בדחן, וואס איז די פראבלעם, דו קענסט גלייבן די מעשה, און אז ס'רעדט זיך פון ברעסלאבע רבנים, אדער אנדערע נישט היימישע, ושלום על ישראל.
מיין שלום בית געשיכטע
394 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3076
פוןדעסטוועגןדאךבדחןוואס הייסט בכל אופן איז די מעשה גוט? ער האקט דאך אויף געוויסע מענטשן מיטען ערגעסטן, ווייל זיי זענענן רבנים איז אלעס מותר?בדחןמילא אויף ברסלב איז נישט דא קיין קשיא, ווייל שיטת ברסלב איז אז זייט ר״נ איז אוועק איז נישט דא מער קיין רבנים, אבער אויף די מער באזעסענע וואס גייען נישט מיט ברסלב איז די קשיא זיער שטארק, היתכן?
ווייל זיי זענען ברסלב איז אלעס מותר???
איך וויל נישט פארדרייען די אשכול איבער ברסלב, אבער עפן א אשכול איבער ברסלב וועט מען עס דארט קענענן אויסשמיסען,
כיאנקל ועוד לקוקוריקו,
צו מיינע אויערן קלינגט די מעשה אמת. ס'הערט זיך צו מיר בכלל נישט אזוי פאנטאסטיש ווי אנדערע האבן די געשיכטע אויפגענומען. די "לעכער" זענען זייער מינדערוויכטיג און האבן ווייניג שייכות מיט'ן עצם סיפור המעשה.
עטליכע חברים האבן אנגעוויזן אז ס'איז נישט מסתבר אז א רב זאל זיך אויפפירן אזוי שרעקליך ווי באס-דרייווער זאגט. יענע זאלן געדענקען אז דאס התנהגות פון יענע רבנים הערט זיך שרעקליך אינעם קאנטעקסט פון באס-דרייווער'ס ווערטער. ער "עדיטאריאליזירט" זייער אויפפירונג פון זיין פערספעקטיוו, וויאזוי ער האט געזען, פארשטאנען און געפילט דערוועגן. אויב קוועטשט מען אויס די מעשה און מען לאזט אויס אלע אדיעקטיווען, קלינגט די מעשה זייער רעאליסטיש.
עס קומט מיר פאר אז מענטשן האבן מורא אז אונטער דעם ניק באס-דרייווער זיצט א לץ וואס לאכט פון די הרגשים און סימפאטיע וואס זיין "באבא-מעשה" רופט ארויס ביים עולם. איך גלייב נישט אז ס'איז אזוי; אבער נניח אז יא: "באס-דרייווער" איז נישט קיין מענטש, נאר א ווירטואלער שליח. אפילו אויב דער וואס קלאפט אפ די אותיות וואס דערציילן די געשיכטע איז א לץ, איז אזא מעשה שוין כמעט זיכער געשען, און מער איינמאל. אלא מאי, ס'איז נישט געשען מיט דעם מענטש וואס זיצט ביים קיבאורד. למאי נפקא מינה? דער ניק אליין רעדט דאך נישט; ער פארטרעט אן "אמת'ן מענטש". וואס א חילוק צי ער פארטרעט דעם וואס זיצט ביים קיבאורד, צי א צווייטן?
באס-דרייווער: איך גלייב דיר און פיל מיט דיר. אויב די מעשה איז נישט אמת (ס'איז יא -- איך רעד לשיטתם פון די סקעפטיקערס), דעמאלט וויל איך דיר גראטולירן פארן זיך אננעמען פאר דעם מיט וועמען די מעשה איז יא געשען.
___
דר'עולם האקט אוועק אויף כוח.

פשוט (פון) קאמפליצירט,
געוואלדיג!!!
געוואלדיג!!!
איך זע אז עס טוט זיך דא א גאנצע געראשקע וועגן שלום בית, וואלט איך געוואלט שרייבן א געדאנק וואס איך האב געהערט נאך מיין חתונה, פון אן ערנסטע רב, און איך האב מיר פערזענליך איבערצייגט אז עס ליגט דערינען א געוואלדיגע אמת.
דער רב האט אזוי געזאגט:
מאנכע מיינען אז שלום בית איז א גאנצע פסיכאלאגיע, א גאנצע שיטה, דעריבער אויב עס מאכט זיך א פראבלעם בעניני שלום בית, קען נאר א פסיכאלאג העלפן, און מען לאזט זיך קאסטן ממון ודמים, און רוב מאל העלפט עס א מכה.
וואס איז פשט?
זייער פשוט: שלום בית מיינט בעיקר מידות טובות!
האט איר א משל:
מאן פארן ווייב: פייגא קענסט מאכן היינט פאר סאפער סעסעמי טשיקן?
ווייב פארן מאן: יענקי ניין, עס מאכט צו א גרויסע שמוץ. איך וועל מאכן פלענע טשיקן מיט רייז!
מאן פארן ווייב: פייגא, אקעי!
א פאר מינוט שפעטער:
ווייב פארן מאן: יענקי קענסט מיר אפשר געבן $150 איבערצומאכן מיין שייטל?
מאן פארן ווייב: פייגא ניין!
ווייב פארן מאן: יענקי פארוואס?
מאן פארן ווייב: ווייל איך האב נישט איצט קיין געלט, און אז דו ווילסט דיר נישט אנשטרענגען פאר מיר און מיר מאכן עסן וואס איך ליב, פארוואס זאל איך מיך אנשטרענגען פאר דיר, און דיר געבן געלט וואס איך האב נישט, איבער צומאכן דיין שייטל, וואס דו האסט עס איבערגעמאכט קוים 3 וואכן צוריק?
זייער גערעכט? ניין?
וואס זאגט די תורה הק'? ווי אזוי הייסט דאס אין חומש?
לא תקום!!!!!!!
לאמיר גיין א שטאפל ווייטער:
דער מאן זאגט פארן ווייב: פייגא אקעי, איך געב דיר די געלט איבערצומאכן דיין שייטל, אפי' איך האב עס נישט, און אפי' דו מאכסט מיר נישט די עסן וואס איך האב ליב, דאך גיב איך דיר די געלט!
וואס זאגט די תורה הק'? וואו אזוי הייסט דאס אין חומש?
לא תטור! מען טאר נישט האלטן קיין פיינטשאפט!
וויפיל מאל א טאג האבן מיר אזעלכע מצבים?
ווען מיר פירן זיך ווען ווי עס שטייט אין די הייליגע תורה, און מיר ארבייטן אויף אונזערע מדות, וואס וואלטן מיר ווען געטאן?

