☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

266 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16804
בלאט: 1 2 3 4 5 6

דובעלע » זונטאג יאנואר 21, 2024 10:27 pm

· #545645
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
הלוואי ווען איך האב ווען א clear path, כ'מוטשע מיך אויכעט... מען דארף באמת פארשטיין די תכונת הנפש פון די ווייב, וויסן וואס זי וויל און חלילה נישט איר מצער זיין, איין שלעכטע מאוו קען אפ'הרג'ענען די גאנצע טראסט...

איך וויל וויסן פון די חברי השטיבל ווער עס האט געהאט רעזולטאטן זאל שערן וואס און בערך ווי אזוי, א קלייניקייט איז אויכט גוט.

קהל'ס נער » זונטאג יאנואר 21, 2024 11:00 pm

· #545661
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
מען טעסט די וואסערן און מען שטופט די גרעניצן, אז מען גייט אמאל צי ווייט זאגט מען סאררי און מפטירין כדאתמול.

whatever » מאנטאג יאנואר 22, 2024 12:25 am

· #545687
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
שוין עטליכע מאל אויסגעשמועסט די נושא, די מהלך ביי דעם דארף קודם ווערן אויפגעבויעט גאר א שטארקע טראסט און גלויבעקייט פון די פרוי צו מאן, אזאנס אז וואס ער זאגט איז קודש קדשים, און ממילא צוביסלעך, אפילו ווען מ'ציהט איבער די שטריקל, אזוי ווי קהל'ס נער האט געזאגט, לאזט זי זיך, און מ'שטיפט ווייטער

לאנגע הויזן » מאנטאג יאנואר 22, 2024 12:30 am

· #545688
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
whatever #
שוין עטליכע מאל אויסגעשמועסט די נושא, די מהלך ביי דעם דארף קודם ווערן אויפגעבויעט גאר א שטארקע טראסט און גלויבעקייט פון די פרוי צו מאן, אזאנס אז וואס ער זאגט איז קודש קדשים, און ממילא צוביסלעך, אפילו ווען מ'ציהט איבער די שטריקל, אזוי ווי קהל'ס נער האט געזאגט, לאזט זי זיך, און מ'שטיפט ווייטער
א טראסט אין וואס? די פרוי זעהט דאך ווי איר מאן איז מחלל שבת און עובר אויף פשוטע דאורייתא'ס, קען זי דען אים טראסטן?

whatever » מאנטאג יאנואר 22, 2024 12:31 am

· #545689
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
לויט ווי איך האב פארשטענען, האט זיך די שמועס אריבערגעצויגן אויפצוקלערן די ווייב מיט קלייניקייטן, זיך אנטוהן בעסער, טוהן מער זאכן אין די בעדרום וכדו'

לאנגע הויזן » מאנטאג יאנואר 22, 2024 12:34 am

· #545690
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
whatever #
לויט ווי איך האב פארשטענען, האט זיך די שמועס אריבערגעצויגן אויפצוקלערן די ווייב מיט קלייניקייטן, זיך אנטוהן בעסער, טוהן מער זאכן אין די בעדרום וכדו'
דער פותח האשכול האט נישט דערמאנט קיין ווארט וועגן בעדרום, אדער די וועג ווי אזוי זיין ווייב גייט אנגעטוהן.

אדרבה, פון דאס אז ער האלט אין איין זאגן אז ס'איז זיי שווער זיך צו שיידן צייגט אז באמת איז דא דארט א שטארקע ליבשאפט, די פראבלעם איז די אידישקייט פראבלעם נישט די פרומקייטן פראבלעם

whatever » מאנטאג יאנואר 22, 2024 12:43 am

· #545692
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
גערעכט, אבער קוק וואס דובעלע האט געשריבן פיר פינף תגובות צוריק

לאנגע הויזן » מאנטאג יאנואר 22, 2024 12:55 am

· #545694
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
whatever #
לאנגע הויזן #
whatever #
לויט ווי איך האב פארשטענען, האט זיך די שמועס אריבערגעצויגן אויפצוקלערן די ווייב מיט קלייניקייטן, זיך אנטוהן בעסער, טוהן מער זאכן אין די בעדרום וכדו'
דער פותח האשכול האט נישט דערמאנט קיין ווארט וועגן בעדרום, אדער די וועג ווי אזוי זיין ווייב גייט אנגעטוהן.

אדרבה, פון דאס אז ער האלט אין איין זאגן אז ס'איז זיי שווער זיך צו שיידן צייגט אז באמת איז דא דארט א שטארקע ליבשאפט, די פראבלעם איז די אידישקייט פראבלעם נישט די פרומקייטן פראבלעם
גערעכט, אבער קוק וואס דובעלע האט געשריבן פיר פינף תגובות צוריק
ס'איז צוויי אנדערע סארט מעשיות.

משה איטשעס מעשה איז מער א זעלטענע מעשה, דובעלע'ס מעשה פאסירט ביי יעדע צווייטע חסידישע קאפל.

קהל'ס נער » מאנטאג יאנואר 22, 2024 4:36 am

· #545709
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
לאנגע הויזן #
whatever #
שוין עטליכע מאל אויסגעשמועסט די נושא, די מהלך ביי דעם דארף קודם ווערן אויפגעבויעט גאר א שטארקע טראסט און גלויבעקייט פון די פרוי צו מאן, אזאנס אז וואס ער זאגט איז קודש קדשים, און ממילא צוביסלעך, אפילו ווען מ'ציהט איבער די שטריקל, אזוי ווי קהל'ס נער האט געזאגט, לאזט זי זיך, און מ'שטיפט ווייטער
א טראסט אין וואס? די פרוי זעהט דאך ווי איר מאן איז מחלל שבת און עובר אויף פשוטע דאורייתא'ס, קען זי דען אים טראסטן?
כ׳האב נישט גערעדט פון דאורייתא׳ס און ניטאמאל פון דרבנן׳ס.
מען רעדט פון סתם געוואוינהייטן בשם גאט.

