לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
505 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16901
לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
שלום עליכם און ברוכים הבאים - שוין לאנג נישט געשמועסט.
אזוי ווי מארגן אי"ה הויבט זיך אן דער טרייעל אויף משפחת וויינגארטן, וואו דער געריכט גייט דן זיין איבער זייער ראלע אין די פרשה הידועה פון יענע שבת חנוכה, בשעת די הצלה פון משפחת טעללער, הנקרא בפי הגאווערמענט "קידנעפינג". משפחת וויינגארטן איז באקאנט אלס וויכטיגע מיטגלידער אין די הנהלת קהל חשק שלמה לב טהור, הוצל דבנימין בעיר בבל. דעריבער איז דער קעיס ערווארטעט צו זיין העכסט אויפמערקזאם און אינטערעסאנט. דער שופט זעלבסט האט געזאגט פאריגע וואך, אז דאס וועט זיין א ל-א-נ-ג-ע קעיס, ובלשונו, "דיס וויל בי עי על-על-על, או-או-או, ען-ען-ען, דזשי-דזשי-דזשי-דזשי-דזשי-דזשי קעיס". עס איז דעריבער ערווארטעט צו זיין אסאך נייעס דערין.
איך עפן אצינד אן אשכול, וואו איך וועל פראבירן טעגליך מיטצוטיילן נייעס און באריכטן וואס עס טוט זיך אפ אין קארט און וואו דער קעיס האלט.
איין טובה וויל איך בעטן. איך טוה דא א סערוויס פארן ציבור און איך בין א מענטש מיט געפילן. אויב ווילט איר אז איך זאל כסדר באריכטן, ביטע נישט אטאקירן די קהילה און מיר נישט אראפרייסן. איך טוה בסך-הכל א טובה, קיינער באצאלט מיר נישט דערפאר. אויב וועל איך זיך נישט שפירן באקוועם מיט די תגובות ארום, וועל איך געצווינגען זיין אויפצוהערן באריכטן און מער נישט רעאגירן דא.
נאך איין טובה וויל איך בעטן. ביטע לאזט אייך הערן מיט מיינונגען, קאמענטארן, געדאנקען וכו', אזוי אז איך זאל נישט שפירן ווי איך רעד צו דער וואנט.
ברכה והצלחה בכל מעשי ידיכם.
אייער פריינט
חכמת שלמה
הוצל דבנימין עיר בבל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
מיר ווארטן מיט שפאנונג.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
וואס איז געווען די מעשה שבת חנוכה?
וואס איז די מעשה מיט די טעללער פאמיליע?
און וואס האט וויינגארטן געטאן?
איך פרעג אינעסינט ווייל איך ווייס באמת נישט די דעטאלן.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
"קהל חשק שלמה לב טהור, הוצל דבנימין בעיר בבל"
דאס איז די נאמען נאך די נייע טיילונג?
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
חכמת שלמה. די זוהן וואס איז יעצט די רבי ליגט מיר און קאפ איז ארעסטירט. האט עס א שייכות מיט די פרשה? איז ער נאך אין קייטן?
גייט ער זיין אריין געמישט און דעם טרייעל?
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
קודם כל, יישר כח פארן זיך באציען מענטשליך און געבן אנערקענונג. עס מאכט חשק צו שרייבן.
לאכעדיג #
וואס איז געווען די מעשה שבת חנוכה?
וואס איז די מעשה מיט די טעללער פאמיליע?
און וואס האט וויינגארטן געטאן?
איך פרעג אינעסינט ווייל איך ווייס באמת נישט די דעטאלן.
אז מען פרעגט ווי א מענטש, וועל איך ענטפערן.
דאס איז שוין אן אלטע פרשה און עס איז שוין ברייט אויסגעשמועסט געווארן דא אויף קאווע שטיבל, אויף עטליכע פלעצער. כדאי אויפצופרישן דעם זכרון אז מען זאל קענען מיטהאלטן וואס עס קומט אצינד פאר, וועל איך ענטפערן אין קורצן די טריקענע פאקטן.
