☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?

איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?

245 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16037
בלאט: 1 2 3 4 5

צפור בודד » מאנטאג אפריל 10, 2023 6:04 pm

· #521049
דער פראבלעם מיטן קעפל פון דעם אשכול איז, אז סיאיז וואטאבאטיזם. צי מקווה אויף שבת איז אויסגעהאלטן עפ"י הלכה איז איין שאלה (לכאורה נישט), און זיך באניצן מיט א מאובייל פאון אויף שבת איז א באזונדערע שאלה און קערט זיך נישט אן צו מקוואות. ווייל חסידים גייען אין מקווה אויף שבת דערפאר וועסטו בועל זיין חייבי כריתות?

ס'דערמאנט מיך ווען אלץ בחור האט א ליטוואק אונז אמאל געפרעגט איבער דעם אז אונזער רבי דאווענט נאך זמן תפילה. האט אים א חכם געענטפערט, התפשטות הגשמיות איז אויך א סעיף אין שו"ע. אבי געשאסן.

ממילא האסט א שאלה איבער פאונס, לאמיר לן זיין בעומקה של הלכה, אבער לאז אפ די מקוואות.

קהל'ס נער » מאנטאג אפריל 10, 2023 6:43 pm

· #521054
דו רעדסט ווי א פאליטישאן, מען נעמט אויף א רייד ארום די גאנצע וועלט אבי נישט צי ענטפערען די שאלה.....

הקטן » מאנטאג אפריל 10, 2023 7:57 pm

· #521064
קאצקע ציקער
סאיז גראדע אינטערסאנט פארוואס מען האט נישט גאסר'ט שרייבן אויפן פאן חול המועד אלטס איסור פון כתיבה הייסט די רבנים זענען מודה אז סהייסט נישט געשריבן....
Gotchu - מען האט געכאפט די "רבנים" רעד-הענדעט...

חול המועד דארף זיין א מעשה אומן!!

שמן למאור » מאנטאג אפריל 10, 2023 9:46 pm

· #521072
פנחסבןאלעזר
אבער עס זעט בכלל נישט אויס אז ס'נאך דא מיט וועמען צו רעדן דא. דיין רעפוטאציע פון א נארמאלן ניק וואס זיכט צו פירן א נארמאלן דוסקוסיע און צוקומען מיט א אפנקייט צו א מסקנה, האסטו שוין פארלוירן. ס'איז א שאד צו שטיין אין ווארט מיט דיר.
איך וואלט אפשר גענומען צייט צו שרייבען א קלארע בירור, דו סטראשעסט אבער מיט שריפטשטעלער רעכטען, איז פארוואס דער ידיעה?
איך האב קיינמאל נישט געזאגט אויף דיר קיין דברי זלזול, אבער דו הערסט נישט אויף צו ניצען דער אלטע טאקטיק פין קאראקטער אסאסינעישען, און אין דער פאל, ניק אסאסינעישען.
האסט גוט געוויזן וואס פאר א סארט ניק דו ביסט, פירסט נישט קיין דיסקוסיעס, די שעלסט און שטויסט ווי א מועד. פארוואס טאקע?
און וואס איז אזוי שלעכט צו ברענגען א ראי' פין גפ"ט אז דער טעם פין אסרן א פאון אין שבת איז אויך וועגן מנוחה? שרייבסט אויף דעם און נאר מיט דברי זלזול וגנאי.
ר' שמן'דל, לא זו הדרך, ווילסט איינער זאל דיר נעמען ערענסט (חוץ דיינע שלל פין ניקס), ענטפער אפ מיט דברים של טעם. נישט מיט דברי זלזול וגנאי.
עס איז ביד כל אחד ואחד צוריקצוגיין און קוקן וויאזוי אונזער דוסקוסיע איז צוגעגאנגען, און ווער עס האט אנגעפאנגען מיט די דברי זלזול וגנאי.

מיר קען שוין דער עולם זייער פיין דא, אז איינער רעדט צום זאך און מיט א נארמאלן רוספעקט דאן אינטערעקט איך מיט אים אויף דעם זעלבן וועג. אויב אבער רעדט איינער פון אחור ארויס, און נאכדערצו מיט א פרעכקייט און זלזול, דאן האלט איך מיך נישט צוריק פונעם מקיים זיין דער פסוק 'עם עקש תתפתל'.

דריי נישט קיין קאפ אז דו ווילסט נישט שרייבן קיין געהעריגן בירור ווייל איך האב געסטראשעט מיט שריפטשטעלער רעכטן. וועמען ווילסטו פארדרייען א קאפ דא?? לאמיך דא אראפברענגען דיין תגובה לעין כל אז יעדער זאל זען אויף וועלכע מעסעדזש מיין סטראשע איז ארויפגעגאנגען:
פנחסבןאלעזר
גיב ארויס דיינע קאלירען, באהאלט גארנישט מיין פריינד. א שאד א שאד.
ווען דיין פתיחה וואלט געוועהן אין שמייכעל וואלט עס אפשר אויך געווען גוט אויף שושן פורים. דו מיינסט עס נעבעך נאך ערענסט אויך. רחמנות.
און דאס שטעלסטו צו צו א געהעריגע בירור?? ביסט פאריקט? איך מאך דיר קאראקטער אסאסינעישען?! דו טוסט דיך עס אליינס בידים!! אויב וועט דיין בירור טראגן אזא פנים, דאן קענסטו טאקע בלייבן מיט דיין בירור אין בויך.

[במאמר המוסגר, אויבן שרייבסטו אזוי: "איך האב קיינמאל נישט געזאגט אויף דיר קיין דברי זלזול" עהעם עהעם.. געכאפט ביים ליגנט רויט האנטיג.. אויב הייסט דאס נישט קיין דברי זלזול דאן וואס הייסט ביי דיר יא דברי זלזול? אהה אפשר ריפסטו אן שיינע לאגישע הסברים דברי זלזול? לאמיר באלד אויסגעפינען...
אז מען רעדט שוין, דא האסטע נאך א תגובה ווי דו אטאקירסט מיר מיט דברי זלזול:
פנחסבןאלעזר
לדעתי האב איך גוט מסביר געוועהן וואס איך זאג, דיר איז עס א פראבלעם, ווייל דיין סוף פסוק מוז זיין אז א פאון איז אקעי, אזוי אפשר וועט עס קאלט מאכען ביי נאך א איד שבת קודש.
דאס איז אויך נישט קיין דברי זלזול?]

און בנוגע דיין טשעט ג.פ.ט. איך האב דיר שוין געענטפערט דערויף, לאמיר דיר עס בעסער צולייגן. איך זיך צו הערן א הלכה'דיגן בירור פארוואס ס'איז אסור, די פראקטישע חלקים, די מציאות הדברים און די הלכה'דיגע עספעקטן דערפון. איך זיך נישט צו הערן סלאגאנען פון איסורים אבי געווארפן איבער 'פארוואס ארטאדאקסן האלטן זיך צוריק פון ניצן א פאון'. סתם הערן "ס'איז אפשר א שאלה פון בונה" אדער "מעגליך איז עס מכה בפטיש" איז מיר נישט אינטערסאנט. סתם שיסערייען אז "ארטאדאקסן טוען עס נישט ציליב מנוחה" איז מיר נישט גענוג א הלכה'דיגער מחייב. אפילו טשעט ג.פ.ט. באשטעטיגט עס! זייט ווען איז ער א הלכה'דיגן אטאריטעט? אז דו וועסט מיר אויפבויען פון די פוסקים א מהלך פארוואס 'אלעס' וואס שטערט מנוחה איז אסור אום שבת, און דו וועסט אויסבויען א געהעריגע מהלך וואס גייט אריין אינעם גדר פון 'צושטערן מנוחה' און וואס נישט, מיט הלכה'דיגע בעקינג, דאן קען מען רעדן. פארשטאנען? (בערך דאס האב איך אויבן געשריבן נאר מער בקיצור, דאס הייסט אין אידיש, 'געגעבן א הסבר', נישט 'דברי זלזול וגנאי')

חדשים » מאנטאג אפריל 10, 2023 10:11 pm

· #521073
שמן זאגט א שטארקע נקודה. עס איז ליגט א גרויסע אחריות אויף דער וואס איז מסביר די אנגענומענע ארטאדאקסישע שיטה. עס דארף קומען מיט גאר אסאך רעספעקט צום שואל און מיט גאר גוטע תירוצים. קוק למשל די שאלה ותשובה אויף די נושא. מען רעדט גראדע פון הרב שרלו וואס דערשרעקט זיך נישט צו זאגן זיין מיינונג אפילו עס בארירט אנגענומענע יסודות. אבער וואס דארף איך טראכטן נאכן ליינען אזא זאכליכע שאלה מיט אזא פאליטישע תשובה. איך גלייב אז די שאלה האט בעסערע תשובות. סא למען כבוד תורתינו פארוואס פעלט אויס צו ענטפערן פאליטיש ווען די תירוץ קען זיין טרוקענע הלכה?

שעפטאל » מאנטאג אפריל 10, 2023 10:24 pm

· #521074
ערעב שמן איך האב נישט געוויסט אז דו ביסט אזוי סענסטיו, דאס הייסט דברי זלזול??? גוט צו וויסן

שמן למאור » מאנטאג אפריל 10, 2023 10:39 pm

· #521075
שעפטאל
ערעב שמן איך האב נישט געוויסט אז דו ביסט אזוי סענסטיו, דאס הייסט דברי זלזול??? גוט צו וויסן
כ'בין גראדע נישט סענסאטיוו, אבער קיין ליגנט זאל ער נישט דא פארקויפן. דברי זלזול איז עס, און דאס האט מיר בארעכטיגט צוריקצושרייבן צו אים ווי עס איז זיך אים געקומען...

ער זאל נישט פראבירן צו מאכן דא א נאראטיוו כאילו ער האט געשריבן ווי א נארמאלן מענטש געלאסענע, לאגישע, שכל'דיגע תגובות, און איך בין סתם געקומען אטאקירן מיט דברי זלזול וגנאי.

הקטן » דינסטאג אפריל 11, 2023 3:16 pm

· #521114
שמן למאור
שעפעלע טייערע, לויט ווי עס זעט מיר אויס, איז דאס פלאץ נישט געמאכט פאר דיר. דא געפינען זיך אידן וואס ערלויבן זיך צו ניצן די אייגענע שכל, און טראכטן אנדערש ווי דער המון עם עמך איד. אז טראכטן מאכט דיר שאדן, דאן קענסטו גיין קיין אייוועלט, טאקע פארדעם איז דא דארטן אזא שטארקע צענזור.
מיין אבזערוואציע: רוב פין די סא-קאלד "ניצן די אייגענע שכל" וואס געפינט זיך דא האט מיט פערסענעלעטי און איידענטעטי, און נישט אזוי ווייט מיט ריין זעלבסט-שטענדיג טראכטן
group think איז עלייוו ענד קיקאינג און איינער טרייט איבער צו שטייגן די צווייטע

איך בין שוין דא געניג לאנג
דא איז דא א "סיסטעם" דערוואג דיך נישט צו טראכטן אנדערש!!!

