☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » אלגעמיינע ניגונים מומלצים

אלגעמיינע ניגונים מומלצים

151 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2785
בלאט: 1 2 3 4

לעיקוואד » דינסטאג יאנואר 22, 2013 11:31 am

· #81423
אלגעמיינע ניגונים מומלצים
כידוע לכל, פאלט אמאל אריין ניצוצות הקדושים בין האומות והקליפות, מאכט זיך אמאל מטרעפט אז ספאלט אריין בין האומות ניגונים וואס וואלט ווען געפאסט פארן רבי'ן אליינס. וכידוע סיפורי צדיקים בזה.

דערפאר עפען איך דער אשכול געווידמעט אז ווער עס טרעפט עפעס א ניגון וואס איז מעורר, משמח, אדער סתם וואס זעהט אויס אז דער עולם קען הנאה האבען דערפון, אדער וואס ער אליינס האלט און האט הנאה דערפון, זאל ער עס דא אנצייכענען. ווער וייסט, אפשר וועט מען עס נאך זינגען ביים באטע איין ליל ש"ק..

(רוב וועלטליכע ניגונים קען מען טרעפן אויף יוטוב אדער ענליכע סייטס. ע"פ פסק מרן מלכא פוסק הדור הג"ר עובדיה יוסף שליט"א מעג מען הערן אויך ניגונים פון נשים כל שאינו ביודעה ומכירה באופן פרטי)

ענדע צדיק » דינסטאג יאנואר 22, 2013 12:07 pm

· #81437
ביים קומענדיגן שמחה וועט רבינו שליט"א טאנצן מצוה טאנץ אויף What doesn't kill you און Call me maybe.

לאליפאפ » דינסטאג יאנואר 22, 2013 3:02 pm

· #81517
ניין! איך מיין די רבי גייט טאנצן אויף פלא-רידא

ונבנתה העיר » מיטוואך יאנואר 23, 2013 1:15 am

· #81704
שוין זייער לאנג וואס איך וויל עפענען אזא אשכול, א דאנק פאר החכם הכולל, הפילוסוף האלוקי ר' לעיקוואד, אשרי חלקך.

אסאך מאל באגעגן איך זיך מיט א ניגון אדער א תנועה וואס רירט אהן בדידוכה של נפש, די גאר אינערליכסטע טייל פונעם פאראיינציג'טן-זעהל וואס פארנעמט נישט קיין קאליר אדער דיסקריפציע, נישט איינמאל האב איך זיך געפונען פאר'דבקות'ט אין א הימלישע שיכרות.

וועליך פראבירן אנצוצייכענן עטליכע וואס כ'געדענק אויף די מינוט, געוויסע זענען א וידיאו וואו מען זעהט פרויען, בעהט איך אייך, באטראכט זיי נישט.

Czardas, האט א איטאליענישער קאמפאוזער געשריבן אין 1904, געבויעט אויפן אונגארישן טאנץ-מוזיק-סטיל מיט'ן זעלבן נאמען, פרוי גאגא באנוצט זיך מיט טייל פון דעם ניגון אין איהר Alejandro.

Por Una Cabeza איז א Tango ניגון [א סטיל פון טענץ און איהר צוגעפאסטער מוזיק, ארגינעל פון דרום אמעריקע] געשריבן געווארן אין 1935, און איז אויך געשפילט געווארן אין שינדלער'ס ליסט.

Somewhere Over the Rainbow איז א גאר באוואוסטער ניגון געשריבן אין 1939.

I Will Always Love You איז געשריבן געווארן אין 1974, עס איז אבער געווארן וועלט-בארימט דורך Whitney Houston ע"ה.

שוין, נאך איינס פאר היינט, Billie Jean פון דער קעניג פון פאפ מיכאל יעקאבזאהן.

משה געציל » מיטוואך יאנואר 23, 2013 1:23 am

· #81706
יישר כח ונבנתה פאר דעם קאלעקציע!
איך האב נישט קיין צייט יעצט אבער די נגונים פון פידלער אן די ראף זענען ווערט א באזונדערע אפהאנדלונג. טרעדישאן! עס ברענגט נאסטלאגישע זכרונות פונעם אלטן היים!

ונבנתה העיר » מיטוואך יאנואר 23, 2013 1:31 am

· #81708
משה געציל
יישר כח ונבנתה פאר דעם קאלעקציע!
איך האב נישט קיין צייט יעצט אבער די נגונים פון פידלער אן די ראף זענען ווערט א באזונדערע אפהאנדלונג. טרעדישאן! עס ברענגט נאסטלאגישע זכרונות פונעם אלטן היים!

