שבת אחים: אויב ס'איז טאקע אזוי, אז דו באליידיגסט דיך נישט און דו נעמסט נישט פערזענליך ווען איך מאך א ווערטל, וויל איך מיר נעמען דעם קוראזש און פרעגן אזא מין פראגע. לשיטתך, וואס דו זאגסט אז אויב מ'וועט אוועקנעמען פן די מענטשן (האמא סעפיענס. נישט די אנדערע האמא ---) זייערע סעלפאונס עלעקטריק און גאזאלין פאר זיייערע קארס, שיפלעך און עראפלאנען, וועללן זיי ווערן צוריק מאנקיס. וואס וועט זיין אויב מ'וועט געבן פאר מאנקיס אין זו אדער אין דזשאנגל אט די אלע זאכן. אפשר וועללן זיי ווערן מענטשן...?!
דרשות ואגדות חז"ל
483 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2713
ליטוואק פון בודאפעסטס׳פאסט טאקע אז דו זאלסט אנכאפען דער וויידעל און אפלאזען דער עיקר. וכמו שביארנו בשם הרמ"ש זצ"ל
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
די סיבה פארוואס איך ענטפער דיר נישט איז ווייל כהאב אפגמאכט אז כ׳טענה נישט מיט אזא איינער ווי דיר מעהר, נישט ווייל כהאב עפעס קעגן דיר פערזענליך ח״ו נאר כהאב געזעהן וויאזוי דיין פארדרייטע לאגיק ארבעט מעהר ווי איינמאל און ס׳פאסט מיר נישט צושטיין אין ווארט מיט דיר בכלל.
די לעצטע מאל ווען דו האסט געשריבן וועגן די אהבת ישראל און וויזניץ, איז עס צוגעגאנגען אזוי, אנגעהויבן האסטו אז די אהבת ישראל איז געוועהן פונקט אזא בעל מחלוקות ווי עני אנדערע רבי עיין ערך סיגוט, נאסוידער רב , ווען מ׳האט דיך געבעטן זאלסט זאגן די מעשה האסטו גארנישט גענטפערט, נאכדעם האסטו געשריבן אז ער איז ריספאונסעבאל פאר די פויערן אין בוקעווינע, נאכדעם האסטו געשריבן אז די אהבת ישראל׳ס חסידים זענען געוועהן פויערן.
איך וואלט אין מיין לעבן נישט גערעדט קיין פיפס אויפן חפץ חיים זצ״ל און אויך נישט אויפ׳ן חזון איש זצ״ל און די סטייפלער גאון זצ״ל, די סיבה:
1)איך האב זיי נישט געקענט בכלל
2)די מענטשען וואס האבן זיי יא געקענט-אלע מענטשען זאגן פה אחד אז זיי זענען געוועהן גרויסע מענטשען-ערליכע מענטשען.
לויט דיין שרייבן קען מען זעהן דו שיסט זאכן אין די וועלט אריין אין קיין טראפ בעיקינג, דו האסט נישט קיין מושג ווער דער ״אהבת ישראל״ איז געוועהן און גארנישט וועגן די אמאליגע מארמארישע אידענטום! זערו!!! און ווען מ׳קארנערט דיך שרייבסטו אז דו האסט קיינמאל נישט גערעדט אויף אים ווייל דו קענסט אים נישט 😢 🙄 ???? איז וואס שיסטו האלבע זאכן וואס דו האסט אמאל געהערט פאר דו האסט אן השגה וואס דו רעדסט בכלל??? ווייל ס׳פאסט דיר נישט אז סאיז געוועהן א חסידישע רבי אזא גדול בתורה ובחכמה וואס גאנץ מארמארוש און די גאנצע חרדישע אידנטום האט ער געשמט אלץ א ״מלאך אלקים״ ! נישט געוועהן א גדול אין זיין צייט וואס איז נישט ארויס פון התפעלות פאר אים, פון די אמרי יוסף מספינקא ביז ר׳ מאיר שפירא זצ״ל, פון די גאלאנטע רב זצ״ל ביז דער מנחת אלעזר זצ״ל וואס האט געזאגט אויף אים אז ער איז ״משיריי כנסת הגדולה פון תלמידי בעש״ט״ און אים אפאר מאל גערופן ״צדיק הדור״, ר׳ ישכר דוב מבעלזא זצ״ל, האמרי אמת מגור זצ״ל, ר׳ ברוך מגארליץ זצ״ל, ר׳ יהושע הארוויץ מדזיקוב זצ״ל, ר׳ יצחק אייזיק מספינקא בעל חקל יצחק זצ״ל, ר׳ יואל מסאטמאר זצ״ל, קאסאן׳ער רבי זצ״ל, באבובער רב זצ״ל, ר׳ יהושע גרינוואלד מחוסט זצ״ל, ר׳ יוסף צבי דשונסקי זצ״ל, ר׳ משה פאנעט מדעש זצ״ל האט געזאגט אז ״ער איז א לעבעדיגע ספר תורה״, ר׳ יחזקאל מראדאמסק בעל כנסת יחזקאל זצ״ל, ר׳ שלום מרדכי מברזאן זצ״ל , הרה״צ ר׳ אברהם יהושע העשל מקאפיטשניץ זצ״ל, ר׳ ישכר דוב אייכענשטיין מוועערצקי-זיטשוב זצ״ל, ר׳ אברהם שלום האלבערשטאם מסטרופקוב זצ״ל, ר׳ יהודא ראזנער מ׳סקאלהיד זצ״ל, ר׳ דוד שפערבער מבראשוב זצ״ל, ר׳ משה יחיאל בע״מ אש דת זצ״ל וואס האט געזאגט ער גלייבט באמונה שלימה אז ווען דער אהבת ישראל וואלט געלעבט אין די צייטן פון די סנהדרין וואלט ער אויך געוועהן פון די גדולי הדור! זיין תלמיד ר׳ אהרן ראטה משומרי אמונים זצ״ל, זיין אייניקל ר׳ יודלע זצ״ל וכו׳ וכו׳.
