☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מיין שלום בית געשיכטע

מיין שלום בית געשיכטע

394 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3076
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8

היימישער ליטוואק » מיטוואך אפריל 10, 2013 10:30 am

· #103200
בדחן, ביטע עלעבארעיט ע ליטל. גיב אונז דא א באריכט מיט מער פרטים. וואס הייסט העצע קעגן די מאן, דער פסיכאלוג וויל סתם אזוי אז ס'זאל זיין גיטין צווישן אידן, אדער ער האלט אז אין דער פאל/פעלער *דארף* מען זיך גט'ן?
מ'האט נישט געגעבן אפוינטמעןטס ווייל מ'האלט אז דער אינגערמאן האקט סתם אין קאפ, אדער ווייל מ'וויל איהם לערנען טאנצן, אדער סתם ווייל זיי האבן נישט גהאט קיין אוועילבל צייט-סלאט?
דאונט געט מי ראנג, איך בין נישט מפקפק אין דיינע מעשיות, איך וויל נאר הערן מער פרטים, אזוי וועלן אסאך זאכן קלאר ווערן

בדחן » מיטוואך אפריל 10, 2013 10:41 am

· #103202
איחוד פעלד
אויס מענטש
בדחן די חלומסט !
די ערשטע מעשה איז א דמיון און די צווייטע א פאנטאזיע
זיי מודה און זיי נישט קיין בעבי

ג"א מצטרף


ג״א מצטרף,

בדחן » מיטוואך אפריל 10, 2013 10:51 am

· #103208
היימישער ליטוואק
בדחן, ביטע עלעבארעיט ע ליטל. גיב אונז דא א באריכט מיט מער פרטים. וואס הייסט העצע קעגן די מאן, דער פסיכאלוג וויל סתם אזוי אז ס'זאל זיין גיטין צווישן אידן, אדער ער האלט אז אין דער פאל/פעלער *דארף* מען זיך גט'ן?
מ'האט נישט געגעבן אפוינטמעןטס ווייל מ'האלט אז דער אינגערמאן האקט סתם אין קאפ, אדער ווייל מ'וויל איהם לערנען טאנצן, אדער סתם ווייל זיי האבן נישט גהאט קיין אוועילבל צייט-סלאט? דאונט געט מי ראנג, איך בין נישט מפקפק אין דיינע מעשיות, איך וויל נאר הערן מער פרטים, אזוי וועלן אסאך זאכן קלאר ווערן


מיר אינגעלייט ווייסן נישט דערווייל די קלארע סיבה, אבער ווי עס זעט אויס, לויט ווי מיר פארשטייען עס, אז ער האט א מיינונג אז מען דארף פייטן פאר פרויען רעכטן און ער האט אן אבסעשען דערמיט, און וויבאלד ער איז משוחד צו פייטען פאר פרויען און ער זוכט זיך אנצונעמען פאר זיי, פארנאכלעסיגט ער זיינע פליכטן און ער גייט זייער איינזייטיג, און איינמאל ער איז מחליט אז די פרוי האט א צד וועט ער זיך אננעמען פאר איר און איר אויפבויען, און אינגאנצן מער נישט קוקן אויפן מאן'ס זייט.

אויס מענטש » מיטוואך אפריל 10, 2013 10:52 am

· #103209
בדחן! בדחנייהו דבדחנאי היינו שבחייהו

איחוד פעלד » מיטוואך אפריל 10, 2013 10:57 am

· #103213
דאס איז אמת, אז אסאך פין די וואס טוהן אין די ענינים האבען א נגיעה צו די פרויען, אז זיי זענען מער גערעכט לכתחילה, און אויב זאל דער מאן ארויס גערעכט, מוז ער האבען פיל מער הוכחות צו דער אומגערעכטיקייט פין דער צד שכנגד ווי א פרוי.

אבער דאס קומט נישט צו צו דער מעשה פין דער אשכול.

