לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
505 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16901
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
עמרם #
זי איז כהיום חתונה געהאט מיט איינעם אנדערש ?
אויך שטארק געווינדערט,
אויב האט זי אזוי שטארק ליב געהאט ל''ט, און עכט נישט געוואלט אוועקגיין, פארוואס ווען זי איז עלטער געווארן איז זי נישט צירוק געגאנגען ?
אזוי אויך
@געוואגטער פארוואס ביסטו שוין נישט דארט ?
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
איך מיין עס איז זייער פארשטענדליך אז די אלע וואס זענען אינגער און זענען אויפגעוואקסן אין ל"ט, זאלן זיין גאר צומישט און האבן קעגנזייטיגע געפילן אין די זעלבע צייט. פון איין זייט האט מען זיי מחנך געווען אז דאס איז וואס השי"ת וויל, און פון די אנדערע האבן זיי מיטגעהאלטן שלעכטע מעשים. זיי האבן משפחה און נאנטע סיי פון דא און סיי פון דארט. זיי האבן זיכער אהבה און שנאה וואס איז שווער צו אויסארבעטן איינס מיט די אנדערע.
דאס רעכנט אריין יעקב (דער "מאן") און "דזשעין" (די "ווייב"/טאכטער).
וויפיל יאר עלטער איז יעקב פון דזשעין? זיי וואוינען היינט צוזאמען?
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
די מאן איז זעקס א האלב יאר עלטער פון זיין ווייב. זי איז 19 יעצט און ער איז 25. זיי וואוינען ב״ה שיין צוזאמען פון ווען זי האט געווארן 18 יאר בערך א יאר אין האלב צוריק [די מאן איז ארויס פון תפיסה צוויי יאר צוריק ער האט גענומען א פליע דיעל נאכן זיצן פאר דריי יאר אין באקומען טיים סערוועד]
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
דאס הייסט ער האט איר די ערשטע מאל גערעיפט ביי די 13 אדער 14.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
לאמיר דא אראפגעבן א שטיקל באריכט פון קארט, וואו מיר האלטן אצינד.
מיטוואך האט אויפגעטרעטן א וויכטיגע עדות פון די גאווערמענט, א געוועזענער לב-טהור מעמבער וועלכער האט איבערגעלאזט די קהילה אין 2018, וועמען די קהילה האט גענוצט דורכצופירן די אקציע, אבער זייענדיג אונטער הייס פייער האט ער שנעל געטוישט זייטן, ער האט געמאכט א יד-אחת מיט די רעגירונג און מסכים געווען ארויסצוהעלפן געפינען וואו די קינדער זענען און מסכים געווען ארויסצוקומען עדות זאגן קעגן לב טהור בכלל און קעגן די באשולדיגטע בפרט.
די ערשטע האלב פון די עדות איז געווען געווידמעט, בעיקר אויף דאס לעבנס שטייגער אין לב-טהור. למען האמת, איך דארף זיך שטארק איינהאלטן צו באריכטן טריקענערהייט און נישט אריינווארפן מיינע ווערטער צו ערקלערן אביסל די אמת אין וואס ער זאגט, איך האף אז מיין קאלעגע געוואגטער וועט דאס טון. איין ווארט נאר וועל איך מקדים זיין, אז ווען ער רעדט איבער ברוטאלע פיינונגען וואס מען טוט אין לב-טהור, זענען דאס זאכן וואס פאסירן אין יעדע אידישע קהילה בישראל. אויב רעדט ער פון געבן פעטש, פאסירט דאס איבעראל, אפילו אז מען רעדט פון איבערלייגן און אריינשמייסן, האבן מיר דא א דערנעבנדיגער אשכול וואו מען דיסקוסירט דערוועגן, און ס'זעט נישט אויס אז דאס זענען זעלטענע ענינים וואס קומען נישט פאר היינט אין היימישע מוסדות. אז מען רעדט פון פארשפארן אין שאפעס, האבן מיר שוין אויך געהערט אזאנס און אפילו ווען ער רעדט פון אנגיסן מיט וואסער, האט מיר א חשוב'ער ניק אנפאטרויעט אז ער האט געכאפט א טעפל וואסער פונעם משגיח אין ישיבה, איינמאל פארן אויפשטיין שפעט און א צווייטע מאל ווען ער האט זיך געדרייט אינדרויסן אן א הוט און רעקל און א משגיח האט אים אנגעשפריצט מיט קאלטס. ממילא, די אלע זאכן פון וואס ער רעדט, איז אפשר ווייניגער מקובל ביי די גוים, אבער ביי אונז אידן איז דאס גאנץ שטארק אנגענומען.
בלויז איין עפיזאד וואס ער האט דערמאנט, און דאס איז ברענען הענט פון קינדער. ער האט דאס כמובן אראפגעלייגט אז דאס קומט דארט פאר כסדר. איך ווייס דאך אבער פון וואס ער רעדט, בלויז אן איינמאליגע פאל, וואו א משוגע'נע טאטע האט דאס געטאן פאר זיין קינד. טאקע אן עוולה, אבער משוגעים זענען פארהאן איבעראל, עטליכע יאר צוריק האבן מיר געליינט אין די נייעס אז א גורער יונגערמאן האט גע'הרג'עט א קינד... נאך א מזל אז דער איד איז נישט געווען קיין לב-טהור. וואס איך מיין ארויסצוברענגען איז, אז צעדרייטע מעשיות קען מען איבעראל הערן מזמן לזמן, און אין לב-טהור פאסירט דאס נישט מער אפט ווי אין אנדערע פלעצער אויף די וועלט. אויב עפעס ווייניגער.
אגב, מיין קאלעגע געוואגעטער טענה'ט (זאל ער אריינקומען קלארער), אז ער געפינט זיך יעצט אין אמעריקע, וואו זיינע קינדער לערנען אין היימישע חסידי'שע מוסדות, און דארט גיבט מען מער פעטש ווי די מלמדים אין בבל פלעגן געבן, און מען שטראפט פיל מער ביי זיי ווי ביי אונז.
בכל-אופן, לאמיר זיך נעמען צו די עדות און איך וועל פראבירן צו באריכטן טריקענע פאקטן, אן קיין אייגענע געפילן.
דער עדות האט געשילדערט דאס שווער לעבן אין בבל, וואו יעדן ריר פונעם טאג ווערט קאנטראלירט און שווערע עונשים וואס מענטשן גייען אריבער אין די קהילה. עס איז געווען ווייטאגליך און הארץ-רירנד צו הערן די אלע שווערע פיין און פלאג פון יונגע צענערלינגען וואס מוזן דאס אלעס דורכגיין, די אויגן פון די דזשורי האט געשפריצט פינקען פייער הערנדיג די אלע דראמאטישע געשעהענישן. דער עדות האט אויסגערעכנט א רייע פון שילדערונגען פון קינדער וועלכע זענען דורכגעגאנגען א ברוטאלע אינקוויזיציע אין בבל, שמייסן ביז בלוט, שלאגן מיט א פאסיק, איינשפארן אין שאפעס, אנשפריצן מיט קאלט וואסער, ברענען די הענט און נאך. ער האט דערמאנט קלארע מעשיות ווי אזוי די אנגעקלאגטע האבן פערזענליך געשלאגן, אדער אים - דער עד זעלבסט, אדער אנדערע מענטשן וואס דער עד האט פערזענליך מיטגעהאלטן. עס איז געווען א פחד צו הערן די אלע געשיכטעס. תסמור שערות ראש.
א באזונדערע קאפיטל איז דאס עסן אין לב-טהור. ער האט ארויסגעברענגט אז אין לב-טהור טאר מען גארנישט עסן אלס כשרות, נישט קיין פלייש, פיש, אייער וכדו', און אלס רעזולטאט דרייט מען זיך ארום דארט הונגעריג און די קינדער זענען אונטערוואגיג. ער האט צווישן אנדערע דערציילט, אז ווען ער איז ארויסגעקומען פון לב-טהור האט ער געוואויגן 80 פונט, אין קאנטראסט פון היינט וואס ער וועגט 120 פונט.
דאן איז ער אריבערגעגאנגען צו קאנטראל. ער האט געשילדערט ווי אזוי די קהילה ווערט אנגעפירט, ווער די הנהלה פון די קהילה זענען און וואס איז די אויפגאבע פון יעדן איינעם, און ספעציפיש די אויפגאבע און די אויפפירונג פון די דריי אנגעקלאגטע פון וועמען מיר רעדן, און ווי אזוי זיי זענען געזעצן און קאנטראלירט יעדן פיפס וואס עס איז פארגעקומען אין די קהילה, און אלעס מיט א שטייפע און שטרענגע האנט, אז מען האט נישט געהאט קיין שום אייגענע ווארט. ער האט אויך דערמאנט דער פאקט, אז אין לב-טהור טאר מען נישט האבן קיין אייגענע געלט און יעדע פעני מוז אריבערגיין צו די קהילה. בכלל האט ער געגעבן א ברייטע ערקלערונג ווי אזוי מען לעבט דארט, ווי אזוי אלע געפינען זיך אויף איין שטח און מען וואוינט צוזאמען, און נאך.
דאן איז מען אריבערגעגאנגען לעניני נישואין: ווי אזוי מען מאכט חתונה אין בבל, אז עס איז אנדערש ווי עס גייט אין די וועלט, אז א יונגל מיט א מיידל געפעלן זיך און מען גייט ארויס, נאר אז די שידוכים זענען ערענדזשט, די קהילה איז מסדר ווער עס זאל חתונה האבן מיט וועמען, און די בחור מיט די מיידל האבן נישט קיין שום ווארט דערין. מען האט אים אויסגעפרעגט איבער זיין שידוך, אז מען האט אים גלאט געמאלדן אז דו ווערסט א חתן מיט פלונית אלמונית, ער האט אפילו נישט אריינגעטראכט צי ער וויל דאס טאקע האבן אדער נישט, וויבאלד עס איז ביי אים געווען פראגראמירט אז ער האט אפילו נישט קיין ווארט דערין. די קהילה האט מחליט געווען און דאס דארף געשען.
מען איז אריבערגעגאנגען צו עניני הדרכה פאר די חתונה, מיט די מטרה ארויסצוברענגען אז אלעס ווערט קאנטראלירט און פאר די חתונה גייען די חתן און כלה אריבער א הדרכה, וואו מען זאגט זיי אן וואס זיי זאלן טון און וואס נישט. ער האט אביסל אויסגעשמועסט איבער די ענין פון הדרכה, און ער האט דערקלערט אז טראצדעם וואס על-פי-רוב גיבט די הדרכה דער רב שליט"א, אבער אויך ר' יואל וויינגארטן גיבט צומאל הדרכה.
ווען דער פראסעקיוטער האט אים געפרעגט, וואס איז די פורפוס פון חתונה האבן געווען, לויט זיין פארשטאנד, האט ער געענטפערט "צו האבן ווי מער קינדער", און אלס ראיה דערצו האט ער געברענגט, אז דער סדר הדברים אין לב-טהור איז, אז צוועלף-פערצן טעג נאכן האבן די פיריעד, גייען די פרויען אין א ספעציעלע רעלידזשעס באד, דאן גייט מען אהיים און מען מוז האבן רעליעשנס מיט די מענער, און די סיבה דערצו איז, וויבאלד יענע תקופה אביולעיטן די פרויען און דאן איז די צייט צו האבן קינדער. ער האט ערווענט אז אין לב-טהור קאנטראלירט מען יעדן ענין, אפילו ווען צו האבן באציאונגען. די סדר איז אז ווען מען גייט אין מקוה מוז מען האבן באציאונגען, און דאן צוויי-דריי טעג דערנאך, ווייל צומאל כאפט עס ביי די פרויען פונקט דעמאלס, און אויסער דעם מעג מען נאר האבן באציאונגען פרייטאג-צו-נאכטס.
ער האט מאריך געווען בענין טהרת המשפחה, און געמאכט דערפון אן עסק כאילו עס איז א לב-טהור ענין. ארויסגעברענגט ווי אזוי עס ארבעט, אז אין די ערשטע צוועלעף טעג פון די פיריעד טאר מען נישט האבן קיין באציאונגען און מען טאר גארנישט טון ביז מען גייט אין מקוה. דערמיט האט ער געשטעלט א בילד, כאילו לב-טהור האלט צוריק ליבליכע באציאונגען בין-איש-לאשתו, און זיי קאנטראלירן ווען מען מעג יא האבן באציאונגען און ווען נישט.
לויט ווי אזוי איך האב געהערט, האבן די דזשורי מיטגלידער ממש געפלאקערט פאר כעס. אזא רשעות און פיינונגונג? - מען טיילט דיר איין וואס צו טון און ווען צו וואוינען, און מען זאגט דיר אן אויף געוויסע תקופות אז מען טאר בכלל נישט וואוינען מיט די ספאוס? - וואו אין דער וועלט איז געהערט געווארן אזא רשעות?! - דאס אלעס ווערט געטון דורך די דריי אנגעקלאגטע וואס זיצן דא אצינד? - געפערליך!
מען איז דאן אריבערגעגאנגען צו עניני שידוכים: מען האט אויסגעפרעגט דעם עד איבער חתונה מאכן יונגע מיידלעך צו עלטערע מענער. מען האט אים קודם אויסגעפרעגט ווי אלט ער איז געווען ביי די חתונה און ווי אלט זיין ווייב איז געווען. דאן איז מען אריבערגעגאנגען צו אנדערע פאר-פעלקער, זיי אויספרעגנדיג דערוועגן. ער האט געברענגט עטליכע פעלער פון גאר יונגע מיידלעך וואס האבן חתונה געהאט מיט עלטערע בחורים און יונגעלייט. עס איז ממש געווען האר-אויפשטעלנד צו הערן וואס עס קומט דא אלס פאר, יונגע שוואנגערדיגע מיידלעך, חתונה געהאטע צו אלטע לייט... א פחד! - ער האט אויך דערציילט איבער די חתונה פון ר' יעקב נחום וויינגארטן, וואס איז געמאכט געווארן בסוד אין דער וואלד, וויבאלד זי איז געווען אונטער די עידזש, און ווי אזוי די מוזיק איז געווען שטילער, אז מען זאל נישט ארויסהערן אינדרויסן.
