איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?
245 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16037
די מקוה איז טאקע אן ערנסטערע שאלה ווי די סמארטפאון לגבי די איסורי עשיות מלאכה בשבת (אויסער די עובדא דחול וואס איז אויך א דיון בפנ''ע).
אויב וועסטו הערן די טעכנעלאגיע וואס א פול ריטדזשארדשט ליטיום-אייען (LI-ION BATTERY) בעטערי באשטייט פון און ווי אזוי עס פראווייד לעקטער צו די סמארטפאון, ווי אויך די סקרין וואס שיינט כאילו א לעקטער ליגט דערינטער אבער למעשה נישט, איז דער אינגערמאן נישט אזוי אומ-גערעכט לגבי דעם ענין פון טוהן סיי וואספארא מלאכה וואס מען טאר נישט טוהן אין שב''ק אויסער די פאקט פון עובדה דחול. (זעה הערה אויבן)
די טעכנעלאגיע פון די ליטיום אייון באטעריעס ארבעט ווי פאלגענד.
די באטערי האט אין זיך 4 באשטאנדטיילן
מעטאל אקסייד (Metal Oxide)
קארבאן מאטריאל (Carbon Material)
ענאוד (Anode)
קעטאוד (Cathode)
מעטאל אקסייד איז א צוזאם שטעל פון א געוויסע מעטאל און אקסידזשען צוזאמען (Oxygen)
די מעטאל אקסייד ווערט אקטיוויזירט דורך צוויי וועגן. אדער דורך עס אינטערצינדן מיט פייער כדי עס זאל ווערן גאר הייס גיט עס ארויס פאוער, אדער דורך א קעמיקאל וואס מאכט די מעטאל אקסייד שפירן כאילו עס איז אונטערגעצינדן געווארן און דאן גוט די מעטאל ארויס פאוער.
עס ווענדט זיך וואספארא אמאונט אויף פאוער מען וויל פון די מעטאל אקסייד ארויסבאקומען, כדי צו דעסיידען וואספארא מאטריאל מען זאל ניצן צו הייס מאכן דעם אייזן.
לענינו, א סמארטפאון דארף נישט צופיל פאוער, ניצט מען די קעמיקאל וואס רופט זיך קֶעטָאד. די קעטאד רעדוצירט די סטארעדזש פון דעם מעטאל אקסייד און גייט אריין צו די פאון דורך די קליינע אייזענס וואס מען זעהט אונטער די בעטערי וואס איז אויך מעטאל אקסייד די צוויי/דריי קליינע אייזענס ווערן דאן הייס דורך די קעטאד וואס ווערט דאן כדי צו פראוויידן די פאוער פאר די סמארטפאון. די פאוער ווערט רעדוצירט פונעם בעטערי און גייט אריין אין די פאון.
ווען די בעטערי טשארדזשט זיך ווערט די פאוער סטארעדזש אָנגעפילט אין די מעטאל אקסייד וואס ליגט און די שווארצע קליינער קעסטל הנקרא בעטערי, דורך די ענאוד וואס טוהט פונקט די פארקערטע פעולה פון די קעטאד, עס ברענגט אריין די פאוער אז די קעטאד זאל שפעטער האבן פון ווי יונק צו זיין. ע''כ צו טשארדזשען די פאון אין שבת אויב ער שטעקט ער דאס איין אין די וואנט בעצם יום השבת האט ער אפשר יא געטוהן א מלאכה פון לא תבערו, ווייל די פאוער וואס קומט פון די וואנט צו אנפילן די מעטאל קומט דורך א פייער ענערדזשי דורך די נעגעטיוו און די פאזיטיוו, פארקערטע כוחות וואס קריעט א קאנטראלירטע פייער צווישען די אייזענס וואס דאס מאכט הייס די מעטאל אקסייד צו ווערן אקטיוויזירט און דאן קומט אריין די קעטאד און מאכט זיכער אז די מעטאל אקסייד קאנסומט די ענערדזשי און בלייבט זיך האלטן און די אייזן וואס ווען מען וועט עס דארפן וועט עס די ענאוד שוין ארויס נעמען און דיסטריביוטן. (הני מילי אויב טשארדזשט מען פון די וואנט, אבער אויב ניצט מען א פאוער בענק בעטערי קען זיין ארבעט עס אויף די זעלבע וועג ווי די פאון זעלבסט).