היימישער ליטוואק » מיטוואך אפריל 10, 2013 11:15 am

· #103223
@בדחן, און אפשר איז זי באמת גערעכט?
סוף כל סוף ביסטו דאך דעם מאן'ס חבר, אפשר זעהט א אומפארטייאישער קאונסלער זאכן אביסל אנדערש ווי דו?

בדחן » מיטוואך אפריל 10, 2013 12:16 pm

· #103249
אנטשולדיגט, אבער איך וויל נישט אריינגיין און די שלום בית קעיס,
איך האב בסך הכל געשריבען אז איך האב מיר איבערצייגט אז זיין מעשה איז זייער מעגליך אמת, און מיר האבן געהאט די זעלבע עקספיריענעס.

אויס מענטש » מיטוואך אפריל 10, 2013 12:20 pm

· #103251
און איך האב אמאל געהערט א גוט ווארט פון א גוט זאגער {בדחן בלע"ז}, אזוי ווי יענס איז נישט אמת, איז דאס אויך נישט אמת. ודו"ק ותשכח וד"ל

בדחן » מיטוואך אפריל 10, 2013 1:41 pm

· #103295
אויס מענטש
און איך האב אמאל געהערט א גוט ווארט פון א גוט זאגער {בדחן בלע"ז}, אזוי ווי יענס איז נישט אמת, איז דאס אויך נישט אמת. ודו"ק ותשכח וד"ל


און איך האב אמאל געזען א מענטש מיט א ליידיגע באלי העכער זיין אקסל (אינו בר נש בלע״ז) זאגט שלעכט, קריכט אויף די נערמאלע, און האט די וויצען פון כתה ד׳,

אויס מענטש » מיטוואך אפריל 10, 2013 1:56 pm

· #103309
בדחן
און איך האב אמאל געזען א מענטש מיט א ליידיגע באלי העכער זיין אקסל (אינו בר נש בלע״ז) זאגט שלעכט, קריכט אויף די נערמאלע, און האט די וויצען פון כתה ד׳,


גם אני בחלומי

קוק וואס פאר א מענטש "באס דרייווער" איז געווען, געשריבן א מעשה מיט טרערן, זענען געקומען א פאר קאנספיראציע ליבהאבער, און געטעה'ט נע אלעס איז א קאנספיראציע, און אים שטיל געמאכט, אבער ער האט מקיים געווען דעם ומושמע ודומה ומשא.
און ראו מה בין באס דרייווער לבדחני, ער רעגט זיך אויף, און שרייט אויף יעדן אשר מסביביו, שלש פעמים בכל תגובה.
קאם אן ! גיב עפעס צו זאכליך צום שטיבל.
ביי
ולא להתראות

בדחן » מיטוואך אפריל 10, 2013 1:59 pm

· #103312
ח"ו, ווער רעגט זיך אדער שרייט?
נאכדעם וואס ביזט מיר נאכגעלאפן איינמאל און נאכאמאל האב איך בסך הכל פארציילט נאך א אינטערסאנטע זאך וואס איך האב געזען.

הוגה » מיטוואך אפריל 10, 2013 2:51 pm

· #103350
גם אני בחלומי האב שוין מיטגעהאלטן אפאר אזעלכע מעשיות. מיר זעהט אויס אז דאס האט גארנישט מיטן זיך אננעמען פאר פרויען רעכטן וכדומה. די פאר פרשיות וואס איך האב מיטגעהאלטן האט עס געהאט צוטון מיט א.ג. "אידישקייט" און תורה.

ווען א פרוי נוצט אזעלכע טענות אז איר מאן איז א באם, ער איז נישט אפגעהיטן, ער וויל מאפיל בטליתו זיין אדער אז ער זאגט נישט קיין תורה ביים טיש, וועלן געוויסע פרומע עקספערטן אטאמאטיש נעמען איר צד.

