איך בין מאלעסטעט געווארן
131 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2475
לעמאן דזשוס זעהסט דאך ביזט געבליבן נארמאל, יידיש, אפילו עהרליך
סארא גערעדאכץ! וואס מיינט נארמאל? האטסטו נישט געזעהן ווי ער זאגט אז ער האט געמיזט האבן טערעפי אין די שפעטערע יארן. ער האט געליטן, ס'ווייב האט געליטן, די קינדער האבן געליטן. אבער לויט דיין פען סטעיט ארגומענט, וועסטו יעצט זאגן אז "אסך מענטשן ליידן פון שלום בית און אנדערע סאציאלע שוואכקייטן, אפי' דארט ווי מ'ריפט יא די פאליציי פאר מאלעסטעשאן."
און אז ער האט נישט קאמיטעט זעלבסמארד איז וואס? זיין פאוינט איז אז ס'זענען דא מאלעסטארס, די מאלעסטארס קומען אין אלע פארמען אריינגערעכענט חשוב'ע אידן מיט גיטע רעפוטאציעס, און אז די קרבנות מאכן איין ליידן בינם לבין קונם פאר לאנגע יארן אין שווייגעניש. דער חשוב'ע איד האט געטוהן יעדעס יאר א שיינע שידוך, בשעת זיין וויקטעם (א גאנצע פאמיליע פון וויקטעמס) פון צוואנציג יאר צוריק ליידט טאג טעגליך.
חאצקלאיז דא דא איינער אין קאווע שטיבל וואס האט אמאל איינעם מאלעסטערט?
דאכט זיך אין פרקדן האט איימיצער מיטגעטיילט אז זינט ער איז געווארן מאלעסטעט האט ער דעוועלעפט די טענדענסי פון מאלעסטאן אנדערע (כ'געדענק נישט צו ער שרייבט אז ער האט למעשה געטוהן עפעס) און ס'באגלייט אים פאר יארן.
יואליש טייערע, דו פארענטפערסט נישט די קאר-קוועסטשאן...איך וועל פרעגן נאכאמאל
איז א קאמיוניטי וואס רופט די פאליס בעטטער אףף אדער נישט...
יא ער האט זיך געמוטשעט. זיי מיר מוחל עס איז נישט אנדערש ווי יעדע פאסירונג וואס געוואנדן אין איטליכער אינדיווידואל ווערט עס אויפגענומען פארשידענארטיג.
עס זיינען דא קינדער וואס ווערן אלס קינד פאר׳יתום׳ט לא עלינו, טייל ברויכן טעאראפי, טייל לאזט עס לאנג טוירם עפעקטס פון צובראכנקייט, דערשלאגענקייט און עס האט טיילמאל עפעקטס אויפ׳ן שלום בית, אזש עס זענען דא וואס וועלן נישט נעמען יתומים אלס איידעמער אדער שנורען
ועוד, עס זענען דא שטיבער וואס האבן געשוויסטער מיט פארשידענע סארט קרענק נעבעך, ל״ע און ווידער זענען די עפעקטס פארשידענארטיג...
בסך הכל צו מאכן מיין פונקט אין קורצן; אוודאי איינער וואס מאלעסטעד א קינד איז א פוגע, רודף, שייגעץ, גנב, גזלן, מענה, מאנס, מפתה, וכולי וואס די אויטקאם איז, אין רוב פעלער איז די עפעקט פונקט ווי יעדע אויסערארנדליכע פאסירונג אין עני טשיילדהוד וואס ווענד זיך אלץ אין טויזענד סיבות וויזוי דאס קינד וועט איבערקומען די שוידער
איך זיץ דא ביי 'ממי שאמרו' אין אפיס, און מיר רייסן זיך פאר געלעכטער, די מעשה איז היינט פאבירצירט געווארן, און עולם גולם גלייבט! 'מי' האט מיר געוואלט אויפווייזן אז היינט צו טאגס דארף מען נישט קיין באווייז אז מ'איז געווארן מאלעסטעד, אויב זאגט מען נאר אזוי גלייבט מען שוין, נאר די נאמען דארף ער נאך זאגן, און מארגן איז יענער שיינער יוד א שייגעץ.
-------
איך האב נישט עכט קיין אהנונג ווער 'מי שאמרו' איז, ס'שטארק מעגליך אז דער יוד איז איינער וואס איז בא'עוול'ט געווארן אויף א מיאוסן אופן. איך האב נאר געוואלט ארויסברענגען א געדאנק.
און דיין פאונט איבער יתומים און כל מיני טראגעדיעס איז?
אין פען סטעיט האבן זיי אלע געטענה'ט אז מה כל הרעש, סך הכל זענען מיר אזוי ווי וויליאמסבורג!
ערענסט גערעדט, זיכער איז א פלאץ ווי מ'ריפט פאליציי פאר מאלעסטערס א בעסערע פלאץ. זיכער איז א פלאץ ווי מ'גלייבט קינדער, ווי מ'איז מחזק קינדער זאלן רעדן פריי איבער זייערע מיטמאכענישן, זיכער זענען די פלעצער בעסער.
יונגערמאנטשיק, צו די פאסט איז אמת אדער נישט איז אירעלעווענט. ס'שילדערט א מעשה וואס כ'מיין יעדער פון אונז האט שוין געהערט ערשטהאנטיק פון א חבר אדער מער חברים וועלכע האבן דאס מיטגעלעבט. דאס איז נישט סייענס פיקציע. ס'איז מעשים בכל יום.
