שו"ת אין ביקורת המקרא
114 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16107
שמן למאור חדשיםאז דו רעדסט פון ביקורת המקרא מיט מצרים, דערמאן איך מיר מיין ערשטע ביקורת המקרא קשיא אלץ כיתה ח’ אינגל. אין פרשת וארא (ז, ז) שטייט ”ומשה בן שמנים שנה ואהרן בן שלש ושמנים שנה בדברם אל פרעה”, און אין פרשת ברכה (לד, ז) שטייט ”ומשה בן מאה ועשרים שנה במתו.” קומט אויס אז ווען משה איז געקומען די ערשטע מאל צו פרעה איז ער געווען 80 יאר, די מכות האט געדויערט 12 חדשים, און אין מדבר איז מען געווען 40 יאר, האט דאך משה געדארפט זיין 121 יאר במותו?
כד הוינא טליא איז דאס געווען די קשיות... ווען איך בין עלטער געווארן האב איך געזען אז דאס איז פון די קלייניקייטן... דאס קען מען גרינג מסביר זיין... פון דעם רעדט שוין די חתם סופר אין די תשובות (ח”ו סכ”ט) ועוד... און די רעסט איז היסטארי...
און וואס איז טאקע די תירוץ?
איינער האט מיר געשיקט אין אישי, אז דא רעדט מען פון דעם.
http://forum.otzar.org/viewtopic.php?t=29553 שמן למאור ברוך שפינוזהאויף די 400 יאר קען מען זאגן בפשטות אז ס'איז א סימבאלישע נאמבער און ס'מיינט לאו דווקא 400 יאר ממש, ס'די זעלבע פאר נאמבערס וואס חזר'ן זיך איבער דורכאויס דעם פרי-היסטארישן חלק פונעם תנ"ך (ד.ה. ביז בערך די צייט פון חזקיה המלך וואס לויט'ן ברייתא אין בבא בתרא האט ער אראפגעשריבן דעם תנ"ך), ס'איז נאריש צו זאגן אז אזא גרויסע טייל פון די אידישע היסטאריע איז געלאפן אויף אזעלכע מאטעמאטישע פארמולעס און פונקט די טאג וואס מ'האט אנגעפאנגען אראפשרייבן האט זיך די מציאות געטוישט צו ראנדעמאלע נאמבערס. דאס זעהט מען אויך זייער קלאר ביים מבול, די זעלבע פאר נאמבערס (40, 150, און 7) האלטן זיך אין איין איבער'חזר'ן און ס'איז קלאר סימבאלישע נאמבערס. ס'איז טאקע זיס ווי רש"י קוועטשט אזוי שיין אריין און אויבנאויף קוקט טאקע אויס ווי ס'שטימט, אבער דאס איז אלץ גוט לפילפולא בעלמא, להגדיל תורה ולהאדירה, שווער צו גלייבן אז רש"י אליין האט געהאלטן אז דאס איז פשוט פשט.
מען קען אזוי זאגן ווען די תורה געבט א רינדעכיגע נומער, ער ריקט עס צום נענסטן געשמאקע נומער. אבער צו ריקן א נומער פון (ווייניגער ווי) 350 צו 430 איז שוין שווער צו זאגן.
גם אני בחלומי האב געקלערט אזוי מגיב צו זיין, אבער שוב התבוננתי אז וואס ברוך זאגט איז נאר לגבי דער דיבור פון ברית בין הבתרים אז ס'זאל שטימען מיט דער פסוק אז די אידן זענען געווען אין מצרים 430 יאר, אבער איה"נ דאס פארענטפערט נישט ווי אזוי עס שטימט מיט די חשבון פון יארן וואס רש"י ברענגט ארויס.
@ברוך שפינוזה אויב חזקיהו המלך האט עס אלעס געשריבן פארוואס האט ער נישט געקענט זיכער מאכן אז ס'זאל נישט אריינפאלן אזעלכע אפענע סתירות?
ברוך שפינוזה ביז בערך די צייט פון חזקיה המלך וואס לויט'ן ברייתא אין בבא בתרא האט ער אראפגעשריבן דעם תנ"ך
וועלכע ברייתא?
איציקל
אויב חזקיהו המלך האט עס אלעס געשריבן פארוואס האט ער נישט געקענט זיכער מאכן אז ס'זאל נישט אריינפאלן אזעלכע אפענע סתירות?
קען זיין ער איז געווען צו ביזי מיטן שרייבן, און עס איז אים נישט בייגעפאלן צאמצורעכענען די חשבונות און זען אז עס שטימט נישט. ס'איז נישט ממש אזא קלארע אפענע סתירה, מען מוז ניצן אביסל קריטיקל טינקינג און צאמרעכענען אז קהת איז טאקע געווען פון די יורדי מצרים, צאמרעכענען די יארן, און זען אז עס איז צו ווייניג, מעגליך אז די שרייבער האט עס פארזען.
שו"ת אין ביקורת המקרא
שמן למאור
מען קען אזוי זאגן ווען די תורה געבט א רינדעכיגע נומער, ער ריקט עס צום נענסטן געשמאקע נומער. אבער צו ריקן א נומער פון (ווייניגער ווי) 350 צו 430 איז שוין שווער צו זאגן.
כ'האב נישט געזאגט "רינדעכיגע נומער", כ'האב געזאגט "סימבאלישע נומער", צוויי באזונדערע זאכן. און כ'האב טאקע פארגעסן אויסצושמועסן אז מיין הסבר (ח"ו נישט קיין תירוץ ווייל ס'פארענטפערט נישט גארנישט...) איז נאר גילטיג אויפ'ן פסוק וואו ס'שטייט 400 ווייל 40 איז א טיפיקל תנכישע נאמבער נאר וויבאלד מ'האט עס געוואלט גרעסער מאכן האט מען צוגלייגט נאך א זעראו, (פערציג יאר גלות הערט זיך נישט עפעס אזוי באמבאסטיש…) אויפ'ן מספר 430 איז עס טאקע נישט קיין גוטע הסבר ווייל ס'איז נישט קיין סימבאלישע נאמבער פונעם תנ"ך און דארט ווען מען מוזן צוקומען צום השערת התעודות.
די ברייתא איז אין בבא בתרא דף יד: און טו., מ'דארף אבער קענען ליינען צווישן די שורות... די ברייתא פאנגט אן מיט די טיפיקל "משה כתב ספרו, יהושע כתב ספרו" אבער דאן קומט א שארפע טוויסט און מ'איז מייחס צו חזקיה א גאנצע שטויס מיט ספרים וואס האבן לכאורה מיט איהם נישט קיין שייכות, דערנאך נאך א שטויס ספרים צו די אנשי כנסת הגדולה, און פונקט אין יענע צייטן פאנגען אן די סיפורים צו באקומען א צורה פון א (רעלאטיוו) נארמאלע היסטאריע בוך מיט דעטאלירטע נעמען און יארן און אן קיין גלאריפיקאציע פונעם עבר, פלוצלונג הייבן אן די מעשה'לעך צו שטימען מיט די מעשה'לעך פון די פעלקער ארום און ארכיאלאגישע געפינסן, דאן פארשטייט מען צו מאכן א פלגינן דיבוריה אינעם ברייתא צווישן די חלק וואס ער האט געהאט פאקטישע אינפארמאציע איבער די מחברים און די אנדערע טייל וואס ער האט נישט געהאט קיין אינפארמאציע נאר סתם ווייטער געצויגן דעם נאראטיוו.
מצפצף חדשיםאז דו רעדסט פון ביקורת המקרא מיט מצרים, דערמאן איך מיר מיין ערשטע ביקורת המקרא קשיא אלץ כיתה ח’ אינגל. אין פרשת וארא (ז, ז) שטייט ”ומשה בן שמנים שנה ואהרן בן שלש ושמנים שנה בדברם אל פרעה”, און אין פרשת ברכה (לד, ז) שטייט ”ומשה בן מאה ועשרים שנה במתו.” קומט אויס אז ווען משה איז געקומען די ערשטע מאל צו פרעה איז ער געווען 80 יאר, די מכות האט געדויערט 12 חדשים, און אין מדבר איז מען געווען 40 יאר, האט דאך משה געדארפט זיין 121 יאר במותו?
כד הוינא טליא איז דאס געווען די קשיות... ווען איך בין עלטער געווארן האב איך געזען אז דאס איז פון די קלייניקייטן... דאס קען מען גרינג מסביר זיין... פון דעם רעדט שוין די חתם סופר אין די תשובות (ח”ו סכ”ט) ועוד... און די רעסט איז היסטארי...
דאס איז נישט קיין ביקורת המקרא קשיא, דאס איז א סתירת חז"ל.
אין פסוק שטייט נישט אז די מכות האבן גענומען 12 חדשים, און אויך נישט אז משה איז געשטארבן די טאג וואס ער איז געווארן 120 יאר.
גערעכט. איך האב זשאסט פארציילט מיין ערשטע עקאונטער מיט די סארט קשיות. מיט א קינדערישע בליק איז עס געווען ווער ווייסט וואס, און עס האט געפענט א פתח צו די סוגיא פון ביקורת. און די רעסט איז היסטערי.
די פארגאנגענע וואך פרשת חוקת איז דא א שטארקע סתירה צו פרשת דברים. אין חוקת (פרק כ) שטייט אזוי:
(יד) וישלח משה מלאכים מקדש אל מלך אדום כה אמר אחיך ישראל אתה ידעת את כל התלאה אשר מצאתנו. (טו) וירדו אבתינו מצרימה ונשב במצרים ימים רבים וירעו לנו מצרים ולאבתינו. (טז) ונצעק אל ה' וישמע קלנו וישלח מלאך ויצאנו ממצרים והנה אנחנו בקדש עיר קצה גבולך. (יז) נעברה נא בארצך לא נעבר בשדה ובכרם ולא נשתה מי באר דרך המלך נלך לא נטה ימין ושמאול עד אשר נעבר גבלך. (יח) ויאמר אליו אדום לא תעבר בי פן בחרב אצא לקראתך. (יט) ויאמרו אליו בני ישראל במסלה נעלה ואם מימיך נשתה אני ומקני ונתתי מכרם רק אין דבר ברגלי אעברה. (כ) ויאמר לא תעבר ויצא אדום לקראתו בעם כבד וביד חזקה. (כא) וימאן אדום נתן את ישראל עבר בגבלו ויט ישראל מעליו.
אבער אין דברים (פרק ב) שטייט אנדערש:
(ד) ואת העם צו לאמר אתם עברים
בגבול אחיכם בני עשו הישבים בשעיר וייראו מכם ונשמרתם מאד. (ה) אל תתגרו בם כי לא אתן לכם מארצם עד מדרך כף רגל כי ירשה לעשו נתתי את הר שעיר. (ו) אכל תשברו מאתם בכסף ואכלתם וגם מים תכרו מאתם בכסף ושתיתם. (ז) כי ה' אלקיך ברכך בכל מעשה ידך ידע לכתך את המדבר הגדל הזה זה ארבעים שנה ה' אלקיך עמך לא חסרת דבר. (ח) ונעבר מאת אחינו בני עשו הישבים בשעיר מדרך הערבה מאילת ומעצין גבר ונפן ונעבר דרך מדבר מואב.
און נאך קלארער אביסל שפעטער:
(כו) ואשלח מלאכים ממדבר קדמות אל סיחון מלך חשבון דברי שלום לאמר. (כז) אעברה בארצך בדרך בדרך אלך לא אסור ימין ושמאול. (כח) אכל בכסף תשברני ואכלתי ומים בכסף תתן לי ושתיתי רק אעברה ברגלי. (כט) כאשר עשו לי בני עשו הישבים בשעיר והמואבים הישבים בער עד אשר אעבר את הירדן אל הארץ אשר ה' אלקינו נתן לנו.
וויאזוי גיבט מען זיך אן עצה דא? אין די מפרשים זענען דא באופן כללי דריי מהלכים, והבוחר יבחר והמשכיל ידום.
א) רש"י
שרייבט אויף כאשר עשו לי בני עשיו "לא לעניין לעבור בארצם, אלא לעניין מכר אוכל ומים".
אויך אין די הג"ה אויפן רשב"ם שטייט "מה שקשה לרבינו: כאשר עשו לי בני עשו, אינו עונה כי אם על מה שאמור למעלה: אוכל בכסף תשבירני כאשר עשו לי בני עשו, שלא לקחנו מאתם שום דבר כי אם במכר, כמו שאמור בעניין: אתם עברים בגבול אחיכם בני עשו וג׳, אבל: אכל תשברו מאתם בכסף ואכלתם וגם מים תכרו מאתם בכסף ושתיתם, וכן עשיתם כמו שצוה הקב״ה, כמו שנאמר: כאשר עשו לי בני עשו. דרך סיבתם אל הר שעיר שלח משה אל מלך אדום להניחם לעבר דרך ארצו אל ארץ ישראל, ולדבר הזה לא שמע אליהם, שלא רצה שיכנסו כלם יחד בארצו פן ישחיתו את הארץ, ולפיכך: ויצא אדום לקראתו בעם כבד וביד חזקה, ולפיכך: ויט ישראל מעליו. אבל מכל מקום היו קונים משלהם דרך הליכתם ממה שהיו צריכים. וזהו האמת והישר".
