די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
266 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16804
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
לאנגע הויזן #
שמן למאור #
משה איטשע, שמועה שמעתי אז מרת משה איטשע (אדער די רעביצין פון די חבר...) האט זיך דערוויסט פון דעם אשכול דא, זי האט פארשטאנען אז דאס איז געשריבן געווארן וועגן איר מעשה, און זי ליינט אדורך די אשכול.
איז דאס אמת אדער גאר א דזשאוק?
א פרוי וואס האט עקסעס צו קאווע שטיבעל און ליינט מיט דארשט אשכולות איז ווייט פון אזא ווייב וואס משה איטשע לייגט דא אראפ..
ס'פעלט אביסל קלארקייט.
זי האט זיך דערוויסט אז מען רעדט פון איר, איז זי געגאנגען ליינען.
אבער אן א סיריעס נאוט, כ'האב עס בלויז געשריבן מעטעפאריקלי, כאילו זי ליינט דא, כלומר, וואס די פרוי דארף צו הערן אין אזא פאל, וואס ער קען איבערגעבן פאר זיין פרוי.
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
קורקלענד #
נאך אביסל קען מען אריינשליידערן די דאזיגע אשכול אין העמק דבר אריין.
לכאורה איז דאס געווען לכתחילה די כוונה... 🙄

דערהויבענע איד #

נעע, סתם קאנספיראציע טעאריעס.
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
שמן למאור #
חדשים #
לאו דווקא. אפילו ווען גאט אליינס האט געשיקט משה, האבן די אידן אויך נישט געגלייבט. און ווען פרעה האט געזען פילצאליגע מאל די יד ה’, האט ער אויך נישט געגלייבט. אפשר דארט האט ער דווקא געוואלט אז מען זאל נישט גלייבן, א בחינה פון ואני אקשה את לב פרעה...
ליסן, אויב גאט וויל דווקא, דאן עט סאם פוינט קען ער יעדן מאכן גלייבן. אמת, ס'איז דא הארטע ניסלעך, אבער נישט קעגן גאט! צום סוף האבן אלע אידן געוויזן מיט די פינגער זה קלי ואנוהו. אונז ווייס מיר דאך אויך אז פרעה איז צום סוף געווארן די קעניג פון נינוה און מחזיר בתשובה געווען א גאנצע שטאט מיט זיין אמונה.
יא יא, ווען מען גלייבט נישט איז אויך ווייל ער וויל דיר נישט יעצט קלאר אויפווייזן און מאכן גלייבן... ווייל ווען ער וויל ווען דו זאלסט מוזן גלייבן וואלט ער דיר געמאכט גלייבן... און אפילו דעמאלטס איז עס נאר אויף די מינוט. אפאר וואכן נאך זה א-לי ואנוהו און מתן תורה איז שוין געשען א עגל... וויאזוי האט דער חוזה געזאגט? אפילו דער אייבערשטער אליינס וועט זאגן אז איך בין א צדיק, איז עס נאר יענע מינוט, א מינוט שפעטער קען שוין זיין עפעס אנדערש...
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
שמן למאור #
דערהויבענע איד #
קורקלענד #
נאך אביסל קען מען אריינשליידערן די דאזיגע אשכול אין העמק דבר אריין.
לכאורה איז דאס געווען לכתחילה די כוונה... 🙄
נעע, ביסט סתם א קאנספיראציע טעאריקער.
האסט עפעס בעסער צו ענטפערן חוץ פון לעיבלען א פעלאוי ק''ש חבר?

כ'האב פארשענערט די לשון, אבער באמת ביסטו דא דער וואס קומט ארויפלייגן א נאסע לאלעך אויף א פעלאוי ק"ש חבר.
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
איך קען אפאר יונגעלייט אזוי, וואס זענען אפיקורסים און האלטן נישט קיין שבת, אבער שרייען אהבתי את אשתי ואת בני...
יעצט ממ”נ אויב האסטו עס אזוי ליב דאן סעקריפייס פאר דיין ליבשאפט, מקען זיך כמעט אייביג דורכקומען אויב וויל מען
אלא מאי דו ווילסט טוישן איר בליק אויף די גאנצע חרוסת, דא פארלאנגסטו אסאך ספעציעל אויב איז זי שטארק מיט איר מינע יודישקייט
אפשר האט פוטסטעפס די נויטיגע מהלכים וויאזוי דאס צו טון און זיין סוקסעספול
וכבר אמר החכם “פראביר איר נישט צו טוישן” סוועט קיין גוטס נישט ברענגען
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
https://www.hitkashroot.com/
מי אנחנו
כך הכול התחיל:
עמותת התקשרות הוקמה לפני 17 שנים במטרה לסייע למשפחות בהן חל אצל אחד מבני הזוג שינוי בהשקפה הדתית, המתבטא בחזרה בתשובה או יציאה בשאלה. העמותה הוקמה על ידי עמי ואביטל ברעם – אשר המשבר האישי שלהם על רקע חזרתו של עמי בתשובה הובילה להקמת העמותה.
עמי ואביטל ברעם הכירו והתחתנו כחילוניים. בשנת הנישואים הראשונה שלהם, כאשר החליט עמי לחזור בתשובה, נוצר פער גדול וקרע בזוגיות שלהם.
בצר להם חיפשו שניהם עזרה אז במהרה גילו כי אין מי שמבין את מצוקתם ונאלצו להיות יצירתיים.
הרב עמי ברעם: מייסד הארגון, מטפל זוגי בשיטת האימגו מנחה קבוצות ומגשר.
אביטל ברעם: עובדת סוציאלית, מנחת קבוצות, מטפלת בשיטת אימגו ומאמנת אישית.
עמי ואביטל הצליחו יחד לעלות על "נוסחה" ששמרה על נישואיהם באהבה ובכבוד הדדי זה לזו, מבלי לנסות לשנות אחד את השנייה.
לאור ההבנה כי הם לא היחידים הנמצאים במצב זה, החלו עמי ואביטל לחלוק עם לזוגות נוספים במצב דומה את אשר למדו, וכך הוקמה "עמותת התקשרות" – בית למשפחות וזוגות אשר חווים משבר עקב פער דתי.
כמה ולמה?
עד היום הגיעו אל "התקשרות זוגית" מעל אלף "זוגות דתילונים" (דתיים-חילוניים) עקב האתגרים של זוגיות/משפחה מעורבת והצליחו להפחית את החשש שינסו "לשנות" אותם ולהחזיר אותם בתשובה (או בשאלה).
השיטה שלנו:
בעמותה מגוון תכניות ושרותי לווי יעוץ גישור ועוד לזוגות ומשפחות כאשר אחד מבני הזוג חזר בתשובה או בשאלה והשני לא.
את התכניות – הסדנאות והלווי פרטני – מנחה צוות מקצועי ומנוסה בהובלת עמי ואביטל, יחד עם פסיכולוגית חינוכית (אשר היא עצמה חילונית הנשואה לחוזר בתשובה) , רב שבקיא הן בהלכה והן באתגרים העומדים בפני שלום בית מורכב שכזה. ומטפלים ומנחים בשיטת אימגו, עובדים סוציאלים, ועוד
תהליכי הלווי הקבוצתיים והפרטניים בהתקשרות בסיוע הצוות המקצועי והמנוסה כרוכים בהרבה עבודה, התכוונות, ורצון טוב של הזוגות והמשפחות עצמם, שעושים עבודה עצמית ופנימית, כל אחד בדרכו, כדי למצוא את האמת המאחדת שלהם.
קהילת הבוגרים:
בוגרי התכניות שלנו יצרו את קהילה תומכת המהווה כח עצום של ידע ונסיון הן ע"י הצוות והן ע"י הזוגות הבוגרים.
בקהילה מתקיימים מפגשים חברתיים ומקצועיים ימי כיף וסמינרים מקצועיים ארועי משפחות ופעילות העצמה זוגית ואזורית.
במפגשי הקהילה מגלים הזוגות כי הם לא לבד והם אינם "עוף מוזר" בנוף וזאת בעצם תופעה חברתית שתופסת תאוצה בחברה הישראלית.
כולם יכולים:
התקשרות זוגית הינה עמותה ללא מטרות רווח ואין זוג שקושי כלכלי מנע מהם מלהגיע אל הסדנא. עמי ואביטל עוזרים לכל זוג שמעוניין להגיע לסדנא כיוון שחרטו על דגל ביתם שזוהי שליחותם: להביא אחדות לבתים בישראל.
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
דא אדרעסירט דוד ליכטענשטיין השלכות פון די שאלה (כשרות, יין נסך, וכו'), און האט רבנים רעדן דערפון -
https://halachaheadlines.com/episodes/the-halachic-challenges-of-living-at-home-with-a-non-religious-child-or-spouse/
סתם א שאלה: איז בכלל שייך אין אונזערע קרייזן אז עס זאל זיין א רב/דיין וועלכע פארשטייט צו אזעלכע שאלות און פארשטייט צו די orthopax'ן און איז נישט אנגעקוקט קיין 'כופר' פאר'ן עס פארשטיין אליין (רעגארדלעס זיין מסקנא - אויב איז בכלל שייך צו בלייבן גלייכגילטיג..)?
