☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מענטשן וואס זענען OTD און זייערע מאטיוון

מענטשן וואס זענען OTD און זייערע מאטיוון

330 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2667
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

יאיר » זונטאג יאנואר 6, 2013 8:38 pm

· #78102
נולד מאוחר
פארוואס נאר די מענטשען וואס זעעו איין אז אידשקייט איז פאלטש נאר זיי לאזן איבער די זאך.
פארוואס הערט מען כמעט נישט איינער האט איינגעזען אז ארטאקסיע איז פאלטש, הייבט זיך אויף און ווערט א בדערנער, ריפארם, ריקאנסטראקשניסט, וכו'?
אפשר בין איך זיך טועה מיט מיין הנחה, און סדא פונקט אזוי סאך פון ביידע סארט.

נ.ב ברענג מיר נישט א באם, ער אנערקענט נישט ער קען פשוט נישט זיך צישטעלן.

גאר אסאך ווערן טאקע יא מאדערן. רעפארמער ווערט כמעט קיינער נישט ווייל דאס איז בכלל נישט קיין רעליגיע, און אויב איינער גלייבט סייווי נישט פארוואס זאל ער ווערן א רעפארמער אויב די געפיל ציט אים נישט.

יידל » זונטאג יאנואר 6, 2013 8:39 pm

· #78103
יאיר
דער רמב"ם האלט אז אפילו קדמות העולם איז אויך נישט קיין סתירה מיט פרשת בראשית.

כמדומה אז מארק שפירא האט שוין געצייגט ווי די וועלט איז זיך טועה פשט אין דעם רמב"ם.

לעמאן דזשוס » זונטאג יאנואר 6, 2013 8:43 pm

· #78106
אויוויי וויי יאיר׳ל

די רמב״ם רעדט דארט פשוט וועגן פשט המקרא וויזוי מען קען זיך אן עצה געבן מיט די הארטע ווערטער, אבער באלד אינעם קומענדן פאראגראף שרייט ער אז זאגן אזויווי אריסטו איז קלאר עקירת כל התורה כולה

איך מיין אז דאס מיינט ר׳ יידל דא מיט פראפעסאר שפירא

נולד מאוחר » זונטאג יאנואר 6, 2013 8:45 pm

· #78107
לעמאן דזשוס
נולד מאוחר
פארוואס נאר די מענטשען וואס זעעו איין אז אידשקייט איז פאלטש נאר זיי לאזן איבער די זאך.
פארוואס הערט מען כמעט נישט איינער האט איינגעזען אז ארטאקסיע איז פאלטש, הייבט זיך אויף און ווערט א בדערנער, ריפארם, ריקאנסטראקשניסט, וכו'?
אפשר בין איך זיך טועה מיט מיין הנחה, און סדא פונקט אזוי סאך פון ביידע סארט.

נ.ב ברענג מיר נישט א באם, ער אנערקענט נישט ער קען פשוט נישט זיך צישטעלן.



אט אזוי.......דאס שריי איך דא שוין די לעצטע פאר טאג....יא נעילד איט...שלום דיען באציהט זיך צו דעם אויבן...ער שרייבט ווייל ער איז א עכטע עכטע עכטע כופר...און דאס מוטשע איך מיך צו פארשטיין

איך מיין נישט קיין אלאי מאי.

לעמאן דזשוס » זונטאג יאנואר 6, 2013 8:47 pm

· #78108
יאיר
נולד מאוחר
פארוואס נאר די מענטשען וואס זעעו איין אז אידשקייט איז פאלטש נאר זיי לאזן איבער די זאך.
פארוואס הערט מען כמעט נישט איינער האט איינגעזען אז ארטאקסיע איז פאלטש, הייבט זיך אויף און ווערט א בדערנער, ריפארם, ריקאנסטראקשניסט, וכו'?
אפשר בין איך זיך טועה מיט מיין הנחה, און סדא פונקט אזוי סאך פון ביידע סארט.

נ.ב ברענג מיר נישט א באם, ער אנערקענט נישט ער קען פשוט נישט זיך צישטעלן.

גאר אסאך ווערן טאקע יא מאדערן. רעפארמער ווערט כמעט קיינער נישט ווייל דאס איז בכלל נישט קיין רעליגיע, און אויב איינער גלייבט סייווי נישט פארוואס זאל ער ווערן א רעפארמער אויב די געפיל ציט אים נישט.


קודם לכל איך ווייס נישט פון כמעט קיין חסיד וואס איז געווארן מאדערן דהיינו זיך אנגעשלאסן אין א א מאדערן ארטאדאקס קהלה און מיט אלע מפרשים....הגם איך קען אסאך חסידישע באמעס וואס האבן פורק עול געוועהן און פירן א הפקר לעבן ביז מען הייבט אן שיקן קינדער אין מוסדות און ביי אנדערע ביז די אייניקלעך גייען אין פרומע ליטווישע ישיבות און ווערן בני תורה

און די אלע זענען מיר פיל פארשטענדליכער ווי די אוכלי חמץ, חלב ודם

יאיר » זונטאג יאנואר 6, 2013 8:48 pm

· #78109
לעמאן דזשוס
אויוויי וויי יאיר׳ל

די רמב״ם רעדט דארט פשוט וועגן פשט המקרא וויזוי מען קען זיך אן עצה געבן מיט די הארטע ווערטער, אבער באלד אינעם קומענדן פאראגראף שרייט ער אז זאגן אזויווי אריסטו איז קלאר עקירת כל התורה כולה

איך מיין אז דאס מיינט ר׳ יידל דא מיט פראפעסאר שפירא

אודאי איז דעת אריסטו כפירת התורה, ווייל ער איז דאך נישט מודה אין ניסים. איך ברענג נאר ארויס אז משום פשטות הכתובים כשלעצמם האלט ער נישט אז דאס איז א סתירה. קל וחומר בנוגע עוואלוציע אז פשטות הכתובים קען מען מפרש זיין על דרך משל.

לעמאן דזשוס » זונטאג יאנואר 6, 2013 8:50 pm

· #78110
מסכים, מסכים, און ובכן?!?!

