דרשות ואגדות חז"ל
483 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2713
יא
Go ahead
קאווע טרינקעריא
Go ahead
איך וויל אבער נישט קיין אשכול.
איך וועל דיר באשרייבן אין אישי.
אדער דו מיך.
ווענדט זיך ווער ס'מאכט די נייעס קודם
יאירמוח שליטאיך זעה גאנץ אסאך שרייבערישע ווערטער דא. די רמב"ם אין ספר היד וועט נישט שרייבען "ואם מן הצאן קרבנו". אין וואס זאגסטו צו "על העצים, אשר על האש, אשר על המזבח"? אויך שטייט נישט וזרקו בני אהרן הכהנים את דמו סביב המזבח, נאר עס שטייט "על המזבח--סביב". די סביב איז ארומגעדרייט ( couldn't resist the pun).
עס איז
געשריבן אזוי ווי א פראפעסיאנעלער שרייבער אין יענע צייטן וואלט געשריבן א בוך. אין דעם רמב"'ם'ס צייטן האט מען געשריבן אנדערש. דו קענסט פונקט אזוי זאגן אז די קאוד פון חמורבי זענען פאעטיש, ווייל ער שרייבט "כי יכה איש את עין בן חורין ושיחתה, את עינו יכו וישחיתו" און דער רמב"ם וואלט געשריבן, אדם הנוקר עין חברו, בית דין נוקרין עינו. דאס קען נאכנישט ווערן גערופן פאעטיש אדער געקינצלט אין מיין ארימע מיינונג.
מיר זענען נישט צו ווייט פונאנדערגעשיידט.
מיט דעם אלעם קוקט אביסל אויס אז מיר זענען נישט ממש אויף איין פעידזש. לענ"ד איז עס נישט מכח אנדערע צייטן. עס איז דא איין מבנה הלשון על פי כללי הדקדוק וכדו'. אין דערנאך איז דא די 'פאעטישע לייסענס', ווי מען שפילט, אדער קיצעלט [כפי לשון קדשו של אייזק באשעוויס זינגער] מיט די ווערטער. מיינע פונקטן אויף די פסוקים וואס די האסט אראפגעברענגט, ווייזט אז די תורה איז געשריבן געשפילט אין געקיצעלט.
אויב חמורבי המלך האט געהאט א גיטען סופר וואס האט גיט געקענט די מלאכת הכתובה מיט אלע שיינע דריידעלעך,תבא עליו ברכה. לענ"ד האט דער סופר זיינער געהאט אסאך פלאץ פאר תיקון. נאדיר דריי רענדאם עקזאמפלערן גענומען פין
דאתורה"ק: כִּי יָקוּם עֵד חָמָס בְּאִישׁ לַעֲנוֹת בּוֹ סָרָה: וְעָמְדוּ שְׁנֵי הָאֲנָשִׁים אֲשֶׁר לָהֶם הָרִיב לִפְנֵי יְקֹוָק לִפְנֵי הַכֹּהֲנִים וְהַשֹּׁפְטִים אֲשֶׁר יִהְיוּ בַּיָּמִים הָהֵם: וְדָרְשׁוּ הַשֹּׁפְטִים הֵיטֵב וְהִנֵּה עֵד שֶׁקֶר הָעֵד שֶׁקֶר עָנָה בְאָחִיו: וַעֲשִׂיתֶם לוֹ כַּאֲשֶׁר זָמַם לַעֲשׂוֹת לְאָחִיו
חמורבי: אם יצא איש אל עדות סרה במשפט, ואת אשר אמר לא הוכיח, אם הדין ההוא דין מוות, האיש ההוא יומת: אם יצא אל עדות השעורה או הכסף, את עונש הדין ההוא יישא.
תורה: וְגֹנֵב אִישׁ וּמְכָרוֹ וְנִמְצָא בְיָדוֹ מוֹת יוּמָת: (שמות כא טז)
חמורבי: אם גנב איש את בנו הקטן של רעהו - יומת: (חוק 14)
תורה"ק: כִּי יִמָּצֵא אִישׁ שֹׁכֵב עִם אִשָּׁה בְעֻלַת בַּעַל וּמֵתוּ גַּם שְׁנֵיהֶם
חמורבי: אם אשת איש נתפסה במשכב עם איש אחר, יתפסו את שניהם ואל המים ישליכום
מיר דאכצעך אז חמורבי איז זייער טריקן. אבער עס כאפט אינגאנצען נישט קיין נפק"מ אויב איז די חוקי חמורבי יא געשריבען פאעטיש אדער נישט. לענ"ד איז דא א מהלך פין טריקענע פאקטן [משנה, רמב"ם, שולחן ערוך, אין להבדיל די צעטליך וואס מען שיקט אהיים מיט די קינדער] אין דערנאך איז דא א מהלך פין שרייבעריש גקינצעלט [תורה הקדושה, אין להבדיל קופערניקעס, פשוט-קאמפליצרט, ועוד]. אוודאי איז דא דרגות אין דעם. די שירי התורה זענען גאר פאעטיש. די ווערטער פין ויקרא זענען די אנדערע זייט פינעם ספעקטרום. אבער דאך זעה איך איבעראל א שרייבעריש געקינצעלטע שפראך.
די גאנצע שמועס דארף אבער ווערן צוריק געברענגט צום ענין פין דרשות חז"ל....
נאכאמאל!
זיי פיהלן טאקע אז די פסוק זאגט "דרשן מיר"
אבער למעשה וויאזוי ווייסן זיי 100% אז וואס עס איז זיי בייגעפאלן אז עס שטומט שיין אין פסוק, אז דאס מיינט טאקע די פסוק אן קיין שום צווייפל?????
אלזא ר' יאיר, גיימער צוריק צום נושא האשכול, דרשות חז"ל.
ווי אויבען דערמאנט איז כדאי אויסצקלייבען פינעף צען רענדאם דרשות, אדער די זאלסט אפי' אפירזיכען די שווערע דרשות, אין מיר זאלען אויף דעם ארבעטן.
מכח קליגער'ס שאלה פין איוב לא היה ולא נברא, אין בן סורר ומורה לא היה ולא נברא, איז ארויסגעקומען אז מען האט אהערגעשטעלט איין דרש וואס מען דארף באארבעטען. נעמליך, די דרש פין איננו שומע בקולנו. די גמרא דרשנט אז די טאטע'ס אין מאמע'ס קול מיז זיין אייניג, אין דאס קען דאך נישט זיין. זעהט מען פין דעם אז לא היה ולא נברא. כמובן קוקט דאס אויס זייער נישט מובן. איך האלט אז דאס איז א רענדאם דרוש. עס איז נישט א דרוש וואס איך האב געוואוסט די פשט אין דירעקט אויסגעקליבען. (מיר דארפען זיין סייענטיפיק דא. דאבעל בליינד..דע וואורקס)
נו יעצט הער א סיפור וואס האט ממש יעצט פאסירט.
איך נעם יעצט ארויס א גמרא סנהדרין כדי אנצוהייבן מעיין זיין אינעם ענין. פארשטייט זיך איך פאנג אן בליקען אין פרק בן סורר ומורה.
בליקענדיג אזוי די ערשטע דף, פרוביר איך אויך צו טראכטען אינעם נושא מסברת עצמי. ס'קומט מיר אויפען געדאנק אזא מחשבה:
ווי איז געהערט געווארען אין די גאנצע וועלט פין געזעצען אז מען זאל הרגענען א קינד וואס איז יעצט געווארען דרייצען, פשוט פארן עסען אין טרינקען אביסל צו פיל. איז דען דא נאך איין אזא מאדנע געזעץ אין די גאנצע תורה? איז דען דא נאך איין אזא אומדערהערטע מאדנע געזעץ אין די גאנצע וועלט?
אויב אז דאס נישט גענוג, טראכט איך ביי מיר, קוק נאר ווער עס קומט דאס דערציילן. די טאטע אין די מאמע. געוואלד ווי אין די וועלט קען אזא זאך זיין. איך רעד שוין נישט פין דעם אז א טאטע אין מאמע זענען פסול לעדות מכח צען סיבות, איך רעד פשוט וועלכע רשע טאטע אין וועלעכע רשענתה מאמע גייט דערציילען פאר די שטאט פירערס אז מיין קינד עסט צו פיל אין ממילא וויל איך מען זאל אים הרגענען?
איך טראכט ביי מיר אז עס איז פשוט מיפרך מיניה וביה. אזא מעשה ווייזט זיך קלאר אז עס קען פשוט נישט זיין במציאות. אין קוק נאך די לשון הקרא. זיי קומען צום בי"ד אויסזאגען. זיי זאגען נישט די פאקטן אז ער איז א זולל וסובא, מ'קען שוין מיינעו וואסערע חטא דאס איז, אבער ניין די תורה שרייבט אז זיי פאנגען אהן זייער קעיס מיט די מוראדיגע עוולה "איננו שומע בקולנו" הערסט א מעשה, דער דרייצען יעריג אינגעלע פאלגט נישט טאטי אין מאמי, ער איז נישט א וואוילע, מען דארף אים הרגענן.
אויב איינער קוקט אהן אזא טעקסט, אהן וויסען ווער האט דאס פונקטליך געשריבען, אבער ער ווייסט אז דאס איז געווען א געזונטער חכם. קען ער נישט האלטען אז דאס איז פשוט פשט. אויב אזוי פארשטייט ער אז דער חכם הכותב האט טאקע געמיינט מיט אט די ווערטער פין איננו שומע בקולנו, אט די ווערטער וואס שרייט ארויס די שפיץ אוממעגליכקייט פין די גאנצע מעשה, די ווערטער וואס ברענגען ארויס אמשטערקסטען אז דאס איז נישט אויף למעשה, דארף טאקע וועט ער מרמז זיין קינצלעריש אז מען מיינט עס טאקע נישט.
ווען איך וואלט געווען א חכם אין איך וואלט געשריבן א גאנצע פרק פין חוקים אבער איך וויל אז מען זאל וויסען אז דאס איז נישט אויף למעשה, וואלט איך דאס מרמז געווען דוקא אויפן פלאץ וואס איך האלט אז מיין ליינער וועט די מערסטע זיין אויפגעקאכט אז עס קען נישט זיין אמת. ווייל דארט וועט אים תיכף אויפקימען אז אזוי ווי ער ווייסט אז איך שרייב רמזדיג, וועט ער טאקע דארט אויפען פלאץ אנהייבן זיכען ווי מען קען כאפען דעם רמז.
נו פיין וואויל אזוי מיש איך איבער אין איך קום אן צו דף עא. אין איך זעה די דרוש וואס מיר זענען דא עוסק.