איך קען אפאר דיינים וועלכע טוען דערין, אבער רובם ככולם זענען אליין אין דעם פעקל בס"ה ווייזן זיי עס נישט ארויס אינדרויסן, און זייער קונץ איז צו מאנאווירן לויטן ווינט ווען אזעלכע קעיסעס קומען צו זייער טיר. די דיינים וועלכע פארשטייען נישט דערצו קענען מיר דאך אלע גוט...

hi all, first sorry for writing in english etc, thats bec. my manager dosnt like the yidish stickers on keyboard,
my wife went to a chabad farbrengen yesterday, and the speaker who is a teacher in chabad said, that they teach the students tznies, so the teach first the halacha, and then minhagim etc!
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
אלפא #
דא אדרעסירט דוד ליכטענשטיין השלכות פון די שאלה (כשרות, יין נסך, וכו'), און האט רבנים רעדן דערפון -
https://halachaheadlines.com/episodes/the-halachic-challenges-of-living-at-home-with-a-non-religious-child-or-spouse/
סתם א שאלה: איז בכלל שייך אין אונזערע קרייזן אז עס זאל זיין א רב/דיין וועלכע פארשטייט צו אזעלכע שאלות און פארשטייט צו די orthopax'ן און איז נישט אנגעקוקט קיין 'כופר' פאר'ן עס פארשטיין אליין (רעגארדלעס זיין מסקנא - אויב איז בכלל שייך צו בלייבן גלייכגילטיג..)?
איך קען אפאר דיינים וועלכע טוען דערין, אבער רובם ככולם זענען אליין אין דעם פעקל בס"ה ווייזן זיי עס נישט ארויס אינדרויסן, און זייער קונץ איז צו מאנאווירן לויטן ווינט ווען אזעלכע קעיסעס קומען צו זייער טיר. די דיינים וועלכע פארשטייען נישט דערצו קענען מיר דאך אלע גוט...
יא.
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
די שאלה דא איז נישט פונעם כופר'ס זייט ווייל ער באקראצט זיך גאנץ ווייניג פון זיין ווייב'ס רעליגיעזע גלויבונגען, ממילא איז די גאנצע וויכוח איבער אמונה אינגאנצן נישט אין פלאץ. די שאלה דא איז אך ורק פונעם ווייב'ס זייט וואס ס'עסט איר די געזונט אז איר מאן טוט זיך וואס ער וויל ווען אין דער זעלבער צייט קען זי נישט ארויסקריכן פונעם פאנאטישקייט אין וואס זי האט זיך אריינגעגראבן. דאס וואס זי זארגט זיך אז איר מאנ'ס אויפפירונג וועט האבן א ווירקונג אויף די קינדער איז ממש אומזינסט, מיר אלע דא וואלטן זייער שטארק געוואלט אז ס'זאל טאקע אזוי ארבעטן 🙂 אויב וויל די קאפל אויפדעקן זייערע אמת'ע געפילן בשייכות צום מצב וואלט גיין צו קאפל טעראפי סתם אזוי געוועהן א גוטע זאך, פארשטייט זיך חס ושלום אויף קיין פאל נישט גיין צו א שלום בית מאכער ל"ע. א גוטע סעקולאר טעראפיסט קען דיך ווייזן וואס טוט דיך באמת וויי ווען דיין מאן איז מחלל שבת, א היימישער שלום בית מאכער וועט דיך נאר טיפער אריינגראבן אינעם שקר אז ס'איז זיין עולם הבא וואס באזארגט דיך אזוי שטארק.
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
זייער זייער א שיינעם און באלערנדן אשכול, א מחי', ייש"כ ר' משה איטשע פארן עפענען דעם אשכול.
מ'האט שוין אויסגעשמועסט אסאך גוטע נקודות, מיך האט די בעסטע געכאפט וואס
@קהל'ס נער שרייבט
אבער ווי איינער האט שוין אנגעמערקט איז די קעפל אביסל פארפירעריש, די קעפל 'די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?' איז נוגע רובו ככולו – לכאו' – פון די וואס דרייען זיך דא, און ס'וואלט טאקע געווען א וויכטיגע ענין אויסצושמועסן, און
@ברוך שפינוזה האט שוין געשריבן
דא:
ברוך שפינוזה #
איינע פון די מעלות פון זיין פארהייראט מיט א פאנאטישע פרוי איז אז דו האסט א גאלדענע געלעגענהייט צו דעוועלאפן די סקיללס ארויסצושלעפן א מענטש פון איר self imposed prison, פאר איר אייגענע בענעפיט און פאר די בענעפיט פון אירע קינדער, ומתן שכרה בצידה שנאמר אם תוציא יקר מזולל כפי תהיה.
און מ'האט עם שוין געפרעגט וויאזוי מ'טוט עס
ים של שלום #
ווי לערענט מען זיך די סקיללס?
ביזדערווייל לא זכינו לתשובה, אפשר דארף מען עפענען א ספעציעלן אשכול איבער דעם ענין
אבער דאס וואס משה איטשע שרייבט:
Moshe itche #
בזמן הנידה איז ער נישט מקפיד איר נישט אנצורירן, או זי ווערט זייער נערוועז, וכ' וכ'.
דאס איז דאך געהעריג 'הטרדה מינית', רוב ליבעראלע לענדער האבן שוין היינט געזעצן קעגן
מעריטל רעיפ אפי' די אייגענע מאן/ווייב, (ביי אונז איז עס שוין אסור אפאר טויזנט יאר)
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
שעפטאל #
אוי וויי! מיט מיטלייד!
כ'געדענק אין מיינע שווערע צייטן וועם כ'האב געפרעגט האט גענטפערט "די אייבישטער זאל העלפן זאלסט טרעפן די אמת.. ס'דא קירוב חברה וואס זענען אויסגעקאכט.."
איינער האט מיך פארזיכערט אז ער קען מיך אויפווייזן אידישקייט.
כ'האב זיך געזעצט מיט עם, זאגט ער "מיך קודם ווייז מיך אויף אז ס'קען נישט זיין אמת"...
איינער האט מיך פארזיכערט אז זיין משפיע קען מיך מאכן גלייבן. אבער נאכן שמועסן מיט עם האט ער נישט געוואלט כ'זאל עם טרעפן...
מיין שאלה איז מער נישט ווער ס'איז גערעכט, ווייל כ'וועל סייווי נישט וויסן.
אמונה אין גאט בכלליות אין און אידישקייט בפרטיות איז ביי מיך מער פראקטיש. כ'פלאן נישט זיך צו ספראווענען מיט גילט, נייע קולטורן וואס כ'בין נישט אויפגעוואקסן דערמיט, וכו'.
הלואי זאלסטו פשוט טראסטן זיך אליין, אויסהערן דיין הארץ, נעמען די וועג וואס איז די גרינג'סטע באקוועם'סטע.
ביי מיך איז ענדערש צו זיין א שוואכע איד, ווי א גאנצע גוי. (איבער שכר ועונש איז שוין דא אשכולות דא איבער גיהנום..)
דעם וועלט האב איך זיכער, יענע וועלט אפשר אויך, כ'בין דאך מלא מצות כרימון. 😍
לויט ווי כ'פארשטיי פון מורי ורבי @מי אני אמונה מיינט עפעס אזוי.. כ'בין מחליט צו גיין מיטן באשעפער.
הערליך!
דאס וואס דו זאגסט נאך פון מו"ר
@מי אני איז מבואר אין די ווערטער פון רבינו
@לעיקוואד דא
אפשר קענסטו צוצייכענען וואו זאגט עס מי אני?
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=537058#p537058 (דעם אשכול)
https://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=514136#p514136
ובחתימתו
---
@כספי דו ביסט ווי די שטילע וואסערן וואס גראבן טיף. וואס דו האסט אלס צוזאמגעליינט בשעת איך גרעפּץ ארויס תגובות. כ'מעג זיך לערנען און צוריק מאכן א סדר הלימוד בק"ש.
איינער זאגט מיך אז די וועג איז צו ליינען אלע
@לעיקוואד תגובות, פון דארט זעהט מען שוין וועלכע אשכולות (וואס זענען נאך אפן) צו ליינען.
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
איך זע ליידער נישט קיין אויסזיכט פאר א לייזונג.
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
ברוך שפינוזה #
די שאלה דא איז אך ורק פונעם ווייב'ס זייט וואס ס'עסט איר די געזונט אז איר מאן טוט זיך וואס ער וויל ווען אין דער זעלבער צייט קען זי נישט ארויסקריכן פונעם פאנאטישקייט אין וואס זי האט זיך אריינגעגראבן.
איך שפיר אז דו שמירסט אריין אביסל גיפט צווישן די שורות, כדרכך. אלזא לאמיר עס מגיה זיין און פארבעסערן אביסל די לשון, בסדר?
די שאלה דא איז אך ורק פונעם ווייב'ס זייט וואס ס'עסט איר די געזונט אז איר מאן טוט ליידער אפ כל דבר אסור, שקאצעריי און הארבע עבירות, ווען אין דער זעלבע צייט פירט זי זיך לויט די הייליגע מסורה וואס זי האט מקובל פון אירע עלטערן, אור עלטערן און הייליגע צדיקים, און לעבט א העכערע תורה'דיגע לעבן מיט דביקות בה'.
יעצט הערט זיך עס בעסער...