היוצא לנו מזה לגבי די בעטערי האט ער נישט געווען קיין מלאכה פון אֵש באיזה אופן, כל זמן ער האט דאס נישט איינגעפלאגט אין די וואנט.
די סקרין טעכנעלאגיע ארבייט מיט על. סי. די. LCD Liquid Crystal Display אדער או. על. אי. די. OLED Organic Light-Emitting Display
על. סי. די. ארבייט אויך מיט צוויי מיני טעכנאלאגיעס וואס ביידע פון זיי נעמען נישט קיין פיזישע לעקטער. עס איז פיור סייענס. איינע פון די מאטריאלן וואס מיר האבן פריער דערמאנט. ווען די קעטאוד ווערט ריליסד צו די על. סי. די. ווערט א געוויסער געז עקסייטעט פון די לעקטער ריליעס וואס עס לאזט ארויס צו די קאנטראלירטע טיוב וואו די געז ליגט איינגעצוימט. די סייענטס ארבעט אז ווען די סארט פון געז ווערט עקסייטעד (דורך די היץ) גיט עס ארויס א יו. ווי. UV (ultraviolet) ענערדזשי וואס דאן געשעהט א ריעקשאן פון א קעמיקל וואס הייסט פאספאר (Phosphor) וואס שיינט אויף ווען עס קומט אים קאנטאקט מיט יו. ווי. געז.
(בדרך אגב די זעלבע סייענטס ווערט אויך גענוצט אין פלארעסענט באלבס אז די טיוב פון די באלבס איז אָנגעפילט מיט יו. ווי. געז. און די לעקטער וואס שטראמט אריין צו די באלבס עקסייט די יו. ווי. און די פאספאר שיינט אויף. כל זמן לעקטער שיסט אריין אינעם באלב וועט די יו. ווי. זיין עקסייטעד און עס האלט די פאספאר אינעם באלב טוב שיינעדיג). וע"כ איז דא נישטאָ קיין פייער אינוואלווד.
די דיספלעי וואס מיר זעהן אויף די סקרין איז א ריפלעקשאן פון די יו. ווי. וואס שיינט אויף דורך די פאספאר, כאילו עס שיינט אדורך א סטענסל. די סטענסל ווערט פראדוצירט דורך די דאטא וואס ווערט געשיקט צו די סקרין. (וואס איז שוין גאר אן אנדערע טעכנאלאגיע, וויאזוי די דאטא שטעלט אויס סטענסעלס אין רגעים וכו', דאס איז שוין זיכער נישט פאר די ארטיקל דא, אבער מיט לא תבערו און לעקטער האט עס זיכער נישט, וויבאלד דער גאַנצער מאשינס לעקטער האבן מיר דא געשריבן איז נישט קיין פייער) און די צוויי קעמיקאלישער באשטאנדטיילן שטעלן אויף אקארדינג צו די קאָלירן און אויסלייג פון די סטענסל.
צום שלוס, קיין עכטע מלאכה פון הך דהוה במשכון חשובה אדער אפי' אויף איינע פון די סייגים פון חז"ל לויט די פריערדיגע הסבר האט ער נישט עובר געווען.
לגבי עובדה דחול וועלן מיר א צווייטן מאל רעדן. עס איז שוין דרייע. א גוטע נאכט.
יין שרףוואס איז מיט כתיבה (שאינה יכולה להתקיים שהוא דרבנן)?
נולד?
בונה להחזו"א?
מכה בפטיש להג"ר אשר ווייס?
שוואכע שאלות.
טייפן איז נישט קיין כתיבה,
נולד מיינעך איז נאר ביי א מציאות,
בונה, וואספארא בנין ווערט דא געמאכט?
מכה בפטיש ווייסעך נישט פארוואס, וואס ענדיגט ער דא צו?
אלעס נאר מכח סברה נישט מכח ידיעה.
