטימע פון מיר וויבאלד די געדאנק און וויאזוי עס ווערט ארויסגעברענגט איז סיי שארף און סיי הומאריסטיש. און צום בעל מחבר וויל איך בעטן א בקשה: ווי וואנט מאר. שרייב אפטער אזעלכע שטיקער!

נומער אכט, "איפכא מסתברא!". כ'האב שוין געשריבן אז איך גיי משוגע פאר "איפכא מסתברא", און שמעקעדיג האט מיך שוין געטשעלענדזשד כ'זאל מסביר זיין וואס ליגט אונטער איפכא מסתברא. עס איז שווער מסביר צו זיין. לאמיר נאר שרייבן אפאר נקודות. די ערשטע נקודה איז, עס גראמט נישט. און דאס שטיקל איז אזוי גוט אז כ'האב ניטאמאל געכאפט אז עס גראמט נישט, ווי לאנג כ'האב אנגעהויבן זוכן וועלכע משקל עס האט! צו נעמען נישט גראמענדע ווערטער און מאכן דערפון אזא הערליכער שטיקל פאעזיע איז א קונץ! די צווייטע נקודה: דער פאעמע כאפט אן פשוט'ע הנחות און פרעגט "רבי לעבן אפשר פונקט פארקערט". עס מאכט טראכטן איבערן מענטשליכן שיקזאל, דאס לעבן געלויף און אזוי ווייטער. די דריטע נקודה, עס פארמאגט שעפערישע אויסדרוקן. "פארפאלן אין פוילקייט", "שטיין-קאלטע מציבות", "גוף-גרויס", "טויטע צייט-שכנים" וכו'. די געדאנק וועלכע ווערט ארויסגעברענגט דערמאנט מיר זייער שטארק דעם בלאג פאוסט נאר דארט איז אין פראזע און דא אין פאעזיע. מיין געס איז אז דער מחבר איז פשוט-קאמפליצירט. נומער אכט באקומט מיין ערשטע שטימע בלי ספק.

נומער ניין, "צוזאמען". א קורצער שטיקל, פשוט'ער אויסלייג. עס איז גאנץ קורץ און כאטש פאר זיך איז עס א שיין שטיקל ארבעט, איז עס אבער נעבעך אריינגעפאלן צווישן 15 אנדערע שטיקלעך, לענגערע און גרעסערע וועלכע ווארפן איר אין שאטן. כ'האב שטארק הנאה געהאט פון איינס פאר די לעצטע בית: צוזאמען קענען מיר אלעס אין די וועלט אויספירן/דער הימל איז דער גרעניץ שטערנס וועלן מיר רירן. עס האט גערירט די סטרונעס פון מיין הארץ. נאר א שאד אז דער מחבר האט נישט צוגעלייגט נאך אפאר שורות מיט ענליכע געדאנקען, דאן וואלט עס ווען געקענט זיין אן ערנסטער קאנדידאט פאר מיין שטימע.

נומער צען, "מחה תמחה". באשטייט פון צוויי גראמען (שורה 1 און שורה 2, שורה 3 און שורה 4) און א פיפטע שורה אלץ פזמון וועלכע ווערט איבערגע'חזר'ט אין יעדן בית. די געדאנק איז זייער אריגינעל, אבער עס וואלט מסתמא מער געקענט ערפילן דעם תפקיד אלס הומאריסטישער ארטיקל ווי אלץ פאעמע. דער סאציאלער קריטיק - ווי יואליש האט שוין ארויסגעברענגט - איז אויך א פיינער געדאנק. עס איז אביסל צו קורץ, עס איז דא נאך אסאך חומר אריינצושטעלן צווישן פינפטן און זעקסטן בית, פאר מ'קומט צו אז דער גוי האט זיך אליינס גע'הרג'ט... זייער זיס, שעפעריש מצד דעם געדאנק, גארנישט ספעציעל מצד די ווערטער אדער גראמען.

נומער עלף, "קינות גירושין", פארלאנגט א תגובה הראויה להתכבד בה פאר זיך. עס איז משוגע צו ווערן די געדאנקען און הרגשים וואס זענען אלץ אריין אין דעם פראזע-פאעזיע און עס ברענגט ארויס שטארקע מיטגעפיל אינעם ליינער צום מחבר. דער שטיקל האט נישט קיין משקל און די שורות גראמען נישט. ווי איינער האט שוין געשריבן אויבן, ווען נישט די פסוקים, וואלט עס נישט געווען פאעזיע בכלל. איך מיין אז דער שטיקל איז פון הב"ש. מי יתן אז דער שרייבער פון נומער צוועלף זאל איבערשרייבן דעם קינות אויף א שטערקערן פאעטישער סטיל, דער רעזולטאט וועט בוקע רקיעים זיין!

