☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

505 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16901
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11

חכם מכל האדם » מיטוואך מערץ 13, 2024 3:39 am

· #554697
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
חכמת שלמה #
"חכם מכל אדם", איך גיב דיר גערן איבער דעם פעדער און דו קענסט שרייבן דא אנשטאט מיר כאוות נפשך הטוב. איך וועל גארנישט האבן דערקעגן.

איך זאג סך-הכל איין זאך, אויב איך שרייב ווייטער, בעט איך אז מען זאל זיך באציען צו מיר מיט רעספעקט און נישט אראפרייסן. דו ווילסט זיך דינגען אויף געוויסע זאכן וואס ווערן דא געשריבן? - דינג זיך מיט ריספעקט און שרייב וואו איך האב נישט ריכטיג געשריבן, עס וועט מיר גארנישט באדערן. אדרבה - איך בין דא צו געבן אן אויפריכטיגן בליק לטב ולמוטב, איך האב שוין געשריבן דא אין דעם אשכול זאכן וואס זענען געווען נישט אזוי גוט גענויגט פאר די אנגעקלאגטע און פאר די קהילה, איך שרייב פון מיין פערספעקטיוו. אויב דו האלסט אז איך שרייב נישט ריכטיג, דאן צייכן אן מיט רעספעקט וואו איך שרייב נישט ריכטיג און וואס עס איז נישט ריכטיג.

הריני מבקש סליחה מחילה וכפרה ממעלת כבוד הכותב הסופר חברינו חכמת שלמה שכניתי אותו בשוגג ובלי כוונת זדון בכינויי גנאי.
עמו הסליחה. "והאמת והשלום אהבו".

חכמת שלמה » מיטוואך מערץ 13, 2024 3:44 am

· #554698
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
מחול לך, מחול לך, מחול לך.

די שענסטע זאך פאר א מענטש איז צו זאגן "איימסארי". איך קוק באמת שטארק ארויף אויף דעם!

געוואגטער » מיטוואך מערץ 13, 2024 4:08 am

· #554699
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
אבימלך #
חכמת שלמה #
קוק, טא בי אנעסט...

ביים פאריגן טרייעל איז זי געקומען עדות זאגן קעגן לב-טהור (הגם זי האט גערעדט שטארק איינגעהאלטן).

יעצט האט איר דער גאווערמענט סופינעט אז זי זאל קומען עדות זאגן קעגן לב-טהור ביים יעצטיגן טרייעל, האט זי אריינגעשיקט א לאנגע בריוו, אז די פאריגע עדות'שאפט איז נישט געווען אקוראט, זי איז געווען א מיינאר, זי האט נישט געוואוסט פונקטליך און פארשטאנען, זי האט געזאגט וואס מען האט איר געהייסן זאגן און פארטיג. יעצט טענה'ט זי אז די דעמאלסדיגע עדות איז נישט געווען גענצליך ריכטיג.

די שאלה איז, ווען זי איז געווען מער באגלייבט, יעצט אדער דעמאלס.

למעשה, וויל זי נישט קומען יעצט עדות זאגן, לכאן או לכאן, און זי ארבעט מיט לויערס אז זי זאל נישט דארפן ערשיינען פארן געריכט.

לאמיר זען וואס עס וועט זיך אויסקאכן דא.
ש'כח פארן זיין אנעסט

אבער פון דיינע רייד זעהט נישט אויס ווי ס'האט איר אזוי ווייגעטוהן אז מ'האט איר אוועק געשלעפט,
אויב האט מען איר געצווינגען, פארוואס האט זי עדות געזאגט קעגן לב טהור ?
פארוואס וויל זי זיך יעצט ארויסדרייען ?
פארוואס זאל זי נישט וועלן קומען יעצט, און זיך אנעמען פאר ל''ט, וואס זי האט אזוי ליב ?

קשיות איז דא אסאך אבער ענטפערס איז דא נאכמער..

וואס האט פאסירט און וואס מען האט מיט איר געטוהן 4-5 יאר שפעטער ביז מען האט איר געקענט צווינגען צו עדות זאגן אקעגען ל"ט, און בעסער געזאגט אקעגען איר אייגענע אינטערעסן, איז א לאנגע ווייטאגליכע פרשה, א זאך וואס זי אליין גיסט אויס מיט טרערן אין איר עפידעוויד (זעה אויבן)

1 זאך וואס איז באמת נוגע פארן קעיס און מען קען עס נישט אזוי גרינג טוישן איז דאס וואס זי האט אליין געזאגט אין געשריבן, געשריגן אין געוויינט אומצאליגע מאל 5 יאר צוריק פארן אנהייב פונעם קעיס און פאר מען האט איר געהאלפן אנטלויפן פון געפענגענישט.

איך וועל שערן פארן עולם 1 פון די פילע בריוון וואס זי האט מיט איר האנטשריפט געשריבן מיט ווייטאג צו איר משפחה און פריינד פון ל"ט אז זיי זאלן זיך אויף איר דערבארעמען און ראטעווען פון אירע צרות.
די בריוו איז איצט אין עוועדענס ביים טרייל און דאס האט זי (די ווייבל מרת ראזנער) געשריבן 2 וואכן פאר שבת חנוכה תשע"ט הארט פארן אנטלויפן צוריק קיין גואטעמאלא.
📎 023ff1a9-cbf5-4990-9caa-8058a25f054c-3.jpg📎 023ff1a9-cbf5-4990-9caa-8058a25f054c-2.jpg📎 023ff1a9-cbf5-4990-9caa-8058a25f054c-1.jpg📎 023ff1a9-cbf5-4990-9caa-8058a25f054c-0.jpg

עמרם » מיטוואך מערץ 13, 2024 10:30 am

· #554711
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
חכם מכל האדם #

א פאר מינוט שפעטער האט איר יעקב (נחום) וויינגארטען (איינע פון די דיפענדענטס) אריין געקאלט און זי האט רעקארדעד די גאנצע שמועס, ווי מען הערט - נישט מער און נישט ווייניגער - ווי יעקב שרייט ״אונז האבן נישט מורא פאר גארנישט נישט פון די גאווערמענט נישט פון קיינעם״ די רעקאורדינג גייט ווייטער ווי יעקב שרייט ״מיר גייען דיר פייטן ביז דיין לעצטע טראפ בלוט!!״ ״אונז גיין נאך היינט נאכט זיי נאכאמאל אויפפיקן״ האט זיין קול אויסגעשריגן בקול חוצב להבת אש.
חכמת שלמה איז די רעקארדינג אמת ?

גוט פאר ק''ש ליינער, צו וויסן ווער דער וויינגארטן (וואס פירט זיך לויט די קיצור ש''ע) איז,
ווען מ'לאזט נישט א מאמע רעדן צו אירע קינדער, און זי אנטלויפט מיט זיי, צו קענען רעדן און זיין מיט זיי
וואס איז די אמת'ע תורה'דיגע וועג זיך צו באציען צו אזא פרוי
״מיר גייען דיר פייטן ביז דיין לעצטע טראפ בלוט!!״
(מן הסתם האבן זיך אזוי געפירט אלע ערליכע אידן במשך די דורות (-פון קולטס)

פארדעכטיגער » מיטוואך מערץ 13, 2024 10:40 am

· #554713
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
אונז האלטן אין איין איבערקייען די זעלבע זאך. יא די מיידל ווייבל איז אריבער א ביטערע שווערע 5 יאר, דאס קען יעדער פארשטיין. די פראבלעם איז נאר אז די גאווערמענט Couldn't care less, זיי זענען נישט אירע טעראפיסטן אדער פרענדס, ניטאמאל האבן זיי א אידישע הארץ, זיי שלאפן רואיג ביינאכט נישט קיין חילוק וואס זי גייט אריבער. זיי וואלטן געשלאפן רואיג ביינאכט אפילו אויב זי וואלט נאך היינט געבליבן אין בבל. זיי זענען לויערס פאר די גאווערמענט און זיי ווילן צוגרינד לייגן ווער ס'קומט נאר זייער וועג. זיי דארפן געווינען א יעדע פעדעראלע קעיס ווייל זיי זענען די יו.עס. גאווערמענט, און דאס איז זייער דזשאב, צו אונז ווילן יא אדער נישט. קיינער פרעגט אונז נישט ווער זאל ווערן אנגעקלאגט אדער ווילאנג די וויינגארטענס זאלן זיצן אין חד גדיא. דאס גייט די דזשאדזש מיט די דזשורי אפמאכן.

צוריק צום פוינט, ס'איז זייער עמאשינעל און ווייטאגליך צו זעהן עני פון די בריוון, אבער אזוי ווי געזאגט די דזאדזש זיכער גייט איהם עס נישט אן, ער זיצט אויפן בענטש און אינפארסט די געזעץ פון לאנד. דאס איז זיין דזשאב נישט קיין חילוק צו זי האט געוואלט גיין אדער נישט געוואלט, זי האט נישט געהאט קיין טשויס, די געזעץ זאגט זי באלאנגט פאר איר מאמע קליער און קאוט.

יא, זי דארף גיין פאר שווערע טערעפי און זיך היילן, אוודאי איז עס ביטער שווער פאר א קינד צו ווערן א פאוקוס אויף כמעט א דאזען ארעסטס און טרייעלס. אפילו פאר א אדאלט פון 30 יאר איז עס שווער. פאר איר די מאמע איז עס ביטער שווער. פאר די עדות'ער און די קעיס איז עס שווער. אבער קיינעם גייט עס נישט אן, די דשאדזש און די לויערס פאר די גאווערמענט האבן שוין מיטגעהאלטן ערגערס פאר יארן לאנג. דעס טוען זיי פאר א ליווינג א יעדע דעם טאג, און זיי שלאפן יעדע נאכט רואיג.

בכלל האלט איך אז די גאנצע חלק וואס לב טהור טענה'עט אז די גאווערמענט וויל זיי אונטערברענגען איז אזא מין הוקס פוקס. כאילו טאמער דא וואלט געווען עפעס א חסידישע איד פון ברוקלין וואלט די קעיס געגאנגען עפעס אנדערש? און נאכמער אפילו ווען די קעיס וואלט געווען עפעס א שווארצע גוי וואס ראנט א קומיוניטי ערגעץ אין א פארווישטע לענדל און זיי האבן געהאט די העזה צו "ראטעווען" קינדער אינמיטן די נאכט ארויס פון זייער מאמעס הענט, זיי אנטון פארשטעלטע קליידער מען זאל זיי נישט דערקענען, און זיי קראסען די בארדער צוריק צו זייער פארשטיפטע לענדל מיט בירט סערטיפיקעטס פון אנדערע קינדער אז מען זאל זיי נישט כאפן, וואלט דען די גאווערמענט זיך אויפגעפירט אנדערש??? וואלט די גאווערמענט געשוינט די דעפענדעטס??? נישט געפייט זיי צו קאנוויקטען און פאקן אין חד גדיא פאר לעבן???

ס'איז אזעלכע שטותים. און די זעלבע פלעי בוק וואס די לב טהור פלעין שוין זיי די ניינטי יארן, נאר אויף זיי פארלייגט מען זיך, און די גאווערמענט וויל זיי אונטערברענגען, זיי זענען ממש די קרבן ציבור...

"יו דיד די קריים יו פעי די טיים!"

פארדעכטיגער » מיטוואך מערץ 13, 2024 12:38 pm

· #554732
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
און נאך איין פוינט אויב איך מעג צולייגן.
די קריים איז אגענסט די יונייטעד סטעיטס, נישט איר. די אלע בריוון און פילינגס וואלט אפשר געווען גוט און סיוויל קאורט, נישט אין קרימינעל ווי זי איז בכלל נישט די תובע. די תובע איז די גאווערמענט פאר א קריים וואס איז געטוען געווארן א קעגן די געזעץ פון לאנד. דא איז זי א אורח פינקט ווי יעדעם, אזוי ווייט אז די גאווערמענט האט איר סאפינעט צו קומען און קאורט, און זיי האבן די כח דאס צו טוען, זיי קענען איר צווינגען צו טעסטעפיין כדאי זיי זאלן קענען אויפיייזן די גילט פון די דיפענדענס.
[ווי זי האט יא א ליגעל רעכט צו געבן איר סעי און איר פילינגס, איז נאר ביי די סענטעסינג. דארט איז דא ליגעל רעכט פאר די באטראפענע פון די קעיס צו זאגן זייער מיינונג און זייער געפיל, און אזוי אויך בעטן די דזאדזש צו געבן מער אדער ווייניגער יארן און תפיסה. אבער דאס אלעס איז נאר נאך די טריייעל איז אווער און סאיז דא א קאנוויקשען און די קעיס, און דעמאלטס האבן די דעפענדעט אויך א רעכט צו זאגן און בעטן וואס זיי פילען און ווילען, און געוויסע פעלער קענען אפילו די פעמילי פון די דיפענדענטס אויך האבן א רעכט צו רעדן].

חכם מכל האדם » מיטוואך מערץ 13, 2024 5:06 pm

· #554781
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
קומען אריין באריכטן/שפיצן פונעם היינטיגן געריכט.

אינדערפרי האט די גאווערמענט גערופן פאר עדות עפעס א דאקטאר/ עקספערט בנוגע די פילן וואס לב טהור האט געשיקט פאר די וויקטים / נערה. און האט פעסט געשטעלט אז ער האט עס געטעסט און וואפארא מינע פילן דאס איז.

דערנאך ביי לאנטש צייט האט עדות געזאגט א היימישער (איך מיין ער איז פון מאנסי. איך ווייס נישט) אז ער האט גע'עקספארט שמועסן פון א טעלעפון טשעט גרופ פון לב טהור און וואס די שמועסן זענען געווען און אז עס איז אמת די חומר פון רעקארדונגען וואס די רעגירונג האט אין באזיץ. איך ווייס נישט פונקטליך וואס מהערט אויף דעי רעקארדונגען.