ס'הערט זיך בעסער אבער ס'שטינקט פון שקר. זאגן זאכן וואס זענען פאקטיש נישט ריכטיג איז א קליינע שקר, נוצן איררעלעוואנטע פאקטן צו פארדעקן און sugarcoat'ן די רעלעוואנטע מציאות איז נעקסט לעוועל שקר, דאס וואלט אפילו פאר די רעפארמער נישט איינגעפאלן, דיינע הייליגע צדיקים און אור-עלטערן הערן דאס און דרייען זיך איבער אין קבר, אויב האט זיך איינער געוואונדערט פארוואס איך האב אנגעזאגט נישט צו גיין צו די שלום בית מאכערס האט ער דא א לעבעדיגע ביישפיל.

שמעקעדיג #

די שאלה איז נישט וועלכע איז אמת אדער שקר, עס איז באמת נישט רעלעוואנט. די פראבלעם מיט די ערשטע גירסה איז די דיסרעספעקט צום ווייב'ס זייט און די דילעגיטימאציע צו איר פאזיציע. אזוי ווי איך האב געשריבן
פריער, פעלט זיך אויס אז די מאן זאל איר רעספעקטירן איידער ער ערווארט די זעלבע פון איר.
ב.ד.וו. דאס איז א עפעס וואס וואלט זיך ערווארטעט פון איינער וואס איז שוין ארויסגעקראכן פון די דאזיגע פאנאטישקייט...
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
איך זע נישט אין ברוך’ס ווערטער א דיסרעפעקט. איך זע א ווייטאג און פעשען (passionate) וואס ער האט מיט די ווייב.
חדשים: איך האב ארויסגעברענגט די רויע ווייטאג אזויווי ס'איז וואס אויב וויל מען עס היילן דארף מען דערויף פאקוסירן, ווען די פרומע פרוי עסט זיך די געזונט אז איר מאן איז מחלל שבת איז עס די אומפארגינערישקייט (for the lack of a better term) וואס עסט איר און גארנישט עפעס אנדערש, אין מה לעשות, און ס'מאכט נישט די מסורה מיט די זיידעס באבעס און רבי'ס א טראפקעלע ווייניגער הייליג! כ'וועל דיר זאגן וואס מאכט זיי ווייניגער הייליג, ווען מ'נוצט זיי אלץ א קאווער-אפ צו פארדעקן די עכטע געפילן אזויווי די שלום בית עקספערטס טוען רח"ל. דער גאט פון מיינע הייליגע זיידעס און באבעס האט געזאגט שמי הגדול שנכתב בקדושה ימחה במים כדי להטיל שלום בין איש לאשתו, גייען זיי און טוען פונקט קאפויער, מ'נוצט גאט אנצוזייען מחלוקת. וואס האבן זיי אויפגעטוהן? די ווייטאג האט מען נישט אויסגעהיילט, די שטוב צובראכן, און דעם מזבח געמאכט וויינען, און דערנאך קומען זיי מיט'ן כשר'ן חזיר פיסל אונז לעקטשורן איבער די הייליגע מסורה. איר זאלט מיר אנטשולדיגן אבער איר האט נישט קיין חלק באלוה ישראל, אייערע זיידעס און באבעס שעהמען זיך מיט אייך, און ס'ווארט אייך אפ א גיהנם וואס איז דעם ראשית חכמה נישט איינגעפאלן.
ענדיוועיס ( 😎 😛 😈 ), כ'האב מיך נאר אנגערופט ווייל דער פותח האשכול האט געזאגט אז ס'איז נוגע למעשה, מיין פוינט איז איין זאך, למען השם גיי נישט צו קיין היימישער שלום בית מאכער נאר צו א סעקולארע קאפל טעראפיסט וואס קען אנקוקן די זאך פונדרויסן אן קיינע נגיעות, זיכער מיט ווייניגער נגיעות ווי דער היימישער שלום בית מאכער. און דער טעראפיסט דארף בכלל נישט באקאנט זיין מיט אידישקייט, זיין מומחיות איז נישט אינעם פעקעדשינג פונדרויסן (אויף וואס די היימישע "עקספערטס" פאוקוסן) נאר אין די שווערע געפילן און ווייטאג וואס איז universal ביים איד ווי ביים גוי צוגלייך. אז נישט פאר דיך טוה עס פאר'ן הייליגן באשעפער, פאר די הייליגע מסורה, פאר די הייליגע אור-עלטערן און צדיקים, כ'וועל דיך לאזן אריינפילן וואס דו ווילסט נאר, אבער ביטע לאז נישט דיין עגא און אידישע שטאלץ דיך צוריקהאלטן פון זיך ווענדן צו די ריכטיגע מענטשן. איזהו חכם הלומד מכל אדם, ס'שטייט נישט הלומד מכל יהודי, ווייל נישט אלעמאל איז דער איד דער ריכטיגער שליח דיך צו פירן צום אמת, הצלחה רבה.
נ.ב. איך פלאן ווייטער נישט מגיב צו זיין ווייל ס'זעהט מיר אויס ווי דער פותח האשכול האט שוין פארשטאנען מיין פוינט.
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
Gotta love אזא פרומע קנאישע שפראך קומענדיג פון @ברוך שפינוזה 😉
Re:
ברוך שפינוזה #
חדשים: איך האב ארויסגעברענגט די רויע ווייטאג אזויווי ס'איז וואס אויב וויל מען עס היילן דארף מען דערויף פאקוסירן, ווען די פרומע פרוי עסט זיך די געזונט אז איר מאן איז מחלל שבת איז עס די אומפארגינערישקייט (for the lack of a better term) וואס עסט איר און גארנישט עפעס אנדערש, אין מה לעשות, און ס'מאכט נישט די מסורה מיט די זיידעס באבעס און רבי'ס א טראפקעלע ווייניגער הייליג! כ'וועל דיר זאגן וואס מאכט זיי ווייניגער הייליג, ווען מ'נוצט זיי אלץ א קאווער-אפ צו פארדעקן די עכטע געפילן אזויווי די שלום בית עקספערטס טוען רח"ל. דער גאט פון מיינע הייליגע זיידעס און באבעס האט געזאגט שמי הגדול שנכתב בקדושה ימחה במים כדי להטיל שלום בין איש לאשתו, גייען זיי און טוען פונקט קאפויער, מ'נוצט גאט אנצוזייען מחלוקת. וואס האבן זיי אויפגעטוהן? די ווייטאג האט מען נישט אויסגעהיילט, די שטוב צובראכן, און דעם מזבח געמאכט וויינען, און דערנאך קומען זיי מיט'ן כשר'ן חזיר פיסל אונז לעקטשורן איבער די הייליגע מסורה. איר זאלט מיר אנטשולדיגן אבער איר האט נישט קיין חלק באלוה ישראל, אייערע זיידעס און באבעס שעהמען זיך מיט אייך, און ס'ווארט אייך אפ א גיהנם וואס איז דעם ראשית חכמה נישט איינגעפאלן.
רבי רבי ברוך קיין איין ווארט וואס דו רעדסט הייבט נישט אן מאכן קיין סענס,
די ווייב האט די פולע רעכט צו די ווייטאג, לאמיר נישט אריינגיין צו אידישקייט איז אמת אדער שקר, די פשוטע פאקט איז אז ווען די פרוי האט מקבל געווען די קידושין פון איר מאן איז עס געווען על דעת אז ער האט דא חתונה מיט א ארטאדאקסישע פרוי וואס איז "פאנאטיש" ווי די רופסט עס, האט זי די פילע רעכט ס'זאל איר באדערן ווען די שקצס'ט אוועק. קום מיר נישט און האב חתונה מיט א פאנאטישע פרוי און האב טענות אז ס'באדערט איר. אפילו די קאורטס אנערקענען דעי פשוטע קאממען סענס, ווען א מאמע גייט אטד און די טאטע בלייבט פרום און ס'דא א גט וועט די קאורט ווייטער הייסן שיקן אין א פרומע מוסדות, שעל דעת כן האט די מאן חתונה געהאט צו איר

@ ברוך שפינוזה איך פארשטיי פון די קומסט, אויב מעג איך אבער חולק זיין מיט איין preemptive assumption...
די ברענגסט אראפ ווי ווייט גאט איז געווען גרייט צו גיין אויף צו מטיל זיין שלום בין איש לאשתו, און ווי אזעלכע ש"ב 'עקספערטס' נוצען צומאל גאט אויף צו שטיפן זייער פרומקייטן - דערביי צוברעכנדיג די שטוב. וועלכע איז גאר א ריכטיגע נקודה.
נאר ביי די מעשה האלט מען נאך פאר דעם... מען רעדט דא מצד די מאן וועלכע זיכט די ריכטיגע צוגאנג וויאזוי צו האנדלען די זאך, בעת וואס די פרוי האלט נאך נישט דארט און נעמט עס נאך שווער. צו באשולדיגן די פרוי אלס אן אומפארגינערן, בלויז ווייל זי נעמט שווער די פאקט אז איר נאנט'סטען פירט זיך אויף אן אופן וואס איז סותר אירע core values, און טוט זאכן וואס זי גלייבט איז destructive, איז אומריכטיג. דאס האט לאו דווקא צוטון מיט "אידישקייט" נאר קען זיין שייך אויך אין א סעקולארע אויסשטעל באופן וואס עס איז דא טיפע חילוקי דעות אויף יסודות'דיגע עניינים איבער ערכים. מען האלט נאך דא איידער די ש"ב מאכערס האבן זיך אריינגעמישט און אביוזן רעליגיע, מען האלט דא ביי די שלב ווי די מאן פרובירט צו פרעזענטירן צו זיין case צו זיין פרוי אויף די מערסטע פראדאקטיווע אופן שייך, און זיכט די ריכטיגע צוגאנג וועלכע וועט באמת מטיל זיין שלום בין איש לאשתו. די מערסטע דעסטראקטיווע צוגאנג אין די מצב איז צו זיין אומאקצעפטירבאר און דיסרעספעקטפול צו די פרוי'ס צרכים און גלויבונגען. אויב זיכסטו באמת צו ברענגען שלום בית, איז די ערשטע שריט צו זיין רעספעקטפול צו איר פאזיציע. דערנאך וועט זי אויך זיין רעספעקטפול צו זיין פאזיציע (אויב וועלן נישט די דערמאנטע ש"ב עקספערטס זיין אריינגעמישט...).