פנחסבןאלעזראפשר אז דער רמב"ם איז נישט גענוג, אפשר פון טשעט גפ"ט איז עס בעסער. א חידוש אז דער גפ"ט האט דער זעלבע בויך סברות ווי מיר.
איך האב געוויסט אז מען קען זיך אויף אים נישט פארלאזן.
Re: איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?
לייביששרייבערדי מקוה איז טאקע אן ערנסטערע שאלה ווי די סמארט פוין לגבי די איסורי עשיות מלאכה בשבת... וכ"ו
ר' לייביש, Wow! א הערליכע ארבעט, אזוי שיין און קלאר צענומען דעם נושא, וואונדערבאר.
ווען א פאון וואלט געהאט פייער אין זיך וואלט עס צולאזט געווארן 😕
רביה''ק זי''עווען א פאון וואלט געהאט פייער אין זיך וואלט עס צולאזט געווארן 😕
פאר סיי וואספארא סיבה עס האט נישט קיין פייער איז די שאלה פון אש וואס איז ביי נארמאלער עלעקטיריסיטי נישטא. און די אנדערע שאלות האב איך נישט אדורכגעטוהן אבער מפי סברה פון מיין קליינער קאפ שפיר איך עס נישט.
עס קען זיין, איך ווייס נישט די מציאות, אז די פראססעסאר,ווען עס ווערט הייס, קען עס זיין מבשל. אזוי ווי די הלכה איז אז מרכך דבר קשה איז מבשל.
מחונך: לאמיך אויך ווייזן מיין "גאונות". (סיי אין טעכנאלאגיע און סיי אין הלכה).
א פאון ווען ער ווערט הייס כדי בישול, גייט די באטעריע און די פראסעסאר אויך קאליע. און ס'איז מקלקל. אויך מלאכה שאינה צריכה לגופה. (ער דארף נישט די היץ) אויך איז עס אינו ניחא ליה. און ממילא איז עס פטור אבל אסור. ס'קען זיין אז ס'איז א פסיק רישא. נאר אויב האט ער א שותף איז עס שניים שעשאוהו פטורין...!
ערעב בערל. מרכך דבר קשה מוז נישט זיין כדי בישול.
@לייביששרייבער
דו זאגסט
"ווייל די פאוער וואס קומט פון די וואנט צו אנפילן די מעטאל קומט דורך א פייער ענערדזשי דורך די נעגעטיוו און די פאזיטיוו פארקערטע כוחות וואס קריעט א קאנטראלירטע פייער צווישען די אייזענס וואס דאס מאכט הייס די מעטאל אקסייד".
ענערדזשי קומט נישט פון פייער.... פייער איז איינע פון די תוצאות פון ענערדזשי, די איסור פון אש/מעבר איז צו ניצן ענערדזשי צו מאכן א פייער, נישט צו ניצן ענערדזשי.
@רביה"ק, עס דארף נישט דווקא ברענען א פייער כדי צו עובר זיין אויף מעבר, ווי די רמב"ם שרייבט אז צו אן הייצן אן אייזן מער ווי זיין בוילינג פוינט גייט אריין אין מעבר.
@לייביששרייבער, צוריק צו דיר, קיין איינע פון די מעטאלן וואס ליגן אין בעטעריס אדער קליינע עלעקטראניקס ווערט נישט אנגעהייצט אזוי ווייט אז עס זאל שיינען (וואס איז די בוילינג פוינט) קומט אויס אז קיין שום דאורייתא איז נישט דא.
Just for the record
די אלטע סארט לייט באלבס וואס האבן געארבעט מיט א ווייער וואס האט געברענט איז א דאורייתא, ווייל די ווינער ווערט הייס פאסט זיין בוילינג פוינט.
שארפןקאפ
@רבה"ק עס דארף נישט דווקא ברענען א פייער כדי צו עובר זיין אויף מעבר
כ'האב נישט געזאגט אז יא.