יאיר » זונטאג יאנואר 6, 2013 8:51 pm

· #78111
ליין איבער די תגובות אויף א סדר מיט א רואיגקייט...
איך האב געברענגט דעם רמב"ם צו זאגן אז עס איז נישטא קיין חיוב אין גלייב ווי אזוי בריאת העולם איז געשען, נאר אז דער באשעפער האט עס באשאפן, דאס איבריגע קען מען רואיג לאזן פאר די סייענטיסטן, און דערפאר איז עוואלוציע נישט נגד בראשית ברא.
עפעס איז נאך שווער?

געוואלד געשריגן » זונטאג יאנואר 6, 2013 8:53 pm

· #78112
לעמאן דזשוס
געוואלד געשריגן
די טעאריע פון עוואלוציע איז נישט כנגד התורה. דאס איז געווען איינשטיין'ס פוינט וועגן רעליגיע. און ס'איז מער וויכטיג איצט אין 2013



אפגעזעהן צו עוועלוציע איז יא אדער נישט נגד התורה, איז אבער אטעאיזם נגד כל התורה כולה, ביטע נישט אויסמישן די צוויי


did I imply that in any way? My point is that evolution is often used as a challenge against religion (usually presented by atheists) and that I don't see the incompatibility. Einstein's point was that if you choose to believe in religion, don't be blind and turn away from anything that appears as a challenge. If so, the whole thing is weak. So knocking down established theories only turns people off.

לעמאן דזשוס » זונטאג יאנואר 6, 2013 8:53 pm

· #78113
יאיר׳ל

איך זעה אז ווי מער מ׳רעד מיר איז יוצא קלארקייטן, זאכן ווערן אויסגראדירט, אבער דין׳ס געוואלדיגע חכמה כאפ איך נאכנישט

און איך פארשטיי זייער גוט א אוטידי, אבער מיט כפירה האט דאס לא מיני ולא מקצתי

לעמאן דזשוס » זונטאג יאנואר 6, 2013 9:09 pm

· #78116
אז וואס?

לעמאן דזשוס » זונטאג יאנואר 6, 2013 9:10 pm

· #78117
געוואלד געשריגן
לעמאן דזשוס
געוואלד געשריגן
די טעאריע פון עוואלוציע איז נישט כנגד התורה. דאס איז געווען איינשטיין'ס פוינט וועגן רעליגיע. און ס'איז מער וויכטיג איצט אין 2013



אפגעזעהן צו עוועלוציע איז יא אדער נישט נגד התורה, איז אבער אטעאיזם נגד כל התורה כולה, ביטע נישט אויסמישן די צוויי


did I imply that in any way? My point is that evolution is often used as a challenge against religion (usually presented by atheists) and that I don't see the incompatibility. Einstein's point was that if you choose to believe in religion, don't be blind and turn away from anything that appears as a challenge. If so, the whole thing is weak. So knocking down established theories only turns people off.


Right, Absolutely!

יאיר » זונטאג יאנואר 6, 2013 9:14 pm

· #78118
לעמאן דזשוס
יאיר
נולד מאוחר
פארוואס נאר די מענטשען וואס זעעו איין אז אידשקייט איז פאלטש נאר זיי לאזן איבער די זאך.
פארוואס הערט מען כמעט נישט איינער האט איינגעזען אז ארטאקסיע איז פאלטש, הייבט זיך אויף און ווערט א בדערנער, ריפארם, ריקאנסטראקשניסט, וכו'?
אפשר בין איך זיך טועה מיט מיין הנחה, און סדא פונקט אזוי סאך פון ביידע סארט.

נ.ב ברענג מיר נישט א באם, ער אנערקענט נישט ער קען פשוט נישט זיך צישטעלן.

גאר אסאך ווערן טאקע יא מאדערן. רעפארמער ווערט כמעט קיינער נישט ווייל דאס איז בכלל נישט קיין רעליגיע, און אויב איינער גלייבט סייווי נישט פארוואס זאל ער ווערן א רעפארמער אויב די געפיל ציט אים נישט.


קודם לכל איך ווייס נישט פון כמעט קיין חסיד וואס איז געווארן מאדערן דהיינו זיך אנגעשלאסן אין א א מאדערן ארטאדאקס קהלה און מיט אלע מפרשים....

נו, לא ראינו אינו ראיה. איך קען גראדע יא עטליכע אזעלכע.

לעמאן דזשוס » זונטאג יאנואר 6, 2013 9:19 pm

· #78119
יאיר
לעמאן דזשוס
יאיר
לעמאן דזשוס
אויוויי וויי יאיר׳ל

די רמב״ם רעדט דארט פשוט וועגן פשט המקרא וויזוי מען קען זיך אן עצה געבן מיט די הארטע ווערטער, אבער באלד אינעם קומענדן פאראגראף שרייט ער אז זאגן אזויווי אריסטו איז קלאר עקירת כל התורה כולה

איך מיין אז דאס מיינט ר׳ יידל דא מיט פראפעסאר שפירא

אודאי איז דעת אריסטו כפירת התורה, ווייל ער איז דאך נישט מודה אין ניסים. איך ברענג נאר ארויס אז משום פשטות הכתובים כשלעצמם האלט ער נישט אז דאס איז א סתירה. קל וחומר בנוגע עוואלוציע אז פשטות הכתובים קען מען מפרש זיין על דרך משל.


מסכים, מסכים, און ובכן?!?!

ליין איבער די תגובות אויף א סדר מיט א רואיגקייט...
איך האב געברענגט דעם רמב"ם צו זאגן אז עס איז נישטא קיין חיוב אין גלייב ווי אזוי בריאת העולם איז געשען, נאר אז דער באשעפער האט עס באשאפן, דאס איבריגע קען מען רואיג לאזן פאר די סייענטיסטן, און דערפאר איז עוואלוציע נישט נגד בראשית ברא.
עפעס איז נאך שווער?


