☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מיין שלום בית געשיכטע

מיין שלום בית געשיכטע

394 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3076
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 12:26 am

· #94132
@מנהלרוחני, אויסגעצייכנט - ווי אלעמאל!!
האסט אבער פארגעסן נאך א וויכטיגע נקודה, אולי די וויכטיגסטע: דער לעזונג צום פראבלעם. מ'גיט קאמפלימענטן אויף די גוטע עסן און ריינע וועש און מ'ווארפט שטרענגע בליקן ווען זי זאגט עפעס קריטיק. אה, וועגן דעם טעראפיסט? שאקל נאר צו מיטן קאפ. דעטס אלל.

טעפל » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 2:38 am

· #94188
ר' באס דרייווער אונז זענען שטארק צוקלאפט ס'איז דא דא א שיינע פאר חברה וואס האבען נישט מטיל ספק געוועהן אין דיין מעשה, און געווארט מיט שפאנונג אויפן המשך און..אזא זעץ, געגעבען אן ענדיג צו ווי א באליידיגט קינד? אונז בעטען דיך שרייב כאטש די המשך פאר די חברה וואס זענען נישט מטיל ספק (מ'וועט צאמשטעלען א רשימה) אפילו אין אישי.

איחוד פעלד » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 8:11 am

· #94209
דער עולם גלויביגער דערמאנען מיר פין מיינע קינדער ווען זיי ליינען א שיינע נאוועל, און ווען איך זאג זיי אז די מעשה איז נישט אמת, וועלען זיי זיך טענה'ן אז עס איז יא, מען זעהט קלאר, און אפילו אויב נישט, זענען די פאקטען אמת, וכו וכו', שוין איך גיב איין, ווייל די קינדער ווילען עס זאל זיין אמת, זאל שוין זיין..

אלזא קינדערלעך, איך האב געמאכט א מיסטעיק, די מעשה איז אמת ויציב, טאקע א שאד עס זאל נישט זיין אמת.

Lexus » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 8:27 am

· #94210
I want to write a good story but FIRST we have to open a eshkol with the name " is the story true or not? " and everyone should comment if the story is true or not, and afterwards i'll start with my story,
i see that the coffee drinkers are blessed with ruach hakoydesh....

sunbar » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 9:54 am

· #94221
בעצם, וועמען גייט עס אן צו עס איז אמת צו נישט? איך האב ליב נאוועלס אויך!

טעפל » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 10:07 am

· #94227
ממי טייערער האסט איהם געלאזט אויסרעדען אויף איינע פון די טענות? מ'האט איהם גלייך אטאקירט און נישט געלאזט אויסרעדען, כ'זאג נישט איך האב אויך געוואונדערט אז ער האט אהן געטראפען אזויפיל מושחתים אין איין בלאק, ווען איך קען אסאך אסאך סיפורים פון אינגעלייט וואס זענען געהאלפען געווארען פון זיי, אבער חברה קודם לאזט איהם ענדיגען (אפילו באקען) און דערנאך זיך נעמען צו זיינע ביינער..

איך אויך » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 10:12 am

· #94234
האלסט אז ער איז לעקסוס?

און געלט וואס סאלווד א עקשניתדיגע רב/עסקן איז ליידער מעשים כמעט בכול יום (ספעציעל ווען עס קומט צו גט אישוס), בעסער געזאגט אסאך פון די מנוולים לייגן זיך לכתחילה נאר אריין דערין וועגן די גרינג געלט וואס מען קען ארויספרעסן פון א דעספערעט יונגערמאן/משפחה, און נאך מער וועל איך דיר זאגן רוב מאל וועלן זיי בודק זיין וועלכע צד האט מער געלט/פאוער פארן באשליסן אויף וועמענס צד צו זיין ,וואס מאכט דיר טראכטן עס איז נישט אמת.

איך אויך » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 10:43 am

· #94255
טראכט גוט אריין וועסטו זעהן אז אלע דיינע קשיות זענען נאנסענס כולם ישאם הרוח. איך בין נאר מלמד זכות אז ווארשיינליך האסטו נישט קיינע עקפיריענס מיט ענליכע קעיסעס, איך געב דיר א ברכה זאלסט אי"ה קיינמאל נישט וויסן.

אויס מענטש » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 11:01 am

· #94261
איך גלייב די מעשה צוליב א מיגו,
דער שרייבער וואלט גוט געקענט ענטפערן די אלע קשיות אפי' עס איז נישט אמת, איך וועל גיבן נאר איין ביישפיל, ואידך פירושא זיל גמור:
די מעשה מיט די שטרי בירורין, איז פשוט, ווייל אויב האט ער שלום געמאכט און ער קומט זיך אויס מיט זיין ווייב, וואס קען דען דער רב טוןן מיט פאפירן, די פאפירן זענען נאר גוט ווילאנג די פייט גייט אן און מען קען אים הייסן טו דאס און דאס, אבער איינמאל די פייט איז אווער, און די קאפל לעבט בשלום, וואס זאל יעצט דער יונגערמאן מורא האבן פון די שטרי בירורין, עס איז ווי א שירעם נאך א רעגן אדער ווי א דין תורה ביי א סכסוך.
אלא מאי דער יונגערמאן ווערט גוט פארלוירן אפי' ער קען פון מאל צומאל עפענען דעם פיסק זיינעם, "איך גיי גיין צו די פאליציי" אבער ווען מען דרייט זיך מיטן גיהנם אין איין דירה יעדע מינוט פון טאג, פארלאנג איך נישט קיין סאך קלוגשאפט און בפרט ווען מען האט אין פרידנסצייטן אויך נישט צופיל פון דעם.