דערנאך איז געקומען די רייע פאר א עדות א פליט פון לב טהור וואס איז אנטלאפן אינגאנצן 2 יאר צוריק. ער האט געגאסן חומר און איז געווען גאנץ גוט פאר די גאווערמענט. יעצט האלט מען ביי די קראוס פון דעם עדות.

פאר די שקלא וטריא פון די היינטיגע טאג וועלן מיר מוזן צו ווארטן פאר חכמת שלמה.

חכמת שלמה » מיטוואך מערץ 13, 2024 6:57 pm

· #554805
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
איך האב זייער ווייניג צייט היינט, אפשר שפעטער.

דער היימישער איד פון וועמען איר רעדט, איז ר' שלמה קעניג פון מאנסי, אן עף-בי-איי אגענט, ער ארבעט פאר די פאליציי און צפעליאזירט זיך מיט קאמפיוטערס און העקן וכו', ער איז א ויז'ניצער און אין מאנסי איז ער שטארק באקאנט. זיין עדות'שאפט איז געווען גאנץ קורץ.

דער עדות פליט פון לב-טהור איז געווען האר אויפשטעלנד. מען האלט הערשט ביי קראס. מארגן דארף קומען די מדוברת אליין און דערנאך הויבט זיך אן מיט די עדות פון די אנגעקלאגטע.

איך האף שפעטער צו קומען מיט א דעטאלירטע באריכט.

...
איך בעט איבער דעם עולם מיט די היינטיגע יאגעניש. עס איז היינט געווען א פארנומענע טאג אין בבל - עכ"פ פאר מיר - נאך וואס צען יונגעלייט זענען אריבערגעגאנגען וואוינען אין א באזונדערע הויז צוליב געוויסע סיבות שאי אפשר לפורטם כאן (אפשר אן אנדערן מאל). איך האב זיי געדארפט צוגרייטן דערפאר, פיזיש און מאראליש, הם וביתיהם, איך האב אוועקגעגעבן דערויף עטליכע שעה. איך האף אז אלעס וועט זיך אויסשטעלן ע"צ היותר טוב.

לאמיר האפן אז שפעטער וועל איך האבן מער צייט.

נייעסריפארטער » מיטוואך מערץ 13, 2024 7:29 pm

· #554807
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
חכמת שלמה #


דער עדות פליט פון לב-טהור איז געווען האר אויפשטעלנד. מען האלט הערשט ביי קראס. מארגן דארף קומען די מדוברת אליין און דערנאך הויבט זיך אן מיט די עדות פון די אנגעקלאגטע.

איך האף שפעטער צו קומען מיט א דעטאלירטע באריכט.
מ'האט שוין געענדיגט די קראס מארגן פלאנט די גאווערנמענט צו ברענגען נאך צוויי עדות און דערנאך רעסטן זיי די קעיס.

די דעפענס וועלן ברענגען נחמן העלבראנס און מאיר ראזנער נעקסטע וואך אלץ איינע פון זייער עדות.

חכם מכל האדם » מיטוואך מערץ 13, 2024 7:47 pm

· #554808
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
אוי לאזנים שכך שומעות! - דריקן זיך אויס אלע וואס האבן געהערט מפי העד היינט נאכמיטאג אין געריכט זאל אין ווייט פלעינס ניו יורק וואספארא רשעות און אויפפירונג די באשולדיגטע פלעגן אלץ אפטוהן פאר כל הבא לידם אין בבל.

דער עדות האט דערציילט - צומאל זיך צו וויינט - וויאזוי יעקב נחום וויינגארטן האט אים געקנסט אין בבל 4 יאר צוריק ווען זיי האבן אויסגעפונען אז ער האט גערעדט טעלעפאניש מיט זיין ברודער - וואס האט פארלאזט די קהילה א יאר בעפאר - דורך א סעלפאון אן רשות און אקעגן די תקנות סדום/המקום. ער איז פארשיקט געווארן צו א גוי אין בעקיארד פאר 7 חדשים. געשלאפן דארט.. נישט געמעגט רעדן מיט קיינעם פון די קהילה פאר חדשים לאנג. און אז ער האט נאר באקומען עסן איינמאל א וואך ! השם ישמרנו.

דערנאך האט ער באקומען א באפעל - א מכלומשטע תיקון פאר זיין נשמה - אז ער וועט מוזן וואנדערן פאר עטליכע חדשים קיין ניו יורק באגלייט דורך 2 משגיחים 24 שעה אין טאג אן קיין טעלפאון גענצליך אפגעהאקט פון זיין משפחה צו זאמלען געלט פאר זיינע אויבערהארן (די הנהלה) .שפעטער ווען ער איז געווען שוין צוריק אין בבל האט ער עס מער נישט אויסגעהאלטן און איז צום סוף אנטלאפן פון דארט בערם ובחוסר כל מיט די נשמה אין די האנט.

אזוי אויך האט ער מרחיב געווען בדיבור וויאזוי די וויינגארטןס האבן קאנטראלירט די טאג טעגליכע לעבן. ספעציעל דברים שבין איש לאשתו. אלעס האט מען אלעמאל געמוזט אראפשרייבן און זיך מתודא זיין. שווערן. ווידוי. וכדומה.

אזוי אויך האט ער דערציילט אז ווען די קידנעפונג איז פארגעקומען דא 6 יאר צוריק שבת חנוכה אינמיטן די נאכט, האט מען געהייסן די גאנצע קהילה דארט אין בבל צו קומען אין ביהמד באישון לילה 3 אזייגער צו זאגן תהלים ברוב עם אז די הצלה/קידנעפונג מיסיע פון די טעללער קינדער זאל מצליח זיין אין ניו יורק.

ער האט פארציילט אז בשעת מעשה האבן זיך נישט געפונען אין בבל נחמן העלבראנץ. מאיר יששכר ראזנער. און יואל און שמואל וויינגארטן. און אז עס האט נאך קיינמאל בעפאר נישט פאסירט אז אזויפיל פון די הנהלה זאל אוועקפארן פון די קהילה אינאיינעם די זעלבע צייט צוליב א מיסיע.

נאך לאנטש ביי קראוס. האבן די וויינגארטןס אים פרובירט צו טרעפן ביי סתירות. און געוואלט אנשטעלן כאילו זיי זענען אלעמאל געווען פיינע מענטשן און ווי גוט די קהילה איז. און אז ער איז נאר אנטלאפן פון דארט ווייל ער האט געוואלט ווערן א גוי. און אז ער קומט דא יעצט עדות זאגן נאר ווייל זיין ווייב האט אים ארויסגעווארפן פון שטוב אין בבל. ער האט ווידערגעשטעלט אז ער האט נישט געוואלט דא קומען עדות זאגן ווייל ער וויל נישט וויי טוהן זיין משפחה פון בבל אבער ער איז געקומען בלית ברירה צוליב די סובפינע וואס ער האט באקומען פון די גאווערמענט.

א גאר דראמאטישע אנטוויקלונג איז געווען תיקף נאך די לאנטש הפסקה. ממש בעפאר די קראוס האט זיך אנגעהויבן אקעגן דעי עדות. ווען די פראסעקיוטער האט אים געפרעגט הויעך צו ער האט יעצט ביי די לאנטש הפסקה באקומען 3 טעלעפאון רופן פון די שוועסטער פון די וויינגארטןס/באשילדיגטע. אויף וואס ער האט געענטפערט אז יא אבער ער האט נישט געענטפערט איר קאל. און אז זי האט אים שוין נישט גערופן פאר די לעצטע 6 חדשים.. - דאס איז וויטנעס טעמפערינג אפן העכסטן דוגרי. עס שטעלט זיך ארויס די וויינגארטןס האבן געשיקט דעם שוועסטער וואס געפונט זיך דא אין ניו יורק צו פרעשורן דעי עדות נישט צו רעדן אפילו ווען ער האלט שוין אינמיטן טעסטיפייען.. עמי בבית אין געריכט הויז האבן זיי נאך פרובירט מיט דרוק...

חכמת שלמה. זיי מוחל און נעם איבער דאס ווארט ...

סבא דבהתא » מיטוואך מערץ 13, 2024 7:49 pm

· #554809
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
איינער ווייסט פון ווי האט לב טהור געלט צו פינאנצירן די אלע טייערע לויערס? איינער פון זייערע מענטשן ארבעטן דען? זענען דא אידן וואס גיבן זיי געלט מרצונם הטוב? אדער האבן זיי אומשולדיג אויסזעענדע פאנדרעיזערס וואס גייען ארום צווישן די המון עם און תמימי לב שטיצן זיי בלא יודעים? אויב יא זאל מען ביטע אריינשיקן בילדער פון די יעניגע

נייעסריפארטער » מיטוואך מערץ 13, 2024 8:54 pm

· #554812
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
סבא דבהתא #
איינער ווייסט פון ווי האט לב טהור געלט צו פינאנצירן די אלע טייערע לויערס? איינער פון זייערע מענטשן ארבעטן דען? זענען דא אידן וואס גיבן זיי געלט מרצונם הטוב? אדער האבן זיי אומשולדיג אויסזעענדע פאנדרעיזערס וואס גייען ארום צווישן די המון עם און תמימי לב שטיצן זיי בלא יודעים? אויב יא זאל מען ביטע אריינשיקן בילדער פון די יעניגע
זיי האבען נאר stand by attorneys וואס איז לכאורה געספאנסערט ביי די גאווערנמענט.

אפרים » מיטוואך מערץ 13, 2024 9:17 pm

· #554818
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
חכם מכל האדם #
אוי לאזנים שכך שומעות! - דריקן זיך אויס אלע וואס האבן געהערט מפי העד היינט נאכמיטאג אין געריכט זאל אין ווייט פלעינס ניו יורק וואספארא רשעות און אויפפירונג די באשולדיגטע פלעגן אלץ אפטוהן פאר כל הבא לידם אין בבל.

דער עדות האט דערציילט - צומאל זיך צו וויינט - וויאזוי יעקב נחום וויינגארטן האט אים געקנסט אין בבל 4 יאר צוריק ווען זיי האבן אויסגעפונען אז ער האט גערעדט טעלעפאניש מיט זיין ברודער - וואס האט פארלאזט די קהילה א יאר בעפאר - דורך א סעלפאון אן רשות און אקעגן די תקנות סדום/המקום. ער איז פארשיקט געווארן צו א גוי אין בעקיארד פאר 7 חדשים. געשלאפן דארט.. נישט געמעגט רעדן מיט קיינעם פון די קהילה פאר חדשים לאנג. און אז ער האט נאר באקומען עסן איינמאל א וואך ! השם ישמרנו.

דערנאך האט ער באקומען א באפעל - א מכלומשטע תיקון פאר זיין נשמה - אז ער וועט מוזן וואנדערן פאר עטליכע חדשים קיין ניו יורק באגלייט דורך 2 משגיחים 24 שעה אין טאג אן קיין טעלפאון גענצליך אפגעהאקט פון זיין משפחה צו זאמלען געלט פאר זיינע אויבערהארן (די הנהלה) .שפעטער ווען ער איז געווען שוין צוריק אין בבל האט ער עס מער נישט אויסגעהאלטן און איז צום סוף אנטלאפן פון דארט בערם ובחוסר כל מיט די נשמה אין די האנט.

אזוי אויך האט ער מרחיב געווען בדיבור וויאזוי די וויינגארטןס האבן קאנטראלירט די טאג טעגליכע לעבן. ספעציעל דברים שבין איש לאשתו. אלעס האט מען אלעמאל געמוזט אראפשרייבן און זיך מתודא זיין. שווערן. ווידוי. וכדומה.

אזוי אויך האט ער דערציילט אז ווען די קידנעפונג איז פארגעקומען דא 6 יאר צוריק שבת חנוכה אינמיטן די נאכט, האט מען געהייסן די גאנצע קהילה דארט אין בבל צו קומען אין ביהמד באישון לילה 3 אזייגער צו זאגן תהלים ברוב עם אז די הצלה/קידנעפונג מיסיע פון די טעללער קינדער זאל מצליח זיין אין ניו יורק.

ער האט פארציילט אז בשעת מעשה האבן זיך נישט געפונען אין בבל נחמן העלבראנץ. מאיר יששכר ראזנער. און יואל און שמואל וויינגארטן. און אז עס האט נאך קיינמאל בעפאר נישט פאסירט אז אזויפיל פון די הנהלה זאל אוועקפארן פון די קהילה אינאיינעם די זעלבע צייט צוליב א מיסיע.

נאך לאנטש ביי קראוס. האבן די וויינגארטןס אים פרובירט צו טרעפן ביי סתירות. און געוואלט אנשטעלן כאילו זיי זענען אלעמאל געווען פיינע מענטשן און ווי גוט די קהילה איז. און אז ער איז נאר אנטלאפן פון דארט ווייל ער האט געוואלט ווערן א גוי. און אז ער קומט דא יעצט עדות זאגן נאר ווייל זיין ווייב האט אים ארויסגעווארפן פון שטוב אין בבל. ער האט ווידערגעשטעלט אז ער האט נישט געוואלט דא קומען עדות זאגן ווייל ער וויל נישט וויי טוהן זיין משפחה פון בבל אבער ער איז געקומען בלית ברירה צוליב די סובפינע וואס ער האט באקומען פון די גאווערמענט.

איך בין די עדות וואס האט היינט טסטפייט אין קורט.

איך קען באשטעטיגן אז דאס איז מער ווייניגער וואס האט היינט פארגעגאנגען.

נייעסריפארטער » מיטוואך מערץ 13, 2024 9:31 pm

· #554824
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
אפרים #

איך בין די עדות וואס האט היינט טסטפייט אין קורט.