די עקספערטן ווילן די לעגיטימאציע און רעספעקט פון די רבנים און רעדל פירער אז זיי זאלן שיקן מער קעיסעס צו זיי און זיי קענען נישט עפארדן צו באקומען א נאמען אין גאס אלץ א ליבעראלער.

נאכאמאל, איך האב אליינס מיטגעהאלטן עטליכע קעיסעס ווי עס האט שוין געהאלטן כמעט ביי א גט און איין פאל ווי עס איז געווען א גט.

אין איין פאל איז א פארפאלק געשיקט געווארן צו א באקאנטע עקספערט ווייל די פרוי האט פארלאנגט צו שיקן די קינדער אין נישט אזעלכע פארפרומטע מוסדות ווי די מאן האט געוואלט, די רב/עקספערט האט אנשטאט פרובירן אויסצוארבייטן א פארשטענדעניש צווישן די פארפאלק לטובת די פינף אומשולדיגע קינדער, געגעבן הונדערט פראצענטיגע שטיצע נאר פאר די מאן. די שלום בית דארט איז נאך נישט מסודר אבער צו דעם עקספערט גייען זיי שוין נישט.

דאס איז זייער נפוץ. מען דארף אבער וויסן אז עס זענען יא דא גוטע מענטשן וואס טוען די ריכטיגע זאך, און מען דארף זיך נישט שעמען נאר זיך גוט ארום פרעגן איידער מען גייט צו איינעם.

כלל גדול, אויב נעמט ער באלד אן איין צד זאלסטו אפטראגן פון אים ווי שנעלער, האב נישט מורא פון זיינע סטראשעס.

לעיקוואד » מיטוואך אפריל 10, 2013 4:22 pm

· #103417
נישט נאר בעניני יידושקייט, נאר בכלל, רוב היימישע 'שלום בית מאכערס' זענען מער 'מחנכים' ווי שלום בית מאכערס. אנשטאטס אננעמן די חילוקים צווישען די פארפאלק אלץ א given און זעהן אויב מקען עפעס אויסגלייכען צווישען זיי. זענען זיי ביזי מחליט זיין ווער סאיז גערעכט און צווינגען דער צווייטער פארטיי זיך צו טוישען און ווערן אזויווי זיי האלטן פאר ריכטיג. דאס איז אפשר זייער שיין, אבער דאס האט גארנישט מיט שלום בית. דאס איז די דזשאב פון א משגיח אין ישיבה, נישט פון א מערידזש קאונסלער. וקיצרתי ביותר.

קאווע טרינקער » מיטוואך אפריל 10, 2013 4:48 pm

· #103427
לעיקוואד
וקיצרתי ביותר

במקום שאמרו להאריך אסור לקצר.

היימישער ליטוואק » מיטוואך אפריל 10, 2013 4:54 pm

· #103432
@לקוד, איז דאס נישט זייער דזשאב צו העלפן טוישן א שווערע פירסאנאליטי טרעיט, אדער איין אנגעגעסענע מידה רעה וועלכע שטערט דעם ספאוס?

שמעקעדיג » מיטוואך אפריל 10, 2013 4:58 pm

· #103435
ניין. אויסדרוקליך נישט.
אבער א קלוגער טעראפיסט וועט גורם זיין אז דער/די ספאוס מיט די מדה רעה זאל אליינס כאפן ווי שלעכט עס איז פאר זיי.
שלום בית מיינט נישט טוישן יענעמ'ס מדות, און נישט זיין ביזי מיט יענעמ'ס אידישקייט.