געווען איז דאס נאך וואס דער רבי שליט"א תמ"ל האט איבערגענומען דעם שבט ההנהגה, נאך די פטירה פון זיין גרויסער פאטער תמ"ל. די שוועסטער פונעם רבי'ן שליט"א, הרבנית מרת טעלער, א"ח פונעם רב שליט"א, האט געהאט פארשידענע מיינונגס פארשידנהייטן מיט איר ברודער דער נייער רבי. עס איז נישט כדאי אויפצופרישן אלטע ווייטאגן (אויף ביידע וועגן), עס וועט דעריבער זיין גענוג בלויז צו דערמאנען עס האט אויסגעקלאפט זייער מיאוס און ווייטאגליך, ביז זי איז אנטלאפן פון דארט איבערלאזנדיג איר מאן (וואס האט גענומען א שטעלונג אויפן זייט פונעם רבי'ן). עס איז געווען א גאנצע געשיכטע ווי אזוי זי האט מיטגעשלעפט די קינדער מיט זיך און זיי געברענגט קיין אמעריקע.
ארויסגעשטעלט האט זיך, אז די עלסטע טאכטער אירע, איז שוין געווען עלטער, זי איז שוין געווען חתונה געהאט און זי איז נישט מיטגעשטאנען מיט איר מאמע, זי האט געוואלט צוריקגיין צו די קהילה, צו איר טאטע מיט איר מאן, אויך איר יונגערע ברודער האט געוואקלט און איז נישט געווען געהעריג מיט די מאמע.
עס איז געווען א לאנגע פארצויגענע פרשה, ביז אין די ענדע ווען די רבי (א ברודער פון הרבנית טעלער און פעטער פון אירע קינדער), זענען אריבערגעפארן קיין אמעריקע אינאיינעם מיט עטליכע מענטשן, וואו מען האט אונטער א געהיימע אקציע ארויסגעכאפט די צוויי עלסטע קינדער פון די מאמעס הענט. דאס איז געווען אין די טונקלקייט פון די נאכט פון א שבת חנוכה, בשעת די משפחה האט זיך געפינען אין די קאנטרי ראיאנען.
פארשטייט זיך אז עס איז געווארן א בהלה, מען האט גלייך זיך געוואנדן צו די פאליציי אז עס איז פארגעקומען א קידנעפינג. נאך א שטיקל אונטערזיכונג האט מען געכאפט די משפחה אין מעקסיקא, וואו מען האט אריבערגעשווערצט די קינדער בעצם יום השבת. די קינדער האט מען צוריקגעברענגט צו די מאמע און מען האט ארעסטירט דעם רבי'ן אינאיינעם מיט נאך עטליכע אידן וועלכע זענען געווען פארמישט אין די פרשה.
כמעט אלע אריינגעמישטע האט מען שוין פאר'משפט, צווישן זיי דער רבי שליט"א וועלכער זיצט היינט צו טאגס ביי אייך אין אמעריקע. איבערגעבליבן זענען בלויז די דריי וויינגארטן ברידער, וועלכע זענען געווען און זענען נאך אלס פון די הנהלה, און זיי זענען געווען דער מח פון די פלאנירונגען פון יענע טעג, אזוי אויך האבן זיי געהאלפן און געשטיצט מאראליש און פיזיש די צוויי קינדער, דורך זיי שיקן טעלעפאנען און אנדערע הילפס געצייג.
בן ישי #
"קהל חשק שלמה לב טהור, הוצל דבנימין בעיר בבל"
דאס איז די נאמען נאך די נייע טיילונג?
קודם-כל, איך וואלט דאס נישט גערופן מיטן נאמען "טיילונג", וואס פאסט מער ווען א שיינער ציבור אידן גייען ארויס פון א קהילה. מען רעדט דא פון ממש געציילטע משפחות, טייל פון זיי צובראכענע זאכן. צוויי פון די משפחות זענען הערשט לעצטנס אנגעקומען פון ארץ-ישראל, פון קהילת תהילת ישראל (רומפלער), זיי קענען אפילו נישט קיין אידיש און האבן זיך נישט איינגעגלידערט דא, זענען זיי אהינגעגאנגען. אבער די נושא איז נישט יעצט איבער די נייע קהילה, וואס איבער דעם קענען מיר רעדן אין א צווייטע געלעגנהייט.