רבי יהודה אומר: אם לא היתה אמו שוה לאביו בקול ובמראה ובקומה אינו נעשה בן סורר ומורה. מאי טעמא - דאמר קרא: איננו שמע בקלנו מדקול בעינן שוין - מראה וקומה נמי בעינן שוין. כמאן אזלא הא דתניא: בן סורר ומורה לא היה ולא עתיד להיות, ולמה נכתב - דרוש וקבל שכר, כמאן? כרבי יהודה.
גיט, סאו פאר סאו גוד.
אבער יעצט ראה זה פלא.די נעקסטע שורה גמרא שטייט אזוי:
איבעית אימא: רבי שמעון היא, דתניא, אמר רבי שמעון: וכי מפני שאכל זה תרטימר בשר ושתה חצי לוג יין האיטלקי אביו ואמו מוציאין אותו לסקלו? אלא לא היה ולא עתיד להיות, ולמה נכתב - דרוש וקבל שכר.
דעי מאן דאמר זאגט ממש די ענין אהן א שום פסוק. ממש ברוך שכוונתי. אין זיי נאך מדייק די לשון. ער זאגט נישט סתם, וכי מפני שאכל זה תרטימר בשר ושתה חצי לוג יין האיטלקי יסקל? ער זאגט אביו ואמו מוציאין אותו לסקלו. אים באדערט ביידע משונעדיג מאדנע זאכן דא. סתם דאס הרגענן פאר תרטימר בשר אין ביותר שאת אלף פעמים אז וכי (בשביל כך)אביו ואמו מוציאין אותו להריגה?
ס'איז אוודאי זייער מסתבר אז דאס איז די נקודה וואס האט ביידען געמאכט אזוי אננעמען. איינער האט נישטאמאל געפילט פאר וויכטיג אפירצוזוכען דעם רמז. אין דער אנדערער האט יא געזען דעם רמז דא.
איך דערצייל די זאך לאמיתו. אזוי איז עס געשען יעצט ביי מיר. די סיבה פארן דערציילן די מעשה מיט די דיטעילס איז אז איך האלט מען קען זען פין דעם אז דאס איז א סברא פשוטה אין דערנאך ווערט עס מאומת פינעם גמרא אליין.
אין קורצען, די נקודת ההסבר איז, אז די רמז, די נואענס, איז נישט סתם פין די לשון, עס איז פינעם לשון צוזאמען מיטן גאנצען קאנטעקסט.
ר' יאיר, וואט דו יו טינק? דו האלטסט אז איך בין נישט גערעכט, דען דאנט האלד בעק.
אזוי צו אזוי איז עס דעפינטלי פאן. שקויעך.
מח שליטמיר זענען נישט צו ווייט פונאנדערגעשיידט.
מיט דעם אלעם קוקט אביסל אויס אז מיר זענען נישט ממש אויף איין פעידזש. לענ"ד איז עס נישט מכח אנדערע צייטן. עס איז דא איין מבנה הלשון על פי כללי הדקדוק וכדו'. אין דערנאך איז דא די 'פאעטישע לייסענס', ווי מען שפילט, אדער קיצעלט [כפי לשון קדשו של אייזק באשעוויס זינגער] מיט די ווערטער. מיינע פונקטן אויף די פסוקים וואס די האסט אראפגעברענגט, ווייזט אז די תורה איז געשריבן געשפילט אין געקיצעלט.
אויב חמורבי המלך האט געהאט א גיטען סופר וואס האט גיט געקענט די מלאכת הכתובה מיט אלע שיינע דריידעלעך,תבא עליו ברכה
מיר זענען טאקע נישט צופיל פונאנדערגעשיידט. מיר זעען ביידע ענליכע אבזערוואציעס ביים אנקוקן די תורה, עס איז נישט געשריבן אויף א טרוקענער אופן, נאר אויף א שרייבערישע אופן, עט ליעסט גרויסע חלקים דערפון, פונקטליך אין וועלכע פסוקים מען זעט דאס איז נישט קיין גרויסע נפקא מינא. דער חילוק איז אין אינטערפרעטעישאן, ווי אזוי מיר ציען די מסקנות. מיין מסקנא איז אז די תורה איז געשריבן געווארן שיין און בא'טעמ'ט ווייל אפילו א היינטיגער שרייבער שטרענגט זיך אן צו שרייבן שיין, כל שכן דער באשעפער, עס מיינט נאך נישט עפעס ספעציעל. דיין מסקנא איז אז בעל כרחך מוז זיין אז עס זענען דא באהאלטענע רמזים אין די טעקסט, און דאס ווילן די חכמים מיט די צוואנציג בענדער תלמוד בבלי, דעשיפרירן די קאודס פון די תורה. דעתי הענייה אז דאס איז פעלעישעס ריעזאנינג. אזוי ווי דו וועסט נישט גיין זאגן אז ווייל חמורבי האט געשריבן זיין טעקסט מער פאעטיש ווי דער רמב"ם (ווי איך האב שוין פריער אנגעוויזן גבי איש כי יכה עין וכו', כאטש עס איז מעגליך נישט קיין פארגלייך צו די תורה) מוז זיין אז דא ליגט באהאלטן טיפערע כוונות, נאר דו לערנסט אפ עין תחת עין כפשוטו, אזוי אויך איז די תורה גארנישט אנדערש. דאס איז איין טענה. צווייטנס, דיין שטעלונג איז זיך סותר מיניה וביה, ווייל אויב איז דאס פאעזיע דעמאלט קען מען גארנישט ארויסדרינגען פון אן איבריג ווארט, ווייל עס איז סתם געשריבן צוליב שיינקייט. ווייטער איז מען מדייק א ו', איז דאך פשט אז עס איז נישט סתם פאעזיע, נאר איז געשריבן פשוט צו מרמז זיין אז, העי, שטעל זיך אפ! דו דארפסט אריינפילן אויף אויסנווייניג א גאנצע הלכה וואס איך גיי איבערגעבן פאר משה רבינו פריוואט. but you can't have the cake and eat it! למשל די ווערטער על העצים אשר על האש אשר על המזבח, וואס דו רופסט אן שרייבעריש, כאטש אין מיינע אויערן הערט זיך דאס רעפעטעטיוו און לאנגווייליג, קען איך פארשטיין אז דעמאלט האט עס געהייסן שרייבעריש. קומען די חז"ל און לערנען ארויס אז די עצים טארן זיך נישט ארויסשטעקן פונ'ם מזבח, אבער געוואלד! עס איז דאך סתם שרייבעריש, וואס איז די גרויסע דיוק? זעען מיר פון דעם אז חז"ל האבן אפגעלערנט די תורה נישט ווי א פאעם, נאר ווי א שטיקל רמב"ם, און נאך פיל מער. ממילא, פאר'ן פארענטפערן די ספעציפישע דרשות חז"ל, מוזטו קודם פארענטפערן די צוויי קשיות וואס צילן אויף דיין טעאריע אין פרינציפ, און דערנאך וועלן מיר קענען גיין ווייטער. דאס מיינט נישט אז איך גיי נישט זאגן מיינע קאמענטס אויף בן סורר ומורה...
בן סורר ומורה
אויב איך בין דא צו געווינען דעם ויכוח, קען איך דיר פרעגן אזוי. בפשטות לערנט מען אז דער בן סורר ומורה איז א ריכטיגער צרה לייט, ער ברעכט אן די ביינער פון זיינע חברים, נעמט דראגס, גייט נישט אין סקול. נו, דאס איז נאך אזוי הארב ווי א מקלל אביו ואמו וואס מען קריגט דערויף חנק. יעצט, ווער זאגט אז דער בן סורר ומורה האט נאר געגעסן פלייש און געטרינקען וויין? די חכמים, פארשטייט זיך. נאכדעם האבן מיר א גוטע קשיא, פאר'ן עסן פלייש קריגט מען אזא שטראף?! מוז זיין אז בקולנו מיינט די זעלבע קול. הממ.
אבער היות מיין ציל איז נישט צו געווינען, וויל איך מעיר זיין עפעס אנדערש, אן אינטערעסאנטע נקודה. דער מחלוקת איז צווישן ר' יהודה און ר' שמעון, ר' שמעון איז דער וואס איז זיכער אז בן סורר ומורה איז קיינמאל נישט געווען ווייל עס קען נישט זיין שכל'דיג (כאטש איך כאפ נישט ווי אזוי ער ווייסט, צו בקבלה אדער מסברא) עס איז באקאנט אז ר' שמעון איז דער וואס קוקט אריין אין די פנימיות פון די זאך, בעת ר' יהודה איז מער אנאליטיש געשטימט, ער קוקט אויף די בנין (כמחלקותם בדבר שאין מתכוון, ועוד) האבן מיר א שיינע לשיטתיה...
לענינינו, זע איך אז דו האסט נאר פארענטפערט ר' שמעון. אבער דאס איז נישט דער טיפישער צוגאנג פון חז"ל, און נישט אויף דעם איז אונזער שמועס. אונזער שמועס איז ר' יהודה'ס דרשות. יעצט ווילסטו זאגן אז די סיבה פארוואס ר' יהודה דרש'נט די דרשות איז ווייל ער האט נישט געקענט גלייבן אז עס זאל מיינען כפשוטו. איך האלט אויך אזוי, אבער דעמאלט וואלט ער דאס געדארפט זאגן אפן און קלאר, און אין בעסטן פאל זיך ארויסדרייען אז דער פסוק מיינט על דרך משל, אדער אז אין יענע צייטן איז דאס יא געווען נארמאל, אזוי ווי אנדערע זאכן וואס זענען געווען נארמאל אין יענע צייטן, דאס וואלט געווען דער בעסטער צוגאנג פאר א ראציאנעלער געדאנקעגאנג, אבער אנשטאט דעם, רעזארט ר' יהודה צו דרשות אז ביידע מוזן האבן דעם זעלבן קול ומראה, דאס הייסט טעכניש האט ער זיך ארויסגעדרייט, אבער טעארעטיש נישט, ווייל לו יצוייר עס וועט זיין אזא מעשה מיט אלע פרטים, וועלן מיר דאך מקיים זיין סקילה, און דעמאלט וועט דעם נישט זיין שווער די קשיא, פארוואס קומט זיך אים מיתה?
אין אנדערע ווערטער, דער צוגאנג פון קול ומראה שוה, סיי עס לעזט נישט באמת דעם פראבלעם, מען דרייט זיך ארויס דערפון, און סיי עס שאפט זייער א מאדנע אפטייטש אין אן אויבנאויף שיינע נארמאלע פסוק, וואס איז אפילו פאעטיש ביז מען לערנט עס לויט חז"ל.