צווישן אנדערע האבן זיי אים אויסגעפרעגט צי ער האט שוין אמאל געזען יונגע מיידלעך שוואנגערדיג, אויף וואס ער האט געענטפערט אז יא. מען האט אים געפרעגט וואס עס איז אנדערש געווארן זינט די נייע רבי איז געווארן רבי, האט ער געענטפערט, אז די פרויען האבן קינדער נישט אין שפיטאל, וויבאלד די קינדער זענען נאך יונג ביים האבן קינדער. די רעגירונג האט ארויפגעברענגט א בילד פון א פארלאזטע געצעלט אינמיטן די וואלד, אז דארט האט מען קינדער, אליין, אן קיין שום געהעריגע געצייג, אין אזעלכע פלעצער נעמט מען אריין שוואנגערדיגע קליינע מיידלעך, וועלכע גייען דארט אריבער געבורטן... רחמנות!
דאן האט מען אים אויסגעפרעגט, וואס מען זאגט אין לב-טהור איבער דעם ענין פון אוועקגיין פון די קהילה. ער האט פארגעשטעלט אז אין לב-טהור זאגט מען פון קליינווייז אן, אז דא איז דער מקור האמת און מען טאר פון דא נישט אוועקגיין. אלע וואס זענען נישט אין לב-טהור, זענען נישט קיין ערליכע אידן. אויב איינער גייט אוועק פון דא, דאן איז דאס ערגער ווי דאס טויט. עס איז ענדערש צו שטארבן און נישט לעבן, ווי אוועקצוגיין פון דעם פלאץ, און אויב עס קומט אויס פאר איינעם אז ער געפינט זיך אינדרויסן, איז ענדערש אז ער זאל שטארבן חלילה. איינער וואס גייט אוועק פון לב-טהור, וועט אנקומען אין גהנום, וואו ער וועט ליידן חלילה עונשים דערפאר. ער האט ארויסגעברענגט אז איינער וואס גייט ארויס פון לב-טהור, האקט אפ מיט אלע זיינע חברים און ידידים, און אפילו מיט אייגענע משפחה. דער גאנצער עולם איז מתפלל אויף יענעם אז ער זאל שטארבן און ער ווערט א דמות פון א שטן און פון א פארשווארצטער מענטש, וואס ווערט פארצייכנט למשל ולשנינה פאר די גאנצע קהילה.
ביי דער פונקט איז מען אריבערגעגאנגען צו זיין פריוואטער געשיכטע, ווי אזוי ער איז אוועקגעגאנגען פון די קהילה. ער האט דערציילט אז טראצדעם וואס אין לב-טהור טאר מען נישט פארמאגן ביי זיך מער פון פינף-און-צוואנציג דאלער, האט ער באוויזן צוזאמענצוקלייבן געלט, וואס ער האט געהאלטן פארקלעבט אין א קאנווערד און אריינגעלייגט אין די וואנט, אזוי האט ער דאס באהאלטן. די פלענער פון אוועקגיין פון דעם ארט, האט ער אויסגעשמועסט מיט זיין ווייב, וועלכע האט אים פון אנהויב געהאלפן, אבער שפעטער האט זי באקומען קאלטע פיס צוליב איר חינוך אין די יונגע יארן אז מען טאר נישט אוועקגיין פון דארט.
מיט בלויז טויזנט דאלער אין די האנט, האט ער באוויזן אוועקצוגיין פון דעם ארט, הערשט מיט עטליכע טעג שפעטער האט ער באוויזן זיך ארויפצוזעצן אויף א פליגער און אנקומען צו די פאראייניגטע שטאטן. ער האט דאן גארנישט געהאט און ער האט זיך אריינגעזעצט אין א בית-המדרש. ער איז געווען נע-ונד און אנגעוויזן אויף די טובות פון גוטע אידן, ביז עטליכע חברים האבן אים געהאלפן זיך מסדר זיין און ער האט ארויסגענומען א דירה.
ער האט דערציילט, אז עטליכע חדשים נאך זיין ארויסקומען פון דארט, האט זיך מיט אים פארבינדן ר' יעקב נחום (דוכט זיך) און אפגעשמועסט מיט אים זיך צו טרעפן מיט אים אין אפיס פון ר' אהרן ראזנער אין וויליאמסבורג. ער האט געגעבן א באריכט ווער עס איז אלס געווען ביי די אסיפה (ער האט שוין בדרך-אגב דערציילט אז ר' אהרן ראזנער קאכט אלעס אליין צוליב כשרות, און דאס טוט ער אין זיין אפיס אין וויליאמסבורג). ווען אינצווישן האט ר' שמואל מאיר געזאגט פאר אים מיט זיין ברודער, אז ער וויל רעדן מיט זיי פריוואט. דארט האט מען אויסגעפלאנט די אקציע, בשעת דער עד האט געדארפט איבערגעבן א סעלפאן פאר די מיידל. ער האט ערווענט אז ר' שמואל מאיר האט אים קלאר אנגעזאגט אז אלעס דארף געטון ווערן בסוד-סודות, וויבאלד די זאכן זענען אומלעגאל.
ער האט דערציילט ווי אזוי ער האט באקומען א טעלפאן קאל פון זיין ווייב, אין די טעג פאר די אקציע, נאך וואס ער האט שוין נישט געהערט פון איר עטליכע חדשים. זי האט אים צווישן אנדערע מחזק געווען אויף זיין אקציע און געגעבן אנצוהערן אז טאמער ער וועט מיטשטיין מיט די קהילה, וועט ער קענען רעדן מער אפט צו איר. די פראסעקיוטער האט אים אויסגעפרעגט צי יעדער קען האבן דארט א פאון און מען קען רופן וועמען מען וויל, האט ער ארויסגעברענגט צווישן די ווערטער, אז די פאון-קאל איז געקומען פון די שטוב פון ר' מאיר יששכר שליט"א, מיינענדיג ארויסצוברענגען, אז דער פאון-קאל איז געקומען דירעקט פון די קהילה, וועלכע האבן גענוצט זיין ווייב אים צו מאנאפילירן רגשיות'דיג, דורכדעם וואס זי וועט רעדן צו אים, און זי וועט אים געבן אנצוהערן אז עס איז נאך פארהאן שאנסן זיך צוריק צו פאראייניגן מיט אים אין פאל אז ער פאלגט אויס די קהילה.
ער האט געשילדערט יענע נאכט פון שבת חנוכה, ווי אזוי מען האט פארברענגט דארט און ווי אזוי ער איז איבערגעשלאפן מיט דער יונגערער ברודער פון דער מיידל (אויך אים האט מען מיטגענומען אויף די אקציע, און אויך דערויף איז די קלאגע). אינמיטן די נאכט האט ער באקומען א טעלעפאן רוף פון איינע פון די חברים, וועלכער האט אים געזאגט אז יעצט איז די צייט, מען דארף אויפוועקן דעם ברודער און אים צוגרייטן צו די אקציע. דער עד האט אים טאקע אויפגעוועקט, ער האט זיך גרייט געמאכט. אבער עס האט גענומען צי לאנג ביז ער האט זיך אנגעטון, און דער רבי האט באפוילן אז טאמער עס וועט נעמען צי לאנג, זאל מען אים איבערלאזן דא און ארויסגיין בלויז מיט די מיידל. (מיט די מיידל האט דער עד נישט געהאט קיין קשר אין יענע נאכט, אנדערע זענען געווען בקשר מיט איר).
אויף די שאלה פון די פראסעקיוטער, פארוואס איז דער מיידל געווען מער וויכטיג פון דער יונגל, האט ער געענטפערט, ווייל דער מיידל איז געווען חתונה געהאט אין די קהילה, און עס איז זיי געווען וויכטיג איר צוריקצוברענגען צו איר מאן. (די סיבה פארוואס דאס האט געמוזט ארויסגעברענגט ווערן, איז פארשטענדליך).
מען איז איבערגעגאנגען די פונקטליכע פרטים פון די אנטלויף אקציע און וואס עס האט דארט פאסירט. ער, דער עד, האט צובראכן זיין סעלפאן און אוועקגעווארפן, אויפן באפעל פון ר' יעקב נחום. דערנאך איז ער צוריקגעגאנגען שלאפן. אינדערפרי, ווען ער האט געזען די בהלה וואס עס טוט זיך אפ, נאך וואס די צוויי קינדער זענען נעלם געווארן, האט ער זיך געמאכט ווי ער ווערט פונקט אזוי געכאפט אין שאק ווי יעדן איינעם, און אויך ער האט זיך אנגעשלאסן מיטן אויפזוכן די קינדער, קודם אין די זייטיגע הייזער וכו', ביז מען איז געגאנגען און דאס איינגעמאלדן פאר די אינסטאנצן.
וויבאלד ער איז דער וואס איז געשלאפן מיט דער בחור, איז ער געווען דער ערשטער צו וועמען מען איז געקומען און געפרעגט וואס עס האט דא פאסירט. אבער ער האט יעדן געענטפערט אז ער ווייסט פון גארנישט, ער איז דורכגעשלאפן די גאנצע זאך און ער האט גארנישט באמערקט דורכאויס די גאנצע נאכט. ווען ער איז אויפגעשטאנען האט ער געזען אז זיין בעט איז ליידיג.
שפעטער האט מען אים אריבערגערופן צו די פאליציי, אים אויסצופרעגן פונקטליכער וואס עס האט פאסירט, און ער האט ווידער אנגעגעבן זיין ווערסיע אין די געשיכטע. מיט עטליכע טעג שפעטער האט ער באקומען א פלוצלינגדיגע באזוך אין די בעקעריי וואו ער האט געארבעט, וואו די פאליציי האט אים ווידער אויסגעפרעגט א לענגערע צייט.
נאך יענע אינוועסטעגאציע, האט ער באשלאסן צו טוישן זייטן. לויט זיינע ווערטער האט ער רעאליזירט וואס ער האט דא געטון, אז ער האט איבערגעגעבן צוויי קינדער, צוריק צו די הענט פון אזא שרעקעדיגע פלאץ, און איבערצוגעבן א פערצן יעריגע מיידל אז זי זאל קענען גיין צו איר עלטערע מאן. ער האט באקומען חרטה געפילן און באשלאסן צו ארבעטן מיט די רעגירונג.
פון דעמאלס און ווייטער, איז ער גענוצט געווארן דורך די רעגירוג, צו העלפן טרעפן די צוויי פארלוירענע קינדער. דער עד איז איבערגעגאנגען טריט נאך טריט, ווי אזוי ער איז געווען א דאפטע אגענט, רעדנדיג כסדר מיט די אנגעקלאגטע און די אנדערע וואס זענען געווען א חלק אין די אקציע, בשעת די רעגירונג הערט כסדר אונטער די געשפרעכן. עטליכע רעקארדירונגען זענען אויפגעשפילט געווארן, וואו מען הערט ווי אזוי דער עדות רעדט מיט די אנגעקלאגטע. צווישן אנדערע הערט מען ווי אזוי ר' יעקב נחום רופט אים מיט א בהלה, אז ער זאל שוין כאפן א טיקעט און אנטלויפן פון לאנד, ער זאל נישט קוקן אויף גארנישט נאר ער זאל זיך שוין געפינען אויפן וועג... דער עדות פרעגט, "ווער רעדט דא" (כדאי דער גאווערמענט זאל האבן ערשט-האנטיגע עדות אויף די אנגעקלאגטע), און די תשובה קומט "אבא יעקב נחום".
אויף די שאלה פון די פראסעקיוטער, ווי אזוי די מיידל האט געלעבט מיט איר מאן אין מעקסיקא (דארט האט מען אריבערגעפירט די צוויי קינדער), האט ער געענטפערט, "אין איין שלאף-שטוב, אזוי ווי א מאן מיט א פרוי". אויף די פראגע פון וואו ער ווייסט דאס, האט ער געזאגט אז ר' יואל וויינגארטן האט דאס אים דערציילט.
אין קורצן, מיט זיין הילף האט מען באוויזן צו געפינען די קינדער און ברענגען הילף צו וויסן ווער עס זענען פארמישט אין די געשיכטע.
ביז דא בערך, איז די עדות וואס דער עד האט אנגעגעבן. דאס האט גענומען אן ערך פון כמעט א גאנצן טאג. יעצט איז געקומען די רייע אויף קראס-עקזעם, בשעת די צד פון לב-טהור דארף אויספרעגן דעם עד און טרעפן לעכער אין זיין עדות.
עטליכע אינטערעסאנטע זאכן וואס האבן זיך אפגעשפילט בשעת די עדות:
ערגעץ אינמיטן, איך געדענק נישט צו די עדות איז געווען אנוועזנד אין זאל, אדער אפשר איז דאס געווען אין אנהויב פון א סעסיע, נאכמיטאג, נאך איידער דער עדות האט ערשיינט. האט ר' יואל א פרעג געטון דער שופט מיט א סארקאסטישקייט, צי ער ערלויבט דער פראסעקיוטער אויך צו פרעגן אזעלכע שאלות, למשל צי ס'איז אמת אז מען לייגט אריין בלוט אין די מצות וכדומה. דער דזשאדזש האט אים געגעבן א גאנצע דרשה, אז ער האט נישט די רעכטן צו פרעגן אזעלכע קושיות, ער קען מאכן אבדזשעקשנס אינמיטן און ער קען אויך אויספרעגן דעם עדות שפעטער, ביי קראס-עקזעם. האט ר' יואל זיך אנגערופן, "אבער די אלע געשיכטעס וואס ער דערציילט, ווי מען פייניגט אין לב-טהור, דאס איז דאך אלעס געמיינע בלבולים..." דער שופט האט אים שטארק אנגעשריגן דערפאר.
