דרשות ואגדות חז"ל
483 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2713
אמר רב כהנא כד הוינא בר תמני סרי שנין והוה גמירנא ליה לכוליה תלמודא, ולא הוה ידענא דאין מקרא יוצא מידי פשוטו.
יתכן אזוי ווי עם איז געווען נאך אסאך נאר זיי זענען דאס געוואר געווארן כד הוינא בר שמונים.
נולד מאוחרווען ספעלט אויס מיינט איש מלאך גבריאל ד"ה וימצאהו איש: זה גבריאל [שנאמר (דניאל ט' כ"א) "והאיש גבריאל"].ויאבק איש עמו שרו של עישו.
פארוואס מיינט אשה א גאנצע דוקא?
ווען ס'מאכט סענסט אז לא בא הכתוב לסתום אלא לפרש, אין אויך אז מלאך גבריאל איז א שם המושאל ווען מען וויל ארויסברענגען ווי די השגחה עליונה פירט זיין וועלטעל אין איז מסבב די אידן אריין אין מצרים. יא, זאגט דער מדרש, דו מיינסט אז עס האט ממש געפעלט א האר אז עס זאל גארנישט קומען פין די גאנצע יוסף פרשה נאר פונקט האט עפעס אן "איש" אונטערגעהערט זייער געשפרעך, עפעס א fluke איז דא געשעהן. ווייסעחוואס, דער מיסטירעיזער 'איש' וואס האט געטוישעט דעם באלאנס פינעם גאנצען מאורע דארך עפעס א קליינע אונטערהערעכטס, איז דא צו ווייזען די קלייניקע אין שטילע וועגען פין גאט. אט די קלייניקע מאורעות איז ווי גאט שפילט, אט דארט איז זיין שליח גבריאל. אזוי מען זעהט טאקע "והאיש גבריאל", אז דער מלאך גבריאל רופט מען אויך אהן איש.
נולד מאוחראמר רב כהנא כד הוינא בר תמני סרי שנין והוה גמירנא ליה לכוליה תלמודא, ולא הוה ידענא דאין מקרא יוצא מידי פשוטו.
יתכן אזוי ווי עם איז געווען נאך אסאך נאר זיי זענען דאס געוואר געווארן כד הוינא בר שמונים.
נו, וואס איז פשט דא? סתם משוגע? אבערוואס, זיי האבען געוואוסט אז די תורה איז פיל מיט רמזים. איז דאך אויב אזוי זייער יתכן אז איינמאל איך כאפ דעם רמז פין דעם פסוק דארף איך נישט קימערן אפי' מיטן פשוט פשט. איז ער געוואויר געווארען ביי די אכטצען אז ניין די שיינקייט פין די תורה איז אז אפי' איך האב א פסוק ווי איך זע קלאר אז דעי פסוק דא האט מען געמיינט אסאך רמזימלעך, זאלסטו וויסען אז דער כותב התורה האט נאך אלץ געשריבען אויף אזא אופן אז דער פשוט פשט זאל אויך זיין ריכטיג. אין די פשוט פשט קומט דיר אויף עפעס לערנען.
כעין ווען א מענטש א קליגער מענטש געבט א משל כדי מסביר זיין עפעס א טיפע נקודה. מאכט ער די משל אזוי אז פינעם ציור המשל קענסטו אויך האבען א געוויסע לימוד. לערען דעם משל אויך גוט אפ. לויף נישט נאר צום נמשל.
מוח שליטיאירוען ספעלט אויס מיינט איש מלאך גבריאל ד"ה וימצאהו איש: זה גבריאל [שנאמר (דניאל ט' כ"א) "והאיש גבריאל"].ויאבק איש עמו שרו של עישו.
פארוואס מיינט אשה א גאנצע דוקא?
ווען ס'מאכט סענסט אז לא בא הכתוב לסתום אלא לפרש, אין אויך אז מלאך גבריאל איז א שם המושאל ווען מען וויל ארויסברענגען ווי די השגחה עליונה פירט זיין וועלטעל אין איז מסבב די אידן אריין אין מצרים. יא, זאגט דער מדרש, דו מיינסט אז עס האט ממש געפעלט א האר אז עס זאל גארנישט קומען פין די גאנצע יוסף פרשה נאר פונקט האט עפעס אן "איש" אונטערגעהערט זייער געשפרעך, עפעס א fluke איז דא געשעהן. ווייסעחוואס, דער מיסטירעיזער 'איש' וואס האט געטוישעט דעם באלאנס פינעם גאנצען מאורע דארך עפעס א קליינע אונטערהערעכטס, איז דא צו ווייזען די קלייניקע אין שטילע וועגען פין גאט. אט די קלייניקע מאורעות איז ווי גאט שפילט, אט דארט איז זיין שליח גבריאל. אזוי מען זעהט טאקע "והאיש גבריאל", אז דער מלאך גבריאל רופט מען אויך אהן איש.
איך בין נישט קלאר וואס די שרייבסט. האבן חז"ל באמת געהאלטן אז סאיז געווען א מלאך גבריאל אדער סאיז א משל אויף עפס?
דרך אגב חז"ל האבן זייער גוט געקענט מסביר וואס זיי ווילן זאגן. אויב ווילן זיי לערנען דיין לימוד וואלט זיי גארנישט אפגעהאלטן זיי זאלן דאס ארויס שרייבען. אז די תלמוד וואלט געווען פופציג בענדער אנשטאט צוואנציג וואלטן זיי נישט געהאט א פראבלעם. להגדיל תורה ולהאדיר.
נולד מאוחר
איך בין נישט קלאר וואס די שרייבסט. האבן חז"ל באמת געהאלטן אז סאיז געווען א מלאך גבריאל אדער סאיז א משל אויף עפס?
וואס מיינט א מלאך?
נולד מאוחרדרך אגב חז"ל האבן זייער גוט געקענט מסביר וואס זיי ווילן זאגן. אויב ווילן זיי לערנען דיין לימוד וואלט זיי גארנישט אפגעהאלטן זיי זאלן דאס ארויס שרייבען. אז די תלמוד וואלט געווען פופציג בענדער אנשטאט צוואנציג וואלטן זיי נישט געהאט א פראבלעם. להגדיל תורה ולהאדיר.
קאם אן, זיי אויפריכטיג, לעולם ישנה אדם לתלמידו דרך קצרה. אמאל אמאל ווען עס איז גאר שיינע טיפע זאכען אפי' ס'איז נישט נוגע למעשה האט די גמרא דאך געוואלט שרייבען טיפע הגדרות אין שור בור מבעה הבער וכדו'. אבער דאס איז אוודאי נישט על הכלל כולו יצאה.
מוח שליטנולד מאוחראמר רב כהנא כד הוינא בר תמני סרי שנין והוה גמירנא ליה לכוליה תלמודא, ולא הוה ידענא דאין מקרא יוצא מידי פשוטו.
יתכן אזוי ווי עם איז געווען נאך אסאך נאר זיי זענען דאס געוואר געווארן כד הוינא בר שמונים.
נו, וואס איז פשט דא? סתם משוגע? אבערוואס, זיי האבען געוואוסט אז די תורה איז פיל מיט רמזים. איז דאך אויב אזוי זייער יתכן אז איינמאל איך כאפ דעם רמז פין דעם פסוק דארף איך נישט קימערן אפי' מיטן פשוט פשט. איז ער געוואויר געווארען ביי די אכטצען אז ניין די שיינקייט פין די תורה איז אז אפי' איך האב א פסוק ווי איך זע קלאר אז דעי פסוק דא האט מען געמיינט אסאך רמזימלעך, זאלסטו וויסען אז דער כותב התורה האט נאך אלץ געשריבען אויף אזא אופן אז דער פשוט פשט זאל אויך זיין ריכטיג. אין די פשוט פשט קומט דיר אויף עפעס לערנען.
כעין ווען א מענטש א קליגער מענטש געבט א משל כדי מסביר זיין עפעס א טיפע נקודה. מאכט ער די משל אזוי אז פינעם ציור המשל קענסטו אויך האבען א געוויסע לימוד. לערען דעם משל אויך גוט אפ. לויף נישט נאר צום נמשל.
סא געוויסע פון חז"ל האבו געקענט אלט זיין 80 יאר און זיך נישט געקימערט מיט פשט ווייל זיי זענען געווען ביזי מיט רמזליך?
נולד מאוחרשבת ניים ליינען איז מיר שווער געווארן פארוואס קען נישט והיו לטוטפות בין עיניך מיינען ביו עיניך ממש?
"גובה שבראש מנלן? דת"ר: בין עיניך - זו גובה שבראש; אתה אומר: זו גובה שבראש, או אינו אלא בין עיניך ממש? נאמר כאן בין עיניך ונאמר להלן (דברים יד) לא תשימו קרחה בין עיניכם למת, מה להלן בגובה שבראש מקום שעושה קרחה, אף כאן בגובה של ראש מקום שעושה קרחה; ר' יהודה אומר: אינו צריך, אמרה תורה: הנח תפילין ביד הנח תפילין בראש, מה להלן במקום הראוי ליטמא בנגע אחד, אף כאן במקום הראוי ליטמא בנגע אחד, לאפוקי בין עיניך דאיכא בשר ושער, דאיכא שער לבן ואיכא נמי שער צהוב"
וואס איז שלעכט מיט פשוט פשט?
די האלטסט אז פשוט פשט מיינט עס די נאז? וואס מיינט פשוט אז די תורה זאל זיין ווי א צירונג צווישען דיינע אויגען? די תורה איז נישט קיין צירונג. אוודאי מיינט עס אז די ווערטער פין די תורה זאל דיר זיין פאר דיינע אויגען כסדר. דאס מיינט עיני השכל, ניין? דאס מיינט די מוח. כתבם על לוח לבך מיינט נישט קיין open heart surgery, עס מיינט אז עס דיר ליגען אויפען הארץ. דאס זעלבע איז בין עיניך, עס זאל דיר ליגען אין קאפ.
אויב אזוי קימט אויס אז די אמתע פשוטע מכווין מיינט די ראש נישט די נאז. וועגן דעם איז נישט גיט די פשוט פשט. כמובן אז מען האט געוואלט האבען רמזים פין די טעקסט אויך נישט נאר סברות אליינס ממילא האט יעדער געזען זיין מהלך.
מסכים אז די דרשות דארף מען זיך מער מעמיק זיין. אבער מיר דארפען אפמאכען רולס וויפיל דרשות מיר זאלען זיך מעמיק זיין אין זעהן די נקודות דערין. מען קען נישט ווארפען איין דרשה נאכען צווייטען אין נאכדעם גיין ווייטער. זאל מען אהערשטעלען א ליסטע פין דרשות אין לאמיר ארבעטען דערויף אינאיינעם.
נולד מאוחר
איך בין נישט קלאר וואס די שרייבסט. האבן חז"ל באמת געהאלטן אז סאיז געווען א מלאך גבריאל אדער סאיז א משל אויף עפס?
מוח שליטוואס מיינט א מלאך?
לויט חז"ל מלאך גבראיל מיינט א מיסטישע בריאה. פרעג דיין צען יעריג אינגעל וואס מיינט א מלאך. איך ווייס פון אלע שיינע תורת הועשה מלאכיו רוחות. און אבן עזרא די שכל איז א מלאך. חז"ל זענען נישט געווען אזוי סעפיסטיקעטעד.