דאס מאכט מיר טראכטן אז ר' יהודה האט דאס נישט געטון ווייל זיין אויפגאבע איז געווען צו באהאנדלען די מאראלישע און פאעטישע אספעקטס פון די תורה, נאר צו מפרש זיין די תורה לויט די מהלכים וואס ער האט מקבל געווען מפי משה בסיני, ווייל דאס, און נאר דאס, איז דער ריכטיגער מהלך צו צוטרעטן צו א פירוש פון די תורה.
אגב, איך האב אמאל געזען א זיסער ביאור אויף דעם איננו שומע בקולנו. אז ווען א קינד איז פראבלעמאטיש, איז טאמער עס זענען דא שלום בית פראבלעמען, דאן איז דער קינד נישט שולדיג, ווייל עס איז נישט מעגליך אויסצואוואקסן כהוגן אויב עס איז נישטא שלום אין שטוב. דאס איז פשט, אויב איז דער 'קול' פון די טאטע און מאמע נישט אייניג, עס איז דא מחלוקת דארט, דעמאלט איז דער בן סורר ומורה גארנישט שולדיג, מען דארף נאר שיקן זייערע עלטערן צו א גוטער טעראפיסט...
ר' יאיר,
די זאגסט דריי פוינטס
א' אז באמת קען מען יא אויף אן אופן פארשטיין דאס הרגנען בן סורר ומורה [דראגס אין וואס אלץ נישט]
ב' ר' יהודה וואלט געדארפט זאגן אז דאס איז זיין טעם.
ג' אז די טעכנישע סיבה [פין אייניקייט אין קול מראה וקומה] קען אמאל זיין א דורך פאל, אין די ווייטע פאל אז זיי זענען יא אייניק מיט אלעם.
נו העמיר גיין מהקל אל הכבד
לגבי דיין דריטע נקודה- אז א פרוי זאל זיין אייניג אין אויסזעהן ווי איר מאן איז ממש נישטא. אין אז זי דארף נאך אויך האבען די זעלבע קול אין געשטעל איז פשוט א זאך וואס מען דארף לגמר נישט חייש זיין. עס דארף זיין אזא מין פארשוין, סיי די טאטע אין סיי די מאמע דארפען וועלן הרגנען זייער אייגן קינד, אין זיי דארפען נאך האבען די אלע אייניקייטן. איך מיין אז מזעמיר בסדר מיט דעם.
לגבי דיין ערשטע נקודה- די מיזט דאך מודה זיין אז ר' שמעון האט אזוי געבאדערט די יושר פין דעם געזעץ אז ער האט מחליט געווען אז דאס האט קיינמאל נישט פאסירט, אין וועט קיינמאל נישט זיין. מיר פרובירן יעצט צו פאוקעסן אויך איין זאך, נעמליך די דרש פין "איננו שומע בקלנו". עס איז אביסל שווער עט דע סעים טיים מסביר זיין פארוואס ר' שמעון האט געהאלטען אנדערש ווי פוינט א' שלך. אקצעפטיר די ווערטער וואס ער זאגט. אז דאם האט אים אזוי געקרענקט עד כדי כך אויף עוקר צו זיין א פרשה פין די תורה. איז דאך נישט מער ווי אויפריכטיג אין מסתבר אז די פראבלעם איז געווען אוניווערסאל. וביותר אז די וועסט מישן איין בלאט ווייטער, עב. שטייט די זעלבע תמיה בשם ר' יוסי הגלילי. זיין תירץ איז אויך נישט אז ער איז עס ווערט באשר הוא שם. ער פארענטפערט אז מ'איז אים דן על שם סופו. זעהט מען אז פאר וואטעווער ריזען האבען זיי בשום אופן נישט אנערקענט אז דא איז א זאך וואס קומט אים מיתה פאר די זאכען וואס ער האט געטון.
[אגב די חילוק פין די נוסח וויאזוי ר' יוסי הגלילי פרעגט די קשיא ווערסוס די נוסח פין ר' שמעון איז כדאי צו באמערקן. ר' שמעון פרעגט "וכי מפני שאכל... אביו ואמו מוציאין אותו לסקלו?" משא"כ ר' יוסי הגלילי זאגט "וכי מפני שאכל.... אמרה תורה יצא לבית דין ליסקל?" ר' שמעון האט געטענהט אז עס קען פשוט נישט זיין אז א טאטע מאמע וועלן אדער זאלען דאס טון פאר זייער קינד, פאר אזא קליינע עוולה. ער פרעגט נישט נאר וואס די טעם איז אזוי ווי ר' יוסי טוט. ער פרעגט אז די מציאות איז פשוט מן הנמנע. א טאטע מאמע וועלן דאס נישט. ]
לגבי דיין צווייטע נקודה- איך מיין אז מען קען נישט זיין א יש להקשות בדוחק. מיר זעהן דא א אוניווארסאלע אומפארשטאנד פאר די משפט פין בן סורר ומורה. מיר זעהן אז א מאן דאמר וואס זאגט לא היה ולא נברא גייט פשוט, מכח זיין געפיל פין ישרות, ארויסנעמן א פרק פין די תורה. איז דאך נישט מער ווי רעכט צו האבען אן ערענסטע צד אז פאר ר' יהודה האט דאס אויך זייער געגבערט. אבער אזוי די ברענגסט ארויס, ר' יהודה האט דאס געדארפט טרעפן אינעם טעקסט. ד.ה. טעקסט צוזאמען מיט קאנטעקסט האט אים גורם געווען דעם דרש. אויך געדענק אז מיר האבען געזען אז די קשיא האט געבאדערט ר' יוסי הגלילי אויך.
אחרי ככלות הכל, וויל איך צולייגן אז די מאירי זאגט אויף די משנה דא אויף דעם דף בנוגע די דרש פין לא חגרין, ולא סומין, ולא אלמין, ולא חרשין, אז עס איז אן אסמכתא. אין געס וואט, ער זאגט אז די עיקר טעם איז ווייל חז"ל האבען פארשטאנען אז די מינע מענטשען זענען בדרך כלל אכזרים אין ממילא האבען זיין געהאלטען אז די תורה וויל נישט איבערגעבן א הוראה למיתה פאר אזא טאטען. אין זיי האבען עס סומך געווען אויפען פסוק.
זעהן מיר פין די מאירי אז
א' מען קען זאגען אז ר' יהודה איז אויך אסמכתא
ב' אז מכח א הבנה פין אומיושר האבען זיי אוועקגעשטעלט הלכות אין דערנאך צוגווארפען א פסוק. [בערך וואס איך וויל זאגען אין ר' יהודה. אפי' אויב מיר וועלן בלייבען אין ר' יהודה אז עס איז געווען מער ווי אן אסמכתא בעלמא.]
ולהוסיף. אין ר' שמעון'ן שרייבסטו אז די האסט א צד אז ער האט דאס געהאט בקבלה. דארט ביסטו גרייט אוועקצוגיין פין זיין פלעינע ווערטער אין שפעקולירן אז אפשר ליגט עפעס אן אנדער נקודה אונטער דעם. די ביסט גרייט אויסצוטרעפן א נייע מציאות אז ער האט געהאט בקבלה, פשוט ווייל עס איז דיר נישט מסתבר צו זאגען אנדערש. נו אפשר זאג אין ר' יהודה אויך עפעס אזאנס? ביי ר' יהודה דארפסטו דאך נישט קריעיטן א נייע מציאות פין א קבלה. דארט האסטו דאך דעם אונעווארסעל פאקט אז מען פארשטייט נישט פארוואס מען געט דעם עונש פארן קינד.
ובא"א, אויב די ביסט שוין גרייט צו קאנדזעקטורען א קבלה אין ר' שמעון, טא טו די זעלבע מיט ר' יהודה. אין ממילא וועלן מיר נישט האבען קיין פראבלעם מיט דעי ספעציפישען דרוש. ווייל מיר וועלן וויסן זיכער אז עס איז אן אסמכתא. (אפשר אויף דעם לעצטען אופן קען דאס נישט אריינגיין אלץ פארט פין אונזער עקספערימענט. איך בין נישט זיכער)
דאס וואס די זאגסט אז די וואלסט אנדערש צוגעגאנגען ווי ר' יהודה ווען די פילסט אז די הלכה דא קען נישט אין טאר נישט געשען. איי בעג טא דיפפער. איך בין נישט באהאווענט אין די ליגעל סיסטעם, אבער אויף וויפל איך ווייס איז עס גאנץ קאממען פאר א דזאדז, ווען ער פילט אז די יושר איז צו פסקנען א געוויסע וועג, אז ער זאל טרעפן עפעס א ליגעל לופהול legal loophole אויף וואס זיך סומך צו זיין.
די כח פין עני ליגעל סיסטעם איז אז מען וויל דוקא נישט איבער לאזען דאס גאנצע זאך פאר יעדען בעל הרגש. מען מיז זיך האלטן צום געזעץ. דזאדזעס קענען וויינען אסאך מאל ווען זיי געבן א מענדעטארי פסק, ווען זיי האלטן אז עס איז נישט יושר. קענסט זיין גאנץ ראויג אז אויב האט ער נאר סיי וואסערע ליגאלע דריידעל זיך סומך צו זיין אויף לקולא וועט ער דאס טון.
נאר ר' שמעון וואס האט א פאליסי פין דרשינן טעמא דקרא, ער האלט נישט פין דעי גאנצע חומר פין ליגעל סיסטעם. בד.וו. עס איז טאקע מסתבר מכח דעם אליינס צו זאגען אז ער האט נישט געהאט סיי וואסערע קבלה אויף בן סורר ומורה. עס פיט דאך הערליך מיט זיין אווערארטשינג (כלליותדיגע) שיטה אינעם אפטייטש פינעם ליגעל סיסטעם. אז זיין הבנה אינעם טעם הדבר איז די אולטימעט אויטאריטי.
מח שליט,
דו זאגסט דברים של טעם, אבער ביטע זיי נישט ברוגז אויב איך וועל זאגן אז רוב איז שלא מן הענין. אונזער ציל איז דא "דרשות חז"ל" עס וועט אונז גארנישט העלפן קיין סברות, אויסער דאס וואס דו האסט מרמז געווען צום סוף, אז די דרשות איז טאקע נאר ליתר שאת. לאמיר צולייגן, עס איז פאר די שיינקייט פון דעם ענין, אדער כדי מען זאל עס גוט געדענקען. אויב עס איז טאקע אן אסמכתא וואלט עס נאך געקענט שטימען, כאטש דער ריטב"א שרייבט אז צו זאגן אזוי אפילו אויף אן אסמכתא איז מינות. אבער דא רעדט מען דאך פון א הלכה. דאס איז נישט סתם ליתר שאת, עס איז א דיפערענץ פון חיוב סקילה.
