☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » טרויעריגע טאג פאר כלל ישראל - לב טהור

טרויעריגע טאג פאר כלל ישראל - לב טהור

155 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11454
בלאט: 1 2 3 4

חכמת שלמה » דינסטאג אפריל 25, 2017 5:22 pm

· #369041
טרויעריגע טאג פאר כלל ישראל - לב טהור
פריער האב איך געעפנט אן אשכול מיט אן אויסשריפט דערויף. מאנכע האבן מיר אנגעמערקט אז דאס איז אוועקגענומען, נעמליך דערפאר וואס איך בין נישט געווען גענוג קלאר דערויף און זיך נישט ארויסגעברענגט געהעריג. דעריבער וועל איך זיך בעסער מסביר זיין.

דעם היינטיגן טאג איז א דראמאטישער און שווערער טאג פאר'ן אידנטום, וואס ווער ווייסט וועלכע נאכפאלגן עס וועט ברענגען מיט זיך לעתיד. היינט איז דערקלערט געווארן אין די מדינה הציונות, אז קהל לב-טהור איז א קולט לכל דבר, וואס איז מסוכן פאר מענטשהייט. אזא פסק מיינט אז פארשידענע מדינות איבער די וועלט וועלן זיך דערמיט רעכענען, אין געריכטן אדער אין אנדערע איינגעלעגנהייטן, די קינדער פון די קהילה וועלן אריבערגעפירט ווערן צו גוי'אישע אדער פרייע הענט, ותוצאותיו מי ישורנה...

אזא פסק מיינט נישט בלויז לב-טהור. לב טהור איז בלויז אן אנהויב. צווישן די ווערטער פון די ריכטערין, די מרשעת, באשולדיגט זי אז מען לערנט אויס די יוגנט צו פאסטן תעניתים, מאכן תענית הדיבור, מען גיבט נישט קיין סעקולערע חינוך, מען לאזט נישט קיין צוטריט צו די דרויסנדיגע וועלט, און נאך פילע באשולדיגונגען וואס מען קען דערמיט באשולדיגן יעדע קהלה קדושה בישראל.

לב טהור איז בלויז אן אנהויב. מיט דעם דאזיגן פסק וועלן מארגן אפירקומען אזעלכע וואס וועלן באשולדיגן גור אויף זייערע תקנות לעבן און שולט זיין און באלעבאטעווען אויף אינערליכע אינטימישע געהיימעניסן, וכבר היה לעולמים הפרשה עם פרשת וילר, איינשטיין, וכו'... דערנאך וועט קומען סלונים, סקווירא און אפילו סאטמאר... און מיינט נישט אז עס איז אבי גערעדט, מען האט שוין אנגעהויבן מיטן חינוך און סעקולערע לימודים... עס וועט נאך אונטערקומען אויף נאך זאכן...

מען האט אנגעהויבן מיט לב-טהור, מארגן כאפט מען זיך ארויף דערויף. אויב מיינט איר אז דאס איז בלויז אויף לב-טהור, דאן לעבט איר אין א גרייז. מען האט אזא זאך נישט געטארט צולאזן קיינמאל. עס איז א טראגישער טאג.

יואליש » דינסטאג אפריל 25, 2017 5:41 pm

· #369043
ס'איז א באזינדערע שווערע טאג פאר ואת הנפש אשר עשו, די צענדליגע גרים פון גוואטאמאלע וועלכע זענען נתקרב געווארן צו יהדות. די ניסיון איז ממש ווי די שנת רעב אין כנען מיט אברהם. מה יאמרו הגוים? לאמיר האפן אז די גרים וועלן ביישטיין די ניסיון מיט די ריכטיגע השקפה און נישט איבערלאזן דעם רבין אן מנין.

שבת אחים » דינסטאג אפריל 25, 2017 5:43 pm

· #369044
אנטשולדיגט הרב העלבראנץ, ליידער איז די ריכטערין נישט מעהר ווי גערעכט. העלבראנץ-קולט איז אסאך מעהר עקסטריעם און צוריקגעשטאנען ווי יעדער היינטיגע חסידות וואס איר רעכנט אויס. לב טהור האט יעדע סימן פון א קולט, און עס וואלט שוין לאנג געדארפט זיין איליגעל אין די גאנצע וועלט! ענק ווילן לעבן ווי צוריקגעשטאנענע משוגעים? גוד פאר יו! שלעפ נישט אהין אריין קיין קליינע קינדער אין דיין תהום! Damage נישט קיין vulnerable קינדער! די ריכטערן איז לדעתי הונדרעט פראצענט גערעכט! ס'קומט זיך איר א גאלדענע מעדאל!

איסר האטלקי » דינסטאג אפריל 25, 2017 5:56 pm

· #369047
טרויעריגע טאג פאר כלל ישראל - אדאנק לב טהור
פריער האט איינער געעפנט אן אשכול מיט אן אויסשריפט דערויף. מאנכע האבן אים אנגעמערקט אז דאס איז אוועקגענומען, נעמליך דערפאר וואס ער איז נישט געווען גענוג קלאר דערויף און זיך נישט ארויסגעברענגט געהעריג. דעריבער וועל איך עס בעסער מסביר זיין.

דעם היינטיגן טאג איז א גוטער און פרייליכער טאג פאר אידנטום, וואס ווער ווייסט וועלכע נאכפאלגן עס וועט ברענגען מיט זיך לעתיד. היינט איז דערקלערט געווארן אין די מדינה הציונות, אז דער רשעות'דיגער קולט לב-טהור איז א קולט לכל דבר, וואס איז מסוכן פאר מענטשהייט. אזא פסק מיינט אז פארשידענע מדינות איבער די וועלט וועלן זיך דערמיט רעכענען, אין געריכטן אדער אין אנדערע איינגעלעגנהייטן, די קינדער פון די קהילה וועלן אריבערגעפירט ווערן - האפנטליך - צו אידישע הענט אדער גאר היימישע הענט, ותוצאותיו מי ישורנה לטובה ולברכה...