נולד מאוחרדרך אגב חז"ל האבן זייער גוט געקענט מסביר וואס זיי ווילן זאגן. אויב ווילן זיי לערנען דיין לימוד וואלט זיי גארנישט אפגעהאלטן זיי זאלן דאס ארויס שרייבען. אז די תלמוד וואלט געווען פופציג בענדער אנשטאט צוואנציג וואלטן זיי נישט געהאט א פראבלעם. להגדיל תורה ולהאדיר.
מוח שליטקאם אן, זיי אויפריכטיג, לעולם ישנה אדם לתלמידו דרך קצרה. אמאל אמאל ווען עס איז גאר שיינע טיפע זאכען אפי' ס'איז נישט נוגע למעשה האט די גמרא דאך געוואלט שרייבען טיפע הגדרות אין שור בור מבעה הבער וכדו'. אבער דאס איז אוודאי נישט על הכלל כולו יצאה.
די לימוד וואס די לערענסט אפ לגבי הנהגת הבורא איז נאך אזוי וויכטיג ווי אלע אנדרע אגדתא'ס וואס חז"ל געבען אוועק א דריטעל ש"ס דערויף.
נולד מאוחרמוח שליטנולד מאוחראמר רב כהנא כד הוינא בר תמני סרי שנין והוה גמירנא ליה לכוליה תלמודא, ולא הוה ידענא דאין מקרא יוצא מידי פשוטו.
יתכן אזוי ווי עם איז געווען נאך אסאך נאר זיי זענען דאס געוואר געווארן כד הוינא בר שמונים.
נו, וואס איז פשט דא? סתם משוגע? אבערוואס, זיי האבען געוואוסט אז די תורה איז פיל מיט רמזים. איז דאך אויב אזוי זייער יתכן אז איינמאל איך כאפ דעם רמז פין דעם פסוק דארף איך נישט קימערן אפי' מיטן פשוט פשט. איז ער געוואויר געווארען ביי די אכטצען אז ניין די שיינקייט פין די תורה איז אז אפי' איך האב א פסוק ווי איך זע קלאר אז דעי פסוק דא האט מען געמיינט אסאך רמזימלעך, זאלסטו וויסען אז דער כותב התורה האט נאך אלץ געשריבען אויף אזא אופן אז דער פשוט פשט זאל אויך זיין ריכטיג. אין די פשוט פשט קומט דיר אויף עפעס לערנען.
כעין ווען א מענטש א קליגער מענטש געבט א משל כדי מסביר זיין עפעס א טיפע נקודה. מאכט ער די משל אזוי אז פינעם ציור המשל קענסטו אויך האבען א געוויסע לימוד. לערען דעם משל אויך גוט אפ. לויף נישט נאר צום נמשל.
סא געוויסע פון חז"ל האבו געקענט אלט זיין 80 יאר און זיך נישט געקימערט מיט פשט ווייל זיי זענען געווען ביזי מיט רמזליך?
פינקט פארקערט איז משמע פין די ווערטער. ער באוונדערט זיין נאויעטעיט, עד כדי כך אז ביז די אכצען האט ער נישט געכאפט דעי פוינט. ד.ה. אז בדרך כלל האבען מענטשען דאס געוואוסט אסאך פריער.
נולד מאוחרווען ספעלט אויס מיינט איש מלאך גבריאל ד"ה וימצאהו איש: זה גבריאל [שנאמר (דניאל ט' כ"א) "והאיש גבריאל"].ויאבק איש עמו שרו של עישו.
פארוואס מיינט אשה א גאנצע דוקא?
איך האב יעצט נאכגעקוקט די פסוק פין וימצאהו איש. קוק וואס עס שטייט.
בראשית פרק לז
(טו) וַיִּמְצָאֵהוּ
אִישׁ וְהִנֵּה תֹעֶה בַּשָּׂדֶה וַיִּשְׁאָלֵהוּ
הָאִישׁ לֵאמֹר מַה תְּבַקֵּשׁ:
(טז) וַיֹּאמֶר אֶת אַחַי אָנֹכִי מְבַקֵּשׁ הַגִּידָה נָּא לִי אֵיפֹה הֵם רֹעִים:
(יז) וַיֹּאמֶר
הָאִישׁ נָסְעוּ מִזֶּה כִּי שָׁמַעְתִּי אֹמְרִים נֵלְכָה דֹּתָיְנָה וַיֵּלֶךְ יוֹסֵף אַחַר אֶחָיו וַיִּמְצָאֵם בְּדֹתָן:
(יח) וַיִּרְאוּ אֹתוֹ מֵרָחֹק וּבְטֶרֶם יִקְרַב אֲלֵיהֶם וַיִּתְנַכְּלוּ אֹתוֹ לַהֲמִיתוֹ:
דאכצעך מען קען זעהן אז די תורה איז דא מרמז עפעס. אז מען מיינט דעם בקאנטען איש. אויך געדענק אז די פסוק והאיש גבריאל איז היבש אינטערסאנטלעך. גבריאל המלאך איז א איש? עס איז דא א לאגישער סיבה צו טראכטען אז אויב זענען דעי ספרים קאודס מיט רמזים איז דאס מרמז פאר אט דעם איש הידוע. פארשטייט זיך בצירוף אז דאס מאכט סענס כמבואר לעיל אז די תורה לערנט אונז אז די מקרה פין טרעפען א 'איש', בצירוף אז דער 'איש' האט אים גאר געפרעגט אין נישט אז יוסף האט געפרעגט דעם איש. אין פערצופעל האט דער איש אונטערגעהערט, וכו'. איז גארנישט קיין פערצופען אין דאס איז דער מלאך מיכאל אליינס.
אויך געדענק אז דאס איז אגדתא דרשות. לאמיר האבען א ליסט פין דרשות, וועט דאס זיין א לעגיטימע עקספערימענט.
מוח שליטנולד מאוחרווען ספעלט אויס מיינט איש מלאך גבריאל ד"ה וימצאהו איש: זה גבריאל [שנאמר (דניאל ט' כ"א) "והאיש גבריאל"].ויאבק איש עמו שרו של עישו.
פארוואס מיינט אשה א גאנצע דוקא?
איך האב יעצט נאכגעקוקט די פסוק פין וימצאהו איש. קוק וואס עס שטייט.
בראשית פרק לז
(טו) וַיִּמְצָאֵהוּ
אִישׁ וְהִנֵּה תֹעֶה בַּשָּׂדֶה וַיִּשְׁאָלֵהוּ
הָאִישׁ לֵאמֹר מַה תְּבַקֵּשׁ:
(טז) וַיֹּאמֶר אֶת אַחַי אָנֹכִי מְבַקֵּשׁ הַגִּידָה נָּא לִי אֵיפֹה הֵם רֹעִים:
(יז) וַיֹּאמֶר
הָאִישׁ נָסְעוּ מִזֶּה כִּי שָׁמַעְתִּי אֹמְרִים נֵלְכָה דֹּתָיְנָה וַיֵּלֶךְ יוֹסֵף אַחַר אֶחָיו וַיִּמְצָאֵם בְּדֹתָן:
(יח) וַיִּרְאוּ אֹתוֹ מֵרָחֹק וּבְטֶרֶם יִקְרַב אֲלֵיהֶם וַיִּתְנַכְּלוּ אֹתוֹ לַהֲמִיתוֹ:
דאכצעך מען קען זעהן אז די תורה איז דא מרמז עפעס. אז מען מיינט דעם בקאנטען איש. אויך געדענק אז די פסוק והאיש גבריאל איז היבש אינטערסאנטלעך. גבריאל המלאך איז א איש? עס איז דא א לאגישער סיבה צו טראכטען אז אויב זענען דעי ספרים קאודס מיט רמזים איז דאס מרמז פאר אט דעם איש הידוע. פארשטייט זיך בצירוף אז דאס מאכט סענס כמבואר לעיל אז די תורה לערנט אונז אז די מקרה פין טרעפען א 'איש', בצירוף אז דער 'איש' האט אים גאר געפרעגט אין נישט אז יוסף האט געפרעגט דעם איש. אין פערצופעל האט דער איש אונטערגעהערט, וכו'. איז גארנישט קיין פערצופען אין דאס איז דער מלאך מיכאל אליינס.
אויך געדענק אז דאס איז אגדתא דרשות. לאמיר האבען א ליסט פין דרשות, וועט דאס זיין א לעגיטימע עקספערימענט.
סאיז גארנישט מאדנע דאניעל רעדט און זאגט וְעוֹד אֲנִי מְדַבֵּר בַּתְּפִלָּה וְהָאִישׁ גַּבְרִיאֵל אֲשֶׁר רָאִיתִי בֶחָזוֹן בַּתְּחִלָּה מֻעָף בִּיעָף נֹגֵעַ אֵלַי כְּעֵת מִנְחַת עָרֶב.ער האט אויסגעזען ווי א מענטש און חלום.
בכלל צי דרשנן א פסוק און תורה מיט ווערטער וואס איז געשריבען געווארן דורך דנאיל שטימט נישט צי גוט. דאס אז ער האט מקדים געווען צי פרעגן איז זייער נארמאל . ער האט געזען זיי זוכן עפעס האט ער זיי געפרעגט. סשטטיט דריי מאל מענטש און די חז"ל זעען דא א מלאך. דעמאנסט מיר די ווערטעל מיט דריי מאל לא תבשל גדי .
מוח שליטנולד מאוחרשבת ביים ליינען איז מיר שווער געווארן פארוואס קען נישט והיו לטוטפות בין עיניך מיינען ביו עיניך ממש?
"גובה שבראש מנלן? דת"ר: בין עיניך - זו גובה שבראש; אתה אומר: זו גובה שבראש, או אינו אלא בין עיניך ממש? נאמר כאן בין עיניך ונאמר להלן (דברים יד) לא תשימו קרחה בין עיניכם למת, מה להלן בגובה שבראש מקום שעושה קרחה, אף כאן בגובה של ראש מקום שעושה קרחה; ר' יהודה אומר: אינו צריך, אמרה תורה: הנח תפילין ביד הנח תפילין בראש, מה להלן במקום הראוי ליטמא בנגע אחד, אף כאן במקום הראוי ליטמא בנגע אחד, לאפוקי בין עיניך דאיכא בשר ושער, דאיכא שער לבן ואיכא נמי שער צהוב"
וואס איז שלעכט מיט פשוט פשט?
די האלטסט אז פשוט פשט מיינט עס די נאז? וואס מיינט פשוט אז די תורה זאל זיין ווי א צירונג צווישען דיינע אויגען? די תורה איז נישט קיין צירונג. אוודאי מיינט עס אז די ווערטער פין די תורה זאל דיר זיין פאר דיינע אויגען כסדר. דאס מיינט עיני השכל, ניין? דאס מיינט די מוח. כתבם על לוח לבך מיינט נישט קיין open heart surgery, עס מיינט אז עס דיר ליגען אויפען הארץ. דאס זעלבע איז בין עיניך, עס זאל דיר ליגען אין קאפ.
אויב אזוי קימט אויס אז די אמתע פשוטע מכווין מיינט די ראש נישט די נאז. וועגן דעם איז נישט גיט די פשוט פשט. כמובן אז מען האט געוואלט האבען רמזים פין די טעקסט אויך נישט נאר סברות אליינס ממילא האט יעדער געזען זיין מהלך.
וואס איז שלעכט מיט האלט עס פאר דיין אויגן זאלסט עס א גאנצן צייט זען .נישט עיני השכל נאר פליישיגע אויגן.
נאך דערצי ווי מהאט שוין געברענגט פון די רמב"ם אז די תורה רעדט לויט די דור המדבר. זיי האבן נישט געוויסט אז די מוח שליט איז און קאפ.
