לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
505 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16901
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
איך בין געווען זייער פארנומען היינט. און נאכנישט געהערט א פולשטענדיגע באריכט פונעם היינטיגן טאג. איך זעה יעצט וואס דער עולם באריכט אויפן שפיץ גאפל.
די מדוברת האט למעשה נישט אויפגעטרעטן פאר די גאווערמענט.
דיפענס היינט אנגעהויבן מיט 2 עדות. גרים. לב טהור. אזויגערופענע דאקטורים.
געווען א חוכא וטלולא זייער עדותשאפט מיט סתירות און בזיונות.
ווער קומט מארגן פאר די דיפענס?
וויפיל טעג איז ערווארטעט פאר די דיפענס צו ברענגען אלע זייערע עדות?
חכמת שלמה. קום אריין מיטן באריכט ביטע. און אינאיינוועגס זיי מרחיב בכתב וואספארא תיקונים, הוספות און סגולות האסט זיך אינטערגענומען להצלחת הטרייעל.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
חכמת שלמה #
…
ביי די קראס איז דער פראסעקיוטער געגאנגען זייער אגרעסיוו און אפילו געשריגן. עס איז נישט עטיש געווען.
…
אזוי איז נארמאל. וואס האסטו געמיינט? מ׳שמועסט זיך אויס ווי חברים?
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
נמחק לעת עתה מחמת סיבות שונות, ואתכם הסליחה!
ונזכה ונחיה ונראה מה יהיה חלומותיו.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
חיי עולם #
שיק פאר די אינגע בחורים (אינגעלייט) מיין הארץ איז מיט זיי , אלע העכער 20 זענען מאבד עצמם שלא לדעת, אבער די אינגע בחורים נעבעך
עמרם #
פארדעכטיגער #
די דעפענס האט געטרייט אראפ צו לייגן די גוטע חלקים פון לב טהור און פון בבל בפרט, אז ס'איז זייער א גוטע פלאץ מען טוט נישט וויי קיין פליג דארט, גארנישט איז נישט געצווינגען.
גוט צו געדענקען די שורה,
ווען שפעטער וועט מען פראבירן, ס''ה, צו זאגן אז די עונשים זענען נישט געפערליך,
אבער אין אנהייב לייקענט מען לגמרי.
ולא "פליגי", איינער רעדט פון מענטשן; דער צווייטער רעדט פון א פליג...
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
חכם מכל האדם #
קומען יעצט אריין באריכטן אז מארגן גייט אויפטרעטן אין געריכט פאר די דיפענס. א אינגערמאן פון מאנסי. ארגינעל פון לב טהור.
נמחק
ונזכה ונחיה ונראה מה יהיה חלומותיו.
א שאד. די וויינגארטענס ווייסען נישט אז זיי קענען ווען סובפינען א פאר היימישע חברה פון דא קאווע שטיבל אזוי ווי
@יעקב מעקסוועל.
@בעל בעמיו.
@ מילך טראק. און נאך אפאר וואס זיי האלטן אז לב טהור איז אזוי ווי אלע אנדערע קהילות, דאס איז דאך די שטערקסטע דיפענדס פוינט וואס די וויינגארטענס טרייען צו קאנווינסען די דזשורי.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
חכם מכל האדם #
קומען יעצט אריין באריכטן אז מארגן גייט אויפטרעטן אין געריכט פאר די דיפענס. א אינגערמאן פון מאנסי. ארגינעל פון לב טהור.
נמחק
ונזכה ונחיה ונראה מה יהיה חלומותיו.
ווער איז דער מענטש? ווי דרייט ער זיך?
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
חכמת שלמה #
איך וויל אריינרעדן איבער די מארגנדיגער עדות. ער איז ליידער א שונא מובהק פאר לב-טהור, ער איז גארנישט אזא אומשולדיגער שעפעלע. ער האט אוועקגעשלעפט זיין פרוי און קינדער פון די מקור האמת, פון די קהילה. היינט פרעסט ער פיש מיט פלייש מיט אלע טמא'נע זאכן וואס ביי אונז איז חזיר טריף. זאגן זאגט ער אז ער איז אן ערליכער איד און מען קען זיין אן ערליכער איד אויך אינדרויסן פון לב-טהור. מיר ווייסן אבער דעם אמת ווי הייליג מען קען זיין אינדרויסן פון די קהילה, די לבוש "בגדי ישע" האט ער זיך שוין אויסגעטאן און ער גייט אנגעטאן אזוי ווי אלע אמעריקאנער אידן, מיט זיין שטריימל און בעקעשע. ער מאכט נעבעך א רושם פון אזא צדיק, מיט זיינע לאנגע פיאות און פאלשע שמייכל, ער דאווענט נעבעך אזוי ערליך, אבער ער איז ליידער פארקראכן פון אונזער דרך, דער איינציגסטער מקור האמת. אין פאקט, ער איז אוועקגעגאנגען פון די קהילה און מיטגעשלעפט מיט זיך זיין פרוי און קינדער. קוקט וואס עס איז געשען מיט די אלע מענטשן וואס זענען אוועקגעגאנגען צו די נייע קהילה אין גוטאמאלא, ואכמ"ל. ער איז בכלל נישט אונזער אוהב ובפנימיות לבבו האט ער אונז אויך פיינט שנאת מוות.
איך וויל נאר דערציילן, אז לכבוד אים האט דער ספרא דדיינא געמוזט נעמען א תיקון און מען האט אים געטוישט זיין נאמען. וויבאלד דער ספרא דדיינא האט בטעות גורם געווען אז ער זאל קענען מיטנעמען זיין ווייב אין קינדער פון לב-טהור מיט זיך, האט ער געמוזט תשובה טון דערויף און מען האט אים געטוישט די נאמען פון "אבא יעקב נחום" ("אבא" האט מען שוין געהאט געטוישט א צייט פריער) צו "פסח אבא ירחמיאל", און אזוי הייסט ער היינט. אלעס וועגן אים.
יא, ווען מען דארף דעם גנב נעמט מען אים אראפ פון תליה און מיר מוזן צוקומען צו אים.
ער גייט מיט א שיטה אז ער איז קעגן לב-טהור, אבער זייענדיג א חלק פונעם טרייעל, האלט ער מיט די צד פון לב-טהור בנוגע די טרייעל, וויבאלד עס איז באופן מסוימת אויך זיין קעיס. איך זאג אייך צו אז א טאג נאכן טרייעל וויל ער אונז מער נישט אנקוקן. דאהי קען איך זאגן דעם אמת, וויפיל מען האט אים ליב אין די קהילה און וויפיל ער האט אונז ליב אויף צוריק.
אבער, איך ווייס נישט וויפיל עס איז אויסגעהאלטן אויסצושמועסן דאהי די פריוואטע לעבן פון יחידים. איך מיין אז ביי די פריעדיגע צוויי עדות האט מען נישט אויסגעשמועסט דא ברבים איבער זיי, מען האט נאר ארומגערעדט אין דזשענערל. מיין תאוה ברענט אין מיר פאר כעס און שנאה, ער איז נישט אויף אונזער זייט. אבער איך מיין אז מאראליש איז ריכטיג זיך צוריקצוהאלטן דא.
היינט האט די הנהלה ארום געשיקט איינע פון די גרים א בריון מיטן נאמען עזרא מנחם צו ציכאפן אלע טעלפאנס פון די אלע מענטשן וואס האבן באהאלטנערהייט, וועגן די גאנצע מעשה מיט די 10 משפחות וואס זייערע מענער האבן גיהאט קאנטאקטס מיט מענטשן אינדרויסן.
סא לויט ווי די שפילסט די געיים אז ביסט אין לב טהור מאכט דאך נישט קיין סענס אז דו האסט נאך דיין טעלפאן??
פון צווייטן זייט אין לב טהור האט קיינער נישט פיינט דעם יונגערמאן. מען האט קיינמאל עהם נישט בארעדט.
פארקערט לב טהור חנפנט זיך שוין צו עהם א לאנגע צייט כדיי ארויס צו באקומען פון עהם גוטע עדות פאר די וויינגארטןס.
זעהט אויס איך בין אויפדעט וואס טוט זיך אין לב טהור מער פון דיר וואס דו געפינסט זיך קלוימפערשט דארטן
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
@חכמת שלמה האסט מיך געמאכט שמייכלען 😂 😂 😂
האלטסט אים אזוי, ווייל ער איז ארויס פון לב טהור (טמא) מיט זיין פרוי און קינדער, און ער עסט פלייש און פיש, און גייט מיט א שטריימל
זאלסטו וויסן אז אלע קאווע שטיבל שרייבער און ליינער זענען פונקט אזוי, סא וואס קומסטו דא פארפירן ?
אונז זענען אלע אינדערויסן פון די קולט, מיט די ווייב און קינדער, מ'עסט פיש און פלייש, און מ'גייט מיט שטריימלעך,
און מ'האלט אז מ'קען זיין אן ערליכער איד דא (די שאלה איז צו דארט קען מען זיין ? אויב עסט מען נישט פיש און פלייש, ווי אזוי איז מען מקיים שמחת יו''ט, וואס רוב פוסקים האלטן אז מ'דארף האבן פלייש ועי' קיצור ש''ע)
סא איך כאפ נישט וואס די ווילסט אונז זאגן
(חוץ, אז דו האסט דא א צווייטע כוונה, דו ווילסט אז די עולם זאל זיין מיט אים, אזוי ווען ער וועט זאגן לטובת הקולט, זאל מען אים גלייבן, אדער ביסטו גאר דעם איד, גיי ווייס)
@אפרים האקט שוין
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
אפרים #
היינט האט די הנהלה ארום געשיקט איינע פון די גרים א בריון מיטן נאמען עזרא מנחם צו ציכאפן אלע טעלפאנס פון די אלע מענטשן וואס האבן באהאלטנערהייט, וועגן די גאנצע מעשה מיט די 10 משפחות וואס זייערע מענער האבן גיהאט קאנטאקטס מיט מענטשן אינדרויסן.
סא לויט ווי די שפילסט די געיים אז ביסט אין לב טהור מאכט דאך נישט קיין סענס אז דו האסט נאך דיין טעלפאן??
