☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » שו"ת אין ביקורת המקרא

שו"ת אין ביקורת המקרא

114 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16107
בלאט: 1 2 3

שמן למאור » דינסטאג אפריל 25, 2023 8:26 pm

· #522713
שו"ת אין ביקורת המקרא
בעידוד אחד מחברינו החשובים, עפן איך דעם אשכול ווי מען וועט קענען ארויפברענגען שאלות, קשיות, הארות איבער די תורה, און דער עולם ווערט געבעטן צו ענטפערן די בעסטע וואס איז שייך.

ס'איז שוין דא עטליכע אשכולות איבער ביקורת המקרא, אבער די אלע אשכולות זענען זיך צעפארן צו אנדערע זייטיגע טענה'רייען. איך וויל האלטן די אשכול דא בלויז צום נושא פון שאלות ותשובות.

איינע פון די חשובע ניקים האט מיר מגלה געווען אין א טשעט אז ער האט גאר אסאך קשיות אויף די תורה, ער האט געליינט אסאך ביקורת המקרא און זאכן זענען אים שווער. איך האב אים געבעטן צו שיקן א סעמפל, והנה, אט האט ער מיר צוריק געשיקט.

שמות, ז, יד) וַיֹּאמֶר ה' אֶל-מֹשֶׁה כָּבֵד לֵב פַּרְעֹה מֵאֵן לְשַׁלַּח הָעָם. טו) לֵךְ אֶל-פַּרְעֹה בַּבֹּקֶר הִנֵּה יֹצֵא הַמַּיְמָה וְנִצַּבְתָּ לִקְרָאתוֹ עַל-שְׂפַת הַיְאֹר וְהַמַּטֶּה אֲשֶׁר-נֶהְפַּךְ לְנָחָשׁ תִּקַּח בְּיָדֶךָ.  טז) וְאָמַרְתָּ אֵלָיו ה' אֱלֹקי הָעִבְרִים שְׁלָחַנִי אֵלֶיךָ לֵאמֹר שַׁלַּח אֶת-עַמִּי וְיַעַבְדֻנִי בַּמִּדְבָּר וְהִנֵּה לֹא-שָׁמַעְתָּ עַד-כֹּה.  יז) כֹּה אָמַר ה' בְּזֹאת תֵּדַע כִּי אֲנִי ה' הִנֵּה אָנֹכִי מַכֶּה בַּמַּטֶּה אֲשֶׁר-בְּיָדִי עַל-הַמַּיִם אֲשֶׁר בַּיְאֹר וְנֶהֶפְכוּ לְדָם.  יח) וְהַדָּגָה אֲשֶׁר-בַּיְאֹר תָּמוּת וּבָאַשׁ הַיְאֹר וְנִלְאוּ מִצְרַיִם לִשְׁתּוֹת מַיִם מִן-הַיְאֹר.   יט) וַיֹּאמֶר ה' אֶל-מֹשֶׁה אֱמֹר אֶל-אַהֲרֹן קַח מַטְּךָ וּנְטֵה-יָדְךָ עַל-מֵימֵי מִצְרַיִם עַל-נַהֲרֹתָם עַל-יְאֹרֵיהֶם וְעַל-אַגְמֵיהֶם וְעַל כָּל-מִקְוֵה מֵימֵיהֶם וְיִהְיוּ-דָם וְהָיָה דָם בְּכָל-אֶרֶץ מִצְרַיִם וּבָעֵצִים וּבָאֲבָנִים. כ) וַיַּעֲשׂוּ-כֵן מֹשֶׁה וְאַהֲרֹן כַּאֲשֶׁר צִוָּה ה' וַיָּרֶם בַּמַּטֶּה וַיַּךְ אֶת-הַמַּיִם אֲשֶׁר בַּיְאֹר לְעֵינֵי פַרְעֹה וּלְעֵינֵי עֲבָדָיו וַיֵּהָפְכוּ כָּל-הַמַּיִם אֲשֶׁר-בַּיְאֹר לְדָם.  כא) וְהַדָּגָה אֲשֶׁר-בַּיְאֹר מֵתָה וַיִּבְאַשׁ הַיְאֹר וְלֹא-יָכְלוּ מִצְרַיִם לִשְׁתּוֹת מַיִם מִן-הַיְאֹר וַיְהִי הַדָּם בְּכָל-אֶרֶץ מִצְרָיִם.  כב) וַיַּעֲשׂוּ-כֵן חַרְטֻמֵּי מִצְרַיִם בְּלָטֵיהֶם וַיֶּחֱזַק לֵב-פַּרְעֹה וְלֹא-שָׁמַע אֲלֵהֶם כַּאֲשֶׁר דִּבֶּר ה'.  כג) וַיִּפֶן פַּרְעֹה וַיָּבֹא אֶל-בֵּיתוֹ וְלֹא-שָׁת לִבּוֹ גַּם-לָזֹאת.  כד) וַיַּחְפְּרוּ כָל-מִצְרַיִם סְבִיבֹת הַיְאֹר מַיִם לִשְׁתּוֹת  כִּי לֹא יָכְלוּ לִשְׁתֹּת מִמֵּימֵי הַיְאֹר.  כה) וַיִּמָּלֵא שִׁבְעַת יָמִים אַחֲרֵי הַכּוֹת- ה' אֶת-הַיְאֹר.

לכאורה איז שווער אפאר קשיות.

א) יד – טו: ויאמר ה' אל משה לך אל פרעה בבוקר -  כאן נצטוה משה לבדו לילך, ובפסוק יט כתוב שאהרן ומשה היו שניהם שם להביא המכה?

ב) יז: הנה אנכי מכה – כאן כתוב שמשה יכה במטה אשר בידו להביא הדם וכן כתוב בפרשת בשלח (יז ה) ומטך אשר הכית בו את היאר קח בידך והלכת, ובפסוק יט כתוב שאהרן יטה ידו במטהו ויביא את המכה? מי יכה, ולמי היה שייך המטה?

ג) מכה במטה – כאן כתוב שהביא המכה ע"י הכאה במטה, ובפסוק יט כתוב שנטה ידו במטה.

ד) על המים אשר ביאור ונהפכו לדם -  כאן כתוב שרק מימי היאור נהפכו לדם, וכן בפסוק יח ובפסוק כ ובתחילת פסוק כא ובפסוק כד, אבל בפסוק יט כתוב והיה דם בכל ארץ מצרים, וכן בסוף פסוק כא.

ער טענה'ט אז אויב איז עס צוויי באזונדערע נסחאות וואס מען האט צאמגעשמאלצן, דאן שטימט אלעס כפתור ופרח.

כאפ א בליק וויאזוי מען צוטיילט די פסוקים אויף אן אויפן אז עס זעט אויס ווי עס קומט פון צוויי באזינדערע גרסאות וואס מען האט צאמגעפלאכטן. די שווארצע איז איין גירסא און די רויטע איז פון א צווייטע שרייבער.

יד) וַיֹּאמֶר ה' אֶל-מֹשֶׁה כָּבֵד לֵב פַּרְעֹה מֵאֵן לְשַׁלַּח הָעָם. טו) לֵךְ אֶל-פַּרְעֹה בַּבֹּקֶר הִנֵּה יֹצֵא הַמַּיְמָה וְנִצַּבְתָּ לִקְרָאתוֹ עַל-שְׂפַת הַיְאֹר וְהַמַּטֶּה אֲשֶׁר-נֶהְפַּךְ לְנָחָשׁ תִּקַּח בְּיָדֶךָ. טז) וְאָמַרְתָּ אֵלָיו ה' אֱלֹקי הָעִבְרִים שְׁלָחַנִי אֵלֶיךָ לֵאמֹר שַׁלַּח אֶת-עַמִּי וְיַעַבְדֻנִי בַּמִּדְבָּר וְהִנֵּה לֹא-שָׁמַעְתָּ עַד-כֹּה. יז) כֹּה אָמַר ה' בְּזֹאת תֵּדַע כִּי אֲנִי ה' הִנֵּה אָנֹכִי מַכֶּה בַּמַּטֶּה אֲשֶׁר-בְּיָדִי עַל-הַמַּיִם אֲשֶׁר בַּיְאֹר וְנֶהֶפְכוּ לְדָם. יח) וְהַדָּגָה אֲשֶׁר-בַּיְאֹר תָּמוּת וּבָאַשׁ הַיְאֹר וְנִלְאוּ מִצְרַיִם לִשְׁתּוֹת מַיִם מִן-הַיְאֹר. יט) וַיֹּאמֶר ה' אֶל-מֹשֶׁה אֱמֹר אֶל-אַהֲרֹן קַח מַטְּךָ וּנְטֵה-יָדְךָ עַל-מֵימֵי מִצְרַיִם עַל-נַהֲרֹתָם עַל-יְאֹרֵיהֶם וְעַל-אַגְמֵיהֶם וְעַל כָּל-מִקְוֵה מֵימֵיהֶם וְיִהְיוּ-דָם וְהָיָה דָם בְּכָל-אֶרֶץ מִצְרַיִם וּבָעֵצִים וּבָאֲבָנִים. כ) וַיַּעֲשׂוּ-כֵן מֹשֶׁה וְאַהֲרֹן כַּאֲשֶׁר צִוָּה ה' וַיָּרֶם בַּמַּטֶּה וַיַּךְ אֶת-הַמַּיִם אֲשֶׁר בַּיְאֹר לְעֵינֵי פַרְעֹה וּלְעֵינֵי עֲבָדָיו וַיֵּהָפְכוּ כָּל-הַמַּיִם אֲשֶׁר-בַּיְאֹר לְדָם.  כא) וְהַדָּגָה אֲשֶׁר-בַּיְאֹר מֵתָה וַיִּבְאַשׁ הַיְאֹר וְלֹא-יָכְלוּ מִצְרַיִם לִשְׁתּוֹת מַיִם מִן-הַיְאֹר וַיְהִי הַדָּם בְּכָל-אֶרֶץ מִצְרָיִם.  כב) וַיַּעֲשׂוּ-כֵן חַרְטֻמֵּי מִצְרַיִם בְּלָטֵיהֶם וַיֶּחֱזַק לֵב-פַּרְעֹה וְלֹא-שָׁמַע אֲלֵהֶם כַּאֲשֶׁר דִּבֶּר ה'. כג) וַיִּפֶן פַּרְעֹה וַיָּבֹא אֶל-בֵּיתוֹ וְלֹא-שָׁת לִבּוֹ גַּם-לָזֹאת.  כד) וַיַּחְפְּרוּ כָל-מִצְרַיִם סְבִיבֹת הַיְאֹר מַיִם לִשְׁתּוֹת  כִּי לֹא יָכְלוּ לִשְׁתֹּת מִמֵּימֵי הַיְאֹר.  כה) וַיִּמָּלֵא שִׁבְעַת יָמִים אַחֲרֵי הַכּוֹת- ה' אֶת-הַיְאֹר.

מיין אנטווארט איז געווען אזוי:

איך האב אביסל אריינגעקוקט אין די פסוקים, און איך מיין אז מען קען עס גאנץ גרינג פארענטפערן.

ביז פסוק י"ט רעדט די באשעפער צו משה, און זאגט אים וואס צו זאגן פאר פרעה. פון פסוק י"ט, רעדן די פסוקים וועגן די פאקטישע ברענגען די מכה. (די פסוקים פארציילן נישט די פאקטישע ווארענונג פון משה צו פרעה, ווייל דאס איז זעלבסט פארשטענדליך)

ווען די באשעפער האט געזאגט פאר משה צו גיין צו פרעה, האט ער נאר אים געהייסן גיין, נישט אהרן. קען זיין אז מען פארשטייט אליין אז אהרן האט מיטגעגאנגען, ווי עס שטייט אהרן אחיך יהיה נביאך, דהיינו אז ער האט עס איבערגעטייטשט פאר פרעה מיט א בעסערע לשון, היות משה איז געווען א כבד פה, אבער דער עיקר איז געווען אז משה האט אנגעווארנט.

יעצט ווען משה ווארנט, גייט ער נישט אריין אין די טעקניקאליטיס פון פונקטליך ווער עס גייט שלאגן די וואסער. ער סטראשעט און פארטיג. ער זאגט איך גיי שלאגן. (עס איז אויך נישט קיין ליגנט, ווייל שליח של אדם כמותו)

למעשה ביים פאקטיש ברענגען די מכה האט משה נישט געשלאגן אונז צו לערנען הכרת הטוב. האט אהרן געשלאגן אנשטאט אים.

ובזה מיושב שאלה א' ווייל צו ווארענען פרעה האט די באשעפער נאר געזאגט אז משה זאל גיין. ער האט נישט געהייסן אהרן טון גארנישט. אבער שפעטער ביים פאקטיש ברענגען די מכה האט ער געהייסן אהרן שלאגן וועגן סיבה הנ"ל.

