דרשות ואגדות חז"ל
483 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2713
יאיראיחוד פעלדאיך ציטער אוועק ווי מען איז דא אנגעקומען, איך האב שוין מורא צו זאגען וועלכע קאווע איז בעסער.
בעצם וואלט איך געוואלט זאגען אז איך האלט ווי דער חזון איש, אז יעדער האט נגיעות, און אפילו ווען מען האט נגיעות מיינט נישט אז מען איז נישט גערעכט. אבער ווער ווייסט, מן הסתם האב איך א נגיעה אזוי צו זאגען.
דער פראבלעם איז אז דער חזון איש איז א סתירה מיט אונזער טאג טעגליכן לעבן.
אויף וויפיל איך געדענק זאגט די חזו"א דוקא פארקערט. ער זאגט אז מטבע החכם צו זיכען דעם אמת אין נישט ווערן משוכנע דורך נגיעות. ער איז מחדש אז די פסוק פין שוחד יעוור איז עפעס א נס וואס די תורה האט אריינגעגעבן אין די בריאה. אבער דאס איז דוקא געלט פין די בעלי דינים, נישט סתם נגיעות וכדו'. בין איך מיך טועה?
מוח שליטאבער וואס וועט זיין מיט דרשות חז"ל?
אוי, דו שטעכסט מיר דאך אריין אין די טיפענישן פון הארץ. תורה מה תהא עליה?????
און לאמיר צולייגן די נעקסטע קשיא וואס איז ליידער נישט געפרעגט געווארן:
תינח תורה שבכתב, תורה שבעל פה מאי איכא למימר?????
🙄 🙄 🙄 🙄 🙄 🙄
וואס הייסט תורה של בל פה מאי איכא למימר?
פון דעם רעדט מען דאך דא?
מוח איך בין נישט סארקאסטיש ,איך האלט באמת אז צווישן די חז''ל איז געווען חכמים וואס האבן גוט פארשטאנען צי א מענטש און זייענע מידות, תכונות כדו'. לאו דוקא דער תנא וואס איז געווען שטארק און הלכה איז גווען שטארק און השקפה אדער סייקאלאדזשי. סאיז דא נעמען און מסכת אבות וואס מ'טרעפט כמעט אדער בכלל נישט בשייכת אן הלכה'דיגע שמועס.
דיין שאלה איבער סאבקאנטשעס איז א יסודיתדיגער שאלה ,וואס איז נוגע עני שמועס דא און שטיבעל אפי' צימעס קען מען נישט אנרירען פארשטיין ווי אזוי מיר טראכטען און וויאזוי מיר מאכן זיכער אז מיר זענען אויפ'ן ריכטיגע טרעק.
פארוואס שפיערסטו פארוואס איז דיר דאס א שטער דוקא ביי דיין עקספערמענט אויף חז''ל, משא''כ דערע סומטכעס?
נולד מאוחרוואס הייסט תורה של בל פה מאי איכא למימר?
פון דעם רעדט מען דאך דא?
ס'איז א ווערטער שפיל לויט די גמרא אין קידושין סו א.
יאירנולד מאוחרוואס הייסט תורה של בל פה מאי איכא למימר?
פון דעם רעדט מען דאך דא?
ס'איז א ווערטער שפיל לויט די גמרא אין קידושין סו א.
עפעס געפעלט מיר נישט. כהאב נאכגכקוקט די גמ' און עפעס רעדט מען דארט ''מיד נזרקה בו אפיקורסת'',כ'האב גלייך ציגעהאקט די גמ' (די בראזער) .
זייענדיק עסוק אגאנצען טאג על המחיה ועל הכלכלה האב איך אינגאנצען נישט באמערקט,אז די קאווע טרינקערס האבן רעאגירט צו מיין רעאגירונג.
נאכען טרינקען א קאווע דא,וויל איך אביסעל זיך אויסלופטערן די מח און אביסעל העלפען פארגרעסערען די קאווע שטיבעל פארום.
צום ערשטען דער וואס האט געשריבען אז די ספרים זענען זיך נישט מתייחס צו די קשיות און דרייען זיך ארויס פון פארענטפערן די קושיות צו עם וועל איך מיך נישט מתייחס זיין משום אין משיבין וד"ל.
מבין ריסי קולמוסיך איז ניכר דיין פארווייטאגטקייט אויף יעדע ענין פנימי,איך בין דיך דן לכף זכות מן הסתם האט מען דיך אלץ קינד אנגעפאקט מיט א שפע פון אמונת טפילות,און ווען די אויגען האטסיך דער צועפנט ביסטו אזוי צובושעוועט געווארען,אז די האסט מחליט געווען דעיטס איט וואס מיין מיין אויגען זעעט איז אמת וואס נישט נישט.
בנוגע צו אלעס און חז"ל האט א פשט עפ"י פשט, אוודאי איז אונזער ערשטע ארבעט צו פארשטיין אלעס עפ"י פשט,אבער יעדער קומט אהן ערגעהצוואו צו א מחסום און ער מוז מודה זיין אז סאיז דא עפעס טיפער,ביי איינעם איז דאס רבב"ח און בבא בתרא,ביי איינעם איז עס מצוות כלאים שעטנז,פרה אדומה,ביי איינעם איז עס לוט,אבימלך ופיכול שר צבאו,גלות מצרים,אלופי עשיו,דור המבול,עץ הדעת,דור הפלגה,ביי איינעם איז עס סדר קדשים וטהרות, הכלל ערגעצוואו גייסטו עס מוזען מודה זיין,(און אוודאי וועט רש"י און שאר ראשונים טייטשען די פשוטע טייטש בנוגע די טייטש אלץ מפרש אויס [ביי די וועי רש"י פארקריכט אסאך פון עומק הפשט ואכמ"ל] אבער בנוגע די כוונות הענין וועלען די ראשונים אוכט גיין אסאך צו פנימיות התורה א שטייגער ווי די רמב"ן רשב"א ר"ן)
די רמח"ל זאגט א געוואלדיג משל.
א קעניג האט געהאט א גרויסע פלאץ מיט אסאך גרויסע אוצרות,דער קעניג האט געהאט איין איינציג קליין קינד,האט זיך געמאכט דער קעניג איז קראנק געווארען און ער דערזעעט זיך און פעקיל, דאס בן יחידל זיינער איז יונג און אומערפארען,מקען עם נישט אנטרויען מיט אזוינע גרויסע אוצרות,ווייטער איבערגעבען פאר אן אפוטרופוס וועם קען מען דען טראסטען.האט ער מחליט געווען ער גייט אלעס באהאלטען אונטער די ווענט איי וויאזוי וועט עס די קינד טרעפען.איז ער אויפגעקומען מיט א רעיון.
ער גייט מאכען מאדנע און אינטרעסאנטע מאהלונגען און דיזיינס און געוויסע מקומות און די פאלאץ,און היות די זוהן וועט דאך וואונען אין די פאלאץ,ווען ער וועט עלטער ווערען ,וועט ער אוודאי וועלען פארשטיין וואס איז פשט פון דיע מאדנע זאכען וועט ער אויפברעכן די ווואנט וועט ער טרעפן די מוראדיגע אוצרות און אז ער וועט זיין קלוג וועט ער פארשטיין אז מן הסתם איז אונטער אלע ווענט באהאלטען גרויסע אוצרות און ער וועט אלעס טרעפען,
דאס זעלבע איז מיט תורתינו הק' אודאי ווען מאיז יונג יא סשטימט ספיין סוואול די פשט שטומט געגאנגען ווייטער.
אבער ווען מווערט עלטער הייבט מען אהן צוזען נישט אלעס שטומט און מהייבט צו זעען אז סליגט עפעס טיפער,און מהייבט אהן צו נישטערען און די אוצרות און אין די סודות התורה איינמאל מחאפט די געדאנק פארשטייט מען אז דא ליגט נאך אסאך אסאך טיפקייטען און נישט נאר דא נאר יעדע חלק התורה איז פיל מיט טיפקייטען און עמקות'ן.מער האב איך שוין נישט קיין כח פאר היינט אגוטע נאכט יודען
איינגעמיירעטצום ערשטען דער וואס האט געשריבען אז די ספרים זענען זיך נישט מתייחס צו די קשיות און דרייען זיך ארויס פון פארענטפערן די קושיות צו עם וועל איך מיך נישט מתייחס זיין משום אין משיבין וד"ל....איך בין דיך דן לכף זכות מן הסתם האט מען דיך אלץ קינד אנגעפאקט מיט א שפע פון אמונת טפילות,
אדרבה אז איר וועט ברענגען אפאר דוגמאות וועט דער עולם הנאה האבען אין זיך טאקע אויסבעסערען פין די אמונות טפילות. שקויעך
איינגעמיירעטזייענדיק עסוק אגאנצען טאג על המחיה ועל הכלכלה האב איך אינגאנצען נישט באמערקט,אז די קאווע טרינקערס האבן רעאגירט צו מיין רעאגירונג.
נאכען טרינקען א קאווע דא,וויל איך אביסעל זיך אויסלופטערן די מח און אביסעל העלפען פארגרעסערען די קאווע שטיבעל פארום.
צום ערשטען דער וואס האט געשריבען אז די ספרים זענען זיך נישט מתייחס צו די קשיות און דרייען זיך ארויס פון פארענטפערן די קושיות צו עם וועל איך מיך נישט מתייחס זיין משום אין משיבין וד"ל.
מבין ריסי קולמוסיך איז ניכר דיין פארווייטאגטקייט אויף יעדע ענין פנימי,איך בין דיך דן לכף זכות מן הסתם האט מען דיך אלץ קינד אנגעפאקט מיט א שפע פון אמונת טפילות,און ווען די אויגען האטסיך דער צועפנט ביסטו אזוי צובושעוועט געווארען,אז די האסט מחליט געווען דעיטס איט וואס מיין מיין אויגען זעעט איז אמת וואס נישט נישט.