קליינע צדיק » מאנטאג יאנואר 22, 2024 10:39 am

· #545746
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
נא אדרבה
דוב'עלע האט ארויפגעברענגט א וויכטיגע שמועס לאמיר הערן וואס די עולם'ס גאנג אויף דעם און זייערע עקפיריענס
(אפשר דארף דאס א ספיציעלע אשכול)

לאנגע הויזן » מאנטאג יאנואר 22, 2024 10:45 am

· #545748
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
קהל'ס נער #
לאנגע הויזן #
whatever #
שוין עטליכע מאל אויסגעשמועסט די נושא, די מהלך ביי דעם דארף קודם ווערן אויפגעבויעט גאר א שטארקע טראסט און גלויבעקייט פון די פרוי צו מאן, אזאנס אז וואס ער זאגט איז קודש קדשים, און ממילא צוביסלעך, אפילו ווען מ'ציהט איבער די שטריקל, אזוי ווי קהל'ס נער האט געזאגט, לאזט זי זיך, און מ'שטיפט ווייטער
א טראסט אין וואס? די פרוי זעהט דאך ווי איר מאן איז מחלל שבת און עובר אויף פשוטע דאורייתא'ס, קען זי דען אים טראסטן?
כ׳האב נישט גערעדט פון דאורייתא׳ס און ניטאמאל פון דרבנן׳ס.
מען רעדט פון סתם געוואוינהייטן בשם גאט.
יעדער רעדט פון אנדערע סארט מעשיות, רוב פון זיי מעשיות וואס געשעט ביי יעדע צווייטע מענטש אין שול.

די ערשטע מעשה פון משה איטשע איז א יחיד במינו, דאס אז די מאן און ווייב האבן זיך ליב, ווילן בלייבן וואוינען צוזאמען, אבער די מאן וויל נישט היטן די עשרת הדיברות. (ער רעדט טאקע נישט פון לא תנאף און לא תגנוב אבער יא פון זכור את יום השבת לקדשו..).

דובעלע » מאנטאג יאנואר 22, 2024 8:51 pm

· #545862
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
איך האב ראגירט אויף משה איטשע׳ס מעשה, מיין פאינט איז אז סאיז כמעט נישט מעגליך צו אויפקלערן די ווייב, און אפילו וואס האבן יא, האבן מיאוס חרטה געהאט…

די איינציגסטע מהלך איז צו נעמען קליינע זאכן און מאכן קליינע קליינע טוישינגען. און אויף דעים קען כמעט יעדער מעיד זיין אויף א קאפעל צוויי וואס דער מאן האט מצליח געוועין צו אביסל (אסאך) אראפברענגן די ווייב.

ברוך שפינוזה » מאנטאג יאנואר 22, 2024 9:29 pm

· #545864
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

צוויי » דינסטאג יאנואר 23, 2024 10:24 pm

· #546107
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
ס'איז דא לכאו' א גרויסע חילוק פון צוויי סארטן התנהגות פון עבירות און לייכטזינגקייט מיט די ווייב.
איינס פון מיטשלעפן די ווייב דורכן נישט גלייבן, און איר פרובירן אויפצוווייזן אז מ'דארף נישט און ס'איז שטותים, און/אדער אמונה זאכן.
די צווייטע איז דורך סתם נישט האבן קיין נערוון, און זיך אנפאנגען מיקל צו זיין פארשידענע זאכן, און איר אויך בעטן צו מיקל זיין, צוביסלעך צוביסלעך, שטאפל ביי שטאפל זייער צוביסלעך.

נישט קיין חילוק ווי ווייט מ'גייט און ווי ווייט מ'וויל בכלל גיין, ארבעט לכא'ו נישט די ערשטע מהלך, און די צווייטע מהלך קען יא ארבעטן, זי איז דאך אויך א מענטש און זי האט אויך תאוות, און אז מ'שלעפט איר צוביסלעך צו די תאוות, גאר צוביסלעך, שמעקט איר עס אויך אן, און זי ווערט צוביסלעך א חלק דערפון.

ובאמת איז די זעלבע במידה טובה מרובה, גיין העכער ברוחניות איז אויך אזוי, שלעפן שטארק אויף איין מאל וועט נישט ארבעטן, נישט די מאן צו די ווייב, און זיכער נישט די ווייב אויף די מאן.
אז מ'גייט צוביסלעך ארבעט עס אסאך בעסער. און בעיקר נישט גיין מיט שיטות, נאר סתם ס'האט מיר אנגעשמעקט, איך האב עס ליב.
ודו"ק

קליינע צדיק » דינסטאג יאנואר 23, 2024 10:34 pm

· #546110
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
דובעלע #
איך האב ראגירט אויף משה איטשע׳ס מעשה, מיין פאינט איז אז סאיז כמעט נישט מעגליך צו אויפקלערן די ווייב, און אפילו וואס האבן יא, האבן מיאוס חרטה געהאט…

די איינציגסטע מהלך איז צו נעמען קליינע זאכן און מאכן קליינע קליינע טוישינגען. און אויף דעים קען כמעט יעדער מעיד זיין אויף א קאפעל צוויי וואס דער מאן האט מצליח געוועין צו אביסל (אסאך) אראפברענגן די ווייב.
איך ווארט נאך צו הערן דיינע אינסטראקציס וויאזוי

65th » מיטוואך יאנואר 24, 2024 2:31 pm

· #546252
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
איך האב שנעל אדורך געליינט דעם אשכול אין איך האלט אז דער פארקערטער פראבלעהם איז אסאך ערגער.
למשל אויב די אשה וויל אראפלאזן פין דרך, פארשטייט זיך נישט אויף איין מאהל אבער דער מאן האלט זיך שטארק פרים אין אויך חיונק, קען ווערן א פירוד אין די אשה קען גליטשן זעהר שנעהל אין טיף.
איך קען פערזענלאך אפאהר מעשיות וואס די האהר פין קאף קענען זיך הייבן.