אבער וואס דארף מען ארומגיין אין סירקלס, דו האסט דאך ליב קורץ און שארפע שאלות. לאמיר דיר פרעגן אזוי: ווען ר' יהודה וואלט געווען א פראפעסאר אין אוניווערזיטעט, און ער וואלט געטראפן א טעקסט פון פרשת בן סורר ומורה אין די חמורבי קאודס, אדער אין סיי וואספארא געזעץ בוך פון סיי וואספארא תקופה, וואו עס שטייט די ווערטער "איננו שומע בקולנו", וואלט ער געזאגט אז זיי פלעגן נאר הרג'ענען דעם בן סורר ומורה אויב די טאטע-מאמע האבן דעם זעלבן קול? וואס קלערסטו, יא אדער ניין?
דו האסט דאך ליב קורץ און שארפע שאלות
haha, it's coming back to bite me 🙂
אבער די מעלה ביי מיר איז (if I may say so myself) אז איך פרוביר נישט מיך אדער דיך צו פאפען. איך האב נישט קיין שום פארבלעם צו עטפערען אז איך ווייס נישט אין איך וויל מער טראכטען דערינן.
האבענדיג דאס געזאגט וויל איך א טראפ מסביר זיין פארוואס טאקע איך ווייס נישט. אין בבחינת חוזר וניעור, העל איך ממשיך זיין באופן שאלה.
וישא שאלו ויאמר,
ווען די וואלסט געווען א פראפעסאר אין אוניווערזיטעט, און די וואלסט געטראפן אין די חמורבי קאודס, אדער אין סיי וואספארא געזעץ בוך פון סיי וואספארא תקופה, וואו עס שטייט די ווערטער "טייל מענטשען האלטען אז אונזער סיסטעם איז קראנק מכף רגל ועד ראש, ניטאמאל הצלה איז א גוטע אויפטוה", וואלסטו געזאגט אז עס זענען געווען טייל מענטשען וואס האבען בהחלט נישט געהאלטען פין הצלה? וואס קלערסטו, יא אדער ניין?
איך האב זייער הנאה פון די שמועס יאיר מיט מח. א שאד ביי די דרייצען האט נישט מיין מגיד שיעור ארום גערעדט איבער די נושא ,פאר מיר האבן זיך אריינגעלאזט פאר פינעף זעקס יאר לערנען תלמוד.
אפאר קליינע נקודת וואס איך וויל פארשטיין.
קודם איז עס נישט מסוכן אויסצישטעלן א תורה פאר א פאלק אויף אזא וואלקידיגער אופן ווי געקינצלט פאזיעא דאפלטע לשונות, כדי חז''ל זאל קענען דרשנן הלכות? סנעמט אוועק פון די שטרענקייט וואס די טעקסט וואלט געדארפט האבן. ווער גאראנטיט אז סוועט נישט קומען איינער און די צייטען פון חז''ל און זאגן פשטלך אויף איבריגע וואוו'ס, און שפעטער זיך אונטער שמייכלען סאיז געלונגען די דזשאק.
די לאזט צי א גרויסע פתח צי שפילען מיט די תורה.
נאך א שאלה אויב איז די מכיון פון גאט פאר וואט עווער ריזען יא צי לאזן חז''ל אויפדעקן וואס גאט האט געמיינט. פארוואס איז נישט דא איין
קאפיטל ווי שטייט און די תורה אז ס'איז געשריבן געווארן אויף אן אויפ'ן וואס מ'ברויך דרשנן.און געבן אטאריטעט פאר חז''ל צי דרשנן.
ווען די שרייבסט ווען אזא ספר וואלסטו ניטש ערגעץ ווי גאלאזט וויסען וואס דא גייט פאר ? נעם און אכט די תורה איז געשריבן זייער באריכות .ברענג מיך נישט די כי יפלא ממך ולא תסור ,דאס אליין איז א דרש פשט שטייט נישט אז מ'דארף פאלגן וואס חז''ל דרשנן.
מוח א זייטיגע זאך וואס איז פשט אש די תורה האט געשריבן די הלכה פון בן סורר ומורה אויב סמאכט נישט קיין סענס?
נולד מאוחרפון די וועג ווי די גמ' שטעלט כאולי' א מחלוקה חד אמר מלך חדש חד אמר .... זעט מען אז סאיז נישט ריכטיג מוח שליט'ס מהלך פון poetry. פארוואס קריגען זיי זיך ארום ? איז זייער מחלוקה און הלכות פאעטרי?
אדרבה! די דאזיגע מחלוקה שרייט אז מוח שליט ווייסט וואס ער רעדט, עכ"פ בנוגע דרשות חז"ל אינערהאלב תורה טעקסט.
איך וועל מסביר זיין. - אפילו דער מאן דאמר אז "חדש" מיינט "שנתחדשו גזרותיו", איז מודה אז דער פרעה וואס האט ארויסגעשיקט בעל-כרחו יעקב'ס אייניקלעך פון מצרים, איז "נישט" דער זעלבער פרעה וואס האט געחלומ'ט פון 7 פעטע קיען. ס'קיין ספק נישט. און טאקע דאס וויל רב/שמואל זאגן. זיי האט געבאדערט טאקע דאס: וואס וויל די תורה מיט די ווארט "חדש"? חד אמר, גארנישט, פשוטו כמשמעו. וחד אמר, נע, די תורה מיינט עפעס טיפער, נישט נאר ס'געווען א נייע קעניג, א נייע מענטש, נאר אויך א נייע מהלך אין גזירות אין התייחסות כלפי אידן.
די גאונים דא זענען נאך פארנומען סדרה-מעביר צו זיין, ע"כ נעם איך די גאטס פון אריינווארפען מיין ניקל.
אלץ אן הקדמה צו תורה שבעל פה בכלל, און דרשות חז"ל (הלכה'דיגע) בפרט, דארף מען פארשטיין איין גרויסע יסוד, וואס אונזער אמונה טענה'ט: ווען ה' געגעבן די תורה דורך מוניס (משה אין היברו, זעה אבן עזרא על הפסוק "כי מן המים משיתיהו") איז געווען קלאר פאר אלע אידן אז "לא תבערו אש בכל מושבותיכם" מיינט: צינד נישט אן קיין פייער אויף שבת. "פרי עץ הדר" מיינט: די פרוכט וואס הייסט אתרוג. "טוטפות" מיינט: שווארצע קעסטלעך וכו'. "עין תחת עין" מיינט: באצאלן די שאדן. "תענו את נפשותיכם בתשעה לחודש" מיינט: יא עסען. - אלע אידן האבן קלאר פארשטאנען וואס די תורה מיינט, און איך וועל מסביר זיין פארוואס.
לויט ווי איך פארשטיי, האט משה ניטאמאל איבערגעגעבן די תורה פאר די אידן מיט די לשון וואס די תורה איז געשריבן. משה האט געלערנט מיט אידן מיט וועלכע לשון ער האט געוואלט. יתכן ער האט געזאגט בתוך הדברים: Πάρτε κίτρο για το δέκατο πέμπτο του έβδομου μήνα, וואס דאס מיינט אין היברו: תקחו אתרוג בחמשה עשר לחודש השביעי. א.א.וו. די גאנצע תורה, ערשט יארן שפעטער האט משה - על פי ה' - אפגעשריבן די תורה אין די לשון וואס ה' האט אים געזאגט, מילה במילה. היות אלע אידן זענען שוין דאן געווען באקאנט מיט גאט'ס געזעצען, ע"כ איז ביי זיי געווען קלאר וואס די תורה מיינט מיט "פרי עץ הדר", ווייל משה האט דאך שוין גאזאגט און פארציילט וועגן די מצוה.
סך הכל וואס חז"ל האבן געטוהן, די זעלבע - להבדיל - וואס רבנים טוהן ביי שלאשידות. זיי ווייזן אויף אז די מדרש מיינט צו זאגן: מ'זאל קומען צום יערליכען דינער!
אז איינער גלייבט נישט אז "פרי עץ הדר" מיינט: טעם עצו ופריו שוה, איז ער אפיקורוס? איך בין נישט זיכער. און וואס געשעהט אויב מ'איז טועם דער עץ און מען זעהט אז לא קרב פריו לעצו, איינס איז ביטער און די אנדערע איז זיס, וועט מען אויפהערן צו נעמען אן אתרוג? (פארשטייט זיך אז "זיי", די סייענטיסט הייבן נישט אן צו פארשטיין וואס א "טעם" איז בכלל, ע"כ איז פשוט נישטא קיין מקום אפילו חושש צו זיין לדבריהם. - אהא, א בלוט-טעסט מעג מען נעמען שבת במקום סכנה, ווייל די סייענטיסט האבן אויסגעטראפן אז מ'קען דורך דעם עומד זיין אויך דער חולה'ס מצב. איי ס'איז דאך א מלאכה ממש?! ווען טויגן זיי יא, און ווען נישט?) - עכ"פ מ'וועט זיכער נישט אויפהערן צו נעמען אן אתרוג. פארוואס? ווייל איך נעם נישט קיין אתרוג צוליב דעם "דרש" פונעם פסוק.
זאגסט, הייסט עס, אז אלעס איז מסורה. מדרש איז נאר אסמכתאות בעלמא.
100%
קאווע טרינקער100%
100% wrong
אתרוג טאקע יא אבער זייער אסאך הלכות און דיוקים נישט
חז"ל פרעגן זיך אליין אפ איינער דעם אנדערן
עס איז משמע פון אסאך פלעצער אז עס איז געווען אייגענע חידושים און הלכות
לאמיר דאס מאכן 50/50..
איך האב זיך נאר באצויגען אויף דרשות וואס זענען נוגע דירעקט צו תרי"ג מצות.
ווען חז"ל פרעגן זיך אפ צווישען זיך, איז דאס, אדער 1) הלכות וואס זענען נישט מן התורה ממש. 2) מחלוקת וואס זענען נישט נוגע למעשה, דהיינו יעדער איז מודה בעיקר הדבר, די מחלוקה איז נאר פון וואו מ'לערנט דאס ארויס. אדער איז די גאנצע דיון טאקע נישט נוגע למעשה 3) יתכן אז די מחלוקה איז ביי אן ענין וואס איז נשתכח געווארן. - מעגליך אז אידן האבן נישט געהאט ד' מינים פאר א געוויסע תקופה, און דערפאר איז שפעטער געווארן א שאלה אין די מסורה וויפיל ערבות/הדסים מ'דארף.
ס'איז דא נאך א מעגליכקייט, לויט ווי רב דסלר שרייבט, בנוגע תפילין ר"ת, אז חז"ל (און לויט אים: ביז נאך די בעלי תוספות) האבן געהאט א "רעכט" צו "שאפן" הלכות פון דאסניי, אפילו קעגן די מסורה, כל זמן זיי האבן זיך באנוצט מיט די כללי הדרוש! - גאנץ א שווערע מהלך, ווייל מהיכי תיתי אז די "רשות לדרוש" האט זיך שוין גע'ענדיגט?
