☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » דרשות ואגדות חז"ל

דרשות ואגדות חז"ל

483 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2713
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10

מוח שליט » מיטוואך יאנואר 16, 2013 12:32 pm

· #80284
קודם איין שטיקל סיידנאוט. די שרייבסט
אויב וויל איינער שרייבען משפטים שרייבט ער אלעמאל אזא טרוקענער משפטדיגער לשון מיט מיליאן פרטים, טאקע וויל אנדערש איז נישט מעגליך מחייב זיין גארנישט, און אפילו אזוי מאכט זיך אפט שוועריקייטן.
איז איינס וויל איך דיר זאגען אז מיר דארפען טראכטען אין יענע צייטן ווי שרייבען מיליאן פרטים איז נישט מעגליך. אין צווייטנס די פאקט איז אז די תורה האט נישט געשריבען מיליאן פרטים. דריי, אפי' מיט מיליאן פרטים אזוי די היינטיגע אמעריקאנע lawbooks, מיט אלע case laws, איז מען נאך אלץ ביזי ביי א יעדע קאורט קעיס דעצידירען כוונת החק.

דעיס וואס די טענהסט אז עס איז open-ended, אין מען קען אזוי נישט שרייבען א געזעץ. וואלט איך געענטפערט אז גענוי די זעלבע איז ווען מיר דארפען זיך פארלאזען אויף שכל. די פאקט איז אז יאיר, איך, אין נאך אנדערע דא, וואס מיר אלע פרובירן לענ"ד צו דערגיין די אמת'ע הבנות הענין, בלייבען מיר מיט open-ended שאלות דא. דאס איז נישט נאר דא באן אונז. א יעדע שיקול הדעת שאלה וועט אייביג זיין חכמים לכאן ולכאן. אין זיי געזיכערט אז ווען מען זיכט רמזים האט נאך קיינער נישט געטראפען א רמז אז עס איז א מצוה צו הרגענען אלע אידן. די ווייסט פארוואס? ווייל רמזים זוכט מען אויך נאר וואס עס מאכט סענס. מען פארשטייט קאנטעקסט, נישט נאר טעקסט.

נאכדעם וואס א מענטש פסקענט מכח סברא איז ער סיי ווי א נער טאמער מיינט ער אז עס איז זיכער ווי ער זאגט. ער מיז סיי ווי צוקימען צו זאגען ענוהדיג אז מיין שיקול הדעת איז נוטה אזוי, אבער איך פארשטיי אז א צווייטער קען נוטה זיין אנדערש. באמערק אז איך זאג "נוטה". ווייל אין זייער אסאך זאכען, כמעט אלע זאכען, דארף א קלוגער מענטש גענוג זעהן די צווייטע צד אזוי אז ער קען נישט זאגען מער ווי א נטיה. איז פארוואס טראכסטו אז מען קען נישט האבען א נטיה וויאזוי מען שפירט די דירעקשאן פינעם טעקסט פארט? איך האב אנגעהויבען מיין גאנצע געשרייבעכטס דא מיטן זאגען אז דינע הרגשימלעך איז שווער צו געבען גראבע הגדרות. עס איז תלוי באבנתא דליבא, פונקט דאס זעלבע ווי סברהלעך.
בכלל וויל איך מער אריינטראכטען אין אונזער אבזעססיע דא אין וויסען צו דאס איז טאקע בדויק געווען די כוונת הכותב. ווען א דזאדזש הערט אויס לויערס פין ביידע צדדים וואס פרובירין צו פארטייטשען צו א געוויסע case law איז געזאגט געווארען אויף דעם פאל אדער נישט, איז ער אויך אזוי אבזעססט צו וויסען צו דער מחבר פין יענע case law, האט אזוי געהאלטען? ער זוכט די הבנה פינעם געזעץ אין גמרנו. ער זאגט נישט אז יענער האט דווקא יא געמיינט אדער נישט געמיינט. פארוואס איז עס דא אזא מדובר?
אפשר האט דאם צו טון ווייל מיר זענען צוגעוואוינט צו די סברהלעך אין שיקול הדעת זאגעריי, אין אפי' ווען מען שטיפט אונז צו די וואנט וועלן מיר מודה זיין אז עס איז נישט מער ווי נטייה'ס אין עס איז באמת open-ended, אבער מיר זענען צוגעוואינט אזוי צוצוגיין אין מיר פארגעסען אירע שוואכקייטן. משא"כ ביי nuances פינעם טעקסט, באטראכטען מיר פין דאס ניי אין מיר הייבען ארויס אלע אירע שוואכקייטן. איי העוו נאו פראבלעם וויט דעט, אבער מיר דארפען געדענקען אז עס איז נישטא קיין גרויסע ברירות.

לעיקוואד » מיטוואך יאנואר 16, 2013 12:43 pm

· #80287
למעשה איז וואס איז שלעכט מיט דער דרש שציינתי (למשל):
"ואת זכר לא תשכב משכבי אשה", משכבי אשה אמר רחמנא, במי שראוי ומתאווה למשכבי אשה הכתוב מדבר, הא מי שאינו מתאווה למשכבי אשה, מותר. ואע"פ שאין ראיה לדבר זכר לדבר, שנאמר ואהבת לרעך כמוך, שכל אחד יאהב מי שהוא כמוהו, הסטרייט לסטרייט והגיי לגיי.

דער דרש איז ממש מוכרחפאר ווער עס איד רגיש צו די דקותן פון די טעקסט, וואס עפעס איז דער פסוק מדגיש "משכבי אשה", מרעדט דאך פון משכב זכר, און די דמיון צו משכבי אשה איז דאך בכלל נישט ריכטיג אנאטאמיש, און פעלט בכלל נישט אויס אויך להבנת הענין. איז ממש מוכרח אז דער פסוק מיינט דאס מרמז צו זיין. ווי מער איך טראכט פון דעם, מיט די הרגשות און סברות מיינע, זעה איך מער ווי עס שרייט ממש אויס אז דאס האט דער פסוק געמיינט.

עס איז נישטא גארנישט אין די קאנטעקסט וואס איז סותר דער דרש.

איך בין גאר אינטרעסירט אין דיינע מקורות אויף דעם אז מען האט געשריבען, נישט נאר מפרש געווען, אמאל ספרים אזוי.

מוח שליט » מיטוואך יאנואר 16, 2013 12:57 pm

· #80293
איך בין גאר אינטרעסירט אין דיינע מקורות אויף דעם אז מען האט געשריבען, נישט נאר מפרש געווען, אמאל ספרים אזוי.

לענ"ד אויב עס איז אנגענומען אזוי מפרש צו זיין פאעזיע אדער חכמהדיגע טעקסט, אז דער זעלבער מפרש, ווען ער האט געשריבען פאעזיע האט ער געשריבען אויפען זעלבען שטייגער.
דוקא באן אונז וואס מיר האבען א גאנצע קארפוס פין ליטעראטור וואס מען טוט נישט אזוי, איז געבליבען אז נאר די תורה איז אזוי געשריבען. אויב די גאנגבארע געשרייבעכטס זאל זיין א שטייגער פין Nostradamus מיט זיינע אומקלארע ווערטער, וואלטען מיר מסתמא אלע אזוי געשריבען.
איך וועל דיר ברענגען מער פרטים ווי דער מחבר ספר ווייזט אויף אז ביז Aristotle איז דאס דוקא געווען די אנגענומענע וועג פין שרייבען. Aristotle איז דער וואס האט אנגעהויבען פארפירען אז מען דארף קלעריטי. כ'האב גראדע געקלערט אז בעקבותיו הלך האבן עזרא מיט זיין טענה אויף די אומקלארקייט פין די פיוטים.

לעיקוואד » מיטוואך יאנואר 16, 2013 1:04 pm

· #80295
דאס טענה איך דאך עס איז א ריזיגע חילוק פון פאעזיע, חכמה, אפילו נבואה, ביז משפט און לעגאלע ענינים. יהיבנא לך אז משלי, קהלת, און אפילו שיר השירים, שענען געשריבען אויף אזא שטיגער. אבער פון דא ביז פרשת משפטים איז א ווייטע וועג. מסתמא ידוע לך שבתנ"ך הנוצרי מחולק התנ"ך לשלשה חלקים- לפי הענין,- ספרי נבואה, ספרי היסטוריה, וספרי חכמה. די קאטאגאריעס חכמה, און אפילו נבואה, אפשר להבין כדבריך, אבער היסטאריע, און דינים, איז גאר שווער אזוי מפרש זיין.

און כאמור, אויב ביסטו אזוי מפרש איז אין מנוס צו פארשטיין אז עס איז טאקע נישט מוכרח און מחייב ביז פרטי פרטים, און איז תלוי בעיקר בדעת השופט.לפי זה דארפסטו סך הכל גיבען א גוטע סיבה פארוואס מזאל נישט הינט ממשיך זיין מיט די שיטה און דרשנ'ען די אויבנדערמאנטע דרש אויף משכב זכר.

מוח שליט » מיטוואך יאנואר 16, 2013 1:28 pm

· #80303
לעיקוואד
למעשה איז וואס איז שלעכט מיט דער דרש שציינתי (למשל):
"ואת זכר לא תשכב משכבי אשה", משכבי אשה אמר רחמנא, במי שראוי ומתאווה למשכבי אשה הכתוב מדבר, הא מי שאינו מתאווה למשכבי אשה, מותר. ואע"פ שאין ראיה לדבר זכר לדבר, שנאמר ואהבת לרעך כמוך, שכל אחד יאהב מי שהוא כמוהו, הסטרייט לסטרייט והגיי לגיי.

אזוי איך האב דיר אויבען געשריבען, קיינער טרעפט נישט קיין רמז אויף זאכען נגד השכל. געדענק די גאנצע ענין מצד הבנתו איז זייער וויכטיג ווען מען וויל אפלערנען רמזים. אויב מיר ווייסען אז גאט האט באמת נישט געוואלט קיין משכב זכר ווייל מיר האלטען אז עס איז באמת א מיאוסע זאך, דעמאלט וועט מען נישט טראכטען אז ער איז מרמז אז עס איז מותר. קיינער טראכט נישט אז עס שטייט א מצוה צו הרגענען אלע קינדער יעדען ערב ראש השנה.
רמזים איז אין א געוויסע וועג אן ענטפער צו די פראבלעם פין open-endedness. די מיזט למעשה מיט אן אמת זעהן אז חוץ פין דיין סברה איז דא טאקע אן אמתער משמעות אינעם טעקסט. אין די האסט טאקע א נטיה אז דאס זענען די ווערטער דא מרמז.

אויב טאקע וועט מען פארשטיין באמת אז עס איז נישט מסתבר אז די תורה האט גאסר'ט משכב זכר, מיינסטו אז מען קען נישט מכח סברא אליינס מסדר זיין די פסוקים?
דו מיינסט אז די רמב"ם מיט זיין הבנהדיגע צוגאנג וואלט נישט געקענט פארטייטשען דאס זעלבע ווי די זאגסט דא מיט רמז? ער טוט דאס מיט קרבנות ניין? אין מיט נאך טויזענט אנדערע זאכען. מיט סברהלעך קען מען זיך פונקט אזוי ארומשפילן.

א ראי' לדברי איז טאקע ר' שמעון אין אונזער סוגיא. דער ר' שמעון וואס איז אייביג געגאנגען מיט סברא אין געווען דרשינן טעמא דקרא, ער האט אהנע פראבלעמן געזאגט, מע בן סורר ומורה לא היה ולא עתיד להיות, די תורה מיינט עס נישט עכט, ס'קען נישט זיין אזא אומיושר. לענ"ד איז ר' יהודא גאר געווען מער געבינדען אין ער האט נאר געקענט זאגען זאכען וואס ער האט געהאלטען מסברא אויב האט ער אויף אן אמת געזעהן א משמעות אינעם טעקסט. אבער אפי' נישט, זעהסט אזויפיל אז ר' שמעון האט מיט זיין שיקול הדעת געטון מיט א גאנצע הלכהדיגע פרשה אין די תורה, דאס זעלבע ווי די רמב"ם האט געטון מיט הגשמה, קרבנות, ועוד רבות.

לעיקוואד » מיטוואך יאנואר 16, 2013 1:33 pm

· #80304
וויאזוי וויסטו אז גאט וויל נישט משכב זכר אויב נישט פון דער פסוק זעלבסט?
איך מיין עס איז א סברא מאד מוכרחת אז איינער וואס האט נאר א משיכה צו מענער זאל זיין מותר מ"ז, השופט כל הארץ לא יעשה משפט? די דמעת העשוקים ואין להם מנחם פון די וואס טרעפן זיך אין די מצב איז גענוג א שטארקע סברא לדעתי. כמובן שזה נידון נפרד, איך מיין נאר א משל.

דער רמב"ם טוט קיינמאלנישט אזא זאך אין הלכה.

מוח שליט » מיטוואך יאנואר 16, 2013 2:07 pm

· #80315
לעיקוואד
וויאזוי וויסטו אז גאט וויל נישט משכב זכר אויב נישט פון דער פסוק זעלבסט?
איך מיין עס איז א סברא מאד מוכרחת אז איינער וואס האט נאר א משיכה צו מענער זאל זיין מותר מ"ז, השופט כל הארץ לא יעשה משפט? די דמעת העשוקים ואין להם מנחם פון די וואס טרעפן זיך אין די מצב איז גענוג א שטארקע סברא לדעתי. כמובן שזה נידון נפרד, איך מיין נאר א משל.

דער רמב"ם טוט קיינמאלנישט אזא זאך אין הלכה.

לאמיר געדענקען אז אונזער נידון איז צי סברהלעך איז פונקט אזוי אפען פאר אינטערפרעטעישאן ווי רמזימלעך. מיין טענה איז אז מען קען מיט סברה'ס טון פינקט דאס זעלבע ווי מיט רמזים.
יעצט פרעגסטו לכאורה וואס וואלט איך געטוהן אהן רמזימלעך, ווען איך גיי צו נאר מיט הבנת עומק הפשט אין שיקול הדעת אינעם פסוק, וויאזוי וואלט מען זיך אן עצה געגעבן מיט א בפירושער פסוק וואס שטייט אז עס איז א תועבה אין עס קימט מיתה, בשעה מיר האלטען אז עס איז נישט יושר.
אבער ווארט א מינוט. מען דארף יעצט אננעמען אז די רמזימלעך זענען נישט קיין געימס. דיין טענה איז דאך נאר אז די פראבלעם מיט רמזים איז אז עס איז צו אפען. וועל איך דיר ווייזען אז עס איז נישט צו אפען.
זאג מיר דעם אמת, יד על הלב, די האלטסט טאקע אז די תורה האלט אז עס נישט קיין תועבה? א זאך וואס איז אנגענומען געווען ביי יעדעם בימים ההם, האלטסוטו אז די תורה האט דאס נישט געמיינט? איך האלט אז מען איז נישט אמתדיג אויב זאגט מען אזוי. נו, פארשטייסטו דאך אז אזא דרש איז נישט האנעסט.
(אוודאי קען מען נאכדעם האבען קשיות אויף די תורה, פארוואס איז דא אזא לכאורהדיגער אומיושר. אין מען קען אויך האבען תירוצים אז דו אליינס ווען די ביסט א מלך נאור בימיהם וואלסטו געפיקט אין גטשוזט דיינע בעטטלס, אין דו וואלסט פארשטאנען אז מען געבט געזעצן לויט די הבנות פין דעמאלטס, כמבואר ברמב"ם, חובות הלבבות שהבאתי למעלה. אדרבה זאג ווען די האסט היינט א גרויסע השפעה אויף סאטמאר, אין די קענסט זיי זייער אסאך טוישען, וואלסטו טאקע געשריבען א נייע בוך פין געזעצען אין נישט דערמאנט די יהרג ואל יעבור פין די מדינה? [איך שמועס לו יציור דו האלטסט ווי רב קוק'ס שיטה בעצם]. איך שיהיה, מיר זענען נישט דן דא אויף דעי נקודה.)