נומער צוועלף, "צעריסענע בענקשאפט". גראמען, אין כדוגמתה. די משקל גייט דריי שורות גראמען נאכאנאנד, דערנאך שורה 4, און נאכאמאל דריי שורות גראמען נאכאנאנד און שורה 8 וועלכע גראמט מיט שורה 4. שורות 2 און 3 און שורות 6 און 7 זענען קורצע שורות, בעת 1, 4, 5 און 8 זענען אביסל לענגער. די קריעטיוויטי איז געוואלדיג. די געדאנק איז אויך זייער שיין, כאטש נישט מורא'דיג אריגינעל. די נקודה ווערט ארויסגעברענגט זייער קלאר און שארף און די געפילן וואס דער מחבר האט געהאט ביים שרייבן די ווערטער גיסן זיך איבער פון די ווערטער. דער שרייבער איז גאנץ ווארשיינליך אחד ומיוחד מחכמי השטיבל, ה"ה יאנקל.

נומער דרייצן, "יגיע כפיך כי תאכל, אשריך". דער אריגינעלער געדאנק איז סיי הומאריסטיש און סיי בייסיג. געשריבן על דרכו פון קאווע טרינקער (כאטש כ'בין מער נוטה אז קאווע טרינקער האט געשריבן "איך בין הייליג"). דער משקל איז זייער סימפל, אבער עס נעמט גארנישט אוועק פונעם שארפקייט און זיסקייט.

נומער פערצן, "ואיני יכול לנגוע בך". קורץ און שארף (אפשר אביסעלע צו קורץ), פון איינער וואס איז נישט צו רגיל אין פאעזיע - ווי ער איז אליינס מעיד אויף זיך. די גראמען זענען נישט פונקטליך (לדוגמא: תדרוש, בית מדרש) אבער גאנץ געשמאק. די משקל איז אז שורה 1 גראמט מיט שורה 3 און שורה 2 מיט שורה 4. עס איז צו קליין דן צו זיין איבער די שעפערישקייט שבו, אבער כ'האב הנאה געהאט פון דעם אוסדרוק "פאעזיע טאנץ", און דאס פאראידישען דעם ווארט trance צו טרענץ.

נומער פופצן, "שרייב און שרייב, און לעהז שטיקלעך!!". איז געוואלדיג! א שטארקע קאנדידאט פאר מיין שטימע. די משקל איז גאנץ פשוט און אזוי אויך די גראמען, אבער די געדאנק שיש בו משום חידוש און די אופן וויאזוי עס ווערט ארויסגעברענגט איז גאונ'יש. זאל איך זאגן אז דאס האט קופערניקוס געשריבן? גאנץ מעגליך. איך וואלט מער געדארפט מאריך זיין אויף דעם שטיקל, אבער הזמן קצר און בעל הבית דוחק, איך האב דאך נישט א גאנצן טאג צו שרייבן.

כ'האף אז איר האט הנאה געהאט פון מיין דעת-בעל-הבית'ישער אפיניען, און כ'האף אז איך האב קיינעם נישט באליידיגט מיט מיינע אנאליזן. יעצט עלמער הערן וואס לעמאן דזשוס האט צו זאגן אויף מיין רעצענזיע...

יידל » דינסטאג פעברואר 19, 2013 4:36 pm

· #88806
יעצט זע איך אז מ'האט ארויפגעלייגט די נעמען פון די באטייליגטע און פארמעסט! ס'א שטיקל חוצפה, לעמאן דזשוס. אבער אז צוויי האבן געשריבן צוויי דאן איז מיין מיינונג אז 7 און 13 זענען ביידע די ווערק פונעם באגאבטן קאווע טרינקער.

לעמאן דזשוס » דינסטאג פעברואר 19, 2013 4:37 pm

· #88808
יידל
יעצט זע איך אז מ'האט ארויפגעלייגט די נעמען פון די באטייליגטע און פארמעסט! ס'א שטיקל חוצפה, לעמאן דזשוס. אבער אז צוויי האבן געשריבן צוויי דאן איז מיין מיינונג אז 7 און 13 זענען ביידע די ווערק פונעם באגאבטן קאווע טרינקער.


פארוואס א חוצפה?? ס'איז די לעצטע טאג, און איך האב עס איבערגערעדט מיט אסאך אנדערע!! די נעמען צייגן גארנישט אויף גארנישט....