יואלישיונגערמאנטשיק, צו די פאסט איז אמת אדער נישט איז אירעלעווענט. ס'שילדערט א מעשה וואס כ'מיין יעדער פון אונז האט שוין געהערט ערשטהאנטיק פון א חבר אדער מער חברים וועלכע האבן דאס מיטגעלעבט. דאס איז נישט סייענס פיקציע. ס'איז מעשים בכל יום.
איך עגרי אז ס'איז ליידער דא אסאך אזעלעכע מעשיות. ס'זענען אבער אויך דא מענטשן וואס נעמען 'עדווענטידזש' פון די פאקט אז מ'קויפט גרינג אזעלעכע מעשיות, בלייבט נישט איבער קיין ברירה נאר צו זיין סקעפטיש ביי יעדע מעשה.
טייערער חבר, איך גלייב אז דו האסט נישט אינגאצן דורכגעליינט מיין תגובה, איך האב צוגעלייגט צום סוף אז מיין מעשה איז נישט אמת, ס'איז נאר כדי לשבר את האוזן. און איך וויל דיר זאגן אז ס'טוט מיר זייער וויי צו הערן אזא מעשה, איך קען מיך נישט פארשטעלן דיין צער און ווייטאג וואס דו ביסט אדורכגעגאנגן די אלע יארן ביז דו ביסט געגאנגען פאר הילף. און איך האף אז דער אייבערשטער וועט דיר שענקן א גליקליך לעבן פון דא און ווייטער. אבער ליידער זענען דא אזעלעכע וואס נעמען 'עדווענטידזש' פונעם מצב, און זיי צווינגן מיך צו זיין סקעפטיקל אויף יעדע מעשה. היינט צו טאגס ווען איך ליין אזא מעשה טראכט איך צוויי מאל 'ווער זאגט אז ס'איז אמת?' און דאס איז צו פארדאנקן די רשעים וואס אביוזן די סיסטעם.
יונגערמאנטשיקטייערער חבר, איך גלייב אז דו האסט נישט אינגאצן דורכגעליינט מיין תגובה, איך האב צוגעלייגט צום סוף אז מיין מעשה איז נישט אמת, ס'איז נאר כדי לשבר את האוזן. און איך וויל דיר זאגן אז ס'טוט מיר זייער וויי צו הערן אזא מעשה, איך קען מיך נישט פארשטעלן דיין צער און ווייטאג וואס דו ביסט אדורכגעגאנגן די אלע יארן ביז דו ביסט געגאנגען פאר הילף. און איך האף אז דער אייבערשטער וועט דיר שענקן א גליקליך לעבן פון דא און ווייטער. אבער ליידער זענען דא אזעלעכע וואס נעמען 'עדווענטידזש' פונעם מצב, און זיי צווינגן מיך צו זיין סקעפטיקל אויף יעדע מעשה. היינט צו טאגס ווען איך ליין אזא מעשה טראכט איך צוויי מאל 'ווער זאגט אז ס'איז אמת?' און דאס איז צו פארדאנקן די רשעים וואס אביוזן די סיסטעם.
קענסט ליסטן צוויי היימישע קעיסעס פון מענטשן וועלכע האבן געזיכט צו נעמען עדווענטזש און שפילן וויקטעם?
טאמער למשל קען איך נישט ליסטן צוויי מענטשן איז מיין טענה אויס?
ס'איז געווארן א נארמאלע זאך ביי זייער אסאך בחורים וואס גליטשן, ווען מ'פרעגט זיי וואס ס'גייט פאר ענטפערן זיי 'מ'האט מיך מאלעסטעד', ווער און ווען ווייסן זיי שוין נישט, מאלעסטעד איז געווארן אן אפעצילן היתר אויף כל עבירות שבתורה.
און אויב געדענק איך גוט איז ב.מ.ל. היינט אויף די פריי ווייל דער וואס איז געקומען עדות זאגן איז נישט געווען א וויקטעם, ס'געווען 'פאלטש'! איר הערט? ב.מ.ל. וואס רוב אירע דא גלייבן אויף אים די מעשיות וואס מ'זאגט קען זיך דרייען פראנק און פריי בלויז ווייל איינער האט געוואלט נעמען עדווענטידזש פון די סיסטעם. דאס איז מיין פוינט. איר פארשטייט?
איך וויל דא קלארשטעלן אז איך מיין נישט ח"ו צו פוגע זיין אין 'מי שאמרו', איך לייקן נישט זיין מעשה, איך קען נישט דעם יוד און נישט זיין מעשה און די וועג וויזוי ער שרייבט מאכט מיך טראכטן אז ס'איז יא אמת, ס'זענען נכרים דברי אמת. איך האב נאר געשריבן א נקודה וואס איך האב געוואלט ארויסברענגען.
ממי שאמרו - איך מיין ס'ווארעמט דיר אביסל אהן די הארץ צו זעהן וואו די חברים שטייען דא מיט דיר.
יעצט אויף אפאר שאלות האסטו נאך נישט געענטפערט, וואס האט דיר עס געשאט פאר'ן שלום בית?
און וואס איז יעצט געשעהן אז די ביסט ארויס געקומען סיי צו דיין ווייב און סיי צום עולם??
איך שטים מיט מיט דאס-
דורך לעמאן דזשוס » מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 1:51 am
געפילטע פיש האט געשריבן:
לעמיל האט געשריבן:
איך מיין די אשכול קומט מאחורי
וואס איז די מאחורי משוגעת? האסט מורא א בחור וועט עס לייענען? אדרבה, הערשט בחורים דארפן דאס לייענען, זיי זאלן וויסן זיך צו היטן.