שארפןקאפווי די רמבם שרייבט אז צו אן הייצן אן אייזן מער ווי זיין בוילינג פוינט גייט אריין אין מעבר
נישט אז ס'איז נוגע אבער סתם פאר די רעקארד, דער רמב"ם זאגט אז אן אייזן וואס ווערט רויט איז הבערה, ס'דארף נישט אנקומען צו די boiling point, איין זאך קען איך דיר צוזאגן, ווען א פאון קומט אן צו די boiling point (פון פלאסטיק?) האסטו נישט מער ווי רויעך 😂 😂 😂
שארפןקאפ@לייביששרייבער
דו זאגסט
"ווייל די פאוער וואס קומט פון די וואנט צו אנפילן די מעטאל קומט דורך א פייער ענערדזשי דורך די נעגעטיוו און די פאזיטיוו פארקערטע כוחות וואס קריעט א קאנטראלירטע פייער צווישען די אייזענס וואס דאס מאכט הייס די מעטאל אקסייד".
ענערדזשי קומט נישט פון פייער.... פייער איז איינע פון די תוצאות פון ענערדזשי, די איסור פון אש/מעבר איז צו ניצן ענערדזשי צו מאכן א פייער, נישט צו ניצן ענערדזשי.
ריכטיג, זיך נישט גוט אויסגעדריקט. א ישר כח פאר די הערה. און קלאר מאכן.
Re: איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?
קרעדיט ק"י וואכנשריפט
אויפפּאַסונגען איבער טבילה במקוה שב"ק אינדערפרי ביי גדולי ליטא
צו דער רעדאַקציע פון "קרית יואל וואָכנשריפט", שלומכן ישגא.
מיט עטליכע וואכן צוריק, ווען הגה"צ מורינו שליט"א האט געוויילט אויף שב"ק בתוככי עירינו, איז בעפאָר סעודת רעוא דרעוין אָנגעקומען אין בית המדרש הגדול גרויסע קבוצות פון ליטווישע בחורים, וואָס ס'איז שוין געוואָרן ווי אַ קביעות אַז זיי פאַרברענגען אַסאַך אויף שבתים אין קרית יואל. איך האב אפגעשטעלט איינעם פון די בחורים פרעגן ווער עס האלט א השגחה אויף אזויפיל בחורים און אויב זייערע עלטערן ווייסן וואו זיי דרייען זיך, האבן זיי מיר געזאגט אז אין קרית יואל זענען זייערע עלטערן רואיג אז זייערע בחורים דרייען זיך אין אזא הייליגע שטאט... אינמיטן דעם שמועס פרעגט מיר א בחור וויאזוי די חסידים גייען אין מקוה שבת?! ס'שטייט דאך אין 'משנה ברורה' קלאר אז מען זאל נישט גיין אין מקוה וועגן דעם איסור פון 'סחיטה'.
אויפ'ן אָרט האָב איך נישט געהאַט קיין צייט אים צו ענטפערן ווייל איך האָב זיך שוין געוואָלט גיין וואַשן און מיטזינגען די וואַרימע זמירות רעוא דרעוין, אָבער שפּעטער האָב איך אים געזאָגט אַז דער מחבר פון 'משנה ברורה' זעלבסט, דער הייליגער חפץ חיים זי"ע, איז געגאַנגען אין מקוה יעדן שב"ק אינדערפרי!
אין א בחינה פון 'עם עקש', האָב איך צוגעלייגט בנוגע זיין שאלה פון 'סחיטה', אז ערשטנס האט זיין טאטע יא וואס מורא צו האבן צו שיקן בחורים אָן קיין השגחה אויף קרית יואל, צו א שטאָט וואו מען איז ליידער נישט מקפיד אויף סחיטה... און צווייטנס, די גאַנצע חשש פון 'סחיטה' איז נאָר פאַר איינער וואָס פאַרמאָגט האר, אָבער ענק, ליטווישע בחורים, גייען דאך סייווי נישט אַזויווי דער חפץ חיים, מיט באָרד און פאות, נו, אויב אַזוי האָט איר דאָך נישט דעם חשש פון 'סחיטה', זענט איר געהעריג מחויב צו גיין אין מקוה אפילו שבת, אָן קיין אויסריידן...