די שוועריגקייט מיט די מהלך איז קודם אז די פסוק איז משמע אז עס גייט ארויף אויף ביידע, און אויך איז נישט מסתבר אז אדום וואס איז געקומען מלחמה האלטן זאל ברענגען פאר די אידן צו קויפן עסן און וואסער איבערן גרעניץ
ב) די רשב"ם
שרייבט הישבים בשעיר – לא אלה הם אותן אדום שיצאו בחרב לקראת ישראל, שהרי באלה כתוב כאשר עשו לי בני עשו היושבים בשעיר, אבל אדום לא מכרו כלום, וכתוב בהם: ויט ישראל מעליו.
אויף דעם שטייט אין די הגה "זה פירוש רבינו. אבל לי הצעיר אין נראין דבריו בזה, כי בני עשו היושבים בשעיר הם הם אדום, כי לא מצינו להם יישוב כי אם בהר שעיר, במקום ובכל קריה"
ענליך
שרייבט די אבן עזרא: ולפי דעתי שפירושו על טעם בדרך בדרך אלך, כאשר עשו לי בני עשו שסיבבו הר שעיר בדרך בדרך. וכן כתוב: אתם עוברים בגבול אחיכם בני עשו היושבים בשעיר. רק המלך שהוא מלך אדום לא עזבם שיעברו דרך מדינתו, כי משם היה מקום ארץ כנען קרוב.
די רמב"ן
זאגט אויף דעם: גם זה הבל, כי הם שלחו אל אדום אעברה בארצך וימאן אדום נתון את ישראל עבור בגבולו – והנה לא נכנסו כלל בגבול אדום. וכן כתוב: ויסעו מהר ההר דרך ים סוף לסבוב את ארץ אדום – כי הוצרכו לשוב לאחור דרך ים סוף מהר ההר שהוא על גבול ארץ אדום, ולא באו בארץ אדום עצמה כלל. ויפתח אמר בביאור כי בעלותם ממצרים וילך ישראל במדבר עד ים סוף ויבא קדשה, וישלח ישראל מלאכים אל מלך אדום לאמר אעברה נא בארצך ולא שמע מלך אדום וגם אל מלך מואב שלח ולא אבה וישב ישראל בקדש, וילך במדבר ויסב את ארץ אדום ואת ארץ מואב, ויחנון בעבר ארנון ולא באו בגבול מואב – הנה זה מפורש שלא באו כלל אל ארץ אדום, ולא בארץ מואב
ג) די ר"י בכור שור
זאגט אביסל אן ענליכן מהלך: כאשר עשו לי בני עשו – שאף על פי שלא הניחני לעבור בעריהם, הניחו לעבור ולסבב דרך גבולם
אויך רבינו בחיי
שרייבט: יחזור אל בדרך, יאמר כאשר עשו לי בני עשו שנתנו לי דרך לעבור שסבבנו הר שעיר בדרך, כענין שכתוב אתם עוברים בגבול אחיכם בני עשו וגו׳, כי בני עשו רצו בדבר זה שיעברו דרך ארצם, גם המלך שלהם מלך אדום היה רוצה בכך אבל לא הניחם לעבור דרך מדינתו שהוא היה הדרך הקרוב לא״י, וזהו לשון המלך שאמר לא תעבור בי, כלומר בדרך מדינתי, אבל בדרך ארצם לא היתה מניעה לא מצד המלך ולא מצד העם, ושם כתבתיו.
מער באריכות די מהלך איז דא אין די פירוש פון
רד"צ הופמן
די טענות פונעם רמב"ן אויפן פאריגן מהלך איז גילטיג אויף די מהלך אויך (די רמב"ן אליינס לערנט ווי רש"י)
ברוך שפינוזהאויף די 400 יאר קען מען זאגן בפשטות אז ס'איז א סימבאלישע נאמבער און ס'מיינט לאו דווקא 400 יאר ממש.
פי' האברבנאל פרשת בא.
📎 chrome_screenshot_1688430247708.png
איציקל ברוך שפינוזהאויף די 400 יאר קען מען זאגן בפשטות אז ס'איז א סימבאלישע נאמבער און ס'מיינט לאו דווקא 400 יאר ממש.
פי' האברבנאל פרשת בא.
מ'רעדט נישט דא פון די קשיא פון 400 קעגן 430, דאס קען מען גרינג פארענטפערן. מ'רעדט פון די 430 קעגן שנותיהם של קהת עמרם ומשה
אויף דעם האט שוין שמן אויבן געפרעגט. אויב פארשטייסטו יא, דאן אדרבה, זיי אזוי גוט און זיי מסביר ווי אזוי ברוך האט דאס פארענטפערט.
פונקט געטראפן א תשובות הרשב"א (מכון ירושלים, תשובות החדשות סי' שסז) וואס איז דן באריכות פארשידענע שאלות אין ביקורת המקרא ועוד. ער קומט אפווענדן א "כסיל אחד" (א ישמעאלי?), וואס האט געפרעגט קשיות "שלא קדמו אדם".
א יסוד וואס ער שטעלט אוועקכל בן דעת צריך לדעת כי לא יתכן... להוסיף מדעתו בספר מן הספרים הקודמים.. בלתי אם יצטרך אותו הוספה לסיבה מן הסיבות, אם שיחזיק אמונתו עם אותו הוספה..., אבל בלתי סבת שום תועלת א"א למי שנמנה מכלל בני אדם להוסיף דבר גדול או קטן.
עיי"ש.
צווישן אנדערע איז ער פארנומען מסביר צו זיין וואס איז די תועלת פון מפרסם זיין אלע חטאים פון אונזערע אבות.
ווײטער פארענטפערט ער ווי אזוי פון די געציילטע בני קהת וואס זענען מפורש אין די תורה איז זיך צואוואקסן צו א מספר פון 2750 זכרים פון די דרייסיג ביז די פופציג. (זיין תשובה איז אז באמת זענען געווען נאך קינדער, נאר די תורה רעכנט נאר אויס די פאר וויכטיגע נעמען.)
שפעטער איז ער מסביר פשט אין די גמרא סוכה כ ע"א 'בתחלה כשנשתכחה תורה מישראל ועלה עזרא ויסדה, חזרה ונשתכחה ועלה הלל הבבלי ויסדה, חזרה ונשתכחה ועלו ר' חייא ובניו ויסדוה', וואס מיינט דאס שכחת התורה, עיי"ש.
מראה מקום אני לך, נישט אז יעצט ווערן קושיות פארענטפערט. איציקל ברוך שפינוזהאויף די 400 יאר קען מען זאגן בפשטות אז ס'איז א סימבאלישע נאמבער און ס'מיינט לאו דווקא 400 יאר ממש.
פי' האברבנאל פרשת בא.
גראדע ווערט מיר יעצט אויך שווער די סתירה פון די פסוק ביים ברית בין הבתרים, צו די חשבון פון די יארן פון קהת, עמרם און משה.
די סתירה פון די חשבון השנים מיט די פסוק "ומושב בני ישראל וכ'" דארף מען קוועטשן אז עס הייבט זיך אן פון יצחק. איי עס שטייט "אשר ישבו בארץ מצרים"? שטארקע קשיא, אבער די זעלבע ווערט שווער מיטן פסוק וַיֹּאמֶר לְאַבְרָם יָדֹעַ תֵּדַע כִּי גֵר יִהְיֶה זַרְעֲךָ בְּאֶרֶץ לֹא לָהֶם וַעֲבָדוּם וְעִנּוּ אֹתָם אַרְבַּע מֵאוֹת שָׁנָה. די גר יהיה זרעך קען מען נאך קוועטשן אז פון ווען יצחק איז געבוירן איז ער געווען אין א פרעמד לאנד, אבער וואס טוט מען מיט די "ועבדום וענו אתם"... דאס איז דאך נאר געווען שפעטער אין מצרים?
איך האב געקוקט אביסל אין די מפרשים, אבער כ'טרעף נישט קיין צופרידנשטעלנדע ענטפער.
אויף דעם פריערדיגן פסוק איז כדי צו ברענגען דעם לשון הרמב"ן וואס זאגט פשוט אז ס'איז א מקרא מסורס... כ'ווייס נישט פארוואס דאס איז א תירוץ און נישט קיין קשיא. מסתמה אז מען גייט מיט די הנחה אז ביקרות איז שקר, און תורה איז מן השמים, דאן איז דאס א גוטע תירוץ און מען קען נאך ברענגען נאך אנדערע פסוקים וואס רעדן אויך אזוי נישט קלאר אלס א ראיה אז אמאל רעדט אזוי די תורה. אבער פאר איינער וואס איז אפן פאר ביקורת איז דאס נאר א גרעסערע קשיא, פארוואס טאקע קען נישט די פסוק רעדן געהעריג? סיי דא און סיי ביי די אלע אנדערע פלעצער וואס ער ברענגט צו.
דא האט איר זיין לשון:
כי גר יהיה זרעך – זה מקרא מסורס, ושיעורו: כי גר יהיה זרעך בארץ לא להם ארבע מאות שנה ועבדום וענו אותם, ולא פירש כמה ימי העבדות והענוי. והרבה מקראות מסורסות מזו יש בכתוב, וכן: בא אלי העבד העברי אשר הבאת לנו לצחק בי (בראשית ל״ט:י״ז), וכל הארץ באו מצרימה לשבור אל יוסף (בראשית מ״א:נ״ז), כי כל אכל חמץ ונכרתה הנפש ההיא מישראל מיום הראשון עד יום השביעי (שמות י״ב:ט״ו), [וכן: ביום ההוא ישליך האדם את אלילי כספו ואת אלילי זהבו אשר עשו לו ידיוא להשתחוות לחפור פרות ולעטלפים (ישעיהו ב׳:כ׳), לכו שמעו ואספרה כל יראי אלהים אשר עשה לנפשי (תהלים ס״ו:ט״ז),] וכן: לי יזעקו אלהי ידענוך ישראל (הושע ח׳:ב׳), והיו לי אמר י״י צבאות ליום אשר אני עושה סגולה וחמלתי עליהם (מלאכי ג׳:י״ז). ורבים כן. וענין הכתוב: אף על פי שאני אומר לך: לזרעך נתתי את הארץ הזאת (בראשית ט״ו:י״ח), ידוע תדע כי טרם תתי אותה להם יהיו גרים בארץ לא להם ארבע מאות שנה וגם יעבדום וענו אותם.
איציקלפונקט געטראפן א תשובות הרשב"א (מכון ירושלים, תשובות החדשות סי' שסז) וואס איז דן באריכות פארשידענע שאלות אין ביקורת המקרא ועוד. ער קומט אפווענדן א "כסיל אחד" (א ישמעאלי?), וואס האט געפרעגט קשיות "שלא קדמו אדם".
א יסוד וואס ער שטעלט אוועקכל בן דעת צריך לדעת כי לא יתכן... להוסיף מדעתו בספר מן הספרים הקודמים.. בלתי אם יצטרך אותו הוספה לסיבה מן הסיבות, אם שיחזיק אמונתו עם אותו הוספה..., אבל בלתי סבת שום תועלת א"א למי שנמנה מכלל בני אדם להוסיף דבר גדול או קטן.
עיי"ש.
צווישן אנדערע איז ער פארנומען מסביר צו זיין וואס איז די תועלת פון מפרסם זיין אלע חטאים פון אונזערע אבות.
ווײטער פארענטפערט ער ווי אזוי פון די געציילטע בני קהת וואס זענען מפורש אין די תורה איז זיך צואוואקסן צו א מספר פון 2750 זכרים פון די דרייסיג ביז די פופציג. (זיין תשובה איז אז באמת זענען געווען נאך קינדער, נאר די תורה רעכנט נאר אויס די פאר וויכטיגע נעמען.)
שפעטער איז ער מסביר פשט אין די גמרא סוכה כ ע"א 'בתחלה כשנשתכחה תורה מישראל ועלה עזרא ויסדה, חזרה ונשתכחה ועלה הלל הבבלי ויסדה, חזרה ונשתכחה ועלו ר' חייא ובניו ויסדוה', וואס מיינט דאס שכחת התורה, עיי"ש.
מראה מקום אני לך, נישט אז יעצט ווערן קושיות פארענטפערט.
נאדיר, איך בין טאקע נייגעריג ווער איז דער ישמעאלי פון וועם ער רעדט?
דער ישמעאלי קען זיין סתם א מוסולמענער וואס איז איהם געקומען פארקויפן די
תחריף דאקטערינע.