אויף אייער פראגע: די נאמען פון אונזער קהילה הייסט שוין לאנג אזוי. מיר האבן גארנישט געטוישט ווען די אידן זענען ארויסגעגאנגען פון אונז.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
וויכטיג ארויסצוברענגען אז די ״עלטערע״ חתונה געהאטע טאכטער איז געווען א קארגע 13 יאר אלט, און די ברודער נאך יונגער.
די יעצטיגע מצב קוקט אויס ווי די FLDS Cult מיט Warren Jeffs.
וויאזוי זינגט זיך חרבו דרבו?
Every dog has its day.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
וואס איז פשט פון הוצל דבנימין עיר בבל?
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
און וואס מיינט תמ"ל?
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
וואס מיינט תמ"ל?
אין הוצל דבנימין עיר בבל מדינת גוטאמאלא לאזט מען שרייבן אויף קאווע שטיבל?
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
ת'חוסו מ'גן ל'ו.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
ווער פירט יעצט די קהלה?
פארוואס האט די קהלה לעצטנס געטוישט די לבוש ביי די מענער צו א שמאטע אויפן קאפ, מיט א ברייטע ברוינע קלייד אזוי ווי אין די ביכלעך פון "א הילף פאר דעם קינד" ווי נח מיט משה רבינו?
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
איך מוז מוחה זיין בשער בת רבים, אויפדעם וואס מ'רעדט דא ארום פון א עוכר ישראל, אהן זאגן אויף אים ימח שמו וזכרו, ושם רשעים ירקב,
איך ווייס אז די פותח האשכול האט געבעטן נישט אראפ רייסן, אבער במחילת כבודו, איז עס פונקט ווי איינער זאל שרייבן א אשכול איבער אלע פרטים פון א טרייעל אויף נאציס, אנדעם וואס מ'זאל מעגן אראפ רייסן היטלער ימ''ש, אדער די נאצי פארטיי
ליידער איז שוין היינט זייער קלאר ווער דער עוכר ישראל שלמה העלבראנץ ימ''ש איז געווען,
נישט נאר ער האט געטון די גרעסטע עבירות כלפי דעם אייבערשטן, און כלפי די מענטשהייט, האט ער עס נאך געטוהן אין די נאמען פון די אידישע רעליגיע, אין די נאמען פון גאט כביכול,
ווען איך הייב נאר אהן ליינען אדער הערן ווי איינער וואס איז ארויס פון דארט דערציילט וואס דארט איז פארגעגאנגען בשעת דער רשע און אכזר האט נאך געלעבט, און וואס גייט נאך יעצט פאר דארט, קומט מיך די בלוט ארויף,
נישט צו פארשטיין וויאזוי כלל ישראל האט עס פארשוויגן, איינער וואס פאריפט זיך אלץ סאמע פרומסטע וואס איז דא, און טוהט די ערגסטע זאכן וואס ס'קען נאר געטוהן ווערן אויף דעם עולם
איך ווייס אז די אשכול האט מען נישט געמאכט מוחה צו זיין אויף דעם גרוילהאפטיגע פארשוין, נאר פאר נייעס וכו'
אבער איך קען נישט שטיל בלייבן ווען אזא קהילה מיט זייער פארדארבענע פירער ווערן דא באשריבן ווי כאילו ס'גוט מיט זיי
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
עמרם איך הער דיין אויפברויז, איז לאמיר מאכן אזא סינעריא:
שטעל דיר פאר אז עס גייט יעצט פארקומען די נירנבורג פראצעס פאר די פארשאלטענע נאציס ימ"ש, און א שרייבער פון די מידיא איז אונז מסכים מיטצוטיילן די פרטים פונעם פראצעס, א זאך וואס מיר אלע זענען נייגעריג. דער רעפארטער פארלאנגט אבער אז מען זאל נישט שרייען און שעלטן, אנדערש קען ער נישט שרייבן, און אויב שרייבט ער נישט וועלן מיר נישט געוואויר ווערן די איינצלהייטן פונעם געריכט. וואלסטו זיך דאן געקענט איינהאלטן?