די ראית וואס די ברענגסט זאג שוין די אבן עזרא אז מקען נישט ברענגן א ריאה פון דארט ווי סקען נישט מיינען פשוט צי מצות תפילין ווי אלעס שטימט כפשוטו.
נולד מאוחרמוח שליטנולד מאוחרווען ספעלט אויס מיינט איש מלאך גבריאל ד"ה וימצאהו איש: זה גבריאל [שנאמר (דניאל ט' כ"א) "והאיש גבריאל"].ויאבק איש עמו שרו של עישו.
פארוואס מיינט אשה א גאנצע דוקא?
איך האב יעצט נאכגעקוקט די פסוק פין וימצאהו איש. קוק וואס עס שטייט.
בראשית פרק לז
(טו) וַיִּמְצָאֵהוּ
אִישׁ וְהִנֵּה תֹעֶה בַּשָּׂדֶה וַיִּשְׁאָלֵהוּ
הָאִישׁ לֵאמֹר מַה תְּבַקֵּשׁ:
(טז) וַיֹּאמֶר אֶת אַחַי אָנֹכִי מְבַקֵּשׁ הַגִּידָה נָּא לִי אֵיפֹה הֵם רֹעִים:
(יז) וַיֹּאמֶר
הָאִישׁ נָסְעוּ מִזֶּה כִּי שָׁמַעְתִּי אֹמְרִים נֵלְכָה דֹּתָיְנָה וַיֵּלֶךְ יוֹסֵף אַחַר אֶחָיו וַיִּמְצָאֵם בְּדֹתָן:
(יח) וַיִּרְאוּ אֹתוֹ מֵרָחֹק וּבְטֶרֶם יִקְרַב אֲלֵיהֶם וַיִּתְנַכְּלוּ אֹתוֹ לַהֲמִיתוֹ:
דאכצעך מען קען זעהן אז די תורה איז דא מרמז עפעס. אז מען מיינט דעם בקאנטען איש. אויך געדענק אז די פסוק והאיש גבריאל איז היבש אינטערסאנטלעך. גבריאל המלאך איז א איש? עס איז דא א לאגישער סיבה צו טראכטען אז אויב זענען דעי ספרים קאודס מיט רמזים איז דאס מרמז פאר אט דעם איש הידוע. פארשטייט זיך בצירוף אז דאס מאכט סענס כמבואר לעיל אז די תורה לערנט אונז אז די מקרה פין טרעפען א 'איש', בצירוף אז דער 'איש' האט אים גאר געפרעגט אין נישט אז יוסף האט געפרעגט דעם איש. אין פערצופעל האט דער איש אונטערגעהערט, וכו'. איז גארנישט קיין פערצופען אין דאס איז דער מלאך מיכאל אליינס.
אויך געדענק אז דאס איז אגדתא דרשות. לאמיר האבען א ליסט פין דרשות, וועט דאס זיין א לעגיטימע עקספערימענט.
סאיז גארנישט מאדנע דאניעל רעדט און זאגט וְעוֹד אֲנִי מְדַבֵּר בַּתְּפִלָּה וְהָאִישׁ גַּבְרִיאֵל אֲשֶׁר רָאִיתִי בֶחָזוֹן בַּתְּחִלָּה מֻעָף בִּיעָף נֹגֵעַ אֵלַי כְּעֵת מִנְחַת עָרֶב.ער האט אויסגעזען ווי א מענטש און חלום.
בכלל צי דרשנן א פסוק און תורה מיט ווערטער וואס איז געשריבען געווארן דורך דנאיל שטימט נישט צי גוט. דאס אז ער האט מקדים געווען צי פרעגן איז זייער נארמאל . ער האט געזען זיי זוכן עפעס האט ער זיי געפרעגט. סשטטיט דריי מאל מענטש און די חז"ל זעען דא א מלאך. דעמאנסט מיר די ווערטעל מיט דריי מאל לא תבשל גדי .
ר' נולד, איך טריי נישט דא צו געווינען א דיבעיט. איך פרוביר באמת צו פארשטיין. אויף אן אמת האלטסטו אז עס איז נישט מאדנע אנצוריפען א מלאך "והאיש גבריאל". אפי' ביי א מענטש זעהט מען כמעט קיינמאל נישט די ווארט והאיש יעקב. עס איז זייער א שטארקע משמעות אז דא איז דא א רמז אויף די ווארט איש.
דכאיב ליה כאיבא אזיל לבי אסיא. בדרך כלל דער וואס האט א פראבלעם דער זוכט הילף. [די נקודה ווער עס זוכט קודם איז ממש נישט רעלעוואנט, איך האב נאר געברענגט עס ווי א קליינע סניף. למעשה האלט איך אז די סדר איז מער אז דער וואס האט די פרבלעם פרעגט.]
אמת אז אין למדיןדברי תורה מדברי קבלה. עס איז טאקע נאר אן אגדתא. אין פארשטייט זיך אז די אמוראים האבען אוודאי געוויסט אז כולם מרועה אחד נתנו.
די ווערטעל פין לא תבשל איז נאר טאקע א ווערטל. אבער אויב מיר גייען ערענסט צו צו די תורה פארשטייען מיר אז עס שטייט נישט דריי מאל סתם צו קענען מאכען א דזשאוק.
אגב, עס איז פשוט כפשוטו אז ווען מען זאגט פאר א מענטש קאך דיר אפ א גלעזעל טיי מיינט צו זאגען אז ער זאל טרינקען א גלעזעל טיי. נישט אז ער זאל עס אפקאכן אין פארטיג. עס איז א שיינער פאעטישער וועג. עס איז זייער נישט מסתבר צו פארשטיין אז מען האט א פראבלעם פשוט אפצוקאכען. נאר ווייל עס שטייט דריי מאל, האט מען מכריח געווען אז עס איז דא אן איסור בישול כשלעצמו.
מוח,
ביטע ענפער מיין פראגע פון אויבן
וויאזוי זענען זיי אזוי זיכער אז דאס וואס איז זיי איינגעפאלן,אט א דאס איז טאקע פשט?
מען קען דאך דרשנ'ן טויזענטער אנדערע וועגן
יאירדאס מיינט אז פון יעדן לשון וואס די תורה וואלט גענוצט וואלטן מיר געהאט אן אנדער דיוק. וואס וואלט די תורה געדארפט טון אויב זי וויל סתם זאגן ווי אזוי מען איז מגרש א פרוי, אן קיין שום דיוקים?
אה, דאס איז דאך די נקודה הפנימית. זיי האבן געהאלטן (געהאט מקובל?) אז די תורה שרייבט גארנישט "סתם". די תורה שרייבט יעדע ווארט מ'זאל דאס קענען נוצן פאר דיוקים. דאס איז אויך פשט פון ר' שמעון העמסוני היה דורש כל אתין שבתורה. אין אנדערע ווערטער, די תורה דארף גארנישט "טון" אויב זי וויל זאגן סתם, ווייל די תורה שרייבט קיינמאל נישט סתם. עס איז אייביג לרמיזא.
יידליאירדאס מיינט אז פון יעדן לשון וואס די תורה וואלט גענוצט וואלטן מיר געהאט אן אנדער דיוק. וואס וואלט די תורה געדארפט טון אויב זי וויל סתם זאגן ווי אזוי מען איז מגרש א פרוי, אן קיין שום דיוקים?
אה, דאס איז דאך די נקודה הפנימית. זיי האבן געהאלטן (געהאט מקובל?) אז די תורה שרייבט גארנישט "סתם". די תורה שרייבט יעדע ווארט מ'זאל דאס קענען נוצן פאר דיוקים. דאס איז אויך פשט פון ר' שמעון העמסוני היה דורש כל אתין שבתורה. אין אנדערע ווערטער, די תורה דארף גארנישט "טון" אויב זי וויל זאגן סתם, ווייל די תורה שרייבט קיינמאל נישט סתם. עס איז אייביג לרמיזא.
דאס איז א פעלערדיגער מהלך, ווייל ס'איז נישט טעסטעבל. מ'קען סך הכל זאגן אז דארט וואו מיר האבן א תמיה אויף א ווארט פון די תורה איז דא א גוטער תירוץ אז דא ליגט א רמז. געדענק אז אויב ס'מקובל איז עס נישט על פי שכל.
מוח לעבן, איידער איך בין זיך מטריח אראפצוברענגען אלע דרשות פון גיטין, ביטע זיי מוח'ל און טראכט אריין איבער מיין שאלה:
יאירשטעל זיך פאר אז אין די חמורבי קאודס וואלט געשטאנען "את עשתרות אלהיך תירא", וואלסטו געזאגט אז דאס מיינט צו זאגן אז מען דארף אויך מורא האבן פון איינעם וואס לערנט דורך די חמורבי קאודס און קען עס זייער גוט? געדענק אז דא האסטו נישט די עדווענטעדש אז דער פסוק איז סייווי שווער אזוי ווי בן סורר ומורה.
יאיריידליאירדאס מיינט אז פון יעדן לשון וואס די תורה וואלט גענוצט וואלטן מיר געהאט אן אנדער דיוק. וואס וואלט די תורה געדארפט טון אויב זי וויל סתם זאגן ווי אזוי מען איז מגרש א פרוי, אן קיין שום דיוקים?
אה, דאס איז דאך די נקודה הפנימית. זיי האבן געהאלטן (געהאט מקובל?) אז די תורה שרייבט גארנישט "סתם". די תורה שרייבט יעדע ווארט מ'זאל דאס קענען נוצן פאר דיוקים. דאס איז אויך פשט פון ר' שמעון העמסוני היה דורש כל אתין שבתורה. אין אנדערע ווערטער, די תורה דארף גארנישט "טון" אויב זי וויל זאגן סתם, ווייל די תורה שרייבט קיינמאל נישט סתם. עס איז אייביג לרמיזא.
דאס איז א פעלערדיגער מהלך, ווייל ס'איז נישט טעסטעבל. מ'קען סך הכל זאגן אז דארט וואו מיר האבן א תמיה אויף א ווארט פון די תורה איז דא א גוטער תירוץ אז דא ליגט א רמז. געדענק אז אויב ס'מקובל איז עס נישט על פי שכל.
נישט די דרש גופא איז מקובל נאר דאס אז יעדע ווארט פארמאגט אין זיך רמזים. איך בין מסכים אז עס איז נישט טעסטעסל.
אויב זיי האבן לכתחילה געהאט מקובל אז ס'ליגט רמזים פעלט נישט אויס צו גיין זוכן שכל'דיגע סיבות פאר זייערע דרשות, ווייל זיי האבן סייווי נישט געהאט קיין ברירה נאר געמוזט אריינשטופן דרשות וואו עס איז געגאנגען, מיר קענען נאר זאגן סברות אויף די מעטשינג פראסעס. מוח שליט וויל אבער טענה'ן אז זיי האבן מסברא פארשטאנען אויף יעדע ווארט אז דארט ליגט א רמז.
פשוט פשט אין "וימצאהו איש" איז גארנישט שווער. ביי מענטשען וועם עס איז אינטרעסאנט ווער זיי זענען געווען שרייבט די תורה זייער נאמען וממילא דארף נישט שרייבען איש. אז עס איז דא א מעשה וי עס איז אונז נישט אינטרעסאנט, שרייבט מען פשוט "איש". שטעל זיך פאר ער האט געהייסען בערל, אז מוועט שרייבען וימצאהו בערל דארף מען דאך צולייגען א גאנצער אריכות ווער איז דער בערל און ווי קומט ער אהער וכו', ווי די תורה טוט ביי אנדערע פלעצער. וויבאלד עס איז נישט געווען אינטרעסאנט דאס שרייבט מען פשוט "איש" און פטור אן עסק.