אבער איין זאך איז קלאר, אינגעלייט וועלן זיך אויסטון און אראפלייגן אויף דער ערד, לאזן טרעטן און שפייען אין די קאשע, אבי עס זאל נישט הייסן אין די גאס אז ער האט שלום בית פראבלעמען וכש"כ וקל וחומר ער זאל נישט הייסן א גרוש.
און דער אמת איז אז מיר אלע וועלן אויך גיין היבש ווייטער ווי נארמאל צופרידן צו שטעלן די ווייב.

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 1:08 pm

· #94301
און איך גלייב די מעשה צוליב א מיגו,
מיגו דאי בעי שתיק!

איך אויך » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 1:12 pm

· #94303
וואו מען קען שוין באלד ארויסגעבן א באס דרייווער המבואר עם מפרשים ופשעטלך.

דעתי הענייה » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 1:42 pm

· #94325
איך פיל אז איך דארף עפעס זאגן, און אויב די אחראים פילן פאר וויכטיג עס אויסצומעקן, כל הכבוד.
עס איז נישט קיין סוד אז פק''ק קאווע שטיבל איז נתייסד געווארן אלס א תוצאה פון די אומנארמאלע אויפפירונג אויף אייוועלט.
דא דארף צו זיין א פלאץ ווי יעדער קען זיך אויסגעבן אהן פארשניטן ווערן, און פארשריגען ווערן, און, די אחראים טוען גאר א גוטע ארבעט אין דעם נושא.
אבער, מה הועילו חכמים בתקנתם, אויב מען באקומט דעם בליק, אז מען קען זיך נישט אויסגעבן דאס הארץ פאר חברים מקשיבים אהן באפאלן ווערן?
ניין, איך זאג נישט, און איך מיין נישט, אז מען זאל שאקלען יא אויף יעדער זאך, אבער, אזא פאל ווען איינער שרייבט זיינע מיטמאכנישען, איז נישט מער ווי נארמאל, מען זאל אים לאזן אויסרעדן, אפילו דו האלטסט אז ה' ירחם ער רעדט אויף די רבנים, וכו'.
העכסטענס, שיק אים על כל פנים קודם אן אישי, און הער וואס ער האט צו זאגן.
קען זיין איך בין ראנג, אבער דאס זיינע מיינע צוויי פרוטות.

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 1:48 pm

· #94330
ענטפער צו ממי שאמרו
וואס פארשטייסטו נישט? ס'איז געווען אין קאווע שטיבל א פארמעסט ווער ס'קען שרייבן שענערע פאעטרי. האט באס דרייווער געוואלט אנהייבן מיט א זעץ. ער'ט שרייבן א "טהריללער" און דער עולם וועט מיט שפאנונג מיטהאלטן די געשיכטע און אפשר אפווישן א פאר טרערן אויך. אונז זעמער נישט קיין אידענעס, ווןאס זאללן מיט קרעכצן און מיט וויינען.

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 2:06 pm

· #94348
אלס דער ערשטער אשר קרך'ניק וואס איז אריינגעשפרינגען און אפג'קיהלט די אמבטיה רותחת וועלכע באס-דרייווער האט אנגעהייצט, פיל איך א חוב קלארצושטעלן:
מיין תגובה האט גארנישט איינגעלייגט מיט דער פאקט אז ער האט גערעדט אויף רבנים. פון מיין זייט זאל ער דאס טוהן א גאנצן טאג און נאכט (נאר זיין שלום בית וועט דאן כאפן אן אמת'ע קלאפ...) איך, ווי אויך מערסטע סקעפטיקער דא, האבן בלויז גענומען די העזה פון טשעלענדזשן א ניי-געקומענע שרייבער ער זאל מודיע זיין צו ער שרייבט פיקשאן אדער נאן-פיקשן. דאטס אלל.

sunbar » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 2:18 pm

· #94356
איך האב איין טענה:

לאמיר זיך משער זיין אז דאס וואס ער שרייבט איז 100% אמת. יעצט לייגט אייך אריין אין זיין פלאץ. ער וויל נישט און ער האט קיינמאל נישט געוואלט אז מענטשן זאלן וויסן אז עס איז דא/געווען פראבלעמען מיט זיין שלום בית. א מענטש איז דאך אבער א מענטש, ממילא מוז ער זיך אויסגעבן. האט ער באשלאסן איין טאג אז ער וועט שרייבן זיין מעשה ערגעץ וואו מענטשן וועלן נישט וויסן ווער ער איז, און זיי וועלן עם געבן חיזוק, אדער ער וועט שפירן ווי א שטיין איז עם אראפ פון הארץ.