גארנישט איז שווער....אלעס איז פיין איש איש ואמונתו

וואס איז מיר שווער איז, שלום דין וכת שלהם....אויב זאל אמת זיין אז זיי זענען פשוט געווארן באוויסטזיניג צו נייע מושגים פון עוועלוציע און קדמות העולם און דאס האט זיי אזוי שרעקליך נעבעך צורודערט דעם קאפ, פרעג איך איבער

פאר אריבער קיין ענגלאנד צו הרב הגאון דר. יונתן סאקס די טשיף ראביי דארט, און רעד מיט אים

כאפ א שמועס מיט סליפקין, מיט שפירא און נאך פיל אנדערע נייצייטיגע משכילים און שליס מיט זיי א פרישע בונד מיט ג׳ט

נולד מאוחר » זונטאג יאנואר 6, 2013 9:33 pm

· #78120
ער איש שוין געפארן און ציריק געקומען גערעדט מיט אלע פון זיי. יעצט וואס זאל ער טאן?
דרך אגב ר' סאקס ר 'סליפקן פארן אריבער צי שפינאזע און צי דאקינס?

לעמאן דזשוס » זונטאג יאנואר 6, 2013 9:41 pm

· #78123
נולד מאוחר
ער איש שוין געפארן און ציריק געקומען גערעדט מיט אלע פון זיי. יעצט וואס זאל ער טאן?
דרך אגב ר' סאקס ר 'סליפקן פארן אריבער צי שפינאזע און צי דאקינס?




גוטע קושיא, וואס קלערסטו?

איך קלער אז ער׳ט פשוט פארלארן דער אמונה....און עס העלפט גארנישט

יאיר » זונטאג יאנואר 6, 2013 9:43 pm

· #78124
לעמאן דזשוס, איך האף אז דו כאפסט אז דו האסט קודם געמאכט די הנחה אז דין מוז בלייבן אין ארטאדאקסיע (וואס איז גראדע אמת, אבער דין איז ליידער נישט מודה אין דעם), און נאכדעם האסטו טענות צו אים פארוואס ער'ט זיך נישט געטראפן דער בעסטער אויסוואל. דאס איז בערך אזוי ווי א קריסט זאל פרעגן זיין חבר וואס איז געווארן א מוסלעמענער, איך פארשטיי אז קיין קאטאליק ווילסטו נישט בלייבן, אבער פארוואס ביסטו נישט אריבערגעגאנגען צו פראטעסטאנטיזם, עוואנגעליזם, גריעק ארטאדאקס, פענטעקאסטעל, ס'איז דאך דא אזויפיל מינים. שוין, דער עקסטרעמער על שארפטאן איז נישט פאר דיר, כ'פארשטיי. אבער קענסט דאך ליינען פון דעם מעסיגער בילי גרעהעם...
ס'דאך ניטל היינט, אביסל ליצנותא דעבודה זרה 😃.

איך אויך » זונטאג יאנואר 6, 2013 9:49 pm

· #78126
נולד מאוחר
פארוואס נאר די מענטשען וואס זעעו איין אז אידשקייט איז פאלטש נאר זיי לאזן איבער די זאך.
פארוואס הערט מען כמעט נישט איינער האט איינגעזען אז ארטאקסיע איז פאלטש, הייבט זיך אויף און ווערט א בדערנער, ריפארם, ריקאנסטראקשניסט, וכו'?
אפשר בין איך זיך טועה מיט מיין הנחה, און סדא פונקט אזוי סאך פון ביידע סארט.

נ.ב ברענג מיר נישט א באם, ער אנערקענט נישט ער קען פשוט נישט זיך צישטעלן.

די טאהשער קאפל וואס דאכט זיך איינער האט דערמאנט דא, האב איך געזעהן אויך איר פ"ב שרייבט זי אז זיי געהערן יעצט צו א ריקאנסטראקשניסט סינאגאגע.

לעמאן דזשוס » זונטאג יאנואר 6, 2013 9:50 pm

· #78128
סליפקין, שפירא און סאקס זענען ארטאדאקסישע מענטשן

איך האב קיינמאל נישט געוואלט האלטן דין ביי עפעס מער ווי אמונה בשם....אין עני שעיפ אר פארם...ליין צוריק העסטו זעהן

ליצנות איז פיין

מוח שליט » זונטאג יאנואר 6, 2013 10:14 pm

· #78133
לעמאן שרייבט,

גוטע קושיא, וואס קלערסטו?

איך קלער אז ער׳ט פשוט פארלארן דער אמונה....און עס העלפט גארנישט


דו האלטסט אז בעצם קען מיט שכל מוכיח זיין עניטינג פין די היסטאריקל חלק פין די מסורה?

יאיר » זונטאג יאנואר 6, 2013 10:40 pm

· #78137
לעמאן דזשוס
סליפקין, שפירא און סאקס זענען ארטאדאקסישע מענטשן

איך האב קיינמאל נישט געוואלט האלטן דין ביי עפעס מער ווי אמונה בשם....אין עני שעיפ אר פארם...ליין צוריק העסטו זעהן

ליצנות איז פיין

מיין פוינט איז אז דין איז נישט מודה צו דיין הנחה, מילא איז דיין קשיא נישט קיין קשיא.
שוין, איך מיין אז דין מעג מיר שוין צאלן פאר'ן ארבעטן אזוי שווער אלס זיין לויער. אזוי לאנג ווי איך זע נישט קיין טשעק איז דער ויכוח געשלאסן פון מיין זייט.

יידל » זונטאג יאנואר 6, 2013 10:48 pm

· #78140
נולד מאוחר

דרך אגב ר' סאקס ר 'סליפקן פארן אריבער צי שפינאזע און צי דאקינס?

יא. זוך אין יו טוב. קוק אויך דא <a class="postlink" href="http://www.bbc.co.uk/religion/0/19354861">http://www.bbc.co.uk/religion/0/19354861</a> ועוד הרבה.

יאיר » זונטאג יאנואר 6, 2013 10:49 pm

· #78141
שפינאזע האט ער שוין אויך דעבאטירט?

יידל » זונטאג יאנואר 6, 2013 10:51 pm

· #78142
כ'האב פארראכטן צו "זוך אין יו טוב". זוך פאר Jonathan Sacks Richard Dwakins

בענדזשאמין פרענקלין » זונטאג יאנואר 6, 2013 11:29 pm

· #78150
מוח שליט
לעמאן,
מיין פוינט איז, אז מיט זיין שכל קומט אים אויס כופר צו זיין ל"ע. אין די טענה אז ער זאל חושש זיין מכח חכמים, דארף אים מחייב צו זיין אז ער זאל חושש זיין אויף א יעדע רעליגיע וואס האט חכמים. ד.ה. בעיסיקלי אלע רעליגיעס.