מאן פארן ווייב: פייגא יא! און דא האסטו נאך א פופציגער פאר טאשן געלט!
וויפיל אהבה און ליבשאפט, שלום בית, וואלט אזא תשובה געברענגט אין שטוב?
האט דאס עפעס צו טאן מיט פסיכאלאגיע? ניין!
אז מען פירט זיך מיט גוטע מדות, ווי די תורה הק' פארלאנגט, הערשט אין שטוב אהבה ואחווה ושלום וריעות,
אז מען פירט זיך מיט נישט קיין גוטע מדות, און נישט ווי די תורה הק' פארלאנגט, איז די שטוב א חורבן, און מען איז כסדר פארנומען צו לויפן צו רבנים, פסיכאלאגן, וואס קענען גארנישט אויפטאן, נאר ארויסצורייסן געלט פון טאש, און מאכן זיכער אז די פראבלעמען ענדיגן זיך קיינמאל נישט.
איין עצה איז דא: ארבייטן אויף די מדות, און זיך פירן ווי א יוד!

איך וויל נישט פארקירעווען די באס אבער איך האלט יעצט מיט לייוו א מעשה ממש א שעה צוריק, א טייערער יונגערמאן א גרוש וויל האבן זיינע קינדער אויף פסח, לויט די הסכם האט ער פולע רעכטן קומט זיין עקס און זאגט לא, זי זאגט א טערעפיסט/עסקן האט גערעדט מיט א קינד און יענער האט מחליט געווען דער יונגערמאן איז שעדליך פאר די קינדער, און דאס איז אן רעדן א ווארט מיט עם און גאנץ ווארשיינליך קען ער עם אפילו נישט.
ברוך השם וואס האט באשאפען א ריזיגע גיהנום, ס'דא פלאץ פאר די אלע גוט-הארציגע-איין-זייטיגע עסקנים.
דרייווער, אויב נאך איינער איז מטיל ספק אין די ווארהייט פון דיין געשיכטע, וועל איך פלאצען פון כעס, און פארציילען מעשיות מיט נעמען.

קאווע, איך בין מטיל ספק, נאר כדי זאלסט דערציילן מיט נעמען. פאק ארויס.
קאווע טרינקערברוך השם וואס האט באשאפען א ריזיגע גיהנום, ס'דא פלאץ פאר די אלע גוט-הארציגע-איין-זייטיגע עסקנים.
דרייווער, אויב נאך איינער איז מטיל ספק אין די ווארהייט פון דיין געשיכטע, וועל איך פלאצען פון כעס, און פארציילען מעשיות מיט נעמען.
פלאצן זאלסטו נישט פלאצן, וואלט מיין חומש געזאגט. שטעלט זיך פאר קאווע מיט זיין ניק און אוואטאר פלאצן אויף. ס'וועט זיין א שטיבל-9/11 מיט צענדליגער תגובות און ניקס באטרינקען און באגראבן אין א געמויזאכץ פון קאווע און שטריימל-שפיצן 😞
קאך-לעפל,
נישט קיין שלעכטע איינפאל. איך וויל נאר צולייגן איין נקודה:
ביי טייל פרויען, איז עס נישט די שמוץ וואס סעסעמי טשיקען מאכט אן, נאר די תאווה צו קאנטראלירן דעם מאן, איהם אפצושניידן זיין כח גברא מ'שטיינס'געזאגט. - ביי אזא איינעם, העלפט נישט צו זיין א גוטע בעל מידות. אזא איינעם דארף מען איידער וואס ווען און ווי אנכאפן דעם מסכת פאר חגיגה און עס קלאר אוועקשטעלן אויפ'ן טיש, אדער אפשר אריינהענגען אויף א פרעים קעגן איבער דעם אריינגאנג אין הויז, והיו עיניה רואות.
די גמרא דערציילט אויפ'ן גרויסע רב תנא, אז זיין רביצין האט יעדעס טאג געמאכט פאר סאפפער פונקט דאס פארקערטע פון וואס ער האט איר געבעטן אינדערפרי. שוין 1500 יאר וואס אידן לערנען די גמרא און געדענקען איר לשמצה. אמת, רב האט נישט געלאזט זיין זוהן זיך אריינמישן מיט לגיונות, אמת, רב האט איר נישט דערקוטשעט, אבער ער האט נישט אויפגעגעבן אויך נישט.
די מאדנעקייט פון רב'ס מעשה איז, אז רב'ס רביצין האט זיך מטריח געוועהם איהם צו פרעגן יעדעס טאג וואס ער וואלט געוואלט עסן ווען ער קומט אהיים! זי האט איהם געגעבן דאס געפיהל פון דאונט ווארי, איים טעיקינג קעיר אוו יו. דאס איז א דאפעלטע רשעות געוועהן.
נישט יעדער איינער איז אויף רב'ס מדריגה, און עס איז נישט מענטשליך צו בעטן דאס ווייב צו מאכן עפעס וואס וועט איר פארנעמען פיל צייט און פלאג אוועקצורייניגן.
אויסער דעם, דאס לאנדרי איז אין זיין שאנק שיין געביגלט, עפעס עסן באקומט ער דאך, איינקויפן איז זי געגאנגען, די קינדער זענען בעל'בתיש אנגעטוהן, די הויז איז צאמגענומען, אלא מאי זי האט איהם נישט געמאכט פערפעקט וואס ער תאווה'ט? דערפאר וועט ער איר נישט געבן געלט? דאס איז שוין א שטיק שפלות. אבער אויב זי טוהט עס ווייל זי מוז האבן קאנטראל, דעמאלטס דארף ער איר שטעלן אין פלאץ, און ס'איז נישט דא קיין איסור אין די תורה אויף דעם. הגע בעצמך, א קינד איז א מחוצף אינדערהיים און דער טאטע דערלאנגט איהם א מתנת יד, איז דאס נקמה? דאס איז חינוך. ווייבער דארפן אויך צומאהל חינוך. מענער אויך, אגב.