אודאי, סאנרייז סאנסעט, איף איי וואז וכו'.

דא האביך צוגעברענגט די גאנצע מאווי.

Espresso » מיטוואך יאנואר 23, 2013 2:51 am

· #81727
ונבנתה העיר
שוין זייער לאנג וואס איך וויל עפענען אזא אשכול, א דאנק פאר החכם הכולל, הפילוסוף האלוקי ר' לעיקוואד, אשרי חלקך.

אסאך מאל באגעגן איך זיך מיט א ניגון אדער א תנועה וואס רירט אהן בדידוכה של נפש, די גאר אינערליכסטע טייל פונעם פאראיינציג'טן-זעהל וואס פארנעמט נישט קיין קאליר אדער דיסקריפציע, נישט איינמאל האב איך זיך געפונען פאר'דבקות'ט אין א הימלישע שיכרות.

וועליך פראבירן אנצוצייכענן עטליכע וואס כ'געדענק אויף די מינוט, געוויסע זענען א וידיאו וואו מען זעהט פרויען, בעהט איך אייך, באטראכט זיי נישט.

עטס האטס מיך אויסגעכאפט, איך האב געוואלט עפענען א אשכול אזוי ווי אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים, האב איך געוואלט עפענען איינס וואס הייסט "ניגונים וואס מ'האט נאכנישט מגייר געווען".
און איך וועל צוברענגען די ניגונים וואס איך מיין ווען כ'וועל מיך דערמאנען.

דיין צווייטע קליפ איז פון על פאטשינאוס epic פערפארמענס אין די מאווי סענט אוו א וואמען, א געוואלדיגע ארבעט, און איינער פון מיינע בעסטע פילמס, פאר די וואס האבן ליב Burn notice, (נישט איך) איז די מיידל וואס עקט דאנא די זעלבע וואס עקט פיואנא אין בורן נאטיס.

וויטני יוסטאןס I will always love you איז א tear jerker, אבער דו קענסט עס דען זען זינגען ביי א קומזיץ? צומאל באגעגענט מען זיך מיט א ניגון וואס הערט זיך ווי פון משה גאלדמאן, אדער ניגוני חסידי פיסטבורג, און זיי ווארטן נאר איינער זאל זיי מגייר זיין. למשל Seal און אסאך פון זיינע ניגונים הערען זיך זייער אידישלעך. איך קען מיך פונקט יעצט נישט דערמאנען קיין איינס, עס סון עז איך דערמאן זיך וועל איך עס דא ארויפלייגען.

טעפל » מיטוואך יאנואר 23, 2013 5:19 am

· #81741
ונבנתה העיר
שוין זייער לאנג וואס איך וויל עפענען אזא אשכול, א דאנק פאר החכם הכולל, הפילוסוף האלוקי ר' לעיקוואד, אשרי חלקך.

אסאך מאל באגעגן איך זיך מיט א ניגון אדער א תנועה וואס רירט אהן בדידוכה של נפש, די גאר אינערליכסטע טייל פונעם פאראיינציג'טן-זעהל וואס פארנעמט נישט קיין קאליר אדער דיסקריפציע, נישט איינמאל האב איך זיך געפונען פאר'דבקות'ט אין א הימלישע שיכרות.

וועליך פראבירן אנצוצייכענן עטליכע וואס כ'געדענק אויף די מינוט, געוויסע זענען א וידיאו וואו מען זעהט פרויען, בעהט איך אייך, באטראכט זיי נישט.

ונבנתה אלעס קען איך מער ווייניגער פארשטיין אבער ווי קומט דא אריין דעם ניגון פון מיכאל יעקובזוהן??

לעיקוואד » מיטוואך יאנואר 23, 2013 6:03 am

· #81744
יייש"כ פאר די וואס האבען שוין געברענגט זייערע גרים. איך וועל צוצייכענען אפאר ניגונים וואס איך האב מעלה געווען במשך הזמן.
דאס איז א ניגון תפלה והתעוררות מרגש מאד, i need you to listen, עס איז עלה לגדולה זייענדיג דער ניגון פתיחה פונ'ם פילם prayers for bobby.

און דאס אז א ניגון שמחה, the universe is singing, עס קומט פון חסידי הרה"ק הגורו המפורסם מוהר"ר אושו זצ"ל. אין דער פילם זעהט מען טאקע ווי דער רבי מיט די חסידים טאנצן צו דער ניגון.