בנוגע צו אלעס און חז"ל האט א פשט עפ"י פשט, אוודאי איז אונזער ערשטע ארבעט צו פארשטיין אלעס עפ"י פשט,אבער יעדער קומט אהן ערגעהצוואו צו א מחסום און ער מוז מודה זיין אז סאיז דא עפעס טיפער,ביי איינעם איז דאס רבב"ח און בבא בתרא,ביי איינעם איז עס מצוות כלאים שעטנז,פרה אדומה,ביי איינעם איז עס לוט,אבימלך ופיכול שר צבאו,גלות מצרים,אלופי עשיו,דור המבול,עץ הדעת,דור הפלגה,ביי איינעם איז עס סדר קדשים וטהרות, הכלל ערגעצוואו גייסטו עס מוזען מודה זיין,(און אוודאי וועט רש"י און שאר ראשונים טייטשען די פשוטע טייטש בנוגע די טייטש אלץ מפרש אויס [ביי די וועי רש"י פארקריכט אסאך פון עומק הפשט ואכמ"ל] אבער בנוגע די כוונות הענין וועלען די ראשונים אוכט גיין אסאך צו פנימיות התורה א שטייגער ווי די רמב"ן רשב"א ר"ן)
די רמח"ל זאגט א געוואלדיג משל.
א קעניג האט געהאט א גרויסע פלאץ מיט אסאך גרויסע אוצרות,דער קעניג האט געהאט איין איינציג קליין קינד,האט זיך געמאכט דער קעניג איז קראנק געווארען און ער דערזעעט זיך און פעקיל, דאס בן יחידל זיינער איז יונג און אומערפארען,מקען עם נישט אנטרויען מיט אזוינע גרויסע אוצרות,ווייטער איבערגעבען פאר אן אפוטרופוס וועם קען מען דען טראסטען.האט ער מחליט געווען ער גייט אלעס באהאלטען אונטער די ווענט איי וויאזוי וועט עס די קינד טרעפען.איז ער אויפגעקומען מיט א רעיון.
ער גייט מאכען מאדנע און אינטרעסאנטע מאהלונגען און דיזיינס און געוויסע מקומות און די פאלאץ,און היות די זוהן וועט דאך וואונען אין די פאלאץ,ווען ער וועט עלטער ווערען ,וועט ער אוודאי וועלען פארשטיין וואס איז פשט פון דיע מאדנע זאכען וועט ער אויפברעכן די ווואנט וועט ער טרעפן די מוראדיגע אוצרות און אז ער וועט זיין קלוג וועט ער פארשטיין אז מן הסתם איז אונטער אלע ווענט באהאלטען גרויסע אוצרות און ער וועט אלעס טרעפען,
דאס זעלבע איז מיט תורתינו הק' אודאי ווען מאיז יונג יא סשטימט ספיין סוואול די פשט שטומט געגאנגען ווייטער.
אבער ווען מווערט עלטער הייבט מען אהן צוזען נישט אלעס שטומט און מהייבט צו זעען אז סליגט עפעס טיפער,און מהייבט אהן צו נישטערען און די אוצרות און אין די סודות התורה איינמאל מחאפט די געדאנק פארשטייט מען אז דא ליגט נאך אסאך אסאך טיפקייטען און נישט נאר דא נאר יעדע חלק התורה איז פיל מיט טיפקייטען און עמקות'ן.מער האב איך שוין נישט קיין כח פאר היינט אגוטע נאכט יודען
קיינער האט נישט קיין פראבלעם מיט א פשט עפ קבלה אויב מען ווייסט אז די קבלה איז ישר פין משה רבינו די issue מיט קבלה איז וויבאלד עס איז נישט לאגיק דארף מען קלאר וויסען אז עס קומט דירעקט מסני און די צווייטע פראבלעם איז אז ווען אזאך האט א הערליכען לאגישע אדער פאעטישע
פשט און עס ווערט פארטייטשט אויף א אימלאגישע קבלהדיגען ענין שפירען אסאך אז עס איז offensive צי די תורה
[quote="מוח שליט"]עס איז כדאי די זאלסט ליינען אביסל די בוך פין Sherlock Holmes. די וועסט זעהן וויפעל זאכען ער האט אפגעטייטשט פין פינעף ווערטער וואס איינער האט ארויסגערעדט.
נעם דיינע ווערטער וואס די האסט געשריבען. וויפעל זאכען קען איך וויסען פין דעם? לאין שיעור. איך ווייס אז די האסט געלערנט גמרות אין מדרשים, איך ווייס אז די טראכסט טיף, אז די האסט נישט מורא צו טראכטען אנדערש ווי די עסטעבלישמענט. איך בין משער אז די האסט צו טון מיט אסאך פין דיינע ארומיגע דערוועגן. איך ווייס אז די האסט אינטערנעט.
אין יעצט פאר די דזשואק אוף איט, גיי איך זאגען אז איך ווייס אויך אז די שרייבסט שנעל. ווייל די האסט פרובירט צו ברענגן א ראי' פינעם פאקט אז אמוראים קריגען זיך. וויאזוי איז דאס א ראי' אויף עניטינג? אויב למשל צוויי פיסכאלגען האבען א מיינונגס פארשידענהייט וויאזוי צו פארטייטשין א געוויסע אקט פין א מענטש, זאגט דאס אז די גאנצע מהלך פין פארטייטשען איז נישט ריכטיג?
בקיצור מען קען זען אין כאפן גאר אסאך דקותדיג הרגשים פין יעדע ווארט וואס סתם א מענטש רעדט, ק"ו פין א טיפע מענטש, ק"ו ווען א טיפע מענטש שרייבט פאעטרי, ק"ו בן בנו של ק"ו ווען עס איז דבר ה'.
ביי די ענין פין משנה איז גאר אן אנדערע זאך. מען האט געהאט אן עסטאבלישט גירסא, אין מענטשען האבען זיך אזוי איינגעחזר'ט. מען האט זיך איינגעחזר'ט די ווערטער ווי א טעיפ רעקרדאר. אזוי מען לערנט אפי' היינט קינדער צו קענען פין אויסענווייניג "מיט'ן לשון". עס איז אוממעגליך אז עס זאלען זיך נישט אריינכאפען גאר אסאך טעותים. קוק וויפעל מאל מען דארף איבערגיין א ספר תורה וואס א סופר קאפיעט דאך פין א טעקסט, ק"ו ווען אלעס איז פין זכרון. מען קען נישט ארומשיקען אימעילס אז מען דארף טוישען די לשון. מען מיז לאזען דעם טעקסט אין זאגען פשטל'ך אינעם אנגענומענע טעקסט.
איך ווייס נישט פונקטליך וואס די טענות פין די צדוקים זענען געווען. צו זאגען אז לא תבערו אש בכל מושבותיכם מיינט אז עס טאר נישט ברענען א פייער איז פשוט נגד השכל. עס איז א סאך מער מסתבר אז מען רעדט פין טון עפעס א קריעטיוו מלאכה, אין נישט אז א פייער טאר נישט ברענען.
מצד שני די ענין פין ממחרת השבת קוקט אויס גאנץ א גיטע טענה. איך מיין אז די כוזרי שרייבט אז מצד די פשט אין פסוק איז נוטה ווי זיי. אבער חז"ל האבען געהאלטען מסברא חיצונית אז די תורה מיינט אוודאי צו געבן פיפציג טעג צייט צווישען בכורי קציר שעורים ביז קציר חטים, אין די תורה האט פשוט אויסגעשמועסט דאס ציילען מיטן אנהייבען פין אנהייב וואך. ממילא האבען זיי אזוי אריינגעלערנט.
ר׳ שליט אי אתה מודה אז מיט די approach פין די כוזרי ווערט די credibility פין קבלות חזל שוואכער אויב האבען חזל געקענט פארטייטשן די תורה לויט זייער געשמאק אין אויב האט פאר סאם ריזען איינער געהאלטן אנדערש שרייט מען צוויי טויזענט יאר במגל זה אם כן מה בין בני לבן חמי
מוח שליטעס איז כדאי די זאלסט ליינען אביסל די בוך פין Sherlock Holmes. די וועסט זעהן וויפעל זאכען ער האט אפגעטייטשט פין פינעף ווערטער וואס איינער האט ארויסגערעדט.
נעם דיינע ווערטער וואס די האסט געשריבען. וויפעל זאכען קען איך וויסען פין דעם? לאין שיעור. איך ווייס אז די האסט געלערנט גמרות אין מדרשים, איך ווייס אז די טראכסט טיף, אז די האסט נישט מורא צו טראכטען אנדערש ווי די עסטעבלישמענט. איך בין משער אז די האסט צו טון מיט אסאך פין דיינע ארומיגע דערוועגן. איך ווייס אז די האסט אינטערנעט.
אין יעצט פאר די דזשואק אוף איט, גיי איך זאגען אז איך ווייס אויך אז די שרייבסט שנעל. ווייל די האסט פרובירט צו ברענגן א ראי' פינעם פאקט אז אמוראים קריגען זיך. וויאזוי איז דאס א ראי' אויף עניטינג? אויב למשל צוויי פיסכאלגען האבען א מיינונגס פארשידענהייט וויאזוי צו פארטייטשין א געוויסע אקט פין א מענטש, זאגט דאס אז די גאנצע מהלך פין פארטייטשען איז נישט ריכטיג?
בקיצור מען קען זען אין כאפן גאר אסאך דקותדיג הרגשים פין יעדע ווארט וואס סתם א מענטש רעדט, ק"ו פין א טיפע מענטש, ק"ו ווען א טיפע מענטש שרייבט פאעטרי, ק"ו בן בנו של ק"ו ווען עס איז דבר ה'.
ביי די ענין פין משנה איז גאר אן אנדערע זאך. מען האט געהאט אן עסטאבלישט גירסא, אין מענטשען האבען זיך אזוי איינגעחזר'ט. מען האט זיך איינגעחזר'ט די ווערטער ווי א טעיפ רעקרדאר. אזוי מען לערנט אפי' היינט קינדער צו קענען פין אויסענווייניג "מיט'ן לשון". עס איז אוממעגליך אז עס זאלען זיך נישט אריינכאפען גאר אסאך טעותים. קוק וויפעל מאל מען דארף איבערגיין א ספר תורה וואס א סופר קאפיעט דאך פין א טעקסט, ק"ו ווען אלעס איז פין זכרון. מען קען נישט ארומשיקען אימעילס אז מען דארף טוישען די לשון. מען מיז לאזען דעם טעקסט אין זאגען פשטל'ך אינעם אנגענומענע טעקסט.