ובזה ג"כ מיושב חלק משאלה ב' מי הכה. בעצם האט אהרן געשלאגן. נאר משה האט געווארנט פרעה אז ער גייט שלאגן, וואס האט ער אריינצומישן זיין פריוואטע הכרת הטוב פראבלעמען ווען ער רעדט צו פרעה. למעשה איז אבער די שלאגן נקרא על שם משה, ווייל בעצם וואלט ער עס געדארפט טון, נאר ער האט געהאט א טעכנישע פראבלעם און ס'איז שליח של אדם כמותו. דעריבער, שטייט אין בשלח אז משה האט געשלאגן.

בנוגע די צווייטע חלק פון וועמענס שטעקן מען האט געניצט מיין איך איז אויך גאנץ פשוט אז מען האט געניצט משה'ס שטעקן. נאר היות אהרן ניצט עס, און ער וועט שלאגן דערמיט, ריפט מען עס יעצט אן אהרן'ס שטעקן, אבער דאס מיינט נישט אז עס איז טאקע זיינס.
(הגם איך בין מודה אז די קשיא שטערט מיר נאך..)

שאלה ג' איז מיר נישט שווער, ער האט געטון ביידע, סיי געשלאגן, און סיי גענייגט זיין האנט איבערן וואסער צו אלע זייטן פון מצרים. מיטן שלאגן אויפן וואסער האט ער געמאכט די טייך צו בלוט, און מיטן נייגן זיין האנט, האט ער פארשפרייט די בלוט איבער גאנץ מצרים. וואס עס שטייט נישט אין איין פסוק שטייט אין די אנדערע פסוק, איך זע נישט וואס איז שווער דא בכלל.

די זעלבע איז מיט שאלה ד'. די מבקרים האבן ליב זיך ארויפצוכאפן אויף יעדע צוויי פסוקים וואס רעדן זיך אויף בערך די זעלבע זאך, נאר אין איין פסוק שטייט איין זאך, און די צווייטע פסוק שטייט אן אנדערע זאך, איז דאס ממש א סימן אז דאס איז מעשה ידיו פון צוויי באזינדערע שרייבערס וואס האבן געהאלטן אנדערש. איך זע נישט פארוואס מען קען נישט זאגן פשוט אז איין פסוק שטייט איין דעטאל, און אין די אנדערע פסוק שטייט אן אנדערע דעטאל.

עס שטייט נישט אין פסוק אז נאר די טייך וועט ווערן בלוט 'און נישט אלע אנדערע וואסער' סך הכל שטייט נאר דערמאנט די טייך, און שפעטער ווען ער שמועסט אויס אז עס איז געווען איבעראל בלוט פארשטייט מען שוין אליין אז דאס האט ער אויך אנגעווארנט פרעה. אדער קען אפילו זיין אז דאס האט ער נישט אנגעווארנט פרעה, און ער האט עס געלאזט פאר א סערפרייז. דהיינו ער האט אנגעווארנט אויף די עיקר מכה, אבער האט טאקע נישט אויסגעשמועסט ווי ווייט עס וועט גיין.

דאס שרייב איך אלעס פון אביסל קוקן חומש מיט רש"י און אביסל זכרון, אן זיך מעמיק זיין אין די מפרשים. די פוינט איז, אז מען קען זייער אסאך מאל גאנץ גוט פארענטפערן די פסוקים.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג אפריל 25, 2023 8:29 pm

· #522714
און וואס איז שלעכט מיט די תירוץ פון די צוויי גירסאות? אז מ'קען גיין גראד פארוואס גיין קרום?

שמן למאור » דינסטאג אפריל 25, 2023 8:35 pm

· #522715
רביה''ק זי''ע
און וואס איז שלעכט מיט די תירוץ פון די צוויי גירסאות? אז מ'קען גיין גראד פארוואס גיין קרום?
רביה"ק, די אשכול איז געווידמעט פאר די מאמינים בתורת משה וואס גלייבן אז די תורה איז געגעבן געווארן ביים בארג סיני און משה האט עס געשריבן ווארט ביי ווארט מפי הגבורה. די אשכול איז געמאכט אויסצושמועסן תירוצים אויף קשיות וואס מען האט אליינס, אדער מען הערט פון אנדערע. קענסט דרייען א קאפ אין אנדערע אשכולות, איך בעט אז מען זאל זיך האלטן דא צום אקטועלן נושא. ביטע נאר קשיות און תירוצים אויף די פסוקים זעלבסט.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג אפריל 25, 2023 8:39 pm

· #522716
הייסט עס אז די הייליגע רש"י הקדוש האט נישט געגלייבט אין תורת משה און דו יא, כ'הער וואס דו זאגסט, קיבלתי.

מי אני » דינסטאג אפריל 25, 2023 9:03 pm

· #522722
דר. ריטשערד עליאט פריעדמאן צוטיילט דאס טאקע אזוי - די שווארץ איז E און די רויט איז P. 📎 Friedman.jpg די אשכול איז ברוחו של זה.

סקעפטיקער » דינסטאג אפריל 25, 2023 9:15 pm

· #522724
רביה''ק זי''ע
הייסט עס אז די הייליגע רש"י הקדוש האט נישט געגלייבט אין תורת משה און דו יא, כ'הער וואס דו זאגסט, קיבלתי.
רש"י?

שמן למאור » דינסטאג אפריל 25, 2023 9:20 pm

· #522725
רביה''ק זי''ע
הייסט עס אז די הייליגע רש"י הקדוש האט נישט געגלייבט אין תורת משה און דו יא, כ'הער וואס דו זאגסט, קיבלתי.
רביה"ק, ביטע.. די רש"י אין דברי הימים האט שוין מען שוין צענומען דא אין די אשכול, און בכלל רעדט ער דארטן פון מגילת יוחסין, אדער קליינטשיגע שינוי ניסחאות.

ס'איז גאנץ פשוט אז רש"י האט נישט געהאלטן אז די תורה האט געהאט מערערע שרייבערס, ער האט אויך געהאלטן אז ס'איז געשריבן געווארן דורך משה מפי הגבורה. די רמב"ם זאגט עס קלאר, און כ'זע נישט וואו רש"י קריגט זיך דערמיט.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג אפריל 25, 2023 9:41 pm

· #522728
במחילת כבודכם, דאס הייסט זיך געדראפעט אויף גראדע ווענט, מגילות יוחסין איז די חלקים פון ספר דברי הימים (פון תנ"ך 😉 )וואס רעכענען אויס יוחסין. ווי אויך בויט ער זיך דארט אויף א ירושלמי וואס באציעהט זיך טאקע צום חומש אליין, די פלגינן דיבוריה וואס דו מאכסט אין רש"י איז א ניטאמאל קיין דוחק. וואס רש"י האט געהאלטן שרייבט ער אליינס, מ'דארף נישט צוקומען צו דיר צו פארטייטשן זיינע רייד.
שמן למאור
ס'איז גאנץ פשוט אז רש"י האט נישט געהאלטן אז די תורה האט געהאט מערערע שרייבערס, ער האט אויך געהאלטן אז ס'איז געשריבן געווארן דורך משה מפי הגבורה. די רמב"ם זאגט עס קלאר, און כ'זע נישט וואו רש"י קריגט זיך דערמיט.
איך ווייס נישט וואס דו רופסט אן "פשוט", אבער פון רש"י'ס ווערטער איז פשוט אז ער האט געהאלטן אז די צוויי זענען נישט mutually exclusive. יא, ס'איז געשריבן געווארן דורך משה מפי הגבורה נאר מיט די יארן זענען געווארן פארשידענע נוסחאות פון מערערע שרייבער, און אלעס שטימט כפתור ופרח.

מי אני » דינסטאג אפריל 25, 2023 9:49 pm

· #522730
יא יא, נוסחאות, און דאס איז די קאנטעקסט פונעם ירושלמי דארט בתענית (פ"ד ה"ב) לגבי התורה ע"ש (ולגבי די קאנטעקסט פון פירוש המיוחס לרש"י לגבי ספר דברי הימים בפרט, וואס איז שוין יא לכאורה ברייטער פון נאר שינוי נוסחאות, הא'מיר דאך שוין פריער אראפגעברענגט). ווי געזאגט, גייט דאס אריין בגדר "נידעריגע" ביקורת, וואס זענען פארשידענע נוסחאות פונעם זעלבן טעקסט, לעומת "העכערע" ביקורת, וואס נעמט אָן אז גאנצעטע אנדערע פסוקים און שטיקער זענען פון אנדערע שרייבערס. די "העכערע" ביקורת, מיט'ן צוטיילן גאנצעטע פסוקים און פרשיות און אנדערע הבנות אינעם סיפור, איז די משל פון @שמן למאור דא.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג אפריל 25, 2023 10:19 pm

· #522738
יא, די שאלה ווערט נאר ווי אנדערש דארפן צוויי נוסחאות זיין איינס פונעם צווייטן אז ס'זאל באקומען א שטעמפל אלס "צוויי באזונדערע טעקסטס"? צוויי אנדערע מגילות יוחסין פאר'ן זעלבן מענטש דאס איז נאר "צוויי נוסחאות פונעם זעלבן טעקסט", אבער צו משה האט געהאלטן דעם שטעקן צו אהרן האט עס געהאלטן דאס איז שוין ממש אינגאנצן "צוויי באזונדערע טעקסטס", ווי קען מען עס בכלל אנדערש אנקוקן?

סקעפטיקער » דינסטאג אפריל 25, 2023 10:29 pm

· #522739
@שמן למאור זייער אן אינטערעסאנטע פוינט, די פסוקים האבן זיך מיר טאקע אלס געהערט קראצעדיג

איך וויל דא אויסשמועסן א נקודה, איך האב אמאל פארגעלייגט פאר איינעם געוויסע שוועריגקייטן אין פסוקים וואס געבן לכאורה א האנט פאר די מבקרי המקרא, האט ער מיר גע'טענה'ט אז עס האבן נישט געפעלט קיין גדולי ישראל גרויסע מוחות וואס האבן געקענט אפלערנען א פסוק גראד, און האבן נאכאלס נישט געזעהן קיין סתירות וכדו' אלא מאי איז דאס סתם אן אויגפארבלענדעניש, אזוי שרייבט די תורה וכו'. האב איך אים גענטפערט אז ווען איך זעה ווען ווי משה רבינו שרייבט די גאנצע תורה, וואלטן די אלע זאכן נישט געווען קיין קשיות, ווייל די גרעסטע סתירה קען מען פארענטפערן, עס איז נישטא אזא זאך א סתירה וואס מ'קען נישט דרייען האקן און זעצן עס זאל שטימען. אפילו אזא אפענע סתירה ווי צוויי סתירה'דיגע מגילת יוחסין פאר די אותו האיש האט תירוצים! און אפילו אזא אפענע סתירה ווי … אה ניין, דאס קען איך נישט שרייבן דא, באט יא געט די פוינט, אלעס קען מען "פארענטפערן", יעצט ווילאנג עס איז קלאר פאר איינעם אז אלעס האט משה רבינו געשריבן וועט ער אננעמען סיי וואספארא תירוץ ענדערש ווי ביקורת המקרא, ווייל יעדער וואלט דאס געטוהן ווען מ'וואלט דאס געזעהן מיט די אייגענע אויגן. אבער אויב איז מען נישט זיכער מיט די מציאות און מ'הייבט אן שוקל זיין, דעמאלטס זענען די קשיות שטארק נוטה אויף להיפך. מיינט דאס אז ביקורת המקרא איז אמת? דאס דארף מען פרעגן דעם חכם הרזים @מי אני וואס אמת מיינט, אבער די קשיות איז עפעס וואס מ'דארף דערמיט דיעלן
שמן למאור
איך האב אביסל אריינגעקוקט אין די פסוקים, און איך מיין אז מען קען עס גאנץ גרינג פארענטפערן.

ביז פסוק י"ט רעדט די באשעפער צו משה, און זאגט אים וואס צו זאגן פאר פרעה. פון פסוק י"ט, רעדן די פסוקים וועגן די פאקטישע ברענגען די מכה. (די פסוקים פארציילן נישט די פאקטישע ווארענונג פון משה צו פרעה, ווייל דאס איז זעלבסט פארשטענדליך)

ווען די באשעפער האט געזאגט פאר משה צו גיין צו פרעה, האט ער נאר אים געהייסן גיין, נישט אהרן. קען זיין אז מען פארשטייט אליין אז אהרן האט מיטגעגאנגען, ווי עס שטייט אהרן אחיך יהיה נביאך, דהיינו אז ער האט עס איבערגעטייטשט פאר פרעה מיט א בעסערע לשון, היות משה איז געווען א כבד פה, אבער דער עיקר איז געווען אז משה האט אנגעווארנט.
דאס איז נישט קיין געפערליכע קשיא, אבער אסאך מאל שטייט יא ארויסגעשריבן אז אהרן איז מיטגעגאנגען, פארוואס דא נישט? פיין נישט געפערליך.
שמן למאור
יעצט ווען משה ווארנט, גייט ער נישט אריין אין די טעקניקאליטיס פון פונקטליך ווער עס גייט שלאגן די וואסער. ער סטראשעט און פארטיג. ער זאגט איך גיי שלאגן. (עס איז אויך נישט קיין ליגנט, ווייל שליח של אדם כמותו)

למעשה ביים פאקטיש ברענגען די מכה האט משה נישט געשלאגן אונז צו לערנען הכרת הטוב. האט אהרן געשלאגן אנשטאט אים.

