מיין שלום בית געשיכטע
394 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3076
מיין שלום בית געשיכטע
אזוי ווי דאס איז מיין ערשטע תגובה בעט איך אנטשולדיגט אויב עס נישט געשריבען כדבעי
כבוד הרב קינות גירישין.....איך מיז דיר גראטולירען פאר דיין שטארקייט
איין זאך וויל איך דיר בעטן, לאז וויסן אינזער עולם וואס ס'גייט פאר מיט די שלום בית מאכערס - און די רבנים, וואס מער ווי געלט און בעדראם סטאריס, אינטערסירט זיי נישט גארנישט
זיי האבען נישט קיין פראבלעם אז א אידישע שטוב זאל גיין דאון די דרעין
יעצט לאמיר דערציילען מיין סטארי כאטש עס איז שוין דורך א שיינע שטיק צייט רייסט עס מיר נאך ביים הארץ ווען איך דערמאן מיר.
באמת וואלט איך אויך געדארפט מאכן א פאזיע דערפון, נאר איך בין נישט אזוי געלונגען ווי דיר
קודם וויל איך אייך קלאר מאכן, איך בין נאך מיט מיין ערשטע ווייב מיט עטליכע קינדער קע"ה ב"ה, ביז 120 יאר.
נאר דער דורך גאנג, דאס איז געווען געפערליך
אנגעהויבן האט זיך עס מיט א קלייניקייט, זי האט געזען עפעס א נארישקייט ביי מיר און זי איז געלאפען גלייך צי איר טאטע אזוי ווי מען לערענט אויס אין בית רחל.
איר טאטע א פיסטער בעל גאווה איז גלייך געלאפען צי זיין רב וואס ער שטיצט כסדר און ביידע האבען מחליט געווען אז מען דארף אים אפגט'ן ח"ו,
כאטש מיר האבען שוין געהאט דעמאלטס 2 קינדער אבער יעצט איז די אלע זאכען געווען אירעלעווענט, זאלן זיי גיין און די ערד.
איך געדענק נאך ווי ער קאלט מיר אן איין טאג (איך האב נישט געוויסט א גאנצע צייט אז עפעס וועבט זיך דא, און אז ער ארבעט אינטער מיין ריקען) אז דאס איז עס איך זאל זיכען א צווייטער שטוב, און אז פונקט ווי מען קען חתונה האבען קען מען זיך גט'ן
איך האב נאך געהאלטען אין מיטן דאווענען ביי אהבה רבה, איך האב נישט געוויסט וואס איך טוה דא ווייטער, איך האב ניטאמאל געוויסט וואס איך האב ראנג געטוהן אז מען דארף זיך גט'ן
איך האב גלייך אויס געטוהן מיין תפילין, נישט אניאגענדיג צו פארענדיגן דאס דאווענען, און אהיים געלאפען
ווען איך קום אהיים, טרעף איך מיין ווייב וויינען אויפן טעלעפאן, זי רעדט צי איר טאטע, איך גיי גלייך צו צום ענין, "וואס גייט פאר? איך האב דיר עפעס געטשעפעט אדער וויי געטוהן?
זאגט זי מיר אז וויל נישט רעדן, איך זאל רעדען מיט איר טאטע!
זי האט מיר איבער געגעבען דעם טעלעפאן פון איר טאטע, און ער הייבט אן מיט קולות, איך ווייס פינקטליך ווער די ביסט! ביסט א מנוול! און נאך שיינע ווערטער.
ער לאזט מיר נישט קומען צום ווארט, וואס האב איך געטוהן?! למעשה האב איך געזען אז וועל מיט אים אינערגעץ נישט אנקומען האב איך אראפגעהאקט דעם טעלעפאן.
ערשט יעצט האב איך געזען אין וואספארא פעקל איך בין. ווואס טוה איך דא ווייטער? מיינע עלטערן האב איך געציטערט צי דערציילען (גיי ווייס פארוואס)
א שעה שפעטער קלינגט די טעלעפאן, מיין שווער'ס רב האט געקאלט, און זי וויל רעדען מיט איר
וואס זיי האבען גערעדט האב איך נישט קיין אהנונג, ווייל זי האט זיך איינגעשפארט אין איר רום, און גערעדט שטיל, אז איך זאל נישט הערן
און איך האב דעמאלטס זיך נישט געוואלט שלאגען מיט איר.
אזוי פיל האב איך געוויסט איך מוז רעדען מיט מיין שווערס רב, אגב ער האט זיך זייער גוט געהאלטען מיט מיר אויך.
איך קאל אים: אז דא רעדט דער אין דער, איך וואלט זייער זיך געוואלט טרעפען מיט אייך.
הייבט ער אן: ער זעט נישט וואס מען קען דא טוהן, זי וויל בשו"א בלייבען מיט מיר. זי האט שוין אפגעמאכט און גלייבט נישט אז מען זאל נאך קענען עפעס טוהן( אגב א גראבער שקר זי האט זיך בכלל נישט געוואלט גט'ן, נאר מיין שווער. און ער (דער רב) האט אויך געוויסט פון דעם)
למעשה נאך לאנג בעטען האט ער מסכים געווען אז קען מיר טרעפען באנאכט בערך 11 אזייגער.
איך האב געציטערט אז מען גייט טוישן די שלעסער. האב איך אזוי פיל געטוהן, איך האב געזאגט פאר מיין ווייב וויסן זאלסטו, די דירה איז מיינס! אויב די חלומ'סט צו טוישען שלעסער, ווייסטו אז איך האב קאנעקשאן צי דע 90'פריסנקט, און איך זאג דיר צו, "דו גייסט זיצן"
למעשה האט דעס געארבעט.
ביינאכט האב איך מיר געטראפען מיט אים הייבט ער אן מעשיות וואס זענען נישט געשטויגן, און נאכדעם פינקטליך וואס איך האב געטיען מיט מיין ווייב פשוט איך שפיר אז דא איז נישט דער פלאץ עס צי דערציילען
איך געדענק נאך ווי האב מיר געשעמט צי קוקען אים און פנים, ווען ער האט מיר איבער געזאגט, וויאזוי איך האב איר געבעטן אנצוטוהן וכדו'
איך האב שוין געטראכט, אקעי דאס איז עס, איך האב מיר גענומען וויינען, איך האב א גאנצע צייט געטראכט, איך גיי זיין א גרוש. פאר דעם איך געציטערט ווי פון טויט
אינמיטן האט ער געטוישט זיין קול ווי ער וויל מיר העלפען אין הייבט מיר אויסצופרעגן מיינע בחורישע יארן צו איך האב געהאט שלעכטע חבירים און פונקטליך וואס זיי האבען געטוהן
אזוי איז אנגעגאנגען איבער א שעה. למעשה איז געבליבן דעמאלטס אז ער וועט זען וואס ער קען טוהן.