זאגן אויפן הייליגען ״אהבת ישראל״ אז ער איז א בעל מחלוקות איז פונקט ווי זאגן אויפן ״חפץ חיים״ אז ער איז געוועהן א בעל לשה״ר!!! גארנישט אנדערש!
די חוצפה פון דיר אנצורופן א גאנצע שבט אידן פון צענדליגער טויזענטער וויזניצער אידן איבער די גאנצע וועלט אלץ פויערן, און רעדן אויף זייער רבין וואס זיי האלטן אז ער איז געוועהן א ״קדוש וטהור״, ווי שעמסטו דיך נישט צו שרייבן אויף כמעט די איינציגסטע גרויסע רבי אין די לעצטע הונדרעט יאהר וואס איז נישט געוועהן פארמישט אין קיין שום מחלוקות אז ער איז געוועהן א בעל מחלוקות???
ניין! דו וועסט נישט פארדרייען היסטאריע!
שרייב א תגובה ווי דו בעטס איבער אלע וויזניצע חסידים פארן זיי רופן פויערן, סאיז דא צענדליגער טויזענטער ערליכע וואוילע וויזניצער-חסידים איבער דער גארער וועלט וואס דינען דעם אייבערשטען פונקט ווי דיר, גרויסע תורה-חסידישע צענטערן אין יעדע ווינקל ווי עס וואוינען נאר אידן טראגן דעם אהבת ישראל׳ס נאמען און גייען אין זיינע וועגן, האסט נישט קיין שום רעכט צורעדן אויף זיי סתם אזוי און זיי אנרופן פויערן מיט א לשון גנאי ווייל זיי זענען אביסל אנדערש ווי דיר! וואש אויס דיין מויל מיט זייף, און אפשר נאכדעם וועלן מיר ווייטער רעדן.
Re: דרשות ואגדות חז"ל
נאכדעם גייט ער מיר איינרעדן אז ער גלייבט נישט....
Re: דרשות ואגדות חז"ל
אקעי, פאר מיר איז פורים היינט, איך וועל דיר נישט פארהאלטען פאר׳ן פארדרייען מיין ווערטער, הגם אז דו האסט נישט באוויזען דער מידה און דו ביסט דא אנגעקומען פארשמירען אן אשכול לא לך אויף אן אנדערע נושא.
האט׳ס א פרייליכען פורים און טוט׳ס תשובה באצייטענס.
א פרייליכען פורים!
Genetics is not destiny
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
האט׳ס א פרייליכען פורים און טוט׳ס תשובה באצייטענס.
א פרייליכען פורים!
Genetics is not destiny
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
שבת אחים.... פורים ברגע האמת קומטסו ארויס פון קלאזעט.... דיין בלוט איז נישט רויט, ס'איז וויזניץ! בא בא באם, בא בא, בא בא באם, אוי יו יו יו, אוי יו יו יו.... הא הא לשם יחוד....
שבת אחים וועט עקסטער כאפן. מילא ער גלייבט נישט ווייל ער איז נישט איבערצייגט און ער שפירט אגנאסטיש איז איין זאך. אבער גלייבן אין כל מיני שטותים נאר נישט אין וואס מ'דארף פאר דעם וועט ער עקסטער ברענען.
.
.
אפילו דאכצעך אין חז״ל שטייט די גיהונים נאר ברמיזה, און זייער אומ-קלאר, ס׳שטייט למשל ״עז פנים לגיהונים״ אבער אן קיין דיטעילס איבער די גיהונים, און וואס דארט טוט זיך.