יואליש » דינסטאג אפריל 25, 2017 6:09 pm

· #369049
ארס העלבראנץ פרובירט אלס צו קויפן סימפאטיע ביים ציבור מיטן אנשרעקן אז ער איז א קרבן ציבור, ווייל ס'וואלט געקענט זיין ענק פונקט ווי מיר - אדער אז איין טאג קענען ענק ליידען פונקט ווי מיר. אזוי האט ער אנגעפילט גאנצע געריכט זאלן ביי זיין קידנעפינג פראצעס אין ברוקלין און אזוי האט ער באקומען פאזיטיווע דעקונג אין די היימישע צייטונגן און אזוי האט ער באקומען רבנים באזיכער אין תפיסה. דער אמת איז אבער אז בלויז ארס העלבראנץ פארפלאנטערט זיך מיטן געזעץ נאכאמאל און נאכאמאל ווי אימער ער אנטלויפט צו, בשעת אנדערע גאט-פארכטיגע קהילות, מיט געזינטע פירער בראש, וואקסן און בליען אן קיין קרימינאלע פראצעסן. דאס איז ווייל ארס העלבראנץ איז באמת א קראנקער אביוזער, א קולט מאניפילעטאר און קען נישט אנדערש אנגיין - ווי כ'האב געהערט פון זיין ווייב און איין קינד (וועלכע ערהוילן זיך דא אין ניו יארק אדער האבן גענצליך אפגעהאקט פון אים). ווער ס'קויפט אפ זיין בלאף אז כלל ישראל ברויך פארטיידיגן זיינע קרימינאלע אקטיוויטעטן פאלט פאר זיין קולטישע ספין.

איך אויך » דינסטאג אפריל 25, 2017 10:18 pm

· #369083
דערצו אויך נישט קיין קליינער מנוול.

חכמת שלמה » דינסטאג אפריל 25, 2017 10:40 pm

· #369089
איך אויך - קוק מיר אין די אויגן אריין... וואס האסטו געזאגט?

קוק נאר ווער עס רעדט!

איך אויך » דינסטאג אפריל 25, 2017 11:06 pm

· #369092
העי גראבער ארז, די שפיל איז פאראיבער! עס פעלט מן הסתם נישט קיינע זונות אין גוטמאלע ממילא רוק אריבער אהין דיין ברייטע ת'חת מ'גן ל'ו און נעם אראפ דיינע לאבעס פון פארדראגטע נאיווע יונגע מיידלעך/ווייבלעך און יונגעלייט.

חכמת שלמה » דינסטאג אפריל 25, 2017 11:15 pm

· #369095
ריבונו של עולם, געוואלד... ווער האט געכאפט דעם בילד? - כ'געדענק עס נאך ווי היינט! דאס איז געווען א ספעציעלער מאמענט, ווען דער ראש-העיר איז אריבערגעקומען מיט זיינע מענטשן, אויסצודריקן שטיצע מיט אונז. עס איז געווען אזוי פלוצלינג אז קיינער האט נישט געוויסט פון פאראויס אז זיי קימען, עס איז געווען דארט אין דער איילעניש א שיינער קבלת פנים, דערנאך האבן זיי געוואלט זען די קינדער, עס איז געווען אינמיטן חדר אבער מען האט געריפן די קינדער זאלן אריבערקימען. דאס איז די בילס.

פון וואו קימט די בילדער? - קיינער האט דאס נישט!

געוואלדיג » דינסטאג אפריל 25, 2017 11:16 pm

· #369096
וואס איז די געוואלד? וואו קומט דא אריין דער רבש״ע?

קל וחומר » דינסטאג אפריל 25, 2017 11:46 pm

· #369098
Re: טרויעריגע טאג פאר כלל ישראל - לב טהור
דאס שיינט צו זיין שמואל פרימו מיט א פרישע ניק.
גיבט אים נישט די אטענשאן.
א טראל האט נישט וואס צו זיכן דא.

ארי נוהם » דינסטאג אפריל 25, 2017 11:58 pm

· #369099
קל וחומר
דאס שיינט צו זיין שמואל פרימו מיט א פרישע ניק.
גיבט אים נישט די אטענשאן.
א טראל האט נישט וואס צו זיכן דא.

א חידוש אז דו האסט עס יעצט אויפגעכאפט. זיין ערשטע רעכטע תגובה אויף ק"ש האט שוין ארויסגעגעבן דעם סיקרעט: <!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/359280">viewtopic.php?p=359280#p359280</a><!-- l -->


בד"א, האט מען דעמאלס נישט אויסגעשפארט דעם "חכמת שלמה" אויך?

פרייוויליג » מיטוואך אפריל 26, 2017 12:35 am

· #369101
כוויל נאר וויסן אז ווען דער מלאך פון חד גדיא קומט נעמען הרב העלבראנץ, וואס וועט בלייבן פון לב טהור?

שמעקעדיג » מיטוואך אפריל 26, 2017 12:56 am

· #369102
סתם נייגעריג,
דער פסק גייט עפעס משנה זיין אינעם איצטיגן מהלך פון לב טהור? עפעס גייט זיך טוישן?

איש את רעהו » מיטוואך אפריל 26, 2017 1:02 am

· #369103
שמעקעדיג
סתם נייגעריג,
דער פסק גייט עפעס משנה זיין אינעם איצטיגן מהלך פון לב טהור? עפעס גייט זיך טוישן?


בפשטות גייען זיי שנעל פארכאפט ווערן דורך פארשידענע מיטלען צו ארויסראטעווען די איגענטליכע פון דארט
עס איז טאקע שרעקעדיג צו טראכטן אז זיי זאלן חלילה נישט אנקומען צו גואישע הענט.

אישתישבי » מיטוואך אפריל 26, 2017 1:49 am

· #369106
אויב חכמת שלמה איז העלבראנץ איז א גוטע זאך אז ער שרייבט דא. גוט צו הערען אלע זייטען און אליינס דעסיידעד וואס איז ריכטיג. איך דארף נישט די הילף פין די חוסמים וואס צו האלטען.

און לגופו של דבר, איז גער לכאורה אויך א קולט וואס ציט אויף קינדער אויף א וועג ווי מען מאכט זיי פילען שולדיג פאר זיין מענטשן, סיי די זכרים סיי די נקבות. א מענטש דארף א פרוי פאר זיין וואויל-זיין, און פארקערט, און אין גער לאזט מען נישט די מענער הנאה האבן פין די ווייבער, און מען פראבירט אריינצורעדן די מענטשען אז א תאווה קומט פין די אייגענע מעשים צו מחשבות, און מען דארף זיך גענצליך פורש זיין.