סוף טוב הכל טוב » מיטוואך יאנואר 24, 2024 5:22 pm

· #546301
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
וואס האלט דער'עולעם לגבי א בחור, וועלכער איז בפנימיות "נישט אזוי איי איי איי..."
וואס זאל ער טוהן לגבי שידוכים?

זאקן » מיטוואך יאנואר 24, 2024 5:28 pm

· #546303
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
סוף טוב הכל טוב #
וואס האלט דער'עולעם לגבי א בחור, וועלכער איז בפנימיות "נישט אזוי איי איי איי..."
וואס זאל ער טוהן לגבי שידוכים?
וואס מ׳זאל טוהן ווייס איך נישט, וואס יעדער טוט ווייס איך יא….
און אפאר יאר נאך די חתונה האט מען חרטה פארוואס מהאט געטוהן וואס יעדער טוט

ברוך שפינוזה » מיטוואך יאנואר 24, 2024 6:26 pm

· #546334
ס'זיכער אויך דא פרויען וואס זייער מאן האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין צו פרום פאר זיי, אפשר וואלט כדאי געוועהזן צאמצושטעלן א דאטאבעיס פון אלע די קאפלס וואס שטימען נישט אזוי און מ'זאל מאכן א מחליפין נשותיהן זה בזה.

קליינע צדיק » מיטוואך יאנואר 24, 2024 6:28 pm

· #546335
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
😂 😂 😂

קליינע צדיק » מיטוואך יאנואר 24, 2024 6:29 pm

· #546337
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
קליינע צדיק #
דובעלע #
איך האב ראגירט אויף משה איטשע׳ס מעשה, מיין פאינט איז אז סאיז כמעט נישט מעגליך צו אויפקלערן די ווייב, און אפילו וואס האבן יא, האבן מיאוס חרטה געהאט…

די איינציגסטע מהלך איז צו נעמען קליינע זאכן און מאכן קליינע קליינע טוישינגען. און אויף דעים קען כמעט יעדער מעיד זיין אויף א קאפעל צוויי וואס דער מאן האט מצליח געוועין צו אביסל (אסאך) אראפברענגן די ווייב.
איך ווארט נאך צו הערן דיינע אינסטראקציס וויאזוי
אפשר קומט דער עולם אריין מיט זייער עקפיריענס?

קהל'ס נער » מיטוואך יאנואר 24, 2024 6:51 pm

· #546347
Re:
ברוך שפינוזה #
ס'זיכער אויך דא פרויען וואס זייער מאן האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין צו פרום פאר זיי, אפשר וואלט כדאי געוועהזן צאמצושטעלן א דאטאבעיס פון אלע די קאפלס וואס שטימען נישט אזוי און מ'זאל מאכן א מחליפין נשותיהן זה בזה.
ברוך גיי פתיחה…

נישנאש » מיטוואך יאנואר 24, 2024 6:55 pm

· #546349
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
סוף טוב הכל טוב #
וואס האלט דער'עולעם לגבי א בחור, וועלכער איז בפנימיות "נישט אזוי איי איי איי..."
וואס זאל ער טוהן לגבי שידוכים?
זייער פשוט, ער זאל זיין זייער אפן מיט זיינע עלטערן וועגן דעם, און למען השם נישט אריי'נער'ן א אומשולדיגע תמימות'דיגע מיידל

קהל'ס נער » מיטוואך יאנואר 24, 2024 7:02 pm

· #546351
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
נישנאש #
סוף טוב הכל טוב #
וואס האלט דער'עולעם לגבי א בחור, וועלכער איז בפנימיות "נישט אזוי איי איי איי..."
וואס זאל ער טוהן לגבי שידוכים?
זייער פשוט, ער זאל זיין זייער אפן מיט זיינע עלטערן וועגן דעם, און למען השם נישט אריי'נער'ן א אומשולדיגע תמימות'דיגע מיידל
און אפילו פראקטיש גערעדט פארוואס ווילסטו א מיידל וואס איז נישט אויף דיין מדריגה?
כ׳פארשטיי אז ס׳שווער צי באסטן די טאטע׳ס באבל.
אבער טראכט פון אפאר מינוט אומבאקוועמליכקייטן צו א לעבן פון אומבאקוועמליכקייטן.

און די דארפסט נישט זאגן פאר דיין טאטע, לאמור ״טאטי כ׳בין געווארען א באם״
קענסט פשוט אפזאגן איעדע שידוך און זאגן וואס עס שטערט דיר ביז דיין טאטע וועט אליין כאפן וואס די זוכסט.
יא שפינוזה גייט יעצט זאגן אז די בחור זאל דאמפן די סיסטעם און אליינס אויפפיקן א מיידל וכו׳ דעיס גייט נישט געשעהן ביי, לאמיר זיין פראקטיש

