☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » לב טהור - מחר יהיה האות הזה - סענטענסינג פונעם רבי'ן תמ"ל

לב טהור - מחר יהיה האות הזה - סענטענסינג פונעם רבי'ן תמ"ל

41 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15221

חכמת שלמה » דאנערשטאג מערץ 31, 2022 12:41 am

· #497275
לב טהור - מחר יהיה האות הזה - סענטענסינג פונעם רבי'ן תמ"ל
מחר יהיה האות הזה[/color][/size][/b]
מארגן דאנערשטאג, בשעה 11:00 AM, וועט פארקומען די סענטענסינג פונעם רבי'ן שליט"א, וואו דער שופט הרשעה וועט משפט'ן דעם רבי'ן שליט"א און ארויסגעבן זיין פסק-דין פאר'ן רבי'ן און פאר הרה"ג ר' שכנא מאיר יששכר ראזנער שליט"א.

די סענטענסינג וועט זיך אנהויבן אי"ה מארגן 11:00. עס איז ערווארטעט אז דער רבי שליט"א וועט האלטן דארט א רעדע, און גאנץ מעגליך אז אויך הרה"ג ר' שכנא מאיר יששכר שליט"א וועט רעדן.

עס וועט זיין מעגליך מיטצוהאלטן די סענטענסינג טעלעפאניש, אויף דעם פאלגענדן נומער:
877.336.1839
פין נומער: 1231334

אויב עס וועט זיין מעגליך, וועלן מיר באריכטן דא אויף קאווע שטיבל וואס עס קומט פאר אין קארט בשעת מעשה.

אין אונזערע קהילות בישראל הערשט א גרויסער אנגעצויגנקייט, אינאיינעם מיט האפענונג אויף א ישועת ה' במהרה. אידן איבעראל זענען מרבה בתחינות ובתחנונים. א ספעציעלע יום-תפילה איז פאררופן געווארן, וואו מען איז זיך צוזאמענגעקומען אינאיינעם צו דאווענען און איינרייסן רחמי שמים. עס איז דאך די רעדע פון די קאפ פון אונזער חבורה, די קרוין פון אונזער קהילה, דער שפיץ פון אונזער קאמפאניע, דער רבי שליט"א תמ"ל, המדריכנו באור הוי"ה ומלמד אותנו את הדרך נלכו בה במסילה העולה בית-אל. עס איז דעריבער נישט קיין וואונדער, אז יעדער איינער צווישן אונז קוקט ארויס מיט אנגסט און האפענונג אויפן מארגנדיגן טאג. אפילו די קליינע קינדער האלטן מיט, און זאגן מיט ערליכקייט פרקי תהלים לטובת דעם מארגנדיגן משפט. השי"ת יתהפך כל הדינים לטובה ולברכה אכי"ר.

אין גואטאמאלא איז א מנין אידן ארויפגעגאנגען צום ציון פונעם רבי'ן זיע"א תמ"ל, וואו מען האט איינגעריסן וועלטן לטובת בנו וממלא מקומו דעם רבי'ן שליט"א, המדריכנו בתורתו ומיישר נתיבותינו על פי דרכו והשקפתו הטהורה.

אויך אין די אנדערע שטעט, אין מוקדון (מאקדאניע), בולגאריע, מעקסיקא, אמעריקע און וואו אימער עס וואוינען אנשי שלומינו ובריתינו, איז מען זיך צוזאמענגעקומען אינאיינעם, וואו מען האט געדאווענט און געבעטן רחמי שמים, אין דעם חודש אשר נתהפכו ליהודים ליום משתה ושמחה, אשר ישלטו היהודים המה בשונאינהם, א חודש וואס איז מסוגל אויף נסים ונפלאות, ווער רעדט נאך ווען עס איז גאר נאנט צו חודש ניסן, אשר ישועות בו מקיפות - כלשון החנוני מקיף - וכימי צאתנו מארץ מצרים יראנו נפלאות נאום ה'.

אידן איבער די גאנצע וועלט שטייען און קוקן ארויס אויפן מארגנדיגן טאג, מיט די אויגן געוואנדן צום טאטע'ן שבשמים, אז ער זאל איבערקערן די משפט לטובת עמו בני ישראל הנתונים בצרה ובשביה, המקום ירחם עליהם ויוציאם במהרה מאפילה לאור גדול ומשעבוד לגאולה השתא בעגלא ובזמן קרוב.