קענסט אפשר עפענען א אנדערע אשכול און שעלטן, אבער דא האט איינער געעפנט א אשכול, און - אפגעזען זיינע מיינונגען און השקפות - ווילן מיר הערן זיינע אפדעיטס, אלזא לאמיר נישט אריינגיין אין יענעמ'ס אשכול און פארשמירן כנגד בקשתו, לאמיר דא לאזן רואיג, און מיטהאלטן די פרטים פונעם משפט.
די זעלבע זאך פאר אלע אנדערע שרייבערס, מיר האבן שוין דא כמה וכמה אשכולות געווידמעט פאר לב טהור, און דארט קען מען פרעגן וואס מיינט די ראשי תיבות און די לשונות און זיך טענה'ן איבער הילף-פאר'ן-קינד אדער מחניים-ביכלעך סארט לבושים, לאמיר דא לאזן אויסשליסליך פאר דעם טרייעל.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
אדרבא עמרם. קום אריין מיט די פאקטן. לאמיר הערן, וואס גייט דארטן פאר און וואס האט ישראל שלמה געטאן?
איך פרעג ווייל איך בין נייגעריג.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
וואו קומט פאר די טרייעל? און גייט מען עס ערגעץ קענען מיטהאלטן?
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
א דאנק
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
א גרויסן יישר כח פאר יעדן איינעם. איך בין אריינגעקומען דא און געזען וואס מען שרייבט, האב איך קודם געקלערט אז אויב דאס איז דער מצב, דארף איך נישט שרייבן דא. אבער שמעקעדיג - דו האסט בארואיגט דער מצב. מיר וועלן פראבירן איבערצוגעבן אביעקטיווע נייעס און איך בעט פונעם עולם צו רעספעקטירן און שרייבן בדרך כבוד.
מן הסתם #
ווער פירט יעצט די קהלה?
פארוואס האט די קהלה לעצטנס געטוישט די לבוש ביי די מענער צו א שמאטע אויפן קאפ, מיט א ברייטע ברוינע קלייד אזוי ווי אין די ביכלעך פון "א הילף פאר דעם קינד" ווי נח מיט משה רבינו?
דער רבי שליט"א תמ"ל (מיר וועלן אים רופן פון היינט און ווייטער מיטן טיטל "דער חכם" כפי בקשתו), ער געפינט זיך אין טורמע אין אמעריקע. גראדע יעצט טראנספארמירט מען אים צו א צווייטע טורמע, וויבאלד ער וועט דינען אלס עדות ביים יעצטיגן פראצעס. אינאיינעם מיטן רבי'ן געפינט זיך ר' מאיר יששכר ראזנער שליט"א, תלמידו המובהק ויד ימינו פונעם רבי"ן זצוק"ל ולהבחלח"ט שליט"א.
אין בבל אליין ווערט די רוחניות'דיגע אקטיוויטעטן אנגעפירט דורך א כח בית-דין פון דריי: דער "ריש מתיבתא" שליט"א, דער רב שליט"א און דער "ריש סדרא" שליט"א. דער ריש מתיבתא איז דער וואס גיבט די שמועסן בלילי שבתות ושל"ס ושאר זמנים, ער איז אין פאקט די העכסטע אטאריטעט נאכן חכם שליט"א, דער רב שליט"א איז דער וואס פסק'נט שאלות בהלכה און דער ריש-סדרא איז א כח המשפיע, ווי אויך איז ער דער דריטער דיין אינעם מושב בית-דין.
אונטער זיי זענען פארהאן א גאנצע הנהלה מיט פילע איינגעשטעלטע, וואס עס איז נישט נוגע פונקטליך אלע פונקציעס אויפן ארט. וואס עס איז וויכטיג צו וויסן איז, אז די דריי אחים "הכרמונים" (משפחת וויינגארטן - אזוי רופן מיר זיי בדרך צחות, "הכרמונים"), זיי זענען שטארק אקטיוו אין די הנהלה, עס לאזט זיך זאגן אז על פיהם ישק כל דבר. אפילו יעצט ווען זיי זיצן אין טורמע, זענען זיי די וואס זענען מחליט אלע ענינים. היינט צו טאגס איז פארהאן א געשוויסטער קינד פון די וויינגארטנס, וואס ער געפינט זיך אין בבל און ער איז א שטארקער כח און ער איז שטארק אקטיוו אין אלע ענינים, א כמו ידא אריכתא פון זיינע פעטערס הכרמונים.
