☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??

קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??

69 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16777
בלאט: 1 2

כספי » פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 12:13 am

· #542849
קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??
ס'ידוע דער עלטערער איד וואס האט זיך אפגערעדט אז געדענקען געדענקט ער וואו ער האט חתונה געהאט, ווען ער האט חתונה געהאט, אפילו מיט וועם ער האט חתונה געהאט, אבער פארוואס ער האט חתונה געהאט קען ער זיך נישט דערמאנען...

בינעך נאך טאקע נישט אזא עלטערער איד, און מיין חתונה איז נישט געווען אזוי לאנג צוריק, און כ'געדענק נאך יא פארוואס כ'האב חתונה געהאט, פארוואס טאקע? נישט אזוי אינטרעסאנט, אפאר טעמים, אבער די מעין סיבה איז די זעלבע ווי אדם הראשון, יעדער האט און איך נישט?! אבער רבונא דעלמא כולא, טאטע אין הימל! פארוואס האב איך חתונה געהאט??

וואס האב איך געטון די שטות בעולם, וואס האב איך פון די נארישע הייראט-בונד? וואס פארדין איך פון דעם, אויסער דארפן באדינען א אידישע טאכטער, און זיכער מאכן אז זי האט גענוג געלט צו קענען גיין שאפינג, אויסער אראפברענגען אפאר קינדער אויף אזא מיזרעבל וועלט, וואס איך אליין האב נאכנישט אויסגעפיגערט פארוואס פונקטליך בינעך דא, און כ'ברענג שוין אראפ נאך אפאר אומשולדיגע נשמות וואס זאלן זיך מוטשען מיט די זעלבע ספיקות, און פארשטייט זיך דארפן זארגן צו האבן געלט פאר זייערע אומגעהויער-הויכע פרייזן פאר שכר לימוד, און פאר זייערע קליידער און זייערע עסן וכו' וכו', וואס האט דאס אלעס אויסגעפעלט?

וואס וואלט מיך געפעלט, ווען איך זיץ מיך ווען יעצט אין א לערן אינסטוטוציע (ישיבה אדער אוניווערזיטעט וכדו') אליין, הארעווענדיג אויף א שטיקל שכל אליין אנע דאגות פון אשה ובנים? אנע עכטע דאגות פון עול הפרנסה, אנע דאגות פון די א.ג. שלום בית (וואטעווער אין די וועלט דאס מיינט), אנע דאגות פון התחייבות און אחריות צו די וואס הענגען זיך אויף מיר, העכסטנס אז מיינע עלטערן וואלטן מיר נישט געשטיצט וואלט איך ביינאכט געארבעט אין א רעסטוראנט/באר און אזוי אויסגעצאלט מיין לעכל בעיסמענט, עסן בין איך מילא נישט קיין גרויסער עסער כ'וואלט געקענט לעבן נאר אויף מיינע נאכט סעודות אינעם באר אדער רעסטוראנט, און שלום על ישראל ועל משיחו, וואט די העלל בין איך דא אריינגעפאלן

איי א גוט שטיקל בשר? נו, שוין, דער פון אויבן האט זיך שוין זיינע שלוחים, בכל ה' עושה שליחותו...

פארוואס האב איך נישט זוכה געווען צו טועם זיין פון די עץ הדעת (מאוויס – קאווע שטיבל וכו') פאר מיין אריינבונדן אין דעם קשר של קיימא, אפשר וואלט איך דעמאלטס געהאט די שטארקייט צו אפזאגן די נארישע לעכערליכע צודרייטע בונד וואס איך פארבינד מיך דא לכל ימי חיי עד זיבולא בתרייתא (ווי @רביה"ק זי"ע בשעתו)?? לכאו' וואלט איך מילא נישט געהאט די שטארקייט, אבער אפשר דאך? אפשר דאך? הלואי!

און וואס טו איך יעצט מיט מיינע קינדער, גיי איך זיי אריינלייגן אין די זעלבע לאך ווי מ'האט מיר אריינגעפארסט? הלואי ווען איך קען זאגן 'נאו העלל, קיינמאל גייט דאס נישט געשען', אוי הלואי!

מתתיהו » פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 12:53 am

· #542855
Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??
אוטש!! דעס טוט וויי!!

צו וויפילטן מאל א אשכול מיט די זעלבע מעשה. איין זאך איז זיכער א גרויסע עולם (עכ"פ דא אינעם שטיבל) איז זייער נישט צופרידן מיט זייער חיי נישואין, אבער פילן זיך געטרעפט און קענען זיך נישט ארויסזעהן. זאל דער אויבערשטער העלפן אלע אידן.

קליינע צדיק » פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 9:47 am

· #542879
Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??
כספי #
פארוואס האב איך נישט זוכה געווען צו טועם זיין פון די עץ הדעת (מאוויס – קאווע שטיבל וכו') פאר מיין אריינבונדן אין דעם קשר של קיימא, אפשר וואלט איך דעמאלטס געהאט די שטארקייט צו אפזאגן די נארישע לעכערליכע צודרייטע בונד וואס איך פארבינד מיך דא לכל ימי חיי עד זיבולא בתרייתא (ווי @רביה"ק זי"ע בשעתו)?? לכאו' וואלט איך מילא נישט געהאט די שטארקייט, אבער אפשר דאך? אפשר דאך? הלואי!

וואס וואלטן די מאווי'ס געהאלפן
דן וואלסט געווען אסאך מער אומצופרידן זעהענדיג וויפיל דו באקומסט נישט?

בְּתוֹךְ עַמִּי » פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 10:52 am

· #542882
Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??
מתתיהו #
אוטש!! דעס טוט וויי!!

צו וויפילטן מאל א אשכול מיט די זעלבע מעשה. איין זאך איז זיכער א גרויסע עולם (עכ"פ דא אינעם שטיבל) איז זייער נישט צופרידן מיט זייער חיי נישואין, אבער פילן זיך געטרעפט און קענען זיך נישט ארויסזעהן. זאל דער אויבערשטער העלפן אלע אידן.

דער פאקט אז מ׳פילט "געטרעפט", איז דער שליסל צו א צופרידענעם לעבן.

העי. קרום נישט מיט׳ן נאז אויף מיר ביטע... הער'זשע ביטע אויס, לאמיר זיך מסביר'ן איידער דו גיבסט מיר א מאך אוועק 😉

ס'זאך איז אזוי:
קיינער איז נישט 'געטרעפט' מיט 'הענד-קאפס', מיט 'מאפיענערן', אדער ווייסעך וועלכע דרויסענדיגע פאוער וואס האלט אים האסטעדזש. איט אלל בוילס דאון צו דיר אליין. ס'איז בע"כ דא "עפעס" וואס דו אליין ווילסט נישט אויפגעבן - דאס טייטשט אז עפעס איז דיר גאר וויכטיג און דו ביזט גרייט צו צאלן דעם פרייז וואס דעי "עפעס" קאסט, וואס איז אין אונזער פאל "מערידזש".

למשל - ניין, ס'נישט קיין משל, ס'איז עי ריעל לייף סטארי - איך האב א חבר וואס כ'בין אין קאנטאקט מיט אים שוין פאר 5 יאר לערך. ער רופט מיר כמעט טעגליך זיך אויסצורעדן זיין ביטערן פעקל, און ס'טאקע ביטער, לא יאומן כי יסופר וואס דער גייט דורך מיט זיין מענטעל סיק ווייב וואס מעניפולירט אויך די קינדער און העצט זיי במישרין ובמקיפין אקעגן אים. איך קען שרייבן גאנצע ביכער איבער דעם גיהנם וואס ער גייט דורך - אנפאנג האביך אים געטרייט אויפצובויען זיין סעלף עסטים/קאנפידענץ אז ער זאל ווערן שטערקער פון איר און איר קענען געבן "טאף-לאוו" אויף א משוגענע אופן וואס זאל גורם זיין אז זי זאל אנערקענען אז זי דארף העלפ.

אבער ער האט נישט געהאלטן ביים הערן וואס כ'רעד צו אים, סאוי לעיטלי (לעיטלי מיינט שוין אפאר יאר...) האב איך אים אנגעהויבן צו שטופן צו געבן א 12'ער, א זאך וואס ער הערט פון אנדערע אויך וואס הערן זיין סטארי. למעשה, פאלט דאס אויך אויף טויבע אויערן.