עס איז נישט קיין ספק, אז דער פסק דין וועט געדעקט ווערן אין אלע מידיא צענטערן איבער די גאנצע וועלט. מיר דא אויף קאווע שטיבל וועלן זיין די ערשטע אראפצוברענגען ערשט-האנטיגע נייעס באריכטן, אפצודעיטן דעם ציבור הצמאים לדעת את השם.

עס איז צום האפן אז תפלות ישראל יעשו רושם, און מען וועט זען מארגן נסים ונפלאות, ויעשה ה' אתנו אות לטובה במהרה.

שמעון וואלף » דאנערשטאג מערץ 31, 2022 12:46 am

· #497276
פארוואס איז ער "שופט הרשעה"?

חכמת שלמה » דאנערשטאג מערץ 31, 2022 9:07 am

· #497291
היינט!!![/color][/size][/u][/i][/b]

תרמב » דאנערשטאג מערץ 31, 2022 9:24 am

· #497292
חכמת שלמה
היינט!!![/color][/size][/u][/i][/b]

wow! איך האב נישט געקענט שלאפן פון גרויס התרגשות....

חכמת שלמה » דאנערשטאג מערץ 31, 2022 11:05 am

· #497299
דער פראצעס גייט זיך יעצט אנהויבן. אידן, רייסט איין רחמי שמים פאר אונזערע ברידער, עס איז נישט קיין צייט צו זיצן שטיל. ס'איז נישט די צייט דן צו זיין אין די פרטים, קיינער וויל נישט אז דער אויבערשטער זאל ביי אים מדקדק זיין כחוט השערה. זייט אויך מתפלל פאר אייערע ברידער.

אויב ס'וועט זיין אן אינטערעסע און דער עולם וועט מגיב זיין, וועלן מיר ברענגען כסדר'דיגע אפדעיטס און נייעס פון דארט. מיר ווארטן אויף פידבעק פונעם עולם.

חכמת שלמה » דאנערשטאג מערץ 31, 2022 11:30 am

· #497300
דער שופט ליינט יעצט פאר די קאונטס פונעם רבי'ן שליט"א.

אויב איך וועל נישט הערן קיין רעספאנדס פונעם עולם, וועל איך אויפהערן באריכטן.

חכמת שלמה » דאנערשטאג מערץ 31, 2022 11:43 am

· #497301
דער גאווערמענט האט גערעדט זייער שארף, און ארויסגעברענגט פארוואס מען פארלאנגט אזא הארבע שטראף, וויבאלד דער רבי האט נישט ארויסגעוויזן קיין שום רחמנות, נישט אויף די וויקטעם און נישט אויף די גאווערמענט, ער האלט זיך נאך גערעכט, און האט נאך לעצטנס אריינגעשריבן א מאושן, ווי ער פארגלייכט די גאווערמענט צו נאצי דייטשלאנד און נאך. און ווי עס קוקט אויס וואלט ער עס נאך געטון נאכאמאל, אזוי ווי ער האט למעשה פראבירט נאך אמאל פון תפיסה.

יעצט רעדט די מאמע פון די מיידל. אין ספארט פון די רבי.

חכמת שלמה » דאנערשטאג מערץ 31, 2022 11:57 am

· #497304
די ווערטער פון מרת טעללער איז געווען זייער הארציג און עמנצואל. זי האט געוויינט און ארויסגעברענגט די מעלות און גוטהארציגקייט פון איר ברודער דער רבי שליט"א.

אז דער עולם רעספאנדט נישט, וועל איך מקצר זיין אדער אויפהערן שרייבן.

קידוש » דאנערשטאג מערץ 31, 2022 12:06 pm

· #497305
איז דא בילדער/ווידיא פון די קארט קעיס אדער בלויז א טעלעפאן ליין צו מיטהאלטען

חכמת שלמה » דאנערשטאג מערץ 31, 2022 12:10 pm

· #497306
איך מיין אז בלויז א טעלפאן

חכמת שלמה » דאנערשטאג מערץ 31, 2022 12:18 pm

· #497307
מ'האט יעצט גערעדט לטובת דעם רבי'ן שליט"א, אריינגעמישט די פיוט פון די הגדה 'דיינו'. מען האט ארויסגעברענגט אז אלע מענטשן וואס וואלטן געדארפט זיין קעגן דעם רבי'ן, שיקן בריוו לטובת דעם רבי'ן. אויך האט מען דערמאנט די אנדערע בריוו וואס איז געשיקט געווארן פון לב-טהור.