אויסער דעם איז פארהאן נאך וואס האבן א שטארקע ווארט אין די הנהלה, דוגמת ר' אוריאל יוסף שליט"א און נאך אנדערע.
...
אצינד, אויף די שאלה איבער די לבוש.
יא, גאנץ לעצטנס האט מען געטוישט די לבוש פון די מענער, גייענדיג לויט אונזער השקפה און שיטה פון זיין ווי מער ארגינעל אידיש אזוי ווי בזמן חז"ל. דעריבער פראבירן מיר זיך צו האלטן אויך מיטן ארגינעלן אידישן לבוש, ווי אזוי מען איז אמאל געגאנגען.
שטילערהייט זענען דא וואס שישקענען זיך, אז אונטערן שינוי הלבוש ליגט נאך עפעס באהאלטן, וויבאלד דאס האט פאסירט אין די תקופה וואס מיר האבן פראבירט אנצוקומען צו די אראבישע מדינות און זיך דארט באזעצן. א שטיקל צייט זענען טייל פון אונזערע קהילה געווען אין קאזאכסטאן און עס זענען אויך געווען אנדערע פלענער להתישבות. דאס איז אויך געווען א חשבון מיטן שינוי הלבוש, אבער די סברה איז געבויט אויף שמועסן און השערות. קיינער האט דאס נישט באשטעטיגט אפיציעל, דעריבער, כאפט מיר נישט אויפן ווארט.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
עמרם פליז הער אויף. אונז ווילען הערן וועגן דעם חכם שליט"א.
לגבי די שינוי לבוש, קלער איך אז יש דברים בגוף אין דאס וואס לאכעדיג האט געזאגט, דהיינו אז עס זעהט אויס ווי די מחנים ביכלעך. אט דאס זאגט דרך חכמת שלמה, אז די ציל איז אויסצוזען ווי די פארצייטישע יידען. נו, ווי אזוי ווייסט מען ווי אזוי יודען זענען אמאל געגאנגען? קוקט מען אריין אין מחנים ביכלעך ווייסט מען. והיינו הך.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
איך אויך #
ת'חוסו מ'גן ל'ו.
האסט מיר געמאכט לאכן, אבער למעשה איז עס נישט ריכטיג. חכמת שלמה האט געעפענט די אשכול און געבעטן מ'זאל נישט אטאקירן די קהילה.
איך און אסאך אנדערע האבן הנאה צו ליינען זיינע באריכטן. ביטע מאך נישט קאליע
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
יישר כח פאר די באריכטן, איך וויל צוענדיגן מיט א ברכה,
דער אייבערשטער זאל העלפן די ״אמת״ זאל ארויס קומען אין יעדער פון די קהילה זאל האבן א גליקליך לעבן אין באפרייט ווערן פון ״גלות״ בקרוב.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
ביטע נישט אטאקירן אין דעם אשכול
עס איז אינטערעסאנט צו הערן וואס דארט קומט פאר
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
איך זעה שוין, די עולם קען זיך נישט איינהאלטן...
חכמת שלמה די קום ווייטער אריין מיט אפדעיטס.
און דאס אז מענטשן שרייבן קאמענטארן איז פשוט א וועג דיר צו באגריסן און באדאנקען פאר דיינע אנאליזן.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
איך האב שוין מחליט געווען אויפצוהערן דא שרייבן און ווער עס וויל קען מיר בעטן אין אישי. איך זעה דאך שוין ווי שטארק דער עולם איז אינטערעסירט...
וואס זאגט איר, זאל איך דאס געבן נאך איין שאנס?
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
וואס מיינט תמ"ל פאר א גוט יאהר?
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
אתרוגים #
וואס מיינט תמ"ל פאר א גוט יאהר?
לכאורה מעג מען עס נאר ענטפערן אין מאחורי...