ביז איך בין געקומען צו די מסקנה, אז זיין "סאשעל-סטעטוס" [ער איז זייער סאשעל און געשמאק, מיט פילע חברים וואס ווילן פארברענגן מיט אים - און קיינער חלומ'ט נישט וואס ער גייט דורך אינדערהיים...] נישט צו הייסן א גרוש, איז אים וויכטיגער ווי זיין "מערידזש, פעמעלי-לייף".

סאוי, מיין פוינט איז; רעקאגנייז די "שטארקע" בענעפיט וואס דו האסט א דאנק דעם מעריזש, וואס נאר דעריבער ביזטו גרייט צו צאלן אזא "גרויסן" פרייז.

ווען מ'עפרישיעט און מ'דאנקט אויף וואס מ'האט יא, טוישט עס ס'גאנצע בילד!

מתתיהו » פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 11:11 am

· #542883
Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??
לאמיר זאגן אפילו זאגן אז דו ביסט גערעכט אז מ׳פילט ״געטרעפט״ צוליב א געוויסע בענעפיט וואס מ'האט פון די מערעדזש וואס וועגט איבער (לכאורה איז עס נישט ריכטיג נאר דער מענטש האט נישט די שטארקייט צו טוהן וואס ס'איז באמת גוט פאר עם, אזוי ווי די וואס טוהן שידוכים מיטן חשבון ווי אזוי די גאס וועט שמועסן די נעקסטע פינעוו מינוט), אבער פארוואס זאל א מענטש זיין צופרידן וועגן דעם, ביידע זענען גאר וויכטיג, אפילו אייינס וועגט איבער דעם צווייטן. כ'מיין אפשר זאל איינער וואס מדארף חלילה אראפנעמען פון עם אן אבר צו ראטעווען זיין לעבן זיין צופרידן מיט דעם אז ער פארלירט אן אבר..

ברוך שפינוזה » פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 11:25 am

· #542886
כספי: ביזט גערעכט אז לעבן אליין אנע דאגות האט זיך זיינע מעלות, אבער לעבן מיט דאגות האט אויך מעלות, מ'קען נישט האבן ביידע וועלטן. איינע פון די מעלות פון זיין פארהייראט מיט א פאנאטישע פרוי איז אז דו האסט א גאלדענע געלעגענהייט צו דעוועלאפן די סקיללס ארויסצושלעפן א מענטש פון איר self imposed prison, פאר איר אייגענע בענעפיט און פאר די בענעפיט פון אירע קינדער, ומתן שכרה בצידה שנאמר אם תוציא יקר מזולל כפי תהיה. לכאורה האסטו שוין יוצא געוועהן דאס סינגל לעבן אין א פאריגן גילגול און יעצט איז די צייט to master the married life.

ודברת בם » פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 12:06 pm

· #542898
Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??
יעדער וואס איך קען וואס לעבט מיט די פיינפולע געפיל האט נישט מורא פאר זיך, פאר זיין "סאשעל סטאטוס". די עולם שניידט שטיקער פון זיך פאר די קינדער.

א פארקערטע עקידת יצחק. רח"ל.

עמרם » פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 12:17 pm

· #542900
Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??
@כספי איך ווייס נישט פארוואס דו טראכסט אז אויב וואלסטו געזעהן ק''ש פאר דיין חתונה וואלט אנדערש געווען, ס'איז דא דא גענוג וואס האבן עס געזעהן פאר די חתונה און ס'האט זיך גארנישט געטוישט,

און דאס איז זיכער אז אויב מ'איז אין אונזער סאסייעטי לוינט זיך יא צו זיין חתונה געהאט,
ארויסגיין איז גארנישט אזוי גרינג, און דא זיין האט זיך געלוינט אז דו ביסט חתונה געהאט,
(גראדע נאך די חתונה, אז מ'האט א געזונטע קשר, קען מען גרינגער זיך ארויסגליטשן פון די סאסייעטי, און גיין צעביסלעכווייז...)

בְּתוֹךְ עַמִּי » פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 1:52 pm

· #542909
Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??
מתתיהו #
לאמיר זאגן אפילו זאגן אז דו ביסט גערעכט אז מ'פילט "געטרעפט" צוליב א געוויסע בענעפיט וואס מ'האט פון די מערידזש וואס וועגט איבער (לכאורה איז עס נישט ריכטיג נאר דער מענטש האט נישט די שטארקייט צו טוהן וואס ס'איז באמת גוט פאר עם, אזוי ווי די וואס טוהן שידוכים מיטן חשבון ווי אזוי די גאס וועט שמועסן די נעקסטע פינף מינוט), אבער פארוואס זאל א מענטש זיין צופרידן וועגן דעם, ביידע זענען גאר וויכטיג, אפילו איינס וועגט איבער דעם צווייטן. כ'מיין אפשר זאל איינער וואס מ'דארף חלילה אראפנעמען פון אים אן אבר צו ראטעווען זיין לעבן זיין צופרידן מיט דעם אז ער פארלירט אן אבר..

דער סיבה פ"וו א מענטש האט נישט די שטארקייט צו טון וואס ס'באמת גוט פאר אים איז טאקע ווי דו ביזט מסביר ווייל ער וויל נישט אויפגעבן איין וויכטיגע זאך איבער די אנדערע - אבער למעשה, א געזונטע מענטש איז דער וואס קען מאכן דעם "ריכטיגן" דעסיזשען אפילו אויב ס'שווער. און דער פאקט איז אז לאחר המעשה אז מ'האט גענומען דעם ריכטיגן דורכגעטראכטן "שווערן" שריט, לעבט מען א "צופרידענעם" לעבן.

אבער ווען א מענטש איז ביזי בלעימען און קאמפלעינען וועט ער קיינמאל נישט זען די טשויס וואס ער האט פאר זיך. ער לעבט אין א פאנטאזיע אז אויב ער וועט טרעפן דעם "שולדיגן" וועלן די פראבלעמען אוועקגיין. אין אנדערע ווערטער, אנשטאט "זיך" בלעמען פאר'ן נישט מאכן דעם ריכטיגן טשויס אין לייף [ווייל דאס - דער צער פון סעלף באשולדיגונג - איז צו פעינפול פאר אים] זוכט ער אויף וועם/וואס ארויפצו-ווארפן דעם בלעים.

משא"כ ווען א מענטש ריעלייזד אז וואס ער טוט - אין אונזער פאל "מערידזש" - צו ער בלייבט יא צו ער ענדיגט עס (ה"י) איז עס זיין טשויס וואס ער איז "בוחר" מכח זיין פרייע בחירה. וועט ער באמת אריינקוקן און אפוועגן וואס איז באמת בעסער פאר אים אין די לאנג-ראן. און דאן איז סאאאך גרינגער צו לעבן "העפי" און "פאזעטיוו", אויף סיי וועלכע וועג ער איז בוחר למעשה.

און טאקע מיט דיין משל פון אראפנעמען אן אבר ה"י. ס'נישט מעגליך ער זאל זיין רואיג און צופרידן ווילאנג ער מאכט נישט אפ צו ער וויל עס יא אדער נישט אראפנעמען. איינמאל ער האט אפגעמאכט לאמיר זאגן אז ס'לוינט אים נישט אראפצונעמען ווייל ער האט עס צו ליב, איז איה"נ אז דער מחלה איז נישט אוועקגעגאנגען אבער יעצט ריעלייזד ער ווי שטארק ער בענעפירט פון יענעם אבר און אפרישיעט עס און בטבע וועט ער יעצט עקסעפטן דעם פרייז [די מחלה] וואס ער האט מחליט געווען צו צאלן פאר דעם אבר און אלץ א תוצאה פון דעם עקסעפטן קען ער אנגיין און לעבן א העפי לייף.

און די זעלבע פארקערט אויב מאכט ער אפ עס יא אראפצונעמען, ס'איז טאקע שווער, אבער לאחר המעשה וועט ער דען נישט זיין צופרידן אז ער האט עס געטון?