טעפל » מיטוואך יאנואר 23, 2013 10:09 am

· #81765
לעיקוואד

און דאס אז א ניגון שמחה, the universe is singing, עס קומט פון חסידי הרה"ק הגורו המפורסם מוהר"ר אושו זצ"ל. אין דער פילם זעהט מען טאקע ווי דער רבי מיט די חסידים טאנצן צו דער ניגון.

אוי דאס איז דאך געגאנבעט פון אונז!! פון אונזערע קינדער טעיפס.

גלות יוד » מיטוואך יאנואר 23, 2013 2:03 pm

· #81838
די אלע פריערדיגע ניגונים איז טאקע שיין אבער מ'קען עס נישט נאכזינגען ביי א אידישע שמחה איך וועל צולייגן דא ניגונים וואס כ'גלייב אז ווען מען ווייסט נישט וואלט מען געקענט מיינען אז עס איז גאנץ יודישלעך איך וואלט געגראמט דערמיט ביי א חתונה

הערט און האט הנאה

dark waltz

א קליינע מיידל הערליכע ניגון

music of the night

משה געציל » מיטוואך יאנואר 23, 2013 2:14 pm

· #81846
לאמיר נישט פארגעסן פונעם באליבטן טעטריס שפיל ניגון, ווער געדענקט נישט מיט וואס פאר א התלהבות דער רבי׳ פלעגט זינגן דעם ניגון?

גלות יוד » מיטוואך יאנואר 23, 2013 2:17 pm

· #81847
נאך סחורה נישט ממש יודישלאך אבער שיין

winter nights

hear our prayer דאס איז א מאווי סקאר אבער עס איז שיין (אגב איך מיין אז מאווי סקארס דארף א באזינדערע אשכול)

Espresso » זונטאג יאנואר 27, 2013 3:05 pm

· #82785
גלות יוד

דאס איז דאך Jackie Evancho וואס האט איבערגעראשט די וועלט ביי איר אמעריקאס גאט טאלאנט אודישען, Watch and prepare to get blown away.

גלות יוד » זונטאג יאנואר 27, 2013 4:45 pm

· #82807
יא אמת אבער איך האב געוואלט ארויסברענגען די חלק פון די ניגון מילא האב איך נישט געשריבן וועגן דאס מיידל זעלבסט

טעפל » זונטאג יאנואר 27, 2013 6:06 pm

· #82825
פון די פראנצויזישע פילם Les choristes א הערליכע ניגון:
http://www.youtube.com/watch?v=rEs1wtsw_IA

ונבנתה העיר » מאנטאג יאנואר 28, 2013 3:59 am

· #82954
אפאר לייכט-אפערא ניגונים.

דער בלינדער Andrea Bocelli, פון די בארימסטע אפערא און קלאסיקל-מוזיק זינגער, זינגט זיין Time to Say Goodbye, פון די מערסט-פארקויפטע סינגל'ס אין היסטאריע, צוזאמען מיט Sarah Brightman.

און יעצט צוויי שטיקלעך פון דער גרויסער Pavarotti מיט זיין אייביגן שמייכל.

דא זינגט ער O Sole Mio [וואס מען האט אביסל גערעדט דא], צוזאמען מיט Bryan Adams.

און דא זינגט ער La Donna È Mobile אין א מאווי, [דא זינגט עס Caruso - דער וועלטליכער יאסעלע].

טעפל » מאנטאג יאנואר 28, 2013 6:19 am

· #82959
באצאלי קאן איך און פאוועראטי אויךך, אבער ווער איז דער קארסאו, קיינמאל געהערט?? אגב ער סאונד ריזיג.

ונבנתה העיר » מאנטאג יאנואר 28, 2013 11:53 pm

· #83286
וואס איז שייך צו זאגן, ליין אביסל דעם לינק וואס איך האב צוגעצייכענט.

קארוסאו [1873-1921] ווערט פארעכענט אלץ דער גרעסטער טענאר אין היסטאריע, דער ערשטער אינטערנעשינעל סטאר, און זיינס א רעקארד איז געווען די ערשטע צו פארקויפן איבער א מיליאן.

איינע פון יאסעלע'ס צונעמען איז געווען 'דער אידישער קארוסאו', יאסעלע'ס זוהן שרייבט אין זיין בוך אז ווען קארוסאו האט געהערט יאסעלע זינגען אלי אלי למה עזבתני אין קאנצערט, איז ער דערנאך ארויף אויפן סטעידזש און איהם געגעבן א קוש אויפן שטערן.

