☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » שו"ת אין ביקורת המקרא

שו"ת אין ביקורת המקרא

114 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16107
בלאט: 1 2 3

אלפא » דאנערשטאג סעפטעמבער 7, 2023 8:07 pm

· #535569
כרם זית
אבער אין תרגום השבעים איז די גירסה ווי פאלגאנד, והכל מיושב:

ויכל מֹשֶׁ֑ה לדַבֵּ֛ר אֶת־הַדְּבָרִ֥ים הָאֵ֖לֶּה אֶל־כׇּל־יִשְׂרָאֵֽל.

אזוי אויך אין די געפינענע מגילות נעבן ים המלח איז אויך די גירסה 'ויכל'.
א שיינע פשט!
עס שטומט לכאו' מיט די בילד אויך.

עס איז מיר נאר נישט אינגאנצן פארשטענדליך די המשך הפסוקים וואס גייט ווי פאלגענד:
ל, יט: העידתי בכם היום את השמים ואת הארץ החיים והמות נתתי לפניך הברכה והקללה ובחרת בחיים למען תחיה אתה וזרעך:
ל, כ: לאהבה את ה' אלקיך לשמע בקלו ולדבקה בו כי הוא חייך וארך ימיך לשבת על האדמה אשר נשבע ה' לאבתיך לאברהם ליצחק וליעקב לתת להם:
לא, א: וילך משה וידבר את הדברים האלה אל כל ישראל:
לא, ב: ויאמר אלהם בן מאה ועשרים שנה אנכי היום לא אוכל עוד לצאת ולבוא...

ערגעץ דארף לכאו' זיין א דזשאנקשאן ווי די ערשטע נושא ענדיגט זיך און די צווייטע קומט אריין?!
לויט ווי דו זאגסט איז עס ויכל משה לדבר וגו', דאן וויאזוי קומט פלוצלינג אריין די קומענדיגע פסוק ווי אלט ער איז א.א.וו.?
אין סוף פרשת האזינו (לב, מה.) פאסט עס אריין ווען ער באציט זיך נאכדעם צום זעלבן נושא יעו"ש. ודו"ק

טראלל » דאנערשטאג סעפטעמבער 7, 2023 8:58 pm

· #535571
די וילך משה האט מיך אלץ אויסגעקוקט מאדנע, אין קיינע פון די פינעף ספרים טרעפט מען נישט אזא סארט לשון, ער איז געגאנגען און ער האט געזאגט, ס'קלעבט עפעס נישט, די גירסא פון ויכל משה ווי פאני ס'שטימט יא אדער נישט מיט די ארומיגע פסוקים שטימט עס נאכאלץ בעסער ווי די מסורה'דיגע גירסא. די פראבלעם איז נאר אז לויט דעם פאלט אוועק די מקור פון גיין מיט א קאפל 😛 אדער קען זיין אז לויט דעם וועט מען עס דארפן ארויסלערנען פונעם פסוק וילך אברם כאשר דיבר אליו @#$% 😂

כרם זית » דאנערשטאג סעפטעמבער 7, 2023 8:58 pm

· #535572
לויט ווי פרופסור עמנואל טוב שפעקעלירט איז די קשיא פון דברים לב. מה. די סיבה פארוואס טאקע מען האט אויפגעטוישט פון ויכל צו וילך. יישר כח @מי אני פארן צו ווייזן די ארטיקל.

אויף די עצם קשיא קען מען ענטפערן אז ווען עס שטייט דא 'ויכל' גייט עס נאר ארויף אויף די פריערדיג'ע דרשה, משא''כ אין דברים לב. מה. גייט עס ארויף אויף די גאנצע תורה. והא ראיה אין פרשת וילך שטייט 'לדבר את הדברים', און אין פרשת האזינו שטייט 'את כל הדברים'. דאס גופא וועט זיין א שטיקל ראיה צו פרופסור עמנואל טוב'ס השערה, וויבאלד אין די בילד פון מגילת ים המלח שטייט 'כל הדברים' אויך אין פרשת וילך, משא''כ אין די תרגום השבעים; זעהט אויס אז ארגענעל איז געשטאנען 'כל הדברים' אויך אין פרשת וילך און עס איז געווען צוויי מהלכים צו אדרעסירן די פראבלעם פון פרשת נצבים. געוויסע האבן געטוישט די ווארט צו וילך, און די תרגום השבעים האט ארויסגענומען די ווארט 'כל'. [כ'האב יעצט באמערקט אז פרופסור טוב זאגט אליין די סברה סוף דא''ד ארטיקל, ברוך שכונתי.]