קרח איז געווארן פארברענט אדער איינגעשלינגען?
ווען מ'לערנט אפ די מעשה בפשיטות איז קורח געווארן פארברענט, ווייל ער איז דאך געווען דעמאלטס ביים אהל מועד מיט די ר"נ איש און איז נישט געעוען ביי דתן ואבירם. און אזוי אויך שטייט זייער קלאר אין פסוק (יז ה) אז מ'זאל מאכן ציפוי למזב פון די מחתות החטאים "למען אשר לא יקרב איש זר אשר לא מזרע אהרן הוא להקטיר קטרת לפני ה' ולא יהיה כקרח וכעדתו".
אבער די וואך פרשת פינחס שטייט קלאר אז קורח איז געווארן איינגעשלינגען, עס שטייט אזוי: ובני אליאב נמואל ודתן ואבירם הוא דתן ואבירם קריאי העדה אשר הצו על משה ועל אהרן בעדת קרח בהצתם על ה':
ותפתח הארץ את פיה ותבלע אתם ואת קרח במות העדה באכל האש את חמשים ומאתים איש ויהיו לנס:
וואס זאגן די מפרשים אויף דעם? איך האב געטראפן פיר מהלכים
1) די גמרא אין סנהדרין
זאגט: במתניתא תנא קרח מן השרופין ומן הבלועין מן הבלועים דכתיב ותבלע אותם ואת קרח מן השרופין דכתיב ואש יצאה מאת ה' ותאכל את חמשים ומאתים איש וקרח בהדייהו.
2) די אבן עזרא
שרייבט: ופירוש פסוק ואת קרח איננו דבק עם ותבלע אותם, רק עם במות העדה.
3) ר"י בכור שור
שרייבט: והא דכתיב ותבלע אותם ואת קרח במות העדה – כיון שנבלע אהלו וכל אשר לו קורא אותו נבלע.
4) נאך א פשט זאגט ער: אי נמי בליעה בלשון מיתה, כמו אזי חיים בלעונו.
כמובן זענען אלע תירוצים שטומפיג, די ערשטע איז פשוט מאדנע אז איינער זאל שטארבן צוויי מאל, און אויב איז ער שוין געשטארבן פון די שריפה וואס איז די רבותא אז ער איז נאכדעם געווארן איינגעשלינגען? אויך אין פסוק זעהט אויס אז די שריפה איז געווען נאך די בליעה.
בכלל זענען אזעלכע סארט מהלכים פראבלעמאטיש, אויב די פסוק וויל פארציילן אז ער איז געווארן פארברענט און נאכדעם איינגעשלינגען זאל ער עס קלאר זאגן. אבער ווען איין פלאץ שטייט איין זאך און ערגעץ אנדערש שטייט א צווייטע זאך, איז דאס פשוט א געשמאקע וועג זיך ארויסצודרייען פון די סתירה
די תירוץ פונעם אבע"ז נעמט אינגאנצן ארויס די פסוק אין פ' פינחס פון משמעות, ואת קורח גייט זיכער אויף ארויף
די ערשטע תירוץ פונעם ר"י בכור שור איז נאך מסתם די בעסטע (יש"ר און שד"ל גייען מיט דעם), אבער למעשה שטייט אין פסוק קורח, און צוזאגן אז עס מיינט די רכוש קורח איז א סטרעטש
די צווייטע תירוץ זיינע איז זייער נאריש, אין די קאנטעקסט דא אין פסוק זעהט מען קלאר מ'רעדט פון די בליעה פון פתיחת הארץ
נו? וואס איז די תירוץ? תיק"ו
וואס איז די ראשי תיבות פון תיקו?
ברוך שפינוזהוואס איז די ראשי תיבות פון תיקו?
לענינינו תשבי יתרץ קושיות ואיבעיות (הגם דאס איז נישט די
ארגינעלע באדייט פון די ווארט)
כ'האב שוין געמיינט אז ס'קומט עפעס טיפער... גראדע אז דו ווילסט ווארטן אויף דעם תישבי קענסטו ווארטן, אבער די תירוץ מיין איך ווייסטו אליין. 😃
ברוך שפינוזהכ'האב שוין געמיינט אז ס'קומט עפעס טיפער... גראדע אז דו ווילסט ווארטן אויף דעם תישבי קענסטו ווארטן, אבער די תירוץ מיין איך ווייסטו אליין. 😃
איך מיין א תירוץ צו פארענטפערן אז עס זאל
נישט זיין קיין סתירה, פארדעם דארף מען טאקע ווארטן אויף דעם תשבי
די תירוץ פארוואס ס'נישט קיין סתירה האט מען שוין ערווענט אנפאנג אשכול בשם הירושלמי/רש"י/רד"ק/און נאך, תישבי וועט דיך ענטפערן דעם זעלבן תירוץ.
ברוך שפינוזהדי תירוץ פארוואס ס'נישט קיין סתירה האט מען שוין ערווענט אנפאנג אשכול בשם הירושלמי/רש"י/רד"ק/און נאך, תישבי וועט דיך ענטפערן דעם זעלבן תירוץ.
איך רעד פון א צווייטן תשבי
נו נו, ווי פלעגט מיין מאמע זאגן, פאלג מיך נישט נישט וועסטו זעהן אז איך בין גערעכט...
ברוך שפינוזהנו נו, ווי פלעגט מיין מאמע זאגן, פאלג מיך נישט נישט וועסטו זעהן אז איך בין גערעכט...
ממ"נ, אויב גלייבסטו אין אידישקייט אזויווי אלע חרד'ישע אידן, דארפסטו גלייבן אז תשבי גייט נישט ענטפערן וואס דו זאגסט. און אויב גלייבסטו נישט, גייט ער דאך נישט קומען. איז וואס פארפירסטו?
מה הקשר גלייבן? איך זאג דיר אז ווי ווייט איך ווייס האלט תשבי כנ"ל, גלייב מיר יא, גלייב מיר נישט, א פירכא דערויף האסטו זיכער נישט. 😂
Re: שו"ת אין ביקורת המקרא
סקעפטיקערקרח איז געווארן פארברענט אדער איינגעשלינגען?
ווען מ'לערנט אפ די מעשה בפשיטות איז קורח געווארן פארברענט, ווייל ער איז דאך געווען דעמאלטס ביים אהל מועד מיט די ר"נ איש און איז נישט געעוען ביי דתן ואבירם. און אזוי אויך שטייט זייער קלאר אין פסוק (יז ה) אז מ'זאל מאכן ציפוי למזב פון די מחתות החטאים "למען אשר לא יקרב איש זר אשר לא מזרע אהרן הוא להקטיר קטרת לפני ה' ולא יהיה כקרח וכעדתו".
אבער די וואך פרשת פינחס שטייט קלאר אז קורח איז געווארן איינגעשלינגען, עס שטייט אזוי: ובני אליאב נמואל ודתן ואבירם הוא דתן ואבירם קריאי העדה אשר הצו על משה ועל אהרן בעדת קרח בהצתם על ה':
ותפתח הארץ את פיה ותבלע אתם ואת קרח במות העדה באכל האש את חמשים ומאתים איש ויהיו לנס:
וואס זאגן די מפרשים אויף דעם? איך האב געטראפן פיר מהלכים
1) די גמרא אין סנהדרין
זאגט: במתניתא תנא קרח מן השרופין ומן הבלועין מן הבלועים דכתיב ותבלע אותם ואת קרח מן השרופין דכתיב ואש יצאה מאת ה' ותאכל את חמשים ומאתים איש וקרח בהדייהו.
2) די אבן עזרא
שרייבט: ופירוש פסוק ואת קרח איננו דבק עם ותבלע אותם, רק עם במות העדה.
3) ר"י בכור שור
שרייבט: והא דכתיב ותבלע אותם ואת קרח במות העדה – כיון שנבלע אהלו וכל אשר לו קורא אותו נבלע.
4) נאך א פשט זאגט ער: אי נמי בליעה בלשון מיתה, כמו אזי חיים בלעונו.
כמובן זענען אלע תירוצים שטומפיג, די ערשטע איז פשוט מאדנע אז איינער זאל שטארבן צוויי מאל, און אויב איז ער שוין געשטארבן פון די שריפה וואס איז די רבותא אז ער איז נאכדעם געווארן איינגעשלינגען? אויך אין פסוק זעהט אויס אז די שריפה איז געווען נאך די בליעה.
בכלל זענען אזעלכע סארט מהלכים פראבלעמאטיש, אויב די פסוק וויל פארציילן אז ער איז געווארן פארברענט און נאכדעם איינגעשלינגען זאל ער עס קלאר זאגן. אבער ווען איין פלאץ שטייט איין זאך און ערגעץ אנדערש שטייט א צווייטע זאך, איז דאס פשוט א געשמאקע וועג זיך ארויסצודרייען פון די סתירה
די תירוץ פונעם אבע"ז נעמט אינגאנצן ארויס די פסוק אין פ' פינחס פון משמעות, ואת קורח גייט זיכער אויף ארויף
די ערשטע תירוץ פונעם ר"י בכור שור איז נאך מסתם די בעסטע (יש"ר און שד"ל גייען מיט דעם), אבער למעשה שטייט אין פסוק קורח, און צוזאגן אז עס מיינט די רכוש קורח איז א סטרעטש
די צווייטע תירוץ זיינע איז זייער נאריש, אין די קאנטעקסט דא אין פסוק זעהט מען קלאר מ'רעדט פון די בליעה פון פתיחת הארץ
נו? וואס איז די תירוץ? תיק"ו
כ'זעה נישט פארוואס די ערשטע תירץ איז שטימפיג? קורח איז געווען מן השרופים ס'טייטש ער איז געשטארבן אין די מגפה מיט די אנדערע צוויי הונדערט און פופציג ווי דער פסוק זאגט אין פרשת קורח און דערנאך איז ער געווארן איינגעשלינגן מיט אלע אנדערע וואס זענען געווארן איינגעשלינגן ואת כל האדם אשר לקורח ואת כל הרכוש.
און ווייטער אין פרשת פנחס פסוק י' ותפתח הארץ את פיה ותבלע אותם ואת קורח במות העדה באכול האש את החמשים ומאתים איש וגו' דא פארציילט די תורה פינקטלעך וויאזוי ס'געשעהן אז די ערד האט יעדן וואס איז געווען אינוואלווד אפילו די צוויי הונדערט און פופציג מענטשן וואס זענען געשטארבן אין די מגפה אויך איינגעשלינגן
איי אויב אזוי, דאמאלטס פארוואס נאך די גאנצע מעשה וואס די תורה פארציילט וועגן די ערד עפענען הערשט דעמאלטס אין פסוק ל"ה פארציילט די תורה וועגן די פייער וואס האט פארברענט די צוויי הונדערט און פופציג כאילו ס'זענען צוויי עקסטערע זאכן?? דאס קען זיין ווייל די תורה שרייבט קודם אראפ די גאנצע דערציילונג ווי משה רבינו האט זיי געווארענט וועגן עפעס נייע מין בריאה פון טויט ווי די ערד גייט זיך עפענען און אריינשלינגן יעדן וואס איז אינוואלווד, ענדיגט די תורה צו, און נאכדעם דערציילט די תורה די אנדערע חלק פון די פייער. אין מוקדם ומאוחר בתורה, ודיברה תורה כלשון בני אדם.
Sent from my SM-S911U using Tapatalk
דער גאלדענער אדלערכ'זעה נישט פארוואס די ערשטע תירץ איז שטימפיג? קורח איז געווען מן השרופים ס'טייטש ער איז געשטארבן אין די מגפה מיט די אנדערע צוויי הונדערט און פופציג ווי דער פסוק זאגט אין פרשת קורח און דערנאך איז ער געווארן איינגעשלינגן מיט אלע אנדערע וואס זענען געווארן איינגעשלינגן ואת כל האדם אשר לקורח ואת כל הרכוש.
און ווייטער אין פרשת פנחס פסוק י' ותפתח הארץ את פיה ותבלע אותם ואת קורח במות העדה באכול האש את החמשים ומאתים איש וגו' דא פארציילט די תורה פינקטלעך וויאזוי ס'געשעהן אז די ערד האט יעדן וואס איז געווען אינוואלווד אפילו די צוויי הונדערט און פופציג מענטשן וואס זענען געשטארבן אין די מגפה אויך איינגעשלינגן
איי אויב אזוי, דאמאלטס פארוואס נאך די גאנצע מעשה וואס די תורה פארציילט וועגן די ערד עפענען הערשט דעמאלטס אין פסוק ל"ה פארציילט די תורה וועגן די פייער וואס האט פארברענט די צוויי הונדערט און פופציג כאילו ס'זענען צוויי עקסטערע זאכן?? דאס קען זיין ווייל די תורה שרייבט קודם אראפ די גאנצע דערציילונג ווי משה רבינו האט זיי געווארענט וועגן עפעס נייע מין בריאה פון טויט ווי די ערד גייט זיך עפענען און אריינשלינגן יעדן וואס איז אינוואלווד, ענדיגט די תורה צו, און נאכדעם דערציילט די תורה די אנדערע חלק פון די פייער. אין מוקדם ומאוחר בתורה, ודיברה תורה כלשון בני אדם.