זה מזכיר לי הסיפור עם האשה היהודית שלפני מותה בקשה מבניה לקרוא את הגלח עם הצלם, על השאלה מדוע, ענתה האשה אני רוצה להשתחוות לצלם לפני מותי, כי מי יודע, יכול להיות שיאשקע פאנדראק היה משיח, כך אני יוצא כל השיטות.

kliger » מאנטאג יאנואר 7, 2013 2:09 am

· #78172
קען זיין ער לייקנט אין חז"ל......אין תורה שבכתב שטייט נישט עולם הבא מיט תחיית המתים.
אפשר לערנט ער וימת פרעה אז ער איז ממש געשטארבן.........אשר לא ידע את יוסף ער האט טאקע נישט געקענט....

סאמאוואר » מאנטאג יאנואר 7, 2013 3:24 pm

· #78301
שלום דין


1. צו וואלט איך צוריקגעדרייט די זייגער?

בשום פנים ואופן נישט. מיין שריט איז געווען ביטער ווי גאל דאס זיך אונטערצונעמען און ביטערער נאך וויאזוי עס האט זיך ארויסגעשטעלט בנוגע די קינדער און די השפעות אויף זיי פון ארומיגע, ואכמ"ל. אבער דאך קומט עס נישט צו צו א לעבן אין וועלכע מען איז פארשפארט אן קיין האפענונג פאר אן אויסלייז. עס האט אסאך צו טון מיט אן אינדיווידואלע תכונת הנפש. איך האב אסאך פארלוירן, איך האב אבער אויך אזאך פארדינט, נפשיות'דיג. עס איז אפשר שווער צו פארשטיין וויאזוי דאס קען זיין, ספעציעל ווען מען פארלירט די ליבשאפט פון די אייגענע קינדער. עס איז שווער אויף דעם צו ענטפערן אחוץ צו זאגן: א טאטע בלייבט א טאטע און א קינד בלייבט א קינד און ווילאנג מען לעבט איז דא האפענונג אויף צוריקצובויען א קשר. אוועקווארפן דאס גאנצע לעבן פאר א לעבנסשטייגער וואס (מען פילט פון אינעווייניג) איז פוסט און ליידיג, און נאכדערצו אז מען פילט זיך אויף דעם געצווינגען, איז א תפיסה ממש במלוא מובן המולא.

2. וואס איך האלט פון דעם קאנטראסט?

פערזענליך האלט איך אז דער חסיד'ישער איד לעבט (בדרך כלל) 'עני טיים' אזא גוטן טאג ווי דער גוי, און איז מסתם צופרידענער אויך. דער אמת איז אבער אז עס זענען נישט דא קיין גוטע וועגן דאס צו מעסטן. די סיבה פארוואס איך האלט אזוי איז ווייל פאר מיר איז אזוי געווען--ווילאנג איך בין געווען א מאמין. א טאג אויסגעהארעוועט אין כולל אויף א קצות און א שב שמעתתא (און דאס איז אפילו אן זיין א גרויסע למדן) איז צענדליג מאל בעסער ווי יעדער תענוג וואס איך שוין געטראפן, און גלייבטס מיר, איך ווייס פון תענוגים (און דאס איז אפילו אן זיין דער גרעסטער בעל תאווה). איך רעד אוודאי פון א גייסטישן שטאנדפונקט, אבער באמת, גייסטיש, פיזיש, ס'איז נישט קיין גרויסע נפק"מ, ס'איז אלץ דער זעלבער מענטש מיט זיינע כעמישע 'טריגגערס' אין מוח.



דו זאגסט אז דו וואלסט נישט צוריקגעדרייט די זייגער ווייל דו קענסט נישט לעבן "א לעבן אין וועלכע מען איז פארשפארט אן קיין האפענונג פאר אן אויסלייז".

דו מיינסט צו זאגן אז דער פראבלעם איז אזוי שטארק אז עס וועגט איבער אלע אנדערע זאכן, וואס זענען, ווי דו זאגסט, בעסער דא ווי דארט?

סאמאוואר » מאנטאג יאנואר 7, 2013 3:38 pm

· #78309
יואליש
לענינו, די גאנצע שמועס פון יא העפי נישט העפי איז אירעלעוואנט. נישט נאר ס'איז אירעלעוואנט נאר ס'איז געפרעגט מיט אן אגענדע צו באפרידיגן א פון פריערבאשטימטע הנחה. ענטפערט ער יא, כ'בין מער צופרידן פון פארדעם, איז ער א ליגנער. ענטפערט ער ער איז נישט מער צופרידן, ווערט א שמחה אין שטאט. ענטפערט ער ווי רוב מענטשן, אמאל איז ער העפי אמאל נישט, אדער מיט געוויסע זאכן איז ער העפי מיט געוויסע זאכן נישט, איז ער צי א קאמפליצירטער מענטש מיט קאמפליצירטע ענטפערס.


מסכים אז סווערט "געפרעגט מיט אן אגענדע צו באפרידיגן א פון פריערבאשטימטע הנחה". אבער פארוואס זאגסטו אז סאיז אירעלעוואנט? אויב עמיצער מאכט אזא דראסטישן שריט ווי איבערלאזן זיין סביבה, משפחה און חברים ליגט מסתמא אונטער דעם א גוטע סיבה. "צופרידן" איז א שם הכולל וואס מען נוצט פאר דעם: ער איז נישט געווען צופרידן (מיט די ווייב, סביבה, קהילה וכדומה), און ווען ער האט געזען אז ער קען זיך נישט קיין עצה געבן האט ער אפגעמאכט אז ער מוז אוועקגיין. וועגן דעם קומט אויף די קשיא: און יעצט ביזטו יא צופרידן?
עס קען זיין אז יענער פרעגט עס מיט אן אגענדע, אבער די קשיא איז א בארעכטיגטע קשיא.