ניין זיי האבן מורא אז איינער וואס האט נישט צוטריט צו מאחורי וועט עס ליינען וא״כ וואס איז ער מער....
איך מיין נישט פערזענליך לעמיל ס׳נאר א כלליותדיגע סאציאלע באמעאקונג...
איך ווייס נישט צו עס איז גערעכט ארויף לייגען א בילד פין יענעם דא,
קען מען עפעס גלייבען א ניק אהן א נאמען?
אוועקלייגען איינער לאורך ימים?
קינדער שידוגכים?
און איך בין זיכער אז היינט טוט ער עס שוין נישט, סא פארוואס מפרסם זיין.
ער איז שוין היינט אן אלטע קראכער, לאזט געמאכט אן אלטער נואף, אין גיהנם וועט ער שוין כאפען זיין שטראף.
אינגערמאנטשיק, (איך מיין נאך דיר, נאר דו ביזט די לעצטע) איר ברענגט ארויס א וואלידע פוינט, אבער דא איז נישט די פלאץ פאר דעם, קענסט עפענען א אשכול (און ס'שוין דא איבער גענוג אפענע) ווי דו קענסט אויסשמועסן דיין טענות, ביטע לאז דעם אשכול פאר ממי שאמרו, און פאר די חבירים וואס ארויסווייזן סאלידאריטעט איז וויכטיגער ווי מאכן חשבונות.
א דאנק.
איחוד פעלדאיך ווייס נישט צו עס איז גערעכט ארויף לייגען א בילד פין יענעם דא,
קען מען עפעס גלייבען א ניק אהן א נאמען?
אוועקלייגען איינער לאורך ימים?
קינדער שידוגכים?
און איך בין זיכער אז היינט טוט ער עס שוין נישט, סא פארוואס מפרסם זיין.
ער איז שוין היינט אן אלטע קראכער, לאזט געמאכט אן אלטער נואף, אין גיהנם וועט ער שוין כאפען זיין שטראף.
עס איז נישט א ניק אן א נאמען. ער האט א נאמען, די ווייסט פשוט נישט וואס עס איז...
outspokenאיצט צו ''ממי שאמרו'' וויל איך זאגען, איך פארשטיי דיין ווייטאג, בעסער געזאגט פארשטיי נישט דיין ווייטאג ווייל כאטשיג איך בין געווארען מאלעסטעט ווי איך האב שוין געשריבן
איך בין געווארען מאלעסטעט אלץ א יונגעל. ניין, איך שעם זיך נישט, זאל מיין קראנקע נואף חזיר מלמד זיך שעמען, איך ווייס קלאר אז ער האט נאך אסאך קינדער מאלעסטעט ביז ער איז ארויס 9 י-א-ר שפעטער, בדרך כבוד נישט צו פארשעמען זיין משפחה (דרך אגב קיינער פון אינז איז נישט אראפ פון וועג, אבער AGE מאכט אסאך אויס ואכמ''ל) איך וואלט נישט געוואלט מיין ארימע דל'-נואף חזיר מלמד אין תפיסה, איך גיי פאר לאסירים און קיין איין איד נישט געווינטשען וואס די אסיר און משפחה גייען דורך ר''ל, אבער איך בין זייער אנגעווייטאגט אין אינזער סיסטעם אז ער האט געקענט זיין ג-א-נ-צ-ע נ-י-י-ן י-א-ר א מלמד, און ווען מ'האט אים געטוישט צו אן אנדערע פאסטען, איז עס געווען מיט אזא דרך כבוד אז ס'האט נישט דערשראקען קיין שום אנדערע מלמדים חזרים (אויב ס'געווען)
בין איך געווען א קליין קינד, און די עבירות געפיל האב איך אויך נישט געהאט, און קיין שיינע איד איז ער אויך נישט, דערפאר קען איך זאגן איין זאך השי''ת זאל דיר העלפען, און די בעסטע זאך אז מ'גייט צו א פארפעשענעל.
נאר איין נחמה האב איך פאר דיר ''די סיסטעם טוישט זיך''
איך האב ממש היצט אראפגעלייגט דעם טעלאפאון מיט איינע פון די מנהלים פון דעם מוסד און ער זאגט מיר אז ער געדענקט די מעשה. און אויף מיין פראגע פארוואס ס'האט געדויערט 9 יאר אים צו באזייטיגן און פארוואס אויף אזא שיינעם אופן האט ער געענטפערט אז קיין איין קינד האט נישט ריפארטעד קיין אינצידענט ביז 8 און א האלב יאר שפעטער, און ס'האט גענומען א שטיק צייט צו וועריפייען אז ס'איז טאקע אמת, און דאן האט מען אפיר גענומען דעם מלמד, און דער מלמד האט עגריט צו גיין פאר העלפ/טעראפי און נעמען מעדיקעישן אזוי אויך האט ער מסכים געווען אז מ'זאל עם מעגן נאכקוקן כסדר און אויב ס'פאסירט נאכאמאל גייט מען נוצן שווערערע מיטלען. און אויסטויש דערפאר האט מען אים באזייטיגט אויף א שטילן אופן אז אפילו זיין ווייב ווייסט נישט דערפון.
די רעזולטאטן דערפון איז א דער מלמד האט נאך זינט דאן נישט צוגערירט צו נאך א קינד, ער לעבט א נארמאלן לעבן, טוט שידוכים מיט זיינע קינדער און קיינער אויף די גאס ווייסט נישט דערפון.