ס'איז דא\געווען א קליין ביסעל ממש וואס זענען באמת אפען צי אלע צדדים

yesiknow » דינסטאג אפריל 11, 2023 4:11 pm

· #521119
מתבודד
די נקודה איז שוין ארויסגעברענגט געווארן דורך איינער פון די פריערדיגע גדולים, געדענק איך נישט ווער, אז איינער וואס זיצט צו לאנג אין א הייסן בור שב"ק איז שטארק מעגליך א דאורייתא, ווס. איינער וואס פארט מיט א באן שבת וואס איז גאנץ מעגליך ניטאמאל קיין דרבנן. אבער עכ"ז וועט דער ערשטער נישט ווערן מיט דעם קיין מחלל שבת און דער צווייטער יא...

@שמן למאור די מעשה מיט דיין חבר איז א אילוסטראציע אדער האט ווירקליך פאסירט?
די סיבה קען זיין ווייל אריינגיין אין בור איז דאך מותר, זיך טובל זיין איז דאך אויך מותר, יעצט אויב געשעט א דאורייתא (לפי החכמים פה בהשטיבל) געשעט דאס נאר אזוי אויב דער יוד פארטראכט זיך א מינוט און שטייט (אדער זיצט) אין וואסער שלא לשם טבילה, קען דאס אפשר גערעכנט ווערן ווי רחיצה (מקצת גופו) בחמין שהוחמו בערב שבת שזה על פי כמה ראשונים יכול להיות חשש דאורייתא, אבער דער יוד הטובל האט נישט געמאכט קיין שום דעסיזשען אדער שריט לעבור על שום איסור, ובוודאי לא על איסור דאורייתא, מחמת נישט נזהר זיין כראוי ווערט חששות, משא"כ אויב א טעלעפאן איז אסור אפילו נאר אלץ (טלטול מוקצה) דרבנן, גייט דער יונגערמאן מרצונו הטוב (מכח בחירה חופשית) טוהן לכתחילה א איסור דרבנן עכ"פ, לפי זה קען מען פארשטיין די מימרא פון איינער פון די פריערדיגע גדולים.

וכאן המקום לעורר שלא תתורו אחרי לבבכם ואחרי וכו' זה בוודאי איסור דאורייתא, שאם בן אדם נכשל בראיה אסורה בזמן שהולך לטבול זה יכול להיות מצווה הבאה בעבירה וצריך לעשות שאלת חכם.

וקשה לזווגן כקריעת ים סוף ודו"ק
חג שמח

מי אני » דינסטאג אפריל 11, 2023 5:25 pm

· #521121
די נושא פון אם יש איסור בשימוש חשמל בשבת וטעמה איז סתם אזוי שטארק מסובך, און מ׳קען טאקע זאגן אז ביי דעם גייט טאקע אָן דאס וואס די משנה זאגט בסתם אויף הלכות שבת (חגיגה פ״א מ״ח) ״כהררים התלויים בשערה״ (וע״ש בדף י.). די וויקיפידיה בלאט דערויף געבט א גאנץ אַבּיעקטיווע overview אויף די נושא לכאן ולכאן (מיט מראי מקומות).

עס קען טאקע אָנגיין דערויף די הגדרה לגבי סמכות און דאס אטאריטעט בהלכה בכלליות לחייב. והיינו, אז די קבלה וקאנסענסוס אצל (רוב) כלל ישראל שומרי שבת דערביי אז דאס איז אסור ונחשב לחילולו, איז טאקע אט דאס וואס איז דאס קובע, ואפילו אם יסודה קלושה היא. אולי. ואולי ה״ה ג״כ אויף פארקערט לגבי זיך פארלאזן אויפ׳ן היתר, ואפילו אם היא קלושה, פון גיין אין א ווארעמע מקוה בשבת. און דאס קען אפשר אויך נכלל ווערן אין דעם אז הלכות התורה, אשר בתוכה הגדרת שמירת שבת, איז ניתן לחכמי הדור אויף אויסצוטייטשן. און וואס וועט דאס געבן די סמכות איז טאקע די ענדגילטיגע קבלה און פארשפרייטונג אצל ההמון דערפון.

‏כידוע, האלטן דאך די חוקרים אז חז״ל׳ס קאנסעפּשאן פון מהו נחשב לחילול שבת איז אליינס א גענצליכע אינאוועישאן בהתורה; וכגדר האיסור בזמנינו על כלים חשמליים. וכנ״ל אז הלכות איסורי שבת זענען דאך, אפילו לפי חז״ל, הררים התלויים בשערה אלס מקרא מועט. די זעלבע אטאריטעט וואס האט דאס געמאכט עס זאל מחייב זיין, אפילו פאר די וואס נעמען נישט ממש אינגאנצן אָן די ״תורה שבעל פה מן השמים״ (ועיין לדוגמא במו״נ ח״ג פמ״א לגבי עין תחת עין, ובכלל מה שאפשר לפרש בדבריו בח״א פ״ה אודות מעמד הר סיני ותורה מן השמים בכלל), איז דאס קובע דא אויך.

קהל'ס נער » דינסטאג אפריל 11, 2023 6:19 pm

· #521123
הקטן
שמן למאור
שעפעלע טייערע, לויט ווי עס זעט מיר אויס, איז דאס פלאץ נישט געמאכט פאר דיר. דא געפינען זיך אידן וואס ערלויבן זיך צו ניצן די אייגענע שכל, און טראכטן אנדערש ווי דער המון עם עמך איד. אז טראכטן מאכט דיר שאדן, דאן קענסטו גיין קיין אייוועלט, טאקע פארדעם איז דא דארטן אזא שטארקע צענזור.
מיין אבזערוואציע: רוב פין די סא-קאלד "ניצן די אייגענע שכל" וואס געפינט זיך דא האט מיט פערסענעלעטי און איידענטעטי, און נישט אזוי ווייט מיט ריין זעלבסט-שטענדיג טראכטן
group think איז עלייוו ענד קיקאינג און איינער טרייט איבער צו שטייגן די צווייטע

איך בין שוין דא געניג לאנג
דא איז דא א "סיסטעם" דערוואג דיך נישט צו טראכטן אנדערש!!!

ס'איז דא\געווען א קליין ביסעל ממש וואס זענען באמת אפען צי אלע צדדים
אדרבה, אנשטאט שרייען גראופ טהינק, קום אריין מיט א בירור פארוואס עס איז יא אסור, צי וואס דיינע מיינונגען זאלן נאר זיין, דא איז מען זייער מכבד אייגענע מיינונגען.

מען ווערט צולאזט ווען איינער הייבט אן רעדן נארישקייטן, סטראשען מיט יענע וועלט, שרייט שייגעץ אדער מאכט חוזק פון איינעם אנשטאט עים צי ענטפערען א נערמאלן ענטפער.

איך פלאן נאך יום טוב צי עפענען א קאנטראווערסיאלע אשכול, (בבחינת די אשכול) און מ'וועט זיין גרייט אויסציהערן ביידע צדדים, דער עולם קען זיך שוין אנגרייטן די מראי מקומות, די סוגיא וועט זיין צי א בחור און א מיידל מעיגן וואוינען צוזאמען אן קיין קידושין.

קהל'ס נער » דינסטאג אפריל 11, 2023 6:26 pm

· #521125
מי אני
די נושא פון אם יש איסור בשימוש חשמל בשבת וטעמה איז סתם אזוי שטארק מסובך, און מ׳קען טאקע זאגן אז ביי דעם גייט טאקע אָן דאס וואס די משנה זאגט בסתם אויף הלכות שבת (חגיגה פ״א מ״ח) ״כהררים התלויים בשערה״ (וע״ש בדף י.). די וויקיפידיה בלאט דערויף געבט א גאנץ אַבּיעקטיווע overview אויף די נושא לכאן ולכאן (מיט מראי מקומות).

עס קען טאקע אָנגיין דערויף די הגדרה לגבי סמכות און דאס אטאריטעט בהלכה בכלליות לחייב. והיינו, אז די קבלה וקאנסענסוס אצל (רוב) כלל ישראל שומרי שבת דערביי אז דאס איז אסור ונחשב לחילולו, איז טאקע אט דאס וואס איז דאס קובע, ואפילו אם יסודה קלושה היא. אולי. ואולי ה״ה ג״כ אויף פארקערט לגבי זיך פארלאזן אויפ׳ן היתר, ואפילו אם היא קלושה, פון גיין אין א ווארעמע מקוה בשבת. און דאס קען אפשר אויך נכלל ווערן אין דעם אז הלכות התורה, אשר בתוכה הגדרת שמירת שבת, איז ניתן לחכמי הדור אויף אויסצוטייטשן. און וואס וועט דאס געבן די סמכות איז טאקע די ענדגילטיגע קבלה און פארשפרייטונג אצל ההמון דערפון.

‏כידוע, האלטן דאך די חוקרים אז חז״ל׳ס קאנסעפּשאן פון מהו נחשב לחילול שבת איז אליינס א גענצליכע אינאוועישאן בהתורה; וכגדר האיסור בזמנינו על כלים חשמליים. וכנ״ל אז הלכות איסורי שבת זענען דאך, אפילו לפי חז״ל, הררים התלויים בשערה אלס מקרא מועט. די זעלבע אטאריטעט וואס האט דאס געמאכט עס זאל מחייב זיין, אפילו פאר די וואס נעמען נישט ממש אינגאנצן אָן די ״תורה שבעל פה מן השמים״ (ועיין לדוגמא במו״נ ח״ג פמ״א לגבי עין תחת עין, ובכלל מה שאפשר לפרש בדבריו בח״א פ״ה אודות מעמד הר סיני ותורה מן השמים בכלל), איז דאס קובע דא אויך.
די מהלך האבן אינז חרדים טאקע אנגענימען.
אבער איז עס דען נישט ליצנות געמאכט פון באשעפער?
דערמאנט אביסל פון דיין מעשה פון שווימען ווי יענער קימט שרייען "שוין ווייטער קימסטו מיט דיינע הלכות", די זעלבע זאך דא זאגן אינז פארן באשעפער, "שוין ווייטער קימסטו מיט דיינע הלכות"

מי אני » דינסטאג אפריל 11, 2023 6:38 pm

· #521126
ס'איז נישט "ליצנות געמאכט פונעם באשעפער" טאמער אט דאס איז טאקע וואס איז קובע מה מותר ומה אסור לגבי כביכול זיינע געזעצן.

מיין מעשה און טענה איז טאקע געווען אט דאס: איך האב גע'טענה'ט אז עפ"י זיינע אייגענע הנחות דארף ער עס מתיר צו זיין. אט וועגן דעם האב איך געשריבן א בירור און איך האב טאקע געזוכט די דעת האוסרים, וממילא הפשטת האיסור בין בני ישראל שותומ"צ. ווי ווייט איך ווייס איז דאס טאקע נישטא (ואפילו אויב יא, איז דאך דאס לכאורה ווייט ווייט נישט דומה צו הפשטת איסור שימוש חשמל בשבת וגדר "חילול שבת" וואס מ'געבט דערצו). ער האט דאס פשוט אוועקגעמאכט במחי יד. און אין דעם איז עס טאקע דומה צו מיין תשובה לגבי הדפסת תמונת נשים (וואס איז שוין יא לכאורה מער מתפשט), וואו איך האב טאקע צוגעשטעלט די מעשה - עס האט אויך נישט קיין ביסוס. אין אנדערע ווערטער, די התפשטות וקבלה וואס איז דאס ענדגילטיג קובע אלס מחייב וכו', דארף אבער האבן א ביסוס און/אדער פּרעצעדענט - אזוי ווי ביי יעדעס געזעץ.

