די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
266 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16804
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
איש מרדכי #
שלום עליכם חברים.
איך וויל אויסשמיסען בערך אזא שאלה וואס אני הקטן האב, (אנשילדיגט @Moshe itche פארן סאבאטזשען דיין אשכול, איך קען נאך נישט עפענען א אייגינע)
איך בין געווען א געהעריגע עווריטש בחור, ב'ה גאט האט מיר געשאנקן א פרוי וואס איז עושה רצון בעלה אין ממש לעכטיגע קינדער. למעשה בין איך שוין נישט די זעלבע היינט, אבער פון אינדרויסן ביו איך אקאראט די זעלבע, איך ווייס נישט גענוי וואס האט מיר געטוישט, אבער דאס איז נישט יעצט די נקודה. שרייטס נישט!! איך זאג ענק שוין די פראבלעים.
נאדיר:
איך קען באשטיין אינדערהיים קיקט זי אויס שענער וד'ל, אין די תובעת זאל זיין אנערש, אויכעט וד'ל.
אין גאס אינטערעסירט מיר נישט, אין גאס מיינט אויך בושה פון פעמעלי וכו.. אבער אינדערהיים וואס קען שוין זיין?
יעצט צי מיין שאלה:
קען מען בכלל בעטן אזא זאך? אויב יא וויאזוי?
איך האף איך האב מיר גוט ארויסגעברענגט, אז נישט האף איך ענק וועלן מיט ענקער אידישע שכל פארשטיין מיין מצב,
אדער קענען ענק פרעגן און איך וועל פראבירן צי ענפערן אויב סאיז א נחיצות צי קענען ענפערען מיין שאלה
שכח
עס איז א לענגערע און טיפערע טאפיק, לא ראוי זה כראוי זה, עס ווענדט זיך אסאך אין די טבע וחינוך האשה, אמאל קען זי ווערען זייער אומבאקוועם און נאכמער צוריקגעצויגען און אמאל פארקערט, זי ווארט אליין פאר די אינוועטעשיאן...
א פשוטע עצה וואס קען בפשטות ארבעטען איז:
#1 דערווייל גארנישט זאגען, נאר ווייזען בשעת מעשה אז מ'האט סיפוק און מען איז צופרידען פון איר
#2 איר קויפען דעם ספר "מה טובו" וואס איז א ריכטיגער eye opener פאר צומישטע נשמות
און בעצם פאר יעדען צוגלייך
#3 נישט מוטשענען צו ליינען/ענדיגען די ספר giver her space
#4 אחרי ככלות הכל בעטען איידעל צוזאמען מיט א קאמפלימענט ביינזאם אז אפשר איז צייט צו אריין ברענגען אביסעל מער פרישקייט... און אזוי צוביסלעך מער און מער
וחפץ ה' בידכם יצליח

סביב העולם #
איש מרדכי #
איך האב נישט געוויסט אין ק'ש דרייען זיך געהויבענע מענטשן
בין איך דער איינציגסטער וואס האט אזא אינטערעסאנטע מין תאוה? :געוואלד:
איך האב דיר אסאך צו זאגן... אבער אזויווי עטליכע דא קענען מיר, וויל איך נישט מגיב זיין צו סאך בשער בת רבים (הגם כ'האב שוין מאריך געווען אין דעם אשכול בכמה אנפין...) - און קיין אישי לאזסטו נישט, מיט רעכט ווייל מ'קען עס גרינג אביוזן אויף אזא נושא... אבער גלויב מיר אז 1) ביסט נישט מער ווי נארמאל און 2) עס איז סאך גרינגער ווי דו מיינסט.
דער שליסל איז באמת, האבן געדולד און נישט כאפן די גאולה פאר די צייט, און אויך אז מען זאל רעספעקטירן די ווייב און אירע רצונות, פשוט אלס מענטש, און פונקט ווי דו וואלסט געוואלט זי זאל דיר פארשטיין און רעספעקטירן אויף סיי וועלכע סובדזשעקט.