-----
דאס מאל ווידער האב איך נישט גערעדט מיט קיין מנהל, און די פוינט וואס איך ברענג ארויס איז ווידער די זעלבע, האב נישט קיין טענות אויף די מוסדות פארן אים נישט באזייטיגן, ווייל דו האסט נישט באריכטעט דיין אינצידענט, און די וועג וויזוי זיי האבן דאס באהאנדעלט קען מעגליך זיין די ריכטיגע וועג.
געפילטע פישאינגערמאנטשיק, (איך מיין נאך דיר, נאר דו ביזט די לעצטע) איר ברענגט ארויס א וואלידע פוינט, אבער דא איז נישט די פלאץ פאר דעם, קענסט עפענען א אשכול (און ס'שוין דא איבער גענוג אפענע) ווי דו קענסט אויסשמועסן דיין טענות, ביטע לאז דעם אשכול פאר ממי שאמרו, און פאר די חבירים וואס ארויסווייזן סאלידאריטעט איז וויכטיגער ווי מאכן חשבונות.
א דאנק.
לפי עניית דעתי איז די פלאץ פאר מיין קאמענט יא אין דעם אשכול, לויט ווי איך פארשטיי איז קאווע שטיבל אפן אויסצושמיעסן ביידע זייטן, און איך האב געברענגט איין פרעספעקטיוו.
רבותי, איך קען דעם אינגערמאנטשיק לויט ווי איך זע זיין נוסח פון שרייבן, איך האב שוין כמה פעמים גערעדט מיט אים, און איר זאלט וויסן אז ער איז א ליגנער און א שווינדלער, ער זוכט סתם צו פארדרייען א קאפ. נישט בלויז וואס ער אליין ווייסט אז וואס ער שרייבט איז פשוט שטותים, נאר ער איז ספעציעל באשטימט דורך די מנהלים און ראשי הקהילה צו דערשטיקן אזעלכע מעשיות פון פארווייטאגטע אידן. גלייבט מיר, צו אים אליין זענען שוי צוגעקומען מענטשן דערציילן מעשיות וואס איז געשען מיט זיי פערזענליך און זיי האבן געברענגט ראיות, און ער האט זיי גאר באשמיצט אין די גאסן אז זיי זענען מוציא שם רע. מען דארף אים פארמאכן זיין ניק און נישט לאזן שרייבן קיין איין ווארט. ער איז פון די וואס ברענגען אז מאלעסטערס זאלן זיך דרייען פראנק און פריי.
פארשטייט זיך אז דאס מוז נישט זיין אמת. איך זאג עס נאר ארויסצוברענגען מיין פוינט.
[ציטאט אראפגענומען]
היות איך זעה אז ממי שאמרו האט זייער א ווייטאגליכע געשיכטע קוקט אויס אביסל בארבאריש מיין סקעפטיזם, און מ'קען טאקע זעהן אז געוויסע האלטן אז איך האב נישט געדארפט שרייבן דא אזא קאמענט. און דו אליין רופסט אויך אן מיין קאמענט קאלטבלוטיג, דעריבער האב איך געשריבן אז איך מוז זיין סקעפטיש, ווייל ס'איז ליידער אין סטייל היינט פון מענטשן צו פאבריצירן געשיכטעס.
(ווי שוין ערוועהנט פריער, איך רעדט נישט פון ממי שאמרו ספעסיפיק)
יאיררבותי, איך קען דעם אינגערמאנטשיק לויט ווי איך זע זיין נוסח פון שרייבן, איך האב שוין כמה פעמים גערעדט מיט אים, און איר זאלט וויסן אז ער איז א ליגנער און א שווינדלער, ער זוכט סתם צו פארדרייען א קאפ. נישט בלויז וואס ער אליין ווייסט אז וואס ער שרייבט איז פשוט שטותים, נאר ער איז ספעציעל באשטימט דורך די מנהלים און ראשי הקהילה צו דערשטיקן אזעלכע מעשיות פון פארווייטאגטע אידן. גלייבט מיר, צו אים אליין זענען שוי צוגעקומען מענטשן דערציילן מעשיות וואס איז געשען מיט זיי פערזענליך און זיי האבן געברענגט ראיות, און ער האט זיי גאר באשמיצט אין די גאסן אז זיי זענען מוציא שם רע. מען דארף אים פארמאכן זיין ניק און נישט לאזן שרייבן קיין איין ווארט. ער איז פון די וואס ברענגען אז מאלעסטערס זאלן זיך דרייען פראנק און פריי.
פארשטייט זיך אז דאס מוז נישט זיין אמת. איך זאג עס נאר ארויסצוברענגען מיין פוינט.
איך האב הנאה אז דו האסט פארשטאנען מיין פוינט! מ'קען קיינמאל נישט גלייבן קיינעם. ס'איז שטארק מעגליך אז איך בין א באצאלטער ארבייטער פון די וועד הצניעות און איך ארבייט דא 'אווער טיים' זיי צו פראטעקטן. אזוי אויך איז שטארק מעגליך אז דו ביסט גאר א באצאלטער ארבייטער פון די וועד הצניעות, און דו ארבייטסט אויף גאר א כיטרן אופן אריינצונערן דיינע חברים דא כדי ארויסצונאכן אינפערמאציע פון זיי.