איך בין אהיים, איך האב מיר געפרייט אז מיין ווייב איז נאך דא, אז מארגען גייט נאך נישט דע גאס שטינקען, פארשטייט זיך אז זי האט מיר איגנארירט
איך בין יענע נאכט נישט געשלאפען איך האב מיר ארום געדרייט ווי א טויטער א גאנצע צייט, און געטראכט אז איך גיי זיין פינקט ווי .... דער גרוש יעדער גייט טייטלען אויף מיר
איך גיי מיר יעצט אנהייבען הארגענען אויף די אומשולדיגע קינדער
דעם אנדערען טאג קאל איך אן דעם רב וואס ס'טוט זיך?! ער זאגט איך זאל אים קאלן שפעטער, אזוי איז עס אנגעגאנגען עטליכע מאל ביז ער האט אינגאנצען נישט אויף געהויבן
איך האב געקאלט אינדערהיים האט מען אלץ געזאגט אז ער איז נישט אוועילעבעל
אזוי איז איז עס אנגעגאנגען עטליכע טעג
סתם אינטערסאנט דער זעלבער רב האט נישט לאנג געהאלטען א דרשה וועגן חסד ווי אזוי א איד מיז זיך אריין לייגען אין א צווייטענס מצב.. נישטא ווער זאל לאכן
איך האב געזען אז עס איז נישטא קיין עצה בין איך אריבער געגאנגען צו אים אין שטיב קודם זאגט ער, אז ער איז זיייער פארנומען איך וועל מוזן צוריק קומען אין א אנדערע צייט
איך האב גענימען וויינען ער זאל רחמנות האבען אויף מיר ביז ער האט מיר געזאגט אז איך זאל קימען מארגען און בהמ"ד צי אים
כאטש עס האט מיר ווייניג געשמעקט זיך צי טרעפען מיט אים ברבים האב איך אבער געזען אז קיין צוויי ברירות האב איך סייווי נישט
די אנדערע טאג ווען איך האב אים געטראפען זאגט ער מיר ער האט עס דורך געטראכט אין גערעדט מיט מיין ווייב אז איך זאל גיין צי ....שלום בית מאכער
איך בהמה האב זיך געפריידט אז ענדליך וועט אריין קימען עפעס נארמאלער מענטש און וועט זיען אז אלעס איז נארישקייט והכל על מקומו יבא בשלום
איך האב נישט געכאפט אז ערשט יעצט הייבט זיך אן די צרות
איך וועל ממשיך זיין אין א שעה ארים
א שרעק
לאמיר ווייטער דערציילען וועגען דיעם שלום בית מאכער
מיר האבען ענדליך געמאכט א א דיעט אויפן טעלעפאן זאגט ער מיר זיין פרייז נישט מער אין נישט וויניגער 250 דאלער א סעשאן וואס איז בערך דריי פערטעל שעה
איך האב מסכים געוען פאר דעים וויל איך האב געזיכט א ישיעה פאר מיר, אין געלט וואס איך האב נישט געהאט האט מיר גאנץ ווייניג אינטערסירט
מיר גייען ביידע אראפ ווען מיר קימען אריין ביעט ער דע געלט נאך פאר ער אנגעהויבן
נאכדעים הייבט ער אן מיט זיין דרשה אז ביי מיר זענט עטץ ביידע אייניג איך וועל אויס הערן ביידע אין פין דארט וועט מען עס נעמען ווייטער
מיין ווייב הייבט אן צי רעדען צי האט דערציילט אפאר נארישקייט וואס זי האט מיר געכאפט אויך אז געב איר נישט קיין געלט לעצטענס
אין דער ש"ב מאכער הייבט אן איר צי פרעגען וועגען דע מעשה אין דע מעשה מיר איז געווארן שווארץ פאר דע אויגען איך האב געמיינט אז ער ווייסט גארנישט פליצלינג ווייסט ער דעיס צי פרעגען אין דיעס צי פרעגען
איך האב נאר פשוט געציטערט עפעס צי זאגען ווייל איך האב געשפירט אז איך בין יעצט תלי אין אים מיין גאנצע עתיד און איך מיז אים געפעלן
למעשה האט נאר זי גערעדט און ער האט איר אויס געפרעגט ברחל בתך הקטנה וואס איך דעמאלטס געטיען איו וואס איך געבעטען ממש אז איך זאל מיר שפירען ווי צווי סענט
א גאנצע צייט האט ער געמאכט מאשען מיט מיט מויל ווי איך בין דע גרעסטער מנוול
נאך א דריי פערטעל שעה זאגט ער מיר אז דע צייט איז פארריבער אין ער מיז גיין צים נעקסטען
אזוי פיל האט ער מיר יא געזאגט אז איך מיז איר געבען געהעריג געלט אז נישט וועט נישט זיין גיט
איך אים אנגעהויבען בעטען אז זאל מיר כאטש לאזען דערציילען מיין חלק בש"א אזוי פיל האט יא געזאגט אז מען וועט נאך א סאך פארברענגען
עס איז געבליבען אז נעקסטע וואך דע זעלבע צייט וועט מען זיך נאכאמאל טרעפען
איך ארויס סאך מער צישאסען ווי איך בין אריין געקימען איך געדענק איך בין אהיים געגאנגען בין איך אריין אין טוילעט אין אויסגעשאסען אין געוויין
איך געדענק דע טעג נאכדעים איך האב זיך ארים געדרייט ווי א טויטער
איך געדנק נאך מיין טאטע האט מיר געקאלט צי עפעס גייט פאר איך אים געלייקענט שטיין און ביין
עטליכע חבירים האבען מיר געפרגעט וואס גייט פאר מיט דיר זיי זעהען אז איך בין נישט מעלמא הדין
למעשה איין אלטע מגי"ש פין ישיבה וואס איך בין געבליבען נאנט מיט אים, איך פליעג דאווענען איו איין שיהל מיט אים, ער האט מיר געריפען אין א זייט ער זאגט מיר אז עפעס גייט פאר איך זאל אים עס דערציילען
למעשה דעמאלטס האב איך נאך נישט געהאלטען צי פארציילען פאר קיינעם איך האב מיר מורא'דיג געשעימט
עס איז געקימען דע אנדערע וואך מיר זעצען נאכאמאל אראפ פארשטייט זיך קודם לייגט מען אראפ 250 ראניש
ער הייבט נאכאמאל פין אלף ער פרעגעט איר נאכאמאל אויס וואס פינקליך עס ראנג מיט מיר
נאך 20 25 מיניט זאג איך אים איידעלער הייט אפשר קען איך דערציילן מיין זייט זאגט ער מיט א בלעכענער פנים מען וועט נאך אסאך פארברענגען וועסט נאך קענען אלעס דערציילן
אזוי איז געווען מפטירין כדאתמול מיו זיינע אלא מאשענס ווי ממש ער קען נישט פארשטיין אז אינגערמאן קען אזאנס טיען
ווען נישט וואס איך שרייב פאר רבים וואלט איך דערציילט דע גרויסע עבירות ר"ל וואס איך האב געטיען
אזוי איז אנגעגאנגען 7 -8 וואכען יעדעס מאל האט עס געקאסט 250 דאלער וואס איך האב נישט געהאט
אין געמאלען וואסער ווען איך האב גענימען אביסעל קראזש איר געצימבעלט מיין וויייב, זאג מיר צי במשך דע יארן האב איך מיר איינמאל אויפגערעגט אויף דיר ווען איך האב נישט געהאט קיין פרישע וועש, אדער עס איז נישט געווען קיין סאפער אנגערייט אין געמיזט עסען פליען פיטער ברויט
האט ער געזאגט אז דאס מיינט קראס עקזשמנעשיען דעיס וועסטי טיען אין קארט
איך בין געווארן א אנדערע מענטש זייט דעמאלטס איך האב נישט גערעדט מיט קיינעם
מיינע עלטערן פלעגען מיר רודפן וואס גייט פאר איך האב זיי גארנישט געוואלט דערציילען
איך געדנק איך האב געהאט א שמחה איך בין א גאנצע צייט געזיצען מיט א געמאכטע שמייכעל
שפעטער אדער מארגען המשכה
this is exactly what most of us are going through or went thru
not most , but a lot
איך בין דא אויב דו דארפסט הילף צו שמייסן.