מיר האבען גאר אסאך הנחות קדומות ווען עס קומט צו די תורה, אין צו דרשות חז"ל. לאמיר דעריבער רעדן פין א חמורבי בוך אין נישט פין קיין תורה. לאמיר האבען דאס גאנצע געשריבענע ספר וואס מיר פארמאגען אין לאמיר זיך יעצט מצייר זיין אז דאס איז א בוך פין חצר מלכות חמורבי. לאמיר זיך מצייר זיין אז מיר זענען קלאר איבערצייגט אז דער שרייבער איז געווען גאר גאר א טיפער פילוסוף אין ווי אויך האט ער גשריבען מיט געקיצלטע רמזים. איך בעט אז מיר זאלען אמתדיג אנגיין יעצט מיטן דמיון אז דער ספר אונזערער איז פין א גאר א קלוגע אין טיפע פילוסוף בחצר מלכות חמורבי.
מיר נעמן יעצט ארויס דעם בוך אין מיר זענען מעיין אין די פרשת בן סורר ומורה.
ר' יהודה זאגט אם לא היתה אמו שוה לאביו בקול ובמראה ובקומה אינו נעשה בן סורר ומורה. מאי טעמא - דאמר קרא: איננו שמע בקלנו מדקול בעינן שוין - מראה וקומה נמי בעינן שוין.
וואס טייטש 'קול'? די רמב"ם אין מורה טייטשט דעם פסוק ביי מתן תורה 'קול דברים אתם שומעים', אז זיי האבן געהערט א sound אבער נישט קיין חיתוך דיבר. נישט די שניידונג [חיתוך] פינעם קול אין איר אויספארמונג צי דיבור [מלשון דבר, וואס מיינט דעפיניטיוו זאכען]. ד.ה. זיי האבען געהערט די קול פין ווערטער אבער נישט די ווערטער אליינס. אין די פסוקים זעהט מען אז קול מיינט sound ווי למשל קול שופר, קולות ולפידים, קול ה' מתהלך בגן, ונשמע קולו בבואו אל הקדש, קול מיינט נישט שטימע, עס מיינט sound.
אין אונזער אידישער שפראך איז זייער נישט מצוי אז א מענטש זאל זאגען פאר איינעם 'הער דיך צי צו מיין שטימע', נאר אויב ער וויל טאקע וויסען צו ער האט א שיינע שטימע.. מיר אלע פילען אז שטימע.קול איז נישט דאס פאסיגע ווארט, אין אוודאי נישט sound
ווען איך רעד צו מיין קינד אין ער פאלגט נישט, זאג איך אים נישט אז ער דארף פאלגען מיין סאונד. איך זאג אויך נישט אז ער זאל זיך צוהערען צו מיין שטימע, (אויסער ערב די הייליגע טעג, כידוע ליודעים). איך זאג אים הער דיך צי צו מיינע ווערטער, אדער סתם הער מיך צי. די תורה איז אויך דא זייער אסאך מאל וואס עס שטייט שמע אלי, שמעו אלי. אבער אין די תורה איז אויך דא אסאך מאל וואס עס שטייט שמע בקולה, איננו שומע בקולנו, א.א.וו. (כמדומה אז שמע אלי וכדו' איז סאך מער מצוי ווי שמע בקול דברי וכדו' אבער נאכנישט וועריפייד)
עס איז שייך צו זאגען אז ווען מיר וועלן אריינטראכטען די ענין פין דיבור אין פין קול. וועלן מיר זעהן אז די עכטע נאטורליכע דיבור, די נישט געפאטשקעטע ארטיפישעל דיבור, איז די נאטורליכע sounds וואס קומען ארויס פינעם מענטש אויטאמאטיש. איינמאל ער מאניפולירט עס איז עס שוין נישט וואס עס ברענגט זיך באמת ארויס פין די טיפעניש פין זיין וועזן. יתכן אז ביי מתן תורה האט זיך דערהערט אט די נקודה פין קול, די עכטע sound פין די מציאות. עס קען זיין אז אונזער טיפער שרייבער דא [מיר רעדן פינעם טיפען פילוסוף בחצר מלכות חמורבי] האט אויף אסאך פלעצער געוואלט מרמז זיין אויף דעי נקודה. למשל שמע בקולה פין שרה, וויל דער פילוסוף/שרייבער זאגען אז שרה רעדט פין איר עכטע מציאות, she's being real. א.א.וו. ואכ"מ.
נאכען ארומרעדן די ענין פין קול אביסל. לאמיר גיין צו דעי ווערטער דא. געדענק אז מיר רעדן פין א פילוסוף/שרייבער וואס מיר זענען איבערצייגט אז ער שרייבט גאר טיפע אין געקינצעלטע רמזים. נו, דא האט זיך עפעס זייער צולאזט מיטן ניצען די ווארט קול. איננו שומע בקול אביו ובקול אמו. איננו שומע בקולנו. וואס קען ער מיינען דא מיט דעם? הממ.
האולד ע מאמענט, זאגט פראפעסאר מ. וואס איז מיט די ווארט קולני? ער זאגט נישט קולותינו, 'אונזער שטימעס' לשון רבים, ער זאגט אונזער שטימע, לשון יחיד. הממ, אפשר האט ער דוקא געניצט די ווארט קול צו קענען מאכען פין טאטע אין מאמע איינס? איין שטימע, איין סאונד, פין איין וועזן, שוין בקול, במראה, ובקומה?
עפעס הער איך וואס די זאגסט [דיין קול?], זאגט צוריק פראפעסאר י., עפעס וויל ער דא דער פילוסוף. מיך האט געבאדערט פארוואס ער איז אזוי אבזעססד צו מאחד זיין די טאטע אין מאמע אגאנצען צייט. זייט ווען איז די מאמע געווארען אזא חשובע פיגור בימי חמורבי? פארוואס איז נישט גענוג אז ער פאלגט נישט דעם טאטען. אין נאך דערצו ער זאגט נאך 'ותפשו בו אביו ואמו והוציאו אותו'. די מאמע טראגט צו קארט? די מאמע איז דאך ווייניגער חשוב ווי א זין? זי כאפט אים גאר אן אין שלעפט אים? אפי' ביי א טאכטער וואס איז ווייניגער חשוב [בימים ההם], טוט די מאמע נישט פיגורירן ביים פארקויפען איר, ביים אננעמן אויף איר בהוצאות שם רע א.א. וו. פלוצלינג דא דארף איך איר עפעס באחדות אחד מיטן טאטען. אין יעצט אז איך זעה נאך דיין פוינט פין קול, טראכט איך אז עפעס וויל ער דער חכם עפעס וויל ער א קאמפליט אחדות אין איינקייט דא מיטן טאטען אין מאמען. ווער ווייסט?
המשך יבא....
זאגסט שיין אבער מ'דארף האבן א דמיון מפותח צו טראכטן אין די דירעקציע פון שוין בקולן. ווען נישט דו ווייסט ווען די דרש פון ר' יהודה וואלסטו לכאורה נישט צוגעקומען צו אזא מסקנא. והא ראיה, דו קומסט יעצט נישט צו צו אן אייגענער מסקנא נאר צו די זעלבע מסקנה צו וועלכע ר' יהודה איז צוגעקומען. אין אנדערע ווערטער, דו האסט די סטארטינג פוניט (לשון הפסוק) און די ענד (ר' יהודה מימרא), דו פרובירסט נאר נאכצוטרעיסן די וועג פונעם אנפאנג ביזן סוף. און איך באוואונדער וואס פאר א הערליכע דזשאב דו טוסט אין דעם. אבער צו זאגן אז די סטארטינג פוינט פירט בהכרח אין דעם דירעקציע אדער אפילו נישט בהכרח נאר ווארשיינליך אין דעם דירעקציע? דאס איז זיכער נישט אמת. א שטארקע ראיה צו מיינע ווערטער איז די פאקט אז אין צענדליגע הונדערטע אדער אפשר גאר טויזענטע דרשות זענען חלוקים זה על זה. ביידע מאן דאמרין נוצן די זעלבע סטארטינג פוינט און דאך קומען זיי אן צו גאר אנדערע דעסטינאציעס.
מיר דארפען זיך קאנצעטרירען אויף דעם איינעם דרוש. מיר קענען נישט עקספלעינן אלע דרשות אין אלע מחלוקתן מיטן זעלבען ווארט. עס איז דאך נישט מתן תורה ווי אלע ווערטער זענען געזאגט געווארן אין איין קול 🙂
די עקספערימענט איז נישט אז איך זאל פילען אז עס מיז זיין אזוי ווי דער דרוש. מיר ווילע זען צו מיר קענען הערן פין ווי ער קומט. פארשטייטסעך אז עס טאר נישט זיין געפאפט. עס דארף זיין אויף די לעוועל אז ווען איך הער מיין חבר [נישט אן אויטאריטי, נישט ר' יהודה] זאגט מיר די גאנצע תורה זאג איך אים אז עס קען זיין ער איז גערעכט. וועלן מיר אנקומען צו דעי פוינט? איך ווייס נישט. אבער איך געב עס אן אונעסט טריי. אין איך דארף ענקער העלפ דא.
נאכאמאל, ווען מיר האבן שוין דעם סטארטינג פוינט און די ענד פוינט, און מיר זוכן די וועג וויאזוי אנצוקומען פון פוינט עי צו פוינט בי וועסטו כמעט אייביג טרעפן א מהלך וויאזוי דאס צו טון, א מהלך וואס וועט נישט זיין געפאפט. וואס איז אלזא די פוינט פון דיין עקספערימענט?
כ'פארשטיי נישט וואס דו זאגסט.
די האלטסט אז עס איז פשוט צו פארשטיין אלע דרשות חז"ל. אין אז דיין חבר קומט דיר מארגען זאגען אויף דעם חומרבי בוך אזעלכע מינע דרשות, ווארפסטו אים נישט ארויס צוזאמען מיטן בוך?
אונזער עקספערימענט דא איז צו זעהן אויב ווען מיר זענען זיך גיט מעמיק אינעם ענין וועלן מיר צוריק אריינלאזען דעם ארויס געווארפענעם חבר דיינעם. ד.ה. מיר וועלן זאגען אז עס קען זיין אמת וואס ער זאגט.