לעב און לאך » דינסטאג יאנואר 15, 2013 7:12 pm

· #80147
איך קיק מיר צו פון דערווייטנס, איך וויל נישט אריין רעדן... איך הער פיינע ווערטער פון ביידע צדדים, און, אומממ... אויך זאכן וואס האבן נישט קיין הענט און נישט קיין פיס...

אבער איך האב לעצטענס געהערט א שטיקל געדאנק, וואלט איך עס געקענט באשטיין צו אויסליפטערן צווישן די חברים.

וואס הייסט איינער וואס גלייבט: פשוט און גראד ער האט אמונה. קיינער פון אונז האט דאך נישט געזען דעם באשעפער און קיינער פון אונז געדענקט נישט די מעמד הר סיני. נאר וואס דען? מען גלייבט! דער טאטע האט עס איבערעגעגבן פארן זון ביז עס איז אנגעקומען צו מיר און איך האב באשלאסן צו גלייבן אז יא, די מעמד מתן תורה איז ווירקלעך פארגעקומען.

פון דער אנדערע זייט, דער כופר, דער אטיעסט, ער האלט אז די גאנצע זאך קלעבט נישט איינס מיט איינס, און ער באשליסט נישט צו גלייבן אין א באשעפער אדער מתן תורה. איי, קען מען פרעגן דעם כופר, האסטו געלעבט אין די צייטן פון מתן תורה און די האסט "געזען" אז די גאנצע מעשה איז נישט פארגעקומען? אדער, האסטו זיך איבערצייגט אז ס'איז נישט דא קיין באשעפער ווייל די ביסט ארויף אויבן אין הימל און האסט געזען אז ס'איז אלץ ארויס געזויגן פון פינגער און ס'נישטא דארטן מער ווי בלויע וואלקענעס?

פארשטייט זיך אז די ענטפער דערצו איז: ניין. ער האט פשוט געמאכט א חשבון ביי זיך אין קאפ, אפשר אינטערגעשטיצט מיט סייענטיפישע ראיות, אז ס'מאכט נישט "סענס" עס זאל זיין א באשעפער. אלזא, איז ער דאך די זעלבע מאמין אין זיין אפיקורסעס ווי איך בין א מאמין אין מיין רעליגיע. ער האט זיך נישט איבערצייגט "שווארץ אויף ווייס" אז ס'נישט דא קיין באשעפער די זעלבע ווי איך האב מיר נישט איבערצייגט "שווארץ אויף ווייס" אז ס'איז יא דא א באשעפער.

אלזא, זעמיר ביידע די זעלבע גלויביגע, דער כופר גלייבט וואס עס איז אים באקוועם און איך גלייב אין עפעס וואס מאכט מיר צופרידן.

יאיר » דינסטאג יאנואר 15, 2013 7:51 pm

· #80152
אן אויפריכטיגער מענטש - א כופר אדער א מאמין - גלייבט נאר אין עפעס וואס זעט אים אויס צו זיין באפעסטיגט מיט שטארקע ראיות, אפגעזען אויב עס איז אים באקוועם אדער נישט.

chaims » דינסטאג יאנואר 15, 2013 8:41 pm

· #80160
די שאלה איז ווער איז דער וואס דארף ברענגען א ראיה און ווער איז דער דיעפאולט.
לגבי דעם מציאות פון באשעפער קען מען אסאך דן זיין ווער עס איז מוציא מחבירו אבער לגבי יודישקייט אסער סיי וועלכע גלויבן איז לכאורה שווער צו זאגן אז דער וואס גלייבט נישט דארף האבן א ראיה צו זיך

יאיר » מיטוואך יאנואר 16, 2013 4:45 am

· #80218
חיים, דו ביסט גערעכט מיט דיין עצם פוינט. אבער פאקטיש טענה'ען אסאך רעליגיעס אז זיי האבן ראיות צו זייער אמת'דיגקייט, ממילא צו אפפרעגן די ראיות מוז זיך דער כופר באנוצן מיט אנדערע ראיות צו מסביר זיין פארוואס ער לייקנט נאכאלס אין די רעליגיע, אדער פארוואס זייערע ראיות זענען נישט קאנווינסינג.

געוואלד געשריגן » מיטוואך יאנואר 16, 2013 9:29 am

· #80229
דער אמת איז, רוב או.טי.די'ס. זענען נישט כופרים...אבער אידישקייט טוט גארנישט פאר זיי. עסן טשאלנט און קישקע, דאווענען דריי מאל א טאג.. אויב ס'האט נישט קיין טעם, וואס איז די פונקט. אבער ס'איז נישט "א גיווען" אז זיי וועלן עפענען סאקראטעס אדער אריסטו אדער פלאטא און זאגן אהא, אידישקייט איז שקר..

א ווערטל:

רעבע, איך בין נישט קיין אפיקורס. ס'איז אוממעגליך, ווייל איך בין אן אמארעץ!

העלא » מיטוואך יאנואר 16, 2013 9:54 am

· #80231
איך פארשטיי נישט די גאנצע אשכול,
וואס הייסט וואס זענען זייערער מאטיוון, זיי האבן נשט קיין שום מאטיוון?
פשוט אידישקייט איז שווער,
דער אייבערשטער האט אריין געלייגט אין א מענטש א יצר הרע, און אויך א נאטור אז מ'דארף האבן ססיפוק,
אויב א מענטש הייבט אהן שפירן מאיזה סיבה שהוא אז אידישקייט גיט אים נישט קיין סיפוק, גיט ער עס צוביסלעך אויף, סימפל,
זיי האבן נישט קיין שום חשבונות,

געוואלד געשריגן » מיטוואך יאנואר 16, 2013 10:06 am

· #80234
העלא
איך פארשטיי נישט די גאנצע אשכול,
וואס הייסט וואס זענען זייערער מאטיוון, זיי האבן נשט קיין שום מאטיוון?
פשוט אידישקייט איז שווער,
דער אייבערשטער האט אריין געלייגט אין א מענטש א יצר הרע, און אויך א נאטור אז מ'דארף האבן ססיפוק,
אויב א מענטש הייבט אהן שפירן מאיזה סיבה שהוא אז אידישקייט גיט אים נישט קיין סיפוק, גיט ער עס צוביסלעך אויף, סימפל,
זיי האבן נישט קיין שום חשבונות,


אויב ער האט א ספק, ער קען זוכן פאר א תירוץ..א סיבה. און אויב עס מאכט נישט קיין סענס פאר אים, ס'האט גארנישט קיין טעם.