יא יא, דאס איז געווען מיין פוינט! ווען אן פשוטער מענטש קומט צו דיר און פארציילט דיר א געשיכטע קויף עס נישט אפ די ערשטע רגע, מ'מעג זיין סקעפטיש, און אוודאי און אוודאי ווען ס'רעדט זיך פון אזעלעכע זאכן, און אוודאי און אוודאי ווען דו קענסט ניטאמאל דעם מענטש, דו האסט נישט קיין אהנונג וואס זיין ציהל איז.
איין שאלה פאר דיר יונגעמאנטשיק
פארוואס זאל אזא ניק ווי מי שאמר עס טון?
קוק זיינע תגובות ער איז א מענטש מלא תוכן. ער קומט דא נישט שפייען אויף די רבנים ער פארציילט נאר זיין לעבנס געשיכטע פארוואס אין העלל מאכסטו דא א קאפדרייעניש? אזא איד ווי מי שאמר קומט זיך אן אויבן אן שטיל פארן דואך גיין דאס און בלייבן ערליך און פרום.
בושה זאל דיך באגיסן פארן זיין אזוי קאלט צו אצוויינטנס פיין
מקען שרייבען אין אישית ווען מוויל אטאקירען....
ברויןאיין שאלה פאר דיר יונגעמאנטשיק
פארוואס זאל אזא ניק ווי מי שאמר עס טון?
קוק זיינע תגובות ער איז א מענטש מלא תוכן. ער קומט דא נישט שפייען אויף די רבנים ער פארציילט נאר זיין לעבנס געשיכטע פארוואס אין העלל מאכסטו דא א קאפדרייעניש? אזא איד ווי מי שאמר קומט זיך אן אויבן אן שטיל פארן דואך גיין דאס און בלייבן ערליך און פרום.
בושה זאל דיך באגיסן פארן זיין אזוי קאלט צו אצוויינטנס פיין
בנוגע ממי שאמרו האב איך אפאר מאל געשריבן אז ניכרים דברי אמת, ס'פיהלט זיך אמת'דיג, ספעציעל ווייל ער שרייבט נישט קיין נאמען, דאס מיינט אז ער זוכט קיינעם נישט צו באשולדיגן, ער זוכט פשוט אראפצונעמן א שטיין פון זיין הארץ. דעריבער האט ער מער נאמנות.
דו זאגסט אז איך בין קאלטבלוטיג? דו מעגסט אזוי האלטן, איך האלט אנדערש, איך זאג אז אזא מעשה טוט מיר באמת וויי, און איך האב געשריבן פאר ממי שאמרו דערוועגן פריוואט. און איך בין נישט קאנווינסד אז די אלע וואס שרייבן דא "איך פיהל דיין צער, איך וויין פאר דיר" און אלע אנדערע לשונות של נחמה שפיהרן מער זיין צער ווי מיר, שרייבן קאסט נישט קיין געלט. איך האלט אויף אפאר ניקס דא אז זיי פרייען זיך מער מיט די פאקט אז זיי האבן פרישע סחורה ווי ס'טוט זיי וויי אזא מעשה.
און אז איך רעדט שוין מיט דיר, וואס גייסטו טוהן אויב ממי שאמרו גייט באלד צוריקקומען און זאגן א נאמען, און ס'גייט זיך ארויסשטעלן אז דער מאלעסטער איז נישט קיין צווייטער ווי דיין טאטע/שווער אדער זיידע, גייסטו נאך אלץ האלטן אז מ'דארף אים גלייבן תורת משה, אדער דו גייסט קודם וועלן "וועריפייען" די מעשה?
"ממי שאמרו"
נעכטן איז משום מה מיינע תגובות אויסגעקומען פון לינקס אויף רעכטס;
כ'האב געוואלט וויסען צו איינער וואס א מלמד אין חדר האט אים "געטשעפעט" איז מסכים אויסצוזאגען דעם נאמען פונעם חדר
איז דא איינער וואס איז נישט געטאטשט געווארען אין מקוה צו אין שוהל??????
איך זע נישט וואס איז די בושה מודה צי זיין, מיך האט מען געטאטשט יעדע צווייטע וואך אין מקוה, און אסאך מאל אין שוהל, איך בין נישט משוגע געווארען אדער געדארפט סטיל וואל, אבער כפארשטיי אז סאיז דא אזעלכע פאר וועם סטיט וויי ביז זיך צי וועלען נעמען די לעבען
איינער שיקט מיר אין אישי:
אין ראדני מקוה איז מעלעסטעישאן געוועזן מעשים בכל יום
יא אויך הוצ"ל
אויך אין ראדני און אויכט אין אנדערע מקוות
געווענדליך אין קליינע מקוואות איז אסאך ערגער
אויסער מיסע און גראבע קינדער און בחורים גלייב איך האט מען יעדעם געטאטשט
מענטשען מיינען אז מעלעסטען איז א שרעקעדיגע זאך און דע מעלעסטער מיז זיין א שרעקעדישע מענטש
סאיז געווען געהעריגע נארמאלע אינגע און אלטע מענטשען מיט ווייסע בערד וואס האבען פלעין געטאטשט און געשפילט
קרעקעריא אויך הוצ"ל
אויך אין ראדני און אויכט אין אנדערע מקוות
געווענדליך אין קליינע מקוואות איז אסאך ערגער
אויסער מיסע און גראבע קינדער און בחורים גלייב איך האט מען יעדעם געטאטשט
מענטשען מיינען אז מעלעסטען איז א שרעקעדיגע זאך און דע מעלעסטער מיז זיין א שרעקעדישע מענטש
סאיז געווען געהעריגע נארמאלע אינגע און אלטע מענטשען מיט ווייסע בערד וואס האבען פלעין געטאטשט און געשפילט
קודם כל איז עס איבערגעטריבן, מ'האט אהער געשטיפט אהין געשטיפט, אבער ביז השחתה נעמט לאנג און ס'זייער שווער דאס צו טון ברבים.