שכח פאר די דברי חיזוק! איך קען מיין פאלק, איך ווייס אז איך בין נישט דער איינציגסטער.
איך פארשטיי גראדע די חשובע ניקים וואס האבן א הארד טיים צי אדמיטן
מענער האבן בטבע א נאטור נישט צי זיין א נצרך (איך ווייס נישט צי ס'גייט אריין אין די משפיע מקבל טעאריע)
יעצט צום פוינט, די זאך פון "פארשטיין און רעספעקטירן" פול איך ביי מיר ווי ס'איז אביסל איינזאטיג.
למשל האבן א לעפטאפ אינדערהיים וואס כ'האב זייער געוואלט, איז ממש געווען א גיהנום אז זי זאל מסכים זיין אפילו מיט א פעסווארד וואס נאר איך קען, סא ס'עפעקט איר נישט.
איך כאפ אן דעיס ווייל דעיס איז געווען לעצטענס, אבער ס'נישט די איינציגסטע זאך, אי אפשר לפורטם כי...
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
איש מרדכי #
למשל האבן א לעפטאפ אינדערהיים וואס כ'האב זייער געוואלט, איז ממש געווען א גיהנום אז זי זאל מסכים זיין אפילו מיט א פעסווארד וואס נאר איך קען, סא ס'עפעקט איר נישט.
איך כאפ אן דעיס ווייל דעיס איז געווען לעצטענס, אבער ס'נישט די איינציגסטע זאך, אי אפשר לפורטם כי...
איך לאך נישט חלילה, נאר איך שמייכל... כ'בין געווען אין די זעלבע פאזישן, ממש מיט די זעלבע אישו - געהיימע פארשלאסענע געפילטערטע לעפטאפ. עגעין, כ'גיי נישט זאגן, זיכער נישט ברבים, וואו ס'האלט היינט...
אבער כ'פארשטיי גראדע יא וואו עס קומט אריין רעספעקטירן. און כ'וועל זיך טרויען צו זאגן אז ריספעקט עירנט מען, מען בעט דאס נישט, ודוק.

זאגסט זייער גוט און אויך אלע וואס האבן געזאגט ענליך.
אז דיין ווייב ווייסט אז דו האסט ליעב למשל, אז זי גייט מיט פידשאמעס, וועט זי וועלן האבן די שענסטע די מערסטע ס..., אויב ענק פארשטייען זיך גוט,
איך רעד פון עקספיריענס.
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
ס'נישט גענוג אז זי ווייסט אז דו האסט עס ליב, זי דארף האבן א סיבה דיך צו וועלן פליזען, און געווענטליך איז עס ווייל זי באקומט פאר דעם אויך עפעס וואס זי ווערט געפליזט!
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
נישט לאזן האבן די מאן זאכן פאר אייגענע ריזענס איז שוין אן אנדערע מעשה. אז זי זאל טוען וואס דו ווילסט, קען איך פארשטיין אז זי דארף נישט, אבער אז דו זאלסט נישט קענען טוען וואס דו ווילסט ווייל זי וויל נישט, פארוואס עפעס???
אז עס איז שוין יא אזוי, קענסטו איר אויך איינטיילן וויאזוי צו גיין אנגעטוען ווייל דו ווילסט....
קרח מכאן וקרח מכאן זיכער נישט
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
היימלינד #
איש מרדכי #
שלום עליכם חברים.
איך וויל אויסשמיסען בערך אזא שאלה וואס אני הקטן האב, (אנשילדיגט @Moshe itche פארן סאבאטזשען דיין אשכול, איך קען נאך נישט עפענען א אייגינע)
איך בין געווען א געהעריגע עווריטש בחור, ב'ה גאט האט מיר געשאנקן א פרוי וואס איז עושה רצון בעלה אין ממש לעכטיגע קינדער. למעשה בין איך שוין נישט די זעלבע היינט, אבער פון אינדרויסן ביו איך אקאראט די זעלבע, איך ווייס נישט גענוי וואס האט מיר געטוישט, אבער דאס איז נישט יעצט די נקודה. שרייטס נישט!! איך זאג ענק שוין די פראבלעים.