Re: דרשות ואגדות חז"ל
ביזט נישט דער ערשטער חכם וואס קומט מיט די קשיא. עס איז שוין דא שטארקע הסבירים פארוואס עס איז נישט דערמאנט אין תנך, און הכריחים פארוואס עס מוז אזוי זיין
טמירביזט נישט דער ערשטער חכם וואס קומט מיט די קשיא. עס איז שוין דא שטארקע הסבירים פארוואס עס איז נישט דערמאנט אין תנך, און הכריחים פארוואס עס מוז אזוי זיין
איך טענה בכלל נישט אז איך בין דער ׳ערשטער חכם׳, א נייע וועג פון ענטפערן קשיות אויף אמונה- ״ביסט נישט דער ערשטער חכם״!!!, ס׳בלייבט נאכאלץ שווער די קשיא, לאמיר הערן איינע פון די שטארקע הסבירים פארוואס ס׳שטייט נישט אין די תורה.
א מין גערעדאכץ! ביסט נישט דער ערשטער חכם, כהאב נישט געוואוסט די נייע געזעץ- אויב ווילסטו פרעגן א קשיא אויף אמונה מוז מען אויפקומען מיט א Brand New קשיא ווייל אויף די אלטע קשיות איז דאך דא א פשוטע תירוץ:
״ביסט נישט דער ערשטער וואס פרעגט די קשיא״!!!
.
שבת אחים שיינט צו זיין אן ארענטליכער איד וואס הארגעט נישט,.....פונעם אהבת ישראל פערזענליך איז ער יא אינספערירט ווייל זיין משפחה האט בייגעוואוינט פון די נאנט זיין ספיריט און לויטערקייט, אבער דאס פירט אים נאך נישט צו גלויבן אין רעדזשימישע אויבערגלויבן.
moshav zekeinimשבת אחים שיינט צו זיין אן ארענטליכער איד וואס הארגעט נישט
.
ער שטאמט פון יענע חסידים
זיין קאך צו זיין רבי דערמאנט פון יענע וואס האבן פארענדיג אין יום השבת ווען מען איז מצווה אויף לא תרצח און היטן דעם שב"ק, געקענט זיך "אנעמען על כבוד רבם" און הרגענען א צווייטן פאר זייער אהבה צו וויזניץ
די עובדות ליגן צווישן די שורות פון זיין תגובה
פאר די זעלבע כח התאוה צו קענען זינדיגען און נישט זיין משועבד צו די תורה, איז אים ליבערשט נישט צו גיין מיט די תורה, פאר דעם זעלבן תאוה הארגעט ער א צווייטער וואס נעמט אים צו די טעם פינעם פאטעיטא קוגל מיטן ווארעמען ניגון.
.
.
Re: דרשות ואגדות חז"ל
ס׳איז שוין דא ערגעץ אן אשכול וועגען פארוואס ס׳שטייט נישט גן עדן און גיהנום מפורש אין תורה שבכתב, נאר ברמיזה. א סאך ראשונים רעדען עס ארום, און דער מהר"ל האט אן אריכות דערויף.
ביי די וויכוחים מיט די קריסטן\משומדים פון אמאל איז דאס געווען א שטארקע נושא, עי׳ באוצר הויכוחים.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ביי די וויכוחים מיט די קריסטן\משומדים פון אמאל איז דאס געווען א שטארקע נושא, עי׳ באוצר הויכוחים.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מסתמה נאר ביי ויכוחים פון כופרים אין די אראבישע לענדער, קריסטן האבן אלע געמוזט גלייבן אין שכר ועונש.
Re: דרשות ואגדות חז"ל
Wow
איך האב געמיינט אז דיר באדערט ''חרדישקייט'' למעשה איז אידישקייט דיין צרה.
איך האב געמיינט אז דיר באדערט ''חרדישקייט'' למעשה איז אידישקייט דיין צרה.
חס ושלום, איך בין פארליבט אין אידישקייט, איך קוק אבער אן אידישקייט מיט אן אביעקטיווער בליק.
חרדישקייט אבער האב איך פיינט מבית ומחוץ
חרדישקייט אבער האב איך פיינט מבית ומחוץ
לכבודך גראף האב איך פארמעקט דער תגובה, דער עולם איז נישט גרייט פאר אזוי דוגרי צום אמת.
moshav zekeinimאיש את רעהוmoshav zekeinimשבת אחים שיינט צו זיין אן ארענטליכער איד וואס הארגעט נישט
.
ער שטאמט פון יענע חסידים
זיין קאך צו זיין רבי דערמאנט פון יענע וואס האבן פארענדיג אין יום השבת ווען מען איז מצווה אויף לא תרצח און היטן דעם שב"ק, געקענט זיך "אנעמען על כבוד רבם" און הרגענען א צווייטן פאר זייער אהבה צו וויזניץ
די עובדות ליגן צווישן די שורות פון זיין תגובה
פאר די זעלבע כח התאוה צו קענען זינדיגען און נישט זיין משועבד צו די תורה, איז אים ליבערשט נישט צו גיין מיט די תורה, פאר דעם זעלבן תאוה הארגעט ער א צווייטער וואס נעמט אים צו די טעם פינעם פאטעיטא קוגל מיטן ווארעמען ניגון.