ברוך שפינוזה » מיטוואך יאנואר 24, 2024 7:17 pm

· #546359
קהל'ס נער
יא שפינוזה גייט יעצט זאגן אז די בחור זאל דאמפן די סיסטעם און אליינס אויפפיקן א מיידל וכו׳ דעיס גייט נישט געשעהן ביי, לאמיר זיין פראקטיש
העי, איך זאג נישט אז יעדער בחור זאל זיך אויפהייבן און דאמפן די וואטעווער, וואס איך זאג איז אזוי. דו קענסט נישט (כ'מיין דו קענסט יא, מ'רעדט דאך) זיצן אין א סיסטעם וואס שטעלט דיך צו זאכן פון וואס דו ביזט נהנה און ווען ס'קומט צו זאכן וואס קיצלען דיר ווערסטו מיר א גאנצע דעה זאגער וויאזוי זאכן דארפן זיך צו פירן לויט דיין הויכגעשעצטע מיינונג. אז דו האלטסט אז דו ביזט ראוי אריינצורעדן אינעם הנהגה לאמיר זעהן וואס דו קענסט, הייב דיך אויף דיין תחת פון בענקל, נעם זיך אין די הענט אריין, און go figure it out for yourself, ווייז אונז דיינע capabilities. אויב אבער האלטסטו נישט ביים אריינשטעקן א פינגער אין קאלט וואסער פאר דיין עתיד און די עתיד פון דיינע דורות ווער דען וועט פון דיר קער נעמען אויב נישט די סיסטעם?! זיי מוחל, פיל אן א מויל מיט וואסער, און נעם שיינערהייט אן דאס וואס די סיסטעם פיטערט דיך, און באדאנק זיך שיינערהייט אז מ'נעמט קער פון דיר ווייל ווען נישט די סיסטעם וואלסטו געוועהן צעהן מאל א לוזער. ווי שטייט נאר אין פסוק, beggars can't be choosers. (יא, איך רעד צו מיין אייגענע past self 😛 😳 )

דו קענסט די חברה וואס זענען פארנומען האקן אויפ'ן סיסטעם? דאס איז נישט גוט, יענץ איז נישט גוט, מ'דארף עס אונטערברענגען, מ'דארף עס איבערמאכן, מ'דארף אנטלויפן. און באמת וואלטן זיי שוין פונלאנג אנטלאפן נאר זיי האבן א גאנצע ליסטע פון תנאים וואס אן דעם גייען זיי נישט אין ערגעץ, כאילו ער טוט איינעם א טובה דא, ווייסטו וואס? טוה קיינעם נישט קיין טובות און בלייב דארט וואו דו ביזט! דערנאך זענען דא די חברה וואס האבן נישט די באלליס זיך צו גיין זייער אייגן וועג, אבער דאך ווילן זיי א טובה טוהן, ציעט מען אפ קיין קאסא גראנדא וואס איז בסך הכל א קאפי פעיסט פון וויליאמסבורג. https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=534233#p534233

צוויי » דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 1:22 pm

· #546514
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
זאקן #
סוף טוב הכל טוב #
וואס האלט דער'עולעם לגבי א בחור, וועלכער איז בפנימיות "נישט אזוי איי איי איי..."
וואס זאל ער טוהן לגבי שידוכים?
וואס מ׳זאל טוהן ווייס איך נישט, וואס יעדער טוט ווייס איך יא….
און אפאר יאר נאך די חתונה האט מען חרטה פארוואס מהאט געטוהן וואס יעדער טוט
זאל דער בחור נעמען א מיידל וואס איז אויך די זעלבע ווי אים.
מ'דארף נאר טרעפן אזעלכע סארט שדכנים, אז מ'וויל עכט קען מען זעהן אויף איינעם זיין תוכו אפי' זיין ברו איז אנדערש.

צוויי » פרייטאג יאנואר 26, 2024 1:31 am

· #546618
Re:
ברוך שפינוזה #
ס'זיכער אויך דא פרויען וואס זייער מאן האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין צו פרום פאר זיי, אפשר וואלט כדאי געוועהזן צאמצושטעלן א דאטאבעיס פון אלע די קאפלס וואס שטימען נישט אזוי און מ'זאל מאכן א מחליפין נשותיהן זה בזה.
מחליפין נשותיהן... ממממ...
האלטסט מ'קען עס טוהן בכלל?

אויב יא קען מען עס אולי טוהן אויך פאר אנדערע וואס האבן נישט קיין פראבלעמען ברוחניות, אבער בגשמיות יא, און נאך ווי...

צקון לחש » זונטאג פעברואר 4, 2024 10:57 am

· #548013
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
סקעפטיקער #
גוטער #
אין די עמי איז א שטיק צייט געווען ארטיקלען וועגן די נושא.
די עמי איז געווען אויסגעשפראכן שארף
https://www.academia.edu/15552275/The_Impostors_Among_Us_Internet_s_Other_Danger_Rejecting_the_minimum
א ציטאט פונעם ארטיקל:
But he has closed his mind to faith and reason.

😃 אזוי בחדא מחתא...

Salford » זונטאג פעברואר 4, 2024 11:04 am

· #548016
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
לאנגע הויזן #
קהל'ס נער #
לאנגע הויזן #
whatever #
שוין עטליכע מאל אויסגעשמועסט די נושא, די מהלך ביי דעם דארף קודם ווערן אויפגעבויעט גאר א שטארקע טראסט און גלויבעקייט פון די פרוי צו מאן, אזאנס אז וואס ער זאגט איז קודש קדשים, און ממילא צוביסלעך, אפילו ווען מ'ציהט איבער די שטריקל, אזוי ווי קהל'ס נער האט געזאגט, לאזט זי זיך, און מ'שטיפט ווייטער
א טראסט אין וואס? די פרוי זעהט דאך ווי איר מאן איז מחלל שבת און עובר אויף פשוטע דאורייתא'ס, קען זי דען אים טראסטן?
כ׳האב נישט גערעדט פון דאורייתא׳ס און ניטאמאל פון דרבנן׳ס.
מען רעדט פון סתם געוואוינהייטן בשם גאט.
יעדער רעדט פון אנדערע סארט מעשיות, רוב פון זיי מעשיות וואס געשעט ביי יעדע צווייטע מענטש אין שול.