ובזה מיושב שאלה א' ווייל צו ווארענען פרעה האט די באשעפער נאר געזאגט אז משה זאל גיין. ער האט נישט געהייסן אהרן טון גארנישט. אבער שפעטער ביים פאקטיש ברענגען די מכה האט ער געהייסן אהרן שלאגן וועגן סיבה הנ"ל.

ובזה ג"כ מיושב חלק משאלה ב' מי הכה. בעצם האט אהרן געשלאגן. נאר משה האט געווארנט פרעה אז ער גייט שלאגן, וואס האט ער אריינצומישן זיין פריוואטע הכרת הטוב פראבלעמען ווען ער רעדט צו פרעה. למעשה איז אבער די שלאגן נקרא על שם משה, ווייל בעצם וואלט ער עס געדארפט טון, נאר ער האט געהאט א טעכנישע פראבלעם און ס'איז שליח של אדם כמותו. דעריבער, שטייט אין בשלח אז משה האט געשלאגן.
נישט אזא שלעכטע תירוץ, עס קען נאך מיטגיין. מ'קען אפילו אויסלאזן די גאנצע הכרת הטוב חלק (וואס איז בכלל נישט מוכח אין פסוק) און מ'קען עס נאכאלס נוצן, גראדע איז דא נאך א שטיקל מהלך אין פירוש הטור הארוך, אז איינמאל מ'זאגט אז אין די ערשטע פסוקים פעלט אהרן ווייל עס איז פשוט און דארף נישט שטיין, קען מען זאגן אז דאס איז די לשון וואס אהרן וועט זאגן פאר פרעה און מטה אשר בידי מיינט וואס אהרן האט און ער גייט שלאגן
גראדע פרעגט שוין די גמרא אין סנהדרין (צט:) די קשיא אמר רבי אבהו כל המעשה את חבירו לדבר מצוה מעלה עליו הכתוב כאילו עשאה שנאמר (שמות יז, ה) ומטך אשר הכית בו את היאר וכי משה הכהו והלא אהרן הכהו אלא לומר לך כל המעשה את חבירו לדבר מצוה מעלה עליו הכתוב כאילו עשאה

אבער נאכאלעם איז נאכאלס אויפפאלענד אז אין די פסוקים יד-יח איז אהרן פארשוואונדען געווארן, און ווען איינער לערנט נאר דאס באקומט ער די הבנה אז משה האט אלעס געטוהן, כאטש "מ'קען" לערנען אנדערש
שמן למאור
בנוגע די צווייטע חלק פון וועמענס שטעקן מען האט געניצט מיין איך איז אויך גאנץ פשוט אז מען האט געניצט משה'ס שטעקן. נאר היות אהרן ניצט עס, און ער וועט שלאגן דערמיט, ריפט מען עס יעצט אן אהרן'ס שטעקן, אבער דאס מיינט נישט אז עס איז טאקע זיינס.
(הגם איך בין מודה אז די קשיא שטערט מיר נאך..)
הודאת בעל דין…
שמן למאור
שאלה ג' איז מיר נישט שווער, ער האט געטון ביידע, סיי געשלאגן, און סיי גענייגט זיין האנט איבערן וואסער צו אלע זייטן פון מצרים. מיטן שלאגן אויפן וואסער האט ער געמאכט די טייך צו בלוט, און מיטן נייגן זיין האנט, האט ער פארשפרייט די בלוט איבער גאנץ מצרים. וואס עס שטייט נישט אין איין פסוק שטייט אין די אנדערע פסוק, איך זע נישט וואס איז שווער דא בכלל.

די זעלבע איז מיט שאלה ד'. די מבקרים האבן ליב זיך ארויפצוכאפן אויף יעדע צוויי פסוקים וואס רעדן זיך אויף בערך די זעלבע זאך, נאר אין איין פסוק שטייט איין זאך, און די צווייטע פסוק שטייט אן אנדערע זאך, איז דאס ממש א סימן אז דאס איז מעשה ידיו פון צוויי באזינדערע שרייבערס וואס האבן געהאלטן אנדערש. איך זע נישט פארוואס מען קען נישט זאגן פשוט אז איין פסוק שטייט איין דעטאל, און אין די אנדערע פסוק שטייט אן אנדערע דעטאל.

עס שטייט נישט אין פסוק אז נאר די טייך וועט ווערן בלוט 'און נישט אלע אנדערע וואסער' סך הכל שטייט נאר דערמאנט די טייך, און שפעטער ווען ער שמועסט אויס אז עס איז געווען איבעראל בלוט פארשטייט מען שוין אליין אז דאס האט ער אויך אנגעווארנט פרעה. אדער קען אפילו זיין אז דאס האט ער נישט אנגעווארנט פרעה, און ער האט עס געלאזט פאר א סערפרייז. דהיינו ער האט אנגעווארנט אויף די עיקר מכה, אבער האט טאקע נישט אויסגעשמועסט ווי ווייט עס וועט גיין.
איך פארשטיי נישט
די אייבערשטער הייסט משה זאגן פאר פרעה: שלאגן צו ברענגען די וואסער אויפן יאור
משה הייסט אהרן: אויפהייבן די שטעקן צו ברענגען בלוט איבער אלע וואסערן
אהרן האט: אויפגעהויבן די שטעקן, געשלאגן די וואסער און געברענגט בלוט אויפן יאור

דו זעסט נישט די שוועריגקייט? די פסוקים קענען זיך אפלו נישט משלים זיין איינס דעם צווייטן ווייל יעדע איינס רעדט פון אן אנדערע חלק פון די מעשה, די וועג וויאזוי די מאכסט דא צוויי בריסקע דינים (שלאגן פאר די יאור און אויפהייבן פאר די אנדערע וואסער) ביסטו שוין מודה אז דאס זענען צוויי אנדערע דעסקריפציעס פון די צורת המכה

דיין סורפרייז פשט'ל שטימט אפשר אויף די זאגן פאר פרעה (הגם עס איז א היפשע סטרעטש) אבער פארוואס ווען מ'רעדט פון די מכה רעדט מען פונעם יאור? און וואס איז מיטן שלאגן ווס. אויפהייבן?

רד"צ הופמן זאגט אז אלע וואסערן פון מצרים זענען געקומען פונעם יאור, ממילא איז דאס היינו הך, ולפי דבריו דארף מען נאכאלס פארשטיין די שינוי לשון וואס טאנצט אהער און אהין. און ער פרובירט אויך צו פארענטפערן אז באמת האט מען טאקע נאר אויפגעהויבן און נישט געשלאגן, נאר ברענגען די מכה הייסט "שלאגן", אבער די לשון הפסוק "הנה אנכי מכה במטה אשר בידי" איז עס נישט סובל

שמן למאור » דינסטאג אפריל 25, 2023 10:35 pm

· #522746
רביה''ק זי''ע
יא, די שאלה ווערט נאר ווי אנדערש דארפן צוויי נוסחאות זיין איינס פונעם צווייטן אז ס'זאל באקומען א שטעמפל אלס "צוויי באזונדערע טעקסטס"? צוויי אנדערע מגילות יוחסין פאר'ן זעלבן מענטש דאס איז נאר "צוויי נוסחאות פונעם זעלבן טעקסט", אבער צו משה האט געהאלטן דעם שטעקן צו אהרן האט עס געהאלטן דאס איז שוין ממש אינגאנצן "צוויי באזונדערע טעקסטס", ווי קען מען עס בכלל אנדערש אנקוקן?
רביה"ק, במחילה. דא רעדן מיר פון די תורה, חמשה חומשי תורה, וואס מיר נעמען אן אז עס קומט פון משה מפי הגבורה. גרויסע חילוקים אין נ"ך רעדן מיר נישט דא, דאס איז דאך קלאר אז נ"ך איז געשריבן געווארן דורך מערערע שרייבערס. אזוי אויך רעדן מיר נישט פון קיין קליינטשיגע שינוי ניסחאות אין די תורה ווי די משל פון די ירושלמי, (נערי/זאטוטי, מעון/מעונה וכדומה) וואס האט זיך געמאכט איבער די יארן. מיר רעדן פון גרויסע שינוים וואס וואלט נאר געקענט צושטאנד קומען אויב קומט עס ארגינעל פון באזונדערע שרייבערס.

שמן למאור » מיטוואך אפריל 26, 2023 12:19 am

· #522756
סקעפטיקער
זייער אן אינטערעסאנטע פוינט, די פסוקים האבן זיך מיר טאקע אלס געהערט קראצעדיג

איך וויל דא אויסשמועסן א נקודה, איך האב אמאל פארגעלייגט פאר איינעם געוויסע שוועריגקייטן אין פסוקים וואס געבן לכאורה א האנט פאר די מבקרי המקרא, האט ער מיר גע'טענה'ט אז עס האבן נישט געפעלט קיין גדולי ישראל גרויסע מוחות וואס האבן געקענט אפלערנען א פסוק גראד, און האבן נאכאלס נישט געזעהן קיין סתירות וכדו' אלא מאי איז דאס סתם אן אויגפארבלענדעניש, אזוי שרייבט די תורה וכו'. האב איך אים גענטפערט אז ווען איך זעה ווען ווי משה רבינו שרייבט די גאנצע תורה, וואלטן די אלע זאכן נישט געווען קיין קשיות, ווייל די גרעסטע סתירה קען מען פארענטפערן, עס איז נישטא אזא זאך א סתירה וואס מ'קען נישט דרייען האקן און זעצן עס זאל שטימען. אפילו אזא אפענע סתירה ווי צוויי סתירה'דיגע מגילת יוחסין פאר די אותו האיש האט תירוצים! און אפילו אזא אפענע סתירה ווי … אה ניין, דאס קען איך נישט שרייבן דא, באט יא געט די פוינט, אלעס קען מען "פארענטפערן", יעצט ווילאנג עס איז קלאר פאר איינעם אז אלעס האט משה רבינו געשריבן וועט ער אננעמען סיי וואספארא תירוץ ענדערש ווי ביקורת המקרא, ווייל יעדער וואלט דאס געטוהן ווען מ'וואלט דאס געזעהן מיט די אייגענע אויגן. אבער אויב איז מען נישט זיכער מיט די מציאות און מ'הייבט אן שוקל זיין, דעמאלטס זענען די קשיות שטארק נוטה אויף להיפך. מיינט דאס אז ביקורת המקרא איז אמת? דאס דארף מען פרעגן דעם חכם הרזים @מי אני וואס אמת מיינט, אבער די קשיות איז עפעס וואס מ'דארף דערמיט דיעלן
ביסט 100 פראצענט גערעכט, און דאס איז טאקע די סיבה וואס איך האב אוועקגעשטעלט דעם אשכול דא. א ראציאנאלן מענטש דארף נעמען די קשיות מיט די תירוצים/דחוקים, און זען וואס עס לייגט זיך מער אויפן שכל. גאר אסאך מאל הערט מען א באמבע קשיא און עס זעט אויס ווי עס האט ממש נישט קיין תירוץ, אמאל לערנט מען א שטיקל גמרא און מען פארשטייט ממש נישט וויאזוי די שטיקל קען שטימען, דאן נעמט מען ארויס א ארטסקרול, און מען זעט א מורא'דיגע שיינע פשט, נישט קיין דוחק, און אלעס ווערט שיין הערליך מסודר. אמאל קומט די חברותא אויף מיט א גוטע פשט וואס קלארט ממש אלעס אויס. דא אויך איז דא אמאל וואס עס פאלט איין א קשיא, אדער מען הערט/ליינט פון א צווייטן, און עס ווערט ממש שווער אויפן הארצן, אבער מען קוקט אריין אין די מפרשים און מען זעט אז קשיא מעיקרא ליתא, עס האט זייער א גוטן פשט פארוואס עס שטייט אזוי, נישט קיין באבע תירוצים; אמאל אבער איז עס אבער יא געקוועטשט. די ציל דא איז צו געבן די בעסטע ענטפערס וואס נאר שייך צו פארענטפערן אויף די קשיות, און שפעטער קען שוין יעדער בוחר זיין וואס עס לייגט זיך מער אויפן שכל. אבער קודם זאלן מיר האבן קלאר אלע מעגליכע אפציעס אויפן טיש, און נישט פאסן קיין באשלוסן מיט מעגליכע בליינד ספאטס. נאכן אלעס הערן האב איך נישט קיין פראבלעם אז יעדער זאל זיך מאכן זיינע אייגענע באשלוסן, והבוחר יבחר.