לעיקוואד » מיטוואך אפריל 10, 2013 5:09 pm

· #103437
דער דזשאב זיינער איז נישט צו דייעגנאזען און שופט זיין וועמענס פערסאנעליטי איז בעסער אדער שענער. נאר צו דייעגנאזען וואס טוט זיך מיט דער רילעישענשיפ. ער קען זאגען פאר איין צד אז דער צוייטער צד פאדערט ער זאל זיך אויפפירען צו זיי אנדערש אפשר. אבער נישט זאגען אז דיין סארט התנהגות איז נישט אויסגעהאלטן און דו דארפסט עס טוישען.
וכבר כתבתי כאן פעם, צו זאגען אז מדארף האבען בעסערע מידות דארף איך נישט קיין שלום בית מומחה. דאס וייס איך שוין אליינס אז א צדיק מיט גאלדענע מידות און א גלענצענדיגע פעסרסאנעליטי וועט האבען שלום בית. אויב דער טעראפיסט'ס מהלך איז צו פראבירען מאכען יעדער איינער דער מענטש זאל ער עפענען א בית המוסר און פראבירען מאכען דער עולם פאר צדיקים. אויב פארקויפט ער זיך אלס שלום בית מומחה דארף ער פארשטיין וויאזוי צו פארעכטן א רילעישנשיפ אן מחזיר בתשובה זיין יעדער איינער זאלן זיין צדיקים. אז ער קען נישט איז נישט, ער זאל נישט קומען שפעטרע און בלייבען גערעכט -"איך האב דיר געקענט העלפן, נאר דו האסט נישט געוואלט מיטארבעטן", שכויעח, ווען איך וואלט דען געוואוסט ויאזוי צו זיין א צדיק גמור וואלט איך דאך שוין לאנג געווען, האסט מיר דאך גארנישט געהאלפן, נאר געהייסען. איך קען אויך הייסען פאר אבאס מיט ביבי שלום מאכען און ווען זיי פאלגען מיר נישט שרייען נו עטס האטס געקענט נאר עטס האט זיך נישט עהאלטן ביים פאלגן. די חכמה פון א שלום פארמיטלער איז נישט צו הייסען נאר צו טוהן אז די צדדים זאלן זיך קענען אויסקומען צווישען זיך.

שוין, איך שרייב דא אן א סדר סתם א rant, אויב איז דאס וויכטיגער פון צונעמן ר' מאטל זילבער דארף איך דאס שריבען און מסביר זיים באריכות יחסית באופן מסודר באשכול נפרד.

היימישער ליטוואק » מיטוואך אפריל 10, 2013 5:16 pm

· #103443
איך פארשטיי נישט וואס דו שרייבסט; זאל נישט א קאנסלער זאגן פאר דעם מאן דאס און דאס איז ראנג, למשל: שלאגן א ווייב, אדער זיצן אויף די אינטערנעט יעדע נאכט? זאל ער נישט זאגן פאר איר: אנשרייען דיין מאן איז נישט אויסגהאלטן, און ווערן אויפגערעגט ווייל דו האסט גבעטן עפעס און ער האט עס נאכנישט געטוהן, איז נישט ריכטיג?

לעיקוואד » מיטוואך אפריל 10, 2013 5:17 pm

· #103445
ניין.

שמעקעדיג » מיטוואך אפריל 10, 2013 5:18 pm

· #103446
לעיקוואד שרייבסט זייער גוט, מיט א גוטע סדר. וכל דבריך אמת וצדק.
(הגה: וכן אני נוהג)

לעיקוואד » מיטוואך אפריל 10, 2013 5:19 pm

· #103449
סאיז נישט זיין עסק אויב זיצען אויפ'ן אינטערנעט איז ראנג. (אגב, סנישט ראנג מער ווי ליינען א בוך, get this into your head people!) סאיז זיין עסק אויב א קאפל וואס דער מאן האט ליב צו שפילן אויף די נעט און די פרוי גלייכט עס נישט קענען ממשיך זיין לעבן מיט אהבה ואחווה.