מוח שליט » מיטוואך יאנואר 16, 2013 2:25 pm

· #80324
איך דארף מוסיף זיין ביאור להנ"ל.
אויב די האלטסט [אפשר גערעכטערהייט טאקע] אז איסור משכב זכור איז אן אומיושר, דעמאלטס וועסטו דאך מיזען בעל כרחך אננעמען אז דער אמתער גאט הייסט נישט טון קיין אומיושר. יעצט געדענק ווייטער אז מיר רעדען ווען מיר האבען נישט די גאנצע מהלך פין רמזימלעך. אין פארשטייט זיך אז מיר רעדן פינעם געדאנקענגאנג פין א פרימע איד מאמין אז דאס איז גאט'ס תורה. מיר זענען דאך יעצט נישט דן צו די פערסיעוועד אומיושר אדער מכח אנדערע סיבות איז מטיל ספק אויב ס'איז דבר ה'. מיר רעדן סטריקטלי די ענין פין דרש/רמזימלעך נושא.
שטעלט זיך יעצט די שאלה, וואס טוט מען? די האסט צוווי קלארע פאקטן א- גאט איז יושרדיג. ב- דעס געזעץ דא איז אומיושר. די תירוץ איז אז חיץ אויב גאט קען מאכען א טעות ח"ו, וועט פשוט קיינמאל נישט זיין אזא זאך. עס איז נישטא קיין רונדיגע ריבועים. סתירות עקזעסטירט נישט.
ממילא אויב איז נישטא קיין מהלך פין דרוש אין דער שרייבער פין דעם געזעץ בוך איז יושרדיג אין קיינמאל נישט טועה, וועט בהכרח זיין א הבנהדיגער מהלך וויאזוי צו פארשטיין אז עס איז נישט דא אזא געזעץ.
וואס איך מיין צו זאגען דא איז אז דיין משל פין משכב זכר איז נישט קיין קשיא בנוגע די ענין פין דרוש.
ממה נפשך, אויב האלטסטו אז די תורה קען באמת שרייבען אזא געזעץ, איז דאך נישט ריכטיג אז מיר זאלען זאגען רמזימלעך ווען מיר האלטען אז די תורה האט דאס באמת געמיינט. די מהלך פין דרוש איז נישט געווען געימס. (איך מיין דעיס איז א חלק פין די מיסקאנסעפשאן דא, מען האלט אין איין אריינגבענען אין קאפ אז די רמזים זענען אזא דזשאוקעלע. אבער, על הא אנו דנין. איך טענה אז א רמז קומט נאר נאכדעם וואס מען פארשטייט באמת אז די סברא איז אזוי [געדענק קיינער האט נישט קיין רמז צו הרגענען קינדער ערב ראש השנה, עס מיז זיין מסתבר אזוי] אין מען זעהט באמת באמת נואנסען פין טעקסט.)
אין אויב רעדט מען פין א מאמין אין אויך א ישרן וואס האלט אז עס קען אזא סתירה נישט זיין, וועט דאך בהכרח זיין א הבנה מצד הסברא וויאזוי זיך אן עצה צו געבען. אין אפי' אהן בוגיעלון'ס דרשות וועלען מיר נישט האבען קיין איסור אויף משכב זכור.
באטטעם ליין די משכב זכור דרוש ווייזט נישט אז דרושים זענען א free for all, ווייל די ערשטע נקודה אין דרוש איז קאנטעקסט. דהיינו מען דארף האלטען אז די סברא זאגט טאקע אזוי מצד הסברא. קומט דאך אויס אז דער דרוש איז נאר מוסף אז די מיזט דאס האנעסטלי זעהן מתוך די געפיל אינעם טעקסט אויך

קען זיין איך שרייב דא אביסל צו שנעל אין אביסל צו פארדרייט, אבער איך מיין אז איך זאג דא א שטיקל פוינט, ניין?. 🙄

יאיר » מיטוואך יאנואר 16, 2013 6:52 pm

· #80406
זאג מיר דעם אמת, יד על הלב, די האלטסט טאקע אז די תורה האלט אז עס נישט קיין תועבה? א זאך וואס איז אנגענומען געווען ביי יעדעם בימים ההם, האלטסוטו אז די תורה האט דאס נישט געמיינט? איך האלט אז מען איז נישט אמתדיג אויב זאגט מען אזוי. נו, פארשטייסטו דאך אז אזא דרש איז נישט האנעסט.

דאס שריי איך דאך. דו האלטסט אז די תורה האט נישט געמיינט בן סורר ומורה כפשוטו בשעת דעמאלט איז עס געווען א נארמאלע זאך?
איך ווארט אויך דו זאלסט מעיר זיין אויף מיין דרש אויף לא תחיה כל נשמה. ווי מער איך טראכט דערוועגן אלס מער געפעלט מיר עס, און איך הייב שוין אן טראכטן אז די תורה האט דאס טאקע געמיינט.

יאיר » מיטוואך יאנואר 16, 2013 8:05 pm

· #80422
דרשות חז"ל אין די אויגן פון די חכמי הדורות
איך וויל דא אריינהאקן און בעז"ה מאכן א קורצער איבערבליק איבער די היסטאריע ווי אזוי מען האט זיך באצויגן צו די דרשות חז"ל, און ברענגען ראיות צו די צדדים וואס איך האלט פאר ריכטיג. אזוי ווי איך האב קיינמאל נישט אדורכגעטון די נושא גרונטליך איז מעגליך אז עס וועלן אריינפאלן טעותים. ביטע מעיר זיין אויב איר האט הערות.
עס איז באקאנט פאר יעדן חדר יונגל וואס הייבט אן לערנען גמרא, אז ער קען נאר פרעגן קשיות לויט די גמרא'ס הנחות, אבער ער קען נישט פרעגן אויף די יסודות פון גמרא. למשל אויב ער וועט אנהייבן פרעגן אז א געוויסע דרשה מאכט נישט קיין סענס, אדער אז א דין האט נישט קיין פשט כשלעצמו, אפילו נאכדעם וואס ער פארשטייט די גמרא'ס סברא, וועט אים דער מלמד גיבן צוויי פעטש, ווייל אויף די גמרא קען מען נישט פרעגן קיין קשיות, מען קען נאר פארשטיין.
בעיקר ווייזט זיך דאס ארויס לגבי די דרשות חז"ל, וואו עס איז א חידה סתומה דער גאנצער ענין פאר די בני הישיבה, און קיינער טרויט זיך נישט אריינצוטראכטן אויב די גזירה שוות און ריבויים זענען דברים המסתברים אדער נישט. עס איז גענומען פאר גרענטעד אז אזוי קומט עס און אזוי ארבעט די גמרא, אן א פארוואס און אן א פארווען. גייט ארום פרעגן גרויסע תלמידי חכמים וואספארא באזיס זענען דא אויף די דרשות, קיינער וועט נישט וויסן קיין קלארער ענטפער. דער בעסטער ענטפער וואס מען וועט קענען געבן איז אז ס'איז הלכה למשה מסיני.
אבער איז דאס טאקע אזוי?
לאמיר צוריקגיין צו די בראשית יארן, ווען די תורה שבעל פה איז נאך געווען אין די ווינדלען. עס איז געווען שבת ערב פסח, און מען האט נישט געוואוסט אויב מ'מעג מחלל שבת זיין פאר'ן קרבן פסח. איין יונגערמאן איז געווען דארט, א פרישער אימיגראנט פון איראק (בבל), וואס ער האט געמאכט א חשבון, אז אויב מען מעג מחלל שבת זיין פאר'ן קרבן תמיד, מעג מען אויך פאר'ן קרבן פסח. ווען מען האט געזען זיינע כשרונות איז ער געווארן אב בית דין, און ער האט אנגעהויבן מפרש זיין די תורה מיט ענליכע דרשות, געבויט אויף זיבן יסודות. למשל איין דרשה בשם הללן הזקן איז געווען אז אין איין פסוק שטייט אז מען דארף עסן מצה זיבן טעג, און א צווייטע שטייט נאר זעקס טעג, נאר חדש מעג מען נאר זעקס טעג, אבער ישן מעג מען אלע זיבן טעג (ירושלמי פסחים פ"ו ה"א).
מיט דער צייט האט זיך דער מהלך פון דרש'נען דרשות לויט כללים אנגעהויבן פארמערן און פארשפרייטן. ביז עטליכע דורות שפעטער זענען געווען פארשידענע מהלכים אין די כללי הדרש, ר' ישמעל האט געהאט י"ג מידות, ר' עקיבא האט אויך געהאט י"ג נאר אנשטאט כללי ופרטי האט ער גע'רש'נט ריבויי ומיעוט, און ר' אליעזר בנו של ריה"ג האט געהאט אזויפיל ווי צוויי און דרייסיג מידות. נחמיה העמסוני האט גע'דרש'נט יעדער איינציגער 'את' פון די תורה, און נחום איש גם זו האט אויך גע'דרש'נט אלע אכין ורקין. עס האבן זיך ווייטער געהאלטן אין איין פארמערן צו דרש'ענען אפילו איינציגע אותיות ווי אן איבריגע ו' אדער א מ'. און אין די צייטן פון גמרא האט מען שוין געהאלטן נאך אסאך ווייטער, עד כדי כך אז אין די פרשיות המצוות איז כמעט נישטא קיין צוויי דריי ווערטער וואס זאלן נישט האבן קיין איין דרוש אויף זיך.
יעצט איז די פראגע, ווער האט געגעבן א כח פאר די חכמים צו דרש'נען די דרשות. אין גמרא געפינט מען נישט קיין שום דיון דערוועגן, אבער אין די צייטן פון די גאונים האט מען באשטימט אז עס מוז זיין אז די י"ג מידות זענען מקובל הלכה למשה מסיני, טראצדעם וואס אין גמרא ווערן די י"ג מידות נישט אויסגערעכנט צווישן די זאכן וואס זענען הל"מ, האבן זיי געוואוסט ברוח קדשם אדער מסברא אז דאס איז דער מציאות. אזוי נעמט אויך אן דער רמב"ם (הקדמה לפה"מ) און אנדערע ראשונים.
מען דארף אבער געדענקען אז א גרויס חלק פון די דרשות זענען נישט נכלל אין די י"ג מידות ווי אויבנדערמאנט, ממילא זענען זיי לכאורה נישט הלכה למשה מסיני. אזוי אויך געדענקען מיר אז אין די צייטן פון הלל הזקן איז נאר געווען שבע מידות, און שפעטער איז געווארן מער און מער, ממילא ווי אזוי קען זיין אז אלע י"ג מידות זענען הלכה למשה מסיני, פארוואס האט הילל נישט געוואוסט פון זיי. שווער צו זאגן אז עס זענען אייביג געווען באהאלטענערהייט מענטשן וואס האבן געהאט מקובל איש מפי איש מסיני מער מידות פון וואס מען איז שפעטער געוואויר געווארן. אזוי אויך דארף מען פארשטיין אז דער רמב"ם האלט אז יעדע זאך ווי עס איז דא אמחלוקת קען נישט זיין אז דאס איז הל"מ (דאס איז א שיטה יחידאי, קיינער פון די ראשונים האלטן נישט אזוי). ממילא דארף מען וויסן ווי אזוי קען ער זאגן אז די י"ג מידות זענען הל"מ ווען דאס אליין איז תלוי במחלוקת אין פארשידנע שיטות. (ועי' בחוות יאיר קצ"ב שמעיר בזה).
מיר זעט אויס פון דעם אז די חכמים האבן נאר געהאט מקובל הל"מ אז עס זענען דא דרשות באהאלטן אין די פסוקים, די אופני הדרוש פונקטליך ווי אזוי צו דרש'נען האט דער באשעפער געלאזט פאר די חכמים אליין צו זאגן לויט זייער פארשטאנד. אדער קען זיין אז עס זענען טאקע נאר געווען מקובל די שבע מידות פון הלל הזקן, און מכח סברא האבן די חכמים געהאלטן אז אנדערע אופני הדרוש זענען גארנישט אנדערש. איך האב נישט געזען דעם מהלך אין ערגעץ, אויב איינער ווייסט פון א מראה מקום וואס זאגט אזוי פארענטפערט מיינע פריערדיגע קשיות זאל מען זיך ביטע אנרופן.

איך וויל שפעטער שרייבן ווייטער א תמצית ווי אזוי דער צוגאנג פון די חכמי הדורות איז געווען צו די דרשות חז"ל, אריינגערעכנט די חכמי הקאווע שטיבל, אויב דער עולם איז אינטערעסירט.