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
חכמת שלמה #
אין בבל אליין ווערט די רוחניות'דיגע אקטיוויטעטן אנגעפירט דורך א כח בית-דין פון דריי: דער "ריש מתיבתא" שליט"א, דער רב שליט"א און דער "ריש סדרא" שליט"א. דער ריש מתיבתא איז דער וואס גיבט די שמועסן בלילי שבתות ושל"ס ושאר זמנים, ער איז אין פאקט די העכסטע אטאריטעט נאכן חכם שליט"א, דער רב שליט"א איז דער וואס פסק'נט שאלות בהלכה און דער ריש-סדרא איז א כח המשפיע, ווי אויך איז ער דער דריטער דיין אינעם מושב בית-דין.
א גרויסן שכוח פאר די באריכטן
עס איז זייער וויכטיג צו וויסן ווער די קומענדיגע מנהיגים זענען די וועלט וועט בקרוב רעש'ן פון זיי..... וואס זענען זייערע נעמען? איז די הנהגה נאך אלס אזוי שטרענג ווי אין די רבי'ס צייטן? זאגסטו אז רוב פון די קהילה זענען נאך אלס אין גואטאמאלע וויפיל משפחות ציילט זיך דאס איצט? די רעגירונג מאכט מער נישט קיין פראבלעמען? וויפיל זענען אנטלאפן די לעצטע שטיק צייט?
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
חכמת שלמה #
איך האב שוין מחליט געווען אויפצוהערן דא שרייבן און ווער עס וויל קען מיר בעטן אין אישי. איך זעה דאך שוין ווי שטארק דער עולם איז אינטערעסירט...
וואס זאגט איר, זאל איך דאס געבן נאך איין שאנס?
יא, אבער די דארפסט געבן מער ווי איין שאנס, פון אזויפיל מענטשן איז אומעגליך אז עס זאל נישט קומען איינער אין זאגן א שלעכט ווארט, טעק איט איזי
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
חכמת שלמה #
איך האב שוין מחליט געווען אויפצוהערן דא שרייבן און ווער עס וויל קען מיר בעטן אין אישי. איך זעה דאך שוין ווי שטארק דער עולם איז אינטערעסירט...
וואס זאגט איר, זאל איך דאס געבן נאך איין שאנס?
זיכער זאלסטו געבן נאך א שאנס . קענסט אפילו געבן אפאר שאנסן, ווילאנג ס'קאסט דיר נישט קיין געלט געב וויפיל ס'לאט זיך.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
איך טראכט אז מ'זאל לאזן דעם אשכול דעזיגנירט פאר חכמת שלמה און אלע וואס רייסן אראפ זאלן די מנהלים פארמעקן זייערע תגובות.
חכמת ביטע שרייב ווייטער, רוב פון אונז ווילן ליינען.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
וויפל משפחות איז היינט דא אין בבל?
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
איך האב נאכנישט באשלאסן צי איך זאל ממשיך זיין דא אדער נישט. דערווייל וועל איך ענטפערן אין קורצן וויפיל איך וועל וועלן. איך וועל זיך מיישב זיין ביז מארגן (די טאג פונעם טרייעל) צי איך זאל דא געהעריג באריכטן אדער נישט.
חיי עולם #
א גרויסן שכוח פאר די באריכטן
עס איז זייער וויכטיג צו וויסן ווער די קומענדיגע מנהיגים זענען די וועלט וועט בקרוב רעש'ן פון זיי..... וואס זענען זייערע נעמען? איז די הנהגה נאך אלס אזוי שטרענג ווי אין די רבי'ס צייטן? זאגסטו אז רוב פון די קהילה זענען נאך אלס אין גואטאמאלע וויפיל משפחות ציילט זיך דאס איצט? די רעגירונג מאכט מער נישט קיין פראבלעמען? וויפיל זענען אנטלאפן די לעצטע שטיק צייט?
ריש מתיבתא - הרה"ג ר' משה יוסף ראזנער שליט"א
רב - הרה"ג ר' אהרן אריה טעללער שליט"א
ריש סדרא - הרה"ג ר' אלעזר רומפלער שליט"א
משפחות - בערך 60.