כמיין מוח פראבלעם איז געווען ווייל ס'שטייט דריי מאל 'איש'
נולד מאוחרכמיין מוח פראבלעם איז געווען ווייל ס'שטייט דריי מאל 'איש'
ווען סשטייט ווען דריי מאל בערל האט ער די זעלבע פראבלעם?
לעיקוואדנולד מאוחרכמיין מוח פראבלעם איז געווען ווייל ס'שטייט דריי מאל 'איש'
ווען סשטייט ווען דריי מאל בערל האט ער די זעלבע פראבלעם?
אמת. פון איין זייט זאגט מען דיבר תורה כלשון בני אדם, פון די צווייטע זייט מיינט יעדע עקסטרע אות אגאנצע מסכת.
מוח שליטנולד מאוחרמוח שליטנולד מאוחרווען ספעלט אויס מיינט איש מלאך גבריאל ד"ה וימצאהו איש: זה גבריאל [שנאמר (דניאל ט' כ"א) "והאיש גבריאל"].ויאבק איש עמו שרו של עישו.
פארוואס מיינט אשה א גאנצע דוקא?
איך האב יעצט נאכגעקוקט די פסוק פין וימצאהו איש. קוק וואס עס שטייט.
בראשית פרק לז
(טו) וַיִּמְצָאֵהוּ
אִישׁ וְהִנֵּה תֹעֶה בַּשָּׂדֶה וַיִּשְׁאָלֵהוּ
הָאִישׁ לֵאמֹר מַה תְּבַקֵּשׁ:
(טז) וַיֹּאמֶר אֶת אַחַי אָנֹכִי מְבַקֵּשׁ הַגִּידָה נָּא לִי אֵיפֹה הֵם רֹעִים:
(יז) וַיֹּאמֶר
הָאִישׁ נָסְעוּ מִזֶּה כִּי שָׁמַעְתִּי אֹמְרִים נֵלְכָה דֹּתָיְנָה וַיֵּלֶךְ יוֹסֵף אַחַר אֶחָיו וַיִּמְצָאֵם בְּדֹתָן:
(יח) וַיִּרְאוּ אֹתוֹ מֵרָחֹק וּבְטֶרֶם יִקְרַב אֲלֵיהֶם וַיִּתְנַכְּלוּ אֹתוֹ לַהֲמִיתוֹ:
דאכצעך מען קען זעהן אז די תורה איז דא מרמז עפעס. אז מען מיינט דעם בקאנטען איש. אויך געדענק אז די פסוק והאיש גבריאל איז היבש אינטערסאנטלעך. גבריאל המלאך איז א איש? עס איז דא א לאגישער סיבה צו טראכטען אז אויב זענען דעי ספרים קאודס מיט רמזים איז דאס מרמז פאר אט דעם איש הידוע. פארשטייט זיך בצירוף אז דאס מאכט סענס כמבואר לעיל אז די תורה לערנט אונז אז די מקרה פין טרעפען א 'איש', בצירוף אז דער 'איש' האט אים גאר געפרעגט אין נישט אז יוסף האט געפרעגט דעם איש. אין פערצופעל האט דער איש אונטערגעהערט, וכו'. איז גארנישט קיין פערצופען אין דאס איז דער מלאך מיכאל אליינס.
אויך געדענק אז דאס איז אגדתא דרשות. לאמיר האבען א ליסט פין דרשות, וועט דאס זיין א לעגיטימע עקספערימענט.
סאיז גארנישט מאדנע דאניעל רעדט און זאגט וְעוֹד אֲנִי מְדַבֵּר בַּתְּפִלָּה וְהָאִישׁ גַּבְרִיאֵל אֲשֶׁר רָאִיתִי בֶחָזוֹן בַּתְּחִלָּה מֻעָף בִּיעָף נֹגֵעַ אֵלַי כְּעֵת מִנְחַת עָרֶב.ער האט אויסגעזען ווי א מענטש און חלום.
בכלל צי דרשנן א פסוק און תורה מיט ווערטער וואס איז געשריבען געווארן דורך דנאיל שטימט נישט צי גוט. דאס אז ער האט מקדים געווען צי פרעגן איז זייער נארמאל . ער האט געזען זיי זוכן עפעס האט ער זיי געפרעגט. סשטטיט דריי מאל מענטש און די חז"ל זעען דא א מלאך. דעמאנסט מיר די ווערטעל מיט דריי מאל לא תבשל גדי .
ר' נולד, איך טריי נישט דא צו געווינען א דיבעיט. איך פרוביר באמת צו פארשטיין. אויף אן אמת האלטסטו אז עס איז נישט מאדנע אנצוריפען א מלאך "והאיש גבריאל". אפי' ביי א מענטש זעהט מען כמעט קיינמאל נישט די ווארט והאיש יעקב. עס איז זייער א שטארקע משמעות אז דא איז דא א רמז אויף די ווארט איש.
דכאיב ליה כאיבא אזיל לבי אסיא. בדרך כלל דער וואס האט א פראבלעם דער זוכט הילף. [די נקודה ווער עס זוכט קודם איז ממש נישט רעלעוואנט, איך האב נאר געברענגט עס ווי א קליינע סניף. למעשה האלט איך אז די סדר איז מער אז דער וואס האט די פרבלעם פרעגט.]
אמת אז אין למדיןדברי תורה מדברי קבלה. עס איז טאקע נאר אן אגדתא. אין פארשטייט זיך אז די אמוראים האבען אוודאי געוויסט אז כולם מרועה אחד נתנו.
די ווערטעל פין לא תבשל איז נאר טאקע א ווערטל. אבער אויב מיר גייען ערענסט צו צו די תורה פארשטייען מיר אז עס שטייט נישט דריי מאל סתם צו קענען מאכען א דזשאוק.
אגב, עס איז פשוט כפשוטו אז ווען מען זאגט פאר א מענטש קאך דיר אפ א גלעזעל טיי מיינט צו זאגען אז ער זאל טרינקען א גלעזעל טיי. נישט אז ער זאל עס אפקאכן אין פארטיג. עס איז א שיינער פאעטישער וועג. עס איז זייער נישט מסתבר צו פארשטיין אז מען האט א פראבלעם פשוט אפצוקאכען. נאר ווייל עס שטייט דריי מאל, האט מען מכריח געווען אז עס איז דא אן איסור בישול כשלעצמו.
איך מיין אז די ביזט נישט גערעכט. דע פשוט'סטע פשט וואס איך האב נאר געהערט אדער געזען אויף בשר בחלב איז די מידת רציחה פון אפקאכען א שטיקעל פונעם קינד'ס פלייש אינעם מאמע'ס מילעך. ס'איז פשוט cruel!
סתם עסען א קינד'ס פלייש און נאכדעם טרינקען די מאמע'ס מילך איז וויט נישט אזוי רציחה'דיג. די תורה זאגט לא תבשל און מיינט לא תבשל...לויט ריין פשט
(פארוואס ס'שטייט 'גדי' לויט פשטות, איז ווייל די סטייל איז געווען עס צו טון מיט א גדי. די תורה האט געוואלט מרחק זיין דעם עם הנבחר פון אזעלכע זאכען)
מוח , צי זען א מאלך און חלום בדמות איש אן זעקס ווייסע פליגלן. איז א נארמאלער פאקט צי דערמאנן. און אפשר אינטערסאנט.
קליג, עסן די גדי וואס איז נתבשל און מאמע מילך איז אויך קראל,איז עס נכלל אונעם לא תבשל.
בדרך כלל, דעס אז די תורה רעדט בדרך קצרה, און איעדעס ווארט אדער אות מיינט עפעס צו מרמז זיין איז איינס פון די שווערסטע זאכען פון חז''ל מיר אריינצוגיין אין קאפ.
די תורה -אין מיין פארשטינקענעם קליינע שכל- איז פאר א מענטש וואס לערנט עס אבדשזעקטיב, דוקא אן אויסגעצוגענע אריכות'דיגע לשון אין כמעט איעדע הינזיכט. אפאר קלענערע משלים
1)אברהם טענה'ט וועגן סדום. זייער אסאך איבריגע ווערטער
2) די מעשה פון אליעזר מיט רבקה צוויי מאל די גאנצע מעשה
3) פרעה זאגט איבער די גאנצע חלום פאר יוסף
4) די ברידער קומען צוריק צו יעקב ' ויגידו לו את כל הקורות אתם לאמר' און זיי פארציילען די גאנצע מעשה. א קורצע שרייבער שטעלט זיך אפ נאך 'את כל הקורות אותם'
און גרויסע משלים
5) פרשת תרומה-תצוה און ויקהל-פקודי. א הימעל געשריי
6) די קרבנות נשיאים. 12מאל
7) גאנץ סדר דברים!
8) עריות אחרי-קדושים. די לאו און עונש קען שטיין צוזאמען
9) רוב מצוות שטייען מער ווי איינמאל. טייל דריי, פיר, און אפילו פינעף מאל. שבת. אלע ימים טובים. תפילין. מזוזה. שמיטה. און פארשטייטצעך אונזער באקאנטע בשר בחלב. און נאך נאך...צופיל אויסצורעכענען.
10) דערנאך איז דא סתם די טויזענטער ווערטער אין הונדעטער פרשות וואס זענען דוקא אזוי באריכות. נעמט פאר א משל די פרשת ציצית וואס מיר זאגען דריי מאל א טאג ביי קרי''ש. טראכטס אריין אין דע פרשה ווי באריכות ס'איז געשריבן
איך פארשטיי אז אלעס (אדער רוב) האבען דרשות פארוואס ס'שטייט. טייל געבן חז''ל א טעם, ווי 'יפה שיחתן של עבדי אבות' אויף אליעזר. אבער איז 'יפה שיחתן של עבדי אבות' גענוג צו טוישען אן אבדזשעקטיב אויסקוק פון אריכות, צו א פרעדזשעדיס ערקלערונג פון קיצור??
נולד מאוחרמוח , צי זען א מאלך און חלום בדמות איש אן זעקס ווייסע פליגלן. איז א נארמאלער פאקט צי דערמאנן. און אפשר אינטערסאנט.
קליג, עסן די גדי וואס איז נתבשל און מאמע מילך איז אויך קראל,איז עס נכלל אונעם לא תבשל.
האסט נישט גיט פארשטאנען. איך האב גערעדט פון עסן צוזאמען קינד פלייש און מאמע מילך וואס איז נישט געקאכט צוזאמען.
ער זאגט אז די ווארט 'תבשל' איז אזוי ווי א מענטש זאגט קאך דיר אפ א טיי, זאך איך אז ס'נישט אמת. די תורה האט געבאדערט די רציחה פון קאכעןדי קינד אינעם מילעך וואס האט איר געדארפט ערנערן. אבער אוודאי אויפעסן די געקאכטע איז נכלל. משא''כ סתם עסן ביידע צוזאמען.
קלוג און יונגנולד מאוחרמוח , צי זען א מאלך און חלום בדמות איש אן זעקס ווייסע פליגלן. איז א נארמאלער פאקט צי דערמאנן. און אפשר אינטערסאנט.
קליג, עסן די גדי וואס איז נתבשל און מאמע מילך איז אויך קראל,איז עס נכלל אונעם לא תבשל.
האסט נישט גיט פארשטאנען. איך האב גערעדט פון עסן צוזאמען קינד פלייש און מאמע מילך וואס איז נישט געקאכט צוזאמען.