דא, ווי איך פארשטיי, איז מען מודה אז ס'דא א דעת האוסרים והפשטת וקבלת חומר האיסור בין שותומ"צ, און מ'איז מודה אז דאס האט א טעם(ים) ובסיס. מ'איז דן אין חוזק האיסור שבה און ווי ווייט קלוש אט די טעמים והבסיס זענען. ואיה"נ, טאמער קען מען טאקע אפפרעגן די בסיס, און דאס ווערט דערנאך נתפשט להיתר, אזדא ליה האיסור. (ובאנו לבי"ד מבטל דברי חבירו כשגדול ממנו בחכמה ובמנין וואס איך האב דארט דערמאנט.)

אבער גערעכט, אז עדיין הדבר צריך תלמוד. און דעריבער האב איך געשריבן "אולי".

הקטן » דינסטאג אפריל 11, 2023 6:50 pm

· #521127
קהל'ס נער
אדרבה, אנשטאט שרייען גראופ טהינק, קום אריין מיט א בירור פארוואס עס איז יא אסור, צי וואס דיינע מיינונגען זאלן נאר זיין, דא איז מען זייער מכבד אייגענע מיינונגען.
איך בין נישט זיכער ס'איז אסור,
מי אני האט צוגעצייכענט א וויקיפידיע, איך געדענק דאס אנציקלופדיה תלמודית זאל האבן געמאכט א גאנצע באנד אויף "חשמל" .
ס'דא ספרים וואס זענען עוסק נאר אין דעם.

איך האב נאך קיינמאל נישט מצליח געווען ארויסקומען מיט א תשובה לאמיתה של תורה דא אויף קאווע שטיבל.

קהל'ס נער » פרייטאג אפריל 14, 2023 2:17 am

· #521137
איך בין אביסל צומישט, דו טענה'סט אז דא אין ק"ש הערשט גרופ טהינק, בשעת איך ברענג דיר א געהעריגע בירור פארוואס איך האלט מיין שיטה, און דו ביסט אליין נישט זיכער וואס דיין שיטה איז, דו ברענגסט נאר נאך אז ספרים רעדן דערפון, ווער ליידט נאר אויף גרופ טהינק נאכאמאל?

און וויאזוי ווייסטו אז דא אויף ק"ש קען מען נישט ארויסקומען מיט א תשובה לאמיתה של תורה, בשעת דו אליין ווייסט נישט דיינע אייגענע שיטות?

מרדכי מרדכי » פרייטאג אפריל 14, 2023 4:58 pm

· #521184
אז מען האט געפרעגט וועל איך ענטפערן, איך גיי נישט אין קיין הייסע מקווה שבת, פשוט ווייל איך גיי נאר אין מקווה 1 מאל א יאר ערב יום כיפור פארוואס ווייס איך נישט.
לגבי אונזער נושא זאגט ער אז די רבנים פלאגן זיך שוין צו טרעפן א איסור אויף א טעלעפאון שבת, דארף מען פרעגן א רב/דיין און זען צו זיי פלאגן זיך ביים זאגן ניין.

איך בין נישט באקאנט מיט דעם איסור בונה ביי טעלעפאונען אבער איך בין נייגעריג אויב איז דאס א אב מלאכה אדער א תולדה?
וואס איז מען פונקטליך בונה ביים פארמאכן אן עלעקטריק סירקל?
איז עס נאר ביי סמארטפאונס, פליפ פאונס, היים טעלעפאונען, אדער ראוטערי טעלעפאונען?
וואס וועט זיין מיט טשארדשען?
איז שוין אמאל ארויסגעקומען א איסור קעגן נוצן א טעלעפאון אין שבת?

תרמב » זונטאג אפריל 16, 2023 2:20 pm

· #521339
שמן למאור
דיכטער
די LED פאנעל אינעם סקרין איז טאקע נישט קיין פראבלעם אבער נוצן wifi דאס גרעניצט זיך שוין מיט א דאורייתא.

אזוי אויך דער קאמארא טאמער ווייסט מען נישט וויאזוי עס צו נוצן שבת קען מען ח"ו זייער גרינג נכשל ווערן מיט דאורייתא'ס, וועגן דעם טאקע זענען געווען אזעלכע וואס האבן זיך אינגאנצן אפגעהאלטן פון נוצן דעם קאמארא שבת.

אויך איז דא דער פראבלעם מיט דער פלאשלייט, און טאמער דער APN איז אנגעשטעלט אויף Roaming דאן קענען זיין דערביי ערענסטע חששות...

(פאר די וואס האבן נאכנישט געכאפט ביז אהער, ס'געשריבן געווארן בדרך צחות פשוט ווייל איך בין ליידער נישט פון די תלמידי חכמים וואס @שמן למאור האט דערמאנט אבער ליפטר בלא כלום אי אפשר...)
ניצן ווייפיי איז דאך אן איסור דאורייתא אינדערוואכן אויך.. סיידן מען האט א גוטע פילטער..
האסטו א פארטיגע היתר... אין איסור חל על איסור...

מתבודד » זונטאג אפריל 16, 2023 3:49 pm

· #521345
מי אני
די נושא פון אם יש איסור בשימוש חשמל בשבת וטעמה איז סתם אזוי שטארק מסובך, און מ׳קען טאקע זאגן אז ביי דעם גייט טאקע אָן דאס וואס די משנה זאגט בסתם אויף הלכות שבת (חגיגה פ״א מ״ח) ״כהררים התלויים בשערה״ (וע״ש בדף י.). די וויקיפידיה בלאט דערויף געבט א גאנץ אַבּיעקטיווע overview אויף די נושא לכאן ולכאן (מיט מראי מקומות).

עס קען טאקע אָנגיין דערויף די הגדרה לגבי סמכות און דאס אטאריטעט בהלכה בכלליות לחייב. והיינו, אז די קבלה וקאנסענסוס אצל (רוב) כלל ישראל שומרי שבת דערביי אז דאס איז אסור ונחשב לחילולו, איז טאקע אט דאס וואס איז דאס קובע, ואפילו אם יסודה קלושה היא. אולי. ואולי ה״ה ג״כ אויף פארקערט לגבי זיך פארלאזן אויפ׳ן היתר, ואפילו אם היא קלושה, פון גיין אין א ווארעמע מקוה בשבת. און דאס קען אפשר אויך נכלל ווערן אין דעם אז הלכות התורה, אשר בתוכה הגדרת שמירת שבת, איז ניתן לחכמי הדור אויף אויסצוטייטשן. און וואס וועט דאס געבן די סמכות איז טאקע די ענדגילטיגע קבלה און פארשפרייטונג אצל ההמון דערפון.

‏כידוע, האלטן דאך די חוקרים אז חז״ל׳ס קאנסעפּשאן פון מהו נחשב לחילול שבת איז אליינס א גענצליכע אינאוועישאן בהתורה; וכגדר האיסור בזמנינו על כלים חשמליים. וכנ״ל אז הלכות איסורי שבת זענען דאך, אפילו לפי חז״ל, הררים התלויים בשערה אלס מקרא מועט. די זעלבע אטאריטעט וואס האט דאס געמאכט עס זאל מחייב זיין, אפילו פאר די וואס נעמען נישט ממש אינגאנצן אָן די ״תורה שבעל פה מן השמים״ (ועיין לדוגמא במו״נ ח״ג פמ״א לגבי עין תחת עין, ובכלל מה שאפשר לפרש בדבריו בח״א פ״ה אודות מעמד הר סיני ותורה מן השמים בכלל), איז דאס קובע דא אויך.
אין מיין אפיניען איז אין אחר דברי הרב כלום און מ'קען פארמאכן דעם אשכול...
דאס וואס הרב @מי אני שרייבט דא איז לכאו' אויך די סיבה צו די ווערטער פונעם גדול וואס כ'האב דא געברענגט, און די נקודה איז פארשטענדליך אז א זאך וואס די פוסקי הדור פסק'ענען לאיסור - און אין אונזער פאל "אלע" ארטאדאקסישע פוסקים, ווערט דאס די דין התורה. ובפרט בנוסף צו דעם אז כלל ישראל האט טאקע אזוי אנגענומען און איז נוהג אזוי.

ענליך צו דעם האט צאנזער רב זצ"ל (דאכצעך...) געזאגט לגבי השגחתו ית' אויף די פרטים אז על אף וואס געוויסע ראשונים האבן קלאר נישט געגלייבט אין אזוי, וועט איינער וואס זאגט היינט אנדערש ווערן נחשב ככופר צוליב דעם וואס כלל ישראל האט יא אנגענומען אזוי. (איך ווייס אז פאר מאנכע קוקט עס אויס ווי געמאלן וואסער, אבער דאס איז וואס ער'ט געזאגט.)

וואלווי » זונטאג אפריל 16, 2023 3:50 pm

· #521346
תרמב
האסטו א פארטיגע היתר... אין איסור חל על איסור...
הנה, וויי פיי איז סיי איסור מוסיף (אנדערע כלים), סיי איסור כולל (אינדערוואכן) סיי איסור חמור (יהרג ואל יעבור), ווי ס'איז יא חל איסור על איסור...די שאלה איז אבער ווער קומט ערשט, ווער וויל חל זיין אויף וועם, די פאון אדער דער ווייפיי?

ונראה, אז ס'באמת נאר דא איין איסור. ביי שבת זאגט מען אפילו עם הארץ אימת שבת עליו, מילא דארף ער נישט גיין זוכען א דרכא אחרינא, ומותר בווייפיי, פאלט אוועק איסור נישט געפילטערטע וויי פי, ממילא איז סיי ווי נישט שווער די קשיא פון איסור חל על איסור, בלייבט דאך יא איסור פאון, והאיך מצינו ידינו ורגלינו?

אמנם, א ווארימע מקוה איז נאר רחיצה אויב ס'געפילטערט, ווייל א מקוה וואס זעהט אויס ווי א נישט געלונגענע קאווע איז קיין רחיצה ניט, בפרט אז ביי מקואות איז הכל הולך אחר המראה, נאך דערצו שבת נאך דריי טעג יום טוב איז עס געדעכט ווי די טיט הנרוק הידוע, קומט אויס אז בכי האי גונא דהוי בהעדר פילטער, אמרינן מיגו דהותר לצורך יום טוב מותר נמי לצורך שבת, און א נישט געפילטערטע פאון איז מותר מחמת שני צדידים סיי אלס נישט קיין פילטער און סיי אלס הלכות שבת.