איך קען באשטעטיגן אז דאס איז מער ווייניגער וואס האט היינט פארגעגאנגען.
שלום עליכם, אפשר קענט איר דא מרחיב הדיבור זיין וואס גייט באמת פאר דארט און וויאזוי די וויינגארטענס זענען געווען פארמישט אינעם קידנעפינג.

אויך וויאזוי דיין לעבן גייט יעצט אהן נאך אזוי פיל טראמא פון דעם פלאץ.

סוף טוב הכל טוב » מיטוואך מערץ 13, 2024 9:57 pm

· #554830
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
געוואגטער #
סוף טוב הכל טוב #
שרעקליך!!

זעהט איר דען נישט אז דער שופט איז גענויגט קעגן אייך?

וואס איז דער פלאן זיך ארויסצודרייען? נאכדערצו אן קיין לויער!
ווען אין די לעצטע 30 יאר און מער, האט א היימישע איד געווינען א פעדעראל דזשארי טרייל אין אמעריקע???
אין היסטארי איז נאך אזאנס נישט געווען, איז פארוואס בכלל מיינסטו אז דא איז אנדערש?

נאר וואס דען? די סעלאשן אין פלאן איז: לכתחילה די אפעיל, דארט קוקט מען נישט אויפ פאליטיק, חשבונות דארט מוז מען קוקען נאר אויפן געזעץ, אין דעם קעיס ב"ה האט מען די געזעץ אויף די דעפענס זייט.

עס מאכט נישט אויס ווי די שופט איז גענוטיגט, וואט מעטער'ס איז די געזעץ!

א לויער קען העלפן אבער קען נישט טון די ארבעט אליין..
וויאזוי ווייסט מען שוין אז מ'וועט קענען אפיעלען?
בפרט נאך א דזשורי טרייעל, קען מען נישט אפיעלן אויף פאקטן, בלויז אויף לעגאלע טענות. נו, וואס פארא טענות ווייסט מען שוין אז מ'גייט קענען האבן?

מילך טראק » מיטוואך מערץ 13, 2024 11:17 pm

· #554844
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
פארוואס איז די געזעץ אויף די דעפענס זייט?

חכם מכל האדם » מיטוואך מערץ 13, 2024 11:45 pm

· #554850
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
להרחבת הענין. האט די גאווערמענט היינט געווען זייער פארנומען מיט א וויכטיגע פונקט אין די קעיס. און אזוי אויך מארגן ווען די מדוברת / נערה גייט קומען אויף די סטענד. ווילן זיי זיך צוגרייטן און זיך באווארענען מיט אלע מיטלן א וויכטיגע דיפענס פאוינט.

די גאווערמענט האט היינט ברייט צושמירט א נושא וואס זיי רישן זיך די דיפענס גייט ניצן. דהיינו, אז אין לב טהור איז געווען א אפט גענוצטע מיטל פון שרייבן בריוון צו די הנהלה מיט ווידוי חטאים. בקשות. הודאות. שבועות. און דעי אלע זאכן האבן די הנהלה זעלבסט פארלאנגט פון זייערע מיטגלידער צו שרייבן צו זיי. זיך מודה זיין צו די הנהלה בכתב אויף זאכן וואס האבן קיינמאל פאסירט,

די עדות היינט אפן סטענד האט ברייט ארומגערעדט פון דעי פעעטישש וואס די וויינגארטןס האבן אלעמאל געהאט. אויף אזוי ווייט אז ער האט געפונען אין בבל א ווידוי דברים בריוו געשריבן פון איינע פון די מיטגלידער דארט צו די וויינגארטןס פון 180 בלעטער געשריבן בכתב און ווען זיי האבן זיך אוועקגעצויגן פון איין פלאץ צום צווייטן האט וויינגארטן אים געהייסן שנעל פארברענען דעי בריוון. אזוי אויך האט ער געפונען דארט פולע בריוון פון מענטשן צו וויינגארטןס מיט אלע מינע זעלבסט באשילדוגינגס אויך זיך פון אסאך קהילה מיטגליגער.

ספעציעל האבן די וויינגארטןס פארלאנגט כסדר פון די קהילה מיטגלידער צו שרייבן צו זיי אלע סעקסשועל דיזייערס וואס מהאט אין קאפ. און אויב מהאט נישט געשריבן גענוג האבן זיי עס אפגעווארפן און געזאגט אז מהאט נישט געשריבן אלעס וואס מהאט אין קאפ... די גאווערמענט וויל שטעלן א הנחה אז וואס משרייבט דארט אין לב טהור צו די וויינגארטןס איז קאנטראלט און האט נישט קיין האפט. עס איז נישט נאטוראל געשריבן און דארט איז אלעמאל געווען די סדר צו שרייבן בריוון צו צופרידנשטעלן די הנהלה ...

דעיס גייט דירעקט אקעגן די בריוון די דיפענדענטס פלאנען צו ארויפברענגען אלס א הוכחה אויף זייער אומשילד.

חכם מכל האדם » מיטוואך מערץ 13, 2024 11:54 pm

· #554853
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
מארגן ווען די נערה גייט זיין אפן סטענד איז נישט צו ערווארטן עפעס זאל בכלל ארויסקומען דערפון לטובת די גאווערמענט. זי וויל נישט העלפן די גאווערמענט דא. נאר די גאווערמענט וויל נישט איבערלאזן קיין שום סורפרייזעס פאר די דזשורי ווען זיי וויסן אז די די דיפענס גייט איר ממילא ארויפברענגען אפן סטענד. קענען זיי באשטיין זי זאל שוין אלעס האבן געזאגט יעצט ווען זיי רופן איר.

עס איז דא א באוויסטע כלל אין טרייעלס. "נעווער לעט די אדער סייד סורפרייס די דזשורי" . Never let the other side surprise the jury.

צוליב דעם גלייבט מען די גאווערמענט וויל איר שוין יעצט רופן. און פארשטייט זיך אז די בריוון וואס חכמת שלמה האט דא פריער געברענגט פון איר וועט זיין אפן סדר היום...

אינגערמאנטשיקל » דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:25 am

· #554855
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
חכם מכל האדם #
די בריוון וואס חכמת שלמה האט דא פריער געברענגט
מיינטס אודאי וואס @געוואגטער האט געברענגט.

(מ'קען זיך טועה זיין)

חכמת שלמה » דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:36 am

· #554857
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
די היינטיגע טאג איז מער ווייניגער געדעקט אין קאווע שטיבל, מיט מינדערוויכטיגע שינויים, און צייט האב איך נישט, וועל איך עס לאזן אזוי ווי עס איז.

בלויז איין קלייניגקייט וויל איך קלארשטעלן, איבער דער טעלפאן קאל וואס איז געמאכט געווארן ביי ריסעס, דאס איז א רשעות און נישט קיין שיינע זאך געווען, וגופא דעובדא היכא הוה: די היינטיגע עדות, איז א ברודער פון אן עדות וואס דארף קומען עדות זאגן לטובת לב-טהור. עס האט געהייסן אז דער גאווערמענט גייט היינט ענדיגן און מען גייט אנהויבן מיט די עדות פון די וויטנעס, און די לויער פון די וויטנעס האט היינט געמאלדן פאר יענעם עד, אז ער זאל זיין גרייט צו קומען אין קארט, ווייל עס קען זיין אז מען וועט אים היינט רופן.

ווי אינטערעסאנט עס הערט זיך, די צוויי ברידער רעדן אינאיינעם און טראץ די מיינונגס פארשידנהייטן צווישן זיי אין געוויסע הינזיכטן, לעבן זיי זיך ברודערליך. וויבאלד ער האט געוואוסט אז זיין ברודער געפינט זיך היינט אין קארט זאגן עדות קעגן לב-טהור, האט ער געוואלט וויסן וואו ער האלט און צי ער דארף טאקע אריבערקומען אין קארט היינט. דעריבער האט ער פראבירט צו כאפן זיין ברודער ביי ריסעס עטליכע מאל און ער האט נישט אויפגעהויבן. האט מען געמאכט דערפון א גאנצער בלבול אז ער וויל שטערן דזשאסטעס וכו'...

אפרים » דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:38 am

· #554858
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
חכמת שלמה #

...
איך בעט איבער דעם עולם מיט די היינטיגע יאגעניש. עס איז היינט געווען א פארנומענע טאג אין בבל - עכ"פ פאר מיר - נאך וואס צען יונגעלייט זענען אריבערגעגאנגען וואוינען אין א באזונדערע הויז צוליב געוויסע סיבות שאי אפשר לפורטם כאן (אפשר אן אנדערן מאל). איך האב זיי געדארפט צוגרייטן דערפאר, פיזיש און מאראליש, הם וביתיהם, איך האב אוועקגעגעבן דערויף עטליכע שעה. איך האף אז אלעס וועט זיך אויסשטעלן ע"צ היותר טוב.

לאמיר האפן אז שפעטער וועל איך האבן מער צייט.

אויב דו קענסט נישט מפרט זיין די סיבות פאר וואס זענען די 10 יונגע-לייט זענען אריבער געגאנגען וואוינען אין א באזונדרע הויז וועל איך עס מפרט זיין.

איינע פון דעיע 10 יונגע-לייט וואס איז קוים 15 יאר אלט האט מיר זונטאג נאכט גיקאנטאקט אז נחמן העלבנס געבט יעצט א דרשה פון תפוסה וואס ער באפעלט מחרים זיין 10 משפחות הם נשיהם ובניהם ובנותיהם פאר 6 חדשים א שטראף ווייל מהאט גיכאפט די מענער האבן שייכות מיט מענטשן וואס זענען ארויס פון די קהילה אדער סתם מיט די דרויסנדיגן וועלט.

יעצט. אינטרען טיש וועט נישט נחמן מחרים זיין 10 גאנצע משפחות ווייל זיי וועלן עס נישט אויסהאלטן און וועלן עהם אפלאזן. אבער אזוי האט ער גיזאגט ברבים כדי די ווייבער זאלן יעצט קומען וויינען היתכן זיי האבן דאך גארנישט געטוהן פאר וואס שטראפט מען זיי?? נאכדעם. וועלן די ווייבער זיך ארום קריגן מיט זייער מענער אז היתכן וועגן זיי דארפן זיי ליידן??

יעצט נאךדעם וואס די שלום בית האלט זיך ביים צוברעכן און די ווייבער האלטן און איין וויינען צו די הנהלה אז זיי זענען נישט שילדיג. היינט איז געקומען נחמן אין גיזאגט: ווייסט וואס נאר די מענער באקומען די שטראף בתנאי אז די ווייבער וועלן נישט האבן קיין שייכות מיט זייער מענער כל זמן די עונש גייט אן.

יעצט אוודאי וועלן די ווייבער אנעמען די תנאי ווייל זיי זענען שוין אויף נאדלעך 2 טעג און צוקריגט מיט די מענער.

און די מענער קענען מער נישט דא פלאנען א מרידה ווייל זייער ווייבער רעדן נישט מיט זיי.

ממילא די איינציגסטע ברירה וואס בלייבט זיי איבער איז צו שמאכטן די נעקסטע 6 חדשים אין חרם איינגישפארט אין א דירה אפגיטיילט פון יעדן.

דאס איז אביסל צו פארשטיין ווי אזוי די קאפ פון לב טהור פירער ארבעט אינטערן טיש אן דעם שיינעם דעקל וואס חכמת שלמה טרייט דא צו פארדעקן...

אפרים » דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:43 am

· #554859
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
חכמת שלמה #
די היינטיגע טאג איז מער ווייניגער געדעקט אין קאווע שטיבל, מיט מינדערוויכטיגע שינויים, און צייט האב איך נישט, וועל איך עס לאזן אזוי ווי עס איז.

בלויז איין קלייניגקייט וויל איך קלארשטעלן, איבער דער טעלפאן קאל וואס איז געמאכט געווארן ביי ריסעס, דאס איז א רשעות און נישט קיין שיינע זאך געווען, וגופא דעובדא היכא הוה: די היינטיגע עדות, איז א ברודער פון אן עדות וואס דארף קומען עדות זאגן לטובת לב-טהור. עס האט געהייסן אז דער גאווערמענט גייט היינט ענדיגן און מען גייט אנהויבן מיט די עדות פון די וויטנעס, און די לויער פון די וויטנעס האט היינט געמאלדן פאר יענעם עד, אז ער זאל זיין גרייט צו קומען אין קארט, ווייל עס קען זיין אז מען וועט אים היינט רופן.

ווי אינטערעסאנט עס הערט זיך, די צוויי ברידער רעדן אינאיינעם און טראץ די מיינונגס פארשידנהייטן צווישן זיי אין געוויסע הינזיכטן, לעבן זיי זיך ברודערליך. וויבאלד ער האט געוואוסט אז זיין ברודער געפינט זיך היינט אין קארט זאגן עדות קעגן לב-טהור, האט ער געוואלט וויסן וואו ער האלט און צי ער דארף טאקע אריבערקומען אין קארט היינט. דעריבער האט ער פראבירט צו כאפן זיין ברודער ביי ריסעס עטליכע מאל און ער האט נישט אויפגעהויבן. האט מען געמאכט דערפון א גאנצער בלבול אז ער וויל שטערן דזשאסטעס וכו'...



איך קען באשטעטיגן אז די פוינט וואס דו ברענגסט דא ארויס איז ריכטיג

חכם מכל האדם » דאנערשטאג מערץ 14, 2024 1:06 am

· #554860
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
אינגערמאנטשיקל #
חכם מכל האדם #
די בריוון וואס חכמת שלמה האט דא פריער געברענגט
מיינטס אודאי וואס @געוואגטער האט געברענגט.

(מ'קען זיך טועה זיין)
יא יא ריכטיג

חכמת שלמה » דאנערשטאג מערץ 14, 2024 1:37 am

· #554863
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
אפרים #

איך קען באשטעטיגן אז די פוינט וואס דו ברענגסט דא ארויס איז ריכטיג
יישר כח פארן באשטעטיגן!