יא א קולט, און טאמער טוט דאס מדינת ישראל, שיהיה, וועלען זיי אפשר אויפהערן מיט זייערע נארישקייטן.

אבער אינטערעסאנט אז אפילו רב העלבראנץ פארשטייט אנצוכאפן גער אלץ דער נעקסטער קולט, דאס הייסט דער נעקסטער עקסטרעמע חסידות בעניני מין איז גער.

הגם אז לב טהור איז מער א קולט ווי די מארמאנער ווי די קהילה מאכט גיטין וקידושין ככל העולה על עולם, און דאס איז נישטא אין גער (און קיין שום אנדערע אידישע פלאץ).

שבת אחים » מיטוואך אפריל 26, 2017 4:07 am

· #369112
שמעקעדיג
סתם נייגעריג,
דער פסק גייט עפעס משנה זיין אינעם איצטיגן מהלך פון לב טהור? עפעס גייט זיך טוישן?


ווילאנג ער איז נישט אין תפיסה פארן מאלעסטירן קליינע קינדער און עביוזן פרויען ,געבן פילן פאר קינדער וכו׳ וכו׳ גייט זיך גארנישט טוישן, מ׳דארף דעם העלבראנץ פארשפארן אין א מאקסימום סעקיורטי תפיסה ווייל ער איז א סכנה פאר די מענטשהייט.

שבת אחים » מיטוואך אפריל 26, 2017 4:15 am

· #369113
חכמת שלמה
איך אויך - קוק מיר אין די אויגן אריין... וואס האסטו געזאגט?

קוק נאר ווער עס רעדט!


ווער מיינסטו דו ביסט? די מנהל פון חדר? קוק מיר אין די אויגן אריין? דיין מאמע זאל קוקן אין די אויגן אריין! ער וועט קוקן ווי ער וויל, דו נידערטרעכטיגער פארברעכער, חזיר, רעפיסט, און מענטשען-פרעסער גייט זאגן פאר א נארמאלע ניק ״קוק מיר אין די אויגן אריין״ ? דו פיפעל איינער! קוק דיך אין שפיגל אריין, ביסט א אויסגעשפילטע גראבע בהמה און א קולט פירער פון דרייסיג צובויגענע משוגעים און דו רייט׳ס אויף אומשולדיגע פרויען און קינדער, טייל נישט איין פאר קיינעם ווי צו קוקן די מחוצף איינער! פוי! א גרויל און עקל פון א מענטש 😕 😉

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אפריל 26, 2017 7:49 am

· #369115
Re: טרויעריגע טאג פאר כלל ישראל - לב טהור
די שאלה איז נישט געענטפערט. פארוואס קענען זיי אזוי נישט טוהן צו סיי ווער ס'גייט נישט אין שפאן מיט די היינטיגע מערב'ישע געדאנקען? דיין קינד האט נישט קיין טעלעוויזשען?! דו אביוזער! דיין בחור מעג נישט עסען אייז קריעם גלייך נאך פלייש?! דו באנדיט איינער!

לכאורה איז די תשובה די קארופציע אין די רעגירונגס סיסטעם. פראקטיש ארבעט אלס מיט אינטערעסן, און וויבאלד דער חרדישע ציבור האט גענוג מאכט, וועלן זיי פארטיידיגן און ארויסהעלפן זייערס. ווען ארז וואלט נישט אנגעשפיגן דער געזעלשאפט מיט זיין גאות, וואלט מען איהם אויך געראטעוועט.

חכמת שלמה » מיטוואך אפריל 26, 2017 1:53 pm

· #369141
ליטוואק, איך וואלט דיר געגעבן א לייק פאר די דברים של טעם, אבער דער זלזול כלפי אונזער קהילה לאזט מיר נישט לייקן. אין אלנספאל, איז די נקודה זייער גוט ארויסגעברענגט און דו ביסט ליידער גערעכט מיט די נקודה. עס גייט אבער א טריט ווייטער: קוק וואס עס קומט פאר אין ארץ-ישראל מיט די גיוס בני ישיבות, קוק וואס עס קומט פאר אין אמעריקע בנוגע די לימודי חול... עס איז שוין נישט די צייטן וואס אפאר עסקנים קענען א וויש געבן מיט די האנט און מאכן אז מען זאל קוקן די אנדערע זייט. עס איז היינט א וועלט פון סאשעל מידיע און אפאר היץ-קעפ קענען איבערדרייען וועלטן.

קוק וואס עס האט זיך אפגעטאן נאך די וויינשטיין מעשה, ווען יעדער איינער האט אנגעשאלטן גור און מאנכע האבן געהאלטן אזש אז מען דארף עפעס טון מיט זיי און מען טאר דאס נישט אזוי לאזן... אויב לב טהור איז לעגאל א קולט, דאן וויפיל פעלט דען אז עס זאלן אויפשטיין אפאר חברה פון די חילונים און אנהויבן איבערקערן די גאס אז תולדות אהרן איז א קולט... שטעלט אייך פאר ווען היימישע אידן זאלן ארויסקוקן אויף די הילף פון די מזרחי למשל, און מזרחי זאל מיט א שמייכל פארמאכן דעם אויג און לאזן די הסתה אויף תולדות אהרן (לדוגמא)... דעם חשבון וועט זיין זייער פשוט - אויב לב-טהור איז א קולט, דאן פארוואס איז תולדות אהרן נישט קיין קולט? - און קומט מיר נישט זאגן אז עס איז אנדערש, ווייל ביז נישט לאנג צוריק איז לב-טהור געווען אנדערש פון סיינטעלאגיע... מיט אביסל שנאה קען זיך אלעס איבערקערן...

וואס מיינט איר, אלע מיליאנען גוים פון דייטשלאנד זענען געווען בהמות וואס האבן געמיינט אז אידן ווילן מאנאפאלירן די וועלט? - עס איז אביסל שנאה מיט פראפעגאנדע אין די צייטונגען...

און די אלע וואס שעלטן אן קיין תוכן - ביטע, טוט עס ווייטער, דאס איז אונזער חיות....