ונלע"ד, דאמרינן הואיל דהותר לשבת של מחרת השבת כמו האי שתא, הותר נמי לגבי שבת בראשית דמחרת השבת לכולי שתא. ומהאי טעמא, ואפי' למאן דאמר דאמרינן מיגו רק באותו מקום ובאותו זמן, הרי יכול להתיישב בבירא דמקוותא וטובל וסמארטפאון בידו בעידנא דעסיק בה, וא"כ גיטו וידו באין כאחת לכולי עלמא, והכל על מקומו יבא בשלום.

מתבודד » זונטאג אפריל 16, 2023 3:56 pm

· #521347
ח"ו לטבול וסמארטפאון בידו, דכיון דהוי כטובל ושרץ בידו ולא עלתה לו טבילתו הוי ירידתו לבור רק לשום רחיצה ולא לשום טהרה, וקרוב הדבר לרוחץ במזיד ולא לשם תוספת טהרה כלל...

איי וואלווי, כ'האב געבענקט נאך דיינע פשט'לעך... כה לחי להגדיל התורה וכו'

וואלווי » זונטאג אפריל 16, 2023 4:05 pm

· #521348
מתבודד
ח"ו לטבול וסמארטפאון בידו, דכיון דהוי כטובל ושרץ בידו ולא עלתה לו טבילתו הוי ירידתו לבור רק לשום רחיצה ולא לשום טהרה, וקרוב הדבר לרוחץ במזיד ולא לשם תוספת טהרה כלל...

איי וואלווי, כ'האב געבענקט נאך דיינע פשט'לעך... כה לחי להגדיל התורה וכו'
אולי פארקערט? אויב לא עלתה לו טבילה, דעמאלטס פאלט אוועק אויך די צד פון איסור תיקון גברא אויך, ווערט נאך גרינגער צו טובל'ן.

דארף מען ווייטער מעסטן, תיקון גברא אקעגען רחיצה, מיט נדחה מפני מי.

קען זיין ביסט גערעכט, ווייל מ'קען טענה'ן לתיקוני שדרתיך ולא לעוותי...

תרמב » זונטאג אפריל 16, 2023 4:31 pm

· #521349
וואלווי
תרמב
האסטו א פארטיגע היתר... אין איסור חל על איסור...
הנה, וויי פיי איז סיי איסור מוסיף (אנדערע כלים), סיי איסור כולל (אינדערוואכן) סיי איסור חמור (יהרג ואל יעבור), ווי ס'איז יא חל איסור על איסור...די שאלה איז אבער ווער קומט ערשט, ווער וויל חל זיין אויף וועם, די פאון אדער דער ווייפיי?

ונראה, אז ס'באמת נאר דא איין איסור. ביי שבת זאגט מען אפילו עם הארץ אימת שבת עליו, מילא דארף ער נישט גיין זוכען א דרכא אחרינא, ומותר בווייפיי, פאלט אוועק איסור נישט געפילטערטע וויי פי, ממילא איז סיי ווי נישט שווער די קשיא פון איסור חל על איסור, בלייבט דאך יא איסור פאון, והאיך מצינו ידינו ורגלינו?

אמנם, א ווארימע מקוה איז נאר רחיצה אויב ס'געפילטערט, ווייל א מקוה וואס זעהט אויס ווי א נישט געלונגענע קאווע איז קיין רחיצה ניט, בפרט אז ביי מקואות איז הכל הולך אחר המראה, נאך דערצו שבת נאך דריי טעג יום טוב איז עס געדעכט ווי די טיט הנרוק הידוע, קומט אויס אז בכי האי גונא דהוי בהעדר פילטער, אמרינן מיגו דהותר לצורך יום טוב מותר נמי לצורך שבת, און א נישט געפילטערטע פאון איז מותר מחמת שני צדידים סיי אלס נישט קיין פילטער און סיי אלס הלכות שבת.

ונלע"ד, דאמרינן הואיל דהותר לשבת של מחרת השבת כמו האי שתא, הותר נמי לגבי שבת בראשית דמחרת השבת לכולי שתא. ומהאי טעמא, ואפי' למאן דאמר דאמרינן מיגו רק באותו מקום ובאותו זמן, הרי יכול להתיישב בבירא דמקוותא וטובל וסמארטפאון בידו בעידנא דעסיק בה, וא"כ גיטו וידו באין כאחת לכולי עלמא, והכל על מקומו יבא בשלום.
גוט גוט... איז דאך עס טאקע כהררים התלויים בחוט השערה...

אגב איך האב לעצטנס געזעהן דיין תשובה אין איינע פון די אלטע וועקערס וועגן די נושא אויב מ'מעג אנטון פרישע וועש אין די ניין טעג, איך האב פיין געלאכט, ס'איז מיר געפאלן דעם אויסדרוק אז מ'טוט אן די וועש נאכדעם וואס מ'מאכט מיט עס א "מנוחה בשמחה" על הקרקע...

הקטן » זונטאג אפריל 16, 2023 4:46 pm

· #521351
.

קהל'ס נער » זונטאג אפריל 16, 2023 6:17 pm

· #521360
מתבודד
מי אני
די נושא פון אם יש איסור בשימוש חשמל בשבת וטעמה איז סתם אזוי שטארק מסובך, און מ׳קען טאקע זאגן אז ביי דעם גייט טאקע אָן דאס וואס די משנה זאגט בסתם אויף הלכות שבת (חגיגה פ״א מ״ח) ״כהררים התלויים בשערה״ (וע״ש בדף י.). די וויקיפידיה בלאט דערויף געבט א גאנץ אַבּיעקטיווע overview אויף די נושא לכאן ולכאן (מיט מראי מקומות).

עס קען טאקע אָנגיין דערויף די הגדרה לגבי סמכות און דאס אטאריטעט בהלכה בכלליות לחייב. והיינו, אז די קבלה וקאנסענסוס אצל (רוב) כלל ישראל שומרי שבת דערביי אז דאס איז אסור ונחשב לחילולו, איז טאקע אט דאס וואס איז דאס קובע, ואפילו אם יסודה קלושה היא. אולי. ואולי ה״ה ג״כ אויף פארקערט לגבי זיך פארלאזן אויפ׳ן היתר, ואפילו אם היא קלושה, פון גיין אין א ווארעמע מקוה בשבת. און דאס קען אפשר אויך נכלל ווערן אין דעם אז הלכות התורה, אשר בתוכה הגדרת שמירת שבת, איז ניתן לחכמי הדור אויף אויסצוטייטשן. און וואס וועט דאס געבן די סמכות איז טאקע די ענדגילטיגע קבלה און פארשפרייטונג אצל ההמון דערפון.

‏כידוע, האלטן דאך די חוקרים אז חז״ל׳ס קאנסעפּשאן פון מהו נחשב לחילול שבת איז אליינס א גענצליכע אינאוועישאן בהתורה; וכגדר האיסור בזמנינו על כלים חשמליים. וכנ״ל אז הלכות איסורי שבת זענען דאך, אפילו לפי חז״ל, הררים התלויים בשערה אלס מקרא מועט. די זעלבע אטאריטעט וואס האט דאס געמאכט עס זאל מחייב זיין, אפילו פאר די וואס נעמען נישט ממש אינגאנצן אָן די ״תורה שבעל פה מן השמים״ (ועיין לדוגמא במו״נ ח״ג פמ״א לגבי עין תחת עין, ובכלל מה שאפשר לפרש בדבריו בח״א פ״ה אודות מעמד הר סיני ותורה מן השמים בכלל), איז דאס קובע דא אויך.
אין מיין אפיניען איז אין אחר דברי הרב כלום און מ'קען פארמאכן דעם אשכול...
דאס וואס הרב @מי אני שרייבט דא איז לכאו' אויך די סיבה צו די ווערטער פונעם גדול וואס כ'האב דא געברענגט, און די נקודה איז פארשטענדליך אז א זאך וואס די פוסקי הדור פסק'ענען לאיסור - און אין אונזער פאל "אלע" ארטאדאקסישע פוסקים, ווערט דאס די דין התורה. ובפרט בנוסף צו דעם אז כלל ישראל האט טאקע אזוי אנגענומען און איז נוהג אזוי.

ענליך צו דעם האט צאנזער רב זצ"ל (דאכצעך...) געזאגט לגבי השגחתו ית' אויף די פרטים אז על אף וואס געוויסע ראשונים האבן קלאר נישט געגלייבט אין אזוי, וועט איינער וואס זאגט היינט אנדערש ווערן נחשב ככופר צוליב דעם וואס כלל ישראל האט יא אנגענומען אזוי. (איך ווייס אז פאר מאנכע קוקט עס אויס ווי געמאלן וואסער, אבער דאס איז וואס ער'ט געזאגט.)
השתא דאתית להכי זענען מיר מער נישט אנדערש פון די קאנסערוואטיוון, ביי זיי איז אויך אז די עולם "נעמט אן" הלכות אנדערש ווי שולחן ערוך און די רבנים מוזן צושטימען.

אבער ס'גייט נאך טיפער,
פארוואס רעכענן מיר זיך נישט מיט קיין פסק פון א קאנסערוואטיווער רב? וואס הייסט ער איז דאך מתיר א סעלפאון אין שבת היל"ת!
פארוואס איז א טעלעפאון אסור אין שבת? ווייל אלע רבנים האבן עס גע'אסרט!
אבער די קאנסערוואטיווע רבנים האבן דאך יא מתיר געוועהן? ער איז דאך א שייגעץ ווייל ער ניצט א טעלעפאון אין שבת!
וחוזר חלילה.........
און אינז קענען זיך פאטשן אין בייכל אז אינז האמיר דעם דרך המסורה.......

חדשים » זונטאג אפריל 16, 2023 6:43 pm

· #521361
מתבודד
מי אני
די נושא פון אם יש איסור בשימוש חשמל בשבת וטעמה איז סתם אזוי שטארק מסובך, און מ׳קען טאקע זאגן אז ביי דעם גייט טאקע אָן דאס וואס די משנה זאגט בסתם אויף הלכות שבת (חגיגה פ״א מ״ח) ״כהררים התלויים בשערה״ (וע״ש בדף י.). די וויקיפידיה בלאט דערויף געבט א גאנץ אַבּיעקטיווע overview אויף די נושא לכאן ולכאן (מיט מראי מקומות).

עס קען טאקע אָנגיין דערויף די הגדרה לגבי סמכות און דאס אטאריטעט בהלכה בכלליות לחייב. והיינו, אז די קבלה וקאנסענסוס אצל (רוב) כלל ישראל שומרי שבת דערביי אז דאס איז אסור ונחשב לחילולו, איז טאקע אט דאס וואס איז דאס קובע, ואפילו אם יסודה קלושה היא. אולי. ואולי ה״ה ג״כ אויף פארקערט לגבי זיך פארלאזן אויפ׳ן היתר, ואפילו אם היא קלושה, פון גיין אין א ווארעמע מקוה בשבת. און דאס קען אפשר אויך נכלל ווערן אין דעם אז הלכות התורה, אשר בתוכה הגדרת שמירת שבת, איז ניתן לחכמי הדור אויף אויסצוטייטשן. און וואס וועט דאס געבן די סמכות איז טאקע די ענדגילטיגע קבלה און פארשפרייטונג אצל ההמון דערפון.