די ערשטע מעשה פון משה איטשע איז א יחיד במינו, דאס אז די מאן און ווייב האבן זיך ליב, ווילן בלייבן וואוינען צוזאמען, אבער די מאן וויל נישט היטן די עשרת הדיברות. (ער רעדט טאקע נישט פון לא תנאף און לא תגנוב אבער יא פון זכור את יום השבת לקדשו..).
עיין בהלכות גירושין אפילו במומר אי אפשר לזכות גט כי היא לא רוצה להתגרש

איש מרדכי » מאנטאג מערץ 18, 2024 6:46 pm

· #555368
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
שלום עליכם חברים.

איך וויל אויסשמיסען בערך אזא שאלה וואס אני הקטן האב, (אנשילדיגט @Moshe itche פארן סאבאטזשען דיין אשכול, איך קען נאך נישט עפענען א אייגינע)
איך בין געווען א געהעריגע עווריטש בחור, ב'ה גאט האט מיר געשאנקן א פרוי וואס איז עושה רצון בעלה אין ממש לעכטיגע קינדער. למעשה בין איך שוין נישט די זעלבע היינט, אבער פון אינדרויסן ביו איך אקאראט די זעלבע, איך ווייס נישט גענוי וואס האט מיר געטוישט, אבער דאס איז נישט יעצט די נקודה. שרייטס נישט!! איך זאג ענק שוין די פראבלעים.

נאדיר:

איך קען באשטיין אינדערהיים קיקט זי אויס שענער וד'ל, אין די תובעת זאל זיין אנערש, אויכעט וד'ל.
אין גאס אינטערעסירט מיר נישט, אין גאס מיינט אויך בושה פון פעמעלי וכו.. אבער אינדערהיים וואס קען שוין זיין?

יעצט צי מיין שאלה:
קען מען בכלל בעטן אזא זאך? אויב יא וויאזוי?

איך האף איך האב מיר גוט ארויסגעברענגט, אז נישט האף איך ענק וועלן מיט ענקער אידישע שכל פארשטיין מיין מצב,
אדער קענען ענק פרעגן און איך וועל פראבירן צי ענפערן אויב סאיז א נחיצות צי קענען ענפערען מיין שאלה

שכח

צוויי » מאנטאג מערץ 18, 2024 7:03 pm

· #555370
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
אינדערהיים קען מען בעטן אסאך אסאך מער, איך וויל נישט רעדן נישט תורה'דיג, אבער נישט אנטקעגן הלכה איז נישט קיין פראבלעם צו אויסקוקן שענער אינדערהיים, אפי' אין גאס איז מיט שפיצל וכדו' קען מען אינדערהיים מיט א שייטל, און מ'ווערט נישט אויס פארפרומט לכל הדיעות, און אפי' אין בעדרום איז נישט קיין פראבלעם אסאך זאכן וואס די חתן רבי'ס לערנען נישט אויס, יעדע פרומע דיין וועט ענטפערן אסאך זאכן להיתר, און אפי' דו האסט נישט געוואוסט ביז יעצט דערפון מיינט נאך גארנישט.

דו דארפסט אבער גיין זייער צוביסליך, א ווייב וועט עס זייער זייער שווער אויפנעמען אויב בעט די מאן א טשעינדזש פון איין מינוט אויפן צווייטן, און אפי' די מאן וועט אויפווייזן אז עפ"י הלכה איז נישט קיין פראבלעם וועט די ווייב מורא האבן אז איר מאן איז שוין אינגאנצן פארפארן...

מ'דארף גיין צוביסלעך, בעטן נאר א קליינגקייט אויף אמאל, אדער אפי' סתם אויפברענגען אין א גוטע מינוט די טאפיק איבער די אנטוהן אינדערהיים, און אז דו ווייסט אז אינדערהיים איז נישט אזא פראבלעם צו אנטוהן אדער אויסטוהן וכו' און אויסזעהן אזוי און אזוי, און אין בעדרום איז נישט קיין פראבלעם צו טוהן דאס און דאס, די עיקר צניעות איז אין גאס, אינדערהיים איז דאך בת מלך פנימה, בפנימה איז דאך גוט ווי שענער... און דו ווילסט וויסן וואס זי האלט דערויף,

לאז עס עטליכע טעג איבערטראכטן, און ברענג עס נאכאמאל אויף, אז דו מיינסט אז ס'וואלט טאקע געווען גוט אויסצוטרייען צו טוהן כך וכך... וכו' וכו'

קל לזכור » מאנטאג מערץ 18, 2024 7:27 pm

· #555375
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
איך זוך שוין לאנג צו פארשטיין פארוואס עס גייט אהן פאר א מאן וויאזוי די ווייב זעהט אויס. איך פארשטיי אמאל איז דא וואס מאכט בזיונות אין די גאס און מען שעמט זיך, אבער טאמער די ווייב זעהט אויס נארמאל, פארוואס דארף זי אויסזעהן אזוי ווי וואס די מאן האט אויסגע'דמיונ'ט?

וויאזוי וואלט געפילט ווען איינער דשזאדזש דיר א גאנצע טאג בעיסד אויף ווי אזוי דו זעהסט אויס? אדער איינער וואס קומט דיר איינטיילן טו דיר אהן אזוי ווייל אזוי וויל איך?