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
איך זע נישט פארוואס דו רעדסט ווייטער פון דיסרעספעקט... כו”ע מודי אז מען דארף זיין רעספעקטפול צו די פרוי'ס צרכים און גלויבונגען. מען רעדט יעצט וויאזוי מען קען בלייבן חתונה געהאט אפילו די פרוי האט ווייטאג. כדאי דאס צו קענען טון, דארף מען קודם פארשטיין פון ווי די ווייטאג קומט. אויף דעם קומט ברוך אויפדעקן וואס עס ליגט באגראבן אונטער די ווייטאג...
עס מיינט נישט אז די פרוי דארף יעצט נאכטאנצן איר מאן ווייל זי איז דזשעלעס... זי דארף אבער אקנאולעדזשען די רויע פיין און פילונגס זיך צו קענען היילן...
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
איך ווייס נישט ווען איך האב לעצט געזען עפעס אזוי patronizing ווי דאס...
די הנחה אז יענעמ'ס געפילן זענען נישט לעגיטים, און מיר ווילן איר בלויז העלפן איבערקומען אירע עמאציאנאלע שוועריגקייטן וועלכע ברענגען איר צו אזא אומבארעכטיגטע רעאקציע... דערנאך פארשטייסטו נישט ווי עס ליגט די דיסרעספעקט...
דיסרעספעקט איז נישט בלויז זיך צו פירן רעספעקטפול, די עצם אומאקצעפטירונג פון יענעמ'ס רעכט צו האבן אן אנדערע דעה ווי דיינס - אז עס מוז זיין א רעזולטאט פון פיין און שווערע געפילן (און יענער דארף פשוט דו זאלסט אים ראטעווען...), איז א דיסרעספעקט אין יענעם.
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
חדשים #
איך זע נישט אין ברוך’ס ווערטער א דיסרעפעקט. איך זע א ווייטאג און פעשען (passionate) וואס ער האט מיט די ווייב.
די ווערטער "זי קען זיך נישט ארויסזעהן פון די פאנאטישקייט ווי זי האט זיך אריינגעגראבן" הערט זיך טאקע עקסטער פעשעניט..

צומישט און צוחישט #

איך בין פעשעניט פאר דיר און איך פארשטיי דיין ווייטאג און טריגער (triggers) וואס האט דיר געברענגט צו שרייבן די תגובה...

פונדאַמענטאַל #

איך ליין אין דיין תגובה א צומישעניש צווישן געפילן, אנדערע דעה און רעספעקט.
געפילן זענען רוי און לעבעדיג, עס דארף נישט קיינעמס בארעכטיגונג אויב עס איז לעגעטים אדער נישט. עס קומט נישט דא אריין לעגעטים. עס איז א פילונג וואס דער פילער האט אין זיך און טאר נישט אוועקלויפן דערפון. אסאך מאל איז עס צו שווער פאר די פילער צו פילן און ער/זי לויפט אוועק דערפון ביי דזשאדזשען די פילונג צו מיין דעה (וואס האט מיר געברענגט די פילונג) איז גערעכט אדער נישט. טו עס נישט. בלייב ביי די פילונג אין קריך אריין טיפער און קוק וואספארא טריגערס מאכן דיר פילן אזוי. און וואס איז די פילונג אונטער דעם וואס דו ווילסט אנטלויפן פון.
”זי קען זיך נישט ארויסזעהן פון די פאנאטישקייט ווי זי האט זיך אריינגעגראבן” ברענגט א פילונג פון unworthy, less than, etc. וואס דאס קען אסאך מאל זיין די וואס טריגערט איר רעאקציע. יעצט אנשטאטס צו פאוקעסן אויף די רעאקציע, וועט די מומחה אריינקריכן אין די פילונג און ארבייטן מיט דעם.
דאס אז עס איז בכלל דא א שמועס וועמענס דעה איז גערעכט און אויב דער צווייטער רעספעקט עס, איז אן עסקעיפ פון אריינגיין טיפער אין די פילונג...

רבי @ חדשים איך רעספעקטיר אייך גאר שטארק, אבער איר גיבט א שטארקע one track minded איינדרוק. איר זעהט גארנישט חוץ פון די נושא פון געפילן. איך בין מסכים צו אלעס וואס איר שרייבט בנוגע וויאזוי צו האנדלען מיט שווערע געפילן. איך וואלט איר גלייך געשיקט צו אייך אויב זיך איך א מומחה איר צו העלפן מיט אירע עמאציענאלע פראבלעמען. איר וואלט גאר גוט געוויסט וויאזוי איר צו העלפן. אבער למען השם, דאס איז נישט אונזער נושא.
צו באהאנדלען דיין counterpart ווי א מענטל העלט case, די אוממעגליכקייט צו אננעמען אז עס איז שייך א צווייטע דעה ווי דיינס , און אז סיי וועלכע חולק אויף דיין דעה קומט בלויז פון שווערע געפילן, דאס איז גאר דיסרעספעקטפול.
עס קוקט אויס ווי די פארמאגסט נישט די יכולות צו פארנעמען די מציאות פון א צווייטע דעה, און וויפיל איך וועל נאר פרובירן צו מסביר זיין פארוואס עס איז דיסרעספעקטפול, קענסטו עס נישט פארשטיין. ווייל יענער האט דאך נישט באמת קיין דעה, עס איז בלויז פילינגס.
און יא, עס איז יא דא א שמועס צו די צווייטע רעספעקט דיין דעה. ווארום דאס איז דאך די גאנצע ציל פון די נושא וואס מיר זענען דן, די מאן זיכט צו געפינען א וועג וויאזוי צו באקומען די רעספעקט פון זיין ווייב. לויט דיין לאגיק קען די פרוי אויך פראקלאמירן די מאן אלס איינער וואס קומט בלויז פון שווערע געפילן (אנגעווייטוגט אויפן סיסטעם, שווערע טשיילדהוד וכו'). און דאס איז מיין נקודה די גאנצע צייט, אויב די קענסט דאס נישט טון פאר איר (ווייל די ביסט נאך צו פאנאטיש צו קענען עקסעפטן א צווייטענס דעה...😉), דאן וויאזוי ערווארטסטו דאס פון איר?
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
חדשים #
צומישט און צוחישט #
חדשים #
איך זע נישט אין ברוך’ס ווערטער א דיסרעפעקט. איך זע א ווייטאג און פעשען (passionate) וואס ער האט מיט די ווייב.
די ווערטער "זי קען זיך נישט ארויסזעהן פון די פאנאטישקייט ווי זי האט זיך אריינגעגראבן" הערט זיך טאקע עקסטער פעשעניט..
יא.
איך בין פעשעניט פאר דיר און איך פארשטיי דיין ווייטאג און טריגער (triggers) וואס האט דיר געברענגט צו שרייבן די תגובה...
אהה האגס ענד קיסעס טא יו... ענדליך פארשטייט שוין איינער מיין ווייטאג..
מיין דזשעליסי אויף די אינגערמאן וואס טוט וואס ער וויל איז ממש ארויס פון יעדע גבול און דאס האט מיר נעבעך געשטופט צו שרייבן מיין תגובה.. נאכמאזל דו כאפסט וואס מיר באדערט..
Re: Re:
נישנאש #
רבי רבי ברוך קיין איין ווארט וואס דו רעדסט הייבט נישט אן מאכן קיין סענס,
די ווייב האט די פולע רעכט צו די ווייטאג, לאמיר נישט אריינגיין צו אידישקייט איז אמת אדער שקר, די פשוטע פאקט איז אז ווען די פרוי האט מקבל געווען די קידושין פון איר מאן איז עס געווען על דעת אז ער האט דא חתונה מיט א ארטאדאקסישע פרוי וואס איז "פאנאטיש" ווי די רופסט עס, האט זי די פילע רעכט ס'זאל איר באדערן ווען די שקצס'ט אוועק. קום מיר נישט און האב חתונה מיט א פאנאטישע פרוי און האב טענות אז ס'באדערט איר. אפילו די קאורטס אנערקענען דעי פשוטע קאממען סענס, ווען א מאמע גייט אטד און די טאטע בלייבט פרום און ס'דא א גט וועט די קאורט ווייטער הייסן שיקן אין א פרומע מוסדות, שעל דעת כן האט די מאן חתונה געהאט צו איר
הא תינח ווען מיר וואלטן געלעבט אין אן אפענע וועלט און שידוכים ביי אונז וואלטן צוגעגאנגען ווי אין די אלגעמיינע וועלט. אבער אין פאקט האט דער אכצן יעריגע בחור קיינמאל נישט געהאט קיין אויסוואל אויב ער וויל זיין ארטאדאקסיש אדער נישט, ער טאר אפילו נישט וואוסן אלע שיטות און מיינונגען אויף דער וועלט, און אפגערעדט אז ער האט נישט קיין שום ווארט אויב ער וויל חתונה האבן און מיט וועם ער וויל חתונה האבן. טא וואס איז די טענה "קום מיר נישט און האב חתונה מיט א פאנאטישע פרוי און האב טענות אז ס'באדערט איר", האט ער דען געהאט א ברירה?