‏כידוע, האלטן דאך די חוקרים אז חז״ל׳ס קאנסעפּשאן פון מהו נחשב לחילול שבת איז אליינס א גענצליכע אינאוועישאן בהתורה; וכגדר האיסור בזמנינו על כלים חשמליים. וכנ״ל אז הלכות איסורי שבת זענען דאך, אפילו לפי חז״ל, הררים התלויים בשערה אלס מקרא מועט. די זעלבע אטאריטעט וואס האט דאס געמאכט עס זאל מחייב זיין, אפילו פאר די וואס נעמען נישט ממש אינגאנצן אָן די ״תורה שבעל פה מן השמים״ (ועיין לדוגמא במו״נ ח״ג פמ״א לגבי עין תחת עין, ובכלל מה שאפשר לפרש בדבריו בח״א פ״ה אודות מעמד הר סיני ותורה מן השמים בכלל), איז דאס קובע דא אויך.
אין מיין אפיניען איז אין אחר דברי הרב כלום און מ'קען פארמאכן דעם אשכול...
דאס וואס הרב @מי אני שרייבט דא איז לכאו' אויך די סיבה צו די ווערטער פונעם גדול וואס כ'האב דא געברענגט, און די נקודה איז פארשטענדליך אז א זאך וואס די פוסקי הדור פסק'ענען לאיסור - און אין אונזער פאל "אלע" ארטאדאקסישע פוסקים, ווערט דאס די דין התורה. ובפרט בנוסף צו דעם אז כלל ישראל האט טאקע אזוי אנגענומען און איז נוהג אזוי.

ענליך צו דעם האט צאנזער רב זצ"ל (דאכצעך...) געזאגט לגבי השגחתו ית' אויף די פרטים אז על אף וואס געוויסע ראשונים האבן קלאר נישט געגלייבט אין אזוי, וועט איינער וואס זאגט היינט אנדערש ווערן נחשב ככופר צוליב דעם וואס כלל ישראל האט יא אנגענומען אזוי. (איך ווייס אז פאר מאנכע קוקט עס אויס ווי געמאלן וואסער, אבער דאס איז וואס ער'ט געזאגט.)
לאז מיך אריינכאפן ווי לאנג די אשכול איז נאך אפן...

ביי אונז אין סאטמאר האט מען אריינגעפרעדיגט אז מען טאר נישט קוקן אויף דאס וואס רובו ככולו פון כלל ישראל האלט. אחד הי’ אברהם, די רבי זי”ע און די הייפעלע ערליכע אידן, וכו’ וכו’ זאלן די בקיאים אין דברי יואל אריינפילן די רעסט. דאס אז כלל ישראל האט עפעס אנגענומען מאכט עס נישט פאר קיין תורה מסיני. אונז האב מיר א שו”ע און לויט דעם פירט מען זיך. און פארשטייט זיך אז דאס איז סיי לקולא און סיי לחומרא.

איך וואלט אריינגעלערנט פשט אין ’מי אני’ס ווערטער. איה”נ, עס איז אפשר נישטא קיין איסור צו נוצן חשמל אין שבת הלכה’דיג סיי מן התורה און אויך נישט מדרבנן. אבער היות עס איז, ווי ’מתבודד’ איז מסביר, אנגענומען ביי אלע ארטאדאקסישע רבנים לאיסור, האט עס א דין ווי א גזירה וואס די רבנים האבן געמאכט. אפילו עס איז בעצם נישט קיינמאל ארויסגעקומען א פסק לאיסור, אבער אזויווי עס איז נתפשט געווארן לאיסור ביי אלע ארטאדאקסישע אידן, ווערט עס אסור פאר יעדן איינעם כאילו שהי’ גזירה. פארקערט פשט איסורו בכל ישראל איז נאך שטערקער ווי פלעין א גזירה, ווייל אפילו א גזירה דארף נאך צוקומען צו פשט איסורו בכל ישראל. ווערט עס נכלל אין וואס די רמב”ם פסק’נט אין הלכות ממרים פ”ב ה”ג, אבל דברים שראו בית דין לגזור ולאסרן לעשות סייג אם פשט איסורן בכל [ישראל] אין בית דין גדול אחר יכול לעקרן ולהתירן אפילו היה גדול מן הראשונים.

אגב, די רמב”ם שפעטער אין הלכה ה’ שרייבט, בית דין שנראה להן לגזור גזירה או לתקן תקנה או להנהיג מנהג צריכין להתיישב בדבר ולידע תחלה אם רוב הצבור יכולין לעמוד בהן או אם אין יכולין לעמוד ולעולם אין גוזרין גזירה על הצבור אלא אם כן רוב הצבור יכולין לעמוד בה. און הלכה ו’, הרי שגזרו בית דין גזירה ודימו שרוב הקהל יכולין לעמוד בה ואחר שגזרוה פקפקו העם בה ולא פשטה ברוב הקהל הרי זו בטלה ואינן רשאין לכוף את העם ללכת בה. דאס איז לכאורה די טעם פארוואס מען פירט זיך היינט זיך צו טובל’ן אין א הייסע מקוה אין שבת.

קהל'ס נער » זונטאג אפריל 16, 2023 7:27 pm

· #521362
נניח אז ביסט גערעכט מיט דיין פשעטל, איז די פאקט אז רוב כלל ישראל האט אנגענומען אז א פאון אין שבת אלץ איסור נישט אמת, כ'ווייס נישט וויפיל פראצענט פון כלל ישראל זענען ארטאדאקסן אבער ס'זיכער ווייניגער פון 50%.

שערי יושר » זונטאג אפריל 16, 2023 7:39 pm

· #521367
Re: איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?
דארף מען זיך רעכענען מיט נישט קיין רעליגיעזע ווען סקומט צי הלכה?

חדשים » זונטאג אפריל 16, 2023 7:41 pm

· #521368
מען איז נישט דן דא וואס די רעפארמער האלטן. מען איז דן וואס אידן וואס גייען אין מקוה שבת האלטן.

ווען די רמב”ם האט גערעדט פון נתפשט בכל ישראל, האט ער גערעדט פון נישט שותומ”צ?

קהל'ס נער » זונטאג אפריל 16, 2023 7:44 pm

· #521370
שערי יושר
דארף מען זיך רעכענען מיט נישט קיין רעליגיעזע ווען סקומט צי הלכה?
למאי נ"מ? אפילו אויב נישט.
אויב א הלכה איז באזירט אויף א פאקט וואס איז נישט אמת, איז די הלכה קיין הלכה ניט.

די הלכה לויטעט אז ישראל אע"פ שחטא ישראל הוא, און די פאקט איז אז ס'נישט נתפשט געווארען ביי זיי = גזירה שלא נתפשט ברוב כלל ישראל.

תרמב » זונטאג אפריל 16, 2023 9:01 pm

· #521376
קהל'ס נער
שערי יושר
דארף מען זיך רעכענען מיט נישט קיין רעליגיעזע ווען סקומט צי הלכה?
למאי נ"מ? אפילו אויב נישט.
אויב א הלכה איז באזירט אויף א פאקט וואס איז נישט אמת, איז די הלכה קיין הלכה ניט.

די הלכה לויטעט אז ישראל אע"פ שחטא ישראל הוא, און די פאקט איז אז ס'נישט נתפשט געווארען ביי זיי = גזירה שלא נתפשט ברוב כלל ישראל.
זייער אינטערסאנטע טענה, מיין שאלה איז ביז ווי ווייט גייט עס, מ'קען רעכענען מענטשן וואס געבן נישט קיין דעקל צו תורה ומצוות צו קענען קובע זיין הלכות? איך ווייס אז להלכה רעכנט מען זיך נישט מיט קיין רעפארמער און קאנסערוואטיוון, אבער דאס מאכט נישט אויס, איך וויל פארשטיין סברה'דיג, פארוואס זאל מען זיך רעכענען מיט די מענטשן, די סברה צו זאגן אז א זאך איז נתפשט געווארן זאל זיין מותר איז לכאורה ווייל די מענטשן ווייסן פון הלכה צו זאגן און מיט דעם אלעם האבן זיי געטון אנדערש קען מען אנעמען אז ס'האט א פשט, עפעס א מהלך, אבער ווען מ'רעדט פון מענטשן וואס הלכה אינטערסירט זיי נישט בכלל פארוואס זאל איך זיך מיט זיי רעכענען אויף צו קובע זיין הלכות?

בעל אחריות » זונטאג אפריל 16, 2023 9:58 pm

· #521384
מי אני
ס'איז נישט "ליצנות געמאכט פונעם באשעפער" טאמער אט דאס איז טאקע וואס איז קובע מה מותר ומה אסור לגבי כביכול זיינע געזעצן.

מיין מעשה און טענה איז טאקע געווען אט דאס: איך האב גע'טענה'ט אז עפ"י זיינע אייגענע הנחות דארף ער עס מתיר צו זיין. אט וועגן דעם האב איך געשריבן א בירור און איך האב טאקע געזוכט די דעת האוסרים, וממילא הפשטת האיסור בין בני ישראל שותומ"צ. ווי ווייט איך ווייס איז דאס טאקע נישטא (ואפילו אויב יא, איז דאך דאס לכאורה ווייט ווייט נישט דומה צו הפשטת איסור שימוש חשמל בשבת וגדר "חילול שבת" וואס מ'געבט דערצו). ער האט דאס פשוט אוועקגעמאכט במחי יד. און אין דעם איז עס טאקע דומה צו מיין תשובה לגבי הדפסת תמונת נשים (וואס איז שוין יא לכאורה מער מתפשט), וואו איך האב טאקע צוגעשטעלט די מעשה - עס האט אויך נישט קיין ביסוס. אין אנדערע ווערטער, די התפשטות וקבלה וואס איז דאס ענדגילטיג קובע אלס מחייב וכו', דארף אבער האבן א ביסוס און/אדער פּרעצעדענט - אזוי ווי ביי יעדעס געזעץ.

דא, ווי איך פארשטיי, איז מען מודה אז ס'דא א דעת האוסרים והפשטת וקבלת חומר האיסור בין שותומ"צ, און מ'איז מודה אז דאס האט א טעם(ים) ובסיס. מ'איז דן אין חוזק האיסור שבה און ווי ווייט קלוש אט די טעמים והבסיס זענען. ואיה"נ, טאמער קען מען טאקע אפפרעגן די בסיס, און דאס ווערט דערנאך נתפשט להיתר, אזדא ליה האיסור. (ובאנו לבי"ד מבטל דברי חבירו כשגדול ממנו בחכמה ובמנין וואס איך האב דארט דערמאנט.)

אבער גערעכט, אז עדיין הדבר צריך תלמוד. און דעריבער האב איך געשריבן "אולי".
וואס איז די מקור פון דעם אז א זאך וואס איז נתפשט געווארען לאיסור בטעות, איז שוין טאקע אסור?