און בכלל ס'דא א גרויסע חילוק צו ס'איז סתם א חזיר , אדער איינעם וועם מ'טראסט, הימל און ערד. איך האב אמאל אנגעטראפען א חזיר אלץ אינג בחור אין ביה''כ פון ספרדישע שול און בין אנטלאפען, ס'האט נישט געהאט געהאט קיין שום אפעקט אויף מיר.
גם ברוך יהי,' מיין טאטע זז''ג האט מיר קיינמאל נישט געשיקט אלץ קינד אין מקוה אפילו עיה''כ , וכן אני נוהג
אהער געשטיפט אהין געשטיפט
טאטעלע זיסער פאר דעם קען מען גיין אין דזשעיל פאר זייער זייער א לאנגע צייט
איך האלט אז יעדעם האט מען אמאל געטאטשט {אדער ווי די רופסטעס אהער געשטיפט אהין געשטיפט} און זייער אסאך האט מען אויכט געמאכט השחתה הן בראדני און וודאי אזוי אין קליינע מקוות ווי סידא געציילטע מענטשען
בין איך דער איינציגסטער {ביטע נישט אריבער פירן צו יענעם אשכול } וואס האלט אז קרעקער איז אונזער אלעמען באקאנטער נחום????
ממי היקר, איינמאל ביסטו געווארן גערעיפט ביי יענעם שיינעם (?) איד און יעצט צום צווייטען מאל ביי אזא וואנזיניגר יונגערמאנטשיק וואס האט נישט בעסער וואס צו טוהן נאר טרייבן א שפאס פון דם לבבך. וואס קען איך דיר זאגן? מיין הארץ טריפט פאר דיר.
מזל טוב ! מזל טוב !
עס קומט זיך מיר א הילכיגער מזל טוב !
די ערשטע מאל זייט איך שרייב דא אין שטיבל, וואס איך בין געווארן עכט "אויס מענטש", פון די תגובות פון דעם יונגערמאנטשיק,
וואס זאל איך טון איך הייב אן צו גלייבן אז עס איז דא מענטשן-אוממענטשן, הארצלאזע בארבארן, וואס מאלעסטעישאן ביי זיי איז קיין שום עבירה בין אדם לחבירו, און אז עס איז דא מענטשן מיט אן אגענדע אמתדיג צו פראטעקטן אויף מאלעסטערס.
טייערער ממי שאמרו ג"א מצטרף לדברי "איך אויך" און פיל מיט דיין צער וואס שפילט זיך איבער אין דיר, ווען עס קומט אזאלכע תגובות פיל מיט רשעות בלויז פאר "סקעפטיזם", און צו פראווען פוינט'ס.
דער אראדער רב ז"ל פלעגט ביי די מאסן פראטעסטן ביי די צווישן רופן זאגן:
לשם יחוד קוב"ה ושכינתיה, פוי
לאמיר אלע צוזאמען אויס דרוקן אונזער פראטעסט : לשם יחוד קוב"ה ושכינתיה בדחילו ורחימו, לקיים מצות עשה של ואהבת לרעך כמוך, ומצות ל"ת של לא תעמוד על דם רעיך, בשם כל חברי השטיבל. "פוי"
פיין אפגעבוטשערט דא 4 זייטן, דעס איז די 100'טע רעאקציע און גארנישט, מ'נעמט נאכאמאל און נאכאמאל דעם העראאישן אנאנים'ס מעשה און מ'קייט עס דורך די זייט און יענע זייט ווי א מעלה גרה און קיינער ענטפערט נישט זיין תירוץ!
ער איז אדורך וואס הונדערטע צו אפילו טויזענטער בחורים (און עלטערע קינדער) גייען אדורך יערליך! ס'איז אפילו א ווייטאג צו לייקענען דעם פאקט אז ס'דרייען זיך ארום מסלתה ומשמנה פון אויבן אן אידן און טוהן די זעלבע ווי דער וואס זיצט אויפן לעצטן באנק אין פאליש.
איך מיין אז רובו דרובא מיטגלידער דא זענען עס אדורך אדער ווייסן פון נאנטע צו חברים וואס זענען עס אדורך, צו ווייסן זיי גאר פון מער ווי איינער וואס איז א רודף.
ווי איך האב שוין געשריבן אויף א צווייטע מקום דא אין ק"ש (דו"ק ותשכח) ווייס איך וואס דאס מיינט און די שווערעקייטן וואס מ'גייט אדורך.
מיין פילינג איז אויך שוין געווען, "געגאנגן! לאמיך אים זעהן זיצן פאר א מיליאן יאר און דערנאך זיין אויף פאראל פאר נאך א האלב מיליאן", אבער אלס איינער וואס האט שוין מער ווי איינמאל באזיכט תפיסות האב איך מיך אביסל געטוישט. איי וואס איז די עצה? איך ווייס נישט!!!! ס'איינציגסטע איז נאך געבליבן א ברום צו געבן בשעת מעשה ווען יענער פארפירט..
אבער דעס וואס געוויסע טוהן מיטן גאר אראפרייסן דעם בעל מספר איז א עון בל יכופר! און יא טאקע פארדעם קוקט מען אזוי אויס! יעדער קען טוהן וואס ער וויל ווייל דער דערציילער וועט נאך ווערן דער משוגע'נער און פאנטעזירער.