Sent from my SM-S911U using Tapatalk
ואת כל האדם אשר לקורח מיינט נישט די ר"נ איש נאר זיינע ווייבער, עבדים ושפחות וכדו'. און די פסוק דא אין פינחס זאגט אז די ערד האט איינגעשלינגען זיי [דתן ואבירם] און קורח "ווען" די געמיינדע איז געשטארבן "ווען" די פייער האט פארברענט די ר"נ איש. קיינער זאגט נישט אז די ר"נ איש זענען געווארן איינגעשלינגען. דיין ביאור האט נאך אסאך שוועריגקייטן אבער כעת די בזה
(אגב, אין מוקדם ומאוחר בתורה, און דיברה תורה כלשון בני אדם זענען נישט היינו הך)
לייג צו די פסוק (דברים יא, ו) וַֽאֲשֶׁ֨ר עָשָׂ֜ה לְדָתָ֣ן וְלַֽאֲבִירָ֗ם בְּנֵ֣י אֱלִיאָב֮ בֶּן־רְאוּבֵן֒ אֲשֶׁ֨ר פָּֽצְתָ֤ה הָאָ֨רֶץ֙ אֶת־פִּ֔יהָ וַתִּבְלָעֵ֥ם וְאֶת־בָּֽתֵּיהֶ֖ם וְאֶת־אָֽהֳלֵיהֶ֑ם וְאֵ֤ת כָּל־הַיְקוּם֙ אֲשֶׁ֣ר בְּרַגְלֵיהֶ֔ם בְּקֶ֖רֶב כָּל־יִשְׂרָאֵֽל. דא זאגט ער נאר אז דתן ואבירם זענען איינגעשלינגען געווארן.
דארט אין סנהדרין איז דא נאך שיטה שלא היה מן הנבלעין ולא מן הנשרפין. (ער וועט אויך דארפן נוצן א דוחק תירוץ ליישב הפסוק בפרשת פנחס).
אגב, (נישט אז עס מאכט עס מער מסתבר), די מדרש תנחומא (קרח, סימן ט) איז מסביר וויאזוי עס האט געארבייט די קרח מן הבלועין והנשרפין.
והא לך לשונו, ואש יצאה מאת ה' וגו', אלו היו נבלעים ואלו היו נשרפין, וקרח עומד בין השרופים, שאמר לו משה: ואתה ואהרן איש מחתתו. וקרח לקה יותר מכלם, שנשרף ונבלע. ולמה נעשה בו שני דינין? שאילו נשרף ולא נבלע, הרי הבלועים מתרעמין ואומרים: שלא הביא עלינו את כל הפורעניות הזה אלא קרח, והרי הן נבלעין וקרח ניצול. ואילו נבלע ולא נשרף, היו השרופים מתרעמין ואומרין: שלא הביא עלינו את הפורעניות הזה אלא קרח, והרי הן נשרפין והוא ניצול. לפיכך נדון בשני מיתות. להט האש תחילה לעיני כל השרופים, בידו הייתה המחתה והקטרת בה, וקפלתו האש ככדור, והאש מגלגלת בו עד שהביאתו לפי הארץ לבין הבלועים, שנאמר: ותפתח הארץ את פיה וגו':
די פנים יפות וויל זאגן אז קרח שהיה עם השרופים לא נבלע עד יום המחרת בעידן ריתחא של הנגף.
דער גאלדענער אדלער
אין פרשת פנחס פסוק י' ותפתח הארץ את פיה ותבלע אותם ואת קורח במות העדה באכול האש את החמשים ומאתים איש וגו' דא פארציילט די תורה פינקטלעך וויאזוי ס'געשעהן אז די ערד האט יעדן וואס איז געווען אינוואלווד אפילו די צוויי הונדערט און פופציג מענטשן וואס זענען געשטארבן אין די מגפה אויך איינגעשלינגן.
דיברה תורה כלשון בני אדם.
גאלדענע, פון די פסוק אין פרשת פנחס איז קלאר משמע אז די 250 איש זענען נישט איינגעשלינגען געווארן אין דר'ערד.
זע די לשון הפסוקים:
וּבְנֵ֣י אֱלִיאָ֔ב נְמוּאֵ֖ל וְדָתָ֣ן וַאֲבִירָ֑ם הֽוּא־דָתָ֨ן וַאֲבִירָ֜ם קְרִיאֵ֣י הָעֵדָ֗ה אֲשֶׁ֨ר הִצּ֜וּ עַל־מֹשֶׁ֤ה וְעַֽל־אַהֲרֹן֙ בַּעֲדַת־קֹ֔רַח בְּהַצֹּתָ֖ם עַל־ה'׃ וַתִּפְתַּ֨ח הָאָ֜רֶץ אֶת־פִּ֗יהָ וַתִּבְלַ֥ע אֹתָ֛ם וְאֶת־קֹ֖רַח בְּמ֣וֹת הָעֵדָ֑ה בַּאֲכֹ֣ל הָאֵ֗שׁ אֵ֣ת חֲמִשִּׁ֤ים וּמָאתַ֙יִם֙ אִ֔ישׁ וַיִּהְי֖וּ לְנֵֽס׃
זאגסט דברה תורה כלשון בני אדם... אויב איז די מעשה געווען לויט ווי דו זאגסט, אז אלע (דתן ואבירם, קרח, און די 250 איש) זענען סיי פארברענט געווארן און סיי איינגעשלינגען געווארן, דאן פארוואס צוטיילט עס די פסוק? די פסוק זאגסט אז דתן ואבירם מיט קרח זענען איינגעשלינגען געווארן 'אינדערצייט' וואס די 250 איז זענען פארברענגט געווארן.
לויט דיין ווערסיע אין די מעשה וואלט געדאפט צו שטיין אזוי:
וַתִּפְתַּ֨ח הָאָ֜רֶץ אֶת־פִּ֗יהָ וַתִּבְלַ֥ע אֹתָ֛ם וְאֶת־קֹ֖רַח
"ו"אֵ֣ת חֲמִשִּׁ֤ים וּמָאתַ֙יִם֙ אִ֔ישׁ ואכל אֹתָ֛ם הָאֵ֗שׁ בְּמ֣וֹת הָעֵדָ֑ה וַיִּהְי֖וּ לְנֵֽס׃
אור החיים הק׳ על דברים לד פסוק ו׳
עד היום הזה. הם דברי ה' שהיה אומר ומשה כותב, וכמו כן מאמרים הקודמים לזה וימת שם משה ויקבור אותו:
וראיתי להרב רבי אברהם בן עזרא שכתב שיהושע כתב כן, ואין ראוי לכתוב כדברים האלה בפשטי הכתובים שמשה לא השלים הספר תורה כשמסרו ללווים, שבאזני שמעתי מבני עמנו מסתבכים בדבר זה ומסתעפים מזה כפירה בתורה, וזו היא טענת העכו"ם שמבני ישראל תיקנו המכתב ונמצא בה מה שלא היה ולא היה מה שהיה, וישתקע הדברים ודומיהם הסבי עיניך מנגדם, והעיקר שכל הספר תורה כתבו משה וכאומרם (בבא בתרא דף טו.) השלימו בדמע:
cictimאור החיים הק׳ על דברים לד פסוק ו׳
עד היום הזה. הם דברי ה' שהיה אומר ומשה כותב, וכמו כן מאמרים הקודמים לזה וימת שם משה ויקבור אותו:
וראיתי להרב רבי אברהם בן עזרא שכתב שיהושע כתב כן, ואין ראוי לכתוב כדברים האלה בפשטי הכתובים שמשה לא השלים הספר תורה כשמסרו ללווים, שבאזני שמעתי מבני עמנו מסתבכים בדבר זה ומסתעפים מזה כפירה בתורה, וזו היא טענת העכו"ם שמבני ישראל תיקנו המכתב ונמצא בה מה שלא היה ולא היה מה שהיה, וישתקע הדברים ודומיהם הסבי עיניך מנגדם, והעיקר שכל הספר תורה כתבו משה וכאומרם (בבא בתרא דף טו.) השלימו בדמע:
גאר מאדנע, דארט אין די גמרא וואס ער צייכנט צו איז דאך דא א מחלוקה איבער די שמונה פסוקים שבתורה וואס לויט איין דיעה יהושע כתבם. און דא האט ער טענות אויפן אבן עזרא? ועי'
כאןווי אזוי טייטשט מען די ווערטער אויף אידיש:
ותצלח עליו רוח אלקים (אדער רוח ה'), וואס ווערט דערמאנט פיל מאל אין ספר שופטים, און אויך אין ספר שמואל.
ווי אזוי טייטשט מען אויף אידיש דאס ווארט "ותצלח"?
...
נאך א שאלה:
ווי אזוי טיישטט מען די ווערטער:
וילכד שבט יהודה.... וילכד משפחת הזרחי... וילכד זבדי...
אויך אין ספר שמואל - וילכד משפחת המטרי...
ווי אזוי טיישטט מען אויף אידיש דאס ווארט "וילכד"?
צפתווי אזוי טייטשט מען די ווערטער אויף אידיש:
ותצלח עליו רוח אלקים (אדער רוח ה'), וואס ווערט דערמאנט פיל מאל אין ספר שופטים, און אויך אין ספר שמואל.
ווי אזוי טייטשט מען אויף אידיש דאס ווארט "ותצלח"?
...
נאך א שאלה:
ווי אזוי טיישטט מען די ווערטער:
וילכד שבט יהודה.... וילכד משפחת הזרחי... וילכד זבדי...
אויך אין ספר שמואל - וילכד משפחת המטרי...
ווי אזוי טיישטט מען אויף אידיש דאס ווארט "וילכד"?
וילכד איז טייטש "פארכאפט"
ותצלח איז אביסל שווער, עס איז א לשון פון אויספירן, גיין ביז צום סוף, אנקומען צום ציל. איך וואלט עס געטייטשט "עס האט אים דורכגענומען/איבערגענומען א גייסט פון גאט"
איציקל
די גאנצע אשכול איז - אויף חסרות ויתרות וואס שטייט קלאר אז אנו לא בקיאין, די נקודה פון אוהח"ק אז אויב מ'נעמט אן די שיטה פון יהושע כתבו, געט מען א פלאץ פאר אפיקורסים אין בקורת המקרא - מער ווי חסרות ויתרות, פתיחות וסתימות, ושמונה פסוקים האחרונים.
ביקורת ותירוצים אויף די פסוקים פון נבילות וטריפות
איינע פון די פלעצער וואס די מבקרים כאפן זיך ארויף דערויף איז אויף די פסוקי התורה וואס רעדן וועגן די איסור פון נבילה וטריפה.
די איסור פון 'טריפה' ווערט געברענגט אין שמות כב, ל; וְאַנְשֵׁי קֹדֶשׁ תִּהְיוּן לִי וּבָשָׂר בַּשָּׂדֶה טְרֵפָה לֹא תֹאכֵלוּ לַכֶּלֶב תַּשְׁלִכוּן אֹתוֹ. אן אפענע פסוק אז מען טאר נישט עסן קיין טריפה פלייש. די איסור פון 'נבילה' שטייט אין דברים יד, כא; לֹא תֹאכְלוּ כָל-נְבֵלָה לַגֵּר אֲשֶׁר-בִּשְׁעָרֶיךָ תִּתְּנֶנָּה וַאֲכָלָהּ, אוֹ מָכֹר לְנָכְרִי--כִּי עַם קָדוֹשׁ אַתָּה, לַה' אֱלֹקיךָ; ווידער א קלארע פסוק אז מען טאר נישט עסן קיין נבילה.
דאס איז אין ספר שמות און אין ספר דברים, אבער ווען מען כאפט א בליק אין ספר ויקרא זעט מען א שטיקל אנדערע בילד, עס זעט שטארק אויס אז די גאנצע איסור פון עסן נבילות וטריפות איז בלויז א טומאה וטהרה פראבלעם, און איז דעריבער נאר אסור פאר כהנים, משא"כ ישראלים וואס מעגן ווערן טמא, זעט אויס ווי ס'נישט קיין איסור צו עסן נבילות וטריפות.
דאס קען מען מדייק זיין פון עטליכע מקומות דורכאויס ספר ויקרא, לאמיר כאפן א בליק אויף די פסוקים און אליינס זען.