נאדיר:
איך קען באשטיין אינדערהיים קיקט זי אויס שענער וד'ל, אין די תובעת זאל זיין אנערש, אויכעט וד'ל.
אין גאס אינטערעסירט מיר נישט, אין גאס מיינט אויך בושה פון פעמעלי וכו.. אבער אינדערהיים וואס קען שוין זיין?
יעצט צי מיין שאלה:
קען מען בכלל בעטן אזא זאך? אויב יא וויאזוי?
איך האף איך האב מיר גוט ארויסגעברענגט, אז נישט האף איך ענק וועלן מיט ענקער אידישע שכל פארשטיין מיין מצב,
אדער קענען ענק פרעגן און איך וועל פראבירן צי ענפערן אויב סאיז א נחיצות צי קענען ענפערען מיין שאלה
שכח
עס איז א לענגערע און טיפערע טאפיק, לא ראוי זה כראוי זה, עס ווענדט זיך אסאך אין די טבע וחינוך האשה, אמאל קען זי ווערען זייער אומבאקוועם און נאכמער צוריקגעצויגען און אמאל פארקערט, זי ווארט אליין פאר די אינוועטעשיאן...
א פשוטע עצה וואס קען בפשטות ארבעטען איז:
#1 דערווייל גארנישט זאגען, נאר ווייזען בשעת מעשה אז מ'האט סיפוק און מען איז צופרידען פון איר
#2 איר קויפען דעם ספר "מה טובו" וואס איז א ריכטיגער eye opener פאר צומישטע נשמות
און בעצם פאר יעדען צוגלייך
#3 נישט מוטשענען צו ליינען/ענדיגען די ספר giver her space
#4 אחרי ככלות הכל בעטען איידעל צוזאמען מיט א קאמפלימענט ביינזאם אז אפשר איז צייט צו אריין ברענגען אביסעל מער פרישקייט... און אזוי צוביסלעך מער און מער
וחפץ ה' בידכם יצליח
וואס איז די ספר
מה טובו ? ווער איז די מחבר?
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
א שאלה צום פותח האשכול:
איז דא עפעס בנוגע אידישקייט וכדומה וואס די מאן אין ווייב זענען יא אויף די זעלבע פעידזש? דהיינו, למשל אויב בענין חינוך איז די ווייב מסכים צו די מאן קענען זיי focus אויף א נושא וואס זיי פארשטייען זיך יא. טרעפן א געוויסע צד השוה און זעהן קודם אז נישט אין יעדע נושא זענען זיי כרחוק מזרח ממערב...
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
Chasidishmashpia #
היימלינד #
#2 איר קויפן דעם ספר "מה טובו" וואס איז א ריכטיגער eye opener פאר צומישטע נשמות
וואס איז די ספר
מה טובו ? ווער איז די מחבר?
מה טובו אוהליך: די תורה'דיגע השקפה אויף שלום בית און קדושת הבית (Yiddish Edition)
https://a.co/d/3GAg73Hדי אמת׳ע השקפה אויף שלום בית און קדושת הבית.
Re:
לויט איר איז די ס... לעבן די צענטער פון א מענטש, אינטערסאנט.
ווער איז די רביצין?
נישט ס... לעבן, די ס... ענערדשי, ווי ס'שטייט אין חז"ל אז מ'האט געוואלט הארגענען די יצרא דעריות נאר מ'האט עס געלאזט ווייל אנדעם וואלט מען נישט געהאט קיין כוח צו לערנען תורה, עפעס אזוי.
Re:
ברוך שפינוזה #

וואו שטייט דאס? עס שטייט "ובעו ביעתא בת יומא בכל ארץ ישראל ולא אשתכח".