מוח שליט » מיטוואך יאנואר 16, 2013 9:25 pm

· #80434
יאיר
מח שליט, איך גלייב אז עט דיס פוינט קען איך זאגן אז אונזער בליק אויף דער נידון איז היבש אנדערש. איך זע אין די תורה סימפל געזעצן געשריבן אויף א שיינע שרייבערישע וועג וואס טיילמאל גרעניצט עס זיך מיט פאעזיע, בעת דו זעסט באהאלטענע רמזים און קאודס וואס מען דארף דעשיפרירן.
א- די משלים וואס איך האב געברענגט פין די אור אלטע צייטן איז סיפורים נישט דוקא שטארקע פאעזיע. ב- אויב איז אמת די טעאריע פינעם ביך אז די סיבה פארוואס א פאעט האט געשריבען מיט רמזימלעך איז ווייל פאעזיע איז עפעס א געטליכע דרגא וואס מען קען נישט ארויסברענגן מיט געהעריגע ווערטער. איז דאך על אחת כמה, די זעלבע זאך ביי דברי נביאה. ג- אפי' עד היום וועלען אסאך גיטע דרשנים אין אויך שרייבערס ניצען ווערטער וואס איז מרמז בעקיפין אויף אנדערע זאכען למשל אז איינער דא וועט שרייבען אין סיי וואסערע קאנטעקסט די ווארט "סומאטאכע", וועט מען וויסען אז ער מיינט מרמז צו זיין צו וועבערמאן אין מעגליך צו די איבערגעדראשענקייט פין די נושא עט הענד. דאס איז א חכמהדיגע וועג. נו, האלטסוטו נישט אז גאט דער כל יכול זאל אזוי טוהן מיט זיין טעקסט לאלפים ולרבבות? אוודאי נישט אויפן חשבון פין שרייבערישער/פאעטישער שיינקייט, נאר טאקע מיטן פאעטישען לייסענס ארום שפילען מיט רמזימלעך. ער קען נישט שרייבען מיליאן הלכות אבער ער קען בגודל חכמתו שרייבען רמזימלעך. קודם טראכט מען די סברא אין די טיפקייט אין היקף פינעם נושא, אין דערנאך זיכט מען דינע אמתדיגע הרגשים אין מען לאזט זיך פירען פין די דינע נואנסען פינעם טעקסט.
איך זע נישט מיט וואס איננו שומע בקולנו איז צופיל אנדערש פון וישמע ה' את קולנו, בעת דו זעסט יא, צוליב די סיבות וואס דו האסט אויסגערעכנט. איך האלט אז אפילו אויב דא ליגט יא עפעס א רמז איז דער דרש וואס חז"ל גיבן אונז זייער א ווייטע זאך און נישט מסתבר, בעת דו האלטסט אנדערש. איך גלייב נישט אז מען קען ברענגען ראיות חותכות צו קיין איין צד, ווייל עס איז א דבר התלוי בשיקול הדעת, ממילא היות איך קלער אז מיר האבן נישט א קאממאן גראונד אין דעם נושא, ווייס איך נישט אויב עס האט א פשט צו פירן דעם ויכוח ווייטער צווישן אונז צוויי. אפשר זענען דא אנדערע וועמען דו קענסט נעמען אלס שותף אין דיין עקספערימענט - און איך זאג דאס מיט'ן פולן ערנסטקייט. איך אנערקען אז עס איז זייער מעגליך אז מיין שכל פארפירט מיר, אבער לדאבוני איז דאס די איינציגע שכל וואס איך פארמאג. אפשר אז more people will chime in וועט מען זיך קענען בעסער אדורכקומען.
זייער אסאך זאכען ווען צויי מענטשען רעדן זיך נישט צונויף איז ווייל עס איז דא עפעס אן אנדערע נקודה וואס מען כאפט נישט אז דאס איז גאר וואס איז גורם די חילוקי דעות. וואס איך גיי יעצט זאגען מיין איך נאר מצד די ענין דא, נישט צו קריטיקירען אין ניטאמאל צו זאגען א דעה. לטובות דעי קאנווארסעישען איז כדאי אז די זאלסט אהנעמען מיט א פעסטקייט אז די תורה איז פין גאט דער כל יכול. מיר פרובירען צו פארשטיין די ריכטיגקייט פין דרוש אנעמענדיג מיט אן אבסאלאוט זיכערקייט אז די תורה איז אמת פין גאט. נאך א זאך, פאר יעצט דארפסטו ארויסנעמען פין דיין סיסטעם די הנחה אז די דרשות זענען שוואכלעך עט בעסט וד"ל. די נושא איז זוי ווי זוי גענוג נואנסעד אין תלוי באבנתא דליבא, לאז נישט דעי שטארקע פריקאסיוועד איידיע פארשטעלען א קול דממה דקה. פליז נעם דאס נישט אין סיי וואסערע אופן אלס א טאקטיק פין אטטאקע, לא מיניה ולא מקצתיה איך האלט נאר אז דאס דארף אויסגעשמועסט ווערן מיט אן אמת, פשוט ווייל איך זעה כסדר פין דיר אזעלכע לשונות ווי למשל די פאלגענדע
אזויפיל זע איך יא אז דו ברענגסט גאנץ א פיינע קעיס אז חז"ל האבן נישט סתם געשאסן דרשות נאר האבן עס געגעבן עפעס א שטיקל צורה, כאטש איך בין ביי דער מיינונג צוליב אנדערע סיבות וואס איך וועל ברענגען שפעטער אז חז"ל אין אלגעמיין האבן יא געזאגט רמזים אן קיין שום גרעניץ, ממילא זע איך נישט פארוואס מיר זאלן בכלל זוכן סיבות וואס האט זיי באוואויגן צו דרש'נען די דרשות.
די נעמסט אהן א מסקנה נאך אינמיטן דעם עקספערימענט. דעס לאזט נישט זעהן די זאכען מיט א גראדקייט. ספעציעל ווען אונזער עקספערימענט וועט אייביג מיזען צוקומען צו דינטשיקע הרגשים.
מצד שני דארף איך געדענקען אז איך זאג דא זאכען וואס זענען לכאורה אנדערש ווי די אויבענאויף ראציאנאלער הבנה, אין אנדערש ווי די אנגענומנע אקאדעמישע מיינונג. די onus of proof איז אויף מיר, המוציא מחבירו עליו הראי'. נו, וועל איך טאקע אביסל מער ארומבלעטערען אין ספרים ובתוכם הספרים פינעם באקאנטען מחבר James Kugel, ווי ער האט א גאנצע בוך אויף איין פרשה אין די תורה די פרשת פוטיפר.אין לויט די reviewers איז ער מסביר מיט קריעטיוויטי די דינטשיגע הרגשים וואס די דורשי המדרש האבען געזעהן. (ער האט אסאך ביכער, אבער אודה ולא אבוש כ'האב נישט געליינט נאך קיין איינס. עס איז א מעוות שיכול להיתקן בעזהשי"ת) ווי אויך, כמובן, וועל איך דורכליינען דעם בוך פין מר. struck אין ווי וויל טעיק איט פראם דעיר.
ומצד שלישי דארפסטו פארשטיין אז איך האב גענומען די שווערערע זייט אין דעם קעיס. I am swimming against the tide. איך קען דיך בעטן אז די זאלסט מיך דערלאנגען א האנט דא אין דארט. אז די זעהסט עפעס א ראי' לדברי share it with me please. 🙂

יאיר » מיטוואך יאנואר 16, 2013 10:05 pm

· #80440
מח, איך האף אז דו ביסט נישט ברוגז, איך וויל קודם ענדיגן מיין דרשה איבער די היסטאריע פון דרשות חז"ל, וואו איך וועל ערקלערן מיין אייגענע שטעלונג איבער דער נושא, איך מיין אז נאכדעם וועט זיין גרינגער ממשיך צו זיין. דערווייל וועל איך זיך באגנוגען מיט אפאר קורצע הערות אויף דיין לעצטע תגובה. א. איך האלט אז די סיבה פארוואס חז"ל דרש'נען דרשות איז דוקא צוליב דעם וואס עס איז יצא מפיו של הקב"ה, כמו שאפרש להלן. ב. דו ביסט גערעכט אז איך בין שוין קאנווינסד פארקערט, איך קען דאך נישט עוקר זיין די ראיות וואס איך האב פארקערט וואס איך וועל ברענגען אין מיין קומענדיגע תגובה, אבער למען האמת האלט איך אז די סברות וואס דו ברענגסט איז מערסטנס נאר גענוג אויף צו גיבן עפעס א צורה פאר די דרשות, נישט אויף עס צו מסביר זיין שכל'דיג, דאס איז אפילו ווען איך פרוביר צו קוקן אויף אונזער 'עקספערימענט' אליין. ג. ג'יימס קוגעל איז טאקע א גוטע דוגמא ווייל ער קוקט אן די תורה פון אן אביעקטיווער, פראפעסארישער בליק, און ער איז אנגעבליך אן ארטאדאקסישער איד, ממילא איז ער נוהג כבוד אין די חכמי התלמוד. איך וועל זוכן אויף די וועב אויב ער רעדט וועגן אונזער נושא, הלכה'דיגע דרשות געבויט אויף דיוקים אין פסוק. ד. אויף דיין לעצטע הערה קען איך נאר זאגן איין זאץ "מח אהוב ושליט אהוב והאמת אהוב מן הכל"... איך וואלט זייער געוואלט דו זאלסט בלייבן גערעכט, אבער מיינע נגיעות צו זאגן וואס איך האלט פאר אמת לאזן מיר נישט 🙂. אבער אזוי ווי דו האסט דאך געבעטן שיין, וועל איך דיר מגלה סוד זיין אז איך האב געטראפן סימוכין לדבריך אין די ווערטער פון דעם לעגענדארן מפרש המקרא שד"ל, איך וועל דאס אויפזוכן און מעתיק זיין.

מוח שליט » מיטוואך יאנואר 16, 2013 10:16 pm

· #80442
יאיר
"מח אהוב ושליט אהוב והאמת אהוב מן הכל"...
דאס האט מען געזאגט אויף די אפיקורסישע פילאזפען אפלטון אין סוקראטעס. אכן נודע הדבר, איך ווייס שוין וואס די ביסט אנגעשטעקט. 😃
לענין, איט'ס ע פלעזשור דאוינג ביזנעס וויט יו. איך ווארט שוין א פאר טעג אז די זאלסט מקיים זיין וואס די האסט צוגעזאגט צו מאכן א סך הכל. קודם מכח די בירור הדברים, אין אויך ווייל אפשר אזוי וועל איך וויסען וואס איך אליינס זאג אלץ דא. 🙂
טענק יו פאר דע טיפ. אין דזשענעראל בין איך נישט קיין חסיד פין ווארפען נעמען. מיך גייט נישט אהן אז יאנקעל געצעל האט געזאגט אזוי אדער אזוי. איך וויל זעהן וואס ער זאגט, פארוואס ער זאגט, אין דערנאך ציען מסקנות. ווען עס קומט צו סייענטיסטישע זאכען האב איך אסאך מאל נישט קיין גרויסע ברירה, אבער אין דרשות חז"ל וועל איך אקצעפטירן קוגעל ווייל ער איז ארטאדקסישט אדער ווייל ער איז אנגענומען אין אקאדעמיא, העלל נא. אויב קען ער מיך אויפווייזען הרי טוב, ואם לאו שם תהא קבורתו, אין איך דעליט אים פין מיין קינדעל.

יאיר » מיטוואך יאנואר 16, 2013 10:20 pm

· #80443
מוח שליט
יאיר
לענין, איט'ס ע פלעזשור דאוינג ביזנעס וויט יו. איך ווארט שוין א פאר טעג אז די זאלסט מקיים זיין וואס די האסט צוגעזאגט צו מאכן א סך הכל. קודם מכח די בירור הדברים, אין אויך ווייל אפשר אזוי וועל איך וויסען וואס איך אליינס זאג אלץ דא. 🙂

איך האב ליב צו גיין אויף א סדר... דו האסט עפעס הערות אויף מיין ערשטע חלק פון דעם 'סך הכל' (תגובה פון 9:05) ?

מוח שליט » מיטוואך יאנואר 16, 2013 11:56 pm

· #80453
יאיר
איך וויל דא אריינהאקן און בעז"ה מאכן א קורצער איבערבליק איבער די היסטאריע ווי אזוי מען האט זיך באצויגן צו די דרשות חז"ל, און ברענגען ראיות צו די צדדים וואס איך האלט פאר ריכטיג. אזוי ווי איך האב קיינמאל נישט אדורכגעטון די נושא גרונטליך איז מעגליך אז עס וועלן אריינפאלן טעותים. ביטע מעיר זיין אויב איר האט הערות.
עס איז באקאנט פאר יעדן חדר יונגל וואס הייבט אן לערנען גמרא, אז ער קען נאר פרעגן קשיות לויט די גמרא'ס הנחות, אבער ער קען נישט פרעגן אויף די יסודות פון גמרא. למשל אויב ער וועט אנהייבן פרעגן אז א געוויסע דרשה מאכט נישט קיין סענס, אדער אז א דין האט נישט קיין פשט כשלעצמו, אפילו נאכדעם וואס ער פארשטייט די גמרא'ס סברא, וועט אים דער מלמד גיבן צוויי פעטש, ווייל אויף די גמרא קען מען נישט פרעגן קיין קשיות, מען קען נאר פארשטיין.
בעיקר ווייזט זיך דאס ארויס לגבי די דרשות חז"ל, וואו עס איז א חידה סתומה דער גאנצער ענין פאר די בני הישיבה, און קיינער טרויט זיך נישט אריינצוטראכטן אויב די גזירה שוות און ריבויים זענען דברים המסתברים אדער נישט. עס איז גענומען פאר גרענטעד אז אזוי קומט עס און אזוי ארבעט די גמרא, אן א פארוואס און אן א פארווען. גייט ארום פרעגן גרויסע תלמידי חכמים וואספארא באזיס זענען דא אויף די דרשות, קיינער וועט נישט וויסן קיין קלארער ענטפער. דער בעסטער ענטפער וואס מען וועט קענען געבן איז אז ס'איז הלכה למשה מסיני.
א יעדע פסק וואס א דזאדזש פסקנט איז דא תילי תילים של סברות וראיות לכאן ולכאן. די סיסטעם היינט איז אז מען האט רעקראדס פין אלעם אין מען קען זעהן וואס עס האט אים געברענגט דערצו. אזא סיסטעם איז נישט געווען בימי חז"ל קיין ערגעץ, אין ווער רעדט נאך מיטן אימפעדימענט פין 'דברים שבעל פה אי אתה רשאי לכותבן'. מיר האבען נאר קליינע סניפפעטס פין מסקנות פין די דרשות. מען דארף אסאך צייט צו שטודירען אפי' איין איינציגע דרש, והאשכול של דרשות ואגדות חז"ל בקאוועשטיבעל יוכיח. איז מה יעשה הבן ולא יחטא, מאכט מען דערפין עפעס מיסטישע זאכען אין מען ווארענט מיט אייביגע גיהנים אויב איינער וויל אביסל מער וויסען. לדעתי איז דאס נישט ריכטיג אבער דאס איז פין אייביג אהן געווען די טאקטיק פין די אומוויסענדע. יהיה מי שיהיה.
יאיר
מיט דער צייט האט זיך דער מהלך פון דרש'נען דרשות לויט כללים אנגעהויבן פארמערן און פארשפרייטן. ביז עטליכע דורות שפעטער זענען געווען פארשידענע מהלכים אין די כללי הדרש, ר' ישמעל האט געהאט י"ג מידות, ר' עקיבא האט אויך געהאט י"ג נאר אנשטאט כללי ופרטי האט ער גע'רש'נט ריבויי ומיעוט, און ר' אליעזר בנו של ריה"ג האט געהאט אזויפיל ווי צוויי און דרייסיג מידות.
אזוי ווי די סדר איז מיט יעדע חכמה וואס אנטוויקלט זיך.