איך וויל דיר נישט צימבלען (דו האסט באמערקט אז ווען איך האב געשריבן וועגן דיר, האב איך נישט ארויסגעשריבן דיין נאמען, מפני כבודך...), אבער איך וועל זיך ערלויבן דיר צו פרעגן א קושיא.

אויב דו ווייסט אז די פוינט וואס איך האב געשריבן איז ריכטיג, פארוואס האסטו געענטפערט מיט א גלאטקייט אויף די שאלה, מאכנדיג די רושם אז מען האט דיר געוואלט איבעררעדן אדער סטראשען וכו', וואס האט אזוי געקענט משמע זיין פאר די דזשורי? - פארוואס האסטו נישט קלארגעשטעלט דעם פאקט?

חכמת שלמה » דאנערשטאג מערץ 14, 2024 1:42 am

· #554864
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
אפרים #

אויב דו קענסט נישט מפרט זיין די סיבות פאר וואס זענען די 10 יונגע-לייט זענען אריבער געגאנגען וואוינען אין א באזונדרע הויז וועל איך עס מפרט זיין.

איינע פון דעיע 10 יונגע-לייט וואס איז קוים 15 יאר אלט האט מיר זונטאג נאכט גיקאנטאקט אז נחמן העלבנס געבט יעצט א דרשה פון תפוסה וואס ער באפעלט מחרים זיין 10 משפחות הם נשיהם ובניהם ובנותיהם פאר 6 חדשים א שטראף ווייל מהאט גיכאפט די מענער האבן שייכות מיט מענטשן וואס זענען ארויס פון די קהילה אדער סתם מיט די דרויסנדיגן וועלט.

יעצט. אינטרען טיש וועט נישט נחמן מחרים זיין 10 גאנצע משפחות ווייל זיי וועלן עס נישט אויסהאלטן און וועלן עהם אפלאזן. אבער אזוי האט ער גיזאגט ברבים כדי די ווייבער זאלן יעצט קומען וויינען היתכן זיי האבן דאך גארנישט געטוהן פאר וואס שטראפט מען זיי?? נאכדעם. וועלן די ווייבער זיך ארום קריגן מיט זייער מענער אז היתכן וועגן זיי דארפן זיי ליידן??

יעצט נאךדעם וואס די שלום בית האלט זיך ביים צוברעכן און די ווייבער האלטן און איין וויינען צו די הנהלה אז זיי זענען נישט שילדיג. היינט איז געקומען נחמן אין גיזאגט: ווייסט וואס נאר די מענער באקומען די שטראף בתנאי אז די ווייבער וועלן נישט האבן קיין שייכות מיט זייער מענער כל זמן די עונש גייט אן.

יעצט אוודאי וועלן די ווייבער אנעמען די תנאי ווייל זיי זענען שוין אויף נאדלעך 2 טעג און צוקריגט מיט די מענער.

און די מענער קענען מער נישט דא פלאנען א מרידה ווייל זייער ווייבער רעדן נישט מיט זיי.

ממילא די איינציגסטע ברירה וואס בלייבט זיי איבער איז צו שמאכטן די נעקסטע 6 חדשים אין חרם איינגישפארט אין א דירה אפגיטיילט פון יעדן.

דאס איז אביסל צו פארשטיין ווי אזוי די קאפ פון לב טהור פירער ארבעט אינטערן טיש אן דעם שיינעם דעקל וואס חכמת שלמה טרייט דא צו פארדעקן...
איך וויל בלויז צולייגן, אז דער סדר אין לב-טהור גייט צו, אז ווען מען גיבט ארויס אזא שטראף איז דאס לאו-דוקא אז מען איז מקיים דעם עונש. פאריגע מאל, ווען דריי יונגעלייט האבן געפלאנט אריבערצוגיין צו די נייע קהילה, האט דער חכם געהאלטן א גאנצע דרשה מיט עונשים פאר די יונגעלייט, אז זיי טארן נישט אהיימגיין פאר א גאנצע יאר, מען טאר זיי נישט גריסן וכו' וכו'. די עונשים זענען קיינמאל נישט אינפארסירט געווארן (אפשר פאר א קורצע צייט). ביי אונז איז פארהאן דער כלל פון מודה ועוזב ירוחם, א יונגערמאן ווייזט ארויס אמת'ע חרטה און תשובה, נעמט מען דאס אן און מען שטראפט נישט. אזוי איז געווען פאריגע מאל און איך גלויב אז יעצט וועט אויך זיין די זעלבע.

אגב, זיי זענען נאכנישט אריבערגעגאנגען... דערווייל איז דאס בלויז דיבורים, הגם מען גרייט זיך דערויף... פאר די אינטערעסע פונעם ציבור וועל איך צולייגן, אז דער פלאן איז אז ר' אוריאל גאלדמאן וועט אריבערקומען יעדן טאג דאווענען מיט די יונגעלייט, מחזק זיין און מדריך זיין. נאך א האלבע יאר וועט אלעס צוריקגיין כתיקונן, כמובן אויב די יונגעלייט וועלן זיך צושטעלן.

חיי עולם » דאנערשטאג מערץ 14, 2024 2:02 am

· #554865
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
איך פארשטיי נישט מ’וויל פארלירן נאך מיטגלידער? דאס גייט זיך ענדיגן מיט 4 אנטלאפענע

חכמת שלמה » דאנערשטאג מערץ 14, 2024 2:16 am

· #554867
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
זיי ווילן נישט גיין פון דארט. אויב יא, וואלטן זיי געגאנגען. זיי ווייסן אז מען גייט זיי אריינלייגן אין א הויז, די טיר איז אפן יעצט און ווער עס וויל קען גיין. זיי ווילן נישט גיין, זיי ווילן אריינגיין אין דעם הויז און ארויסקומען פון דארט נאך זעקס חדשים (אדער פריער - ווי זיי ווייסן אליין אז זאכן ווערן גרינגער במשך די צייט).

אזא מעלדונג, איבער אזא עונש, מיינט אין אנדערע ווערטער, "גיי ארויס פון דא, גיי". זיי ווילן דאך נישט גיין, זענען זיי גרייט צו טון וואס זיי קענען, אז זיי זאלן קענען דא בלייבן.

עס קוקט דיר אויס מאדנע? - דו פרעגסט די קושיא, פארוואס ווילן זיי טאקע נישט גיין? - די ענטפער איז פארשידענע תירוצים:
1. זיי דארפן זייערע ווייבער. זיי האבן אפילו נישט די אפציע צו טרעפן אנדערע ווייבער אינדרויסן. זיי וועלן קייען מרור און עסן שטרוי ביז זיי וועלן קענען טון א געהעריגע שידוך אינדרויסן, וכולה האי ואולי... ס'איז נישט גרינג. זיי דארפן אהבת נעוריהם, די פרוי וואס פארשטייט זיי און וועלן קענען געהעריג לעבן מיט זיי.
2. זיי האבן נישט וואו צו גיין. זיי האבן נישט קיין באקאנטע אויף די גרויסע וועלט. אפשר וועלן אפאר גוטע אידן רחמנות האבן און צואווארפן עפעס א ביינדל זיי צו העלפן, אבער בדרך כלל וועט זיי דאס לעבן זיין ביטער שווער ערגעץ-אנדערש. פרעג נאר די אנדערע וואס זענען ארויסגעקומען פון דארט, וויפיל זיי האבן זיך געפייניגט דערויף. מאנכע זאגן אז עס איז שווער אין לב-טהור, אנדערע זאגן אז עס איז פיל שווערער פאר א געוועזענע לב-טהור זיך איינצוגלידערן אין דער סוסייעטי אין אמעריקע. זיי ווייסן דאס און זיי קענען נישט מחליט זיין ביי זיך דאס דורכצוגיין. עס איז זיי גרינגער דא צו בלייבן.
3. זיי האבן געשוואוירן ביי א ספר-תורה און זיי ווילן נישט צושטערן זייער שבועה.
4. זיי זענען באמת יראי-שמים און זיי זענען איבערצייגט אז דער אמת איז דא און עס איז כדאי צו ליידן די אלע תיקונים, אבי אנצוקומען צום תיקון.
5... עס זענען פארהאן נאך א סך סיבות פארוואס זיי זאלן נישט וועלן גיין.

הצד השוה שבהם, אז די הנהלה ווייסט אז מען גייט נישט אזוי שנעל פארלירן נאך אנדערע. ממילא זענען זיי גאנץ זיכער מיט זיך.

חכם מכל האדם » דאנערשטאג מערץ 14, 2024 7:50 am

· #554875
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
חכמת שלמה #
די היינטיגע טאג איז מער ווייניגער געדעקט אין קאווע שטיבל, מיט מינדערוויכטיגע שינויים, און צייט האב איך נישט, וועל איך עס לאזן אזוי ווי עס איז.

בלויז איין קלייניגקייט וויל איך קלארשטעלן, איבער דער טעלפאן קאל וואס איז געמאכט געווארן ביי ריסעס, דאס איז א רשעות און נישט קיין שיינע זאך געווען, וגופא דעובדא היכא הוה: די היינטיגע עדות, איז א ברודער פון אן עדות וואס דארף קומען עדות זאגן לטובת לב-טהור. עס האט געהייסן אז דער גאווערמענט גייט היינט ענדיגן און מען גייט אנהויבן מיט די עדות פון די וויטנעס, און די לויער פון די וויטנעס האט היינט געמאלדן פאר יענעם עד, אז ער זאל זיין גרייט צו קומען אין קארט, ווייל עס קען זיין אז מען וועט אים היינט רופן.

ווי אינטערעסאנט עס הערט זיך, די צוויי ברידער רעדן אינאיינעם און טראץ די מיינונגס פארשידנהייטן צווישן זיי אין געוויסע הינזיכטן, לעבן זיי זיך ברודערליך. וויבאלד ער האט געוואוסט אז זיין ברודער געפינט זיך היינט אין קארט זאגן עדות קעגן לב-טהור, האט ער געוואלט וויסן וואו ער האלט און צי ער דארף טאקע אריבערקומען אין קארט היינט. דעריבער האט ער פראבירט צו כאפן זיין ברודער ביי ריסעס עטליכע מאל און ער האט נישט אויפגעהויבן. האט מען געמאכט דערפון א גאנצער בלבול אז ער וויל שטערן דזשאסטעס וכו'...
אזוי גאר? אינטערעסאנט דיין ספין דא. הייסט די עדות פון נעכטן לטובת די גאווערמענט האט באקומען נישט ווייניגער ווי 3 טעלעפאון רופן ביי לאנטש פון א פרוי (וואס איז פערצופאל א שוועסטער מיט די דיפענדענטס) - וואס זי האט אים שוין נישט געקאלט פאר איבער 6 חדשים... - צו פשוט וויסן אויב איר מאן - די ברודער פונעם נעכטיגן עד - זאל שוין קומען אין געריכט צו נישט? - ווי איז פלוצלינג נעלם געווארן די אויבן דערמאנטע לויער פון די עד וואס פלאנט צו קומען לטובת די דיפענדענטס? נישטא נאך א מין וועג אין די וועלט געוואויר צו ווערן ווי מהאלט אין געריכט ? זי האט פונקטליך געוויסט ווען סאיז לאנטש. אבער פשוט נישט געוויסט מער די טעל נומער פון איז מאןס לויער מיט וועם ער האט געהאט קאנטאקט בלויז 1 טאג פריער?

גיוו מי עי ברעיק. סמעל די קאפי.

Visionary » דאנערשטאג מערץ 14, 2024 8:37 am

· #554877
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
חכם מכל האדם #
מארגן ווען די נערה גייט זיין אפן סטענד איז נישט צו ערווארטן עפעס זאל בכלל ארויסקומען דערפון לטובת די גאווערמענט. זי וויל נישט העלפן די גאווערמענט דא. נאר די גאווערמענט וויל נישט איבערלאזן קיין שום סורפרייזעס פאר די דזשורי ווען זיי וויסן אז די די דיפענס גייט איר ממילא ארויפברענגען אפן סטענד. קענען זיי באשטיין זי זאל שוין אלעס האבן געזאגט יעצט ווען זיי רופן איר.

עס איז דא א באוויסטע כלל אין טרייעלס. "נעווער לעט די אדער סייד סורפרייס די דזשורי" . Never let the other side surprise the jury.

צוליב דעם גלייבט מען די גאווערמענט וויל איר שוין יעצט רופן. און פארשטייט זיך אז די בריוון וואס חכמת שלמה האט דא פריער געברענגט פון איר וועט זיין אפן סדר היום...
לויט ווי איך פארשטיי איז דער מיידל שוין יעצט 18 יאהר אלט, ווי וואוינט זי?
אויכט די מאמע, שוועסטער פון נחמן העלבראנס, ווי וואוינט זי און גייט זי נאך מיט די אלע מנהגי הלבוש פון לב טהור?
בכלל, ווי איז יעצט די קהלה פון ל"ט?

Visionary » דאנערשטאג מערץ 14, 2024 8:43 am

· #554878
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
חכמת שלמה #
די היינטיגע טאג איז מער ווייניגער געדעקט אין קאווע שטיבל, מיט מינדערוויכטיגע שינויים, און צייט האב איך נישט, וועל איך עס לאזן אזוי ווי עס איז.

בלויז איין קלייניגקייט וויל איך קלארשטעלן, איבער דער טעלפאן קאל וואס איז געמאכט געווארן ביי ריסעס, דאס איז א רשעות און נישט קיין שיינע זאך געווען, וגופא דעובדא היכא הוה: די היינטיגע עדות, איז א ברודער פון אן עדות וואס דארף קומען עדות זאגן לטובת לב-טהור. עס האט געהייסן אז דער גאווערמענט גייט היינט ענדיגן און מען גייט אנהויבן מיט די עדות פון די וויטנעס, און די לויער פון די וויטנעס האט היינט געמאלדן פאר יענעם עד, אז ער זאל זיין גרייט צו קומען אין קארט, ווייל עס קען זיין אז מען וועט אים היינט רופן.