אויף דיין קשיא פארוואס משה רעדט נאך אויב האט ער שוין גענדיגט, קען מען ענטפערן אז די פסוק מיינט צו זאגן אז דאס איז שוין סוף דרשה און מער נישט אזוי ווייט מענין הנ''ל.

אגב, איך האב געהאט נאך א השערה ווי אזוי עס איז אויפגעטוישט געווארן פון 'ויכל' צו 'וילך'. איך האב עס נישט געוואלט שרייבן ווייל איך האב געהאלטן אז עס איז סתם דמיונות, אבער נאכן באקומען א הסכמה פון החכם @מי אני, וועל איך עס יא שרייבן ויגדל תורה ויאדיר. איך ציטיר פון מיין אישי צו אים:
כ'האב דיר געוואלט שרייבן די פאלגנד'ע אין די פריערדיג'ע הודעה, אבער היות כ'האב עס געשיקט פון מיין פאון האב איך נישט געהאט קיין נערווען מאריך צו זיין:

איך האב געטראכט פון נאך א מהלך ווי אזוי עס איז אויפגעטוישט געווארן פון ויכל צו וילך (אויפן צד אז עס איז טאקע פארדעם געשטאנען ויכל), נעמלעך, אז קודם איז נאר געשטאנען 'ויכל לדבר' אן די ווארט 'משה' וואס איז נאר צוגעלייגט געווארן שפעטער פון א גליון וואס איינער האט צוגעשריבן (עס איז דא עטליכע אזאנע דוגמאות), דער שפעטערדיגער מעתיק האט געזען ויכ ללדבר האט ער אראפגענומען די איבריגע למ''ד (לדעתו), שפעטער איז געקומען א דריטער און זיך געוואונדערט אויף די מאדנע ווארט ויכ האט ער געטראכט אז עס מוז מיינען וילך...

כ'האב עס נישט געשריבן בפנים וויבאלד עס איז גג על גג און לכאורה שטותים מיט לאקשן.
אויף דעם האט ער גענטפערט:
מי אני
דיין סברא זעהט מיר אויס מסתבר.

גארנישט אין די פעלד איז ממש דעמאנסטרעטיוו. ס'איז לפי וואס איז מער מסתבר ועולה על הדעת. קלערסט אז דיין היפאטעזיע איז צי נישט-פּאַרסימאָניִאוס (פשוט און מיט ווייניגער חלקים)?

טראלל » דאנערשטאג סעפטעמבער 7, 2023 9:11 pm

· #535578
כרם זית
מהלך ווי אזוי עס איז אויפגעטוישט געווארן פון ויכל צו וילך (אויפן צד אז עס איז טאקע פארדעם געשטאנען ויכל), נעמלעך, אז קודם איז נאר געשטאנען 'ויכל לדבר' אן די ווארט 'משה' וואס איז נאר צוגעלייגט געווארן שפעטער פון א גליון וואס איינער האט צוגעשריבן (עס איז דא עטליכע אזאנע דוגמאות), דער שפעטערדיגער מעתיק האט געזען ויכ ללדבר האט ער אראפגענומען די איבריגע למ''ד (לדעתו), שפעטער איז געקומען א דריטער און זיך געוואונדערט אויף די מאדנע ווארט ויכ האט ער געטראכט אז עס מוז מיינען וילך...

כ'האב עס נישט געשריבן בפנים וויבאלד עס איז גג על גג און לכאורה שטותים מיט לאקשן.
פארוואס שטותים מיט לאקשן? ס'איז מעשים בכל יום אז מ'טרעפט אין ספרי תורה און מזוזות ערגערע טעותים ווי דעם וואס ווען נישט די ספעציעלע סאפטוועיר וואס מ'נוצט היינט וואלט מען עס קיינמאל נישט געטראפן, ווען די סאפטוועיר איז ארויסגעקומען האט מען געטראפן גרייזן אין 90% ספרי תורה, לייג צו דערצו טויזענט יאר פון איבערשרייבן פון איין מגילה צום אנדערן און דו קומסט צו א מסקנא

שעפטאל » דאנערשטאג סעפטעמבער 7, 2023 9:16 pm

· #535580
טראלל:
ביסט נישט תוכו כברו.
דו שרייבסט בכלל נישט ווי א טראלל. 🙂

יהא בואכם לברכה!!