פון צווייטן זייט אין לב טהור האט קיינער נישט פיינט דעם יונגערמאן. מען האט קיינמאל עהם נישט בארעדט.
פארקערט לב טהור חנפנט זיך שוין צו עהם א לאנגע צייט כדיי ארויס צו באקומען פון עהם גוטע עדות פאר די וויינגארטןס.
זעהט אויס איך בין אויפדעט וואס טוט זיך אין לב טהור מער פון דיר וואס דו געפינסט זיך קלוימפערשט דארטן
קוק, דיין ברודער וואס געפינט זיך נאך דא, איז געבליבן מיטן סעלפאן. אמת? - דו ווייסט אליין אז עס זענען געבליבן נאך מענטשן מיט סעלפאנ'ס.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
חכמת שלמה #
איך וויל אריינרעדן איבער די מארגנדיגער עדות. ער איז ליידער א שונא מובהק פאר לב-טהור, ער איז גארנישט אזא אומשולדיגער שעפעלע. ער האט אוועקגעשלעפט זיין פרוי און קינדער פון די מקור האמת, פון די קהילה. היינט פרעסט ער פיש מיט פלייש מיט אלע טמא'נע זאכן וואס ביי אונז איז חזיר טריף. זאגן זאגט ער אז ער איז אן ערליכער איד און מען קען זיין אן ערליכער איד אויך אינדרויסן פון לב-טהור. מיר ווייסן אבער דעם אמת ווי הייליג מען קען זיין אינדרויסן פון די קהילה, די לבוש "בגדי ישע" האט ער זיך שוין אויסגעטאן און ער גייט אנגעטאן אזוי ווי אלע אמעריקאנער אידן, מיט זיין שטריימל און בעקעשע. ער מאכט נעבעך א רושם פון אזא צדיק, מיט זיינע לאנגע פיאות און פאלשע שמייכל, ער דאווענט נעבעך אזוי ערליך, אבער ער איז ליידער פארקראכן פון אונזער דרך, דער איינציגסטער מקור האמת. אין פאקט, ער איז אוועקגעגאנגען פון די קהילה און מיטגעשלעפט מיט זיך זיין פרוי און קינדער. קוקט וואס עס איז געשען מיט די אלע מענטשן וואס זענען אוועקגעגאנגען צו די נייע קהילה אין גוטאמאלא, ואכמ"ל. ער איז בכלל נישט אונזער אוהב ובפנימיות לבבו האט ער אונז אויך פיינט שנאת מוות.
איך וויל נאר דערציילן, אז לכבוד אים האט דער ספרא דדיינא געמוזט נעמען א תיקון און מען האט אים געטוישט זיין נאמען. וויבאלד דער ספרא דדיינא האט בטעות גורם געווען אז ער זאל קענען מיטנעמען זיין ווייב אין קינדער פון לב-טהור מיט זיך, האט ער געמוזט תשובה טון דערויף און מען האט אים געטוישט די נאמען פון "אבא יעקב נחום" ("אבא" האט מען שוין געהאט געטוישט א צייט פריער) צו "פסח אבא ירחמיאל", און אזוי הייסט ער היינט. אלעס וועגן אים.
יא, ווען מען דארף דעם גנב נעמט מען אים אראפ פון תליה און מיר מוזן צוקומען צו אים.
ער גייט מיט א שיטה אז ער איז קעגן לב-טהור, אבער זייענדיג א חלק פונעם טרייעל, האלט ער מיט די צד פון לב-טהור בנוגע די טרייעל, וויבאלד עס איז באופן מסוימת אויך זיין קעיס. איך זאג אייך צו אז א טאג נאכן טרייעל וויל ער אונז מער נישט אנקוקן. דאהי קען איך זאגן דעם אמת, וויפיל מען האט אים ליב אין די קהילה און וויפיל ער האט אונז ליב אויף צוריק.
אבער, איך ווייס נישט וויפיל עס איז אויסגעהאלטן אויסצושמועסן דאהי די פריוואטע לעבן פון יחידים. איך מיין אז ביי די פריעדיגע צוויי עדות האט מען נישט אויסגעשמועסט דא ברבים איבער זיי, מען האט נאר ארומגערעדט אין דזשענערל. מיין תאוה ברענט אין מיר פאר כעס און שנאה, ער איז נישט אויף אונזער זייט. אבער איך מיין אז מאראליש איז ריכטיג זיך צוריקצוהאלטן דא.
וואס הייסט, אפשר ביסטו מסביר ווי אזוי דאס ארבעט?
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
למעשה האט היינט טעסטעפייד ר' אברהם גרינהוט, א עסקן פון ווילימסבורג וואס איז שטארק געווען אינוואלד אין די טעללער פעמילי, און זיך געלאזט קאסטן ממון ודמים די לעצטע פינעף יאר זיי העלפן זיך סעטלען אין וויליאמסבורג.
די דיפענס האבן איהם סובפינעד און געוואלט איהם בלעימען פאר די גאנצע קינדעפינג מעשה, און ארויסבאקומען פון איהם אז די קינדער האבן נישט געוואלט זיין ביי די מאמע. שטעלט זיך אבער ארויס אז ס'איז זיי נישט געגאנגען ווי געפלאנט, זיי האבן נאר חרוב געמאכט מיט איהם ברענגען, זיי האבן גארנישט ארויס באקומען פון איהם, אויב עפעס נאר פארקערט.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
אויכעט האט היינט טעסטעפייט א דאקטאר וואס איז א גר, א לב טהור מעמבער, וואס די וויינגארטנס האבן געטרייט צו מאכן אויסזעהן לב טהור ווי א גוטע פלאץ און אז די הנהלה זענען נאר דא צו העלפן די עולם און לערנען מיט זיי.
ווען די גאווערמענט האט איהם געקראסט האבן זיי ארויסבאקומען פון איהם אז די הנהלה זענען אויך דעיע וואס מאכן די תקנות.
ווען די וויינגארטנס האבן איהם גיפרעגט צו ער האט אויסגעשמיסט מיט איינעם וואס וואס צו טעסטעפייען האט ער געענפערט אז ניין.
נאכדעם האט די גאווערמענט איהם געפרעגט צו ער האט אדורכגשמועסט מיט די דיפענדענטס וואס צו טעסטפייען, האט ער געענפערט אז יא.
האט מען עהם געכאפט ביי א סתירה.
ביזדערווייל זעהט אויס ווי אלע עדות וואס די דיפענדענטס האבן געברענגט האט נאר ערגער געמאכט.
נאך די דזשורי איז ארויס האט מען זיך ארומגעשלאגן לגבי די נעקסטע עדות וואס די דיפענדענטס ווילן ברענגען. די שופט האט אראפגענומען פון די ליסט כמעט אלע, מיטן טענה אז אלע עדות וואס די דיפענדענטס האבן ביזדערווייל געברענגט האט גארנישט געהאט צו טוהן מיט די קעיס, און עס פארדרייט סתם די קאפ פון די דזשורי.
נעקסטע וואך דארף צו טעסטעפייען דער יונגערמאן פון מאנסי, אן עקס לב טהור, און נאך א לב טהור מעמבער וואס איז איז היינט צוטאגס א פארט פון די הנהלה.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
עס איז ערב שבת מיינע ברודער דא. נישטא קיין עקסטערע מינוט. לאמיר עס מאכן גאר בקיצור.
למעשה איז דער אויבנדערמאנטער מאנסי עדות פאר די דיפענס נישט געקומען היינט. ער קומט מאנטאג. און דערנאך איז ערווארטעט אז די מדוברת / נערה וועט אויך אויפטרעטן מאנטאג אלס עדות פאר די באשולדיגטע.
צוליב ערב שבת איז היינט געווען א קורצערע טאג אין געריכט. אנגעהויבן האט זיך עס מיט א גוי - א פינאנץ מיניסטער גאר - פון די קהילת לב טהור אין גוטאמאלא. ער האט עדות געזאגט אז ער פארקויפט פאר די קהילה און אלעס ווערט באצאלט פון די מענטשן דארט און נישט פון די הנהלה. (זעה נישט ווי עס העלפט די דיפענס קיין סאך)
דערנאך האט אויפגעטרעטן א פרישער דאקטאר פון בבל. א גר. דר. גוזמאן (זעהט אויס ווי בבל איז א עיר מלאה דאקטורים) און ער האט עדות געזאגט אז אלעס פירט זיך דארט כראוי וכהוגן בנחת ובניקל. ביי קראוס האט ער נישט געקענט גענוי ענטפערן אלס דאקטאר אויב 12 יאריגע מיידלעך איז געזונט צו ווערן טראגעדיג. אזוי אויך ווייסט ער נישט פונקטליך אויב עס איז נארמאל פאר 18 יאריגע מענער צו חתונה האבן מיט 12 יעריגע מיידלעך. ועוד.
דערנאך איז געקומען די רייע פאר עדות ר' אברהם גרינהוט פון וומס"ב, א עסקן אינוואלווד די לעצטע 6 יאר מיט פליטי לב טהור. ווי פון אים אין שטוב אין וואודרידזש איז פארגעקומען די קידנעפינג. די באשולדיגטע האבן בעיקר געוואלט ארויסברענגען אז דער אינגערמאן פירט אלעס אן מיט א אייגענע אגענדע, און אז אלעס וואס מזאגט אויף זיי איז שקר מיסודה, און אז ער האט געמאכט בלבולים אויף זיי, וכו'. - ביי קראוס האט די גאווערמענט זיך ארויפגעכאפט ווי צו הייסע לאקשן צו דעם עדות.. און האט צושמירט לארכה ולרחבה די קידנעפינג נאכאמאל פארנט פון די דזשורי, און וויאזוי פארלוירן די מאמע פון די קינדער איז געווען, און אזוי ווייטער.
א גוט שבת. נישטא קיין צייט היינט מרחיב צו זיין. זייטס מיר מוחל.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
שוין, ער יאגט זיך שוין (אויך)...