גיב א קוק, איך וואלט נישט ארויסגעווארפן מיין חבר אן הערן זיינע ראיות אז חמורבי איז טאקע געווען א "גאר גאר א טיפער פילוסוף אין ווי אויך האט ער גשריבען מיט געקיצלטע רמזים." דאס הייסט, אויב האב איך א פשוט'ע פשט אין חמורבי'ס ווערטער, און ס'שטימט מיט אלעס וואס כ'ווייס איבער חמורבי'ס צייטן און כ'טרעף ענליכס אין ספרים פון די תקופה און די געגנט פון חמורבי, דאן נעם איך אן במושכל ראשון אז חמורבי האט געמיינט פשוט פשט. ווען מיין חבר וועט קומען מיט דרשות וועל איך אים נישט פרעגן צו די דרשות מאכן סענס צו נישט. איך וועל זיך גלייך פארשטעלן אז מסתמא איז דא פון וואו ארויסצודרינגן די דרשות. וואס איך וועל אים יא פרעגן, איז וואס זענען זיינע הנחות וואס שטופן אים צו מאכן דרשות במקום לערנען פשוט פשט.
אין אנדערע ווערטער, איך דארף נישט קיין הסבר *וויאזוי* די חכמים האבן געמאכט די דרשות. איך דארף א הסבר אויף די הנחות (אם תרצה, די assumptions) וואס די חכמים האבן געהאט, וואס האט זיי געמאכט זוכן די דרש ווי איידער די פשוט פשט.
און צו ענטעפרן דיין פראגע "וועלן מיר קענען זאגן אז עס איז אמת"? יא, מיר וועלן קענען זאגן אז עס איז אמת, אבער נאר אויב מיר ווייזן אויף אז פשוט פשט שטימט נישט דא (אזוי ווי דער אבן עזרא שרייבט אז ווען פסוקים זענען זיך סותר איינע מיטן צווייטן, אדער אויב זיי זענען זיך סותר מיט common sense', אדער מיט די מסורה דאן ווייסן מיר אז ס'ליגט עפעס טיפערס).
יידלגיב א קוק, איך וואלט נישט ארויסגעווארפן מיין חבר אן הערן זיינע ראיות אז חמורבי איז טאקע געווען א "גאר גאר א טיפער פילוסוף אין ווי אויך האט ער גשריבען מיט געקיצלטע רמזים." דאס הייסט, אויב האב איך א פשוט'ע פשט אין חמורבי'ס ווערטער, און ס'שטימט מיט אלעס וואס כ'ווייס איבער חמורבי'ס צייטן און כ'טרעף ענליכס אין ספרים פון די תקופה און די געגנט פון חמורבי, דאן נעם איך אן במושכל ראשון אז חמורבי האט געמיינט פשוט פשט. ווען מיין חבר וועט קומען מיט דרשות וועל איך אים נישט פרעגן צו די דרשות מאכן סענס צו נישט. איך וועל זיך גלייך פארשטעלן אז מסתמא איז דא פון וואו ארויסצודרינגן די דרשות. וואס איך וועל אים יא פרעגן, איז וואס זענען זיינע הנחות וואס שטופן אים צו מאכן דרשות במקום לערנען פשוט פשט.
אין אנדערע ווערטער, איך דארף נישט קיין הסבר *וויאזוי* די חכמים האבן געמאכט די דרשות. איך דארף א הסבר אויף די הנחות (אם תרצה, די assumptions) וואס די חכמים האבן געהאט, וואס האט זיי געמאכט זוכן די דרש ווי איידער די פשוט פשט.
אויף דעם האב איך שוין מאריך געווען אויבן. אז כו"ע מודי אז דא מאכט נישט קיין סענס די פשוט פשט.
ר' שמעון מאכט אוועק די גאנצע מציאות וועגן דעם אליינס אז עס קען אזא זאך נישט זיין. ר' יוסי הגלילי האט אויך א פראבלעם פארוואס דאס קומט זיך. אין איך די אין דיין גיטע חבר וואס בעט זיך ביים טיר, זעמיר אויך אלע מסכים אז די פשוט פשט איז פרעטטי רידיקולאס.
סייד נאוט. פליז בלייב געפאוקעסט אויף דעם ספעסיפיק דרש.
....המשך פין אויבען
יעצט דארפען מיר נאר באטראכטען אויב זאלען מיר זאגען אז דער פילוסוף/שרייבער האט טאקע מרמז געווען אז עס דארף זיין איין קול ממש, שטעלט זיך די פראגע פין נולד מאוחר. אז די מיינסט נישט וואס די זאגסט דעמאלטס זאג עס נישט. פארוואס מאכסטו מיר א גאנצע מעשה פין בן סורר ומורה אויב עס וועט קיינמאל נישט געשען?
אולי יש לומר בזה. לאמיר זיך פארשטעלן א פילוסוף אין וואשינגטאן מאכט געזעצן כהיום. ער שפעקולירט וויאזוי אויסצושטעלן א גיטע ליגעל סיסטעם. פין איין זייט איז ער איז זייער עגענסט קעפיטעל פאנישמענט, אבער מצד שני אויב וועט נישט זיין אזא עונש וועט זיין הפקר וועלט. איז ער אויפגעקומען מיט אן המצאה. כ'וועל אריינלייגען קעפיטעל פאנישמענט אבער כ'וועל עס מאכן אזוי שווער אזוי אז עס זאל זיין ווירטואלי אוממעגליך אז עס עס זאל קומען לידי גמר. [כידוע אז עס נעמט רוב מאל פופצען צוואנציג יאר צוצוקימען אויסצופירן קעפיטעל פאנישמענט]
אין יעצט צוריק צו אונזער גערטער קעניג חמורבי.
בימי חמורבי איז נישט אריינגעקומען אזא שאלה בכלל. מען האט געהארגעט at the drop of a hat. אבער דער פילוסוף בימי חמורבי האט זיך אויך אנגעשטויסען מיט א כעין זה'דיגער שאלה.
די סטראקטור פין די קאמיונטי ביי חמורבי איז געווען גאר אסאך געבויט אויף קינדער/עלטערען אוטאריטי. וויאזוי קען איך מאכען אז די קינד זאל באמת באמת ציטערן פינעם טאטען אין מאמען. ער זאל פאלגן וואס זיי הייסן? נו, סדני דארעא חד, בבל, וואשינגטאן, אלעס איינס. ער קומט אויך אויפן זעלבער המצאה ווי דער וואשינגטאנער גוי. ער וועט שרייבען קלאר אז א טאטע אין מאמע קענען שלעפן א קינד צום תלי' פשוט פארן נישט פאלגען. אבער, ער וועט עס מאכן אזוי טריקי אז עס זאל קיינמאל למעשה נישט קענען געשען. געוואלדיג. דאס קינד אין אפי' די טאטע וועט דאך נישט וויסן פין די שלייף לעכער, ממילא וועט די טאטע האבען די אוטאריטי אין די קינד וועט ציטערן. אבער מיטן עכטען למעשה האט דאס נישט קיין שייכות. "לא היה, ולא עתיד להיות".
דער פילאזאף בבית חמורבי איז דיין חבר, ער פרעגט דיך וואס די האלטסט, גייט דאס ארבעטן? וועלן זיין גענוג חכמים וואס וועלן כאפען מיינע רמזים? אין מאכן זיכער אז עס זאל קיינמאל נישט געשען?
וואס זאגסטו?
מח שליט, אויב דו ווילסט אריינגיין אין א פראפעסיע, פאלג מיין עצה און ווער נישט קיין פראפעסאר אוו ענטשעינט ניער איסטערן רעליגיעס. איך וואלט דיר ענדערש געראטן צו ווערן א לויער, ווייל מיט דיין חוש ההסברה און ברייטע פאנטאזיע דארף איך זיך ציפן די הענט זיך צו דערמאנען אז דו ביסט נישט גערעכט...
יאירמח שליט, אויב דו ווילסט אריינגיין אין א פראפעסיע, פאלג מיין עצה און ווער נישט קיין פראפעסאר אוו ענטשעינט ניער איסטערן רעליגיעס. איך וואלט דיר ענדערש געראטן צו ווערן א לויער, ווייל מיט דיין חוש ההסברה און ברייטע פאנטאזיע דארף איך זיך ציפן די הענט זיך צו דערמאנען אז דו ביסט נישט גערעכט...
אין דו ווער נישט קיין סייענטיסט. ווייל דארטן קען מען נישט ארויסלויפען אויב די עקספערימענט גייט נישט לויט דיין פריקאנסיוועד טעאריעס. 🙂
מוח שליטיידלגיב א קוק, איך וואלט נישט ארויסגעווארפן מיין חבר אן הערן זיינע ראיות אז חמורבי איז טאקע געווען א "גאר גאר א טיפער פילוסוף אין ווי אויך האט ער גשריבען מיט געקיצלטע רמזים." דאס הייסט, אויב האב איך א פשוט'ע פשט אין חמורבי'ס ווערטער, און ס'שטימט מיט אלעס וואס כ'ווייס איבער חמורבי'ס צייטן און כ'טרעף ענליכס אין ספרים פון די תקופה און די געגנט פון חמורבי, דאן נעם איך אן במושכל ראשון אז חמורבי האט געמיינט פשוט פשט. ווען מיין חבר וועט קומען מיט דרשות וועל איך אים נישט פרעגן צו די דרשות מאכן סענס צו נישט. איך וועל זיך גלייך פארשטעלן אז מסתמא איז דא פון וואו ארויסצודרינגן די דרשות. וואס איך וועל אים יא פרעגן, איז וואס זענען זיינע הנחות וואס שטופן אים צו מאכן דרשות במקום לערנען פשוט פשט.
אין אנדערע ווערטער, איך דארף נישט קיין הסבר *וויאזוי* די חכמים האבן געמאכט די דרשות. איך דארף א הסבר אויף די הנחות (אם תרצה, די assumptions) וואס די חכמים האבן געהאט, וואס האט זיי געמאכט זוכן די דרש ווי איידער די פשוט פשט.
אויף דעם האב איך שוין מאריך געווען אויבן. אז כו"ע מודי אז דא מאכט נישט קיין סענס די פשוט פשט.
ר' שמעון מאכט אוועק די גאנצע מציאות וועגן דעם אליינס אז עס קען אזא זאך נישט זיין. ר' יוסי הגלילי האט אויך א פראבלעם פארוואס דאס קומט זיך. אין איך די אין דיין גיטע חבר וואס בעט זיך ביים טיר, זעמיר אויך אלע מסכים אז די פשוט פשט איז פרעטטי רידיקולאס.
סייד נאוט. פליז בלייב געפאוקעסט אויף דעם ספעסיפיק דרש.
אופס, כ'האב נישט געזען דעם תגובה. ווילסט מוחל זיין ביטע מיר צוצייכענען דעם תגובה, כ'וועל דיר מכיר טובה זיין.