איך וויל נאר צולייגן איין נקודה וואס איך בין נישט זיכער צו ס'האט ממש א שייכות צום נושא. אין די אינגע יארן האב איך געהאט א געפערליכע קשיא, ווען איך פאל דורך מיט אן עבירה, אפילו במזיד, זאל עס זיין לשה"ר, ז"ל, רעדן אינמיטן קדיש, קוקן אויף א צלם אדער א שיקסע, א.א.וו. יא, ס'טוט זייער שטארק וויי, און מ'נעמט זיך פאר צו ווערן בעסער, אבער די וועלט שטעלט זיך נישט אפ. ס'קומט יום כיפור, מ'טוט תשובה, און מ'גייט זיך ווייטער. יא, וחטאתי נגדי תמיד, אבער איך קען לעבן מיט די ווייטאג. פארוואס אבער ווען מיין חבר גייט מיט'ן קאפל אביסל שיעף גיי איך באליסטיק אזש די וועלט שטעלט זיך אפ און דאס לעבן קען ווייטער נישט אנגיין? האב איך געפרעגט א קלוגער איד און ער האט מיך צוגעוויזן אין יושר דברי אמת וואו דער מחבר שרייבט אז ער האט אמאל געהאט א שטארקע תשוקה צו לייגן ר"ת תפילין ביי מנחה, אבער למעשה האט ער געזאגט אז ס'קען נישט זיין אז ס'איז פונעם צד הקדושה ווייל לייגן תפילין ביי שחרית איז דאך זיכער א מצווה און דארט האט ער נישט אזא שטארקע תשוקה, מוז זיין אז די תשוקה צו לייגן תפילין ביי מנחה קומט פונעם צד הטומאה, און ער האט טאקע נישט געלייגט, טראץ די אלע גרויסע זאכן וואס שטייט אין די ספרים דערוועגן! דאס הייסט זיך געפירט לויט אונזער הייליגע מסורה, דאס איז א העכערע לעבן מיט דבקות בה'!
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
פונדאַמענטאַל #
חדשים #
פונדאַמענטאַל #
איך ווייס נישט ווען איך האב לעצט געזען עפעס אזוי patronizing ווי דאס...
די הנחה אז יענעמ'ס געפילן זענען נישט לעגיטים, און מיר ווילן איר בלויז העלפן איבערקומען אירע עמאציאנאלע שוועריגקייטן וועלכע ברענגען איר צו אזא אומבארעכטיגטע רעאקציע... דערנאך פארשטייסטו נישט ווי עס ליגט די דיסרעספעקט...
דיסרעספעקט איז נישט בלויז זיך צו פירן רעספעקטפול, די עצם אומאקצעפטירונג פון יענעמ'ס רעכט צו האבן אן אנדערע דעה ווי דיינס - אז עס מוז זיין א רעזולטאט פון פיין און שווערע געפילן (און יענער דארף פשוט דו זאלסט אים ראטעווען...), איז א דיסרעספעקט אין יענעם.
איך ליין אין דיין תגובה א צומישעניש צווישן געפילן, אנדערע דעה און רעספעקט.
געפילן זענען רוי און לעבעדיג, עס דארף נישט קיינעמס בארעכטיגונג אויב עס איז לעגעטים אדער נישט. עס קומט נישט דא אריין לעגעטים. עס איז א פילונג וואס דער פילער האט אין זיך און טאר נישט אוועקלויפן דערפון. אסאך מאל איז עס צו שווער פאר די פילער צו פילן און ער/זי לויפט אוועק דערפון ביי דזשאדזשען די פילונג צו מיין דעה (וואס האט מיר געברענגט די פילונג) איז גערעכט אדער נישט. טו עס נישט. בלייב ביי די פילונג אין קריך אריין טיפער און קוק וואספארא טריגערס מאכן דיר פילן אזוי. און וואס איז די פילונג אונטער דעם וואס דו ווילסט אנטלויפן פון.
”זי קען זיך נישט ארויסזעהן פון די פאנאטישקייט ווי זי האט זיך אריינגעגראבן” ברענגט א פילונג פון unworthy, less than, etc. וואס דאס קען אסאך מאל זיין די וואס טריגערט איר רעאקציע. יעצט אנשטאטס צו פאוקעסן אויף די רעאקציע, וועט די מומחה אריינקריכן אין די פילונג און ארבייטן מיט דעם.
דאס אז עס איז בכלל דא א שמועס וועמענס דעה איז גערעכט און אויב דער צווייטער רעספעקט עס, איז אן עסקעיפ פון אריינגיין טיפער אין די פילונג...
רבי
@ חדשים איך רעספעקטיר אייך גאר שטארק, אבער איר גיבט א שטארקע one track minded איינדרוק. איר זעהט גארנישט חוץ פון די נושא פון געפילן. איך בין מסכים צו אלעס וואס איר שרייבט בנוגע וויאזוי צו האנדלען מיט שווערע געפילן. איך וואלט איר גלייך געשיקט צו אייך אויב זיך איך א מומחה איר צו העלפן מיט אירע עמאציענאלע פראבלעמען. איר וואלט גאר גוט געוויסט וויאזוי איר צו העלפן. אבער למען השם, דאס איז נישט אונזער נושא.
צו באהאנדלען דיין counterpart ווי א מענטל העלט case, די אוממעגליכקייט צו אננעמען אז עס איז שייך א צווייטע דעה ווי דיינס , און אז סיי וועלכע חולק אויף דיין דעה קומט בלויז פון שווערע געפילן, דאס איז גאר דיסרעספעקטפול.
עס קוקט אויס ווי די פארמאגסט נישט די יכולות צו פארנעמען די מציאות פון א צווייטע דעה, און וויפיל איך וועל נאר פרובירן צו מסביר זיין פארוואס עס איז דיסרעספעקטפול, קענסטו עס נישט פארשטיין. ווייל יענער האט דאך נישט באמת קיין דעה, עס איז בלויז פילינגס.
און יא, עס איז יא דא א שמועס צו די צווייטע רעספעקט דיין דעה. ווארום דאס איז דאך די גאנצע ציל פון די נושא וואס מיר זענען דן, די מאן זיכט צו געפינען א וועג וויאזוי צו באקומען די רעספעקט פון זיין ווייב. לויט דיין לאגיק קען די פרוי אויך פראקלאמירן די מאן אלס איינער וואס קומט בלויז פון שווערע געפילן (אנגעווייטוגט אויפן סיסטעם, שווערע טשיילדהוד וכו'). און דאס איז מיין נקודה די גאנצע צייט, אויב די קענסט דאס נישט טון פאר איר (ווייל די ביסט נאך צו פאנאטיש צו קענען עקסעפטן א צווייטענס דעה...
😉), דאן וויאזוי ערווארטסטו דאס פון איר?
איך וועל פראבירן נאך איינמאל, אז עס גייט, גייט עס, און אז נישט, נישט.
איך מיין אז אונז זענען באמת אויף די זעלבע פעידזש, ווען מען רעדט ווען פעיס טו פעיס וואלט עס נישט גענומען קיין צוויי מינוט זיך אויסצוקלארן... איך שטעל דיר אויף די הנחה אז דו האלטס אז געפילן און עגא זענען א חלק פון וואס דרייווט די מענטש. דיין פוינט איז נאר אז באמת איז דא צוויי מיינונגען און איר מיינונג איז נישט ריין פילונגס. איך האלט אויך אז די פרוי האט א מיינונג (דעה) אבער עס איז פארדעקט. אונז געבן איר רעספעקט און ווילן זייער שטארק וויסן איר דעה כדאי צו זיך דורכקומען מיט פארשטענדעניש. כדאי אנצוקומען דארט, דארף מען אבער קודם אוועקנעמען די אלע ווייטאג און טריגערס. איינמאל די ווייטאג איז נישטא מער, קען מען רעדן מיט לאגיק, ווען יעדער פרעזענט זיין דעה. ווען מען גייט אויף אזא וועג איז דא סאך מער פאטענשעל זיך צו דורכקומען.
און די זעלבע זאך איז בנוגע די מאן... מען רעדט נאר פון די פרוי ווייל דארט האט ברוך געזאגט וואס עס קען זיין אז עס ליגט אונטער דעם.
קלאר?
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
כ'האב שוין ארויסגעטשעקט פון דעם אשכול, בעיקר, וועגן געווענליך האלטן זיך די ערשטע פאר בלעטער צום נושא און שפעטער פארט עס שוין מענין לענין.
אסאך זענען אריינגעקומען מיט כלערליי עצות און נומערן וועמען צו ריפן, און כבין יעדעם דאנדבאר.