נאך אן אינטערעסאנטע קרישקעלע וואס איז געווען בשעת זיין עדות, אז אינמיטן זענען אריינגעקומען דריי אידן, וועלכע האבן געשפילט א וויכטיגע ראלע אין די גאנצע געשיכטע. פאר די אנגעקלאגטע איז שטארק נישט געפאלן זייער אנוועזנהייט און זיי האבן נישט געוואלט אז זיי זאלן זיך געפינען אין זאל, האבן זיי זיך אנגערופן צום שופט, אז עס זענען פארהאן אין זאל "פאטענציאלע וויטניסעס". דער שופט האט געהייסן ארויסשיקן די דזשורי. עס האט זיך געטון א שטיקל משא ומתן, און למעשה האט דער שופט געהייסן אז זיי זאלן פארלאזן די זאל. ביים ארויסגיין, האט דער לויער זיי נאכגעיאגט מיט א סופינע אין די האנט. ער האט אויך געוואלט געבן פאר די אנדערע מענטשן, אבער ער האט דאס נישט געקענט ערלעדיגן אויפן פלאץ.
די מעשה איז א שטיקל נצחון פאר לב-טהור, וויבאלד לויט מיין אינפארמאציע האט מען אים געוואלט סופינען, אבער מען האט נישט געוואוסט ווי אזוי מען קען דאס אים שיקן, און דא איז ער דאס געקומען אפנעמען בידיים. עס איז אויך געווען א נצחון, נאך וואס עס איז געלונגען פאר לב-טהור זיי ארויסצושיקן פון זאל.
איידער עס איז פארגעקומען קראס-עקזעם, איז געווען א קורצע הפסקה, און דערנאך, נאך איידער די דזשורי איז אריינגעקומען, האט מען דיסקוסירט געוויסע ענינים. צווישן אנדערע, האבן די אנגעקלאגטע געפרעגט פונעם שופט, פארוואס עס פעלט אויס איבערצוגיין אלע ענינים וואס עס טוט זיך אין די קהילה זעלבסט. די נושא איז דאך גאר עפעס אנדערש, עס איז א פריוואטער ענין ארום א קידנעפינג, ווי קומט דא אריין די גאנצע קהילה אויפן באשולדיגונגס באנק?
די גאווערמענט האט דערויף געענטפערט, אז וויבאלד די דעפענס האבן געמאכט אן אפענינג סטעטמענט, אז דא איז געווען א הצלה און נישט קיין קידנעפינג, איז וויכטיג ארויסצוברענגען, צו וואו זיי האבן געוואלט מכלומר'שט "ראטעווען" די קינדער און צו וועלכע פלאץ זיי האבן געוואלט צוריקברענגען די קינדער. די גאווערמענט האט געזאגט, אז דאס האט מען קלאר געשמועסט נאך פון פריער, אז טאמער זיי גייען אויפברענגען דעם ענין פון "רעסקיו", אז דא איז געווען א הצלה, דאן וועלן זיי זיין געצווינגען צו רעדן איבער די גאנצע קהילה און וואס עס קומט דארט פאר. די אנגעקלאגטע האבן אבער גע'טענה'ט, אז 1. דער גאווערמענט גייט צי ווייט און מען ברענגט בלבולים וואס איז משוגע צו ווערן, וויפיל לגיונות און שקרים עס ווערט אלס געזאגט, און 2. זיי זענען געווען געצווינגען ארויפצוברענגען דעם ענין פון "רעסקיו", נאך וואס דער פראסעקיוטער האט דאס ארויפגעברענגט ביי זיין אפענינג סטעטמענט און דערמיט האט ער "געעפנט די טיר" צו רעדן איבער דער נושא.
דער שופט האט גע'פסק'נט אז מען מעג ארויפברענגען דעם ענין, און די אנגעקלאגטע האבן נישט קיין ריכטיגע טענה אין דער נושא.
...
עד כאן פאר יעצט.
איך האף בקרוב אראפצוברענגען א באריכט איבער די קראס-עקזעם, וואס איז געווען זייער אינטערעסאנט און אינפאמאטיוו.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
Wow
דראמאטיש.
איך בין דאנקבאר אז דו ברענגסט אראפ די גאנצע מעשה ככתבו וכלשונו, סיי די דברי סניגור און סיי די קטיגור, כאטש כ'גלייב אז עס קומט דיר נישט אן גרינג...
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
שרעקליך!!
זעהט איר דען נישט אז דער שופט איז גענויגט קעגן אייך?
וואס איז דער פלאן זיך ארויסצודרייען? נאכדערצו אן קיין לויער!
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
קודם פארשטיי איך שוין פארוואס הרב @געוואגטער איז אהערגעקומען וואוינען, די חדר אין בבל איז נישט גענוג שטרענג...
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
[ציטאט אראפגענומען]
אין קאורט איז דאס זייער א שוואכע תירוץ. א קינד אונטער די 16 קען נישט געבן קיין קאנסענט. סא צו זי האט אינטשויט אדער נישט, מאכט נישט קיין שום חילוק. די Law איז זייער קלאר לגבי די ענין. אויב די טאוטשט אדער האט עני סעק*ועל עקט מיט א מיינער איז עס קרימענאל.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
א זיטטעגע שאלה
וויפעל יאר דארף די רבי מיטן שוואגער ראזנער זיצען?
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
לאמיר אריבערגיין צו די קראס עקזעם אויף דער פריעדיגע עדות, א געוועזענער מיטגלידער פון לב-טהור וואס איז ארויסגעגאנגען פון דארט. די דאזיגע קראס עקזעם איז געווען זייער אינטערעסאנט. וויבאלד עס איז יעצט בשעות לא שעות, וועל איך אנהויבן שרייבן און איך וועל שפעטער ממשיך זיין מיט די איבעריגע חלק.
ר' שמואל מאיר האט זיך אויפגעשטעלט פארהערן דעם עדות, לדעתי האט ער געמאכט א גוטן ארבעט, הגם דער עדות האט זיך אויך געהאלטן גאנץ שטארק און זיך נישט געלאזט. איך וועל שרייבן בערך ווי אזוי עס איז צוגעגאנגען, וויבאלד עס איז גאנץ אינטערעסאנט.
ר' שמואל מאיר: העלא.
עדות: העלא.
- האו אר יאו?
- איי עם פיין!
- דו קענסט מיר?
- יא.
- ווער בין איך?
- שמואל מאיר וויינגארטן.
- בין איך עפעס משפחה מיט דיר?
- מיר זענען קאזינען.
- ווי אזוי?
- דורך דיין ווייב.
- ווי אזוי הייסט מיין ווייב?
- ברכה פרומט.
- ביסטו געזעצן איידער דעם טרייעל מיט די גאווערמענט?
- יא.
- מער פון איין מאל?
- יא.
- מער פון צוויי מאל?
- יא.
- מער פון דריי מאל?
- איך געדענק נישט!
- אבער מער פון צען מאל!
- איך געדענק נישט!
- אויך מער פון צוואנציג!
פראסעקיוטער מישט זיך אריין: אבדזשעקשן (דאס מיינט אז ער איז קעגן פרעגן די פראגע).
שופט ווענדט זיך צו דער עדות: דו געדענקסט וויפיל מאל דו ביסט געזעצן מיט דער גאווערמענט?
- איך געדענק נישט פונקטליך.
ר' שמואל מאיר: אבער אויב איך זאג דיר אז עס איז געווען מער פון צוואנציג מאל, קען דאס זיין מעגליך אז עס איז א ריכטיגע סטעטמענט?
- איך ווייס נישט!
- און יעדע מאל דו ביסט געזעצן מיט דער גאווערמענט, איז דאס געווען פאר שעות לאנג.
- איך ווייס נישט!
- און במשך פון אלעמאל וואס דו ביסט געזעצן מיט דער גאווערמענט, ביסטו איבערגעגאנגען מיט זיי דעם טרייעל, די שאלות ותשובות וואס דו האסט דא פריער געשמועסט מיט זיי.
- אסאך פון די שאלות, אבער נישט אלע. מען האט דורכגעשמועסט דעם ענין, טייל זאכן האט מען מיר ווידער געפרעגט דא, אנדערע זאכן נישט.
- אבער מיט אונז ביסטו נישט געזעצן.
- ניין.
- דו האסט זיך גוט צוגעגרייט דעם טרייעל מיט זיי.
פראסעקיוטער מישט זיך אריין: אבדזשעקשן. דער שופט פרעגט, "וואס איז דער ריזן פאר די אבדזשעקשן?" - פראסעקיוטער: "דאס איז נישט קיין פראגע, דאס איז א סטעטמענט! - שופט צו ר' שמואל מאיר: ביטע גיי אריבער צו דער קומענדיגע נושא.
- דיין זכרון ארבעט געהעריג? - איך קען דיר פרעגן עטליכע קושיות?
- יא.
- ביסטו אונטער די השפעה פון אלקעהאל?
- ניין!
- האסטו גענומען עפעס מעדעקעישן אין די לעצטע פיר-און-צוואנציג שעה?
- ניין!
- ווען דו האסט פריער גערעדט מיט די פראסעקיוטער, האסטו אויסגערעכנט פארשידענע פיינונגען וואס מען פייניגט מענטשן אין לב טהור. אפשר זאגסטו מיר איבער אלע פיינונגען וואס דו האסט בייגעוואוינט דארט?
דער עד הויבט אן צו ענטפערן, און ר' שמואל מאיר נעמט א פעדער און שרייבט אראפ יעדע זאך וואס דער עד זאגט:
- געבן פעטש ביז בלוט, ברענען הענט, שפארן קינדער אין שאפעס, אנגיסן מיט קאלט וואסער, שמייסן מיט א גרויסער האלץ...
- דאס איז א נייע זאך וואס איז יעצט צוגעקומען. דאס האסטו נישט געזאגט פריער פאר די גאווערמענט.
- איך האב נישט אלעס געזאגט, ס'איז דא אסאך זאכן וואס איך האב אויסגעלאזט, ווי למשל....
ר' שמואל מאיר: אבדזשעקשן! (ער לאזט נישט דעם עד ווייטער ענטפערן).
שופט: דו קענסט נישט מאכן אן אבדזשעקשן אויף די פראגעס וואס דו האסט אליין געפרעגט. אויב דו פרעגסט עפעס, מוזטו לאזן דעם עד ענטפערן אויף די פראגע. דו האסט יעצט צוויי ברירות, אדער קענסטו צוריקציען פון די פראגע, כאילו דו האסט נישט געפרעגט, אדער לאזטו דעם עד ענטפערן אויף דיין פריעדיגע פראגע.
- איך ציה צוריק פון מיין פראגע!
- ווי אלט ביסטו געווען, ווען דו האסט מיטגעהאלטן די ערשטע מאל א פייניגונג אין לב-טהור.
- ביי די פינף יאר.
- און ווען איז געווען די לעצטע מאל וואס דו האסט דאס מיטגעהאלטן.
- אביסל פאר איך בין אוועקגעגאנגען פון דארט.
- און די אלע זאכן וואס דו האסט אויסגערעכנט, האסטו אליין געזען?
- אדער געזען אליין, אדער געשפירט אויף די אייגענע האנט.
- דאס איז געווען אויף א טעגליכע פארנעם, אדער אן איינמאליגע זאך?
- טייל זאכן זענען געווען אנגייענד און טייל זאכן האב איך איינמאל געזען אדער געשפירט.
- דו האסט געזאגט אז די לעצטע מאל דו האסט מיטגעהאלטן אזא זאך, איז געווען אביסל פאר דו ביסט אוועקגעגאנגען פון דארט. אפשר זאגסטו מיר, ווען ביסטו אוועקגעגאנגען פון לב-טהור?
- אין 2018.
- וואו ביסטו געגאנגען פון דארט?
- קיין אמעריקע.
- דו האסט געזאגט, אז ווען דו ביסט אנגעקומען קיין אמעריקע, האסטו נישט געהאט וואו צו גיין און וואו צו שלאפן. וואס האסטו געטון, וואו ביסטו געווען?
- איך האב זיך אריינגעזעצט אין בית-המדרש, עס איז געווען ערב שמחת-תורה. איך האב געטאנצן הקפות אין שוהל צוזאמען מיט יעדן איינעם. ווען יעדער איז אהיימגעגאנגען עסן די סעודה, בין איך געבליבן אין בית-המדרש און נישט געהאט וואו צו גיין. ביז איינער האט מיר באמערקט און מיר אויסגעפרעגט, ווען ער האט געהערט אז איך האב נישט וואו צו זיין, האט ער מיר אריינגענומען אין שטוב. דארט בין איך געווען עטליכע וואכן, ביז יענער האט מיר קלארגעשטעלט אז איך דארף שוין אוועקגיין פון דארט, בין איך נאכאמאל אריינגעגאנגען אין בית-המדרש, אזוי איז געווען עטליכע מאל, ביז חברים האבן מיר געהאלפן שאפן א דזשאב, מיט א דירה, און עס האט גענומען צייט ביז איך האב זיך אוועקגעשטעלט.
- האסט ממש נישט געהאט וואו צו גיין?
- ניין!
- האסט קיינעם נישט געקענט אין אמעריקע, וועמען דו האסט געקענט רופן און פרעגן פאר הילף?
- ניין.
- טראכט גוט אריין. האסט טאקע קיינעם נישט געהאט?
- ניין!
- אבער דאס איז נישט געווען דיין ערשטע מאל אין די יונייטעט סטעטס!
- איך געדענק נישט אז איך זאל דא זיין פריער.
- דו ביסט געווען דא אין 2016.
- אה, יא...
- וואו ביסטו דעמאלס איינגעשטאנען?
- ביי מארקאוויטש.
- און ער איז אן עקס לב-טהור.
- יא, אבער ער איז גוט מיט לב-טהור. מענטשן פון לב-טהור שטייען אלעמאל איין דארט און ער העלפט זיי מיט געלט און אנדערע זאכן.