Re:
מיין פילטער בלאקט עס, וואס איז די תמצית?
Re:
סקעפטיקער #
וואו שטייט דאס? עס שטייט "ובעו ביעתא בת יומא בכל ארץ ישראל ולא אשתכח".
שוין א אלטע עם הארץ דער ברוך..
Re: Re:
זוה"ק ח"א קלח.
רבי יצחק ברבי יוסי הוה אתי מקפוטקיא ללוד, פגע ביה רבי יהודה, אמר ליה רבי יצחק, תאמר דחבירנא חכימי מתניתא, אתערו להאי עניינא, דיצר הרע יתנשי מן עלמא, בר ההיא שעתא לזיווגא, אמר ליה חייך הכי אצטריך יצר הרע לעולם כמטרא לעולם, דאלמלא יצר הרע חדוותא דשמעתא לא ליהוי, אבל לא מנוולא כקדמיתא למחטי ביה, הדא הוא דכתיב (ישעיה יא, ט) לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי וגו'.
Re: Re:
קודם כל ברוך האלט נישט אז זוהר קומט פון חז"ל...
און וואו שטייט דא אז מ'האט נישט קיין כח?
גם אויל מחריש איז טאקע נישט פון חז״ל אבער סייג לחכמה שתיקה איז דאך יא.
אינמיטן דא ערווענט זי וואס דר'עולם דא רעדט זיך אפ אז זיי "באקומען נישט גענוג" אדער אז זייער ווייב "שטעלט זיך נישט גענוג צו" פאר זייער שטיקל.
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
דא האב איך געטראפן א תגובה וואס שמועסט זייער גוט אויס דעי נקודה וואס מ'רעדט דא
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
whatever #
מ'קען טוישן אינדערהיים אזעלכע זאכן וואס ס'איז נישט קיין עכטע פראבלעם ווען איינער קלינגט די בעל
און שפעטער ביינאכט ווען קינדער שלאפן שוין, קען מען טוהן מער,
וכן נוהגין
וואס טוט מען ווען די קינדער וועקן זיך אויף אינמיטן די נאכט און קלאפן אויפן טיר?
לעצטענס געהאט עטליכע מאל
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
נישט עס צו מאכן א מאחורי שמועס, אבער וואס טוט מען ווען מען איז מקיים דעם ולערב וגו' און א קינד קלאפט אין טיר?

מ'שרייט ארויס, שעפעלע טאטי מאמי מאכן יעצט א בעבי.
מיין רבי פלעגט זאגן דער אמת איז די בעסטע ליגנט

טמיר #

סוי וואס שרייט מען ווען זי איז א מעוברת ומינקת?..
--
(ס'דא א באקאנטע ווידאוי.. ואכמ"ל)

איך האב נישט קיין אישו בכלל, כ'האב נאר געפרעגט לשיטתו...
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
סביב העולם #
איש מרדכי #
למשל האבן א לעפטאפ אינדערהיים וואס כ'האב זייער געוואלט, איז ממש געווען א גיהנום אז זי זאל מסכים זיין אפילו מיט א פעסווארד וואס נאר איך קען, סא ס'עפעקט איר נישט.
איך כאפ אן דעיס ווייל דעיס איז געווען לעצטענס, אבער ס'נישט די איינציגסטע זאך, אי אפשר לפורטם כי...
איך לאך נישט חלילה, נאר איך שמייכל... כ'בין געווען אין די זעלבע פאזישן, ממש מיט די זעלבע אישו - געהיימע פארשלאסענע געפילטערטע לעפטאפ. עגעין, כ'גיי נישט זאגן, זיכער נישט ברבים, וואו ס'האלט היינט...
אבער כ'פארשטיי גראדע יא וואו עס קומט אריין רעספעקטירן. און כ'וועל זיך טרויען צו זאגן אז ריספעקט עירנט מען, מען בעט דאס נישט, ודוק.