ער זאגט אז די ווארט 'תבשל' איז אזוי ווי א מענטש זאגט קאך דיר אפ א טיי, זאך איך אז ס'נישט אמת. די תורה האט געבאדערט די רציחה פון קאכעןדי קינד אינעם מילעך וואס האט איר געדארפט ערנערן. אבער אוודאי אויפעסן די געקאכטע איז נכלל. משא''כ סתם עסן ביידע צוזאמען.
כמיין אז מוח שליט. האט נאר עדריסירט דאס וואס שטייט לא תבשל ,מיינט נישט נאר בישל סמיינט אכילה אויך.
ער רעדט נישט פון די אופן ווי אזוי מקאכט עס מיט מאמע אדער פרעמדע מילך.
נולד מאוחרקלוג און יונגנולד מאוחרמוח , צי זען א מאלך און חלום בדמות איש אן זעקס ווייסע פליגלן. איז א נארמאלער פאקט צי דערמאנן. און אפשר אינטערסאנט.
קליג, עסן די גדי וואס איז נתבשל און מאמע מילך איז אויך קראל,איז עס נכלל אונעם לא תבשל.
האסט נישט גיט פארשטאנען. איך האב גערעדט פון עסן צוזאמען קינד פלייש און מאמע מילך וואס איז נישט געקאכט צוזאמען.
ער זאגט אז די ווארט 'תבשל' איז אזוי ווי א מענטש זאגט קאך דיר אפ א טיי, זאך איך אז ס'נישט אמת. די תורה האט געבאדערט די רציחה פון קאכעןדי קינד אינעם מילעך וואס האט איר געדארפט ערנערן. אבער אוודאי אויפעסן די געקאכטע איז נכלל. משא''כ סתם עסן ביידע צוזאמען.
כמיין אז מוח שליט. האט נאר עדריסירט דאס וואס שטייט לא תבשל ,מיינט נישט נאר בישל סמיינט אכילה אויך.
ער רעדט נישט פון די אופן ווי אזוי מקאכט עס מיט מאמע אדער פרעמדע מילך.
''עס איז זייער נישט מסתבר צו פארשטיין אז מען האט א פראבלעם פשוט אפצוקאכען. נאר ווייל עס שטייט דריי מאל, האט מען מכריח געווען אז עס איז דא אן איסור בישול כשלעצמו.''
די ווערטער פון מוח אויף וואס איך האב רעאגירט
קלוג און יונגנולד מאוחרקלוג און יונגנולד מאוחרמוח , צי זען א מאלך און חלום בדמות איש אן זעקס ווייסע פליגלן. איז א נארמאלער פאקט צי דערמאנן. און אפשר אינטערסאנט.
קליג, עסן די גדי וואס איז נתבשל און מאמע מילך איז אויך קראל,איז עס נכלל אונעם לא תבשל.
האסט נישט גיט פארשטאנען. איך האב גערעדט פון עסן צוזאמען קינד פלייש און מאמע מילך וואס איז נישט געקאכט צוזאמען.
ער זאגט אז די ווארט 'תבשל' איז אזוי ווי א מענטש זאגט קאך דיר אפ א טיי, זאך איך אז ס'נישט אמת. די תורה האט געבאדערט די רציחה פון קאכעןדי קינד אינעם מילעך וואס האט איר געדארפט ערנערן. אבער אוודאי אויפעסן די געקאכטע איז נכלל. משא''כ סתם עסן ביידע צוזאמען.
כמיין אז מוח שליט. האט נאר עדריסירט דאס וואס שטייט לא תבשל ,מיינט נישט נאר בישל סמיינט אכילה אויך.
ער רעדט נישט פון די אופן ווי אזוי מקאכט עס מיט מאמע אדער פרעמדע מילך.
''עס איז זייער נישט מסתבר צו פארשטיין אז מען האט א פראבלעם פשוט אפצוקאכען. נאר ווייל עס שטייט דריי מאל, האט מען מכריח געווען אז עס איז דא אן איסור בישול כשלעצמו.''
די ווערטער פון מוח אויף וואס איך האב רעאגירט
און די זאגסט אז דע אוסור איז נאר קאכן?
איך ווייס אז ס'איז נישט שיין זיך צוצושטעלן און ווייטער באהאמערן מוח'ן מיט קשיות. אבער לאמיר געבן א דוגמא פון א חילוק ווי אזוי מען קען אפלערנען א דרש. דער דרש אז תפילין מוז זיין מכל המותר בפיך איז איינער פון די מערסט מאדנע דרשות וואס זענען פארהאן. די תורה זאגט למען תהיה תורת ה' בפיך, מען זאל כסדר רעדן ווערטער פון תורה, און חז"ל זאגן אז מען דארף קענען עסן תפילין. האב איך אריינגעקוקט אין רמב"ן, זע איך אז ער מוטשעט זיך פארוואס עס שטייט והיה לאות על ידך וכו' למען תהיה תורת ה' בפיך כי ביד חזקה הוציאך ממצרים. ס'וואלט געדארפט שטיין פארקערט, לאות על ידך שהוציאך ממצרים, כדי דורך דעם זאל זיין תורת ה' בפיך. האב איך געקלערט אז דאס קען זיין די סיבה פארוואס חז"ל האבן גע'דרש'נט אז תורת ה' בפיך גייט ארויף אויפ'ן לאות על ידך. אבער למעשה, לייגט זיך דען אויפ'ן שכל אז די תורה וויל מרמז זיין אז מען מעג עסן תפילין? דא ווערט מוח שליט מכובד מיט'ן מייק אין מויל צו מסביר זיין דער דרש.
מוח איז נישט דא געווען א גאנצען טאג פון פארטאגס . כגלייב ער גרייט זיך פאר א גוטס.
המשך, דרשות חז"ל אין די אויגן פון חכמי הדור
דערווייל וואס מוח גרייט צו זיין פאלעמיק וועל איך גיין ווייטער מיט די היסטאריע איבער דרשות חז"ל.
ווען די געטאס האבן זיך געעפנט און די אידנ'ס קעפ האבן אנגעהויבן ארויסשפרינגען, האבן זיי מיטאמאל געזען אז עס איז דא א גאנצע וועלט פון וואס זיי האבן קיינמאל נישט געהערט. דאן האט זיך אנגעהויבן די רעפארם און השכלה באוועגונג. די משכילים האבן געלאכט פון די פאנאטישע רבנים, און דער תלמוד, מיט איר אייגנארטיגער לאגיק און אומגעווענליכער צוגאנג צו דרשות און אגדות האבן געגעבן אסאך שטאף פאר די מלעיגים על דברי חז"ל. זיי האבן גע'טענה'ט אז זיי, די רעפארמער, זענען די אריגינעלע אידן, די ארטאדאקסישע אידנטום, וואס איז אייגנטליך אן אור אייניקל פון די פרושים באוועגונג, זענען די וואס האבן 'רעפארמירט' אידישקייט, זיי זענען געקומען און צוגעלייגט ימ'ן מיט דרשות און קאמפליצירטע הלכות התלויים בשערה פון וואס כלל ישראל האט קיינמאל נישט געוואוסט, און זיי האבן פארוואנדלט אידישקייט אין דאס וואס מיר רופן היינט ארטאדאקסיע.
דער מלבי"ם האט זיך דאן אנגעגארטלט און גענומען אויף זיך א הייליגע מיסיע צו ערקלערן ווי אזוי די גאנצע תורה שבעל פה איז בעצם שוין נכלל אין די תורה שבכתב. חז"ל זענען פשוט געקומען און ברוב חכמתם ערקלערט וואו די בריליאנטן ליגן באהאלטן. אין אנדערע ווערטער, ער איז געווען דער פארגייער פון מוח שליט, פרובירנדיג אויפצואווייזן אז די דרשות חז"ל ליגן יא אינ'ם פסוק. ער האט געשריבן א חיבור מיט'ן נאמען אילת השחר, וואו ער שטעלט אראפ 613 כללים, כמנין תרי"ג, וואס לויט אים זענען דאס די כללי הדקדוק וואס חז"ל האבן גענוצט ביים דרש'נען דרשות, און יעדער פסוק וואס האט נישט געשטימט לויט די כללים האבן חז"ל פארשטאנען אז דא ליגט באהאלטן א דרש. דערנאך האט ער מחבר געווען חיבורו הגדול 'התורה והמצוה' אויף מכילתא, ספרא, ספרי. וואו ער איז מסביר באריכות וואו יעדע דרשה פון די ערשטע מדרשים ליגן אינ'ם פסוק, געבויט אויף די כללים וואס ער האט אוועקגעשטעלט אין אילת השחר. דער ספר איז א פענאמענעלר ווערק, און עס איז כדאי פאר יעדן וואס האט אן אינטערעסע אין אזעלכע ענינים צו כאפן א בליק דארט, וואו ער מאכט פון יעדן גארנישט א גאנצע ברייטל, און ער קלערט אויף פונקטליך וואס חז"ל האט געשטערט. (איך בין חושד אז הרב שליט איז אנייניקל פון אים).
למעשה איז זיין חיבור נישט אזוי נתקבל געווארן, צוליב עטליכע חסרונות. ערשטנס, זיינע כללי הדקדוק זענען נישט קיין עכטע כללים. ער האט באשאפן כללים לויט די דרשות חז"ל, נישט פארקערט. למשל, ער שרייבט אז וויבאלד עס שטייט לגבי די איל המילואים "וישחט משה" אנשטאט "וישחטה משה" (ויקרא ח כג) ממילא איבעראל וואו עס שטייט א ו' אדער ה' צום סוף פונ'ם ווארט איז עס מעגליך איבריג און מען קען עס דרש'נען. נאך א חסרון איז, אז דער מלבים האט נאר ערקלערט איין האלב, פארוואס חז"ל האבן איינגעזען אז דער ווארט אדער אות איז איבריג, ער האט אבער נישט ערקלערט ווי אזוי זיי ווייסן וועלכע דרשה אריינצולייגן און וואספארא שייכות עס האט מיט'ן איבריגן ווארט. אויך, דער מלבים האט נאר געמאכט זיין חיבור אויף די מדרשי התורה, ער האט אפילו נישט אנגערירט תלמוד בבלי, וואס האט אפשר דריי מאל אזויפיל דרשות, און ער וואלט זיך מסתמא נישט געקענט קיין עצה געבן אפילו מיט זיינע כללים. דערפאר האט דער ספר נישט קיין סאך אויפגעטון. שפעטער איז ארויסגעקומען הרב מעקלענבורג מיט זיין חיבור הכתב והקבלה, און ער האט אויך פרובירט צו גיין בדרכו און ערקלערן ווי אלע דרשות ליגן אין פסוק, (אויך האט ער פרובירט צו מלחמה האלטן מיט וועלהאוזן און ביקורת המקרא).
א דריטער מהלך, א מיטל וועג צווישן דער מלבי"ם און להבדיל די משכילים, איז געווען פון די פרומע משכילים, וועלכע האבן זיך באצויגן מיט מער התייחסות צו די דרשות חז"ל, און האבן ערקלערט וואס עס האט באוואויגן חז"ל צו דרש'נען די דרשות. מער דערוועגן אין א קומענדיגע תגובה.