איך ווייס נישט פונקטליך וואס די טענות פין די צדוקים זענען געווען. צו זאגען אז לא תבערו אש בכל מושבותיכם מיינט אז עס טאר נישט ברענען א פייער איז פשוט נגד השכל. עס איז א סאך מער מסתבר אז מען רעדט פין טון עפעס א קריעטיוו מלאכה, אין נישט אז א פייער טאר נישט ברענען.
מצד שני די ענין פין ממחרת השבת קוקט אויס גאנץ א גיטע טענה. איך מיין אז די כוזרי שרייבט אז מצד די פשט אין פסוק איז נוטה ווי זיי. אבער חז"ל האבען געהאלטען מסברא חיצונית אז די תורה מיינט אוודאי צו געבן פיפציג טעג צייט צווישען בכורי קציר שעורים ביז קציר חטים, אין די תורה האט פשוט אויסגעשמועסט דאס ציילען מיטן אנהייבען פין אנהייב וואך. ממילא האבען זיי אזוי אריינגעלערנט.
ספר הכוזרי מאמר ג אות מא
ואמור שלא נחלוק עם הקראים במה שהם טוענים עלינו מן המובן ממלת ממחרת השבת ועד ממחרת השבת שהוא מיום ראשון, ואחר כן נאמר שאחד מן הכהנים או השופטים או המלכים, הרצוים עם דעת הסנהדרין וכל החכמים ראה כי הכונה מן המספר ההוא לשום חמשים יום בין בכורי קציר שעורים ובכורי קציר חטים, ושמירת שבעה שבועות שהם שבע שבתות תמימות, ונתן לנו דמיון בתחלת יום מהשבוע, לומר אם תהיה ההתחלה מהחל חרמש בקמה מיום ראשון תגיעו עד יום הראשון, להקיש ממנו שאם תהיה ההתחלה מיום שני נגיע עד יום שני. והחל חרמש מונח אלינו בכל עת שנראה שהוא ראוי נתחיל בו ונספר ממנו. וקבעו אותו שיהיה יום שני של פסח, ולא יהיה בזה סתירה לתורה
זעענדיג יעצט נאכאמאל דעם כוזרי מיין איך אז ער זאגט ממש הערליך.
טראכט אריין, מאכט עס סענס אז מען פאנגט אהן צו ציילען פין סתם א שבת? איז דען נישט טויזענט מאל מער מסתבר אז מען געט די טיפיקעל נאמבער פין פופציג טעג [וואס דאס איז געבויט אויף די אוביקיוטיס (
ubiquitous)נאמבער פין זיבען] צו ציילען צווישען די חטים ביז שעורים. ווען דו מאכסט ווען אזא סעט אפ, וויאזוי וואלסטו עס אויסגעשטעלט? מיט פופציג טעג ציילען פין א פלעינע שבת אדער מיט פופציג טעג אונטערשיד פין חטים ביז שעורים?
ר׳ שליט אי אתה מודה אז מיט די approach פין די כוזרי ווערט די credibility פין קבלות חזל שוואכער אויב האבען חזל געקענט פארטייטשן די תורה לויט זייער געשמאק אין אויב האט פאר סאם ריזען איינער געהאלטן אנדערש שרייט מען צוויי טויזענט יאר במגל זה אם כן מה בין בני לבן חמי[/
פון דעם כוזרי איז א ראיה צו מיר, ווייל די גמרא זאגט דאך קלאר אז ממחרת השבת מיינט פסח, מיט דער הילף פון פארשידענע דרשות, כאטש יום טוב ווערט קיינמאל נישט אנגערופן שבת, אנדערש ווי דער כוזרי וואס זאגט אז די חכמים האבן עס פשוט מייסד געווען אויף א באשטימטע זמן, און לויט דעם איז באמת נישט קיין חילוק ווען מ'הייבט אן ציילן, משא"כ לויט די דרשות חז"ל איז א חיוב מן התורה צו ציילן דוקא פון ממחרת הפסח, און אזוי האט מען זיך אנגעבליך געפירט זינט מתן תורה.
אגב, דער כוזרי איז זייער מסתבר, ווייל אין די תורה ווערט נישט דערמאנט קיין איין מאל אז שבועות האט עפעס א שייכות מיט פסח, (אויסער לויט די דרשת חז"ל אז שבת מיינט פסח) עס איז שטארק ניכר אז דאס איז אן עקסטערע יום טוב פאר זיך.
יאירפון דעם כוזרי איז א ראיה צו מיר, ווייל די גמרא זאגט דאך קלאר אז ממחרת השבת מיינט פסח, מיט דער הילף פון פארשידענע דרשות, כאטש יום טוב ווערט קיינמאל נישט אנגערופן שבת, אנדערש ווי דער כוזרי וואס זאגט אז די חכמים האבן עס פשוט מייסד געווען אויף א באשטימטע זמן, און לויט דעם איז באמת נישט קיין חילוק ווען מ'הייבט אן ציילן, משא"כ לויט די דרשות חז"ל איז א חיוב מן התורה צו ציילן דוקא פון ממחרת הפסח, און אזוי האט מען זיך אנגעבליך געפירט זינט מתן תורה.
אגב, דער כוזרי איז זייער מסתבר, ווייל אין די תורה ווערט נישט דערמאנט קיין איין מאל אז שבועות האט עפעס א שייכות מיט פסח, (אויסער לויט די דרשת חז"ל אז שבת מיינט פסח) עס איז שטארק ניכר אז דאס איז אן עקסטערע יום טוב פאר זיך.
יוט ווערט טאקע קיינמאל נישט אנגעריפען יום השבת אבער עס ווערט אנגעריפען שבתון קען זיך הערן ממחרת השבת as a refrance צי די שבתון
אופס,
עס קוקט אויס אז איך האב נישט גיט אפגעלערנט דעם כוזרי. back to the drawing board then. 🙂
אגב מיר דארפען געדענקען אז די צדוקים וואס טענהן אז מען דארף לערנען נאר פשוט פשט האבען א וויכטיגע פאזיציע אין די ראמען פין הלכה. די גמרא סנהדרין לג: זאגט אז אויב א בי"ד האט זיך טועה געווען לזכות את החייב מיתה, בלייבט עס שוין אזוי אין מען איז נישט מחזיר. זאגט די גמרא אז אויב איז די טעות געווען אויף אזא הלכה וואס אפי' די צדוקים זענען מודי צו די הלכה, ד.ה. עס איז א בפירושע פסוק אהנע קאמפליצירטע דרשות [אין רמזימלעך] דעמאלטס איז מען יא מחזיר. ווייל זיל קרי בי רב. וביארו המפרשים אז מען קען אים נישט אנרופען א צדיק בדינו אויב עס איז ממש מפורש בהדיא אין די תורה אנדערש.
בעקיפין איז דא א שטיקעל לעגיטימאציע צו די צדוקישע גאנג. חז"ל זאגען דא אז עס שטייט אין פסוק 'צדיק אל תהרג', דרשנט מען אז איינמאל בי"ד האט אים געגעבן א דין צדיק אפי' בטעות קען אים שוין די בי"ד נישט צוריקרופען ווען זיי כאפען זייער טעות. זאגט אבער די גמרא אז דאס איז נאר ווען די פסק דין האט עפעס לעגיטימאציע. ד.ה. אז מצד די צדוקישער טייטש איז די פסק אויסגעהאלטען, דעמאלט קען דער פסק דין האבען א נאמען פין פסק דין. נמצא אז די דרשה זאגט, אז די תורה זאגט, אז די דרשה איז נישט אייזען שטארק. עפעס אזוי, ניין?
מוח שליטאגב מיר דארפען געדענקען אז די צדוקים וואס טענהן אז מען דארף לערנען נאר פשוט פשט האבען א וויכטיגע פאזיציע אין די ראמען פין הלכה. די גמרא סנהדרין לג: זאגט אז אויב א בי"ד האט זיך טועה געווען לזכות את החייב מיתה, בלייבט עס שוין אזוי אין מען איז נישט מחזיר. זאגט די גמרא אז אויב איז די טעות געווען אויף אזא הלכה וואס אפי' די צדוקים זענען מודי צו די הלכה, ד.ה. עס איז א בפירושע פסוק אהנע קאמפליצירטע דרשות [אין רמזימלעך] דעמאלטס איז מען יא מחזיר. ווייל זיל קרי בי רב. וביארו המפרשים אז מען קען אים נישט אנרופען א צדיק בדינו אויב עס איז ממש מפורש בהדיא אין די תורה אנדערש.

איז די דרשה אביסל באזירט, בדרך אסמכתא, אויף
צדיק אל תהרג =
צדוקי אל תהרג?

אפשר איז פשט אז דער דיין מוז נישט וויסן די דרשה, אבער א קלארע פסוק חומש מוז ער יא קענען, ממילא איז דאס סאך א גרעסער טעות.
היימישער ליטוואקמוח שליטאגב מיר דארפען געדענקען אז די צדוקים וואס טענהן אז מען דארף לערנען נאר פשוט פשט האבען א וויכטיגע פאזיציע אין די ראמען פין הלכה. די גמרא סנהדרין לג: זאגט אז אויב א בי"ד האט זיך טועה געווען לזכות את החייב מיתה, בלייבט עס שוין אזוי אין מען איז נישט מחזיר. זאגט די גמרא אז אויב איז די טעות געווען אויף אזא הלכה וואס אפי' די צדוקים זענען מודי צו די הלכה, ד.ה. עס איז א בפירושע פסוק אהנע קאמפליצירטע דרשות [אין רמזימלעך] דעמאלטס איז מען יא מחזיר. ווייל זיל קרי בי רב. וביארו המפרשים אז מען קען אים נישט אנרופען א צדיק בדינו אויב עס איז ממש מפורש בהדיא אין די תורה אנדערש.
בעקיפין איז דא א שטיקעל לעגיטימאציע צו די צדוקישע גאנג. חז"ל זאגען דא אז עס שטייט אין פסוק 'צדיק אל תהרג', דרשנט מען אז איינמאל בי"ד האט אים געגעבן א דין צדיק אפי' בטעות קען אים שוין די בי"ד נישט צוריקרופען ווען זיי כאפען זייער טעות. זאגט אבער די גמרא אז דאס איז נאר ווען די פסק דין האט עפעס לעגיטימאציע. ד.ה. אז מצד די צדוקישער טייטש איז די פסק אויסגעהאלטען, דעמאלט קען דער פסק דין האבען א נאמען פין פסק דין. נמצא אז די דרשה זאגט, אז די תורה זאגט, אז די דרשה איז נישט אייזען שטארק. עפעס אזוי, ניין?