רעגירונג מאכט ב"ה נישט קיין פראבלעמען.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
חכמת שלמה מיר זענען שטאלץ מיט "דיר".
צלח ורכב.
(אגב די חכמת שלמה איז געווען רב אין לוצערן און איז וועלט בארימט מיט זיינע שו"ת ספרים. די שווייד פאמיליע זענען אייניקלעך פון אים און זיי האבן אויפגעבויט א הערליכע היכל התורה אויף סקילמאן סטריט אין וומ"ס וואס איז נקראת על שמו חכמת שלמה)
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
ריכטיג. אויף סאוט 8 אין וומ"ס האט טאקע הרב מאיר איתמר שווייד א שוהל וואס הייסט חלקת יעקב.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
חכמת שלמה #
איך האב נאכנישט באשלאסן צי איך זאל ממשיך זיין דא אדער נישט.
חכמת שלמה אנטשולדיגט פאר'ן אריינהאקן, כ'האב דיר געוואלט שיקן א אישי און בעטן עפעס פריוואט, אבער מען קען זיך נישט פארבינדן מיט דיר...
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
עס איז מיר זייער אינטערעסאנט צו הערן, ווייל איך קען שיקן געהעריג אישי'ס.
וואס קען מען טון צו פארריכטן דעם פראבלעם?
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
תמ"ל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
לעולם בין איך שטיל, אבער שאני עמרם דדחפי.
חכמת שלמה, גיי אן, ס'איז גאר אינטערסאנט דיינע אפדעיטס, לויט ווי ס'שמעקט איז יעדער דא פאראינטערסירט.
און צו דיר הרב עמרם:
"איך קען נישט שטיל בלייבן.."
לאל. א קדוש מרחם דא אין שטיבל, ממש שלאפסט נישט. כא כא.
יונגערמען, ביסט צוקער, אבער פליז, דער שלמה וועט נאך אפפיצן. סא יא.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
חכמת שלמה #
עס איז מיר זייער אינטערעסאנט צו הערן, ווייל איך קען שיקן געהעריג אישי'ס.
וואס קען מען טון צו פארריכטן דעם פראבלעם?
אפשר מאך א gmail אקאונט ווי מען קען פרעגן,
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
שלום וברכה.
קודם כל וויל איך מעלדן, אז דער טרייעל הויבט זיך אן אי"ה דעם קומענדיגן דאנערשטאג.
צווייטנס וועל איך מעלדן אז וויבאלד מען קען מיר דערווייל נישט לאזן קיין אישי, וועל איך געבן מיין אימעיל אדרעס וואו מען קען זיך שרייבן מיט מיר, דאס איז
levtahor.babel@gmail.com. מיר האפן אז דער אישי זאל זיין מסודר ביז דאנערשטאג לתועלת הציבור הרחב.
דערווייל ווילן מיר בעטן פונעם גאנצן עולם, אז מען זאל אוועקגעבן עטליכע מינוט, ארויסנעמען א תהלים און מתפלל זיין אז די דריי אנגעקלאגטע ברידער זאלן שנעל און גרינג ארויסקומען מעבדות לחרות ומאפילה לאור גדול, אז זיי זאלן זיך שנעל קענען צוריק פאראייניגן מיט זייערע פאמיליעס וואס ווארטן שוין אזוי לאנג אויף זיי.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
חכמת שלמה #
דערווייל ווילן מיר בעטן פונעם גאנצן עולם, אז מען זאל אוועקגעבן עטליכע מינוט, ארויסנעמען א תהלים און מתפלל זיין אז די דריי אנגעקלאגטע ברידער זאלן שנעל און גרינג ארויסקומען מעבדות לחרות ומאפילה לאור גדול, אז זיי זאלן זיך שנעל קענען צוריק פאראייניגן מיט זייערע פאמיליעס וואס ווארטן שוין אזוי לאנג אויף זיי.
בשום אופן!