יא גם אני בחלומי ווען איך קוק צוריק...ַע
עד היום
פילטער smartphone גלייב זי אז "דיין" יידישקייט פאלט...
זיין מער באקוועם מער הנאה מער enjoyment וכדומה דארף זיין אפגעטיילט נאר אזוי קען זי פארשטיין אז מ'מיינט איר און אונז ביידע גייען הנאה האבן
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
צומישט און צוחישט #
(ס'דא א באקאנטע ווידאוי.. ואכמ"ל)
סתם אנצורייצן איז נישט שיין...
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
צומישט און צוחישט #
טמיר #
סביב העולם #
נישט עס צו מאכן א מאחורי שמועס, אבער וואס טוט מען ווען מען איז מקיים דעם ולערב וגו' און א קינד קלאפט אין טיר?
מ'שרייט ארויס, שעפעלע טאטי מאמי מאכן יעצט א בעבי.
מיין רבי פלעגט זאגן דער אמת איז די בעסטע ליגנט
סוי וואס שרייט מען ווען זי איז א מעוברת ומינקת?..
--
(ס'דא א באקאנטע ווידאוי.. ואכמ"ל)
דעמאלטס באשאפט מען רוחניות'דיגע בעיביס כמבואר בספרים.
אגב, פון וועלכע ווידיאו רעדסטו, א לינק האסטו?
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
הכנה דרבה #
דעמאלטס באשאפט מען רוחניות'דיגע בעיביס כמבואר בספרים.
וועלכע ספרים?
דאכצעכמער אין אוצרות חיים (מהרח"ו) האב איך עס געלערנט.
Re:
ווער האט געשריבען די אוצרות החיים?
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
שקויעך

שמעקעדיג #
Chasidishmashpia #
היימלינד #
#2 איר קויפן דעם ספר "מה טובו" וואס איז א ריכטיגער eye opener פאר צומישטע נשמות
וואס איז די ספר
מה טובו ? ווער איז די מחבר?
מה טובו אוהליך: די תורה'דיגע השקפה אויף שלום בית און קדושת הבית (Yiddish Edition)
https://a.co/d/3GAg73H
ווער איז די מחבר? און וואס בערך שטייט דארט?
ס'איז א ספר וואס אויב זי וועט עס ליינען וועט עס העלפן פאר די פראבלעמן פון די וואס ווילן זייערע ווייבער זאלן אנדערש אויסזעהן? אדער פארקערט?

ווייס נישט ווער די מחבר איז מסתמא נישט קיין גורער חסיד, שטייט אנפאנג גרויסע ווארנוג אז בחורים זאלן עס נישט ליינען ווייל סקען זיי שאטן, למעשה שטייט דארט גארנישט ספעציעל, סך הכל איין ווארט אזעל פי תורה מעג מען ליב האבן די אייגענע ווייב, ער ברענגט גאנצעטע ריאות אויף א אזא פשוטע זאך

הייליג #

ס'איז א ספר וואס אויב זי וועט עס ליינען וועט עס העלפן פאר די פראבלעמען פון די וואס ווילן זייערע ווייבער זאלן אנדערש אויסזעהן? אדער פארקערט?
ס'קוקט מיר אביסל אויס ווי דו טרייסט זייער שטארק צו טוישן און איבערמאכן דיין ווייב,
דאס וועט בשום אין אופן קיינמאל ארבעטן. פאר קיינעם נישט, און זיכער נישט פאר א ווייב. נישט קיין חילוק וויפיל ספרים און הוכחות מ'וועט איר געבן צו ליינען און צו הערן וכדו', דאס דארף קומען פון ליבשאפט, און עכטע קער, און ס'וועט גיין כמים פנים אל פנים, און זי וועט וועלן עכט זיך צושטעלן צום מאן, דעמאלטס קען מען צוביסלעך אנפאנגען צו בעטן זאכן, פארשטייט זיך זייער צוביסלעך און מיט א מאס, די איבריגע וועט שוין נאכקומען אליינס.