פון די לעצטע פאר תגובות קוקט עפעס אויס ווי דער עולם האט נישט געליינט די תגובה דעריבער לייג איך דאס איבער.
יונגערמאנטשיקברויןאיין שאלה פאר דיר יונגעמאנטשיק
פארוואס זאל אזא ניק ווי מי שאמר עס טון?
קוק זיינע תגובות ער איז א מענטש מלא תוכן. ער קומט דא נישט שפייען אויף די רבנים ער פארציילט נאר זיין לעבנס געשיכטע פארוואס אין העלל מאכסטו דא א קאפדרייעניש? אזא איד ווי מי שאמר קומט זיך אן אויבן אן שטיל פארן דואך גיין דאס און בלייבן ערליך און פרום.
בושה זאל דיך באגיסן פארן זיין אזוי קאלט צו אצוויינטנס פיין
בנוגע ממי שאמרו האב איך אפאר מאל געשריבן אז ניכרים דברי אמת, ס'פיהלט זיך אמת'דיג, ספעציעל ווייל ער שרייבט נישט קיין נאמען, דאס מיינט אז ער זוכט קיינעם נישט צו באשולדיגן, ער זוכט פשוט אראפצונעמן א שטיין פון זיין הארץ. דעריבער האט ער מער נאמנות.
דו זאגסט אז איך בין קאלטבלוטיג? דו מעגסט אזוי האלטן, איך האלט אנדערש, איך זאג אז אזא מעשה טוט מיר באמת וויי, און איך האב געשריבן פאר ממי שאמרו דערוועגן פריוואט. און איך בין נישט קאנווינסד אז די אלע וואס שרייבן דא "איך פיהל דיין צער, איך וויין פאר דיר" און אלע אנדערע לשונות של נחמה שפיהרן מער זיין צער ווי מיר, שרייבן קאסט נישט קיין געלט. איך האלט אויף אפאר ניקס דא אז זיי פרייען זיך מער מיט די פאקט אז זיי האבן פרישע סחורה ווי ס'טוט זיי וויי אזא מעשה.און אז איך רעדט שוין מיט דיר, וואס גייסטו טוהן אויב ממי שאמרו גייט באלד צוריקקומען און זאגן א נאמען, און ס'גייט זיך ארויסשטעלן אז דער מאלעסטער איז נישט קיין צווייטער ווי דיין טאטע/שווער אדער זיידע, גייסטו נאך אלץ האלטן אז מ'דארף אים גלייבן תורת משה, אדער דו גייסט קודם וועלן "וועריפייען" די מעשה?
<a class="postlink" href="http://www.jewishcommunitywatch.org/wall-of-shame-3/">http://www.jewishcommunitywatch.org/wall-of-shame-3/</a>
מר היינס האט אויסגערומט ליבאוויטש פאר נעמען די זאך און די הענט זיי פאסטען א בילד אויף זייער website פון יעדע מאלעסטער און די קאמיונטי
אפשר מאכען מיר די זעלבע?
דאס איז דיין מיינונג, און דיין מיינונג איז וועל רעספעקטעד, איך ווייס אבער די פאקט - און וואו דערמאנט צווישן מיינע תגובות האב איך געהאט א שמיעס מיט 'ממי שאמרו' פריוואט דערוועגן - אז ס'איז נישט אזוי וואו דו זאגסט. נישט יעדער וואס פארציילט א מעשה וואס טוט ארויסברענגען די שווארצע זייט פון אונזער קאמיוניטי איז באגלייבט, און איך האב אלע רעכטן דאס צו דערמאנען פארן ציבור.
אוהב דעתhttp://www.jewishcommunitywatch.org/wall-of-shame-3/
מר היינס האט אויסגערומט ליבאוויטש פאר נעמען די זאך און די הענט זיי פאסטען א בילד אויף זייער website פון יעדע מאלעסטער און די קאמיונטי
אפשר מאכען מיר די זעלבע?
אלץ ליובאוויטשער זאג איך דיר אז דו זאלסט זיך נישט לערנען פון יענעם סייט
מיר האט איינער כמעט גערעיפט ארום 20 יאר צוריק אין די ארוינישע הופער שול, כ'בין שנעל אנטלאפן דורך אן הינטער טיר'ל. ב"ה.
חאצקלאיז דא דא איינער אין קאווע שטיבל וואס האט אמאל איינעם מאלעסטערט?
ניין, אבער איך האלט אן אויג אויף איינעם. פארוואס?
חאצקלאיז דא דא איינער אין קאווע שטיבל וואס האט אמאל איינעם מאלעסטערט?
נו? קיינער?
ווער עס האט, זאל אויפהייבן די האנט! איינס, צוויי, און דריי!
מיין מאמע האט מיר די ערשטע פאר יאר פון געבארט היבש געבאבערט. יא, איך ווייס זי טענה'ט אז זי האט מיר געדארפט פעמפערן. איך קויפ עס נישט
[ציטאט אראפגענומען]
נו, קענען מיר עפענען אזוינס אין אמעריקע?? דאס וואלט געווען א געוואלדיגע הילף!
דאס איז א יושר'דיגע סיסטעם, צו געבן פארן רודף (וועלכער איז באמת פשוט א בעל תאווה) א בכבוד'יגן וועג ארויס נישט צו האבן שייכות מיט קינדער מעתה ועד עולם!
און מען קען נאך צולייגן צו דעם סיסטעם אביסל טעראפי פארן געטשעפעטן, און עס קען ווערן ארדענונג אויף דער וועלט.