דא, ביי 5:25, קען מען זעהן א היסטאריש שטיקל וידיאו פון איהם.

לעיקוואד » פרייטאג יוני 28, 2013 4:16 am

· #128819
דער עולם קען דאס שוין מסתם, און מ'האט שוין גערעדט אפשר וועגן דעם, אבער דער ניגון גייט מיר נישט ארויס פון אויער די לעצטע פאר טעג, צייכען איך דא אן דער אלעמען באקאנטער ניגון my heart will go on פון דער מאווי titanic זאל זיין לשם ותפארת אין דער אשכול.

דעת תורה » פרייטאג יוני 28, 2013 4:21 am

· #128820
די סיבה פארוואס דער ניגון גייט דיר נישט ארויס פון די אויערן די לעצטע פאר טאג, איז זייער פשוט - אזויווי ס'איז דאך די ימי בין המצרים האסטו נאכנישט געהערט קיין פרישע ניגונים איז דיר דער ניגון געבליבן זשומען אין אויער...

לעיקוואד » פרייטאג יוני 28, 2013 4:40 am

· #128821
עוד י"ל, אז דער ניגון איז מבטא די געגועים פון כנס"י צום בוכ"ע אין די זמנים פון ריחוק ווי בין המצרים און זיי ווייסען אז דאך און דאך דער הארץ גייט ווייטער בבחי' אני ישנה ולבי ער..
every night in my dreams..
על משכבי בלילות בקשתי את שאהבה נפשי..

my heart will go on and on..

יעצט אז מפארשטייט אזוי איז לכורה מותר צו הערן דער ניגון אויך אין בין המצרים עס איז דאך מעניני דיומא און מעורר געגועים און תשובה .

once more you open the door..
פתחתי אני לדודי..
פתחו לי פתח..

and my heart will go on and on..

אביגדור » פרייטאג יוני 28, 2013 7:46 am

· #128823
לא תהא שמיעה גדולה מראייה.

רויטע וואנצעס » דינסטאג יולי 23, 2013 11:21 pm

· #135719
לעיקוואד
דער עולם קען דאס שוין מסתם, און מ'האט שוין גערעדט אפשר וועגן דעם, אבער דער ניגון גייט מיר נישט ארויס פון אויער די לעצטע פאר טעג, צייכען איך דא אן דער אלעמען באקאנטער ניגון my heart will go on פון דער מאווי titanic זאל זיין לשם ותפארת אין דער אשכול.

איך בין שוין יארן אדיקטיט צו די ניגון סאיז פון די טיפסטע טענער וואס איז נאר אמאל נתחבר געווארן. די ניגון אהן די ווערטער איז נתחבר געווארן james horner געזינגען דורך ciline dion .

רויטע וואנצעס » דינסטאג יולי 23, 2013 11:23 pm

· #135722

לעיקוואד » מיטוואך יולי 24, 2013 12:02 am

· #135736
אז מ'רעדט שוין, נאט אייך נאך אפאר ניגוני שמחה התעוררות דביקות ותקווה שליקטיתי מבין העמים. ידועים ושאינם ידועים. חדשים גם ישנים.

. Imagine פון דזשאן לענאן מחברי ה'ביטל'ס הידועים. דער ניגון דריקט ארויס אז מז'אל זיך פארשטעלן א וועלט ווי אלע לעבן מיט שלום ושלווה אן קיין קנאה שנאה תחרות וואס קומט פון אלע מיני נארישע שיטות אידיאלגיעס און גרופעס. דער ניגון האט אויסגערופען אביסעל קאנטרעווארסיע צוליב די דיבורים דארט קעגן רעליגיע, עס מיינט אבער נישט אז עס איז א ניגון וואס פרעדיגט קעגן רעליגיע נאר ער האפט אויף א צייט פון שלום ואחדות ווי רדי אלע כלומ'רשטע רעליגיעס וועלן נישט שפילען קיין ראלע אין צוטיילען מענטשען און זיי שטעלן איינער אנטקעגן די צוייטער אגאנצע צייט.

לעיקוואד » מיטוואך יולי 24, 2013 12:05 am

· #135739
א ניגון התחזקות. "וווי א בריק איבער שטורמישע וואסערן".