ווי אינטערעסאנט עס הערט זיך, די צוויי ברידער רעדן אינאיינעם און טראץ די מיינונגס פארשידנהייטן צווישן זיי אין געוויסע הינזיכטן, לעבן זיי זיך ברודערליך. וויבאלד ער האט געוואוסט אז זיין ברודער געפינט זיך היינט אין קארט זאגן עדות קעגן לב-טהור, האט ער געוואלט וויסן וואו ער האלט און צי ער דארף טאקע אריבערקומען אין קארט היינט. דעריבער האט ער פראבירט צו כאפן זיין ברודער ביי ריסעס עטליכע מאל און ער האט נישט אויפגעהויבן. האט מען געמאכט דערפון א גאנצער בלבול אז ער וויל שטערן דזשאסטעס וכו'...
יא, איך פלעג געבן די זעלבא תירוץ פאר מען רבי אין חיידער ווען ער האט מיר געכאפט רעדן.
די וויינגארטן ברודער טוהן זאכן וואס באגראבן זיך אליינס, עס קוקט אויס אז זיי ווייסן בכלל נישט וואס די פראסישזערס פון אן אמעריקאנער קאורט איז. זיי פאפן זיך און זיי מיינען זיי פאפן די געריכט.

נייעסריפארטער » דאנערשטאג מערץ 14, 2024 8:45 am

· #554879
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
חכם מכל האדם #
חכמת שלמה #
די היינטיגע טאג איז מער ווייניגער געדעקט אין קאווע שטיבל, מיט מינדערוויכטיגע שינויים, און צייט האב איך נישט, וועל איך עס לאזן אזוי ווי עס איז.

בלויז איין קלייניגקייט וויל איך קלארשטעלן, איבער דער טעלפאן קאל וואס איז געמאכט געווארן ביי ריסעס, דאס איז א רשעות און נישט קיין שיינע זאך געווען, וגופא דעובדא היכא הוה: די היינטיגע עדות, איז א ברודער פון אן עדות וואס דארף קומען עדות זאגן לטובת לב-טהור. עס האט געהייסן אז דער גאווערמענט גייט היינט ענדיגן און מען גייט אנהויבן מיט די עדות פון די וויטנעס, און די לויער פון די וויטנעס האט היינט געמאלדן פאר יענעם עד, אז ער זאל זיין גרייט צו קומען אין קארט, ווייל עס קען זיין אז מען וועט אים היינט רופן.

ווי אינטערעסאנט עס הערט זיך, די צוויי ברידער רעדן אינאיינעם און טראץ די מיינונגס פארשידנהייטן צווישן זיי אין געוויסע הינזיכטן, לעבן זיי זיך ברודערליך. וויבאלד ער האט געוואוסט אז זיין ברודער געפינט זיך היינט אין קארט זאגן עדות קעגן לב-טהור, האט ער געוואלט וויסן וואו ער האלט און צי ער דארף טאקע אריבערקומען אין קארט היינט. דעריבער האט ער פראבירט צו כאפן זיין ברודער ביי ריסעס עטליכע מאל און ער האט נישט אויפגעהויבן. האט מען געמאכט דערפון א גאנצער בלבול אז ער וויל שטערן דזשאסטעס וכו'...
אזוי גאר? אינטערעסאנט דיין ספין דא. הייסט די עדות פון נעכטן לטובת די גאווערמענט האט באקומען נישט ווייניגער ווי 3 טעלעפאון רופן ביי לאנטש פון א פרוי (וואס איז פערצופאל א שוועסטער מיט די דיפענדענטס) - וואס זי האט אים שוין נישט געקאלט פאר איבער 6 חדשים... - צו פשוט וויסן אויב איר מאן - די ברודער פונעם נעכטיגן עד - זאל שוין קומען אין געריכט צו נישט? - ווי איז פלוצלינג נעלם געווארן די אויבן דערמאנטע לויער פון די עד וואס פלאנט צו קומען לטובת די דיפענדענטס? נישטא נאך א מין וועג אין די וועלט געוואויר צו ווערן ווי מהאלט אין געריכט ? זי האט פונקטליך געוויסט ווען סאיז לאנטש. אבער פשוט נישט געוויסט מער די טעל נומער פון איז מאןס לויער מיט וועם ער האט געהאט קאנטאקט בלויז 1 טאג פריער?

גיוו מי עי ברעיק. סמעל די קאפי.
נישט נאר דאס, נאר די ברידער איז שוין געווען אינדערויסען פון קארט ווען די קאלל איז אריינגעקומען און די עדות האט דאך געזאגט אז די קאלל איז געקומען פון די פרוי און חכמת שלמה זאגט סאיז געקומען פונעם ברידער.

אפרים באשטעטיגט וואס חכמת שלמה האט געשריבען? אויב איז עס טאקע ער, ער האט דאך געזאגט אינטער א שבועה אז די קאלל איז געקומען פון איר?

מילך טראק » דאנערשטאג מערץ 14, 2024 10:46 am

· #554892
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
חכמת שלמה #
אפרים #

אויב דו קענסט נישט מפרט זיין די סיבות פאר וואס זענען די 10 יונגע-לייט זענען אריבער געגאנגען וואוינען אין א באזונדרע הויז וועל איך עס מפרט זיין.

איינע פון דעיע 10 יונגע-לייט וואס איז קוים 15 יאר אלט האט מיר זונטאג נאכט גיקאנטאקט אז נחמן העלבנס געבט יעצט א דרשה פון תפוסה וואס ער באפעלט מחרים זיין 10 משפחות הם נשיהם ובניהם ובנותיהם פאר 6 חדשים א שטראף ווייל מהאט גיכאפט די מענער האבן שייכות מיט מענטשן וואס זענען ארויס פון די קהילה אדער סתם מיט די דרויסנדיגן וועלט.

יעצט. אינטרען טיש וועט נישט נחמן מחרים זיין 10 גאנצע משפחות ווייל זיי וועלן עס נישט אויסהאלטן און וועלן עהם אפלאזן. אבער אזוי האט ער גיזאגט ברבים כדי די ווייבער זאלן יעצט קומען וויינען היתכן זיי האבן דאך גארנישט געטוהן פאר וואס שטראפט מען זיי?? נאכדעם. וועלן די ווייבער זיך ארום קריגן מיט זייער מענער אז היתכן וועגן זיי דארפן זיי ליידן??

יעצט נאךדעם וואס די שלום בית האלט זיך ביים צוברעכן און די ווייבער האלטן און איין וויינען צו די הנהלה אז זיי זענען נישט שילדיג. היינט איז געקומען נחמן אין גיזאגט: ווייסט וואס נאר די מענער באקומען די שטראף בתנאי אז די ווייבער וועלן נישט האבן קיין שייכות מיט זייער מענער כל זמן די עונש גייט אן.

יעצט אוודאי וועלן די ווייבער אנעמען די תנאי ווייל זיי זענען שוין אויף נאדלעך 2 טעג און צוקריגט מיט די מענער.

און די מענער קענען מער נישט דא פלאנען א מרידה ווייל זייער ווייבער רעדן נישט מיט זיי.

ממילא די איינציגסטע ברירה וואס בלייבט זיי איבער איז צו שמאכטן די נעקסטע 6 חדשים אין חרם איינגישפארט אין א דירה אפגיטיילט פון יעדן.

דאס איז אביסל צו פארשטיין ווי אזוי די קאפ פון לב טהור פירער ארבעט אינטערן טיש אן דעם שיינעם דעקל וואס חכמת שלמה טרייט דא צו פארדעקן...
איך וויל בלויז צולייגן, אז דער סדר אין לב-טהור גייט צו, אז ווען מען גיבט ארויס אזא שטראף איז דאס לאו-דוקא אז מען איז מקיים דעם עונש. פאריגע מאל, ווען דריי יונגעלייט האבן געפלאנט אריבערצוגיין צו די נייע קהילה, האט דער חכם געהאלטן א גאנצע דרשה מיט עונשים פאר די יונגעלייט, אז זיי טארן נישט אהיימגיין פאר א גאנצע יאר, מען טאר זיי נישט גריסן וכו' וכו'. די עונשים זענען קיינמאל נישט אינפארסירט געווארן (אפשר פאר א קורצע צייט). ביי אונז איז פארהאן דער כלל פון מודה ועוזב ירוחם, א יונגערמאן ווייזט ארויס אמת'ע חרטה און תשובה, נעמט מען דאס אן און מען שטראפט נישט. אזוי איז געווען פאריגע מאל און איך גלויב אז יעצט וועט אויך זיין די זעלבע.

אגב, זיי זענען נאכנישט אריבערגעגאנגען... דערווייל איז דאס בלויז דיבורים, הגם מען גרייט זיך דערויף... פאר די אינטערעסע פונעם ציבור וועל איך צולייגן, אז דער פלאן איז אז ר' אוריאל גאלדמאן וועט אריבערקומען יעדן טאג דאווענען מיט די יונגעלייט, מחזק זיין און מדריך זיין. נאך א האלבע יאר וועט אלעס צוריקגיין כתיקונן, כמובן אויב די יונגעלייט וועלן זיך צושטעלן.
אין איין ווארט, א חדר פאר טאטעס.

אפרים » דאנערשטאג מערץ 14, 2024 10:48 am

· #554893
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
חכמת שלמה #
אפרים #

איך קען באשטעטיגן אז די פוינט וואס דו ברענגסט דא ארויס איז ריכטיג
יישר כח פארן באשטעטיגן!

איך וויל דיר נישט צימבלען (דו האסט באמערקט אז ווען איך האב געשריבן וועגן דיר, האב איך נישט ארויסגעשריבן דיין נאמען, מפני כבודך...), אבער איך וועל זיך ערלויבן דיר צו פרעגן א קושיא.

אויב דו ווייסט אז די פוינט וואס איך האב געשריבן איז ריכטיג, פארוואס האסטו געענטפערט מיט א גלאטקייט אויף די שאלה, מאכנדיג די רושם אז מען האט דיר געוואלט איבעררעדן אדער סטראשען וכו', וואס האט אזוי געקענט משמע זיין פאר די דזשורי? - פארוואס האסטו נישט קלארגעשטעלט דעם פאקט?
לאמיר קלאר מאכן די מעשה.
קודם כל די פאון קאללס איז געקומען פון די שוועסטער פון די וויינגארטןס און נישט פון די ברודער.
די עדות האט די לעצטע מאל גירעדט מיט וויינגארטן שוועסטער ארום א האלבע יאר צוריק.
נאך לאנטש פאר מאיז צוריק אריין אין קורט האט די גאווערמענט גיבעטן פון די עדות זיין פאון צו זעהן מיט וועם האט ער גירעדט ווער האט גיקאללט וכו ווייל די שופט האט אנגעזאגט נישט צו רעדן מיט קיינעם פון די קעיס דען האבן זיי גיזען די מיסקאללס
פון וויינגארטןס שוועסטער.

ביים טעסטפיין אין קורט קען מען נאר ענפרען אויף שאלות וואס מפרעגט דיר.

ביים קראסן אדער רידרעקט קען מען דיר פרעגן אפילו שאלות וואס דו קענסט נאר ענפרען יא אדער ניין, אן דיר לאזן מסביר זיין.

די גאווערמענט האט גיפרעגט א ליסט מיט שאלות לגבי די פאון קאללס וואס די ענפערט איז גיווען נאר א יא אדער ניין און מיט דעם געבויט א מעשה. (די גאווערמענט האט אבער נישט גיפרעגט פאר וואס פאון קאללס זענען גיווען).

דאס איז א זאך וואס גישעט אין די גאנצע וועלט יעדן טאג אין קורט. די עדות קענען גארנישט טוהן דערוועגן.

אבער די וויינגארטןס זענען דאך נישט קיין לויערס. און אזוי ווי א גאנצע קורט זענען זיי ביזי צו אראפרייס די עדות אנשטאט צו פאוקסן אויף א פוינט וואס קען זיי העלפן. אזוי אויך דא וואלטן זיי פשוט גיקענט פרעגן די עדות: וואס טראכסטו פאר וואס האסטו באקומען די קאללס? דעמאלסט וואלט די עדות גיהאט די מעגליךקייט צו ענפרען וואס ער האלט.

חכמת שלמה » דאנערשטאג מערץ 14, 2024 10:53 am

· #554895
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
קודם האט עס געהייסן אז די פרויען וועלן מיטקומען אין דעם הויז, אבער וויבאלד די פרויען ווילן נישט דורכגיין אזא שטראף פון זיין אפגעזינדערט פון די וועלט אויף זעקס חדשים, און זיי ווילן מיטהאלטן אלע אקטיוויטעטן אין די קהילה, אזוי ווי ביז היינט, וועלן די יונגעלייט זיין דארט אליין פארשפארט אויף זעקס חדשים. צווישן די צען יונגעלייט געפינט זיך איינער פון פערצן און איינער פון פופצן, ביידע שוין פארהייראט. די עלסטע פון די יונגעלייט זענען בערך פערציג.

...
איך קלער אז דאס זענען אלעס רייד וואס מען שמועסט און עס וועט נישט אויסגעפירט ווערן אויף למעשה. אבער מען רעדט דערפון אינגרויסן און מען גרייט זיך דערויף. איך קען נישט צוזאגן אז דאס וועט נישט געשען.