בנוגע דאס וואס איז געווארן ארויפגעברענגט דורך שפינוזא, אז מען זאל גיין צו דווקא א נישט פרומע שלום בית מאכער. די מאן האט עס גראדע געאפערט פאר זיין ווייב, אבער זי איז נישט געווען גרייט צו הערן דערפון. וואס וועט א גוי אדער אפגעפארענע איד פארשטיין צו דעם פראבלעם? מען דארף דווקא איינער וואס איז פרום און פארשטייט איר פראבלעם, און מיט דעם אלעם זאל ער עס פראבירן צו מאכן ארבעטן.
עס איז אויך אריינגעקומען צו מיר אין אישי א שרעקעדיגע מעשה, ענליך צו די מעשה וואס איך האב פארציילט, נאך אסאך מער דראמאטיש. איך האב בעיקר פארציילט דא די תכלית'דיגע חלק וויאזוי די מצב איז יעצט און וואס די פראבלעם איז, כ'האב נישט דווקא אויסגעברייטערט אין די חלק וויאזוי די ווייב איז געוואר געווארן אז עפעס גייט פאר מיט איר מאן, און וויאזוי די ערשטע רעאקציעס זענען געווען. ער האט מער אראפגעלייגט דעם חלק, אפשר מיט רשות וועל איך עס דא ארויפשטעלן, אדער אפשר גאר פארלאנגט זיך עס אן אשכול פאר זיך.
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
ב”ה אז דו האסט באקומען עצות און נומערן צו פראבירן און דער אייבירשטער זאל דיר פירן אויף די ריכטיגע וועג עס זאל זיין א בנין עדי עד.
איך פארשטיי די פרוי’ס טענה און איך פארשטיי ברוך’ס טענה... איך בין זיכער אז מען קען עס משווה זיין... מען זאל גיין צו איינער וואס איז פרום וואס קוקט נישט פון די אידישקייט פערספעקטיוו, נאר אלץ א קאפל מיספארשטענדעניש.
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
ס'דא די באקאנטע מעשה מיט דער וואס האט זיך געקויפט א טייערע
לעמאסין און איז געקומען פרעגן זיין רב צו ער ברויך דערויף לייגן א מזוזה, די רב האט אים געענטפערט אז ער קען נישט פסק'נען ווייל ער ווייסט נישט וואס א לעמאסין איז בכלל. איז דער איד אריבער צום ראבינער אויפן צווייטן זייט גאס פרעגן די שאלה, אבער ער האט אים אויך געענטפערט אז ער קען נישט פסק'נען ווייל ער ווייסט נישט וואס א מזוזה איז...
וד"ל
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
חדשים #
ב”ה אז דו האסט באקומען עצות און נומערן צו פראבירן און דער אייבירשטער זאל דיר פירן אויף די ריכטיגע וועג עס זאל זיין א בנין עדי עד.
שכח פאר די ברכות, כ'וועל עס איבערגעבן פאר מיין ידיד...
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
חדשים #
איך וועל פראבירן נאך איינמאל, אז עס גייט, גייט עס, און אז נישט, נישט.
איך מיין אז אונז זענען באמת אויף די זעלבע פעידזש, ווען מען רעדט ווען פעיס טו פעיס וואלט עס נישט גענומען קיין צוויי מינוט זיך אויסצוקלארן... איך שטעל דיר אויף די הנחה אז דו האלטס אז געפילן און עגא זענען א חלק פון וואס דרייווט די מענטש. דיין פוינט איז נאר אז באמת איז דא צוויי מיינונגען און איר מיינונג איז נישט ריין פילונגס. איך האלט אויך אז די פרוי האט א מיינונג (דעה) אבער עס איז פארדעקט. אונז געבן איר רעספעקט און ווילן זייער שטארק וויסן איר דעה כדאי צו זיך דורכקומען מיט פארשטענדעניש. כדאי אנצוקומען דארט, דארף מען אבער קודם אוועקנעמען די אלע ווייטאג און טריגערס. איינמאל די ווייטאג איז נישטא מער, קען מען רעדן מיט לאגיק, ווען יעדער פרעזענט זיין דעה. ווען מען גייט אויף אזא וועג איז דא סאך מער פאטענשעל זיך צו דורכקומען.
און די זעלבע זאך איז בנוגע די מאן... מען רעדט נאר פון די פרוי ווייל דארט האט ברוך געזאגט וואס עס קען זיין אז עס ליגט אונטער דעם.
קלאר?
איך בין מעריך אייערע ווערטער, איך מיין אויך אז אונזערע זייטן זענען נישט אזוי ווייט איינער פונעם צווייטן. און אפילו אויב יא... בין איך מעריך די פאזיטיווע vibe...
פאר מיר לאזן איבער די שמועס. וויל אויך פרובירן נאך איינמאל. אויב עס גייט איז גוט, און אז נישט מיין איך אז מיר האבן שוין באוויזן צו פרעזענטירן אונזערע זייטן עד כמה שאפשר.
מיר זענען ביידע מסכים אז אז געפילן און עגא זענען א חלק פון וואס טרייבט א מענטש. און אונז זענען ביידע מסכים אז עס איז באמת דא צוויי לעגיטימע מיינונגען. איר טענה'ט נאר אז איר דעה איז פארדעקט מיט געפילן און עגא, און מיר פרובירן בלויז צו צוקומען צו איר אמת'ע דעה דורכ'ן אדרעסירן די געפילן ערשט.
די סיבה פארוואס איך קריג זיך אויף דעם, איז נישט ווייל איך האלט אז איר דעה קומט נישט פון געפילן. אין פאקט האלט איך אז יעדנ'ס דעה קומט במידת מה פון געפילן, און אז דאס איז א לעבנסלענגליכע ארבעט פונעם מענטש צו איבערקומען די נגיעות.
די סיבה פארוואס איך קריג זיך אויף דעם איז, ווייל איך האלט אז באהאנדלען א צווייטען מיט די צוגאנג - אז זיינע דעות זענען (נאך) אפעקטירט פון געפילן, און זענען צוליב דעם (נאכ)נישט זיינע אמת'ע דעות, איז inneficient און שטערט די גאנצע געדאנק פון מענטשליכע דעבאטע און הגיון. וויאזוי קען א מענטש האבן א פראדוקטיווע ויכוח מיט א צווייטן און צוקומען צו א מסקנא, ווען יענער קומט מיט א הנחה אז זיין בר פלוגתא האט נישט קיין אמת'ע דעה?... און דערפאר וואס איז אונז נוגע כלפי די מאן וועלכע פרובירט צו פרעזענטירן זיין זייט צו זיין ווייב אויף א אופן וואס איז פראדאקטיוו, איז די עצם הנחה אז איר יעצטיגע פאזיציע איז נישט לעגיטים counterproductive.
און דער עיקר. די פאקט אז מענטשהייט איז פעלערהאפטיג איז אמת, אבער דאס מיינט נישט אז דאס דערמאנען פאר א צווייטן אין פנים איז רעספעקטפול. אוודאי זענען רוב דעות פון מענטשען אפעקטירט פון געפילן, אבער דאס זאגן פאר דיין בר פלוגתא אין פנים אריין און דילעגיטימירן זיין דעה איז נאכאלץ דיסרעספעקטפול.
צו צוזאמנעמען אין קורצן. How about איך פראקלאמיר אז אייער דעה דא אין אונזער טענה'ריי קומט פון שווערע געפילן וואס איר פארמאגט, און דאס איז נישט באמת אייער דעה... איז שייך דערנאך פאר אונז צו פירן א פראדאקטיווע שמועס? איז דאס דען נישט דיסרעספעקטפול? אפשר וועט דאס די פרוי זאגן פארן מאן, די הנחה אז איך קום פון געפילן קומט פון דיינע שווערע געפילן... און דערביי האבן מיר חרוב געמאכט די מעגליכקייט פון א פראדוקטיווע דעבאטע. כאטש איך האלט אסאך מאל אז מענטשן מיט וועם איך דעבאטיר קומען באמת פון געפילן און נגיעות, נאכאלץ פארשטיי איך אז כדי צו פירן א פראדוקטיווע שמועס און זיין רעספעקטפול צו אנדערע דארף איך זיי באהאנדלען מיט רעספעקט און באהאנדלען זייער דעה אלס לעגיטים.
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
עמרם #
זייער שיין געשריבן !
און ס'איז זייער א גוטע שאלה !
נאר וואס איך פארשטיי נישט, פארוואס נעמט ער אידישקייט אזוי שווער ?
ס'איז אזוי שווער צי היטן שבת ?
איך היט שוין שבת איך ווייס וויפיל יאר און קיינמאל נישט געהאט א נסיון מחלל צי זיין,
און אויב איז עס יא אזוי שווער, פארוואס קען ער באשטיין אז זיינע קינדער זאלן יא דארפן היטן ?
הייסט זאכן זענען שווער אדער נישט שווער מעסט זיך לויט וואס איז שווער פאר אייך?
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
Moshe itche #
[ציטאט אראפגענומען]
ס'איז זיכער דא אזעלכע זאכן, בפרט אז די רשע איז נישט קיין געלערנטער אפיקורס נאר סתם א בעל תאווה וואס גלייבט נאך אין אידישקייט, און די ערליכע ווייב קען האבן אן השפעה און אויפוועקן זיין גלויבן און אים מחזיר בתשובה זיין.