יודישע שרייבער » מיטוואך אפריל 26, 2017 2:05 pm

· #369142
זאג נאר @חכמת שלמה ארז הלברנדס, דיין שמייליגע קרוש, וואס הייסט געבן מלקות וכו', לאזט האבן אינטערנעט?
דרך אגב, איך זע נישט וואס איז אזוי טרויעריג דערמיט, איך בין גראדע בשמחה רבה בתוך כלל ישראל.
זאת ועוד, מיטן צוגלייכן דיין קולט צו די קהילות ניקלשבורג, תולדות אהרן וכו' וועט דיר נישט העלפן צו פארדרייען א קאפ, יעדער מיט א קאפ אויפן פלייצע און אביסל דשעלי אין מח פארשטייט די חילוק...

שבת אחים » מיטוואך אפריל 26, 2017 2:12 pm

· #369144
ייף
דער ״חכמת שלמה״ סטראשט מיר אין אישי אז ער גייט מיך קלאגן אין קאורט פארן שרייבן קעגן אים 😂

פלוצלינג איז ער אויף די זייט פון Law and order 🙄 און כבין זיכער אז די פראצעס גייט אנגעקומען אלל די וועי ביזן סופרים קאורט...

העלבראנץ פארגלייך דיך נישט צו תולדות אהרן און צו קיין שום חסידות אויף די וועלט, דו האסט עס גענומען א שטאפל ווייטער, דיינע פרויען גייען אנגעטוהן אנגעפאקט ווי אראבערס, דו מאכסט חתונה קליינע קינדער און די געסט זיי פילן. סאיז דא א גיטע סיבה פארוואס מ׳האט דיך ארויסגעווארפן אין יעדע נארמאלע מדינה, קום מיר נישט וויינען דא מיט קראקדייל טרערן, כווייס פונקטליך אלע דיינע שייגעץ שטיק, כהאב א צודרייטע קאזין וואס האט זיך ביי דיר געדרייט א לאנגע צייט, דיין קליינע קליקע איז א קולט, און דו ביסט זייער פירער, ביסט א נידערטרעכטיגע חזיר וואס באלאנגט צוזיין אינטער גראטעס, דו טארסט נישט זיין אויף די פריי, ביסט א סכנה פאר די מענטשהייט, סגייט דיר ווייניג העלפן זיך צוצוגלייכן צו גיוס בני ישיבות ווייל קיינער דא קויפט נישט דיין לאקשן חוץ ליטוואק וואס פארשטייט טאקע נישט די חילוק צווישן א נארמאלע ׳חסידות׳ און ׳העלבראנץ-קולט׳ טאקע ווייל ער איז נישט משלנו (און פאר די זעלבע סיבה רעדט ער מיט זלזול אויף א ״מלאך אלקים״ דער ״אהבת ישראל״ ווייל ער האט קיין אהנונג נישט וואס ער האט געטוהן רעפעזנטירן)

גאנצל » מיטוואך אפריל 26, 2017 2:28 pm

· #369146
למעשה וואס איז טאקע דער כח פון העלבראנץ אז ער קען נאך אזוי אנגיין אפי' היינטיגע צייטן ?

שבת אחים » מיטוואך אפריל 26, 2017 2:33 pm

· #369147
גאנצל
למעשה וואס איז טאקע דער כח פון העלבראנץ אז ער קען נאך אזוי אנגיין אפי' היינטיגע צייטן ?


קען ער דען אנגיין? ער איז דאך אין גלות און לויפט פון איין צוריקטע מדינה צום צווייטן, דעס מיינט אז ער גייט אן?

יודישע שרייבער » מיטוואך אפריל 26, 2017 2:34 pm

· #369148
פריילעך ביי כלל ישראל! - טרויער ביי לב טמא (טהור).
גאנצל
למעשה וואס איז טאקע דער כח פון העלבראנץ אז ער קען נאך אזוי אנגיין אפי' היינטיגע צייטן ?

זע ווי שטארק די קולט מעמבער'ס גלייבן אינעם @חכמת שלמה, ער איז א מאניפילעיטער, און לכאורה האט ער גענוג געלט אויך.

יודישע שרייבער » מיטוואך אפריל 26, 2017 2:36 pm

· #369149
שבת אחים
גאנצל
למעשה וואס איז טאקע דער כח פון העלבראנץ אז ער קען נאך אזוי אנגיין אפי' היינטיגע צייטן ?

קען ער דען אנגיין? ער איז דאך אין גלות און לויפט פון איין צוריקטע מדינה צום צווייטן, דעס מיינט אז ער גייט אן?

דאס איז די שאלה, וויאזוי גייט ער אן טראץ דעם אלעם... וכבר עניתי לעיל.

פרייוויליג » מיטוואך אפריל 26, 2017 2:38 pm

· #369150
ליטוואק פון בודאפעסט
די שאלה איז נישט גע׳ענטפערט. פארוואס קענען זיי אזוי נישט טוהן צו סיי ווער ס׳גייט נישט אין שפאן מיט די היינטיגע מערבישע געדאנקען? דיין קינד האט נישט קיין טעלעוויזשען?! דו אביוזער! דיין בחור מעג נישט עסען אייז קריעם גלייך נאך פלייש?! דו באנדיט איינער!

לכאורה איז די תשובה די קארופציע אין די רעגירונג׳ס סיסטעם. פראקטיש ארבעט אלס מיט אינטרס׳ן, און וויבאלד דער חרדישע ציבור האט גענוג מאכט, וועלען זיי פארטיידיגען און ארויסהעלפען זייערס. ווען ארז וואלט נישט אנגעשפיגען דער געזעלשאפט מיט זיין גאות, וואלט מען איהם אויך געראטעוועט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

העלבראנץ האט איין מעלה, ווייל עס ווארפט א שטיקל ליכט וואס עס טוט זיך ביי חסידים אין אלגעמיין. העלבראנץ איז נומער 10, און אלע אנדערע הויפן זענען ביי נומער 8. די צוויי נומערס אינמיטן דארף אפטיילן דאס גרויליגע אינטערשיד צווישן 'העלבראנץ' און שאר חצרות.

העלבראנץ איז נישט עפעס וואס איז גענוג חשוב אפילו צו פארדאמט ווערן. ער איז א זעלבסע פארמירטן ווערעמעל וואס שטינקט פון קאפ ביז פיס. דאס איז עפעס וואס יעדער מענטש וואס פארמאגט א דיילטאן אין מוח זעט און פארשטייט. אבער די גוטע נקודה וואס העלבראנץ טראגט, אז עס ווארפט א ליכט אויף אנדערע הויפן, אז עס איז נישטא 'צופיל' אינטערשידן, אויסער די קיצונית'דיגע שגעון וואס העלבראנץ פארמאגט.