פארדעכטיגער » דאנערשטאג מערץ 14, 2024 10:57 am

· #554898
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
Visionary #
די וויינגארטן ברודער טוהן זאכן וואס באגראבן זיך אליינס, עס קוקט אויס אז זיי ווייסן בכלל נישט וואס די פראסישזערס פון אן אמעריקאנער קאורט איז. זיי פאפן זיך און זיי מיינען זיי פאפן די געריכט.

ביג טיים, און אלעמאהל טוען זיי משוגענע זאכן וואס קיינעם פאלט דאס נישט ביי, אדער דערוואגט זיך נישט צו טוען, נאכדעם ווען ס'קאסט זיי א פרייז האבן זיי א זאק מיט תירוצים. פונקט פונקט האב איך געקאלט איינעם וואס איך רעד שוין נישט פאר א האלב יאר און ער האלט אינמיטן טעסטעפייען אקעגן מיינע ברודערס, אבער איך האב אים נאר געקאלט פרעגן וואס די וועטער איז היינט לעבן די קאורטהויז צו וויסן צו איך דארף מיטברענגען א שירעם אדער א קאוט. יא יא אונז קויפן מיר אלע אפ די תירוצים אזוי ווי אונז קויפן די ברוקלין ברידזש.

אפרים » דאנערשטאג מערץ 14, 2024 11:04 am

· #554900
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
נייעסריפארטער #
חכם מכל האדם #
חכמת שלמה #
די היינטיגע טאג איז מער ווייניגער געדעקט אין קאווע שטיבל, מיט מינדערוויכטיגע שינויים, און צייט האב איך נישט, וועל איך עס לאזן אזוי ווי עס איז.

בלויז איין קלייניגקייט וויל איך קלארשטעלן, איבער דער טעלפאן קאל וואס איז געמאכט געווארן ביי ריסעס, דאס איז א רשעות און נישט קיין שיינע זאך געווען, וגופא דעובדא היכא הוה: די היינטיגע עדות, איז א ברודער פון אן עדות וואס דארף קומען עדות זאגן לטובת לב-טהור. עס האט געהייסן אז דער גאווערמענט גייט היינט ענדיגן און מען גייט אנהויבן מיט די עדות פון די וויטנעס, און די לויער פון די וויטנעס האט היינט געמאלדן פאר יענעם עד, אז ער זאל זיין גרייט צו קומען אין קארט, ווייל עס קען זיין אז מען וועט אים היינט רופן.

ווי אינטערעסאנט עס הערט זיך, די צוויי ברידער רעדן אינאיינעם און טראץ די מיינונגס פארשידנהייטן צווישן זיי אין געוויסע הינזיכטן, לעבן זיי זיך ברודערליך. וויבאלד ער האט געוואוסט אז זיין ברודער געפינט זיך היינט אין קארט זאגן עדות קעגן לב-טהור, האט ער געוואלט וויסן וואו ער האלט און צי ער דארף טאקע אריבערקומען אין קארט היינט. דעריבער האט ער פראבירט צו כאפן זיין ברודער ביי ריסעס עטליכע מאל און ער האט נישט אויפגעהויבן. האט מען געמאכט דערפון א גאנצער בלבול אז ער וויל שטערן דזשאסטעס וכו'...
אזוי גאר? אינטערעסאנט דיין ספין דא. הייסט די עדות פון נעכטן לטובת די גאווערמענט האט באקומען נישט ווייניגער ווי 3 טעלעפאון רופן ביי לאנטש פון א פרוי (וואס איז פערצופאל א שוועסטער מיט די דיפענדענטס) - וואס זי האט אים שוין נישט געקאלט פאר איבער 6 חדשים... - צו פשוט וויסן אויב איר מאן - די ברודער פונעם נעכטיגן עד - זאל שוין קומען אין געריכט צו נישט? - ווי איז פלוצלינג נעלם געווארן די אויבן דערמאנטע לויער פון די עד וואס פלאנט צו קומען לטובת די דיפענדענטס? נישטא נאך א מין וועג אין די וועלט געוואויר צו ווערן ווי מהאלט אין געריכט ? זי האט פונקטליך געוויסט ווען סאיז לאנטש. אבער פשוט נישט געוויסט מער די טעל נומער פון איז מאןס לויער מיט וועם ער האט געהאט קאנטאקט בלויז 1 טאג פריער?

גיוו מי עי ברעיק. סמעל די קאפי.
נישט נאר דאס, נאר די ברידער איז שוין געווען אינדערויסען פון קארט ווען די קאלל איז אריינגעקומען און די עדות האט דאך געזאגט אז די קאלל איז געקומען פון די פרוי און חכמת שלמה זאגט סאיז געקומען פונעם ברידער.

אפרים באשטעטיגט וואס חכמת שלמה האט געשריבען? אויב איז עס טאקע ער, ער האט דאך געזאגט אינטער א שבועה אז די קאלל איז געקומען פון איר?

די קאללס איז געקומען פון וויינגארטןס שוועסטער. נישט פון די עדות ברודער. טאקע נאכן נישט הערן פון איר א האלבע יאר. בו בזמן וואס זי ווייסט אז די עדות רעדט יעדן טאג מיט איר מאן.

חכמת שלמה רעגט זיך היתכן די עדות האט נישט נישט קלאר גימאכט אין קורט פאר וואס די קאללס זענען גיווען.
קודם כל האט די עדות נישט קיין אנונג פאר וואס די מיס-קאללס איז גיווען.
צווייטנס. נישט די גאווערמענט נישט די וויינגארטןס האבן נישט גיפרעגט די עדות אויב ער ווייסט פאר וואס האט מען עהם גיקאללט.

עמרם » דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:26 pm

· #554904
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
@חכמת שלמה בעצם איז די אשכול נאר נייעס ארום די טרייעל,
און סתם ארויפברענגן די געפערליכע פראבלעמען פון די קולט, איז נישט די פלאץ דא
אבער ס''ה לאמיר זעהן צווישן דיינע ווערטער דא, וואס דו ביסט אליין מודה

אנהייב האסטו געזאגט אז
חכמת שלמה #

איך בעט איבער דעם עולם מיט די היינטיגע יאגעניש. עס איז היינט געווען א פארנומענע טאג אין בבל - עכ"פ פאר מיר - נאך וואס צען יונגעלייט זענען אריבערגעגאנגען וואוינען אין א באזונדערע הויז צוליב געוויסע סיבות שאי אפשר לפורטם כאן (אפשר אן אנדערן מאל). איך האב זיי געדארפט צוגרייטן דערפאר, פיזיש און מאראליש, הם וביתיהם, איך האב אוועקגעגעבן דערויף עטליכע שעה. איך האף אז אלעס וועט זיך אויסשטעלן ע"צ היותר טוב.
דא דערמאנסטו נישט אז זיי האבן ח''ו באקומען אן עונש
און אזוי אויך אז זיי זענען געגאנגען אליינס אהן די משפחה
(און אז אפציעל דארפן זיי זיין דארטן 6 חדשים אהן מעגן רעדן צו קיינעם)

נאר נאך וואס @אפרים האט געזאגט וואס ער האט געהערט פון איינעם דארט (איך האב באמת רחמנות אויף יענעם, וואס ער גייט כאפן פאר דעם) האסטו מודה געווען
חכמת שלמה #
אפרים #

אויב דו קענסט נישט מפרט זיין די סיבות פאר וואס זענען די 10 יונגע-לייט זענען אריבער געגאנגען וואוינען אין א באזונדרע הויז וועל איך עס מפרט זיין.

איינע פון דעיע 10 יונגע-לייט וואס איז קוים 15 יאר אלט האט מיר זונטאג נאכט גיקאנטאקט אז נחמן העלבנס געבט יעצט א דרשה פון תפוסה וואס ער באפעלט מחרים זיין 10 משפחות הם נשיהם ובניהם ובנותיהם פאר 6 חדשים א שטראף ווייל מהאט גיכאפט די מענער האבן שייכות מיט מענטשן וואס זענען ארויס פון די קהילה אדער סתם מיט די דרויסנדיגן וועלט.

יעצט. אינטרען טיש וועט נישט נחמן מחרים זיין 10 גאנצע משפחות ווייל זיי וועלן עס נישט אויסהאלטן און וועלן עהם אפלאזן. אבער אזוי האט ער גיזאגט ברבים כדי די ווייבער זאלן יעצט קומען וויינען היתכן זיי האבן דאך גארנישט געטוהן פאר וואס שטראפט מען זיי?? נאכדעם. וועלן די ווייבער זיך ארום קריגן מיט זייער מענער אז היתכן וועגן זיי דארפן זיי ליידן??

יעצט נאךדעם וואס די שלום בית האלט זיך ביים צוברעכן און די ווייבער האלטן און איין וויינען צו די הנהלה אז זיי זענען נישט שילדיג. היינט איז געקומען נחמן אין גיזאגט: ווייסט וואס נאר די מענער באקומען די שטראף בתנאי אז די ווייבער וועלן נישט האבן קיין שייכות מיט זייער מענער כל זמן די עונש גייט אן.

יעצט אוודאי וועלן די ווייבער אנעמען די תנאי ווייל זיי זענען שוין אויף נאדלעך 2 טעג און צוקריגט מיט די מענער.

און די מענער קענען מער נישט דא פלאנען א מרידה ווייל זייער ווייבער רעדן נישט מיט זיי.

ממילא די איינציגסטע ברירה וואס בלייבט זיי איבער איז צו שמאכטן די נעקסטע 6 חדשים אין חרם איינגישפארט אין א דירה אפגיטיילט פון יעדן.

דאס איז אביסל צו פארשטיין ווי אזוי די קאפ פון לב טהור פירער ארבעט אינטערן טיש אן דעם שיינעם דעקל וואס חכמת שלמה טרייט דא צו פארדעקן...
איך וויל בלויז צולייגן, אז דער סדר אין לב-טהור גייט צו, אז ווען מען גיבט ארויס אזא שטראף איז דאס לאו-דוקא אז מען איז מקיים דעם עונש. פאריגע מאל, ווען דריי יונגעלייט האבן געפלאנט אריבערצוגיין צו די נייע קהילה, האט דער חכם געהאלטן א גאנצע דרשה מיט עונשים פאר די יונגעלייט, אז זיי טארן נישט אהיימגיין פאר א גאנצע יאר, מען טאר זיי נישט גריסן וכו' וכו'. די עונשים זענען קיינמאל נישט אינפארסירט געווארן (אפשר פאר א קורצע צייט). ביי אונז איז פארהאן דער כלל פון מודה ועוזב ירוחם, א יונגערמאן ווייזט ארויס אמת'ע חרטה און תשובה, נעמט מען דאס אן און מען שטראפט נישט. אזוי איז געווען פאריגע מאל און איך גלויב אז יעצט וועט אויך זיין די זעלבע.

אגב, זיי זענען נאכנישט אריבערגעגאנגען... דערווייל איז דאס בלויז דיבורים, הגם מען גרייט זיך דערויף... פאר די אינטערעסע פונעם ציבור וועל איך צולייגן, אז דער פלאן איז אז ר' אוריאל גאלדמאן וועט אריבערקומען יעדן טאג דאווענען מיט די יונגעלייט, מחזק זיין און מדריך זיין. נאך א האלבע יאר וועט אלעס צוריקגיין כתיקונן, כמובן אויב די יונגעלייט וועלן זיך צושטעלן.
קודם כל, מיט דעם וואס די הייבסט אהן, איך וויל בלויז צולייגן, איז קלאר אז דו ביסט מודה צו וואס ער האט געשריבן
וויל איך דיך פרעגן, איז דעס געווען די מנהג אלע יארן ביי כלל ישראל ??
אויב איינער רעדט ס''ה מיט א צווייטען וואס איז נישט אין זיין קהילה, אדער איז געווען און שיון ארויס, דארף בכלל באקומען אן עונש ?
אזוי שטייט אויך אין קיצור ש''ע ?
נאכדערצו אזא עונש פון ווערן אויסגעשלאסן פון ד קהילה, אז מ'זאל נישט טארן רעדן צו קיינעם ?
און מ'איז גורם אפציהאקן פון די אייגענע ווייב ?
איז דאס אידישליך ?
דארף מען נאך איינעם מסביר זיין דו חילוק צווישן זיי און אונז ?
(איך ברענג נאר ארויס זאכן וואס דו ביסט מודה, ווייל פון די וואס זענען ארויס הערט מען סאך ערגער, נאר ס'קומט נישט אין דיין אשכול, כמובן,
נאר וואס דו האסט דא אויסגעשמועסט)


נאכדעם שרייבסטו אין די אויבן דערמאנטע תגובה
חכמת שלמה
אגב, זיי זענען נאכנישט אריבערגעגאנגען... דערווייל איז דאס בלויז דיבורים,
וואס איז סותר וואס דו האסט פריער געשריבן
חכמת שלמה
נאך וואס צען יונגעלייט זענען אריבערגעגאנגען וואוינען אין א באזונדערע הויז
לאמיר נאר צוענדיגן,
שפעטער אין א תגובה, שרייבסטו באריכות, אז בעצם וואלטן זיי געקענט יעצט אנטלויפן, נאר פשוט (אין זייער אויגן) לוינט זיך עס נישט, ווי די ביסט מסביר כמה וכמה טעמים,
און במילא זענען זיי ענדערש גרייט דארט צי ליידן 6 חדשים אפגעזונדערט פון זייער אייגענע געזעלשאפט, נישט אוועק צו גיין,
און די ביסט מסיים בזה''ל
חכמת שלמה #
הצד השוה שבהם, אז די הנהלה ווייסט אז מען גייט נישט אזוי שנעל פארלירן נאך אנדערע. ממילא זענען זיי גאנץ זיכער מיט זיך.
או לעניים שכך רואות
נישט אז זי האלטן אז דעס איז די תורה'דיגע וועג (כמובן, ווי שטייט אזא זאך)
און נישט אז זיי האלטן אז אזוי האט מען זיך אייביג געפירט (האט מען דען)
נאר פשוט, אזוי קענען זיי טוהן וואס זיי ווילן, און זיכער מאכן אז מ'גייט נישט אין ערגעץ

אבער פארקויפט מען, אז זיי זענען די אמת'ע אידן און אלעס אנדערש איז נישט אידישקייט
און ווי צופרידן זיי זענען דארט...
(פשוט, ווייל מ'קען זיי פייניגן, און זיי ווילן נישט אוועק גיין, פארגעסן פארוואס קומט זיי אזא עונש...)
און מ'דארף נאך מסביר זיין די חילוק...