דיין תאווה איז צו גלייבן אין , און דו וועסט טון אלע בהמה-שטיק צו פארפילן דער תאווה.
.
כל זמן די וואוינסט מיט..
ביסטו נאמן אויף דעם אז דאס איז וואס די גליסט און זיכסט
דאס איבריגע איז צו בארואיגן געוויסן, און שולד געפיל.
כ'גיי דיר נישט העלפן בארואיגן דיינע געפילן, ווען די תאוה בארואיגט זיך דיר קום צוריק.
Re: דרשות ואגדות חז"ל
דו ווייסט שוין וואס שטייט אין די וויכוחים און דו האסט אוועק געשטעלט אז ס׳איז נאר אין אראבישע לענדער.
קויף דער ספר דא <a class="postlink" href="https://smile.amazon.com/gp/aw/d/1532709951/ref=mp_s_a_1_1?ie=UTF8&qid=1489594432&sr=8-1&pi=AC_SX236_SY340_FMwebp_QL65&keywords=havikuchim&dpPl=1&dpID=21VZrsmE0bL&ref=plSrch">https://smile.amazon.com/gp/aw/d/153270 ... ref=plSrch</a> און לערן עס אדורך.
דאס וואס דו רופסט עס אן פשעטלעך איז גארנישט מיט נישט. ראשונים זאגען סברות געבויט אויף תורה, און ווילאנג מ׳האט עס נישט געלערנט בעיון, זאל מען ווייזען אביסל שכל נישט אריינצורעדען.
און סתם אזוי, דער גאנצע פשטות דיינער אז תורה שבכתב איז דער גאנצע זאך, און וואס ס׳פעלט דארט איז נישט וויכטיג איז קעגען דער גאנצע תורה. דער רמב"ן זאגט אונז אז די גאנצע בריאת שמים וארץ דארף נישט שטייען אין תורה כדי אז אידען זאלען גלויבען דערין. תושבע"פ איז מסיני, און וואס מיר ווייסען דערפון איז אז הקב"ה מעמיש לעוברי מצוותיו ומשלם שכר למקיימי מצוותיו. און די מקור איז טאקע מרומז אין דער וואכעדיגע סדרה ׳מי אשר חטא לי אמחנו מספרי׳, עיי"ש בהקדמה לפרק חלק.

פאר די כופרים צווישן אונז ביטע טרעט ארויס פון די אגדות חז״ל אשכול און פון סיי וועלכע תורה שמועס,
א דאנק
א דאנק
שבת אחיםאפילו דאכצעך אין חז״ל שטייט די גיהונים נאר ברמיזה, און זייער אומ-קלאר, ס׳שטייט למשל ״עז פנים לגיהונים״ אבער אן קיין דיטעילס איבער די גיהונים, און וואס דארט טוט זיך.
שבת אחים: דאס לאזט מען פאר א יעדן אויסצוגעפונען פערזענליך. ווען די צייט קומט. מיין רבי אין חדר האט עס אראפגעלייגט אויף דעם פאלגנדיגן אופן. דער גהינם איז קאסטום מעיד פאר א יעדן איינעם לויט די עבירות וואס ער האט עובר געווען .(די פאלגנדע איז קאפי/פעיסט. פון מיין רבי). אויב איינער האט געטאנצען וואו און מיט וועם מ'טאר נישט וועט מען איהם אין גהינום מאכן א הייסן סיעלינג און א הייסן פלאהר. ווען ער וועט אנטאטשן דעם פלאהר און ס'ועט בריען, וועט ער געבן א טאנץ. אבער דאמאלס וועט איהם דער הייסער סיעלינג אפבריען. וועט ער זיך אראפבייגן. דאמאלס וועט ער כאפן א בריה פון די פלאהר. וחוזר חלילה. די אנדערע חלקים פאר די אנדערע עבירות האט מיין רבי נישט געזאגט...!
@ליטוואק, הייסט עס א נייער סטייל פון א טענה'ריי, "קויף דעם ספר"?!. איך האף א דאס איז נישט קיין נייער מארקעטינג סטראטעגיע...
וואס מיינען דיינע כסד'דיגע פארביסענע רעאקציעס?! איך האב משער געווען אז עס איז לא יתכן אזא ויכוח מיט א קריסט, ווייסטו אז דער פאקט איז אנדערש גיב מיר א ביישפיל אין צוויי ווערטער, נישט שיק מיר צום בוק סטאר. איך האב אגב געזעהן מיט יארן צוריק דעם אוצר ויכוחים פון אייזנשטיין, אדרבה דערמאן מיר א ויכוח וואו א קריסט ווייזט אויף אז עס איז נישטא קיין עולם הבא.