בְּתוֹךְ עַמִּי » פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 2:17 pm

· #542912
Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??
ודברת בם #
יעדער וואס איך קען וואס לעבט מיט די פיינפולע געפיל האט נישט מורא פאר זיך, פאר זיין "סאשעל סטאטוס". די עולם שניידט שטיקער פון זיך פאר די קינדער.

א פארקערטע עקידת יצחק. רח"ל.

קלאר אז נישט - כ'רעד פון דעם פאל וואס איך האב געשריבן פריער.
ס('כמעט) נישטא קיין שום טובה פאר די קינדער פון דעם פאקט אז ער איז סאו-קאלד חתונה געהאט.

ווי געשריבן העצט זי די קינדער און רייסט אים אראפ אין פראנט פון זיי.
ער האט שוין געכאפט 'מכות'. יא פיזיש! פון זיינע קינדער פארן אויפמאכן זיין מויל ואכמ"ל בכל אלה רח"ל.

און ווי געזאגט האב איך שוין גערעדט מיט אים אָן א שיעור שעות על גבי שעות, וביודעי ומכירי קאמינא.
פאר איין סיבה איז ער נאך דארט, און דאס איז זיין "סאשעל-סטעטוס".

פארוואס איך שרייב עס דא נאכמאל איבער און איבער, איז טאקע פאר דעם.
א מענטש דארף לעבן 'האנעסט', אמת'דיג און אפן מיט זיך אליין.

אויב טוט ער עפעס פאר זיך, און רעדט זיך איין אז ער מיינט די טובה פון די קינדער,
קען ער אלץ תוצאה דערפון נישט זען די מציאות, און מאכן אמת'דיגע טשויסעס אין לייף.

און אלס רעזאלט בלייבט מען אומצופרידן, בלעימענדיג דעם גאנצן שטאט.

שמן למאור » מוצ"ש דעצעמבער 30, 2023 8:32 pm

· #542936
Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??
ברוך שפינוזה #
כספי: ביזט גערעכט אז לעבן אליין אנע דאגות האט זיך זיינע מעלות, אבער לעבן מיט דאגות האט אויך מעלות, מ'קען נישט האבן ביידע וועלטן. איינע פון די מעלות פון זיין פארהייראט מיט א פאנאטישע פרוי איז אז דו האסט א גאלדענע געלעגענהייט צו דעוועלאפן די סקיללס ארויסצושלעפן א מענטש פון איר self imposed prison, פאר איר אייגענע בענעפיט און פאר די בענעפיט פון אירע קינדער, ומתן שכרה בצידה שנאמר אם תוציא יקר מזולל כפי תהיה. לכאורה האסטו שוין יוצא געוועהן דאס סינגל לעבן אין א פאריגן גילגול און יעצט איז די צייט to master the married life.

נישט אלעמאל איז שייך איר ארויסצונעמען פון איר self imposed prison, בפרט אז זי האלט דווקא ולהדיא נישט דערביי.

ברוך שפינוזה » מוצ"ש דעצעמבער 30, 2023 8:41 pm

· #542938
שמן למאור
נישט אלעמאל איז שייך איר ארויסצונעמען פון איר self imposed prison, בפרט אז זי האלט דווקא ולהדיא נישט דערביי.
איך האלט נישט אזוי, מ'דארף נאר וואוסן וויאזוי, די שליסל איז איר צו פארעקלען פון פרומקייט אזוי וועט זי פון זיך אליין גיין זוכן עפעס בעסערס, אז מ'ווייסט נישט וויאזוי דארף מען בעטן אנווייזונען ביי א קלוגן איד (אדער בעסער א קלוגער גוי 😉 )

תקע בשופר » מוצ"ש דעצעמבער 30, 2023 9:15 pm

· #542947
Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??
אז א פרוי שרייבט דאס פארשטיי איך, זי האט גארנישט פון די מערידזש. סך הכל דארף זי וואשן נאך איינעמס וועש, געבן פאר נאך איינעם עסן, ארומגיין פארשוואנגערט, דורכמאכן חבלי לידה, שווערע הארמאונס פון א מאן וואס פארשטייט איר נישט. אויב איז א כולל סעטינג, וועט זי נאך דארפן ארבעטן אויך און ארויפשלעפן די קינדער צום בעביסיטער אויפן דריטן שטאק.

אבער א מאן, ער פארדינט נאר פון די מערידזש. איינער געט איהם עסן, רייניגט זיין הויז, מען נעמט קעיר פון זיינע קינדער, גיט פיזישע הנאות. טאמער א כולל סענטינג, דארף ער גארנישט טוען חוץ פארברענגען צייט. אויב עפעס איז נישט צוגעשטעלט כדבעי בעתו ובזמנו, האט ער אויף וועם צו שרייען. ממש גן עדן אויף דער וועלט.

דארף ער אביסל ארבעטן צו מאכן געלט, ניש קשה.

קליינע צדיק » מוצ"ש דעצעמבער 30, 2023 9:17 pm

· #542949
Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??
זייער תמימות'דיג געשריבן,
עס איז דא אסאך מענער וואס מאכן מיט אינדערהיים שרעקליך אויף כל מיני אופנים,
טאקע פון די ווייב וואס שטעלט דאס אלעס צו - און טייל פעלער דאס אויך נישט.

עמרם » מוצ"ש דעצעמבער 30, 2023 9:33 pm

· #542951
Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??
דער אמת איז, אז יעדע פאל איז אנדערש,

אמאל איז דא א ווייב וואס טוט אלעס און צו די זייט ארבעט זי אויך, אז די מאן האט פשוט זיך נישט אויף וואס אפצורעדן

אמאל איז דער מאן וואס ארבעט, און די ווייב האלט נישט ביי גארנישט חוץ פון פייניגען די מאן, אז ס'איז ממש די גהינם

און עס איז דא אסאך פעלער אינצווישן!!!

שפילער » מוצ"ש דעצעמבער 30, 2023 11:29 pm

· #542953
Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??
איך פארשטיי נישט, ווילסט בלייבן א בחור?

מנחם מנדל » מוצ"ש דעצעמבער 30, 2023 11:36 pm

· #542954
Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??
שפילער #
איך פארשטיי נישט, ווילסט בלייבן א בחור?
ניין א אומפארהייראטע אינגערמאן.

קליינע צדיק » מוצ"ש דעצעמבער 30, 2023 11:41 pm

· #542955
Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??
תקע בשופר #
אז א פרוי שרייבט דאס פארשטיי איך, זי האט גארנישט פון די מערידזש. סך הכל דארף זי וואשן נאך איינעמס וועש, געבן פאר נאך איינעם עסן, ארומגיין פארשוואנגערט, דורכמאכן חבלי לידה, שווערע הארמאונס פון א מאן וואס פארשטייט איר נישט. אויב איז א כולל סעטינג, וועט זי נאך דארפן ארבעטן אויך און ארויפשלעפן די קינדער צום בעביסיטער אויפן דריטן שטאק.

אבער א מאן, ער פארדינט נאר פון די מערידזש. איינער געט איהם עסן, רייניגט זיין הויז, מען נעמט קעיר פון זיינע קינדער, גיט פיזישע הנאות. טאמער א כולל סענטינג, דארף ער גארנישט טוען חוץ פארברענגען צייט. אויב עפעס איז נישט צוגעשטעלט כדבעי בעתו ובזמנו, האט ער אויף וועם צו שרייען. ממש גן עדן אויף דער וועלט.

דארף ער אביסל ארבעטן צו מאכן געלט, ניש קשה.

און אויב שרייבט ער אזוי, זעט אויס זאכן זענען אנדערש און מער קאמפליצירט.

whatever » זונטאג דעצעמבער 31, 2023 1:03 am

· #542959
Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??
@כספי

איך ליין אין דיינע ווערטער צוויי ווייטאגן וואס דו דרייסט דיך ארום מיט, ראשית די "עול הפרנסה", עבדא בהפקירא ניחא ליה, קיינער איז נישט אינטערסירט צו ארבעט שווער, און דו בלעימסט די ארבעטן שווער אויף דעם וואס דו דארפסט אויסהאלטן א גאנצע משפחה. אבער דער אמת איז, טראכט אריין ווען דו געווינסט די לאטערי און דו דארפסט נישט ארבעטן שווער, וואלסטו נישט ענדזשויט א לייף מיט א ווייב און קינדער, ס'איז א לעבן פון (כ'על ניצן א הייליג ווארט, אבער זיי עס מגשם וויפיל דו ווילסט) משפיע זיין, וואס איז פון די געשמאקסטע זאכן. מ'קען נאך אסאך רעדן וועגן די "געשמאק" פון האבן א משפחה.