אגב, מה טובו איז א סארט ספר וואס דו וועסט לכאו' וועלן געבן פאר דיין ווייב זי זאל ווערן אויפגעקלערט (אלעס עפ"י תורה), אבער ווי געזאגט וועט עס נישט העלפן אויף די מהלך פון איר וועלן איבערטוישן אויף איין מאל. נאך דעם וואס עס וועט האלטן אויף א דרך ווי איך האב פריער דערמאנט, וועט די ספר שוין אטאמאטיש מער אריינגיין אין איר, און איר העלפן צו פארשטיין וואס איר מאן דארף טאקע עכט וכו'.
פאר מער איבער דעם מהלך צו מאכן בעסער דעם שלום בית, וואס וועט גראדע אויך העלפן אז די ווייב זאל זיך מער צושטעלן, איז ברייט אויסגעשמועסט אין די בלעטער פון דעם דאזיגן אשכול.
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
מילך טראק #
ווייס נישט ווער די מחבר איז מסתמא נישט קיין גורער חסיד, שטייט אנפאנג גרויסע ווארנוג אז בחורים זאלן עס נישט ליינען ווייל סקען זיי שאטן, למעשה שטייט דארט גארנישט ספעציעל, סך הכל איין ווארט אזעל פי תורה מעג מען ליב האבן די אייגענע ווייב, ער ברענגט גאנצעטע ריאות אויף א אזא פשוטע זאך
גוט געזאגט, איך האב אמאל געזעהן דעם בוך, און איך ווינדער מיך מה כל הרעש וואס זאגט ער שוין? עד כדי כך מען דארף עס געבען פארען ווייב?
וואס שרייבט ער שוין וואס א פרוי/מאן זאלען נישט האבען געוויסט ביפאר?
אפשר איז דא א נייע מהדורה וואס איך האב נישט געזעהןRe: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
סביב העולם #
איך קען נישט רעדן פאר יעדן, און געוויס בין איך נישט אויסשטאפירט מיט אונטערהער אפאראטן אין יעדנס בעדרום... אבער איך וואלט זיך געטרויט צו זאגן אז די וועלכע קענען נישט האבן - לפחות נאך עטליכע יאר נאך די חתונה - א שטארקע שינוי ביי די פרוי בענין זה, האבן פונקט אזוי אסאך אנדערע אישו'ס, און זעהן זיך שטארק נישט אויג אויף אויג.
און געוויס, ווען סיי וועלכע זאך קומט באגלייט מיט א דיסרעספעקט צו די פרוי און אירע מענטשליכע רעכטן איז עס א רעצעפט פאר א דורכפאל לכתחילה, און טראגט צוריק די דעסייער פונעם מאן עשר מעלות אחורנית.
ווי אזוי קומט פון זיך אליין א שטארקע שינוי ביי די פרוי?
אפילו איך טשעק אלע באקסעס בנוגע איר רעספעקטירן אין טוישן די בעיבי'ס דייפערס כמבואר בתגובת
@ברוך שפינוזה
איז נאך אלס דא אינפארמעישען בענין זה וואס פעילט איר. נישט אזוי?
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
דער ענטפער איז זייער שטארק אנדערש ביי יעדן איינעם. כ'גלייב נישט אז ס'איז דא א פרוי וואס איז דורך דעם סיסטעם און האט מורא פון וואס מ'האט איר אויסגעלערנט צו מורא האבן, און וועט פון זיך אליין אנהייבן טוישן זאכן. אבוויעסלי איז עס מיט אן אתערותא פון דעם מאן. נאר וואס, דער מאן מעג סודזשעסטן איידעלערהייט ברמיזא, און אויב בויט זיך אויף א טראסט און רעספעקט וועט זי עס - אין 99 פראצענט פעלער - צופרידענערהייט ממלא זיין, לפחות למחצה לשליש, ומעלין בקודש.