ס'איז א חשבון

משכיל » מיטוואך יאנואר 16, 2013 10:42 am

· #80245
א חבר האט מיר אמאל געזאגט אז ער שטייט גלייך מיטן ערליכן איד,

דער ערליכער איד איז צופרידן מיט זיין גשמיות ער האט נאר פראבלעמען מיט זיין רוחניות, איך, זאגט ער, בין צופרידן מיט מיין רוחניות איך האב נאר פראבלעמען מיט מיין גשמיות, סא שטיי מיר דאך גלייך, ודפח"ח וש"י.

berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 16, 2013 3:07 pm

· #80341
די שאלה איז נאר איבער די דעפינישן פון וואס איז גשמיות און וואס איז רוחניות. אן ערליכער יוד האט די גרעסטע הנאה פון זיצן ביי א גמרא מיט א גלעזל הייסע טיי. און ער לאכט פון די ספארטלער וואס יאגן זיך נאך א פוטבאל, און ווען זיי האבן עס דערגרייכט שטויסן זיי עס אוועק, כדברי ראש ישיבה מפורסם אחד.

berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 16, 2013 3:18 pm

· #80345
געוואלד געשריגן
דער אמת איז, רוב או.טי.די'ס. זענען נישט כופרים...אבער אידישקייט טוט גארנישט פאר זיי. עסן טשאלנט און קישקע, דאווענען דריי מאל א טאג.. אויב ס'האט נישט קיין טעם, וואס איז די פונקט. אבער ס'איז נישט "א גיווען" אז זיי וועלן עפענען סאקראטעס אדער אריסטו אדער פלאטא און זאגן אהא, אידישקייט איז שקר..

א ווערטל:

רעבע, איך בין נישט קיין אפיקורס. ס'איז אוממעגליך, ווייל איך בין אן אמארעץ!

איינער פון די בארימטע נעא אפיקורסים וועלכער איז א חסיד פון אלטע אפיקורסים איז נישט מער ווי א פשוט'ער או.טי.די. ער איז נישט געווען א חוקר און געקומען צו די מסקנא אז "לית דין ולית דיין" ח"ו. נאר א פשוט'ער בעל תאווה וואס זוכט א תירוץ אויף זיינע מעשים. ווי א בארימטער אפיקורס וואס איז געקומען צו א רבי און האט איהם געזאגט אז ר'האט א סאך קשיות אויף די אמונה. האט איהם די רבי געענטפערט. דו האסט נישט קשיות, דו האסט תירוצים. דו ווילסט פארענטפערן דיינע מעשים.

קאווע טרינקער » מיטוואך יאנואר 16, 2013 7:08 pm

· #80411
וואו איז שלום?
בד"וו, לויט ווי ער מעלדט, זוכט ער א קונה פאר זיין טייערע מנורה.

chaims » מיטוואך יאנואר 16, 2013 8:04 pm

· #80421
יאיר
חיים, דו ביסט גערעכט מיט דיין עצם פוינט. אבער פאקטיש טענה'ען אסאך רעליגיעס אז זיי האבן ראיות צו זייער אמת'דיגקייט, ממילא צו אפפרעגן די ראיות מוז זיך דער כופר באנוצן מיט אנדערע ראיות צו מסביר זיין פארוואס ער לייקנט נאכאלס אין די רעליגיע, אדער פארוואס זייערע ראיות זענען נישט קאנווינסינג.


צו גלייבן דארף מען זיין איבערצייגט אין די ראית צו נישט גלייבן דארף מען האבן סך הכל א ספק אין די ראיה

דאס אז עס איז דא אסאך רעליגיעס וואס האבן ראיות צו זיך מאכט אויב עפעס נאר קלארער מיין פאונט

יאיר » מיטוואך יאנואר 16, 2013 8:11 pm

· #80423
חיים, אין הכי נמי. איך ברענג נאר ארויס אז דער רעליגיעזער מענטש איז אפטמאל אזוי איבערצייגט אין די ראיות פון זיין רעליגיע, אז ער באטראכט דעם כופר כאילו ער קומט דא מוציא זיין פון די פשטות. אזוי ווי היינטיגע צייטן איז דער וואס טענה'ט אז איינשטיין איז נישט גערעכט געווען מוז ער ברענגען ראיות לדבריו, ווייל די ראיות צו איינשטיין איז גענוג שטארק אז יעדער וואס וויל עס אפפרעגן מוז ברענגען פארקערטע ראיות וואס זענען לכל הפחות אזוי שטארק.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 12:09 am

· #80455
לעב און לאך
וואס הייסט איינער וואס גלייבט: פשוט און גראד ער האט אמונה. קיינער פון אונז האט דאך נישט געזען דעם באשעפער און קיינער פון אונז געדענקט נישט די מעמד הר סיני. נאר וואס דען? מען גלייבט! דער טאטע האט עס איבערעגעגבן פארן זון ביז עס איז אנגעקומען צו מיר און איך האב באשלאסן צו גלייבן אז יא, די מעמד מתן תורה איז ווירקלעך פארגעקומען.

עס איז נישט אז דו האסט באשלאסן צו גלייבן אז מתן תורה איז פארגעקומען, עס איז קאממען סענס, 600 טויזנט מענטשן זאגן אז זיי האבן דאס אליין מיטגעהאלטן [א שקר קען זיך נישט אנהייבן מיט 600 טויזנט מענטשן, ופשוט].

פונקט ווי דו וועסט נישט זאגן אז דיין בחור'ל האט 'באשלאסן צו גלייבן' אז 11\9 איז פארגעקומען.

------

איך האב זיך דערמאנט וואס איך האב געהערט אלץ בחור פון אמנון יצחק, אינמיטן א ויכוח מיט א חילוני זאגט ער יענעם: דו האלטסט אז עס איז נישט דא נישט קיין גאט נישט קיין דת נישט קיין חיים לאחר המות - אכול ושתה כי מחר נמות ענד איטס גאון ענד פארגאטען, איך האלט אז מען דרייעט זיך דא ס"ה 80 יאהר אבער דערנאך קומט א חיי נצח וואס וועט זיך ווענדן לפי מעשיי אין די 80 יאהר.