איך בין גרייט צו עפענען אזא ארגאניזאציע, היינט! וועלכע רב קען איך נעמען, כדוגמת הרב וואזנער?
[ציטאט אראפגענומען]
יעמער סייט איז אזוי: ס'איז גענוג אז דו ביסט אקיוזד, קיין שום ראיות נעסעסערי
דו שיקסט אן אימייל צו דער סייט און מ'שטעלט אים/איר ארויף
און ס'קען זיין אן איין מאליגע מעשה ווען די א.ג. מאלעסטער איז אלט געווען 15 יאר!
זרעלה עס קוקט אויס ביסט צוריקגעקומען צופידעלט פון די כוף אלעף כיסלעוו חינגא, אלעס אוקי מיט דיר?
זר זהבחאצקלאיז דא דא איינער אין קאווע שטיבל וואס האט אמאל איינעם מאלעסטערט?
ניין, אבער איך האלט אן אויג אויף איינעם. פארוואס?
ווער איז דער איינער, דו? דו רילעיטסט עפעס גאר שטארק צו מאלעיסטעישן און דו פארשטייסט אים עפעס מורא'דיג גוט. אביסל צו גוט.
האסט נישט פארשטאנען וואס איך האב געשריבן.
איך אויךזרעלה עס קוקט אויס ביסט צוריקגעקומען צופידעלט פון די כוף אלעף כיסלעוו חינגא, אלעס אוקי מיט דיר?
לול,,, זעה כאטש וואס ס'געשעט ווען מ'האלט זיך איין אזוי לאנג!
און גראדע ביניך נישט געווען ביי קיין איין חינגה/ארמארי!
יונגערמאנטשיקדאס איז דיין מיינונג, און דיין מיינונג איז וועל רעספעקטעד, איך ווייס אבער די פאקט - און וואו דערמאנט צווישן מיינע תגובות האב איך געהאט א שמיעס מיט 'ממי שאמרו' פריוואט דערוועגן - אז ס'איז נישט אזוי וואו דו זאגסט. נישט יעדער וואס פארציילט א מעשה וואס טוט ארויסברענגען די שווארצע זייט פון אונזער קאמיוניטי איז באגלייבט, און איך האב אלע רעכטן דאס צו דערמאנען פארן ציבור.
לאמיר פרובירן מסביר זיין ברחל בתך הקטנה. ווען איינער קומט זאגן אז ער איז מאלעסטעט געווארן, דאן אויב איז דאס אמת, איז די גרעסטע רשעות צו זיין מסופק אין זיין מעשה. ווען יענער האט זיך שוין גענומען די קוראזש צו אויספאקן זיינע שמוץ וועש און מען באשולדיגט אים אלס א מעגליכער ליגנער איז דער ווייטאג אומגעהויער גרויס. דעריבער, אפילו אויב עס איז נאר איין פראצענט זיכער אז די מעשה איז אמת, טאר מען בשום אופן נישט אויסדרוקן סקעפטיסיזם פארנט פון אים. ווען דו ווילסט נאכדעם גיין דן זיין אויב דו מעגסט טון פעולות אויפ'ן סמך פון זיין מעשה, דעמאלט קענסטו מברר זיין אויב עס איז אמת. כל שכן ווען די מעשה איז גאנץ זיכער אמת, כל שכן ווען דו האסט אים נישט געגעבן קיין איין ווארט חיזוק פארדעם (עכ"פ ברבים), כל שכן ווען דו שרייבסט אויף אן אופן כאילו דו ווייסט קלאר אז ס'איז נישט אמת, און ערשט נאכדעם שרייבסטו אז דאס אליין מוז אויך נישט זיין אמת. כל שכן ווען עס איז אין אזא קהילה וואס מען אונטערדריקט כסדר מענטשן וואס קומען ארויס מיט זייערע געשיכטעס.
דאס איז אויסער דעם וואס דיין שאלה איז בכלל נישט אין פלאץ דא. ווען דו ווילסט דן זיין אויב מען קען גלייבן איינעם וואס טענה'ט אז ער איז מאלעסטעט געווארן, דאן דארפסטו עפענען אן אשכול און דן זיין איבער וואס עס פארלאנגט זיך כדי מען זאל קענען גלייבן א קרבן אז ער איז טאקע מאלעסטעד געווארן. אבער ווען איינער נעמט זיך די מיה און שרייבט אפ א גאנצער אשכול איבער זיין מאלעסטעישן קעיס, איז בכלל נישט אין פלאץ צו דן זיין אויב עס איז אמת אדער נישט. דער נאמען פונ'ם אשכול איז "איך בין מאלעסטעט געווארן", אויב דו האלטסט לכתחילה אז עס איז מעגליך נישט אמת, דאן איז נישט כדאי דו זאלסט אפילו ליינען אזא מעשה וואס איז גאנץ מעגליך סתם א בלבול, ווער רעדט נאך מגיב זיין דערויף.
בקיצור, כדי צו קענען שרייבן תגובות אין אזא סענסיטיווע נושא מוז מען נוצן אביסל פון דעם טמא'נעם כלי וואס מען רופט "שכל". און אויך אביסל, א קליין משהו, פון מענטשליכע געפילן. איך ווייס אז ביידע זענען פון די כלים מכלים שונים וועלכע מען טאר נישט נוצן אויסער ווען דער רבי אדער דער חפץ חיים הייסט, אבער פארפאלן, ווען מען קומט צווישן ציוויליזירטע מענטשן איז נישטא קיין אנדערע ברירה.