חכמת שלמה » מיטוואך אפריל 26, 2017 2:42 pm

· #369151
פרייוויליג

העלבראנץ האט איין מעלה, ווייל עס ווארפט א שטיקל ליכט וואס עס טוט זיך ביי חסידים אין אלגעמיין. העלבראנץ איז נומער 10, און אלע אנדערע הויפן זענען ביי נומער 8. די צוויי נומערס אינמיטן דארף אפטיילן דאס גרויליגע אינטערשיד צווישן 'העלבראנץ' און שאר חצרות.



דאס איז דיין החלטה. מארגן וועט קומען דער חילוני און מחליט זיין אז דער גדר איז נאך סקווירא, און סקווירא איז אויך א קולט... איינמאל מען האט שוין אפגעסטעמפלט א היימישע חסידות אלס קולט, וועסטו עס שוין נישט קענען קאנטראלירן.

קל וחומר » מיטוואך אפריל 26, 2017 2:47 pm

· #369152
Re: טרויעריגע טאג פאר כלל ישראל - לב טהור
טאמער העלבראנז קען זיך אפווישן מיט אנדערע חסידות'ן, דאן זענען זיי אלע ווערד צו פארמאכן געשעפט.

בן אדם » מיטוואך אפריל 26, 2017 2:48 pm

· #369153
חכמת שלמה
איינמאל מען האט שוין אפגעסטעמפלט א היימישע חסידות אלס קולט,

מיט וואס ביסטו היימיש? ווייל האסט דיך אויסגעלערנט אביסל אידיש, און האסט דיך אנגעטון האלבוועגס ווי די חסידים?

גאנצל » מיטוואך אפריל 26, 2017 2:51 pm

· #369154
אפשר טרייבט מען טאקע איבער ?

חכמת שלמה » מיטוואך אפריל 26, 2017 2:52 pm

· #369155
בן אדם

מיט וואס ביסטו היימיש? ווייל האסט דיך אויסגעלערנט אביסל אידיש, און האסט דיך אנגעטון האלבוועגס ווי די חסידים?

בן-אדם, דאס קענסטו ענטפערן פאר דיר אליין. דער דזשארדזש וועט זיין סקעפטיש אנצונעמען אזא הסבר פון דיר, ווען דער או טי די אדער חילוני וועט אים פראבירן מסביר זיין אז סקווירא איז אויך א קולט. נישט אזוי?

שבת אחים
אנטשולדיגט הרב העלבראנץ, העלבראנץ-קולט איז אסאך מעהר עקסטריעם און צוריקגעשטאנען מעהר ווי יעדער היינטיגע חסידות וואס איר רעכענט אויס, לב טהור האט יעדע סימן פון א קולט...

שבת אחים טייערער...

אדרבה, אפשר ווייזט איר אונז אן וואס עס זענען די סימנים פון א קולט, כדאי מיר זאלן זיך קענען באטראכטן צי לב-טהור פארמאגט אט די סימנים "מעהר ווי יעדער היינטיגע חסידות וואס איר רעכנט אויס"?

אבער ביטע - אן קיין קללות.

חכמת שלמה » מיטוואך אפריל 26, 2017 3:07 pm

· #369156
.

cictim » מיטוואך אפריל 26, 2017 3:17 pm

· #369158
לב טמא
קענסט שרייען וויפיל די ווילסט אז אלע חסידות'ן זענען גלייך, אבער קיינער האט נישט קיין סימפאטיע צו א מושחת וואס נוצט די תורה ווי א קרדום פאר זיינע געמיינע מעשים, די מיסטעיק האט מען שוין געמאכט איינמאל, יעצט ווייסט מען שוין אז א נבל שלא ברשות התורה איז זיין פלאץ אונטער גראטעס.

בן אדם » מיטוואך אפריל 26, 2017 3:17 pm

· #369159
חכמת שלמה


אבער ביטע - אן קיין קללות.

הא? פון קללות האט ער מורא... אבער פון די פילע גראבע עבירות ואס ער האט שוין עובר געווען האט ער קיין שום פראבלעם...

חכמת שלמה » מיטוואך אפריל 26, 2017 3:22 pm

· #369160
cictim
קענסט שרייען וויפיל די ווילסט אז אלע חסידות'ן זענען גלייך, אבער קיינער האט נישט קיין סימפאטיע צו א מושחת וואס נוצט די תורה ווי א קרדום פאר זיינע געמיינע מעשים, די מיסטעיק האט מען שוין געמאכט איינמאל, יעצט ווייסט מען שוין אז א נבל שלא ברשות התורה איז זיין פלאץ אונטער גראטעס.


די זעלבע ווערטער וועלן די או-טי-די שרייען אין קארט אויפן סקווירער רבי און אויף תולדות-אהרן רבי, אויף מרכז ויז'ניץ רבי און אויף גורער רבי - ווענדט זיך ווער ס'וועט זיין נעקסטע קרבן.

שבת אחים » מיטוואך אפריל 26, 2017 3:23 pm

· #369161
חכמת שלמה
שבת אחים
אנטשולדיגט הרב העלבראנץ, העלבראנץ-קולט איז אסאך מעהר עקסטריעם און צוריקגעשטאנען מעהר ווי יעדער היינטיגע חסידות וואס איר רעכענט אויס, לב טהור האט יעדע סימן פון א קולט...


שבת אחים טייערער...

אדרבה, אפשר ווייזט איר אונז אן וואס עס זענען די סימנים פון א קולט, כדאי מיר זאלן זיך קענען באטראכטן צי לב-טהור פארמאגט אט די סימנים "מעהר ווי יעדער היינטיגע חסידות וואס איר רעכנט אויס"?

אבער ביטע - אן קיין קללות.


אנטשולדיגטס, דו ביסט נישט ווערט אז איך זאל האבן א דירעקטע דיאלאג מיט דיר, ספעציעל נאכדעם וואס דו סטראשעסט מיך אין אישי, און דערנאך שרייבט ער נאך אז איך בין דער וואס שעלט?.