קודם לאמיר געבן א קוק אין פרק יא, ווי די תורה רעכנט אויס די גאנצע ליסטע און תנאים פון 'כשר'ע' און 'נישט כשר'ע' חיות ובהמות, פישן, פייגלעך, און שרצים. שרייבט די תורה אזוי פסוק לט:
וכִי יָמוּת מִן-הַבְּהֵמָה, אֲשֶׁר-הִיא לָכֶם לְאָכְלָה--הַנֹּגֵעַ בְּנִבְלָתָהּ, יִטְמָא עַד-הָעָרֶב. מ וְהָאֹכֵל, מִנִּבְלָתָהּ--יְכַבֵּס בְּגָדָיו, וְטָמֵא עַד-הָעָרֶב; וְהַנֹּשֵׂא, אֶת-נִבְלָתָהּ--יְכַבֵּס בְּגָדָיו, וְטָמֵא עַד-הָעָרֶב:
די תורה שרייבט אז אויב עסט מען נבילה פון א כשר'ע בהמה, ווערט מען טמא... ער דערמאנט בכלל נישט אז ס'איז אסור צו עסן...
וועט מען וועלן זאגן, אז די תורה איז נישט נחית דא צום איסור פון עסן, ער דערמאנט נאר די חלק פון טומאה. אבער אויב אזוי ווערט שווער אז ווען מען קוקט צוריק אין די גאנצע פרשה ווען ער רעדט פון נישט כשר'ע באשעפענישן, דערמאנט ער קיינמאל דער חלק אז אויב מען עסט דערפון ווערט מען טמא. עס זעט שטארק אויס אז די סיבה דערצו איז ווייל עס פעלט נישט אויס צו זאגן, ווייל ס'איז דאך ממילא אסור צו עסן... משא"כ נבילה פון א כשר'ע בהמה איז יא מותר צו עסן, און דעריבער מוז די תורה זיך באווארענען אז אויב עסט מען דערפון ווערט מען טמא.
זע למשל פסוק כד, ווען ער רעדט וועגן שרץ העוף:
וּלְאֵלֶּה, תִּטַּמָּאוּ; כָּל-הַנֹּגֵעַ בְּנִבְלָתָם, יִטְמָא עַד-הָעָרֶב. כה, וְכָל-הַנֹּשֵׂא, מִנִּבְלָתָם--יְכַבֵּס בְּגָדָיו, וְטָמֵא עַד-הָעָרֶב:
קיין ווארט וועגן טומאה אויב מען עסט עס... ווייל ס'איז דאך אסור באכילה בכל אופן. אזוי אויך אין די גאנצע פרשה דערמאנט ער נישט קיין טומאה פון עסן חיות אדער בהמות וואס מען טאר סייווי נישט עסן.
*
יעצט לאמיר זיך ריקן צו א פרישע פרק, ויקרא פרק ז' פסוק כב , דא זעט מען אז די תורה אסר'ט צו עסן 'חלב' פון נבילות וטריפות... זע די פסוקים. וַיְדַבֵּר ה', אֶל-מֹשֶׁה לֵּאמֹר. כג דַּבֵּר אֶל-בְּנֵי יִשְׂרָאֵל, לֵאמֹר: כָּל-חֵלֶב שׁוֹר וְכֶשֶׂב, וָעֵז--לֹא תֹאכֵלוּ. כד וְחֵלֶב נְבֵלָה וְחֵלֶב טְרֵפָה, יֵעָשֶׂה לְכָל-מְלָאכָה; וְאָכֹל, לֹא תֹאכְלֻהוּ.
עס זעט ווייטער שטארק אויס, אז די תורה האט א פראבלעם מיט די 'חלב' פון נבילות וטריפות, אבער די פלייש אליין מעג מען יא עסן, ווען נישט, דארף דאך עס נישט די תורה עקטער ארויסשרייבן, ס'איז דאך נכלל אין די איסור פון נבילה וטריפה...
*
יעצט לאמיר זיך ווידער אריבערריקן צו א פרישע פרק אין ספר ויקרא. פרק י"ז, פסוק יג:
יג וְאִישׁ אִישׁ מִבְּנֵי יִשְׂרָאֵל, וּמִן-הַגֵּר הַגָּר בְּתוֹכָם, אֲשֶׁר יָצוּד צֵיד חַיָּה אוֹ-עוֹף, אֲשֶׁר יֵאָכֵל--וְשָׁפַךְ, אֶת-דָּמוֹ, וְכִסָּהוּ, בֶּעָפָר. יד כִּי-נֶפֶשׁ כָּל-בָּשָׂר, דָּמוֹ בְנַפְשׁוֹ הוּא, וָאֹמַר לִבְנֵי יִשְׂרָאֵל, דַּם כָּל-בָּשָׂר לֹא תֹאכֵלוּ: כִּי נֶפֶשׁ כָּל-בָּשָׂר דָּמוֹ הִוא, כָּל-אֹכְלָיו יִכָּרֵת. טו וְכָל-נֶפֶשׁ, אֲשֶׁר תֹּאכַל נְבֵלָה וּטְרֵפָה, בָּאֶזְרָח, וּבַגֵּר: וְכִבֶּס בְּגָדָיו וְרָחַץ בַּמַּיִם, וְטָמֵא עַד-הָעֶרֶב--וְטָהֵר. טז וְאִם לֹא יְכַבֵּס, וּבְשָׂרוֹ לֹא יִרְחָץ--וְנָשָׂא, עֲוֺנוֹ.
א סקונדע פריער זאגט ער גאר שארף אז מען טאר נישט עסן קיין בלוט, און אויב יא באקומט מען כרת, און א רגע שפעטער רעדט ער מיט אזא גלייכגילטיגקייט וועגן עסן נבילות וטריפות. ער זאגט נאר אז אויב עסט מען נבילות וטריפות זאל מען זיך וואשן די קליידער, גיין אין מקוה, ווארטן ביז ביינאכט... און... ער ווערט טהור... דעסט איט...! און די נעקסטע פסוק פירט אויס; און אויב וועט ער זיך נישט מטהר זיין, ערשט דעמאלטס 'ונשא עונו'! וואס גייט דא פאר? ער האט דאך לכאורה שוין אן עבירה בלויז פונעם עסן די נבילה וטריפה?
*
יעצט לאמיר כאפן א בליק וואס די תורה זאגט אין פרק כב, דאס איז אין פרשת אמור וואו די תורה שרייבט די הלכות וואס זענען ספעציעל פאר כהנים, און ווי די פרשה הייבט זיך טאקע אן דארטן פסוק א: וַיְדַבֵּר ה', אֶל-מֹשֶׁה לֵּאמֹר. ב דַּבֵּר אֶל-אַהֲרֹן וְאֶל-בָּנָיו וכ'... יעצט כאפ א בליק אין פסוק ח' נְבֵלָה וּטְרֵפָה לֹא יֹאכַל, לְטָמְאָה-בָה, אֲנִי, ה': די תורה ווארנט אן פאר כהנים אז זיי טארן נישט עסן קיין נבילות וטריפות!!!
וואס גייט דא פאר? עס איז דאך אן איסור פאר גאנץ כלל ישראל צו עסן נבילות וטריפות? טענה'ן די מבקרים אז דער שרייבער פון ספר ויקרא האט געהאלטן אז עסן נבילה וטריפה איז בכלל נישט קיין איסור נאר א טומאה פראבלעם... און ממילא איז עס נאר אסור פאר כהנים צו עסן. ווידערום די שרייבערס פון שמות און דברים האבן יא געהאלטן אז ס'איז אן איסור צו עסן.
די מבקרים ברענגען אויך צי דער פסוק אין יחזקאל פרק מד, פסוק לא: כָּל-נְבֵלָה וּטְרֵפָה, מִן-הָעוֹף וּמִן-הַבְּהֵמָה--לֹא יֹאכְלוּ, הַכֹּהֲנִים. זיי טענה'ן אז דאס איז דער זעלבער שרייבער פון ספר ויקרא וואס האט געהאלטן אז עסן נבילה וטריפה איז נאר אן איסור פאר כהנים.
*******
איז וויאזוי פארענטפערט מען די אלע פסוקים? לאמיר פראבירן, ובשם השם נעשה ונצליח.
קודם כל לאמיר מקדים זיין אן הקדמה, וואס וועט זיין וויכטיג שפעטער צו פארשטיין די תירוצים.
דאס אז נבילה וטריפה איז אסור צו עסן, שטייט דאך שוין אין שמות און דברים, און היות די תורה איז דאך יא געשריבן געווארן דורך איין שרייבער דארף ער עס נישט איבערשרייבן נאכאמאל אין ספר ויקרא. נאר דאס אז די תורה שרייבט יא דערוועגן אין ויקרא איז בלויז צו מחדש זיין געוויסע הלכות דערינען.
יעצט לאמיר דורכגיין די אלע דיוקים איינס ביי איינס און זיי פראבירן צו פארענטפערן דאס בעסטע וואס שייך.
די ערשטע דיוק איז געווען אין פרק יא, ווי ער דערמאנט אז מען ווערט טמא אויב עסט מען נבילה. אוודאי איז עס טאקע יא אסור צו עסן, נאר היות דא אין די פרשה דערמאנט ער אויך וועגן די דיני טומאה וואס געשעען ווען מען טראגט אדער רירט אן די די טויטע טמא'נע חיות, דערמאנט ער אויך וועגן די טומאה פון טויטע כשר'ע חיות. און ער דערמאנט בתוך הדברים אז אויב עסט מען נבילה ווערט מען טמא. איי פארוואס דערמאנט ער דאס נאר ביי נבילה פון כשר'ע חיות און נישט ביי נבילה פון טמא'נע חיות? זייער פשוט! טמא'נע חיות זענען מענטשן ממילא מובדל פון דעם און מען עסט עס קיינמאל נישט, דערפאר וועט מען זיך נישט פארגעסן און עסן דערפון, און וועגן דעם דארף נישט די תורה שרייבן אז אויב עסט מען דערפון ווערט מען טמא, משא"כ נבילה פון כשר'ע בהמות, וואס איז מער שכיח אז מענטשן זאלן פון דעם עסן, אויף דעם דארף די תורה שרייבן אז דער וואס עסט דערפון ווערט טמא.
כנלע"ד לפרש...
*
יעצט לאמיר גיין צום נעקסטן דיוק אין פרק ז' ווי די תורה אסר'ט בלויז די 'חלב' פון נבילות וטריפות. די תורה דערמאנט טאקע נישט דא די איסור פון עסן נבילות וטריפות... ווייל נישט דא איז זיין פלאץ. ווי געשריבן אינעם הקדמה, שטייט דאך עס שוין אין שמות און דברים, און עס פעלט נישט אויס איבערצושרייבן. דא רעדט מען בלויז וועגן די איסור פון חלב.
איי פארוואס דארף עקסטער שטיין אז חלב פון נבילות וטריפות איז אסור? ס'איז דאך לכאורה נכלל אינעם איסור פון עסן נבילות וטריפות בכלליות? אויף דעם קען מען זאגן צוויי תירוצים.
קודם קען מען זאגן, אז עס וואלט נישט געווען ממש פשוט אז עס גייט אריין אין די גדר פון איסור נבילה וטריפה. מען וואלט געקענט לערנען אז די איסור איז נאר אויף די פלייש, אבער נישט אויף די חלב. דהיינו אויב שחט מען א בהמה און עס קומט אויס כשר, דאן איז מותר צו עסן די פלייש, און די חלב איז אסור (אזוי ווי עס שטייט אין פסוק כ"ג.) אבער אויב ווערט א בהמה נבילה אדער טריפה, דאן טאר מען נישט עסן די פלייש, אבער יא די חלב. (דהיינו א כשר'ע שחיטה איז סיי מתיר די פלייש און סיי אוסר די חלב) אויף דעם קומט די תורה דאס אויסצושליסן און קלארט אויס אז חלב פון נבילות וטריפות איז אויך אסור.
אדער קען מען ענטפערן די תירוץ וואס די גמרא ענטפערט אויף דעם אין חולין לז. כלשונו: "וחלב נבלה וחלב טרפה יעשה לכל מלאכה ואכל לא תאכלוהו" ואמר מר, למאי הלכתא? אמרה התורה יבא איסור נבלה ויחול על איסור חלב יבא איסור טרפה ויחול על איסור חלב. עכ"ל
פשט איז, סתם אזוי וואלט די איסור פון נבילה וטריפה נישט חל געווען אויפן חלב, ווייל חלב איז דאך שוין אסור פון פריער, און מיר ווייסן דאך אז אין איסור חל על איסור. אויף דעם קומט אן עקסטערע פסוק ארויפצולייגן אז עס וועט דא יא חל זיין די איסור, און דער וואס עסט דאס וועט עובר זיין צוויי לאווין.