איך האב זיך דערמאנט פון דעם שמועס זייענדיג פארלאפענעם שבת אין וויליאַמסבורג, און כ'האָב געטראָפן אין ביהמ"ד א גליון, וואו עס ווערט אויסגערעכנט אַלע גדולי ליטא וועלכע האבן מקפיד געווען אויף א מקוה, צווישן זיי דער גר"א, דער חפץ חיים, דער חזון איש, און נאָך פילע, וואָס ליידער איז דאָס היינט נישט איינגעפירט ביי זייערע קרייזן. מ'דאַרף אָבער דערמאַנען וואָס ס'איז טאַקע געשטאַנען פאָריגע וואָך אין אייער באַלערנדע קאָלום 'שאלת חכם', וואו דער דיין הרה"ג רבי נחום אבראהאם שליט"א, האָט שטאַרק ערווענט דעם די ענין פון מקוואות אז דאָס דארף דינען דעם צוועק פון זיך הייליגן, און צווישן אנדערע דערמאנט ער אויך די פירצה פון זיך ווייקן אין מקוה אום שבת, וואס אנשטאט מוסף זיין קדושה ברענגט מען זיך צו אן איסור און חילול שבת רח"ל. איז טאקע כדאי צו זיין נזהר מיט די אַלע הלכות: סיי זיך נישט צו פארזוימען אין מקוה און סיי ביים מאכן די פיאות און טרוקענען די האר אז ס'זאל זיין עפ"י הלכה. אין דעם זכות פון שב"ק און אין דעם זכות פון קדושה וטהרה, זאָל אונז השי"ת העלפן זיך צו קענען דערהייבן און נתקדש ווערן בקדושה של מעלה.
מנחם נ.
די איסור פון מקווה אין שבת האט גארנישט מיט סחיטה, דער איסור איז א איסור דרבנן פון רחיצה, וואס אונז שטייען און לאכן אין פנים פון די תנאים אז זיי זאלן אינז נישט קומען אסר'ן אזעלכע הייליגע זאכן ווי מקווה אין שבת, אמער ווי קאן מען צוגיין צום דאווענען אנע מקווה.
קהל'ס נעראונז שטייען און לאכן אין פנים פון די תנאים אז זיי זאלן אינז נישט קומען אסר'ן אזעלכע הייליגע זאכן ווי מקווה אין שבת, אמער ווי קאן מען צוגיין צום דאווענען אנע מקווה.
איז אמת אז די פריערדיגע צדיקים זענען געגאנגען אין מקוה?
פריערדיגע צדיקים האבן געבראכן די אייז, וואו איז שייך געווען הייסע מקואות?
correct
ביידע: זיי האבן געבראכן די אייז ווען מ'האט געדארפט, און געגאנגען אין א הייסע מקוה ווען מ'האט געדארפט, ווייל די בענעפיטן פאר ענייני קדושה וטהרה זענען אזוי גרויס אז דאס גיין אין מקוה האט איבערגעוואויגן אלע אנדערע קאנסידערעישנס. אזוי ווי ס'שטייט אין די חסיד'ישע ספרים, למשל אין ספה"ק חקל יצחק.. שרייבט ער דארט די גרויסקייט פאר בחורים און יונגעלייט פון גיין אין מקוה שבת אינדערפרי...!