- דעמאלס פארוואס האסטו נישט אויפגעהויבן א טעלפאן צו דיין אלטער בעל-אכסניא, אז דו ביסט דאהי און דו זוכסט וואו איינצושטיין?
- איך האב שוין נישט געהאט קיין קשר מיט אים פאר צוויי יאר און איך האב נישט געהאט קיין קאנטאקט מיט אים. אויסער דעם ווייס איך נישט צי ער וואלט מיר אריינגענומען, וויבאלד ער איז גוט מיט לב-טהור.
- ער איז ארויסגעגאנגען פון לב-טהור. ער איז אמאל דא געווען און ער איז געווארן אויס לב-טהור.
- יא, אבער ער איז נאכאלס א פרענד.
- דו האסט פריער געזאגט, אז דו ביסט אוועקגעגאנגען פון לב-טהור אין 2018, סא, ווען ביסטו אוועקגעגאנגען פון דארט, אין 2018 אדער אין 2016?
- אין 2018. אין 2016 בין איך בלויז געפארן קיין אמעריקע, אבער לב טהור האט מיר קאנטראלירט אויף יעדן שריט און יעדע פעני וואס איך האב פארדינט, האב איך געדארפט שיקן צו די קהילה.
- ווי לאנג ביסטו דעמאלס געווען אין אמעריקע?
- עטליכע חדשים.
- וואס איז געווען נאך די עטליכע חדשים?
- האב איך אנגערופן די קהילה אז איך וויל שוין אהיימקומען פון אמעריקע.
- אהא. נאך עטליכע חדשים זייענדיג אין אמעריקע, האסטו געוואלט צוריקגיין צו די געפערליכע פלאץ, וואו מען ברענט הענט און מען פייניגט קינדער? - דארט האסטו געוואלט צוריקגיין?
- איך בין צוריקגעפארן מיט מיין משפחה...
- איז אויב אזוי, ווען האסטו למעשה אפגעלאזט לב טהור?
- אין 2018.
- ביסט זיכער?
- יא!
- ווייל דו האסט געזאגט אין אן אפציעלן סטעטמענט, אז דו האסט אפגעלאזט די קהילה אין 2016.
ר' שמואל מאיר האט געהייסן ארויפברענגען א דאקיומענט. די פראסעקיוטער האט זיך קעגנגעשטעלט. דער שופט נעמט אן די בקשה פון דער פראסעקיוטער און דער דאקיומענט ווערט נישט ארויפגעברענגט.
ר' שמואל מאיר: אין 2016 האסטו געשריבן א בריוו פאר דעם פאריגען רבי'ן, רבי שלמה העלבראנץ, אז דו ווילסט אפלאזן לב-טהור.
- ריכטיג, איך האב געשריבן אזא בריוו, אבער נאכדעם האט מיר דער רבי אריינגערופן און מיר שרעקליך אנגעשראקן, זאגנדיג אז אויב איך וועל אפלאזן לב-טהור וועל איך גיין אין גהנום און ער מיט די גאנצע קהילה וועלן מתפלל זיין אויף מיר אז איך זאל שטארבן און איך וועל עס נישט איבערלעבן מער פון צוויי וואכן. האב איך דעריבער געטוישט פלענער.
...
ר' שמואל מאיר גייט אריבער צום קומענדיגן נושא:
- דו האסט עדות געזאגט פריער פאר די גאווערמענט, איבער דער גאנצער פראצודור פון די מקוה און-אזוי-ווייטער. דו ווייסט ווי אזוי א מקוה קוקט אויס?
- דאס גאנצע שטעטל געפינט זיך אין א וואלד, אינמיטן איז פארהאן א שטח פון קאנקריט, דארט איז די מקוה מיט אייז קאלטע וואסער.
- איז די מקוה א פאבליק פלאץ אדער א פריוואטע פלאץ.
- מען קען עס אנרופן א פריוואטע פלאץ.
- אין וואדרידזש איז פארהאן א מקוה?
- איך ווייס נישט.
ר' שמואל מאיר הייסט ארויפברענגען א דאקיומענט, א קאפי פון גוגל מעפס, וואו מען זעט א מקוה אין וואדרידזש.
- סא, ס'איז יא דא מקוה אין וואדרידזש.
- יעצט זעה איך.
- אין ברוקלין איז דא א מקוה?
- יא.
- מער פון איינס.
- יא.
- אויך מער פון צוויי.
- יא.
- איבער צוויי-הונדערט מקוואות.
- יא.
- וואו וואוינסטו?
- נעבן מאנסי.
- אין דיין געגנט איז דא א מקוה?
- יא.
- דיין ווייב נוצט א מקוה?
- יא.
- און דו ביסט נישט לב טהור. ריכטיג?
- יא.
- סא, א מקוה איז נישט קיין לב טהור זאך.
- ריכטיג, ס'איז נישט א זאך וואס איז דווקא לב-טהור.
- אלע ארטאדאקסישע אידן נוצן א מקוה.
- יא.
- און אפילו אסאך וואס זענען נישט אזוי ארטאדאקסיש.
- איך ווייס נישט!
- אבער דו האסט געוואלט פעינטן לב-טהור שווארץ און דו האסט געוואלט אז די דזשורי זאל מיינען אז ס'איז א לב-טהור זאך...
- אבדזשעקשן (פראסעקיוטער)...
- דו האסט פריער עדות געזאגט, אז אז די ערשטע צוועלף-פערצן טעג נאך א פרוי באקומט די פיריעד, טאר מען נישט וואוינען מיט איר. ריכטיג?
- יא.
- דאס איז אויך א לב-טהור זאך, אדער דאס איז הלכה'דיג.
- הלכה'דיג.
- אזוי פירן זיך אלע ארטאדאקסישע אידן.
- ריכטיג.
- אויך דו...
- יא.
- סא, די קאנטראל איז נישט דווקא לב-טהור. דאס איז ארטאדאקסיע.
- המם...
- און דאס אז מען מוז וואוינען אין די ליל-טבילה, דאס איז אויך הלכה'דיג...
- ניין, דאס איז לב-טהור.
- אזוי...
ר' שמואל מאיר הויבט אויף א קיצור שלחן ערוך, איבערגעזעצט אין ענגליש, וואס ער האט געהאט צוגעגרייט פון פריער.
- דו קענסט דעם ספר?
- יא, קיצור שלחן ערוך.
- דער ספר איז א לב-טהור ספר?
- ניין.
- דער מחבר האט געלעבט מיט 250 יאר צוריק.
- ריכטיג.
(אן אמעראצעס פון ביידע... דוכט זיך אז אז ער האט געלעבט אונטער 150 יאר צוריק.)
- און דעמאלס איז נאכנישט געווען קיין לב-טהור.
- ריכטיג.
- און דאס איז אן אטאראטעטישע הלכה'דיגע ספר, וואס גאנץ כלל-ישראל גייט נאך זיין פסק.
- ניין. שלחן-ערוך איז. קיצור שלחן ערוך, איז נישט דווקא.
- דו האסט א קיצור שלחן ערוך אינדערהיים?
- ניין.
- אבער אסאך אידן האבן יא.
- איך ווייס נישט.
ר' שמואל מאיר האט געבעטן אז מען זאל ארויפברענגען דעם קיצור שלחן ערוך אויפן סקרין. דער פראסעקיוטער שטעלט זיך קעגן, וויבאלד מען קען נישט ארויפברענגען א ספר פון 400 עמודים אויפן סקרין. דער שופט איז מסכים און זאגט אז ער נעמט אן דערווייל אז קיצור שלחן ערוך איז נישט אטאראטעטיש פאר גאנץ כלל-ישראל. (וואס פארשטייט דער גוי?)
ווען איך וועל האבן מער צייט, וועל איך ווייטער גיין.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
בינך נייגעריג אויב ס'שטייט אויך אין קיצור ש''ע אז מ'מעג נישט עסן קיין פלייש, אדער אז אויב איינער גייט אוועק פון א געוויסע קהילה איז ער א רשע וואס מ'דארף מתפלל זיין פאר זיין טויט, אדער ווי אזוי מ'דארף גיין אנגעטוהן (אראבישע קליידער - אויב מ'וויל אנטלויפן צו א אראבישע לאנד),
אפשר שטייט דארט אז די רבי דארף אפמאכן מיט וועמען מ'האט חתונה און ווען , אפשר איז עס אזאך וואס גאנץ כלל ישראל פירט זיך (די זעלבע כלל, וואס ווען איינער גייט אהין דארף ער גיין אין גהינם)
יא ! דעס אז ס'איז דא זאכן וואס זיי טוען אזוי די ערליכע אידן, מאכט זיי נאכנישט ערליך, ס'זעהט אויס ווי דער שמואל מאיר האט א גוטע פיסק, און ווייסט וואס אנצוכאפן, אבער צווישן אונז אין גאט זעהט מען פון די שמועסן קלאר וואס דארט איז, און ווי אזוי מ'האט ליידער אריינגענארט ערליכע אידן אין די הענט פון די ס''מ אליין
די אייבערשטער זאל העלפן אז די אמת זאל ארויפקומען, די געריכט זאל איינזעהן מיט וואס די כת האט פארשוועכט כלל ישראל, און מיט וואס זיי האבן ליידער אריינגענארט אידן אין א מרידה אין מלכות שמים,
און אזוי אויסגעניצט זייער כח צו פיינונגען אומשולדיגע מענטשן פרויען און קינדער
נקום נקמת דם עבדיך
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
געוואלדיג!
עס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס איך האלט מיט טרייעלס, מען קען צומאל אראפגיין פון זינען פון די ווארט "אבזשעקשאן".
האלא, יעדער האט טענות, יעדער וויל אויפווייזן גערעכטיגקייט לויט זיין/איר פערספעקטיוו, און כדי דאס מברר צו זיין על בוריה מוזטו געבן יענעם די רעכט צו זאגן אלע זיינע טענות! די רשעות פון אפהאלטן יענעם צו רעדן ווען דו שפירסט אז ער קומט אריין מיט א גוטע קאונטער-ארגומענט איז לדעתי אכזריות, און ממש אומפארשטענדליך.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
עמרם, אויב דו האסט נישט באמערקט ביז יעצט, יעדע תגובה וואס האט נישט שייכות צו די טרייעל און/אדער ענטהאלט אין זיך קללות וכדו' ווערט פארמעקט.
איך פארשטיי דיין אויפברויז, און איך האב געלינקט אנהייב אשכול א שלל פון לינקס איבער לב טהור וואס דארט קענסטו שרייען און שעלטן. דער דאזיגער אשכול איז אויסדרוקליך נאר פאר די טרייעל און נאר רעספעקטפולע תגובות ווערט ערלויבט.
בתקוה להבנה.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
חכמת שלמה #
- ווען דו האסט פריער גערעדט מיט די פראסעקיוטער, האסטו אויסגערעכנט פארשידענע פיינונגען וואס מען פייניגט מענטשן אין לב טהור. אפשר זאגסטו מיר איבער אלע פיינונגען וואס דו האסט בייגעוואוינט דארט?
דער עד הויבט אן צו ענטפערן, און ר' שמואל מאיר נעמט א פעדער און שרייבט אראפ יעדע זאך וואס דער עד זאגט:
- געבן פעטש ביז בלוט, ברענען הענט, שפארן קינדער אין שאפעס, אנגיסן מיט קאלט וואסער, שמייסן מיט א גרויסער האלץ...
- דאס איז א נייע זאך וואס איז יעצט צוגעקומען. דאס האסטו נישט געזאגט פריער פאר די גאווערמענט.
- איך האב נישט אלעס געזאגט, ס'איז דא אסאך זאכן וואס איך האב אויסגעלאזט, ווי למשל....
ר' שמואל מאיר: אבדזשעקשן! (ער לאזט נישט דעם עד ווייטער ענטפערן).
שופט: דו קענסט נישט מאכן אן אבדזשעקשן אויף די פראגעס וואס דו האסט אליין געפרעגט. אויב דו פרעגסט עפעס, מוזטו לאזן דעם עד ענטפערן אויף די פראגע. דו האסט יעצט צוויי ברירות, אדער קענסטו צוריקציען פון די פראגע, כאילו דו האסט נישט געפרעגט, אדער לאזטו דעם עד ענטפערן אויף דיין פריעדיגע פראגע.
- איך ציה צוריק פון מיין פראגע!
קודם א ש’כח פאר די אלע אינטערסאנטע באריכטן.
א זייטיגע נקודה, אנהייב אשכול האסטו געשריבן אז זיי נעמען נישט קיין לויער, ווייל זיי קענען די גאנצע קעיס אוןנאלע געזעצן דורך און דורך.
דא, זעהט מען אז זיי קענען נישט קיין בעסיק קאורט ראול’ס.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
[ציטאט אראפגענומען]
וואס ער האלט און וואס ער וויל די דזשורי זאל הערן איז פארשטייט זיך צוויי אנדערע זאכען.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
[ציטאט אראפגענומען]
די האסט עס ארויס, איינמאהל ער האט באמערקט אז סקומט ארויס נאך אביוז זאכן איז ער געווארן ווילד און שטיל געמאכט די עדות.
זייער אינטערסאנט אז די וויינגארטענס ווי שטארק זיי האלטן פון זיך זענען זיי דאך נישט קיין לויערס און זיי האבן געזוכט א גאנצע צייט צו פארטיידיגען לב טהור און בכלל נישט געפאוקסט אוי די וויכטיגסטע חלק אז זיי האבן יא אדער נישט געווען אינוואלד און די קידנעפינג פון דעים האבן זיי אינגאנצן פארגעסן.