פאר איך רעדט מיט דיר א ווארט וויל איך וויסן פון ווי דו נעמסט די רשעות און אכזריות צונעמען אידישע פרויען און זיי הייסן זיך אנטוהן ווי די אראבערס מיט די לאנגע שווארצע טישטעך, פון ווי נעמסטו אזא רשעותדיגע מנהג? פון די גמרא? פון שלחן-ערוך? וועלכע מנהיג אדער רבי האט געהאלטן אז פרויען דארפן גייען אזוי אנגעטוהן? וואס דערנידערסטו מענטשען? דו אכזר! דו גיי אזוי אנגעטוהן מיט צוויי קליינע לעכער פאר די אויגן ארויסצובליקן און שלעפ דיך ארום מיט אכצען קליינע קינדער אין די היצן און אין די קעלט נאכדעם פיר איין נייע מנהגים, דו פארברעכער!


איך האב געהאט א קאזין ביי העלבראנץ זיין נאמען איז י.ש.ש. ער איז אינגאנצן משוגע געווארן ביי אים, ער איז א גרוש, ער האט צוטוהן מיט די נערווען, און העלבראנץ האט גענומען advantage אויף אזא חולי נפש ווי אים, דעס זענען בערך אלע זיינע חסידים, ער נעמט די משוגעים און מאכט זיי נאר מעהר משוגע, די פראבלעם זענען נעבעך די קינדערלעך וואס זענען סטאוק אין אזא פאריקטע קולט מיט די טעגליכע כאאס פון לויפן פון איין מדינה צום צווייטען און די טראמא וואס זיי דארפן נעבעך אדורכגיין, און ער גלייכט זיך נאך צו סקווירא און סאטמאר.

געוואלדיג » מיטוואך אפריל 26, 2017 3:23 pm

· #369162
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/6182">viewtopic.php?f=4&t=6182</a><!-- l -->
דא איז דא א שיינע שמועס פון ידידנו @פליקער.

גאנצל » מיטוואך אפריל 26, 2017 3:27 pm

· #369163
נאכ'ן שמועסן נעכטן נאכט מיט חכמת שלמה אין אימעיל בין איך נאכנישט איבערצייגט אין אלעס וואס ער זאגט, וואס ער זאגט פרעגט עטץ ? אוי פרעגט בעסער נישט איך ווייס נישט צו מ'קען זיין מער משיגע ווי זיי

אבער אזויפיל האט ער אויפגעטאן אז איך בין זייער מסופק אין די אויטענטישקייט פון די שרייערס אויף אים

ער זאגט אז זיי זענען זייער צופרידן מיט אים און זייער צופרידן פונעם פלאץ מ'פייניגט קיינעם נישט הייבט זיך נישט אן

אויף מיין פראגע אז העלבראנץ איז דאך א מאנס שרייבט ער צוריק מיט א געלעכטער דאס זאגט מען דאך אויף יעדעם וועם מ'האט נישט ליב

איך האב אנגעהויבן טראכטן צו ער איז נישט גערעכט

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אפריל 26, 2017 3:29 pm

· #369164
Re: טרויעריגע טאג פאר כלל ישראל - לב טהור
איך פארשטיי אוודאי פארוואס לב טהור איז ערגער ווי יעדעם, ווייל איך האב א תורה און זיין וועג האט מיט תורה פיהל ווייניגער ווי אנדערע. נאר אין די אויגען פון גוים און די אידען וואס ווארפען פון זיך אפ די יאך פון דער אויבישטער, וועט דאס קיין סאך נישט העלפען.

דאס זיך פארלאזען אויף עסקנים און שוחד האט אונז געהאלפען א פאר טויזענט יאר, איך האב נישט קיין פראבלעם ווייטער אנצוגייען דערמיט. מ׳דארף זיך אבער דערמאנען אז ס׳איז אלס שקר מיט בלאף. דער רעגירונג זוכט נישט צו באשיצען קיין קינדער, אפילו ווען די קינדער דארפען באשיצונג. מ׳דארף נאר ערלעדיגען דער ענין ריכטיג, פונקט ווי מיט די לימודי חול ביזנעס. קענסט זיך רואיגעהייט פארלאזען אז ווען לימודי חול וואלט געווען אן עכטע פראבלעם פאר די קהלה פיהרער׳ס וואלט מען שוין עפעס ערלעדיגט. יאפפע"ד איז נישט קיין פראבלעם ווייל ס׳איז א צופליקטע זאך, נישט ווייל זיי זענען יא אדער נישט גערעכט.

און דער גיוס איז נאך א ראיה צו מיר. מיר לעבען נישט אליינס און מ׳מוז זיך טרעפען א פלאץ אין דער געזעלשאפט. ווען דער עץ פארטיי האט מחליט געווען אז זיי קענען אליינס אנפייפען אלע מנהיגים און עסקנים, טרעפען זיי זיך אין זייער היינטיגע שטוך. עטוואס זענען זיי נאך א חלק פון דער סיסטעם, דעריבער האבען זיי עטוואס שטיצע פון די בא׳אמטע און פאליטיקאנטען. הלברנס האט מחליט געווען אני אמלוך, איך ווייס בעסער ווי יעדעם, איך דארף נישט קיין רבי און נישט קיין שותפות, קיינער פארשטייט נישט אזוי גוט ווי מיר, דעריבער איז ער אליינס.

(חכמת שלמה - איך האב נאר גערעדט אויף דיר, נישט די קהלה. די קהלה קעו איך נישט. דו האסט אבער געשריבען א ספר פול מיט דיין קאטשקעריי, און דו האסט אונז נאכנישט אויסגעזאגט ווער איז דיין רבי׳ן, דעריבער שרייב איך אויף דיר)

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

שבת אחים » מיטוואך אפריל 26, 2017 3:32 pm

· #369166
גאנצל
נאכ'ן שמועסן נעכטן נאכט מיט חכמת שלמה אין אימעיל בין איך נאכנישט איבערצייגט אין אלעס וואס ער זאגט, וואס ער זאגט פרעגט עטץ ? אוי פרעגט בעסער נישט איך ווייס נישט צו מ'קען זיין מער משיגע ווי זיי

אבער אזויפיל האט ער אויפגעטאן אז איך בין זייער מסופק אין די אויטענטישקייט פון די שרייערס אויף אים

ער זאגט אז זיי זענען זייער צופרידן מיט אים און זייער צופרידן פונעם פלאץ מ'פייניגט קיינעם נישט הייבט זיך נישט אן

אויף מיין פראגע אז העלבראנץ איז דאך א מאנס שרייבט ער צוריק מיט א געלעכטער דאס זאגט מען דאך אויף יעדעם וועם מ'האט נישט ליב

איך האב אנגעהויבן טראכטן צו ער איז נישט גערעכט


ער אליינס בכבודו ובעצמו זאגט אז ער איז זייער צופרידן? און וואס זאגט קים זשאונג אן? ער איז אויך צופרידן?