דיין אנאליז איז געוואלדיג יעדעס ווארט א פערל!!! און דארף צונומען ווערן, כאב אבער נישט איצט קיין צייט, וועלמיר עס לאזן אויף שפעטער

משה געציל » דינסטאג פעברואר 19, 2013 4:47 pm

· #88810
Wow! Wow! Wow
ממש צודרייט צו ווערן פון טאלאנט וואס מיר פארמאגען דא!
מיט אזא קלארקייט אנאלאזירן שטיקל ביי שטיקל?! הפלא ופלא!

בן תמליון » דינסטאג פעברואר 19, 2013 4:49 pm

· #88813
יידל א נחת צו ליינען אייער אנאליז ווי אויך אלע אנדערע. איך מיין עס וועט קיינעם נישט באדערן איך האב מער הנאה געהאט פון די אנאליזן ווי די פאעמעס גופא.

יעצט בעת נעילת שער מיין איך איך מעג זאגן איר זענט נישט אויפן מארק מיטן פרובירן צוטרעפן די מחברים עכ"פ וואס אנבאלאנגט לי הקטן בנו של תמליון הגדול, און איך האב א חשד איר זענט ראנג מיט די אנדערע מחברים אויך. וועט זיין א שטיקל סורפרייז מיין איך היינט נאכט.

דער פארמעסט איז געווען א אומגלויבליכער סוקסעס קען מען שוין יעצט זאגן, אלע שרייבער אנאלאזירער וכל חברי בית קאווינו ובראשם לעמאן זשוס זענען געווינער. איך בין חושד דער קומענדיקער פארמעסט איז נישט צו ווייט אוועק.

משה געציל » דינסטאג פעברואר 19, 2013 4:50 pm

· #88814
לעמאן דזשוס
יידל
יעצט זע איך אז מ'האט ארויפגעלייגט די נעמען פון די באטייליגטע און פארמעסט! ס'א שטיקל חוצפה, לעמאן דזשוס. אבער אז צוויי האבן געשריבן צוויי דאן איז מיין מיינונג אז 7 און 13 זענען ביידע די ווערק פונעם באגאבטן קאווע טרינקער.


פארוואס א חוצפה?? ס'איז די לעצטע טאג, און איך האב עס איבערגערעדט מיט אסאך אנדערע!! די נעמען צייגן גארנישט אויף גארנישט....


דיין אנאליז איז געוואלדיג יעדעס ווארט א פערל!!! און דארף צונומען ווערן, כאב אבער נישט איצט קיין צייט, וועלמיר עס לאזן אויף שפעטער

ג״א מצטרף צו לעמאן דזשוסע׳ס באשלוס, ער האט נעכטען געפרעגט ביים עולם צו ער זאל עס ארויס לייגן, דער עולם האט נישט ריספאנדעט, שתיקה כהודעה... חוץ מזה איז עס אינטערעסאנט צו לאזן דעם עולם שפעקאלירן די לעצטע פאר שטונדען פונעם פארמעסט.

יידל » דינסטאג פעברואר 19, 2013 4:55 pm

· #88818
אקעי, באזירט אויף די נעמען פון די מחברים וואס לעמאן דזשוס האט ארויסגעגעבן פריצייטיג לייג איך צו די פאלגענדע השערות צו מיין אנאליז. נומער 2 (איך וויל מיין טאטען צוריק) איז ברסלבער, נומער 5 (הינער איי) איז בענדזשאמין פרענקלין און שהי פהי איז דער מחבר פון נומער 15 (באזירט אויף זיין אונטערשריפט).

---
בן תמליון האקט און זאגט אז איך בין אףף מארק לגביו. אקעי, כ'האב דאך מסייג געווען מיינע ווערטער און געזאגט אז די לשון איז העכער ווי בן תמליון'ס געווענליכער לשון. איך בין אבער מסכים אז איך וועל זיין סורפרייזט היינט נאכט. איך בין נישט קיין גרויסער מבין צו לינגוויסטיקס.

פשוט-קאמפליצירט » דינסטאג פעברואר 19, 2013 5:04 pm

· #88823
יידל
נומער אכט, "איפכא מסתברא!". כ'האב שוין געשריבן אז איך גיי משוגע פאר "איפכא מסתברא", און שמעקעדיג האט מיך שוין געטשעלענדזשד כ'זאל מסביר זיין וואס ליגט אונטער איפכא מסתברא. עס איז שווער מסביר צו זיין. לאמיר נאר שרייבן אפאר נקודות. די ערשטע נקודה איז, עס גראמט נישט. און דאס שטיקל איז אזוי גוט אז כ'האב ניטאמאל געכאפט אז עס גראמט נישט, ווי לאנג כ'האב אנגעהויבן זוכן וועלכע משקל עס האט! צו נעמען נישט גראמענדע ווערטער און מאכן דערפון אזא הערליכער שטיקל פאעזיע איז א קונץ! די צווייטע נקודה: דער פאעמע כאפט אן פשוט'ע הנחות און פרעגט "רבי לעבן אפשר פונקט פארקערט". עס מאכט טראכטן איבערן מענטשליכן שיקזאל, דאס לעבן געלויף און אזוי ווייטער. די דריטע נקודה, עס פארמאגט שעפערישע אויסדרוקן. "פארפאלן אין פוילקייט", "שטיין-קאלטע מציבות", "גוף-גרויס", "טויטע צייט-שכנים" וכו'. די געדאנק וועלכע ווערט ארויסגעברענגט דערמאנט מיר זייער שטארק דעם בלאג פאוסט נאר דארט איז אין פראזע און דא אין פאעזיע. מיין געס איז אז דער מחבר איז פשוט-קאמפליצירט. נומער אכט באקומט מיין ערשטע שטימע בלי ספק.