יאיר
יעצט איז די פראגע, ווער האט געגעבן א כח פאר די חכמים צו דרש'נען די דרשות. אין גמרא געפינט מען נישט קיין שום דיון דערוועגן, אבער אין די צייטן פון די גאונים האט מען באשטימט אז עס מוז זיין אז די י"ג מידות זענען מקובל הלכה למשה מסיני, טראצדעם וואס אין גמרא ווערן די י"ג מידות נישט אויסגערעכנט צווישן די זאכן וואס זענען הל"מ, האבן זיי געוואוסט ברוח קדשם אדער מסברא אז דאס איז דער מציאות. אזוי נעמט אויך אן דער רמב"ם (הקדמה לפה"מ) און אנדערע ראשונים.
מען דארף אבער געדענקען אז א גרויס חלק פון די דרשות זענען נישט נכלל אין די י"ג מידות ווי אויבנדערמאנט, ממילא זענען זיי לכאורה נישט הלכה למשה מסיני. אזוי אויך געדענקען מיר אז אין די צייטן פון הלל הזקן איז נאר געווען שבע מידות, און שפעטער איז געווארן מער און מער, ממילא ווי אזוי קען זיין אז אלע י"ג מידות זענען הלכה למשה מסיני, פארוואס האט הילל נישט געוואוסט פון זיי. שווער צו זאגן אז עס זענען אייביג געווען באהאלטענערהייט מענטשן וואס האבן געהאט מקובל איש מפי איש מסיני מער מידות פון וואס מען איז שפעטער געוואויר געווארן.
בזכרוני אז הלכה למשה מסיני איז דא ווי מען זאגט עס אויף קלארע דרבנן'ס. עס האט אסאך מאל געמיינט ווי איינער זאגט היינט, 'דאס וואס איך זאג יעצט איז ממש תורה מסיני'. נעם למשל קל וחומר, דארף מען דען צו דעם א הלכה למשה מסיני? באמת איז עס כעין ווי די זאגסט באלד. אז די אלע כללים זענען בעצם שכלדיג [לדעתם] אין ממילא איז דאך פשוט אז דאס איז באמת הלכה למשה מסיני. כידוע די מעשה מיט ר' עקיבא אין משה רבינו אז משה האט נישט געוואוסט די מהלכים פין דרשות של ר' עקיבא שהיה דורש על כל תג ותג [יא יא, גוזמא קתני] תילי תילים של הלכות. ער האט נישט געהאט די מהלכי הלאגיקע פין ימי ר' עקיבא, דאס איז געווען א שפעטערע דעוועלאפמענט. לכאורה שטייט דא אז א נביא דארף נישט דוקא וויסען אלע נואנסען פין די ווערטער וואס קימען ארויס פין זיין מויל. א מענטש אליין קען איבערגיין זיינע ווערטער אין געוואויר ווערען נואנסען וואס זענען באגראבען טיף אין זיינע ווערטער, וואס ער האט נישט געכאפט בשעת מעשה.
יאיר
מיר זעט אויס פון דעם אז די חכמים האבן נאר געהאט מקובל הל"מ אז עס זענען דא דרשות באהאלטן אין די פסוקים, די אופני הדרוש פונקטליך ווי אזוי צו דרש'נען האט דער באשעפער געלאזט פאר די חכמים אליין צו זאגן לויט זייער פארשטאנד. אדער קען זיין אז עס זענען טאקע נאר געווען מקובל די שבע מידות פון הלל הזקן, און מכח סברא האבן די חכמים געהאלטן אז אנדערע אופני הדרוש זענען גארנישט אנדערש. איך האב נישט געזען דעם מהלך אין ערגעץ, אויב איינער ווייסט פון א מראה מקום וואס זאגט אזוי פארענטפערט מיינע פריערדיגע קשיות זאל מען זיך ביטע אנרופן.
אדער איז קיין איינע פין די מהלכי הדרוש געווען מקובל, עס איז פשוט הבנה וואס האט זיך דעמאלט דעוועלאפט. עס קען זיין אז זיי האבען געהאט מקובל נאר איין זאך אז די תורה האט אסאך רמזימלעך. עס איז פשוט געווען אנגעלייגט ביי זיי פין אלע דורות אז די טעקסט איז מיסטיש סודתדיק אין פיל מיט רמזים. דאכצעך אז בכלל צו די געשריבענע ווארט האט מען אמאל צוגשארט גרויסע מיסטישע כוחות אין טיפע סודות. מען האט געהאלטען עפעס אז עס איז מעדזשיקעל. איך דארף נאכקוקען ראיות לזה. אבער לענ"ד איז זייער מסתבר אז דאס האבען יעדער געוואוסט מקדמת דנא אז די תורות וואס די סופרי המלך האבען אין זייער באזיס איז עפעס אזאנס מיסטיש.[ווער האט דען געהאט א תורה דעמאלטס? דער קעניג איז געווען מצווה צו האבען איינס אין פין דארט זאל מען ארויסגעגעבן געזעצן, ניין? איז דאס נישט די פשוט פשט פין די מצוה כתיבת ספר תורה פארן מלך?] אין אזוי איז דאס געבליבען מקובל מדור דור.
עס דארף באמת נישט זיין קיין נפק"מ צו דער כותב האט דאס געמיינט. איינמאל עס איז דא א נארמאלע אין גערעכטע סיבה אנצונעמן אז די ווערטער האבען אין זיך אסאך רמזימלעך, גייען מיר זעהן אלע רמזים וואס מיר קענען זעהן. אפי' ווען דער כותב זאל זיין א בשר ודם אין ער זאגט מיר קלאר ר' איד דעם רמז דא האב איך גראדע נישט געמיינט. גיי איך אים זאגען איי דאונט קעיר. אין דעם ספר זעהט זיך גאנץ שטארק דעם רמז, אין אזוי וועל איך פסקנען. [כמעשה הפייטן, הפרופסר, והתלמיד]. גראדע רעדען מיר דא פין גאט ב"ה אליין אין ממילא פארשטייען מיר אז אלע נואנסען איז במכוון אין גארנישט איז במקרה.

יאיר » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 12:30 am

· #80457
👍 דו האסט פיין דעשיפרירט מיינע קאודס, דו ביסט זייער גוט מאריך במקומות שקצרתי, און דו האסט גוט צוגעטראפן צו מיינע נוענסעס. איך מיין אז ביסטו פיל בעסער ווען דו טוסט אן אייגן דזשאב ווי ווען דו טוסט א צווייטנס 😉.
איך האב געשריבן פאר די וואס זענען אומבאקוועם זיך צו ארויסדרייען פון א דעקלעראציע פון די ראשונים אז יג מידות איז הל"מ, אבער באמת שטייט שוין אין די ראשונים אז הלכה למשה מסיני מוז נישט מיינען כפשוטו, אן אפענע ראיה איז דא פון א ירושלמי וואס זאגט אז גזירת שמא יטה איז הלכה למשה מסיני ווייל עס שטייט מיט'ן לשון באמת אמרו, בשעת עס איז דאך קלאר א דרבנן. (הגם מען דארף דערגיין ווי אזוי מיר ווייסן אז אויף אנדערע פלעצער מיינט דאס יא כפשוטו, ואין כאן מקומו).
דאס אז די חכמי התלמוד האבן באטראכט די תורה פון א מיסטישע בליק איז ברור, בפרט אז זיי אליין האבן אויך גערעדט אזוי מיט רמזים גג על גג, כידוע לכל בר בי רב דחד יומא. אויך איז באקאנט אז אין שווערע צייטן ביי אידן איז מיסטיציזם געווארן מער פארשפרייט, און בימי התלמוד איז געווען אסאך גזירות. איך בין נאר מחולק מיט דיין פירוש אויף די מעשה מיט ר' עקיבא און משה, איך פארשטיי אז וויבאלד די תורה איז געגעבן געווארן דורך דעם באשעפער האט ער געקענט אויסוועלן צו מגלה זיין איין פירוש פאר משה און א צווייטע פאר ר' עקיבא, איך ווייס נישט אויב ס'איז א ראיה אז אפילו ווען איינער האט נישט מכוון געווען צו א דרש קענען מיר עס אליין אריינלערנען, פונדעסטוועגן, אז דער צוגאנג שטארק ניכר אין ש"ס, אז זיי האבן מער געזוכט אז דער טעקסט זאל שטימען מיט זייערע הנחות, ווי צו דערגיין די אריגינעלע כונה פונ'ם מחבר. ווי דו שרייבסט, זיי האבן א רעכט צו זאגן פשט אין די ווערטער אפילו דער שרייבער האט דאס נישט געמיינט. לדעתי איז א גרויס חלק צושטאנד געקומען פון דעם וואס זיי האבן באטראכט די תורה אלס הימליש און קען דעריבער האבן פירושים עד אין סוף, עס איז כאילו א חומר בלי צורה.

לעיקוואד » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 3:19 pm

· #80552
בקיצור נמרץ, ובלשוה"ק, מאחר ומה שרשמתי בשפת היידיש נמחק לי בעוה"ר.

א- נכון שבזמן ההיא היה המנהג לפרש טקסטים באופן זה, זה דבר ידוע ומבואר גם בספר שהבאת למעלה. עד שיש שטענו שרז"ל גנבו את דרכי הדרש מדרכי הדרש היווני. גם קוגל בספריו מתאר את האופנים שבהם קראו את כתבי הקודש בזמן הקדום. אבל זה לא מוכיח שום דבר על צורת הכתיבה. והרי התורה נכתבה לפי המסורת כאלף שנים לפני זה, ואף כתבי הומרוס וכדומה נכתבו הרבה לפני זה, ואין כל הוכחה שאכן כוונת המחבר היה לאופן כזה.
(החסרון הגדול בטענות קוגל אגב הוא שהוא בסך הכל מתאר את ההנחות של הפרשנים הקדומים ודרכי עבודתם, אבל כלל לא מוכיח שהנחות אלו נכונות או יכולות להיות נכונות, ובסופו של דבר אמונותו ויהדותו מבוססת על תחושה שזו עבודת ה' אבל לאוו דווקא על אמת היסטורית. ואכמ"ל, כל זה מבואר בפירוש בספריו. )


ב- לענין המשכב זכר. הנה אני משוכנע באמת שמי שנטייתו רק כלפי בני מינו שזו עוולה מוחלטת לאסור לו, והושפט כל הארץ לא יעשה משפט? א"כ לפי התיאור שלך בדיוק כמו שעשו בבן סורר ומורה צריך לעשות כאן, ויש לי אפילו דרשה יפה לעשות את זה. אם אתה באמת מסכים לזה, אין כאן סתירה. רק שבינתיים אין שום רב אורתודוכסי שיתיר. אין בעיה שתגיד שבאמת צריך לעשות כמו הקונסרבטיבים וכדו' ולהתיר, רק שאם לא אתה צריך לתת חילוק משכנע בין זה לבין דרשות ורמזי רז"ל.
כלל לא ברור שבזמן התורה היה מוסכם שזה תועבה. אדרבה, ידוע שביוון העתיקה המ"ז היה רשמי וממוסד, וכנראה גם במצרים וכנען בזמן התורה כאשר העידה בעצמה כמעדי ארץ מצרים וכנען וגו'.
בכלל אם נפרש את התורה לפי מה שהיה מקובל בזמנם, הרי נופלת כל החיוב לשמור את התורה כאמת מן השמים בזמן הזה, שבו אנו מכירים באופן שונה. גם אם נבלע את ההסבר של המו"נ עד"ז שהקב"ה מוגבל ולא יכול לדבר לבני אדם אלא לפי ערכם ומקומם (שזו בעצמו הסבר בעייתי מאד אם נאמין בתורה משמים כפשוטה), עדיין אין בזה הסבר למה בימינו נמשיך לילך לפי המוסר שהיה אז ונגד הצדק כפי שאנו מבינים אותו היום. זה דבר חסר הגיון. חז"ל בהחלט לא חשבו שצריך לשקול את התורה כפי שהיה אז וכנראה לא היו מודעים בכלל, או עכ"פ לא אחזו שצריך להתחשב, בהבדלים ההיסטוריים, ובפירוש דרשו ופירשו את התורה לפי ההבנות שלהם. א"כ מכל צד לפ"ז צריך באמת לדרוש את דרשת בוגי על מ"ז. האופן היחיד להסביר שלא זה אם נחזור לענין חז"ל כנובע מסמכותם ולא מהיותם מפרשים באמת את כוונת התורה או נותנה, וזו נתקבעה בחתימת התלמוד. (וגם זה צע"ג ברגע שזה פוגע בבני אדם ובחובות המוסריות שלנו, איזה היתר יש לנו לאמלל חיי בן אדם בגלל איזה בעיה פורמלית שאין היום סנהדרין ושקבלנו על עצמינו הוראות התלמוד??)

אגב, יאיר, הדרש שלך על לא תחיה כל נשמה לא מתאים לפשט התורה כי בתנ"ך אין משמעות השם נשמה משהו רוחני בכלל, אלא נשימה.

יאיר » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 6:36 pm

· #80619
לעיקוואוד האט גוט מגדיר געווען דזשעימס קוגעל'ס ביכער, איך ווייס באמת נישט פארוואס ער פאררופט זיך אלס ארטאדאקסיש ווען ער איז פונקט דאס פארקערטע, ער האלט אז ער ווייזט אויף די שטארקייט פון די סייענטיפישע מהלך פון מפרש זיין קעגן די שוואכקייט פון די אור אלטע מהלך, וצע"ג.
לעיקוואוד
האופן היחיד להסביר שלא זה אם נחזור לענין חז"ל כנובע מסמכותם ולא מהיותם מפרשים באמת את כוונת התורה או נותנה, וזו נתקבעה בחתימת התלמוד. (וגם זה צע"ג ברגע שזה פוגע בבני אדם ובחובות המוסריות שלנו, איזה היתר יש לנו לאמלל חיי בן אדם בגלל איזה בעיה פורמלית שאין היום סנהדרין ושקבלנו על עצמינו הוראות התלמוד??)

איך פארשטיי נישט די גרויסע קשיא, ממה נפשך, אויב האט דער חתימת התלמוד עפעס א תוקף, דעמאלט איז דאס נוגע אפילו ווען עס איז אוממאראליש פאר א מענטש, און אויב האט עס נישט קיין תוקף, קענען מיר דרש'ענען וויפיל דרשות מיר ווילן סתם אזוי אויך. ווייל איינער ווערט נפגע מאכט עס נישט בעסער אדער שוואכער דער תוקף פון חתימת התלמוד, אזוי ווי חתימת השולחן ערוך (האם יש ביטוי כזה?) רעכנט זיך נישט מיט די געפילן פון די שפעטערדיגע דורות.

יידל » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 6:51 pm

· #80620
יאיר, זע דא ווי קוגל אדרעסירט דעם שאלה "ארטאדאקס אדער ארטאפראקס".
למעשה גלייבט ער אין גאט און אין די תורה אלץ דבר אלוקים. ער האלט אז די אקאדעמישע מהלך (ביטע, פארשעם נישט סייענס מיטן דאס רופן "סייענטיפיש") נעמט בכלל נישט אוועק פון די טעקסט'ס קדושה. אין די לעצטע קאפיטעל פון זיין בול "וויאזוי צו ליינען" איז ער איז מסביר זיין דעה.

יאיר » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 7:26 pm

· #80630
המשך... דרשות חז"ל אין די אויגן פון חכמי הדור
אין די ראשונים טרעפט מען כמעט נישט זיי זאלן זיך אפגעבן מיט'ן מפרש זיין די דרשות חז"ל, אפילו נישט אין די מפרשי התורה. ביי די ספרד'ישע ראשונים וואו מען האט געלייגט א שטארקע דגוש אויף דקדוק קען מען יא זען אז זיי מאכן זיך אביסל צוטון דערפון. למשל דער רמב"ם שרייבט אז די סיבה פארוואס עס שטייט אין די תורה עין תחת עין איז צו מרמז זיין אז באמת וואלט מען יענעם געדארפט אויסהאקן די אויג, נאר די תורה האט רחמנות געהאט און פארלאנגט געלט.
פאלגנד איז א מאמר אין כוזרי:
כוזרי מאמר ג' אות עב
אֲבָל נֹאמַר אֶחָד מִשְּׁנֵי דְבָרִים. יָכוֹל שֶׁהָיָה לָהֶם סוֹדוֹת נַעֲלָמוֹת מִמֶּנּוּ בְדֶרֶךְ פֵּרוּשׁ הַתּוֹרָה, הָיוּ אֶצְלָם בְּקַבָּלָה בְּהַנְהָגַת 'שְׁלֹשׁ עֶשְׂרֵה מִדּוֹת', אוֹ שֶׁיִּהְיֶה הֲבָאָתָם לַפְּסוּקִים עַל דֶּרֶךְ 'אַסְמַכְתָּא', שֶׁהֵם שָׂמִים אוֹתָהּ כְּסִמָּן לְקַבָּלָתָם,