*
יעצט לאמיר זיך ריקן צום נעקסטן דיוק פון פרק י"ז. דא דארף מען ווידער געדענקן אונזער הקדמה אז די תורה קומט דא נישט רעדן וועגן איסור אכילה, דאס שטייט דאך שוין. (הגם די איסור פון עסן דם שטייט שוין אויך אין אנדערע פלעצער, זע למשל ויקרא ז, כו-כז, און דאך חזר'ט עס די תורה איבער דא ממש א פסוק פריער, אבער דאס איז שוין א פרישע קשיא, אויב עפעס דארף מען גיין פארענטפערן פארוואס דם שטייט יא מער ווי איין מאל.) וואס מען רעדט דא איז בלויז וועגן די הלכות פון טומאה וטהרה פון נבילות וטריפות. די תורה רעדט דא וועגן איינער וואס עסט נבילה וטריפה, און די תורה זאגט אויף דעם אז ער ווערט טמא. אבער זיין טמא אליין איז נאכנישט קיין עבירה, ער קען זיך מטהר זיין פארן עסן קדשים אדער אריינגיין אין בית המקדש. נאר טאמער וועט ער זיך נישט וואשן (און ער וועט אריינגיין אין ביהמ"ק אדער עסן קדשים) נאר דעמאלטס ונשא עונו.
דאס קומט נישט אויסצושליסן אז פריער האט ער נישט געהאט קיין עוון פונעם עסן אליינס, אוודאי איז דא אן עוון בלויז פונעם עסן, ווי עס שטייט שוין אין ספר שמות און דברים. דא רעדט מען אבער בלויז וועגן די חלק העוון פון די טומאה אויב גייט יענער נאכדעם און עסט קדשים אדער גייט אריין אינעם בית המקדש אן זיך וואשן פון פריער. (וואס על כרחך רעדט די תורה אויף אזא פאל, ווייל מען רעדט דאך דא צו ישראלים, וואס ס'איז דאך נישט אסור פאר זיי צו ווערן טמאה סתם אזוי)
דא מוז מען אנמערקן, אז די פסוקים דא זענען דאך לכאורה סתם איבריג, ווייל אויבן אין קאפיטל י"א פסוק מ, שטייט דאך שוין געשריבן אז אויב עסט מען נבילה ווערט מען טמא? מען וואלט געקענט ענטפערן אז דא ווערט נתחדש אז ער אליין מוז זיך טובל'ען, וואס דאס שטייט נישט דארטן, עס ווערט נאר דערמאנט דארט וועגן וואשן די קליידער. (הגם מען וואלט געקענט ווייטער פרעגן אז עס פעלט נישט אויס די גאנצע חזרת הפסוקים, מען וואלט געקענט אריינלייגן און יענע פסוק אויך וועגן זיך טובל'ען.) אבער למעשה זאגן שוין חז"ל א גאנצע פשט אז די פסוקים דא רעדן זיך וועגן נבלות עוף טהור, און עס איז דא צו מחדש זיין טומאת בית הבלועה... מיר וועלן נישט אריינגיין אין דעם יעצט ווייל ס'איז נישט קיין חלק פונעם נושא... כ'ברענג עס נאר ארויף אז מען זאל וויסן דערפון.
*
יעצט צום לעצטן דיוק אין ויקרא כב, וואו ער רעדט צו די כהנים, און ער אסר'ט דווקא זיי צו עסן... זאגט די גמרא פשט אין מנחות מה. (די גמרא ענטפערט עס אויף די פסוק אין יחזקאל וואס מיר האבן אויבן געברענגט, אבער די מפרשים ניצן די זעלבע תירוץ דא אויך) אז בעצם איז טאקע אסור פאר גאנץ כלל ישראל צו עסן נבילת וטריפת, נאר אונז ווייסן דאך אז ביי א קרבן עוף מאכט מען מליקה וואס סתם אזוי וואלט דאס געווען נבילה, און דווקא ביי א קרבן איז עס די תורה מתיר. קומט דאך אויס אז כהנים וואלטן אפשר מזלזל געווען אין די איסור פון נבילה וטריפה, אדער אפשר גאר וואלטן זיי געמיינט אז ס'איז טאקע מותר פאר זיי (מיט א בנין אב פון מליקה) אויף דעם דארף די תורה זיי עקסטער באווארענען נישט צו עסן קיין נבילות וטריפות.
האבן מיר שוין פארענטפערט די פסוק אין יחזקאל אויך מיט דעם תירוץ...! צוויי פייגלעך מיט איין שאס!
***
אבער די בעסטע און שטערסקטע תירוץ פאר די אלע קשיות, איז דאס וואס די גמרא זאגט אויך דארטן אין מנחות; (שם) א"ר יוחנן: פרשה זו, אליהו עתיד לדורשה!!!
יה"ר שנזכה ונראה במהרה בימינו אמן.
הערליך!! עטליכע מראה מקומות
שמן למאור
קודם לאמיר געבן א קוק אין פרק יא, ווי די תורה רעכנט אויס די גאנצע ליסטע און תנאים פון 'כשר'ע' און 'נישט כשר'ע' חיות ובהמות, פישן, פייגלעך, און שרצים. שרייבט די תורה אזוי פסוק לט:
וכִי יָמוּת מִן-הַבְּהֵמָה, אֲשֶׁר-הִיא לָכֶם לְאָכְלָה--הַנֹּגֵעַ בְּנִבְלָתָהּ, יִטְמָא עַד-הָעָרֶב. מ וְהָאֹכֵל, מִנִּבְלָתָהּ--יְכַבֵּס בְּגָדָיו, וְטָמֵא עַד-הָעָרֶב; וְהַנֹּשֵׂא, אֶת-נִבְלָתָהּ--יְכַבֵּס בְּגָדָיו, וְטָמֵא עַד-הָעָרֶב:
די תורה שרייבט אז אויב עסט מען נבילה פון א כשר'ע בהמה, ווערט מען טמא... ער דערמאנט בכלל נישט אז ס'איז אסור צו עסן...
רד"צ הופמן: ואפילו אחר פירסום האיסור בדברים י״ד:כ״א, היה מקום לחוק זה בשביל אלה שאוכלים נבלה, משום שהחוק חל גם על האוכלים בשוגג וגם לגר שהיה מותר לו לאכול נבלה (אולם השוה י״ז:ט״ו). אגב: גם בפרק ט״ו:כ״ד ניתן חוק לשוכב עם הנידה, אעפ״י שלפי כ׳:י״ח הוא חייב כרת. (הערה:
ערבך ערבא צריך)
שמן למאוראיי פארוואס דערמאנט ער דאס נאר ביי נבילה פון כשר'ע חיות און נישט ביי נבילה פון טמא'נע חיות? זייער פשוט! טמא'נע חיות זענען מענטשן ממילא מובדל פון דעם און מען עסט עס קיינמאל נישט, דערפאר וועט מען זיך נישט פארגעסן און עסן דערפון, און וועגן דעם דארף נישט די תורה שרייבן אז אויב עסט מען דערפון ווערט מען טמא, משא"כ נבילה פון כשר'ע בהמות, וואס איז מער שכיח אז מענטשן זאלן פון דעם עסן, אויף דעם דארף די תורה שרייבן אז דער וואס עסט דערפון ווערט טמא.
כנלע"ד לפרש...
רמב"ן: והזכיר זה בבהמה טהורה בעבור שיטעה בה אדם ויאכלנה, שיחשוב שהיא שחוטה, ואין דרך לטעות כל כך במינים האסורים, ודרך התורה לדבר בהווה.
לויט חז"ל (
ספרי וכעי"ז הובא ב
רש"י) איז בכלל נישט דא קיין טומאה אויף אכילה, די גאנצע פסוק איז נאר דא צו זאגן אז די שיעור טומאה פאר נגיעה און משא איז די שיעור אכילה דהיינו כזית. אבער כמובן איז דאס נישט כפשוטו כלל
שמן למאור
קודם קען מען זאגן, אז עס וואלט נישט געווען ממש פשוט אז עס גייט אריין אין די גדר פון איסור נבילה וטריפה. מען וואלט געקענט לערנען אז די איסור איז נאר אויף די פלייש, אבער נישט אויף די חלב. דהיינו אויב שחט מען א בהמה און עס קומט אויס כשר, דאן איז מותר צו עסן די פלייש, און די חלב איז אסור (אזוי ווי עס שטייט אין פסוק כ"ג.) אבער אויב ווערט א בהמה נבילה אדער טריפה, דאן טאר מען נישט עסן די פלייש, אבער יא די חלב. (דהיינו א כשר'ע שחיטה איז סיי מתיר די פלייש און סיי אוסר די חלב) אויף דעם קומט די תורה דאס אויסצושליסן און קלארט אויס אז חלב פון נבילות וטריפות איז אויך אסור.
אבן עזרא: על כן הזכיר בפרשה הזאת וחלב נבלה וחלב טרפה יעשה לכל מלאכהו ואכל לא תאכלהו, וידוע כי הנבלה והטרפה אסורות,
והאסור הוא הבשר. ובעבור שאין החלב קרב על גבי המזבח, שמא יחשוב אדם שהוא מותר, על כן הזהיר ואכל לא תאכלוהו
רנ"ה וויזל
שרייבט אויף דעם אין נתיבות השלום (ביאור רמ"ד): גם אין דבריו נכונים, כי מה לי בשר נבלה וטרפה מה לי חלבו, והבהמה שנתנבלה נתנבלה כלה, כמו חלב טמאה שדומה באיסור לבשרה.
די עיקר שוועריגקייט וואס איך האב אויף הלכות טריפות איז אז אין לשון המקרא מיינט א טריפה א פארצוקטע באשעפעניש, ווי ס'שטייט אין פסוק טרוף טורף יוסף, טריפה לא הבאתי אליך, א.א.וו. די פסוק נבילה וטריפה זאגט סך הכל אז מ'זאל נישט עסן א בהמה וואס איז געשטארבן אן שחיטה. איך פארשטיי אז די בבלישע גוים פלעגן נישט עסן בהמות מיט א לאך אין די לונגען און אזויווי ס'גויאישט זיך אזוי אידישט זיך, מיין קשיא איז נאר פארוואס ווען די משנה האט געזוכט אן אסמכתא אין די תורה פאר'ן (דאן) נייעם אידישן מנהג האט מען זיך עפעס אנגעלייגט אויפ'ן פארצוקטן בהמה, סתם אזוי זיך ארויפגעכאפט אויף א רענדאם ווארט אין די תורה? אויב שוין יא פארוואס האט מען עס נישט געקענט אריינזעצן אין דוכיפת ועטלף? דוכיפת איז צומת הגידין און עטלף איז א סירכא... כ'מיין עפעס א resemblance צום אריגינעלן טייטש דארף עס דאך האבן. איך געדענק נישט נאך אזא סארט טייטש פון חז"ל, אפשר קענען די לומדים דא אנצייגן אן ענליכן דרשה פון חז"ל וואס איך האב פארזעהן.
טריפה מיינט אז די בהמה איז פארציקט געווארן. נבילה איז טייטש אז די בהמה איז סתם אזוי געשטארבן, אדער נישט נשחט געווארן כהלכה ווי די פסוק ברענגט אין דברים י"ב, כ"א, וזבחת מבקרך ומצאנך אשר נתן ה' לך כאשר צוויתיך, ואכלת בשעריך.
די מפרשים זענען מסביר אז א בהמה וואס איז געשטארבן דורכן ווערן נטרף ווערט דאך שוין לכאורה נכלל אינעם איסור האכילה פון נבילה, און דערפאר קומט דער פסוק פון איסור אכילת טריפה אויף צו לערנען אז אפילו די בהמה האט באקומען א מום וואס ער וועט דערפון שטארבן עווענטועל, און מען גייט עס שנעל שחט'ן איז עס אויך אסור באכילה אלס טריפה.
למעשה איז דאס טאקע נאר אויף א בהמה וואס איז פארציקט געווארן פון א צווייטע באשעפעניש וואס דאס איז טאקע די אפטייטש פון טריפה. די מקור האיסור אויף א בהמה וואס מען שחט כהלכה נאר מען טרעפט שפעטער א לאך אין די לינגען, לערנען טאקע חז"ל נישט פון די פסוק פון טריפה נאר פון א צווייטע פסוק. זע חולין מב. ווי די גמרא לערנט עס ארויס פונעם פסוק אין ויקרא יא, ב, וזאת החיה אשר תאכלו; דרש'נט די גמרא, חיה אכול, שאינה חיה לא תיכול, עיי"ש.
נישט ריכטיג, די דרש פון זאת החיה ברענגט די גמרא פאר עפעס אנדערש (א רמז צום "פאקט" אז א בהמה מיט א לאך אינעם לונג קען נישט לעבן), די אסמכתא פאר'ן מנהג עס נישט צו עסן איז פונעם פסוק ובשר בשדה טריפה לא תאכלו. בכלל איז פאני ווי די משנה/גמרא דארט זאגט איבער דאס ווארט "טריפה" איינמאל און נאכאמאל ביז מ'פארגעסט דעם אריגינעלן טייטש... ווען האט די ווארט טריפה אנגעפאנגען מיינען א לאך אינעם קרום שבמוח? (כ'האב יארן צוריק געפרעגט א חשוב'ן תלמיד חכם דעם קשיא, ער האט פשוט אויסגעפלאצט אין געלעכטער ווען ער האט געכאפט ווי פאני דאס איז... זעלבסטפארשטענדליך אז קיין ענטפער האט ער נישט געהאט, דאס איז מער א שאלה פאר א היסטאריקער.)