והשנית, און לכאורה והוא העיקר, איז אז דו ביסט געווארן אויפגעקלערט "נאכ'ן" חתונה, אז עס איז דא א גאנצע נייע פאן חלק אויף די וועלט, וואס איז געשמאקער ווי אלע פאן וואס דו האסט געהאט ביז יעצט, און 1) דיין ווייב און 2) דיין משפחה זענען א שטער פאר דיר אז דו זאלסט קענען ענדזוישען יענע ריזיגע פאן חלק פון די וועלט, דאס הייסט אז אפילו נניח אז ס'יא גוט חתונה צו האבן, אבער נישט מיט דעם ווייב וואס איך בין "אריינגעפאלן" מיט, זי פארשטייט נישט צו יענע פאן חלק, ממילא איז זי נאר א שטער צו דעם.

אויף דעם קען איך דיר נאר זאגן, אז איך בין אדורך אקוראט די זעלבע מחשבות/פילינגס, און עס איז נאטורליך, קומענדיג פון א פארמאכטע חסידישע סביבה, און מ'איז זייער ווייט פון די מינע פאן (אן אריינגיין צי עס איז ריכטיג אזוי, סתם די פאקט אז ס'איז אזוי), און נאכ'ן חתונה עפענט מען זיך אויף די אויגן בהכרח, ווייל דאס איז די מצוה, און שמירת עינים איז א בחור'ישע זאך, ממילא האלט מען אין איין קאמפערען מיין ווייב צו יענעם'ס, און מיין חסידישע לייף סטייל צו יענעם'ס פאן לייף סטייל, קומט ארויף אזעלכע מחשבות פון מה לי לצרה הזאת, איך וויל אויך די אלע פאן, און מיין חסידישע (פארמאכטע) ווייב שטייט מיר אין וועג!!

אבער מ'ווערט עלטער און מ'זעהט איין אז דאס לעבן איז אסאך מער וויכטיגער און טיפער ווי די אויבערפלעכליכע פאן, א גוטע געזונטע משפחה לעבן, אריינגערעכנט א אמת'ע נאנטקייט מיט די ווייב, איז עולה על כולנה און אלעס איז ווערד.

שמעקעדיג » זונטאג דעצעמבער 31, 2023 1:22 am

· #542962
Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??
קנאפע 10 יאר צוריק האב איך אביסל געשריבן דערוועגן, עיי"ש און האפענטליך, תמצא נחת.

https://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=207454#p207454

לעקיש בעער » זונטאג דעצעמבער 31, 2023 4:45 am

· #542976
Re:
ברוך שפינוזה #
שמן למאור
נישט אלעמאל איז שייך איר ארויסצונעמען פון איר self imposed prison, בפרט אז זי האלט דווקא ולהדיא נישט דערביי.
איך האלט נישט אזוי, מ'דארף נאר וויסן וויאזוי, די שליסל איז איר צו פארעקלען פון פרומקייט אזוי וועט זי פון זיך אליין גיין זוכן עפעס בעסערס, אז מ'ווייסט נישט וויאזוי דארף מען בעטן אנווייזונען ביי א קלוגן איד (אדער בעסער א קלוגער גוי 😉 )

אפשר קענט איר גיבן אביסל שימוש

קליינע צדיק » זונטאג דעצעמבער 31, 2023 10:41 am

· #542991
Re: Re:
לעקיש בעער #
ברוך שפינוזה #
שמן למאור
נישט אלעמאל איז שייך איר ארויסצונעמען פון איר self imposed prison, בפרט אז זי האלט דווקא ולהדיא נישט דערביי.
איך האלט נישט אזוי, מ'דארף נאר וויסן וויאזוי, די שליסל איז איר צו פארעקלען פון פרומקייט אזוי וועט זי פון זיך אליין גיין זוכן עפעס בעסערס, אז מ'ווייסט נישט וויאזוי דארף מען בעטן אנווייזונען ביי א קלוגן איד (אדער בעסער א קלוגער גוי 😉 )

אפשר קענט איר גיבן אביסל שימוש
גא"מ

קליינע צדיק » זונטאג דעצעמבער 31, 2023 10:46 am

· #542992
Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??
whatever #
@כספי

איך ליין אין דיינע ווערטער צוויי ווייטאגן וואס דו דרייסט דיך ארום מיט, ראשית די "עול הפרנסה", עבדא בהפקירא ניחא ליה, קיינער איז נישט אינטערסירט צו ארבעט שווער, און דו בלעימסט די ארבעטן שווער אויף דעם וואס דו דארפסט אויסהאלטן א גאנצע משפחה. אבער דער אמת איז, טראכט אריין ווען דו געווינסט די לאטערי און דו דארפסט נישט ארבעטן שווער, וואלסטו נישט ענדזשויט א לייף מיט א ווייב און קינדער, ס'איז א לעבן פון (כ'על ניצן א הייליג ווארט, אבער זיי עס מגשם וויפיל דו ווילסט) משפיע זיין, וואס איז פון די געשמאקסטע זאכן. מ'קען נאך אסאך רעדן וועגן די "געשמאק" פון האבן א משפחה.

והשנית, און לכאורה והוא העיקר, איז אז דו ביסט געווארן אויפגעקלערט "נאכ'ן" חתונה, אז עס איז דא א גאנצע נייע פאן חלק אויף די וועלט, וואס איז געשמאקער ווי אלע פאן וואס דו האסט געהאט ביז יעצט, און 1) דיין ווייב און 2) דיין משפחה זענען א שטער פאר דיר אז דו זאלסט קענען ענדזוישען יענע ריזיגע פאן חלק פון די וועלט, דאס הייסט אז אפילו נניח אז ס'יא גוט חתונה צו האבן, אבער נישט מיט דעם ווייב וואס איך בין "אריינגעפאלן" מיט, זי פארשטייט נישט צו יענע פאן חלק, ממילא איז זי נאר א שטער צו דעם.

אויף דעם קען איך דיר נאר זאגן, אז איך בין אדורך אקוראט די זעלבע מחשבות/פילינגס, און עס איז נאטורליך, קומענדיג פון א פארמאכטע חסידישע סביבה, און מ'איז זייער ווייט פון די מינע פאן (אן אריינגיין צי עס איז ריכטיג אזוי, סתם די פאקט אז ס'איז אזוי), און נאכ'ן חתונה עפענט מען זיך אויף די אויגן בהכרח, ווייל דאס איז די מצוה, און שמירת עינים איז א בחור'ישע זאך, ממילא האלט מען אין איין קאמפערען מיין ווייב צו יענעם'ס, און מיין חסידישע לייף סטייל צו יענעם'ס פאן לייף סטייל, קומט ארויף אזעלכע מחשבות פון מה לי לצרה הזאת, איך וויל אויך די אלע פאן, און מיין חסידישע (פארמאכטע) ווייב שטייט מיר אין וועג!!

אבער מ'ווערט עלטער און מ'זעהט איין אז דאס לעבן איז אסאך מער וויכטיגער און טיפער ווי די אויבערפלעכליכע פאן, א גוטע געזונטע משפחה לעבן, אריינגערעכנט א אמת'ע נאנטקייט מיט די ווייב, איז עולה על כולנה און אלעס איז ווערד.
זייער שטארק און קלאר אראפגעלייקט
אבער ס'איז נאכאלץ דא אסאך פעלער ווי מ'וויל יא האבן דער אמת'ע קשר און ריכטיגע לעבן און זי ארבעט נישט מיט
אדער אפי' אויב יא איז אבער די ווייב'ס צוגאנג די הנאה'דיגע חלק פון לעבן, און די פרומקייט פון די ווייב שאדט פאר די קשר
עס איז למעשה א חלק פון די לעבן און א וויכטיגע חלק און קען זיין דער מחליט צווישן א עכטע נאנטע לעבן אין אלע תחומים אדער פארקערט

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 31, 2023 12:05 pm

· #543003
Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??
כספי: איך האב (נאך) נישט אוספיעט צו ליינען וואס די אנדערע מגיבים האבן דא געשריבן. נאר איך האב עטליכע נקודות מעורר צו זיין.