ער גיבט צוויי אופנים צו מסביר זיין די דרשות. איינס אז זיי האבן געהאט מקובל די י"ג מידות הלכה למשה מסיני, צוויי, אז די דרשות זענען נאר אן אסמכתא אויף די הלכות. ווי איך האב שוין פריער געשריבן, איז די ערשטע וועג נישט אזוי מסתבר, ווייל די דרשות זענען נישט סטאטיק, נאר מען קען זען ווי אזוי עס האט זיך עוואלווד, ממילא קען דאס נישט זיין ממש הל"מ. די צווייטע וועג איז ענליך צו וואס קאווע טרינקער האט געוואלט זאגן, אז די הלכות זענען מקובל אדער מסברא, און די דרשות זענען אסמכתא בעלמא. דער וועג איז לדעתי אויך נישט מסתבר, איך וועל שפעטער מסביר זיין פארוואס. אבער קודם קען מען זען אז עס איז אים נישט ניחא צו זאגן אז מען קען מסביר זיין פשוט אז זיי האבן גע'דרש'נט די פסוקים מיט זייער אייגענער שכל און ארויסגעדרינגען הלכות.
איך קען עס זייער גוט פארשטיין, ווייל די דרשות פון חז"ל זענען אפטמאל נישט בלויז וואס עס ליגט נישט אין פסוק, נאר עס איז אפילו נגד השכל. ואבאר דברי. עס איז דא א באקאנטע מאמר חז"ל, שמעון העמסוני היה דורש כל אתים שבתורה כיון שהגיע לאת ה' אלהיך תירא פירש אמרו לו תלמידיו רבי כל אתים שדרשת מה תהא עליהן עד שבא ר"ע ודרש וכו'. פון דעם מאמר זעען מיר אז ער האט גע'דרש'נט יעדע איינציגע 'את' פון די תורה, עס איז נישט בדרך גוזמא, ווייל דעמאלט שטימט נישט דער מאמר. היעלה על הדעת צו זאגן אז יעדע איינציגע את איז טאקע איבריג אין די תורה? עס איז דאך נישט מעגליך צו שרייבן א גאנצע תורה אן נוצן קיין איין את. נאכמער, וואס האט אים געבאדערט אז איין את קען ער נישט דרש'נען, צו דען מוז זיין אז אויף יעדע את האט דער באשעפער געהאט א רמז, אלא מאי מוז זיין אז די דרשות זענען נישט מכח סברא, נאר ער האט געהאלטן מסברא אדער מקבלה אז אונטער יעדע קוץ ותג ואות ליגט באהאלטענע דרשות, און אויב אין איין את שטימט נישט קיין איין דרש, מוז זיין אז אויף אלע אתין קען מען נישט דרש'נען.
דא קען מען זען נאך א סיבה פארוואס חז"ל האבן אזוי שטארק איינגעפירט די דרשות. ווייל זיי האבן געפילט אז אדער גאר אדער גארנישט. אויב איז אונטער איין ווארט דא א באהאלטענע רמז, וואס מחכ סברא וואלט מען עס נישט געזאגט, דאן מוז זיין אז אונטער אנדערע ענליכע ווערטער זענען אויך דא רמזים. יעצט, דאס איז געווען א דבר פשוט אז עס זענען דא באהאלטענע רמזים, ווייל עס זענען דא אזויפיל סתירות אין די תורה וואס מען קען נישט פארענטפערן נאר על פי דרש, ווי איך האב אויבן געשריבן אז אפילו אזא פשוט'ע פסוק חומש ווי ושמי ה' לא נודעתי להם קען מען נישט אפלערנען כפשוטו, ממילא האבן זיי פון דעם ארויסגענומען אז די גאנצע תורה איז אויך געשריבן אזוי.
מען קען אפילו זען אז זיי האבן נישט נאר אריינגעלייגט דרשות וואס ליגן נישט אין פסוק, נאר אפטמאל האבן זיי עוקר געווען דעם פסוק ממשמעותו. למשל דער פסוק לא תאכלו על הדם, וואס די גמרא דרש'נט אויף עטליכע דרשות, איינע פון זיי אז מען זאל נישט עסן פאר'ן דאווענען. דער פשוט'ער פשט איז אבער ווי עס שטייט אין מורה נבוכים אז די אמאליגע עובדי ע"ז האבן געשאכטן א בהמה און אויסגעגאסן די בלוט און געגעסן די פלייש העכער די בלוט. דער אופן פון ע"ז ווערט אויך דערמאנט אין שמואל א' פרק י"ד: וַיִּקְחוּ צֹאן וּבָקָר וּבְנֵי בָקָר וַיִּשְׁחֲטוּ-אָרְצָה; וַיֹּאכַל הָעָם, עַל-הַדָּם. זעט מען קלאר אז מען רעדט נישט פון עסן פאר'ן דאווענען.
דער געדאנק ווערט שוין דערמאנט אין גמרא, לגבי דעם פסוק וואס שטייט ביי יבום: והיה הבכור אשר תלד יקום על שם אחיו המת. בפשטות גייט עס ארויף אויפ'ן קינד וואס ווערט געבוירן פון די יבמה אז ער באקומט די נחלה פון דעם פארשטארבענעם ברודער. זענען געקומען חז"ל און געזאגט אז דאס גייט ארויף אויפ'ן מייבם, אז ער באקומט די נחלה, און יעדן ווארט האבן זיי גע'דרש'נט פארשידענע דרשות, והיה הבכור מיינט אז מצוה על הגדול ליבם, אשר תלד פרט לאיילונית, ועוד. און די גמרא זאגט שוין אויף דעם (יבמות כד ע"א) אמר רבא אע"ג דבכל התורה כולה אין מקרא יוצא מידי פשוטו הכא אתאי גזרה שוה אפיקתיה מפשטיה לגמרי. זעען מיר קלאר אז חז"ל האבן גע'דרשנ'ט אפילו ס'איז נגד השכל והפשט.
ועתה זכינו אז אין קאווע שטיבל האבן זיך צוזאמענגענומען עטליכע יראי ה', שמחם שליט על הלב, וואס ווילן מאכן סענס פון די דרשות, ולדאבוני שטייען די ראיות פה ולעיל פאר מיינע אויגן וואס לאזן מיר נישט איינזען די שכל וואס שטעקט אין די דרשות. און דאס איז אויסער דעם וואס כמעט יעדע דרשה אפילו אויב מען קוקט עס אן כשלעצמו זעט מיר אויס אז דאס איז נישט על פי שכל.
מיין מיינונג איז אז צוליב די סיבות וואס איך האב אויבן דערמאנט האבן די חכמים פארשטאנען אז אין די תורה ליגט רמזים, און דוקא צוליב דעם וואס עס איז געגעבן געווארן דורכ'ן באשעפער, האבן זיי געואוסט אז עס ליגט סודות דערין, ממילא האבן זיי לכתחילה נישט געהאט קיין פראבלעם מיט נוצן אלע איבריגע אותיות פאר דרשות.
עוד הרבה נשאר בקולמוסי, אבל מה אעשה שאצבעותי בגדו בי ולא יעבדוני עוד, על כן אסתגר בזה לעת עתה.

יאיר » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 7:31 pm

· #80633
יידל
יאיר, זע דא ווי קוגל אדרעסירט דעם שאלה "ארטאדאקס אדער ארטאפראקס".
למעשה גלייבט ער אין גאט און אין די תורה אלץ דבר אלוקים. ער האלט אז די אקאדעמישע מהלך (ביטע, פארשעם נישט סייענס מיטן דאס רופן "סייענטיפיש") נעמט בכלל נישט אוועק פון די טעקסט'ס קדושה. אין די לעצטע קאפיטעל פון זיין בול "וויאזוי צו ליינען" איז ער איז מסביר זיין דעה.

מיינסט צו זאגן "פון זיין 'ווי אזוי צו ליינען בו(ב)ל" 😂.
אגב, איך וויל נישט קיינעם פארשעמען אדער וויי טון, אבער די אקעדעמישע מהלך פון ביבל קריטיק נוצט די זעלבע אדער ענליכע געצייג וואס מען נוצט ביים אנאליזירן סייענס.

יידל » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 7:52 pm

· #80641
ריכטיג. אבער ווי נישט ווי איז עס פיל מער ספעקולאטיוו ווי א.ג. "הארטע" סייענס. <a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Hard_and_soft_science">http://en.wikipedia.org/wiki/Hard_and_soft_science</a>

אין מיין פריערדיגע תגובה צ"ל בוך במקום בול.

יאיר » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 8:01 pm

· #80645
איך מוז קאנגראטולירן יידל'ען פאר'ן באווייזן צו שרייבן אין דעם אשכול עטליכע תגובות וואס ענטהאלטן ווייניגער ווי דריי שורות.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 8:40 pm

· #80656
ס'איז א קונץ.
איך קען דאס נישט באווייזען.
ווען ס'טראפט, גיסט.

מוח שליט » פרייטאג יאנואר 18, 2013 2:06 am

· #80729
יאיר
איך קען עס זייער גוט פארשטיין, ווייל די דרשות פון חז"ל זענען אפטמאל נישט בלויז וואס עס ליגט נישט אין פסוק, נאר עס איז אפילו נגד השכל. ואבאר דברי. עס איז דא א באקאנטע מאמר חז"ל, שמעון העמסוני היה דורש כל אתים שבתורה כיון שהגיע לאת ה' אלהיך תירא פירש אמרו לו תלמידיו רבי כל אתים שדרשת מה תהא עליהן עד שבא ר"ע ודרש וכו'. פון דעם מאמר זעען מיר אז ער האט גע'דרש'נט יעדע איינציגע 'את' פון די תורה, עס איז נישט בדרך גוזמא, ווייל דעמאלט שטימט נישט דער מאמר. היעלה על הדעת צו זאגן אז יעדע איינציגע את איז טאקע איבריג אין די תורה? עס איז דאך נישט מעגליך צו שרייבן א גאנצע תורה אן נוצן קיין איין את. נאכמער, וואס האט אים געבאדערט אז איין את קען ער נישט דרש'נען, צו דען מוז זיין אז אויף יעדע את האט דער באשעפער געהאט א רמז, אלא מאי מוז זיין אז די דרשות זענען נישט מכח סברא, נאר ער האט געהאלטן מסברא אדער מקבלה אז אונטער יעדע קוץ ותג ואות ליגט באהאלטענע דרשות, און אויב אין איין את שטימט נישט קיין איין דרש, מוז זיין אז אויף אלע אתין קען מען נישט דרש'נען.


ער האט געדרשנט אלע את'ן פין די תורה וואס זענען אביסל איבעריג אדער נישט פליסיג, שטייטסעך. וויאזו איז בעסער די לשון, 'יעקב דיין boss זאלסטו פארכטען', אדער 'דעם יעקב דיין boss זאלסטו פארכטען'? (וויניגער ווי צוויי שורות 😛 )

יאיר » פרייטאג יאנואר 18, 2013 2:16 am

· #80731
מח שליט
ער האט געדרשנט אלע את'ן פין די תורה וואס זענען אביסל איבעריג אדער נישט פליסיג, שטייטסעך. וויאזו איז בעסער די לשון, 'יעקב דיין boss זאלסטו פארכטען', אדער 'דעם יעקב דיין boss זאלסטו פארכטען'? (וויניגער ווי צוויי שורות )

אויף אידיש הערט זיך עס אינגאנצן אנדערש ווי אויף לשון הקודש. "את אחי אנכי מבקש" איז אויך מאדנע אויף אידיש. (איין שורה, געבראכן א רעקארד!)

מוח שליט » פרייטאג יאנואר 18, 2013 3:04 am

· #80739
לאו דוקא. דאכטצעך אז לויט מבנה הלשון באלאנגט נישט קיין "דעם" אדער "את" ווען מען זאגט א נאמען. עס קען זיין אז מיר זענען שוין טאקע צוגעוואוינט פין די תורה אבער דאס איז נאר א יפוי הלשון אין א פאעטישער לייסענס. טאקע אזוי ווי מיר וועלן זאגען " דעם יעקב דיין Boss זאלסטו פאלגען ". וואס שפירט זיך אויך נישט אז דאס איז די קאררעקטער גראממאטישער אויסלייג, אבער מען קען עס אמאל ניצען אויף א שרייבערישען אופן.
בכלל איז דאך פשוט אז גאר אסאך את'ן אין די תורה פעלען נישט אויס. ווי למשל אלע אֶת'ן אין אֵת'ן אין ויקהל, ועוד רבות אין מספר. האט ער פין דעם אליינס געקענט זעהן אז מען וויל עפעס דא. ממילא האט ער געקענט פארשטיין אז איבעראל ווי עס שטייט א את וואס פעלט נישט אויס קומט דאס עפעס זאגען. איז דאך שמעון העמסוני מובן.
עס איז כדאי מיר זאלען פארשטיין וואס איז טאקע די טיפע טייטש פין די ווארט את? בזכרוני האט רש"ר הירש עפעס א תורה דערויף אויפען פסוק את השמים ואת הארץ. אז די האסט דאס פליז ברענג עס דא.
אגב, וויפעל מאל ניצט מען אין עברית דעם ווארט את?
אזוי ווי געשמועסט מען רעדט דא פין דקותדיג הרגשים. עס קען זיין אז ער האט געמיזט האבען אביסל א שטארקען הרגש אז די 'את' איז מודגש, אין נאר דעמאלט האט ער דאס געדרשנ'ט. 'דרש כל אתין שבתורה וועט פארשטייטסעך מיינען אלע איבעריגע אין אביסל מודגשדיגע אתין. ד.ה. שמעון העמסוני האט געהאט א מערכה מיט די אלע את'ן. ער האט געזעהן די גאר אסאך את'ן וואס זענען ממש איבעריג, ער האט געזעהן את'ן וואס זענען שטימפיג. ער האט געזעהן די אלע את'ן אין פרשת ויקהל אין ער האט פארשטאנען אז עס האט א מכווין נישט נאר צו געבן אביסל פאן פאר אידן וואס האבען ליב צו פאררעכטן דעם בעל קורא. ער האט דעריבער גענומען אויף זיך א פרויעקט צו פרובירען דאס צו דעשיפרירן. ער האט מסתמא געארבעט אויף גאנץ א פאר את'ן ביז ער האט זיך דערמאנט פין את ה' אלקיך. די פראבלעם זיינער מיט דעם את איז אפשר געווען אז עס איז דוקא א מודגשדיגער את. די פסוק פאנגט זיך דא אהן מיט אן "את", דאס געבט עס דעם עקסטערן אאאמפה (oomph). והא ראי' אז עס שטייט נאך פריער אין דעם זעלבען קאפיטאל 'למען תירא את ה' אלקיך'. דארט האט אים נישט אזוי געבאדערט.
איינמאל ער האט געזעהן אז אפי' אזא מודגשדיגער 'את' קען מען בשום אופן נישט דרשנען, האט ער פארשטאנען אז ער איז נישט גערעכט מיט זיין גאנצע מערכה אינעם דקותדיגען רמז פין די ווארט 'את'.

מוח שליט » פרייטאג יאנואר 18, 2013 3:37 am

· #80741
לעיקוואד
ידוע שביוון העתיקה המ"ז היה רשמי וממוסד
אין אויך פעדאפיליע pedophilia

לעיקוואד
- לענין המשכב זכר. הנה אני משוכנע באמת שמי שנטייתו רק כלפי בני מינו שזו עוולה מוחלטת לאסור לו, והושפט כל הארץ לא יעשה משפט?
קען זיין אז די תורה האט דאס דעמאלט גאסר'ט בימיהם וואס די ציווליזאציע איז געווען אינגאנצען אנדערש ווי יעצט, אין עס האט ווייט נישט אפעקטירט דעם מענטש אזוי ווי היינט. די סעקסועליטי דעמאלטס איז געווען אינגאנצען אן אנדערע, אפשר פראיתדיגער, אופן. די פארגעשריטענע הרגשים וואס ברענגט א שטארקע קלארקייט פארן מענטש אז ער איז Gay, איז אפשר נישט געווען דעמאלט. [מען טרעפט זייער זעלטען gay חיות]. קוק וואס איין חוקר זאגט
. According to geneticist Simon Levay in 1996, "Although homosexual behavior is very common in the animal world, it seems to be very uncommon that individual animals have a long-lasting predisposition to engage in such behavior to the exclusion of heterosexual activities. Thus, a homosexual orientation, if one can speak of such thing in animals, seems to be a rarity.
באופן שטחי ביותר געט דאס מיר א שטיקל משמעות אז חיות, וה"ה פרימיטיווע נישט סאפיסטיקירטע מענטשען, לעבן נישט מיט קיין הבנה פין sexual orientation. אין זייער באדערף איז פשוט די מינוטיגע תאוה, נישט די גאנצע געבוי פין רגשי נפש.