אוהב ספרים » מאנטאג מערץ 18, 2024 8:07 pm

· #555376
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
דו פארשטייסט פארוואס איינער האט בעסער ליב טורקי פון טשיקען, אדער סטעיק פון פיש א.א.וו.
עס איז א תאוה ווי אלע תאות. ער האט א תאוה אז זיין עזר כנגדו זאל אויסקוקן ווי ער דמיונ'ט זיך אויס.

ברוך שפינוזה » מאנטאג מערץ 18, 2024 8:26 pm

· #555379
איש מרדכי #
איך קען באשטיין אינדערהיים קיקט זי אויס שענער וד'ל, אין די תובעת זאל זיין אנערש, אויכעט וד'ל.
אין גאס אינטערעסירט מיר נישט, אין גאס מיינט אויך בושה פון פעמעלי וכו.. אבער אינדערהיים וואס קען שוין זיין?

יעצט צי מיין שאלה:
קען מען בכלל בעטן אזא זאך? אויב יא וויאזוי?
לאמיך געבן א געוואגטע עצה, טראג זיך אן צו וואשן די געשיר און טוישן די בעיבי'ס דייפערס, און נאך א שטיק צייט וועט זי דיך פרעגן וואס זי קען דיך צוריקטוהן וועסטו האבן וואס איר צו ענטפערן. אויב האסטו שוין געטוהן די אויבנדערמאנטע זאכן און גארנישט האט זיך נישט געטוישט קענסטו קומען אין אישי און איך וועל דיר געבן נאך א באנטש זאכן מיט וואס דו קענסט איר גרינגער מאכן.

איש מרדכי » מאנטאג מערץ 18, 2024 9:15 pm

· #555391
Re:
איך הער, אבער ווי אזוי קוקט א ווייב אן א מאן ווען ער קומט אזא ריקוועסט? וואס איז יעצט געשען? ווי אזוי פונטקליך ווילסטו איך זאל אויסקוקן?
הלוואי קענען פרויען בעסער ארויס די מין בריאה וואס הייסט מאן 😉

איש מרדכי » מאנטאג מערץ 18, 2024 9:23 pm

· #555393
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
קל לזכור #
איך זוך שוין לאנג צו פארשטיין פארוואס עס גייט אהן פאר א מאן וויאזוי די ווייב זעהט אויס. איך פארשטיי אמאל איז דא וואס מאכט בזיונות אין די גאס און מען שעמט זיך, אבער טאמער די ווייב זעהט אויס נארמאל, פארוואס דארף זי אויסזעהן אזוי ווי וואס די מאן האט אויסגע'דמיונ'ט?

וויאזוי וואלט געפילט ווען איינער דשזאדזש דיר א גאנצע טאג בעיסד אויף ווי אזוי דו זעהסט אויס? אדער איינער וואס קומט דיר איינטיילן טו דיר אהן אזוי ווייל אזוי וויל איך?

קוקט ביטע נאכאמאל איבער מיין תגובה "אין גאס אינטערעסירט מיר נישט"
אין דאס וואס דו שרייבסט "פארוואס דארף זי אויסזעהן אזוי ווי וואס די מאן האט אויסגע'דמיונ'ט", איך האב קיינמאל נישט געזאגט "דארף".
ווען איך הייס איר טוישן וואלט זי עס געטון, אבער איך וויל נישט הייסן, איך וויל זי זאל פארשטיין מיינע געברויכן.

ברוך שפינוזה » מאנטאג מערץ 18, 2024 9:24 pm

· #555394
Re: Re:
איש מרדכי #
הלוואי קענען פרויען בעסער ארויס די מין בריאה וואס הייסט מאן 😉
זארג זיך נישט, זיי האבן עס ארויס בעסער ווי דו וואלסט געוואלט.

איש מרדכי » מאנטאג מערץ 18, 2024 9:29 pm

· #555396
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
קל לזכור #
איך זוך שוין לאנג צו פארשטיין פארוואס עס גייט אהן פאר א מאן וויאזוי די ווייב זעהט אויס. איך פארשטיי אמאל איז דא וואס מאכט בזיונות אין די גאס און מען שעמט זיך, אבער טאמער די ווייב זעהט אויס נארמאל, פארוואס דארף זי אויסזעהן אזוי ווי וואס די מאן האט אויסגע'דמיונ'ט?

וויאזוי וואלט געפילט ווען איינער דשזאדזש דיר א גאנצע טאג בעיסד אויף ווי אזוי דו זעהסט אויס? אדער איינער וואס קומט דיר איינטיילן טו דיר אהן אזוי ווייל אזוי וויל איך?

איך האב נישט געוויסט אין ק'ש דרייען זיך געהויבענע מענטשן
בין איך דער איינציגסטער וואס האט אזא אינטערעסאנטע מין תאוה? :געוואלד:

אוהב ספרים » מאנטאג מערץ 18, 2024 10:04 pm

· #555398
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
זיי נישט באזארגט, דו ביסט נישט א בן יחיד. די שאלה איז נאר וואס מען טוט וועגן די תאוה.

מילך טראק » מאנטאג מערץ 18, 2024 10:11 pm

· #555399
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
קל לזכור #
איך זוך שוין לאנג צו פארשטיין פארוואס עס גייט אהן פאר א מאן וויאזוי די ווייב זעהט אויס. איך פארשטיי אמאל איז דא וואס מאכט בזיונות אין די גאס און מען שעמט זיך, אבער טאמער די ווייב זעהט אויס נארמאל, פארוואס דארף זי אויסזעהן אזוי ווי וואס די מאן האט אויסגע'דמיונ'ט?

וויאזוי וואלט געפילט ווען איינער דשזאדזש דיר א גאנצע טאג בעיסד אויף ווי אזוי דו זעהסט אויס? אדער איינער וואס קומט דיר איינטיילן טו דיר אהן אזוי ווייל אזוי וויל איך?