אויך האב איך נאכגהערט פון א חבר וואס איז דארטן געווען די צווייטע טאג פון די קראוס אויף די גאווערמענט עדות. אז סאיז געווען א פוינט ווי יואל ווייגארטן האט געטרייט צו ארויס באקומען פון די עדות אז ער האט נישט געווען און די הנהלה, [אויך האט ער איהם נישט געטרייט צו אפ פרעגן קיין איין שאלה וועגן די רציחות וואס די עדות האט פארציילט אז יואל האט געטוען. זיי האבן געוויסט אז סלוינט זיך נישט ווייל די עדות גייט נאך צוריק קומען מיט א סאך מער דיטעילס. נאר אויף די פאברענטע הענט האט שמואל געטרייט וואס די עדות האט אויף דעם קלאר געזאגט געזאגט די צווייטע טאג אז סאיז געשען זעלטען כאילו זעלטען מעג עס יא געשעהן רח״ל] סהאט איהם גענומען גאנצע 20 מינוט צו פרעגן די שאלה און ער האט פשוט נישט געוויסט וויזוי איז צו פרעגן לויט די קורט רולס. די גאנצע קורט ראום איז גיגאנגען אויף רעדער און די טשאדזש האט אים גהאלטן אין איין סטאפן אז
“!You have to ask the question in a proper form”
אדער האט די טשאדזש געשריגן
“!You can not give speeches”
“!Ask the witness the next question”
[געבליבן צו זעהן אויב אונזער חבר חכמת שלמה וועט דעיס אויך באריכטן אדער דאס האט ער שוין ״פארגעסן״…]
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
איך בין נישט א לויער, אבער מטעם מיין פראפעשאן קומט מיר אויס צוזיצן זייער אסאך ביי קעיסעס. די וויינגארטען חברה באגראבן זיך אליינס, זיי האבן נישט דאס מינדעסטער אנונג וואס געריכט מיינט, און אזוי ווי דער קעיס גייט יעצט גייען זיי ארויס גילטי. נאו קוועסטשען אבאוט איט.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
בנוגע וואס פארדעכטיגטער האט געשריבן: איך בין אביאקטיוו, איך וועל אלעס באריכטן. איך האלט נאך פאר דער צווייטער טאג פון קראס און איך דארף האבן צייט.
סוף כל סוף האב איך א לעבן אויסער דעם. איך בין נישט פארנומען אין קארט א גאנצן טאג. איך זאג פאר עטליכע שיעורים א טאג. נאכן דאווענען גיב איך א שיעור אין אור הוי"ה, שפעטער ביינאכט רעד איך פאר בחורים, און נאך שיעורים במשך די וואך, און איך דארף זיך פארקוקן. איך האב נישט די גאנצע טאג פאר מיר. דאס איז אויסער דעם וואס די עבודת-השם איז דא אויף א דרגא וואס פאדערט מער צייט. שחרית נעמט עטליכע שעה און מען דארף אוועקגעבן צייט אויף התבוננות.
אזוי ווי איך האב שוין געשריבן פון אנהויב, דארף איך ממש אוועקרייסן צייט דא צו באריכטן און איך קום נישט נאך אלעס וואס ליגט אויף מיר צו טון. מיט דעם אלעמען שטרענג איך זיך אן די מאקסימום וואס עס איז שייך. איך האף שטארק אז איך וועל נאכיאגן אלעס צו טון.
...
אויף דעם וואס Visionary שרייבט:
מיר האפן אלעמאל אויף נסים, אבער עס איז נישט קיין סוד ווי אזוי עס קוקט אויס, וואס די אויסגאנג וועט זיין רח"ל. דאס האט שוין יעדער געקענט פאראויס זען, נאך איידער די קארט האט זיך אנגעהויבן. די גאנצע מטרה אויף וואס מיר ארבעטן, איז מער פאר די אפילס, וואס דעמאלס האבן מיר פיל בעסערע שאנסן. אונזערע אויגן זענען געוואנדן אויף דעמאלס.
...
גראדע, אין די לעצטע תקופה קוקט עס גאנץ גוט אויס אויף אונזער זייט. איך האב נאכנישט געשריבן וואס עס איז געווען פרייטאג אין קארט, בשעת מיר האבן געהאט זייער א גוטע טאג, מיט אן אנדייטונג און האפענונג אז עס וועט זיך ווייטער דערקייקלען לטובתינו אין די קומענדיגע סעסיעס.
נסים קענען אלעמאל געשען!

Alright. איך גיי מיך אנהאלטן און צו ווארטען…

איך האב פערזענליך גערעדט היינט מיט די פארמישטע אין דעי קעיס. איך מוז קאמפלימענטירן חכמת שלמה פאר זיין פעדער. גוט באשריבן די טעגליכע אפדעיטס לשיטתו. די פראבלעם איז נאר אז ער שרייבט נישט דעם גאנצן אמת פונעם געריכט. אלעס געשריבן מיט א אגענדע און איינזייטיג. כפארשטיי נישט פארוואס ער טוהט דאס דא אפן פארום. מיר זענען נישט די דזשורי. דא קען מען שרייבן דעם אמת טריקן וויאזוי די טרייעל שפילט זיך באמת אפ און וואס אלץ עס קומט ארויס ברבים דערפון. איך בין נישט קיין שרייבער. אבער אויב וועט אויספעלן וועל איך פרובירן צו אריינפילן די דיטעילס וואס ער לאזט אויס. וכבודו במקומו
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
וואי דער ליידט פון גאר א ערנסטע קעיס פון ספליט פערסאנאליטי. די שאלה איז וויפיל נאך ניקס דער טראל וועט פאבריצירן און ארומחושן מיט ביז סוף פון די משפט.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
איך אויך #
וואי דער ליידט פון גאר א ערנסטע קעיס פון ספליט פערסאנאליטי. די שאלה איז וויפיל נאך ניקס דער טראל וועט פאבריצירן און ארומחושן מיט ביז סוף פון די משפט.
פליס רייס נישט אראפ פירסאנעל… אונז דארפן איהם דא האבן…
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
חכם מכל האדם #

אדרבה! - דו ביסט מכובד צו שרייבן. ווייז מיר אויף וואס עס איז איינזייטיג און וואס איך האב געשריבן דא נישט אביעקטיוו. מיר זענען גרייט צו הערן.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
איך קום יעצט פון די קורט, שווער צו אראפשרייבן וואס דארט יעצט פארגעגאנגען. ס'האט טעטעפייד א פרוי א דאקטער וואס האט זיך מגייר געווען און געוואוינט חתונה געהאט אין לב טהור פאר א פאר יאר פון 2015 ביז 2019, זי איז ארויס מיט איר צוויי קינדער פאר בערך פינעף יאר צוריק, איר מאן אויך א גר און א דוקטור איז געבליבן און די קהילה און נאך אמאהל חתונה געהאט דארט. זי איז היינט צוריק א גויטע אזוי ווי פאר זי איז געווען פארן קומען צו לב טהור.
איך מיז זאגן איר טעסטעמוני איז געווען עפעס נעקסט לעוועל איך זעה נישט וויזוי אויף די וויינגארטענס קענען ארויס קומען נאט גילטי נאך אזא טעסטעמוני, ס'איז געווען שרעקליך די דיטעילס וואס זי האט אראפגעלייגט וואס זי האט אלץ צו געזעהן דארטן אין די קהילה אלץ דאקטער. זי האט זיך צעוויינט מער ווי איין מאהל, און מען האט געקענט זעהן אויף די דזשורי אז קיינער האלט נישט אז זי זאגט ליגענט אדער אז זי טרייבט איבער. זי האט נישט די פעין און העיט וואס די וואס זענען דארט געבוירן קענען אמאהל האבן, ווייל זי איז דארט ברצון אריינגעגאנגען נאך ווען שלמה האט געלעבט האט ער איר פארדרייט א קאפ, און א פאר יאר שפעטער האט זי עס מער נישט אויסגהאלטן וווען די הנהלה האבן איינגעפירט מער און מער שוידערליכע תקנות.
אז איך וועל האבן די כוחות און צייט אביסעל שפעטער וועל איך טרייען זיך צאם נעמען און אראפשרייבן אביסעל מער דיטעיל וואס זי האט טעסטיפייד היינט.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
לב טהור איז נישט אן טרייעל.
איטס עי קידנעפינג קעיס
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
yesiknow #
לב טהור איז נישט אן טרייעל.
איטס עי קידנעפינג קעיס.
שטארק געזאגט. אבער דעיס געשעהט ווען מען נעמט נישט קיין לויער'ס און מען האלט אז מ'איז קלוגער. און ווי חכמת שלמה האט געזאגט "זיי האבן זייער שטארק דורכגעטוען די געזעץ". דעיס איז די אוטקאום, פוינט. איך גלייב זייער שוואך, אז א לויער וואלט נישט געקענט דעיס אויס פייטן פאר די טרייעל האט זיך אנגעהויבן אויף וואס וועט יא אדער נישט אריינקומען און טרייעל. ווער ס'קען א ברעקל די סיסטעם ווייסט אז דאס איינע פון די וויכטיגסטע זאכן פון געווינען אדער פארלירן א קעיס, וואס מען גייט יא אדער נישט קענען זאגן און אריגעיען פאר די דזשורי.
און ביי דעי וועי, ביסט נישט אינגאנצן גערעכט [האלב יא] ווייל די גאווערמענט טענה אויף דעם איז, ווייל זיי טשארדזשן די לידערס פון לב טהור מיט די סעק*זושעל "אינטענט" אויף די קידנעפינג. דארפן זיי קענען אויפווייזן פאר די דזשורי אז די הנהלה האט קונטרולט די סע*קס לייף פון אדולטס וואס האבן געווען חתונה געהאט מיט מיינערס, דורך ווייזן אז די הנהלה האט חתונה געמאכט אנדער עידזש מיידלעך צו אדולט מענער. אזוי ווי די היינטיגע וויטנעס האט פארציילט אז זי האט מיטגעהאלטן מער ווי א דאזען אינגע מיידלעך חתונות פון די עידזש 12-14.
אויך האט זי פארציילט אז ביי איינע פון די אינגע חתונה איז געווען א מיידל וואס האט געדארפט חתונה האבן די וואך וואס זי ווערט 12 יאר אלט צו א 19 יעריגע בחור. און די הנהלה/וויינגארטענס האבן איר געהייסן צו מאכן א Medical Procedure אויף די מיידל א פאר וואכן פאר די חתונה ווען זי איז נאך געווען 11 יאר אלט, צו אנגרייטן איר באדי צו קענען האבן סע*קס.
אויך האט די הנהלה נישט געלאזט טראגעדיגע אנדער-עידזש מיידלעך צו גייט צו די הספיטאל דעליווערן זייערע בעיביס ווייל זיי האבן נישט געוואלט די גאווערמענט דארט זאל זיך אריינמישן און מאכן אן אינוועסטיגעשן, האט מען איר געגעבן די דזשאב צו דעליווערן די קינדער, אין זייערע געצעלטן דארט אין בבל.
ווי איך פארשטיי, וויל די גאווערמענט אזוי אויפוויייזען פאר די דזשורי זייער גילט, מיטן ווייזן ווי אזוי די הנהלה פון די קהילה האט קאנטראלט יעדע ריר פון זייער לעבן, אינקלונדינג זייער סעק*על לעבן. און מיט קידנעפן א מיינער און איר טראגן צו איר אדאלט מאן וואס גייט האבן סע*קס מיט איר, זענען זיי גילטי אויף קידנעפינג מיט א סע*קסועל "איטענד" פון א מיינער.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
פארדעכטיגער #
איך אויך #
וואי דער ליידט פון גאר א ערנסטע קעיס פון ספליט פערסאנאליטי. די שאלה איז וויפיל נאך ניקס דער טראל וועט פאבריצירן און ארומחושן מיט ביז סוף פון די משפט.
פליס רייס נישט אראפ פירסאנעל… אונז דארפן איהם דא האבן…
גם אני מצטרף...
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
פארדעכטיגער #
איך קום יעצט פון די קורט, שווער צו אראפשרייבן וואס דארט יעצט פארגעגאנגען. ס'האט טעטעפייד א פרוי א דאקטער וואס האט זיך מגייר געווען און געוואוינט חתונה געהאט אין לב טהור פאר א פאר יאר פון 2015 ביז 2019, זי איז ארויס מיט איר צוויי קינדער פאר בערך פינעף יאר צוריק, איר מאן אויך א גר און א דוקטור איז געבליבן און די קהילה און נאך אמאהל חתונה געהאט דארט. זי איז היינט צוריק א גויטע אזוי ווי פאר זי איז געווען פארן קומען צו לב טהור.
איך מיז זאגן איר טעסטעמוני איז געווען עפעס נעקסט לעוועל איך זעה נישט וויזוי אויף די וויינגארטענס קענען ארויס קומען נאט גילטי נאך אזא טעסטעמוני, ס'איז געווען שרעקליך די דיטעילס וואס זי האט אראפגעלייגט וואס זי האט אלץ צו געזעהן דארטן אין די קהילה אלץ דאקטער. זי האט זיך צעוויינט מער ווי איין מאהל, און מען האט געקענט זעהן אויף די דזשורי אז קיינער האלט נישט אז זי זאגט ליגענט אדער אז זי טרייבט איבער. זי האט נישט די פעין און העיט וואס די וואס זענען דארט געבוירן קענען אמאהל האבן, ווייל זי איז דארט ברצון אריינגעגאנגען נאך ווען שלמה האט געלעבט האט ער איר פארדרייט א קאפ, און א פאר יאר שפעטער האט זי עס מער נישט אויסגהאלטן וווען די הנהלה האבן איינגעפירט מער און מער שוידערליכע תקנות.
אז איך וועל האבן די כוחות און צייט אביסעל שפעטער וועל איך טרייען זיך צאם נעמען און אראפשרייבן אביסעל מער דיטעיל וואס זי האט טעסטיפייד היינט.
שרעקעדיג
ווער איז זי?
וואס איז איר נאמען? מען האט אמאל געהערט פון איר מיינונג אויף ל"ט?
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
חכמת שלמה
איר פלאנט נאך אנצוקומען צו באריכטן די עדות פון די דאקטער די האסט פשוט א בעסערע פעדער און א בעסערע שפראך
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
ביטע קומט אריין מיט אפדעיטס.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
I Agree חכמת איז די בעסט און די ליין. אויך האב איך נאר דארט געווען פאר א קורצע צייט. אונז ווארטען מיר אלע פאר חכמת ער זאל אריין קומען מיט א קלארע באריכט און מהנאה זיין די ציבור מיט זיין רייכע פעדער.