אבער דו האסט מיר געפארסט דא אין א קארנער נאר צו פאוקעסן אויף דעם דרש. ווען מיין חבר קומט צו מיר מיט א פעקל דרשות וועל איך נישט דן זיין אויף יעדע דרשה בפני עצמו, נאר אויך אין קאנטעקסט פון אלע אנדערע דרשות. ווען מיר קוקן אן דעם דרשה אליינס וועלן מיר אפשר זיין אז דא איז כו"ע מודי אז פשוט פשט איז רידיקולעס (כ'ווייס נישט פארוואס, אבער דערווייל גלייב איך דיך אויפן ווארט אז דו האסט שוין אויבן איבערצייגט אזוי). למעשה זענען דא צענדליגע אנדערע פלעצער ווי פשוט פשט זענען בכלל נישט רידיקולעס, נאר אדרבא, אוועקצומאכן פשוט פשט איז היבש.... רידיקולעס, אויב מ'מעג אזוי זאגן. דערפאר ווען דו קומסט מיט א בוך פון דרשות וועל איך נישט נאר קוקן אויף אינווידואלע דרשות נאר אויף אלע דרשות אינאיינעם, און זען וואס זענען די אסומפציעס און הנחות וואס דו האסט, וואס די הנחות שטופן דיר צו איבערלאזן פשוט פשט אין גיין צו דרשות.
יידל,
גי צוריק צו פעידזש 3, אין פאנג אן פינעם זעקסטן תגובה דארט. ד"ה: אלזא ר' יאיר. קוק דארט מיין גאנצע גיוו ענד טעיק מיט ר' יאיר'ן.
איך פעינט דיך נישט אין א קארנער. מיר דארפען אבער גיין איינס אויף א מאל. דאס איז מיין גאנצע עקספערימענט דא. אוודאי איז אונזער הנחה קדומה אז די דרשות זענען עפעס גאר מאדנע. וויפיל מלמדים אדער אפי' מגידי שיעור גייען אריין אינעם טיפקייט פין א יעדען דרוש. ממילא ווערט דאס שוין באן אונז פשוט אז עס איז אזוי נו. אבער כדי פעסטצושטעלן אויב מיר קענען טאקע נישט פארשטיין די מהלך הדרוש, דארפען מיר נעמען א געוויסע מספר פין רענדאם סעמפלינגס אין אדורך גיין יעדעס איינס מיט טיפקייט (נאר בתנאי אז מיר האבען פאן אין די פראסעסס), אין זען וויפעל פין די סעמפלינגס זענען מיר אנגעקומען צו א אונעסט פארשטאנד אינעם דרוש. איז דאס נישט א פעיר וועג?
ווען מיר דיעלן מיט א יעדע דרש באזונדער זאלען מיר נישט ניצען אונזער פריקאנסיוועד איידייעס אפצווענדען די הבנה. מיר דארפען צוגיין מיט א קלין סלעיט.
מוח שליטיאירמח שליט, אויב דו ווילסט אריינגיין אין א פראפעסיע, פאלג מיין עצה און ווער נישט קיין פראפעסאר אוו ענטשעינט ניער איסטערן רעליגיעס. איך וואלט דיר ענדערש געראטן צו ווערן א לויער, ווייל מיט דיין חוש ההסברה און ברייטע פאנטאזיע דארף איך זיך ציפן די הענט זיך צו דערמאנען אז דו ביסט נישט גערעכט...
אין דו ווער נישט קיין סייענטיסט. ווייל דארטן קען מען נישט ארויסלויפען אויב די עקספערימענט גייט נישט לויט דיין פריקאנסיוועד טעאריעס. 🙂
דו מיינסט אודאי צו זאגן, ווען א פילאזאף קומט אין א סייענטיפישע לאבראטאריע מאכן 'עקספערימענטן' דורך פילאזאפישע סברות.
ר' יאיר,
דאס איז עס? מיר גייען ווערן בעיביס דא?
מוח שליטיידל,
גי צוריק צו פעידזש 3, אין פאנג אן פינעם זעקסטן תגובה דארט. ד"ה: אלזא ר' יאיר. קוק דארט מיין גאנצע גיוו ענד טעיק מיט ר' יאיר'ן.
איך פעינט דיך נישט אין א קארנער. מיר דארפען אבער גיין איינס אויף א מאל. דאס איז מיין גאנצע עקספערימענט דא. אוודאי איז אונזער הנחה קדומה אז די דרשות זענען עפעס גאר מאדנע. וויפיל מלמדים אדער אפי' מגידי שיעור גייען אריין אינעם טיפקייט פין א יעדען דרוש. ממילא ווערט דאס שוין באן אונז פשוט אז עס איז אזוי נו. אבער כדי פעסטצושטעלן אויב מיר קענען טאקע נישט פארשטיין די מהלך הדרוש, דארפען מיר נעמען א געוויסע מספר פין רענדאם סעמפלינגס אין אדורך גיין יעדעס איינס מיט טיפקייט (נאר בתנאי אז מיר האבען פאן אין די פראסעסס), אין זען וויפעל פין די סעמפלינגס זענען מיר אנגעקומען צו א אונעסט פארשטאנד אינעם דרוש. איז דאס נישט א פעיר וועג?
ווען מיר דיעלן מיט א יעדע דרש באזונדער זאלען מיר נישט ניצען אונזער פריקאנסיוועד איידייעס אפצווענדען די הבנה. מיר דארפען צוגיין מיט א קלין סלעיט.
עס איז ערב שבת און די צייט איז קורץ, כ'וועל מער מעיין זיין אין דיינע ווערטער אויפן דריטן בלאט מוצאי שבת אי"ה. יעצט אויפן מינוט וויל איך נאר מעיר זיין אז דו האסט נישט געענטפערט מיין קושיא. אודאי זענען דרשות במשוכל ראשון מאדנע. איך טענה אבער אז די סיבות דערצו זענען נישט אז די דרשות אליינס זענען מאדנע, נאר די הנחות וואס דו האסט וואס צוליב זיי מאכסטו דרשות, זענען מאדנע. איינמאל דו איבערצייגסט מיר אז ס'קען נישט זיין אז חמורבי האט געשריבן פשוט פשט און ס'דא א סיבה פארוואס דו מוזט איבעראל זוכן א טיפערע און באהאלטענע הבנה, דארף איך שוין נישט קיין הסבר אין קיין דרשות, איך וועל גלייך פארשטיין אז חמורבי האט מיר מרמז געווען "קולני" בלשון יחיד וכו'. ווען דו ברענגסט א דרשה אלץ דוגמא, ווייז מיר נישט וויאזוי די דרשה גייט פון פוינט A (די פסוק) צו פוינט B (די דרשה), נאר ווייז מיר וועלכע הנחה האט געהייסן נעמען דעם וועג פון פוינט A צו פוינט B. אויב טענה'סטו אז אין דעם פאל פון בן סורר ומורה איז די הנחה א "לאקאלער" הנחה, דאס הייסט אז בן סוור ומורה איז עפעס וואס כו"ע מודי אז עס קען נישט מיינען כפשוטו און דערפאר דארף מען דרש'ענען, דאן איז דאס א שלעכטע סעמפל, וויבאלד מיר דארפן סעמפלס וואס די הנחות זענען לא ללמד על עצמן יצאו אלא ללמד על הכלל כולו יצאו. כ'האף אז כ'האב מיך גענוג קלאר ארויסגעברענגט.
מוח שליטר' יאיר,
דאס איז עס? מיר גייען ווערן בעיביס דא?
היות ס'איז ערב שבת און איך האב נישט קיין צייט פאר לאנגע הסברים, האב איך זיך געמוזט באגנוגן מיט קורצע ליצנות'דיגע הערות פור עי טשעינזש. ס'איז געזונט זיך צו אויסלופטערן אינמיטן א שווערער קאורט קעיס מיט א ווערטל...
גראדע ליגט עפעס ערנסטקייט אין מיינע תגובות. דער עפראוטש וואס דו נוצט פאר דיין עקספערימענט איז בכלל נישט פאסיג פאר דער נידון, עס איז נישטא קיין איין טאבלעט אדער פאפירוס וואס די פראפעסארן לערנען אזעלכע מאדנע פשטים בלויז צוליב א דקדוק פון קולינו, אדער ווייל עס שטימט נישט מיט אונזערע מאראלישע געדאנקעגאנג, נישט קיין חילוק וואספארא גרויסער פילאזאף האט עס געשריבן. ולעת עתה אסתגר בזה, דורכאויס שבת וועל איך מער אריינטראכטן אין דעם.
קאווע טרינקער
אז איינער גלייבט נישט אז "פרי עץ הדר" מיינט: טעם עצו ופריו שוה, איז ער אפיקורוס? איך בין נישט זיכער. און וואס געשעהט אויב מ'איז טועם דער עץ און מען זעהט אז לא קרב פריו לעצו, איינס איז ביטער און די אנדערע איז זיס, וועט מען אויפהערן צו נעמען אן אתרוג? (פארשטייט זיך אז "זיי", די סייענטיסט הייבן נישט אן צו פארשטיין וואס א "טעם" איז בכלל, ע"כ איז פשוט נישטא קיין מקום אפילו חושש צו זיין לדבריהם. - אהא, א בלוט-טעסט מעג מען נעמען שבת במקום סכנה, ווייל די סייענטיסט האבן אויסגעטראפן אז מ'קען דורך דעם עומד זיין אויך דער חולה'ס מצב. איי ס'איז דאך א מלאכה ממש?! ווען טויגן זיי יא, און ווען נישט?) - עכ"פ מ'וועט זיכער נישט אויפהערן צו נעמען אן אתרוג. פארוואס? ווייל איך נעם נישט קיין אתרוג צוליב דעם "דרש" פונעם פסוק.
פארוואס ווען די גמ' פרעגט "ואימא פלפלין"
ענפערט די גמ'
משום דלא אפשר היכי נעביד ננקוט חדא לא מינכרא לקיחתה ננקוט תרי או תלתא אחד אמר רחמנא ולא שנים ושלשה פירות הלכך לא אפשרפארוואס ענפערט נישט די גמ' דיין פשוט'ע תירץ אז דאס איז אייביג אזוי געווען און יעדער ווייס דאס מדור דור?
יידל, איך שטעל זיך פאר אז מח שליט קלערט אז אין אנדערע דרשות קען מען אויך טרעפן הנחות וואס האבן געשטיפט חז"ל להוציא המקראות מידי פשוטן, אדער אנדערע סיבות פארוואס די דרשות פעלן אויס, ממילא איז דאס יא א גוטער סעמפל.