יעצט וואס איז געשען, ער איז געקומען דא אויף קאווע שטיבל, און ער האט אנגעהויבן שרייבן זיין איבערלעבענישן ווארטענדיג אויף חיזוק. אנשטאט דעם, הייבט מען עם אן באפאלן אז עס איז נישט אמת אא'וו. יעצט לאמיר זאגן אז ער וואלט יא מגזים געווען. דאס נעמט אוועק פון זיין ווייטאג? פרובירט זיך משער צו זיין א מינוט ווי אזוי איר וואלט געפילט.

איחוד פעלד » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 2:35 pm

· #94377
sunbar
איך האב איין טענה:

לאמיר זיך משער זיין אז דאס וואס ער שרייבט איז 100% אמת. יעצט לייגט אייך אריין אין זיין פלאץ. ער וויל נישט און ער האט קיינמאל נישט געוואלט אז מענטשן זאלן וויסן אז עס איז דא/געווען פראבלעמען מיט זיין שלום בית. א מענטש איז דאך אבער א מענטש, ממילא מוז ער זיך אויסגעבן. האט ער באשלאסן איין טאג אז ער וועט שרייבן זיין מעשה ערגעץ וואו מענטשן וועלן נישט וויסן ווער ער איז, און זיי וועלן עם געבן חיזוק, אדער ער וועט שפירן ווי א שטיין איז עם אראפ פון הארץ.

יעצט וואס איז געשען, ער איז געקומען דא אויף קאווע שטיבל, און ער האט אנגעהויבן שרייבן זיין איבערלעבענישן ווארטענדיג אויף חיזוק. אנשטאט דעם, הייבט מען עם אן באפאלן אז עס איז נישט אמת אא'וו. יעצט לאמיר זאגן אז ער וואלט יא מגזים געווען. דאס נעמט אוועק פון זיין ווייטאג? פרובירט זיך משער צו זיין א מינוט ווי אזוי איר וואלט געפילט.



די פראבלעם איז אז די מעשה האט נישט קיין הענט און קיין פיס. אין הכי נמי, עס איז דא פאקטען אין די מעשה וואס ענדליך צו דעם איז שוין געשעהן, אבער מען דארף געדענקען אז אויף געמאכטע מעשיות האבען א חותם, א חותם וואס מען קען זעהן אז די מעשה איז "לכאורה" נישט געשעהן.

ווען א מעשה איז אמת, קען מען אויך פרעגען קשיות, אבער א אלע קשיות האבען תירוצים, ווייל דער אמת איז אמת. משא"כ א מעשה וואס איז שקר, דארף מען אויפמאכען נייע שקרים צו מאכען תירוצים אויף די קשיות, און אין לדבר סוף, ביז דער שקר ווערט נראה לעין.

דא אין אונזער פאל, האט זיך באס דרייווער "באליידיגט" כאילו, און וויל אפילו נישט ענטפערען, ווען די מעשה איז אמת, וואלט ער געהאט תירוצים אויף יעדעס קשיא, תירוצים וואס זענען מתקבל על הלב. למעשה איז נישטא קיין תירוצים. און די שקר איז נראה לעין.

יעצט איז אזוי. איך האב נישט קיין שום פראבלעם ווען איינער שרייבט א מעשה, און איז משנה אפאר פרטים, מהיכי תיתי. אבער א מעשה שלא היה ולא נברא איז א שטיקעל עוולה. דא אין ק"ש דרייען זיך פלענטי אינגערלייט, און לאמיר זאגען איינער וואס זיין ווייב וועט אים כאפען קוקען פארנאגראפיע, און זי רופט אירע טאטע, וועט ער ניצען דער מעשה אלץ א פראטאטייפ, ווען דער גאנצע מעשה און מהלך איז לא היה ולא נברא. ער קען סטראשען וועגען טוישען די שלעסער און דאס קען אים ערגער מאכען, ער קען מורא האבען צו רעדען מיט א רב, מיט א עסקן, און דאס קען אים ערגער מאכען פי כמה. עס איז פאר מיר א חוב, ארויסצוברענגען פאר יעדעם, אז די מעשה איז לדעתי נישט אמת, אזוי אז קיינער זאל זיך נישט מאכען קיין מסקנות פין די מעשה, און ארויסנעמען עצות און טיפס אין ריעל לייף וויאזוי אומצוגיין.

sunbar » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 2:38 pm

· #94380
עס האט נישט קיין הענט און קיין פיס?
פליז עלעבארעיט

איחוד פעלד » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 2:43 pm

· #94385
אנגעהויבען אז א פרוי רעדט מיר איר טאטע גלייך ווען ער כאפט איר מאן ביי אביסל פארנאגראפיע,
זאגט אים אפילו גארנישט.
א שווער וויל גלייך א גט.
דער רב ארבעט מיט מיט דער שווער.
דער רב דרייט אים א ספאדיק.
דער שלום בית מאכער שלעפט אים ארום וואכען לאנג, בשליחות פין דער טאטע, און לאזט אים נישט אויסרעדען, אהן ארויסהאבען זיין מטרה.
נאך א רב.
נאך א שלום בית מאכער וואס איז קאראפטירט.