כלפי די אנדערע זאכן וואס דו טענה'סט, וואס זאל איך טון אז די אלע תירוצים הערן זיך נישט אין מיינע אויערן גענאגלט חד וחלק שאין בהן דופי. איך האב פאר מיינע אויגן א פאזל און דער וועג וויאזוי עס שטימט די מערסטע פון אלע זייטן דאס נעם איך אן מיט הכנעה שלימה, טאמער נישט אז זה בעיה גדולה. קללות און געקינסלטע סארקאזם וועט נישט טוישן דעם אמת.
מיר האט מען געלערנט אז חותמו של הקב"ה אמת, וואס דער אמת איז מכל הצדדים ווי א פערטיגער פאזל אט דאס איז הקב"ה און נישט פארקערט, און דער אמונה נעם איך אן טראץ די שוועריגקייטן

האסט געהאט נאך א ברירה. אז דו ווייסט נישט, האסטו געקענט אדער שווייגען אזער זאגען דו ווייסט נישט. איך זאג דיר אז דאס איז א חלק פון די וויכוח.
דו דרייסט גאנץ פיין אויס. דער תושבע"פ זאגט אונז עפעס. האסטו מחליט געווען אז נישט זיין אין תושב"כ איז א שטארקע ראיה. וואס עפעס? ווער זאגט דיר אז תושב"כ איז וויכטיגער ווי תושבע"פ? דער רמב"ן זאגט דאך נישט אזוי.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דו דרייסט גאנץ פיין אויס. דער תושבע"פ זאגט אונז עפעס. האסטו מחליט געווען אז נישט זיין אין תושב"כ איז א שטארקע ראיה. וואס עפעס? ווער זאגט דיר אז תושב"כ איז וויכטיגער ווי תושבע"פ? דער רמב"ן זאגט דאך נישט אזוי.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דיין שפראך איז אנגעפיקעוועט מיט בלינדע שנאה, דו ביסט נישט ארגומענט פרענדלי. בכלל מיניפילירסטו דא ארום, ווי קומט דער רמב"ן דא אריין? איך האב מיר עפעס געשוואוירן ביי זיי בארד?! גאט האט מיך אויך געשאנקען א מח איך קען אליינס צוזאמענשטעלן איינס מיט איינס.
איך קום נישט זאגן דא וואס עס איז וויכטיגער, איך וויל נאר זאגן אז דער ספר תורה מיט וואס דו טאנצט אום שמחת תורה מיט גרויס עקסטאז זאגט נישט גארנישט וועגן שכר ועונש און משיח, ביסטו צופרידן מיט פשטים פון שפעטעריגע גדולי ישראל וואס דו ווילסט רופן תורה שבעל פה, געזונטערהייט, איך זעה עס אבער נאך נישט שטימען אין די אש שחורה על גבי אש לבנה.

ביטע איגנארירן.
א דאנק.
א דאנק.
כ'פארשטיי נישט די וויכוח דא, כאילו אונז זענען צדוקים וואס גלייבען נאר אין תורה שבכתב.
געוואלדיגפאר די כופרים צווישן אונז ביטע טרעט ארויס פון די אגדות חז״ל אשכול און פון סיי וועלכע תורה שמועס,
א דאנק
שכח פארן פארמעקן, און פארטרייבן די מדברים סרה על חכמינו ז"ל און ווילן אינז אנשיטן מיט צדוקישע אפיקורסישע דעות.
.
@Moshav zekeinim דיין פלענער אונטער צו ברענגען חרדישקייט דורך אומוויסענדקייט און שלעכטס פארט ווי א באן, ניין? יעדער זעט שוין איין אז וואס ווייניגער מעווייסט, וואס ווייטער מעפארקריכט פון תורה און יידישקייט.
יעדער זעט שוין איין אז פון נישט היטען תורה, ווערט מען אין גאנצען אויסגעארבעט אין די מדות, טאקע די מדת ההתנשאות ודל גאות.
יעדער קען שוין וויסען פאר זיך אז הצלחה מיינט אפלאזען יידישקייט. יעדער זעט אז פון דעם קומט מען צו צו זיצען אויף קאוועשטיבעל און שרייבען דברי חכמה וואס ווערען קודם אפגעלאכט און נאך דעם אויסגעמעקט.
איך האלט אז דו זאלסט בלייבען אין שטיבעל, ווייל טאמער איינער צווייפעלט צו ער זאל בלייבען פרום, קען ער קוקען אויף דיר און גלייך וויסען וואס איז דער קלוגער צד.

ווער ביסטו? מיין ברודער, מיין פעטער? איך זעה דיר דא איינמאל א יובל, קיין פיפס דברי תוכן הערט מען נישט
פון דיר, שווימסט אפיר באוואפנט מיט אלערליי פייפערלעך נאר אויפציווייזן מושב זקנים ווי ווייט אומ'מוצלח'דיג ער איז...