למעשה נאך שטיק צייט איך האב געזעין אז עס רירט זיך נישט חוץ וואס קאסט מיר געלט און זי שטייט אויף מיר ווי בייטש
אויב איך קין אהיים אביסעל שפעט אדער איך געב איר נישט גלייך ווען זי בעיט פליעגט זי גלייך זאגען מיט א שטערענגע קול "ביסט א אויבער חכם"
זי האט אליין נישט געוויסט ווי איך האב פאר איר דע ניין יעריגס איך ציטער אימת מות פין איר
פארשטייט זיך מיינע פרענזילכע געברויכען האב איך גאנצען געקענט פארגעסן ווייל טאמער איך זאג א ווארט בין איך דאך א מנוול
ביז איך האב איין טאג אריין געקלאפט צים רב און שטיב איך דערצייל אים וואס גייט דא פאר מען רייסט שטיקער פין מיר אין מען האלט נאך ביים אלף וואס איז דער תכלית
זאגט ער מיר מיט א געמאכטיר פנים ער זיעט נישט קיין אנדערע סאלאשען נאר א גט ח"ו
איך טריי אים מסביר צי זיין פארוואס ברויך מען גיין אזוי ווייט פארוואס קען מיר נישט געבען א טשענס
טרייט ער מיר מסביר צי זיין אז אינז זענען נישט א קאפעל, מען הערט אזאנס
זאג איך אים איך האב דאך נישט א חתונה געהאט היינט אינז האבען שוין געלעבט עטליכע יאר און ב"ה עס אינז גארנישט געפיעלט
זאגט ער אז מען זיעט א סאך מאל וואס עס קימט ארויס ערשט נאך א פאר יאר, גיי טענה דיר מיט אים
איך בין ארויס למעשה פין אים אז דאס איז דאס, איך בין פארטיג איך גיי מיר גט'ן ח"ו
יעצט האב איך אנגעהויבן טראכטען וואס טי איך ווייטער ווי אזוי דערצייל איך עס פאר מיינע עלטערן
איך געדענק יענע נאכט האב איך מיר שוין געשפירט ווי א גרוש
איך האב נישט אריין אין דער ארבערט דע אנדערע טאג איך האב ניטאמאל געדאווענט נאר ממש יוצא צי זיין
איך האב מיר ארים געדרייט אין בהמ"ד ווי א משיגענער
איך בין זיכער אז מענטשען האבען געמיינט אז איך האב געכאפט א נערוועס ברעיק דאן ,באמת האט עס נישט געהאלטן ווייט פין דיעם
דע אנעדרע טאג טרעפט מיר דער מגי"ש אין קימט צי מיר אין זאגט איך גיי דיר נישט אפלאזען מיזט מיר דערציילן וואס דא גייט פאר
איך האב מיר פראבירט ארויס צי דרייען ער האט זיך נישט געלאזט
ביז איך האב מיר נישט געקענט מער איינהאלטען איך האב אים אלעס דערציילט
ער האט מיר גלייך געזאגט ער איז נישט אינטערסריסט צי וויסען קיין שום פרטים
וואס ער ווייטער געטיען ווייס איך נישט אזוי פיל באנאכט באקים איך א טעלאפאן פין מיין טאטע אז ער איז אין שטאט אין וויל מיר טרעפן
ער זאגט מיר אז איך בין דיין טאטע דארפסט גארנישט מורא האבען, איך מיט מאמי וועלן דיר בעקען עד הסוף
דע אנדערע טאג האט מיר דער מגי"ש אריבער געריפען ער וויל מיט מיר רעדן
ער זאגט מיר קודם קלאר די גייסט זיך נישט גט'ן
צוויטענס די גייסט מער צי קיינעם נישט, די אליין גייסט ראטעווען דיעם מצב
המשכה וועט קימען
שלום עליכם חשובער ר' נהג אוטובוס, מיר אלע טרינקן מיט דארשט אייערע געשיכטע, נישט ווייל מען איז זיך מחיה מיט יענעמ'ס קאשמארן נאר ווייל איר זענט אנגעקומען צו די ריכטיגע פלאץ ווי מען וועט אייך געבן א אוזן קשבת וכתף לבכות עליו אויב עס פעלט זיך אויס. מאכט אייך היימיש און ווען איר ענדיגט אייער סיפור פון די מיטמאכענישן ווילן מיר אייך זעהן מיט אייער פיינע פעדער אין פרייליכערע אשכולות.
[ציטאט אראפגענומען]
שריי נישט אויף מיר...
[ציטאט אראפגענומען]
גראדע האב איך היינט געהאט א שווערע טאג מיט אוממענטשן ,ווי זעהסטו דאס?
[ציטאט אראפגענומען]
ישר כח
כאטש איך בין נישט א שרייבער בין איך א מבין אויף א גיטע שרייבער
נאר מען מיעג זאגען א שקר יענעם צי מאכן גיט פילען
קודם קומט זיך א גרויסן דאנק פארן באס דרייווער פארן אראפשרייבן זיין ביטערע געשיכטע, דאס איז א גרויסע מוסר השכל פאר יעדן, שלא תמות כדרך שמת פלוני, מען זאל זיך קענען אפלערנען אז עס זאל זיך נישט נאכאמאל איבער'חזר'ן חס ושלום.
יעצט לאמיר מאכן א שטיקל סך הכל פון וואס מען קען זיך אפלערנען ביז אהער.
1. א שלום-בית-מאכער וואס בעהט געלט וועט קיינמאל קיין שלום בית נישט מאכן, ס'איז זייער א פשוטע סברה, אויב וועט ער מאכן שלום בית איין צוויי, וועט ער דאך נישט האבן אויף שבת צו מאכן, דערפאר פרובירט ער עס צו ציען ווי לענגער, און ווער רעדט נאך אויב ער דארף חתונה מאכן אין יענע תקופה, וועט ער דאך זיכער עס אויסציען דאס מערסטע, ער מוז דאך האבן דאס געלט צו אהער שטעלן א בית נאמן בישראל, איי אין די זעלבע צייט באגראבסטו דאך א צווייטנ'ס בית נאמן? נו, דאס איז דאך נישט מיינ'ס.
2. די ערגסטע זאך איז ווען מען מישט אריין די עלטערן פון ביידע צדדים, און עס קומט דיר א מעדאל – רב באס דרייווער - פארן נישט דערציילן פאר דיינע עלטערן בתחלה, עס וואלט נאר ערגער געמאכט, איי וואס טוט מען ווען די ווייב גייט צו אירע עלטערן? טאקע א גרויסע פראבלעם, אבער איך וואלט געראטן אין אזא פאל, זיך אראפצולייגן אויף דער ערד פאר די ווייב, און איר זאגן "איך ווייס אז איך האב דיר בא'עעול'ט און עס טוט מיר זייער וויי, אבער וואס קענען דיינע עלטערן דא העלפן? לאמיר זיך דורכרעדן צווישן זיך, און איך וועל אלעס פארעכטן, און אויב האב איך געטוהן זאכן וואס מען דארף נישט וועל איך תשובה טוהן" אין אנדערע ווערטער, יעצט בין איך מסכים צו "אלעס" וואס דו ווילסט.
3. נישט יעדע רב וואס קען זיך פארקוקן שיינע פרקי אבות שמועסן פארשטייט צו שלום בית, די בעסטע עצה איז צו גיין צו א רב וואס נעמט נישט קיין געלט און ער איז אן ערליכער, און לאו דוקא איינעם וואס מען קען שוין, בעסער איינער וואס קען נישט קיין איינ'ס פון די צדדים, מען דארף פשוט האבן א דריטן מענטש, אן ערליכער און א פארשטענדליכער, וואס זאל אויסהערן ביידע זייטן, פשוט ווייל אין אזא מצב איז שווער אז מאן און ווייב זאלן רעדן דירעקט איינער צום צווייטן, ניצט מען דעם דריטן אלץ מתווך, ווי למשל דיין מגיד שיעור.
ברעסלאווער איך האלט מיט דעים פוינט ביסטי נישט גערעכט אז זאל נישט אריין מישען דע עלטערן
פארשטייט זיך אז עס איז נישטא קיין כלל און דעים
אבער ווען איך דערצייל מיינע עלטערן גלייך וואלט איך סאך גרינגער געפארן
דו רעדטס נאכדעם וואס אירע עלטערן האבן זיך שוין אריינגעמישט, דאס איז שוין אן ענין אחר.
איך רעד לכתחילה פון בייד'נס עלטערן.
אבער לאמיר הערן ווייטער די אטעם-פארכאפענדע געשיכטע.