נולד אין יאיר,
איך גרייט מיך נישט צו קיין שום פאלעמיק. בעליוו איט אר נאט, עס איז דא א לייף אינדרויסען פין קאווע שטיבעל. מען דארף ברענגען לחם לפי הטף נישט נאר ע"פ הדרוש. 😉
עס איז דא אסאך פוינטס וואס זענען גערעדט געווארען דא וואס פארלאנגט זיך מחשבה. למשל דאס וואס פאר נולד'ן איז נולד געווארען ביים ליינען [זאג נאר, קענסט נישט אמאל כאפען א שמועס ביים לייענען?], בענין תפילן בין עיניך. מען דארף פשוט איבער קוקען אדער גיט דורך לענרנען די סוגיות הגמרא כדי צו פארשטיין וואס האט געשטיפט צו די דרשות. דאס זעלבע מיט יאיר'ס תורת ה' בפיך. ועוד חזון בעזהשי"ת. דע נאכט איז יונג.
איין שנעלער פוינט. מען דארף געדענקען דעם כלל אז מיר פסקענען נישט ווי די שיטה וואס האלט אז "ויש להקשות בדוחק". ווען איך זאל זאגען 'דער מענטש גבריאל' וואלט יעדער רעכטדענקענדער מענטש [ריעל מענטש] מיר געזאגט אז איך זאל טרייען צו רעדן נארמאל. גבריאל המלאך קען טאקע זיך מגלה זיין ווי א מענטש, כלשון הפסוק למעלה 'כמראה גבר', אבער זיי זשע מוחל אין רוף אים נישט 'דער מענטש גבריאל' איך מיין פליז. דאס אז איך דארף מיך ספראווען אויפצוווייזען אז דאס איז גאר אן אינטערסאנטער לשון, ווייזט אז מיר דארפען עטוואס א פאראדיים שיפט. אז דאס קען איך נישט פועלן, דעמאלטס קענסטו זיין זיכער אז איך וועל נישט קענען מסביר זיין די דרשות וואס זענען אסאך מער נואנסעד אין אסאך איידעלער.
כדי מקיים זיין מצות זכירת סומאטאכע, וויל איך ווייזען אז זאכען וואס זענען אזוי קלאר ווי די זין שיינט, למשל אז מען שטייט אויס צו ליידען בושות ורדיפות אויב קומט מען ארויס פאבליק זאגען אז בדידי הוה עובדא, קענען זיין מענטשען וואס וועלן זיך טענהן דערקעגן ווי א גוי צום פגר. איך בין איבערצייגט אז אסאך פין די טוענים דארט מיינען מיט אן אמת אין זענען איבערצייגט באמיתת דבריהם. איז דאך אויב אזוי ק"ו בן בנו של ק"ו ביי אזעלעכע זאכען וואס מיר האבען דאך געשמועסט אז מיר רעדן פין דינטשיקע הרגשים אין די דירעקשאן פינעם טעקסט, דאס דארף אוודאי א קלארן אביעקטיווען צוגאנג.
דאס איז אויך גערעדט צו מיר אליינס. נו שוין האסטו דעם פאלעמיק. יו עסקד פער איט 😛
איך האלט אז וואס האט געשטיפט פאר חז"ל צו דרש'נען מותר בפיך איז פשוט ווייל די גאנצע מצות תפילין איז דאך נישט קלאר מבואר אין די תורה, מילא אויף א גרויס חלק הלכות האט מען געמוזט ערפינדן אזא מותר בפיך, די איבריגע איז אריין אין דער אלטער אויסגעפרואווטער מיטל פון הלכה למשה מסיני, צוזאמען מיט מציצה בפה פופצן הונדערט יאר שפעטער.
לגבי מלאכים און מענטשן, מען האט נאכנישט דערמאנט והנה שלשה אנשים נצבים עליו. און ויאבק איש אמו. בכלל דארף מען וויסן אז אמאל האט דער חילוק צווישן דיוויין און מענטשהייט נישט עקזיסטירט, מלאכים, מענטשן, שדים און רוחות, אלעס איז געווען א גרויסע טשאלנט טאפ. מען קען אנרופן אן איש א מלאך ה' און דאס זעלבע פארקערט.
ווי געזאגט האב איך ערפינדן גאנץ א גוטער מהלך לדעתי צו זיין אביעקטיוו, מיר באטראכטן די תורה אזוי ווי עס וואלט געווען א חמורבי קאודס אדער א חזון איש. ווען דו זאגסט א פשט'ל אויף א ווארט אין די תורה, טראכט גוט איבער צו דו וואלסט אזוי געלערנט פשט אין חזון איש.
בכלל איז דער גאנצער מושג פון אין להקשות בדוחק אן ערפינדונג פון ארטאדאקסיע. די חכמים זענען די וואס ווילן מוציא זיין דעם פסוק מפשוטו, דארפן זיי אויפווייזן אז מען קען נישט לערנען כפשוטו, אויסער אויב זיי האבן עס מקובל, פארשטייט זיך.
יאיר, נולד, יידל, לעיקוואד, קליגער, ועוד,
בענין דרשות חז"ל האב איךבכלל נישט קיין פראבלעם צו פארשטיין אז די סברות אין יעדע נושא איז געווען די עיקר אין די פסוק איז נאר געווען א לעגיטימאציע. איך האב נישט קיין פראבלעם צו בלייבען ביי די קשיא אין זעהן אז איך קען נישט מאכען סענס פין דרשות חז"ל. איך האב נישט קיין פראבלעם צו זאגען אז זיי האבען געהאט מקובל אז די תורה איז פיל מיט קאודס [רב כהנא המובא לעיל זעהט מען אז נאכען לערנען גאנץ ש"ס האט ער הערשט נישט געוואוסט אז די פסוקים מיינען פשוט פשט אויך. משמע אז עס איז געווען א הבנה אז די תורה איז קאודס און רמזים, צו מסברא צו מקבלה.] איך האב נישט קיין פראבלעם געוואויר צו ווערען אז די סדר הכתיבה בימיהם ובימי כתיבת המקרא איז טאקע געווען, מיט רמזים אין קאודס. איך האב נישט קיין פראבלעם ווען עס איז א קאמבינעישאן פין אלל די עבאוו.
איין פראבלעם האב איך. אז מיר מאכען נישט דעם עקספערימענט אויף א סייענטיפישער אופן. פין די ערשטע מינוט בעט איך אז מען זאל אויסוועלן א מספר דרשות אין מיר זאלען דאס דורך טוהן ווי גלייך עס איז נישט דא קיין אנדער דרשות אויף דער וועלט. אז מיר וועלן נעמן פופצען רענדאם דרשות, אין אפשר דוקא שווערע דרשות, אין מיר וועלן זעהן אז עס איז דא גאנץ א לעגיטימער מהלך פארן דרש, וועט דאס זיין א שטיקעל סימן אז מיר האבען עפעס דא. ווער ווייסט מיר קענען נאך געווינען דעם נאבעל פרייז דערפאר.
מען קען טענהן אז מיר דארפען עס טוהן מיטן double blind מעטאדע. ווי מיר האבען אויך א מספר דרשות וואס איינער דא האט בודה געווען מלבו. אין קיינער זאל נישט וויסען די אמתע אדער די פאלשע. כמדומה אז לאדזשיסטיקלי איז דאס נישט שייך. מען קען אפי' גיין נאכמער אין מאכען אייגענע טעקסטס וואס זאל דוקא יא ענטהאלטען אין זיך קאודס אין דערנאך זעהן צו מיר קענען עס דעשיפרירען וכו'.
הקיצור מיין פוינט איז אז לאמיר נישט סתם פלאפענען אז מיר ווילען עס טוהן לעטס דא איט דע רייט וועי.
נאך אלע מעשיות איז דאך אט די דרשות וואס מיר אין אונזערע קינדער פילעווען א גרויס חלק פין אונזער לעבן. וביותר אז דאס דיקטירט א גרויס חלק פין אונזער לעבן אין פין אונזער קאמיוניטי עט לארדזש.
כנהוג, קוק איך מיר אריין אין שפיגעל אין איך זעה מיך שולדיג אין דעם. איך דארף מיך פשוט האלטען צום פרינציפ אין נישט אוועקרירן. דעריבער וועל איך בעזהשי"ת פרובירן אויסצוזוכען אלע ספעציפישע דרשות וואס זענען דא דערמאנט געווארען. אין וועל דאס ניצען אלס די רענדאם סעמפלינג. איבערגיין יעדע איינס מיט א ראוגקייט אין צוזאמען זעהן ווי דאס טראגט אונז. כ'האף כ'וועל האבען קאמפאני דא.
באמת איז דעי גאנצע דרשה איבעריג. איך דארף דאף פשוט אנהייבען טוהן דאס וואס איך האלט איז די ריכטיגע וועג אין שוין. די סיבה פין דאס אויסליפטערען איז צו הערן פין אייך דא אויב מיין צוגאנג איז גערעכט אדער נישט. ובכן נפשי בשאלתי לשמוע חוות דעתכם בזה. אפשר האט איר א בעסערע מהלך דאס צו דערגיין.
נולד מאוחרלעיקוואדנולד מאוחרכמיין מוח פראבלעם איז געווען ווייל ס'שטייט דריי מאל 'איש'
ווען סשטייט ווען דריי מאל בערל האט ער די זעלבע פראבלעם?
אמת. פון איין זייט זאגט מען דיבר תורה כלשון בני אדם, פון די צווייטע זייט מיינט יעדע עקסטרע אות אגאנצע מסכת.
זה היה מחלוקת תנאים, לדעת ר' ישמעאל דברה תורה כלשון בני אדם ובאמת אין יכולים לדרוש כ"כ מכל קוץ תילי תיין כדעת ר' עקיבא שלא סבר דברה תורה כו'.
איך וויל צולייגען א נקודה צו הרב יאיר און הרב מח שליט,אויף די געשרייבאכטץ אייערע און דעם אשכול און אוכט און אנדערע אשכולות,איך זעע אייערע גרויסע קענטעניסין און אסאך מושכלותדיגע ענינים,איהר ציטירט גאנצעטע שטיקלעך השכלה איבערגעטייטשט אויף אן היימישען זשארגאן,איהר ווייזט א שטיקעל היימישקייט און אונזער תלמיד בבלי און אונזערע מדרשים,און א נטיה
און איהר זוכט צו מיישב זיין אייער רעלעגיעזע לעבנס שטייגער מיט אייערע שכלדיגע קענטעניסען.
די פראבלעם איז איהר פארזעעט א יסודיתדיג חלק וואס ווערט אנגערופען פנימיות התורה וואס דארט ליגט די תירוץ אויף אלע אייערע קווענקלענישן און אומקלארקייטען.
א יעדער איינער וואס האט געלערענט אביסעל אונזער תורה וואס אונז געגעבן געווארען מפי הבורא הכל וואס לית מחשבה תפיסא ביה,ווייסט אז סאיז דא חלקי התורה וואס איז נישט מובן פאר די טרוקענע שכל האנושי.
און ווען איך זאג פנימיות התורה מיין איך נישט צוזאגען סאיז העכערע זאכען און דעיטס איט.
סאיז דא א לימוד וואס הייסט פנימיות התורה וואס איז מעגליך פאר יעדער בר דעת אנצוקומען.
אויב האט איהר שוין געטוהן אביסעל און ספרי מהרל און ספר ברית כהונת עולם און ספר מעשה רוקח,דברי חיים עהת,ספרי השלה.
אז מלערנט גוט אדורך דיע ספרים קען מען פשוט צושפרינגען ווערען וואס ליגט און א שטיקעל חזל,ווען מען עפענט זיך די קאפ און די אויגען צו אביסעל פנימיות התורה דעמאלס פאלט אוועק אסאך פארבלענדינישען פון דעם טונקעלין פארטריקענטע שכל.