איז די דרשה אביסל באזירט, בדרך אסמכתא, אויף
צדיק אל תהרג =
צדוקי אל תהרג?
עס שטייט אין פסוק נקי וצדיק אל תהרג, איז דאך שווער עס דארף ווען שטיין נקי אל תהרג, וואס פעלט אויס דאס ווארט צדיק. אמר ר' ליטאי, ש"מ תלת, ש"מ דאסור להרוג צדוקי, וש"מ דדין צדיק תלוי בדין צדוקי, וש"מ עוד דכדאי הוא לתורתינו ליתן מקום לדברי צדוקים כדי למנוע מלהרוג אפי' רשע המחויב מיתה.
יאירמוח שליטאגב מיר דארפען געדענקען אז די צדוקים וואס טענהן אז מען דארף לערנען נאר פשוט פשט האבען א וויכטיגע פאזיציע אין די ראמען פין הלכה. די גמרא סנהדרין לג: זאגט אז אויב א בי"ד האט זיך טועה געווען לזכות את החייב מיתה, בלייבט עס שוין אזוי אין מען איז נישט מחזיר. זאגט די גמרא אז אויב איז די טעות געווען אויף אזא הלכה וואס אפי' די צדוקים זענען מודי צו די הלכה, ד.ה. עס איז א בפירושע פסוק אהנע קאמפליצירטע דרשות [אין רמזימלעך] דעמאלטס איז מען יא מחזיר. ווייל זיל קרי בי רב. וביארו המפרשים אז מען קען אים נישט אנרופען א צדיק בדינו אויב עס איז ממש מפורש בהדיא אין די תורה אנדערש.
בעקיפין איז דא א שטיקעל לעגיטימאציע צו די צדוקישע גאנג. חז"ל זאגען דא אז עס שטייט אין פסוק 'צדיק אל תהרג', דרשנט מען אז איינמאל בי"ד האט אים געגעבן א דין צדיק אפי' בטעות קען אים שוין די בי"ד נישט צוריקרופען ווען זיי כאפען זייער טעות. זאגט אבער די גמרא אז דאס איז נאר ווען די פסק דין האט עפעס לעגיטימאציע. ד.ה. אז מצד די צדוקישער טייטש איז די פסק אויסגעהאלטען, דעמאלט קען דער פסק דין האבען א נאמען פין פסק דין. נמצא אז די דרשה זאגט, אז די תורה זאגט, אז די דרשה איז נישט אייזען שטארק. עפעס אזוי, ניין?
אפשר איז פשט אז דער דיין מוז נישט וויסן די דרשה, אבער א קלארע פסוק חומש מוז ער יא קענען, ממילא איז דאס סאך א גרעסער טעות.
פארוואס זאל דאס זיין א חילוק צו ער מיז ווען וויסען אדער נישט. טאמער וועל איך ווייזען אז דער דיין איז נעבעך אן אונס גמור ווייל אין זיין ביהמ"ד איז געווען א טעות אינעם ספר תורה, וועט דאס מיר עפעס טוישען? איך זיך נישט דא צו ברעכטיגען זיין סיבה אדער מקום של טעות. עס מיר מער משמע [אין אזוי האב איך געזעהן אין די מפרשים] אז דאס איז א הבנה אינעם גדר פין צדיק בדינו. ד.ה. אז מען דארף קענען האבען עפעס א מהלך אז דא איז געווען א פסק.
העלפט מיר פארשטיין א מאמר חז"ל, ס'איז פיקוח נפש!
רבותי, דאס איז א דרשה חז"ל אין וואס אונזער גאנצער עתיד ווענדט זיך. די גמרא זאגט אין סנהדרין צא אז אויב איינער גלייבט נישט אין תחיית המתים מן התורה וועט ער נישט האבן קיין חלק אין עולם הבא. רש"י איז מסביר אז מען מוז דוקא גלייבן אז עס האט א מקור אין די תורה, ווייל אויב נישט איז די אמונה גארנישט ווערד. איינע פון די מקורות פאר תחיית המתים איז די וואך, אינ'ם פסוק אז ישיר משה, און רשי ברענגט די גמרא אז עס שטייט בלשון עתיד אז ער וועט זינגען שירה לעתיד לבא. איי אויף אסאך פלעצער שטייט א לשון עתיד אויף הוה, ענטפערט רש"י אז דארט איז די כונה אז ער האלט דאס אין איין טון, אזוי ווי ככה יעשה איוב, אבער דא איז עס אן איינמאליגע זאך, וואלט געדארפט שטיין אז שר משה.
ואני בעניי, זע אין דעם א סתירה פון אומצאליגע פסוקים, ווי דער רמב"ן פרעגט שוין אז אין תהלים שטייט יעשו עגל בחורב, תפתח ארץ ותבלע דתן, אלעס אויף אן איינמאליגע זאך. ועוד, אפילו אויב עס איז טאקע שווער דעם פסוק, אפשר מיינט עס אז משה וועט זינגען נאכאמאל שירה, ביים די שירת הבאר, אדער אן אנדערע מאל, וואו איז פון דא א ראיה דוקא אויף תחיית המתים?
יאיררבותי, דאס איז א דרשה חז"ל אין וואס אונזער גאנצער עתיד ווענדט זיך. די גמרא זאגט אין סנהדרין צא אז אויב איינער גלייבט נישט אין תחיית המתים מן התורה וועט ער נישט האבן קיין חלק אין עולם הבא. רש"י איז מסביר אז מען מוז דוקא גלייבן אז עס האט א מקור אין די תורה, ווייל אויב נישט איז די אמונה גארנישט ווערד. איינע פון די מקורות פאר תחיית המתים איז די וואך, אינ'ם פסוק אז ישיר משה, און רשי ברענגט די גמרא אז עס שטייט בלשון עתיד אז ער וועט זינגען שירה לעתיד לבא. איי אויף אסאך פלעצער שטייט א לשון עתיד אויף הוה, ענטפערט רש"י אז דארט איז די כונה אז ער האלט דאס אין איין טון, אזוי ווי ככה יעשה איוב, אבער דא איז עס אן איינמאליגע זאך, וואלט געדארפט שטיין אז שר משה.
ואני בעניי, זע אין דעם א סתירה פון אומצאליגע פסוקים, ווי דער רמב"ן פרעגט שוין אז אין תהלים שטייט יעשו עגל בחורב, תפתח ארץ ותבלע דתן, אלעס אויף אן איינמאליגע זאך. ועוד, אפילו אויב עס איז טאקע שווער דעם פסוק, אפשר מיינט עס אז משה וועט זינגען נאכאמאל שירה, ביים די שירת הבאר, אדער אן אנדערע מאל, וואו איז פון דא א ראיה דוקא אויף תחיית המתים?
די גמרא וואס די ברעגסט אראפ איז אמר ר' מאיר.. שר לא נאמר אלא ישיר, מכאן לתחיית המתים מן התורה. איז דאך דאס זעלבע אויך אז יאיר לא נאמר אלא מאיר. נו פארוואס באצווינגסטו דיך אין אנוז אלע פונקט מיט דעי דרשה. 🙂 [ואולי ר' מאיר לשיטתיה אזיל דלא סבר מכלל לאו אתה שומע הן. ודו"ק]
נו איך פארשטיי אז מיטן נאכזאגען עס אין דיין נאמען האסטו שוין מקיים געווען דעם האומר דבר בשם אומרו. אבער ווען די זאגסט נאך עפעס בשם רש"י אין עס שטייט אין דע הג"ה אז עס איז נישט מדברי רש"י, איז דאך שוין יא שווער די קשיא. וואס וועט זיין מיט דעם מביא גאולה לעולם? הייסט עס אז נישט נאר תחיית המתים איז אין דזעפארדי דא.
ר' מאיר האט נישט געהייסן יאיר, ער האט געהייסן נהוראי!
און וויסן זאלסטו אז דאס איז שוין די בעסטע דרשה וואס איך האב געקענט טרעפן. אויב מען העלפט מיר נישט ארויס, וויל איך נישט זאגן וואס קען פאסירן.
יאירר' מאיר האט נישט געהייסן יאיר, ער האט געהייסן נהוראי!
ווער רעדט דען פין זיין ליגעל אראמעיק נאמען?
יאירר' מאיר האט נישט געהייסן יאיר, ער האט געהייסן נהוראי!
און וויסן זאלסטו אז דאס איז שוין די בעסטע דרשה וואס איך האב געקענט טרעפן. אויב מען העלפט מיר נישט ארויס, וויל איך נישט זאגן וואס קען פאסירן.
וואס קען שוין זיין, העסט דיר ח"ו אפטון א מעשה. נו מיר האבען דאך וועגן דעם תחיית המתים.
בד"וו, דער פסאודא רש"י זאגט עפעס אן אינטערסאנטען פשט'ל אז מען רעדט פין איינעם וואס גלייבט אין תחיית המתים [ווארשיינליך מכח מסורה] אבער ער גלייבט נישט אז עס שטייט אין די תורה, אין פאר דעם אליינס איז ער א "כופר גמור" [לשון זה ליתא בשום מקום אחר בדברי רש"י על הגמרא ועל תנ"ך]. אין אויף דעם זאגט די משנה אז אין לו חלק לעולם הבא.
די סיבה פאר דעם דוחק איז לכאורה ווייל ער האט געהאלטען אז תחה"מ אין עולם הבא איז די זעלבע זאך. נו וואס פאר א סטראשע איז צו זאגען פאר איינעם וואס גלייבט נישט אין תחיית המתים, דהיינו עוה"ב, אז מען וועט אים נישט געבען קיין עוה"ב. מוז דאך זיין די פשט אז ער גלייבט אין תחה"מ/עוה"ב נאר ער גלייבט נישט אז עס איז מוכח פינעם פסוק. דעמאלט איז דאך שוין זייער א גיטע סטראשע. והבן.