ס'טאקע גרינג צי זיין קלוג לאחר המעשה,
אבער איך האלט אז די ערשטע זאך איז, מען לאזט זיך נישט טרעטען אויף די הינער אויגען,
די דרויסענדיגע דארף מען זאגען אז ווען מען וועט זיין אינטערעסירט אין זייער מיינונג וועט מען זיי פרעגען,
פאר דעם שווער דארף מען זאגען אז טאמער ער גייט מאכען איין ראנג מאוו קען ער פארגעסען פין א גט, ס'וועט אים קאסטען א מיליאן דאלאר,
דריטענס מען דארף אינסטאלירען א באהאלטענע אויג אינדערהיים אין אויך רעקארדירען אלע טעלעפון קאלס אין אלעס אינדערהיים, יעדער פארעדט זיך אין די וועסט עס נאכדעם קענען ניצען, ווייל ס'קען זיין זיי וועלען וועלען ניצען טעראר מיטלען ווי סראשענען צי מאכען א בולביל אז ער האט גערירט די קינדער אדער אנדערע קרימינאלע פארברעכענס, אין טאמער ס'איז רעקארדירט ווי זיי פלאנען, דאן קענסטו עס אויסקרייען קעגען זיי,
אין פאר די ווייב דארף מען זאגען, הערצי די ווייסט דאך דעם אמת אז מיר מיסודו האבען מיר זיך ליב (פארשטייט זיך אויב ס'טאקע אמת) מען האט די משוגע געמאכט וועגען א פאר נארישע קלייניגקייטען אין די פירסט זיך אויף ווי א בעבי,
איך בין גרייט צי ארבעטען דערויף אין טוהן אין דעם ענין, אין מיר קענען האבסען א פיינע לעבען,
איין זאך זאלסטע וויסען, טאמער גייסטע מיט דיין טאטע אינטער מיין ריקען דאן וועסטע פאר אייביג זיין אומגליקליך א גט טאמער די וועסט אמאל באקומען וועט עס זיין נאך יארען מחלוקת אין ס'וועט קאסטען אסאך געלט, אין דעמאלץ וועסטע זיין א אלטע מויד מיט א שלעכטע נאמען אין קיינער וועט דיר נישט וועלען,
טאמער גייסטע מיט מיר וואס די ביסט מיין ווייב אין ביסט מחיוב צי זיין געטריי צי מיר, דאן וועט מען עס קענען אויסארבעטען אין האבען א גליקליך לעבען ציזאמען, איטס יור טשויס, איין זאך זאלסטע זיין זיכער יעדער וואס וועט זיך דערווייגען מיר אומזיסט צי וויי טוהן וועט באצאלען א ביטערע פרייז כ'וועל קיינעם נישט שולדיג בלייבען,
אין פארשטייט זיך טאמער מען גייט צי א טעראפיסט גייט מען צי איינעם וואס ער האט אויסגעוועלט,
די ערשטע כלל איז מען טאר זיך נישט לאזען טרעטען, ווען מען ווייזט שוואכקייט באקומט די צד שכנגד די אפעטיט צי טרעטען מער, מען דארף גלייך לייגען די ברעיקס אין זיי ווייזען ווער עס זיצט אין די דרייווער'ס זיץ, (פארשטייט זיך מיט שכל, נישט שרייען סתם)
ענטפער צו באס דרייווער
דיין געשיכטע איז שוידערליך. ס'איז ניכרים דברי אמת. און אויך דברים היוצאים מן הלב. איך (און כ'בין זיכער אז כמעט א יעדער דא אין ק"ש) האב שטארק מיטלייד מיט דיר אין דיין מצב. איך האב א קרוב וואס איז אדורך אן ענליכע געשיכטע. ומעשה שהי' כך הי'. ר'איז (געווען) אן ערליכער, חסידיש'ער יונגערמאן וועלכער האט געהאט א ווייב וואס איז נישט צו קלוג. זי איז א יעדע זאך געלאפן שואל עצה זיין מיט איר טאטן. מיין חבר פון ישיבה. דער טאטע, אנשטאט ער זאל זאגן פאר זיין טאכטער. "דו האסט חתונה געהאט. איך מיש זיך נישט אריין" האט איהר געגעבן עצות וויאזוי משפיל זיין איר מאן. פארשטייט זיך אז דאס האט אונטערגעברענגט דעם שלום בית. דער סוף איז געווען אז זיי האבן זיך גע'גט. און צובראכן א שטוב מיט זעקס קינדער. נאר ביז'ן גט האט די ווייב געלאזט ארעסטירן איר מאן ממש פאר שטותים. לדוגמא. ער האט געדרייווט א גע'רענטע קאר. און די רעסיט איז געקומען אויף זיין רעזידענץ אדרעס, וועלכע ער האט פארלאזט. זיין (געוועזענע) ווייב האט צוריסן די רעסיט און אוועקגעווארפן. ווען די רענטל קא. האט געקאלט פרעגן אינפארמעישן וועגן איר מאן האט זי געזאגט אז ר'האט פארלאזט דאס לאנד. האבן זיי רעפארטעד די קאר אלס געגנב'ט. פארשטייטזיך אז די פאליציי האבן איהם ארעסטירט ביי א טרעפיק סטאפ. ער איז נעבעך אפגעזיצן א גאנצע נאכט אין תפיסה ביז אינדערפריה ווען דער ד.עי. האט איינגעזען אז ס'איז נישט דא קיין טשארדזש אקעגן איהם. דער מוסר השכל פון די מעשה איז אז אלע צרות הייבן זיך אן ווען א דרויסנדיגער מענטש מישט זיך אריין . 😳 😢
[ציטאט אראפגענומען]
איך טראכט אז נאר מיט גוטען איז נישט גוט, זי מיז וויסען אז איר מאן איז אויך א מענטש אין גייט זיך נישט לאזען טרעטען, זי מיז וויסען אז מעשים האבען קאנצעקווענצען אין אז איר גרויסע שטארקע טאטע גייט איר
נישט קענען העלפען,
דאס וועט איר געבען די
שאק צי זיך אויפוועקען פין די קינדערישע שלאף אין וויסען אז צים סוף וועט זי באצאלען א פרייז אין ס'לוינט זיך ענדרעש צי טרייען עס צי אויסארבעטען,
אין בכלל ווען א מאן רעדט
שטארק איז עס א גוטע געפיהל פאר די ווייב, זי פילט אז זי האט א רוקענביין אין דאס איז די נאטורליכע ווילען פין א פרוי זיך צי אנלאנען אויף די מאן,
טאמער די מאן לאזט זיך אראפ פאר די פרוי, דאס אליינס איז א פראבלעם, מען טאר זיך נישט לאזען ביליג מאכען, מען דארף זיין שטארק אין פייפען אויף אלע עסקנים/רבנים/שווער/שוויגער, צים סוף וועט די ווייב איינזעהן אז ער איז די אדרעס,
נישט איר טאטע,
איינער האט געשריבען פריער "זיך אראפלייגען אויף די ערד פאר די פרוי", איך האלט אז דאס איז א טעות,
דאס האט המן געטוהן אזוי ווי עס שטייט
והמן נפל על המטה אשר אסתר עליה..........ווי האט יענער געזאגט, אז מען דארף המן'ן נעמט מען אים אראפ פון די תלי'..
חזקי', דו ביזט גערעכט אז דער מאן דארף זיין שטארק, און די פרוי האט עס ליב, אבער במה דברים אמורים פאר עס האלט שוין אזוי ווייט, אבער אין אזא מצב אויב ווילסטו טאקע אז דיין ווייב זאל דיר פאלגן און שליכטן די פראבלעמען צווישן זיך אן אריינמישן אנדערע, דעמאלט'ס פעלט יא אמאל אויס זיך אראפצולייגן, און פארשטייט זיך אז עס איז א ירידה לצורך עלי'.
ברסלבערווי האט יענער געזאגט, אז מען דארף המן'ן נעמט מען אים אראפ פון די תלי'..
ס'נאך געווען פאר מען האטעם אויפגעהאנגען......
ברסלבערחזקי', דו ביזט גערעכט אז דער מאן דארף זיין שטארק, און די פרוי האט עס ליב, אבער במה דברים אמורים פאר עס האלט שוין אזוי ווייט, אבער אין אזא מצב אויב ווילסטו טאקע אז דיין ווייב זאל דיר פאלגן און שליכטן די פראבלעמען צווישן זיך אן אריינמישן אנדערע, דעמאלט'ס פעלט יא אמאל אויס זיך אראפצולייגן, און פארשטייט זיך אז עס איז א ירידה לצורך עלי'.