ערשטנס. ווען דו וואלסט געבליבן אן אלטער בחור (ח"ו) וואלסטו ביי די פופציג יאר געגאנגען מיט דיין מאמע קויפן גלעזער. זי וואלט דיך אויך גענומען צו דעם סוט סטאר צו קויפן אן אנצוג אויף שבת, פארשטייצעך, נישט צום שטריימל געשעפט אדער צום מוכר ספרים צו קויפן א טלית און לאחר מעו"ש פון דיינע עלטערן ווען דו וואלסט געדארפט דאווענען פאר'ן עמוד וואלסטו געדאוונט נישט מיט'ן טלית אויפ'ן קאפ, נאר מיט א הוט.

ואת"ל אז דו האסט שוין (ב"ה) חתונה געהאט צו מזל און ברכה און דו האסט (ב"ה) זיסע, וואוילע און לעכטיגע קינדערלעך (קע"ה) (ווער האט דען נישט?) און דו ווילסט זיי נישט חתונה מאכן, וועסטו (ח"ו) ראנען אן אלד עידזש האום ביי דיר אינדערהיים, און דו וועסט זאגן פאר דיין 40 יעריגן בחור אום 10 אזייגער אינדערפרי אז ס'איז שוין צייט אויפצושטיין. און ווען דו וועסט גיין אין גראסערי וועסטו מאכן דעם זעלבן שבת ארדער וואס דו האסט געמאכט מיט 30 יאר צוריק, גלייך נאך דיין חתונה (רבותיי, אנטשולדיגטס אויב די נאמבערס שטימען נישט, איך האב גע"פעילט" מעטה אין חדר.)

אויך, ווען ס'קומט צו וועלן עסן א גוט שטיקל בשר ווערסטו א בעל בטחון. מ'דארף טון א ביסל השתדלות דערפאר. חתונה האבן. און די ווייב וועט שוין (האפנטליך) קענען אפבראטן א גוט שטיקל בשר בקר.

בכל אופן דאנק דעם באשעפער אז דו האסט (ב"ה) חתונה געהאט און דיינע קינדער האבן חתונה געהאט למזל ולברכה און דו ביסט שוין געווארן א זיידע. און אויך אן עלטער זיידע. די איבריגע איז אלעס נארישקייטן.

איך האב געקענט אן אלטן בחור וואס האט געהאקט א לעבן ביז מ'האט איהם געטראפן... וכו' וק"ל וד"ל...!

עמקות התם » מאנטאג יאנואר 1, 2024 3:28 am

· #543115
Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??
דיינע אלע פראבלעמען האבען מיט חיי נישואין גארנישט צו טון, אז דו האסט נאך נישט קיין הסבר פארוואס דו ביסט דא אויף דעם כדור מיינט נאך נישט אז די אומשולדיגע נשמות וואס דו ברענגסט אראפ וועלן אויך נישט וויסן. אז דו פלאנצט און אקערסט און דו זעסט נישט קיין פירות וירקות טויש דיין מהלך פון פרנסה. קאן זיין די נקודה איז דו האסט פשוט נישט ליב דיין ליבע, איז די שאלה אזוי, צו דיין ליבע האט יא געטראפן ליב אין דיר?! אויב די תשובה איז נישט, דאן געפינסטו זיך אין גאר א תוהו'דיגע מקום, און עס איז ממש העדר לשם העדר, און עס איז געוואלדיג פיינפול, ווייל די שליסל פון תיקון און חיות וסיפוק איז ביי די נוק', אז זי איז נישט מעורר דיך דעם דכר צו ממלא זיין דעם חלל, איז טאקע גארנישט פארהאנען אחוץ פון העדר און תוהו.

בְּתוֹךְ עַמִּי » מאנטאג יאנואר 1, 2024 10:16 am

· #543128
עמקות התם: האסט אנגעכאפט דעם זאך ביים קארג.

נאר אויף למעשה איז עס נישט אזוי פשוט. אויב ס'טאקע נישטא קיין ליבע דאן געווענליך גייט די מערידזש זייער שנעל דאון די דרעין.

כ'אמיך איבערצייגט ביי מערערע פעלער וואס כ'האב געהאט שייכות מיט,
אז בעצם גלייכן זיי זיך יא איינע די אנדערע, נאר ביי די נוק' כלשונך איז דא היינט א מעידזשאר פענדעמיק, וואס נעמט זיך פון די חינוך/השקפה וואס די מיידלעך באקומען. זיי ווערן פארהאקט פון זייער פעמעניזם, און זענען געבלאקט פון מרגיש זיין זייער חלל, וואס דעריבער קענען זיי נישט "עקספרעסן" דעם ניד זייערן און אזוי ארום מעורר זיין דעם משפיע.

והא ראי' אז זיי דארפן עס איז, ווייל סוכ"ס אויב וועלן זיי נישט באקומען וועלן זיין עווענטואל "פלאצן"!

וואס געשעט מיטן מאן איז אז ער ווערט גענומען אויף א ראלער-קאסטער רייד, וואסיז שרעקליך פעינפול. ודו"ק כי קצרתי.

דער נושא פאדערט בעצם אן אשכול פאר זיך. דא האביך עס שוין אנגערירט אויפן שפיץ גאפל.

חובב קאווע » מאנטאג יאנואר 1, 2024 8:36 pm

· #543213
Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??
איך קען נישט דיך און נישט דיין סיטואַציע, אבער איין זאך איז זיכער אייביג און איבעראל; דער מענטש איז ביכולת צו בוחר זיין וויאזוי ער רעאגירט צו זיינע שוועריקייטן.

פונדאַמענטאַל » מאנטאג יאנואר 1, 2024 10:33 pm

· #543240
Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??
כספי #
וואס האב איך געטון די שטות בעולם, וואס האב איך פון די נארישע הייראט-בונד? וואס פארדין איך פון דעם,

נישט אלעס איז איבער 'דיר', און נישט אלעס מעסט זיך מיט א באלדיגע פארדינסט וואס דו באקומסט. עס איז דא א ברייטערע בילד און א גרעסערע תכלית.

נעם פאר א משל די אלגעמיינע טערמין פון delayed gratification.
אוודאי איז חיי נישואין א הקרבה, נישט בלויז איז דאס א פאקטאר אין מערידזש - דאס איז גאר אין די עצם יסוד פון מערידזש! מערידזש איז איבער selflessness - מיטטיילן די אייגענע סעלף מיט א צווייטן און בויען א משפחה פאר וועלכע דו וועסט זיך מקריב זיין דיין גאנצע לעבן.

איך קען שרייבן א גאנצע מגילה פון סיבות וואס דו וועסט פארדינען פון זיין פארהייראט, אבער איך מיין אז דאס וועט פארפאסן די עיקר נקודה. די value פון מערידזש איז פיל גרעסער פון בלויז פראקטישע סעלפיש פארדינסטן, און עס וואלט געווען ווערד אפילו אויב בחורים וואלטן ווען געגאנגען מיט א שטריימל.

ים של שלום » מאנטאג יאנואר 1, 2024 10:58 pm

· #543244
Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??
פונדאַמענטאַל #
די value פון מערידש איז פיל גרעסער פון בלויז פראקטישע סעלפיש פארדינסטן
אפשר קענסטו מער אויסשמועסן טאקע וואס איז די Value

בְּתוֹךְ עַמִּי » דינסטאג יאנואר 2, 2024 1:16 am

· #543262
Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??
פונדאַמענטאַל #
אוודאי איז חיי נישואין א הקרבה, נישט בלויז איז דאס א פאקטאר אין מערידזש - דאס איז גאר אין די עצם יסוד פון מערידזש! מערידזש איז איבער selflessness - מיטטיילן די אייגענע סעלף מיט א צווייטן און בויען א משפחה פאר וועלכע דו וועסט זיך מקריב זיין דיין גאנצע לעבן.

רוף עס 'הקרבה'. רוף עס 'selflessness'. עט די ענד אף די געים דארף מען עס 'וועלן' און איך דארף האבן חשק, רצון און א געשמאק דערין.

שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 2, 2024 5:36 am

· #543271
Re: קינות נישואין
בְּתוֹךְ עַמִּי #

והא ראי' אז זיי דארפן עס איז, ווייל סוכ"ס אויב וועלן זיי נישט באקומען וועלן זיין עווענטואל "פלאצן"!

איך האב שטארק הנאה פון דיינע געדאנקען!
וואלסט אפשר געקענט א טראפ אויסשמועסן וואס דו מיינסט מיט דעם אז עווענטועל פלאצט עס?

בְּתוֹךְ עַמִּי » דינסטאג יאנואר 2, 2024 11:36 am

· #543299
שמעקעדיג #
בְּתוֹךְ עַמִּי #

והא ראי' אז זיי דארפן עס איז, ווייל סוכ"ס אויב וועלן זיי נישט באקומען וועלן זיין עווענטואל "פלאצן"!

איך האב שטארק הנאה פון דיינע געדאנקען!
וואלסט אפשר געקענט א טראפ אויסשמועסן וואס דו מיינסט מיט דעם אז עווענטועל פלאצט עס?

כ'האב געמיינט צו זאגן אז כאטש זי קען עקטן ווי זי איז נישט אינטערסירט אינעם מאן אלץ משפיע, דאך אויב וועט ער זיך דערווייטערן פאר א תקופה וועט זי פלאצן און ווערן אנגעווייטאגט, אויפגערעגט, מיזרעבל וכדו'.

דאס ווייזט אז טיף טיף האט זי אים ליב און וויל מקבל זיין און זיין נאנט מיט אים, נאר זי קען עס נישט מודה זיין צו זיך אליין.

אוודאי יעדע פאל קען זיין אנדערש, אבער דאכטסעך מיר אז באופן כללי איז דא אזא מענטאלעטי ביי די פרויען אז זיי ווילן זיין 'מכלומפערשט' אינדעפענדענט און ס'פאסט זיי נישט ארויסצו-ווייזן ווי שטארק זיי זענען אנגעוויזן (בעיקר עימאשענלי) אויף זייערע מענער. אדרבה, כ׳בין נייגעריג צו הערן וואס דער עולם האלט אויב ס'טאקע אזוי...

פונדאַמענטאַל » דינסטאג יאנואר 2, 2024 11:40 am

· #543300
Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??
בְּתוֹךְ עַמִּי #
פונדאַמענטאַל #
אוודאי איז חיי נישואין א הקרבה, נישט בלויז איז דאס א פאקטאר אין מערידזש - דאס איז גאר אין די עצם יסוד פון מערידזש! מערידזש איז איבער selflessness - מיטטיילן די אייגענע סעלף מיט א צווייטן און בויען א משפחה פאר וועלכע דו וועסט זיך מקריב זיין דיין גאנצע לעבן.

רוף עס 'הקרבה'. רוף עס 'selflessness'. עט די ענד אף די געים דארף מען עס 'וועלן' און איך דארף האבן חשק, רצון און א געשמאק דערין.
💯. מיין נקודה איז אז די רצון דארף קומען פון א פלאץ פון selflessness - פון א חשק צו די תכלית, און בויען א חשק צו דעם. אדרבה, ווילאנג דער מענטש איז obsessed מיט זיך אליינס וועט ער נישט טרעפן די געשמאק דערין.

בְּתוֹךְ עַמִּי » דינסטאג יאנואר 2, 2024 11:50 am

· #543302

אקעי. נאר כ׳בין נישט אזוי קלאר אז אויב למעשה האט ער ׳חשק׳ און ׳געשמאק׳ דערין. פ״וו הייסט עס סעלפ׳לעס׳? ער בכבודו ובעצמו וויל עס און האט הנאה דערין...
קען זיין ס׳דברים פשוטים ביי ווער ס׳האלט דארט, אבער פאר די וואס זענען נאך יא אבסעסד מיט זיך, וואלט געווען כדאי אויב איינער קענעס קומען אויסשמועסן און קלארער מאכן

שמן למאור » מיטוואך יאנואר 3, 2024 7:02 pm

· #543539
Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??
לאמיר אייך זאגן זייער קלאר, עס איז דא פיל מער וויפיל אונז זעען און פארשטייען.

מיט דעם ביסטו דאך מסכים מיט מיר אז לית מחשבה תפיסה ביה כלל, כי לא מחשבותי מחשבותיכם.

וואס גאט האט פון דעם גאנצן שפיל, וועלכע פארגענוגען דאס געבט אים, דאס קען מען סייווי נישט פארשטיין.

דווקא אפאר אויסגעקליבענע אידעלעך געפעלן אים, נאך וואס זייער זיידע אברהם האט אים אנערקענט, א מכה אויף זיין זון ישמעאל, אבער יצחק איז די זאך, און און נישט אלע יוצא חלציו נאר ביצחק ולא כל יצחק, עשיו אדום א כפרה, פאר זיי וועט מען שפעטער צושטעלן א פאטשע יאשקע.

נאר פאר אידן דעם עם הנבחר פאר זיי איז ער זיך מטריח און קומט אראפ אויפן בארג סיני צו לאזן הערן וואס אים געפעלט. רוב אידן מילא אפגעפארן, אבער ער קוקט נאר אויף וויליאמסבורג און מאנסי פון דארטן שעפט ער זיין חיות.

דרייט זיך א גאנצע וועלט, מיט אן ענדלאזע אטמאספערע, אבער די תכלית איז די טוילעט אין ראדני סטריט.

מענטשן הרג'ענען זיך פאר יארן לאנג איבער רעליגיעס, מאסן בלוט איז שוין פארגאסן געווארן. רעליגיע האט שוין מער גע'הרג'עט ווי יענע מעשה.

מען שטרעבט נאנט צו ווערן צו גאט, און מען ווערט נישט זאט. ווי נענטער מען ווערט אלס ווייטער שפירט מען, און אלס מער פארכט מען פון גיהנם.

בחורים שטרעבן חתונה צו האבן, מען קוקט אויף די גע'שטריימל'טע מיט קנאה, שפעטער ווען מען טרעפט זיך דערינען וויינט מען אז מען וויל ארויס.

דאס וואס מען האט אונז פארציילט איז נאר וואס מען וויל אונז זאלן גלייבן, ס'איז דא פיל טיפערס וואס אונז קענען מילא נישט פארשטיין האט מען אונז צופרידנגעשטעלט מיט א הר סיני און פארטיג. גיי גלייב אז דאס איז נישט אלעס א חלק פון די גרעסערע שאך שפיל.

מען שפילט א געים מיט אונז פונדלעך, ווער זענען אונז זיך אפצורעדן?

ברוך שפינוזה » מיטוואך יאנואר 3, 2024 7:39 pm

· #543541
Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??
@שמן למאור: קום אריין קלאר, וועלכע בוך האסט געליינט, וועלכע גראזן האסטו פאררייכערט, וועלכע גורו האסטו אנגעטראפן, ביי וועלכע מקובל האסט שימוש גענומען, וועלכע מעדיטאציע האסטו געטוהן, מיט וועלכע מלאך האסטו קאממיוניקירט אז דו האסט אנטדעקט דעם סוד?

עמרם » מיטוואך יאנואר 3, 2024 7:57 pm

· #543543
Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??
שמן למאור #
לאמיר אייך זאגן זייער קלאר, עס איז דא פיל מער וויפיל אונז זעען און פארשטייען.

....

בחורים שטרעבן חתונה צו האבן, מען קוקט אויף די גע'שטריימל'טע מיט קנאה, שפעטער ווען מען טרעפט זיך דערינען וויינט מען אז מען וויל ארויס.

...