פון דיר, שווימסט אפיר באוואפנט מיט אלערליי פייפערלעך נאר אויפציווייזן מושב זקנים ווי ווייט אומ'מוצלח'דיג ער איז...
איך קוק און שטוין:
איין צודרייטער פארדרייט יעדע אשכול, רעדט נישט צום דבר, רעגט אויף אלע לייענער, און יעדע צווייטע תגובה זיינער ווערט האלבוועגס אדער גענצליך פארמעקט, צוליב "כפירה", "זלזול בחז"ל", "וואלגארישע אויסדריקען", א.א.וו.
יעדע נארמאלע ניק האט שוין עטליכע מאל אויסגעדריקט זיין מורת רוח פון דער משוגענערס התנהגות, יעדע צווייטע ניק האט אים שוין פארשריגען דורכאויס זיין היסטאריע, און עטליכע ניקס האבן זיך עמטליך אפגעזעקעלט פון דא צוליב זיינע פערדישע אויסברוכן יעדן שני וחמישי (נישט יעדע פאר טעג, נאר יעדע פאר מינוט).
ער האט שוין עובר געווען אויף יעדע תקנה פון ק"ש, ער איז א טראלל לויט יעדן תקנה פון יעדע וועלטליכע פארום, ער דארף ווען צו זיין אויסגעשפארט לויט תקנות המקום ווי לויט שכל הישר.
צווישען ר' לייבושל פשעווארסקער און שלום ווייסמאן, בלייבט איבער געונג צייט ביי דעם (אנטווערפענע?) מטורף צו פארפירען קעגן "אלע" חרדים, און דאס מיינט - "אונז" אויפצוקלערן אדער אויפצורעגן.
איינער פארשטייט נאך וואס ער זיכט דא?
בעסער געפרעגט:
איינער פארשטייט נאך פארוואס ער איז נישט גענצליך אויסגעשפארט געווארן פון דא איינמאל פאר אלעמאל?!

ארי נוהם
איינער פארשטייט נאך וואס ער זיכט דא?
בעסער געפרעגט:
איינער פארשטייט נאך פארוואס ער איז נישט גענצליך אויסגעשפארט געווארן פון דא איינמאל פאר אלעמאל?!
איך האב אויפגעוויזן דעם ארי נוהם מער פון איינמאל אז דער ווייסט נישט וואס טוט זיך אין היסטאריע, האט ער געכאפט אן אויסברוך.
Re: דרשות ואגדות חז"ל
איגנארירן ביטע.
עי' כאן
ער האט אראפגעשטעלט א יסוד אז ער קען היסטאריע. איי ער האט א שטארקע שוואכקייט אין קענען פארנעמען עפעס וואס ליינט זיך אנדערש ווי ער וויל הערן. טא וואס האסטו פון דיין גאנצע היסטאריע אז די האסט נישט קיין השגה וויאזוי עס צו פארדייען?
moshav zekeinimדיין שפראך איז אנגעפיקעוועט מיט בלינדע שנאה, דו ביסט נישט ארגומענט פרענדלי. בכלל מיניפילירסטו דא ארום, ווי קומט דער רמב"ן דא אריין? איך האב מיר עפעס געשוואוירן ביי זיי בארד?! גאט האט מיך אויך געשאנקען א מח איך קען אליינס צוזאמענשטעלן איינס מיט איינס.
איך קום נישט זאגן דא וואס עס איז וויכטיגער, איך וויל נאר זאגן אז דער ספר תורה מיט וואס דו טאנצט אום שמחת תורה מיט גרויס עקסטאז זאגט נישט גארנישט וועגן שכר ועונש און משיח, ביסטו צופרידן מיט פשטים פון שפעטעריגע גדולי ישראל וואס דו ווילסט רופן תורה שבעל פה, געזונטערהייט, איך זעה עס אבער נאך נישט שטימען אין די אש שחורה על גבי אש לבנה.