וע"ע בגמרא לקמן צא: אז ריב"ל דרשנט תחה"מ פינעם פסוק עוד יהללוך סלה. אין תוך כדי דיבור זאגט ער עוד יהללוך סלה מיינט עוה"ב. אלמא דדבר אחד הוא וכנ"ל. ודלא כהרמב"ם. ויש ליישב.
מוח שליטבד"וו, דער פסאודא רש"י זאגט עפעס אן אינטערסאנטען פשט'ל אז מען רעדט פין איינעם וואס גלייבט אין תחיית המתים [ווארשיינליך מכח מסורה] אבער ער גלייבט נישט אז עס שטייט אין די תורה, אין פאר דעם אליינס איז ער א "כופר גמור" [לשון זה ליתא בשום מקום אחר בדברי רש"י על הגמרא ועל תנ"ך]. אין אויף דעם זאגט די משנה אז אין לו חלק לעולם הבא.
די סיבה פאר דעם דוחק איז לכאורה ווייל ער האט געהאלטען אז תחה"מ אין עולם הבא איז די זעלבע זאך. נו וואס פאר א סטראשע איז צו זאגען פאר איינעם וואס גלייבט נישט אין תחיית המתים, דהיינו עוה"ב, אז מען וועט אים נישט געבען קיין עוה"ב. מוז דאך זיין די פשט אז ער גלייבט אין תחה"מ/עוה"ב נאר ער גלייבט נישט אז עס איז מוכח פינעם פסוק. דעמאלט איז דאך שוין זייער א גיטע סטראשע. והבן.
וע"ע בגמרא לקמן צא: אז ריב"ל דרשנט תחה"מ פינעם פסוק עוד יהללוך סלה. אין תוך כדי דיבור זאגט ער עוד יהללוך סלה מיינט עוה"ב. אלמא דדבר אחד הוא וכנ"ל. ודלא כהרמב"ם. ויש ליישב.
דאס איז נישט קיין בד"וו, דאס איז די רש"י וואס מאכט מיך ציטערן. אפילו אויב איך גלייב אין תחיית המתים, אויב בין איך נישט מודה אז דער מקור איז פון אז ישיר אדער אן אנדער פסוק, דעמאלט זענען מיינע אלע מצוות וואס איך האב אזוי שווער אנגעהארעוועט גארנישט ווערד. איך האלט אז ס'איז נישט קיין יושר אז צוליב פשט אין א פסוק זאל איך פארלירן מיין גאנצע עולם הבא. איך ווייס נישט פארוואס דו זאגסט מיט א זיכערקייט אז רש"י האט עס נישט געשריבן, סך הכל זאגט אזוי דער באר שבע מכח סברא און צוליב קשיות, אדער האט ער געוואלט בארואיגן זיין גילטי געפילן. די סיבה פארוואס רשי האט אזוי געלערנט, איז ווייל אזוי איז פשוט פשט אין די משנה, האומר אין תחיית המתים מן התורה. מען דארף אפילו נישט צוקומען צו רש"י.
אגב, מען קען אויך גלייבן אין תחיית המתים מכח די פסוקים אין יחזקאל, און א סטראשע איז עס אפילו אויב ער גלייבט נישט, ווייל ווען ער הערט "אין לו חלק לעולם הבא!" גיבט דאס אים א קיצל, אפילו ער גלייבט נישט.
לולי דמסתפינא, העט איך שטארק מחולק געווען מיט דיר.
פשוט פשט מיינט אז איינער זאגט אז עס איז נישט אזא זאך ווי תחה"מ אין די תורה, מיינט אז עס איז נישטא אזא זאך. תורה מיינט נישט דא תורה שבכתב, עס מיינט תורה ומסורה מסיני. קוק אהן די לשון הברייתא גראד נאך די משנה. "הוא כפר בתחה"מ". גארנישט מיט די ווארט תורה, ער איז פשוט כופר בתחה"מ. ולפיכך לא יהא לו חלק בתחה"מ. [אגב, דא זעהט מען אויך אז תחה"מ אין עוה"ב איז איינס. די משנה זאגט אין לו חלק לעוה"ב, אין די ברייתא וואס איז מפרש די משנה זאגט אין לו חלק בתחיית המתים]
איי וואס איז די סטראשע, ער גלייבט דאך נישט דערין? וועל, פאר אים איז עס נישט קיין סטראשע אבער מיר ווייסען דאך יא אז עס איז דא תחה"מ אין ווייל ער לייקענט פארלירט ער דאס. ס'איז א ביטערע עונש צו ער גלייבט דערין צו נישט.
וואס מיינסטו צו שרייבען וועגן יחזקאל? לויט דיין פשט מיז ער גלייבען פין תורה? נביאים איז נישט גיט? דעמאלטס האבען רבינא אין רב אשי פין דף צב. אויך נישט קיין חלק לעוה"ב ח"ו. זיי לערנען ארויס תחה"מ פין דניאל.
יאירמוח שליטבד"וו, דער פסאודא רש"י זאגט עפעס אן אינטערסאנטען פשט'ל אז מען רעדט פין איינעם וואס גלייבט אין תחיית המתים [ווארשיינליך מכח מסורה] אבער ער גלייבט נישט אז עס שטייט אין די תורה, אין פאר דעם אליינס איז ער א "כופר גמור" [לשון זה ליתא בשום מקום אחר בדברי רש"י על הגמרא ועל תנ"ך]. אין אויף דעם זאגט די משנה אז אין לו חלק לעולם הבא.
די סיבה פאר דעם דוחק איז לכאורה ווייל ער האט געהאלטען אז תחה"מ אין עולם הבא איז די זעלבע זאך. נו וואס פאר א סטראשע איז צו זאגען פאר איינעם וואס גלייבט נישט אין תחיית המתים, דהיינו עוה"ב, אז מען וועט אים נישט געבען קיין עוה"ב. מוז דאך זיין די פשט אז ער גלייבט אין תחה"מ/עוה"ב נאר ער גלייבט נישט אז עס איז מוכח פינעם פסוק. דעמאלט איז דאך שוין זייער א גיטע סטראשע. והבן.
וע"ע בגמרא לקמן צא: אז ריב"ל דרשנט תחה"מ פינעם פסוק עוד יהללוך סלה. אין תוך כדי דיבור זאגט ער עוד יהללוך סלה מיינט עוה"ב. אלמא דדבר אחד הוא וכנ"ל. ודלא כהרמב"ם. ויש ליישב.
דאס איז נישט קיין בד"וו, דאס איז די רש"י וואס מאכט מיך ציטערן. אפילו אויב איך גלייב אין תחיית המתים, אויב בין איך נישט מודה אז דער מקור איז פון אז ישיר אדער אן אנדער פסוק, דעמאלט זענען מיינע אלע מצוות וואס איך האב אזוי שווער אנגעהארעוועט גארנישט ווערד. איך האלט אז ס'איז נישט קיין יושר אז צוליב פשט אין א פסוק זאל איך פארלירן מיין גאנצע עולם הבא. איך ווייס נישט פארוואס דו זאגסט מיט א זיכערקייט אז רש"י האט עס נישט געשריבן, סך הכל זאגט אזוי דער באר שבע מכח סברא און צוליב קשיות, אדער האט ער געוואלט בארואיגן זיין גילטי געפילן. די סיבה פארוואס רשי האט אזוי געלערנט, איז ווייל אזוי איז פשוט פשט אין די משנה, האומר אין תחיית המתים מן התורה. מען דארף אפילו נישט צוקומען צו רש"י.
אגב, מען קען אויך גלייבן אין תחיית המתים מכח די פסוקים אין יחזקאל, און א סטראשע איז עס אפילו אויב ער גלייבט נישט, ווייל ווען ער הערט "אין לו חלק לעולם הבא!" גיבט דאס אים א קיצל, אפילו ער גלייבט נישט.
איך פארשטיי נישט אויב די דרשות חזל קאנווינסען דיך נישט פארוואס האסטי מורא ווען זיי זאגען אין לו חלק
יעדער מיט א משהו שכל, וואס נעמט אן אז אויך חז"ל האבן געהאט א משהו שכל, פארשטייט אז עס קען נישט זיין אזוי פשט אז ממוז גלייבען א קרומער פשט אין א פסוק און אז נישט אין לו חלק לעוה"ב. וואס מיינט יא דער מימרא? יש לעיין, וע"ע אמונות הכרחיות. אבער פשוט פשט, וכמ"ש אין דער פסאודו רש"י (דומני שגם בכת"י ליתא וצריך לבדוק), איז נישט מעגליך במציאות למי שיש לו מח בקדקדו.
עס איז מיר שווער צו גלייבען אז פון אזא חצי דיוק אין א שורה גמרא קען מען ארויסלערנען אזוינע יסודתדיגע זאכען. ווער עס האט אמאל געלערנט גמרא וייסט אז יעדער דריטער שורה אין די גמרא קומט אויס להלכה נישט כפשוטו אדער מיט אן אוקימתא וכו'. ס"ה תוס' האט זיך נישט באנומען אזוי מיט אגדות און עניני השקפה, אבער מקען זיך רוהיג פארשטעלן אז דא זאל זיין אויפן זייט א תוס' וואז זאל שטיין אזוי"
"וא"ת, והרי אמרו במסכת שבת שאין מקרא יוצא מדי פשוטו, ופשוטם של מקראות בכל מקום מורה שאין תחיית המתים ועולם הבא מן התורה. ואומר ר"י, דשמא בעל המאמר הזה היה כר' כהנא לפני שהגיע לי"ח שנים, ואנן נקטינן כלאחר י"ח שנה שהמקראות כפשוטם. או דילמא, שכוונתם על דרך שאמרו הלכה למשה מסיני גם על דברים שהם מדרבנן, כלומר "מן התורה" משל הוא לומר שדבר זה ברור להם בוודאות כאילו היה כתוב בתורה. ורשב"ם פירש שכל המימרות האלה לא נאמרו אלא להמון שלא ימרדו ויכפרו בתורה לגמרי, ולא לחכמים ומבינים בדעתם המבוארים בפ"ב דחגיגה שיודעים את האמת."
שוין, האבען מיר זיך געפטר'ט פון דער פחד פון אזא גמרא.