ווער נאך אזוי ווי ענק אנגעליינטע ווייסען ווי אומקראנט א מענטשס שכל איז.
וואס איז נעכטען געווען פעסט און שטארק ווערט מארגען געלייגט און א פראגע און ליכט פון א נייע מענטשליכע געדאנק,שיטות לויפט ווי די פעשיאן סטיילס דאס זעלביגע שיטות וואס מהאט אונעם פריערדיגען סוזאן אוועקגעווארפען און פארזיגעלט אלץ אלטמאדיש,ברענגט מען יעצט אינעם פרישען סואזאן צוריק ארויף אויפן טיש מיט א פרישקייט מווארפט אף אלע פקפוקים און דעם אידאלוגיא איז יעצט און סטייל,און אונטער די קוליסען וועבט זיך שוין די פרישע אידולוגיא וואס גייט אפווארפען און אפפלאכען פון אלע וואס גרויסען זיך און שווערען זיך און די איצטיגע שיטה סטייל.
אלץ געלערנטער און חכמת הפסוכלוגיא קען איך ברעגען אסאך דוגמאות צו די אומקראנטקייט פון די מענטשליכע שכל און צו די כסדרדיגע חילופי השיטות וואס גייט כסדר פאר און עולם הפסוכלוגיא.
כי אותי עזבו מקור מים חיים לחצוב להם בארות בארות נשברות
ר' איינגעמיירעט, אפשר נעמט איר איינע פון די קשיות ארומגערעדט אין דער אשכול למשל און וייזט וויאזוי "פנימיות התורה" פארענטפערט עס. סתם שרייבען סופערלעטיווים זאגט גארנישט. איך האב דורכגעטוהן די אלע ספרים וואס איר דערמאנט און זיי זענען טאקע זייער שיין אבער די קשר צווישען זיי און דברי התורה ורז"ל אויף וואז זיי באציען זיך איז לכל היותר ע"ד דרוש ורמז. און , והוא העיקר, זיי פארענטפערן נישט עכט קיין איין שאלה אפילו די וואס זיי אליינס פרעגן. זיי זענען נאר מסיח לדבר אחר מיט דרוש.
ועי' כאן.איינגעמייערט,
מוח האט א צד אז אלעס שטומט אן דארפן ציקומען צי קומען פנמיות.
די האלטסט אז על פי פשטות שטימט נישט חז''ל?
איינגעמיירעט, איר זעט אויס צו זיין א בקי אין די ספרים וואס איר רעכנט אויס, אפשר זענט איר א מזכה את הרבים און זענט מעתיק עפעס וואס איז נוגע לענינינו.
אגב, פסיכאלאגיע איז זייער א בייגעדיגע סייענס, און עס איז דא טויזנט וועגן און שיטות אויף יעדער ענין, אבער אנדערע פעלדער פון אקעדעמיע איז אינגאנצן נישט אזוי.
איינגעמיירעט,
די ברענגסט ארויס די וואקעלדיקייט אין אומזיכערקייט פין א מענטשענס ידיעות. איך בין מיט דיר אלל דע וועי. די שאלה פרעגט זיך אויב אזוי, וואס איז די גורם צו דעם? וואס איז די שורש פין דעם אז מיר האלטען אין איין מאכען טעותים?
אוודאי איז די אויבעןאויף תירוץ אז דאס נעמט זיך פשוט ווייל מען האט פשוט נישט גענוג דורכגעטראכט די נושא אין ממילא איז מען זיך טועה. אבער הא גופא לאמיר אביסעל אנאלאזירען. לאמיר נעמען חשבון-מאטעמאטיקה, אמת, אויב מיר וועלן ציילען צו שנעל, אדער מיר וועלן צאמרעכענען די סכומים צו שנעל וועלן מיר האבען א ראנג טאטעל. אבער אויב געבט מען זיך גענוג צייט קען מען אפי' צאמרעכענען די קאמפליצירסטער חשבון. [איך רעד פין פשוטע מאטעמאטיקע addition subtraction multiplication division.] פארוואס אבער איז די מציאות אז גאר אסאך פין אונזערע מסקנות אין פיסכעלאגיע אדער אנדערע soft sciences, אזוי טוישעדיג אפי' נאכען דורכטראכטען די נושא פאר טעג אין יארען? [וה"ה ביי אלע דיונים אין הבנה, ווי למשל אט די שאלה זעלבסט.]
אויף דעם וואלט מען אויך געקענט ענטפערען אז דאס קומט ווייל מיר האבען נישט גענוג אינפארמעישאן ביים ערשטען מאל. די סיבה פינעם טעות איז פשוט ווייל מיר האבען נישט אלע פאקטען. אין מיר וועלן זאגען אז אט די סיבה איז די גורם אז מיר האלטען זיך אין איין טועה זיין. אין אפי' מיר זענען שוין געוואר געווארען נייע פאקטען מיינט דאס בכלל נישט אז מיר ווייסען שוין אלע פאקטען. ממילא זענען מיר פארזיגעלט אז מיר וועלן האלטען אין איין מאכען טעותים, ווייל מיר וועלן קיינמאל נישט וויסען אלע פאקטען אויף די נושא.
איז דאס טאקע די איינציגסטע סיבה, אדער אפי' די עיקר סיבה, פין די כסדרדיגע טוישען וואס מיר האבען אין הבנה? איז דען נישט די מציאות אז מיר קענען זייער אסאך מאל טוישען אונזער אפיניאן אהן דעם וואס מיר זענען געוואויר געווארען נייע אינפארמעישאן?
די גרינגסטע משל פאר אונז איז רעדן פין א שווער שטיקל גמרא. אוודאי איז דא אמאל אז מיטן האבען נייע אינפארמעישאן מאכט דאס אז מיר זאלען טוישען אונזער פשט אין די סוגיא. אבער דאס רוב מאל איז פשוט אז מיר טראכטען אריין מער מיט די זעלבער אינפא וואס מיר האבען געהאט ביז יעצט.
עס קען זיין אז די עיקר סיבה איז אז אריינטראכטען טיף מיינט אז מיר צוברעכען הנחות קדומות. מיר פרעגען זיך אליינס אויף יעדע נקודה עקסטער, ווער זאגט אז דאס וואס ביי מיר איז אזוי פשוט ביז יעצט אז רבא מיינט דא צו זאגען X, אין פארדעם איז מיר שווער וויאזוי דאס שטימט מיט אן אנדער מימרא זיינער, אפשר גאר איז נישט דאס זיין מכווין אין די פורסט פלעיס.
הנחות קדומות איז די שליסעל פין אונזער מיסטעיקס. טעותדיגע הנחות קדומות זענען ביי דעפינישאן זייער באהאלטען. די טייטש פין הנחה קדומה מיינט אז יעצט ביי דעם דיון טראכט איך אפי' נישט איבער די נקודה. דאס איז שוין אויסגעפסקענט פין פריער. דאס איז שוין מונח וקאי פין פריער.
עס איז דא א באקאנטע riddle,
א יונג קינד מיט זיין טאטע האבען געהאט אן עקסידענט. די טאטע שטארבט אויפען פלאץ. די קינד ווערט געטראגען אין שפיטאל גראד אין אפערעיטינג רום, אין מען גרייט זיך צו מאכען מעידזאר surgery.. די surgeon לויפט ארויס פין אפערעיטינג רום מיט איין בהלה. איך קען דעם יונגעל נישט אפערירן, ער איז מיין זין.
ווי אזוי קען דאס זיין? פרוביר צו ענטפערן איידער די קוקסט
דא פארן תירוץ. די סיבה פארוואס מען כאפט נישט איז ווייל מען האט באהאלטענע הנחות קדומות. לייען דארט אז קינדער וואס האבען נישט די אלטע הנחות ווי עלטערע האבען פערצענטואל סאך מער געכאפט דעם תירוץ.
אויב האט דיר געדויערט אביסל צו עטפערען דעם riddle, ווייזט דאס אויף די באהאלטענקייט פין הנחות קדומות. א הנחה קדומה איז נישט נאר פשט אז מיר זאגען צו זיך אליינס אז אט די נקודה איז שוין אויסגעפסקנט ואין לך רשות להרהר אחריה. עס איז נאך סאך מער. מיר ווייסען אפי' נישט אז מיר האבען דא א הנחה קדומה. מיר מיינען אז מיר האבען אלע נקודות אפען פאר אונז. אין דאס גופא איז די גרעסטע באהאלטענקייט.
איז דא אן עצה פאר דעם? אויב יא, וואס?
איינגעמיירעט;
איז רש"י און אלע ראשונים געווען גרעסער פון דיר??
פארוואס האלטן זיי זיך אייביג צום פשוט"ן מאמע לשון פשט אפילו ביי אגדה?
פארוואס דערמאנט קיינער נישט דיין תגובה?
מוח שליט, גראדע ווען איך האב געהערט צום ערשטן מאל דעם רעטעניש האב איך עס געכאפט גלייך, איך האב דעמאלט געטראכט אז ביי חרדי'שע אידן איז דער מציאות פון א פרוי א סורדזשען זייער א ווייטע זאך, אבער יעצט אז דו זאגסט אז אפילו אין די אלגעמיינע וועלט כאפט מען נישט, איז דאס מיר טאקע א חידוש.
עס איז אמת וואס דו זאגסט אז פיל מאל האבן מענטשן הנחות קדומות וואס שטערן זיי פון טראכטן נארמאל. בעיקר קען מען דאס זיין ביי הייסע מחלוקת'ן, למשל ווען איין קרעטשניף איז צוקריגט מיט די צווייטע שוין יארן לאנג. איין טאג איז דער רבי פון קרעטשניף א' מחליט צו נוצן ווייץ פון פארטוגאל פאר די מצות, בעת דער רבי פון קרעטשיף ב' גייט נוצן ווייץ פון שפאניע. און ווי אינטערעסאנט, פונקט די חסידים פון קרעטשניף א' האלטן אז אין פארטוגאל וואקסן מער מהודר'דיגע ווייץ, בעת חסידים פון קרעטשניף ב' זענען איבערצייגט אז ווייץ פון שפאניע איז מער מהודר. תלמידי חכמים פון ביידע זייטן שרייבן בירורים און גיבן ארויס ספרים וואו זיי זענען מברר מיט קלארע הוכחות אז זייערע ווייץ איז מער מהודר. אבער למרבה הפלא, טרעפט זיך נישט אז א חסיד פון איין צד זאל פונקט טרעפן א ראיה לדבריו פונ'ם צווייטן צד. דאס זענען פון די וואונדערליכע זאכן וואס סוד ה' ליראיו. מען קען טרעפן אויף דעם נאך כמה וכמה דוגמאות.
איז וואס איז די עצה? לענ"ד איז דא א פשוט'ע עצה וואס העלפט רוב מאל, אבער נאר פאר איינעם וואס האט א גוטער כח הדמיון, מען פרובירט זיך צו מצייר זיין וואס מען וואלט געזאגט ווען דער מצב איז פארקערט, ווען מיין רבי נעמט פון די אנדערע ווייץ, וואלט איך אויך געטראפן ראיות לדבריו? ווען דער אנגעקלאגטער איז א שווארצער גוי וואס האט אנגעבליך געשעדיגט א אידישע טאכטער אונטער די זעלבע אומשטענדן, וואלט איך אויך געהאלטן אז דער שטראף איז צו הארב? אזוי קען מען צוביסלעך באזייטיגן די נגיעות. פארשטייט זיך אז דאס ארבעט נאר פאר איינעם וואס איז באוואוסטזיניג צו זיינע נגיעות, נישט אויב ס'איז הינטער'ן באוואוסטזיין.