נייעסריפארטער » דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:28 pm

· #554905
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
אפרים #
נייעסריפארטער #
חכם מכל האדם #
חכמת שלמה #
די היינטיגע טאג איז מער ווייניגער געדעקט אין קאווע שטיבל, מיט מינדערוויכטיגע שינויים, און צייט האב איך נישט, וועל איך עס לאזן אזוי ווי עס איז.

בלויז איין קלייניגקייט וויל איך קלארשטעלן, איבער דער טעלפאן קאל וואס איז געמאכט געווארן ביי ריסעס, דאס איז א רשעות און נישט קיין שיינע זאך געווען, וגופא דעובדא היכא הוה: די היינטיגע עדות, איז א ברודער פון אן עדות וואס דארף קומען עדות זאגן לטובת לב-טהור. עס האט געהייסן אז דער גאווערמענט גייט היינט ענדיגן און מען גייט אנהויבן מיט די עדות פון די וויטנעס, און די לויער פון די וויטנעס האט היינט געמאלדן פאר יענעם עד, אז ער זאל זיין גרייט צו קומען אין קארט, ווייל עס קען זיין אז מען וועט אים היינט רופן.

ווי אינטערעסאנט עס הערט זיך, די צוויי ברידער רעדן אינאיינעם און טראץ די מיינונגס פארשידנהייטן צווישן זיי אין געוויסע הינזיכטן, לעבן זיי זיך ברודערליך. וויבאלד ער האט געוואוסט אז זיין ברודער געפינט זיך היינט אין קארט זאגן עדות קעגן לב-טהור, האט ער געוואלט וויסן וואו ער האלט און צי ער דארף טאקע אריבערקומען אין קארט היינט. דעריבער האט ער פראבירט צו כאפן זיין ברודער ביי ריסעס עטליכע מאל און ער האט נישט אויפגעהויבן. האט מען געמאכט דערפון א גאנצער בלבול אז ער וויל שטערן דזשאסטעס וכו'...
אזוי גאר? אינטערעסאנט דיין ספין דא. הייסט די עדות פון נעכטן לטובת די גאווערמענט האט באקומען נישט ווייניגער ווי 3 טעלעפאון רופן ביי לאנטש פון א פרוי (וואס איז פערצופאל א שוועסטער מיט די דיפענדענטס) - וואס זי האט אים שוין נישט געקאלט פאר איבער 6 חדשים... - צו פשוט וויסן אויב איר מאן - די ברודער פונעם נעכטיגן עד - זאל שוין קומען אין געריכט צו נישט? - ווי איז פלוצלינג נעלם געווארן די אויבן דערמאנטע לויער פון די עד וואס פלאנט צו קומען לטובת די דיפענדענטס? נישטא נאך א מין וועג אין די וועלט געוואויר צו ווערן ווי מהאלט אין געריכט ? זי האט פונקטליך געוויסט ווען סאיז לאנטש. אבער פשוט נישט געוויסט מער די טעל נומער פון איז מאןס לויער מיט וועם ער האט געהאט קאנטאקט בלויז 1 טאג פריער?

גיוו מי עי ברעיק. סמעל די קאפי.
נישט נאר דאס, נאר די ברידער איז שוין געווען אינדערויסען פון קארט ווען די קאלל איז אריינגעקומען און די עדות האט דאך געזאגט אז די קאלל איז געקומען פון די פרוי און חכמת שלמה זאגט סאיז געקומען פונעם ברידער.

אפרים באשטעטיגט וואס חכמת שלמה האט געשריבען? אויב איז עס טאקע ער, ער האט דאך געזאגט אינטער א שבועה אז די קאלל איז געקומען פון איר?

די קאללס איז געקומען פון וויינגארטןס שוועסטער. נישט פון די עדות ברודער. טאקע נאכן נישט הערן פון איר א האלבע יאר. בו בזמן וואס זי ווייסט אז די עדות רעדט יעדן טאג מיט איר מאן.

חכמת שלמה רעגט זיך היתכן די עדות האט נישט נישט קלאר גימאכט אין קורט פאר וואס די קאללס זענען גיווען.
קודם כל האט די עדות נישט קיין אנונג פאר וואס די מיס-קאללס איז גיווען.
צווייטנס. נישט די גאווערמענט נישט די וויינגארטןס האבן נישט גיפרעגט די עדות אויב ער ווייסט פאר וואס האט מען עהם גיקאללט.
וואס וואלט די עדות געענטפערט אויב מ'פרעגט אים יא? ער ווייסט פארוואס די קאללס איז געווען?

חכמת שלמה » דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:39 pm

· #554907
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
עמרם #
@חכמת שלמה בעצם איז די אשכול נאר נייעס ארום די טרייעל,
און סתם ארויפברענגן די געפערליכע פראבלעמען פון די קולט, איז נישט די פלאץ דא
אבער ס''ה לאמיר זעהן צווישן דיינע ווערטער דא, וואס דו ביסט אליין מודה

אז מען פרעגט מיט רעספעקט איז מען ווערד א רעספעקטפולער ענטפער.

די מעשה איז, אז איך בין זייער שטארק פארנומען היינט. דאס איז בנוסף וואס איך האב גענומען אויף מיר היינט א ספעציעלן ענין אין עבודת-השם, להצלחת די היינטיגע טאג אין געריכט, וואס דארף זיין זייער וויכטיג און באדייטונספול. דאס אלעס קאסט מיר א געוואלד צייט.

האסט געפרעגט זאכליכע פראגעס, און איך האף בקרוב צו ענטפערן דערויף. די תשובה איז א לענגערע. סוף דבר איז, אז מען לעבט דא אביסל אנדערש ווי מען לעבט אין די וועלט. מיר מוזן האלטן אונזער צביון און קאליר, און וואס עס ארבעט אין סאטמאר ארבעט נישט ביי אונז. און א שטראף וואס קוקט ביי אייך אויס געפערליך, איז ביי אונז נישט עק וועלט. ויש להאריך בזה, און איך האף צוריקצוקומען מיט אן אריכות'דיגער ענטפער.

ואתכם הסליחה.

חיי עולם » דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:51 pm

· #554911
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
חכמת שלמה #
קודם האט עס געהייסן אז די פרויען וועלן מיטקומען אין דעם הויז, אבער וויבאלד די פרויען ווילן נישט דורכגיין אזא שטראף פון זיין אפגעזינדערט פון די וועלט אויף זעקס חדשים, און זיי ווילן מיטהאלטן אלע אקטיוויטעטן אין די קהילה, אזוי ווי ביז היינט, וועלן די יונגעלייט זיין דארט אליין פארשפארט אויף זעקס חדשים. צווישן די צען יונגעלייט געפינט זיך איינער פון פערצן און איינער פון פופצן, ביידע שוין פארהייראט. די עלסטע פון די יונגעלייט זענען בערך פערציג.

...
איך קלער אז דאס זענען אלעס רייד וואס מען שמועסט און עס וועט נישט אויסגעפירט ווערן אויף למעשה. אבער מען רעדט דערפון אינגרויסן און מען גרייט זיך דערויף. איך קען נישט צוזאגן אז דאס וועט נישט געשען.

נישט אום שבת גערעדט אפציעל איז די אשכול נישט געמאכט פאר דעם,

שיק פאר די אינגע בחורים (אינגעלייט) מיין הארץ איז מיט זיי , אלע העכער 20 זענען מאבד עצמו לדעת אבער די אינגע בחורים נעבעך

איך האב פארשטאנען פון אפרים וואס האט שוין פארלאזט די קהילה אז ער האט גערעדט מיט איינעם פון די בחורים דאס איז שוין געווען נאכן פסק דין פון תפיסה דורך כ’’ק מרן רשכבה’’ג שליט’’א אז זיי האבן א דין פון א מצורע בינעך נייגעריג צו די וועסט דאס פארמסר’ן?
אפרים #
איינע פון דעיע 10 יונגע-לייט וואס איז קוים 15 יאר אלט האט מיר זונטאג נאכט גיקאנטאקט אז נחמן העלבנס געבט יעצט א דרשה פון תפוסה וואס ער באפעלט מחרים זיין 10 משפחות הם נשיהם ובניהם ובנותיהם פאר 6 חדשים א שטראף ווייל מהאט גיכאפט די מענער האבן שייכות מיט מענטשן וואס זענען ארויס פון די קהילה אדער סתם מיט די דרויסנדיגן וועלט.


די הנהלה ווייסט פונקטלעך אז די פרויען זענען ברעין וואש און זיי וועלן נישט וועלן מיט גיין אינעם חרם נישט קומען זאגן מהאט געגעבן די ’אפציע’ אזוי צו מאכן די אכזריות שוואכער

בכלל די דין איז דאך כתיבה כדיבור @חכמת שלמה האסט נישט מורא? איך וויל דיר נישט פארלירן...

חכמת שלמה » דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:55 pm

· #554913
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
צוריק צום טרייעל:

די גאווערמענט איז געענדיגט. די מיידל איז נישט געקומען אין קארט, די גאווערמענט האט נישט געוואלט אז זי זאל עדות זאגן... לאל!

יעצט הויבט זיך אן מיט די דעפענס. קודם גייען אויפטרעטן צוויי דאקטוירים, דערנאך גייט זיין א געוועזענער לב-טהור, וואס איז שוין נישט אין די קהילה, אלס עדות לטובת לב טהור.

עמרם » דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:58 pm

· #554914
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
חכמת שלמה #
צוריק צום טרייעל:

די גאווערמענט איז געענדיגט. די מיידל איז נישט געקומען אין קארט, די גאווערמענט האט נישט געוואלט אז זי זאל עדות זאגן... לאל!

יעצט הויבט זיך אן מיט די דעפענס. קודם גייען אויפטרעטן צוויי דאקטוירים, דערנאך גייט זיין א געוועזענער לב-טהור, וואס איז שוין נישט אין די קהילה, אלס עדות לטובת לב טהור.
מ'מעג האבן א טובה, פון איינער וואס האט אפגעלאזט די גלויבונג ?

(איך וויל פשוט פארשטיין, ווייל אויב מ'רעדט מיט אזא איינער, קומט זיך צי זיין אויסגעשלאסן פון די קהילה פאר 6 חדשים, אויב אזוי ווי זוי מעג מען ניצן אזא איינער פאר א טובה
ואפשר, אז די פירער מעגן אלעס, ודו''ק)

פארדעכטיגער » דאנערשטאג מערץ 14, 2024 1:18 pm

· #554918
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
נייעסריפארטער #
אפרים #
די קאללס איז געקומען פון וויינגארטן'ס שוועסטער. נישט פון די עדות ברודער. טאקע נאכן נישט הערן פון איר א האלבע יאר. בו בזמן וואס זי ווייסט אז די עדות רעדט יעדן טאג מיט איר מאן.

חכמת שלמה רעגט זיך היתכן די עדות האט נישט נישט קלאר גימאכט אין קאורט פאר וואס די קאללס זענען געווען.
קודם כל האט די עדות נישט קיין אנונג פאר וואס די מיס-קאללס איז געווען.
צווייטנס, נישט די גאווערמענט, נישט די וויינגארטנס, האבן נישט געפרעגט די עדות אויב ער ווייסט פאר וואס האט מען עהם געקאלט.

וואס וואלט די עדות געענטפערט אויב מ'פרעגט אים יא? ער ווייסט פארוואס די קאללס איז געווען?

ער זאגט דאך קלאר אז ס'איז געווען מיסד קאלס, סא ער קען נישט וויסן פארוואס, ער האט דאך נישט אויפגעהויבן די פאון.
וואס יא, ווען די וויינגארטענס האבן שכל, און אזוי ווי א יעדע לויער וואלט געטוען, וואלט זיי געפרעגט די וויטנעס ביי די קראוס:
דו ווייסט פאר וואס מען האט דיך געקאלט? ניין!
אפשר וועגן די וועטער? קען זיין!

אז זיי פרעגן דעס וואלטן זיי אריין געלייגט אין די דזשורי'ס קאפ אז אפשר קען זיין עני אנדערע סיבה פאר די קאללס. זיי האבן דאך נישט געפרעגט, איז געבליבן נאר די רושם פון די גאווערמענט, וואס האבן אראפגעלייגט די קאלס ווי עפעס נישט גוט ליגט אונטער דעם. און איך האלט אויך אז עפעס איז געליגן אונטער דעם, אז נישט וואלט די גאווערמענט וואס האבן די בעסטע לויערס נישט געמאכט א מצב פון עס אין פארנט פון די דזשורי. ווי זאגט מען, ס'שמעקט זייער נישט גוט, און די גאווערמענט האט זיך ארויף געכאפט אויף דעם.