יעצט רעדט דער רבי שליט"א, נישט איידער מען האט אים געבעטן אז ער זאל איינציען זיינע ווערטער צו פינף אדער זיבן מינוט...

די ווערטער פון רבי'ן וועלן נאכפאלגן.

מען בעט דעם עולם מגיב זיין.

חכמת שלמה » דאנערשטאג מערץ 31, 2022 12:26 pm

· #497308
דער רבי האט גערעדט שטארקע דיבורים, ווערטער פון מסירת-נפש. ער האט געהייסן אז אין לב-טהור זאל קומענדיגע שבת זיין א יום-טוב, וויבאלד ער האט די זכיה צו זיצן בלויז ווייל ער איז א איד און געזאגט ביים בארג סיני נעשה ונשמע. ער האט גערעדט מיט א שטאלצקייט און שטארקייט.

יעצט זאגט דער דזשאדזש וויפיל ער באקומט.

סמבטיון » דאנערשטאג מערץ 31, 2022 12:38 pm

· #497310
וואס האט מיסיס טעלער געזאגט?

חכמת שלמה » דאנערשטאג מערץ 31, 2022 12:45 pm

· #497311
זי האט ארויסגעברענגט אז דאס איז נישט איר ברודער וועמען זי קען, עפעס האט זיך געטוישט אין אים נאך די פטירה פון דער רבי זי"ע. זי האט דערציילט דוגמאות פון חסד און גוטהארציגקייט פון אים צו די משפחה און צו אנדערע מענטשן, אפילו צו גוים. זי האט געזאגט אז ער איז געווען פאר איר און פאר די משפחה אזוי ווי א טאטע, זי האט פארגעשטעלט ווי אזוי ער האט גע'כשר'ט די קאך פאר פסח, א זאך וואס איז נישט לייכט פאר א מאן. זי האט דערציילט אז ער פלעגט העלפן יעדן מיט די לעגאלע פאפירן, וויבאלד מען האט נישט געקענט די גוי'אישע שפראך, און נאך אסאך דוגמאות פון חסד.

לויט איר טענה, איז דער רבי אליין געווען דראמאטיזירט פון די פטירה פון זיין פאטער. ער האט איר אליין געזאגט אז ער שפירט זיך נישט גרייט איבערצונעמען די הנהגה, און מען האט אים געדארפט בארואיגן. ער האט געהאט שוועריגקייטן אין פירן די קהילה, און דאס איז וואס איז געשען. זי האט גע'טענה'עט אז עס איז א המשך פון די גרויסע טראגעדיגע פון לב טהור. זי האט דעריבער געבעטן רחמנות און אז מען זאל זיך רעכענען מיט אירע ווערטער.

זי האט אויך געזאגט, אז זי וועט נישט האבן א רואיגע לעבן, כל זמן זי ווייסט אז איר ברודער זיצט אין תפיסה, זי וויל אים ענדערש זען פריי. און נאך אזעלכע זאכן.

מען האט יעצט געענדיגט מיטן רבי'ן, מען גייט יעצט צו ר' שכנא מאיר יששכר שליט"א.

אין א זייטיגע נאטוץ: קאווע שטיבל איז די ערשטע צו ברענגען די נייעס איבער די סענטענסינג פונעם רבי'ן שליט"א.

יין שרף » דאנערשטאג מערץ 31, 2022 12:47 pm

· #497312
חכמת שלמה
ער האט געהייסן אז אין לב-טהור זאל קומענדיגע שבת זיין א יום-טוב, וויבאלד ער האט די זכיה צו זיצן בלויז ווייל ער איז א איד און געזאגט ביים בארג סיני נעשה ונשמע. ער האט גערעדט מיט א שטאלצקייט און שטארקייט

דאס האט ער געזאגט אין קאורט אין פארענט פון די דשאדש??

חכמת שלמה » דאנערשטאג מערץ 31, 2022 12:49 pm

· #497313
יא.