למען האמת, איך האלט אז ביי אויפריכטיגע מענטשן איז דער שורש פון מחלוקת נישט אין נגיעות, נאר פשוט ווייל כשם שפרצופיהם שונות כך דיעותיהן שונות. דער באשפער האט באשאפן מענטשן מיט אנדערע סארטן געדאנקען גאנג, און וואס איז ביי איינעם פשוט אויף איין צד איז ביים צווייטן זיכער אז ס'איז פונקט פארקערט. פארדעם טרעפט זיך נישט קיין מחלוקת ביי מאטעמאטיק, ווייל לאגיק איז ביי יעדן די זעלבע, נאר ביי זאכן ואס איז תלוי אין אינטואיציע אדער געפילן, איז יעדער מענטש אנדערש, און דארט טרעפט זיך די עיקר מחלוקת'ן.
יאיר,
דעי riddle האב איך געהערט זייער לאנג צוריק. כ'געדענק נישט ווי שנעל איך האב עס געכאפט. אזוי ווי די שרייבסט, די לינק וואס איך ברענג צייגט אז דער אמעריקאנער עולם כאפט דאס נישט. עס איז מיר אינטערסאנט די רעיטינג ביי אונזער עולם דא.
בעצם זאגסטו א טיפער אין לענ"ד אמתער נקודה. אונזער גאנצער וועזען איז דאך אונזער אינדיווידואליטי. עס קען פשוט נישט זיין אז מיר זאלען מסכים זיין צו א צווייטען צו א יעדען איינציגע נקודה שבעולם. אויב יא דעמאלטס זענען מיר די זעלבע מענטש מיט צוויי גופים. אויב מוח שליט טוישט זיין גאנצער דעטע בעיס מיט יעדען איינציגסטען נקודה שבו, אריבער צו יאיר, וכן להיפך יאיר טוישט אלעס אריין צו מיר, וועלן מיר ווייטער האבען די זעלבע שמועסען דא, נאר די לאקעישאן וועט זיך טוישען.
דאס זאגט אבער אז מיר זענען ביי דעפינישאן סובדזעקטיוו. אונזער גאנצער עקספיריענס פין ריאליטי איז פשוט א סוביעקטיווער קוק ווינקעל. מיט דעם אבער ווערט נולד די שאלה וואס איז דער "עכטער אביעקטיווער" מציאות? איז נישטא אזא זאך? אויב אלע אונזערע הבנות זענען נאר 'מהלכים אין ריאליטי, וואס איז ריאליטי זעלבסט?
אגב, מיר דארפען נישט פילען שלעכט מיט אונזער הנחות קדומות. איך האב נישט לאנג געזעהן ווי איינער ברענגט ארויס אז דער העכסטער אומאפהענגיקער ארגאן פין די פרייע וועלט דער סאמע סופרים קאורט אינעם אמעריקאנער דזשאסטיס סיסטעם האט אונז געוויזען אז זיי זענען די זעלבע קרעטשניווע חסידים ווי אונז. געדענקסטו נאך די שאלה ביי די בוש - גאור עלעקשאנס, צו מען רעכענט הענגעדיגע אדער טראגעדיגע טשאדס (hanging or pregnant chads). געדענקסטו די השגחה עליונה אז פונקט אלע דזאדזעס אינעם פלארידע סופרים קאורט אין אויך אינעם העכסטע סופרים קאורט פינעם לאנד, וואס זענען געווען דעמאקראטען האבען במקרה פארשטאנען צו פסקנען אויפען מהלך וואס גאור געווינט. אין אלע רעפובליקאנער האבען במקרה איינגעזעהן די מהלך פין פסק וואס איז אויסגעקומען לטובת בוש. די רחובות-קרעטשינעפע חסידים פין כפר עתא, האבען זיך גארנישט וואס צו פילען שלעכט. סדנא דארעא חד הוא.
אוי, מיר פארקריכן שוין ווייטער. כ'האב גראדע געהאט בדעה נאך די וועלט בארימטע סומאטוכע אשכול, צו עפענען אן אשכול איבער די נושא צו פרובירן צו פארשטיין ווי אזוי סומאטאכעס ווערן באשאפן, נאר איך בין נישט אנגעקומען דערצו, קאווע שטיבל האט געהאט וויכטיגערע סוגיות צו דורכטון, אפשר איז יעצט געקומען די צייט.
נאר אויף די נקודה וואס דו דערמאנסט וועגן וואס איז דער עכטער אביעקטיווער רעאליטעט, איז דאס כידוע די
מחלוקת הפוסקים איבער absolute truth vs. relative truth וואו עס זענען פארהאן גרויסע מלחמות צווישן פאסט מאדערניזם און רעליגיע.
איך ציטער אוועק ווי מען איז דא אנגעקומען, איך האב שוין מורא צו זאגען וועלכע קאווע איז בעסער.
בעצם וואלט איך געוואלט זאגען אז איך האלט ווי דער חזון איש, אז יעדער האט נגיעות, און אפילו ווען מען האט נגיעות מיינט נישט אז מען איז נישט גערעכט. אבער ווער ווייסט, מן הסתם האב איך א נגיעה אזוי צו זאגען.
מוח, נא ברענגט עפעס א מאמר חז''ל וואס געבט אן עצה צי די הנחת קדומת פראבלעם?
חז''ל האבן היפש פארשטאנען סייקאלאדזשי.
איחוד פעלדאיך ציטער אוועק ווי מען איז דא אנגעקומען, איך האב שוין מורא צו זאגען וועלכע קאווע איז בעסער.
בעצם וואלט איך געוואלט זאגען אז איך האלט ווי דער חזון איש, אז יעדער האט נגיעות, און אפילו ווען מען האט נגיעות מיינט נישט אז מען איז נישט גערעכט. אבער ווער ווייסט, מן הסתם האב איך א נגיעה אזוי צו זאגען.
דער פראבלעם איז אז דער חזון איש איז א סתירה מיט אונזער טאג טעגליכן לעבן.
נולד מאוחרמוח, נא ברענגט עפעס א מאמר חז''ל וואס געבט אן עצה צי די הנחת קדומת פראבלעם?
חז''ל האבן היפש פארשטאנען סייקאלאדזשי.
נולד, איך ווייס נישט צו די ביסט סארקאסטיש אדער ערענסט. נו, אויף דעים אליינס איז דאך שוין אויך דא א חז"ל, ניין? די גאנצע סוגיא פין משטה אני בך, וואס אב"ד יארמא האט פין דעם ארויסגעלערנט אז אפי' יו"כ מעג מען מאכען דזשאוקס. ווייל אויב נישט דארף ווען שטיין אז יו"כ איז נישטא די טענה פין משטה אני בך. מצד שני האט דאך אב"ד עירמאנט והגלילות מחדש געווען בנעימות קולו די גאנצע סוגיא פין 'נישט אום שבת גערעדט', איז דאך אויב אזוי הוא הדין והוא הסברא אויף 'נישט אום יו"כ גערעדט'. הרי אדם דן ק"ו מעצמו, מה דאך שבת החמור שמיתתו בסקילה....
אן עי מאור סיריעס נאוט. כ'מיין אז יאיר אין איחוד זענען אביסעל אוועק פין די נקודה פין הנחות קדומות [כמובן דארפען מיר מברר זיין וואסערע הנחה קדומה האט זיי צוגעברענגט צו דעם]. עס איז בכלל נישט די ענין פין נגיעות. באהאלטענע הנחות קדומות ליגט אינעם מענטשען'ס subconscious, ער איז בכלל נישט conscious דערויף. די משל פינעם riddle ברענגט דאס גיט ארויס. א מענטש האט נישט קיין שום נגיעות נישט צו טרעפן א תירוץ אויף דעם riddle. ער ווייסט פשוט נישט אז ער האט אט דעם הנחה קדומה.
נאכאמאל, subconsciousness מיינט אז ער איז בכלל נישט עומד אז ער האט אט דעם הנחה. די מינוט ער טראכט נאר פין דעם הנחה, האט ער עס שוין אריינגעברענגט אין זיין consciousness. ביי די משל פינעם riddle, זאל נאר די מענטש איין רגע ארטיקיולעיטן אין זיין מחשבה זיין הנחה קדומה אין טראכטען, "א.ק. די דאקטאר איז דאך אוודאי מאן", אט יענע רגע וועט ער שוין האבען דעם תירוץ.
יעדעס מאל די ווייסט אז די האסט א ידיעה, מיינט דאס בע"כ אז די זעהסט דעם אנדערען צד. די זעהסט אז עס איז A נישט B. הייסט דאך אז די מיזט אין דיין קאפ האבען צד B. די קענסט האלטען קלאר אז עס איז A, אבער די מיזט האבען א מושג פין B. ד.ה. די מיזט האבען א מושג פין 'דאס' אין אויך 'נישט-דאס'. נאר דעמאלטס הייסט דאס ידיעה, נאר דעמאלטס הייסט דאס אז די ביזט וואך פין דעם פאקט, נאר דעמאלטס ביזטו conscious. ווען די ביזט בכלל נישט עומד אויף אן אנדערע צד, איז עס נישט קיין ידיעה, די ביזט נישט conscious דערפין.
גייענדיג א טריט ווייטער. יעדע הכרעה וואס א מענטש מאכט אז עס איז A אין נישט B, איז מכח א טיפערע פאקט וואס דארט האט ער נישט די צוויי צדדים. למשל, א מענטש ווייסט זיכער אז דער בוים איז דא לעבן אים. ד.ה. ער ווייסט אז אין די מציאות פין די וועלט איז דא אזא זאך ווי בוים אין אויך נישט-בוים. אין ער ווייסט אז דא איז דא 'בוים'. ער איז אין דעם הונדערט פראצענט קלאר, אמת?
אבער ער איז נישט קיין פילוסאף ער האט נאך קיינמאל נישט געהערט פין סאביעקטיווער ריאליטי לעומת אביעקטיווער ריאליטי. ממילא איז ביי אים פשוט כפשוטו אז דער בוים איז דא. די מינוט אבער מען איז אים מסביר דעם פילוזופישער מושג פין אביעקטיוו-סוביעטקיוו, ווייסט ער שוין נישט צו דא איז טאקע דא בוים, אדער אפשר איז סך הכל אז ער פין זיין פערספעקטיוו זעהט א בוים.
מיין שאלה וואס איך האב פריער געפרעגט פין ר' איינגעמיירעט איז, וויאזוי איז אפי' מעגליך ארויסצוגיין פין די הנחות? אז איך וועל ארויסגיין פין אלע הנחות הער איך אויף צו זיין איך. מיין גאנצע דעטע בעיס איז מיין מציאות, ניין? אויב וועלן מיר אלע זיין אבדזעקטיוו וועלן מיר אלע טראכטען אינגאנצען אייניק, אין זיין איין מציאות מיט טויזענט גופים. [קוק וואס כ'האב אויבען געשריבען וועגן טוישען מייט דעטעבעיס מיט יאיר'ן]. ווילאנג אונז זעמיר נאך עקסטערע אינדיווידועלס איז בהכרח אז ערגעץ האבען מיר אנדער הנחות. נו אויף אזוי לאנג ווי מיר זענען עקסטערע אינדיווידועלס, זענען מיר בהכרח נישט אביעקטיוו מיטן אמת'ן מציאות.
איז דאס ריכטיג?
אבער וואס וועט זיין מיט דרשות חז"ל?