זאגט מיר זענט איהר געי?

קליינע צדיק » מאנטאג מערץ 18, 2024 10:22 pm

· #555400
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
צוויי #
מ'דארף גיין צוביסלעך, בעטן נאר א קליינגקייט אויף אמאל, אדער אפי' סתם אויפברענגען אין א גוטע מינוט די טאפיק איבער די אנטוהן אינדערהיים, און אז דו ווייסט אז אינדערהיים איז נישט אזא פראבלעם צו אנטוהן אדער אויסטוהן וכו' און אויסזעהן אזוי און אזוי, און אין בעדרום איז נישט קיין פראבלעם צו טוהן דאס און דאס, די עיקר צניעות איז אין גאס, אינדערהיים איז דאך בת מלך פנימה, בפנימה איז דאך גוט ווי שענער... און דו ווילסט וויסן וואס זי האלט דערויף,

לאז עס עטליכע טעג איבערטראכטן, און ברענג עס נאכאמאל אויף, אז דו מיינסט אז ס'וואלט טאקע געווען גוט אויסצוטרייען צו טוהן כך וכך... וכו' וכו'
נישט אייביג העלפט בעטן און מסביר זיין אפי' קליינע זאכן אויף אמאל

מילך טראק » מאנטאג מערץ 18, 2024 10:45 pm

· #555406
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
איש מרדכי #

קוקט ביטע נאכאמאל איבער מיין תגובה "אין גאס אינטערעסירט מיר נישט"
אין דאס וואס די שרייבסט "פארוואס דארף זי אויסזעהן אזוי ווי וואס די מאן האט אויסגעדומייעט" איך האב קיינמאל נישט געזאגט "דארף"
ווען איך הייס איר טוישן וואלט זי עס געטון, אבער איך וויל נישט הייסן, איך וויל זי זאל פארשטיין מיינע געברויכן.
ווי איך פארשטיי, ווילסטו איר "טוישען" אינדערהיים אבער די גאס זאל נישט וויסן,
פראקטיש גערעדט איז עס זייער שווער ווייל סווערט א פרעשער פאר די פרוי, יעדע מאל איינער קלונגט די טיהר צו זיך גיין טוישען, און סקען געשהען אז זי זאל זיך פארגעסען און אויפמאכן די טיהר פאר א שכן אדער א קרובה/חברטע .

און ווען סאיז דא עלטערע קינדער ווער עס נאך שווערער,

אויסער אויב די רעדסט זי זאל זיך פארשטעלן פאר 15 מינוט איינגעשפארט אין בעדרום

whatever » מאנטאג מערץ 18, 2024 11:26 pm

· #555412
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
מ'קען טוישן אינדערהיים אזעלכע זאכן וואס ס'איז נישט קיין עכטע פראבלעם ווען איינער קלינגט די בעל

און שפעטער ביינאכט ווען קינדער שלאפן שוין, קען מען טוהן מער,
וכן נוהגין

קל לזכור » דינסטאג מערץ 19, 2024 12:27 am

· #555422
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
איש מרדכי #
איך האב נישט געוויסט אין ק'ש דרייען זיך געהויבענע מענטשן
בין איך דער איינציגסטער וואס האט אזא אינטערעסאנטע מין תאוה? :געוואלד:
תאוות האבן מיר פיינע. אבער איך זעה נישט אז די סעלושען איז אז א ווייב זאל זיך פארשטעלן. סיי איך זעה נישט פארוואס זי דארף אלעמאל אויסזעהן גרייט צו ווערן ארויפגעטאנצען. און סיי עס איז נישט יושר זיך צו באדינען מיט איינעם פאר די אייגענע תאוות.

בעת דודים איז אן אנדערע מעשה, אדער אפילו די צייטן וואס מען זעצט זיך אוועק סתם צו פארברענגען און טוען דברים של חיבה. אבער סתם אינדערהיים אינמיטן טאג היו קעירס, זאל די טארבאן זיין אויסגעדרייט צו 9:45 צו ארויסטראגן דעם יום טוב און אריינברענגן דעם שבת. זיי פירן א שטוב.

איך האב געהערט אמאל אז עס איז פארהאן אן אינגערמאן וואס לאזט נישט די ווייב טוען קיין שטוב ארבעט, זי דארף אלץ אויסזעהן ראוי לאותו מעשה, דאס איז לענ"ד סתם תאוה און אביוז.

סביב העולם » דינסטאג מערץ 19, 2024 1:04 am

· #555424
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
איש מרדכי #

איך האב נישט געוויסט אין ק'ש דרייען זיך געהויבענע מענטשן
בין איך דער איינציגסטער וואס האט אזא אינטערעסאנטע מין תאוה? :געוואלד:
איך האב דיר אסאך צו זאגן... אבער אזויווי עטליכע דא קענען מיר, וויל איך נישט מגיב זיין צו סאך בשער בת רבים (הגם כ'האב שוין מאריך געווען אין דעם אשכול בכמה אנפין...) - און קיין אישי לאזסטו נישט, מיט רעכט ווייל מ'קען עס גרינג אביוזן אויף אזא נושא... אבער גלויב מיר אז 1) ביסט נישט מער ווי נארמאל און 2) עס איז סאך גרינגער ווי דו מיינסט.

דער שליסל איז באמת, האבן געדולד און נישט כאפן די גאולה פאר די צייט, און אויך אז מען זאל רעספעקטירן די ווייב און אירע רצונות, פשוט אלס מענטש, און פונקט ווי דו וואלסט געוואלט זי זאל דיר פארשטיין און רעספעקטירן אויף סיי וועלכע סובדזשעקט.