טראלל » דאנערשטאג סעפטעמבער 7, 2023 9:24 pm

· #535585
שעפטאל
דו שרייבסט בכלל נישט ווי א טראלל. 🙂
די ווארט טראלל האט מער פון איין באדייט, קוק אין מיין ערשטע תגובה אינעם שלום עליכם אשכול 😈

קאצקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 7, 2023 9:29 pm

· #535587
שד"ל אין זיין פירוש אויף קהלת שרייבט אין די הקדמה אז נאר נ"ך איז פיל מיט שבושים ווייל עס איז נישט וויכטיג געווען אפצוהיטן, די תורה משא"כ האט מען אלץ אפגעהיטן נישט צי טוישן, א דוגמא קען זיין סדר קדשים וועלכע איז פיל מיט שבושים מהאי טעמא, די טענה פון טעותים אין ספרי תורה איז נישט רעלעוואנט, אזא גראבע טעות פארט נישט אריבער אזוי גרינג ומכ"ש אז די קהילות נדחים ווי די ספרדים און תימנים האבן עס די זעלבע

שמן למאור » דאנערשטאג סעפטעמבער 7, 2023 9:36 pm

· #535590
קאצקער
שד"ל אין זיין פירוש אויף קהלת שרייבט אין די הקדמה אז נאר נ"ך איז פיל מיט שבושים ווייל עס איז נישט וויכטיג געווען אפצוהיטן, די תורה משא"כ האט מען אלץ אפגעהיטן נישט צי טוישן, א דוגמא קען זיין סדר קדשים וועלכע איז פיל מיט שבושים מהאי טעמא, די טענה פון טעותים אין ספרי תורה איז נישט רעלעוואנט, אזא גראבע טעות פארט נישט אריבער אזוי גרינג ומכ"ש אז די קהילות נדחים ווי די ספרדים און תימנים האבן עס די זעלבע
פארוואס הייסט דאס א "גראבע טעות" וואס וואלט נישט געקענט אדורכגיין? מען פלעגט דאך נישט אלעמאל ליינען די גאנצע סדר קריאת התורה אזוי ווי היינט. ביז די צייטן פון די ספרדים און תמינים איז אויך אדורך א שיינע פאר יאר... זאת ועוד, דאס איז קלאר אז ס'איז געווען כלערליי גרסאות דורכאויס די יארן, נאר יעדע שטיק צייט האט מען געמאכט א קאנצענזוס איבער וואס יעדער זאל אננעמען.

טראלל » דאנערשטאג סעפטעמבער 7, 2023 9:37 pm

· #535591
ערשטנס די ספרדים זענען קיינמאל נישט געוועהן קיין קהילות נדחים, די תימנים ווענדט זיך אין וועלכע תקופה.

צווייטנס, אזא טעות פארט יא אריבער גרינג, פרעג סיי וועלכע סופר סת"ם, און באמת איז עס בכלל נישט אזא גראבע טעות פאר ווער ס'קען זיך אויס אין סופרות.

דריטנס. די היינטיגע ספרים זענען איבערגעשריבן פון אהרן בן אשר וואס דער רמב"ם האט קאדיפיצירט זיין גירסא און זינט דאן איז דאס געווארן די mesoratic text ווי מ'רופט עס (וואס די תימנים האבן אויך געטוישט צו דעם כידוע אז זיי האבן שטארק אנגענומען דעם רמבם'ס פסקים), הגם ס'שוין פון פריער געוועהן אזעלכע וואס האבן פרובירט צו פאראייניגן די נוסחאות איז אבער דער רמב"ם געוועהן דער ערשטער וואס ס'איז איהם געלונגען.

לגבי שד"ל, מאנכע מיינען אז וויבאלד ער איז געוועהן א משכיל דארף מען אפקויפן יעדעס ווארט זיינער כתורה מסיני, כבודו במקומו מונח, אבער ווען ס'קומט צו ביקורת המקרא והמסתעף רעדט ער הוילע שטותים.

שמן למאור » דאנערשטאג סעפטעמבער 7, 2023 9:49 pm

· #535594
עזרא הסופר האט שוין פריער צאמגענומען די טעקסט און אויסדערוועלט זיין בעסטע ניסח. כמבואר ברש"י דברי הימים א, ח, כט. לכאורה איז ער דער ערשטער וואס ס'איז אים געלונגען, אכ"פ צו אונזער ידיעה.

קאצקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 7, 2023 9:50 pm

· #535595
הונדערט פראצענט, זיין טענה אבער איז א גערעכטע

קאצקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 7, 2023 9:54 pm

· #535596
שמן למאור
קאצקער
שד"ל אין זיין פירוש אויף קהלת שרייבט אין די הקדמה אז נאר נ"ך איז פיל מיט שבושים ווייל עס איז נישט וויכטיג געווען אפצוהיטן, די תורה משא"כ האט מען אלץ אפגעהיטן נישט צי טוישן, א דוגמא קען זיין סדר קדשים וועלכע איז פיל מיט שבושים מהאי טעמא, די טענה פון טעותים אין ספרי תורה איז נישט רעלעוואנט, אזא גראבע טעות פארט נישט אריבער אזוי גרינג ומכ"ש אז די קהילות נדחים ווי די ספרדים און תימנים האבן עס די זעלבע
פארוואס הייסט דאס א "גראבע טעות" וואס וואלט נישט געקענט אדורכגיין? מען פלעגט דאך נישט אלעמאל ליינען די גאנצע סדר קריאת התורה אזוי ווי היינט. ביז די צייטן פון די ספרדים און תמינים איז אויך אדורך א שיינע פאר יאר... זאת ועוד, דאס איז קלאר אז ס'איז געווען כלערליי גרסאות דורכאויס די יארן, נאר יעדע שטיק צייט האט מען געמאכט א קאנצענזוס איבער וואס יעדער זאל אננעמען.
דאכצעך שטייט אזא געדאנק אין רד"ק אין זיין הקדמה צי יהושע (אויב נישט ערגעץ אנדערש) אז די קריאה און כתוב קומען מכח דעם, די אנכה"ג האבן גענומען אלע גירסאות און די רוב האט מחליט געווען

כרם זית » דאנערשטאג סעפטעמבער 7, 2023 11:50 pm

· #535613
קאצקער
שד"ל אין זיין פירוש אויף קהלת שרייבט אין די הקדמה אז נאר נ"ך איז פיל מיט שבושים ווייל עס איז נישט וויכטיג געווען אפצוהיטן, די תורה משא"כ האט מען אלץ אפגעהיטן נישט צי טוישן, א דוגמא קען זיין סדר קדשים וועלכע איז פיל מיט שבושים מהאי טעמא, די טענה פון טעותים אין ספרי תורה איז נישט רעלעוואנט, אזא גראבע טעות פארט נישט אריבער אזוי גרינג ומכ"ש אז די קהילות נדחים ווי די ספרדים און תימנים האבן עס די זעלבע
ווי @שמן למאור און @טראלל (מיט צוויי למ''ד'ס, לאמיר האפן אז דער מעתיק וועט נישט אראפנעמען איין...) האבן שוין געשריבן הייסט דאס בכלל נישט קיין גראבע טעות, עס גייט אריין בגדר 'ביקורות הנמוכה'. די חילוק פון חח''ת צו די אנדערע ספרי קודש (וספרים חצוניים) וואס דו ברענגסט בשם שד''ל, שרייבט פרופסור טוב מדעת עצמו.

סקעפטיקער » זונטאג אפריל 28, 2024 1:18 am

· #560122
Re:
סקעפטיקער #
איציקל
פונקט געטראפן א תשובות הרשב"א (מכון ירושלים, תשובות החדשות סי' שסז) וואס איז דן באריכות פארשידענע שאלות אין ביקורת המקרא ועוד. ער קומט אפווענדן א "כסיל אחד" (א ישמעאלי?), וואס האט געפרעגט קשיות "שלא קדמו אדם".

א יסוד וואס ער שטעלט אוועק
כל בן דעת צריך לדעת כי לא יתכן... להוסיף מדעתו בספר מן הספרים הקודמים.. בלתי אם יצטרך אותו הוספה לסיבה מן הסיבות, אם שיחזיק אמונתו עם אותו הוספה..., אבל בלתי סבת שום תועלת א"א למי שנמנה מכלל בני אדם להוסיף דבר גדול או קטן.
עיי"ש.

צווישן אנדערע איז ער פארנומען מסביר צו זיין וואס איז די תועלת פון מפרסם זיין אלע חטאים פון אונזערע אבות.
ווײטער פארענטפערט ער ווי אזוי פון די געציילטע בני קהת וואס זענען מפורש אין די תורה איז זיך צואוואקסן צו א מספר פון 2750 זכרים פון די דרייסיג ביז די פופציג. (זיין תשובה איז אז באמת זענען געווען נאך קינדער, נאר די תורה רעכנט נאר אויס די פאר וויכטיגע נעמען.)
שפעטער איז ער מסביר פשט אין די גמרא סוכה כ ע"א 'בתחלה כשנשתכחה תורה מישראל ועלה עזרא ויסדה, חזרה ונשתכחה ועלה הלל הבבלי ויסדה, חזרה ונשתכחה ועלו ר' חייא ובניו ויסדוה', וואס מיינט דאס שכחת התורה, עיי"ש.

מראה מקום אני לך, נישט אז יעצט ווערן קושיות פארענטפערט.
נאדיר, איך בין טאקע נייגעריג ווער איז דער ישמעאלי פון וועם ער רעדט?
יהושע ברמן שרייבט אין זיין ספר "אני מאמין" אז די רשב"א מיינט אבן חזם, וואס מאנכע האבן באטיטלט אלס די פאטער פון ביקורת המקרא
בלאט: 1 2 3