מושב זקנים: איך וועלל דיר אבער יא זאגן עפעס. נאר ווער ביניך דען אן איינפאכער, פשוט'ער בעל עגלה. (און איינער וואס פארשטייט די פונדאמענטאלע פרינציפן פון עלקטריציטעט און עלעקטראניקס. און איינער וואס רעדט, שרייבט און פארשטייט בערך 6 שפראכן. און איינער וואס האט געליינט עטליכע ביכער איבער רעליגיע און היסטאריע. ספעציעל אמעריקאנער, און אידישע היסטאריע.אה, שיעור פארגעסן. און איינער וועלכער האט א ביסל געלערנט און פארשטייט דעם טיעפן ספר ..."חובת הלבבות"... אויך איינער וועלכער האט א טיעף איינגעווארצלטע אמונה בה' . אויך ביניך א מאמין בדברי חז"ל. נאר וואס זענען דען אט די אלע מעלות אנטקעיגן אזא הויכגעשעצטן פילאזאף און מלומד. אויך א כופר בעיקר און אפיקורס ווי דו ביסט. פונדעסטוועגן וועל איך מיר נעמען די דרייסטקייט און זאגן אז אן תורה שבעל פה, וואס איז אן אינטעגראלער טייל פון דברי חז"ל קענמען נישט פארשטיין און ריכטיג אויסטייטשן קיין איין איינציגן פסוק פון תורה שבכתב. א סאך האבן שוין פרובירט. די קראים, צדוקים און די תלמידים פון יעזוס דער קריסט פון נצרת. להבדיל אלף אלפי הבדלות, אונזערע טייערע חכמים זכרונם לברכה די פרושים פון די צייטן פון פאר דעם חורבן בית שני זענען טאקע שטארק פארהאסט דורך די קריסטליכע רעליגיע און איהרע פאן-טרעגערס...!
ביסטו אויף איין מדרגה מיט און אין די זעלבע ליגע ווי אט די אלע פון-פריער אויסגערעכנטע גרופעס. ביי זיי זענען אויך די דברי חז"ל געווען פארהאסט און אפגעשפעט...!
איך בין נישט קיין גדול אין היסטאריע, אבער איך האב אן איינונג וואס עס גייט פאר בפרוזדרי ההסטוריה, איך האב געליינט היימישע און נישט היימישע ספרי ימי עולם, פון יוחסין צ"ד פארוצאל עם עולם שאראצקי וכו' ביז ערכי אנציקלאפדיות, גרעץ יעבץ צינץ וכו' געבלעטערט א סך אקאדעמישע ווערק, און איך ווער בטל פאר אן אקאדימישער היסטאריקער. איך לערן יעדן טאג פרישע זאכן, איך שמועס מיט כלערליי מענטשן, און לאור דעם בין איך כסדר גרייט צו טוישן מיין מחשבה מאדעל. אין איין ווארט, מיין אויער איז אפן צו כלערליי פאקטן און איך האב פארן פאקט דעם גרעסטן דרך ארץ.
בעל עגלה, איך האב במשך יארן לאנג געלערנט תנ"ך מיט רש"י ומפרשיו הראשיים בעומק גדול, אפילו מיט א מחבר ליעזי רש"י האב איך א סך פארברענגט, איך קען פארשטיין וואס רש"י'ן קוועטשט, ער נעמט דעם ביג פיקושור, אבער א טייל פון די ביג פיקטשור איז חז"ל און מסורה. טאמער האט מען נישט קיין דרך ארץ פארן אידישע מסורה קען אלעס זייער פיין שטימען מיט די פשטנים,
אגב, וועלעכע 6 שפראכן קענסטו, פראנצויזיש ווייס איך און כל הכבוד, יידיש, עברית, לשון הקודש און מסתמה ענגליש, האלט מען שוין ביי 5 וואס נאך? אפשר שפאניש?
אגב, וועלעכע 6 שפראכן קענסטו, פראנצויזיש ווייס איך און כל הכבוד, יידיש, עברית, לשון הקודש און מסתמה ענגליש, האלט מען שוין ביי 5 וואס נאך? אפשר שפאניש?
Re: דרשות ואגדות חז"ל
דעת מקרא איז נישט קיין פרייע פירוש.
Re: דרשות ואגדות חז"ל
איך האב נאך אלץ די פולסטע רעספעקט צו רבותינו, און איך בין שוין געוואר געווארן ווער זײ זענען.
מסתמא רעדן מיר נישט פון די זעלבע.
מסתמא רעדן מיר נישט פון די זעלבע.
moshav zekeinimאויך א סך שטערנס האב איך געווארפן אין מיסט ווייל איך בין דארט געוואויר געווארן אז גוים זענען נארמאלע מענטשן אזוי ווי יעדעם.
אכן נודע הדבר. דער שטערן האט עס געמאכט.
...
אז די האסט געהאלטן און געגלייבט פארוואס האסטו עס איבערגעלאזט? ווייל די האסט איינגעזען אז די רבנים גלייבן נישט. זאלן די רבנים גיין א.ט.ד. וואס עפעס דיך?
מפוזרי, טאמער דיין גייסט איז באקוועם אינעם באבל דאן איז נישטא קיין סיבה דאס אפצולאזן. למשל, ווילאנג איך בין באקוועם דא אין ארגענטינע גלייב איך אין דעם לאנד, צוזאמען מיט אלע מיינע געליבטע דא וואס גלייבן אין דעם לאנד, איך פייער זייערע חגאות בשמחה וכו' די רגע אבער וואס מאיזה סיבה איז מיין נפש נישט באקוועם דא אינעם לאנד ווער איך תיכף א כופר אין ארגענטינע.