און איך מיט אזא ווייב וואלט אריבערגעלאפן צו גאטליעבס פאר אביסל סעסעמי טשיקן. איך פארשטיי נישט אזעלעכע מיינער זאכן איז אפילו א אישו אין שלום בית. די וועד הצניעות לאזט יעדן קויפן סאפער אין רעסטאראנטס. (וק"ל!!)
חברה איין זאך קען איך ענק זאגען ווען איך האב אזא רבי ווי קאווע טרינקער אדער ווי קאך לעפעל רבי וואלט איך מיר איינגעשפארט אסאך ווייטאגען
וואס זאל מען טין, דע עקספיריענס קימט מיט דורכפעלער.

ווען קומט די פארזעצונג ?
אן אריינגיין אין יאיר'ס ראיות און איחוד'ס הוכחות, און אין פשוט-קאמפליצירט'ס שטעלונג בנוגע דעם דרייווער'ס סיפור. איז אבער לכאורה איין זאך גאנץ קלאר אז די בולט'ע ספעלינג מיסטעיקס זאגט ווארשיינליך אז עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק א שרייבער וואס אולי האט ער דא נאך א ניק אולי נישט, אבער איז נישט אזא שלעכטע ספעללער ווי ער קומט פאר. און ממילא אויסער די פארדרוס וואס דאס קען שאפן, שאפט זיך אויך א איינדרוק פון א רוצה לשקר, און דערפאר זענען די סקעפטיקער אזוי שטארק.
אלזא, באסדרייווער קיינער זוכט נישט קיינעם'ס איידענטיפיקאציע און אויפדעקן אייער פנים, איר שרייבט שיין, און קלארע געדאנקן, אבער ביטע שרייבט אויך מיט געהעריגע ספעלינג און אויסלייג,
ואם טעיתי, בעט איך דיר איבער מעומקא דליבאי.

חזקיהו המלךווען קומט די פארזעצונג ?
באס דרייווער
איך וויל דיר באמת איבערבעטן פאר די אומאנגענעמליכקייט וואס די גייסט דורך דא אין קאווע שטיבל,
איך האף אז די אלטע ווייטונגען פון די גאנצע פרשה און קאשמארן שפילן זיך נישט איבער ביי דיר, יעצט ווען די האסט גענומען די קוראזש צו פארציילן דיין פערזענליכע מעשה, און אנשטאט חיזוק גיסט מען דיר אן דא מיט הייסע קאווע.
זאלסט וויסן אז דיין מעשה איז מחזק אסאך יונגעלייט, וואס האבן שלום בית פראבלעמען, אדער וואס האבן געמאכט די זעלבע מיסטעיק'ס ווי די, און זיי זעהן אז מען איז נישט משוגע ווען מען ווערט אין אזא פאל פארלוירן און מען האנדלט אן א קאפ.
איך בעט דיר איבער בשם אלע קאווע טרינקער'ס, נעם עס נישט ערענסט און זיי מוחל די אלע וואס צווייפלען אין דיין מעשה און זענען דיר גורם צער, עס איז ליידער אזא וועלט, מען האט חשדות אויף יעדע זאך, סוכ"ס איז די וועלט קאראפטירט.
החותם בכל הכבוד ומשתתף בצערך
אויס מענטש