אפשר האט מען שוין גערעדט דערפון דא (כ'האב נישט מיטגעהאלטן די אשכול ווען ס'נאך געווען בגו גלותא במשובה הקודמת אינעם וועבערמאן אשכול), כ'וועל זעך דאך דערוואגן צו פרעגן: איז דא א טעאלאגישן פראבלעם צו זאגן אז חז"ל זענען אליינס אויפגעקומען מיט די דרשות און מיר זענען מחוייב זיי אויסצופאלגן נישט משום מסורה נאר משום ועשית ככל אשר יורוך? איך ווייס אז דער רמב"ם איז זייער שארף קעגן אזא מהלך, איך ווייס אבער נישט פארוואס.
----
יאיריידל, איך שטעל זיך פאר אז מח שליט קלערט אז אין אנדערע דרשות קען מען אויך טרעפן הנחות וואס האבן געשטיפט חז"ל להוציא המקראות מידי פשוטן, אדער אנדערע סיבות פארוואס די דרשות פעלן אויס, ממילא איז דאס יא א גוטער סעמפל.
דאס מיינט אז איבעראל וואו חז"ל האבן א דרשה, וועלן מיר זוכן לאקאלע הנחות וואס שטופן צו דרש, און ווי חז"ל האבן נישט געהאט קיין דרשה דארט וועלן מיר נישט זוכן לאקאלע הנחות כאטש ס'גאנץ מעגליך דא? דאס איז זייער סוביעקטיוו און וועט קיינעם נישט איבערצייגן חוץ דער וואס איז שוין איבערצייגט פון פאראויס.
יידל,
הייסט עס, אויב וועסטו ווערן איבערצייגט אז אונזער חמורבשיער בוך דא איז דוקא געשריבען געווארען געקיצלט און געקינצלט מיט רמזימ'לעך אין נואנסען, מיטן ציל אז דער חכם זאל עס כאפען אין דרשנען הלכות דערפין, דעמאלטס שטימט דיר אלעס? ד.ה. אויב וועסטו האבען א אויטענטישער דאקומענט [קארבאן פערצען דעיטעד] פינעם פילוסוף/שרייבער בחצר בית המלך הגדול חמורבי, אז ער שרייבט געקינצלט מיט רמזים כדי מיר זאלן פארשטיין זאכן דערפין, איז האסטו נישט קיין שום פארבלעם מיט די מבנה הדרשות?
ועשית ככל אשר יורוך מיינט נישט אביי און רבא. סמיינט סנהדרין.
יידלאפשר האט מען שוין גערעדט דערפון דא (כ'האב נישט מיטגעהאלטן די אשכול ווען ס'נאך געווען בגו גלותא במשובה הקודמת אינעם וועבערמאן אשכול), כ'וועל זעך דאך דערוואגן צו פרעגן: איז דא א טעאלאגישן פראבלעם צו זאגן אז חז"ל זענען אליינס אויפגעקומען מיט די דרשות און מיר זענען מחוייב זיי אויסצופאלגן נישט משום מסורה נאר משום ועשית ככל אשר יורוך? איך ווייס אז דער רמב"ם איז זייער שארף קעגן אזא מהלך, איך ווייס אבער נישט פארוואס.
----
ווייל די צדוקים האבן געהאלטן אז "זיי" זענען די ועשית ככל אשר יורוך ח"ו
ניין, צדוקים האבן געהאלטן אז פשוט פשט אווערריידס ועשית.
מוח שליטיידל,
הייסט עס, אויב וועסטו ווערן איבערצייגט אז אונזער חמורבשיער בוך דא איז דוקא געשריבען געווארען געקיצלט און געקינצלט מיט רמזימ'לעך אין נואנסען, מיטן ציל אז דער חכם זאל עס כאפען אין דרשנען הלכות דערפין, דעמאלטס שטימט דיר אלעס? ד.ה. אויב וועסטו האבען א אויטענטישער דאקומענט [קארבאן פערצען דעיטעד] פינעם פילוסוף/שרייבער בחצר בית המלך הגדול חמורבי, אז ער שרייבט געקינצלט מיט רמזים כדי מיר זאלן פארשטיין זאכן דערפין, איז האסטו נישט קיין שום פארבלעם מיט די מבנה הדרשות?
רוב פראבלעמען מיט דרשות גייען אוועק.
נולד מאוחרועשית ככל אשר יורוך מיינט נישט אביי און רבא. סמיינט סנהדרין.
זאגט ווער?
יידל שרייבט,
אפשר האט מען שוין גערעדט דערפון דא (כ'האב נישט מיטגעהאלטן די אשכול ווען ס'נאך געווען בגו גלותא במשובה הקודמת אינעם וועבערמאן אשכול), כ'וועל זעך דאך דערוואגן צו פרעגן: איז דא א טעאלאגישן פראבלעם צו זאגן אז חז"ל זענען אליינס אויפגעקומען מיט די דרשות און מיר זענען מחוייב זיי אויסצופאלגן נישט משום מסורה נאר משום ועשית ככל אשר יורוך? איך ווייס אז דער רמב"ם איז זייער שארף קעגן אזא מהלך, איך ווייס אבער נישט פארוואס.
אוודאי מעגליך. עס איז אויך מעגליך אז חז"ל האבן מקיים געווען וואס זיי אליינס האבן געצה'ט אז הרוצה ליחנק יתלה באילן גדול, ד.ה. אז זאג נאך דיין זאך פין א גרויסע אויטאיטעיט וועט מען דיך גלייבען. די רלב"ג מיין איך זאגט אזוי.
נאך פשוטער איז שייך צו זאגען אויף אסאך פין די דרשות אז עס איז אפירגעקומען פרישע שאלות וואס לא שערום אבותינו, עס איז פשוט נישט דא קיין גיידליינס דערפאר. האט מען מחליט געווען אז מען גייט זיכען נואנסען פינעם טעקסט. עס וועט בכלל נישט אנגיין צו די fathers of the Constitution האבען דאס געמיינט אדער דוקא געמיינט פארקערט, מיר גייען אפלערנען דאס געשריבענע ווארט מיט אירע נואנסען אין אזוי וועט עס האבען עפעס א לעגיטימע באזיס ווייל סוף כל סוף איז דא אזא נואנס אינעם טעקסט. כידוע איז דאס (אין א געוויסע בחינה) איין שיטה אינעם פארטייטשען דעם אמעריקאנער קאנסטיטושען.
מען וועט האבען צו דעם א ראי' פין די גמרא אז מען האט אנגעפיפען דעם בת קול אין געזאגט, תורה לאו בשמים הוא. אונז גייט נישט אהן וואס מען טראכט אדער געמיינט צו טארכטען אין הימעל. מיר קוקען אויף אונזער בוך אין מיר גייען כאפען נואנסען אין רמזימליך whether you like it or not,
כאילו דער שרייבער האט אונז קלאר געזאגט אז ער האט דוקא אינזינען געהאט רמזימלעך וכדו'. דאס איז די בוך וואס אונז האבן מיר, אין פין דא גייען מיר זיכען אלעס. דו האסט אונז געגעבן איין ספר אין ווי ער סטיקינג טו איט. אין דער אייבערשטער האט טאקע געענטפערט נצחוני בני.
אוודאי קען דאס זיין א מהלך וואס איז כדאי צו עקספלארען (דא אינאיינעם?)
אבער מיר האבען גענימען אויף זיך אונזער עקספירעמענט אין לאמיר זעהן צו מיר דארפען דאס ארויס רולען אין אוועקגיין פין די גאר פשוטער צוגאנג.
יידלנולד מאוחרועשית ככל אשר יורוך מיינט נישט אביי און רבא. סמיינט סנהדרין.
זאגט ווער?
בוסט גערעכט מ'רעדט פונעם כהן לוי אדער שופט. אבער נישט פון אביי רבא. און נישט פון מאכן נייע הלכות.
לאמיר אפלערנען די פסוקים אן פריקאנסיווד אינפאוי.
ווען איך פעסט אריין די פסוקים ווערט עס פארקערט.
כי יפלא ממך...יודל,יעדער האט געקענט קלעימען אז זיי זענען פון די "ועשית ככל אשר יורוך"???
זיי זענען דאך געווען יאאאאאאאאאאאאאאאארן שפעטער,
און בכלל ווער זאגט אז די אנדערע וואס זענען נישט מיטגעשטאנען מיט זיי (למשל די צדוקים און נאך) האבן נישט געטעהנ'ט אז זיי זענען די ווארט זאגערס פון ועשית ככל אשר יורוך?
קען איינער ביטע מאכען א סך הכל וואס מען רעדט און דינגט זיך דא.
איך ליין און ליין, און פארשטיי נישט וואס די מחלוקת איז דא.
מען קלערט אריין אויב די דרשות חז"ל האבען א הכרח פין די פסוק אליין. עפעס אזוי.
עס איז דאך פשוט אז נישט, ווען יא וואלטען אונז דאך געוועהן צדוקים.
וואס דען קריגט מען דא?
צו חז"ל האבען אויף געמאכט אליין די דרשות אדער געהאט בקבלה?
ווייסען מיר דען נישט אז די אנגענומענע שיטה איז אז אלע דרשות זענען בקבלה, און די מחלוקת'ן זענען נאר ווי אזוי די קבלה איז געוועהן?
נאכעהר זעה איך דא א שמועס אז די תורה איז פאעטיש געשריבען, און מען דארף עס אפלערנען כדי צו קענען פארשטיין וואס דער אריגינעלער כותב האט געמיינט צו שרייבען נישט קיין אריין געדריקטע פשטים וכו'.
אויף דעם זאג איך אוי וויי, ווי גייען מיר דא אנקומען?
איינער רעדט וואס די פאעטישע כוונה פין וארא אל האבות באל שדי ושמי ד' לא נודעתי. גיי ווייס, מן הסתם אז מען לערנט כפשוטו מיינט עס אז ער האט נישט געזאגט דער נאמען הויה נאר אל שדי. איז דאך די קשיא אז אין פסוק זעהט מען אז דער באשעפער האט זיך יא מגלה געוועהן מיט דער נאמען ד'. איז ווי וויל מען דא אנקומען?
אפשר קען מיר איינער פארשטיין געבען וואס מוח שליט האלט וואס יידל האלט וואס יאיר האלט?
איחוד פעלד
צו חז"ל האבען אויף געמאכט אליין די דרשות אדער געהאט בקבלה?
ווייסען מיר דען נישט אז די אנגענומענע שיטה איז אז אלע דרשות זענען בקבלה, און די מחלוקת'ן זענען נאר ווי אזוי די קבלה איז געוועהן?
נישט ריכטיג
איחוד האט א גערעכטע טענה. איך גרייט מיך צו מאכן א קורצע סך הכל איבער די טענות וואס מען האט ביז יעצט ארויסגעשטעלט, ווי אויך מיין אייגענע שטעלונג אין די נושא, בנוסף צו א קורצע איבערבליק איבער די פארשידענע שיטות פון די גדולים אין היסטאריע.