לעיקוואד » מיטוואך יולי 24, 2013 12:13 am

· #135744

זר זהב » מיטוואך יולי 24, 2013 12:15 am

· #135746
אה דאס איז מיין פעווארעט ניגון, געזונגען דא ביי דזשע פאנדא די אנטי וויעטנאם מלחמה אקטיוויסט

זר זהב » מיטוואך יולי 24, 2013 2:44 am

· #135808
Thank Heaven for Little Girls
דאס איז א שיינער ווארימער סאנג (1957). מחבר איז א איד, געזונגען דא דורך Maurice Chevalier (געלעבט ביז 1972)

(סעוועדזש שפילט דאס אסך מאל אויף זיין שוי)

Each time I see a little girl
Of five or six or seven
I can't resist a joyous urge
To smile and say

Thank heaven for little girls
For little girls get bigger everyday
Thank heaven for little girls
They grow up in the most delightful way

Those little eyes
So helpless and appealing
One day will flash and send you
Crashing through the ceiling

Thank heaven for little girls
Thank heaven for them all
No matter where, no matter who
Without them what would little boys do?

Thank Heaven
Thank Heaven
Thank heaven for little girls

Those little eyes
So helpless and appealing
One day will flash and send you
Crashing through the ceiling

Thank heaven for little girls
Thank heaven for them all
No matter where, no matter who
Without them what would little boys do?

Thank Heaven
Thank Heaven
Thank heaven for little girls
Thank heaven for little girls

פרישער » מיטוואך יולי 24, 2013 7:27 pm

· #135982
10-Year-Old Blind Autistic Boy Sings "Open the Eyes of my He
איך האב ערגעץ אריינגעבונטעוועט אין דעים קליפ, עס איז א צעין יעריגער וואס איז אטיסטיש אין בלינד, אבער א קעלעכעל אז מען קען ציפיצעלט ווערן, ער זינגט א סאנג וואס הייסט

open the eyes of my Heart

רבותי ציגרייטען ניינערלעך

רויטע וואנצעס » דינסטאג יולי 30, 2013 12:54 pm

· #137275
לעיקוואד
אז מ'רעדט שוין, נאט אייך נאך אפאר ניגוני שמחה התעוררות דביקות ותקווה שליקטיתי מבין העמים. ידועים ושאינם ידועים. חדשים גם ישנים.

. Imagine פון דזשאן לענאן מחברי ה'ביטל'ס הידועים. דער ניגון דריקט ארויס אז מז'אל זיך פארשטעלן א וועלט ווי אלע לעבן מיט שלום ושלווה אן קיין קנאה שנאה תחרות וואס קומט פון אלע מיני נארישע שיטות אידיאלגיעס און גרופעס. דער ניגון האט אויסגערופען אביסעל קאנטרעווארסיע צוליב די דיבורים דארט קעגן רעליגיע, עס מיינט אבער נישט אז עס איז א ניגון וואס פרעדיגט קעגן רעליגיע נאר ער האפט אויף א צייט פון שלום ואחדות ווי רדי אלע כלומ'רשטע רעליגיעס וועלן נישט שפילען קיין ראלע אין צוטיילען מענטשען און זיי שטעלן איינער אנטקעגן די צוייטער אגאנצע צייט.

די ניגון איז די ערשטע אויף רוב אלל טיים ליסטעס פון שענסטע ניגונים.

ונבנתה העיר » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 4:37 am

· #147652

געפילטע פיש » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 9:42 am

· #147675
טאם דזשאונס: דלילה

shefele » מיטוואך סעפטעמבער 4, 2013 12:05 am

· #147931
איינע פין מיינע פעיוואריטס

ונבנתה העיר » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 11:56 pm

· #152419
Czardas, וואס איך האב אויבן געברענגט, געשפילט ביי א חתונה דורך אהרן טייטלבוים פראדוקציע מיט עטליכע אייגענע קנייטשן, איין געשמאקע קען מען הערן ביי 3:00.

געפילטע פיש » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:36 am

· #152427
ער האט עלעקטראניש מאדיפייעד די קול פונעם פידעל צו זיין אביסל מער raspy, וואס קומט נישט אריין ביי אזא ניגון, מסתמא געבליבן אויף דעם סעטינג פון די ראק מוזיק פונעם ערשטן טאנץ.

אויסדריקלעך » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 4:57 pm

· #155627
https://www.youtube.com/watch?v=cjNfkbQr5zc

The Prayer

גאר א ווארימע ניגון פארפאסט דורך דעם "היטמען" דוד פאסטער און געזינגען דורך סילען דייאן, און אנדריא באסעליאו... WOW

אויסדריקלעך » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 5:08 pm

· #155633
נאך איינס פון מרת סעלינא. דא קען מען אויך הערן מיט וואספארא רעינדזש גאט האט איר באשאנקן.