ס'קען זיין ס'קען העלפען, כ'האב עס נאך קיינמאל נישט געטרייט...........,
אבער איר קלאר מאכען אז לויפען צי איר טאטע וועט איר נאר ערגער מאכען אין אז ער פלאנט זיך נישט צי לאזען נאר ס'גייט זיין א מלחמה וואס זי גייט פארלירען אלעס...... אפילו ער גייט אויך פארלירען...... אין זי וועט מיזען פארשטיין אז איר טאטע גייט איר נישט קענען העלפען.......,
יעצט טאמער א פרוי לויפט יעדע מאנטיג אין דאנערשטאג צי איר טאטע, מיין איך איז עס אדער ווייל זי איז נאך א קינד, א בעבי, אדער איז איר מאן א בעבי אין זי שפירט נישט אז זי קען זיך אנלאנען אויך אים,
אזוי צי אזוי, קען מען אלעמאל אויפוואקסען......
חזקיהו המלךיעצט טאמער א פרוי לויפט יעדע מאנטיג אין דאנערשטאג צי איר טאטע, מיין איך איז עס אדער ווייל זי איז נאך א קינד, א בעבי, אדער איז איר מאן א בעבי אין זי שפירט נישט אז זי קען זיך אנלאנען אויך אים,
אזוי צי אזוי, קען מען אלעמאל אויפוואקסען......
דאס איז זייער ריכטיג, א פרוי וואס האט א מאן מיט א שטארקע כאראקטער, וועט נישט לויפן אזוי שנעל צו איר טאטע.
[ציטאט אראפגענומען]
אביסעל יראה מיז זיין נאכדעם איז די אהבה שטארקער, מען רעדט נישט דא צי אביוזען א ווייב, מען רעדט צי
זיך נישט לאזען אביוזען[ציטאט אראפגענומען]
כ'האלט באמת נישט אזוי, קענסט שרייבען
אז די האסט באקומען אזא רושם פין מיינע ווערטער , למעשה איז עס מיילען ווייט פין די אמת,
א פרוי איז א פרוי , ח"ו נישט קיין שפחה כנענית, מען דארף איר מחשיב זיין ווי א מלכה אזוי ווי דער רמב"ם שרייבט,
אין די ווארט איז נישט אז די מאן איז די מושל, די מאן האט זיך זיין פעלד אין די פרוי אירע, אין זיי מאכען דעסיזשען'ס ציזאמען,
פארשטייט זיך אז לויט די נאטור וואס דער באשעפער האט באשאפען, איז נארמאל אז די מאן זאל האבען אביסעל מער אוטאריטי, אזוי איז נארמאל אין א נארמאלע פרוי וויל עס אזוי,
דאס אז מען לאזט זיך נישט טרעטען פין א פרוי אזוי ווי א עבד כנעני מיינט נאך נישט אז די פרוי איז א שפחה כנענית, כ'ווייס נישט פארוואס די האסט באקומען אזא אימפרעשען פין דאס וואס איך האב געשריבען, אבער כ'האב גערעדט פין עפעס אנדרעש אינגאנצען,
[ציטאט אראפגענומען]
אנטשולדיגטס מיר, גיין אינטערען מאן'ס ריקען איז א עוולה, זי דארף עס אדורעך רעדען מיט עים אין עס פרובירען אויס ארבעטען חוץ אויב זי איז נישט אינטערעסירט צי בויען די מערידזש נאר וויל א גט, אבער דאן דארף זי וויסען אז ער איז אויך א מענטש אין ס'גייט קאסטען א פרייז, סימפעל אז דעט,
כעוורע אפשר לאזט מען אלע 'קשיות אויף די מעשה' אויף נאכדעם וואס ר' נהג ענדינט זיין שפאנענדע געשיכטע?
עס איז זייער וויכטיג אויסצוהערן שלום בית שיעורים דאס קאסט פעניס מקען עס אפילו דאונלאודען בחנם אויף kolhaloshon.com
די שעורים איז א יסוד פארן לעבן פון א מענטש עס טוט צוריק האלטן אסאך צער און עגמת נפש אויף די עלטערע יארן
[ציטאט אראפגענומען]
דבורה פעלדמאן גיבט זיך גערעכט פאר דערציילען אינטימישע ענינים פון איהר מאן, מיטן אויסרייד, אז ער אויך איז געגאנגען אונטער איהר רוקן, מיט רעדן נאך זייער חתונה צו זיינע עלטערען...
באס דרייווער, מיין אויגן איז מיר גלאנציג פון טרערן. ב''ה מרעדט פון די פעסט.
דו שרייבסט דיין ווייב איז געוואר געווארן עפעס. א נארישקייט. וואס מיינט א נארישקייט? כפארשטיי דו ווילסט נישט פארציילן אבער דאס איז דיין זייט פון די מעשה. אפשר ביי יענעם איז דאס גארנישט קיין נארישקייט.
די מעשה מאכט נישט קיין סענס. פארוואס האסט נישט אריינגעמישט עפעס א נארמאלער רב? האסט מורא געהאט אז עני רב גייט זיין קעגן דיר?
פארוואס זאל דיין ווייב און שווער וועלן א גט, פאר זיי איז דאס פונקט אזא שווער פעקל. דיין שווער איז אן עקסטרעם פרומער אדער שוטה?
כהאב מורא זיי זענען געוואויר געווארן אז דו ביסט א באס דרייווער.
די לייק איז פאר די לעצטע שורה
לול
די לייק איז פאר די מיטלסטע שירה. עה פאר דיין מי ימצא, פאר די סיין וואס זי האט נעכטען געמאכט.
מדארף ווייזן פאר באסדרייווערס ווייב די סיין זאל זי כאטש זען וואס סהייסט א ווייב. איך האב עס געוויזן פאר מיין ווייב זאג זי מיר אז איך סטאפ שרייבן אויף קאוע שטיבל מאכט זי מיר אויך א סיין. שכוח וואס זאל איך טון מיט די סיין אז איך סטאפ שרייבן דא.
האהא!!
איך אויךכעוורע אפשר לאזט מען אלע 'קשיות אויף די מעשה' אויף נאכדעם וואס ר' נהג ענדינט זיין שפאנענדע געשיכטע?
אויך נישט פארגעסען אידען אז ער לעבט יעצט מיט זיין ווייב צוזאמען, איז געטס נישט קיין עצות פון זיך גט'ן..
בדרך אגב באס דרייווער שלום עליכם איהר האט געטוהן א גוטע שריט מיט'ן זיך אויסגעבען דא, ס'וואשט אויס אלעס (תרתי משמע)
איך שפיר מיך אינמיטן א סיפור מתח..
ברסלבערווי האט יענער געזאגט, אז מען דארף המן'ן נעמט מען אים אראפ פון די תלי'..
חזקי', דו ביזט גערעכט אז דער מאן דארף זיין שטארק, און די פרוי האט עס ליב, אבער במה דברים אמורים פאר עס האלט שוין אזוי ווייט, אבער אין אזא מצב אויב ווילסטו טאקע אז דיין ווייב זאל דיר פאלגן און שליכטן די פראבלעמען צווישן זיך אן אריינמישן אנדערע, דעמאלט'ס פעלט יא אמאל אויס זיך אראפצולייגן, און פארשטייט זיך אז עס איז א ירידה לצורך עלי'.
I'm surprised this eshkol wasn't opened until now ? Its 1 of the most helpful subjects for a yungerman in trouble "DAHGE BELEV ISH VC"L" !
באס דרייווער, בואכם לשלום, מיר ענטפאנגען דיר מיט פרייד, באהבה ואחוה ושלום ורעות.
גענוי ווי די אנדערע דא, בין איך זייער איבערגענומען פון דיין מעשה, די גאנצע השתלשלות הדברים וואס דו שרייבסט דא אראפ מרגשי לבבך.