אוי האב איך מיך יעצט דערמאנט א זיסע מעשה וואס איז נוגע צו דעם אשכול, מעגליך אז איך האב עס שוין אמאל פארציילט אבער חזרה איז אלץ א גוטע זאך פלעגט דער רבי זאגן. איך בין אמאל געוועהן אויף שבת אין א געגנד וואו דער עולם גייט נישט אזוי אין מקוה... שבת צופריה האט מיר אנגעכאפט א חשק צו גיין אין מקוה, האב איך מיך געשלעפט א האלבע שעה צום נענטסטן מקוה אבער צו מיין מזל איז עס געוועהן פארשפארט (אדער האב איך פשוט נישט געוואוסט ווי צו עפענען דעם טיהר...) בקיצור, די גאסן זענען געוועהן ליידיג ווייל ס'נאך געוועהן טונקל, האב איך געמאכט אפאר סיבובים צו זעהן צו איינער קען מיר צואווייזן אן אנדערע מקוה וואס איז שוין אפן, פלוצלונג זעה איך אן אלטן ליטוואק מיט א לאנגע ווייסע בארד וואס גייט דאווענען מיט די וותיקין, איך לויף צו צו איהם מיט איין שמחה און פרעג איהם צו ער קען מיר אפשר צואווייזן א מקוה. דער גיבט מיר א קוק אן מיט זיינע שארפע אויגן און ער הייבט מיר אן זאגן אז דער גר"א האט געהאלטן אז מ'טאר נישט גיין אין מקוה אום שבת, זאג איך איהם, יא, אבער וואו איז דא א מקוה? זאגט ער מיר מיט'ן גאנצן ערנסטקייט "איך קען דיך נישט זאגן ווייל לפני עוור לא תתן מכשול." 😂 😂 😂
(אויב איינער איז נייגעריג, ביז וואס ווען וואו איז שוין לעכטיג געווארן און איך בין צוריקגעגאנגען צו די מקוה און ס'שוין געוועהן אפן.)
ברוך שפינוזהאוי האב איך מיך יעצט דערמאנט א זיסע מעשה וואס איז נוגע צו דעם אשכול, מעגליך אז איך האב עס שוין אמאל פארציילט אבער חזרה איז אלץ א גוטע זאך פלעגט דער רבי זאגן. איך בין אמאל געוועהן אויף שבת אין א געגנד וואו דער עולם גייט נישט אזוי אין מקוה... שבת צופריה האט מיר אנגעכאפט א חשק צו גיין אין מקוה, האב איך מיך געשלעפט א האלבע שעה צום נענטסטן מקוה אבער צו מיין מזל איז עס געוועהן פארשפארט (אדער האב איך פשוט נישט געוואוסט ווי צו עפענען דעם טיהר...) בקיצור, די גאסן זענען געוועהן ליידיג ווייל ס'נאך געוועהן טונקל, האב איך געמאכט אפאר סיבובים צו זעהן צו איינער קען מיר צואווייזן אן אנדערע מקוה וואס איז שוין אפן, פלוצלונג זעה איך אן אלטן ליטוואק מיט א לאנגע ווייסע בארד וואס גייט דאווענען מיט די וותיקין, איך לויף צו צו איהם מיט איין שמחה און פרעג איהם צו ער קען מיר אפשר צואווייזן א מקוה. דער גיבט מיר א קוק אן מיט זיינע שארפע אויגן און ער הייבט מיר אן זאגן אז דער גר"א האט געהאלטן אז מ'טאר נישט גיין אין מקוה אום שבת, זאג איך איהם, יא, אבער וואו איז דא א מקוה? זאגט ער מיר מיט'ן גאנצן ערנסטקייט "איך קען דיך נישט זאגן ווייל לפני עוור לא תתן מכשול." 😂 😂 😂
(אויב איינער איז נייגעריג, ביז וואס ווען וואו איז שוין לעכטיג געווארן און איך בין צוריקגעגאנגען צו די מקוה און ס'שוין געוועהן אפן.)
לשיטתו איז ער דאך 100% גערעכט
וואס איז אזוי אינטערסאנט?
אויב עס איז דא על מי לסמוך, איז אפשר נישט דא דער איסור פון לפני עיור, אין דיס קעיס האט דער ליטוואק פיין געוויסט לכאורה אז לויט רוב פוסקים אז מען טובעלט זיך אריין אין ארויס איטס אוקיי, נאר דאס איז א טיפיקעל ליטוואק ודל
yesiknowאויב עס איז דא על מי לסמוך, איז אפשר נישט דא דער איסור פון לפני עיור, אין דיס קעיס האט דער ליטוואק פיין געוויסט לכאורה אז לויט רוב פוסקים אז מען טובעלט זיך אריין אין ארויס איטס אוקיי, נאר דאס איז א טיפיקעל ליטוואק ודל
גראדע לויט "רוב" פוסקים איז עס אסור, לויט א מיעוט (מיעוטא דמיעוטא) פוסקים איז מותר (קרבן נתנאל הוא כמעט היחיד שמתיר)
קים אריין קלאר אויב מעגליך , וואס פונקטליך איז זיין (איסור)היתר?
yesiknowקים אריין קלאר אויב מעגליך , וואס פונקטליך איז זיין (איסור)היתר?