חכמת שלמה » דאנערשטאג מערץ 31, 2022 12:50 pm

· #497314
פאר אלע וואס רופן יעצט אריין, און וואונדערן זיך פארוואס מען הערט גארנישט. עס איז דא יעצט א ברעיק, און באלד גייט מען צו די קעיס פון ר' שכנא מאיר יששכר.

חכמת שלמה » דאנערשטאג מערץ 31, 2022 1:03 pm

· #497317
אויפן רבי'ן האט ער שוין ארויסגעגעבן. יעצט ווארט מען אויף ר' מאיר יששכר.

פראבלעמען מיטן קאנפערנס...

חכמת שלמה » דאנערשטאג מערץ 31, 2022 1:06 pm

· #497318
כאאס אויפן קאנפערנס....

בת קול » דאנערשטאג מערץ 31, 2022 1:16 pm

· #497320
חכמת שלמה
אויפן רבי'ן האט ער שוין ארויסגעגעבן. יעצט ווארט מען אויף ר' מאיר יששכר.

פראבלעמען מיטן קאנפערנס...



Yeshiva World מעלדט 12 יאר שוין מער ווי א האלבע שעה צוריק. (7 מינוט פאר דיר סתם פאר דיין רעקארד.)
<a class="postlink" href="https://www.theyeshivaworld.com/news/featured/2074402/monsters-sentenced-lev-tahor-cult-leader-nachman-helbrans-sentenced-to-12-years-meyer-rosner-being-sentenced-shortly.html">https://www.theyeshivaworld.com/news/fe ... ortly.html</a>

חכמת שלמה » דאנערשטאג מערץ 31, 2022 1:17 pm

· #497321
יאפ....

ליידער, אבער ווייניגער ווי מען האט זיך געראכטן.

חכמת שלמה » דאנערשטאג מערץ 31, 2022 1:47 pm

· #497323
מ'הויבט יעצט אן מיט ר' מאיר יששכר.

דער רבי האט באקומען 12 יאר, פון וואס ס'גייט אראפ 3 און א האלב וואס ער איז שוין געזעצן, און נאך א דריטל פאר גוטע בעהעוויע. דאס מיינט אז נאך פיר יאר בערך, קען ער זיין אינדרויסן.

אסאך שענער פון וואס מען האט זיך געראכטן...

ריפארטער » דאנערשטאג מערץ 31, 2022 2:07 pm

· #497325
Re: לב טהור - מחר יהיה האות הזה - סענטענסינג פונעם רבי'ן תמ"
וואו איז די קאורט? וואו אין ניו יארק?

יין שרף » דאנערשטאג מערץ 31, 2022 2:11 pm

· #497326
חכמת שלמה
מ'הויבט יעצט אן מיט ר' מאיר יששכר.

דער רבי האט באקומען 12 יאר, פון וואס ס'גייט אראפ 3 און א האלב וואס ער איז שוין געזעצן, און נאך א דריטל פאר גוטע בעהעוויע. דאס מיינט אז נאך פיר יאר בערך, קען ער זיין אינדרויסן.

אסאך שענער פון וואס מען האט זיך געראכטן...


ממש א שאד, אזוי איז קלענער די קידוש השם און זכיה צו זיצן ווייל ער איז א איד... אפשר האט ער נאר זיך אונטער געמורמעלט נעשה ונשמע און נישט ארויסגעשריגן הויעך?

חכמת שלמה » דאנערשטאג מערץ 31, 2022 2:20 pm

· #497327
ר' מאיר יששכר גייט יעצט רעדן.

ריפארטער » דאנערשטאג מערץ 31, 2022 2:42 pm

· #497330
Re: לב טהור - מחר יהיה האות הזה - סענטענסינג פונעם רבי'ן תמ"
מאיר ראזנער סענטענסינג:
144 חדשים + 96 חדשים + 36 חדשים + 36 חדשים + 5 יאר סופערווייזד רעליעס
Also, register as a sex offender

שאלתיאל » דאנערשטאג מערץ 31, 2022 2:56 pm

· #497333
חכמת שלמה, ס'איז זייער פארדעכטיגט אז דו האסט צוטריט צום אינטערנעט און דערצו נאך צו קאווע שטיבל, אז איך וועל דאס מסר'ן פאר דיין רבי'ן שליט"א אדער זיין פארגייער וועט ער דיר געבן מלקות כמניין קאוו"ע שטיב"ל, אריינגליין אין חרם, געבן פסיכיאטערישע מעדעצינען און אלץ דעזערט צונעמען דיינע קינדער.