קאך_לעפלא פאר מינוט שפעטער:
ווייב פארן מאן: יענקי קענסט מיר אפשר געבן $150 איבער צומאכען מיין שייטל?
מאן פארן ווייב: פייגא יא! און דא האסטו נאך א פיפציגער פאר טאשען געלט!
וואו פול אהבה און ליבשאפט, שלום בית, וואלט אזא תשיבה גברענגט און שטוב?
האט דאס עפעס צו טאן מיט פסיכלאגיע? ניין!
אז מען פירט זיך מיט גיטע מידות, וואו אזוי די תורה הק' פארלאנגט, הערשט און שטוב אהבה ואחווה ושלום וריעות,
איך וויל נישט אוועקנעמען "דע" פלאטפארם פון ידידי באס-דרייווער, אפשר דארף מען א באזונדער אשכול פאר "דיעם" שמועס. אבער, לעניות דעתי אין לך השפלה גדולה מזו אז א פרוי דארף קומען אפנעמען אירע אפגעריבענע 50$ פון איר מאן. לדעתי, אויב מאן און ווייב האבן חתונה גהאט כדת נארמאלע מענטשן אין דעם אכטן יארהונדערט לאלף השישי, זאלן זיי זיין - בעסער געזאגט: זענען זיי - שותפים גמורים אין דיעם גאנצע אינקאם, ריגארדלעס צו דער מאן איז דאר ברויט-געווינער אדער ער איז אין כולל און דע פרוי גייט ארויס ארבייטן.
טעות
היימישער ליטוואק
איך וויל נישט אוועקנעמען "דע" פלאטפארם פון ידידי באס-דרייווער, אפשר דארף מען א באזונדער אשכול פאר "דעם" שמועס. אבער, לעניות דעתי אין לך השפלה גדולה מזו אז א פרוי דארף קומען אפנעמען אירע אפגעריבענע 50$ פון איר מאן. לדעתי, אויב מאן און ווייב האבן חתונה גהאט כדת נארמאלע מענטשן אין דעם אכטן יארהונדערט לאלף השישי, זאלן זיי זיין - בעסער געזאגט: זענען זיי - שותפים גמורים אין דעם גאנצע אינקאם, ריגארדלעס צו דער מאן איז דער ברויט-געווינער אדער ער איז אין כולל און די פרוי גייט ארויס ארבייטן.
עס איז נישט אמת און נישט אויסגעהאלטן
די פרוי איז בטבע א מקבל און וויפיל מער זי איז מקבל ווערט איר נפשיות אויפגעבויעט
עס איז נישט צו פארגלייכן אויב א פרוי נעמט אליינס די געלט, צו די געפיל ווען דער מאן גיט איר עס,
איך רעד בעין יפה ורוח נדיבה.
ביי די ליטווישע איז עס טאקע אנדערש, דער מאן איז דער מקבל און די פרוי די משפיע,
טאקע דערפאר טראגט איר אזא פנים.
נישט דער מאן און נישט דער ווייב דארפן זיין 'מקבלים' אדער 'משפיעים'. ביידע זענען אייניגע שותפים פון א שותפות'דיגע געלט-קאנטע. וואס איז שלעכט דערמיט?
אזוי איז די טבע הבריאה איינגעשטעלט
און אזוי איז די סדר פון האשה ניקני"ת
בכסף = זי באקומט א שוה פרוטה
בשטר = זי ווערט נקנה
ובביאה ===
און אזוי איז די סדר פון האשה ניקני"ת
בכסף = זי באקומט א שוה פרוטה
בשטר = זי ווערט נקנה
ובביאה ===
אויס מענטש, כשמך כן תהלתך... א מענטש "קויפט" נישט אפ זיין פרוי פאר א שוה פרוטה.
געגליכן געשמיכן, איינער וואס טריעט זיין פרוי ווי א שטיין זאל זיך נישט דערנאך וואונדערן פארוואס זי איז קאלט צו איהם ווי א שטיין.

איך וויל פשוט ענדיגען מיין פרשה ווייל איך האב עס אנגעהויבען
באמת האב איך שוין חרטה פארן אנהייבן אבער איך וויל פשוט נישט זייין קיין לאזער וועל איך עס ענדיגען בקיצור
למעשה האט מען אריין געמישט א איד וואס דער רב קימט ארויף איינמאל א יאר צי אים נעמען זיין טשעק און מיט פאר טאלער פין מיינע עלטערן
אגב אורחה האט ער זיך נישט געשעימט צי זאגען פאר דיעם איד אז האט פינק אזוי דריק פין דע אנדערע זייט
למעשה איז געבליבן מעןן וועט גיין צי א איד און מאנסי וואס עס הייסט ער פארשטייט צי שלום בית און ער וועט עס נעמען פין דארטן
דער איד איז שוין אביסעל בעסער פשוט ווייל ער נאר גענימען $225 א סעשאן נאכדעים ער פליעגט נישט רעדען ציזאמען נאר יעדער עקסטער
למעשה ער האט אהער געשטעלט א פנים ווי ער איז מיט מיר 100% און ער פליעגט מיר אלטס זאגען וואס ער האט איר אריין געגעבן,און ווען איך פליעג מיר אפרעדען אויף עפעס פלעגט ער מיר זאגען אוי גייט זי כאפען פאר דעים
אזוי איז אנגעגאנגען א שיינע פאר וואכן ביז איינמאל האט איך געהאט ציטעין מיט מיין ווייב האט זי געפענט א מויל אויף מיר און אנגעהויבן זאגען וואס ער רעדט אלטס ציזאם אויף מיר
איך האב אנגעהויבן כאפען אז עס איז נישט קיין תכלית אז מען האט דא ציטיען מיט א פליענער לץ ביז איין מאל ריפט מיר אריבער דע מגי"ש און זאגט מיר די האסט נישט קיין בריירה עס גייט נעמען א א שיינע שטיק צייט אבער די וועסט מיזען שוויצען,די גייסט דיך טוישען מקצה אל קצה,גיי ווייטער צי דעים פין מאנסי שאקעל מיט מיטן קאפ וואס ער זאגט אבער די גייסט דיך טוישען, פין איין זייט גייסטי זיין שטארק נישט זיך דערשרעקען זי קען דיר נישט מער דערגרעיטען
די גייסט איר נאר זאגען גיטע ווערטער קויף איר מתנות יעדע טאג גייט זי באקימען כאטש 2 טעלאפאנען ווי אזוי דיין טאג איז, יעדע זאך וואס זי טיט זי קאכט סאפער אדער די טרעפסט וועש און דיין לעדעל קימט איר א קאמפלעמענט
אבער טאמער זי זאגט דע קלענסטע שלעכט ווארט אויף דיר געסטי איר א קיק אן מיט א שטרענגע אויג זאגסט איר א גיטע נאכט
לעט מיעק זע סטארי שארט עס איז מיר געווען זייער ביטער דיעם טויש זייער שטייטליך מיט דע הילף פין מיין מגי"ש
היינט קען איך דערציילן דע מעשה און פריידן ב"ה עס הערשט א עכטער אהבה ואחוה און אלע ענינים
איר אינטערסירט נאר אז זאל איך זיין העפי מיין רחניות איז און גאנצען נישט אויף איר סדר היום
איך גיי נישט זאגען אויף מיין שווער האב איך נאך זייער א שווערע הארץ איך גיי צי אים נאר ווען איך מיז גארנישט מער
אזוי האב איך א שווערע הארץ אויף דע עסקנים וואס שטעלן נישט צי קיין נאמאלע מדריכים ווען מען האט חתונה וואס זיי זאלען מסביר זיין וואס א ווייב איז
ווער עס וויל מער וויסען קען זיך פארבינדען מיר און אישי
א גיטע נאכט