די אלע זאכען געשעהן נישט.

מאטי » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 2:44 pm

· #94388
דארף מען אריין קלערן צו קאווע שטיבעל האט א דין ווי א support group ווי מגעט נאר חיזוק without judgment
אדער ווי א blogspot וואס איז אפען צו יעדער נושא פאר דיבאטע, איך נויג להקל.
סאיז דא אנליין support groups אז איינער גייט אריין און א פיש סטאר זאל נישט קאמפלעינען אויף די גראך
באס דרייווער nothing personal

sunbar » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 2:53 pm

· #94396
איך קען פערזענליך איינער וואס די ווייב האט עם געכאפט מיט די זעלבע עבירה. זי איז אויך געלאפן צו איר טאטע, אבער ער האט עס מסדר געווען און דער אינגערמאן ווייסט נאך אלץ נישט אז יין שווער האט געוואוסט דערפון. איז פארוואס קען דאס נישט זיין?

איך קען ווייטער אנדערע אידן וואס מאכן צרות פאר זייער איידעם אז מען זאל זיך גט'ן, און זיי טרעפן רבנים וואס זאלן זיי העלפן מיט דעם. יא, עס זענען דא אסאך רבנים אזוי. איך רעד פון עקספיריענס.

gehlungen » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 3:12 pm

· #94417
moti107
דארף מען אריין קלערן צו קאווע שטיבעל האט א דין ווי א support group ווי מגעט נאר חיזוק without judgment
אדער ווי א blogspot וואס איז אפען צו יעדער נושא פאר דיבאטע, איך נויג להקל.
סאיז דא אנליין support groups אז איינער גייט אריין און א פיש סטאר זאל נישט קאמפלעינען אויף די גראך
באס דרייווער nothing personal

Sorry but all this cynicism & all this unfair debating on BUSDRIVER'S cheshbon is not supposed to be here. It's supposed to be in his ishey 😞

באס דרייווער » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 3:46 pm

· #94430
איך זיע איך בין דא מיס אריין געפאלען איך מיז מיר יעצט שטיין און אופווייזען מיין נאמנות

יעדער וואס קיקט דע קשיות זיעט ווי מען האט זיך ארויף געכאפט א שטרוי

בפרט ממי שאמרו קשיות איך קודם געטרייי צי ענטפערן פרעזענליך אבער נאכן דורך טיען זיינע שאלות זיע איך פשוט אז אים פעילט עפעס אנדערש
יעצט איחוד קשיות באמת האב איך אים געהאלטן אלטס מער פארשטייער, איך וואלט קיינמאל נישט געהאלטען אז ווערט פרעגען אזעלעכע קשיות
אבער לאמיר מיר טרייען אויפציווייזען מיינע נאמנות

אנגעהויבען אז א פרוי רעדט מיר איר טאטע גלייך ווען ער כאפט איר מאן ביי אביסל פארנאגראפיע,
זאגט אים אפילו גארנישט.
איז דיעס נישט נארמאל פאר א יונגע פרוי גארנישט ציזאגען און לויפען גלייך צים טאטע

א שווער וויל גלייך א גט.
איך האב געשריבען אז ער האט געווארפען א שלעכט אויג תכף נאך דע חתונה

דער רב ארבעט מיט מיט דער שווער.
אויך נישט קיין נארמאלע זאך? א רב מיט וועים ער שוין גיט נאך אלטס בחור

דער רב דרייט אים א ספאדיק.
דע זעלבע ווי פריער

דער שלום בית מאכער שלעפט אים ארום וואכען לאנג, בשליחות פין דער טאטע, און לאזט אים נישט אויסרעדען, אהן ארויסהאבען זיין מטרה.
ער האט מיר יא ארויס גהערט אבער ערשט נאך צוויי סעשאן, איך קיינמאלנישט געשריבען אז האט מיר נישט אויסגעהערט

נאך א רב.
נאך א שלום בית מאכער וואס איז קאראפטירט

קען נישט זיין ? איך ווייס נאך 10 רבנים וואס זענען קראפטירט און איך מיין די ווייסט אויך ,גראדע אמאל האב איך נישט געוויסט

באמת האב איך נעכטען אפגעמאכט איך גיי מער נישט שריבן וועגן דיעם, נאר איך ווייס נישט איך האב נישט געקענט איינהאלטען
אדרבה איך בין גרייט צי רעדען מיט יעדען וועגען דיעם און אישי

איחוד פעלד » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 4:05 pm

· #94437
יישר כח פאר ענטפערען.

עוד חזון למועד.

עס קען זיין אין די ענדד וועל איך דיר מודה זיין.