היימישער ליטוואק » מיטוואך אפריל 10, 2013 5:31 pm

· #103459
ביסט ראנג אויף כמה קאונטס.
זיין עסק איז יא צו זאגן פארן מאן אז דאס איז ראנג, כלפי די פרוי.
זיין עסק איז אויך צו זאגן אז אויב לכבוד דעם וועט זי זיין באליידיגט אויף דיר, זאלסטו קיינעם נישט בליימען אויסער דיך אליינס. און נישט זי איז די וואס באגייט אן עולה נאר דו, וכידוע מה שכתב החזו"א באמונה ובטחון לגבי הלכות מלמדים.
(ס'איז יא מער ראנג ווי ליינען א בוק, ווייל דא קאמיוניקירסטו און דו פארטי'סט מיט אנדערע מענטשן אנשטאט דיין ווייב. געט דיס אינטא יור העד!)

לעיקוואד » מיטוואך אפריל 10, 2013 5:35 pm

· #103461
(צו שמועסען אויפן נעט איז נישט מער ראנג ווי שמועסען אין שול מיט זיינע חברים ווען ער גייט צו מנחה מעריב פאר דריי שעה.)

מיש מיר נישט אריין קיין חזו"א דא, שלום צווישען צוויי מענטשען גייט נישט צו מיטן פסקנען ווער סאיז גערעכט על פי הלכה (חוץ מזה וואס יענער חזון איש איז ראנג אן אל קאונטס סתם אזוי, ואכמ"ל) אדער על פי א שום זאך און זאגען ווער סאיז שולדיג. סנאך קיינמאל אין היסטאריע נישט געווארען שלום אויף אזא אופן. שלום ווערט פון פראבירען מקרב זיין את הלבבות.

town1 » מיטוואך אפריל 10, 2013 5:59 pm

· #103472
עס איז דא א געוויסע זאך וואס געוויסע מענטשן האבן ליב צו טון אין דאס וועט אנגערופן שלום בית טעראפיסטן, זיי האלטן נישט ביים גיין זיצן אין קוועטשן די צייט אין כולל, אין זיי האלטן אויך נישט ביים גיין ארבעטן, סתם גייען ליידיג לשם גיין ליידיג, עפענן זיי אויף א שיינע אפיס, אין פאררופן זיך אלץ שלום בית טעראפיסטן, אין נעמען אויף מענטשן אין זאגן זיי וואס מען דארף פארעכטען אין אידישקייט, אין געבן א שיינע מיסור שמועס פאר די מאן אדער די ווייב. ווענד זיך וועמענס נאז זיי האבן בעסער ליב, אין פארשטייט זיך אז זיי בעטן $200 א שעה,

היימישער ליטוואק » מיטוואך אפריל 10, 2013 6:01 pm

· #103474
צו שמועסען אויפן נעט איז מער ראנג ווי שמועסען אין שול מיט זיינע חברים ווען ער גייט צו מנחה מעריב פאר דריי שעה - עס איז אזוי ווי שמועסען אין א קלאב מיט זיינע חברים און חבר'טעס נאך חצות הלילה פאר א סאך מער ווי דריי שעה.

ביזט גערעכט אז אסאך מאל דארף מען מאכן שלום, אבער רוב מאל איז נישט די אישו שלום צו מאכן, נאר צו געבן א סענס פאר דעם קאפל וויאזוי זיך אויפצופירן ריכטיג. ביי "ריכטיג" מיין איך צו זאגן אז די פרוי מעג אינסיסטן אויף געוויסע זאכן און ער איז מחוייב אויפצוגעבן אויף געוויסע.

לעיקוואד » מיטוואך אפריל 10, 2013 6:45 pm

· #103487
היימישער ליטוואק
צו שמועסען אויפן נעט איז מער ראנג ווי שמועסען אין שול מיט זיינע חברים ווען ער גייט צו מנחה מעריב פאר דריי שעה - עס איז אזוי ווי שמועסען אין א קלאב מיט זיינע חברים און חבר'טעס נאך חצות הלילה פאר א סאך מער ווי דריי שעה.

ביזט גערעכט אז אסאך מאל דארף מען מאכן שלום, אבער רוב מאל איז נישט די אישו שלום צו מאכן, נאר צו געבן א סענס פאר דעם קאפל וויאזוי זיך אויפצופירן ריכטיג. ביי "ריכטיג" מיין איך צו זאגן אז די פרוי מעג אינסיסטן אויף געוויסע זאכן און ער איז מחוייב אויפצוגעבן אויף געוויסע.