ע-העם. שקויעך פאר דעם שיינעם, דורכדרינגליכן אנאליז.

ס'איז ביי מיר נישט קיין ספק אז דער אייגנטליכער מחבר קוועלט פון דיין מיינונג און געשמאק 😂

יידל » דינסטאג פעברואר 19, 2013 5:25 pm

· #88839
איי עם גלעד!

יידל » דינסטאג פעברואר 19, 2013 5:26 pm

· #88840
משה געציל
לעמאן דזשוס
יידל
יעצט זע איך אז מ'האט ארויפגעלייגט די נעמען פון די באטייליגטע און פארמעסט! ס'א שטיקל חוצפה, לעמאן דזשוס. אבער אז צוויי האבן געשריבן צוויי דאן איז מיין מיינונג אז 7 און 13 זענען ביידע די ווערק פונעם באגאבטן קאווע טרינקער.


פארוואס א חוצפה?? ס'איז די לעצטע טאג, און איך האב עס איבערגערעדט מיט אסאך אנדערע!! די נעמען צייגן גארנישט אויף גארנישט....


דיין אנאליז איז געוואלדיג יעדעס ווארט א פערל!!! און דארף צונומען ווערן, כאב אבער נישט איצט קיין צייט, וועלמיר עס לאזן אויף שפעטער

ג״א מצטרף צו לעמאן דזשוסע׳ס באשלוס, ער האט נעכטען געפרעגט ביים עולם צו ער זאל עס ארויס לייגן, דער עולם האט נישט ריספאנדעט, שתיקה כהודעה... חוץ מזה איז עס אינטערעסאנט צו לאזן דעם עולם שפעקאלירן די לעצטע פאר שטונדען פונעם פארמעסט.

האט נישט אנאנים פראטעסטירט? דער אמת איז אז כ'האב נישט באמערקט אז ער האט נעכטן געפרעגט. אז ער האט געבעטן רשות האט ער דאך רעכט.

געפילטע פיש » דינסטאג פעברואר 19, 2013 5:45 pm

· #88854
קודם כל וויל איך זיך אנטשולדיגן צו ערעב לימענע זאפט, איך האב עם געזאגט אז איך וועל פראבירן צו מאכן אן אנאליז מוצ"ש, אבער האמת אגיד, כ'האב אפילו נישט פראבירט. אויב האט איר שוין אמאל געהערט פון א רייטערס בלאק, איך האב געהאט א רידערס בלאק. כ'האב נישט געקענט ליינען די שטיקלעך, פאעזיע האט גערעדט צו מיר ווי מיסט פון א קאץ פון פאריעריגע שניי, ממילא האט מען געקענט קוועטשען און קוועטשען, קיין לעמאן דזשוס איז נישט ארויסגעקומען. אלזא, בעת נעילת שער איז דאס א שעת רצון, גיימער פראבירן צו לייגען מיינע דריי אהאלב קוואדערס, מיין אפגעריבענע דעת בעה"ב, ווייל עפעס אנדערש האב איך נישט. טאמער איינער פילט זיך געטראפן פון מיין אזוי גערופענע אנאליז זאל ער עס אנהענגען אין מיין אומבאהאווענטקייט אין פאעזיע, ווי ענדערש אין זיין שטיקל. מ'וועלמיר מאכן בקיצור נמרץ, די ווייב רופט אהיים.

#1 ווינטער נאכט!
איך ווייס נישט, ווערטער קענען זיין געקיצעל ביז איבערמארגן, אבער מיינע געפילן זענען זיך געזעצן געמיטליך, קיין ריר נישט געגעבן, און ביי מיר מיינט א גוט שטיקל עפעס וואס בארירט מיר, מאכט מיר וויינען, לאכען, ארויסגיין פון התפעלות. סארי.