זר זהב » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 4:12 pm

· #94443
איך האב מורא אז ממי שאמרו איז דער שווער

באס דרייווער » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 4:15 pm

· #94444
[ציטאט אראפגענומען]


אפשר וויל זיך איינע מיט אביסעל שכל מנדב זיין אים צי ענטפערן
ווייל איך קראך פין זיינע שאלות

טעפל » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 4:18 pm

· #94448
אונז זענען שוין דא אינגאנצען צומישט!! 🙄 🙄 🙄 😕 😕 😕 😕

אוהב דעת » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 4:21 pm

· #94449
this conversation will go on intill April 1 and then will be announced as aAprill foooollllll, have fun

בדחן » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 4:24 pm

· #94451
דעתי הענייה
איך פיל אז איך דארף עפעס זאגן, און אויב די אחראים פילן פאר וויכטיג עס אויסצומעקן, כל הכבוד.

עס איז נישט קיין סוד אז פק''ק קאווע שטיבל איז נתייסד געווארן אלס א תוצאה פון די אומנארמאלע אויפפירונג אויף אייוועלט.
דא דארף צו זיין א פלאץ ווי יעדער קען זיך אויסגעבן אהן פארשניטן ווערן, און פארשריגען ווערן, און, די אחראים טוען גאר א גוטע ארבעט אין דעם נושא.
אבער, מה הועילו חכמים בתקנתם, אויב מען באקומט דעם בליק, אז מען קען זיך נישט אויסגעבן דאס הארץ פאר חברים מקשיבים אהן באפאלן ווערן?
ניין, איך זאג נישט, און איך מיין נישט, אז מען זאל שאקלען יא אויף יעדער זאך, אבער, אזא פאל ווען איינער שרייבט זיינע מיטמאכנישען, איז נישט מער ווי נארמאל, מען זאל אים לאזן אויסרעדן, אפילו דו האלטסט אז ה' ירחם ער רעדט אויף די רבנים, וכו'.
העכסטענס, שיק אים על כל פנים קודם אן אישי, און הער וואס ער האט צו זאגן.
קען זיין איך בין ראנג, אבער דאס זיינע מיינע צוויי פרוטות.


דארפסט פארשטיין, פרי ספיטש גייט אויף ביידע וועגן, ער מעג זאגען וואס ער וויל, און אנדערע מעגן דעבאטירען ווי אזוי זיי פארשטייען,
ער ווערט גארנישט ווייניגער ווען מען פרעגט אים איבער און מען דעבטירט אים, ער ווייסט דאך במילא דעם אמת אז זיין מעשה איז אמת.......

שטעל זיך פאר ווען מען גייט אויף דיין מהלך און מען מעג נאר קאמענטירען אויף א געוויסע אופן... קען מען דאך צוריק גייט פון ווי מען איז געקימען.... 😳

בדחן » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 4:27 pm

· #94457
אויס מענטש
אבער איינמאל די פייט איז אווער איז עס ווי א שירעם נאך א רעגן אדער ווי א דין תורה ביי א סכסוך.



גוט.. אייגענס?

באס דרייווער » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 4:36 pm

· #94466
ממי שאמרו

איך בין געבליבן מיט דע צינג אינדרויסען מיט דע קשיא

מ'האט דיר אנגעטראגן א גרושה ווען דו ביסט נאך געווען חתונה געהאט? שוין א לאנגע צייט צוריק? דער מגיד שיעור האט דיר אנגעטראגן א גרושה און דו זאלסט איבער לאזן? וועם ווילסטו פארקויפן לאקשן?

איך טראכט ביי מיר ווי אזוי איך האב עס געקענט זאגען פאר מיין ווייב ווי אזוי זי האט נישט געכאפט אז עס נישט אמת

פארפאלען אינטערסאנט אז איחוד האט נישט געכאפט דע פשוטע קשיא

פיקציע » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 4:57 pm

· #94479
איך האב שוין גאר לאנג נישט געשריבען דא, איך גלייב אז א גרויס טייל שרייבערס וועלן ניטאמאל געדענקן אז איך בין אמאל דא געווען. אט די נושא, באס דרייווערס שלום בית נושא האט מיר געצווינגען צו נעמען די מיה זיך אריינצושרייבן אהער.

ובכן, איך קען נישט באס דרייווער, אזויווי איך קען נישט קיינעם פון די שרייבערס דא, אבער איך קען זיין געשיכטע גאר גוט. און ווי אנדערע האבן שוין געשריבן עס מוז נישט זיין אז עס איז 'זיין' געשיכטע אבער א פיקציע איז עס נישט!

איך ווייס נישט פון ווי עטליכע שרייבער דא נעמען די גאטס צו זאגן מיט זיכערקייט אז עס איז א פאבריקאציע, און די צייט וואס איך קען עדות זאגן מיט א זיכערקייט אויף די פולע ווארהייט, און ווי עטליכע האבן שוין מרמז געווען ווייסן זיי דאס פון עקספעריענס. נישט יעדער האט די קוראזש זיך ארויסשטעלן און איבערגעבן זיין פריוואטע ווייטאגליכע געשיכטע פאר די פובליק, און איך קוק שטארק ארויף אויף באס דרייווער פארן דאס יא טון.