גאר אסאך מאל זענען די מבקרים אויך מעיילי פילי בחוטי, און זיי דראפן זיך סתם אויף גראדע ווענט צו קוועטשן אז עס שטימט נישט אז עס קומט פון איין שרייבער, ווען אין פאקט קען מען אלעס זייער שיין מסביר זיין. דא איז די פלאץ אויסצושמועסן אלעס פון אלע צדדים, און דערנאך ערשט פאסן באשלוסן.
סקעפטיקער
איך פארשטיי נישט
די אייבערשטער הייסט משה זאגן פאר פרעה: שלאגן צו ברענגען די וואסער אויפן יאור
משה הייסט אהרן: אויפהייבן די שטעקן צו ברענגען בלוט איבער אלע וואסערן
אהרן האט: אויפגעהויבן די שטעקן, געשלאגן די וואסער און געברענגט בלוט אויפן יאור

דו זעסט נישט די שוועריגקייט? די פסוקים קענען זיך אפילו נישט משלים זיין איינס דעם צווייטן ווייל יעדע איינס רעדט פון אן אנדערע חלק פון די מעשה, די וועג וויאזוי די מאכסט דא צוויי בריסקע דינים (שלאגן פאר די יאור און אויפהייבן פאר די אנדערע וואסער) ביסטו שוין מודה אז דאס זענען צוויי אנדערע דעסקריפציעס פון די צורת המכה

דיין סורפרייז פשט'ל שטימט אפשר אויף די זאגן פאר פרעה (הגם עס איז א היפשע סטרעטש) אבער פארוואס ווען מ'רעדט פון די מכה רעדט מען פונעם יאור? און וואס איז מיטן שלאגן ווס. אויפהייבן?

רד"צ הופמן זאגט אז אלע וואסערן פון מצרים זענען געקומען פונעם יאור, ממילא איז דאס היינו הך, ולפי דבריו דארף מען נאכאלס פארשטיין די שינוי לשון וואס טאנצט אהער און אהין. און ער פרובירט אויך צו פארענטפערן אז באמת האט מען טאקע נאר אויפגעהויבן און נישט געשלאגן, נאר ברענגען די מכה הייסט "שלאגן", אבער די לשון הפסוק "הנה אנכי מכה במטה אשר בידי" איז עס נישט סובל
איך בין מסכים אז די קשיות זענען גאנץ שטארקע דא, ס'איז אנגעכאפט גאר א גוטע ביקורת. ווי געשמועסט פראביר איך צו געבן מיין בעסטע ענטפערס, און אנדערע קענען משלים זיין.

די קשיא אז זיי רעדן פון אנדערע חלקים איז נישט אזוי שווער אויב נעמט מען אן אז ס'איז טאקע איין שרייבער וואס פארלאזט זיך אז די שטיקלעך וועלן זיך שוין אליין משלים זיין. די באשעפער הייסט 'שלאגן' די 'יאור', וואס דאס איז די עיקר מכה, און דאס ווארנט מען אויך אן פאר פרעה, אבער ווען עס קומט צו די חלק ווי גאט הייסט אויסצופירן די מכה (פסוק י"ט) ברענגט מען שוין אויך די אנדערע פרטים, פון 'אויפהייבן' אויף 'אלע וואסערן'. אויב נעמט מען אן אז ס'איז איין שרייבער דאן רעדט ער יא פון 'אלע וואסערן' ביים ברענגען די מכה אין פסוק כ"א (וואס ווערט צוטיילט לויט די מבקרים). אויב אזוי רעדט מען שוין ביים ברענגען די מכה פון אלע פרטים, 'אויפהייבן', 'שלאגן', 'יאור' און 'אלע וואסערן'.

תוהו ובוהו » מיטוואך אפריל 26, 2023 12:40 am

· #522761
החכם @מי אני האט שוין צוגעצייכנט דעם אשכול פון @יעקב מעקסוועל, און דער גאנצער שמועס וואס איז דארט געווארן איז נוגע אויך דא.

די אלע תירוצים וואס דו שרייבסט זענען טאקע דאס - תירוצים. דהיינו, ווען איינער איז סטאק מיט צוויי הנחות וואס קומען זיך נישט צוזאם דארף ער אביסל שניידן פון די אדער יענע צו מאכן שלום. לענינינו, דער ארטאדאקסישער מאמין וועט אננעמען די אלע תירוצים, און מיט רעכט, ווייל ביי אים איז ברור די הנחות אויף וואס די "קשיות" זענען געבויט. אבער ווער ס'פארמאגט ליידער נישט די הנחות האט נישט קיין סיבה צו זוכן "תירוצים" און ער זאגט וואס איז אים מסתבר, און ווידער מיט רעכט.

כ'וועל אראפברענגען וואס כ'האב געשריבן אין יענעם אשכול:
תוהו ובוהו
בייבל קריטיק ווערט נישט ניזון אויף ''קשיות וואס דארפן א תירוץ'', אין יעדעס בייבל קריטיקירער ווייסט אויך אז מ'קען אלעס פארענטפערן אויב זאל נתברר ווערן אז ס'איז באמת געשריבן דורך איין מענטש וכו' וכו', און נישט נאר דאס נאר די אלע תירוצים מוז מען באמת נוצן אפילו לשיטתם אויפן 'עורך' - וואס מ'זעהט קלאר אז ער האט געוואלט מאכן סענס און סדר און פראבירט צוזאמשמעלצן די פארשידענע ווערסיעס - איז מסתבר אז ער האט געהאלטן אז מדינים מיט ישמעאלים איז נישט קיין גרויסע סתירה אז ער זאל עס דארפן רעדאגירן, דעריבער דארף מען זאגן ווי דער אבן עזרא.

און אלמלי זאל עס זיין געבויעט אויף קשיות איז אוודאי נאריש צו זאגן אז מיין תירוץ (אז ס'איז צוויי ווערסיעס), איז מער מוכרח ווי דיינס (מפרשי המקרא).

בייבל קריטיק אזי אבער געבויעט אויפן באטראכטן מקרא אן קיין הנחות קדומות, און דן זיין טעקסט פון טעקסט, וואס גאר אסאך מאל ווערן די קשיות נאר נולד נאכן אננעמען די הנחה קדומה. צ.ב. די סיפור בריאת האדם שטייט קלאר אין די תורה צוויי ווערסיעס דערפון איינס נאכן צווייטן, יעצט מ'קען נאר פרעגן 'קשיות' דערויף נאכן האבן כאטש טייל פון די אויבנדערמאנטע הנחות, איז אויף דעם זאגט דער בייבל קריטיק ''מאך נישט קיין הנחות און פרעג נישט קיין קשיות'', (און אויף דעם דרך, איז דאס עצם אננעמען אז איינער האט אלעס געשריבן אן הנחה קדומה).
-------

בנוגע דיינע תירוצימ'לעך, טייל זענען לייטישע טיפישע מפרשי-המקרא תירוצים און טייל זענען גרויסע דוחקים.

דו שרייבסט אז ס'איז געווען א מעמד התראה וואס אויף דעם האט גאט מצווה געווען משה, און 'שפעטער' א מעמד הבאת המכה וואס אויף דעם האט ער מצווה געווען משה צו הייסן אהרן. אין פסוק איז קלאר משמע אז די התראה און הבאת המכה איז געווען גלייך דארט לעיני פראה על היאור; דאס איז דער פשוט'ער טייטש פון "הנה אנוכי מכה במטה" - אט שלאג איך דעם יאור, וכך עשה. דעריבער, ווען איז געווען דער צווייטער ציווי? בפשטות איז עס געווען אויפאיינמאל און גאט איז זיך היפש סותר אין זיינע ציוויים.

איך וואלט מציע געווען אן אנדערן טראדיציאנאלן מפרשי-המקרא תירוץ וואס וועט בעסער שטימען לדעתי: גאט האט באפוילן משה צו שלאגן דעם יאור מיט זיין אלטן באקאנטן שטעקן און איר פארוואנדלען אין בלוט, און אין דער זעלבער צייט זאל אהרן בייגן זיין שטעקן אויף אלע וואסערן פון מצרים און זיי פארוואנדלען אין בלוט.

לויט דעם שטימט אלעס כמין חומר, אלע דיוקים זענען פארענטפערט: קודם שטייט דער ציווי השם צו משה, דערנאך דער ציווי השם וואס אהרן זאל טון. און ס'שטימט נאך בעסער דעם פסוק: "ויעשו כן משה ואהרן וגו'", וואס איז לכאורה שווער, ספעציעל לויט די מבקרי המקרא - וואס האט משה געטון? ער האט איבערגעזאגט דעם ציווי השם פאר אהרן, דאס מיינט אז ער האט געטון כאשר צוה השם? א שטיקל דוחק. לויט דעם פשט איז דאס פארענטפערט.

ולפי זה וועט "וירם במטה ויך את המים" אין פסוק כ' זיך באציען צו משה און נישט אהרן ודו"ק, און אהרנ'ס בייגן זיין שטעקן ווערט נישט דערמאנט אין פסוק נאר דורך אירע קאנסעקווענצן - "ויהי הדם בכל ארץ מצרים".

שמן למאור
עס שטייט נישט אין פסוק אז נאר די טייך וועט ווערן בלוט 'און נישט אלע אנדערע וואסער' סך הכל שטייט נאר דערמאנט די טייך, און שפעטער ווען ער שמועסט אויס אז עס איז געווען איבעראל בלוט פארשטייט מען שוין אליין אז דאס האט ער אויך אנגעווארנט פרעה.
פון פסוק כד איז קלאר משמע אז נאר דער יאור איז אפעקטירט געווארן.

שמן למאור » מיטוואך אפריל 26, 2023 1:54 am

· #522766
תוהו ובוהו
דו שרייבסט אז ס'איז געווען א מעמד התראה וואס אויף דעם האט גאט מצווה געווען משה, און 'שפעטער' א מעמד הבאת המכה וואס אויף דעם האט ער מצווה געווען משה צו הייסן אהרן. אין פסוק איז קלאר משמע אז די התראה און הבאת המכה איז געווען גלייך דארט לעיני פראה על היאור; דאס איז דער פשוט'ער טייטש פון "הנה אנוכי מכה במטה" - אט שלאג איך דעם יאור, וכך עשה. דעריבער, ווען איז געווען דער צווייטער ציווי? בפשטות איז עס געווען אויפאיינמאל און גאט איז זיך היפש סותר אין זיינע ציוויים.
איך זע נישט פון וואו דו נעמסט אז די התראה איז געווען צוזאמען מיטן הבאת המכה. דער דיוק פון 'הנה אנכי' איז גאנץ שוואך, עס מיינט סתם אז אט אט גיי איך דאס טון.

אין די פסוקים שטייט לכאורה דריי חלקים.
1) די באשעפער הייסט משה ווארענען פרעה (פסוקים יד-י"ט)
2) די באשעפער זאגט פאר משה צו זאגן פאר אהרן צו ברענגען די מכה (פסוק י"ט)
3) משה און אהרן ברענגען פאקטיש די מכה (פסוקים כ-כו)

יעצט בעצם פעלט א חלק פון די מעשה, און דאס איז די חלק ווי משה גייט פאקטיש ווארענען פרעה, דאס ווערט אינגאנצן נישט דערמאנט. לכאורה איז עס מובן מעליו און עס פעלט נישט אויס צו שטיין, אזוי אז עס גיבט די עלוזיע אז עס איז נישטא קיין הפסק צווישן פסוק י"ח און י"ט, אבער בעצם קומט א הפסק דארטן און עס פעלט די פרטים פון די מעשה, אזוי אז עס מוז נישט זיין אז עס איז געווען לפני פרעה.
תוהו ובוהו
און ס'שטימט נאך בעסער דעם פסוק: "ויעשו כן משה ואהרן וגו'", וואס איז לכאורה שווער, ספעציעל לויט די מבקרי המקרא - וואס האט משה געטון? ער האט איבערגעזאגט דעם ציווי השם פאר אהרן, דאס מיינט אז ער האט געטון כאשר צוה השם? א שטיקל דוחק. לויט דעם פשט איז דאס פארענטפערט.
נישט אזא שווערע קשיא, ווייל אין די פסוק איז דא א קלארע ציווי השם אז ער זאל דאס איבערזאגן צו אהרן. דער באשעפער האט א ספעציעלן שליחות פאר משה, און א ספעציעלע שליחות פאר אהרן. משה דארף איבערזאגן פאר אהרן וואס צו טון, און אהרן דארף טון. יט) וַיֹּאמֶר ה' אֶל-מֹשֶׁה 'אֱמֹר אֶל-אַהֲרֹן' 'קַח מַטְּךָ' וּנְטֵה יָדְךָ וגו' און אויף דעם גייט ארויף דעם כ) וַיַּעֲשׂוּ-כֵן 'מֹשֶׁה וְאַהֲרֹן' כַּאֲשֶׁר צִוָּה ה'.. יעדער אויף זיין חלק.