אויך איז מעגליך אז די השתלטות וואלט געווען אויף שוואכערע מענער מיט א געפערליכע רשעות. די פארשטייסט דאך אז בדרך כלל האט א מאן די נטי' פין היפך הכנעה. אין צו זיין יענעמס עבד בעניני אישות, הרגעט אים זיין גאנצע וועזן. מען האט געמוזט דאס אינגאנצען עוקר זיין. והתורה על הרוב ידבר. מען דארף קוקען אויף דע גרעיטער גאאד. אויף וויפיל איך ווייס איז דא היבש מספר מענטשען כהיום וואס זייער תאוה איז דוקא צו פעדאפיליע. עד כדי כך אז מען טענהט אז עס איז נישט דא קיין תרופה פאר די מענטשען. נו, איז דען נישט קיין רשעות אז מען זאל נישט לאזען די זאך אזוי ווי ביי די גריכען כנ"ל? נאר וואס דען, מען האט איינגעזעהן אז לויט די היינטיגע אומשטענדען אין קולטור, שאדט דאס ע"פ רוב גאר געפערליך פאר די קינדער, אנדערש ווי דעמאלט. אין מען גייט זיך זארגען פאר די רוב אויפען חשבון פין די קליינע מיעוט.
איך געב נאר איין מהלך מני אלף. דער רמב"ם איז מסביר אזוי טעמי המצוות לאין שיעור. כידוע איז ער מסביר אסאך פין די איסורי עריות מיט עפעס א פראקטישער חשבון פין נישט זיין שטוף בזימה. אין ער איז אויך מסביר גאר אסאך מצוות אז דאס זענען געווען מכח די מצב פין בימים ההם.
עס קען זיין אז אויב וועלן מיר האבען א סנהדרין וועט זיך דאס טוישען. מי יודע. אין טאקע מיט בוגי'ס דרשה, בצירוף מיט דיין טענה.
לעיקוואד
גם אם נבלע את ההסבר של המו"נ עד"ז שהקב"ה מוגבל ולא יכול לדבר לבני אדם אלא לפי ערכם ומקומם (שזו בעצמו הסבר בעייתי מאד אם נאמין בתורה משמים כפשוטה)
זייער פשוט מובן. די רמב"ם ברענגט א ראי' פינעם פסוק. וְלֹא נָחָם אֱלֹהִים דֶּרֶךְ אֶרֶץ פְּלִשְׁתִּים כִּי קָרוֹב הוּא כִּי אָמַר אֱלֹהִים פֶּן יִנָּחֵם הָעָם בִּרְאֹתָם מִלְחָמָה וְשָׁבוּ מִצְרָיְמָה . אזוי ארבעט א גאט? ער טוט וואס ער וויל אין ער זייענדיג א כל יכול מאכט ער זיכער אז מען זאל נישט האבען אזעלכע חרטה געפילען. אלא מאי אז הונהג בהם מנהג דרך ארץ, ער האט נישט געטאטשט זייער מוחות אין ער האט געלאזט אלעס כפי סדר העולם. וכלשונך "לפי ערכם ומקומם".

לעיקוואד » פרייטאג יאנואר 18, 2013 4:35 am

· #80742
הסברים אויף וויאזוי עס איז געווען אמאל העלפן גארנישט ממעט זיין די עוולה וואס עס איז דא יעצט.
אויב האלסטו אז די סארט דרשות זענען באמת אן אופן פון פשט אין פסוק, איז וואס דארפסטו סנהדרין דערפאר? וואס איז אונז מעכב פון מאכען אייגענע דרשות?
און עס איז שווער צו זאגען אז צוליב א טעכנישע פראבעלם אז עס פעלט סנהדרין זאלן מיר האבען א רעכט מאמלל צו זיין א מענטש'ס לעבן.
איך וייס אויך די ראיות און סברות פון רמב"ם, דאך איז גאר שווער עס צו זאגען כלפי זאכען וואס קוקען אונז אויס נישט מאראליש, דער תורה פאדערט אויך נישט דינען עבודה זרה און טויזנט יאר האט גענומען ביז דאס האט בכלל געווירקט. און ווען א זאך איז אן עוולה, העלפט בכלל נישט דער תירוץ אז אמאל האט מען עס נישט אנגעקוקט פאר אן עוולה. דער אייבישטער האט געמעגט דעמאלטס טון עוולות ווייל מענטשען האבן נישט פארשטאנען אז ס' א עוולה? איז דער אמת וצדק פון הקב"ה תלוי אין וואס מענטשען טראכטען? אחוץ דו וועסט מוציא זיין די גאנצע מושג פון תורה משמים מדי פשוטו זעה איך נישט ווי מקען זאגען אזא זאך (וכמדומה שזו כוונת הרמב"ם).

מוח שליט » פרייטאג יאנואר 18, 2013 4:48 am

· #80743
דער תורה פאדערט אויך נישט דינען עבודה זרה און טויזנט יאר האט גענומען ביז דאס האט בכלל געווירקט

יא דאס איז די עיקר שבעיקרים וואס די תורה האט פארלאנגט און דאך איז דאס אזוי שווער געווען. עס איז אייביג נאר געוען א קליינע פראצענט וואס האבען זיך געהאלטען דערצו. נו, שטעל דיך פאר ווען מען מאכט עס נאך מיליאן מאל שווערער מיטן צולייגען אלע דיינע מאדערענע מושגים. עס וואלטען נישט געבליבען קיין צען מענטשען געטריי צו די תורה.
מיין סטעיטמענט אויבען אז you have to pick and choose your battles, is very real. עס איז נישט עפעס א שיינע ווערטעל. מיטן פארלאנגען דיינע היינט צייטיגע אנשואינגען, ווי גערעכט זי זאלען נאר זיין, וואלט די תורה קיינמאל נישט געהאט קיין ברעקעל טשאנס פין הצלחה. די קענסט דיך נישט שלאגען מיטן פאקט.

יידל » מוצ"ש יאנואר 19, 2013 8:35 pm

· #80819
שבת איז מיר איינגעפאלן א שטיקל ראיה צו יאיר'ס מהלך אין דרשות. לאמיר א קוק טון אויף א פאל וואו כ'מיין אז כולי עלמא וועט מודה זיין אז יאיר איז גערעכט. די פאל הייסט אוקימתות אין ברייתות. אלץ דוגמא וועל איך אנכאפן די סוגיא "יאוש שלא מדעת" וואס הייבט זיך אן אין בבא מציעא כא, א און ציעט זיך ביז כב, ב. די גמרא הייבט אן מיט א פשוט'ן מחלוקת: יאוש שלא מדעת, אביי אמר לא הוי יאוש ורבא אמר הוי יאוש. דערנאך לייגט דער מסדר הגמרא (המוכנה "סתמא דגמרא") צו א קורצע הערה'לע אז די מדובר איז נישט ביי זאכן וואס פארמאגן א סימן נאר ביי חפצים אן קיין סימן. דערנאך הייבט אן די גמרא צו ברענגן איין ברייתא נאכן צווייטן וואו מ'זעט אז יאוש שלא מדעת הוי יאוש. אויף יעדע ברייתא וואס די גמרא ברענגט, האט די גמרא אן אוקימתא אז עס זאל שטימען מיט אביי. די גמרא גייט אזוי אן פאר די קומענדיגע צוויי עמודים מיט א טאטאל פון צען ראיות אנטקעגן אביי, און יעדע מאל האט די גמרא א קריעטיוו וועג וויאזוי "איינצוזעצן" די ברייתא און אזוי ארום פארענטפערן רבא. צום סוף ברענגט די גמרא איין ברייתא פון וואו ס'שווער אויף רבא און די גמרא פירט גלייך אויס "תיבותא דרבא תיובתא".

איך מיין אז אין אוקימתות איז כו"ע מודי אז די תירוצים זענען חז"ל'ס אייגענע חידושים צו פארענטערן דעם אויף וועם מ'פרעגט פון די ברייתות. מיר זעען פון דעם לכאורה אז די מעטאד פון אינטערפרעטירן אין א קריעטיוו וועג אויף די אייגענע האנט כדי ס'זאל נישט זיין קיין סתירות איז געווען א נארמאלע זאך בימי חז"ל. צו וועט הרה"ג ר' קאווע טרינקער שליט"א אין דעם פאל אויך טענה'ן אז די ברייתות זענען מעיקרא געלערנט געווארן מיט דעם ביאור מיט וועלכע מ'האט זיי שפעטער ערקלערט?

יאיר » זונטאג יאנואר 20, 2013 12:13 am

· #80845
אן אריגינעלע ראיה, יידל. כאטש מען דארף וויסן ווי אזוי צו אינטערפרעטירן דיינע ווערטער, צו איז פשט אז מען האט זיך שוין געפירט אזוי ווי אביי, און די גמרא האט נישט געוואלט ס'זאל זיין א סתירה פון אפענע ברייתות, אדער מעגליך איז דאס בלויז א צופאל. עכ"פ, דאס איז גאנץ קלאר פאר איינעם וואס קען אביסל גמרא אז אין רוב פעלער ווען די גמרא זאגט הכא במאי עסקינן איז עס יענער תירוץ. איך קויף זייער שווער אפ מח שליט'ס אויסרייד אז מען האט פארגעסן די פונקטליכע לשונות פון משנה וברייתא'ס. אויב זענען זיי טאקע אזוי פעלערדיג, דעמאלט שטייט תורה שבעל פה אויף הינערישע פיס. בכלל דארף מען וויסן אז מיר זעען דא א טרענד, כמעט יעדער וואס לערנט גמרא שטויסט זיך אן אין יעדע פאר שורות אין דרשות און אוקימתות וואס זענען נישט לויט די היינטיגע פארשטאנד. ווי האט בריסקער רב געזאגט, אז א פרוי'ס מאן שטארבט איין מאל איז עס צוליב א הארץ אטאקע, א צווייטן מאל איז עס צוליב קענסער, א דריטער מאל איז מסתבר אז ס'איז דא איין סיבה צו אלע מיתות, די פרוי איז א קטלנית.

יאיר » זונטאג יאנואר 20, 2013 12:19 am

· #80849
מח שליט
אזוי ווי געשמועסט מען רעדט דא פין דקותדיג הרגשים. עס קען זיין אז ער האט געמיזט האבען אביסל א שטארקען הרגש אז די 'את' איז מודגש, אין נאר דעמאלט האט ער דאס געדרשנ'ט. 'דרש כל אתין שבתורה וועט פארשטייטסעך מיינען אלע איבעריגע אין אביסל מודגשדיגע אתין. ד.ה. שמעון העמסוני האט געהאט א מערכה מיט די אלע את'ן. ער האט געזעהן די גאר אסאך את'ן וואס זענען ממש איבעריג, ער האט געזעהן את'ן וואס זענען שטימפיג. ער האט געזעהן די אלע את'ן אין פרשת ויקהל אין ער האט פארשטאנען אז עס האט א מכווין נישט נאר צו געבן אביסל פאן פאר אידן וואס האבען ליב צו פאררעכטן דעם בעל קורא. ער האט דעריבער גענומען אויף זיך א פרויעקט צו פרובירען דאס צו דעשיפרירן. ער האט מסתמא געארבעט אויף גאנץ א פאר את'ן ביז ער האט זיך דערמאנט פין את ה' אלקיך. די פראבלעם זיינער מיט דעם את איז אפשר געווען אז עס איז דוקא א מודגשדיגער את. די פסוק פאנגט זיך דא אהן מיט אן "את", דאס געבט עס דעם עקסטערן אאאמפה (oomph). והא ראי' אז עס שטייט נאך פריער אין דעם זעלבען קאפיטאל 'למען תירא את ה' אלקיך'. דארט האט אים נישט אזוי געבאדערט.
איינמאל ער האט געזעהן אז אפי' אזא מודגשדיגער 'את' קען מען בשום אופן נישט דרשנען, האט ער פארשטאנען אז ער איז נישט גערעכט מיט זיין גאנצע מערכה אינעם דקותדיגען רמז פין די ווארט 'את'.

דיין מהלך אין שמעון העמסוני איז א גוטער. מיט דעם ווערט אויך פארענטפערט דעם מהרש"א'ס קשיא פארוואס ער'ט זיך נישט אפגעשטעלט ביי ויראו העם את ה' אדער ואהבת את ה' אלקיך. הגם איך וואלט ענדערש געזאגט אן אנדער חילוק, אז ער האט נאר גע'דרש'נט די את'ן וואס שטייען ביי מצוות, ווייל וואס איז שוין שייך צו דרש'נען פון די את'ן פון ויקהל?
למעשה ווייס איך נישט ווי גרויס דער אויפטו איז. מיין פוינט איז אז פון די גרויסע כמות פון דרשות וואס חז"ל האבן איז פשוט אוממעגליך אז יעדע איינציגע דרשה זאל זיין אויסגעהאלטן על פי שכל. אפילו אויב שמעון העמסוני האט גע'דרש'נט אסאך את'ן, איז דאס אויך צופיל. למשל דער את ה' אלקיך תירא, מיין איך שטימט זייער גוט, אדרבה ווען די פסוק הייבט אן "ה' אלקיך תירא" וואלט זיך עס געהערט מער מאדנע פאר מיר. בכלל, דער געדאנק פון אריינשטופן א דרשה בלויז ווייל דער "את" שמעקט אונז נישט איז א פעלערדיגער מהלך. שטעל זיך פאר אז אין די חמורבי קאודס וואלט געשטאנען "את עשתרות אלהיך תירא", וואלסטו געזאגט אז דאס מיינט צו זאגן אז מען דארף אויך מורא האבן פון איינעם וואס לערנט דורך די חמורבי קאודס און קען עס זייער גוט? געדענק אז דא האסטו נישט די עדווענטעדש אז דער פסוק איז סייווי שווער אזוי ווי בן סורר ומורה.

יידל » זונטאג יאנואר 20, 2013 12:26 am

· #80850
יאיר
אן אריגינעלע ראיה, יידל. כאטש מען דארף וויסן ווי אזוי צו אינטערפרעטירן דיינע ווערטער, צו איז פשט אז מען האט זיך שוין געפירט אזוי ווי אביי, און די גמרא האט נישט געוואלט ס'זאל זיין א סתירה פון אפענע ברייתות, אדער מעגליך איז דאס בלויז א צופאל. עכ"פ, דאס איז גאנץ קלאר פאר איינעם וואס קען אביסל גמרא אז אין רוב פעלער ווען די גמרא זאגט הכא במאי עסקינן איז עס יענער תירוץ. איך קויף זייער שווער אפ מח שליט'ס אויסרייד אז מען האט פארגעסן די פונקטליכע לשונות פון משנה וברייתא'ס. אויב זענען זיי טאקע אזוי פעלערדיג, דעמאלט שטייט תורה שבעל פה אויף הינערישע פיס. בכלל דארף מען וויסן אז מיר זעען דא א טרענד, כמעט יעדער וואס לערנט גמרא פילט אז די דרשות און אוקימתות זענען נישט לויט די היינטיגע פארשטאנד. ווי האט בריסקער רב געזאגט, אז א פרוי'ס מאן שטארבט איין מאל איז עס צוליב א הארץ אטאקע, א צווייטן מאל איז עס צוליב קענסער, א דריטער מאל איז מסתבר אז ס'איז דא איין סיבה צו אלע מיתות, די פרוי איז א קטלנית.

מיין ראיה איז בעיקר געווען אויפצואווייזן אז בימיהם איז די געדאנקן גאנג געווען אנדערש. מ'האט זיך ערלויבט מפרש צו זיין די ווערטער פון מענטשן אנדערש ווי די "פשט פשוט". צו זיי האבן געהאלטן אז דאס איז געווען די אריגינעלע כוונה? כ'ווייס נישט. יתכן אז יא, און אויב אזוי דארפן מיר נישט צוקומען צו דיין הסבר אז זיי האבן דאס געטון כדי ס'זאל נישט זיין קיין סתירות, און ס'איז אויך יתכן אז נישט און דאך האבן זיי אזוי מפרש געווען כדי ס'זאל נישט זיין קיין סתירה. איך פערזענליך האלט אז חז"ל האבן יא געהאלטן אז זייערע אוקימתות, הכא במאי עסקינן'ס און חסורי מחסירא'ס זענען די אריגינעלע כוונת הכותב. און עס קען זיין אז די סיבה פארוואס זיי האבן אזוי געהאלטן איז טאקע דאס, וויבאלד זיי האבן געהאלטן אז ס'איז מוכרח (מסברא?) אז ייאוש שלא מדעת הוי יאוש און דערפאר קען נישט זיין אז דער בעל המשנה אדער ברייתא זאל שרייבן עפעס בניגוד לזה.