איז דאס נישט א פינקי וועבער ניגון?

https://www.youtube.com/watch?v=3PFgbLnUcZE

אויסדריקלעך » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 8:02 pm

· #155682
דא ווי Jackie Evancho זינגט The Prayer א שטיק הארץ.

http://www.youtube.com/watch?v=4YfADTdlkVY

אויסדריקלעך » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 8:13 pm

· #155685
וואס זאל איך טון ווען איך הייב אן מיט Jackie Evancho קין איך נישט אויפהערן

http://www.youtube.com/watch?v=1qecULT01iE

ווי זי זינגט Time to Say Goodbye מיט Sarah Brightman

גלות יוד » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 8:51 pm

· #155689
גלות יוד
נאך סחורה נישט ממש יודישלאך אבער שיין

winter nights

דא האב איך געברענגט שרה ברייטמאן דאס הייסט געזינגען

אויסדריקלעך » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 11:57 pm

· #155712
גלות יוד
גלות יוד
נאך סחורה נישט ממש יודישלאך אבער שיין

winter nights

דא האב איך געברענגט שרה ברייטמאן דאס הייסט געזינגען

אוי מייו באשעפער! יויש זינגט זי גוט!

ככלי מלא בושה » פרייטאג אקטאבער 11, 2013 12:28 am

· #155722
איך האב נישט געטראפן שענער

אויסדריקלעך » פרייטאג אקטאבער 11, 2013 9:47 am

· #155761
נאך א מומלץ. דאס איז פון שרה מקלאקלען זינגט "מלאך" מיט דזשאס גראבאן ( א בחור'ל וואס פארדינט אן אשכול פאר זיך)

http://www.youtube.com/watch?v=xJMYnt1WqNY

דער ניגון נעמט דיך צו א צווייטע פלאנעט צו די הענט פון א מלאך...

לעיקוואד » פרייטאג אקטאבער 11, 2013 3:40 pm

· #155855
דאכציך מ'האט שוין געברענגט דא אויוון דער ניגון The Sound of Silence פון די אידישער פאר זינגער סיימון און גארפינקול. גאר א שיינע ניגון מיט טיפע ליריקס.
דא קענט איר זעהן ווי צוויי ברודער בעלי תשובה (ברעסלעבער?) וועם מ'קען טרעפען אין ירושלים עיה"ק אסאך נעכט זינגען אויף די גאסען משמח זיין אידישע קינדער. ווי זיי זינגען דער ניגון אין דער ישראלישע טאלענט שוי "הכוכב הבא"

א לינק צו דער גאנצער חלק פון די שוי כולל די תגובות פון די דזשאדזשעס וכו', זייער שיין.

ונבנתה העיר » מאנטאג אקטאבער 14, 2013 4:16 am

· #156174
סי לאו גרין זאגט אפאר דערהויבענע תנועות.

אויסדריקלעך » דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 9:40 am

· #157079
דאס איז נאך א ניגון פון דזשעקי עווענקאו, א 12-13 יעריגע מיידל מיט אן אומגלויבליכן טאלאנט. איך האב נישט קיין ווערטער אויף דעם ניגון און וויאזוי זי זינגט עס, אויב איינער האט זאך עס ביטע שערן. WOW

http://www.youtube.com/watch?v=foUrBztgzZA

אויסדריקלעך » פרייטאג אקטאבער 18, 2013 12:39 pm

· #157459
http://www.youtube.com/watch?v=tYdqhkFUP0E

דאס איז א גאר באוואוסטע ניגון פון דזשאן לענען "אימעדזשין" עס איז געזונגן דורך א יודישע מיידל און א אויפגייענדע שטערן מיס קארלי ראוז.

יאיר » פרייטאג אקטאבער 18, 2013 12:54 pm

· #157461
אויסדריקלעך
דאס איז נאך א ניגון פון דזשעקי עווענקאו, א 12-13 יעריגע מיידל מיט אן אומגלויבליכן טאלאנט. איך האב נישט קיין ווערטער אויף דעם ניגון און וויאזוי זי זינגט עס, אויב איינער האט זאך עס ביטע שערן. WOW

http://www.youtube.com/watch?v=foUrBztgzZA

wow. just wow.
בלאט: 1 2 3 4