קר"נ שרייבט אז "טבילה" איז נישט "רחיצה", דערפאר איז מותר אפילו בחמין
Re:
געדאנקן #
איך בין נייגעריג אויב דער עולם דא ניצט טאקע די פאון אום שבת.
כבר היה.
Re: איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?
איז טאקע דא א ביהמ"ד וואס די מקוה האט הייסע וואסער אום שבת?
Re: איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?
געטרייע טאטע #
איז טאקע דא א ביהמ"ד וואס די מקוה האט הייסע וואסער אום שבת?
וועלכע נישט?
Re: איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?
איך מיין רוב האבן לוילעך אום שבת נישט צו קאלט אין נישט צו הייס
Re: איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?
איך געדענק גיין אין בריעדיגע מקוה שבת
Re: איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?
אריין און ארויס איז נישט קיין פראבלעם
די אמת איז אז אסאך זענען טאקע מקפיד נישט צו גיין אין מקוה שבת, ביי חסידים האט מען אבער נישט מקפיד געווען דערויף, מ'דארף טאקע אבאכט געבן אז ס'זאל נישט הייסן רחיצה
אונזערע צדיקים האבן אונז מגלה געווען אז ס'הייסט נישט רחיצה (אויב מ'ווייקט זיך נישט) און דאס איז פונקט גענוג פאר אונז.
נוצן א טעלעפאון שבת איז געהעריג חילול שבת, אן אריינגיין פונקטליך בבירור הלכה, האבן אונזערע גדולי הדור (און אויך די פריערדיגע) מגלה געווען אז אויך די היינטיגע עלעקטער איז חילול שבת (צו ס'איז אן איסור דאורייתא צו דרבנן צו עפעס אנדערש כאפט נאר א חילוק די שטראף וואס מ'באקומט אויב מ'איז עובר, און אויך אלץ אמירה לעכו"ם ווען ס'איז שבות דשבות אדער אנדערע צירופים, אבער איסור בלייבט איסור), און א פאון האט נאך איסורים אויסער עלעקטער,
Re: איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?
עס איז ממש געווען א גילוי מן השמים?
מן השמים קען נישט זיין ווייל תורה לא בשמים היא.
Re: איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?
איך גלייב אז די שאלה איז נאר נוגע וועגן ניצן א פליפ פאון אדער די היים פאון ווייל א סמארט פאון איז דאך סתם אזוי אסור (נאך הארבער ווייל שבת איז מותר ביי פיקוח נפש) מהאט עס נאר מתיר געווען לצורך פרנסה וואס שבת איז אסור אלטס ממצוא חפציך
Re: איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?
מילך טראק #

אין איסור חל על איסור
קרעדיט: בעלעגלה
Re: איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?
ברוך השם איך ניץ נישט קיין פאון און איך גיי נישט אין מקוה
Re: איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?
צ/ק
איך גלייב נישט סאיז הארבער ווייל רחיצה איז אויב עפעס נאר א דרבנן , און א פאון קען זיין שאלות פון א דאורייתא
Re: איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?
ברוך השם איך ניץ נישט קיין פאון און איך גיי אין מקוה
Re: איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?
צוויי #
אריין און ארויס איז נישט קיין פראבלעם
די אמת איז אז אסאך זענען טאקע מקפיד נישט צו גיין אין מקוה שבת, ביי חסידים האט מען אבער נישט מקפיד געווען דערויף, מ'דארף טאקע אבאכט געבן אז ס'זאל נישט הייסן רחיצה
אונזערע צדיקים האבן אונז מגלה געווען אז ס'הייסט נישט רחיצה (אויב מ'ווייקט זיך נישט) און דאס איז פונקט גענוג פאר אונז.