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
מאנטאג וועט זיין קודם די מיידל און נאכדעם יענער עד.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
אפרים #
חכמת שלמה #
איך וויל אריינרעדן איבער די מארגנדיגער עדות. ער איז ליידער א שונא מובהק פאר לב-טהור, ער איז גארנישט אזא אומשולדיגער שעפעלע. ער האט אוועקגעשלעפט זיין פרוי און קינדער פון די מקור האמת, פון די קהילה. היינט פרעסט ער פיש מיט פלייש מיט אלע טמא'נע זאכן וואס ביי אונז איז חזיר טריף. זאגן זאגט ער אז ער איז אן ערליכער איד און מען קען זיין אן ערליכער איד אויך אינדרויסן פון לב-טהור. מיר ווייסן אבער דעם אמת ווי הייליג מען קען זיין אינדרויסן פון די קהילה, די לבוש "בגדי ישע" האט ער זיך שוין אויסגעטאן און ער גייט אנגעטאן אזוי ווי אלע אמעריקאנער אידן, מיט זיין שטריימל און בעקעשע. ער מאכט נעבעך א רושם פון אזא צדיק, מיט זיינע לאנגע פיאות און פאלשע שמייכל, ער דאווענט נעבעך אזוי ערליך, אבער ער איז ליידער פארקראכן פון אונזער דרך, דער איינציגסטער מקור האמת. אין פאקט, ער איז אוועקגעגאנגען פון די קהילה און מיטגעשלעפט מיט זיך זיין פרוי און קינדער. קוקט וואס עס איז געשען מיט די אלע מענטשן וואס זענען אוועקגעגאנגען צו די נייע קהילה אין גוטאמאלא, ואכמ"ל. ער איז בכלל נישט אונזער אוהב ובפנימיות לבבו האט ער אונז אויך פיינט שנאת מוות.
איך וויל נאר דערציילן, אז לכבוד אים האט דער ספרא דדיינא געמוזט נעמען א תיקון און מען האט אים געטוישט זיין נאמען. וויבאלד דער ספרא דדיינא האט בטעות גורם געווען אז ער זאל קענען מיטנעמען זיין ווייב אין קינדער פון לב-טהור מיט זיך, האט ער געמוזט תשובה טון דערויף און מען האט אים געטוישט די נאמען פון "אבא יעקב נחום" ("אבא" האט מען שוין געהאט געטוישט א צייט פריער) צו "פסח אבא ירחמיאל", און אזוי הייסט ער היינט. אלעס וועגן אים.
יא, ווען מען דארף דעם גנב נעמט מען אים אראפ פון תליה און מיר מוזן צוקומען צו אים.
ער גייט מיט א שיטה אז ער איז קעגן לב-טהור, אבער זייענדיג א חלק פונעם טרייעל, האלט ער מיט די צד פון לב-טהור בנוגע די טרייעל, וויבאלד עס איז באופן מסוימת אויך זיין קעיס. איך זאג אייך צו אז א טאג נאכן טרייעל וויל ער אונז מער נישט אנקוקן. דאהי קען איך זאגן דעם אמת, וויפיל מען האט אים ליב אין די קהילה און וויפיל ער האט אונז ליב אויף צוריק.
אבער, איך ווייס נישט וויפיל עס איז אויסגעהאלטן אויסצושמועסן דאהי די פריוואטע לעבן פון יחידים. איך מיין אז ביי די פריעדיגע צוויי עדות האט מען נישט אויסגעשמועסט דא ברבים איבער זיי, מען האט נאר ארומגערעדט אין דזשענערל. מיין תאוה ברענט אין מיר פאר כעס און שנאה, ער איז נישט אויף אונזער זייט. אבער איך מיין אז מאראליש איז ריכטיג זיך צוריקצוהאלטן דא.
היינט האט די הנהלה ארום געשיקט איינע פון די גרים א בריון מיטן נאמען עזרא מנחם צו ציכאפן אלע טעלפאנס פון די אלע מענטשן וואס האבן באהאלטנערהייט, וועגן די גאנצע מעשה מיט די 10 משפחות וואס זייערע מענער האבן גיהאט קאנטאקטס מיט מענטשן אינדרויסן.
סא לויט ווי די שפילסט די געיים אז ביסט אין לב טהור מאכט דאך נישט קיין סענס אז דו האסט נאך דיין טעלפאן??
פון צווייטן זייט אין לב טהור האט קיינער נישט פיינט דעם יונגערמאן. מען האט קיינמאל עהם נישט בארעדט.
פארקערט לב טהור חנפנט זיך שוין צו עהם א לאנגע צייט כדיי ארויס צו באקומען פון עהם גוטע עדות פאר די וויינגארטןס.
זעהט אויס איך בין אויפדעט וואס טוט זיך אין לב טהור מער פון דיר וואס דו געפינסט זיך קלוימפערשט דארטן
לאמיר עס דא נאכאמאל קלאר מאכן פאר דער וואס האט עס נאכנישט אויפגעכאפט פון די דערנעבענדיגע לב טהור אשכול.
חכמת שלמה האט זיך שוין אפן מודה געווען אז ער איז נישט אין לב טהור און ער האט נישט קיין שום שייכות אהין, סך הכול האט ער א חבר וואס איז אנגעקומען דארטן און ער געבט אים איבער אינפערמאציע.
ער האט דאס קלאר מודה געווען מיט זיין פריערדיגע ניק 'שמואל פרימו' וואס איז שפעטער אויסגעשפארט געווארן פארן טראלן. חכמת שלמה האט אפן מודה געווען אז ער איז שמואל פרימו. דער האט א געוויסע תאווה צו שפילן מיטן עולם.
מען לאזט אים נאר דא ווייל למעשה ברענגט ער אינטערסאנטע באריכטן, אבער מען דארף נישט ווערן איבערגענומען פון די קשיות און סתירות. אלעס וואס ער זאגט זאל מען נעמען מיט א ברעקל זאלץ.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
מייינסט צו זאגן מיט א טראקלאוד.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
חכמת שלמה #
מאנטאג וועט זיין קודם די מיידל און נאכדעם יענער עד.
וועלכער עד?
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
פארדעכטיגער #
א שאד. די וויינגארטענס ווייסען נישט אז זיי קענען ווען סובפינען א פאר היימישע חברה פון דא קאווע שטיבל אזוי ווי @יעקב מעקסוועל. @בעל בעמיו. @ מילך טראק. און נאך אפאר וואס זיי האלטן אז לב טהור איז אזוי ווי אלע אנדערע קהילות, דאס איז דאך די שטערקסטע דיפענדס פוינט וואס די וויינגארטענס טרייען צו קאנווינסען די דזשורי.
😂 😂 😂
אדער קען זיין ווען מען וואלט אונז גערופן וואלט מען אויך איינגעזעצט הנהלות פון אנדערע קהילות...
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
צום פינטל.
די מדוברת / נערה אויפ'ן עדות שטיל יעצט.
למעשה.... איז דא גאר אנטוישנדע אנטוויקלונג איבער די וויקענד בנוגע די עדות וואס איז געווען אין פלאן פון די באשולדיגטע צו רופן...
די גאווערמענט האט אנגערופן די עדות פון די דיפענס זייט וואס האבן געפלאנט צו קומען עדות זאגן לטובת די דיפענס, עדות וואס זענען געווען אינוואלווד אין די קידנעפינג, און האבן געמאכט פלי דיעלס אדער האבן שוין אפגעזעצן אין תפיסה און זענען יעצט אויף פראבעישן, אז אויב זיי גייען קומען עדות זאגן אין געריכט און זיי גייען זאגן די מינדערסטע ליגענט אויפן סטענד וועט מען נישט רחמנות האבן אויף זיי, און זיי וועלן ווערן געקלאגט מיט פורדזשורי, ליגענט זאגן אונטער שבועה.
די דיפענס האט היינט צופרי זיך באקלאגט צום שופט אז די גאווערמענט טוט וויטנעס טעמפערונג מיטן אנרופן און סטראשען די עדות וואס ווילן קומען. נאכן אויספרעגן אלע צדדים דין ודברים היכן הוי, האט דער שופט געזאגט אז ער זעהט נישט די עוולה פון רופן עדות און זיי אנזאגן נאר צו זאגן דעם אמת און נישט דערוואגן ליגענט צו זאגן במזיד אונטער שבועה.
ונזכה ונחיה ונראה מי ומי ההולכים, און ווער עס גייט נאך קומען עדות זאגן פאר די דיפענס נאך אזא קלארשטעלונג און ווארענונג.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
להרחבת הענין
די גאווערמענט האט זיך מסביר געווען פארן שופט היינט אינדערפרי אז זיי רופן נישט יעדע עדות וואס די דיפענס פלאנט צו רופן. זיי האבן נאר גערופן אלע עדות וואס זענען געווען אינוואלווד אין דעי קידנעפונג. ווס דעי אלע האבן א סיבה ליגענט צו זאגן יעצט ביי די טרייעל. און די שופט האט מסכים געווען צו דעם דערהער.
אבער אנדערע עדות וואס זענען קיינמאל נישט געווען אינוואלווד אין דעי קידנעפונג איז נישטא קיין ספעציעלע סיבה צו חושד זיין אויף ליגענט זאגן האבן זיי טאקע נישט אנגערופן בכלל צו ווארענען.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
חכם מכל האדם #
צום פינטל.
די מדוברת / נערה אויפ'ן עדות שטיל יעצט.
למעשה.... איז דא גאר אנטוישנדע אנטוויקלונג איבער די וויקענד בנוגע די עדות וואס איז געווען אין פלאן פון די באשולדיגטע צו רופן...
די גאווערמענט האט אנגערופן די עדות פון די דיפענס זייט וואס האבן געפלאנט צו קומען עדות זאגן לטובת די דיפענס, עדות וואס זענען געווען אינוואלווד אין די קידנעפינג, און האבן געמאכט פלי דיעלס אדער האבן שוין אפגעזעצן אין תפיסה און זענען יעצט אויף פראבעישן, אז אויב זיי גייען קומען עדות זאגן אין געריכט און זיי גייען זאגן די מינדערסטע ליגענט אויפן סטענד וועט מען נישט רחמנות האבן אויף זיי, און זיי וועלן ווערן געקלאגט מיט פורדזשורי, ליגענט זאגן אונטער שבועה.