פון איין זייט האבן מיר דא א איד וועלכע איז דורכגעגאנגען א שווערן פעקל (אדער באשרייבט ער איינעם וואס איז דאס דורכגעגאנגען), פון די צווייטע זייט איז פארהאנען -לכאורה - אומוויסענדע מענטשן וועלכע די געשיכטע לייגט זיך זיי נישט אויפן שכל אדער אויף די געפילן, און דעריבער פסל'ן זיי דאס תיכף אפ אלס פרעכע שקר.

אינדערצווישן זענען דא:
די וועלכע גלייבן בלינדערהייט דעם באס דרייווער, און ווילען אים געבן אן אויער און א פלייצע זיך אויסצורעדן.
די וועלכע גלייבן אויף זיכער די אומוויסענדע, און וועלן זיך אנכאפן אויף יעדן שטיקל קש ותבן צוליב זייער באגרעניצונג.
אזעלעכע וועלכע שרייבן אז זיי גלייבן נישט בלויז צוליב דעם וואס זיי גלייכן דעם טעמע און קענען באשטיין צו טאנצן אין שמוץ, טראץ וואס א צווייטענס פערזענליכע געפילן אינטערעסירט זיי קנאפ, דעריבער טשעלענדזען זיי דעם שרייבער כדי ער זאל אהן זיין ווילן ארויסגעבען אינפארמאציע וועלכע ער וואלט געוואלט האלטן פריוואט.
אזוי אויך זענען פארהאן אויף די וועלט אסאך איפכא מסתברא'ניקעס, וואס וועלן בלויז זאגן יא ווען איך וועל זאגן ניין.
און צום לעצט - ווי איך גלייב זענען רוב שרייבער אזוי - זענען די וועלכע ווייסן באמת נישט און פרובירן צו שטעלן די זאך אויפן פלאץ מיטן פרעגן אויפריכטיגע פראגן.

יידל » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 5:09 pm

· #94487
איחוד פעלד
אנגעהויבען אז א פרוי רעדט מיר איר טאטע גלייך ווען ער כאפט איר מאן ביי אביסל פארנאגראפיע,
זאגט אים אפילו גארנישט.
א שווער וויל גלייך א גט.
דער רב ארבעט מיט מיט דער שווער.
דער רב דרייט אים א ספאדיק.
דער שלום בית מאכער שלעפט אים ארום וואכען לאנג, בשליחות פין דער טאטע, און לאזט אים נישט אויסרעדען, אהן ארויסהאבען זיין מטרה.
נאך א רב.
נאך א שלום בית מאכער וואס איז קאראפטירט.

די אלע זאכען געשעהן נישט.

די אלע זאכן זענען מעשים בכל יום.

מזלטוב » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 5:15 pm

· #94493
איך ליין די גאנצע אשכול און קען נישט גלייבן ווי ביטער מענטשן קענען זיין. נישט גענוג ער האט דאס מיט געמאגט דארף ער נאך אויס שטיין א חקירה און מען זאל אים אויספראקן?????
פון מיין אייגענע עקספיריענס זענען דא רבנים און עסקנים וואס זענען נוטה שטארק צו איין צד. אדער מיינען זייער געלט. און טראכטן נישט פון די קאפל וואס פרעגלט זיך ביזדערווייל! איך בין באקאנט מיט א רב וואס פייניגט יעצט אזוי איין זייט פון די קאפל ווייל די צווייטע זייט האט אים משחד געווען!!!

איחוד פעלד » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 5:18 pm

· #94495
הגם לדעתי זענען רבנים אסאך מאל קאראפטירט וכו'. אבער איך וואלט זעהר געוואלט באס דרייווער זאל פורש בשם זיין דריי רבנים וואס זענען עלול אויף אזאנס.

אויס מענטש » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 5:20 pm

· #94496
אה איחוד יעצט פארשטיי איך דיין מהלך ...

אויס מענטש » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 5:22 pm

· #94498
[ציטאט אראפגענומען]

אדער אלץ בינה יתירה 😂

אויס מענטש » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 5:24 pm

· #94500
פיקציע א לייק פאר אלעס ביז די לעצטע שורה 👍
זייער זייער גוט ארויסגעברענגט

מזלטוב » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 5:29 pm

· #94501
איך קען נישט באס דרייווער און נישט זיין געשיכטע. אבער איך קען דיר יעצט געבן נעמען פון רבנים אין ארץ ישראל. און לאנדאן. וואס פירן זיך אזוי!! א אומגליק פארן דור אז ווער עס וויל רופט זיך עסקן/ שלום בית מאכער/ מבין וכו'

Lexus » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 5:33 pm

· #94503
If you will not stop to attack our dear bus driver will i put here the names of the rabunim that were involved!!!!
And to you bus driver, get all this bad people out from your bus now!

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 5:40 pm

· #94506
איך מיין אז באס-דרייווער האט חתונה געהאט מיט לעקסוס און ס'איז געווארן מזלטוב. ודוק.