און איך טוה ענקוראזשן צו שרייבן ווייטער, ווי פריער דערמאנט, דאגה בלב איש ישיחנה, דו רעדסט זיך אויס, מען קען פרובירן העלפן, און מיר קענען זיך לערנען ווי אזוי צו האנדלען און וואס נישט צו טון, (מ'זאל נישט וויסן דערפון), ווי ברסלבר האט שוין געמאכט א סך הכל אויבן.
און רבותי, ס'איז וויכטיג צו וויסן אז א חכם לאחר המעשה איז נישט קיין מעשה חכמה, נאר פאר זיך (כידוע, איזהו חכם הרואה את הנולד, את הנולד כבר), נישט פאר יענעם. צו זאגן פאר יענעם "וואלסט געדארפט טון דאס און דאס" איז נישט גערעכט; א מענטש אין א פארנעפלטן מצב ווען ער איז פארלוירן ווייסט נישט וואס צו טון, די קאפ איז נישט קלאר אויפן פלאץ, און מען טוט יעדע זאך וואס מען מיינט - אדער מ'האפט - אז פון דארט וועט די ישועה קומען, מען כאפט זיך אן אויף יעדן שטרוי. הערשט שפעטער ווען דער מצב קלארט זיך אויס, זעהט מען וואס מען וואלט יא געדארפט אדער נישט געדארפט טון.
אלזא, לאמיר אויסהערן די מעשה ביזן סוף! מר. באס דרייווער, הייב אן דרייוון און פארן ווייטער, מיר ווארטן מיט שפאנונג!
דער מעשה איז דאך שוידערליך.
ווי מען האט שוין ארויסגעברענגט, איז גאר וויכטיג צו וויסען דער "קלייניקייט" וואס מען רעדט דא.
איך געדענק א אינגערמאן וואס מען האט אפג'שחט'ן ווייל ער פלעגט ליינען קרי"ש שעל המטה מיט די רעקל אפען.
נעבעך עס איז ליידער דא צודרייטע מענטשען אויף די וועלט.
און וואס קען מען שוין עקספעקטען פין א טאכטער פין א שווער וואס פירט זיך אויף ווי א פיפיק.
ברסלבער
איך קען נישט זאגען ווי נישט גערעכט די ביסט מיט דער עצה פין זיך לייגען אויף די פלאר און בעטען רחמים.
א מענטש איז א מענטש, ווען איינער טוט זיך סאבמיסען צו זיין ווייב, ווערט ער א שטיק אשפה, און זי טוט מיט אים וואס זי וויל.
וואס איז פשט אז באסדרייווער איז געוועהן דער וואס האט געהאט אימת מוות פארען גט, בעת וואס זי איז געוועהן קאמפארטאבעל מיט א גט?
פשט איז אז די גאנצע מעשה איז געוועהן א שטיקעל שפיל אים צו מאכען אונטערטעניג. נעבעך. עפעס האט ער געמוזט דארט טוהן אז זיין שווער זאל אים פיינט האבען.
אבער איין זאך ווייס איך, מיין שווער וואלט אזוי געכאפט פאר די העזה פין טוהן עפעס ווי דאס, אז קיין נחת וואלט ער שוין נישט געזעהן כל ימי חייו.
איחוד פעלדמיין שווער וואלט אזוי געכאפט פאר די העזה פין טוהן עפעס ווי דאס, אז קיין נחת וואלט ער שוין נישט געזעהן כל ימי חייו.
איך מיין אז ער האט סייווי נישט געזען.
איחוד פעלד
איך געדענק א אינגערמאן וואס מען האט אפג'שחט'ן ווייל ער פלעגט ליינען קרי"ש שעל המטה מיט די רעקל אפען.
וואס ?? מיינסט עס ערענסט ?,
איחוד פעלד
אבער איין זאך ווייס איך, מיין שווער וואלט אזוי געכאפט פאר די העזה פין טוהן עפעס ווי דאס, אז קיין נחת וואלט ער שוין נישט געזעהן כל ימי חייו.
כ'ווייס נישט צי מען דאראף גיין אזוי ווייט, מען דארף עים איינמאל לערנען א לעסאן ווער ער איז אין די דרייווער'ס סיט, מען טאר אים נישט לאזען שפירען בעל הבית אין דיין שטוב, נאכדעם קען מען שוין זיין גוט מיטעם, ס'נישט גוט צי בלייבען ציקריגט מיט א שווער,
די פראבלעם איז אז נארמאל א בחור'ל האט חתונה איז ער א קינד אין דער שווער געט אים זיין טאכטער אין ער שפירט זיך ווי משה גרויס
ער האט א איידעם,
אין טאמער ער פארשטייט נישט אז איינמאל מען זאגט
הרי את איז זיין טאכטער ארויס פין זיין רשות אין אריין אין איר מאן'ס רשות, אין ער מיינט אז
זיין שטוב איז פשוט גרעסער געווארען אין יעצט האט ער מער צי קעיר נעמען אין בעלבאטעווען, דאן דארף מען אים איינמאל אויסלערנען אז
הגם לכבוש את המלכה עמי בבית ?, אין נארמאל לערנען זיי זיך זייער שנעל אויס אז
מיט דעם איידעם דארף מען אכטונג געבען ווייל ער לאזט זיך נישט שפייען אין די קאשע, דעטס איט, אמאל דארף מען געבען אביסעל מער ווי איין לעסאן,
נאכדעם קען מען שוין זיין גוט מיט זיי, אין ס'בעסער צי זיין גוט, ווייל צים סוף איז ער די זיידע פין דיינע קינדער, אין מחלוקת איז נישט א גוטע זאך, ודי למשכיל, ודו"ק
איך זעה אז דער עולם איז ברוגז אויף די נקודה וואס כ’האב געשריבן וועגן זיך אראפלייגן פאר די ווייב, וועל איך עס מער מסביר זיין.
דאס איז יעדער גערעכט אז מען טאר נישט זיין קיין שמאטע אינדערהיים, א מאן מעג און דארף האבן זיינע פרינציפן אפילו ווען עס שמעקט נישט פאר די ווייב, און די ווייב האט עס ליב, אזוי ווי איך האב שוין געשריבן באריכות אין
מאחורי.
אבער ווען עס קומט צו א מצב ווען עס הייבט זיך אן ערנסטן פראבלעם, ווי למשל דא ביי די מעשה פונעם באס דרייווער, דעמאלט’ס איז א יוצא מן הכלל, און דעמאלט’ס דארף מען זיך יא אראפ לייגן פאר איר, לגבי די נקודות וואס באדערט איר יעצט אויף די מינוט, ווי דער פסוק זאגט חבי כמעט רגע עד יעבור זעם, יעצט בין איך מוותר אויף וואס דו זאגסט, און איך וועל מיר צושטעלן צו פארעכטן וואס דו האלט’ס אז מען דארף פארעכטן, און פארשטייט זיך אז נאכדעם וואס די זעם איז פאריבער גייט אלעס צוריק לקדמותו
===
חזקי’, דו זאגסט גוט לגבי לערנען דעם שווער א לעסאן, אבער עס איז דא א בחינה פון אל תרצה את חברך בשעת כעסו, די לעסאן דארף מען אים לערנען אין די פרידנ’ס צייטן, אז ער זאל זיך נישט אריינשטעקן די נאז ווי מען דארף נישט, אבער ווען עס האלט שוין אינמיטן קריג איז שוין אביסל שווער דאס אויסצולערנען.
און די זעלבע איז ביי די ווייב, דער מאן דארף ווייזן שטארקייט אין די פרידנס צייטן, אבער ווען די מצב איז שוין שלעכט, דארף מען שוין אביסל אנדערש האנדלן.