די דיפענס האט היינט צופרי זיך באקלאגט צום שופט אז די גאווערמענט טוט וויטנעס טעמפערונג מיטן אנרופן און סטראשען די עדות וואס ווילן קומען. נאכן אויספרעגן אלע צדדים דין ודברים היכן הוי, האט דער שופט געזאגט אז ער זעהט נישט די עוולה פון רופן עדות און זיי אנזאגן נאר צו זאגן דעם אמת און נישט דערוואגן ליגענט צו זאגן במזיד אונטער שבועה.
ונזכה ונחיה ונראה מי ומי ההולכים, און ווער עס גייט נאך קומען עדות זאגן פאר די דיפענס נאך אזא קלארשטעלונג און ווארענונג.
אויב זיי זענען סובפינעט דארפן זיי לכאורה גיין אפילו מיט א ווארענונג, נישט אזוי?
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
ס'טוט זיך א שטיקל גאראטשקע איבער די עדות, אבער צוליב לעגאלע סיבות וויל איך נישט מרחיב זיין את הדיבור.
די היינטיגע עדות, די מיידל (וואס אויף איר איז אויך געווען א גאראטשקע, זי האט געדארפט קומען עדות זאגן פאר די גאווערמענט, למעשה האבן זיי איר נישט געוואלט רופן, האט דער דעפענס איר גערופן צו קומען עדות זאגן אויף זייער זייט), זי האט גערעדט מער גענויגט לטובת לב-טהור, אבער נישט ממש אינגאנצן. למעשה האט זי געזאגט די אמת. מען האלט יעצט פאר קראס און גאנץ זיכער אז די קראס וועט וועלן ארויסברענגען די צווייטע זייט פון די מטבע. מפני כבודה של הנערה ומשפחתה, וועל איך זיך מונע זיין אריינצוגיין אין פריוואטע ענינים וואס מען האט ארומגערעדט היינט. אויב איינער וויל דאס קומען משלים זיין, קען ער דאס טון אויף זיין אחריות. איך וויל נישט אויסטון א אידיש מיידל בפני כל קהל ועדה.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
אפשר ברענגסטע ארויס ראשי דברים וועלכע טאפיקס מען האט אלץ גערעדט, וואס האבן די דיפענס געטרייט ארויס צו באקומען פון איר וכדו'. נישט אריין גיין אין דיטעילס די גאנצע בעק און פאורט כמכחול בשפופרת.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
נייעסריפארטער #
אויב זיי זענען סובפינעט דארפן זיי לכאורה גיין אפילו מיט א ווארענונג, נישט אזוי?
לויט ווי אזוי חכם מכל אדם ברענגט עס ארויס, האט די גאווארמענט נישט זיי געווארנט אויב זיי קומען, נאר אז זיי זאלן וואטשן און זאגן די אמת נישט זאגן קיין ליגענט.
די אמת איז סאיז זייער שווער צו פראופען ווען מענטש זאגט ליגענט אויפן סטענד, וועגן דעם איז נישט דא קיין סאך קעיסעס אויף די קריים פון Perjury ווייל די דארפסט אויך פראופן אז די מענטש האט געהאט די אינטענטשען צו מיסלידען און ליגענט זאגן פאר די דזשורי.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
חכמת שלמה #
ס'טוט זיך א שטיקל גאראטשקע איבער די עדות, אבער צוליב לעגאלע סיבות וויל איך נישט מרחיב זיין את הדיבור.
די היינטיגע עדות, די מיידל (וואס אויף איר איז אויך געווען א גאראטשקע, זי האט געדארפט קומען עדות זאגן פאר די גאווערמענט, למעשה האבן זיי איר נישט געוואלט רופן, האט דער דעפענס איר גערופן צו קומען עדות זאגן אויף זייער זייט), זי האט גערעדט מער גענויגט לטובת לב-טהור, אבער נישט ממש אינגאנצן. למעשה האט זי געזאגט די אמת. מען האלט יעצט פאר קראס און גאנץ זיכער אז די קראס וועט וועלן ארויסברענגען די צווייטע זייט פון די מטבע. מפני כבודה של הנערה ומשפחתה, וועל איך זיך מונע זיין אריינצוגיין אין פריוואטע ענינים וואס מען האט ארומגערעדט היינט. אויב איינער וויל דאס קומען משלים זיין, קען ער דאס טון אויף זיין אחריות. איך וויל נישט אויסטון א אידיש מיידל בפני כל קהל ועדה.
דאס ווייבל וואס איז היינט געווען אויפן וויטנעס סטענד איז זי נאך געבינדען מיט לב טהור? אויב נישט, פארוואס האט איר די דעפענס גערופן בכלל אז זי גייט נישט עדות זאגן לטובתם?
און בכלל איז זי נאך חתונה געהאט מיט דעם ראזנער? האט ער יא שייכות מיט לב טהור?
ביטע אויסקלארן די מעשה פאר די וואס זענען נישט באהאווענט מיט די גאנצע נושא.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
היינט איז פארשוועכט געווארן דאס כבוד פון א אידישע טאכטער און מיר וואלטן אלע געדארפט מיטוויינען מיט איר.
זיצט א מיידל אויפ'ן סטענד, פון אנהויב טאג ביזן סוף טאג, אין א זאל פול מיט מענער און פרויען, גוי'אישע מיט אידישע צוגלייך, אינאיינעם מיט היימישע חסידי'שע אידן, און האלטן מיט ווי אזוי מען פרעגט איר אויס אין די טיפסטע אינערליכסטע זאכן פון א אידישע טאכטער, די צניעות און כבוד פון א אידישע טאכטער. זיצן גוים, בני חם ובני יפת, ערלים וטמאים, וועלכע פרעגן אויס א אידישע טאכטער ביז איר דם-התמצית, זאכן וואס מען קען אפילו נישט אויסשמועסן דא. זי דארף ענטפערן אויף אלע שאלות מיט א גלאטן געזיכט, בשעת צענדליגע מענער און פרויען באטראכטן איר געזיכט און אירע עמאציאנאלע געפילן. די מחשבות און די געפילן לויפן און קיין איידלקייט איז דארט נישט פארהאן.
איך גיי נישט אויסשמועסן דעם היינטיגן טאג, ווייל די צניעת הפרט איז אויך ווערד אין מיינע אויגן און מאראל דארף אפגעהיטן ווערן אפילו אין אזעלכע האקעלע פעלער. איך וויל אבער ארויסברענגען מיין ווייטאג אז דאס האט געדארפט צוקומען און דאס האט געדארפט געשען פאר א אידישע טאכטער. עס ביי מיר נישט קיין ספק אז איר ווייטאג איז גאר א שווערע, איר צער און עגמת-נפש און איר בושה איז פשוט נישט צו באגרייפן. און דא רעדט מען נישט בלויז פון איר, אויך די בושה און כבוד פון איר איידעלע טייערע מאן, איז אויך עפעס. אנשטאט זיך מחיה זיין, איבערשמועסן און איבערקייען אירע אינטימע פריוואטקייטן אויף אלע וואטסעפ גרופעס, און נאכאמאל קייען און זיכער מאכן נישט אויסצולאזן קיין איין פרט וואס איז נאכנישט געדעקט (בעסער געזאגט אויפגעדעקט), זאל מען זיך ענדערש האלטן דאס מויל און פעדער און קיבארד, און שוינען די כבוד פון א יונגע אידישע מיידל וואס איז היינט פארשוועכט געווארן רח"ל.
ובזה יצאתי יד"ח.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
פארדעכטיגער #
א שאד. די וויינגארטענס ווייסען נישט אז זיי קענען ווען סאפינען א פאר היימישע חברה פון דא קאווע שטיבל אזוי ווי @יעקב מעקסוועל. @בעל בעמיו. @ מילך טראק. און נאך אפאר וואס זיי האלטן אז לב טהור איז אזוי ווי אלע אנדערע קהילות, דאס איז דאך די שטערקסטע דיפענדס פוינט וואס די וויינגארטענס טרייען צו קאנווינסען די דזשורי.
מדערציילט אז מהאט געפרעגט דע חפץ חיים פארוואס ער קומט נישט ארויס זאגן אז רעדן לשון הרע איז פונקט אזא איסור ווי עסען חזיר פלייש,
האט ער גע'ענפערט אז ער וויל נישט מענטשן זאלן אנהייבן עסן חזיר..
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
ער שרייבט דאך אין שמירת הלשון אז ס'איז אסאך ערגער
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
קען זיין, אבער די געדאנגק דערפון איז נאך נישט אפגעפרעגט.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
חכמת שלמה #
איך וויל נישט אויסטון א אידיש מיידל בפני כל קהל ועדה.
אויסטוהן די שווארצע ל"ט קליידער?
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
[ציטאט אראפגענומען]
זיי לעבן געשמאק מיט שלום בית. פארוואס זאל מען דיסקוסירן דא יענעמ'ס לעבן?
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
חכמת שלמה #
היינט איז פארשוועכט געווארן דאס כבוד פון א אידישע טאכטער און מיר וואלטן אלע געדארפט מיטוויינען מיט איר.
זיצט א מיידל אויפ'ן סטענד, פון אנהויב טאג ביזן סוף טאג, אין א זאל פול מיט מענער און פרויען, גוי'אישע מיט אידישע צוגלייך, אינאיינעם מיט היימישע חסידי'שע אידן, און האלטן מיט ווי אזוי מען פרעגט איר אויס אין די טיפסטע אינערליכסטע זאכן פון א אידישע טאכטער, די צניעות און כבוד פון א אידישע טאכטער. זיצן גוים, בני חם ובני יפת, ערלים וטמאים, וועלכע פרעגן אויס א אידישע טאכטער ביז איר דם-התמצית, זאכן וואס מען קען אפילו נישט אויסשמועסן דא. זי דארף ענטפערן אויף אלע שאלות מיט א גלאטן געזיכט, בשעת צענדליגע מענער און פרויען באטראכטן איר געזיכט און אירע עמאציאנאלע געפילן. די מחשבות און די געפילן לויפן און קיין איידלקייט איז דארט נישט פארהאן.