איך זוך א בריק דיר צושיסן אין קאפ אריין, (נישט ממש 😠 ) אפשר וועט עס אויפשאקלן דיין ברעין אביסל... אבער וואס פונקטליך רעדסטו דא?

גאנצל » מיטוואך אפריל 26, 2017 3:34 pm

· #369168
יו ביסטו גוט שבת

דו האלטסט טאקע אז ס'איז ער ?

אפשר רעדסטו א נארמאלע שמועס מיט חכמת איך האלט דו וועסט אויך באקומען אביסל א אנדערע בילד

חכמת שלמה » מיטוואך אפריל 26, 2017 3:34 pm

· #369169
שבת אחים
חכמת שלמה
שבת אחים
אנטשולדיגט הרב העלבראנץ, העלבראנץ-קולט איז אסאך מעהר עקסטריעם און צוריקגעשטאנען מעהר ווי יעדער היינטיגע חסידות וואס איר רעכענט אויס, לב טהור האט יעדע סימן פון א קולט...


שבת אחים טייערער...

אדרבה, אפשר ווייזט איר אונז אן וואס עס זענען די סימנים פון א קולט, כדאי מיר זאלן זיך קענען באטראכטן צי לב-טהור פארמאגט אט די סימנים "מעהר ווי יעדער היינטיגע חסידות וואס איר רעכנט אויס"?

אבער ביטע - אן קיין קללות.


אנטשולדיגטס, דו ביסט נישט ווערט אז איך זאל האבן א דירעקטע דיאלאג מיט דיר, ספעציעל נאכדעם וואס דו סטראשעסט מיך אין אישי, און דערנאך שרייבט ער נאך אז איך בין דער וואס שעלט?.

פאר איך רעדט מיט דיר א ווארט וויל איך וויסן פון ווי דו נעמסט די רשעות און אכזריות צונעמען אידישע פרויען און זיי הייסן זיך אנטוהן ווי די אראבערס מיט די לאנגע שווארצע טישטעך, פון ווי נעמסטו אזא רשעותדיגע מנהג? פון די גמרא? פון שלחן-ערוך? וועלכע מנהיג אדער רבי האט געהאלטן אז פרויען דארפן גייען אזוי אנגעטוהן? וואס דערנידערסטו מענטשען? דו אכזר! דו גיי אזוי אנגעטוהן מיט צוויי קליינע לעכער פאר די אויגן ארויסצובליקן און שלעפ דיך ארום מיט אכצען קליינע קינדער אין די היצן און אין די קעלט נאכדעם פיר איין נייע מנהגים, דו פארברעכער!


איך האב געהאט א קאזין ביי העלבראנץ זיין נאמען איז י.ש.ש. ער איז אינגאנצן משוגע געווארן ביי אים, ער איז א גרוש, ער האט צוטוהן מיט די נערווען, און העלבראנץ האט גענומען advantage אויף אזא חולי נפש ווי אים, דעס זענען בערך אלע זיינע חסידים, ער נעמט די משוגעים און מאכט זיי נאר מעהר משוגע, די פראבלעם זענען נעבעך די קינדערלעך וואס זענען סטאוק אין אזא פאריקטע קולט מיט די טעגליכע כאאס פון לויפן פון איין מדינה צום צווייטען און די טראמא וואס זיי דארפן נעבעך אדורכגיין, און ער גלייכט זיך נאך צו סקווירא און סאטמאר.


שבת-אחים, בארואיג דיר ביטע...

איך וויל סטיקן צו "דיין" פוינט. דו האסט ארויפגעלייגט א קלאגע אויף לב-טהור, אז זיי האבן "אלע סימנים" פון א קולט, מער פון אנדערע חסידי'שע פלעצער. איך האב דיר דערויף געבעטן אז דו זאלסט שיין ערקלערן וואס עס זענען די סימנים פון א קולט, וואס איז נישטא אין אנדערע פלעצער. אנשטאט צו ענטפערן האסטו זיך גענומען שרייען און קאמאנדעווען.

האלט זיך צום פוינט און ענטפער ווי א מענטש.

אגב, דיין קאזין י.י.ש. קענען מיר זייער גוט, און ביטע - עפן נישט אויף אצינד קיין קעסטל ווערים, ווייל עס וועט זיך דיר נישט לוינען אריינצוגיין אין דעם נושא - האסט ארויסגעלייגט די נישט ריכטיגע קארטן אויפן טיש.

און יעצט צוריק צום נושא: קענט איר ביטע ערקלערן אייער פוינט איבער "סימנים פון א קולט", מער פון אנדערע חסידי'שע פלעצער?

שבת אחים » מיטוואך אפריל 26, 2017 3:38 pm

· #369171
וועלכע חלק פון "איך רעד נישט מיט קיין מענטשן וואס דערנידערן פרויען אין 2017" פארשטייסטו נישט???

קודם זיי מסביר פון וואו קומט דער רשעות'דיגע מנהג און פארוואס ענקערע פרויען גייען אזוי אנגעטוהן אנדערש ווי אלע אנדערע "היימישע חסידות" וואס דו פראבירסט זיך צוצוגלייכן צו זיי?

cictim » מיטוואך אפריל 26, 2017 3:45 pm

· #369173
חכמת שלמה
cictim
קענסט שרייען וויפיל די ווילסט אז אלע חסידות'ן זענען גלייך, אבער קיינער האט נישט קיין סימפאטיע צו א מושחת וואס נוצט די תורה ווי א קרדום פאר זיינע געמיינע מעשים, די מיסטעיק האט מען שוין געמאכט איינמאל, יעצט ווייסט מען שוין אז א נבל שלא ברשות התורה איז זיין פלאץ אונטער גראטעס.


די זעלבע ווערטער וועלן די או-טי-די שרייען אין קארט אויפן סקווירער רבי און אויף תולדות-אהרן רבי, אויף מרכז ויז'ניץ רבי און אויף גורער רבי - ווענדט זיך ווער ס'וועט זיין נעקסטע קרבן.