#2 איך וויל מיין טאטן צוריק!
בארירענד, שיין, איידל, ארויסברענגענדיג נישט א נייע פערספעקטיוו, אבער זייער גוט ארויסגעברענגט. אבער, גאנץ פשוט, נישט אבסטראקט, די ערשטע מאל האט עס גערירט ביז טרערן, אבער ס'האט נישט די מוסיף והולך וואס איך זוך אין פאעזיע, אז יעדע מאל מ'לייענט עס זעט מען עפעס טיפערס.

#3 דער זארגלאזער אמאל!
זייער שיין, אינעם ערשטען שטיקל ברענגט דאס ארויס די עפיטאם פון שלוות הנפש, וואס קען דען זיין בעסער, יעדע פראבלעם, מ'געט א קרעכץ און די מאמע איז דא צו ווישן די טרער. דערנאך מיינט מען אז די שטיקל רעדט פון די חסרונות פון מערידזש, אדער פון אונזער סיסטעם גאר, און פליצלינג מאכט ער א שארפע רעכטס, און ווענדט זיך לאבינו שבשמים, הערליך.

#4 מיין פאסט קעסטל-מיין טרייסט!
שיין, גרם לי להשפי"ג, לייקתי.

#5 דאס הינער איי.
גאונות צאמגעווארפן, מיין השערה איז אז ס'האט גענומען א פיינע פאר שעה צומצושטעלן, מיט אלע מראי מקומות. בעי' ביי די פרומע, ביצה ביי די קילע, פיין פיין.

שוין, מה לעשות, ממוז גיין, אפשר שפעטער ענדיגן, איך זע אז קיין חידושים צוצולייגן נאך אזעלכע אנאליזן פון גאוני שטיבלינו האב איך נישט, אלזא גיימער גיין וואוטן.

משה געציל » דינסטאג פעברואר 19, 2013 6:17 pm

· #88869
מיט נאך א קארגע פיר שעה צום פארמעסט געבליבן לאמיר דיר זאגן יידל; מיר האסטו אויך נישט צוגעטראפן... יעצט אויב דו ווילסט ברעך קאפ...

יידל » דינסטאג פעברואר 19, 2013 7:45 pm

· #88892
אוי וויי, ס'שטעלט זיך ארויס אז מיין פאלשע ענווה איז גאר געווארן ריאליטעט און כ'ווער געוואויר אז כ'פארשטיי באמת נישט צו קיין פאעזיע...

לעמאן דזשוס » דינסטאג פעברואר 19, 2013 7:50 pm

· #88895
יידל, איצט איז שוין נישט די שאלה אזוי ווייט דיין פארשטאנד אין פאעזיע, איצט איז עס אין סאציאלאגיע, פסיכאלאגיע, איך ווייס נישט פונקטליך וועלכע נאך אגיע.....דארפסט פרובירן צוצושטעלן א פנים צום שריפט!!!

לעמאן דזשוס » דינסטאג פעברואר 19, 2013 8:03 pm

· #88898
קופערניקוס מיר ווארטן נאך...

קאווע טרינקער » דינסטאג פעברואר 19, 2013 9:14 pm

· #88919
לעמאן, אפשר די חודש ניסן פארמעסט זאל זיין פון כתבי-ידות.
יעדער זאל שרייבען די זעלבע זאך, און יידל וועט דארפען מכוון זיין די שמות?

יידל » דינסטאג פעברואר 19, 2013 9:21 pm

· #88924
[ציטאט אראפגענומען]

יעצט? וואס האט יעצט פאסירט? איך האב מורא אז ענק האבן זיך אלע צוזאמגענומען בעצה אחת to pull my leg.

לעמאן דזשוס » דינסטאג פעברואר 19, 2013 9:45 pm

· #88933
נא, ווער נאך וויל אריינווארפן א מיינונג אינעם פאזל?!

יודן, זייט וויסן איך אזויווי אייך אלע האב קיין אהנונג די אויסגאנג פון די וואלן, נישטאמאל וויפיל ניקס עס האבן בכלל געשטימט, איין זאך זעה איך די פידיעף פונעם דעת הקהל פארום וואס איז נאר אפן פאר שטים-בארעכטיגטע איז אראפגענומען געווארן 53 מאל. אויב איז עס אן אנדייטונג איז די וואלן זייער סוקסעספול!!!

בענדזשאמין פרענקלין » דינסטאג פעברואר 19, 2013 9:55 pm

· #88936
אין עצה ואין תבונה נגד המכה הארורה הזאת.

יאיר » דינסטאג פעברואר 19, 2013 9:56 pm

· #88937
לעמאן דזשוס
נא, ווער נאך וויל אריינווארפן א מיינונג אינעם פאזל?!