יאיר » זונטאג יאנואר 20, 2013 12:35 am

· #80851
פרשת גירושין המקוצר
כדי צו ממחיש זיין מיין נקודה אז פון די ריזיגע צאל דרשות איז פשוט אוממעגליך אז אלעס זאל זיין אויסגעהאלטן לויט פשוט פשט, וועל איך מאכן אן עקספערימענט. איך האב נאכגעקוקט די דרשות וואס חז"ל דרש'נען אויף די פרשה פון גירושין (דברים כד), און איך האב ארויסגענומען אלע איבריגע ווערטער וואס פעלן נישט אויס, וואס פון זיי איז די גמרא מדייק אז זיי קומען צו ארויסלערנען אנדערע דרשות. פאלגנד איז פרשת גירושין המקוצר:
איש אשה והיה אם לא תמצא חן בעיניו

וויבאלד אלע אנדערע ווערטער פעלן נישט אויס, האט די גמרא פארשטאנען אז זיי קומען צו לאזן הערן פארשידענע דרשות. און מיינט נישט אז יעדע ווארט קומט אויף איין דרש. אויף יעדן ווארט איז דא פינף זעקס פארשידענע דרשות, א גרויס חלק פון זיי זענען בכלל נישט אין הלכות גירושין.
און דאס איז נאך בחסד, ווייל רש"י (כתובות עג ב) זאגט אז פון איש לערנט מען ארויס ולא קטן אז א קטן קען נישט מקדש זיין, און די גמרא (קידושין ז א) לערנט ארויס אשה ולא חצי אשה אז מען קען נישט מקדש זיין א האלבע פרוי, און דער רמב"ם זאגט (הל' גירושין פ"א ה"ב) אז פון והיה אם לא תמצא חן בעיניו לערנט מען ארויס אז מען קען מגרש זיין בעל כרחה. און דאס איז אויסער די דרשה פון רבי עקיבא אז אפילו מצא אחרת נאה הימנה קען ער איר גט'ן (נאר מען פסק'נט נישט אזוי). וויבאלד איך ווייס נישט אויב די אלע זענען ריכטיגע דרשות, האב איך זיי נישט גערעכנט. אויב איך האב מיך טועה געווען, דעמאלט באשטייט פרשת גירושין המקוצר פון... גארנישט.
דוכט זיך אז דאס נעמט אוועק יעדן צל של ספק אויב די דרשות זענען על פי שכל אדער נישט.

יידל » זונטאג יאנואר 20, 2013 12:39 am

· #80852
יאיר, דיין עקספערימענט איז נישט ריכטיג וויבאלד נישט אלע ווערטער פעלן נישט אויס לגמרי. פיל ווערטער דרש'נט מען וויבאלד די תורה וואלט געקענט נוצן אן אלטערנאטיווע אויסדרוק, אנדערע (אזוי ווי אשה) זענען נישט קיין "דרשות" נאר "דיוקים".

יאיר » זונטאג יאנואר 20, 2013 12:42 am

· #80853
קודם כל, אויף יעדער אלטערנאטיווע איז דא א צווייטע אלטערנאטיווע. עפעס מוז דאך די תורה שרייבן, ניין? אויב מען וויל מדייק זיין פון א ווארט מוז עס זיין גאר ספעציעל אז עס זאל זיין זייער מאדנע אז די תורה נוצט עס. צווייטנס, ווי איך האב געשריבן, איז דא מערערע דרשות פאר יעדן ווארט, לאמיר זאגן אז איין דרשה איז פאר'ן אלטערנאטיווע, וואס איז מיט די איבריגע. דריטנס, אשה ולא חצי אשה האב איך טאקע נישט גערעכנט ווייל איך האלט אז דאס איז פשוט א משמעות, אבער אלע אנדערע זענען ריכטיגע דרשות, ווי למשל לה לשמה, אדער כי יקח קיחה קיחה משדה עפרון וכדו'.

יידל » זונטאג יאנואר 20, 2013 12:58 am

· #80857
יאיר
קודם כל, אויף יעדער אלטערנאטיווע איז דא א צווייטע אלטערנאטיווע. עפעס מוז דאך די תורה שרייבן, ניין? אויב מען וויל מדייק זיין פון א ווארט מוז עס זיין גאר ספעציעל אז עס זאל זיין זייער מאדנע אז די תורה נוצט עס.

כ'בין נישט מסכים. אויב גלויבט מען אז די תורה איז געשריבן געווארן בדקדוק רב ויתירה, דאן איז פשוט אז וויבאלד די תורה האט צוויי (אדער מער) אלטערנאטיוועס וויאזוי צו שרייבן עפעס, און זי נוצט דוקא איין אלטערנאטיווע איבער די אנדערע, קען מען שוין מדייק זיין דערפון.
[quote="יאיר"
צווייטנס, ווי איך האב געשריבן, איז דא מערערע דרשות פאר יעדן ווארט, לאמיר זאגן אז איין דרשה איז פאר'ן אלטערנאטיווע, וואס איז מיט די איבריגע. [/quote]
דאס איז סתם אזוי שווער, וואס טוט מען מיט דרשות חלוקות? זענען אלע מסיני? נאר איינס? און די אנדערע? טעותים?

יאיר
דריטנס, אשה ולא חצי אשה האב איך טאקע נישט גערעכנט ווייל איך האלט אז דאס איז פשוט א משמעות, אבער אלע אנדערע זענען ריכטיגע דרשות, ווי למשל לה לשמה, אדער כי יקח קיחה קיחה משדה עפרון וכדו'.

לה לשמה קען זיין א משמעות פונקט ווי אשה ולא חצי אשה. ביי כי יקח איז מעגליך אז די תורה וואלט געקענט נוצן אנדערע אויסדרוקן (כי ינשא?), אפילו אויב נישט, מיינע רבי'ס און חדר האבן געלערנט אז א גזירה שוה איז געווען מקובל אז עס איז פארהאן א גז"ש "קיחה קיחה" און חז"ל האבן געדארפט אפמאכן וועלכע קיחה צו פארגלייכן צו וועלכע קיחה. לפי זה איז דאס נישט קיין איבעריגע ווארט. דיין פרשת גירושין המקוצר איז באזירט בלויז אויף איבעריגע ווערטער, ניין?

יאיר » זונטאג יאנואר 20, 2013 1:23 am

· #80862
דאס מיינט אז פון יעדן לשון וואס די תורה וואלט גענוצט וואלטן מיר געהאט אן אנדער דיוק. וואס וואלט די תורה געדארפט טון אויב זי וויל סתם זאגן ווי אזוי מען איז מגרש א פרוי, אן קיין שום דיוקים?
דרשות חלוקות שטימט זייער גוט מיט מח שליט'ס מהלך אז די דרשות זענען מכח סברא. די פראבלעם איז אויב מען פסק'נט אלע דרשות.
לה לשמה (וואס מיינט אז בשעת'ן שרייבן דעם גט מוז מען שוין אינזין האבן אז מען שרייבט עס פאר איר) איז נישט קיין משמעות לויט די היינטיגע פארשטאנד (אפשר לויט מח שליט'ס יא - ערנסט גערעדט). אויב גזירה שוה איז נאר מקובל מסיני דעמאלט איז דאך דאס נישט על פי שכל. אגב, עס שטייט נישט אין ערגעץ אז יעדע גז"ש איז מקובל מסיני, עס שטייט נאר (ירושלמי כמדומה) אז מען מוז עס מקבל זיין פון א רבי און מ'קען עס נישט אליין זאגן, ווייל אויב אזוי קען מען דרש'נען יעדן ווארט ואין לדבר סוף. (דאס אליין איז שוין א פירכא צו דער מהלך פון מח שליט אז גז"ש איז אויך מכח שכל אז דאס דערמאנט די אנדערע פרשה, ווייל אויב אזוי איז עס גארנישט אנדערש פון א צווייטע דרש).

kliger » זונטאג יאנואר 20, 2013 1:34 am

· #80864
again,
everybody agrees that they had the understanding that the pusik or mishnah comes to darshen

but when they say a drash,how can they be so sure that this is the kavunah of the pusik

why do they say the dresh for 100%
its a 1% chance,because there is 99 other ways to darshen

יאיר » זונטאג יאנואר 20, 2013 1:37 am

· #80866
קלוגער'ס פוינט איז שטארק נוגע ווען עס קומט צו דרשות אויף ווערטער ווי "את" אדער "גם", וואס דארטן האט געווענליך די ווערטער נישט קיין שום שייכות מיט'ן דרש, קומט אויס אז עס איז פשוט אן אפענע טיר און מען קען אריינשטופן וואס מען וויל.

kliger » זונטאג יאנואר 20, 2013 2:15 am

· #80881
א קליינע ביישפיל אויף יודל און יאיר לעיל
שבת דף קו
ולענין שבת לא פליגי והתניא הצד אחד משמנה שרצים האמורים בתורה החובל בהן חייב דברי ר' יוחנן בן נורי וחכמים אומרים אין עור אלא למה למה שמנו חכמים


[אמר רב] אדא בר מתנה תריץ הכי וחכמים אומרים לענין טומאה אין עור למה שמנו חכמים

מען רעדט קלאר פון שבת,אבער כדי צו פארענפערן זאגט מען דאס

אזוי איז דא טויזענטער סיי אין פסוקים זיי אין משניות און ברייתות

און עס גייט ווייטער אראפ

kliger » זונטאג יאנואר 20, 2013 2:20 am

· #80882
דרך אגב זענען נאך דא היינט אידן וואס האבן אנדערע קבלות?
למשל די שומרונים

מוח שליט » זונטאג יאנואר 20, 2013 2:22 am

· #80883
יאיר
איך קויף זייער שווער אפ מח שליט'ס אויסרייד אז מען האט פארגעסן די פונקטליכע לשונות פון משנה וברייתא'ס. אויב זענען זיי טאקע אזוי פעלערדיג, דעמאלט שטייט תורה שבעל פה אויף הינערישע פיס. בכלל דארף מען וויסן אז מיר זעען דא א טרענד, כמעט יעדער וואס לערנט גמרא שטויסט זיך אן אין יעדע פאר שורות אין דרשות און אוקימתות וואס זענען נישט לויט די היינטיגע פארשטאנד. ווי האט בריסקער רב געזאגט, אז א פרוי'ס מאן שטארבט איין מאל איז עס צוליב א הארץ אטאקע, א צווייטן מאל איז עס צוליב קענסער, א דריטער מאל איז מסתבר אז ס'איז דא איין סיבה צו אלע מיתות, די פרוי איז א קטלנית.


קינד אין קייט ווייסט אז עס איז דא א געוואלדיגע שכחת התורה מדור דור. אנגעהויבען פין פארלירען נבואה וואס דאס האט אוועקגענומען די דביקות צום אייבערשטען וואס דאס איז באמת די גאנצע מכווין פין אלסדינג, ביז די שכחה פין דאס אז מיר האבען פארלוירען דעם "לעצטען גדול משרידי דור הישן" וואס מען זאגט ביי יעדע דריטע לווי'. אין נישט פארגעסען אז ראשונים כמלאכים, אין די מה נעני אנן אבתריה, אין לבם פתוח כאולם ועוד ועוד.
מיט דעם אלעם איז די תורה שבעל פה בכלל נישט אויף הינערישע פיס. די גאנצע סיסטעם פין תורה שבעל פה אין איר קיום איז אין לך אלא כהן שבימיך. יפתח בדורו כשמואל בדורו, אתם אפי' מוטעים, אפי' אומר לך על ימים שהוא שמאל. אין ווי איך האב אויבען געברענגט בשם די גר"א אז נצחוני בני, אז נאר דורך פארשטיין אז מיר גייען ארבעטן מיט וואס מיר האבען אין מיר ווילען זיך אפי' נישט רעכנען מיט בת קול אדער גילוי אלי', נאר אזוי איז דא נצחיות התורה. דאס איז די איינציגע סיסטעם אין אויך גאר א לאגישער צוגאנג. ווייל וואס איז די אנדער אפציע, צו הייבן הענט אין פארטיג? נאך דערצו אז מען פארשטייט אז די אלע פרטים איז נישט אזא נפק"מ פאר גאט. ער וויל אז דו זאלסט זיין ערענסט אין וועלען טון וואס ער הייסט. אין דאס געשעט מיטן ערענסט פרובירין צו כאפען וואס ער האט געזאגט מיט די כלים אין חומר וואס די פארמאגסט.
גארנישט אויף די וועלט איז פערפעקט. קאפיטאליזם איז גאר ווייט פין פערפעקט. דעמאקראסי איז גאר ווייט פין פערפעקט, וכמאמר החכם טשורטשיל,
Democracy is the worst form of government, except for all those other forms that have been tried from time to time
מיר ארבעטען מיט וואס מיר האבען. די זעלבע איז בנוגע תורה שבעל פה. צו האבען א קארפוס פין טעקסטס וואס פאר הונדערטער יארען איז געווען איבערגעגעבן נאר בעל פה, איז א רעצעפט פאר א חורבן. אבער דאס איז וואס מיר האבען.
ובלא כל הנ"ל, דארפסטו פארשטיין אז דיין רופען הינערישע פיס טוישט נישט דעם פאקט אז עס איז געווען גאר גאר גאר פעלערהאפטיג מיט גאר אסאך גרייזען. זאג דו מיר צו עס לייגט זיך דיר איין מינוט אויפען שכל אנדערש. כזה ראה וקדש. ליוו וויט איט.
אויך פארשטיי אז בסך הכל וואס זענען די טעותים? די אמוראים האבען דאך בדרך כלל נישט אקצעפטירט זאכען וואס איז זיי געווען נגד זייער הבנה. אז זיי האבען פארשטאנען קלאר אנדערש האבען זיי טאקע גשפילט מיטן טעקסט כפי העולה על רוחם. איז דעם נישט דא טויזענטער הלכות וואס איז בכלל נישט דא קיין גיידענס פין א משנה אדער ברייתא וויאזוי זיך צו פירען? ווען זיי האבען געהאט א משנה אדער ברייתא וואס האט נישט געשטימט האבען זיי געטון די ריכטיגע זאך. זיי האבען געזאגט, ליסטען, מיר האבען גאר א שוואכע סיסטעם פין כתיבה ומסירה מדור דור, מיר ווייסען נישט וויפיל ווערטער פעלען פין די משנה אדער ברייתא, מיר גייען דעריבער נישט אוועקגיין פין אונזער הבנה אינעם נושא, מיר וועלן ליבערשט זאגען אז די טעקסט איז קאמפראמייסד, ווי איידער מיר זאלען טון זאכען וואס מיר האלטען אנדערש. וועגן דעם האבען זיי טאקע געזאגט אז טאמער איינער לערנט נאר משנה איז ער פין די מבלי העולם.
איך פארשטיי אינגאנצען נישט דיין פארבלעם מיט דעם.