Lexus » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 5:47 pm

· #94508
but when a heimishe got married with a litvak is also next step a 12 lines (get belaa"z) and from your language you seems to have a good sholom bayis....eh...eh..
So please tell us your story, we are here to help you

היימישער » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 7:05 pm

· #94536
איך האב כמעט נישט געליינט די אלע תגיבות נאר וואס די באס דרייווער האט געשריבען, און איך גלייב יעדעס ווארט, ווייל איך האב מיטגעהאלטן 2 גיטין און איך האב א ידיד וואס טוט אין שלום בית אן קיין געלט און ער דערציילט מיר אסאך מאל (פארשטייט זיך אן קיין נעמען) און די מצב איז אסאך ערגער ווי מען מיינט

יאיר » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 7:23 pm

· #94549
היימישער
איך האב כמעט נישט געליינט די אלע תגיבות נאר וואס די באס דרייווער האט געשריבען, און איך גלייב יעדעס ווארט, ווייל איך האב מיטגעהאלטן 2 גיטין און איך האב א ידיד וואס טוט אין שלום בית אן קיין געלט און ער דערציילט מיר אסאך מאל (פארשטייט זיך אן קיין נעמען) און די מצב איז אסאך ערגער ווי מען מיינט

שוין ווייטער מיט די אנאנימע שלום בית עסקנים. יעדער וואס האט א מעשה וואס איז ענליך צו דעם ווערט געבעטן מיט'ן גרעסטן כבוד עס ארויסצולייגן, וירא הקהל וישפוט. נישט ווארפן סטעיטמענטס אין די וועלט אריין.
אגב, איך זע נישט וואס איז די תועלת פון צו ממשיך זיין מיט די טענה'רייען אויב די מעשה איז יא אמת אדער נישט. איך גלייב נישט אז מען גייט דא איינעם קאנווינסן לכאן או לכאן, און פון די צווייטע זייט באגייט מען אן עולה לענ"ד אויף יעדן פאל. ודו"ק.

יונגערמאנטשיק » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 7:52 pm

· #94568
איך האב מיך יעצט דערמאנט אז נישט לאנג צוריק בין איך שטארק אראפגעריסן און פארדאמט געווארן פארן זיין סקעפטיש אויף אן ארטיקל פון א (דאן) נייע שרייבער. כאפט א בליק פון מיין תגובה און ווייטער, און זאגט מיר אויב איר זעהט נישט קיין היפעקריזם בתפארתו.

אויס מענטש » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 8:00 pm

· #94572
יונגערמאנטשיק
איך האב מיך יעצט דערמאנט אז נישט לאנג צוריק בין איך שטארק אראפגעריסן און פארדאמט געווארן פארן זיין סקעפטיש אויף אן ארטיקל פון א (דאן) נייע שרייבער. כאפט א בליק פון מיין תגובה און ווייטער, און זאגט מיר אויב איר זעהט נישט קיין היפעקריזם בתפארתו.

ביסט טויזענט פראצענט גערעכט וועגן דעם קען איך נישט פארשטיין ממי שאמרו.
וואס פאלט מיר נאר ביי איז, אז פון ממי שאמרו'ס התנהגות דא קען זיין אז דארט איז טאקע געווען אזוי ווי די האסט געזאגט.
ווי די גמרא זאגט כל הפוסל במומו פסול
חוץ פון דעם איז עס געווארן אזא סטייל לעצטענס, דא אין קאווע שטיבל, סיי ביי גלויבער ווען איינער האט אראפגעריסן די אלע הספדים, מען שרייבט פארקערט פון יעדן, און מען איז א הירא.

איחוד פעלד » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 8:04 pm

· #94573
אויס מענטש
אה איחוד יעצט פארשטיי איך דיין מהלך ...



אדרבה ברענג עס ארויס.

איך זעה עס ווערט דא א סומאטאכע.

נייע ניקס שפראצען ארויס ווי שוואמען נאך א רעגען..........

אלטע ניקס קומען צוריק.

ס'מיר גוט.

זייטס מיר געזונט.

איך האב שוין א מהלך, יענער רעדט פאר היץ. איינער וויל סתם אינפארמאציע. פליז.

מען איז נאר דן צו א מעשה ווי באס דרייווער לייגט אראפ געשעהט.

מאנכע זאגען אז גענוי אזעלכע מעשיות געשעהן יעדען טאג. לדעתי נישט. איך הער מעשיות כסדר, און אזאנס האב איך נישט געהערט.

ד.ה. אזוי.

אז א שווער זאל אמאהל וועלען א גט פאר גארנישט ווייל ער האט פיינט זיין איידעם, יא האב איך געהערט.

אבער אז דער רב זאל מיט אים מיט שפילען, ווען ער הערט אז דער אינגערמאן האט געהאט א קאמפיוטער מיט אינטערנעט, און העי, שטעלט ענק פאר, דער קאמפיוטער איז גאר געוועהן זיין ווייבס, זי האט געהאט אינטערנעט אהן א פילטער און דער מאן איז נכשל געווארען, און מען דארף אים גט'ן!!!

יא רבנים זענען רשעים וכו'. איך האב שוין געבעטעהן ברחמים ותחנונים, גיטס אהער נעמען פין ב"פ און ווילי און מאנסי, רבנים וואס ביהעווען כעין זה.