איך!!!
איך האב א השערה אויף עטליכע פאעמס, און איך וויל זיי באלד שרייבן זען צו מיין רוח הקודש ארבעט.

לעמאן דזשוס » דינסטאג פעברואר 19, 2013 10:31 pm

· #88943
אנאנים, יא ס'האט זיך געלוינט צו ווארטן, איצט קען מען גיין שטימען מיט א רואיגקייט...

מאכסט א סופער דזשאב אזוי ווי תמיד!! דיין שפראך און קוק אויף א זאך איז עפעס....איך ווייס טאקע נישט וואס צו זאגן, איך גיי אויפזוכן אין מילון א נייע ווארט פאר דיר. און דיין אנאליז איז שרעקליך גוט און ווארעם אויפגענומען געווארן!!

מער שפעטער!

לעמאן דזשוס » דינסטאג פעברואר 19, 2013 10:42 pm

· #88945
יאיר
לעמאן דזשוס
נא, ווער נאך וויל אריינווארפן א מיינונג אינעם פאזל?!

איך!!!
איך האב א השערה אויף עטליכע פאעמס, און איך וויל זיי באלד שרייבן זען צו מיין רוח הקודש ארבעט.


יאיר, אייל דיך צו, ווייל די מידיא איז שוין אט גרייט מיט די אויסגאנג! אכציג פערצענט שטימען שוין אפגעציילט!

זר זהב » דינסטאג פעברואר 19, 2013 10:45 pm

· #88946
קופערניקס, גאר גוט! -- זיך אינמיטן געדאכט אז כ'ליין גאר א פאועם, נישט אן אנאליז..

יאיר » דינסטאג פעברואר 19, 2013 10:54 pm

· #88948
לעמאן דזשוס
יאיר
לעמאן דזשוס
נא, ווער נאך וויל אריינווארפן א מיינונג אינעם פאזל?!

איך!!!
איך האב א השערה אויף עטליכע פאעמס, און איך וויל זיי באלד שרייבן זען צו מיין רוח הקודש ארבעט.


יאיר, אייל דיך צו, ווייל די מידיא איז שוין אט גרייט מיט די אויסגאנג! אכציג פערצענט שטימען שוין אפגעציילט!

פארוואס מוז עס גיין אינאיינעם? מען קען קודם מעלדן וועלכע זענען די געווינער, און נאכדעם ווער עס זענען די מחברים. אפשר קען מען אפילו מאכן אן עקסטערער פארמעסט ווער עס קען צוטרעפן די מערסטע שטיקלעך 🙂.

לעמאן דזשוס » דינסטאג פעברואר 19, 2013 10:55 pm

· #88949
@יאיר, איך בין אין....איין פראבלעם-איך קען ליידער נישט אנטייל נעמען!!

דרך אגב, יידל וויזוי האסטו דיך אן עצה געגעבן למעשה? איך שטיי מיט דעם פראבלעם!

יאיר » דינסטאג פעברואר 19, 2013 11:31 pm

· #88964
לאמיר אנהייבן פרובירן צו אידענטיפיצירן די פארפאסער פון די שטיקלעך, איך וועל גיין שטיקל ביי שטיקל.
איך קלער אז דער צווייטער שטיקל, "איך וויל מיין טאטע", באלאנגט צו בן תלמיון. אויב נישט גייט עס צום אנאנים דקהילתינו. דזשאסט א געס.
דערנאך קלער איך אויב דער שטיקל "צוזאמען" באלאנגט צו ברסלב'ער.

זר זהב » דינסטאג פעברואר 19, 2013 11:41 pm

· #88965
13 איז קאווע

14 איז ראשאקול

זר זהב » דינסטאג פעברואר 19, 2013 11:51 pm

· #88967
יאנקל איז 1 אדער 12

יואליש » דינסטאג פעברואר 19, 2013 11:59 pm

· #88971
אויב "איפכא מסתברא" איז נישט פשוט קאמפלעצירט, וועל איך עסן מיין נאסע רעגן שטריימעל.

אז מ'קוועטשט אויס איפכא מתברא קומט ארויס פשוט קאמפלעצירט, און פארקערט פארקערט.

בן תמליון » מיטוואך פעברואר 20, 2013 12:16 am

· #88975
די רעזולטאטן איז א שיינע סורפרייז, גירושין מיט בענקשטאפט זענען די העכסטע!