איך גיי נישט אויסשמועסן דעם היינטיגן טאג, ווייל די צניעת הפרט איז אויך ווערד אין מיינע אויגן און מאראל דארף אפגעהיטן ווערן אפילו אין אזעלכע האקעלע פעלער. איך וויל אבער ארויסברענגען מיין ווייטאג אז דאס האט געדארפט צוקומען און דאס האט געדארפט געשען פאר א אידישע טאכטער. עס ביי מיר נישט קיין ספק אז איר ווייטאג איז גאר א שווערע, איר צער און עגמת-נפש און איר בושה איז פשוט נישט צו באגרייפן. און דא רעדט מען נישט בלויז פון איר, אויך די בושה און כבוד פון איר איידעלע טייערע מאן, איז אויך עפעס. אנשטאט זיך מחיה זיין, איבערשמועסן און איבערקייען אירע אינטימע פריוואטקייטן אויף אלע וואטסעפ גרופעס, און נאכאמאל קייען און זיכער מאכן נישט אויסצולאזן קיין איין פרט וואס איז נאכנישט געדעקט (בעסער געזאגט אויפגעדעקט), זאל מען זיך ענדערש האלטן דאס מויל און פעדער און קיבארד, און שוינען די כבוד פון א יונגע אידישע מיידל וואס איז היינט פארשוועכט געווארן רח"ל.
ובזה יצאתי יד"ח.
אויב איז דעס וואס איר שרייבט אמת, איז עס א שטארקע קשיא אויף די מיסד הקהילה, ווי אזוי האט ער געקענט אויפשטעלן אזא קהילה, וואס וועט ארויסקומען אזעלכע מכשולות ?
זעהסט דאך אז ביי אונז געשעהט עס נישט
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
לויט ווי מ'האט געשריבן אז די פלאן איז געווען אז די גאווערמענט וועט איר רופן עדות זאגן, קומט אויס אז זי וואוינט שוין נישט אין לב טהור, (וואס בעצם אויב אזוי איז זי שוין נישט א חלק פון די קהילה, וויבאלד אויב מ'גייט וואוינען ערגעץ אנדערש איז מען אטימאטיש זיך עוקר פון די עכטע אידישקייט)
דארף מען נאר וויסן ווי יא ?
און צו זי וואוינט דארט מיט איר מאן פון לב טהור ?
און אויב יא, פארוואס איז ער ארויסגעגאנגען ?
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
חכמת שלמה #
היינט איז פארשוועכט געווארן דאס כבוד פון א אידישע טאכטער און מיר וואלטן אלע געדארפט מיטוויינען מיט איר.
זיצט א מיידל אויפ'ן סטענד, פון אנהויב טאג ביזן סוף טאג, אין א זאל פול מיט מענער און פרויען, גוי'אישע מיט אידישע צוגלייך, אינאיינעם מיט היימישע חסידי'שע אידן, און האלטן מיט ווי אזוי מען פרעגט איר אויס אין די טיפסטע אינערליכסטע זאכן פון א אידישע טאכטער, די צניעות און כבוד פון א אידישע טאכטער. זיצן גוים, בני חם ובני יפת, ערלים וטמאים, וועלכע פרעגן אויס א אידישע טאכטער ביז איר דם-התמצית, זאכן וואס מען קען אפילו נישט אויסשמועסן דא. זי דארף ענטפערן אויף אלע שאלות מיט א גלאטן געזיכט, בשעת צענדליגע מענער און פרויען באטראכטן איר געזיכט און אירע עמאציאנאלע געפילן. די מחשבות און די געפילן לויפן און קיין איידלקייט איז דארט נישט פארהאן.
איך גיי נישט אויסשמועסן דעם היינטיגן טאג, ווייל די צניעת הפרט איז אויך ווערד אין מיינע אויגן און מאראל דארף אפגעהיטן ווערן אפילו אין אזעלכע האקעלע פעלער. איך וויל אבער ארויסברענגען מיין ווייטאג אז דאס האט געדארפט צוקומען און דאס האט געדארפט געשען פאר א אידישע טאכטער. עס ביי מיר נישט קיין ספק אז איר ווייטאג איז גאר א שווערע, איר צער און עגמת-נפש און איר בושה איז פשוט נישט צו באגרייפן. און דא רעדט מען נישט בלויז פון איר, אויך די בושה און כבוד פון איר איידעלע טייערע מאן, איז אויך עפעס. אנשטאט זיך מחיה זיין, איבערשמועסן און איבערקייען אירע אינטימע פריוואטקייטן אויף אלע וואטסעפ גרופעס, און נאכאמאל קייען און זיכער מאכן נישט אויסצולאזן קיין איין פרט וואס איז נאכנישט געדעקט (בעסער געזאגט אויפגעדעקט), זאל מען זיך ענדערש האלטן דאס מויל און פעדער און קיבארד, און שוינען די כבוד פון א יונגע אידישע מיידל וואס איז היינט פארשוועכט געווארן רח"ל.
ובזה יצאתי יד"ח.
די מיינסט דאך זיכער די ווינגארטענס רשעים. ווי אזוי האבן זיי אזוי פיל רשעות צו טוען דאס פאר א אידישע טאכטער? פארוואס האבן זיי איר סופינעד? האבן זיי דען נישט חרוב געמאכט איר לעבן גענוג ביז יעצט? מיט די קידנעפינג און גורם זיין אז זי זאל דארפן טעסטעפייען פאר די גאווארמענט ביי די צוויי פאריגע טרייעלס, פיינעלי האט די גאווארמענט איר מנוחה געלאזט דאס מאהל, מפני כבוד בעלה, קומען די וויינגארטענס און צווינגען איר זיך נאכאמאהל צו אויספאקן בפני קהל ועדה און נאך אויף די פאבליק רעקארד! [די אנדערע צוויי טרייעלס איז איר טעסטעמאני מיינעך נאך אנדער סיעל ווייל זי איז געווען א מיינער דעמאלטס]. בו בשעתו ווען זי לעבט מיט איר מאן. תסמר שערות אנוש ווי ווייט די וויינגארטענס רשעים וועלן צוגרינד לייגן א אידישע טאכטער פאר זייערע אגענדע.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
חכמת שלמה #
מאראל דארף אפגעהיטן ווערן
...
ובזה יצאתי יד"ח
😂 😂 😂
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
למעשה קומט אריין באריכטן אז היינט פאר מיטאג האט טעטעפייד די 12 יעריגע אינגעל וואס מען האט געקידנעפט פאר פינעף יאר צוריק [שוין היינט 17 יעריגע בחור].
ער האט פארציילט אז ער האט א פאר מאהל געשלאגן געווארן ביי איינער א בחור וואס האט גארבעט פאר זיין מאמע, די ערשטע פאר וואכן נאכן אן קומען דא קיין ניו יארק.
ביים קראוס האט די פראסיקיוטערס איהם געפרעגט צו ער האט פאר איינעם אמאהל פארציילט, האט ער געזאגט אז ניין. מען האט איהם געפרעגט צו ער האט עס פארציילט אמאהל פאר זיין מאמע האט אויך גענטפערט אז ניין, ער האט נישט געזען פאר וואס עס פעהלט אויס.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
עפעס אפדעיטס פון היינט? ווער נאך האט טעסטיפייד?
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
חכמת שלמה #
היינט איז פארשוועכט געווארן דאס כבוד פון א אידישע טאכטער און מיר וואלטן אלע געדארפט מיטוויינען מיט איר.
זיצט א מיידל אויפ'ן סטענד, פון אנהויב טאג ביזן סוף טאג, אין א זאל פול מיט מענער און פרויען, גוי'אישע מיט אידישע צוגלייך, אינאיינעם מיט היימישע חסידי'שע אידן, און האלטן מיט ווי אזוי מען פרעגט איר אויס אין די טיפסטע אינערליכסטע זאכן פון א אידישע טאכטער, די צניעות און כבוד פון א אידישע טאכטער. זיצן גוים, בני חם ובני יפת, ערלים וטמאים, וועלכע פרעגן אויס א אידישע טאכטער ביז איר דם-התמצית, זאכן וואס מען קען אפילו נישט אויסשמועסן דא. זי דארף ענטפערן אויף אלע שאלות מיט א גלאטן געזיכט, בשעת צענדליגע מענער און פרויען באטראכטן איר געזיכט און אירע עמאציאנאלע געפילן. די מחשבות און די געפילן לויפן און קיין איידלקייט איז דארט נישט פארהאן.
איך גיי נישט אויסשמועסן דעם היינטיגן טאג, ווייל די צניעת הפרט איז אויך ווערד אין מיינע אויגן און מאראל דארף אפגעהיטן ווערן אפילו אין אזעלכע האקעלע פעלער. איך וויל אבער ארויסברענגען מיין ווייטאג אז דאס האט געדארפט צוקומען און דאס האט געדארפט געשען פאר א אידישע טאכטער. עס ביי מיר נישט קיין ספק אז איר ווייטאג איז גאר א שווערע, איר צער און עגמת-נפש און איר בושה איז פשוט נישט צו באגרייפן. און דא רעדט מען נישט בלויז פון איר, אויך די בושה און כבוד פון איר איידעלע טייערע מאן, איז אויך עפעס. אנשטאט זיך מחיה זיין, איבערשמועסן און איבערקייען אירע אינטימע פריוואטקייטן אויף אלע וואטסעפ גרופעס, און נאכאמאל קייען און זיכער מאכן נישט אויסצולאזן קיין איין פרט וואס איז נאכנישט געדעקט (בעסער געזאגט אויפגעדעקט), זאל מען זיך ענדערש האלטן דאס מויל און פעדער און קיבארד, און שוינען די כבוד פון א יונגע אידישע מיידל וואס איז היינט פארשוועכט געווארן רח"ל.
ובזה יצאתי יד"ח.
איז די אלע זאכן אויף די קארט רעקארדס פאר יעדעם צו זעהן?
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
נייעסריפארטער #
עפעס אפדעיטס פון היינט? ווער נאך האט טעסטיפייד?