בת קול » דאנערשטאג מערץ 31, 2022 3:53 pm

· #497336
ריפארטער
מאיר ראזנער סענטענסינג:
144 חדשים + 96 חדשים + 36 חדשים + 36 חדשים + 5 יאר סופערווייזד רעליעס
Also, register as a sex offender

26 יאר טאטאל?

יעקב מעקסוועל » דאנערשטאג מערץ 31, 2022 4:45 pm

· #497337
זיי ביידע האבן די זעלבע פסק. די אלע נאמבערס זאגט פשוט די שופט וויפיל ער געט פאר יעדע קאונט, למעשה רעכנט מען יעדע יאר וואס מען זיצט פאר אלע עבירות צוזאמען. דאס מיינט מען דארף זיצן אזוי לאנג ווי די לענגסטע סענטענס, אין די פאל 12 יאר.

זיי זענען שוין דארט איבער 3 יאר, א דריטל קען אראפגיין. קענען זיי זיין אינדרויסן אונטער 5 יאר. און דערנאך נאך 5 יאר סופערווישזען.

זייער א לייכטע שטראף לפי הערך.

פאלאצ'ינטא » דאנערשטאג מערץ 31, 2022 6:12 pm

· #497339
קודם כל, נישט גענוג אפי' 1000 יאהר איז אויך נישט גענוג.

אבער יעצט גייט מען אנפאנגען מיט די פדיון שבויים אקציאס און מען גייט שנארען געלט אין גרויסען פון אלע זייטען. דינגען זאלען מאכען אסיפות.

און מען גייט אויך אריין שלעפען דער (ענדע) צדיק וועליכע איז ביזי מיט ארויסנעמען "צדיקים" פון תפיסה. (איך האב פארגעסען זיין נאמען אויף די מינוט) און ער וועט נישט קענען זאגען ניין און וועט זיך דארפען אריין ווארפען ראשו ורובו און איהם ליידער ארויס שלעפען

מיליאנער » דאנערשטאג מערץ 31, 2022 7:01 pm

· #497345
פאלאצ'ינטא
און מען גייט אויך אריינשלעפן דעם (ענדע) צדיק וועלכער איז ביזי מיט ארויסנעמען "צדיקים" פון תפיסה. (איך האב פארגעסען זיין נאמען אויף די מינוט)

דו מיינסט ר' משה מארגארעטן?

פאר'ן דאווענען » דאנערשטאג מערץ 31, 2022 7:43 pm

· #497346
וואס מיינט תמ"ל?

בת קול » דאנערשטאג מערץ 31, 2022 8:49 pm

· #497353
מיליאנער
דו מיינסט ר' משה מארגארעטן?

נע, ער רירט נישט אן די זאכן. ער טוהט נאר אין געלט פארלעצונגען.

שמן למאור » דאנערשטאג מערץ 31, 2022 9:06 pm

· #497354
[ציטאט אראפגענומען]

איך מיין נאכאלץ אז ער איז עס,
וויאזוי דען האט א לב טהור מיטגליד עקסעס צו קאווע שטיבל, נאר ער איז טאקע שלמה אליינס, וואס כידוע מעגן די קולט פירערס טון דאס וואס די מיטגלידער זענען פארבאטן צו אפילו טראכטן פון טון
איי ער איז געשטארבן? שוין... און דו גלייבסט עס נאך, ער לעבט און לאכט ערגעץ צוזאמען מיט JFK מיט יצחק ראבין...

קאנספיראציע טעאריע אלערט

פאלאצ'ינטא » דאנערשטאג מערץ 31, 2022 10:26 pm

· #497359
מיליאנער
דו מיינסט ר' משה מארגארעטן?