זר זהב » מיטוואך פעברואר 20, 2013 12:17 am

· #88977
50 שטימען

לעמאן דזשוס » מיטוואך פעברואר 20, 2013 12:20 am

· #88979
זר זהב
50 שטימען


WםW

יאיר » מיטוואך פעברואר 20, 2013 12:29 am

· #88986
יידל
נומער פינף, "דאס הינער איי". שוין, מ'האט דאך שוין באזונגען דעם מחבר'ס בקיאות און אריגינעליטעט אזש ס'מיר גארנישט געבליבן וואס צוצולייגן. איך פערזענליך האב גאר שטארק הנאה געהאט דערפון און כ'גלייך זייער דעם סטיל. די גראמען זענען געווענליך, יעדע שורה גראמט מיט די קומענדיגע. לדעתי לדעתי איז דער מחבר נישט קיין אנדערער ווי אחד מגדולי השטיבל, יאיר זאל זיין געזונט. דאס בקיאות, די לייכטע הומאר, ס'שרייט ארויס פון זיך יאיר. אבער - עז אלוועז - איי מייט בי ראנג. אן ערנסטער קאנדידאט פאר מיין שטימע, פשוט אלס די אריגינעלע געדאנק און די שווערע ארבייט וואס איז אריינגעגאנגען מלקט צו זיין די מקורות.

שוין, כ'על מיך אויך מוזן צושטעלן צו די שורה פון אומגעלונגענע צוטרעפן פון יידל 😃. נישקשה, די קאמפלימענטן שמעקן מיר גאנץ פיין.

לעמאן דזשוס » מיטוואך פעברואר 20, 2013 12:29 am

· #88987
נאט אייך

וועלכע פיר פאעמעס זענען אייך דאס מערסטע געפאלן?

הסקר נגמר בתאריך דינסטאג פעברואר 19, 2013 10:35 pm


נומער 1 - ווינטער נאכט
12

נומער 2 - איך וויל מיין טאטן צוריק
15

נומער 3 - דער זארגלאזער אמאל
14

נומער 4 - מיין פאסט קעסטל מיין טרייסט
14

נומער 5 - דאס הינער איי
18

נומער 6 - דאס בלעטל מיין שפיגל
11

נומער 7 - איך בין הייליג
16

נומער 8 - איפכא מסתברא
9

נומער 9 - צוזאמען
6

נומער 10 - מחה תמחה
12

נומער 11 - קינות גירושין
20

נומער 12 - צעריסענע בענקשאפט
20

נומער 13 - ס'איז נאר די פאלשע
16

נומער 14 - ואיני יכול לנגוע בך
6

נומער 15 - שרייב און שרייב, און לעהז שטיקלעך
17

נולד מאוחר » מיטוואך פעברואר 20, 2013 12:31 am

· #88989
זר זהב
50 שטימען

נישט 206?

לעמאן דזשוס » מיטוואך פעברואר 20, 2013 12:34 am

· #88992
נולד מאוחר
זר זהב
50 שטימען

נישט 208?


208/4=52

לעמאן דזשוס » מיטוואך פעברואר 20, 2013 12:45 am

· #89000
האבן מיר די פיר געווינער!!!
הינער איי
18

קינות גירושין
20

צוריסענע בענקשאפט
20

שרייב שרייב
17


ווער פון אייך האט געשטימט פאר אט די פיר??!

יאיר » מיטוואך פעברואר 20, 2013 12:46 am

· #89002
איך טראכט אז נומער פיר - "דער פאסט קעסטל מיין טרייסט", געהערט מעגליך צו משה געציל. אויף "איך בין הייליג" וועל איך זיך אויך צושטעלן צו די מאסן וואס זאגן אז קאווע טרינקער איז דער מחבר. און היות קאווע טרינקער האט געשריבן נאך א פאעזיע (ווער דען אויב נישט ער?) טראכט איך אז ס'קען זיין "מחה תמחה". ווען איך וואלט געהאט גאטס וואלט איך געזאגט אז "ואיני יכול לנגוע בך" געהערט צו נישט קיין אנדערן ווי יידל, נאר אזוי ווי איך האב נישט די חוצפה צו זאגן אז א יודע הכל זאל שרייבן אויף זיך אזא פאעזיע, דעריבער טראכט איך נאר הויך און איך זאג נישט עכט מיין מיינונג. דער אנדערער קאנדידאט פאר דעם פאעזיע איז ר' בנימין.

לעמאן דזשוס » מיטוואך פעברואר 20, 2013 12:51 am

· #89006
רבותי איצט וועט מען דארפן שטארק שטארק אנאליזירן די אינטערעסאנטע אויסגאנג....

יאנקל איא?

געפילטע פיש » מיטוואך פעברואר 20, 2013 12:52 am

· #89008
יאיר
ווען איך וואלט געהאט גאטס וואלט איך געזאגט אז "ואיני יכול לנגוע בך" געהערט צו נישט קיין אנדערן ווי יידל, נאר אזוי ווי איך האב נישט די חוצפה צו זאגן אז א יודע הכל זאל שרייבן אויף זיך אזא פאעזיע, דעריבער טראכט איך נאר הויך און איך זאג נישט עכט מיין מיינונג.