כ״ק אדמו״ר רבינו שליט"א תמ"ל חכם דורינו האט טעסטעפייד היינט נאכמיטאג.
מי שלא ראה חכם זה לא ראה חכמה בימיו…
רבינו שליט״א איז געגאנגן אנגעטוען מיט די שמונה בגדים די גאלדענע בעקיטשע מיט די ווייסע היט און ווייסע קאפטן.
ממש כמראה הכוהן היוצא מבית הכלא.
מארגן גייט די רבי ווייטער ממשיך זיין מיט זיינע דברים יוצאי להבת אש.
ווער סוויל קען מארגן אריבער קומען צו ווייט פלעינס עס מיט האלטן מיט די אייגענע אויגן. א שאד צו פארפאסטען אזא מראה הוד.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
פארדעכטיגער #
כ"ק אדמו"ר רבינו שליט"א תמ"ל חכם דורינו האט טעסטעפייד היינט נאכמיטאג.
ווער ס'וויל קען מארגן אריבערקומען צו ווייט פלעינס עס מיטהאלטן מיט די אייגענע אויגן.
א שאד צו פארפאסטען אזא מראה הוד.
וואס מיינט תמ"ל?
אויך, וואס איז די אדרעס?
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
תורתו מגן להם
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
צופיל צו באריכטן פון געריכט.
ווערט מער און מער קאמפליצירט.
נחמן, דער רבי, געווען אויפ'ן שטול נאכמיטאג. מראו כמראה המת שעדיין לא נתנה לקבורה וריחו כריח הנפיחה. ער האט פרובירט צו פיליבאסטערן אויפ'ן סטענד. דער שופט האט אים כסדר דערמאנט אז ער קען נאר ענטפערן אויף די שאלות בקיצור, און אז ער האט מתיר געווען די חילול שבת דעמאלטס ביי די קידנעפינג צוליב סכנות נפשות פון די מיידל, און אז כדי נישט צו מאכן א חילול השם אז אידן זענען מחלל שבת צוליב סכנות נפשות האט מען זיך אנגעטוהן ווי גוים, און אז מ'האט קיינמאל נישט גערעדט פון רילעישאנס פון די מיידל מיט איר מאן ווען מ'האט זיך געגרייט צום קידנעפינג איר צו טראגן קיין מעקסיקא, און ס'איז ניטאמאל געווען אין פלאן דערצו ווייל זי האט ניטאמאל געהאט קיין מקוה דארט, און אז איינער א עלטערע בחור פון ניו יארק האט געוואלט מאלעסטן די קינדער ממילא האט מען געמוזט קומען ראטעווען, און אז מרת טעללער האט זיך צוקריגט מיט די קהילה ווייל זי האט נישט געוואלט אננעמען די נייע תקנות פון נישט עסן מער פיש צוליב די חששות אין כשרות. ועוד ועוד ועוד ועוד.
דער אינגל / בחור האט אויך טעסטיפייט היינט לטובת לב טהור, און אז מ'האט אים געשלאגן דא ווען ער איז געקומען דא, און אז ער האט געוואלט גיין, ועוד ועוד. למעשה ביי קראוס האט ער אויפגעהערט צו געדענקען, און האט געלייקנט אז מ'האט אים געהייסן זאגן ליגענט אויפ'ן סטענד.
מארגן גיין נחמן ווייטער זיין אויף די סטענד. אין מיי אנעסט אפיניען שאדט ער פאר די דיפענס מער ווי ער העלפט. פשוט ווייל ער רעדט אסאך און איבריג.
דערנאך א עדות מלכה.
בקיצור עס איז ווייט פון פערטיג.
היינט אין די געריכט קארידארן האט מען געזעהן א לב טהור פרוי וואס איז יעצט דא אין ניו יארק ווייל איר מאן איז אויף פראבעישן. זי האט מיטגעברענגט אירע קינדער כדי זיי זאלן קענען כאפן א בליק אויפ'ן רבי'ן השרף נחמן.
נאך עטליכע געסט פון בבל זענען געזעהן געווארן היינט אין געריכט מיט די בגדי מצורע.
למעשה קומען קלאנגען אז די גאווערמענט באטראכט צוריקצורופן עטליכע עדות אפצואווענדן די דיפענס עדות.
אין א אינטערעסאנטע צופאל, איז דער טאטע פון די וויינגארטנס אויך געווען אויף טרייעל מיט 16 יאר צוריק דא אין ניו יורק דעי צייט אין יאר, און איז געפינען געווארן שולדיג תענית אסתר / פורים אינדערפרי. יהא זכרו ברוך.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
[ציטאט אראפגענומען]
יא סאיז אפען פאר די פאבליק
אדרעס איז 300Quarropas St, White Plains, NY 10601
קאורטרום 318 טזאדזש ראמאן.
הייבט זיך אן 10:30 אינדערפרי ביז 5:00 נאכמיטאג

קען מען כאפן קליפס?
אויב יא זאל איינער אפכאפן די געלונגענע שטיקלעך און פאוסטען פליז.
עכ״פ א פיקטשער פונעם רבין מיט זיינע בגדים
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
Nanach #

בשום אופן נישט ערלויבט צו כאפן בילדער אין געריכט. זייער שטרענג פארסירט. קיינער זאל חלילה נישט זיין א אובער חכם.
ווער עס וויל זעהן דעם רבין ביפיו. זאל מוחל זיין קומען אין געריכט. עס איז ווערט די צייט. אזאנס האט מען שוין נישט געזעהן זייט אשמדי. ממש געקליידט גרייט פאר מלך המשיח. לעבט אין עולם הדמיון אז עס איז זיך צובאלעקן.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
עס איז געווען היינט א פילפארביגע טאג אין קארט, עס דוכט זיך מיר אז זינט דער טרייעל האט זיך אנגעהויבן איז נאכנישט געווען אזא אינטערעסאנטער טאג אין קארט.
אנגעהויבן האט זיך עס מיט די עדות'שאפט פון דער בחור, וועמען מען האט אויך געהאלפן אנטלויפן אין דעם שבת חנוכה. עס איז איראניש צו באמערקן, אז טוט זיך א קעיס איבער קידנעפן צוויי קינדער, בשעת ביידע קינדער שטייען אויפן סטענד און שרייען אז זיי האבן געוואלט צוריקגיין קיין לב-טהור, זיי האבן זיך געבעטן פאר הילף און זיי זענען געווען פרייליך צוריקצוגיין, בשעת זיי זאגן אויך אז זיי זענען דארט אין אמעריקע אריבערגעגאנגען שווערע צייטן. אבער עכ"ז רעדט מען איבער א ברוטאלע קידנעפינג. אן אינטערעסאנטע וועלט דאס.
אבער מיר וועלן זיך יעצט קודם קאנצערטרירן אויף די עדות'שאפט פון דער חכם תמ"ל, וואס דאס איז געווען א פיל מער אינטערעסאנטערע און קאלירפולע חלק. מיר וועלן נישט ברענגען אלעס, נאר די עטליכע אינטערעסאנטע הויכפונקטן וואס עס האט זיך אפגעשפילט ביי זיין עדות'שאפט.
דער חכם איז אריינגעקומען מיט זיינע בגדי-ישע, גייענדיג מיט חשוב'ערע בגדים ווי די אנדערע מיטגלידער פון לב-טהור. די דריי וויינגארטן ברידער האבן זיך אונטערגעהויבן פון זייער פלאץ מיט כבוד און דרך-ארץ. זיין ערשיינונג האט געמאכט א רושם אויף די דזשורי, גייענדיג מיט ספעציעלע קליידער און אלע האבן אים באטראכט.
ער האט קודם געענטפערט אויף די פאר אפיציעלע התחלה שאלות, ווי אזוי ער הייסט און וואס עס איז זיין פאזיציע אין לב-טהור. זיינע ענטפערס זענען געווען לענגערע און עס איז געווען א געלעגנהייט פאר די דזשורי צו הערן עפעס מער. ער האט דערציילט ווי אזוי עס האט זיך אפגעטון נאך די פטירה פון זיין טאטע זצוקלה"ה, ווען די קהילה האט אים געבעטן אז ער זאל איבערנעמען די הנהגה און ער האט נישט געוואלט די ערשטע פאר וואכן (מיר האבן אלעס באריכטעט בשעתו אין קאווע שטיבל), און דאן, נאך לחץ פון די בני הקהילה האט ער גענומען אויף זיך דער עול ההנהגה.
אריינגייענדיג איבער די אקציע פון נעמען די קינדער, האט דער חכם ארויסגעברענגט, אז באקומענדיג די גריסן פון אמעריקע, הן די בריוו וואס די צוויי געשוויסטער האבן געשריבן, הן די מייאוש'דיגע טעלעפאן קאלס אז זיי געפינען זיך אין א שווערע מצב און אויך די גריסן וואס ער האט געהערט דורך זיין מאמע וואס געפינט זיך אין אמעריקע, האט ער פארשטאנען אז די צוויי קינדער זענען באמת אין א סכנה און די מיידל האלט ממש פאר א נערוון-בראך, נאך וואס מען האט איר אריינגעשטעלט אין קינדער היימען, אין שפיטעלער על לא דבר, מען האט איר איינגעשפארט אן קיין טעלעפאן און איר אנגעגריפן עטליכע מאל (אזוי ווי דער בחור האט דערציילט און נאך אנדערע), ארינגעשטיפט עסן אין זייער מויל נגד רצונם און נאך, האט ער געשפירט אז עס איז ממש א סכנה פאר זיי דארט צו פארבלייבן, און וויבאלד ער טראגט אן אחריות אויף יעדן איינעם פון די קהילה, האט ער געשפירט אז דאס וועט זיין אומריכטיג פון זיין זייט דאס צו איגנארירן און אז ער מוז עפעס טון דערצו תיכף ומיד, דאס אפצושטעלן און איר צוריקברענגען צו די קהילה.
- לויט די אידישע הלכה, מעג מען פארן אום שבת?
- ניין. חס-ושלום. עס איז גאר א הארבע זאך ביי אידן.