מי אני » זונטאג אפריל 16, 2023 10:30 pm

· #521390
איך זאג נישט אז טאמער ס'איז בטעות, והיינו בלי בסיס מעיקר הדין, דאן טאמער ס'איז נתפשט בכלל ישראל איז דאס אסור. פארקערט, אין מיין תשובה טוה איך דערין (מכח נדר וקבלה ביו"ד סימן ריד) אז דאס איז נישט קיין התחייבות ע"ש.

דא איז מער א נידון וואו ס'איז יש מקום ובסיס לאסור מעיקר הדין וג"כ מקום להתיר. און (לכאורה) רוב רבנים/פוסקים און halakhists, וואס האבן דאס טאקע דורכגעטוהן מעיקר הדין, האבן אָנגענומען לאסור ונתפשט איסורם אצל (לכאורה) כל שותומ"צ המציית להלכה בכלל. אין אזא פאל איז דאס לכאורה בגדר מש"כ הרמב"ם בהקדמתו ובריש פ"ב בהל' ממרים, וואס איך האב צוגעברענגט אינעם תגובה וואס איך האב פריער געלינקט צו, איבער דעם אז קביעת ההלכה והפסק איז טאקע תלוי בהתפשטותו בכלל ישראל, און אט דאס איז טאקע די סמכות פונעם תלמוד.

ובפרט וואו @חדשים שטארקט דאס און לייגט צו דער רמב"ם בהל' ממרים דארט שפעטער לגבי גזירה.

קהל'ס נער » זונטאג אפריל 16, 2023 10:31 pm

· #521392
תרמב
קהל'ס נער
שערי יושר
דארף מען זיך רעכענען מיט נישט קיין רעליגיעזע ווען סקומט צי הלכה?
למאי נ"מ? אפילו אויב נישט.
אויב א הלכה איז באזירט אויף א פאקט וואס איז נישט אמת, איז די הלכה קיין הלכה ניט.

די הלכה לויטעט אז ישראל אע"פ שחטא ישראל הוא, און די פאקט איז אז ס'נישט נתפשט געווארען ביי זיי = גזירה שלא נתפשט ברוב כלל ישראל.
זייער אינטערסאנטע טענה, מיין שאלה איז ביז ווי ווייט גייט עס, מ'קען רעכענען מענטשן וואס געבן נישט קיין דעקל צו תורה ומצוות צו קענען קובע זיין הלכות? איך ווייס אז להלכה רעכנט מען זיך נישט מיט קיין רעפארמער און קאנסערוואטיוון, אבער דאס מאכט נישט אויס, איך וויל פארשטיין סברה'דיג, פארוואס זאל מען זיך רעכענען מיט די מענטשן, די סברה צו זאגן אז א זאך איז נתפשט געווארן זאל זיין מותר איז לכאורה ווייל די מענטשן ווייסן פון הלכה צו זאגן און מיט דעם אלעם האבן זיי געטון אנדערש קען מען אנעמען אז ס'האט א פשט, עפעס א מהלך, אבער ווען מ'רעדט פון מענטשן וואס הלכה אינטערסירט זיי נישט בכלל פארוואס זאל איך זיך מיט זיי רעכענען אויף צו קובע זיין הלכות?
די לייגסט אראפ א סברה און די פרעיגסט א קשיא. אלא מאי דיין סברא איז נישט גערעכט.
די סיבה מען רעכנט זיך מיט זיי איז ווייל זיי זענען א חלק פון כלל ישראל כנ"ל און טהעטס איט, און אויב זיי נעמען עפעס נישט אן מיינט אז רוב כלל ישראל האט עס נישט אנגענימען, דאס איז א מציאות.

קהל'ס נער » זונטאג אפריל 16, 2023 10:34 pm

· #521396
מי אני
איך זאג נישט אז טאמער ס'איז בטעות, והיינו בלי בסיס מעיקר הדין, דאן טאמער ס'איז נתפשט בכלל ישראל איז דאס אסור. פארקערט, אין מיין תשובה טוה איך דערין (מכח נדר וקבלה ביו"ד סימן ריד) אז דאס איז נישט קיין התחייבות ע"ש.

דא איז מער א נידון וואו ס'איז יש מקום ובסיס לאסור מעיקר הדין וג"כ מקום להתיר. און (לכאורה) רוב רבנים/פוסקים און halakhists, וואס האבן דאס טאקע דורכגעטוהן מעיקר הדין, האבן אָנגענומען לאסור ונתפשט איסורם אצל (לכאורה) כל שותומ"צ המציית להלכה בכלל. אין אזא פאל איז דאס לכאורה בגדר מש"כ הרמב"ם בהקדמתו ובריש פ"ב בהל' ממרים, וואס איך האב צוגעברענגט אינעם תגובה וואס איך האב פריער געלינקט צו, איבער דעם אז קביעת ההלכה והפסק איז טאקע תלוי בהתפשטותו בכלל ישראל, און אט דאס איז טאקע די סמכות פונעם תלמוד.

ובפרט וואו @חדשים שטארקט דאס און לייגט צו דער רמב"ם בהל' ממרים דארט שפעטער לגבי גזירה.
קביעת הלכה קען נאר בית דין הגדול שבירושלים טיען בזמן שבית המקדש היה קיים, זייט דעמאלט איז נישטא אזא זאך ווי קביעת הלכה (הלכה'דיג גערעדט)

שמן למאור » זונטאג אפריל 16, 2023 10:37 pm

· #521399
חדשים
מען איז נישט דן דא וואס די רעפארמער האלטן. מען איז דן וואס אידן וואס גייען אין מקוה שבת האלטן.

ווען די רמב”ם האט גערעדט פון נתפשט בכל ישראל, האט ער גערעדט פון נישט שותומ”צ?
די רעפארמער זענען שותומ"צ אויף זייער שטייגער, זיי האלטן אז זיי האבן א כח צו זאגן וואס די תורה וויל היינט, פונקט ווי די ארטאדאקסן האלטן אז אונזער רבנים קענען זאגן וואס די תורה וויל. מען זאל נישט דא אויסמישן פרייע אידן, מיט רופארמער אדער קאנסארוואטיוון. די שאלה איז צו ווייל איך בין געבוירן צו אן ארטאדאקסישע משפחה, בין איך מחויב צו פאלגן וואס די ארטאדאקסישע רבנים האבן אפגעמאכט? אפשר איז די תורה ענדערש אין די הענט פון די רעפארמער און די באשעפערס תורה גייט ענדערש לויט וואס זייער רבנים מאכן אפ?

שערי יושר » זונטאג אפריל 16, 2023 10:40 pm

· #521403
Re: איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?
ווייל איך בין געבוירען געווארן צי א אידישע פאמיליע איז מיך די אידישע רעליגיע מחייב?

yesiknow » זונטאג אפריל 16, 2023 10:41 pm

· #521404
[ציטאט אראפגענומען]
עמינדב היקר,
אתה צודק, כנראה שזה רק משום גזירה צריך לעיין בזה,הכוונה שלי היה בעיקר שלא נעשה איסור רק בהיסח הדעת, דרך אגב בחג שעבר עלינו עיינתי בשולחן ערוך כנראה שמותר לרחוץ פניו ידיו ורגליו בחמין שהוחמו ביום טוב לכתחילה.

שמן למאור » זונטאג אפריל 16, 2023 10:43 pm

· #521406
שערי יושר
ווייל איך בין געבוירען געווארן צי א אידישע פאמיליע איז מיך די אידישע רעליגיע איז מיך די אידישע רעליגיע מחייב?
בכלל נישט, די אידישע רעליגיע איז דיר מחייב ווייל ס'איז אמת. פינטל. שטעלט זיך יעצט די שאלה, וועלכע שטרוים פון אידישקייט איז טאקע די ריכטיגע? פונקט ווי אונזערע רבנים מעגן עוקר זיין שופר בלאזן בר"ה שחל בשבת וכדומה, וכיוון שנתפשט בכל ישראל, זאגט מי אני אז דאס ווערט די תורה, אפילו ס'דא געוויסע וואס פירן זיך נישט אזוי. איז לפי זה, מעגן די רעפארמער רבנים אויך אפשר זאגן וואס די תורה וויל היינט? און היות זיי זענען די רוב, זענען זיי אפשר די מכריע?

שמן למאור » זונטאג אפריל 16, 2023 10:49 pm

· #521409
אגב, לויט ווי עס ליגט מיר אין קאפ, זאגט די רמב"ם די זאך פון נתפשט בכל ישראל נאר אויף ביזן חתימת התלמוד, נאכדעם איז שוין נישטא דעם כוח.

למשל אויב וואלט היינט נתפשט געווארן ביי גאנץ כלל ישראל אז ס'איז אסור פאר פרויען צו דרייוון, וואלט דאס טאקע געווארן א געהעריגע איסור? ממש א חלק פון די תורה?
@מי אני קלאר אויס ביטע.

וואלווי » זונטאג אפריל 16, 2023 10:58 pm

· #521413
שמן למאור
שערי יושר
ווייל איך בין געבוירען געווארן צי א אידישע פאמיליע איז מיך די אידישע רעליגיע איז מיך די אידישע רעליגיע מחייב?
בכלל נישט, די אידישע רעליגיע איז דיר מחייב ווייל ס'איז אמת. פינטל. שטעלט זיך יעצט די שאלה, וועלכע שטרוים פון אידישקייט איז טאקע די ריכטיגע? פונקט ווי אונזערע רבנים מעגן עוקר זיין שופר בלאזן בר"ה שחל בשבת וכדומה, וכיוון שנתפשט בכל ישראל, זאגט מי אני אז דאס ווערט די תורה, אפילו ס'דא געוויסע וואס פירן זיך נישט אזוי. איז לפי זה, מעגן די רעפארמער רבנים אויך אפשר זאגן וואס די תורה וויל היינט? און היות זיי זענען די רוב, זענען זיי אפשר די מכריע?
בדרך כלל איז גוט מבחין זיין צווישן רעפארמער מיט קאנסערוואטיוו און ארטאדאקסן. רעפארמער זענען נישט געקומען לערנען פשט און די תורה אויף אן אנדערען אויפן. זיי זענען ענדערש געקומען באשאפן א נייע רעליגיע כאילו, לויט זייער פראקטישע קארענט פארשטאנד. זיי זענען לכתחילה גרייט צו מבטל זיין חלקים פון די תורה, פארשטייט זיך מיט א שיינע הסבר, אבער דאך נישט בעיון און שקלא וטריא פון תורה גופא.

משא"כ, קאנסערוואטיוו און ארטאדאקסן מער ווייניגער לערנען אפ פשט אין די תורה, און לויט דעם אדזשאסטן זיי כפי העולה על רוחם. אויב אזוי קען רעפארם ובדומה להם, וואס בויען לכתחילה נישט אויף תורה נאר אויף קאלטור, נישט אריין גענומען ווערען און די באסיס פון שומרי תורה זיך צו רעכענען דערמיט פאר אנדערע שומרי תורה וואס זענען מעיין ווי אזוי צו זיין שומרי תורה.

שערי יושר » זונטאג אפריל 16, 2023 11:02 pm

· #521415
Re: איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?
שמן למאור
די אידישע רעליגיע איז דיר מחייב ווייל ס'איז אמת. פינטל.