[איך האב נאר ליב אריין צו קומען א מאהל מיט א ארגומענט אדער צו ארויסברענגן א פוינט, ח״ו נישט צו צונעמען זיין פלאץ]
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
די מאגשאט וואס איז גענוצט געווארן אין קאורט צו עדענטיפייען די דיפענדענס יואל און יעקב נחום וויינגארטען…
📎 IMG_0837.jpeg 📎 IMG_0836.jpeg
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
איך אויך #
. די שאלה איז וויפיל נאך ניקס דער טראל וועט פאבריצירן און ארומחושן מיט ביז סוף פון די משפט.
דער געפיל אז ח’’ו קיינער זאל נישט מיינען איך בין געווארן פארנערט איז זייער נארמאל און אויב וועט מען געוואר ווערן אז ס’איז א געווען א טראלל, וועט מען קענען שאלן און שרייען און צולינקען ’’איך האב שוין געוויסט פון אנהייב איך בין נישט אזא נער איך לאז מיך נישט פאפן’’
אבער מען דארף מאכן א גילו דעת ביז נאכן משפט יעדער איז קליג קיינער לאזט זיך נישט איינרעדן ס’’ה נאשט איינער אינפא און ברענגט עס צום טיש נישט קיין חילוק וויפיל ניקס ער האט ביטע לאזן במנוחה אביסל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
קומט יעצט אריין באריכטן פונעם קאורט היינט. אונזער קארעספאנדענט פון קאורט איז נאך צוטימלט און צושוידערט פון די היינטיגע טעסטימאוני. כוועל אביסל פרובירן צו באריכטן ווי ווייט מעגליך. אבער באמת ליגט די פעדער אינעם האנט פון חכמת שלמה. ויבא הכותב ויכתוב.
קודם אפאר פונקטן וואס איז אויפגעכאפט געווארן היינט פונעם געריכט זאל בכלליות.
די 15 דזשורי מעמבערס באשטייט פון 9 מענער און 6 פרויען. מיינסטענס ווייסע אמעריקאנע. 1 מעקסיקאנער. 1 אזיאנער. זיי זענען סורפרייזינגלי זייער אינטו די טעסטימאוני. מיטהאלטענדיג יעדעס ווארט וואס ווערט געזאגט פון יעדע צד אדער עדות. קוקענדיג אהין און צוריק צווישן די פראסעקיוטער און די וויטנעסעס אפליינענדיג מיט ערנסקייט די דיטעילס פון יעדעס ווארט וואס ווערט נאר געזאגט פון סיי וועמען. זיי געבן די איינדריק ווי זיי זענען נישט באורד און זענען זייער אינטערעסירט.
די דזשאדש זעהט אויך אויס זייער רוהיג און געדילדיג. אויפגעלייגט און גוטמוטיג. כמעט אויף אלע אבדזשעקשנס פון די דיפענדענטס האט ער אווער-רולד. ווייזענדיג דערמיט אז ער האלט אז די גאווערמענט האט די רעכט צו פרעגן דעי אלע פראגעס פון די וויטנעסעס. די גאווערמענט היינט האט קלאר ארויסבאקומען פון די וויטנעסעס אלעס וואס זיי האבן געוואלט זאל געזאגט ווערן אויף די רעקארד פאר די דזשורי.
אזוי אויך האט זייער קלאר אויסגעזעהן ווי די דזשאדש האט ארויס די דיפענדענטס טראכטנס-גאנג. וואס און וויאזוי די לב טהור וויינגארטן ברודער טראכטן און רעאגירן. ער געט זיי די צייט און געדולד צו רעדן און אבדזשעקטן. זיי מאכן מאושןס און אבדזעקשןס. קאמענטירן און ניצן אויס יעדע געלעגנהייט צו טשעלענדזשן וואס מעגליך. יעדע שאלה וואס די דזשאדש פרעגט זיי דארף ער 3-4 מאל איבערזאגן ביז ער באקומט א צופרידנשטעלדע ענטפער.
און פיינעלי. מוזן מיר מודה זיין אז למעשה אחרי ככלות הכל. וואלטן גוישע דיפענס לויערס נישט געמאכט ווען א בעסערע ארבעט פאר די דיפענס. ווייל למעשה זענען די וויינגארטן ברודערס קלוג און געריבן. די קעפ ארבעט זיי שנעל און פלינק. און זיי האבן גאר גוט ארויס די מהלך און די געזעץ. און זענען די בעסטע אויסגעקאכט און אלע דיטעילס פון די מעשה. ספעציעל ווען סקומט צו קראסס עקזעמינעישן פון די גאווערמענט וויטנעסעס. וואלט קיינער קיינמאל נישט געקענט אזוי גוט טשעלענדזשן די סטעיטמענטס אדער ווערסיעס פון די עדות'ס ווי זיי אליינס. זיי האבן נאר פשוט נישט די עקספיריענס. אזוי אויך די פרעזענטעישן און קאסמעטיקס (לפנים) עקטן זיי נישט אזוי פראפעסיאנאל ווי אויסגעביגעלטע לויערס און האבן נישט אזא גליטשיגן ענגליש. אבער בנוגע החומר הדברים זענען זיי נאך עניטיים אזוי גוט.
לסיומא דמילתא. איז די קאורט הויז געווען היבש ליידיג היינט. אן קיין גוישע מידיע. אן קיין סאך וויזיטערס. שטיל און רוהיג. און אן קיין הויכע טענער אדער געשרייען. און מער ווייניגער אן אויפגעלייגטע געמיטער אויף די באטייליגטע. און א קאלטן זוניגן טאג אויף די ווייט פלעינס ניו יורק הימלען.
מיר וועלן צו ווארטן צו באקומען מער דיטעילס פון די דין ודברים פון חברינו היקר חכמת שלמה.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
נאך קרישקעלעך קומען יעצט אריין:
די גאווערמענט האט היינט סוף טאג געמאלדן פארן דזשאדש אז זיי גייען שוין מארגן רעסטן זייער קעיס. זיי גייען ברענגען נאך 2 עדות מארגן.
די דיפענס גייט ברענגן עדות פון גוטאמאלא/בבל אנדערע גרים דאקטורים וואס באלאנגן צו די קהילה.
די דזשאדש האט קלאר געמאכט היינט פאר די דיפענס אז ער גייט נישט לאזן אלע זייערע עדות אויפטרעטן צוליב וואס זיי האבן געשפעטיגט די דעדליין פון אריינגעבן די (צוגעלייגטע) עדות ליסטע פאר די גאווערמענט. נאר אויב זיי קענען קלאר מסביר זיין וואס דעי צוגעלייגטע עדות האט שייכות מיט דעי קעיס.
די גאווערמענט פראסעקיוטערס באשטייט פון 2 מענער און 1 פרוי. כפי השמועה גייט די פרוי מאכן די קלאזינג ארגיומענט. זי זעהט אויס די בעסטע פון זיי אלע. מיט גאר א גוטן פיסק.
מענין לענין באותו ענין ברענגען מיר דא אראפ א לינק פון די מידיע ווי זיי דעקן לעצטע וואך עדות אין געריכט.
https://www.msn.com/en-us/news/crime/life-inside-lev-tahor-leaders-alleged-plot-to-kidnap-2-children-detailed-by-witness/ar-BB1jFThURe: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
אה, רבותי, א שווערע טאג געווען היינט.
איך פערזענליך בין געווען גאר שטארק פארנומען. הערשט יעצט בין איך אריינגעקומען צום ערשטן מאל אין קאווע שטיבל, און איך זעה אז אסאך תגובות זענען געשריבן געווארן דא. ס'איז שווער מגיב צו זיין אויף אלעס.
איך מוז זאגן, אז דער עולם האט פיין געשריבן, קורץ אבער צו דער זאך, וואס עס האט פאסירט היינט אין קארט. בסך-הכל קען מען זאגן, אז עס איז געווען א שווערע טאג פאר לב-טהור. די עדות פון די פרוי איז געווען זייער בארירנד, זי האט "איין מאל" זיך צעוויינט אינמיטן און איינער איז אריינגעקומען מיט א פורסט עיד קעיס אין פאל אויב עפעס וועט פאסירן... איר עדות איז אויך געווען זייער איבערצייגנד און עס האט געלאזט א באגלויבטער רושם אויף די אנוועזנדע. מעגליך אז זי האט אפילו געמאכט א בעסערע און שטערקערע רושם ווי די פריעדיגע עדות, אבער פון די אנדערע זייט איז די פריעדיגע עדות געווען "משלנו", לענגער געלעבט דארט און געוואוסט מער צו זאגן. בכל אופן איז דאס געווען א שווערע עדות פאר לב-טהור. די קראס האט פראבירט אריינצואווארפן לעכער דא און דארט, אבער איך וואלט נישט געזאגט אז זיי האבן געהאט עפעס א אויסטערלישע סוקסעס, מאקסימום איז געלונגען אריינצואווארפן עפעס ספיקות אין געוויסע ספעציפישע פעלער.
אן אינטערעסאנטע זאך האט זיך אפגעשפילט פאר ריסעס, נאך וואס די דזשורי איז ארויסגעגאנגען. ווען ר' יואל וויינגארטן האט געפרעגט מיט סארקאזעם, אויב די קומענדיגע וויטנעס גייט עדות זאגן אז אידן האבן גע'הרג'עט דזשיזעס... דער דזשאדזש האט געענטפערט, אז לויט זיין נאלידזש האבן אים די "ראמענס" אומגעברענגט, און ער איז "ראמען" (זיין נאמען איז "דזשאדזש ראמאן") און דעריבער לאזט ער נישט ארויפברענגען די פראגע דא אין קארט... יעדער איינער האט געלאכט.
דער אמת איז, אז איך האלט נאך הונטערשטעליג אפאר טעג, איך האלט נאך אינמיטן די קראס פון די ערשטע עדות. איך האף נאך אנצוקומען דערצו, טראצדעם וואס איך בין שטארק פארנומען מיט פארשידענע זאכן, סיי אין דעם קעיס און סיי מיט אנדערע זאכן.
בדרך אגב, איך האב געהערט אז צוויי אידן זענען אריינגעקומען אינמיטן די עדות פון די פרוי, זיי זענען געזעצן דארט א שטיק צייט און דערנאך ארויסגעגאנגען. איז דאס געווען דיר, פארדעכטיגטער?
די צווייטע האלב נאכמיטאג האט אויפגעטרעטן די מאמע, זי האט אויסגעקוקט זייער אומבאקוועם און נישט וויליג צו רעדן איבער די גאנצע געשיכטע, אבער זי האט געענטפערט אויף אלע פראגעס. מארגן וועט מען ממשיך זיין מיט איר און עס קומען נאך צוויי עדות. 1. א געוועזענער לב-טהור מיטגליד. 2. די מיידל אליין, די מדוברת.
עס איז אינטערעסאנט צו הערן וואס דער גאווערמענט זאגט, אז מארגן מיטאג צייט גייען זיי שוין רעסטן, דהיינו אז זיי וועלן ענדיגן מיט זייער עדות. די שאלה איז, ווי אזוי פלאנען זיי אריינצוהאקן אין די קורצע פאר שעה בלויז צו ענדיגן די מאמע, קראס עקזעם, און די קומענדיגע צוויי עדות אינאיינעם מיט קראס עקזעם. ווי אזוי גייען זייי דאס אריינרוקן אין די קורצע פאר שעה? - דאס וועלן מיר מוזן זען מארגן.
אזוי ווי געשמועסט. מארגן איז דער פלאן ממשיך צו זיין מיט די מאמע און דערנאך קראס עקזעם. איך וועל שיסן אן אייגענע נבואה, אז טראצדעם וואס מאנכע שטעלן זיך פאר אז דער קראס עקזעם אויף די מאמע וועט זיין א לענגערע, ווי משפחת וויינגארטן וועלן האבן א דראנג אפצופרעגן אירע עדות, און בכלל גלייכט מען איר נישט אזוי שטארק אין די קהילה (דאהי האט מען איר צוגעקלעבט א נאמען "ערפה"), שאץ איך אבער פארקערט, אז מען וועט האבן עטוואס דרך-ארץ פאר איר און מען וועט איר איידל אויספרעגן אביסל, בלויז פאר די מצוה פון קראס-עקזעם און מען וועט איר נישט אזויפיל באדערן. לאמיר זען מארגן צי איך בין געווען גערעכט.
נאך א זאך: די שולדערינג איבער די דזשורי, איז גוט אראפגעלייגט געווארן.
אה, איידער איך פארגעס: ס'איז געווען נאך אן עדות היינט, פון די טרענסלעטאר, אבער דאס איז נישט געווען אזוי אינטערעסאנט.

למעשה שטעלט זיך ארויס אנדערש ווי ידידינו חכמת שלמה האט פאראויס געשאצט. און היינט האבן די אחים וויינגארטן א גאנצן טאג געקראוסט מרת טעללער. די גאווערמענט איז נאכנישט פארטיג און זיי פלאנען נאך 2 עדות מארגן.
מיר וועלן מוזן צו ווארטן ביז חכמת שלמה וועט ענדיגן זיינע שיעורים מיט די בחורים...
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
אפדעיט.
למעשה האט די גאווערמענט היינט געזאגט אז זיי ווילן רופן מארגן נאך 4 עדות. נישט 2 ווי פריער באריכטעט. און זיי גלייבן אז זיי וועלן זיין פארטיג מארגן סוף טאג. פארשטייט זיך אלעס ווענט זיך ווי לאנג די עדות וועלן ווערן געקראוסט. איך האב געהערט די נעמען פון די מארגנדיגע עדות. איך וועל דאס איבערלאזן פאר חכמת שלמה.