נוצן א טעלעפאון שבת איז געהעריג חילול שבת, אן אריינגיין פונקטליך בבירור הלכה, האבן אונזערע גדולי הדור (און אויך די פריערדיגע) מגלה געווען אז אויך די היינטיגע עלעקטער איז חילול שבת (צו ס'איז אן איסור דאורייתא צו דרבנן צו עפעס אנדערש כאפט נאר א חילוק די שטראף וואס מ'באקומט אויב מ'איז עובר, און אויך אלץ אמירה לעכו"ם ווען ס'איז שבות דשבות אדער אנדערע צירופים, אבער איסור בלייבט איסור), און א פאון האט נאך איסורים אויסער עלעקטער,
יוזל און מוחאמאד האבן אויך מגלה געוועהן זאכן, ביי אונז אידן איז דא א פראצעס וויאזוי מען אנדשייד הלכה.
אגב, איך בין מגלה אז מען ברויך שלאגן כפרות, ערב פסח שני מיט א פרה אדומה וואס איז א בן אחר בן פון א שור הנסקל. פרעג מיך אפ.
Re: איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?
איז גיין אין א הייסע מקוה ערגער ווי בכלל נישט(ווען מען דארף) גיין ?
על פי זוהר איז שבת צופרי דכצך וויכטיגער ווי ערב שבת אדער פונקט אזוי וויכטיג
Re: איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?
yesiknow #
איז גיין אין א הייסע מקוה ערגער ווי בכלל נישט(ווען מען דארף) גיין ?
על פי זוהר איז שבת צופרי דכצך וויכטיגער ווי ערב שבת אדער פונקט אזוי וויכטיג
גיין אין הייסע וואסער שבת איז א הלכה'דיגע אישו, משא"כ זוהר און אלע וויכטיגע ענינים איז נישט מענדעטארי. אפי' ווען מ'דארף גיין, איז אין הלכה איז נישטא קיין חיוב צו גיין, ממילא איז נישט שייך ביי דעם צו גיין איז ערגער (אדער בעסער) מצד הלכה למעשה
Re: איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?
צוויי #
אריין און ארויס איז נישט קיין פראבלעם
די אמת איז אז אסאך זענען טאקע מקפיד נישט צו גיין אין מקוה שבת, ביי חסידים האט מען אבער נישט מקפיד געווען דערויף, מ'דארף טאקע אבאכט געבן אז ס'זאל נישט הייסן רחיצה
אונזערע צדיקים האבן אונז מגלה געווען אז ס'הייסט נישט רחיצה (אויב מ'ווייקט זיך נישט) און דאס איז פונקט גענוג פאר אונז.
נוצן א טעלעפאון שבת איז געהעריג חילול שבת, אן אריינגיין פונקטליך בבירור הלכה, האבן אונזערע גדולי הדור (און אויך די פריערדיגע) מגלה געווען אז אויך די היינטיגע עלעקטער איז חילול שבת (צו ס'איז אן איסור דאורייתא צו דרבנן צו עפעס אנדערש כאפט נאר א חילוק די שטראף וואס מ'באקומט אויב מ'איז עובר, און אויך אלץ אמירה לעכו"ם ווען ס'איז שבות דשבות אדער אנדערע צירופים, אבער איסור בלייבט איסור), און א פאון האט נאך איסורים אויסער עלעקטער,
ביסט זיכער אז דאס באלאנגט אין תורה און מחשבה אשכול אדער ווייל ס'איז נישט דא קיין תורה בלי מחשבה האסטו עס דא אריינגעווארפן?
ווי שטייט אז חילוק פון אריין און ארויס אדער זיך ווייקן?
ס'איז פארהאן אידן וואס זענען "מקפיד" נישט מחלל שבת צו זיין אבער ביי חסידים האט מען נישט "מקפיד" געווען.
ס'איז געהעריג חילול שבת אהן דערוך טוהן הלכה
ווער זענען די "פריערדיגע" וואס האבן געהאלטן אז א פאן איז חילול שבת? איר מיינט מסתמא די "פריערדיגע" סקולענער רבי?
וועלכע נאך איסורים אויסער עלעקטעריק?
Re: איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?
אפשר גייט עס אריין אין די מתוך "מיעוט" עוונות