מיינסט צי זאגן אז אונז גלייבן אז עס איז די אמת. די זעלבע גלייבן מיר אז ארטאדאקסיע איז די אמת

yesiknow » זונטאג אפריל 16, 2023 11:02 pm

· #521416
שערי יושר
ווייל איך בין געבוירען געווארן צי א אידישע פאמיליע איז מיך די אידישע רעליגיע מחייב?
איך וואלט געוואלט זעהן די אלע וואס זעהן נישט קיין איסור זאלען גיין אויף 13טע עוועניו אדער אין מאה שערים שבת נאכמיטאג אין רעדען אויפען כלי (א פליפ פארשטייט זיך...) אדער זענען נאר חכמים דא אינטער באהאלטענע ניקים אין שפילען קיל מיט זייער טיפזיניקע חכמה,זאלען זיי ביים שבת טיש זאגען קינדערלעך נעמטס ארויס די פאונס עס איז נישטא קיין שום פראבלעם אין לעבעדיק ווילאנג זיי טהון דאס נישט איז עס בעבי טאלק (מיינסט איך בין א פאנאטישע יוד) שוין גענוג...

מי אני » זונטאג אפריל 16, 2023 11:12 pm

· #521432
קהל'ס נער
קביעת הלכה קען נאר בית דין הגדול שבירושלים טיען בזמן שבית המקדש היה קיים, זייט דעמאלט איז נישטא אזא זאך ווי קביעת הלכה (הלכה'דיג גערעדט).
עס איז נישט משמע אזוי דארט אין הל' ממרים. ובפרט וואו, כאמור, זאגט דאס דער רמב"ם אויך אינעם הקדמה למשנה תורה לגבי סמכות התלמוד, וואס איז דאך געווען לאחר החורבן.
שערי יושר
ווייל איך בין געבוירען געווארן צי א אידישע פאמיליע איז מיך די אידישע רעליגיע מחייב?
די שאלה דא איז לגבי איינער וואס סאָבּמיט שוין מעיקרא צום אטאריטעט (און געביידע) פון הלכה. די שאלה איז צי דאס וואס די דין פרטי איז נתפשט געווארן בכל ישראל לאחר דיון של הפוסקים והַהַלָכיסטס אז דאס איז די דין, איז דאס אים מחייב מכח הלכה צו וועלכע ער סאָבּמיט שוין בכלליות, ווען ער האלט אנדערש אין דעם הלכה פרטי מכח סברא בהדיונים שדנו עליו? לפי הרמב"ם איז דאס אז עס איז נתפשט געווארן בכל ישראל א פאקטאר וואס מאכט דאס טאקע אלס "הלכה".
שמן למאור
אגב, לויט ווי עס ליגט מיר אין קאפ, זאגט די רמב"ם די זאך פון נתפשט בכל ישראל נאר אויף ביזן חתימת התלמוד, נאכדעם איז שוין נישטא דעם כוח.

למשל אויב וואלט היינט נתפשט געווארן ביי גאנץ כלל ישראל אז ס'איז אסור פאר פרויען צו דרייוון, וואלט דאס טאקע געווארן א געהעריגע איסור? ממש א חלק פון די תורה?
@מי אני קלאר אויס ביטע.
עס איז מערקווידיג צוצוצייכענען צו דאס וואס דר. משה הלברטל שרייבט לגבי דעם צי דער רמב"ם האט געהאלטן אז זיין משנה תורה איז א רעפּרעזענטאציע וליקוט פון הלכה, אדער אז עס איז די הלכה:
If Maimonides in fact believed that his rulings in Mishneh Torah constituted halakhah itself and that his book had canonical status in the same sense as did the Mishnah and the Talmud, we may reasonably ask what he thought to be the source of his book’s authority. The question would not concern us if Maimonides believed Mishneh Torah simply to be a representation and summary of the halakhah — i.e., on the moderate reading — for its authority would then derive from its accomplished review and presentation of earlier authoritative sources. But if Mishneh Torah is halakhah itself - the radical reading — what is the source of its authority and what transforms it from a magnificent representation of the law into a binding, canonical text?

Maimonides appears to answer this question by again constructing halakhic history and folding into his concept of Talmudic authority. The premise that the Talmud is binding because it spread to and was accepted by all Israel lays the groundwork for the possibility of Mishneh Torah being transformed into a binding halakhic book in the event it, too, is accepted by all Israel. Maimonides’ claim, at the end of the introduction, that Mishneh Torah will ultimately obviate all other halakhic literature and that all Israel will learn halakhah from it is thus not merely an aspiration related to the awesome quality of the treatise; it is also, in effect, the basis for its future canonical status: when Mishneh Torah spreads to and is accepted by all Israel, it will become canonical in the same way as the Talmud itself. Maimonides’ concept of the Talmud’s distinctive authority and its integration into the historical narrative he spins thus serves a dual purpose in the introduction. It frees Maimonides from allegiance to geonic halakhah, which did not gain acceptance by all Israel, and it implants in halakhic history the conceptual framework that will allow for Mishneh Torah’s future authoritativeness as a canonical halakhic text
אין אנדערע ווערטער, די געדאנק פון התפשטות לקבוע בלייבט טאקע די דין אין פּרינציפּ וכדכתב בהל' ממרים. דער רמב"ם זאגט נאר אז "גראדע" זייט חתימת התלמוד האט זיך דאס היסטאריש פונקט אויסגעשטעלט אז עס איז נאך נישט געווען אזא סארט קבלה והתפשטות אויף אָנצונעמען אלס א קויד, אזוי ווי דער תלמוד. אבער אויב געשעהט דאס יא, האט דאס די זעלבע כח. און ער האט טאקע געהאפט אז דאס זאל געשעהן צו זיין משנה תורה. (אולי קען מען זאגן אז דער שלחן ערוך איז צוגעקומען דערצו על הכלל כולו. אולי.) אבער דאס איז לגבי א ווערק על הכלל כולו. עס זעהט אויס אז לגבי די דין פרטי פון חשמל בשבת קען מען יא זאגן אז איז נתפשט געווארן האיסור בין כל ישראל שומרי הלכה (אט די פאר וועמען פסקי התלמוד זענען נתפשט געווארן על הכלל כולו). (דאס אז דו האסט גע'עפענט אַן אשכול דאס דורכצוטוהן, וואס עסיומט מעיקרא אז עס איז טאקע אסור און פרעגט און וואונדערט זיך פארוואס, איז לכאורה א ראיה לזה...)

לגבי פרויען דרייוון וכדומה, ווענדט זיך דאס צי ס'איז מכח גזירה אדער טעו בדין. אויב איז עס מכח גזירה ונתפשט דעמאלטס יא, און אויב איז עס אלס דין ונתפשט דאן גייט אָן דעם ביטול ע"י בי"ד הגדול מהם בחכמה ובמנין. אבער גוד לאָק אז דאס זאל נתפשט ווערן...

שמן למאור » זונטאג אפריל 16, 2023 11:41 pm

· #521438
וואלווי
שמן למאור
שערי יושר
ווייל איך בין געבוירען געווארן צי א אידישע פאמיליע איז מיך די אידישע רעליגיע איז מיך די אידישע רעליגיע מחייב?
בכלל נישט, די אידישע רעליגיע איז דיר מחייב ווייל ס'איז אמת. פינטל. שטעלט זיך יעצט די שאלה, וועלכע שטרוים פון אידישקייט איז טאקע די ריכטיגע? פונקט ווי אונזערע רבנים מעגן עוקר זיין שופר בלאזן בר"ה שחל בשבת וכדומה, וכיוון שנתפשט בכל ישראל, זאגט מי אני אז דאס ווערט די תורה, אפילו ס'דא געוויסע וואס פירן זיך נישט אזוי. איז לפי זה, מעגן די רעפארמער רבנים אויך אפשר זאגן וואס די תורה וויל היינט? און היות זיי זענען די רוב, זענען זיי אפשר די מכריע?
בדרך כלל איז גוט מבחין זיין צווישן רעפארמער מיט קאנסערוואטיוו און ארטאדאקסן. רעפארמער זענען נישט געקומען לערנען פשט און די תורה אויף אן אנדערען אויפן. זיי זענען ענדערש געקומען באשאפן א נייע רעליגיע כאילו, לויט זייער פראקטישע קארענט פארשטאנד. זיי זענען לכתחילה גרייט צו מבטל זיין חלקים פון די תורה, פארשטייט זיך מיט א שיינע הסבר, אבער דאך נישט בעיון און שקלא וטריא פון תורה גופא.

משא"כ, קאנסערוואטיוו און ארטאדאקסן מער ווייניגער לערנען אפ פשט אין די תורה, און לויט דעם אדזשאסטן זיי כפי העולה על רוחם. אויב אזוי קען רעפארם ובדומה להם, וואס בויען לכתחילה נישט אויף תורה נאר אויף קאלטור, נישט אריין גענומען ווערען און די באסיס פון שומרי תורה זיך צו רעכענען דערמיט פאר אנדערע שומרי תורה וואס זענען מעיין ווי אזוי צו זיין שומרי תורה.
אינטערסאנט וואס דו שרייבסט דא. איך האב פארשטאנען אז די קאנסארוואטיוון זענען מער לינק ווי די רעפארמער.

אבער בכל זאת, די רעפארמער האבן אויך סיבות פארוואס געוויסע זאכן גייען מער נישט אן. פונקט ווי דער רבנים האבן געקענט אפמאכן אז שופר בלאזן גייט מער נישט אן שבת ווייל אפשר וועט זיין עפעס אן עם הארץ וואס וועט עובר זיין אויף הוצאה, און זיי האבן אויך געקענט אפמאכן אז א טאטע האט שוין מער נישט קיין רעכט צו פארקויפן זיין טאכטער פאר א דינסט, א.א.וו. קענען די היינטיגע רעפארם רבנים אפשר אויך אפמאכן אז געוויסע מצוות זענען שוין נישט נוגע מער, ווייל כהיום איז עס שוין מער נישט פאסיג.

מען דארף נישט קיין גרויסע שקלא וטריא'ס, מען דארף בלויז איין דעטאל און אויב האט מען דאס קענען שוין די רבנים טון וואס זיי ווילן. און דאס איז דעם תורה לאו בשמים הוא! דעם 'לא תסיר.. ימין ושמאל', דעם 'על פי הדבר אשר יוריך'... פשוט די תורה איז אין זייער הענט צו אפמאכן וואס די תורה און באשעפער וואלטן געוואלט היינטיגע צייטן פון אונז. איינמאל מען האט דאס, איז מען שוין מסודר.. ארטאדאקסן און רעפארמער צוגלייך...

שמן למאור » זונטאג אפריל 16, 2023 11:44 pm

· #521439
שערי יושר
שמן למאור
די אידישע רעליגיע איז דיר מחייב ווייל ס'איז אמת. פינטל.


מיינסט צי זאגן אז אונז גלייבן אז עס איז די אמת. די זעלבע גלייבן מיר אז ארטאדאקסיע איז די אמת
אונזער גלייבן אז אידישקייט איז אמת איז געבויט אויף סברות.. (קענסט כאפן א בליק אין די העמק דבר פארום)
צי ארטאדאקסיע איז אמת טוען מיר איצטער אדורך...