Re: דרשות ואגדות חז"ל
איך האב עס נישט געזאגט אלס ראיה. ואמת היא אז איך קען גרינג פארלירן די רעספעקט אויב וועט מיר קוועטשן.
איך האב נאר געוואלט אנמערקן אז ס'דא פילע רבותינו, און ס'נישט קיין סיבה צו פארלירן רעספעקט אין אלע צוליב די פּאָר וואס דו האסט פונקט געהאט צו טון.
איך האב נאר געוואלט אנמערקן אז ס'דא פילע רבותינו, און ס'נישט קיין סיבה צו פארלירן רעספעקט אין אלע צוליב די פּאָר וואס דו האסט פונקט געהאט צו טון.
ביי מיר איז דאס געווען די מכה בפטיש, און דו ווייסט דאך ווי עס גייט, איינמאל איך פארליר צוטרוי אין ארגענטינע הייב איך אן זעהן אלעס וואס טויג נישט. צומאל קען נאר א מר נפש קען זעהן דעם אמת, (און צומאל פארקערט),און איינמאל איך זעה וואס עס קומט פאר איז מיין רעכט צו פירן א מערכה קעגן דאס אין וואס איך זעה אלס שורש פון דער פראבלעמען וואס איז מיר נתגלה געווארן. דער עושר וועט קיינמאל נישט שפירן דעם ארימן, דער נוגע וועט קיינמאל נישט דעם צד שני.
moshav zekeinimמפוזרי, טאמער דיין גייסט איז באקוועם אינעם באבל דאן איז נישטא קיין סיבה דאס אפצולאזן. למשל, ווילאנג איך בין באקוועם דא אין ארגענטינע גלייב איך אין דעם לאנד, צוזאמען מיט אלע מיינע געליבטע דא וואס גלייבן אין דעם לאנד, איך פייער זייערע חגאות בשמחה וכו' די רגע אבער וואס מאיזה סיבה איז מיין נפש נישט באקוועם דא אינעם לאנד ווער איך תיכף א כופר אין ארגענטינע.
מושב זקנים: דו וואלסט נישט געדארפט נוצן דאס ווארט..."חגא/ות". ווייל דער ריכטיגער אפטייטש פון דעם ווארט שטאמט פון דיינע פארהאסטע און נוצלאזע ..."פאריסיעס". אויך אין ענטפער צו דיין פריערדיגן ..."מאמר"...איך בין א איד. א באוואוסטזיניגער איד. מיט רעספעקט פאר אלע איהרע גרויסע לייט וועלכע דאס אידישע פאלק האט ארויסגעגעבן. און איך בין באקוועם און שטאלץ דערמיט. מה שאין כן, דו. ביסט אומבאקוועם און דו שעמסט דיך מיט דיין (געצווינגענע) שייכות מיט דעם אידישן פאלק. און דו טוסט אונטערשאצן איהרע גרויסע לייט. דו וואלסט זייער שטארק געוואלט זיין א טייל פון דעם איירישן אדער איטאליענער גוי'אישן פאלק. האביך נייעס פאר דיר. בבחינת בעל כרחך אתה חי. (אויב דאס ווערט אנגערופן..."לעבן.")...ס'וועט דיר גארנישט העלפן. נישט קיין חילוק ווי שטארק דו וועסט פרובירן צו באהאלטן און פארשלייערן דיין אידישע אידענטיטעט וועסטו אייביג פאררעכנט ווערן ביי דיינע באליבטע גויים אלס איד. זיי וועללן דיך קיינמאל נישט אקצעפטירן אין זייער הויכע סאסייעטי. און דו וועסט קיינמאל נישט ווערן א טייל פון זייער עליטע. א סאך קלוגערע און גרעסערע פון דיר האבן דאס שוין פרובירט און זיי זענען דורכגעפאללן.
דער גרויסער שרייבער חיים גראדע ברענגט אויך אין איינס פון זיינע דערציילונגען איבער עפעס א איד'ל א..."קלעזמער"... וועלכער האט זיך דערווייטערט פון זיינע אידישע ברודערס און ר'איז ארומגעגאנגען ..."גרימפלען"...(כלשונו) אין די גוי'אישע, פריצ'ישע הויפן ביי זייער פארברענגענס און הוליאנקעס. און ער האט געגעסן חזיר צוזאמען מיט זיי וואס זיי האבן אים צוגעווארפן. און ער איז געווען אויסגעקאכט מיט די גויים. ווען די אנטיסעמיטישע צייטן זענען אנגעקומען קיין פוילן האבן די גויים פון א געוויסן שטעטל אנגערופן די קהילה אז זיי זאללן קומען אפנעמען דעם פגר. ווייל זיינע גוטע פריינט די גויים האבן איהם געהרג'עט... זאגנדיג..."נעמטס אפ ענקער זשיד"...!