נאך מער, עס איז ידוע אז דער רמב"ם האלט אז ממוז בכלל נישט גלייבען יעדער זאך וואס שטייט אין די גמרא. און סקען אמאל זיין א טעות אין גמרא, און ער האט אפאר פאטענטן וויאזוי זיך צו פטר'ן פון א גמרא וואס געפעלט עם נישט מיט שיינעס, און אז נישט זאגט ער קלאר אין הקדמה פון מו"נ אז עס איז נישט קיין הירוס פון יסודי הדת צו זאגען אז עס זענען דא נארישקייטן אין רז"ל. איז ווער זאגט אז מיר מוזען גלייבען דער מימרא אין די גמרא?
איינגעמיירעט
צום ערשטען דער וואס האט געשריבען אז די ספרים זענען זיך נישט מתייחס צו די קשיות און דרייען זיך ארויס פון פארענטפערן די קושיות צו עם וועל איך מיך נישט מתייחס זיין משום אין משיבין וד"ל.
מבין ריסי קולמוסיך איז ניכר דיין פארווייטאגטקייט אויף יעדע ענין פנימי,איך בין דיך דן לכף זכות מן הסתם האט מען דיך אלץ קינד אנגעפאקט מיט א שפע פון אמונת טפילות,און ווען די אויגען האטסיך דער צועפנט ביסטו אזוי צובושעוועט געווארען,אז די האסט מחליט געווען דעיטס איט וואס מיין מיין אויגען זעעט איז אמת וואס נישט נישט.
קודם כל, איך פארשטיי אז ווען איר שרייבט "ודי למבין" מיינט איר מיר, ווייל ווער דען איז דער מבין אנישט איך..
איז בין איך אביסעל הולך רכיל מגלה סוד וואס איז דא מרומז למבינים.. איך פארשטיי אז אין משיבין אויף שאלות וואס מהאט נישט אויף זיין קיין נארמאלער תשובה. וויבאלד אלע תשובות זענען געבויט אויף דעוויסע הנחות, וואס כל זמן מנעמט זיי אן אן צו פרעגן איז טאקע גאנץ א גוטע פשט, און אדרבה זאל מען פרעגן און ענטפערן כדרכה של תורה. אבער ברגע וואס איינער פרעגט באמת מהיכן דנתני, ווערט ער מיטאמאל פון א תלמיד חכם צו אן אפיקורס, פארוואס? מאי שנא האי שאלה מהאי שאלה? פשוט, ווייל אויף א שאלה וואס איך האב אויף איר א צופרידענשטעלנדע תשובה איז ווער עס פרעגט די שאלה א תלמיד חכם און שואל כענין. ווען ער פרעגט אבער א שאלה וואס איך האב נישט דערויף א תשובה, איז די שאלה אן אפיקורסישע שאלה און אין משיבין וד"ל. (כידע שמי שמפריך את הקצוה"ח הוא ת"ח, ומי שמפריך את היוא"מ הוא אפיקורס. וד"ל.)
איך האף איר זענט מיר מוחל אויף די סארקיזם, איך האב פשוט געוואלט מסביר זיין פאר זי וואס זענען נישט קיין מבינים וואס טיישט וד"ל.
יעצט האסט בכלל נישט פארשטאנען מיין שאלה, אפשר ווילט איר נוצען דער דוגמא פון פויבסט וואס איך האב צוגעצייכנט וועט איר בעסער פארשטיין.? עס איז דא א סתירה, גוספל אחד מונה ייחוסו של ישו כך וכך, וגוספל אחר כך וכך, עס קען דאך ביידע נישט זיין ריכטיג. נע, נארישע אפיקורסים פרעגן נארישע שאלות, לו חכמו ישכילו זאת אז עס זענען דא סודות און פנימיות פארוואס דא שטייט אזוי און דא שטייט אזוי, און פטור אן עסק. עד כאן דברי הוד רוממות הפויבסט ימ"ש. וכאן הבן שואל, נניח אפילו עס איז אמת שיש סודות וכו', וויאזוי ווערט אבער פארענטעפערט די סתירה? האט ישוע'ס זידע געהייסען אזוי אדער אזוי? איז יוסף געווען זיין טאטע אדער רוח הקודש? די איינציגסטע וועג ווי אזא מהלך פארענעטפערט עפעס א קשיא איז נאר אויב זאגט ער אז קיין איינס איז נישט געעון אין מציאות כפשוטו און אלץ איז נאר סודות און פנימיות, אבער ער זאגט דאך נישט אזוי. יעצט שטעל צו דער משל צום נמשל, וד"ל.
לעיקוואדיעדער מיט א משהו שכל, וואס נעמט אן אז אויך חז"ל האבן געהאט א משהו שכל, פארשטייט אז עס קען נישט זיין אזוי פשט אז ממוז גלייבען א קרומער פשט אין א פסוק און אז נישט אין לו חלק לעוה"ב. וואס מיינט יא דער מימרא? יש לעיין, וע"ע אמונות הכרחיות. אבער פשוט פשט, וכמ"ש אין דער פסאודו רש"י (דומני שגם בכת"י ליתא וצריך לבדוק), איז נישט מעגליך במציאות למי שיש לו מח בקדקדו.
עס איז מיר שווער צו גלייבען אז פון אזא חצי דיוק אין א שורה גמרא קען מען ארויסלערנען אזוינע יסודתדיגע זאכען. ווער עס האט אמאל געלערנט גמרא וייסט אז יעדער דריטער שורה אין די גמרא קומט אויס להלכה נישט כפשוטו אדער מיט אן אוקימתא וכו'. ס"ה תוס' האט זיך נישט באנומען אזוי מיט אגדות און עניני השקפה, אבער מקען זיך רוהיג פארשטעלן אז דא זאל זיין אויפן זייט א תוס' וואז זאל שטיין אזוי"
"וא"ת, והרי אמרו במסכת שבת שאין מקרא יוצא מדי פשוטו, ופשוטם של מקראות בכל מקום מורה שאין תחיית המתים ועולם הבא מן התורה. ואומר ר"י, דשמא בעל המאמר הזה היה כר' כהנא לפני שהגיע לי"ח שנים, ואנן נקטינן כלאחר י"ח שנה שהמקראות כפשוטם. או דילמא, שכוונתם על דרך שאמרו הלכה למשה מסיני גם על דברים שהם מדרבנן, כלומר "מן התורה" משל הוא לומר שדבר זה ברור להם בוודאות כאילו היה כתוב בתורה. ורשב"ם פירש שכל המימרות האלה לא נאמרו אלא להמון שלא ימרדו ויכפרו בתורה לגמרי, ולא לחכמים ומבינים בדעתם המבוארים בפ"ב דחגיגה שיודעים את האמת."
שוין, האבען מיר זיך געפטר'ט פון דער פחד פון אזא גמרא.
נאך מער, עס איז ידוע אז דער רמב"ם האלט אז ממוז בכלל נישט גלייבען יעדער זאך וואס שטייט אין די גמרא. און סקען אמאל זיין א טעות אין גמרא, און ער האט אפאר פאטענטן וויאזוי זיך צו פטר'ן פון א גמרא וואס געפעלט עם נישט מיט שיינעס, און אז נישט זאגט ער קלאר אין הקדמה פון מו"נ אז עס איז נישט קיין הירוס פון יסודי הדת צו זאגען אז עס זענען דא נארישקייטן אין רז"ל. איז ווער זאגט אז מיר מוזען גלייבען דער מימרא אין די גמרא?
ניחמתנו, לעיקוואוד, ניחמתנו. ס'איז נאר א שאד אז מיר האבן נישט תוספות לעיקוואוד אויף גאנץ ש"ס, עס וואלט אונז ליכטיג געמאכט די אויגן.
מוח שליטלולי דמסתפינא, העט איך שטארק מחולק געווען מיט דיר.
פשוט פשט מיינט אז איינער זאגט אז עס איז נישט אזא זאך ווי תחה"מ אין די תורה, מיינט אז עס איז נישטא אזא זאך. תורה מיינט נישט דא תורה שבכתב, עס מיינט תורה ומסורה מסיני. קוק אהן די לשון הברייתא גראד נאך די משנה. "הוא כפר בתחה"מ". גארנישט מיט די ווארט תורה, ער איז פשוט כופר בתחה"מ. ולפיכך לא יהא לו חלק בתחה"מ. [אגב, דא זעהט מען אויך אז תחה"מ אין עוה"ב איז איינס. די משנה זאגט אין לו חלק לעוה"ב, אין די ברייתא וואס איז מפרש די משנה זאגט אין לו חלק בתחיית המתים]
איי וואס איז די סטראשע, ער גלייבט דאך נישט דערין? וועל, פאר אים איז עס נישט קיין סטראשע אבער מיר ווייסען דאך יא אז עס איז דא תחה"מ אין ווייל ער לייקענט פארלירט ער דאס. ס'איז א ביטערע עונש צו ער גלייבט דערין צו נישט.
וואס מיינסטו צו שרייבען וועגן יחזקאל? לויט דיין פשט מיז ער גלייבען פין תורה? נביאים איז נישט גיט? דעמאלטס האבען רבינא אין רב אשי פין דף צב. אויך נישט קיין חלק לעוה"ב ח"ו. זיי לערנען ארויס תחה"מ פין דניאל.
ולהוסיף על דברי האי לך לשון הרמב"ם הלכות תשובה פרק ג הלכה ו
ואלו הן שאין להן חלק לעולם הבא אלא נכרתים ואובדין ונידונין על גודל רשעם וחטאתם לעולם ולעולמי עולמים: המינים והאפיקורוסין והכופרים בתורה והכופרים בתחיית המתים ובביאת הגואל המורדים ומחטיאי הרבים והפורשין מדרכי צבור והעושה עבירות ביד רמה בפרהסיא כיהויקים והמוסרים ומטילי אימה על הצבור שלא לשם שמים ושופכי דמים ובעלי לשון הרע והמושך ערלתו.
ער האלט בכלל נישט פין דעי דוחק פשט אז אין תחיית המתים מן התורה מיינט אז מען לייקענט אז עס שטייט אין די תורה. ער לערנט קלאר אז מען רעדט אז ער איז פשוט כופר בתחיית המתים, נקודה.