דו זוכסט נישט דא די טובה פון כלל ישראל, נאר די הילף [דורך] מיטגעפיל פון היימישע יודן, זאגן מיר אונז ווייסען שוין ווער דו ביסט, יעצט ווארט ביז די ש.ב. קומט דיר אפנעמען.

חכמת שלמה » מיטוואך אפריל 26, 2017 8:15 pm

· #369201
שבת אחים
וועלכע חלק פון "איך רעד נישט מיט קיין מענטשן וואס דערנידערן פרויען אין 2017" פארשטייסטו נישט???

קודם זיי מסביר פון וואו קומט דער רשעות'דיגע מנהג און פארוואס ענקערע פרויען גייען אזוי אנגעטוהן אנדערש ווי אלע אנדערע "היימישע חסידות" וואס דו פראבירסט זיך צוצוגלייכן צו זיי?

א תגובה נאך וואס דו וועסט ענטפערן איבער "אלע סימנים פון א קולט".

יודישע שרייבער » מיטוואך אפריל 26, 2017 9:38 pm

· #369207
חכמת שלמה
שבת אחים
וועלכע חלק פון "איך רעד נישט מיט קיין מענטשן וואס דערנידערן פרויען אין 2017" פארשטייסטו נישט???

קודם זיי מסביר פון וואו קומט דער רשעות'דיגע מנהג און פארוואס ענקערע פרויען גייען אזוי אנגעטוהן אנדערש ווי אלע אנדערע "היימישע חסידות" וואס דו פראבירסט זיך צוצוגלייכן צו זיי?

א תגובה נאך וואס דו וועסט ענטפערן איבער "אלע סימנים פון א קולט".

וועלכע סימן נישט? קענסט מיר אנווייזן איינס?

איש את רעהו » מיטוואך אפריל 26, 2017 11:05 pm

· #369220
אישתישבי
אויב חכמת שלמה איז העלבראנץ איז א גוטע זאך אז ער שרייבט דא. גוט צו הערען אלע זייטען און אליינס דעסיידעד וואס איז ריכטיג. איך דארף נישט די הילף פין די חוסמים וואס צו האלטען.

און לגופו של דבר, איז גער לכאורה אויך א קולט וואס ציט אויף קינדער אויף א וועג ווי מען מאכט זיי פילען שולדיג פאר זיין מענטשן, סיי די זכרים סיי די נקבות. א מענטש דארף א פרוי פאר זיין וואויל-זיין, און פארקערט, און אין גער לאזט מען נישט די מענער הנאה האבן פין די ווייבער, און מען פראבירט אריינצורעדן די מענטשען אז א תאווה קומט פין די אייגענע מעשים צו מחשבות, און מען דארף זיך גענצליך פורש זיין.

יא א קולט, און טאמער טוט דאס מדינת ישראל, שיהיה, וועלען זיי אפשר אויפהערן מיט זייערע נארישקייטן.

אבער אינטערעסאנט אז אפילו רב העלבראנץ פארשטייט אנצוכאפן גער אלץ דער נעקסטער קולט


די קהילה מאכט גיטין וקידושין ככל העולה על עולם, און דאס איז נישטא אין גער (און קיין שום אנדערע אידישע פלאץ).


רב העלבראנץ פארשטייט אז אויב בלויז 30 משפחות ווערן אזוי אפגעסטעמפלט
צו נעמען טויזענטער חסידי גור און זיי צוצווינגען צו גאר עקסטרעימע געדאנקען איז דאך זיכער א קולט


בנוגע גיטין וקדושין ככל העולה..
זיי לעבן דארט אינעם וואלד ווי קינדער אינטער א טאטע
ווען די נעמסט קעיר אין דיין שטוב פון צען יעריגע הייסט עס ככל העולה.. ?
ביי לב טהור איז אזוי דער הלוך ילך עד ק"כ שנה, מען לעבט אין וואלד ווי אידן אין צייטן פן מדבר און מען ווייקט זיך ביים טאטען זז"ג.

אישתישבי » דאנערשטאג אפריל 27, 2017 12:28 am

· #369229
קולט וו.ס. רעליגיע

א. א קולט האט א מנהיג וואס זיין ווארט איז דער געזעץ, רעליגיע איז דער מנהיג משועבד צו דער חוקים פין דער רעליגיע אויך, און טאמער איז ער עובר די חוקים ווערט ער אויס מנהיג.

ביי חסידים איז די זאך אביסל איינגעריסן הגם א רבי וואס וועט טוהן מעשה העלבראנץ וועט ווערען אויס רבי.

ב. א קולט וואוינט אלץ אין איינעם, א רעליגיע קומט בלויז צוזאמען אויף תפילה און סאציאלע פארברענגען (טיש)..

ג. א קולט פארלאנגט מען זאל נישט האבן שייכות מיט נישט קולט מענטשען, אפילו משפחה.

ד. א קולט טוט עקסטרעמע זאכען צו ברעינוואשען מעמבערס, ביי העלבראנץ ניצען זיי מעדיקעישען גאר אסאך אויף דעם, ווי אויך מכות. א רעליגיע לאזט קומען און גיין.

ה. א קולט טוט טעגליך נאכאמאל אריין חזר'ן זייערע קולט מנהגים מיט זייערע מעמבערס. ביי העלבראנץ איז עס דער טעגליכע צעטל וואס זיי דארפען טעגליך שרייבן.

ו.<a class="postlink" href="https://www.quora.com/What-is-the-difference-between-a-religion-and-a-cult">https://www.quora.com/What-is-the-diffe ... and-a-cult</a>

חכמת שלמה » דאנערשטאג אפריל 27, 2017 12:38 am

· #369231
סקווירא רבי איז א מנהיג פון א קולט אדער פון א רעליגיע?
הרב בערלאנד איז א מנהיג פון א קולט אדער פון א ....?
גורער רבי איז א מנהיג פון א קולט, אדער...?
דער רבי פון סאטמאר מאנרא איז א מנהיג פון א קולט...?
דער רבי פון מרכז חסידי ויז'ניץ איז א מנהיג פון א ...?
דער בעלזער רב איז א מנהיג פון...?
ויז'ניץ מונסי איז א מנהיג...?
והרשימה ארוכה...
בלאט: 1 2 3 4