תוהו ובוהו
שמן למאור
עס שטייט נישט אין פסוק אז נאר די טייך וועט ווערן בלוט 'און נישט אלע אנדערע וואסער' סך הכל שטייט נאר דערמאנט די טייך, און שפעטער ווען ער שמועסט אויס אז עס איז געווען איבעראל בלוט פארשטייט מען שוין אליין אז דאס האט ער אויך אנגעווארנט פרעה.
פון פסוק כד איז קלאר משמע אז נאר דער יאור איז אפעקטירט געווארן.
פון פסוק כ"א זעט מען שוין אז סיי די יאור און סיי 'כל ארץ מצרים' איז געווארן אפעקטירט פון די דם. אין פסוק כ"ד פארציילט נאר די תורה אז די מצריים האבן פראבירט א טאקטיק פון גראבן וואסער ארום די יאור (וואס איז געווען די עיקר פלאץ פון וואו מען האט גענומען וואסער) נאכן זען אז די יאור (און כמובן אויך די קלענערע נהרים ואגמים וואס ציען זיך פונעם עיקר יאור) איז געווארן בלוט.

אבער תוהו.. דיין פשט איז גאנץ גוט.. נישט אוועקצומאכן..

רביה''ק זי''ע » מיטוואך אפריל 26, 2023 8:50 am

· #522776
שמן למאור
רביה''ק זי''ע
יא, די שאלה ווערט נאר ווי אנדערש דארפן צוויי נוסחאות זיין איינס פונעם צווייטן אז ס'זאל באקומען א שטעמפל אלס "צוויי באזונדערע טעקסטס"? צוויי אנדערע מגילות יוחסין פאר'ן זעלבן מענטש דאס איז נאר "צוויי נוסחאות פונעם זעלבן טעקסט", אבער צו משה האט געהאלטן דעם שטעקן צו אהרן האט עס געהאלטן דאס איז שוין ממש אינגאנצן "צוויי באזונדערע טעקסטס", ווי קען מען עס בכלל אנדערש אנקוקן?
רביה"ק, במחילה. דא רעדן מיר פון די תורה, חמשה חומשי תורה, וואס מיר נעמען אן אז עס קומט פון משה מפי הגבורה. גרויסע חילוקים אין נ"ך רעדן מיר נישט דא, דאס איז דאך קלאר אז נ"ך איז געשריבן געווארן דורך מערערע שרייבערס. אזוי אויך רעדן מיר נישט פון קיין קליינטשיגע שינוי ניסחאות אין די תורה ווי די משל פון די ירושלמי, (נערי/זאטוטי, מעון/מעונה וכדומה) וואס האט זיך געמאכט איבער די יארן. מיר רעדן פון גרויסע שינוים וואס וואלט נאר געקענט צושטאנד קומען אויב קומט עס ארגינעל פון באזונדערע שרייבערס.
איך בין דיר מוחל בלב שלום, רש"י איז אבער דער וואס מאכט די טשולענט פונעם ירושלמי און די 'גרויסע חילוקים אין נ"ך', דארפסטו בעטן מחילה פון איהם...

וואס שטערט דיך אזוי שטארק אז די אידישקייט בלייבט גערעכט אפילו מיט ביקורת המקרא? איז דא עפעס א בייעס דא פאר פריקות עול? 😮 😲

קל וחומר » מיטוואך אפריל 26, 2023 9:49 am

· #522780
Re: שו"ת אין ביקורת המקרא
https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%97%D7%95%D7%A7%D7%99_%D7%94%D7%AA%D7%95%D7%A8%D7%94_%D7%95%D7%97%D7%95%D7%A7%D7%99_%D7%97%D7%9E%D7%95%D7%A8%D7%91%D7%99

חוקי חמורבי איז פון בערך דריי פיר הונדערט יאר קודם מתן תורה, ס'האט געהייסן צו זיין גאר פאפולערע חוקים.
איז יתכן אז גאט האט אים געגעבן א sneak peak אינעם תורה קודם שניתנה?

כרם זית » מיטוואך אפריל 26, 2023 10:08 am

· #522783
קל וחומר
חוקי חמורבי איז פון בערך דריי פיר הונדערט יאר קודם מתן תורה, ס'האט געהייסן צו זיין גאר פאפולערע חוקים.
איז יתכן אז גאט האט אים געגעבן א sneak peak אינעם תורה קודם שניתנה?
דאס איז דאך דער רמב''ם'ס מהלך אז די תורה איז נישט געקומען מחדש זיין נייע געזעצן, נאר אויסמענטשלען די אלטע אריינגעבאקנע פרימיטיווע געזעצן.

שמן למאור » מיטוואך אפריל 26, 2023 10:27 am

· #522785
רביה''ק זי''ע
שמן למאור
רביה''ק זי''ע
יא, די שאלה ווערט נאר ווי אנדערש דארפן צוויי נוסחאות זיין איינס פונעם צווייטן אז ס'זאל באקומען א שטעמפל אלס "צוויי באזונדערע טעקסטס"? צוויי אנדערע מגילות יוחסין פאר'ן זעלבן מענטש דאס איז נאר "צוויי נוסחאות פונעם זעלבן טעקסט", אבער צו משה האט געהאלטן דעם שטעקן צו אהרן האט עס געהאלטן דאס איז שוין ממש אינגאנצן "צוויי באזונדערע טעקסטס", ווי קען מען עס בכלל אנדערש אנקוקן?
רביה"ק, במחילה. דא רעדן מיר פון די תורה, חמשה חומשי תורה, וואס מיר נעמען אן אז עס קומט פון משה מפי הגבורה. גרויסע חילוקים אין נ"ך רעדן מיר נישט דא, דאס איז דאך קלאר אז נ"ך איז געשריבן געווארן דורך מערערע שרייבערס. אזוי אויך רעדן מיר נישט פון קיין קליינטשיגע שינוי ניסחאות אין די תורה ווי די משל פון די ירושלמי, (נערי/זאטוטי, מעון/מעונה וכדומה) וואס האט זיך געמאכט איבער די יארן. מיר רעדן פון גרויסע שינוים וואס וואלט נאר געקענט צושטאנד קומען אויב קומט עס ארגינעל פון באזונדערע שרייבערס.
איך בין דיר מוחל בלב שלום, רש"י איז אבער דער וואס מאכט די טשולענט פונעם ירושלמי און די 'גרויסע חילוקים אין נ"ך', דארפסטו בעטן מחילה פון איהם...

וואס שטערט דיך אזוי שטארק אז די אידישקייט בלייבט גערעכט אפילו מיט ביקורת המקרא? איז דא עפעס א בייעס דא פאר פריקות עול? 😮 😲
איך וועל טרייען נאך איין מאל, די נעקסטע הקפה טאנץ אליין ביטע. רש"י ברענגט נאך פון די ירושלמי די געדאנק אז מען האט אויסגעוועלט געוויסע ספרים פון אנדערע און מען האט בוחר געווען די ריכטיגע גירסא. דאס האט מען געטון אויף די 'קליינטשיגע חילוקים' אין גירסאות וואס האט זיך געמאכט אויף די תורה מיט די יארן. רש"י שטעלט דאס צו צו די 'גרויסע' חילוקים אין דברי הימים, און איז מסביר אז דא בשעתן שרייבן האט מען עס אויך געטון דורכן אויסוועלן גוטע ספרי יוחסין פון די נישט גוטע, אזוי אז עס האט זיך געקענט מאכן גרעסערע טעותים, ווייל עס קומט טאקע פון אפאר אנדערע ספרים אין שרייבערס!

די גרויסע הבדל איז אבער, צו מען גייט פון אויבן אראפ אדער פון אינטן ארויף.

דהיינו, ביי דברי הימים, איז דא א שינוי ניסחאות, (טאקע גרויסע חילוקים) ווייל מען האט עס געשריבן בעיסט אויף סתירה'דיגע מקורות און מגילת יוחסין, און מען האט געדארפט בוחר זיין די ריכטיגע, אטאמאטיש איז אריין גרויסע טעותים און סתירות, משא"כ די תורה קומט דאך פון אויבן אראפ. משה האט געשריבן די גאנצע תורה וויאזוי עס איז, יעצט פון דא אין ווייטער מאכט זיך קליינע שינוים מיט די יארן, אבער עד כדי טוישן די גאנצע מעשה צו א סתירה בתוך המעשה קען ממש נישט געשען. (סיידן עס איז טאקע געמאכט געווארן אזוי ווי די דברי הימים מיטן צאמנעמען מתחילה פון עטליכע שרייבערס און ווערסיעס, אבער נישט דאס זאגט רש"י)

רש"י שטעלט נאר צו די חלק פון אויסוועלן ספרים אין בוחר זיין די גוטע ווערסיעס, אבער די חילוק איז הימל אין ערד וכנ"ל.

קל וחומר » מיטוואך אפריל 26, 2023 11:00 am

· #522789
כרם זית
קל וחומר
חוקי חמורבי איז פון בערך דריי פיר הונדערט יאר קודם מתן תורה, ס'האט געהייסן צו זיין גאר פאפולערע חוקים.
איז יתכן אז גאט האט אים געגעבן א sneak peak אינעם תורה קודם שניתנה?
דאס איז דאך דער רמב''ם'ס מהלך אז די תורה איז נישט געקומען מחדש זיין נייע געזעצן, נאר אויסמענטשלען די אלטע אריינגעבאקנע פרימיטיווע געזעצן.
יתכן, אבער אויב איז די אלטע עין תחת עין א פראבלעם און די תורה קומט דאס מתקן זיין דאן פארוואס שטייט נישט קלאר די תיקון 'דמי' עין תחת עין טאקע לתקן העיוות שע"י חמורבי, פארוואס שטייט דאס ממש אקוראט ווי ביי חוקי חמורבי און חז"ל דארפן ארויפלייגן דערויף א דרשה?

סקעפטיקער » מיטוואך אפריל 26, 2023 11:23 am

· #522791
שמן למאור
תוהו ובוהו
שמן למאור
עס שטייט נישט אין פסוק אז נאר די טייך וועט ווערן בלוט 'און נישט אלע אנדערע וואסער' סך הכל שטייט נאר דערמאנט די טייך, און שפעטער ווען ער שמועסט אויס אז עס איז געווען איבעראל בלוט פארשטייט מען שוין אליין אז דאס האט ער אויך אנגעווארנט פרעה.
פון פסוק כד איז קלאר משמע אז נאר דער יאור איז אפעקטירט געווארן.
פון פסוק כ"א זעט מען שוין אז סיי די יאור און סיי 'כל ארץ מצרים' איז געווארן אפעקטירט פון די דם. אין פסוק כ"ד פארציילט נאר די תורה אז די מצריים האבן פראבירט א טאקטיק פון גראבן וואסער ארום די יאור (וואס איז געווען די עיקר פלאץ פון וואו מען האט גענומען וואסער) נאכן זען אז די יאור (און כמובן אויך די קלענערע נהרים ואגמים וואס ציען זיך פונעם עיקר יאור) איז געווארן בלוט.
פשטות הפסוק מיינט אז פון דארט האבן זיי גענומען וואסער, איז דאס נישט קיין סתירה צו "ויהי הדם בכל ארץ מצרים"? (הגם אין מדרש איז דא א דעה אז זיי האבן געזוכט און נישט געטראפן, איז דאס נישט פשטות הפסוק)
שמן למאור
אבער תוהו.. דיין פשט איז גאנץ גוט.. נישט אוועקצומאכן..
פון דא ביז צוויי מקורות צוזאמגעשמאלצן איז א קאצן שפרינג (קיין איין טראדיציאנאלע מפרש לערנט נישט אזוי, נאר ענליכע מהלכים זענען דא אין מדרש שכל טוב און אין רבינו בחיי)

מי אני » מיטוואך אפריל 26, 2023 12:28 pm

· #522794
לגבי עין תחת עין, דערמאנט דאס פון וואס הרב דר. יהושע בּערמאן שרייבט איבער דעם אז סיי חוקי חמורבי און סיי חוקי התורה זענען געגעבן געווארן אדעתא דהכי פון זיין נישט מער ווי א טעמפּלעט, וואס ארום דעם איז מען מפרש. דאס איז געווען די היסטארישע קאנטעקסט ווי אזוי געזעצן זענען געגעבן/געשריבן געווארן אין יענע תקופה. וכן היא לגבי די לעקס טעליאניס געזעץ פון ״עין תחת עין״. והיינו, דאס איז געשריבן עדי צו לערנען דעם כלל פון מדה כנגד מדה און נישט שטראפן מער פון דעם, ועפי״ז קען מען עס דערנאך פארטייטשן און לערנען בפרטיה ביי די פאל וואו עס מאכט זיך ל״ע טאקע, אויף וואס און וואו דאס פונקטליך באדייט.