- איז דא פעלער וואס מען מעג יא פארן שבת?
- ווען מען איז איבערצייגט אז עס איז פיקוח נפש. אזוי ווי עס איז געווען דא, אז עס איז ממש געווען פיקוח נפש, האט מען געמעגט פארן שבת.
- פארוואס איז עס געווען פיקוח נפש?
- ווייל עס האט אויסגעקוקט ווי זי האלט פאר א נערוון בראך.
- פארוואס האט מען זיך אנגעטאן די גוי'אישע קליידונג?
- נישט צו מאכן א חילול ה' אז אידן פארן שבת.
- וואס האבן די קינדער געטון ווען זיי האבן דיר געטראפן אין די קאר?
- דער יונגל האט ארומגעהאזלט און געקושט, די מיידל האט זיך שטארק געפריידט, אבער זי איז א גרויסע מיידל און אן אשת-איש, איז זי נישט צוגעקומען צו מיר, נאר מיר באדאנקט זייער שטארק.
- וואס האט מען געטון אויפן פליגער?
- מיר האבן געזינגען זמירות שבת. דער יונגל האט מיטגעזינגען און די מיידל האט צוגעהערט.
ביי די דירעקטע שאלות זענען זאכן אריבערגעגאנגען גאנץ רואיג, אויסער דער פאקט אז דער חכם האט געגעבן לאנגע תשובות. ער האט גערעדט זייער מיושב'דיג און דורכגעטראכט. מקפיד געווען אז יעדער ווארט וואס ער זאגט זאל זיין אויסגעהאלטן. לדוגמא, ווען מען האט אים געפרעגט אויף א גאנצע סעריע פון בילדער, צי ער דערקענט דעם פלאץ, האט ער געזאגט אז וויבאלד ער דערקענט רוב פון די בילדער, פארשטייט ער אז אלע אנדערע זענען אויך פון דעם פלאץ. דער שופט האט געוואלט וויסן וועלכע בילדער ער דערקענט יא און וועלכע נישט, און ער האט אנגעוויזן אויף יעדע בילד. דאס האט איבערגעלאזט א רושם פון ערנסטקייט און באגלייבטקייט. ער האט אויסגעקוקט אויפן סטענד ווי א רעליגיעזער פירער, א הוגה-דעות און א טיפער דענקער.
צווישן אנדערע האט מען ארומגערעדט איבער דאס לעבן פון דאס פאר פאלק אין מעקסיקא:
ר' שמואל מאיר: אין די צימער פון די יונגע פאר פאלק, איז געשלאפן נאך איינער, זייענדיג אין מעקסיקא?
חכם: יא, דער ברודער פון די ווייבל איז אויך געשלאפן דארט.
- לויט די הלכות פון די תורה, מעג מען האבן באציאונגען בשעת נאך איינער איז אין צימער.
- ניין.
- לויט דיין השערה, האט די ווייבל מיט איר מאן געהאט באציאונגען בשעת זיי זענען געווען אין מעקסיקא?
- ניין, ווייל זיי האבן נישט געהאט דארט קיין מקוה.
דער עיקר לעבעדיגקייט איז געקומען ביי די קראס-עקזעם, דארט איז געווארן פרייליך.
דער גאווערמענט האט אים געפרעגט צי ער איז געווארן ארעסטירט נאך די פרשה, האט ער געזאגט אז "גענגסטערס" אין די צורה פון פאליציי האבן זיך איינגעבראכן ביי אים און אים גענומען, האט דער שופט זיך אריינגעמישט און געפרעגט "מארשלס?" - האט ער געזאגט "חיות אין די צורה פון מארשלס". האט דער שופט מגיב געווען "אקעי, מארשלס האבן אים ארעסטירט".
דאן האט דער פראסעקיוטער אים געפרעגט, "האסטו שוין געהאט דיין טרייעל?" - האט ער געענטפערט, "אפישעלי האב איך געהאט א סאו-קאלד טרייעל".
- וואס מיינט דאס, ביסטו אריבערגעגאנגען א טרייעל?
- אז דו וועסט קוקן אויף די פעיפערס, וועסטו זען א טרייעל, אבער איך האב זיך מיין מיינונג אויף דער טרייעל.
- האט מען דיר פאראורטיילט?
- אן קיין שום עוועדענץ.
- ביי דיין טרייעל איז נישט געווען קיין שום עוועדענץ?
- אזוי ווי דו הערסט (מיט א שמייכל), מען האט מיר פאראורטיילט אן קיין ברעקל עוועדענץ.
- דו ביסט דא געקומען אויפטרעטן, ווייל דאס וועט דיר העלפן מאכן בעסער דיין מצב אין אפיעלס געריכט.
- איך בין אהערגעקומען ווייל איך וויל אז דער אמת זאל ארויפקומען, אפגעזען צי עס איז פאר מיין טובה אדער נישט.
צווישן אנדערע האט מען אים געפרעגט:
- דו ביסט דער גייסטישער פירער פון לב-טהור?
- יא.
- דו ביסט דער העכסטער אטאריטעט אין די קהילה?
- יא.
- דו גיבסט ארויס אלע באפעלן אין די קהילה?
- יא.
- דער גאנצער עולם איז לאיאל צו דיר. ריכטיג?
- דער גאנצער עולם איז לאיאל צו מיר און איך בין לאיאל צום גאנצן עולם.
- יעדער איינער פאלגט וואס דו זאגסט. איז דאס ריכטיג?
- ווער עס בלייבט אין די קהילה פאלגט וואס איך זאג.
- אויך משפחת וויינגארטן זענען לאיאל צו דיר?
- יא.
- און זיי זענען וויכטיגע מענטשן אין די קהילה?
- יעדער איינער איז וויכטיג אין די קהילה.
- אבער עס זענען דא מענטשן וואס זענען מער וויכטיג ווי אנדערע.
- יעדער איינער איז וויכטיג אין די קהילה.
- אבער א דריי יעריגער קינד, איז פונקט אזוי וויכטיג אין די קהילה?
- וואספארא שאלה. דו ווייסט ווי וויכטיג א דריי יעריג קינד איז ביי אונז?
- אבער משפחת וויינגארטן העלפן דיר פירן די קהילה.
- יעדער איינער העלפט מיר פירן די קהילה.
זיי זענען דאן אריבערגעגאנגען צו די סוגיא פון חתונות אין לב-טהור:
- דו מאכסט אלע שידוכים אין לב-טהור?
- נישט אלע.
- אבער דו ביסט אן אקטיווער חלק אין די שידוכים.
- ... (נישט געענטפערט געהעריג)
- מען קען נישט צוגיין צו א חתונה אן דעם וואס דו זאלסט געבן א בלעסינג.
- רוף עס אן אויף די וועג.
- דיין טאטע פלעגט מאכן אלע שידוכים אין לב-טהור?
- נישט אלע.
- דו האלסט אז שידוכים אונטער די עלטער פון אכצן איז א פראבלעם?
- ניין.
- דו ביסט מחזק שידוכים אונטער אכצן?
- יא.
- און דאס איז דיין טעסטעמאני?
- יא.
- לויט די איינפירונגען פון לב-טהור, דארף מען האבן סעקס נאך די חתונה?
- לויט די איינפירונגען פון "די תורה", דארף מען האבן "רילעישנס" נאך די חתונה.

- אקעי, פ-ל-י-זזז...
- דו וועסט מיר נישט איינטיילן ווי אזוי צו פרעגן מיינע קושיות.
- און דו וועסט מיר נישט איינטיילן ווי אזוי צו ענטפערן...
שופט: אקעי, דינג זיך נישט מיט אים, ער האט שוין געענטפערט... "נעקסט קוועסטשן".
- ווי אלט איז 'דזשען' (די מיידל) געווען ביי איר חתונה?
- דרייצן, פערצן, איך געדענק נישט.
- דו האסט אנגעפירט די חתונה און געגעבן דיין בלעסינג?
- יא.
- און דו ווייסט נישט ווי אלט זי איז געווען?
- איך בין נישט אין די ביזנעס צו געדענקען די עלטער פון די מיידלעך, אפשר זענען ענק יא אין די ביזנעס...
- צו ווייסטו אז האבן קינדער אין א יונגע עלטער איז א הויכע ריזיקע פון סכנה?
- לויט די דאקטוירים צו וועמען איך האב גערעדט, איז גארנישט פארהאן קיין גרעסערע סכנה ביי יונגערע ווי ביי עלטערע.
- לב-טהור האט במשך די יארן ארומגעוואנדערט אין עטליכע לענדער.
- יא.
- ישראל, אמעריקע, קאנאדע, גוטאמאלא, מעקסיקא און צוריק צו גואטאמאלא.
- מעקסיקא איז געווען אויף א צייטוויליגע קורצע צייט.
- אבער די אלע לענדער זענען געווען.
- יא.
- און פון איבעראל איז מען אוועקגעגאנגען, וויבאלד מען האט געהאט צוטון מיט די לאקאלע רעגירונגען.
- יא.
- און אלעמאל איז געווען טשיילד אביוז קלאגעס.
- סאו-קאלד טשיילד אביוז קלאגעס (מיט די צוויי פינגער פון ביידע הענט, בתנועה הידועה...).
דאן איז מען אריבערגעגאנגען צו א צווייטער נושא.
- ווען איז דיין טאטע געשטארבן?
- דער חכם האט געענטפערט מיטן דאטום.
- ער איז געשטארבן ווען ער איז געגאנגען אין א מקוה זיך טובל'ען. ריכטיג?
- יא.
- ער איז געגאנגען אין א טייך. ריכטיג?
- יא.
- עס איז פארהאן אסאך טייכן אין מעקסיקא. ריכטיג?
- איך ווייס נישט אויב ס'איז דא אסאך. ס'איז דא דארט טייכן.
- א טייך איז כשר פאר א מקוה.
- א מענער מקוה. יא.
- און א פרויען מקוה נישט?
- נישט אלעמאל. ס'האט קאנדישנס. מ'דארף אלעמאל דן זיין און עס מכשיר זיין. ס'איז נישט אזוי פשוט.