שמן למאורטריפה מיינט אז די בהמה איז פארציקט געווארן. נבילה איז טייטש אז די בהמה איז סתם אזוי געשטארבן, אדער נישט נשחט געווארן כהלכה ווי די פסוק ברענגט אין דברים י"ב, כ"א, וזבחת מבקרך ומצאנך אשר נתן ה' לך כאשר צוויתיך, ואכלת בשעריך.
בפשטות מיינט כאשר צויתיך אז דו קענסט עסן איבעראל אין פסוק טו, וכעי"ז כתב
שד"ל, ועי' מש"כ ע"ז
רד"צ הופמן ואין דבריו מוכרחים
ברוך שפינוזהנישט ריכטיג, די דרש פון זאת החיה ברענגט די גמרא פאר עפעס אנדערש (א רמז צום "פאקט" אז א בהמה מיט א לאך אינעם לונג קען נישט לעבן), די אסמכתא פאר'ן מנהג עס נישט צו עסן איז פונעם פסוק ובשר בשדה טריפה לא תאכלו. בכלל איז פאני ווי די משנה/גמרא דארט זאגט איבער דאס ווארט "טריפה" איינמאל און נאכאמאל ביז מ'פארגעסט דעם אריגינעלן טייטש... ווען האט די ווארט טריפה אנגעפאנגען מיינען א לאך אינעם קרום שבמוח? (כ'האב יארן צוריק געפרעגט א חשוב'ן תלמיד חכם דעם קשיא, ער האט פשוט אויסגעפלאצט אין געלעכטער ווען ער האט געכאפט ווי פאני דאס איז... זעלבסטפארשטענדליך אז קיין ענטפער האט ער נישט געהאט, דאס איז מער א שאלה פאר א היסטאריקער.)
כ'האב גלייך געזען אז דו לערנסט אנדערש פשט ווי מיר אין די גמרא, כ'האב געדארפט צייט זיך מעמיק צו זיין צו זען ווער ס'איז גערעכט.
איך האב געלערנט פשט אזוי:
רמז לטרפה שאינה חיה מן התורה מנין דקתני סיפא זה הכלל כל שאין כמוה חיה טרפה מכלל דטרפה אינה חיה מנא לן דכתיב וכ'
רמז לטרפה שאינה חיה מן התורה מנין:
ווי האבן מיר א רמז אז א טריפה בהמה 'דהיינו' אזא איינער וואס קען שוין נישט לעבן, איז אסור מן התורה צו עסן?
דקתני סיפא זה הכלל כל שאין כמוה חיה טרפה:
ווייל אין די סיפא מאכט ער א כלל אז ווער עס קען נישט לעבן, דער הייסט טריפה.
מכלל דטרפה אינה חיה:
זעט מען פון דעם, אז טריפה הייסט (אויך) איינער וואס קען נישט לעבן
מנא לן? דכתיב... וזאת החיה אשר תאכלו חיה אכול שאינה חיה לא תיכול
דהיינו, אויב קען די בהמה נישט לעבן, דאן טאר מען נישט עסן די בהמה.
איך האב געלערנט אז טאקע דאס פרעגט די גמרא, ער זיכט א מקור אויף א בהמה וואס קען נישט לעבן אז דאס איז אויך טריפה. למעשה איז קלאר אז פשט איז וויאזוי דו האסט געלערנט, די גמרא זיכט בלויז א מקור אויף דעם מציאות אז א טריפה בהמה קען נישט לעבן.
כ'בין אבער נישט זיכער וואס די מקור וועט יעצט זיין אויף די איסור האכילה פון א בהמה וואס קען נישט לעבן. דו ווילסט זאגן אז דאס גייט מען אויך לערנען פון ובשר בשדה וכ' און דיין תמיה אויף דעם איז אז דאס הייסט דאך נישט טריפה. איך מיין אז מען קען דאס למעשה נאכאלץ ארויסלערנען פון וזאת החיה, וואס די גמרא דרש'נט דאך אויף דעם קלאר, חיה אכול
שאינה חיה לא תיכול. דהיינו אפילו א בהמה וואס איז בכלל נישט פארציקט געווארן, אויב קען עס נישט לעבן דאן איז עס נאכאלץ אסור האכילה.
די רמב"ם זאגט אז די סיבה פארוואס מען ריפט עס מיט א שם כלל פון טריפה אפילו די איסור איז אויך אויף בהימות וואס זענען נישט פארציקט געווארן נאר קענען מער נישט לעבן, איז ווייל דיבר הכתיב בהווה, דאס איז די געווענליכע וועג וואס א בהמה גייט אריין אין א מצב וואס ער וועט צום סוף שטארבן.
די וואך איז דא א פסוק וואס זעהט זייער שטארק אויס ווי א פשוט'ע גרייז, דאס איז פרק ט פסוק ד: אל תאמר בלבבך בהדף ה' אלקיך אתם מלפניך לאמר בצדקתי הביאני ה' לרשת את הארץ הזאת וברשעת הגוים האלה ה' מורישם מפניך. און די פסוק איז ממשיך: לא בצדקתך ובישר לבבך אתה בא לרשת את ארצם כי ברשעת הגוים האלה ה' אלקיך מורישם מפניך ולמען הקים את הדבר אשר נשבע ה' לאבתיך לאברהם ליצחק וליעקב.
די שוועריגקייט איז קלאר, די פסוק הייבט אן אז דו זאלסט נישט זאגן אז די רשעות פון די גוים האט דיר געמאכט באקומען דאס לאנד, און פירט אויס אז יא דאס איז די גורם. אין די מפרשים זענען דא צוויי מהלכים צוצוגיין צו די פסוקים.
רש"י
זאגט: אל תאמר בלבבך צדקתי ורשעת הגוים גרמו. זאלסט נישט זאגן אז ביידע זאכן זענען די גורם ווייל נישט די צדקות איז די גורם נאר די רשעות איז די גורם. מיט די מהלך גייען אויך די
רשב"ם,
ר"י בכור שור ועוד
די גרעסטע שוועריגקייט פון די פשט איז די שינוי לשון פון גוף ראשון צו גוף שני, עס וואלט געדארפט שטיין וברשעת הגוים האלה ה' מורישם
מפני, רד"צ הופמן
פרובירט עס מיישב זיין, והעלה בידו חרס
א צווייטע מהלך איז פונעם רמב"ן וואס לערנט אז וברשעת הגוים וכו' איז שוין די אויספיר, כאילו עס וואלט אינעם ערשטן פסוק אויך געשטאנען "כי" ברשעת הגוים, און ווי שד"ל
איז מסביר איז די וי"ו א וי"ו התנגדות און ברענגט אויף דעם עטליכע דוגמאות: ודוגמתה והם עמך ונחלתך, וכן מדוע באתם אלי ואתם שנאתם אותי, למה תקראנה לי נעמי וה׳ ענה בי, איך תאמר אהבתיך ולבך אין אתי, מה תתן לי ואנכי הולך ערירי, וכן האף אמנם אלד ואני זקנתי, מה לך לספר חקי וגו׳ ואתה שנאת מוסר
די שוועריגקייט מיט די פשט איז צווייפאכיג, קודם זענען די דוגמאות נישט דומה אהער, די אלע זענען א לשון תמיה און טייטשט זיך "ווען", למשל מדוע באתם וכו' וואס טייטשט זיך פארוואס זענט עטס געקומען ווען עטס האטס מיך פיינט, פארוואס רופט עטס מיר נעמי ווען ה' האט מיר געפייניגט וכו' (והם עמך ונחלתך איז אויך א המשך פון פן יאמרו פון א פסוק בעפאר וואס איז א לשון תמיה), אבער דא פאסט זיך עס בכלל נישט
אבער חוץ מזה איז שווער פארוואס די פסוק חזר'ט עס נאכאמאל איבער "לא בצדקתך ובישר לבבך אתה בא לרשת את ארצם כי ברשעת הגוים האלה ה' אלקיך מורישם מפניך", אויב די זעלבע זאך איז שוין געשטאנען א פסוק פארדעם. די רמב"ן באווארענט זיך דערויף און
שרייבט: והנה זה טעם באבדן הגוים ההם, ולא נתן להם טעם ברשת ישראל את הארץ, על כן חזר וביאר: לא בצדקתך שתהיה צדיק במעשה, ולא אפילו בלב ישר שהיה לך, רק ברשעת הגוים אבדו הם, ובעבור שבועת אבותיך ירשת אתה את הארץ, כי אין החטא שלך יכול לבטל המתנה שנתן לאבותיך כי בשבועה נתנה להם.
די תירוץ איז שוואך ווייל ער קען דאס אלעס זאגן גלייך ביים ערשטן מאל און דארף נישט נאכאמאל איבערזאגן די גאנצע זאך צו קענען מוסיף זיין "וביושר לבבך" און "ולמען הקים את הדבר אשר נשבע ה' לאבתיך לאברהם ליצחק וליעקב"
אין די תרגום השבעים (Septuagint)
שטייט בכלל נישט די צווייטע חלק פסוק, און די פסוקים ליינען זיך אזוי: אל תאמר בלבבך בהדף ה' אלקיך אתם מלפניך לאמר בצדקתי הביאני ה' לרשת את הארץ הזאת, לא בצדקתך ובישר לבבך אתה בא לרשת את ארצם כי ברשעת הגוים האלה ה' מורישם מפניך ולמען הקים את הדבר אשר נשבע ה' לאבתיך לאברהם ליצחק וליעקב. הערליך!
דאס ברענגט אסאך חוקרים צו שפעקולירן אז די שטיקל איז בטעות אריינגעפאלן פונעם צווייטן פסוק, בפרט אז לויטן תרגום השבעים שטייט נישט די ווארט "אלקיך" אינעם צווייטן פסוק וואס קומט אויס ממש ווארט ביי ווארט בלויז צוגעלייגט א וי"ו!
אזוי ווי כ'האב נישט געטראפן קיין אשכול ווי מען קען פרעגן פשט, און שטעלן פראגעס אויף פסוקי התורה און דרשת חז"ל, פרעג איך עס דא.
לעצטע וואך פרשת ראה שטייט אין די תורה אזוי:
יב כִּי-יִמָּכֵר לְךָ אָחִיךָ הָעִבְרִי, אוֹ הָעִבְרִיָּה--וַעֲבָדְךָ, שֵׁשׁ שָׁנִים; וּבַשָּׁנָה, הַשְּׁבִיעִת, תְּשַׁלְּחֶנּוּ חָפְשִׁי, מֵעִמָּךְ. יג וְכִי-תְשַׁלְּחֶנּוּ חָפְשִׁי, מֵעִמָּךְ--לֹא תְשַׁלְּחֶנּוּ, רֵיקָם. יד הַעֲנֵיק תַּעֲנִיק, לוֹ, מִצֹּאנְךָ, וּמִגָּרְנְךָ וּמִיִּקְבֶךָ: אֲשֶׁר בֵּרַכְךָ ה' אֱלֹקיךָ, תִּתֶּן-לוֹ. טו וְזָכַרְתָּ, כִּי עֶבֶד הָיִיתָ בְּאֶרֶץ מִצְרַיִם, וַיִּפְדְּךָ, ה' אֱלֹקיךָ; עַל-כֵּן אָנֹכִי מְצַוְּךָ, אֶת-הַדָּבָר הַזֶּה--הַיּוֹם. טז וְהָיָה כִּי-יֹאמַר אֵלֶיךָ, לֹא אֵצֵא מֵעִמָּךְ: כִּי אֲהֵבְךָ וְאֶת-בֵּיתֶךָ, כִּי-טוֹב לוֹ עִמָּךְ. יז וְלָקַחְתָּ אֶת-הַמַּרְצֵעַ, וְנָתַתָּה בְאָזְנוֹ וּבַדֶּלֶת, וְהָיָה לְךָ, עֶבֶד עוֹלָם; וְאַף לַאֲמָתְךָ, תַּעֲשֶׂה-כֵּן.
דאס איז די פרשה פון הענקה, אז ווען מען שיקט אוועק אן עבד עברי נאך זיין 6 יאר פון ארבעט, דארף מען אים געבן שיינע מתנות פון צאן גורן ויקב. די פסוק ענדיגט מיטן פרט, אז אויב וויל די עבד נישט גיין, דאן זאל מען אים בויערן די אויער מיט א מרצע, און דאן קען ער בלייבן אן עבד פאר אייביג (ביז יובל) און די פסוק פירט אויס "און אזוי אויך זאל מען טון פאר אן אמה עבריה".