ועיין כאן וואו איך האב צוגעברענגט פונעם מו״נ בזה (ח״ג פמ״א) אז די געדאנק איז געווען אויסצולערנען מדה כנגד מדה, וחז״ל האבן טאקע געטוישט די אריגינעלע פשט בכתוב.

עס איז מערקווידיג צו באמערקן וואס די צוגעצייכענטע וויקיפידיע בלאט שרייבט בנוגע די השוואה פון ״עין תחת עין״ בין חוקי חמורבי וחוקי התורה והחילוק ביניהם בזה:
על אף העיקרון המשותף של ענישה מידה כנגד מידה, מצוי כאן גם פער בולט: בעוד בתורה ישנו שוויון בפני החוק, בחוקי חמורבי החוק תלוי במעמדות חברתיים - נזק גופני גורר עונש מידה כנגד מידה, אך אם הנפגע הוא בן המעמד הנמוך (משכנם) המזיק מתחייב בקנס כספי בלבד. גם גובה הפיצוי בדיני ממונות מבוסס על מעמד חברתי.

קל וחומר » מיטוואך אפריל 26, 2023 1:12 pm

· #522803
Re: שו"ת אין ביקורת המקרא
אין תורה איז אויך דא די חילוק פון מעמדים.
אן עבד כנעני איז א נכס לכל דבר.

מי אני » מיטוואך אפריל 26, 2023 1:19 pm

· #522805
איה״נ, און דאס דארף מען טאקע פארענטפערן. ענליך צו וויאזוי חז״ל האבן פארשטאנען אז אפילו די אויסגעבעסערטע ווערסיע פון ״עין תחת עין״ דארף מען פארענטפערן/טוישן.

הגם, די תורה האט, ווי-נישט, דאך געגעבן מער מעמד פאר די קנעכט ווי ארומיגע קולטורן, מיט כי יכה איש וגו׳ לא תסגיר וגו׳ וכדומה. די וויקיפידיע בלאט ברענגט אויך אראפ חילוקים אין דעם לגבי עבדים בין חוקי חמורבי וחוקי התורה. אבער אפילו די אויסבעסערונג דארף מען פארענטפערן וכנ״ל.

שמן למאור » זונטאג אפריל 30, 2023 1:36 pm

· #523306
וועלכע קרבנות דארף מען ברענגען שבועות?

אין 2 פלעצער אין די תורה רעדט מען פון די קרבנות וואס מען דארף ברענגען שבועות, אין ויקרא און אין במדבר.

ביי ביידע זעהט מען גראדע א זייער ענליך בכלליות'דיגע בילד, ס'איז אבער פארט פאראן 2 קלארע חילוקים.

1. די עולה פון ויקרא אנטהאלט צווישן אנדערע, 2 ווידער'ס און איין אקס, בשעת די עולה פון במדבר איז פונקט פארקערט, און אנטהאלט 2 אקסן און איין ווידער.
2. אין ויקרא פארלאנגט ער אויך 2 שעפסן פאר א שלמים, בשעת אין במדבר פארלאנגט ער נישט קיין קרבן שלמים.

פאלגענד האט איר די פסוקים:

ויקרא פרק כג
טו וּסְפַרְתֶּם לָכֶם, מִמָּחֳרַת הַשַּׁבָּת, מִיּוֹם הֲבִיאֲכֶם, אֶת-עֹמֶר הַתְּנוּפָה:  שֶׁבַע שַׁבָּתוֹת, תְּמִימֹת תִּהְיֶינָה.  טז עַד מִמָּחֳרַת הַשַּׁבָּת הַשְּׁבִיעִת, תִּסְפְּרוּ חֲמִשִּׁים יוֹם; וְהִקְרַבְתֶּם מִנְחָה חֲדָשָׁה, לַה'.  יז מִמּוֹשְׁבֹתֵיכֶם תָּבִיאּוּ לֶחֶם תְּנוּפָה, שְׁתַּיִם שְׁנֵי עֶשְׂרֹנִים--סֹלֶת תִּהְיֶינָה, חָמֵץ תֵּאָפֶינָה:  בִּכּוּרִים, לַה'.  יח וְהִקְרַבְתֶּם עַל-הַלֶּחֶם, "שִׁבְעַת כְּבָשִׂים תְּמִימִם בְּנֵי שָׁנָה", וּפַר בֶּן-בָּקָר אֶחָד, וְאֵילִם שְׁנָיִם:  יִהְיוּ עֹלָה, לַה', וּמִנְחָתָם וְנִסְכֵּיהֶם, אִשֵּׁה רֵיחַ-נִיחֹחַ לַה'.  יט וַעֲשִׂיתֶם "שְׂעִיר-עִזִּים אֶחָד, לְחַטָּאת"; וּשְׁנֵי כְבָשִׂים בְּנֵי שָׁנָה, לְזֶבַח שְׁלָמִים.  כ וְהֵנִיף הַכֹּהֵן אֹתָם עַל לֶחֶם הַבִּכֻּרִים תְּנוּפָה, לִפְנֵי ה', עַל-שְׁנֵי, כְּבָשִׂים; קֹדֶשׁ יִהְיוּ לַה', לַכֹּהֵן. 

במדבר פרק כח.
כו וּבְיוֹם הַבִּכּוּרִים, בְּהַקְרִיבְכֶם מִנְחָה חֲדָשָׁה לַה'--בְּשָׁבֻעֹתֵיכֶם:  מִקְרָא-קֹדֶשׁ יִהְיֶה לָכֶם, כָּל-מְלֶאכֶת עֲבֹדָה לֹא תַעֲשׂוּ.  כז וְהִקְרַבְתֶּם עוֹלָה לְרֵיחַ נִיחֹחַ, לַה'--פָּרִים בְּנֵי-בָקָר שְׁנַיִם, אַיִל אֶחָד; "שִׁבְעָה כְבָשִׂים, בְּנֵי שָׁנָה".  כח וּמִנְחָתָם--סֹלֶת, בְּלוּלָה בַשָּׁמֶן:  שְׁלֹשָׁה עֶשְׂרֹנִים, לַפָּר הָאֶחָד, שְׁנֵי עֶשְׂרֹנִים, לָאַיִל הָאֶחָד.  כט עִשָּׂרוֹן, עִשָּׂרוֹן, לַכֶּבֶשׂ, הָאֶחָד--לְשִׁבְעַת, הַכְּבָשִׂים.  ל "שְׂעִיר עִזִּים, אֶחָד, לְכַפֵּר, עֲלֵיכֶם".  לא מִלְּבַד עֹלַת הַתָּמִיד, וּמִנְחָתוֹ--תַּעֲשׂוּ; תְּמִימִם יִהְיוּ-לָכֶם, וְנִסְכֵּיהֶם. 

די מקרים וועלן נאטירלעך טענה'ן אז ס'איז צוויי ווערסיעס און עס האט זיך צעמישט צווישן איין קוה און צוויי ווידערן אדער פארקערט, מעגליך גאר א טעות פון איין שרייבער, און אזוי אויך האט דער שרייבער פון במדבר נישט געהאלטן פון די צוויי כבשים פארן שלמים.

צו פארענטפערן די ערשטע שאלה קען מען זאגן פשוט, עס איז צוויי באזונדערע סעטס פון קרבנות, און וואס שטייט דא שטייט נישט דארטן. דהיינו, מען ברענגט צוויי סעטס פון עולה, איין סעט האט איין קוה און צוויי ווידערן, ווידערום די אנדערע סעט האט צוויי קוען און איין ווידער. אין יעדע פרשה שטייט זיין חלק..

און די צווייטע שאלה איז פשוט.. עס מוז נישט איבערשטיין.. עס שטייט דאך שוין אין ויקרא צו ברענגען די צוויי כבשים לשלמים, נו פארוואס זאל עס שטיין נאכאמאל? פונקט ווי עס דארף נישט נאכאמאל שטיין אין במדבר וועגן די שתי הלחם וואס ווערט שוין דערמאנט אין ויקרא.

וואס ווערט נאר יא שווער איז, פארוואס די תורה דארף יא איבער'חזר'ן די שבעה כבשים בני שנה, און די שעיר עזים אחד לחטאת...

די עולם ווערט געבעטן אריינצוקומען מיט בעסערע הסברים..

סקעפטיקער » זונטאג אפריל 30, 2023 1:56 pm

· #523309
לויט רש"י איז די שבעה כבשים און די שעיר עזים אויך צוויי עקסטערע סעטס, ועי' בפירושו של רד"צ הופמן

זיצער » זונטאג אפריל 30, 2023 2:02 pm

· #523313
אין ויקרא ווערט דערמאנט אלע ימים טובים מיט זייערע מצוות היום, אין במדבר ווערט דערמאנט אלע קרבנות פון ימים טובים, די מצוה פון חג השבועות איז שתי הלחם וואס קומט מיט "אירע" קרבנות, וואס איז נישט א חלק פון קרבנות היום.
רמבן

דאס הייסט, עס איז נישט בלויז עקסטערע סעטס וואס מדארף פארענטפערן א סתירה, סאיז צוויי זאכן מתחילה.

סקעפטיקער » זונטאג אפריל 30, 2023 2:40 pm

· #523317
יום כיפור האט די זעלבע פראבלעם, אין אמור ווערן דערמאנט גאנץ אן אנדערע סעט פון קרבנות ווי אין אחרי, און מ'מוז אויך זאגן אזא סארט תירוץ אז אין אחרי רעדט מען פון די עבודת היום מיט די בגדי לבן און אין אמור רעדט מען פון די מוספין. נאר דארט איז דא א מחלוקת אין די גמרא אויב די איל פונעם עולת העם אין אחרי איז די זעלבע ווי אמור, לויט די דיעה אז יא איז טאקע שווער וואס גייט דא פאר, וועלכע זאגט מען איבער און וועלכע נישט

סקעפטיקער » זונטאג אפריל 30, 2023 2:51 pm

· #523319
די פארגאנגענע וואך (אח"ק) איז געווען אן אפענע סתירה צו אן אנדערע פרשה אין די תורה, איך גלייב אז ווען איך גיי מסביר זיין די סתירה גייען זיין וואס גייען לאכן, אבער אז מ'טראכט אריין זעהט מען אז באמת איז דאס א סתירה כאטש מ'קען עס פארענטפערן

אין פרשת אחרי שטייט: ערות אשת אחיך לא תגלה ערות אחיך הוא
און אין קדושים שטייט: ואיש אשר יקח את אשת אחיו נדה הוא ערות אחיו גלה ערירים יהיו

אבער אין פרשת כי תצא שטייט אנדערש: כי ישבו אחים יחדו ומת אחד מהם ובן אין לו לא תהיה אשת המת החוצה לאיש זר יבמה יבא עליה ולקחה לו לאשה ויבמה

א געוואלדיגע סתירה!!!!

יעצט איך ווייס אז יעדער גייט שרייען וואס הייסט? סתם אזוי איז אסור, חוץ במקום יבום. אבער באמת איז דאס א אוקימתא צו פארענטפערן די סתירה, אין פרשת יבום ווערט נישט דערמאנט קיין רמז ורמיזה אז דא ווערט "מותר" עפעס אן איסור, עס איז משמע אז אייביג מעגן די ברודערס מיט איר חתונה האבן, נאר יעצט האבן זיי א "חיוב" חתונה צו האבן. און פארקערט אין פרשת עריות ווערט נישט דערמאנט אז די איסור האט א יוצא מן הכלל. פארשטייט זיך אז דאס איז נישט מוכרח, אבער עס איז ווערט אנצומערקן

כרם זית » זונטאג אפריל 30, 2023 3:44 pm

· #523322
דאס אז אמאל מעג מען יא חתונה האבן מיט א שוועגערין און אמאל נישט איז נישט בהכרח א סתירה בפשטות הכתבים. די פסוק אין אח''ק געט א טעם אז 'ערות אחיו גלה', איז משמע אז די איסור איז נאר ווען דער ברודער לעבט, משא''כ אין פרשת יבום רעדט מען נאך דער ברודער'ס טויט. די סתירה ווערט נאר לויט חז''ל אז אויך נאכן טויט איז דא אן איסור ערוה, אפילו עס איז מער נישט דא די טעם פון 'ערות אחיו גלה'.
און אפילו לויט חז''ל ווייס איך נישט צי דאס קען אנגעריפן ווערן א סתירה באופן שאר סתירת בביקורת המקרא, וויבאלד די סתירה און תירוץ איז אזוי פשוט, איז מסתבר אז דער 'מאסף' האט אליין אינזינען געהאט די כונה. א סתירה בביקורת המקרא איז לכאורה אין א 'שטילע' סתירה וואס מען דארף א 'חקרן' דאס אויפצוכאפן, און איז עפעס וואס דער מאסף האט נישט אויפגעכאפט אז די צוויי טעקסט איז א סתירה. ולפי זה קען אפילו זיין אז פרשת יבום איז געשריבן געווארן דורך די זעלבע שרייבער פון פרשת העריות.