געמאגט די זעלבע אבזערוואציע.

לעמאן דזשוס » מיטוואך פעברואר 20, 2013 12:53 am

· #89011
עפ"י בקשת אפאר חבירים דא, וועט מען לאזן דער עולם נאך אביסל שפעקולירן...

לעמאן דזשוס » מיטוואך פעברואר 20, 2013 12:59 am

· #89016
איך וויל נאר אין קורצן ארויסברענגן איין ווארט, זייער שנעל אן אבזערוואציע!!!

די וואלן, שפיגלען אפ אסאך פאקטארן פונעם ציבור שטימער. דהיינו דאס אז קינות גירושין האט אנגעצויגן אזוי הויך באווייזט קלאר אז דער ציבור האט הערצער פון פלייש און נישט פון שטיין, און אז דער מח איז נישט דער איינציגער וואס דאמינירט!!!

מען דערזעהט אזא שטיקל געשריבן מיט רויטע בלוט, געשריגן פון טיפן הארץ-גיט עס א באריר און מען גיבט אפ א שטימע


דאס אז אכט האט נישט אנגעצויגן באווייזט אז דער ציבור פארשטייט (נאכ)נישט צו די טיפסטע סארט פאעזיע פארעם וואס איז פארהאן, אויב איז 8 די טיפסטע סארט פאעזיע און איז ביי שטאפל 100 דאן וואלט איך געזאגט אז די וואלן ווייזט אז מיר שטייען ערגעץ ווי ביי 85 אין פאעזיע....בשם השם וועלן מיר זיך דערדראפן צו די גאר הויכע שטופעס און פארשטיין די אמת'ע עומק פון איפכא!!

דאס איז מיין אנאליז אין שנעל, וואס כאב געמוזט ארויסברענגן פאר אלעם!

יאיר » מיטוואך פעברואר 20, 2013 1:18 am

· #89029
איך הייב אן טראכטן צו ברסלב'ער אליין בכבודו ובעצמו איז נישט דער מחבר פון "דער זארגלאזער אמאל", און "צוזאמען" באלאנגט גאר צום אנאנים.

Starbucks » מיטוואך פעברואר 20, 2013 1:24 am

· #89033
איפכא מסתברא האט גערעדט צו מיר. שרייב ווייטער, הועווער יו אר.

געפילטע פיש » מיטוואך פעברואר 20, 2013 2:07 am

· #89045
איך האב מורא אז קרויס וועט מוזן מאכן א רעגן שטריימל סעיל אין די קומענדיגע טעג.

יאיר » מיטוואך פעברואר 20, 2013 2:08 am

· #89046
אויב איז איפכא מסתברא נישט פ"ק איז עס לכאורה הציץ. אבער איך קלער צו הציץ איז נישט דער מחבר פון די סאמע ערשטע שטיקל אדער גאר די לעצטע?

יאיר » מיטוואך פעברואר 20, 2013 2:44 am

· #89050
אוהב דעת
לענ״ד וויבאלד רוב וואטערס פון ק״ש זענען נישט דווקא די מורדיגע מבינים אויף פראזע פאעיזע גראזע וכו׳, וועלען זיי ענדערשט שטימען אויף די שטיקעל וואס האט זיי די מערסטע ארויסגענומען פון די כלים, און דאס וועט זיין לכאורה נומבער 11
דאס איז מיין נביאות

אוהב דעת'ס נביאות איז מקויים געווארן.

יידל » מיטוואך פעברואר 20, 2013 8:23 am

· #89068
כ'האב געמיינט אז כ'וועל אויפשטיין וועל איך שוין וויסן וויפיל פון מיינע נביאות'ער זענען מקוים געווארן. דערווייל זע איך אז לגבי אידענטיפיקאציעס זענען מיר נאך אין די דארק. לגבי געוואונער האב איך הנאה אז 2 פון די וועלכע כ'האב אנגעצייכענט אז די בעסטע שטיקלעך האבן אנגעצויגן די מערסטע שטימען. (אויף 5 און 15 האב איך געשריבן: אן ערנסטער קאנדידאט פאר מיין שטימע.)

יידל » מיטוואך פעברואר 20, 2013 8:44 am

· #89070
עס שטעלט זיך יעצט ארויס אז די געדאנק צו באהאלטן די רעזולטאטן ביזן אויסגאנג איז געווען א געניאלע אויסטרעף, כה לחי פאר דער וואס איז אויפגעקומען מיט דעם און פאר די הנהלה פארן דאס אימפלימענטירן!
בלאט: 1 2 3 4 5 6