איני מסכים בשום אופן, לא לחצי הראשון ולא לחצי השני. עס איז קיינמאלנישט די תפקיד פון א שלום בית מאכער צו געבן סענס פאר קיינער. אויב דאס איז זיין תפקיד זאל ער זיך רופען א רב א רבי א ראש ישיבה א משגיח א מדריך א דעות געבער, נאר נישט קיין שלום בית מאכער. ווייל דאס איז ער נישט. ודי בזה. איך האב נישט קיין כח זיך צו דינגען נאך צען מאל אהין און אהער.

יאיר » מיטוואך אפריל 10, 2013 7:26 pm

· #103494
לעיקוואוד, איך ווייס נישט ווי ווייט דו מיינסט עס, אבער איך זע נישט וואס איז ראנג מיט'ן מסביר זיין פאר'ן מאן אז טון כך וכך ברענגט אז דער שלום בית זאל גיין א גאנג. אויב ער זאגט עס בתורת מוסר בינו לבין קונו איז עס טאקע ראנג, און דעמאלט ביסטו גערעכט אז ער איז א טעראפיסט און נישט א מוסר זאגער אבער אויב ער זאגט עס בתורת עצה טובה בינו לבין אשתו כדי צו פארבעסערן די שלום בית איז גאנץ עפעס אנדערש, דעם טעראפיסט אינטערעסירט נישט ווער ס'איז בעסער אדער ערגער, אים אינטערעסירט דער שלום בית זאל ארבעטן, און צו דעם פעלט אויס צו ערקלערן דעם מאן אז כך וכך שאט צום שלום בית. פארשטייט זיך אז דאס דארף צוגיין מיט חכמה, אים געבן די טולס ווי אזוי זיך צו שטארקן וכדו', ווי די הלכות טעראפי בכלליות.

איחוד פעלד » מיטוואך אפריל 10, 2013 7:47 pm

· #103495
מר אמר חדא ומר אמר חדא ולא פליגי

ער רעדט ווען מען זאגט מוסר בין אדם לחבירו און ער רעדט ווען מען זאגט מוסר בין אדם למקום.

קלו ןקלו דברי שלום ואמת

היימישער ליטוואק » מיטוואך אפריל 10, 2013 8:00 pm

· #103502
לעקוואד,
דו האסט אזוי אפגענטפערט חצי הראשון ווי חצי השני.
איך ווייס נישט פארוואס דו ביסט אזוי עקסיידעד מיט דיין חלוקה צווישן טעראפיסט און משגיח. כאילו איינער זאגט אז דער טעראפיסט דארף זאגן מוסר לשם מוסר. ניין אבער ער דארף וויסן ווער עס איז שולדיג און ווער נישט, ווער איז דער וויקטים און ווער דער אביוזער. ווער שרייט אויף יעדע קלייניגקייט און ווער שרייט נאר ווען באו מים עד נפש.
דארפן נישט די אלע זאכן זיין געבויעט אויף א בעסיס פון אידענטיפייען וואס איז נארמאל/ריכטיג/איינגעפירט/עקספעקטעד/מוסר'דיג/אויסגעהאלטן?