תוהו ובוהו » זונטאג אפריל 30, 2023 4:18 pm

· #523324
כרם זית
דאס אז אמאל מעג מען יא חתונה האבן מיט א שוועגערין און אמאל נישט איז נישט בהכרח א סתירה בפשטות הכתבים. די פסוק אין אח''ק געט א טעם אז 'ערות אחיו גלה', איז משמע אז די איסור איז נאר ווען דער ברודער לעבט, משא''כ אין פרשת יבום רעדט מען נאך דער ברודער'ס טויט. די סתירה ווערט נאר לויט חז''ל אז אויך נאכן טויט איז דא אן איסור ערוה, אפילו עס איז מער נישט דא די טעם פון 'ערות אחיו גלה'.
זייער שיין, וכך פשטן של דברים לענ"ד.
כרם זית
און אפילו לויט חז''ל ווייס איך נישט צי דאס קען אנגעריפן ווערן א סתירה באופן שאר סתירת בביקורת המקרא, וויבאלד די סתירה און תירוץ איז אזוי פשוט, איז מסתבר אז דער 'מאסף' האט אליין אינזינען געהאט די כונה. א סתירה בביקורת המקרא איז לכאורה אין א 'שטילע' סתירה וואס מען דארף א 'חקרן' דאס אויפצוכאפן, און איז עפעס וואס דער מאסף האט נישט אויפגעכאפט אז די צוויי טעקסט איז א סתירה. ולפי זה קען אפילו זיין אז פרשת יבום איז געשריבן געווארן דורך די זעלבע שרייבער פון פרשת העריות.
הפוך גוטה, הפוך.

דאס אז ס'איז מסתבר אז דער עורך האט אינזין געהאט א תירוץ מאכט עס נישט ווייניגער ביקורת המקרא, און אפשר גאר פונקט פארקערט ודו"ק.

רוב אלגעמיינע סתירות זענען טאקע אזעלכע וואס מ'קען "פארענטפערן", און פיל פון זיי איז טאקע מסתבר אז דער עורך איז געגאנגען מיט'ן תירוץ, אבער דאך כאפט מען אויף אז עס קומט פון צוויי מקומות. גראבע סתירות איז שוין א גרעסערע זעלטנהייט און נישט אויף דעם לעבט ביקורת המקרא.

כרם זית » זונטאג אפריל 30, 2023 4:25 pm

· #523327
ווי איך פארשטיי קומט בקורת המקרא 'אויפדעקן' וואס דער מאסף האט פארזען, ממילא ווען עס קומט צו א גראבע סתירה, און בפרט אז די תירץ איז אויך פשוט, איז מסתבר צו זאגן אז דאס איז געווען דער מאסף'ס (אדער 'די' מאסף ווי @מי אני האט ערגעץ געשריבן בשם חוקרי המקרא אז א געוויסע חלק האט א פרוי געשריבן - לכאורה די חלק אויף וואס חז''ל זאגן כל המלמד בתו תורה כאילו מלמדה תפלות...) כונה מתחילה ממילא קען עס נישט אנגעריפן ווערן א 'קשיא' און א 'תירוץ' ווייל 'דאס שטעיט דא'.

תוהו ובוהו » זונטאג אפריל 30, 2023 4:43 pm

· #523330
כרם זית
ווי איך פארשטיי קומט בקורת המקרא 'אויפדעקן' וואס דער מאסף האט פארזען, ממילא ווען עס קומט צו א גראבע סתירה, און בפרט אז די תירץ איז אויך פשוט, איז מסתבר צו זאגן אז דאס איז געווען דער מאסף'ס (אדער 'די' מאסף ווי @מי אני האט ערגעץ געשריבן בשם חוקרי המקרא אז א געוויסע חלק האט א פרוי געשריבן - לכאורה די חלק אויף וואס חז''ל זאגן כל המלמד בתו תורה כאילו מלמדה תפלות...) כונה מתחילה ממילא קען עס נישט אנגעריפן ווערן א 'קשיא' און א 'תירוץ' ווייל 'דאס שטעיט דא'.
ווי איך פארשטיי, קומט ביקורת המקרא אויפווייזן טאקע דאס - אז ס'איז געווען א 'מאסף'... אויפווייזן א מאסף, און נאך מיט א תירוץ וואס איז געלאפן ביי אים אין קאפ איז בלויז מער געשמאקער...

חוץ מזה, מיין איך איז גאנץ פשוט אז דער מאסף/מאספת/מאספים האבן נישט אלעמאל פרובירט אהערצושטעלן כאילו ס'איז איין מחבר, נאר ס'איז - זיכער טיילווייז - אפיציעל געווען א ליקוט פון מסורות און באקאנטע לעגענדעס, מיט אלע אירע ווערסיעס.

סקעפטיקער » זונטאג אפריל 30, 2023 4:49 pm

· #523331
כרם זית
דאס אז אמאל מעג מען יא חתונה האבן מיט א שוועגערין און אמאל נישט איז נישט בהכרח א סתירה בפשטות הכתבים. די פסוק אין אח''ק געט א טעם אז 'ערות אחיו גלה', איז משמע אז די איסור איז נאר ווען דער ברודער לעבט, משא''כ אין פרשת יבום רעדט מען נאך דער ברודער'ס טויט. די סתירה ווערט נאר לויט חז''ל אז אויך נאכן טויט איז דא אן איסור ערוה, אפילו עס איז מער נישט דא די טעם פון 'ערות אחיו גלה'.
איך זעה נישט די הכרח צו דיין פשט, ראשית כל אויב די ברודער לעבט איז דאך עס בכלל ואשת עמיתך לא תתן שכבתך, און אויך וויאזוי טייטשסטו ביי בת בנך "כי ערותך הנה"?

כרם זית » זונטאג אפריל 30, 2023 4:51 pm

· #523332
כהאב געמיינט צו זאגן לעבט נאך אויף די וועלט, אבער זיי לעבן מער נישט צוזאמען. אויף דיין צווייטע קשיא האב איך נישט קיין תירוץ.

סקעפטיקער » זונטאג אפריל 30, 2023 5:45 pm

· #523335
כרם זית
כהאב געמיינט צו זאגן לעבט נאך אויף די וועלט, אבער זיי לעבן מער נישט צוזאמען. אויף דיין צווייטע קשיא האב איך נישט קיין תירוץ.
איינמאל גרושה איז אסור, מהיכי תיתי אז אלמנה איז אנדערש?

שמן למאור » זונטאג אפריל 30, 2023 10:17 pm

· #523369
סקעפטיקער
כרם זית
כהאב געמיינט צו זאגן לעבט נאך אויף די וועלט, אבער זיי לעבן מער נישט צוזאמען. אויף דיין צווייטע קשיא האב איך נישט קיין תירוץ.
איינמאל גרושה איז אסור, מהיכי תיתי אז אלמנה איז אנדערש?
אויף חז"ל איז טאקע שווער מאי נ"מ? אבער די פסוקים קען מען לערנען אז עס ווערט אויס ערוה איינמאל זיי לעבן מער נישט צוזאמען, דהיינו סיי אויב די ברודער איז געשטארבן, און סיי אויב זיי האבן זיך גע'גט.
סקעפטיקער
וויאזוי טייטשסטו ביי בת בנך "כי ערותך הנה"?
'כי ערות אחיך הוא' איז בלויז די סיבה וואס די תורה גיבט פארן איסור, נעמליך אז ס'איז ערות אחיך. אן ערוה איז טייטש יעדע איסור חתנות וואס איז אסור מחמת קירבה. אבער ווען די ברודער שטארבט, 'אדער גט זיך', איז עס שוין נישט ערות אחיך.. ווייל דאס וואס האט עס געמאכט פאר אן ערוה (דהיינו די חתונה'שאפט פונעם ברודער) איז שוין מער נישטא..

אבער ביי בת בנך בלייבט עס לעולם.. עס טוישט זיך גארנישט, עס בלייבט אייביג 'כי ערותך הנה'..

סקעפטיקער » מאנטאג מאי 1, 2023 11:55 am

· #523416

1) אויב די איסור איז נאר ווען זיי לעבן צוזאמען איז דאך עס אסור אלס אשת איש
2) דעמאלטס וואס איז די ראי' אז ערות אחיך היא מיינט נאר ווען זיי זענען צוזאמען? אפשר בלייבט עס אסור אייביג?

שמן למאור » מאנטאג מאי 1, 2023 2:35 pm

· #523428

1) דאס איז טאקע א גוטע קשיא, מען קען עס פארענטפערן מיט די סטענדערד joker תירוץ וואס חז"ל ניצן כסדר, 'לעבור עליו בשני לאווין'.. אבער דאס איז נאר גוט ווען מען האט נישט עפעס בעסערס.. ס'איז טאקע א באבע תירוץ.

2) קיין ראיה איז טאקע נישט דא, וואס מען זאגט נאר איז אז 'מען וואלט געקענט' זאגן אז דאס איז פשט אין פסוק. עס איז נאר 'ערות אחיך' ווילאנג דער ברודער איז נאך מיט איר (וואס דאס האט דאך איר געמאכט פאר אן ערוה אין די פערסט פלעיס) אבער איינמאל זיי לעבן שוין מער נישט צוזאמען, גייט עס צוריק צו די מצב פון בעפאר און זי ווערט אויס ערוה.

סקעפטיקער » פרייטאג יוני 23, 2023 12:26 pm

· #529496
די וואכעדיגע סדרה פרשת קרח איז איינע פון די שטארקע פלעצער פון ווי די מבקרים ברענגען א ראי' אויף א צוזמאגעשטעלטע נארעטיוו, איך לייג דא ארויף א לענגערע באשרייבונג איבער דעם, זאל די עולם צוריק קומען נאך שבת מיט גוטע תירוצים
📎 Korah, Datan and Abiram A Case Study for the Methods of Academic Biblical Studies.pdf

סקעפטיקער » דינסטאג יוני 27, 2023 5:04 pm

· #529816
און ער וויל גאר זאגן אז פרה אדומה איז א פארצייטישע רעסעפי פאר זייף

שמן למאור » מיטוואך יוני 28, 2023 12:48 am

· #529837
אז מען רעדט פון שאלות ותשובות אין ביקורת, איז נישט שייך אויסצולאזן די באקאנטע באמבע קשיא; "וויפיל יאר זענען די אידן געווען אין מצרים"?

אין פסוק ספר שמות יב, מ, שטייט קלאר; וּמוֹשַׁב בְּנֵי יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר יָשְׁבוּ בְּמִצְרָיִם שְׁלֹשִׁים שָׁנָה וְאַרְבַּע מֵאוֹת שָׁנָה. די אידן זענען געווען אין מצרים פאר 430 יאר. פינטל.

רש"י אויפן פלאץ לאזט אונז שוין וויסן אז מען קען נישט לערנען דעם פסוק כפשוטו, ווייל אויב יא האבן מיר א מורא'דיגע פראלעם. ווייל קהת איז דאך געווען פון די יורדי מצרים אונאיינעם מיט יעקב אבינו, ער איז געווען פון די שבעים נפש וואס די פסוק רעדט פון אין פרשת שמות.

אין פרשת וארא (פרק ו' פסוק י"ח, כ') רעכנט די פסוקים אויס פינקטליך וויפיל יאר קהת, און זיין זון עמרם האבן געלעבט. קהת האט געלעבט 133 יאר, און עמרם האט געלעבט 137 יאר. יעצט משה רבינו איז דאך געווען 80 יאר ווען ער האט אויסגעלייזט די אידן פון מצרים, ווי עס שטייט קלאר אין פסוק שמות ז, ז. נו רעכן אויס 133+137+80 קומט עס אויס 350 יאר! ניטאמאל נאנט צו 430.

מען דארף נאך אבער אויך רעכענען אז קהת איז שוין געווען עטליכע יאר אלט ווען ער איז אנגעקומען קיין מצרים, קומט אויס אז די 133 יאר זיינע, איז נישט קיין גאנצע. אזוי אויך איז נישט מסתבר אז ער האט געבוירן עמרם די לעצטע יאר פון זיין לעבן, און לפי זה איז די 137 יאר פון עמרם אביסל אריינגערעכנט אין די 133 יאר פון די לעבן פון קהת.

אזוי אויך די 80 יאר פון משה איז אויך שוין אביסל איינגעשלינגען אין די יארן פון עמרם, ווייל ס'איז ווייטער נישט מסתבר אז עמרם האט געבוירן משה ממש די לעצטע יאר פון זיין לעבן. קומט אויס אז די 133, 137 און 80 איז שוין אויך נישט גאנץ, איז וואו קומט מען אן צו 430 יאר???

האט רש"י א געוואלדיגן תירוץ!!! די 430 יאר רעכנט מען נישט פון ווען יעקב מיט די הויזגעזינט איז פאקטיש אראפ קיין מצרים, נאר פון ווען יצחק איז געבוירן געווארן!!!