מוח שליט » זונטאג יאנואר 20, 2013 2:37 am

· #80884
יאיר
מיין פוינט איז אז פון די גרויסע כמות פון דרשות וואס חז"ל האבן איז פשוט אוממעגליך אז יעדע איינציגע דרשה זאל זיין אויסגעהאלטן על פי שכל

די גרויסע כמות איז געווען געבויט אויף מיליאנען שעה'ן שטודירען די טעקסטס. נעם אזא מענטש ווי שמעון העמסוני, ער האט לכאורה געמאכט פאר זיך א מעידזאר פרויעקט פין דרשנ'ן אלע את'ן פין די תורה. עס איז משמע אז די ווייטאג פין אוועקווארפען זיין גאנצע הארוואניע איז געווען זייער גרויס. זיינע תלמידים וואס זענען ווארשיינליך געווען א חלק פינעם פרויעקט האבען געוויינט צו אים אין געזאגט רבי וואס וועט זיין מיט די גאנצע ארבעט אויף אלא את'ן ביז אהער. ער האט זיי געמוזט בארואיגען מיטן זאגען אז כשם שמקבל שכר על הדרישה כך אקבל שכר על הפרישה.
נו ראה זה פלא. שמעון העמסוני ווערט נישט דערמאנט קיין איין איינציג מאל אין ש"ס אויסער דא. מיט איין קליינע אנעקדאט זעהסטו א גרופע חכמים, א רבי מיט זיינע תלמידים וואס האבען אריינגעלייגט א גרויסע מספר שעהן אין א געוויסע מהלך פין דרש. מיר האבען נישט קיין מושג וויפיל נאך טויזענטער עס איז געווען אזוי.
פארשטייט זיך אז מען קען נישט שרייבען דעם גאנצען שקלא וטריא פין די בעק ענד פארטה וואס איז פארגעקומען אויף יעדע דרשה. הזמן יוכלו והם לא יכלו. נאך דערצו מיט די כלי הכתיבה פין בימים ההם. מען האט זיך רוב מאל איינגעחזרט די מסקנות הדבירם וזהו.
דעס אז אין חדר אין ישיבה האט מען אונז נישט מסביר געווען די דרשות אויף א לאגישען אופן מיינט גארנישט. מען האט אונז גאר אסאך זאכען געלערנט אין חדר וואס איז נישט ריכטיג.

מוח שליט » זונטאג יאנואר 20, 2013 2:44 am

· #80885
יאיר
כדי צו ממחיש זיין מיין נקודה אז פון די ריזיגע צאל דרשות איז פשוט אוממעגליך אז אלעס זאל זיין אויסגעהאלטן לויט פשוט פשט, וועל איך מאכן אן עקספערימענט. איך האב נאכגעקוקט די דרשות וואס חז"ל דרש'נען אויף די פרשה פון גירושין (דברים כד), און איך האב ארויסגענומען אלע איבריגע ווערטער וואס פעלן נישט אויס, וואס פון זיי איז די גמרא מדייק אז זיי קומען צו ארויסלערנען אנדערע דרשות. פאלגנד איז פרשת גירושין המקוצר:
איש אשה והיה אם לא תמצא חן בעיניו

וויבאלד אלע אנדערע ווערטער פעלן נישט אויס, האט די גמרא פארשטאנען אז זיי קומען צו לאזן הערן פארשידענע דרשות. און מיינט נישט אז יעדע ווארט קומט אויף איין דרש. אויף יעדן ווארט איז דא פינף זעקס פארשידענע דרשות, א גרויס חלק פון זיי זענען בכלל נישט אין הלכות גירושין.
און דאס איז נאך בחסד, ווייל רש"י (כתובות עג ב) זאגט אז פון איש לערנט מען ארויס ולא קטן אז א קטן קען נישט מקדש זיין, און די גמרא (קידושין ז א) לערנט ארויס אשה ולא חצי אשה אז מען קען נישט מקדש זיין א האלבע פרוי, און דער רמב"ם זאגט (הל' גירושין פ"א ה"ב) אז פון והיה אם לא תמצא חן בעיניו לערנט מען ארויס אז מען קען מגרש זיין בעל כרחה. און דאס איז אויסער די דרשה פון רבי עקיבא אז אפילו מצא אחרת נאה הימנה קען ער איר גט'ן (נאר מען פסק'נט נישט אזוי). וויבאלד איך ווייס נישט אויב די אלע זענען ריכטיגע דרשות, האב איך זיי נישט גערעכנט. אויב איך האב מיך טועה געווען, דעמאלט באשטייט פרשת גירושין המקוצר פון... גארנישט.
דוכט זיך אז דאס נעמט אוועק יעדן צל של ספק אויב די דרשות זענען על פי שכל אדער נישט.

פליז צייכען אהן די ספעציפישע דרשות. די אלע דרשות וואס די ברענגסט יא דא, איז בכלל נישט פשט אז עס דארף ווען נישט צו שטיין. "איש" מיינט א גדול. אשה מיינט א גאנצע פרוי. אם לא תמצא חן איז דאך קלאר אז ער איז דער וואס איז מחליט. אין ר' עקיבא איז גערעכט דאס שטייט אין פסוק. אגב, וואס הייסט מען פסקנט נישט אזוי? מען קען נישט גט'ן פלעין פאר גארנישט?
דעריבער בעט איך ברענג אראפ די אלע אנדערע דרשות וואס לכבוד דעם האסטו דאס ארויגענומען פינעם טעקסט. שקויעך.

נולד מאוחר » זונטאג יאנואר 20, 2013 3:00 am

· #80892
מוח שליט
יאיר
מיין פוינט איז אז פון די גרויסע כמות פון דרשות וואס חז"ל האבן איז פשוט אוממעגליך אז יעדע איינציגע דרשה זאל זיין אויסגעהאלטן על פי שכל

די גרויסע כמות איז געווען געבויט אויף מיליאנען שעה'ן שטודירען די טעקסטס. נעם אזא מענטש ווי שמעון העמסוני, ער האט לכאורה געמאכט פאר זיך א מעידזאר פרויעקט פין דרשנ'ן אלע את'ן פין די תורה. עס איז משמע אז די ווייטאג פין אוועקווארפען זיין גאנצע הארוואניע איז געווען זייער גרויס. זיינע תלמידים וואס זענען ווארשיינליך געווען א חלק פינעם פרויעקט האבען געוויינט צו אים אין געזאגט רבי וואס וועט זיין מיט די גאנצע ארבעט אויף אלא את'ן ביז אהער. ער האט זיי געמוזט בארואיגען מיטן זאגען אז כשם שמקבל שכר על הדרישה כך אקבל שכר על הפרישה.
נו ראה זה פלא. שמעון העמסוני ווערט נישט דערמאנט קיין איין איינציג מאל אין ש"ס אויסער דא. מיט איין קליינע אנעקדאט זעהסטו א גרופע חכמים, א רבי מיט זיינע תלמידים וואס האבען אריינגעלייגט א גרויסע מספר שעהן אין א געוויסע מהלך פין דרש. מיר האבען נישט קיין מושג וויפיל נאך טויזענטער עס איז געווען אזוי.
פארשטייט זיך אז מען קען נישט שרייבען דעם גאנצען שקלא וטריא פין די בעק ענד פארטה וואס איז פארגעקומען אויף יעדע דרשה. הזמן יוכלו והם לא יכלו. נאך דערצו מיט די כלי הכתיבה פין בימים ההם. מען האט זיך רוב מאל איינגעחזרט די מסקנות הדבירם וזהו.
דעס אז אין חדר אין ישיבה האט מען אונז נישט מסביר געווען די דרשות אויף א לאגישען אופן מיינט גארנישט. מען האט אונז גאר אסאך זאכען געלערנט אין חדר וואס איז נישט ריכטיג.

וואס איז געשען מיט אלע הונדרעטר הלכות וואס שמעון בן עמסוני האט געדרשנט פון אלע 'את'? איז דא און תלמוד א דרש אויף אלע את'ן?
למעשה האט דאך זיין תלמוד געזאגט לרבות תילמידי חכמים.
אויב ווארפט ער אוועק אלע דרשת וואס טוט זיך מיט די אלע געקינצלטע את'ן פלוצלינג האט ער געזען אלע את'ן שטימען?

נולד מאוחר » זונטאג יאנואר 20, 2013 3:13 am

· #80895
מוח שליט
יאיר
כדי צו ממחיש זיין מיין נקודה אז פון די ריזיגע צאל דרשות איז פשוט אוממעגליך אז אלעס זאל זיין אויסגעהאלטן לויט פשוט פשט, וועל איך מאכן אן עקספערימענט. איך האב נאכגעקוקט די דרשות וואס חז"ל דרש'נען אויף די פרשה פון גירושין (דברים כד), און איך האב ארויסגענומען אלע איבריגע ווערטער וואס פעלן נישט אויס, וואס פון זיי איז די גמרא מדייק אז זיי קומען צו ארויסלערנען אנדערע דרשות. פאלגנד איז פרשת גירושין המקוצר:
איש אשה והיה אם לא תמצא חן בעיניו

וויבאלד אלע אנדערע ווערטער פעלן נישט אויס, האט די גמרא פארשטאנען אז זיי קומען צו לאזן הערן פארשידענע דרשות. און מיינט נישט אז יעדע ווארט קומט אויף איין דרש. אויף יעדן ווארט איז דא פינף זעקס פארשידענע דרשות, א גרויס חלק פון זיי זענען בכלל נישט אין הלכות גירושין.
און דאס איז נאך בחסד, ווייל רש"י (כתובות עג ב) זאגט אז פון איש לערנט מען ארויס ולא קטן אז א קטן קען נישט מקדש זיין, און די גמרא (קידושין ז א) לערנט ארויס אשה ולא חצי אשה אז מען קען נישט מקדש זיין א האלבע פרוי, און דער רמב"ם זאגט (הל' גירושין פ"א ה"ב) אז פון והיה אם לא תמצא חן בעיניו לערנט מען ארויס אז מען קען מגרש זיין בעל כרחה. און דאס איז אויסער די דרשה פון רבי עקיבא אז אפילו מצא אחרת נאה הימנה קען ער איר גט'ן (נאר מען פסק'נט נישט אזוי). וויבאלד איך ווייס נישט אויב די אלע זענען ריכטיגע דרשות, האב איך זיי נישט גערעכנט. אויב איך האב מיך טועה געווען, דעמאלט באשטייט פרשת גירושין המקוצר פון... גארנישט.
דוכט זיך אז דאס נעמט אוועק יעדן צל של ספק אויב די דרשות זענען על פי שכל אדער נישט.

פליז צייכען אהן די ספעציפישע דרשות. די אלע דרשות וואס די ברענגסט יא דא, איז בכלל נישט פשט אז עס דארף ווען נישט צו שטיין. "איש" מיינט א גדול. אשה מיינט א גאנצע פרוי. אם לא תמצא חן איז דאך קלאר אז ער איז דער וואס איז מחליט. אין ר' עקיבא איז גערעכט דאס שטייט אין פסוק. אגב, וואס הייסט מען פסקנט נישט אזוי? מען קען נישט גט'ן פלעין פאר גארנישט?
דעריבער בעט איך ברענג אראפ די אלע אנדערע דרשות וואס לכבוד דעם האסטו דאס ארויגענומען פינעם טעקסט. שקויעך.

ווען ספעלט אויס מיינט איש מלאך גבריאל ד"ה וימצאהו איש: זה גבריאל [שנאמר (דניאל ט' כ"א) "והאיש גבריאל"].ויאבק איש עמו שרו של עישו.
פארוואס מיינט אשה א גאנצע דוקא?

נולד מאוחר » זונטאג יאנואר 20, 2013 3:22 am

· #80900
שבת ניים ליינען איז מיר שווער געווארן פארוואס קען נישט והיו לטוטפות בין עיניך מיינען ביו עיניך ממש?
"גובה שבראש מנלן? דת"ר: בין עיניך - זו גובה שבראש; אתה אומר: זו גובה שבראש, או אינו אלא בין עיניך ממש? נאמר כאן בין עיניך ונאמר להלן (דברים יד) לא תשימו קרחה בין עיניכם למת, מה להלן בגובה שבראש מקום שעושה קרחה, אף כאן בגובה של ראש מקום שעושה קרחה; ר' יהודה אומר: אינו צריך, אמרה תורה: הנח תפילין ביד הנח תפילין בראש, מה להלן במקום הראוי ליטמא בנגע אחד, אף כאן במקום הראוי ליטמא בנגע אחד, לאפוקי בין עיניך דאיכא בשר ושער, דאיכא שער לבן ואיכא נמי שער צהוב"
וואס איז שלעכט מיט פשוט פשט?

מוח שליט » זונטאג יאנואר 20, 2013 3:26 am

· #80901
נולד מאוחר
וואס איז געשען מיט אלע הונדרעטר הלכות וואס שמעון בן עמסוני האט געדרשנט פון אלע 'את'? איז דא און תלמוד א דרש אויף אלע את'ן?
למעשה האט דאך זיין תלמוד געזאגט לרבות תילמידי חכמים.
ער האט דאס ליידער דיליטעד אין אויך ארויסגעווארפען פינעם רעסייקעל בין. עס איז נישט געווען נאך א גאווערנמענט גרענט פאר דעם פרויעקט, ואתכם הסליחה 😂
נולד מאוחר
אויב ווארפט ער אוועק אלע דרשת וואס טוט זיך מיט די אלע געקינצלטע את'ן פלוצלינג האט ער געזען אלע את'ן שטימען?
עיין לעיל מה שכתבתי. ער איז געווען אן די פענס [שטארק מסופק] צו זיין תלמיד יאיר איז גערעכט אז די אלע את'ן זענען סתם יפוי הלשון אין מען קען נישט עכט ארויסלערנען, אדער זיין תלמיד מוח'ל איז גערעכט אין די אלא שטארק שטימפינגע את'ן קען מען יא דרשענען. נאך אסאך אהין אין צוריק אין חדר הקאווע פין די תלמידים איז ער געקומען צו א מסקנא אז מוח איז גערעכט, שטייטסעך. אבער ליידער ליידער, נצחו אראלים את המצוקים, די את ה' אלהיך תירא האט אים געמאכט טוישען זיין מיינד.
כ'דענק נאך ווי היינט יאיר'ס gloating look, דעמאלטס. איך האב געטרייט איינצוטענהן אז מען קען דאך מרבה זיין תלמידי חכמים, אבער דא האט יאיר פארפירט אז דזאסט דע אדער דעי האסטו געזאגט פאר לעיקוואד אז די עיקר העיקרים פין די תורה איז צו געדענקען אז אין עוד מלבדו, אין דא ביסטו גרייט צו זאגען אז די פסוק לייגט צו נאך זאכען צו די איינציגקייט פין גאט, האו דעיר יו. בשפה רפה האב איך געענטפערט שאין החי יכול להכחיש את החי אין איך געב אויף.
אבער אבער מען דארף זיך קיינמאל נישט מייאש זיין. דער גרעסטער ביי אידן האט געכאפט די נקודה אין געזאגט. אוודאי קען מען גארנישט צושטעלען צום אייבערשטען. אבער מיר רעדן פין אונזער פרעספעקטיוו. מיר זענען דאך מוגבלים. מיר דארפען ארבעטען מלמטה למעלה. מיר קענען נישט גראד ארבעטן מיט די ריין פילאזאפישער מושג פין בלי גבול. מיר דארפען שפירען די ליבשאפט צו די מהלך פין אחדות [nirvana if you will] דורך זעהן דעם תלמיד חכם'ס אחדותדיג, אין עוד מלבדו'דיגער לעבען. אז מיר וועלען ליב האבען צו זיין נאנט צו אן עכטען תלמוד חכם [אהבה], אין ציטערען פין פארלירען די נאנשאפט [יראה], וועלן מיר עווענטואל אנקומען צו אחדות פאר די סעיק אף אחדות [אין נישט אפי' וועגן dukka]. ד.ה. איינמאל מיר וועלן זיין אין א יראה מאוד mode, אין מורא האבען פין א תלמיד חכם מכח זיין ענין פין אחדות אין דביקות בה', וועלן מיר זיך גאנץ גרינג קענען אביסל מער מעמיק זיין אין אט דעם יראה, אין פשוט מורא האבען פין פארלירען די ריינע אחדות זעלבסט.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10