געלט
למעשה בין איך נאך היינט אינטער זיינע הענט אויב ער וויל איוב עס ברעכט אויס א סוכסוך מיט מיין ווייב
ווייל איך האב אלעס אינטער געשריבן
אבער איך האף אז וועט קיימאל נישט קימען דערצי

דעים שטר האט ער נישט ציריסען
אזוי פיל האט דער געלט אויפגעטיען אז ער האט עס נישט אויסגעניצט לרעתי

היימישער ליטוואקאויס מענטש, כשמך כן תהלתך... א מענטש "קויפט" נישט אפ זיין פרוי פאר א שוה פרוטה.
געגליכן געשמיכן, איינער וואס טריעט זיין פרוי ווי א שטיין זאל זיך נישט דערנאך וואונדערן פארוואס זי איז קאלט צו איהם ווי א שטיין.
כהאב פארגעסן כהאב צו טוהן מיט א ליטוואק
איז אזוי מען גיט נישט קיין פרוי קיין שוה פרוטה דאסאיז נאר א לשון וואס די גמרא ניצט ביי קידושין,
וואס איך האב ארויס געברענגט איז פאר יידל די פוינט, אז מען זעהט אז די פרוי איז די מקבל און אזוי גייט טאקע צו די סאמע קידושין פון אנהויב.
אויב פארשטייסטו נישט איז נישט געפערליך, נעם דיר ווייטער איבער באס דרייווערס ביינער מיט דיינע אלע ליטווישע חקירות
ביי
I couldn't more!! I just signed up today to tel for our bus driver that we are here with you all the way!! I know from experience that the story is 100% true!
You will be my first like
You will be my first like
[ציטאט אראפגענומען]
i just spoke to my driver,
if the driver is not good for you, you just can leave at the next bus stop...
Lexus
שלום עליכם
זעהט אויס ממי_ ווייסט נאר פון האניג און צוקער.

אזוי אינטערעסאנט ווי עס האט זיך אנגעפאנגן אזוי קורץ און שנעל האט זיך עס געענדיגט
מורי ורבותי!!!
איך קען נישט באס דרייווער, און איך ווייס נישט ווער ער איז.
איך האף נאר אז ער איז דער וואס איך מיין ער איז, ווייל איך וויל נישט טראכטן אז עד זענען דא נאך וואס זענען אריבער אזא רציחות'דיגע קאשמאר.
איך פערזענליך, א זוהן פון א מגיד שיעור ומחנך מופלא זה שלשים שנה, ווייס פון ממש אזא מעשה, וואס איך האב מיטגעהאלטן כלי ראשון (ניין זייטס נישט חושד מיין טאטע, ער רעדט נישט, איך בין פשוט א געפערליך נייגעריגער, און ווי מען וואלט עס גערופן ביי פרויען א 'יענטע'.... איך ווער אלעס געוואויר) ממש רוב פרטים זענען אזוי.
איז ביטע, אפילו אויב עס איז נישט ער, אזא מעשה איז זיכער געשעהן!