בפשטות מיינט די פסוק אז אויב א אמה עבריה וויל בלייבן, דאן זאל מען איר אויך בויערן די אויער.
למעשה זאגט רש"י אויפן פלאץ בשם די גמרא קידושין יז:, אז מען בויערט נאר אן עבד און נישט קיין אמה. און דאס לערנט מען ארויס פונעם פסוק אין פרשת משפטים, שמות כא, ה, ואם אמר יאמר "העבד" וכ' דרש'נט מען פון דעם, אז דווקה אן עבד קען דורכגיין דעם פראצעדור, אבער נישט קיין אמה עבריה. איי עס שטייט דאך ואף לאמתך תעשה כן? זאגט די גמרא אז דאס גייט ארויף אויף די פריערדיגע נושא פון הענקה, אז ווען אן אמה ענדיגט איר ארבעט נאך 6 יאר באקומט זי אויך הענקה.
אויב אזוי וויל איך פארשטיין פארוואס די פסוק פירט אויס די ווערטער פון וְאַף לַאֲמָתְךָ, תַּעֲשֶׂה-כֵּן ערשט נאך די גאנצע נושא פון בויערן די אויער? פארוואס שטייט עס נישט אין די פסוק פון הענקה? זאל שטיין אזוי: הַעֲנֵיק תַּעֲנִיק, לוֹ, מִצֹּאנְךָ, וּמִגָּרְנְךָ וּמִיִּקְבֶךָ -וְאַף לַאֲמָתְךָ, תַּעֲשֶׂה-כֵּן...
דער אמת איז אז מיין קשיא איז נאך שטערקער, די פרשה הייבט זיך דאך אן: כִּי-יִמָּכֵר לְךָ אָחִיךָ הָעִבְרִי, אוֹ הָעִבְרִיָּה! נו שטייט דאך קלאר אז מען רעדט אויך פון אן אמה עבריה, זי באקומט אויך הענקה, נו פארוואס דארף שפעטער בכלל שטיין ואף לאמתך תעשה כן? עס זעט גאר שטארק אויס פון די סדר הפסוקים אז די ואף לאמתך וכ' גייט יא ארויף אויף בויערן די אויער. איי אין משפטים שטייט העבד? קען מען זאגן אז ס'איז לאו דווקא...
כ'וויל אנמערקן אז די קשיא איז נישט אויף די פסוקים, נאר אויף די דרשות חז"ל, סאו ס'איז נישט ממש קיין ביקורת המקרא.
ווער עס האט א גוטן תירוץ איז מכובד צו ענטפערן... קען זיין אז די מפרשים רעדן דערפון און געבן גוטע תירוצים, די קשיות איז מיר פשוט איינגעפאלן בשעת קריאת התורה לעצטע וואך, און היות כ'בין זייער פארנומען די טעג, האב איך נאכנישט געהאט קיין צייט צו קוקן וואס די מפרשים האבן צו זאגן, אבער כ'וועל מיך פרייען צו הערן א צופרידנשטעלנדע ענטפער.
דער אבן עזרא אויפן פלאץ איז מסביר דער הכרח אז ואף לאמתך תעשה כן מיינט הענקה, אבער איך האב נישט פארשטאנען דער הכרח
די מצוה פון ביכורים (דברים כו) מיט וואס אונזער פרשה הייבט זיך אן, איז מען געוואוינט צו פארשטיין אלס א מצוה וואס גייט אן יעדער איינציגסטער יאר ווען די פרוכט ווערט געצייטיגט. אזוי איז טאקע משמע פון די פסוק אין שמות (כג) שָׁלֹשׁ פְּעָמִים בַּשָּׁנָה יֵרָאֶה כׇּל זְכוּרְךָ אֶל פְּנֵי הָאָדֹן י״י. לֹא תִזְבַּח עַל חָמֵץ דַּם זִבְחִי וְלֹא יָלִין חֵלֶב חַגִּי עַד בֹּקֶר. רֵאשִׁית בִּכּוּרֵי אַדְמָתְךָ תָּבִיא בֵּית י״י אֱלֹהֶיךָ, וואו די מצוה פון ביכורים שטייט צווישן מצות וואס גייען אן יאר יערליך. ווען מען לערענט אבער פרשת כי תבוא אליין זעט לכאורה אויס אז ביכורים איז אן איינמאליגן צערעמאניע וואס מען דארף טון די ביי די ערשטע שניט נאכן אריינקומען צו ארץ ישראל. קודם איז אזוי משמע פון די פלאץ וואו עס שטייט, צווישן מלחמת עמלק און די הר עיבל צערעמאניע וועלכע גייען נאר אן גלייך ביים אריינגיין צו א''י (למעשה איז דאס נישט די שטערקסטע ראיה ווייל די פרשה גלייך נאכדעם - ווידוי מעשרות - איז יא א מצוה וואס גייט אן אייביג, אבער למעשה פארוואס ווערט טאקע נישט דערמאנט ביכורים ביי ווידוי מעשר? ערש''י ד''ה וגם), און אזוי אויך איז דאס די פשוט'ע אפטייטש פון וְהָיָה֙ כִּֽי־תָב֣וֹא אֶל־הָאָ֔רֶץ אֲשֶׁר֙ יְהֹוָ֣ה אֱלֹהֶ֔יךָ נֹתֵ֥ן לְךָ֖ נַחֲלָ֑ה וִֽירִשְׁתָּ֖הּ וְיָשַׁ֥בְתָּ בָּֽהּ, און עס ווערט נישט דערמאנט בכל אורך הפרשה אז די צערעמאניע דארף זיך איבערחזרן יעד'ס יאר.
כרם זיתדי מצוה פון ביכורים (דברים כו) מיט וואס אונזער פרשה הייבט זיך אן, איז מען געוואוינט צו פארשטיין אלס א מצוה וואס גייט אן יעדער איינציגסטער יאר ווען די פרוכט ווערט געצייטיגט. אזוי איז טאקע משמע פון די פסוק אין שמות (כג) שָׁלֹשׁ פְּעָמִים בַּשָּׁנָה יֵרָאֶה כׇּל זְכוּרְךָ אֶל פְּנֵי הָאָדֹן י״י. לֹא תִזְבַּח עַל חָמֵץ דַּם זִבְחִי וְלֹא יָלִין חֵלֶב חַגִּי עַד בֹּקֶר. רֵאשִׁית בִּכּוּרֵי אַדְמָתְךָ תָּבִיא בֵּית י״י אֱלֹהֶיךָ, וואו די מצוה פון ביכורים שטייט צווישן מצות וואס גייען אן יאר יערליך. ווען מען לערענט אבער פרשת כי תבוא אליין זעט לכאורה אויס אז ביכורים איז אן איינמאליגן צערעמאניע וואס מען דארף טון די ביי די ערשטע שניט נאכן אריינקומען צו ארץ ישראל. קודם איז אזוי משמע פון די פלאץ וואו עס שטייט, צווישן מלחמת עמלק און די הר עיבל צערעמאניע וועלכע גייען נאר אן גלייך ביים אריינגיין צו א''י (למעשה איז דאס נישט די שטערקסטע ראיה ווייל די פרשה גלייך נאכדעם - ווידוי מעשרות - איז יא א מצוה וואס גייט אן אייביג, אבער למעשה פארוואס ווערט טאקע נישט דערמאנט ביכורים ביי ווידוי מעשר? ערש''י ד''ה וגם), און אזוי אויך איז דאס די פשוט'ע אפטייטש פון וְהָיָה֙ כִּֽי־תָב֣וֹא אֶל־הָאָ֔רֶץ אֲשֶׁר֙ יְהֹוָ֣ה אֱלֹהֶ֔יךָ נֹתֵ֥ן לְךָ֖ נַחֲלָ֑ה וִֽירִשְׁתָּ֖הּ וְיָשַׁ֥בְתָּ בָּֽהּ, און עס ווערט נישט דערמאנט בכל אורך הפרשה אז די צערעמאניע דארף זיך איבערחזרן יעד'ס יאר.
והיה כי תבוא אל הארץ שטייט אויך אויף מצות וואס גייט אן כסדר. והיה כי יביאך זאגסטו יעדן טאג?
די תורה דערמאנט נישט קיין שום אנדייטונג אז ביכורים איז אן אנגייענדע מצוה, אזוי אויך איז עס צווישן פרשיות וואס זענען אלע איינמאליגע מצות. אדרבה, לערן דורך די פרשה אן קיין הנחה קדמות און זאג מיר וואס די פשטות איז. ולא באתי רק להעיר.
אגב, איך פיר מיך נישט ווי ר' פייויש דער רבי פון דער ב''ח צו זאגן די ד' פרשיות מיט די תפילין, איך פיר זיך ווי דער גר''א וועלכע האט זיי נישט געזאגט.
די שבת האב איך געזען אין 'כמוצא שלל רב' בשם דער ציץ אליעזר
(חלק טו סימן טז) וואו ער איז מחדש ע''פ פשטות הכתובים (ולא כמו שנפסק בהרמב''ם) אז ביכורים איז נישט קיין יערליכע מצוה אין די פעלד, נאר אן איינמאליגע מצוה וואס מען דארף טון ווען מען באקומט א נייע פעלד. וזה ממש כמו שכתבתי און מען דארף נישט צו קומען צו בקורות המקרא ווייל זיין חידוש שטימט זייער גוט מיט אלע פסוקים אין די תורה [רק יש להעיר ממש''כ בנחמיה (י לו) וּלְהָבִיא אֶת בִּכּוּרֵי אַדְמָתֵנוּ
וּבִכּוּרֵי כׇּל פְּרִי כׇל עֵץ שָׁנָה בְשָׁנָה לְבֵית י״י, וי''ל. אגב, די פסוק אין נחמיה איז סתם אזוי א סתירה צו חז''ל ווייל עס איז משמע אז ביכורים ברענגט מען פון אלע פירות, נישט נאר פון שבעת המינים].
הגם אז אויסער זיין דיוק פון 'ראשית כל פרי
האדמה' האב איך אויך מדייק געווען פון די ערשטע פסוק ווי עס איז משמע אז עס איז אן איינמאליגע מצוה (וְהָיָה֙ כִּֽי־תָב֣וֹא אֶל־הָאָ֔רֶץ אֲשֶׁר֙ יְהֹוָ֣ה אֱלֹהֶ֔יךָ נֹתֵ֥ן לְךָ֖ נַחֲלָ֑ה וִֽירִשְׁתָּ֖הּ וְיָשַׁ֥בְתָּ בָּֽהּ), און אויך פון די פסוק הִגַּ֤דְתִּי הַיּוֹם֙ לַיהֹוָ֣ה אֱלֹהֶ֔יךָ כִּי־בָ֙אתִי֙ אֶל־הָאָ֔רֶץ וואס איז משמע אז
ער איז
יעצט געקומען, קען מען ענטפערן ע''פ דרכו של הציץ אליעזר הנ''ל, אז התורה על הרוב ידבר און רוב אידן האבן באקומען זייער'ע פעלדער ביים אריינקומען קיין ארץ ישראל, אבער אויב קויפט מען א נייע פעלד (אדער אפשר אפילו אויב מען ירש'נט) דארף מען נאכאמאל ברענגען ביכורים.
אין פרשת וילך (אדער פרשת ויכל ווי מיר וועלן באלד זען) איז דא אן אינטערעסאנטע ביקורות נמוכה. די תורה הייבט אן די פרשה וַיֵּ֖לֶךְ מֹשֶׁ֑ה וַיְדַבֵּ֛ר אֶת־הַדְּבָרִ֥ים הָאֵ֖לֶּה אֶל־כׇּל־יִשְׂרָאֵֽל, די מפרשים פראבירן צו פארשטיין צו וואו איז משה געגאנגען. די שאלה ווערט נאכשטארקער אויב איז מען מפרש אז אֶת־הַדְּבָרִ֥ים הָאֵ֖לֶּה גייט ארויף אויף די פריערדיג'ע פרשה (ע' רד''צ הופמאן), טא פארוואס שטייט וַיֵּ֖לֶךְ מֹשֶׁ֑ה וַיְדַבֵּ֛ר אֶת־הַדְּבָרִ֥ים הָאֵ֖לֶּה הערשט נאכדעם (וע' מש''כ רד''צ הופמאן)?
אבער אין תרגום השבעים איז די גירסה ווי פאלגאנד, והכל מיושב:
ויכל מֹשֶׁ֑ה לדַבֵּ֛ר אֶת־הַדְּבָרִ֥ים הָאֵ֖לֶּה אֶל־כׇּל־יִשְׂרָאֵֽל.
אזוי אויך אין די געפינענע מגילות נעבן ים המלח איז אויך די גירסה 'ויכל'.
📎 מגילת מדבר יהודה.png
עס לייגט זיך אויף די שכל אז ערגעץ וואו האט זיך די כ''ף און למ''ד אויפגעטוישט און אנשטאט 'ויכל' האט זיך פארמירט 'וילך'.