אבער כגלייב אז די ספר חסידים פארציילט א מעשה שהיה. דאכצעך אז ער געבט נישט קיין הבטחה אז אזוי וועט אלעמאל זיין.
מען ניצט נאך די סארט שפראך? נא עכט גלייבט ער יא פשוט א בעל תאווה, כאילו ער קען נישט טאהן אלע תאווה׳ס גלייבענדיג אזוי וואו אלע אנדערע.
Re: Re:
סקעפטיקער #
נישנאש #
רבי רבי ברוך קיין איין ווארט וואס דו רעדסט הייבט נישט אן מאכן קיין סענס,
די ווייב האט די פולע רעכט צו די ווייטאג, לאמיר נישט אריינגיין צו אידישקייט איז אמת אדער שקר, די פשוטע פאקט איז אז ווען די פרוי האט מקבל געווען די קידושין פון איר מאן איז עס געווען על דעת אז ער האט דא חתונה מיט א ארטאדאקסישע פרוי וואס איז "פאנאטיש" ווי די רופסט עס, האט זי די פילע רעכט ס'זאל איר באדערן ווען די שקצס'ט אוועק. קום מיר נישט און האב חתונה מיט א פאנאטישע פרוי און האב טענות אז ס'באדערט איר. אפילו די קאורטס אנערקענען דעי פשוטע קאממען סענס, ווען א מאמע גייט אטד און די טאטע בלייבט פרום און ס'דא א גט וועט די קאורט ווייטער הייסן שיקן אין א פרומע מוסדות, שעל דעת כן האט די מאן חתונה געהאט צו איר
הא תינח ווען מיר וואלטן געלעבט אין אן אפענע וועלט און שידוכים ביי אונז וואלטן צוגעגאנגען ווי אין די אלגעמיינע וועלט. אבער אין פאקט האט דער אכצן יעריגע בחור קיינמאל נישט געהאט קיין אויסוואל אויב ער וויל זיין ארטאדאקסיש אדער נישט, ער טאר אפילו נישט וואוסן אלע שיטות און מיינונגען אויף דער וועלט, און אפגערעדט אז ער האט נישט קיין שום ווארט אויב ער וויל חתונה האבן און מיט וועם ער וויל חתונה האבן. טא וואס איז די טענה "קום מיר נישט און האב חתונה מיט א פאנאטישע פרוי און האב טענות אז ס'באדערט איר", האט ער דען געהאט א ברירה?
איך פארשטיי דיין פוינט און עס איז ווייטאגליך אז אזוי איז די סיסטעם, אבער עס איז דאך נישט איר שולד.... זי האט די פולע רעכט צו פארלאנגן אז איר שטוב זאל זיך פירן לויט דעם וואס לשם זה האבן זיי חתונה געהאט, אויב וויל זי בלייבן און זיך אויסגלייכן הרי זה טוב, אבער אויב נישט איז זי גערעכט 100%. אפגערעדט פון האבן טענות אויף איר היתכן ס'טוט איר וויי איז סתם לעכערליך
ווי געזאגט דאס האט גארנישט מיט אידישקייט עס איז פשוט קאממען סענס און אפילו א גוי פארשטייט דאס
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
פונדאַמענטאַל #
חדשים #
איך וועל פראבירן נאך איינמאל, אז עס גייט, גייט עס, און אז נישט, נישט.
איך מיין אז אונז זענען באמת אויף די זעלבע פעידזש, ווען מען רעדט ווען פעיס טו פעיס וואלט עס נישט גענומען קיין צוויי מינוט זיך אויסצוקלארן... איך שטעל דיר אויף די הנחה אז דו האלטס אז געפילן און עגא זענען א חלק פון וואס דרייווט די מענטש. דיין פוינט איז נאר אז באמת איז דא צוויי מיינונגען און איר מיינונג איז נישט ריין פילונגס. איך האלט אויך אז די פרוי האט א מיינונג (דעה) אבער עס איז פארדעקט. אונז געבן איר רעספעקט און ווילן זייער שטארק וויסן איר דעה כדאי צו זיך דורכקומען מיט פארשטענדעניש. כדאי אנצוקומען דארט, דארף מען אבער קודם אוועקנעמען די אלע ווייטאג און טריגערס. איינמאל די ווייטאג איז נישטא מער, קען מען רעדן מיט לאגיק, ווען יעדער פרעזענט זיין דעה. ווען מען גייט אויף אזא וועג איז דא סאך מער פאטענשעל זיך צו דורכקומען.
און די זעלבע זאך איז בנוגע די מאן... מען רעדט נאר פון די פרוי ווייל דארט האט ברוך געזאגט וואס עס קען זיין אז עס ליגט אונטער דעם.
קלאר?
איך בין מעריך אייערע ווערטער, איך מיין אויך אז אונזערע זייטען זענען נישט אזוי ווייט איינער פונעם צווייטען. און אפילו אויב יא... בין איך מעריך די פאזיטיווע vibe...
פאר מיר לאזן איבער די שמועס. וויל אויך פרובירן נאך איינמאל. אויב עס גייט איז גוט, און אז נישט מיין איך אז מיר האבן שוין באוויזן צו פרעזענטירן אונזערע זייטען עד כמה שאפשר.
מיר זענען ביידע מסכים אז אז געפילן און עגא זענען א חלק פון וואס טרייבט א מענטש. און אונז זענען ביידע מסכים אז עס איז באמת דא צוויי לעגיטימע מיינונגען. איר טענה'ט נאר אז איר דעה איז פארדעקט מיט געפילן און עגא, און מיר פרובירן בלויז צו צוקומען צו איר אמת'ע דעה דורכן אדרעסירען די געפילן ערשט.
די סיבה פארוואס איך קריג זיך אויף דעם, איז נישט ווייל איך האלט אז איר דעה קומט נישט פון געפילן. און פאקט האלט איך אז יעדענס דעה קומט במידת מה פון געפילן, און אז דאס איז א לעבנסלענגליכע ארבעט פונעם מענטש צו איבערקומען די נגיעות.
די סיבה פארוואס איך קריג זיך אויף דעם איז, ווייל איך האלט אז באהאנדלען א צווייטען מיט די צוגאנג - אז זיינע דעות זענען (נאך) אפעקטירט פון געפילן, און זענען צוליב דעם (נאכ)נישט זיינע אמת'ע דעות, איז inneficient און שטערט די גאנצע געדאנק פון מענטשליכע דעבאטע און הגיון. וויאזוי קען א מענטש האבן א פראדאקטיווע ויכוח מיט א צווייטען און צוקומען צו א מסקנה, ווען יענער קומט מיט א הנחה אז זיין בר פלוגתא האט נישט קיין אמת'ע דעה?... און דערפאר וואס איז אונז נוגע כלפי די מאן וועלכע פרובירט צו פרעזענטירן זיין זייט צו זיין ווייב אויף א אופן וואס איז פראדאקטיוו, איז די עצם הנחה אז איר יעצטיגע פאזיציע איז נישט לעגיטים counterproductive .
און דער עיקר. די פאקט אז מענטשהייט איז פעלערהאפטיג איז אמת, אבער דאס מיינט נישט אז דאס דערמאנען פאר א צווייטען אין פנים איז רעספעקטפול. אוודאי זענען רוב דעות פון מענטשען אפעקטירט פון געפילן, אבער דאס זאגן פאר דיין בר פלוגתא אין פנים אריין און דילעגיטימירן זיין דעה איז נאכאלץ דיסרעספעקטפול.
צו צוזאמנעמען אין קורצן. How about איך פראקלאמיר אז אייער דעה דא אין אונזער טענה'ריי קימט פון שווערע געפילן וואס איר פארמאגט, און דאס איז נישט באמת אייער דעה... איז שייך דערנאך פאר אונז צו פירן א פראדאקטיווע שמועס? איז דאס דען נישט דיסרעספעקטפול? אפשר וועט דאס די פרוי זאגן פארן מאן, די הנחה אז איך קום פון געפילן קומט פון דיינע שווערע געפילן... און דערביי האבן מיר חרוב געמאכט די מעגליכקייט פון א פראדאקטיווע דעבאטע. כאטש איך האלט אסאך מאל אז מענטשען מיט וועם איך דעבאטיר קומען באמת פון געפילן און נגיעות, נאכאלץ פארשטיי איך אז כדי צו פירן א פראדאקטיווע שמועס און זיין רעספעקטפול צו אנדערע דארף איך זיי באהאנדלען מיט רעספעקט און באהאנדלען זייער דעה אלס לעגיטים.
זייער קלאר.
אי משום הא דארפסטו נישט זיין באזארגט און עס פעלט נישט אויס די קריגעריי... קיין איין מומחה גייט נישט זאגן פאר’ן קלייענט אין פנים אריין אז דיין דעה קומט פון דיינע געפילן און וועגן דעם איז נישט אינטערסאנט וואס דו זאגסט... מען דארף דיעלן מיט די קלייענט מיט די פולסטע רעספעקט און נאכאלס זאל די קלייענט בהמשך הזמן און ארבייט זיך אויסקלארן וואס עס דרייווט איר/אים. פונקטליך וויאזוי מען טוט עס איז שוין מער פון די סקאופ פון א תגובה... עס איז דא וואס קענען עס טון מיט רעספעקט בשעת’ן זיך טענה’ן מיט א בר/בת פלוגתא, אבער דאס דארף מען שוין קענען...