קאווע טרינקערLexus
שלום עליכם
thanks, you gave me a nice welcome and a good taste in the coffee room,
But ממי
added a bit sour milk in the coffee...
please welcome a new nick
כבדהו יותר מחשדהו.
כבדהו יותר מחשדהו.
[ציטאט אראפגענומען]
Did you put the sour milk in my coffee?? Say loud!! Was it you??? If not, why are you asking???? Ha?
Just say sorry and thats it, don't do it again!
[ציטאט אראפגענומען]
ער איז (ליידער) נישט דער איינציגער, וועלכער נוצט אויס זיין פאזיציע צו אונטערדריקן א צווייטן יוד. און געבן באקשיש (וואס ער נעמט בשתי ידיים) איז שוין א קאמפלימענט. "כי כספו הוא" ער מיינט נאר געלט. דאס אז זיי וועלן אמאלן דארפן אפגעבן דין וחשבון פאר'ן באשעפער זענען זיי נאכנישט צוגעקומען צו טראכטן.
לעקסוס איז דער גביר וואס האט געגעבן די געלט צו שמירן די רעדער?
איך וויל דא איבערבעטן ברבים דעם באס דרייווער פאר'ן צער וואס איך האב אים פארשאפט מיט'ן אנאליזירן זיין טרויעריגע געשיכטע.
להוי ידוע אז מיין ציל איז נישט געווען צו מאכן שבע חקירות ודרישות אויף די ספעציפישע מעשה כדי צו שטעלן דעם באס דרייווער אויפ'ן באשולדיגונגס באנק, נאר צוליב אן אנדער סיבה. די מעשה וואס באס דרייווער האט דערציילט איז גאר א ביטערע, און באשולדיגט רבנים און עסקנים מיט דאס ערגסטע ממש, און ווי איך האב געשריבן אין מיין פריערדיגע תגובה, איז גאנץ מעגליך אז צוליב דעם וואס ביים מיטמאכן אזא ביטערע פרשה איז זיין קאפ אינגאנצן נישט געווען דערביי, איז ער נישט בתוך הדברים צו דערציילן די מעשה גענוי ווי עס האט פאסירט מיט אלע פרטים, ווי אויך צוליב די סענסעטיווקייט פונ'ם ענין פעלט אויס צו משנה זיין געוויסע פרטים. זיין ציל איז דאך נישט צו שרייבן א מעמואר פאר'ן פאבליק, זיין ציל איז פשוט צו ארויסגעבן זיין ווייטאג און מעורר זיין דעם ציבור.
פונדעסטוועגן קלער איך אז עס איז זייער וויכטיג זיך צו אנשטרענגען נישט צו איבערטרייבן מיט די געשעענישן וואס מען דערציילט, און אפילו נישט נוצן עקסטרעמע ajectives, ווייל דאס קען צוברענגען אז מען זאל ווערן מסופק אין די גאנצע זאך. למשל, די לעצטע תגובה פון באס דרייווער איז זייער גוט געשריבן. כאטש די עוולות וואס ער דערציילט דארט זענען גאר געפערליך, דאך הערט זיך דאס פיל נענטער צום ווירקליכן לעבן. עס זענען ליידער דא אזעלכע 'טעראפיסטן' וואס טוען גארנישט אויף, זיי חנפ'נען נאר ביידע צדדים, זיי גיבן איבער ליגנטס איינער פאר'ן צווייטן, און רייסן געלט אין די וועלט אריין. און די אויספיר פון די מעשה הערט זיך גאר גלויבליך און אפילו וואונדערבאר, ווי ער האט איינגעזען אז זיין הילף וועט נישט קומען פון אינדרויסן, נאר פון ארבעטן אליינס, און נאך גרויס יגיעה און השקעה, מיט די ריכטיגע הדרכה פון דעם פשוט'ן מגי"ש וועלכער זיצט נישט אויף א לעדערנעם בענקל און רייסט נישט די הויט נאר גיבט איבער פשוט'ע קאמאן סענס עצות, האט ער באוויזן צו טראנספארמירן זיין הויז עס זאל הערשן שלום ושלוה. אדרבה, איך האלט אז דא וואלט געווען כדאי זיך צו אפשטעלן און מאריך זיין מער און איבערגעבן אביסל מער בפרטיות ווי אזוי ער האט דאס באוויזן, ווי אזוי ער האט פארוואנדלט א טראציגע חוצפה'דיגע ווייב אין א געטרייע אשת חיל, דאס וועט פיל מער אויפטון ווי דערציילן איבער נאך אן עסקן וואס האט גערעדט מנובלות. (הגם איך קען נישט האבן קיין טענות ווייל איך בין מעגליך דער וואס האט אים אוועקגענומען דעם אפעטיט פון דערציילן ווייטער).
באס דרייווער, איך וויל דיר נאכאמאל איבערבעטן פאר די עגמת נפש וואס איך האב דיר פארשאפט, און בעטן, אויב מעגליך, צו דערציילן מער באריכות איבער דעם שינוי וואס דו האסט דורכגעפירט און איבער די הערליכע שטוב וואס דו האסט היינט.
נאך א זאך וואס איז וויכטיג צו געדענקען, אז מען קען נישט מאכן קיין כלל אין דעם ענין. איך האב לעצטנס מיטגעהאלטן א מעשה מיט א קאפל וואס איז ארומגעלאפן צו עטליכע פראפעסיאנעלע טעראפיסטן און קיינער האט נישט געקענט העלפן, ביז זיי זענען אנגעקומען צו א היימישער, אומגעלערנטער טעראפיסט, וועלכער בעט טאקע $200 א סעסיע, אבער א סעסיע קען זיך אריינציען ביז 2-3 שעה, און צומאל קען ער נאך אויסער דעם רעדן אויפ'ן טעלעפאן ביז שפעט ביינאכט, און בעיקר, ער טוט עס מיט הארץ און געפיל, און ער האט באוויזן צו רעדן צו דעם יונגערמאן אויף דעם היימישן אופן צו וואס ער איז צוגעוואוינט, און אזוי איז ער דוקא געווען דער גוטער שליח.
צו מיינט דאס אז אומגעלערנטע עסקנים זענען בעסער ווי פראפעסיאנעלע טעראפיסטן? אודאי נישט. עס מיינט נאר אז כאטש לכתחילה דארף מען גיין צו א פראפעסיאנעל, דאך איז יעדער מצב אנדערש, און נישט וואס העלפט ביי איינעם העלפט ביי א צווייטן. דער עיקר איז, נוצן דעם אייגענעם שכל, נישט נאכלויפן בלינד אן עסקן ווייל ער הייסט א 'מומחה', נישט פאלגן בלינדערהייט א רב ווייל ער האט א געבלימטע בעקישע, און נישט זיין עקסטרעם פאר'כישופ'ט פאר א טעראפיסט וואס מען שפירט אז ער טוט גארנישט אויף בלויז ווייל ער האט עטליכע בוכשטאבן נאך זיין נאמען. און ווען עס צינדט זיך אן ביי אייך א רויטער לעמפל אין מוח, אנטלויפט ווי פון פייער.