וואו קומט דא יצחק אריין אונעם בילד? איז רש"י מסביר, ווייל היות ביים ברית בין הבתרים האט גאט געזאגט צו אברהם "גר יהיה זרעך בארץ לא להם" קומט אויס אז ווען אברהם האט געהאט זיין זון יצחק און ער איז טעכניש געווען אין א פרעמדע לאנד האט זיך שוין אנגעפאנגען די "גר יהיה זרעך בארץ לא להם" און מען קען שוין אנפאנגען צו רעכענען פון דעמאלטס די 430 יאר...

איי אין פסוק שטייט קלאר וּמוֹשַׁב בְּנֵי יִשְׂרָאֵל "אֲשֶׁר יָשְׁבוּ בְּמִצְרָיִם" שְׁלֹשִׁים שָׁנָה וְאַרְבַּע מֵאוֹת שָׁנָה? דרייט רש"י מיט די צינג און זאגט אזוי: "אשר ישבו במצרים" - אחר שאר הישיבות שישבו גרים בארץ לא להם "שלשים שנה וארבע מאות שנה" - בין הכל משנולד יצחק עד עכשיו היו ארבע מאות שנה.

סארי, אבער ס'איז זייער א שטארקע דוחק, רש"י מוז אזוי לערנען ווייל עס מוז שטימען מיט חז"ל וואס האבן אזוי געזאגט, אבער אין פסוק איז זייער שווער אזוי צו לערנען. אין פסוק שטייט זייער קלאר אז די אידן זענען געווען "אין מצרים" פאר 430 יאר.

לולי דמסתפינא וואלט איך געזאגט א געוואלדיגע חידוש. דאכצעך אז שטייט נישט אין די פסוקים אינערגעץ אויסגערעכנט ווער עס זענען געווען די שבעים נפש וואס זענען געווען די יורדי מצרים. קען מען אפשר זאגן אז קהת איז בכלל נישט געווען פון די יורדי מצרים און ער איז געבוירן צו זיין טאטע לוי אסאך שפעטער נאכן אנקומען אין מצרים. (לוי שטייט קלאר אין פסוק אז ער איז געבוירן צו זיין טאטע יעקב נאך זייענדיג אין חרן ביים שווער לבן, אבער קהת שטייט נישט קלאר)

אויב זאלן מיר זאגן אז קהת איז געבוירן ערשט לאמיר זאגן 90 יאר נאכן אנקומען קיין מצרים, און ער האט יא געהאט זיין זון עמרם מער סוף ימיו לאמיר זאגן 5 יאר פאר זיין שטארבן. עמרם האט אויך געבוירן משה מער סוף ימיו לאמיר זאגן אויך 5 יאר פאר זיין פטירה. קומט אויס 90+133+137+80=440. יעצט רעכן אראפ צען יאר וואס דאס וועט זיין פאר די צוויי פינעווערס וואס די יארן זענען געווען אריינגעשלינגען אין די אנדערע יארן קומט אויס 430 יאר!

לויט דעם וועט מען מוזן זאגן אז לוי האט געבוירן קהת קרוב צו הונדרעט יאר נאכן אנקומען קיין מצרים (לכה"פ 80 יאר נאכן אנקומען, אויב ווילן מען שטיפן אז קהת און עמרם האבן געבוירן זייער קינדער אין די לעצטע יאר פון זייער לעבן). איי ווער זענען געווען די שבעים נפש? גיי ווייס... נישט מיין פראבלעם... אבער כ'מיין אז דאס איז ווייניגער דוחק ווי רש"י'ס פשט.

וואס זאגט דער עולם?

איציקל » מיטוואך יוני 28, 2023 2:19 am

· #529841
שמן למאור
דאכצעך אז שטייט נישט אין די פסוקים אינערגעץ אויסגערעכנט ווער עס זענען געווען די שבעים נפש וואס זענען געווען די יורדי מצרים. קען מען אפשר זאגן אז קהת איז בכלל נישט געווען פון די יורדי מצרים און ער איז געבוירן צו זיין טאטע לוי אסאך שפעטער נאכן אנקומען אין מצרים.
ואלה שמות בני ישראל הבאים מצרימה וגו' (בראשית מו, ח).
ובני לוי גרשון קהת ומררי (שם יא).
כל הנפש לבית יעקב הבאה מצרימה שבעים (שם כז).

שמן למאור » מיטוואך יוני 28, 2023 2:28 am

· #529842
איציקל
שמן למאור
דאכצעך אז שטייט נישט אין די פסוקים אינערגעץ אויסגערעכנט ווער עס זענען געווען די שבעים נפש וואס זענען געווען די יורדי מצרים. קען מען אפשר זאגן אז קהת איז בכלל נישט געווען פון די יורדי מצרים און ער איז געבוירן צו זיין טאטע לוי אסאך שפעטער נאכן אנקומען אין מצרים.
ואלה שמות בני ישראל הבאים מצרימה וגו' (בראשית מו, ח).
ובני לוי גרשון קהת ומררי (שם יא).
כל הנפש לבית יעקב הבאה מצרימה שבעים (שם כז).
אופס... אפגעפרעגט... שטייט דאך קלאר אז קהת איז געווען פון די יורדי מצרים... כ'האב געזיכט אין ספר שמות, און נישט געטראפן וואו עס שטייט די שבעים נפש אויסגערעכנט, כ'האב טאקע נישט נאכגעקוקט אין ספר בראשית.

ווייס איך נישט וויאזוי צו פארענטפערן די יארן...

ברוך שפינוזה » מיטוואך יוני 28, 2023 8:11 am

· #529849
אויף די 400 יאר קען מען זאגן בפשטות אז ס'איז א סימבאלישע נאמבער און ס'מיינט לאו דווקא 400 יאר ממש, ס'די זעלבע פאר נאמבערס וואס חזר'ן זיך איבער דורכאויס דעם פרי-היסטארישן חלק פונעם תנ"ך (ד.ה. ביז בערך די צייט פון חזקיה המלך וואס לויט'ן ברייתא אין בבא בתרא האט ער אראפגעשריבן דעם תנ"ך), ס'איז נאריש צו זאגן אז אזא גרויסע טייל פון די אידישע היסטאריע איז געלאפן אויף אזעלכע מאטעמאטישע פארמולעס און פונקט די טאג וואס מ'האט אנגעפאנגען אראפשרייבן האט זיך די מציאות געטוישט צו ראנדעמאלע נאמבערס. דאס זעהט מען אויך זייער קלאר ביים מבול, די זעלבע פאר נאמבערס (40, 150, און 7) האלטן זיך אין איין איבער'חזר'ן און ס'איז קלאר סימבאלישע נאמבערס. ס'איז טאקע זיס ווי רש"י קוועטשט אזוי שיין אריין און אויבנאויף קוקט טאקע אויס ווי ס'שטימט, אבער דאס איז אלץ גוט לפילפולא בעלמא, להגדיל תורה ולהאדירה, שווער צו גלייבן אז רש"י אליין האט געהאלטן אז דאס איז פשוט פשט.

חדשים » מיטוואך יוני 28, 2023 9:44 am

· #529857
אז דו רעדסט פון ביקורת המקרא מיט מצרים, דערמאן איך מיר מיין ערשטע ביקורת המקרא קשיא אלץ כיתה ח’ אינגל. אין פרשת וארא (ז, ז) שטייט ”ומשה בן שמנים שנה ואהרן בן שלש ושמנים שנה בדברם אל פרעה”, און אין פרשת ברכה (לד, ז) שטייט ”ומשה בן מאה ועשרים שנה במתו.” קומט אויס אז ווען משה איז געקומען די ערשטע מאל צו פרעה איז ער געווען 80 יאר, די מכות האט געדויערט 12 חדשים, און אין מדבר איז מען געווען 40 יאר, האט דאך משה געדארפט זיין 121 יאר במותו?

כד הוינא טליא איז דאס געווען די קשיות... ווען איך בין עלטער געווארן האב איך געזען אז דאס איז פון די קלייניקייטן... דאס קען מען גרינג מסביר זיין... פון דעם רעדט שוין די חתם סופר אין די תשובות (ח”ו סכ”ט) ועוד... און די רעסט איז היסטארי...

מצפצף » מיטוואך יוני 28, 2023 9:48 am

· #529858
חדשים

דאס איז נישט קיין ביקורת המקרא קשיא, דאס איז א סתירת חז"ל.
אין פסוק שטייט נישט אז די מכות האבן גענומען 12 חדשים, און אויך נישט אז משה איז געשטארבן די טאג וואס ער איז געווארן 120 יאר.

שמן למאור » מיטוואך יוני 28, 2023 10:48 am

· #529864
חדשים
אז דו רעדסט פון ביקורת המקרא מיט מצרים, דערמאן איך מיר מיין ערשטע ביקורת המקרא קשיא אלץ כיתה ח’ אינגל. אין פרשת וארא (ז, ז) שטייט ”ומשה בן שמנים שנה ואהרן בן שלש ושמנים שנה בדברם אל פרעה”, און אין פרשת ברכה (לד, ז) שטייט ”ומשה בן מאה ועשרים שנה במתו.” קומט אויס אז ווען משה איז געקומען די ערשטע מאל צו פרעה איז ער געווען 80 יאר, די מכות האט געדויערט 12 חדשים, און אין מדבר איז מען געווען 40 יאר, האט דאך משה געדארפט זיין 121 יאר במותו?

כד הוינא טליא איז דאס געווען די קשיות... ווען איך בין עלטער געווארן האב איך געזען אז דאס איז פון די קלייניקייטן... דאס קען מען גרינג מסביר זיין... פון דעם רעדט שוין די חתם סופר אין די תשובות (ח”ו סכ”ט) ועוד... און די רעסט איז היסטארי...
און וואס איז טאקע די תירוץ?

שמן למאור » מיטוואך יוני 28, 2023 10:51 am

· #529865
ברוך שפינוזה
אויף די 400 יאר קען מען זאגן בפשטות אז ס'איז א סימבאלישע נאמבער און ס'מיינט לאו דווקא 400 יאר ממש, ס'די זעלבע פאר נאמבערס וואס חזר'ן זיך איבער דורכאויס דעם פרי-היסטארישן חלק פונעם תנ"ך (ד.ה. ביז בערך די צייט פון חזקיה המלך וואס לויט'ן ברייתא אין בבא בתרא האט ער אראפגעשריבן דעם תנ"ך), ס'איז נאריש צו זאגן אז אזא גרויסע טייל פון די אידישע היסטאריע איז געלאפן אויף אזעלכע מאטעמאטישע פארמולעס און פונקט די טאג וואס מ'האט אנגעפאנגען אראפשרייבן האט זיך די מציאות געטוישט צו ראנדעמאלע נאמבערס. דאס זעהט מען אויך זייער קלאר ביים מבול, די זעלבע פאר נאמבערס (40, 150, און 7) האלטן זיך אין איין איבער'חזר'ן און ס'איז קלאר סימבאלישע נאמבערס. ס'איז טאקע זיס ווי רש"י קוועטשט אזוי שיין אריין און אויבנאויף קוקט טאקע אויס ווי ס'שטימט, אבער דאס איז אלץ גוט לפילפולא בעלמא, להגדיל תורה ולהאדירה, שווער צו גלייבן אז רש"י אליין האט געהאלטן אז דאס איז פשוט פשט.
מען קען אזוי זאגן ווען די תורה געבט א רינדעכיגע נומער, ער ריקט עס צום נענסטן געשמאקע נומער. אבער צו ריקן א נומער פון (ווייניגער ווי) 350 צו 430 איז שוין שווער צו זאגן.

סקעפטיקער » מיטוואך יוני 28, 2023 11:29 am

· #529867
שמן למאור
ווייס איך נישט וויאזוי צו פארענטפערן די יארן...
דאס איז דאך איינע פון די זאכן וואס אנגעבליך האבן די ע"ב זקנים האבן משנה געווען פאר תלמי המלך און געשריבן "ומושב בני ישראל אשר ישבו בארץ מצרים ובארץ כנען שלשים שנה וארבע מאות שנה" (כמבואר במס' סופרים פ"א ה"ח) און אזוי איז דאס אין די Septuagint עד היום הזה (זעה אויך דא)

דא פרובירט ער פארענטפערן, אבער בעצם מאלט ער וואסער (ער וויל בעיקר פארענטפערן פון ווי חז"ל קומען), פון שד"ל איז דא א מהלך אז צווישן לוי קהת און עמרם פעלן דורות, אן אנדערע מהלך ווערט געברענגט אין אבע"ז "ויש אומרים: כי ארץ כנען בימים ההם תחת יד מלך מצרים היתה, והם צריכין ראיה", דא שרייבט איינער אז יצחק מייטליס האלט אזוי (עס איז זיכער יש דברים בגוי אז כנען איז געווען פאר א תקופה אונטער מצרים, אבער דאס האט זיך הערשט אנגעהויבן בערך 1450 BCE וואס איז צו שפעט אנצוהייבן די 430 יאר לויט אלע חשבונות)
בלאט: 1 2 3