(דאס איז געווען א פרואוו פון דער גאווערמענט ארויסצוברענגען, אז די מיידל האט געהאט א כשר'ע מקוה אין מעקסיקא, אבער דער רבי האט דאס שנעל פארווישט ברוב חכמתו.)
שפעטער איז מען אריבער צו די צייטן איידער מען האט אפגענומען די מיידל קיין מעקסיקא.
- די דריי וויינגארטן ברידער זענען דיינע חסידים (פאלאערס). ריכטיג?
- יא.
- דו האסט זיי געהייסן טון זאכן אין אמעריקע, לטובת די מיידל.
- יא.
- און שמואל מאיר וויינגארטן האט דיר געפאלגט און ער האט געטון וואס דו האסט געהייסן.
- עסק שמואל מאיר עבאוט איט.
- דו האסט אים געהייסן אז ער זאל זיך אריינלייגן אין דער לעגאלער מצב פון די קינדער, אז מען זאל וויסן וואס מען קען טון און וואס נישט.
- ריכטיג.
- איז שמואל מאיר א טרענירטער לויער?
- די שאלה איז וואס דו רופסט אן טרענירט.
- ער איז געגאנגען אין א לאו סקול?
- ניין.
- דעמאלס איז ער נישט קיין טרענירטע לויער.
- אויב איז דער דעפענישן פון א טרענירטער לויער, איינער וואס איז געגאנגען אין לאו סקול, דאן איז ער נישט קיין טרענירטער לויער.
- דו האסט געפיילט א פעטישן אין גוטאמאלא, אז די קינדער געהערן פאר די טאטע?
דא האט זיך דער חכם גענומען שרייען: "די קינדער זענען ברוטאל און אכזריות'דיג אוועקגעשלעפט געווארן פון גוטאמאלא, מען האט זיי געשלעפט און געפייניגט...
דער שופט האט אפגעשטעלט די שרייעריי, געהייסן באפרייען די דזשורי אויף א וויילע. דאן האט ער שטרענג אנגעזאגט דעם חכם, אז ער זאל ענטפערן בלויז אויף וואס מען פרעגט אים און נישט געבן קיין לאנגע דרשות. ער האט דאן ארויסגעשיקט דעם חכם, און ר' שמואל מאיר האט גע'טענה'ט אז דער פראסעקיוטער פרעגט דווקא אזעלכע שאלות וואס וועט מאכן אויפגערעגט דעם רבי'ן, כדאי די דזשורי זאל זען אן אויפגערעגטער מענטש. והראיה, אז אויך ביי די פריעדיגע טרייעל האט ער געפרעגט די שאלה, און דווקא די שאלה האט אויפגערעגט דעם רבי'ן. איך געדענק שוין נישט וואס דער שופט האט געזאגט דערויף.
שפעטער ווען דער דזשורי איז צוריקגעקומען, האט מען ממשיך געווען מיט די שאלות פארן חכם:
- דו ביסט געווען פארמישט אין די פלאנירונגען פון נעמען די מיידל קיין מעקסיקא?
- יא, זיכער.
- ביי יענע שמועסן, האט מען גערעדט איבער צוריקברענגען די מיידל צו די קהילה, אדער איר צוריקברענגען צו איר מאן.
- איר צוריקברענגען צו איר מאן.
- פארוואס?
- ווייל זי האט אזוי געוואלט.
- משפחת וויינגארטן פאלגט אלעס וואס דו זאגסט. יא?
- יא.
- דו האסט געשיקט מיט שמואל מאיר א סעלפאן פאר די מיידל.
- יא.
- דו האסט דעמאלס גערעדט מיט די מיידל?
- יא.
- דו האסט דירעקטירט די מיידל, אז זי זאל אוועקגיין פון איר מאמע.
- (ער האט א געשריי געגעבן) יאאאאא!
מען האט ממשיך געווען ווייטער:
- אין די דאטום פון......... ווען מען האט גענומען די קינדער, האסטו גערעדט מיט פאליציי?
- אין די דאטום פון......... ווען די קינדער זענען "אנטלאפן", האב איך נישט גערעדט מיט די פאליציי.
- לויט דיינע ווערטער האסטו געהאלטן, אז די מיידלעך זענען אין א סכנה און דו ראטעוועסט זיי. האסטו זיך געוואנדן צו די פאליציי אז קינדער זענען אין א סכנה?
- ניין.
- נאך וואס די קינדער זענען ארויסגעקומען פון דעם הויז און אריינגעגאנגען אין קאר, וואו האסטו זיי גענומען?
- אין א האטעל.
- און נאכדעם.
- צו די עירפארט (איך פארפעל דא אפאר וויכטיגע ענינים איבער די נסיעות, וואס עס איז נישט קיין נפקא-מינה בנוגע אונזער שמועס).
- דו האסט זיי גענומען פאר דעם צו די טאטע?
- ניין.
- צו די פאליציי?
- ניין.
- דו האסט גערופן טשיילד פראטעקשן?
- רחמנא לצלן. איך וועל קיינעם אין מיין לעבן נישט ראטן צו רופן טשיילד פראטעקשן אין אמעריקע.
- האסט גערופן אן אמבאלאנס?
- נאו וועי...
- ווען דו ביסט געקומען קיין מעקסיקא, האסטו גערופן די טשיילד פראטעקשן פאר די קינדער?
- וואס קלערסטו, איך זאל געבן די קינדער צו זיצן אינאיינעם מיט די מעקסיקאנער מערדערס?
- האסט זיי דארט געברענגט צו די טאטע?
- די טאטע איז געווען אויפן וועג אהין, ער האט זיי געדארפט טרעפן, אבער ער האט עס נישט געמאכט...
- האט מען דיר ארעסטירט אין מעקסיקא?
- יא, אבער מען האט מיר גראד ארויסגעלאזט.
- וואו זענען די קינדער געווען?
- זיי האבן זיך באהאלטן אין א שאפע.
- דו האסט געלאזט די קינדער אליין, באהאלטן אין א שאפע, און דו האסט נישט דערציילט פאר קיינעם. דו האסט זיך נישט געזארגט פאר די וואוילזיין פון די קינדער? - איך האב געמיינט אז דו טראכסט אלעמאל בלויז פון די קינדער'ס גוטסקייט. פארוואס האסטו דאס נישט געזאגט פאר די פאליציי ווען מען האט דיר ארעסטירט?
- איך זאל גיין דערציילן פאר יענע רוצחים אז עס איז דא נאך קינדער, זיי זאלן קענען שלעכטס טון?
- דו האלסט אז עס איז פארהאן אמאל א מציאות, למשל אויף צו ראטעווען קינדער וכדומה, אז מען מעג זאגן ליגנט פאר די גאווערמענט?
- יא, זיכער.
- איך האב מער נישט קיין שאלות.
...
פארגעסן צו שרייבן:
ערגעץ אינמיטן, האט מען אויסגעפרעגט דעם חכם איבער די קליידונג וואס מען האט געקויפט פאר די קינדער, האט דער גאווערמענט גערעדט איבער די קליידער וואס מען האט געקויפט אין וואלמארט, האט דער חכם געזאגט אז נישט אלע קליידער האט מען געקויפט אין וואלמארט, טייל זאכן האט מען געקויפט אין טארגעט.
"סא, יא אר מאר עי טארגעט גיי" האט דער פראסעקיוטער געענטפערט.
"אבדזשעקשן" האט ר' שמואל מאיר אויסגערופן.
"אבדזשעקשן סוסטעינט" זאגט דער דזשאדזש.
...
עד כאן בערך וואס עס איז געווען אין קארט. איך האב אסאך אויסגעלאזט. דאס איז אויסער די עדות פון דער בחור, וואס דערויף פאדערט זיך א באזונדערע אפהאנדלונג.
מארגן וועט זיין רי-דירעקט פאר די רבי. משפחת וויינגארטן גייען אים ווידער אויספרעגן. דערנאך וועט קומען ר' מאיר יששכר מיט אנדערע עדות.
אגב, עס האט געדארפט זיין היינט נאך אן עדות, אבער יענעמ'ס לויער האט אנגעדרייט אז ער זאל נישט קומען עדות זאגן. עס איז געווען גאנץ אינטערעסאנט און יענע לויער איז ארויסגעגאנגען פון דארט מיט א שמייכל פון אויער צו אויער...
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
יישר כח פאר די שיינע באריכט. זייער אינטערטעינינג אבער עס גייט זיי קנאפע העלפן און אפשר גאר באגראבן נאך מער. למעשה פאר די זשורי גייט זיין א שאלה אויב דא איז געווען א קידנעפינג פון א ליגאלער גארדיען און שוין. די אלע זאכן איז נישט וויכטיג.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
חכמת שלמה #
עס איז געווען היינט א פילפארביגע טאג אין קארט, עס דוכט זיך מיר אז זינט דער טרייעל האט זיך אנגעהויבן איז נאכנישט געווען אזא אינטערעסאנטער טאג אין קארט.
אנגעהויבן האט זיך עס מיט די עדות'שאפט פון דער בחור, וועמען מען האט אויך געהאלפן אנטלויפן אין דעם שבת חנוכה. עס איז איראניש צו באמערקן, אז טוט זיך א קעיס איבער קידנעפן צוויי קינדער, בשעת ביידע קינדער שטייען אויפן סטענד און שרייען אז זיי האבן געוואלט צוריקגיין קיין לב-טהור, זיי האבן זיך געבעטן פאר הילף און זיי זענען געווען פרייליך צוריקצוגיין, בשעת זיי זאגן אויך אז זיי זענען דארט אין אמעריקע אריבערגעגאנגען שווערע צייטן. אבער עכ"ז רעדט מען איבער א ברוטאלע קידנעפינג. אן אינטערעסאנטע וועלט דאס.
זיי האבן נישט קיין אנונג וואס טוט זיך מיט זיך, וואס ווינדערסטו דיך אזוי....
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
די עיקר זאך אויף וואס עס טוט אויף, איז פאר אפילס, דארט נעמט מען צוזאמען יעדע ווארט און מען זעט וואס מען האט גערעדט, און דארט זעט עס א שופט. דאס איז וואס עס גייט זיי העלפן.