driver, we are all on your bus
איך בין בטבע א גלויביגער, ספעציעל ווען ס'שפילט נישט קיין שם ראלע, און איך שטיי נישט אויס צו פארדינען מיט'ן לייקענען.
אבער וואס איז מיר א פלא: קען ער נישט מאכן צייט צו שרייבן די גאנצע מעשה אויפאמאל, און נאר צייט צו אפירזוכן די גמ' מיט ברוריא?

דעתי הענייהמורי ורבותי!!!
איך קען נישט באס דרייווער, און איך ווייס נישט ווער ער איז.
איך האף נאר אז ער איז דער וואס איך מיין ער איז, ווייל איך וויל נישט טראכטן אז עד זענען דא נאך וואס זענען אריבער אזא רציחות'דיגע קאשמאר.
איך פערזענליך, א זוהן פון א מגיד שיעור ומחנך מופלא זה שלשים שנה, ווייס פון ממש אזא מעשה, וואס איך האב מיטגעהאלטן כלי ראשון (ניין זייטס נישט חושד מיין טאטע, ער רעדט נישט, איך בין פשוט א געפערליך נייגעריגער, און ווי מען וואלט עד גערופן ביי פרויען א 'יענטע'.... איך ווער אלעס געוואויר) ממש רוב פרטים זענען אזוי.
איז ביטע, אפילו אויב עס איז נישט ער, אזא מעשה איז זיכער געשעהן!
אפשר קענסטו אביסל מער דערציילן, וועלכע פרטים זענען ממש אזוי ווי די מעשה?
אגב, איך וואלט געוואלט בעטן די אלע וואס זאגן אז זיי ווייסן פון ממש אזעלכע און נאך ערגערע מעשיות זאלן ביטע דערציילן פונקטליך וואס זיי ווייסן און מיט וואס עס איז ענליך צו די איצטיגע טרויעריגע געשיכטע. אן עסקן וועלכער רעדט מנובלות? א רב וועלכער נעמט שוחד? א 'מומחה' וואס טוט אויף גארנישט אויסער אויף צו רייסן געלט? ביטע, קאווע טרינקער, קרעקער, וכל דעימיה, ערקלערט זיך. דאס קען זיין א גרויסע הילף פאר'ן באס דרייווער צו משכנע זיין די אלע ואס זענען מסופק אין זיין הארצרייסנדע מעשה.
@יאיר, עז אלוועיס!!!
@באס-דרייווער, די פשוט'ע מהלך וויאזוי זיך צו פירן מיט'ן ווייב בשעת די וועש איז אויסגעוואשן און די עסן אויפ'ן טיש, איז טאקע די ריכטיגע מהלך, און אז זי שפורט אז איינער ליבט איר, און קוקט איר ארויף און אפרישיעיט איר וועט זי געווענליך צוריק צאלן מיט ליבע. ואין כאן המקום להאריך, ועוד חזון למועד. אבער וויזוי האט זי זיך פלוצלינג פארקירעוועט פון דיין פארנאגראפיע דורכפאל, און וויזוי האסטו צוריק געווינען איר צוטרוי אז דו ביזט א וואילע יונגערמאן וואס זוכט חלילה נישט צו פאשן אין פרעמדע פעלדער.
ביטע עלאבארירן! והיה שלום.

יאיר, אנכי אעשה כדבריך, אבער ס'וועט נעמען לאנג צוצוגרייטען, ווייל אויב ס'קומט צוביסעלך וועט מארנצען_זאפט מטיל ספק זיין...
מעשה'לעך אויף צדיקים דארף מען גלייבן אז "ס'קען" זיין אמת, כ"ש אויף רשעים.