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
חכמת שלמה #
דערווייל ווילן מיר בעטן פונעם גאנצן עולם, אז מען זאל אוועקגעבן עטליכע מינוט, ארויסנעמען א תהלים און מתפלל זיין אז די דריי אנגעקלאגטע ברידער זאלן שנעל און גרינג ארויסקומען מעבדות לחרות ומאפילה לאור גדול, אז זיי זאלן זיך שנעל קענען צוריק פאראייניגן מיט זייערע פאמיליעס וואס ווארטן שוין אזוי לאנג אויף זיי.
חכמת שלמה טייערע, ווען די האסט בלויז געוואלט ברענגען אפדעיטס און נייעס האבן מיר דיר פארשטאנען אז ס'קומט נישט אז מען זאל דיר אונטערהאקן די פוס.
אבער אז די נעמסט א זייט און די זאגסט א מיינונג האט דאך א אנדערער פונקט אזוי די רעכטן צו זאגן זיין מיינונג אפילו ס'איז פארקערט ווי דיר און ס'שמעקט דיר נישט.
סטראשעסט אז די וועסט מער נישט ברענגען קיין אפדעיטס און נייעס. קיין פראבלעם. א גוטן פורים!
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
ביטע, ביטע. עס קומט א ניק און עפנט אן אשכול אויף א גאנג וואס ער וויל גיין, און עס איז דא אן עולם וואס האט הנאה דערפון. איז אזוי שווער צו שרייבן אלע אנדערע מיינונגען אין אן אנדערע אשכול?
עס איז דא א שיינע פאר אשכולות איבער לב טהור והמסתעף וואו מען קען אראפרייסן און פארדאמען. אין פאקט, ווער עס וויל קען אפילו עפענען א דעזיגנירטע אשכול צו ארויסברענגען די אנדערע מיינונגען. אבער ביטע לאזט די אשכול גיין מער פאזיטיוו, איך בין צווישן די וואס האבן הנאה דערפון.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
ביטע שרייב ווייטער, ניין מיר שטימען נישט מיט וואס ס׳פירט זיך דארטען, אבער מיר ווילן גהעריג זיך דורך שמוסען.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
חכמת שלמה #
שלום וברכה.
קודם כל וויל איך מעלדן, אז דער טרייעל הויבט זיך אן אי"ה דעם קומענדיגן דאנערשטאג.
צווייטנס וועל איך מעלדן אז וויבאלד מען קען מיר דערווייל נישט לאזן קיין אישי, וועל איך געבן מיין אימעיל אדרעס וואו מען קען זיך שרייבן מיט מיר, דאס איז
levtahor.babel@gmail.com. מיר האפן אז דער אישי זאל זיין מסודר ביז דאנערשטאג לתועלת הציבור הרחב.
דערווייל ווילן מיר בעטן פונעם גאנצן עולם, אז מען זאל אוועקגעבן עטליכע מינוט, ארויסנעמען א תהלים און מתפלל זיין אז די דריי אנגעקלאגטע ברידער זאלן שנעל און גרינג ארויסקומען מעבדות לחרות ומאפילה לאור גדול, אז זיי זאלן זיך שנעל קענען צוריק פאראייניגן מיט זייערע פאמיליעס וואס ווארטן שוין אזוי לאנג אויף זיי.
א דאנק אייך פאר די אפדעיטס. אויב דא ארבעט זיך נישט אויס דעמאלט קענסטו לייגן אויף טוויטער אדער טעלעגראם. האלט אונז אינפארמירט פליז.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
לאכעדיג #
חכמת שלמה טייערע, ווען דו האסט בלויז געוואלט ברענגען אפדעיטס און נייעס האבן מיר דיר פארשטאנען אז ס'קומט נישט אז מען זאל דיר אונטערהאקן די פוס.
אבער אז דו נעמסט א זייט און די זאגסט א מיינונג האט דאך א אנדערער פונקט אזוי די רעכטן צו זאגן זיין מיינונג אפילו ס'איז פארקערט ווי דיר און ס'שמעקט דיר נישט.
נישט אין דעם אשכול!!
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
איך פארשטיי נישט פארוואס די הנהלה מעקט נישט די וואס זענען גורם אז חכמת שלמה זאל נישט שרייבן עס איז א חידוש צו האבן דא א אינסיידער עס איז ווערט יעדע פרייז
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
A little old but worth watching
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
גיי, חכמת, גיי!