מען שפילט א געים מיט אונז פונדלעך, ווער זענען אונז זיך אפצורעדן?
@שמן למאור , איך האב נישט יורד געווען צו די כוונה און פירוש פון דיין תגובה,
אזוי פיל קען איך דיך יא זאגן, קוק אויף די חלק, יא ס'איז טאקע דא אזעלכע וואס וויינען אז מען וויל ארויס (כלשונך), אבער עס איז פונקט אזוי דא אויב נישט מער אזעלכע וואס זענען דייקא יא צופרידן,
יא , ס'איז דא אינגעלייט וואס האבן זייער הנאה פון די חתונה געהאטע לעבן זה בכה וזה בכה

צומישט און צוחישט » מיטוואך יאנואר 3, 2024 8:14 pm

· #543549
Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??
אפשר וואלט כדאי געווען צו מאכן א אנקעטע דערויף צו זעהן וויפיל פראצענט ציבור פילט זיך געטרעפט..
(גראדע פון ק"ש איז לכאו' נישט קיין ראי' אויף די גאנצע חרדי'שע געזעלשאפט, ווארום דא דרייט זיך א גרעסערע פראצענט וואס האלטן (ווייסן - רעדן זיך איין) אז ווען זיי וואלטן נישט געווען אין דעם מציאות וואלט זיי די לעבן געווען געשמאקער סיי בכלליות און בפרטיות אין מערידזש אויך, משא"כ סתם א אינגערמאן אפי' ער איז נישט צופרידן מיט זיין מערידזש בלעימט ער נישט די קאמיוניטי).

עמרם » מיטוואך יאנואר 3, 2024 8:46 pm

· #543551
Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??
צומישט און צוחישט #
אפשר וואלט כדאי געווען צו מאכן א אנקעטע דערויף צו זעהן וויפיל פראצענט ציבור פילט זיך געטרעפט..
(גראדע פון ק"ש איז לכאו' נישט קיין ראי' אויף די גאנצע חרדי'שע געזעלשאפט, ווארום דא דרייט זיך א גרעסערע פראצענט וואס האלטן (ווייסן - רעדן זיך איין) אז ווען זיי וואלטן נישט געווען אין דעם מציאות וואלט זיי די לעבן געווען געשמאקער סיי בכלליות און בפרטיות אין מערידזש אויך, משא"כ סתם א אינגערמאן אפי' ער איז נישט צופרידן מיט זיין מערידזש בלעימט ער נישט די קאמיוניטי).
בעצם וואלט מען געדארפט מאריך זיין אויף די נושא

א גרויס חלק דא אין שטיבל איז געשלאגן מיט א מין נעגעטיוו בליק

הגם ס'קען זיין אז ס'איז נאר דא, אבער באמת זענען זיי נישט אזוי

ס'איז (כמעט) נישט דא א זאך אויף די וועלט וואס איז נאר גוט, יעדע זאך איז מעורב טוב ורע, יעדע זאך האט אין זיך א גוטע חלק און א נישט גוטע, (די פראצענטן זענען אנדערש)

א מענטש (בדרך כלל) אויב וויל ער זיין צופרידן, דארף ער פראבירן צו קוקן אויף די גוטע זייט פון יעדע זאך,
ס'איז בעצם א גרויסע אריכות, ווייל פארשטייט זיך אז אמאל איז יא בעסער צו טוישן מציאות און נישט זיך באגאנגען מיט א פאזיטיווע בליק, אבער און רוב פעלער, און נאכדערצו ווען די טויש קען ברענגען אסאך מער שוועריקייטן, אדער מ'גייט סיי ווי נישט טוישן, דארף מען קוקן אויף די גוטע זייט , און אזוי לעבט מען אסאך מער צופרידן

בְּתוֹךְ עַמִּי » מיטוואך יאנואר 3, 2024 9:28 pm

· #543556
שמן למאור: כ׳ווייס נישט פארוואס דיין תגובה איז אריינגעפארן אין דעם אשכול דוקא, עניוועי העליך דא מגיב זיין: אסאך/ווייניג, גרויס/קליין איז נישט מער ווי ״רעלעטיוו״. דאס איז איין נקודה. צווייטנ׳ס: לאמיר נעמען די מציאות וואס דו לייגסט אראפ און עס אנקוקען פון אן אנדערן פערספעקטיוו.

ווען א קעניג מאכט חתונה זיין בת יחידה פארשטייסטו אז ער וועט איבערדרייען דעם שטאט און בויען א ריזיגן זאל מיט אלע צוגעהערן, אינקלודינג ״הערליכע ביהכ״ס׳עס״ און אויך א סוער סיסטעם און אויך גרויסע מיסט קאסטענעס, וכו׳ וכו׳. ער דרייט איבער און ריכט איין דעם גאנצן שטאט. אבער יעדער פארשטייט און אנערקענט אז דאס אלעס איז לכבוד דעם איינציגן קליינעם טאכטער זיינעם.

לענינינו, ווען די רעדע איז פונעם מלך מלכי המלכים, אין סוף יתברך, איז דאך כלום חסר בבית המלכות? פארוואזשע דען נישט אהערשטעלן דעם ריזן קאזמאס, אפילו פאר איין אידעלע (פון וויליאמסבורג, מאנסי 😂 ) וואס וועט מקיים זיין דעם ״שאו מרום עיניכם...״ און אויפהייבן די אייגעלעך צום הימל (אדער קוקן אינעם טעלעסקאופ/ליינען נאסאס באריכטן) און אויסשרייען מיט התפעלות און דביקות: ...״וראו מי ברא אלה!״

שמן למאור » מיטוואך יאנואר 3, 2024 9:46 pm

· #543557
Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??
ברוך שפינוזה #
@שמן למאור: קום אריין קלאר, וועלכע בוך האסט געליינט, וועלכע גראזן האסטו פאררייכערט, וועלכע גורו האסטו אנגעטראפן, ביי וועלכע מקובל האסט שימוש גענומען, וועלכע מעדיטאציע האסטו געטוהן, מיט וועלכע מלאך האסטו קאממיוניקירט אז דו האסט אנטדעקט דעם סוד?
😂

מען דרייט זיך מיט שפינוזה אין איין חדר, עפעס אן השפעה האט עס. נישט אומזינסט האט דער אלטער געשריגן אז מען זאל זיך נישט חבר'ן מיט שלעכטע חברים.

שמן למאור » מיטוואך יאנואר 3, 2024 9:48 pm

· #543559
Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??
עמרם #
שמן למאור #
לאמיר אייך זאגן זייער קלאר, עס איז דא פיל מער וויפיל אונז זעען און פארשטייען.

....

בחורים שטרעבן חתונה צו האבן, מען קוקט אויף די גע'שטריימל'טע מיט קנאה, שפעטער ווען מען טרעפט זיך דערינען וויינט מען אז מען וויל ארויס.

...

מען שפילט א געים מיט אונז פונדלעך, ווער זענען אונז זיך אפצורעדן?
@שמן למאור , איך האב נישט יורד געווען צו די כוונה און פירוש פון דיין תגובה,
אזוי פיל קען איך דיך יא זאגן, קוק אויף די חלק, יא ס'איז טאקע דא אזעלכע וואס וויינען אז מען וויל ארויס (כלשונך), אבער עס איז פונקט אזוי דא אויב נישט מער אזעלכע וואס זענען דייקא יא צופרידן,
יא , ס'איז דא אינגעלייט וואס האבן זייער הנאה פון די חתונה געהאטע לעבן זה בכה וזה בכה
איז ער נישט צופרידן פון עפעס אנדערש. כמעט נישטא דער וואס אלעס פארט אים כסדר גוט.

שמן למאור » מיטוואך יאנואר 3, 2024 9:53 pm

· #543561
Re:
בְּתוֹךְ עַמִּי #
שמן למאור: כ׳ווייס נישט פארוואס דיין תגובה איז אריינגעפארן אין דעם אשכול דוקא, עניוועי העליך דא מגיב זיין: אסאך/ווייניג, גרויס/קליין איז נישט מער ווי ״רעלעטיוו״. דאס איז איין נקודה. צווייטנ׳ס: לאמיר נעמען די מציאות וואס דו לייגסט אראפ און עס אנקוקען פון אן אנדערן פערספעקטיוו.

ווען א קעניג מאכט חתונה זיין בת יחידה פארשטייסטו אז ער וועט איבערדרייען דעם שטאט און בויען א ריזיגן זאל מיט אלע צוגעהערן, אינקלודינג ״הערליכע ביהכ״ס׳עס״ און אויך א סוער סיסטעם און אויך גרויסע מיסט קאסטענעס, וכו׳ וכו׳. ער דרייט איבער און ריכט איין דעם גאנצן שטאט. אבער יעדער פארשטייט און אנערקענט אז דאס אלעס איז לכבוד דעם איינציגן קליינעם טאכטער זיינעם.