דערווייל האב איך נאר געהערט אז מען קען מיר געבען צען נעמען, אבער קיין איין נאמען איז נאך נישט ארויף אויף'ן טיש. סא פליז האקס נישט א טשייניק.

נאך כמה זאכען געבען דער איבל אז די מעשה איז פאבריצירט, איך וועל נאך אדורך גיין אי"ה בפרט קטן יעדעס איינס.

און דער עיקר דארף מען געדענקען, אוודאי קענען כמה פרטים פין די מעשה געשעהן, אבער נישט אלע פרטים צוזאמען, ווען עס שטעלען זיך צוזאמען דא צוואנציג מילתא דתמיהות ביי איין אינגערמאן.

איך רעד שוין נישט וואס פאר א טיפש דער "ניק" באס דרייווער מיז זיין, וואס פין דער גאנצער געשרייבעכץ דא זעהט ער מיר מער אויס ווי א טאלאנפולער שרייבער................... אקעי נו.

אבער טראכטס איבער די אלע מילתא דתמיהות, עס געשעהט נישט אויף איינמאל אז איינער זאל פארען אויף די באן און די באן זאל ווערען סטאק צען מאל, און ער זאל פארלירען די וועג, און זאל אריין בלאנדזשען אין א באר, און זאל זיך שלאגען מיט דער גארד, און מען זאל אים אפשניידען דער בארד, און צונעמען זיין בערזעל, און מען זאל אים אנהאקען די ביינער, און אהיים שיקען צוביילט און א קאר סערוויס. פרטים געשעהן דא און דארט אבער נישט אלעס אויף איינמאל.

איך אויך » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 8:06 pm

· #94576
אויס מענטש
יונגערמאנטשיק
איך האב מיך יעצט דערמאנט אז נישט לאנג צוריק בין איך שטארק אראפגעריסן און פארדאמט געווארן פארן זיין סקעפטיש אויף אן ארטיקל פון א (דאן) נייע שרייבער. כאפט א בליק פון מיין תגובה און ווייטער, און זאגט מיר אויב איר זעהט נישט קיין היפעקריזם בתפארתו.

ביסט טויזענט פראצענט גערעכט וועגן דעם קען איך נישט פארשטיין ממי שאמרו.
וואס פאלט מיר נאר ביי איז, אז פון ממי שאמרו'ס התנהגות דא קען זיין אז דארט איז טאקע געווען אזוי ווי די האסט געזאגט.
ווי די גמרא זאגט כל הפוסל במומו פסול
חוץ פון דעם איז עס געווארן אזא סטייל לעצטענס, דא אין קאווע שטיבל, סיי ביי גלויבער ווען איינער האט אראפגעריסן די אלע הספדים, מען שרייבט פארקערט פון יעדן, און מען איז א הירא.

יאפס מען מוז זיך איינמאל פאר אלעמאל אויסלערנן אז שטיבלנו המפואר איז הויפטזעטליך באזירט אויף דער פריציפאל פון Live and let live, יעדער ביי זיך מעג טראכטן וואס ער וויל כאוות נפשו אבער ברבים ביז מען מנפה זיין קריטיק (יעדע קריטיק אבער ספעציעל ביי סענסעטיווע מעשיות ווי מאלעסטעשן און שלום בית/גיטין) בי"ג נפה.

אויס מענטש » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 8:10 pm

· #94580
זייער גוט גענטפערט,
ארויף געברענגט א שטארקע טאפיק, אלטע ניקס נייע ניקס.
בראווא !
אבער דער עיקר, נעמען פליז, אן קיין זאפטיגע לשון הרע און אראפרייסן איינעם ביז אין תחתית אריין, איז נישט אינטרעסאנט.
גיב נישט אויף, ס'קען זיין סוועט דיר געלונגען.

איך אויך » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 8:10 pm

· #94582
איחוד צו דיר ספעציעל, עס קומט באלד די ספירה טעג איך וואלט דיר באטיטעלט מיט די ספירה עקלדיג שבעקלדיג אדער רשעות שברשעות טעיק יור טשויס.

ווי הארצלאז דארף מען זיין אזוי אריינצופארן איינער וואס גיסט זיך אויס די קישקעס מיט זיינע צרות?? Goes for you too mommy

איחוד פעלד » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 8:24 pm

· #94593
אויס מענטש
זייער גוט גענטפערט,
ארויף געברענגט א שטארקע טאפיק, אלטע ניקס נייע ניקס.
בראווא !
אבער דער עיקר, נעמען פליז, אן קיין זאפטיגע לשון הרע און אראפרייסן איינעם ביז אין תחתית אריין, איז נישט אינטרעסאנט.
גיב נישט אויף, ס'קען זיין סוועט דיר געלונגען.


אה פליז

הער אויף מיט די שטותים.

איך פארלאנג נישט זיינע רבנים, איך וויל וויסען סיי וועלכע רבנים וואס פירען זיך אזוי אויף.

גארנישט ראנג. (גראדע האלט איך אז עס איז נישטא, אבער ולטעמיך וכו').
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8