שמן למאור » זונטאג אפריל 16, 2023 11:58 pm

· #521440
@מי אני שכח פארן שיין ענטפערן. איך וויל ווייטער פרעגן אזוי.

1) פון וואו נעמט זיך דאס 'התחייבות' צו פאלגן עפעס וואס איז נתפשט געווארן? אין וועלכע פון די תרי"ג מצוות גייט עס אריין? פארוואס עפעס מוז מען עס פאלגן?

2) אויב עפעס ווערט נתפשט מחמת גזירה, לאמיר זאגן אז די איסור פון נעמען 2 ווייבער איז נתפשט ביי גאנץ כלל ישראל. (כ'קען נישט די מציאות הדברים, דאכצעך אז ביי די ספרדים איז עס נישט אנגענומען) גייט איינער און פייפט זיך אויס און נעמט יא צוויי פרויען, גייט אים די באשעפער לייגן אין גיהנם אחר מאה ועשרים פארן עובר זיין אויף 'הלכה'? די באשעפער הייצט אן דעם גיהנם לויט וואס עס ווערט נתפשט, אפילו עס האט מיט די תרי"ג מצוות גארנישט איינגעלייגט?

3) ביטע קלאר אויס פארוואס די מאכט ליגט ביי די ארטאדאקסן ווי איידער ביי די קאנסארוואטיוון אדער רעפארמער? אפשר ווי לאנג עס איז נישט נתפשט ביי זיי אויך הייסט עס נאכנישט קיין התפשטות?

די פערטע קשיא איז.. (געדרייט מיטן גראבן פינגער..) שבכל הלילות...

חדשים » מאנטאג אפריל 17, 2023 12:15 am

· #521446
שמן למאור
וואלווי
שמן למאור
שערי יושר
ווייל איך בין געבוירען געווארן צי א אידישע פאמיליע איז מיך די אידישע רעליגיע איז מיך די אידישע רעליגיע מחייב?
בכלל נישט, די אידישע רעליגיע איז דיר מחייב ווייל ס'איז אמת. פינטל. שטעלט זיך יעצט די שאלה, וועלכע שטרוים פון אידישקייט איז טאקע די ריכטיגע? פונקט ווי אונזערע רבנים מעגן עוקר זיין שופר בלאזן בר"ה שחל בשבת וכדומה, וכיוון שנתפשט בכל ישראל, זאגט מי אני אז דאס ווערט די תורה, אפילו ס'דא געוויסע וואס פירן זיך נישט אזוי. איז לפי זה, מעגן די רעפארמער רבנים אויך אפשר זאגן וואס די תורה וויל היינט? און היות זיי זענען די רוב, זענען זיי אפשר די מכריע?
בדרך כלל איז גוט מבחין זיין צווישן רעפארמער מיט קאנסערוואטיוו און ארטאדאקסן. רעפארמער זענען נישט געקומען לערנען פשט און די תורה אויף אן אנדערען אויפן. זיי זענען ענדערש געקומען באשאפן א נייע רעליגיע כאילו, לויט זייער פראקטישע קארענט פארשטאנד. זיי זענען לכתחילה גרייט צו מבטל זיין חלקים פון די תורה, פארשטייט זיך מיט א שיינע הסבר, אבער דאך נישט בעיון און שקלא וטריא פון תורה גופא.

משא"כ, קאנסערוואטיוו און ארטאדאקסן מער ווייניגער לערנען אפ פשט אין די תורה, און לויט דעם אדזשאסטן זיי כפי העולה על רוחם. אויב אזוי קען רעפארם ובדומה להם, וואס בויען לכתחילה נישט אויף תורה נאר אויף קאלטור, נישט אריין גענומען ווערען און די באסיס פון שומרי תורה זיך צו רעכענען דערמיט פאר אנדערע שומרי תורה וואס זענען מעיין ווי אזוי צו זיין שומרי תורה.
אינטערסאנט וואס דו שרייבסט דא. איך האב פארשטאנען אז די קאנסארוואטיוון זענען מער לינק ווי די רעפארמער.

אבער בכל זאת, די רעפארמער האבן אויך סיבות פארוואס געוויסע זאכן גייען מער נישט אן. פונקט ווי דער רבנים האבן געקענט אפמאכן אז שופר בלאזן גייט מער נישט אן שבת ווייל אפשר וועט זיין עפעס אן עם הארץ וואס וועט עובר זיין אויף הוצאה, און זיי האבן אויך געקענט אפמאכן אז א טאטע האט שוין מער נישט קיין רעכט צו פארקויפן זיין טאכטער פאר א דינסט, א.א.וו. קענען די היינטיגע רעפארם רבנים אפשר אויך אפמאכן אז געוויסע מצוות זענען שוין נישט נוגע מער, ווייל כהיום איז עס שוין מער נישט פאסיג.

מען דארף נישט קיין גרויסע שקלא וטריא'ס, מען דארף בלויז איין דעטאל און אויב האט מען דאס קענען שוין די רבנים טון וואס זיי ווילן. און דאס איז דעם תורה לאו בשמים הוא! דעם 'לא תסיר.. ימין ושמאל', דעם 'על פי הדבר אשר יוריך'... פשוט די תורה איז אין זייער הענט צו אפמאכן וואס די תורה און באשעפער וואלטן געוואלט היינטיגע צייטן פון אונז. איינמאל מען האט דאס, איז מען שוין מסודר.. ארטאדאקסן און רעפארמער צוגלייך...
די נקודה איז נישט צו די רעפארמער מעגן טון וואס זיי ווילן אדער נישט. די נקודה איז אז אין די ארטאדאקסישע אידישקייט איז אנגענומען אז עס איז מחייב אויב עס איז נתפשט בכל ישראל, און פארשטייט זיך אז די ארטאדאקסן רעכענען נאר אזעלכע וואס ביי זיי ווערט אנגערופן ישראל.

מי אני » מאנטאג אפריל 17, 2023 12:18 am

· #521447
שמן למאור
1) פון וואו נעמט זיך דאס 'התחייבות' צו פאלגן עפעס וואס איז נתפשט געווארן? אין וועלכע פון די תרי"ג מצוות גייט עס אריין? פארוואס עפעס מוז מען עס פאלגן?
ווי איך האב טאקע געשריבן אין די תגובה איך האב צוגעלינקט צו, גלייב איך אז דאס איז אקסיאמאטיק מכח דאס געדאנק פון "געזעץ". עס איז ל"ד א "אידישע" געדאנק, ווי איידער א "לעגאלע" געדאנק. כנלענ"ד.
שמן למאור
2) אויב עפעס ווערט נתפשט מחמת גזירה, לאמיר זאגן אז די איסור פון נעמען 2 ווייבער איז נתפשט ביי גאנץ כלל ישראל. (כ'קען נישט די מציאות הדברים, דאכצעך אז ביי די ספרדים איז עס נישט אנגענומען) גייט איינער און פייפט זיך אויס און נעמט יא צוויי פרויען, גייט אים די באשעפער לייגן אין גיהנם אחר מאה ועשרים פארן עובר זיין אויף 'הלכה'? די באשעפער הייצט אן דעם גיהנם לויט וואס עס ווערט נתפשט, אפילו עס האט מיט די תרי"ג מצוות גארנישט איינגעלייגט?
פרעגסט אויב עפעס איז נקבע להלכה און מ'איז עובר דערויף צי ג-ט וועט "ווערן בכעס" און "וועט שטראפן"?

דאס אלעס איז דאך בעצם אליבא דהרמב"ם. און דעם רמב"ם'ס קאנסעפּשאן פון "שכר ועונש" בהאי עלמא האב איך דורכגעטוהן אין וועקער 19, ושכר ועונש בעלמא דאתי במשנתו האב איך סאָבּמיטעד צום נעקסטן וועקער. (בקיצור נמרץ, דאס זעלבע יא עונש אדער נישט עונש וואס דו באקומסט פאר'ן עובר זיין אויף "געהעריגע" הלכות, באקומסטו אויף דעם אויך. ודי בזה לע"ע.)
שמן למאור
3) ביטע קלאר אויס פארוואס די מאכט ליגט ביי די ארטאדאקסן ווי איידער ביי די קאנסארוואטיוון אדער רעפארמער? אפשר ווי לאנג עס איז נישט נתפשט ביי זיי אויך הייסט עס נאכנישט קיין התפשטות?
איך גלייב אז דאס קען אָנרירן אויף א פאָלאָסי פון קאַמפּאזישאן. מיינענדיג, רעפארמער באטראכטן די גאנצע געביידע און סיסטעם פון "הלכה" אלס נאַן-בּיינדינג. יעצט, איה"נ אז לגבי פרטי דינים והלכות בתוך "הלכה ודת" גופא, איז דאס וואס איז קובע צי עס איז הלכה, ענגדילטיג הסכמת הקהל והפשטתה בתוכה. אבער עס פאַלויט נישט פון דעם אז דאס זעלבע איז לגבי אפווארפן די גאנצע געביידע פון הלכה בכלל אז עס איז נאַן-בּיינדינג, אז טאמער איז דאס הסכמת הכלל איז דאס טאקע אזוי. דאס איז א פאָלאָסי פון קאַמפּאזישאן.

לגבי קאנסערוואטיווע אידישקייט דארף מען דאס טאקע דורכטוהן. זיי גייען מיט א היסטארישע-קריטישע עפרויטש צו "הלכה", און נעמען נישט אָן (געהעריג) טראדיציאנאלע אטאריטעטן וכו' (און דאס גאנצע ענין פון התפשטות בכלל והמסתעף). זיי נעמען נישט געהעריג אָן די געדאנק פון "הלכה" ווי אזוי מיר פארשטייען דאס, אבער ווארפן דאס נישט אפ אויך נישט. וממילא איז דאס טאקע מער מסובך וואו זיי פונקטליך שטייען, לגבי די דיון, אין דעם. ויש לדון.

שמן למאור » מאנטאג אפריל 17, 2023 12:19 am

· #521448
חדשים
די נקודה איז נישט צו די רעפארמער מעגן טון וואס זיי ווילן אדער נישט. די נקודה איז אז אין די ארטאדאקסישע אידישקייט איז אנגענומען אז עס איז מחייב אויב עס איז נתפשט בכל ישראל, און פארשטייט זיך אז די ארטאדאקסן רעכענען נאר אזעלכע וואס ביי זיי ווערט אנגערופן ישראל.
וואספארא סארט מהלך איז דאס? מען שניידט אויס שטיקער כלל ישראל און דערנאך זאגט מען אז ס'איז נתפשט אצל כל ישראל? איך גיי מיך טרעפן א רב וואס פסקנט אזוי ווי איך האב ליב און איך גיי דערנאך אויסשליסן פון כלל ישראל דער וואס גייט נישט מיט מיט מיר... כ'גלייב נישט אז די באשעפער איז א חלק פון דעם קאנספיראציע...

שערי יושר » מאנטאג אפריל 17, 2023 12:23 am

· #521449
Re: איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?
שמן הייבסט אן צי זינגען אביסל off tune
בלאט: 1 2 3 4 5