יא יא

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 31, 2022 11:05 pm

· #497361
פאלאצ'ינטא: איך בין נישט מסכים מיט דיר. אמת, די לב טהור קולט איז זייער א שלעכטע זאך. און מ'דארף עס מעביר זיין מן העולם. אבער ווען ס'קומט צו דארפן זיצן לאנגע יארן אין תפיסה קען א איד נישט פועל'ן ביי זיך אז א צווייטער איד זאלל עס דארפן אדורכגיין. ספעציעל צו דארפן זיצן אין א חברותא פון לאנגיעריגע געפערליכע פארברעכער און מערדערס. איז א גוטע זאך אז ס'איז דא א איד וואס ער נוצט אויס אלע זיינע כשרונות און פארבידונגען צו באפרייען אידן וועלכע זענען פארמשפט' צו לאנגע יארן אין תפיסה. די מצווה פון פדיון שבויים איז נישט געזאגט געווארן פאר ל"ו צדיקים. נאר אפילו אזעלכע מענטשן וועלכע וואלטן זיך פארדינט אפצויושב'ן אין תפיסה...!

בת קול » דאנערשטאג מערץ 31, 2022 11:21 pm

· #497362
berlbalaguleh
די מצווה פון פדיון שבויים איז נישט געזאגט געווארן פאר ל"ו צדיקים, נאר אפילו אזעלכע מענטשן וועלכע וואלטן זיך פארדינט אפצו'יושב'ן אין תפיסה...!

ס'איז נישט נוגע דא פארדינען. ער איז א סכנה פאר די מענטשהייט.

שמעון וואלף » פרייטאג אפריל 1, 2022 12:15 am

· #497363
פלאנט מען צו אפיעלן?

יין שרף » פרייטאג אפריל 1, 2022 12:55 am

· #497365
berlbalaguleh
פאלאצ'ינטא: איך בין נישט מסכים מיט דיר. אמת, די לב טהור קולט איז זייער א שלעכטע זאך. און מ'דארף עס מעביר זיין מן העולם. אבער ווען ס'קומט צו דארפן זיצן לאנגע יארן אין תפיסה קען א איד נישט פועל'ן ביי זיך אז א צווייטער איד זאלל עס דארפן אדורכגיין. ספעציעל צו דארפן זיצן אין א חברותא פון לאנגיעריגע געפערליכע פארברעכער און מערדערס. איז א גוטע זאך אז ס'איז דא א איד וואס ער נוצט אויס אלע זיינע כשרונות און פארבידונגען צו באפרייען אידן וועלכע זענען פארמשפט' צו לאנגע יארן אין תפיסה. די מצווה פון פדיון שבויים איז נישט געזאגט געווארן פאר ל"ו צדיקים. נאר אפילו אזעלכע מענטשן וועלכע וואלטן זיך פארדינט אפצויושב'ן אין תפיסה...!

ווען אונז קענען ווען אים אפשטעלן סיי וועלכע אנדערע וועג וואלט מען טאקע געדארפט. אבער אונז קענען אים נישט אליינס האלטן איינגעשפארט הויז ארעסט וכדו' אדער אוועקנעמען זיין השפעה על אחרים פון זנות, אונס ומפתה ושאר מראין בישין, ער איז א רודף וניתן להצילם בנפשו או בשאר איבריו. נישטא קיין ברירה זאל ער שמאכטן...
ואין הכא נמי, אז מען קען אים פארגרינגערן אין תפיסה זאל מען, אבער ח"ו נישט באפרייען ווילאנג ער איז א סכנה גשמי אדער רוחני.

שמעקעדיג » פרייטאג אפריל 1, 2022 1:17 am

· #497367
שמעון וואלף
פלאנט מען צו אפיעלן?

איינער געדענקט אויב אן אפיעל האט שוין אמאל געהאלפן? אויב יא וויפיל פראצענט?

שמעקעדיג » פרייטאג אפריל 1, 2022 1:18 am

· #497368
שאלתיאל
@חכמת שלמה ס'איז זייער פארדעכטיגט אז די האסט צוטריט צום אינטערנעט און דערצו נאך צו קאווע שטיבל, אז איך וועל דאס מסר'ן פאר דיין רבי'ן שליט"א אדער זיין פארגייער וועט ער דיר געבן מלקות כמניין קאוו"ע שטיב"ל, אריינגליין אין חרם, געבן פסיכיאטרישע מעדעצינען און אלץ דעזערט צונעמען דיינע קינדער.

לאז ביטע... עס איז גוט צו האבן איינעם פון די אינסיידערס.