וזה אשר נראה לעניות דעתי:
א. נאטורליך, וויל א טאטע העלפן זיינס א קינד און "שוין ארלעדיגן". נישט אייביג זעהט ער גענוג פאראויס אויב ער "העלפט" אדער ער מאכט ערגער. - דער איידעם קען איהם זייער שנעל קלאר מאכן זיין טעות מיט אט דעם סענטענס: שווער טייערע, אז דו וועסט הייסן דיין טאכטער זיך אפ'גט'ן, וועט זי בלייבן ביי דיר וואוינען מיט די קינדער, קענסט פארגעסן פון א רואיגע עלטערע יארן, די קינדער וועלן דיך לויפן אונטער די פיס, דיין טאכטער וועט דיר וויינען אויפ'ן קאפ, דו וועסט דארפן צאלן טואישען פאר דיינע אייניקלעך, דו וועסט זיי סוף כל סוף דארפן אויסצאלן די חתונה מיט די בר מצוות. בקיצור, דו גייסט צוריק 18 יאר אין דיין לעבן. און זאלסט נישט מיינען אז דו וועסט איר גלייך חתונה מאכן צו א צווייטן, ווייל איך וועל מאכן זיכער אז זי בלייבט ביי דיר אויפ'ן קאפ אן א גט דאס לענגסטע וואס איז נאר מעגליך. מיינסט טאקע אז זי וועט זיין גליקליכער זיצענדיג ביי דיר אויפ'ן קאפ איינזאם אליינס ווי ביי א מאן וואס לייענט קריאת שמע מיט'ן בלויזן קאפל?
ב. שלום בית איז א פול טיים דזשאב, און עס איז דער תפקיד פון א מאן צו מאכן זיכער אז זיין פרוי זאל נישט וועלן זיין אן איהם אפילו פאר א טאג. ער דארף איר דורך אלע מיטלען מאכן טראכטן אז זי וויל איהם נישט פארלירן. ער דארף רעדן מיט איר וואס זי האט ליב צו רעדן וועגן, ער דארף איר קויפן און סורפרייזן זאכן וואס זי האט ליב, קאמפלימענטירן איר ארבעט און אויסזעהן, צולייגן א האנט ווען זי ברעכט אונטער. אויב א יונגערמאן טוהט דאס טאג טעגליך, ווי שווער עס זאל נאר זיין, ער נעמט נישט זיין ווייב פאר גרענטעד, און ער איז דער וואס טוהט און ארלעדיגט איר אלע אירע געברויכן נאך פאר זי בעט עס פון איהם, דער קען לייענען קריאת שמע אפילו מיט די אונטערוועש, דער האט א פרייע האנט בינו לבינה, דער דארף קיינמאל נישט נאכטראכטן אז זיין אידענע וועט רעדן צו איר טאטן וועגן איהם, ווייל ער שטייגט איבער איר טאטן אין איר מוח.
ג. רוב אינגעלייט וואס מוטשען זיך איז עס ווייל: 1) זיי זענען נישט קיין "מענער". 2) זיי זענען טועה די ווייב מיט א בחור פון ישיבה.
לגבי די ערשטע נקודה, א פרוי דארף א מאן. א מאן מיינט איינער וואס פראווייד פאר איר סעקיוריטי, מאכט פאר איר דעסישענס, ערלעדיגט אלעס מיט קאנפידענץ, און איז אייביג רואיג און אין קאנטראל. א מאן וואס בעהט זיך א גאנצע טאג ביים ווייב, א מאן וואס בעט פונעם ווייב צו ארלעדיגן זאכן, א מאן וואס ווערט נערוועז און אומסעקיור, אזא איינער איז מער פרוי ווי מאן, און פרויען זענען אין נאטור נישט עטרעקטעד צו דעם.
לגבי די צווייטע נקודה, א ווייב איז נישט א חבר. ווי נאענט מ'איז איינער צום צווייטן, איז מען נאר גוטע שותפים, נישט חברים. גאר נאנטע שותפים זענען זיך שטארק מכבד, רעדן פארמאל, פארציילן נישט קיין שמוציגע לאנדרי פון זיך אליינס, און טוען בדרך כלל נאר זאכן וואס ברענגן א תכלית. חבר'שאפט איז אבער אמאהל אויך טשעפעריש, אדער סתם פארברענגט די צייט אן א תכלית, מען רעדט זאכן וואס מען וואלט נישט דערציילט פאר א צווייטן, וכדומה.
ד. א פרוי זוכט געווענליך עני סיבה ארויפצוקוקן אויף איר מאן. זי וועט זיך אנכאפן אין א דינע בענדל, אבער זי וועט עס זוכן מיט לעכט. א מאן דארף געבן גענוג סיבות אז זי זאל ארויפקוקן אויף איהם, אפילו אויב עס איז נער'יש. אהיימקומען און אראפשטויסן די שיך און זיך אויסציען אויפ'ן קאוטש מיט פאפקארן און א צייטונג איז נישט מעורר קיין כבוד. לעומת זה, זיך אוועקזעצן מיט פאפוטשען אויפ'ן ריקליינער, מיט פאפקארן אין א שיסל, און "איר פארליינען" אדער דעבאטירן מיט איר אדער מיט אנדערע למשל די קינדער עפעס וואס ער לייענט יעצט אין צייטונג, איז מעורר "ראש משפחה'שאפט". ער טוהט דאס זעלבע, אבער בדרך כבוד. נאך א משל, א כולל יונגערמאן הארעוועט א גאנצע טאג אין לערנען, ער לענט זיך נאר צו א האלבע שעה נאכמיטאג, פונקט אין דער האלבע שעה וואס זיין ווייב קומט געווענליך אהיים, זי טרעפט איהם פאפען אין בעט אינמיטן טאג. דאס איז נישט מעורר כבוד. לעומת זה, א פוסטע ליידיגגייער מאכט זיך ביזי ווען זיין ווייב וואלקט אריין אין שטוב, און דערנאך זאגט ער בדרך אגב אז הלואי ווען ער קען ווען שלאפן אביסל זיך אויסצורוען צו קענען ווייטער לערנען, אבער ווער שלאפט דען אינמיטן טאג? געווענליך וועט איהם דאס ווייב גראד זאגן, מאך דיך נישט נערי'ש, גיי שלאף אביסל, דו דארפסט עס דאך צום לערנען... דער פוסטע יונגערמאן גייט יעצט פאפען מיט זיין ווייב'ס פולע רעספעקט.
מען קען מאריך זיין, אבער די אונטערשטע שורה איז: איידער דער קריזיס שפראצט ארויס, געב גענוג סיבות פאר דיין ווייב צו וועלן אייביג זיין מיט דיר, נישט קיין חילוק ווי שענדליך דיינע מעשים.
זר זהבאיחוד פעלדמיין שווער וואלט אזוי געכאפט פאר די העזה פין טוהן עפעס ווי דאס, אז קיין נחת וואלט ער שוין נישט געזעהן כל ימי חייו.
איך מיין אז ער האט סייווי נישט געזען.
פארוואס ווייל ער האלט אז מען האט געמעגט איינזעצען וועבערמאן ?
ברסלבעראיך זעה אז דער עולם איז ברוגז אויף די נקודה וואס כ’האב געשריבן וועגן זיך אראפלייגן פאר די ווייב, וועל איך עס מער מסביר זיין.
דאס איז יעדער גערעכט אז מען טאר נישט זיין קיין שמאטע אינדערהיים, א מאן מעג און דארף האבן זיינע פרינציפן אפילו ווען עס שמעקט נישט פאר די ווייב, און די ווייב האט עס ליב, אזוי ווי איך האב שוין געשריבן באריכות אין
מאחורי.
אבער ווען עס קומט צו א מצב ווען עס הייבט זיך אן ערנסטן פראבלעם, ווי למשל דא ביי די מעשה פונעם באס דרייווער, דעמאלט’ס איז א יוצא מן הכלל, און דעמאלט’ס דארף מען זיך יא אראפ לייגן פאר איר, לגבי די נקודות וואס באדערט איר יעצט אויף די מינוט, ווי דער פסוק זאגט חבי כמעט רגע עד יעבור זעם, יעצט בין איך מוותר אויף וואס דו זאגסט, און איך וועל מיר צושטעלן צו פארעכטן וואס דו האלט’ס אז מען דארף פארעכטן, און פארשטייט זיך אז נאכדעם וואס די זעם איז פאריבער גייט אלעס צוריק לקדמותו
.