קאווע טרינקעריאיר, אנכי אעשה כדבריך, אבער ס'וועט נעמען לאנג צוצוגרייטען, ווייל אויב ס'קומט צוביסעלך וועט מארנצען_זאפט מטיל ספק זיין...
מעשה'לעך אויף צדיקים דארף מען גלייבן אז "ס'קען" זיין אמת, כ"ש אויף רשעים.
קאווע, מיר ווארטן, אבער ביטע מאך עס מיט דיין ניק און געהעריגע פאראגראפן, און גראמאטיש קארעקטע אויסלייג. העכסטענס קענסטו שרייבן; עז טאולד טו מי ביי עי פרעינד.
קאווע טרינקער
מעשה'לעך אויף צדיקים דארף מען גלייבן אז "ס'קען" זיין אמת, כ"ש אויף רשעים.
אט זעסטו, אזא צוגאנג האב איך זייער נישט ליב. מען גלייבט נישט קיין אומגלויבבארע מעשיות, נישט אויף צדיקים און נישט אויף רשעים. דער צוגאנג אז ס'וואלט ווען געקענט זיין אמת ווייל מיר ווייסן דאך וואספארא גרויסע צדיק/רשע ער איז האט שוין געברענגט טראגישע חורבנות.
איין זאך איז זיכער, יעצט וועט קיינער נישט קענען זאגן אז "אין קאווע שטיבל אויב רעדסטו נאר שלעכטס אויף רבנים ביסטו פולשטענדיג אקצעפטירט." דא איז א פלאץ פאר אומאפהענגיגע, אומ'נגיעות'דיגע שקלא וטריא'ס, וואו יעדער קען זאגן זיין מיינונג נישט קיין חילוק וואו אומפאפולער אדער פאפולער עס איז. ובזה יצאתי ידי חובתי להוציא מלבן של צדוקים.
דעתי הענייהמורי ורבותי!!!
איך קטן נישט באס דרייווער, און איך ווייס נישט ווער ער איז.
איך האף נאר אז ער איז דער וואס איך מיין ער איז, ווייל איך וויל נישט טראכטען אז עד זענען דא נאך וואס זענען אריבער אזא רציחות'דיגע קאשמאר.
איך פערזענליך, א זוהן פון א מגיד שיעור ומחנך מופלא זה שלשים שנה, ווייס פון ממש אזוי מעשה, וואס איך האב מיטגעהאלטן כלי ראשון (ניין זייטס נישט חושד מיין טאטע ער רעדט נישט, איך בין פשוט א געפערליך נייגעריגער, און ווי מען וואלט עד גערופן ביי פרויען א 'יענטע'.... איך ווער אלעס געוואויר) ממש רוב פרטים זענען אזוי.
איז ביטע אפילו אויב עד איז נישט ער, אזוי מעשה איז זיכער געשעהן!
די מיינסט צו זאגן אז די קטנ'סט נישט 'אויפן' באס דרייווער?
וואס איז די חידוש? איך טוה דאס אויך נישט. עפעס ווילסטו מן הסתם ארויסברענגן, ניין?
מ'קען מיינען אז מ'לערנט דא א גמרא, וואס דער יונגעל וואס באווייזט שנעלער און בעסער אפצופרעגן איז קלוגער און געלונגענער. א חילוק צו ס'איז אמת צו נישט? סך הכל איז ער נישט קיין גוטע נאוועליסט. אגב, אויך נישט קיין גוטע שרייבער. אבער, סוף כל סוף האט ער אנגערירט גאר גוטע און וויכטיגע נקודות, מסתמא צאמגעקלעבט פון 20 מעשיות וואס ער האט זיך אנגעהערט אדער אונטערגעהערט דרייווענדיג זיין באס...
בכלליות, האט ער אנגערירט די דאזיגע וויכטיגע נקודות:
* א פרוי רופט איר טאטע זיך צו באקלאגן אנשטאט אפענערהייט קאנפראנטירן איר מאן.
* דער שווער זאגט א מיינונג אן אנפרעגן זיין גן-איידעם'ל.
* א מאן א שוטה גייט נאך בלינדערהייט פאר'סרוח'טע "עסקנים".
* אויסער א מגיד שיעור פון יארן צוריק האט א יונגערמאן נישט קיינעם צו וועמען צו רעדן ווען עס נויטיגט זיך!
* א איד חתמ'עט איבער קאנטראל אויף זיין לעבן מיט איין אונטערשריפט אויף שטרי בירורין.
* דאס ווייב'ל (אשה כשרה/נשים צדקנית/צדיקת'טע) פארשטייט צו היסטאריס אויפ'ן בראוזער בעת וואס דער מאן (מנוול/בעל תאווה/מושחת) ווייסט נישט וויאזוי מען עסט דעם גע'אסר'טע כלי אויסער צו באזוכן די סייטס וואס די רבנים ביי זייערע פלאם פייערדיגע דרשות האבן איהם געזאגט אז דאס טוהט מען מיט דעם כלי.
* ויש עוד, ודי בזה לעת עתה.

מיר ווילן זיך נאכאמאל באדאנקען בשם קהילת קאווע יצ"ו פאר אלע וואס האבן מטיל ספק געוועזן אין די מעשה, פארן צונעמען אזא שיינע שפאנענדע מעשה מיט פארזעצונגען פונעם עולם, אפגעזען אויב ס'איז אמת אדער נישט. א דאנק.
געפילטע פיש ועוד,
אויב וועל איך פארשרייבן א שיינע געשיכטע מיט פארזעצונגען מיט א פארקערטע עקספיריענס וועסטו עס ליינען מיט די זעלבע מאס דארשט?!

איך קען דיר נישט זאגן פון פאראויס, נעם דיך שרייבן און מ'העמער זעהן.
אונזער מנהל איז א געלונגענער קאפיטאן...
איך האב אלס געמיינט אז די יונגעלייט זענען מער געריבן.
מנהלרוחנידאס ווייב'ל (אשה כשרה/נשים צדקנית/צדיקת'טע) פארשטייט צו היסטאריס אויפ'ן בראוזער בעת וואס דער מאן (מנוול/בעל תאווה/מושחת) ווייסט נישט וויאזוי מען עסט דעם גע'אסר'טע כלי אויסער צו באזוכן די סייטס וואס די רבנים ביי זייערע פלאם פייערדיגע דרשות האבן איהם געזאגט אז דאס טוהט מען מיט דעם כלי.