וואס איז יא וויכטיג צו געדענקען, 1) עמאשענעל סופפארט איז וויכטיג פונקט אזוי ווי טוישן דייפערס, מ'דארף זיין גיביג און ווארעם סיי בלב און סיי במעשה און 2) אויב מ'האפט צו קענען לעבן מיט א פרוי זיבעציג אכציג יאר, איז נישט עכט סענסיבל צו האפן אז זאכן טוישן זיך אין איין טאג אדער אפילו אין איין חודש... עס קען דויערן א גוטע פאר חדשים ביז א יאר צו אנהייבן זעהן א רמז קל פון א שינוי, און אפילו דאן גייען זאכן גרעדזשועלי.
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
דאונט געט מי ראנג, אין די בעדראם האב איך שוין געטוישט כמה זאכן, ווי למשל די שווארצע גארביטש בעגס ביי די ווינדאויס אז סזאל זיך ח"ו נישט אריינשווערצן די בלאסע ליכטיקייט פון די לייט לאמפס אדער פון די לבנה דורך די האלב באוואכטע ווינדאוי שעיטס, דעיס איז שוין אראפ! און שוין מער פון דעים אויך.
און ב"ה זי איז מסכים צו אלע שינויים, אבער דאס באדערט מיר אז זי איז מסכים, ווען נישט איך נעם די גאטס אראפצונעמען גארביטש בעגס וואלט עס געווען דארט ביז די 120.
יעדע זאך דארף איך עקסטער מסביר זיין און זי מסכים זיין, בקיצור.. ס'מיר שווער צי שרייבן אסאך, איך שרייב דורך on screen keyboard
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
1) איך רעד דוקא נישט פון בעדרום ספעסיפיקלי, דא איז פארט נישט מאחורי... ס'איז דא גענוג אנדערע זאכן ווי די דיבעיט איז רעלעוואנט און אפי' וויכטיגער ווי דארט.
2) זי איז מסכים אבער ס'באדערט דיר - מיינט דאס אז עס באדערט דיר אז דו דארפסט איר זאגן? אדער די פוינט איז אז ס'איז א גאנצע בעק נ פארטה יעדעס מאל. אויב באדערט דיר אז דו דארפסט איר זאגן, איים סארי אבער ס'מעג דיר באדערן. ס"ה האסטו עס געזאגט איין מאל און געענדיגט מיט די גילטי און 2 סענטס קאנטשעס פארעווער אויף דעם נושא. איי נעקסטע וואך גייסטו עס האבן נאכאמאל אויף אן אנדערע נושא?! נו, טאף לאק, פארדעם איז זי א פרוי און דו א מאן. די וועש וואשן דארף זי נישט אנקומען זאלסט איר מסביר זיין און ס"ה איז דא א דרייסיג פערציג פרטים וואס דו וועסט דארפן מסביר זיין. בבא היום וועסטו האבן פארגעסן דערפון.
אויב איז דיין פוינט אז ס'איז א בעק נ' פארטה יעדעס מאל, דארפסטו סיי געדענקען אז תפסת מרובה לא תפסת, און יאג זיך נישט אין ערגעץ פליז... און בעיקר - אויב גייסטו מיט געדולד און רעספעקט קומט א פוינט ווי זי טראסט און געט נאך - ברצון גמור - 1-2-3. האב געדולד, ס'לוינט זיך.
אויב באדערט דיר נאך עפעס אנדערש וואס כ'האב נישט אויסגערעכנט, זיי מסביר. אבער דערווייל קוקט אויס ווי דו האסט די זעלבע "סטראגל" וואס רוב באקוועמע אנ"ש האבן ווען זיי האבן חתונה מיט א סיסטעם-פראדאקשן וואוילע תלמידה. און ביי רוב האט זיך די אישו היבש מינימיזירט במשך הזמן.