איך האב לכתחלה נישט געוואלט שרייבען דערקעגן מפני כמה סיבות,
אבער מיט דיין תירוץ מאכסטע עס נאר ערגער, נישט בעסער,
עס איז נישט דא אזא מהלך, קיינמאל נישט, נישט בעפאר כעס נישט אינמיטען כעס און נישט נאך כעס,
ברעסלעבר עס זעהט מיר אויס ביסט אנגעשטעקט מיט שלום ארוש'ס דעות פון זיין ביכל בגן השלום. איך מיין ער איז אביסל צו עקסטרעמיסטיש
אביגדורלגבי די צווייטע נקודה, א ווייב איז נישט א חבר. ווי נאענט מ'איז איינער צום צווייטן, איז מען נאר גוטע שותפים, נישט חברים. גאר נאנטע שותפים זענען זיך שטארק מכבד, רעדן פארמאל
מיט אלעם זענט איר מעגליך גערעכט חוץ פון דאס. ס'א רחמנות אז רוב מערידזשעס זענען פארמאל, און די מענער רעדן זיך נאך איין אז ס'קומט אזוי! צו פארשטיין וויזוי א מערידזש דארף זיין (און וויזוי ס'ביי מיר, אבער ווער נאך נישט דזשעלעס...) ליין די שטיקל:
אשת נעוריך2. ולענ"ד הנעורים הם משל - נער בספר משלי הוא אדם צעיר וחסר ניסיון, שעושה טעויות ושטויות.
אשת נעוריך היא אישה המאפשרת לך להתנהג כמו נער, שגדל ומתפתח, מנסה דברים חדשים ולומד מתוך הטעויות, וכמו שנאמר בפסוק הבא "ובאהבתה תשגה תמיד" (ראו
שגיאות של אהבה). מי שמצא אישה כזאת, יוכל להיות שמח בכל עת.
איר זעהט?
מען האט שוין מאריך געווען אין די אלע שלום בית ענינים אין מאחורי הפרגוד, ווי אויך וואס זאל מען פארציילן פארן ווייב וכו'. א שאד איבערצוקייען אלעס דא.
אביגדור, שרייבט נאך עטליכע אזעלכע תגובות און באקומט אייך אריין הונטערן פרגוד, ומשם תדרשנו.
לאמיר זיך צוריקהאלטן, און ווארטן מיט געדולד אויפן פארזעצונג וואס קומט אי"ה פונעם באס דרייווער.
זר, "מי שמצא אשה כזאת"... ס'שטייט בפירוש.
ס'איז א גרויסע געמבל צו וויסן פון פריער צו ער האט געטראפן אזאנס צו נישט. ס'לוינט נישט צו געמבלען לעניות דעתי. איר זענט אבער גערעכט אז ווען וועלט וואלט געוועהן וועלט וואל איך געהאט פליגלען צו פליען, הערנער צו בויערן, ציין צו צורייסן, א שוואנץ צו הענגן וכו' און א בית חינוך וואס לערנט אויס די פרויען צו ענדזשויען לייף. וואס איך האב געשריבן איז אבער געוועהן אין פראקטיק פון 2013, נישט פון קיין ספרים וואס האבן נישט געקענט אונזערע אשת חיל'טעס.
די אלע וואס געמבלען און פראבירן צו פאלגן יענע ספר וואס איר ציטירט (מיהו?) זענען די וואס האבן די שלום בית פראבלעמען. אדרבה, ביים זיך וואשן נטילת ידים פראביר "זיך נער'יש צו מאכן" און געב איר א שפריץ אן, אדער ווען זי זעצט זיך צום טיש געב א שלעפ ארויס דעם בענקל, אדער ווען זי קומט אריין אין א שטוב שפרינג ארויס פון אונטער'ן טיר און שריי "בו!". לאמיר זעהן צו אייער ספר'ל וועט אייך צוניץ קומען...
ארויסשלעפן א בענקל איז קיין וויץ נישט, שפריצן וואסער האב איך שוין מער פון 1 מאל (און 20...) , און אין דעט ריגארד איז מיין ש"ב פערפעקט. די היינטיגע פרויען זענען עפי"ר אידיאטן, אבער די גוטע נייעס איז אז רוב מענער ווייסן נישט וואס ס'פעלט זיי!
דער מקור איז נישט וויכטיג, וויבאלד ס'אן אמת.
ס'איז פון דא
<a class="postlink" href="http://tora.us.fm/tnk1/ktuv/mjly/mj-05-18.html">http://tora.us.fm/tnk1/ktuv/mjly/mj-05-18.html</a>
אה א גוטען מר באס דרייוער וועלקאם טא דע קלאב שכוך פארן שערן דיין עקספיריענס,
נאך שבת וועל מיר ממשך זיין....
אביגדורדי אלע וואס געמבלען און פראבירן צו פאלגן יענע ספר וואס איר ציטירט (מיהו?) זענען די וואס האבן די שלום בית פראבלעמען. אדרבה, בייםן זיך וואשן נטילת ידים פראביר "זיך נער'יש צו מאכן און געב איר א שפריץ אן, אדער ווען זי זעצט זיך צום טיש געב א שלעפ ארויס דעם בענקל, אדער ווען זי קומט אריין אין א שטוב שפרינג ארויס פון אונטער'ן טיר און שריי "בו!". לאמיר זעהן צו אייער ספר'ל וועט אייך צוניץ קומען...
אנטשולדיג מיר, אבער זר זהב איז זייער גערעכט, אויב שטעלט איר איין אייער שלום בית אדער ריספעקט מיטן זיך נאריש מאכן מיט'ן ווייב האב איך אביסל רחמנות אויף דיר. מ'נעמט צוויי קליינע קינדער, בעיבי'ס, און מ'מאכט זיי חתונה, זיי גייען שפילן הויז, און ער דארף נאך שפילן גרויסע טאטע אויך?
דאס האט צוטוהן מיט די "טאטע סינדרום" וואס מיר האבן, לעט קידס בי קידס.
בכלל, מ'טענה'ט זיך דא ווי אזוי צו האנדלען מיט'ן ווייב, שווער, זיך יא אראפ לייגן אויפן ערד, אויפשטיין, יא שפייען, נישט שפייען, זיך לאזן שפייען, וכו', איר מיינט טאקע אז די זאכן האבן א וואן סייז פיטס אלל סאלושען? יעדער טראכט פון די אייגענע שווער און קלערט ווי אזוי מ'וואלט געהאנדעלט מיט עם, אדער טראכט מען צוריק צו וואס די שלום בית טעיפס זאגן, אדער וואס די חברותא אין כולל האט געזאגט פון אייגענע עקספיריענס. הערטס אויף! לאו כל האצבעות שוות, יעדע ווייב איז אנדערש, יעדע מצב איז אנדערש, און מ'דארף האנדלען לפי המבייש והמתבייש, נישט ווארפן קלישעי סולושענס. לאזט דעם בעל הסיפור דערציילן זיין מעשה, און פאר איבערשמועסן וואס יא צו פארציילן די ווייב און וואס נישט, איז דא א גרויסע שטיבל פאר דעם, לאזט צורוה אונזער באס דרייווער.
זר זהבאיחוד פעלדמיין שווער וואלט אזוי געכאפט פאר די העזה פין טוהן עפעס ווי דאס, אז קיין נחת וואלט ער שוין נישט געזעהן כל ימי חייו.
איך מיין אז ער האט סייווי נישט געזען.
גיב אכטונג וואס די שרייבסט, ווייל באלט ווער איך באליידיגט און איך גיי סטראשען אז איך גיי פין ק"ש, און עס וועט געדארען א חודש ביז איך קום צוריק.
הלוואי!! אוי מי יתן והיה!!
קינדער, שיין זיך שלאגן, נישט פייטען.
וועלכע שווארצע קאץ איז דורכגעלאפן צווישן דיצוויי?
Mr.Nahag please continue your story