☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

505 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16901
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11

צפת » דינסטאג יולי 9, 2024 4:54 pm

· #567695
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
דער יואל האט מזל ווי א גוי.

דוכט זיך אז די ערשטע צוויי טעג איז ער געווען היבש חוצפה'דיג און ער האט סארקאסטיש געפרעגט פונעם שופט, צי דער נעקסטער עדות גייט זאגן אז די אידן האבן געקרייצט דזשיסעס... שפעטער האט ער איינגענומען א שטיל-שווייגעניש און ער האט מער גארנישט אריינגערעדט אין דעם גאנצן קארט. מעגליך אז די ברידער האבן אים געסטראשעט אז ער נעמט עס צי ווייט און אז ער רעגט אויף דעם שופט. ווי אזוי ס'זאל נישט זיין, איז ער געווען גאנץ שטיל.

למעשה האט זיך עס אים אויסגעצאלט.

לאז געמאכט » דינסטאג יולי 9, 2024 5:29 pm

· #567696
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
חכם מכל האדם #
יעקב נחום. 14 יאר תפיסה.

זיי אלע באקומען קרעדיט פאר די יארן וואס זיי זענען געזעצן אין גוטאמאלא און אין מעקסיקא.

נאך תפיסה האבן זיי 5 יאר פראבעישן
וויפיך יאר זענען זיי שוין געזיצן?

פארדעכטיגער » דינסטאג יולי 9, 2024 5:34 pm

· #567697
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
קורקלענד #
לדעתי ווייזט אזא אורטייל ארויס א מורא'דיגע אומרעכט פון די סיסטעם. און ס'ברענגט ארויס די פארשטיקענע מענטשליכע גאווה וואס איז א ריזיגע פאקטאר אין א אורטייל אין פארגלייך צו די מציאות פון די קריים.

אין אנדערע ווערטער האט די שופט זיך גענומען די רעכט איינעם צו אורטיילן צוויי יאר טורמע פארן זיין חוצפה'דיג. איי, מ'האט יענעם נישט געטזשארדזשט אויף דער קריים. נו, איז וואס.
סאיז נישט פאר'ן זיין חוצפה'דיג [גראדע זענען זיי געווען גאנץ ריספעקטפול צו די דזאדזש ביים טרייעל לפי ערך די אנדערע דיפענדענטס]. די גאווערמענט האט ארויסגברעגט ביים סענטעזינג אז זיי האבן געטוען Obstruction and Perjury ביים טרייען צו אינפלוסען וויטנעסעס ביים טרייעל. ברענגען וויטנעסעס וואס האבן געזאגט גראבע אויפענע ליגענט. ביים פיילען פאלשע Affidavit. אזוי אויך ביים ליגענט זאגן פאר די דזשורי בשעת זייי האבן גענומען די סטענד. [יואל האט נישט גענומען די סטענט ווייל ער רעדט זייער נישט קלאר און נישט צום זאך האט ער געלאזט זיינע ברודער טוען די דשזאב]. נאכן אויסהערן ביידע זייטען האט די דזאדזש מיט געשטימט מיט די גאווארמענט אז דא איז געווען Obstruction.

דא האסטו א חלק פון די סענטעסינג געפיילעט ביי די גאווארמענט לעצטע וואך ווי זיי רעדן פון די Obstruction. און פארוואס סקומט זיך זיי עקסטערע טיים.
📎 127135751311.pdf 📎 Screenshot 2024-07-09 173947.png

צפת » דינסטאג יולי 9, 2024 6:24 pm

· #567700
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
האבן די באשולדיגטע גערעדט אפאר ווערטער?

פאריגע מאל האט דער רבי מיט ר' מאיר יששכר גערעדט זייער שארף ביים סענטענסינג.

וואס האבן די וויינגארטנס יעצט געזאגט?

חכם מכל האדם » דינסטאג יולי 9, 2024 10:19 pm

· #567715
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
די גאווערמענט האט נאך ביים טרייעל געשוימט און גע'כעס'ט אז די וויינגארטן'ס האבן חוזק געמאכט פונעם סיסטעם מיט אפענע ליגנטס און פאלשע עדות מיט אפידעוויטס וואס זיי האבן געשריבן בשם אנדערע מענטשן, און כאן מצא לגבות את חובו. מיט'ן דריקן שטארק דעם שופט ער זאל זיך יעצט רעכענען מיט דעי אלע קרימינאלע שטיק וואס זיי האבן אפגעטוהן דורכאויס די טרייעל, איז יעצט מיט יעקב נחום און שמואל מאיר האבן זיי עס גוט אויפגעוויזן צום שופט, אבער אויף יואל האט די שופט עס נישט אזוי אפגעקויפט.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11