Re: Re:
נישנאש #
סקעפטיקער #
נישנאש #
רבי רבי ברוך קיין איין ווארט וואס דו רעדסט הייבט נישט אן מאכן קיין סענס,
די ווייב האט די פולע רעכט צו די ווייטאג, לאמיר נישט אריינגיין צו אידישקייט איז אמת אדער שקר, די פשוטע פאקט איז אז ווען די פרוי האט מקבל געווען די קידושין פון איר מאן איז עס געווען על דעת אז ער האט דא חתונה מיט א ארטאדאקסישע פרוי וואס איז "פאנאטיש" ווי די רופסט עס, האט זי די פילע רעכט ס'זאל איר באדערן ווען די שקצס'ט אוועק. קום מיר נישט און האב חתונה מיט א פאנאטישע פרוי און האב טענות אז ס'באדערט איר. אפילו די קאורטס אנערקענען דעי פשוטע קאממען סענס, ווען א מאמע גייט אטד און די טאטע בלייבט פרום און ס'דא א גט וועט די קאורט ווייטער הייסן שיקן אין א פרומע מוסדות, שעל דעת כן האט די מאן חתונה געהאט צו איר
הא תינח ווען מיר וואלטן געלעבט אין אן אפענע וועלט און שידוכים ביי אונז וואלטן צוגעגאנגען ווי אין די אלגעמיינע וועלט. אבער אין פאקט האט דער אכצן יעריגע בחור קיינמאל נישט געהאט קיין אויסוואל אויב ער וויל זיין ארטאדאקסיש אדער נישט, ער טאר אפילו נישט וואוסן אלע שיטות און מיינונגען אויף דער וועלט, און אפגערעדט אז ער האט נישט קיין שום ווארט אויב ער וויל חתונה האבן און מיט וועם ער וויל חתונה האבן. טא וואס איז די טענה "קום מיר נישט און האב חתונה מיט א פאנאטישע פרוי און האב טענות אז ס'באדערט איר", האט ער דען געהאט א ברירה?
איך פארשטיי דיין פוינט און עס איז ווייטאגליך אז אזוי איז די סיסטעם, אבער עס איז דאך נישט איר שולד.... זי האט די פולע רעכט צו פארלאנגן אז איר שטוב זאל זיך פירן לויט דעם וואס לשם זה האבן זיי חתונה געהאט, אויב וויל זי בלייבן און זיך אויסגלייכן הרי זה טוב, אבער אויב נישט איז זי גערעכט 100%. אפגערעדט פון האבן טענות אויף איר היתכן ס'טוט איר וויי איז סתם לעכערליך
ווי געזאגט דאס האט גארנישט מיט אידישקייט עס איז פשוט קאממען סענס און אפילו א גוי פארשטייט דאס
עס איז טאקע נישט איר שולד, אבער אויך נישט זיין שולד. אוודאי האט זי אלע רעכטן אים איבערצולאזן, יעדע פרוי האט אלע רעכטן איבערצולאזן א מאן צוליב סיי וואס עס שטערט איר (און אויב דאס מיינסטו קאממאן סענס, בין איך מיט דיר), און איך פארשטיי אז עס באדערט איר זייער שטארק און איך האב בכלל נישט קיין טענות אז עס טוט איר וויי
אבער די האסט געזאגט עפעס מער, ווי כאילו ער האט נישט געדארפט חתונה האבן מיט איר און די עצם חתונה האבן און נאכעדם טוישן לעבנסשטייגער איז נישט ריכטיג. און מיט דעם בין איך מחולק ווייל דער מאן איז געווארן אריינגעצוואונגען אין דעם און קיינמאל נישט עכט געהאט קיין ברירה
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
זאקן #
זי רעדט זיך איין אז גלייך ווען זי שטארבט גייט שטיין טויזענטע מלכים איינס פארן גייען מיט וויינגער מעקאפ א צווייטע פאר די salmon fish, א דריטע פאר עסן נאר התאחדות סטראבעריס אין נאך צוויי מלאכים איינס פארן זיך שערן און א עקסטערע מלאך פארן זיך שעהרן אויף א טריפעל זערא אא"וו
און דו ווילסט אלעס אוועקנעמען אין איין טאג? עס ארבעט נישט אזוי.
זי רעדט זיך נישט איין דאס.
נישט קיין חילוק צו ס'איז מ'גייט טאקע ווערן אויפגעוויזן אזוי אדער נישט, איז עס א זאך וואס שטייט אין די ספה"ק אז אזוי איז די מציאות.
יעצט, אויב וויל איינער זאגן אז ס'איז אפשר נישט אזוי, אדער אז ס'איז באבע מעשיות, אבער ער האט נישט קיין אויפווייז און קיין ראיות ברורות אז ס'איז אויפגעטראכט, אפי' ער האט נישט קיין ראיות אז ס'איז יא, קען ער נישט קומען זאגן אז יענער רעדט זיך איין אזוי, ביי יענעם איז דאס קלאר אזוי ווי ביי אנדערע זענען קלאר איבער די היסטאריע פון אמעריקע...
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
איך קען פרעזענליך 5 מענער וואס האבן יא באוויזן צו 'אויפקלערן' זייער ווייב און קיינער האט נישט געהאט א גוטע ענדיג...
2 פון זיי האט עס גענומען צו א מענטעל ברעיקדאון, איינער האט זיך דערקלערט לעסביאן, איינער האט זיך סתם אזוי גע'גט נאך א יאר, און איינער וואוינט נאך יא צוזאמען אבער איז מיזרעבעל..
גיי קוק וויפיל אפגעפארענע קאפעלס דו קענסט, מען קען ציילן מיט די הענט, און ווער יא איז געווענליך די ווייב וואס האט אפגעפארן די מאן...
אדרבה קען איינער דא שרייבן א סוקסעס סטארי?
מען קען נישט צוגלייכן א מאן וואס האט געסטראגלט מיט א בעליף און געקומען צו א מסקנא, צו איינער וואס מען האט געפיטערט אינפארמעישאן... זיי גייען קיינמאל נישט זיין אויף די זעלבע פעידש פון דיר, ס'איז א שאד צו טרייען... זי קומט מיט 30-20 יאר גלויבונגען און השקפה, אפילו זי הערט דיך אויס און ס'מאכט סענס פאר איר, גייט עס נישט האבן די רעזולטאטן וואס דו ווילסט.. זי פארלירט איר גאנצע איידענטעטי און ספיריטשואל בעליף. דו הרג'עסט איר.
א שאד צו סתם דעסטראויען דיין מיט איר לעבן. אז דו פילסט אז דו קענסט נישט לעבן אזוי געב א גט יעצט.
די איינציגסטע וועג צו אפשר אביסל אראפברענגען די ווייב איז צו סתם ווערן א באם, אן טרייען אויפצוווייזן לאגיק זאכן. שטייט שטייט בעיבי סטעפס, איין זאך אויפאמאל. דיין ציל טאר נישט זיין צו איר אינגאנצן אראפברענגען.
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
זאגסט זייער גוט, אבער דו רעדסט פון קאפלס וואס האבן געזוכט צו גיין אינגאנצן או.טי.די. ווען מען רעדט פון פעלער ווי די קאפל איז ווייטער פרום פונדרויסן נאר די מאן האט איבערגערעדט די פרוי צו שפילן די געים און עכט גלייבן זיי גארנישט, פון די פעלער ווייסטו דאך נישט...
איך האב אין אן אנדערע אשכול געשריבן איבער אזא קאפל וואס איך קען, קודם איז ער אפגעפארן (כ'רעד פון אינעווייניג) שפעטער האט ער איר איבערגערעדט, און היינט עסן זיי ביידע אינאיינעם א פרישטאג יו"כ צופרי איידער זיי גייען אריין אין שול.
ס'איז זיכער דא אזעלכע פעלער, די שאלה איז וויפיל. ער טענה'ט אז ער האט אזא גאנצע קרו מיט זיך.
מען רעדט דא פון א חשובע בעלעבאטישע חסידישע משפחה...
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
יא יא, ס'איז אפשר דא איינס צוויי אזוי, וואס ביידע האבן באשלאסן לטובת די קינדער בלייבט מען דא, ביי אלע אנדערע פעלער איז מען אין אנהייב געבליבן און געלעבט א דאבעל לייף, ביז די פרוי האט געכאפט ווי אין די אדמה די פרויען ביי אונזער סאסייעטי זענען, אז זיי האבן משוגע געמאכט די מאן צו אפטראגן..
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
השתא דאתית להכי
דער עולם קען דא ביישטייערן זייער עקספיריענס מיט אויפקלערן די ווייב מיט קלייניגקייטן..
דעיס איז פשוט צו ג׳יין מיט די ווייב אין א טיאטער דרך מען קודם האבן געזעהן פאר א שיינע פאר יאר מאווי'ס מיט איר און זי גייט זיך נישט אויסטוהן איר שפיצל פאר זי איז אקעי מיטן פארן קיין מעקסיקא אויף וויקעישאן וכו'.. וכן להיפך
איך האב שוין א לאנגע צייט געוואלט מאכן אינסטראקשענס ווי אזוי מען מאכט בעיבי סטעפס, וואס קומט פאר וואס, און וואס און ווי אזוי מען פאקעסט אויף דיע זאכן..
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
נא אדרבה אפשר מאכסטו די אינסטראקשענס