מאטי » פרייטאג אפריל 19, 2013 10:29 am

· #106636
לעיקוואד אומר חדא, והיימישער אומר חדא. מי ביניהו?
אודאי איז לעיקוואד גערעכט אויב דער מאן האלט נישט ביים טוישן זיין מהלך אין וויל ווייטער פארברענגן א האלבענאכט אוף די נעט קומט דער שלום בית מאכער אריין אין בילד צו מקרב זיין לבבות למרות דער מאן האלט נישט ביים זיך טוישן.
און אויב געט ער דעמאלט אויף און נעמט זיך באשולדיגען איז ער א פרעכער שלעכטער מענטש וואס זיין סך הכל קרעדענטשיאלס איז באצאלן 15$ א וואך און צייטונג פאר א קלאסיפייד
אבער אויב מ׳קען אויפקלערן א מאן אז מיט אביסל מער עטענשאן צו איר קענסטו מאכן א דיפערענס און ער דערהערט דאס און איז אליין מחליט צו פארמאכן זיין אייפעד דאן זע איך נישט פארוואס לעיקוואד שפארט זיך אזוי אז דאס איז נישט דער ריכטיגער וועג. איך גלייב אז לעיקוואד וואלט זיך געשפירט ווייניגער באקוועים צו שמועסן מיט איינעם פנים על פנים ווען בשעת מעשה טייפט יענער אויפן סקרין .

ליפא » זונטאג מאי 22, 2016 9:13 pm

· #334090
<a class="postlink" href="http://mobile.nytimes.com/2016/05/22/fashion/marriage-breakups-separation.html">http://mobile.nytimes.com/2016/05/22/fa ... ation.html</a>

ליפא » מאנטאג מאי 30, 2016 9:54 pm

· #335419
Why u will marry the wrong person
<a class="postlink" href="http://mobile.nytimes.com/2016/05/29/opinion/sunday/why-you-will-marry-the-wrong-person.html">http://mobile.nytimes.com/2016/05/29/op ... erson.html</a>

געדאנקן » דינסטאג נאוועמבער 9, 2021 6:47 pm

· #485156
יעצט באמערקט דעם אשכול, א פחד פון א מעשה!

מיין אמת » דינסטאג נאוועמבער 9, 2021 7:16 pm

· #485162
ברסלבער
חזקיהו המלך
יעצט טאמער א פרוי לויפט יעדע מאנטיג אין דאנערשטאג צי איר טאטע, מיין איך איז עס אדער ווייל זי איז נאך א קינד, א בעבי, אדער איז איר מאן א בעבי אין זי שפירט נישט אז זי קען זיך אנלאנען אויך אים,
אזוי צי אזוי, קען מען אלעמאל אויפוואקסען......

דאס איז זייער ריכטיג, א פרוי וואס האט א מאן מיט א שטארקע כאראקטער, וועט נישט לויפן אזוי שנעל צו איר טאטע.

חוץ אויב איר טאטע קאנטראלד איר.

מיין אמת » דינסטאג נאוועמבער 9, 2021 7:18 pm

· #485163
הרב_שלום
עס איז זייער וויכטיג אויסצוהערן שלום בית שיעורים דאס קאסט פעניס מקען עס אפילו דאונלאודען בחנם אויף kolhaloshon.com
די שעורים איז א יסוד פארן לעבן פון א מענטש עס טוט צוריק האלטן אסאך צער און עגמת נפש אויף די עלטערע יארן

I don't think so
ריעל לייף איז אסאך מער קאמפליצירט ווי אלע שיינע שעורים.

לאמיר זאגן » מיטוואך נאוועמבער 10, 2021 11:26 am

· #485215
נארוואס געליינט דעם אשכול. א שרעק פון א מעשה!

איין זאך וואס איך זיכער געוואר געווארן דא אין דעם אשכול איז, אז עס זענען פארהאן מענטשן מיט עכטע שלעכטע מדות.

moneyminded » מיטוואך נאוועמבער 10, 2021 3:05 pm

· #485227
וואס טוט זיך מיטן באס דרייווער?

ערבי נחל » מיטוואך נאוועמבער 10, 2021 5:21 pm

· #485235
לאמיר זאגן
נארוואס געליינט דעם אשכול. א שרעק פון א מעשה!

איין זאך וואס איך זיכער געוואר געווארן דא אין דעם אשכול איז, אז עס זענען פארהאן מענטשן מיט עכטע שלעכטע מדות.