אזוי אויך איז פארגעקומען היינט (שוין צום 3טן מאל במשך די טרייעל) טענהרייען צווישן וויינגארטןס און די דזשאדש. בנוגע צו עס איז ערלויבט ארויפצוברענגען פאר די דזשורי די געשעעניש פון בבל ווען די קינדער זענען אוועקגענומען געווארן דורך די מאמע פון דארט אין א מוצאי שבת שפעט ביינאכט מיט א גרופע גרים פון גוטאמאלא וואס זענען געקומען העלפן די מאמע. און עס האט אויסגעבראכן דארט א געשלעג. די וויינגארטןס ווילן אויפווייזן פאר די דזשורי פון דעי מעשה אז די קינדער האבן פשוט מורא געהאט צו גיין מיט די מאמע אוועק פון בבל נאך אזא געשלעג. און ממילא האט אויסגעפעלט די הצלה / רעסקיו שפעטער ווען זיי זענען געברענגט געווארן קיין ניו יארק מיט געוואלד. די דזשאדש האלט אז דעיס האט גארנישט מיט די קלאגעס ווייל די געזעץ איז אז מיינערס זענען אין די מאמעס רשות אפילו זיי ווילן אנדערש. און דא האט א קאורט געגעבן קאסטאדי פון די קינדער פאר די מאמע. און ממילא איז דעי דיפענס נישט רעלעווענט.
לויט דעי שיטה און מהלך פונעם דזשאדש זעי איך נישט וואס די נערה דא קען בכלל העלפן די דיפענס. ווייל איר מיינונג אדער ווילן בשעת די פארכאפונג אום שבת דורך לב טהור איז בכלל נישט נוגע דא לויטן געזעץ.
נו. חכמת שלמה. יאג זיך אונטער. דער עולם ווארט צו הערן דעם טעגליכן דעטאלירטן באריכט.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
יא, חשוב'ע ידידים. צייט האבן מיר ווייניג. הלוואי, אויב וואלט איך עפעס באצאלט געווארן דערפאר, וואלט איך זיכער אוועקגעגעבן מער צייט דערפאר. איך האלט אז די קהילה דארף מיר צאלן, וויבאלד איך טוה אן ארבעט פאר זיי (דער פאקט אז קיינער שטעלט מיר נישט אפ, וביני לבינך ווייסן זיי גאנץ פיין וואס איך טוה, זאגט עפעס) און אפילו איר טייערע אידן, וואלטן מיר געמעגט שטיצן. איך זיץ דאך נישט אין דער גאלדענעם שטייג ווי איר טייערע ברידער, איך האב דאך א משפחה מיט קינדער און איך בין אייך מהנה. אבער נו שוין... זאל זיין "לזכות רבנו שלמה בן יוכבד" תורתו מגן לנו. מיר וועלן פראבירן אביסל צייט און טון די מאקסימום וואס מיר קענען אונטער אזעלכע אומשטענדן.
איך האלט נאך ביי קראס פון עטליכע טעג צוריק, אבער דערווייל לאמיר רעדן פון היינט. אזוי ווי חכם מכל האדם שרייבט, פלאנען זיי נאך עטליכע עדות. גראדע דא איז ער פאראויס פון מיר, ווייל נעכטן האב איך געהערט איבער צוויי עדות, און דעם היינטיגן אפדעיט וואס ער ברענגט, אז עס איז פארהאן נאך פיר, האב איך נישט געהערט און דאס איז מיר א גרויסער חידוש. ווייל נעכטן סוף טאג, ווען די דעפענס האבן אויסגערעכנט ווער עס גייט זיין זייערע ערשטע פאר עדות, האט דער שופט געשריגן היתכן, די נעמען זענען נישט אויסגעשמועסט געווארן פון פריער און זיי געפינען זיך נישט אויף די ליסטע. דערווייל דערציילט ער נייעס, אז דער גאווערמענט רעדט פון נאך פיר עדות, א זאך וואס איך האב נאכנישט געהערט. אדרבה, איך וואלט שטארק געוואלט אז דער חכם מכל אדם זאל ארויפקומען מיט די פיר עדות, זאל ער מיר אינפארמירן. אויב וויל ער דאס נישט טון דאהי אויפן אשכול, זאל ער מיר אריינשיקן אין אימעיל -
levtahor.babel@gmail.com - לתועלת הציבור.
בנוגע קראס, וואס ער זאגט אז מען האט יא לאנג אויסגעפרעגט. יא, מען האט איר טאקע נישט אויסגעפרעגט לאנג, אבער באמת מיט זיידענע הענטשוך, מיט רעספעקט צו איר, און כמים פנים לפנים האט זי אויך געענטפערט גאנץ פיין לטובתם און איך וואלט דאס אנגערופן "א פריינטליכע שמועס" וואס זיי האבן געהאט. זי האט צווישן אנדערע געזאגט אז די וויינגארטנס זענען געווען זייער פיין צו איר, אפילו אין די טעג וואס מען האט איר גע'קנס'עט, און בכלל האט זי זייער שיין און גוט גערעדט אויף די אנגעקלאגטע בפרט און אפילו אויף די הנהלה און אויף די קהילה. דוכט זיך אז בשעת קראס האט זי נישט געזאגט קיין שום נעגאטיווע ווארט אויף זיי און איך וואלט געגאנגען א טריט ווייטער, אז מסתמא אפילו בשעת דירעקט איז זי אויך געווען היבש איידל. יא, זי האט געזאגט געוויסע זאכן אבער טריקענערהייט, לדוגמא אז זי האט נישט מסכים געווען צו די חתונה און אז מען האט איר נישט געפרעגט און אז זי האט נישט געהאט קיין ווארט אריינצורעדן דערין. זי האט אויך אויסגעשמועסט די פרטים ווען זי איז אוועק פון די קהילה, אבער זי האט נישט געשילדערט די בילד מיט חושכ'דיגע טונקעלע קאלירן, אזוי ווי די אנדערע עדות האבן געטון.
בנוגע די משא ומתן מיט די שופט, צי מען קען ארויפברענגען איבער די ראלע פון די מאמע מיט די קינדער, מיט די גרים וואס זענען געקומען יענע נאכט. די דיסקוסיע איז פארגעקומען נעכטן סוף טאג, און נישט היינט ווי חכם מכל אדם האט געשריבן.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
חכמת שלמה #
אפילו אין די טעג וואס מען האט איר גע'קנס'עט,
וואס און ווען איז דאס ?
(נישט געזעהן אין קיצור ש''ע איבער דעם)

חכמת שלמה. הער אויף מיט דיינע חכמת דא. שרייב דעם אמת. ביסט מגלה טפח ומכסה שתים...
מהאט איר געקראוסט ביז 4 נאכמיטאג! זי ענטפערט קאלט סיי פאר די גאווערמענט און סיי פאר די דיפענס. זי האט בעצם נישט געוואלט קומען עדות זאגן.
לאמיך דיר דערמאנען דיין שוואכן זיכרון. עס זעהט נישט ווי דו ליידסט אויף שכחה. נאר אויף ווען און וויפיל דו ווילסט. .... היינט האבן די וויינגארטןס געבעטן די דזשאדש ארויסצושיקן די דזשורי אינמיטן טעסטימאוני פון עדות מרת טעללער.... די דזשאדזש האט זיי נאכגעגעבן און ארויסגעשיקט די דזשורי.. און זיי האבן ווייטער געטענהט אז זיי ווילן ארויפברענגען יענעם מוצאי שבת געשלעג... די דזשאדש האט געשטורעמט אויף זיי... דערמאנסט זיך.??
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
זייטס מיר מוחל. אונזער קארעספאנדענט פון געריכט איז געווען זייער אנגעשטרענגט היינט. ממילא קומען אריין די באריכטן שלא כסדרן. ואין מוקדם ומאוחר בתורה. ואתכם הסליחה. אזוי אויך איז אונזער שריפט ווייט פון פערפעקט. ספעציעל באתרא דמר דחברינו חכמת שלמה. זענען מיר בטל בשישים במידה ובמנין כקלופת השום.
עכ"פ. פאלגענד זענען די הויעכפונקטן פונעם היינטיגן טאג. וואס ווי פארשטענדליך איז דעס פון די אטאמאטישע קרישקעלעך וואס ווערן פארגעסן און פארלוירן פונעם אזוי-פערפעקטן זיכרון פון חכמת שלמה.
די גאווערמענט דירעקט איז געווען זייער שטארק היינט צום פינטל מיטן עדות פון מרת טעללער - די מאמע פון די קינדער. זי האט פארציילט וויאזוי מען האט איר צו גענומען איר קינדער איר מאן און נישט געלאזט קיינעם רעדן צו איר אפילו איר אייגענע קינדער פארן בלויזן חטא פון זיך קעגן שטעלן און רעדן קעגן די נייע תקנות פון עסן/כשרות וואס איז נאר צוגעגעקומען מיטן נייעם מלך חדש נחמן הערבראנץ. פארדעם האט זי מחליט געווען צו אנטלויפן און אויך מיט נעמען אלע אירע קינדער מיט זיך.
אויך האט זי פארציילט אז זי האט זייער שטארק נישט מסכים געווען מיטן חתונה מאכן איר 13 יעריגע טאכטער צו א 19 יעריגע מאן. און וויפיל זי האט געטרייט צו אנווענדן האט איר קיינער נישט געוואלט אויסהערן און די חתונה איז פאראויס געגאנגען כמנהג המקום - בבבל עיר הנואפים.
די שטערקסטע רושם וואס איר טעסטימאוני האט געמאכט אויף די דזשורי און אפשר די שטערקסטע חלק אקעגן די דיפענדענס/וויינגארטןס פונעם טאג איז געווען ווען די גאווערמענט האט אויפגעשפילט בפני כל עם ועדה רעקארדינגס פון טעלעפאון קאללס וואס זי האט באקומען פון איר ברודער נחמן בשעת ער איז שוין געזיצן און תפיסה עטליכע חדשים נאך די קידנעפינג ווי איר ברודער נחמן זאגט איר אז ״אונז גייען מיר נאך דעי וואך נאכאמאל צוכאפן דיינע קינדער און מיר גייען נישט זיך אפשטעלן פאר גארנישט און די וועלט!"
א פאר מינוט שפעטער האט איר יעקב (נחום) וויינגארטען (איינע פון די דיפענדענטס) אריין געקאלט און זי האט רעקארדעד די גאנצע שמועס, ווי מען הערט - נישט מער און נישט ווייניגער - ווי יעקב שרייט ״אונז האבן נישט מורא פאר גארנישט נישט פון די גאווערמענט נישט פון קיינעם״ די רעקאורדינג גייט ווייטער ווי יעקב שרייט ״מיר גייען דיר פייטן ביז דיין לעצטע טראפ בלוט!!״ ״אונז גיין נאך היינט נאכט זיי נאכאמאל אויפפיקן״ האט זיין קול אויסגעשריגן בקול חוצב להבת אש. אט דאס אלעס האט מען אויסגעשפילט היינט פאר די דזשורי מיט טרענסלעיטעט טרענסקריפט פון די רעקארדינגס, עס זעהט אויס אז דאס האט געהאט די שטערקסטע רושם אויף די דזשורי צו הערן די קול פון די דיפענדענס אליין - הודאות בעל דין כמאה עדים - טעראריזירן א צובראכענע פרוי וואס האט קוים מיט די נשמה אנטלאפן און ווי שטארק די דיפענדענס האבן איר געטרייט צו פייטן און צו כאפן די קינדער.
עד כאן פון די דירעקט פון די גאווערמענט. אויב די צייט וועט ערלויבן וועלן מיר שרייבן מער פון די קראוס. א חוץ אויב חברינו חכמת שלמה וועט די זיכרון זיך אים דערוועקן און וועט באריכטן דא בשלימות
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
פארדעכטיגער #
[ציטאט אראפגענומען]
אין קאורט איז דאס זייער א שוואכע תירוץ. א קינד אונטער די 16 קען נישט געבן קיין קאנסענט. סא צו זי האט אינטשויט אדער נישט, מאכט נישט קיין שום חילוק. די Law איז זייער קלאר לגבי די ענין. אויב די טאוטשט אדער האט עני סעק*ועל עקט מיט א מיינער איז עס קרימענאל.
נאפ נישט גערעכט
1 רעיפ רופט מען געווענדליך נאר אויף א קעגען די וועלן, קענסט זאגן עס איז פארבאטן אבער נישט די ווארט רעיפ אליין
2 אין פאקט פראבירט די גאוו. יא שטארק מאכן די דזשורי אין די פאבליק גלייבן אז זי איז געווען געצווינגען חתונה האבן, ווען אין פאקט איז עס פארקערט פון די מציאות, און אלע עוועדענס ווייזט נאר אויף פארקערט.
3 אקארדינג צו די פשוטע געזעץ (NY\ US\ GUAT) אנדער עידש סע*קס איז
נישט קרימינאל טאמער עס איז געווען א חתונה, זעה:
Article 130 - NY Penal Law
4. In any prosecution under this article in which the victim's lack of
consent is based solely on his or her incapacity to consent because he
or she was less than seventeen years old, ...
it
shall be a defense that the defendant was married to the victim as
defined in subdivision four of section 130.00 of this article.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
חלק גדול #
א זיטטעגע שאלה
וויפעל יאר דארף די רבי מיטן שוואגער ראזנער זיצען?
זיי האבן באקומען 12 שוין געזיצן בערך 5 + גוט טיים וכו'
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
"חכם מכל אדם", איך גיב דיר גערן איבער דעם פעדער און דו קענסט שרייבן דא אנשטאט מיר כאוות נפשך הטוב. איך וועל גארנישט האבן דערקעגן.