מילך טראק » דינסטאג מערץ 19, 2024 1:11 am

· #555429
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
קל לזכור #
איש מרדכי #
איך האב נישט געוויסט אין ק'ש דרייען זיך געהויבענע מענטשן
בין איך דער איינציגסטער וואס האט אזא אינטערעסאנטע מין תאוה? :געוואלד:
תאוות האבן מיר פיינע. אבער איך זעה נישט אז די סעלושען איז אז א ווייב זאל זיך פארשטעלן. סיי איך זעה נישט פארוואס זי דארף אלעמאל אויסזעהן גרייט צו ווערן ארויפגעטאנצען. און סיי עס איז נישט יושר זיך צו באדינען מיט איינעם פאר די אייגענע תאוות.

בעת דודים איז אן אנדערע מעשה, אדער אפילו די צייטן וואס מען זעצט זיך אוועק סתם צו פארברענגען און טוען דברים של חיבה. אבער סתם אינדערהיים אינמיטן טאג היו קעירס, זאל די טארבאן זיין אויסגעדרייט צו 9:45 צו ארויסטראגן דעם יום טוב און אריינברענגן דעם שבת. זיי פירן א שטוב.

איך האב געהערט אמאל אז עס איז פארהאן אן אינגערמאן וואס לאזט נישט די ווייב טוען קיין שטוב ארבעט, זי דארף אלץ אויסזעהן ראוי לאותו מעשה, דאס איז לענ"ד סתם תאוה און אביוז.
ענדליך איין תאוה וואס ממעג שוין יא ווילסטו אויך אינגאנצן פארווישן

מילך טראק » דינסטאג מערץ 19, 2024 1:14 am

· #555430
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
סביב העולם #
איש מרדכי #

איך האב נישט געוויסט אין ק'ש דרייען זיך געהויבענע מענטשן
בין איך דער איינציגסטער וואס האט אזא אינטערעסאנטע מין תאוה? :געוואלד:
איך האב דיר אסאך צו זאגן... אבער אזויווי עטליכע דא קענען מיר, וויל איך נישט מגיב זיין צו סאך בשער בת רבים (הגם כ'האב שוין מאריך געווען אין דעם אשכול בכמה אנפין...) - און קיין אישי לאזסטו נישט, מיט רעכט ווייל מ'קען עס גרינג אביוזן אויף אזא נושא... אבער גלויב מיר אז 1) ביסט נישט מער ווי נארמאל און 2) עס איז סאך גרינגער ווי דו מיינסט.

דער שליסל איז באמת, האבן געדולד און נישט כאפן די גאולה פאר די צייט, און אויך אז מען זאל רעספעקטירן די ווייב און אירע רצונות, פשוט אלס מענטש, און פונקט ווי דו וואלסט געוואלט זי זאל דיר פארשטיין און רעספעקטירן אויף סיי וועלכע סובדזשעקט.
איך וואלט נישט געזאגט אלעמאל, סדא אסאך מיני מענטשן נישט אלעמאל זענען ביידע זעלבע בלאט

סביב העולם » דינסטאג מערץ 19, 2024 1:19 am

· #555432
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
איך קען נישט רעדן פאר יעדן, און געוויס בין איך נישט אויסשטאפירט מיט אונטערהער אפאראטן אין יעדנס בעדרום... אבער איך וואלט זיך געטרויט צו זאגן אז די וועלכע קענען נישט האבן - לפחות נאך עטליכע יאר נאך די חתונה - א שטארקע שינוי ביי די פרוי בענין זה, האבן פונקט אזוי אסאך אנדערע אישו'ס, און זעהן זיך שטארק נישט אויג אויף אויג.

און געוויס, ווען סיי וועלכע זאך קומט באגלייט מיט א דיסרעספעקט צו די פרוי און אירע מענטשליכע רעכטן איז עס א רעצעפט פאר א דורכפאל לכתחילה, און טראגט צוריק די דעסייער פונעם מאן עשר מעלות אחורנית.

יואב » דינסטאג מערץ 19, 2024 3:21 am

· #555438
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
צומישט און צוחישט #

בנוגע ניק'ס, אויף אייועלט האט איינער א שטיק צייט צוריק אנגעוויזן אז מ'זעהט אז רוב געוועזענע ק"ש ניקס זענען פארשווינדן, יענער האט געוואלט טענה'ן אז פשט איז אז די עולם ווערט צוריק פרום און מ'קערט זיך צוריק צום באקס, כ'בין נייגעריג צו ס'טאקע אזוי, אדער אפשר גאר איז די אלטע עולם שוין געגאנגען נאך ווייטער אין לעבן.)
👀

moody » דינסטאג מערץ 19, 2024 10:40 am

· #555449
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
יואב #
צומישט און צוחישט #

בנוגע ניק'ס, אויף אייועלט האט איינער א שטיק צייט צוריק אנגעוויזן אז מ'זעהט אז רוב געוועזענע ק"ש ניקס זענען פארשווינדן, יענער האט געוואלט טענה'ן אז פשט איז אז די עולם ווערט צוריק פרום און מ'קערט זיך צוריק צום באקס, כ'בין נייגעריג צו ס'טאקע אזוי, אדער אפשר גאר איז די אלטע עולם שוין געגאנגען נאך ווייטער אין לעבן.)
👀
שלום עליכם יואב טייערע, איי עם סארי טו טעל יא, דיינע אויגן זענען טאקע זייער עטרעקטיוו אבער נישט צו דעם האבן מיר זיך געבענקט, פליז אז די ביסט שוין יא דא, נעם אפיר דיין פענע און לאז אראפ קאטשקע אחת אפיים.
בלאט: 1 2 3 4 5 6