לענינינו, ווען די רעדע איז פונעם מלך מלכי המלכים, אין סוף יתברך, איז דאך כלום חסר בבית המלכות? פארוואזשע דען נישט אהערשטעלן דעם ריזן קאזמאס, אפילו פאר איין אידעלע (פון וויליאמסבורג, מאנסי 😂 ) וואס וועט מקיים זיין דעם ״שאו מרום עיניכם...״ און אויפהייבן די אייגעלעך צום הימל (אדער קוקן אינעם טעלעסקאופ/ליינען נאסאס באריכטן) און אויסשרייען מיט התפעלות און דביקות: ...״וראו מי ברא אלה!״
שיין געזאגט.

סאו אין אנדערע ווערטער, פינקט ווי דו פארשטייסט דעם הויעכגעשעצטן (מענטשליכער, פארשטינקענעם בשר ודגים'דיגער, פאר'תאווה'טע) קעניג, אזוי אויך פארשטייסטו גאט.

עמרם » מיטוואך יאנואר 3, 2024 10:13 pm

· #543563
Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??
שמן למאור #
עמרם #
שמן למאור #
לאמיר אייך זאגן זייער קלאר, עס איז דא פיל מער וויפיל אונז זעען און פארשטייען.

....

בחורים שטרעבן חתונה צו האבן, מען קוקט אויף די גע'שטריימל'טע מיט קנאה, שפעטער ווען מען טרעפט זיך דערינען וויינט מען אז מען וויל ארויס.

...

מען שפילט א געים מיט אונז פונדלעך, ווער זענען אונז זיך אפצורעדן?
@שמן למאור , איך האב נישט יורד געווען צו די כוונה און פירוש פון דיין תגובה,
אזוי פיל קען איך דיך יא זאגן, קוק אויף די חלק, יא ס'איז טאקע דא אזעלכע וואס וויינען אז מען וויל ארויס (כלשונך), אבער עס איז פונקט אזוי דא אויב נישט מער אזעלכע וואס זענען דייקא יא צופרידן,
יא , ס'איז דא אינגעלייט וואס האבן זייער הנאה פון די חתונה געהאטע לעבן זה בכה וזה בכה
איז ער נישט צופרידן פון עפעס אנדערש. כמעט נישטא דער וואס אלעס פארט אים כסדר גוט.
גערעכט
אגב, זיין צופרידן איז לאו דווקא א תוצאה פון אלעס גייט גוט
ס'איז דא אזעלכע וואס ס'גייט זיי גוט, אבער צופרידן זענען זיי נישט
און ס'איז דא וואס ס'גייט זיי גארנישט גוט און זיי זענען צופרידן
(ס'איז דא זאכן וואס מאכן מער אויס פאר די צופרידנהייט, אבער אפי' אזוי זענען דא ביידע סארט)

בְּתוֹךְ עַמִּי » מיטוואך יאנואר 3, 2024 10:25 pm

· #543565
שמן למאור: איך האב נישט גערעדט פון ג-ט׳ס פערספעקטיוו/מאטיוו וואס דאס קעמען נישט פארשטיין, לית מחשבה תפיסה ביה כלל. וואס דאס האסטו אויך געשריבן אין דיין תגובה. אונזער דיסקאסיע איז געווען איבער די חלקי הבריאה און כ׳האב מסביר געווען מיין פערספעקטיוו איבער עיקר און טפל וכו׳.

יעצט ביזטו אריין אין אן אנדערן נושא וואס אויף דעם האמיר שוין א גרויסן אשכול ואכמ״ל

נ.ב כ׳ווייס נישט מיט וועלכע פון די חלקי הבריאה דו אידענטיפיצירסט דיר, אבער איין זאך איז קלאר; דער קעניג׳ס טאכטער רעדט זיך נישט אפ. סאוי מיין עצה איז ווער דעם קעניג׳ס... און דו וועסט זיין צופרידן.

שמן למאור » מיטוואך יאנואר 3, 2024 11:06 pm

· #543567
Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??
שוין זעמער דא שרעקליך פארפארן און סתם פארדרייט אן אשכול, כ'בעט יעדעם איבער.

אבער מיין נישט אז די קעניג'ס טאכטער איז אזוי צופרידן.

ים של שלום » דאנערשטאג יאנואר 4, 2024 12:03 am

· #543581
Re:
ברוך שפינוזה #
איינע פון די מעלות פון זיין פארהייראט מיט א פאנאטישע פרוי איז אז דו האסט א גאלדענע געלעגענהייט צו דעוועלאפן די סקיללס ארויסצושלעפן א מענטש פון איר self imposed prison,
ווי לערענט מען זיך די סקיללס?

town1 » דאנערשטאג יאנואר 4, 2024 4:27 am

· #543587
Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??
שמן למאור #

בחורים שטרעבן חתונה צו האבן, מען קוקט אויף די גע'שטריימל'טע מיט קנאה, שפעטער ווען מען טרעפט זיך דערינען וויינט מען אז מען וויל ארויס.

מען שפילט א געים מיט אונז פונדלעך, ווער זענען אונז זיך אפצורעדן?

וויפיל בחורים וואס האבן חתונה געהאט וויינען אז מען וויל ארויס?

פרייוויליג » דאנערשטאג יאנואר 4, 2024 8:59 am

· #543590
Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??
שמן למאור #
לאמיר אייך זאגן זייער קלאר, עס איז דא פיל מער וויפיל אונז זעען און פארשטייען.

מיט דעם ביסטו דאך מסכים מיט מיר אז לית מחשבה תפיסה ביה כלל, כי לא מחשבותי מחשבותיכם.

וואס גאט האט פון דעם גאנצן שפיל, וועלכע פארגענוגען דאס געבט אים, דאס קען מען סייווי נישט פארשטיין.

דווקא אפאר אויסגעקליבענע אידעלעך געפעלן אים, נאך וואס זייער זיידע אברהם האט אים אנערקענט, א מכה אויף זיין זון ישמעאל, אבער יצחק איז די זאך, און און נישט אלע יוצא חלציו נאר ביצחק ולא כל יצחק, עשיו אדום א כפרה, פאר זיי וועט מען שפעטער צושטעלן א פאטשע יאשקע.

נאר פאר אידן דעם עם הנבחר פאר זיי איז ער זיך מטריח און קומט אראפ אויפן בארג סיני צו לאזן הערן וואס אים געפעלט. רוב אידן מילא אפגעפארן, אבער ער קוקט נאר אויף וויליאמסבורג און מאנסי פון דארטן שעפט ער זיין חיות.

דרייט זיך א גאנצע וועלט, מיט אן ענדלאזע אטמאספערע, אבער די תכלית איז די טוילעט אין ראדני סטריט.

מענטשן הרג'ענען זיך פאר יארן לאנג איבער רעליגיעס, מאסן בלוט איז שוין פארגאסן געווארן. רעליגיע האט שוין מער גע'הרג'עט ווי יענע מעשה.

מען שטרעבט נאנט צו ווערן צו גאט, און מען ווערט נישט זאט. ווי נענטער מען ווערט אלס ווייטער שפירט מען, און אלס מער פארכט מען פון גיהנם.

בחורים שטרעבן חתונה צו האבן, מען קוקט אויף די גע'שטריימל'טע מיט קנאה, שפעטער ווען מען טרעפט זיך דערינען וויינט מען אז מען וויל ארויס.

דאס וואס מען האט אונז פארציילט איז נאר וואס מען וויל אונז זאלן גלייבן, ס'איז דא פיל טיפערס וואס אונז קענען מילא נישט פארשטיין האט מען אונז צופרידנגעשטעלט מיט א הר סיני און פארטיג. גיי גלייב אז דאס איז נישט אלעס א חלק פון די גרעסערע שאך שפיל.

מען שפילט א געים מיט אונז פונדלעך, ווער זענען אונז זיך אפצורעדן?
אפשר יענקי מיט שלומי וועלן דיך קענען העלפן.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יאנואר 4, 2024 9:30 am

· #543592
Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??
town1 #
וויפיל בחורים וואס האבן חתונה געהאט וויינען אז מען וויל ארויס?

קענסט אנהייבן מיט קוקן די גיטין ראטע די לעצטערע יארן.
נאכדעם קענסטו קוקן די ראטע פון שלום בית ביי אונזער עולם.
ותדרשנו משם.
בלאט: 1 2