איך זאג סך-הכל איין זאך, אויב איך שרייב ווייטער, בעט איך אז מען זאל זיך באציען צו מיר מיט רעספעקט און נישט אראפרייסן. דו ווילסט זיך דינגען אויף געוויסע זאכן וואס ווערן דא געשריבן? - דינג זיך מיט ריספעקט און שרייב וואו איך האב נישט ריכטיג געשריבן, עס וועט מיר גארנישט באדערן. אדרבה - איך בין דא צו געבן אן אויפריכטיגן בליק לטב ולמוטב, איך האב שוין געשריבן דא אין דעם אשכול זאכן וואס זענען געווען נישט אזוי גוט גענויגט פאר די אנגעקלאגטע און פאר די קהילה, איך שרייב פון מיין פערספעקטיוו. אויב דו האלסט אז איך שרייב נישט ריכטיג, דאן צייכן אן מיט רעספעקט וואו איך שרייב נישט ריכטיג און וואס עס איז נישט ריכטיג.
אין דעם געלעגנהייט וויל איך קלארשטעלן, אז אויב עס באדערט איין מענטש וואס איך שרייב דא, הער איך שוין אויף צו שרייבן. איך בין נישטא צו וויי טון אפילו איין איד. איך פארשטיי אז דער עולם וויל אז איך זאל דא באריכטן נייעס פון קארט, אבער מען דארף אנערקענען אז איך בין איך און איך שרייב פון מיין פערספעקטיוו. איך זאג נישט אז מען טאר זיך נישט דינגען מיט מיר, זיכער אז יא, אבער מיט רעספעקט און אנצייכענען וואס איך האב נישט ריכטיג געשריבן. אויב ווילסטו זיך טענה'ן מיט מיר, דאן קום אין אימעיל, וואס איך האב שוין פריער דערמאנט.
אין פאל אז מען וועט מיר דא אטאקירן, וועל איך זיין געצווינגען אויפצוהערן צו שרייבן. עס וועט מיר נישט באדערן אז אנדערע נעמען דאס איבער און גיבן איבער באריכטן פון קארט כאוות נפשם.
נאר וואס עס איז אינטערעסאנט איז, אז איבעראל האט מען טענות אויף מיר. אויב רעד איך מיט מענטשן פון די קהילה - בעיקר פון אמעריקע - וועלכע ווייסן אז איך שרייב דא, כאפ איך אויפן קאפ, מיט די טענה אז איך שרייב גענויגט צום צד פונעם גאווערמענט. ווידער אנדערע קומען מיר אטאקירן אז איך שרייב גענויגט צום זייט פון לב-טהור. קוקט אויס אז דער אמת איז ערגעץ אינמיטן...
בכל-אופן, טענות קען מען קומען צו מיר און זיך אויס'טענה'ן אויפן אימעיל וואס איך האב אנגעגעבן. עס איז נישט פאסיג צו אטאקירן דא ברבים. אויב וויל מען מיר אפפרעגן, צולייגן עפעס וואס איך האב נישט געשריבן, קען מען דאס טון דא איידעלערהייט, אן אראפרייסן און שרייען. איך בין פשוט צו שטארק עלערגיש צו פירן אזוי געשפרעכן.
ובתקוה להבנה.
...
יעצט, צום עצם געריכט בין איך נאכנישט אנגעקומען צו באריכטן, אזוי אז די אטאקע איז לכתחילה געווען על לא דבר. איך האב גארנישט פארגעסן און גארנישט געדענקט - איך האב פשוט גארנישט באריכטעט.
ריכטיג, אזוי ווי שטענדיג איז געווען מינוטן אזוי און מינוטן אזוי. אבער זי האט זיך איינגעהאלטן פון רעדן שלעכטס אויף משפחת וויינגארטן בפרט. ווען מען האט איר געפרעגט וועגן עונשים אין לב-טהור, האט זי געזאגט אז זי האט נישט מיטגעהאלטן קיין פערזענליכע זאכן, נאר וואס מען האט געטון צו אירע קינדער אז מען האט זיי נישט געלאזט רעדן צו איר, און ווען מען האט איר געפרעגט צו זי געדענקט אנדערע עונשים וואס מען האט געטון צו אירע קינדער אין חדר און-דאס-גלייכן, האט זי געענטפערט אז זי איז קיינמאל נישט געווען אין חדר און זי האט דאס נישט מיטגעהאלטן. ווען מען האט איר געדרוקט נאנטער צום וואנט, האט זי געזאגט אז זי געדענקט נישט אז מען זאל שטראפן מיט עפעס אויסטערליש מער ווי עס איז דער סדר נארמאל אין א מוסד (כ'געדענק נישט די פונקטליכע ווערטער). זי האט זיך געהאלטן זייער שטארק און געגאנגען צווישן די טראפן, ווען עס איז געקומען צו אנדערע געשיכטעס אין לב-טהור. זי האט אויך געזאגט אז משפחת וויינגארטן זענען געווען זייער שיין צו איר דורכאויס די יארן און זי געדענקט נישט קיין שלעכטס אויף זיי.
און יא, ווען עס איז געקומען צו די פרשה פון אירע קינדער, האט זי דערציילט און ארויסגעברענגט די ווייטאג ווי אזוי זי האט זיך געשלאגן פאר אירע קינדער. ווען מען האט איר געפרעגט, פארוואס זי האט געוואלט ארויסנעמען אירע קינדער פון דארט, האט זי געענטפערט אז זי האלט אז קינדער דארפן האבן א מאמע, און קינדער אן א מאמע וועלן האבן א גרויסן צער. ווען מען האט איר געפרעגט צו זי האט נישט געשפירט אז אירע קינדער ווערן אויפגעצויגן אין אזא פלאץ ווי די קהילה, אז די גאנצע ענוויירעמענט איז נישט גוט פאר זיי, צוליב די שווערע לחץ וכו', האט זי געענטפערט אז דאס וואס האט איר געטריבן איז געווען בלויז דעריבער וואס זיי וועלן וואקסן אן א מאמע (איך געדענק נישט צי די לעצטע שאלה ותשובה איז געווען דירעקט, אדער עס איז געלעגן צווישן אירע ווערטער, אבער עס איז קלאר ארויסגעקומען פונעם שמועס אז זי האט נישט געשפירט אז די קינדער געפינען זיך אונטער א מסוכנ'דיגער ארט און זיי קענען נישט דארט זיין, נאר בלויז אז זיי דארפן א מאמע).
פון די אנדערע זייט האט זי זיך אויך געהאלטן שטארק, ווען דער דיפענס האט פראבירט ארויסצוקוועטשן פון איר, אז דאהי אין אמעריקע איז זי געווען אונטער די איינפלוס פון אנדערע מענטשן, וועלכע האבן איר דירעקטירט וואס צו טון, און עס איז נישט געווען איר החלטה בנוגע די קינדער. אויף דעם האט זי זיך געהאלטן שטארק, אז זי האט געהאט דעם קאנטראל אויף יעדע זאך.
נאך א זאך: ביי קראס האט ר' יעקב נחום איבערגעפרעגט צו זי געדענקט ווען מען האט נישט געלאזט רעדן די מאן צו די פרוי, און ער איז געווען דער וואס האט געארבעט צו "רי-יונייטן" אז זיי זאלן קענען רעדן, האט זי געענטפערט אז זי ווייסט נישט.
זי האט זיך גאנץ קלאר ארויסגעברענגט, אז זי האט נישט קיין שווערע געפילן קעגן לב-טהור. זי האט דאס גאנץ קלאר געזאגט, און ווען מען האט איר געפרעגט צי זי וואלט ווידער גערעדט מיט משפחת וויינגארטן, האט זי געענטפערט אז יא, און ווען מען האט איר געפרעגט צי זי וואלט צוריקגעגאנגען צו די קהילה, האט זי געענטפערט, אז זי גלויבט אז דאס איז נישט שייך, אבער... (דוכט זיך עפעס ווערטער, אז הלוואי ווען אלעס שטעלט זיך צוריק גראד אין פלאץ וכו'...)
ריכטיג, מען האט אויפגעשפילט די צוויי רעקארדירונגען וואס מען האט דא פריער געברענגט, אבער זי האט געזאגט וואס זי האט געזאגט... דאס קען מען נישט לייקענען.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
שמעקעדיג #
געוואלדיג!
עס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס איך האלט מיט טרייעלס, מען קען צומאל אראפגיין פון זינען פון די ווארט "אבזשעקשאן".
האלא, יעדער האט טענות, יעדער וויל אויפווייזן גערעכטיגקייט לויט זיין/איר פערספעקטיוו, און כדי דאס מברר צו זיין על בוריה מוזטו געבן יענעם די רעכט צו זאגן אלע זיינע טענות! די רשעות פון אפהאלטן יענעם צו רעדן ווען דו שפירסט אז ער קומט אריין מיט א גוטע קאונטער-ארגומענט איז לדעתי אכזריות, און ממש אומפארשטענדליך.
גאנץ ריכטיג געזאגט!
די ארגינאלע סיבה פון די אבדזשעקשן ראולס איז געווען צו אופהאלטן זייער אומיושר'דיגע שאלות אין עוועדענס פון אריינקומען אין פארנט פונעם דזשארי. היינט איז עס שוין אבער לאנג ארויס פון פרעפאזל
די זאך פון אבדזשעקשן איז שוין היינט געווארן א ווייטאגליכע מיטל צו ניצן אגרעסיוולי אקעגן יעדעם וואס מען וויל פיקסן.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
סוף טוב הכל טוב #
שרעקליך!!
זעהט איר דען נישט אז דער שופט איז גענויגט קעגן אייך?
וואס איז דער פלאן זיך ארויסצודרייען? נאכדערצו אן קיין לויער!
ווען אין די לעצטע 30 יאר און מער, האט א היימישע איד געווינען א פעדעראל דזשארי טרייל אין אמעריקע???
אין היסטארי איז נאך אזאנס נישט געווען, איז פארוואס בכלל מיינסטו אז דא איז אנדערש?
נאר וואס דען? די סעלאשן אין פלאן איז: לכתחילה די אפעיל, דארט קוקט מען נישט אויפ פאליטיק, חשבונות דארט מוז מען קוקען נאר אויפן געזעץ, אין דעם קעיס ב"ה האט מען די געזעץ אויף די דעפענס זייט.
עס מאכט נישט אויס ווי די שופט איז גענוטיגט, וואט מעטער'ס איז די געזעץ!
א לויער קען העלפן אבער קען נישט טון די ארבעט אליין..
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
חכמת שלמה #
קוק, טא בי אנעסט...
ביים פאריגן טרייעל איז זי געקומען עדות זאגן קעגן לב-טהור (הגם זי האט גערעדט שטארק איינגעהאלטן).
יעצט האט איר דער גאווערמענט סופינעט אז זי זאל קומען עדות זאגן קעגן לב-טהור ביים יעצטיגן טרייעל, האט זי אריינגעשיקט א לאנגע בריוו, אז די פאריגע עדות'שאפט איז נישט געווען אקוראט, זי איז געווען א מיינאר, זי האט נישט געוואוסט פונקטליך און פארשטאנען, זי האט געזאגט וואס מען האט איר געהייסן זאגן און פארטיג. יעצט טענה'ט זי אז די דעמאלסדיגע עדות איז נישט געווען גענצליך ריכטיג.
די שאלה איז, ווען זי איז געווען מער באגלייבט, יעצט אדער דעמאלס.
למעשה, וויל זי נישט קומען יעצט עדות זאגן, לכאן או לכאן, און זי ארבעט מיט לויערס אז זי זאל נישט דארפן ערשיינען פארן געריכט.
לאמיר זען וואס עס וועט זיך אויסקאכן דא.
אינטרעסאנטע נייעס:
עס איז היינט געפיילט געווארן אין קארט א דאקומענט וואס איז א טרענסעלעישן פון א עפידעוויט\בריוו געשריבן אויף אידיש ביי די וויקטים אין די קעיס וואס זי פארציילט ערשטמאליג מיט אירע אייגענע ווערטער וואס איז די אמת פון די קעיס, אין וואס איז אויף איר אריבער די לעצטע 5 יאר, וואס מען האט כמעט נישט געהערט פון איר, און ווי אזוי די גאוו. אין זייערע שלוחים האבן איר שרעקליך אויסגעפייניגט, מעניפאליטעד, פארדריייט אין פארנארט און געארבעט (און ארבעטן) איבערמידליך ביז זיי האבן מצליח געווען און ארויס גענומען א פאלשע פארדרייטע מעשה און עדות פון איר.
עס איז זייער א אינטרעסאנטע און בעיקר עמאשענאל, פיל מיט קלעסעפייד אין דיטעילט אינפארמאציע ווי זי הייבט אן אזוי:
I’ll start by thanking you for taking the time to read my words. These are words written with great distress and pain, words not written with ink but with tears, not with a pen but with a heart torn to pieces and a burdened soul that has been suffocated and violated for many years, and who is trying to relay onto paper just a drop in the bucket of the anguish and hurt that has been bestowed upon her for the past five years.
for over 5 years, I have been humiliated and stifled. I have found myself in a surreal reality where I never believed I would ever be, a situation where I was simply buried alive, my voice silenced, my tears and cries ignored, all my rights violated, drowning alone in a sea of manipulation and deceit.
For 5 years, I have been labeled as the victim in this case, for which the government and the prosecution team built a case against almost a dozen people, but I have never been heard, asked, or even given the opportunity to say what I have to say.
For 5 years, the prosecution and their affiliates have stifled and humiliated me, and have not given me even a moment to catch my breath, even for a second, when I should be able to articulate all the injustices inflicted upon me and those who helped me, in all forms and manners imaginable.
The prosecutors and their enablers have worked relentlessly over 3 years for this case with the involvement of an entire system of manipulation and brainwashing through various brutal and vicious methods, either through isolating and depriving me from my past, my circle of friends, my family, and from those helping me, or through suppression and humiliation, manipulate my way of thinking, the way my brain thinks and the way my heart feels, inundating me with false information that they should be able to easily prosecute innocent people on a level that my young brain cannot even comprehend.
Now, after 5 years of enduring the greatest sufferings, I have become an adult and finally set myself free from my abusers. It is the first time I have mustered the courage to cry out loud, in written submissions, what has transpired in my tortured soul over the span of over 5 years. Here, I endeavor to make a brief summary of my current overview upon this painful case that has transpired over the last 5 years of my life.