זעמיר 50\50 - איך האלט אזוי און דו זאגסט פארקערט, איז לאמיר מאכן א חשבון וועלכער מהלך אין לעבן לוינט זיך ענדערש:

אויב בין איך גערעכט, איז נניח אז דו וועסט טאקע האבן א געשמאקע 80 יאהר, וועסטו אבער דערנאך ליידן לנצח, איך וועל זיך דורכשטיפן מיינע 80 יאהר - טאקע נישט אזוי געשמאק ווי דו, און דערנאך וועל איך האבן א חיים טובים לנצח, און נצח מיינט נ-צ-ח, א טיפה האט לאין ערוך מער ערך צום אוקינוס ווי טויזענטער יאהר האבן לגבי נצח.

און אויב ביסטו גערעכט, וועסטו האבן א געשמאקע 80 יאהר, און דערנאך גייסטו אין קבר לאבדון, איך וועל נישט האבן אזא געשמאקע 80 יאהר, און דערנאך גיי איך אויך לאבדון.

קומט אויס אז דו וועסט בין כך ובין כך גיין לאבדון, איך האב אבער א 50 פראצענט שאנס צו האבן א חיים טובים ל-נ-צ-ח, נו, לוינט זיך נישט משקיע צו זיין?

געפילטע פיש » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 12:55 am

· #80459
ונבנתה העיר
איך האב זיך דערמאנט וואס איך האב געהערט אלץ בחור פון אמנון יצחק, אינמיטן א ויכוח מיט א חילוני זאגט ער יענעם: דו האלטסט אז עס איז נישט דא נישט קיין גאט נישט קיין דת נישט קיין חיים לאחר המות - אכול ושתה כי מחר נמות ענד איטס גאון ענד פארגאטען, איך האלט אז מען דרייעט זיך דא ס"ה 80 יאהר אבער דערנאך קומט א חיי נצח וואס וועט זיך ווענדן לפי מעשיי אין די 80 יאהר.

זעמיר 50\50 - איך האלט אזוי און דו זאגסט פארקערט, איז לאמיר מאכן א חשבון וועלכער מהלך אין לעבן לוינט זיך ענדערש...

דאס איז דאך פאסקאלס געוועט, כדרכו בקודש צו זיין א אומר דבר בשם עצמו, כאילו דאס איז זיין קאפשטיק, אבער רוב פון זיינע טענות קומען פון די קריסטן. איך בין אויך אלץ בחור געווען זייער איבערגענומען מיט עם און זיין גאונות, אבער שפעטער האב איך איינגעזען אז יעדע איינציגע פון זיינע טענות איז גענאשט פון א צווייטער קריסטליכע דענקער (וואס האבן שוין צענדליגע פירכות אויף זיי), און טאמער ווערט ער סטאק מיט אן אינטעלעקטואלער וואס פרעגט צו שטארקע קושיות, געט ער א מאך א דזשאוק אויף יענעמס חשבון, מאכט אוועק די גאנצע מענטש און געגאנגען צום נעקסטן משוגענער.

און לעצם הטענה, גערעכט טאקע אז ס'לוינט צו גלייבן אין גאט, (און דאס איז שוין נאכדעם וואס איך נעם אן אז דער גאט האט א רצון מ'זאל גלייבן אין עם, און ער באלוינט לנצח איינער וואס גלייבט, און באשטראפט לנצח איינער וואס איז לאגיש - מיט די שכל וואס דער זעלבער גאט האט עם געגעבן - אנגעקומען צום מסקנא אז ער גלייבט נישט), אבער אפילו אויב גלייב איך שוין אין גאט, דארף איך מחמת דעם זעלבן טענה גיין דינען יעדע סארט רעליגיע פארן שאנס אז יענץ איז די ריכטיגע רעליגיע וואס גייט מיר געבן חיי נצח, און דאס איז דאך אוממעגליך, ביסייד די פוינט אז אסאך רעליגיעס אינוואלידירן אלע אנדערע און פארדאמען "אומגלויביגע" אין זייער רעליגיע צו נצחיותדיגע שטראף.

מוח שליט » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 12:56 am

· #80460
ונבנתה העיר
איך האב זיך דערמאנט וואס איך האב געהערט אלץ בחור פון אמנון יצחק, אינמיטן א ויכוח מיט א חילוני זאגט ער יענעם: דו האלטסט אז עס איז נישט דא נישט קיין גאט נישט קיין דת נישט קיין חיים לאחר המות - אכול ושתה כי מחר נמות ענד איטס גאון ענד פארגאטען, איך האלט אז מען דרייעט זיך דא ס"ה 80 יאהר אבער דערנאך קומט א חיי נצח וואס וועט זיך ווענדן לפי מעשיי אין די 80 יאהר.

זעמיר 50\50 - איך האלט אזוי און דו זאגסט פארקערט, איז לאמיר מאכן א חשבון וועלכער מהלך אין לעבן לוינט זיך ענדערש:

אויב בין איך גערעכט, איז נניח אז דו וועסט טאקע האבן א געשמאקע 80 יאהר, וועסטו אבער דערנאך ליידן לנצח, איך וועל זיך דורכשטיפן מיינע 80 יאהר - טאקע נישט אזוי געשמאק ווי דו, און דערנאך וועל איך האבן א חיים טובים לנצח, און נצח מיינט נ-צ-ח, א טיפה האט לאין ערוך מער ערך צום אוקינוס ווי טויזענטער יאהר האבן לגבי נצח.

און אויב ביסטו גערעכט, וועסטו האבן א געשמאקע 80 יאהר, און דערנאך גייסטו אין קבר לאבדון, איך וועל נישט האבן אזא געשמאקע 80 יאהר, און דערנאך גיי איך אויך לאבדון.

קומט אויס אז דו וועסט בין כך ובין כך גיין לאבדון, איך האב אבער א 50 פראצענט שאנס צו האבן א חיים טובים ל-נ-צ-ח, נו, לוינט זיך נישט משקיע צו זיין?