אגב די רמב"ם האלט אז די איינציגסטע פסוקים וואס האבען א שטארקע הוכחה זענען די צוויי פסוקים פין דניאל. כשיטת רבינא אין רב אשי [די בתראים] בדף צב. עי' איגרת תחה"מ
זאת תחית המתים הוא שוב הנפש לגוף אחר המות כבר זכרה דניאל זכרון שאי אפשר לפרשו [א דערמאנונג וואס מען קען נישט אוועקטייטשען], והוא אמרו (דניאל י"ב ב'): "ורבים מישני אדמת עפר יקיצו אלה לחיי עולם ואלה לחרפות לדראון עולם", ואמר לו המלאך (דניאל י"ב י"ג): "ואתה לך לקץ ותנוח ותעמוד לגורלך לקץ הימין".
שפעטר זאגט ער אויך "שאין ראוי לפרש שני הפסוקים המגלים המורים עליה ראיה ברורה אשר לא יסבלו פירוש"
. מצד די תורה אלייס זאגט ער אז at best איז דא רמזים נסתרים. ער לייגט צו אבער אז די חז"ל אליינס קריגען זיך [אין דער האלט נישט פין דעם'ס רמז וכן להיפך] ממילא אפי' רמזים איז אויך נישט אזוי פשוט אז עס איז דא אין תורה. נאר אין דניאל זעהט ער דאס.
מען דארף נאך אלץ פארשטיין פארוואס איז הכופר בתחיית המתים אין לו חלק לעולם הבא. פארוואס עפעס איז דאס אזא וויכטיגע זאך. איבערהויפט אז מען רעדט אפי' אויב ער גלייבט אין עולם הבא. ועוד קשה, די רמב"ם איז דאך דער וואס זאגט אז מען האט נישט מגלה געווען פאר'ן דור המדבר די גאנצע ענין פין תחה"מ נו האבען זיי נישט געהאט קיין חלק לעולם הבא?
די רמב"ם אין איגרת תחה"מ איז מפרש אז די סיבה פארוואס דאס איז אן עיקר, והכופר בה אין לו חלק לעוה"ב, איז ווייל א כופר בתחייה נעמט זיך ווייל ער איז פשוט כופר במופתים. ער גלייבט פשוט נישט אז דער אייבערשטער איז בעל הבית אויך די בריאה [וזה כמאמיני הקדמות]. וועגן דעם איז אין לו חלק לעוה"ב. ולפי"ז מובן אז אויב מען האט פשוט נישט מודיע געווען פאר די דור המדבר ודורות שלאחריהם ביז דורו של דניאל, דעם גאנצען מושג פין תחה"מ, איז דאך פשוט עס איז נישט קיין פראבלעם. זיי גלייבען דאך אינעם ענין פין מופתים. זיי ווייסען פשוט נישט אז עס גייט זיין די געוויסע מופת
איגרת תחית המתים: שזאת ההכחשה מביאה להכחשת הנפלאות, והכחשת המופת - כפירה בעיקר ויציאה מן הדת. ולזה נחשוב תחית המתים מפנות התורה
ולפי"ז צ"ב על הפתגם הידוע פין ר' חיים בירסקער, אז דער חילוק פין גלייבען די אני מאמינ'ס ביז גלייבען אז אחות לוטן תמנע, וואס דאס מיז דאך אויך גלייבען. איז אז אויב איינער ווייסט פשוט נישט אז די שוועסטער פין לוטן איז געווען תמנע איז נישט קיין פראבלעם. אויב אבער איינער ווייסט פשוט נישט איינע פין די דרייצען אני מאמינ'ס איז נעבעך אן אפיקורס. ולפי הנ"ל איז דאס לאו דוקא.
קיבלתי באישי תיקון לדברי התוספות שהבאתי ע"פ כת"י ודפו"ר, הנה הנוסח המתוקן לפניכם, וייש"כ רב לבעל ההגהות על טירחתו.
תוספות לעיקוואד למסכת סנהדרין פרק חלק "וא"ת, והא אמרינן במסכת שבת דאין מקרא יוצא מדי פשוטו, ופשטיה דקרא דאין תחיית המתים ועולם הבא מן התורה. ואומר ר"י, דשמא ס"ל כר' כהנא קודם י"ח שנים, ואנן נקטינן כלאחר י"ח. א"נ י"ל, דמשל בעלמא נקט דדבר ברור הוא כמפורש בתורה, וכה"ג אשכחן בכל דוכתי הלכה למשה מסיני, אע"ג דמיירי במילי דרבנן. ורשב"ם פירש שלא נאמרו דברים אלו אלא כנגד דעת השומעים, שלא יבואו לכפור בתורה לגמרי, אבל החכם ומבין מדעתו יודע דברים לאמיתן"."
לעיקוואדקיבלתי באישי תיקון לדברי התוספות שהבאתי ע"פ כת"י ודפו"ר, הנה הנוסח המתוקן לפניכם, וייש"כ רב לבעל ההגהות על טירחתו.
תוספות לעיקוואד למסכת סנהדרין פרק חלק "וא"ת, והא אמרינן במסכת שבת דאין מקרא יוצא מדי פשוטו*, ופשטיה דקרא דאין תחיית המתים ועולם הבא מן התורה. ואומר ר"י, דשמא ס"ל כר' כהנא קודם י"ח שנים, ואנן נקטינן כלאחר י"ח. א"נ י"ל, דמשל בעלמא נקט דדבר ברור הוא כמפורש בתורה, וכה"ג אשכחן בכל דוכתי הלכה למשה מסיני, אע"ג דמיירי במילי דרבנן. ורשב"ם פירש שלא נאמרו דברים אלו אלא כנגד דעת השומעים, שלא יבואו לכפור בתורה לגמרי, אבל החכם ומבין מדעתו יודע דברים לאמיתן"."
גליון הש"ס
* ולא זכיתי להבין דבריהם הקדושים. הרי מבואר להדיא בהברייתא דהכוונה הוא שכופר בתחיית המתים לגמרי, ולא בדרשות הפסוקים. וה' יאיר עיני. וע"ע ברמב"ם פרק ג' מהלכות תשובה הלכה ו' שכתב כן להדיא. וצע"ג.
גליון לגליון: אם אין לזה מקור מן התורה, וכי מה מקורו? וכמו שכתב במיוחס לרש"י. ולמה שיהיה חייב להאמין בזה?
ובקשר לרמב"ם, גברא אגברא קרמית? ולגבי דעת הרמב"ם במהות תחייה"מ כבר הלכו בה נמושות ויש צד רציני שלא האמין בתחייה"מ בכלל.
איך האב געטון מיין האומווארק. דער יד רמ"ה, תוספות יום טוב, מלאכת שלמה זענען מעתיק די רש"י, און עס איז נישטא קיין כתב יד וואו עס שטייט נישט. אבער עס זענען דא וואס זענען נישט גורס אין די משנה די ווערטער מן התורה, און מעגליך אז דער רמב"ם האט געהאט אזא גירסא. דער באר שבע פרעגט טאקע אז איבעראל איז משמע אז נאר א כופר בתחיית המתים לגמרי איז א כופר, און ער לייגט אריין די רש"י אין דעם דיקן פייל פון 'תלמיד טועה כתבו'. די קשיא פון דעם גליון בית הקפה איז נישט שווער לענ"ד, ווייל רש"י איז דאך מסביר אז מיר האבן גארנישט פון זיין אמונה אויב ער גלייבט נישט אז עס שטייט אין די תורה, ממילא ווערט ער אנגערופן א כופר בתחיית המתים. ומכאן מוכח אז אמונה מיינט גלייבן אין עפעס וואס איז באזירט אויף ראיות. אנדערש איז נישט בלויז נישט א ריכטיגע אמונה, נאר ס'איז כפירה.
אבער איך האב מורא אז איך בין סייווי נישט קיין בן עולם הבא, ווייל איך ליין ספרים חיצונים.
יאירדי קשיא פון דעם גליון בית הקפה איז נישט שווער לענ"ד, ווייל רש"י איז דאך מסביר אז מיר האבן גארנישט פון זיין אמונה אויב ער גלייבט נישט אז עס שטייט אין די תורה, ממילא ווערט ער אנגערופן א כופר. ומכאן מוכח אז אמונה מיינט גלייבן אין עפעס וואס איז באזירט אויף ראיות. אנדערש איז נישט בלויז נישט א ריכטיגע אמונה, נאר ס'איז כפירה.
.
הלאווי וואלט געווען דער פשט ווי דו זאגסט. איך האב מורא אז דער פשט איז פונקט פארקערט, אז דער תביעה אויף אמונה איז נישט אז מען זאל האלטען אדער גלייבען אין א זאך מעצמו, נאר מען מוז גלייבען אז דאס קומט פון די תורה און משה רבינו. און אויב איינער גלייבט למשל אין תחיית המתים וייל ער האט ראיות אדער סברות לכך, און גלייבט נישט אז עס שטייט אין די תורה פון משה רבינו, הייסט ער א כופר לויט רש"י. ויל"ע.
לעיקוואדגליון לגליון: אם אין לזה מקור מן התורה, וכי מה מקורו? וכמו שכתב במיוחס לרש"י. ולמה שיהיה חייב להאמין בזה?
מסורה.
לעיקוואדובקשר לרמב"ם, גברא אגברא קרמית? ולגבי דעת הרמב"ם במהות תחייה"מ כבר הלכו בה נמושות ויש צד רציני שלא האמין בתחייה"מ בכלל.
נכון. החידוש שיש תחיית הגופים ויש עולם הבא לנשמות, לא נמצא בתלמוד. ואדרבא יש כמה ראיות מסוגיא זו ששניהם אחד הם. והערעורים על הרמב"ם לא היה בכדי.
אבל האיך אתה מפרש לשון הברייתא דמפרש למה אין לו חלק לעוה"ב משום "שהוא כפר בתחיית המתים לפיכך לא יהא לו חלק בתחיית המתים"?
לויט די רש"י איז מיר פארענטפערט געווארן נאך א קשיא, ווייל לכאורה איינער וואס לייקנט אין סיי וועלכע הלכה פון תורה שבעל פה איז א כופר, ווי די גמרא זאגט האומר אין תורה מן השמים אפילו דקדוק זה אפילו גזירה שוה זה, נאר געווענליך איז נאר א חיוב צו מקבל זיין די הלכה כשלעצמו, אבער ביי תחיית המתים איז א חיוב צו גלייבן אין דעם מקור אויך.