אך און וויי פאר איינער וואס דארף אנקימען צו קאווע שטיבל צו וויסען אז מענטשען האבן שלעכטע מידות
איך זע עס א גאנצע טאג

מצפצף » מיטוואך נאוועמבער 10, 2021 8:30 pm

· #485263
ערבי נחל
לאמיר זאגן
נארוואס געליינט דעם אשכול. א שרעק פון א מעשה!

איין זאך וואס איך זיכער געוואר געווארן דא אין דעם אשכול איז, אז עס זענען פארהאן מענטשן מיט עכטע שלעכטע מדות.

אך און וויי פאר איינער וואס דארף אנקימען צו קאווע שטיבל צו וויסען אז מענטשען האבן שלעכטע מידות
איך זע עס א גאנצע טאג

פארוואס אך און וויי?
לאקי הים אז ער באגעגנט נישט אזעלכע מענטשן טעגליך!.

Lesser » מיטוואך נאוועמבער 10, 2021 10:37 pm

· #485280
די גאנצע געשיכטע האט מיך געברענגט צו טרערן, איך האב שוין ליידער מיטגעהאלטן מעשיות וואס די האר פון קאפ קען זיך אויפשטעלען, פון די רשעות וואס מאכנע שלום בית מאכערס וכדומה טוהן אפ, והוא רחום יכפר.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך נאוועמבער 10, 2021 10:37 pm

· #485281
מצפצף
ערבי נחל

אך און וויי פאר איינער וואס דארף אנקימען צו קאווע שטיבל צו וויסען אז מענטשען האבן שלעכטע מידות
איך זע עס א גאנצע טאג

פארוואס אך און וויי?
לאקי הים אז ער באגעגנט נישט אזעלכע מענטשן טעגליך!.

לכאורה מיינט זי צו זאגן אז ס׳נישט מעגליך אינגאנצן אויסצומיידן דיזע מענטש, איז איינער וואס ס׳דאכט זיך איהם אז ער באגעגנט זיי נישט פעלט איהם אביסל IQ.

ערבי נחל » מיטוואך נאוועמבער 10, 2021 11:14 pm

· #485286
רביה''ק זי''ע
מצפצף
ערבי נחל

אך און וויי פאר איינער וואס דארף אנקימען צו קאווע שטיבל צו וויסען אז מענטשען האבן שלעכטע מידות
איך זע עס א גאנצע טאג

פארוואס אך און וויי?
לאקי הים אז ער באגעגנט נישט אזעלכע מענטשן טעגליך!.

לכאורה מיינט זי צו זאגן אז ס׳נישט מעגליך אינגאנצן אויסצומיידן דיזע מענטש, איז איינער וואס ס׳דאכט זיך איהם אז ער באגעגנט זיי נישט פעלט איהם אביסל IQ.

איך בין שוין געווארען א זי 👍

מיין אמת » דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 3:46 am

· #485297
לאמיר זאגן
נארוואס געליינט דעם אשכול. א שרעק פון א מעשה!

איין זאך וואס איך זיכער געוואר געווארן דא אין דעם אשכול איז, אז עס זענען פארהאן מענטשן מיט עכטע שלעכטע מדות.

צוויי מאל, איינס פון די מעשה אין די צווייטע א טייל פון די שרייבערס דא;

יואלמ » דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 4:21 am

· #536026
מיין אמת
לאמיר זאגן
נארוואס געליינט דעם אשכול. א שרעק פון א מעשה!

איין זאך וואס איך זיכער געוואר געווארן דא אין דעם אשכול איז, אז עס זענען פארהאן מענטשן מיט עכטע שלעכטע מדות.
צוויי מאל, איינס פון די מעשה אין די צווייטע א טייל פון די שרייבערס דא;
גם אני מצטרף. איך גלייב די מעשה און ס'איז נישט קיין שום חידוש פאר מיך. איך האב שוין ליידער געהערט פיל אזעלכע מעשיות.

Bus driver, I truly appreciate your journey.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8