דער מחדש פין דעם טענה איז געווען א גוי. ער האט דאס געניצט פאר זיין רעליגיע
זעהט אויס אז גיט שטיקל געפילטע פיש איז מער ווערט ווי מוח וואס איז שליט. 😃 ער האט מיך אויסגעכאפט דא.

נולד מאוחר » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 1:01 am

· #80462
ונבנתה פארוואס איז דאס וואס שטייט און די תורה אז איז געווען א מעמד הר סיני און גאט האט אינדז געגעבן די תורה, א שוואכרע ריאה ווי דאס וואס שטייט און די תורה אז 60000 מענטשען האבן פארציילט פאר זייער קונדער.

געפילטע פיש » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 1:07 am

· #80463
דאכט זיך אז דאס איז א כוזרי, אז ווען האט זיך אנגעהויבן דאס גלייבן אין מתן תורה, פאר די דור המדבר וואסטו דאך נישט געקענט איינרעדן א יאר נאך די אנגעבליכע מתן תורה אז ו' סיון פאריאר איז געווען א מעמד פון שישם ריבוא איש, סא ווען האט זיך די לעגענדע אנגעהויבן? (שטייט זיך איך זאג אנגעבליך און לעגענדע אלץ דעווילס אדוואקאט, אויב גלייבסטו נישט אין מתן תורה) פאר די קינדער פונעם דור המדבר? די פונקט איז אז דו קענסט איינרעדן דעם עולם אז ישו האט געוואקט אויף וואסער און אפאר געציילטע תלמידים און צוקוקער האבן געזען, אבער קענסט נישט איינרעדן א פאלק אז עפעס איז געשען במעמד זעכציג טויזענט מענטשען ווען ס'איז נישט געשאויגן און נישט געפלויגן.
איך האף אז איך בין גענוג קלאר.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 1:13 am

· #80464
געפילטע פיש
און לעצם הטענה, גערעכט טאקע אז ס'לוינט צו גלייבן אין גאט, (און דאס איז שוין נאכדעם וואס איך נעם אן אז דער גאט האט א רצון מ'זאל גלייבן אין עם, און ער באלוינט לנצח איינער וואס גלייבט, און באשטראפט לנצח איינער וואס איז לאגיש - מיט די שכל וואס דער זעלבער גאט האט עם געגעבן - אנגעקומען צום מסקנא אז ער גלייבט נישט), אבער אפילו אויב גלייב איך שוין אין גאט, דארף איך מחמת דעם זעלבן טענה גיין דינען יעדע סארט רעליגיע פארן שאנס אז יענץ איז די ריכטיגע רעליגיע וואס גייט מיר געבן חיי נצח, און דאס איז דאך אוממעגליך, ביסייד די פוינט אז אסאך רעליגיעס אינוואלידירן אלע אנדערע און פארדאמען "אומגלויביגע" אין זייער רעליגיע צו נצחיותדיגע שטראף.

דעם חשבון קען מען סיי ווי נישט נוצן צו זאגן אז 'עס לוינט צו גלייבן אין גאט', עס איז אפגעפרעגט מצד עצמו, אדער גלויבט ער אדער נישט, עס איז נישט שייך צו גלייבן ווייל עס לוינט.

וואו דער חשבון איז נוגע איז אויף מצוות מעשיות, צו עס לוינט זיך צו פיהרן לויט ווי דת שרייבט פאר.

אז מען עסטעבלישט אז עס לוינט זיך נישט צו רעכענן מיט די פראצענטן וואס כפירה האט, איז דאס שוין א צווייטע סוגיא - וואס אויף דעם זענען געפיהרט געווארן ויכוחים בין הדתות - וועלכע דת איז די מערסטע מסתבר אז ער איז דער אמת'ער, און אויף דעם איז דא עקסטערע טענות פארוואס די אידישע דת איז דער געוואונער.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 1:16 am

· #80465
נולד מאוחר
ונבנתה פארוואס איז דאס וואס שטייט און די תורה אז איז געווען א מעמד הר סיני און גאט האט אינדז געגעבן די תורה, א שוואכרע ריאה ווי דאס וואס שטייט און די תורה אז 60000 מענטשען האבן פארציילט פאר זייער קונדער.

ווי געפילטע, איך האב נישט געזאגט אז אין די תורה שטייט אז וכו', נאר איך זאג אז בפועל האבן 600 טויזנט מענטשן אזוי פארציילט, און ווי אויבן געשריבן איז נישט שייך אנצוהייבן א שקר מיט 600 טויזנט מענטשן.

מוח שליט » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 1:24 am

· #80466
ונבנתה העיר
נולד מאוחר
ונבנתה פארוואס איז דאס וואס שטייט און די תורה אז איז געווען א מעמד הר סיני און גאט האט אינדז געגעבן די תורה, א שוואכרע ריאה ווי דאס וואס שטייט און די תורה אז 60000 מענטשען האבן פארציילט פאר זייער קונדער.

ווי געפילטע, איך האב נישט געזאגט אז אין די תורה שטייט אז וכו', נאר איך זאג אז בפועל האבן 600 טויזנט מענטשן אזוי פארציילט, און ווי אויבן געשריבן איז נישט שייך אנצוהייבן א שקר מיט 600 טויזנט מענטשן.

די האסט נישט געכאפט זיין טענה, דאס גופא זאגט ער. אז די ווייסט נאר פין 600,000 דורך די תורה. ממילא גייט אלעס צוריק ווייל די גלייבסט די תורה. אמונה בתמימות.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 1:31 am

· #80468
וואס פאלט דיר ביי אז איך ווייס עס פון די תורה? איך ווייס עס פון מיין טאטע, און ער פון זיין טאטע וכו'.

ובלשונו של געפילטע:
געפילטע פיש
פאר די דור המדבר וואסטו דאך נישט געקענט איינרעדן א יאר נאך די אנגעבליכע מתן תורה אז ו' סיון פאריאר איז געווען א מעמד פון שישם ריבוא איש, סא ווען האט זיך די לעגענדע אנגעהויבן?


די מעין פאינט איז: אויב ווען מען פארט ארויף די דורות ענדיגט זיך די לעגענדע ביי 600 טויזנט מענטשן, קען עס נישט זיין א לעגענדע.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7