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
הייליג #
שמעקעדיג #
Chasidishmashpia #
היימלינד #
#2 איר קויפן דעם ספר "מה טובו" וואס איז א ריכטיגער eye opener פאר צומישטע נשמות
וואס איז די ספר
מה טובו ? ווער איז די מחבר?
מה טובו אוהליך: די תורה'דיגע השקפה אויף שלום בית און קדושת הבית (Yiddish Edition)
https://a.co/d/3GAg73H
ווער איז די מחבר? און וואס בערך שטייט דארט?
ס'איז א ספר וואס אויב זי וועט עס ליינען וועט עס העלפן פאר די פראבלעמן פון די וואס ווילן זייערע ווייבער זאלן אנדערש אויסזעהן? אדער פארקערט?
קען ביטע איינער ברענגן עטליכע דוגמות פון די אינהאלט הספר?

סיז ווערד די פאר דאללער.
מיר האבן עס גענוצט צו לערנען צוזאמן מיטן אשת חיל.
(נישט ריזיגע חידושים)
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
א הערליכע שמועס מיט אזא קאפל. די מאן גלייבט נישט און גארנישט, און די ווייב איז א רעביצען... פאר מיך איז עס געווען זייער moving
https://open.spotify.com/episode/0mKsD9RSbhLh3XnoXjHM4z?si=drSd03oTTCCdP-KVn0IMLwRe: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
שמעקעדיג #
Chasidishmashpia #
היימלינד #
#2 איר קויפן דעם ספר "מה טובו" וואס איז א ריכטיגער eye opener פאר צומישטע נשמות
וואס איז די ספר
מה טובו ? ווער איז די מחבר?
מה טובו אוהליך: די תורה'דיגע השקפה אויף שלום בית און קדושת הבית (Yiddish Edition)
https://a.co/d/3GAg73H
איז דעס די זעלבע זאך נאר צען דאלער ביליגער ?
מה טובו אהליך - חלק א: די תורה'דיגע השקפה אויף שלום בית (Yiddish Edition) https://a.co/d/46Fo5EaRe: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
טעלעגראם #
איז דעס די זעלבע זאך נאר צען דאלער ביליגער ?
מה טובו אהליך - חלק א: די תורה'דיגע השקפה אויף שלום בית (Yiddish Edition) https://a.co/d/46Fo5Ea
די טייערע האט 428 בלעטער, משא״כ די ביליגערע האט נאר 110 בלעטער.
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
איך ווייס נישט אויב איינער דא האט עס שוין דערמאנט (כ׳נישט דורכגעליינט דא יעדן׳ס piece) אבער אין קעיס איינעם וועט עס צוניץ קומען: ס׳דא א וואטסאפפ גרופע וואס ווערט אנגעפירט דורך אן ארטאדאקסישע רביצין פאר פרומע פרויען וואס ווילן חיזוק אין אזא מערידש ווי זייער מאַן גלייבט נישט אין תורה מן השמים, ס׳איז אפילו דא דארט מאמעס פון קינדער וואס זייער מאַן גלייבט נישט אין באשעפער
אויב איינער וויל אויסגעפינען מער וועגן די אנפירערין פון די גרופע קענט איר הערן די אינטערוויו פון איר מיט איר מאַן דא:
ווי איך האב שוין פריער דערמאנט איז זי ארטאדאקסיש (נישט חרדי) אבער חסידישע און ליטווישע פרומע פרויען טרעפן אסך גוטע חיזוק דארט לויט וואס כ׳האב געהערט
(חיזוק: נישט צו שטיין די מאַן אויפ׳ן קאָפּ און וויאזוי זיך אן עצה צו געבן ווען די מאן גלייבט נישט און זיי פרובירן נאך אלס מחנך צו זיין די קינדער על פי תורה
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
בונה של טוב #
א לינק צו די גרופע ביטע?

קענסט מיר שיקן אן אישי.
זי געבט נישט ארויס די גרופע, מ׳דארף איר קודם קאנטאקטן פערזענליך צו באקומען רשות