יאירלויט די רש"י איז מיר פארענטפערט געווארן נאך א קשיא, ווייל לכאורה איינער וואס לייקנט אין סיי וועלכע הלכה פון תורה שבעל פה איז א כופר, ווי די גמרא זאגט האומר אין תורה מן השמים אפילו דקדוק זה אפילו גזירה שוה זה, נאר געווענליך איז נאר א חיוב צו מקבל זיין די הלכה כשלעצמו, אבער ביי תחיית המתים איז א חיוב צו גלייבן אין דעם מקור אויך.
נו זאג אבער אליינס, איז דעו מעגליך צו גלייבען אז גאנץ תורה שבעל פה איז מסיני, יעדער גזירה שווה און דקדוק? עס איז דאך קלאר בלי שום ספק אז נישט ויש דברים שנתחדשו במשך הדורות וכמ"ש הרמב"ם בכ"מ.
ובהכרח מוז מען אנקומען למ"ש התוס'.
פון רמב"ם איז משמע אז דער חיוב איז צו גלייבן אז תורה שבעל פה בכלליות איז מסיני, כמו שבארתי במקום אחר.
מוח שליטלעיקוואדגליון לגליון: אם אין לזה מקור מן התורה, וכי מה מקורו? וכמו שכתב במיוחס לרש"י. ולמה שיהיה חייב להאמין בזה?
מסורה.
לעיקוואדובקשר לרמב"ם, גברא אגברא קרמית? ולגבי דעת הרמב"ם במהות תחייה"מ כבר הלכו בה נמושות ויש צד רציני שלא האמין בתחייה"מ בכלל.
נכון. החידוש שיש תחיית הגופים ויש עולם הבא לנשמות, לא נמצא בתלמוד. ואדרבא יש כמה ראיות מסוגיא זו ששניהם אחד הם. והערעורים על הרמב"ם לא היה בכדי.
אבל האיך אתה מפרש לשון הברייתא דמפרש למה אין לו חלק לעוה"ב משום "שהוא כפר בתחיית המתים לפיכך לא יהא לו חלק בתחיית המתים"?
מסורה ממה?
דעת הרמב"ם אסאך מער מחודש לגבי פשטות הדברים ווי דער נקודה שהבאת , אלא שזה חורג מנושא האשכול.
לא הבנתי מה קשה לך במידה כנגד מדה של הוא כפר וכו'. ? אגב, מזה מוכח דלא כהרמב"ם שיש חיוב באופן כללי להאמין בעיקרים לזכות לעוה"ב וליכלל ביהדות, שהרי הוצרכו לטעם פרטי של מדה כנגד מדה, ולא אמרו שהרי הוא כופר במה שכתוב בתורה.
יאירפון רמב"ם איז משמע אז דער חיוב איז צו גלייבן אז תורה שבעל פה בכלליות איז מסיני, כמו שבארתי במקום אחר.
וואס טוסטו אבער עם לשון הברייתא
אפילו קל וחומר זה , בשעת שאין ספק שהק"ו דרשו מדעתם? בהכרח שהרמב"ם סובר כמו התוס' שהבאתי.
אזוי ווי איינגעמיירעט האט גע'טענה'ט אז דער מהר"ל ודומיהן פארענטפערט די אלע דרשות, האב איך זיך מטריח געווען נאכצוקוקן אין באר הגולה וואס ער האט צו פארקויפן. שטעלט ענק פאר, ווי נאר איך עפן דעם ספר, אין ערשטן חלק, שרייבט ער אז אפילו אן אסמכתא איז פשוט פשט אין פסוק, וז"ל:
[quote="מהר"ל"]ח"ו שיהיה דבר אחד מדבריהם להרחבת הלשון וליופי המליצה, רק כל דבריהם אמת, וכאשר אמרו מנין דבר זה והביאו ראיה מן המקרא, יש באמת ראיה מן המקרא לדבריהם[/quote].
קוק איך אביסל ווייטער זע איך ווי ער איז מסביר אז דער חיוב נטילת ידים ליגט אין די תורה, ווייל מ'זעט פונ'ם פסוק וידיו לא שוטף במים אז די הענט זענען ענדערש מקבל טומאה. כאטש די גמרא (חולין קי) זאגט עס נאר אלס אן אסמכתא, האלט ער אז דאס ליגט אינ'ם פסוק. נאכדעם זאגט ער אז די אסמכתא אויף עירוב תבשילין פון אשר תאפו אפו איז אויך מבואר אין פסוק, ווייל עס וואלט געקענט שטיין סתם אפו היום, פארוואס שטייט דער לשון את אשר תאפו, מוז זיין אז אויב מען הייבט אן באקן פון פאר שבת איז עס גרינגער. ער ברענגט נאך איין דוגמא, און ער שרייבט אז על הכלל כולו יצא, און אלע אסמכתות ליגן אין פסוק, עס איז נאר א ווייטערע דרש, ממילא רופט מען עס אן אסמכתא.
ווען דער מהר"ל וואלט געליינט דעם אשכול וואלט ער זיך געריסן קריעה, און געזאגט אז אלעס קומט פון עוסק זיין אין פלפול.
יאיר,
עס איז נישט קיין קונץ צו צאמצוקלויבען קיצוניתדיגע ווערטער פין פריערדיגע אין שרייען געוואלד. די ביסט דאך דער וואס פארשטייט אז מען איז א פראדוקט פין די צייטן וואס מען לעבט אין. די קונץ איז צו טרעפן א יהדות וואס שטימט יא. ווען מען טרעפט א יד רמ"ה וואס איז אזוי מעתיק רש"י, איז כדאי צוצולייגען אז ער אליינס דינגט זיך אין זאגט אז עס מיינט פשוט כפירה בתחיית המתים. וכו' וכו'.
לעיקוואד,
לאמיר זיין רעאליסטיש. די גמרא גייט אוועק צוויי בלעטער צו זיכען וועלכע פסוק מען זעהט דאס. קיינער איז נישט מסכים צום צווייטען. לאמיך רעדען ברייט פאר א מינוט. עס איז א געהעריגע ליצנות צו זאגען אז די משנה האט אוועקגענומען עולם הבא פין א מענטש וואס האט נישט קיין אהנונג פין ווי מען זעהט דאס, בשעת וואס די משנה פילט ניטאמאל פאר וויכטיג צו זאגען ווי די פסוק געפינט זיך. לויט די פורים פשט, וואס האט מען געדארפט טון ביז די אלע אמוראים האבען געטראפען די רמזים? איז טאקע דא א מצוה צו מאכען אומשכלדיגע פשטים אין די משנה אין גמרא.
נאכדעם וואס די זעהסט די אלע רמזים האלטסטו נישט אז די משנה אין גמרא האבען געוויס געהאלטען פין תחיית המתים מכח מסורה. כ'פארשטיי נישט, ס'קוקט אויס אז מיר האבען געטוישט זייטן דא אין די גאנצע שאלה פין דרשות חז"ל. די קענסט בשום אופן נישט פארשטיין אז אזא עיקר הדת פין עוה"ב/תחה"מ איז געווען במסורה מדור דור. לעטס געט ריעל.
מוח שליט, איך פארשטיי אז עס איז אן ענין צו טרעפן שיטות וואס האלטן למשל אז מען דארף נישט לייגן קיין תפילין, צו לייכטער מאכן פאר אונזער שוואכער דור, אבער מיט אזא בעסיק זאך ווי מיין גאנצער עולם הבא בין איך נישט רואיג ביז איך ווייס אז איך באקום מיין האטעל רום אין גן עדן לויט אלע שיטות. וואס טו איך אז איך קום ארויף אין הימל און דער בית דין של מעלה באשטייט פון רש"י, דער רמ"ה, און תוספות יום טוב? וואס טו איך אויב די הימלישע פוסקים הייבן אן דרייען מיט די פינגער, 'לויט'ן רמב"ם און תוס' לעיקוואוד קען מען מקיל זיין און שיקן אין גן עדן, אבער לויט דעם רבן של ישראל רש"י הק', וועסטו מוזן מוחל זיין גיין אין גיהנם'. איך האלט נישט ביים זיך אנפלאגן הונדערט און צוואנציג יאר און נאכדעם הערן אזא פסק.
ס'איז א חילוק צו מען מאכט א ווערטעל אין ברענגט אפאר אינטערסאנטע מקורות, צו קאכען זיך אין אן ענין ווי כאילו עס איז אן אמתע פראבלעם אז רש"י זאגט אזוי. בשעת ווען מכח דיין קשיא זענען גאר אסאך ראשונים אוועקגעגאנגען פין דעם פשט.
שוין, ס'איז סתם א ריתחא דאורייתא. ווער נישט איבערגענומען ר' שליט. איך בין גאנץ זיכער אז מיין געשמאקער חלק אין גן עדן שטייט אנטאטשד, די בעט געוואנט איז שיין צאמגעלייגט, עטליכע ספרים חיצונים אין א זייטיגע שענקל זיך צו אויסלופטערן, און צוויי ווייסע מלאכים'לעך שטייען גרייט ביים טיר און פאכען מיט זייערע פליגלען מיר צו ווייזן וואו איך דארף אריינגיין.
וואס איז טאקע שילדיג איינער וואס גלייבט נישט?
וויל ער דען נישט גלייבן??
וואס זאל ער טוהן אז זיין שכל האט איינגעזעהן אזוי?
יאירשוין, ס'איז סתם א ריתחא דאורייתא. ווער נישט איבערגענומען ר' שליט. איך בין גאנץ זיכער אז מיין געשמאקער חלק אין גן עדן שטייט אנטאטשד, די בעט געוואנט איז שיין צאמגעלייגט, עטליכע ספרים חיצונים אין א זייטיגע שענקל זיך צו אויסלופטערן, און צוויי ווייסע מלאכים'לעך שטייען גרייט ביים טיר און פאכען מיט זייערע פליגלען מיר צו ווייזן וואו איך דארף אריינגיין.
אבער קיין חופה פין גינגאלד האסטו נישט, הע? יא יא כל אחד נכוה מחופתו של חבירו.