ביי די וועי, אז מען רעדט שוין פון די וויינגארטענס שוועסטער קאלן וויטנעסעס, דערמאן איך מיך אז ביי איינע פון די פאריגע טרייעלס ווען די מיידל/ווייבל האט געדארפט טעסטיפייען, האט די גאווערמענט געבעטן די דזאודזש זאל ארויסשיקן די וויינגארטענס שוועסטער, זי איז דארט געזיצן און קאורט רום. האט די דזשאדזש געפרעגט די גאווערמענט וואס איז די בעיסעס, האבן זיי גענטפערט אז זיי ווייסן מפי די מיידל וואס גייט יעצט טעסטעפייען, אז די וויינגארטען שוועסטער האט אפאר מאהל געטרייט צו אנקומען צו איר די לעצטע פאר וואכן, איינמאהל ווען ס'איז איר געלונגען, האט זי געזאגט פאר די מיידל אז זי וויל איר נאר לאזן וויסן אז ליגעלי מוז זי נישט קומען אין קאורט, און אפילו אויב די גאווערמענט גייט איר צווינגען צו קומען, מוז זי נישט ענטפערען אויף קיין שאלות, זי קען בלייבן שטיל און ס'גייט איר גארנישט געשעהן. [טעקנעקלי איז עס נישט געווען קיין אבסטראקשען ווייל זי איז נישט געווען סובפינעט, דאס מאהל איז זי יא, אויך איז די עדות פון נעכטן געווען סובפינעט, וואס דעמאלטס אויב איינער טרייט צו פארדרייען איינעם פון טעסטעפייען איז עס א קריים].

ווען די דזשאדזש האט דאס געהערט האט ער איר געהייסן זיך אויפשטעלן און ארויסגיין. יעדער האט פארשטאנען מיט וועם מען דיעלט דא. ס'איז יא ליגעל ס'איז נישט ליגעל, שפיל דיך מיט פייער אזוי ווי די גאנצע קידנעפינג מעשה, האלט זיי נאך לויט זייערע הסברים און קנייטשען אז ס'איז דא א וועג וואס ס'קען ווען יא כמעט זיין ליגעל. יעצט האלט עס דא, ליידער אזוי קוקט מען אויס, 6 חברה שוין קאנוויקטעט, נאך 3 טו גאו. און וועלן מיר זעהן אין אפאר טעג ארום צו דאס מאהל האט די דזשורי יא אפגעקויפט די לאקשן און קניידלעך.

נייעסריפארטער » דאנערשטאג מערץ 14, 2024 2:14 pm

· #554922
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
חכמת שלמה #
צוריק צום טרייעל:

די גאווערמענט איז געענדיגט. די מיידל איז נישט געקומען אין קארט, די גאווערמענט האט נישט געוואלט אז זי זאל עדות זאגן... לאל!

יעצט הויבט זיך אן מיט די דעפענס. קודם גייען אויפטרעטן צוויי דאקטוירים, דערנאך גייט זיין א געוועזענער לב-טהור, וואס איז שוין נישט אין די קהילה, אלס עדות לטובת לב טהור.
לויט ווי איך פארשטיי פלאנעט איר די דעפענס צו שיקן א סובפינע, די גאווערנמענט האט נישט מורא פאר דעם?

פארדעכטיגער » דאנערשטאג מערץ 14, 2024 4:12 pm

· #554931
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
אפדעיט פון היינט און קורט. דיפענס האט ארויף געברענגט א פרוי א גר, זי איז אויך דאקטער וואס וואוינט מיט די קהילה די לעצטע פאר יאר. [איר מאן איז אויך א דאקטער און ער גייט אויך טעסטעפייען און די נעקסטע פאר מינוט].
די דעפענס האט געטרייט אראפ צו לייגן די גוטע חלקים פון לב טהור און פון בבל בפרט, אז סאיז זייער א גוטע פלאץ מען טוט נישט וויי קיין פליג דארט, גארנישט איז נישט געצווינגען.
מען האט איר געפרעגט וועגן די הנהלה וואס איז זייער דזשאב האט זי גענטפערט זיי העלפן מענטשען מיט אלעס וואס זיי דארפן.

ביי די קראוס האט די גאווערמענט איר געמאכט פאר צימעס.

איך וועל אראפ שרייבן איין בעק און פארט וואס איז מיר מערסטענס געווען אינטערעסאנט:


דו ביסט א דאקטער? - יא.

וואס איז געווען דיין דזשאב אין די קהלה? - דעליווערן קינדער, און נאך געזונט זאכן.

עז א דאקטער, איז עס געזונט פאר 12 יעריגע מיידעלעך צו ווערן טראגעדיג און געבן בירט? - ניין.

13 יעריגע? - ניין.

14 יעריגע? - ניין.

ווי אלט זענען געווען די פרויען וואס די האסט געהאלפן דעליווערן קינדער? - איך ווייס נישט זייער עידזש

דו ביסט א דאקטער און די טריעטסט פעישענס אן וויסן זייער עידזש? - נישט אייביג ווייס איך זייער עידזש

12 יעריגע מיידלעך וואס האבן חתונה זענען עקספעקעט צו האבן סעק*ס, יא? - איך ווייס נישט.

האסטו מיטגעהאלטן 12 יעריגע מיידלעך חתונות? - ניין נישט קיין 12 יעריגע.

13 און 14 יעריגע יא? - איך געדענק נישט.

אזוי בערך איז געגאנגען די קראוס היינט.
איך האף אז אנדערע וועלן אריינקומען מיט מער דיטעילס פון די עדות, און פון די אנדערע עדות.

עמרם » דאנערשטאג מערץ 14, 2024 4:22 pm

· #554933
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
פארדעכטיגער #

די דעפענס האט געטרייט אראפ צו לייגן די גוטע חלקים פון לב טהור און פון בבל בפרט, אז סאיז זייער א גוטע פלאץ מען טוט נישט וויי קיין פליג דארט, גארנישט איז נישט געצווינגען.
גוט צו געדענקען די שורה

ווען שפעטער וועט מען פראבירן, ס''ה, צו זאגן אז די עונשים זענען נישט געפערליך
אבער און אנהייב לייקענט מען בכלל

פארדעכטיגער » דאנערשטאג מערץ 14, 2024 5:23 pm

· #554947
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
חכם מכל האדם #
די שטערקסטע רושם וואס איר טעסטימאוני האט געמאכט אויף די דזשורי און אפשר די שטערקסטע חלק אקעגן די דיפענדענס/וויינגארטןס פונעם טאג איז געווען ווען די גאווערמענט האט אויפגעשפילט בפני כל עם ועדה רעקארדינגס פון טעלעפאון קאללס וואס זי האט באקומען פון איר ברודער נחמן בשעת ער איז שוין געזיצן און תפיסה עטליכע חדשים נאך די קידנעפינג ווי איר ברודער נחמן זאגט איר אז ״אונז גייען מיר נאך דעי וואך נאכאמאל צוכאפן דיינע קינדער און מיר גייען נישט זיך אפשטעלן פאר גארנישט און די וועלט!"

א פאר מינוט שפעטער האט איר יעקב (נחום) וויינגארטען (איינע פון די דיפענדענטס) אריין געקאלט און זי האט רעקארדעד די גאנצע שמועס, ווי מען הערט - נישט מער און נישט ווייניגער - ווי יעקב שרייט ״אונז האבן נישט מורא פאר גארנישט נישט פון די גאווערמענט נישט פון קיינעם״ די רעקאורדינג גייט ווייטער ווי יעקב שרייט ״מיר גייען דיר פייטן ביז דיין לעצטע טראפ בלוט!!״ ״אונז גיין נאך היינט נאכט זיי נאכאמאל אויפפיקן״ האט זיין קול אויסגעשריגן בקול חוצב להבת אש. אט דאס אלעס האט מען אויסגעשפילט היינט פאר די דזשורי מיט טרענסלעיטעט טרענסקריפט פון די רעקארדינגס, עס זעהט אויס אז דאס האט געהאט די שטערקסטע רושם אויף די דזשורי צו הערן די קול פון די דיפענדענס אליין - הודאות בעל דין כמאה עדים - טעראריזירן א צובראכענע פרוי וואס האט קוים מיט די נשמה אנטלאפן און ווי שטארק די דיפענדענס האבן איר געטרייט צו פייטן און צו כאפן די קינדער.
וועגן די ריקארדינגס וואס איז געווארן פארגעשפילט פאר די דזשורי לעצטע וואך ביים טרייעל, ווען די מאמע פון די קינדער האט טעסטעפייד. האב איך זייער געוואלט ברענגען די טרענסקריפטס פון די Q & A וואס דיטעילט וועלעכע אכזריות'דיגע רשעות די לב טהור חברה האבן געטוען בשעת די קידנעפינג, און א פאר חדשים שפעטער אפילו נאך א פאר חברה זענען שוין געווען און חד גדיא, האבן זיי פאר גארנישט געסטאפט. און אט די אלע ריקארדינגס זענען פון קאולס וואס איז פארגעקומען שוין א פאר חדשים נאך די קינעפינג.

היות מען קען נאכנישט באקומען די טרענסקריפט פון די איצטיגע טרייעל, האב איך געטראכט אראפ צו ברענגען די טרענסקריפטס פון די לעצטע טרייעל וואס איז פארגעקומען כמעט צוויי יאר צוריק זומער, די זעלבע רעקארדינגס זענען געפלעיט גאווארן ביי די איצטיגע טרייעל לעצטע וואך ביי די זעלבע פראסיקיוטער מיס טזשעמי באגלייבטער, ווען די מאמע האט טעסטעפייט [זי איז דער וואס האט רעקארדעט די קאלס].

עס איז אינטערסאנט וואזוי סאיז צוגעגאנגן. איך האב קודם נאר געוואלט ברענגן 2-3 פעידזשעס, נאכדעים מיישב געווען צו ברענגן די גאנצע בעק און פארט סאיז 15 פשידשזעס. און ביי פעידזש 9 קען מען זעהן ווי די יעקב נחום ווייגארטען זאגט בזה"ל
"I will continue to battle you down to the last drop of blood, The last drop of blood, yours and mine. I have no fear of the police"
📎 USA_v_Helbrans_Pages 45-60.pdf

חכמת שלמה » דאנערשטאג מערץ 14, 2024 6:38 pm

· #554956
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
איך האף נאך אריינצוקומען באריכטן דא, אבער נאך אלע דורכפעלער איז אויך געווען עטליכע נצחונות היינטיגן טאג, אז די דזשאדזש האט נישט געלאזט ארויפברענגען די פרשה פון איראן, און אויך נאכגעגעבן עטליכע אבדזשעקשנס.

אבער יא, די עדות פון די דאקטער האט מער קאליע געלייגט ווי אויפגעטון, מען האט געזען אויף משפחת וויינגארטן אז זיי זענען אומבאקוועם בשעת ער האט עדות געזאגט. די פרוי האט זיך כאטש געהאלטן אביסל שטארק, אבער דער מאן איז געווען געפערליך.

אגב, עפעס האט ר' יואל וויינגארטן אויסגעקוקט זייער שלעכט היינט. כמדומה אז ער איז געווען אין שפיטאל אינדערפרי.

פארדעכטיגער » דאנערשטאג מערץ 14, 2024 8:05 pm

· #554963
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
חכמת שלמה, איך הער די דאקטערס וויטנעס היינט איז געווען בושות נוראות, ער האט געמיינט אז דא איז לב טהור ווי מען קען זאגן ליגנט. ער האט אפאר מאל ליגענט געזאגט אויף שטותים וואס מאכט אפילו נישט קיין סענס, ליגענט לשם ליגענט, אן אפילו קיין שום סיבה, ס'איז נישט געווען לטובת די וויינגארטענס.

איך וויל אבער זעהן צו דו קענסט דא אריינקומען קלאר און דייטליך מיט א באריכט אויך ווי אזוי די וויינגארטענס וויטנעס האט ליגענט געזאגט אין קאורט היינט די שקלא וטריא אזוי ווי דו האסט געשריבן ווען די קעיס איז געגאנגען בעסער אויף זייער זייט, ווייז אונז אז דו ביזט א רעפארטער, נישט איינער פארציילט נאר זאכן וואס גייט גוט אויף זיין זייט. נו לאמיר זעהן. די עולם העט האבן שטארק רעספעקט פאר דיר אויב דו קענסט דאס מאכן.

חכמת שלמה » דאנערשטאג מערץ 14, 2024 8:36 pm

· #554972
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
יא, איך וועל נישט לייקענען אז ער האט זיך סותר געווען און ער איז געווען א חוזק. אבער די זאכן זענען נישט געווען קיין וויכטיגע זאכן, אויף דער עיקר הדברים האט ער זיך געהאלטן שטארק.

מען דארף געדענקען אז די גאווערמענט האט געמאכט אן אמבוש. זיי האבן פלוצלינג דערקלערט אז זיי האבן געענדיגט זייער זייט, און האבן ביי סופרייז נישט גערופן די מיידל אויף עדות. וואס אצינד האבן פלוצלינג די עדות פון די דעפענס געדארפט אנהויבן, און מען האט נישט געגעבן צייט זיך צוצוגרייטן. בכלליות האבן זיי זיך געהאלטן שטארק, בעיקר די פרוי. ביי די קראס איז דער פראסעקיוטער געגאנגען זייער אגרעסיוו און אפילו געשריגן. עס איז נישט עטיש געווען.

מען האט אים געפרעגט צי ער האט דיסקוסירט דעם קעיס מיט די וויטנעס, אויף וואס ער האט געלייקנט און מען האט אים אויפגעוויזן אז יא.

מען האט אים געפרעגט די עלטער פון די מיידלעך, וואס ער האט דערליווערט זייערע קינדער און ער האט גע'טענה'ט אז ער ווייסט נישט זייער עידזש. עס איז געווען בושות.

פון די אנדערע זייט. די מיידל איז נישט געקומען עדות זאגן אין קארט, אזוי ווי עס איז געווען געפלאנט. דער גאווערמענט האט איר פשוט נישט געוואלט ארויפברענגען. לויטן פלאן גייט זי קומען זאגן עדות פאר די וויטנעס. דאס איז א שטארקע געווינס פאר די אנגעקלאגטע, אז די דזשורי וועט זען אז זי איז אויף זייער זייט.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11